☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע

הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע

399 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4371
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8

בן אדם » מיטוואך אוגוסט 3, 2016 11:02 pm

· #344510
ח"כ הרב אייכלר ווייזט די הייליגע בענקעל פאר די שרה און ח"כ 'גילה גמליאל'
📎 img644861.jpg

מור וקציעה » מיטוואך אוגוסט 3, 2016 11:40 pm

· #344516
ווייסט איינער צו בעלזא רב ז''ל האט זיך אמאל געטראפען מיטן אמרי אמת אין די דריי יאר וואס זיי האבען ביידע געוואוינט אין א''י


ר' שלומקה ?

בן אדם » מיטוואך אוגוסט 3, 2016 11:47 pm

· #344519
ער האט אים נאך מסתם געקענט פונדערהיים

בן אדם » מיטוואך אוגוסט 3, 2016 11:52 pm

· #344520
פרלוב שרייבט (איך געדענק נישט בשם וועמען) אז דער אמרי אמת האט געזאגט אויף אים אז אפילו אויב ער וואלט געווען אין די צייטן פון אפטא רב וואלט ער אויך געווען א חידוש.

אויך האט ער אמאל אינמיטן תורה זאגן, רעדענדיג פון א קרבן ( עפעס אן ענין פון א קרבן וואס ווערט אינגאנצען פארברענט פאר'ן באשעפער), האט דער אמרי אמת צוגעלייגט 'א שטייגער ווי בעלזער רב'..!

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אוגוסט 4, 2016 9:36 am

· #344546
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
איינער קען ארויף לייגען דער בילד אן א בארד? איך ווייס אז ס'דרייט זיך

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

טייערע ברודער » דאנערשטאג אוגוסט 4, 2016 9:42 am

· #344547
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
ביזט זיכער אז ס׳איז דא א בילד? איך מיין אז נישט. ווער האט גענומען בילדער אין באכניא גטו?

Sent from my LG-H525n using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אוגוסט 4, 2016 10:14 am

· #344550
פון ווען ער איז אנגעקומען אין א"י האט איינער גענומען א בילד. ס'איז דא א בריוו פון דער רבי ר' מרדכי בילגורייא'ער זי"ע וואס ער בעט די דזשורנאליסטען נישט צו דרוקען די בילדער נאר די אפיציעלע בילד פון בעלז בע"מ.

נהורא נפישא » דאנערשטאג אוגוסט 4, 2016 10:16 am

· #344551
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/5553">viewtopic.php?f=8&t=5553</a><!-- l -->

מודיעין » דאנערשטאג אוגוסט 4, 2016 1:17 pm

· #344574
מור וקציעה
ווייסט איינער צו בעלזא רב ז''ל האט זיך אמאל געטראפען מיטן אמרי אמת אין די דריי יאר וואס זיי האבען ביידע געוואוינט אין א''י


ר' שלומקה ?

מיטן אמרי אמת האט ער זיך געטראפן, וויפיל מאל ווייס איך נישט. ר' שלומקה לא שמעתי כמדומה אז נישט, און בכלל זענען זיי געווען אין אר"י צוזאמען בלויז עפעס מער פון א יאר.

התם ומתמם עם תמימים » דאנערשטאג אוגוסט 4, 2016 8:20 pm

· #344612
יא ער האט זיך איינמאל זיכער זיך געטראפן מיט רבי שלמהקע זוויהלער זי''ע

מודיעין » פרייטאג אוגוסט 5, 2016 1:58 am

· #344650
מקור אויב מעגליך.

התם ומתמם עם תמימים » פרייטאג אוגוסט 5, 2016 8:55 am

· #344659
איז א דבר מפורסם
איך האב שוין געזעהן אין עטליכע פלעצער
כרגע געדענק איך נישט
אז כ'וועל טרעפן וועל איך דא בלי''נ ארויף לייגן

איש חזון » מיטוואך אוגוסט 24, 2016 11:26 am

· #347058
המשב"ק ר' יצחק לנדא: עס איז צום האפן אז דער צווייטע חלק פון "בקודש פנימה" וועט ארויסקומען אין צוויי חדשים. (איך שאץ אז ער וויל עס ארויסגעבן אויף תשרי ווען א סאך בעלזער חסידים קומען קיין ארץ ישראל).

מור וקציעה » דינסטאג אקטאבער 4, 2016 10:31 pm

· #351683
ליטוואק פון בודאפעסט
מ'האט דיר אויך איינגערעדט אז דער בעלזער רב איז נישט געווען קיין מענטש מיט מענטשליכע געברויכען און געפיהלען? איך האב נישט קיין אינטערעס אזוי צו גלייבען.


ליטוואק פון בודאפעסט
איש חזון
זאג נאר, טעארעטיש האלטסטו אז ס'איז מעגליך אזא זאך?


דער גאנצע ענין איז דאך נאר טע'ארעטיש. קיינער ווייסט נישט וואס דער בעלזער רב האט געטראכט ביי זיך. נאר מענטשען קוקען איהם אן אלס א ריזיגע צדיק, און זיי מיינען אז א ריזיגע צדיק האט נישט קיין געפיהלען צו געברויכען ... האט עס איהם געמעגט וויי טוהן אן צו רירען זיין צדקות. די תנאים און אמוראים האבען באקלאגט זייער קינדער וואס זענען געשטארבען, דוד המלך האט באקלאגען זיין קינד'ס יארען ביז ער איז אוועק. און זיין ערוואקסענע קינד אפילו נאכ'ן שטארבען.
מענטשליכע געפיהלען זענען נישט קיין סתירה צו שפיץ צדקות.


רבינו הגדול הרדב''ז בסימן תתקפה

שאלה: על אחד מגדולי הדור שמת לו בן ולא הוריד עליו דמעה אחת אם זו מדה טובה או לא ?


תשובה: זו מדה רעה מורה על קושי הלב ועל רוע חכונת הנפש והיא מדת אכזריות והוא דרך הפיליסופים האומרים כי זה העולם הכל הוא מעשה תעתועים, והמה מהבל ימעטו וזכרונם משלי אפר תועבה יבחר בהם
ולכן אל יפתוך חטאת שלהם ומשליהם כי כולם בנויים על ההקדמה הזו אבל אנחנו מקבלי התורה יש לנו להאמין ולדעת כי העולם הזה ענין נכבד מאוד למסתפקים ממנו כראוי ולמתנהגיס בו כשורה ובו ישיג האדם חיי העוה״ב והשארות הנפש כי הוא נקרא עולם המעשה ולכן אין ראוי לההביל ענייניו ולתלות צרותיו ברוע הנהגתו ולהתאונן על הזמן כאשר עשו רוב המשוררים הראשונים .
אלא ראוי לההאונן ולהתאבל ולקונן על מעשיו דכתיב מה יתאונן אדם חי גבר על חטאיו,

והבוכה ומתאבל ומוריד דמעות על קרובים וכ״ש על אדם כשר מדת חסידים ונביאים ואנשי מעשה היא ומורה על טהרת נפשו והכנעת לבו לפני קונו ויתאונן על חטאיו ויתאבל על עוונותיו אשר היו לזה סבה,
ולא לחנם ארז״ל שלשה לבכי ז׳ להספד שלשים לגיהוץ ותספורת ואם היה הדבר בלתי נאות לא היו מתקנין לו ג' ימים וכן אברהם אבינו ע״ה כתיב ביה לספוד לשרה ולבכותה וכן יעקב וכן דוד המלך ורבים כאלה אין מספר ועיין בהקדמת ספר תורת האדם להרמב״ן ז״ל ותמצא מה שיש בו די לשאלה זו.

ומ״מ אין ראוי להתקשות על המת יותר מדאי והכי איתא בהדיא בגמ׳.
והנראה לע״ד כתבתי

<a class="postlink" href="http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=1952&st=&pgnum=404&hilite=">http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... 04&hilite=</a>

בן אדם » דינסטאג אקטאבער 4, 2016 11:12 pm

· #351686
די רדב"ז זאגט נאר אז די וועלט איז די עיקר ווייל דורך די וועלט קומט מען צו צו עוה"ב. און אויך אז מ'דארף וויינען ווייל ס'איז א סימן אז מ'דארף תשובה טון. איך ווייס נישט פון וואס א צדיק ס'האט זיך געהאנדלט אין יענע תשובה, אבער דער וואס פארשטייט אביסל צו די דרך החסידות ווייסט אז די סיבה פארוואס געוויסע צדיקים האבן נישט באוויינט זייערע קינדער איז נישט ווייל זיי האבן געהאלטן אז די וועלט איז גארנישט וכו' נאר זיי האבן פשוט געהאלטן אז ס'איז באשערט. און אדרבה, זיי האבן געהאלטן אז ס'קומט זיך זיי די יסורים און ס'קען יא זיין וועגן זייערע עבירות און די נישט וויינען איז כדי מצדיק זיין דעם דין און עס אנצונעמען באהבה. ויסכר פי מבקשי שקר.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אקטאבער 10, 2016 10:17 am

· #352143
ברוך דיין אמת. היינט איז אוועקאין בני ברק הירש וואלף פריעדמאן ע"ה, איינער וואס איז א פאר מאל דערמאנט געווארען אין די בלעטער, בעיקר פאר זיין אינטרעסאנטע ספר וואס מ'קען ליינען דא.

מור וקציעה » מאנטאג אקטאבער 10, 2016 6:05 pm

· #352172
ליטוואק פון בודאפעסט
ברוך דיין אמת. היינט איז אוועקאין בני ברק הירש וואלף פריעדמאן ע"ה, איינער וואס איז א פאר מאל דערמאנט געווארען אין די בלעטער, בעיקר פאר זיין אינטרעסאנטע ספר וואס מ'קען ליינען דא.

יהושע חיים » מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:17 pm

· #352201
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אקטאבער 20, 2016 12:46 am

· #352659
פונקט יעצט געהערט א מעשה.
שלמה לורנץ פלעגט אריינשמוגלען קיין א"י א מאראקאנער אתרוג פאר'ן בריסקער רב, וואס האט עס געשעצט מעל כל הון. ער פלעגט אויך ברענגען פאר'ן בעלזער רב. דער איזרעלישע געזעץ האט דאס נישט ערלויבט. איין מאל האט מען איהם אפגעשטעלט ביים גרעניץ און דער וועכטער האט גענומען דער בעלזער רב'ס אתרוג און צושניטען. צום בריסקער רב'ס אתרוג האט ער נישט צוגערירט, ויהי לפלא.

איך אויך » דאנערשטאג אקטאבער 20, 2016 7:04 am

· #352674
דאכט זיך כ'האב שוין אמאל באצייכנט: איבער גאנץ ק''ש שלאגן זיך ארום ביים גענאק דער מלך האראגאנץ מיטן מלך הדרייקאפס אבער פונקט דא אויף בעלזער רב זל'ס פיקל אגריען ביידע אז מען האט אונז סתם איינגערעדט א קינד און בויך און בעלזער רב איז גארנישט געועען אזוי איי יי איי.

זעהט אויס אז עפעס א כח האט דאך דער בעלזער רב געהאט.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אקטאבער 20, 2016 2:07 pm

· #352691
איך ווייס נישט פון וועלכע מדינה, אבער באקרוינט אלס קעניג בין איך געווארען.
מ'גייט באלד ליינען כי מבית הסורים יצא למלוך

מודיעין » דאנערשטאג אקטאבער 20, 2016 3:43 pm

· #352699
ליטוואק פון בודאפעסט
פונקט יעצט געהערט א מעשה.
שלמה לורנץ פלעגט אריינשמוגלען קיין א"י א מאראקאנער אתרוג פאר'ן בריסקער רב, וואס האט עס געשעצט מעל כל הון. ער פלעגט אויך ברענגען פאר'ן בעלזער רב. דער איזרעלישע געזעץ האט דאס נישט ערלויבט. איין מאל האט מען איהם אפגעשטעלט ביים גרעניץ און דער וועכטער האט גענומען דער בעלזער רב'ס אתרוג און צושניטען. צום בריסקער רב'ס אתרוג האט ער נישט צוגערירט, ויהי לפלא.



די מעשה איז אביסל אינטערעסאנט, ווייל לפי ידיעתי האט מען אין בעלז נישט גענוצט א מאראקא אתרוג בכלל, נאר א אר"י און יאנאווע.

אבער א אנדערע מעשה ווייס איך יא, וואס איין יאר האט מען געשיקט א מאראקא אתרוג צום בריסקער רב, און מען האט עס ביים גרעניץ בשום אופן נישט געוואלט דורכלאזן, און בריסקער רב איז געווען בייז און האט געטון שתדלנות גאנץ סוכות כדי צו האבן דעם אתרוג, און הר' שלמה לורנץ איז געווען פארמישט אין די שתדלנות, און הושענה רבה האט מען עס בפניו פון ר' רפאל דאס צושניטן. ויהי לפלא.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אקטאבער 20, 2016 4:23 pm

· #352701
דאס קען אויך זיין. די מדינה האט מען אויפגעשטעלט אין תש"ח, דער בעלזער רב איז אוועק אין תשט"ז און דער בריסקער רב אין תש"כ. גענוג צייט פאר אלע מעשה"ס

איך אויך » דאנערשטאג אקטאבער 20, 2016 4:41 pm

· #352702
יא יא דאס איז א באקאנטע מעשה מיט ר' רפאל און אפילו דער צובראכענעם טעלערל האט שוין אפאר מאל געבאקן דערפון א אתרוג קאמפאט.

אבער ווי גייט דער שפריכווארט 'אל תבלבל אותם עם העובדות', עס איז דא א מעשה נאך עטליכע יאר פארען קריג מיט א דייטשע דאקטער וואס האט געמוטשעט פאר א ענטפער וואס וועט זיין מיט עם און זיין משמחה און בעלזער רב האט געזאגט בלשון קודשו 'איך מיט דיר וועלן איבערלעבן ,מער ווי דעם קען איך נישט זאגן' ,איבעריג צו באצייכענען אז כך הווה.

אזוי אויך איז דא הונדערטער ,אויב נישט טויזענטער עדות פין אידן וואס האבען מזכיר געווען זייערע קרובים אינמיטן קריג און אין די ערשטע יארן נאכן קריג (אין היפש פעלער האט מען ערשט אין תש''ח באשטעטיגט אויף זיכער די ביטערע נייעס און אין געוויסע פעלער אפילו תש''י) ,אויב בעלזער רב ז''ל האט אנגעווינטשן בפרטיות איז מען געווען א געהאלפענער אבער אויב ער האט געווינטשען 'דער אייבעשטער זאל העלפן אלע אידן' האט מען געוויסט אז עס איז דערנאך. ולמותר להוסיף אז מדבריו לא נפל צרור ארצה.

ואגב ,אויך ביי חולים האט מען געוויסט דעם כלל אבער דארט האט מען צומאל זיך געקענט איינבעטן/אויסבעטן (ספעציעל הרב מבילגוריי האט געקענט פועלן ביים ברידער.)

איך אויך » דאנערשטאג אקטאבער 20, 2016 5:28 pm

· #352710
איך וויל זעהן דעם טעלעגראם און איך בין גרייט איינצולייגן 10 אלפים ביי א שליש אויב דו ברענגסט מיר אזא טעלעגראם פון תשב-תשג דאס הייסט אז מען האט געשיקט אזא טעלעגרם פון פרעמישלאן אדער באכניע געטא קיין טערקיי ,יע יע שונא יאמין לכל דבר. ווייסטו וואס איך געב צוואנציג אלפים פאר צדקה אויב דו ברעגסט מיר אזא טעלעגראם,

וואס זאל איך טוהן אז עס איז דא אומצאליגע עדות א בעלזער רב ז''ל האט מעודד געווען צו אנטלויפן בכל הדרכים ובלשון קודשו 'פונעם רשע מוז מען אנטלויפן' אדער לשון קודשו פאר ר' שמואל פארגעס אין בודאפעסט 'דער רשע האט אונז פר'מסרט פאר אלע שבעים אומות ,פונעם רשע מוז מען אנטלויפן ,אז מען אנטלויפט העלפט דער אייבערשטער'.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אקטאבער 20, 2016 8:20 pm

· #352721
היכחיש החי את החי? דער בילגורייא רב'ס דרשה פאר'ן אוועק פארען איז דאך געדרוקט געווארען און ברייט פארשפרייט אויפ'ן אינטערנעט. די בעלזער נגידים פראבירען אפצוקויפען יעדער אריגינעלע קאפי, אבער דער פי.די.ף. קען מען לייכט טרעפען. אין די לעצטע שטיק צייט האלטען די בעלזערס אז מ'קען שוין טוישען די היסטאריא און פארקויפען דער עולם אז דער בעלזער רב האט גאר געהייסען אנטלויפען. א שרד די פראפאגאנדא מאשין האט אזוי שטארק געארבעט, אז נאך פאר די דייטש איז אריין אין אונגארן האט מען שוין מזכה געווען דער עולם מיט דער הערליכע פשט אין וירא מנוחה כי טוב (מנוחה מיינט דער רואיגע לעבען אין אונגארן).

בן אדם » דאנערשטאג אקטאבער 20, 2016 8:44 pm

· #352725
[ציטאט אראפגענומען]

!!!!!!WOW
אזא רשעות האט מען נאך נישט געהערט ביי די גרעסטע מקובלים און כישוף מאכערס
!!Unbelievable

יהושע חיים » פרייטאג אקטאבער 21, 2016 2:48 am

· #352748
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
ליטוואק פון בודאפעסט
היכחיש החי את החי? דער בילגורייא רב'ס דרשה פאר'ן אוועק פארען איז דאך געדרוקט געווארען און ברייט פארשפרייט אויפ'ן אינטערנעט. די בעלזער נגידים פראבירען אפצוקויפען יעדער אריגינעלע קאפי, אבער דער פי.די.ף. קען מען לייכט טרעפען. אין די לעצטע שטיק צייט האלטען די בעלזערס אז מ'קען שוין טוישען די היסטאריא און פארקויפען דער עולם אז דער בעלזער רב האט גאר געהייסען אנטלויפען. א שרד די פראפאגאנדא מאשין האט אזוי שטארק געארבעט, אז נאך פאר די דייטש איז אריין אין אונגארן האט מען שוין מזכה געווען דער עולם מיט דער הערליכע פשט אין וירא מנוחה כי טוב (מנוחה מיינט דער רואיגע לעבען אין אונגארן).

אדרבה ווי קען מען דאס שאפן

בן אדם » פרייטאג אקטאבער 21, 2016 9:02 am

· #352756
כ'האב שוין באקומען אפאר אנפאלענישען...
היתכן, וויאזוי קענמען אזאנס רעדן, וואס מיין איך וכו' וכו'.

דער אמת איז אז איך בין סתם נאכגעטאנצן די סגנון פון קאווע שטיבל... דא פירט מען זיך אז ווען דער מיט די מייק שרייט, שרייט יעדער נאך, און פונקט דאס האב איך געטון סאו וואס איז שלעכט? אבער לעצם העובדא האב איך מיר נאר אביסל געוואונדערט וויאזוי דער 'איינשטיין' פון ק"ש ה"ה אדמו"ר ר' @אנאנים שליט"א האט אריינגעלערנט אזא אונגווארער-קאלעסבורגער פשט אין די מעשה אז דער בעלזער רב האט גאר מורא געהאט פון זיינע אייגענע מענטשן ווייל ער לאזט זיי ווערן אויסגעהארגעט און נאר די אייגענע משפחה האט ער אינזינען. פאלט עם ניט אמאל איין אז דארט האט געהערשט א פחד מות פון די רוצחים הנקראים 'נאציס' און מער האט עם אויסגעפעלט אז דורך דעם חסיד אונטערן טיש זאל דאס ווארט אנקומען ביז דיע רוצחים. נאר די ערשטע זאך וואס האט עם געקענט איינפאלען איז אייניקלעך פון אפאר באבעס, אינקלודעד @מור וקציעה'ס וואס זענען דורך געפאלען מיט אומגעלונגענע מופתים... אבער מ'עמיר מלמד זכות זיין און זאגן אז אגב עיוני לא דק, און אויב איינער פון שש'ס חסידים פילן זיך אופענדעד איז דאונ'ט ווארי, איך בין נישט קופערניקוס, איך בין נאר @בן אדם, און ס'וועט נישט נעמען לאנג ביז ער וועט שופך קיתון זיין אויף מיין פנים.
-----
בד"וו, איך ווייס נישט פארוואס @געוואלדיג וואונדערט זיך אזוי...

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג אקטאבער 21, 2016 10:10 am

· #352758
גראדע האב איך געלערנט פשט פארקערט. אז די גבאים האבען נישט געגליכענט דער רעבעצין, און זיי האבען געקענט ביישטיין אזי זי זאל פארניכטערט ווערען, און דער בעלזער רב האט זיך נישט געקענט פארלאזען אויף זיי און דעריבער האט ער געבעטען הילף פון א פרעמדען.
די רשעות איז פון די שטוב מענטשען, כידוע.

berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 26, 2016 3:39 am

· #352896
אנאנים: איבער די תגובה פון בן אדם וואו ער ציטירט דיין מאמר. ס'איז נישט שייך צו משפט'ן פון די היינטיגע צייטן צו יענע מסוכן'דיגע און יאוש'דיגע טעג וואו א יעדער, אריינגערעכנט גרויסע רבי'ס האבן געציטערט פאר זייער לעבן.
איך האב אלס אינגל געהערט שמועסן אין מיין משפחה מאחורי הפרגוד אז געוויסע מענטשן האבן איבערגעלאזט א קראנקן מאן אין געטא, און זיי אליינס זענען אנטלאפן. איך האב דאך דאמאלס נישט פארשטאנען וואס די דיבורים מיינען. דאס איז געווען א מין פארוואורף פון א גילטי קאנשיענס.
די גרעסערע קשיא איז, וואו זענען געווען די אלע גדולי ישראל. די אזוי-גערופענע בעלי רוח הקודש (אן ארויסשרייבן נעמען.). פארוואס האבן זיי נישט פאראויסגעזעהן דעם אנקומענדן חורבן אויף כלל ישראל, און געהייסן פאר די אידן צו אנטלויפן מאסנווייז ווילאנג מ'האט נאך געקענט. ווייל צו פיהרן אן ארגאניזירטן מיליטערישן קאמף אקעיגן די פארשאלטענע נאציס, ימ"ש איז דאך געווען אוממעגליך. אבער היינט. לאחר המעשה זענען דא א סאך חכמים וועלכע ליינען אריין סיבות און טעמים פארוואס דער חורבן איז געקומען. אויך, טייטלען זיי פינגערס אויף געוויסע גרופעס אקעיגן וועלכע זיי האבן געפיהרט אן אידעאלאגישן קאמף. און זיי פעלשן היסטאריע. און זיי ברעינוואשן די קינדער מיט פאלשע פראפאגאנדע...!

ירח בן יומו » מיטוואך אקטאבער 26, 2016 9:52 am

· #352901
berlbalaguleh

די גרעסערע קשיא איז, וואו זענען געווען די אלע גדולי ישראל. די אזוי-גערופענע בעלי רוח הקודש (אן ארויסשרייבן נעמען.). פארוואס האבן זיי נישט פאראויסגעזעהן דעם אנקומענדן חורבן אויף כלל ישראל, און געהייסן פאר די אידן צו אנטלויפן מאסנווייז ווילאנג מ'האט נאך געקענט.

ווייל די אייבישטער פירט די וועלט!!!

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אקטאבער 26, 2016 10:01 am

· #352903
בערעלע, די פראבלעם איז אז איינער פון שש'ס העלדען האט געשריבען א בוך מיט די סארט פינגער טייטלען באשמת מי איז דער האלאקאוסט געקומען. די יורשים האבען עס געדרוקט, מיט זייער א מאדנע נאמען - א הימליכע צודרייטקייט - פארטיידיגען דער באשעפער'ס אויפפיראכץ ביים האלאקאוסט. איינער איז געזעסען לעבען מיר יוכ"פ ביים דאווענען מיט די בוך אונטער זיין מחזור.

מיין קינדער זענען אהיים געקומען פון חדר מיט אט די מיינונג. דער מלמד פון פאראיאר'ן האט מחליט געווען אויסצולערנען די זיבען יעריגע קינדער חובות הלבבות שער הבטחון, וואס דאס איז גראדע אפשר א גוטע זאך. אבער דער מענטש האט זיך באגעגענט מיט'ן חובות הלבבות נישט פון ספרים שאפע, נאר פון דער מחבר פון די אויבענדערמרנטע בוך און ער האט זיי אויך געזאגט מיט א"א זיכערקייט פארוואס היטלער איז געקומען.

איך האב שוין דערמאנט די בוך פון ר' ברוכ'ל מונקאטשער'ס שוועסטער, וואס יעצט איז איהר ערשטע יארצייט געווען. זי דערמאנט דארט אז ווען זי איז אנטלויפען פון פולין קיין אונגארן, ביים ערשטען שטוב ווי זי איז אנגעקומען, האט די פרומער אונגארישע פרוי געזאגט "דו ווייסט פארוואס היטלער איז געקומען? ווייל דו גייסט nail polish". ומה נעני אנן אבתריה?

איך האב געפרעגט א חבר מיינע, אן אייניקעל פון ר' יהושע געלדצעהלער זצ"ל וואס זאגט מען פאר די קינדער נאך אזא מלמד. ער האט גע'ענטפערט "נאכאמזל מ'האט נישט פארציילט דער באבע מעשה פון רעדען ביים דאווענען". בקיצור ר' יהושע האט נישט איבערגעלאזט קיין דרך החינוך וויאזוי אויסצולערנען זיין מיינונג צו קינדער. נישט אז זיינס איז אזוי אויפגעוויזען, אבער כאטש טוט עס קיינער נישט וויי.
@ירח בן יומו האקט, מיט א מאדנע גלויבונג. צו וועלכע רעליגיע באלאנגט ער?

berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 26, 2016 5:07 pm

· #352928
ליטוואק פון בודאפעסט: מיין הערה איז נישט געווען אלס א קשיא אויף די הנהגה פון באשעפער. נאר אויף די השתדלות בדרך הטבע וואס מ'וואלט יא געקענט טון. און די אלע בעלי רוח הקודש לאחר המעשה האבן, אדער גארנישט געזאגט פאר זייער צאן מרעיתו. אדער האבן זיי מייעץ געווען אז מ'זאלל נישט אנטלויפן. ועוד. זיי האבן געזאגט פאר זייערע עדות אז די צרות וועלכע זענען יא דא, זענען נאר אלס רעזולטאט פון זייערע חטאים עוונות ופשעים. אבער טון למעשה פאר די צרה איז געקומען האבן זיי גארנישט געטון. איז, ממילא קענען די זעלבע מענטשן נישט קומען לאחר החורבן און טייטלען מיט די פינגער און לערנען פשט פארוואס די צרות זענען געקומען.
לגבי לערנען חובות הלבבות שער הביטחון מיט קליינע קינדער פון זיבן יאר איז נישט אזוי געפערליך ווי לערנען קב הישר און ראשית חכמה מיט אכט יעריגע קינדער, וועלכע גייען אהיים ביינאכט און חלומ'ען שרעקליכע חלומות פון מלאכי חבלה וועלכע ווארפן ארום די מענטש אין כף הקלע אזוי ווי א באלל (אזוי האט מיין רבי אין קלאס דאס מסביר געווען.) ס'הייסט די מלאכי חבלה האבן נישט קיין בעסערע ענטערטעינמענט ווי צו שפיללן באלל מיט א מענטש. היינטיגע צייטן וואלט מען אזא רבי געפייערט אין די ערשטע 5 מינוט וואס ער לערנט אזעלכע זאכן מיט קליינע קינדער...!

תורה ומדע » דאנערשטאג אקטאבער 27, 2016 9:19 am

· #352960
פשוט. עס איז נישט געווען ווי צו אנטלויפען. קיין רוסלאנד איז בכלל נישטברור געווען אז מען וועט דארט לעקען האניג אונטערן קומאניסט. קיין אונגארען האט גארנישט געהאלפען אין די ענדע. אין א"י איז מען געשטארבען פאר הונגער דריי מאהל א טאג און מען האט נישט געקענט באקומען א סערטיפיקאט פון די סוכנות. קיין אמעריקע, מען לאזט נישט אריין.. און בכלל, קען מען דען הייסען 10 מיליאן מענשען ובתוכם אנשים נשים וטף אנטלויפען. ווי? וויאזוי? נישטא קיין געלט, עראפלאנען, שיפען, עסען, טרינקען, און מעדעצינען. עס איז קאלט , הייס, און ביטער אויף די וועלט 😮 . דער וואס האט א טענה אויף די מנהיגים פון יענע צייט איז פשוט מיסאינפארמירט.

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 27, 2016 6:24 pm

· #353016
תורה ומדע: די נקודה איז, נישט פארוואס די רבנים ומנהיגים זענען נישט אויפגעקומען מיט עפעס אן עצה. נאר פארוואס זיי האבן בכלל נישט גערעדט דערפון. נישט גענומען דעם מצב מיט אן ערנסטקייט. ווען מ'מאכט ווען גרויסע אסיפות, און מ'פארשט נאך גרונטליך דעם מצב, וואלט מען לכה"פ געקומען צו די ריכטיגע מסקנא. אבער די רבנים ומנהיגים פון יענע תקופה האבן אדער גארנישט גערעדט פון דעם מצב. אדער גאר בארואיגט דעם עולם און געזאגט אז א יעדער קען רואיג אנגיין מיט זייער לעבן. און אז דער שווערער מצב איז נאר צייטווייליג. און אפילו דער איצטיגער, שווערער מצב איז אויכעט נאר וועגן די חטאים פונ'ם דור...!
און די זעלבע רבנים ומנהיגים, וועלכע האבן זיך אליינס יא געראטעוועט, קומען נאך די מלחמה און די דעפארטאציעס און פארניכטונגען פון די אידישע קהילות אין אייראפע און לערנען פשט לאחר המעשה פארוואס דער חורבן איז געקומען אויף כלל ישראל. לפענ"ד, האבן זיי נישט קיין רעכט צו מוסר'ן דעם עולם. ווייל זיי האבן פארפאסט א געלעגנהייט פון הצלת עם ישראל. און זיי זאללן כאטש מודה זיין על האמת...!

התם ומתמם עם תמימים » דאנערשטאג אקטאבער 27, 2016 8:45 pm

· #353034
berlbalaguleh
תורה ומדע: די נקודה איז, נישט פארוואס די רבנים ומנהיגים זענען נישט אויפגעקומען מיט עפעס אן עצה. נאר פארוואס זיי האבן בכלל נישט גערעדט דערפון. נישט גענומען דעם מצב מיט אן ערנסטקייט. ווען מ'מאכט ווען גרויסע אסיפות, און מ'פארשט נאך גרונטליך דעם מצב, וואלט מען לכה"פ געקומען צו די ריכטיגע מסקנא. אבער די רבנים ומנהיגים פון יענע תקופה האבן אדער גארנישט גערעדט פון דעם מצב. אדער גאר בארואיגט דעם עולם און געזאגט אז א יעדער קען רואיג אנגיין מיט זייער לעבן. און אז דער שווערער מצב איז נאר צייטווייליג. און אפילו דער איצטיגער, שווערער מצב איז אויכעט נאר וועגן די חטאים פונ'ם דור...!
און די זעלבע רבנים ומנהיגים, וועלכע האבן זיך אליינס יא געראטעוועט, קומען נאך די מלחמה און די דעפארטאציעס און פארניכטונגען פון די אידישע קהילות אין אייראפע און לערנען פשט לאחר המעשה פארוואס דער חורבן איז געקומען אויף כלל ישראל. לפענ"ד, האבן זיי נישט קיין רעכט צו מוסר'ן דעם עולם. ווייל זיי האבן פארפאסט א געלעגנהייט פון הצלת עם ישראל. און זיי זאללן כאטש מודה זיין על האמת...!


אויב דאס איז אינגאנצן אייערע פראבלעם, איז לאמיר מגלה זיין א סוד וואס אלע בעלזער'ס חברה ווייסן דערפון, אז מען האט שוין געזעהן ביי די בעלזער רב זצ''ל עטליכע יארן בעפאר די מלחמה אז א שווערע גזירה גייט קומען אויף די יודישע קינדער אין ער האט שווער געארבעט, אין פארארבע'ט מעשים צו מבטל זיין די שרעקליכע גזירה, עס איז דא א געוואלד מיט מעשיות דערפין אין איך גלייב אז אין זייערע גליון אור הצפון איז שוין געוועהן באשריבן דערפון .... אין מסתמא אויך אין די עתיקות אדער אור לנתבתי אין נאך פארשידענע גליונות......

עכ''פ האב איך געהערט פין 'נאראלער רב זצ''ל' אליינס. אז שטיק צייט פאר די מלחמה איז א בעלזער יושב אדורך געפארן זיין שטעטל 'נאראל' האט ער איהם געפרעגט וואס איז נייעס אין בעלז אין וואס זאגט מען דארט בנוגע אויב גייט זיין א מלחמה אדער נישט, האט ער געזאגט אז פין דעם רב האט ער אליינ'ס פארשטאנען אז א ביטערע מלחמה גייט יא קומען, ווייל עפעס א שבת אין יענע תקופה - זייערדיג א מקורב געוועהן אין שטוב פין בעלזער רב - אין א פרייטיג צו נאכט'ס אין שטוב האט ער געזעהן ווי די בעלזער רב לויפט ארום אין שטוב אין זיך געדרייט ווי א פאדעם ארום דער טיש, מיט א געוואלדיגע שנעלקייט א לאנגע צייט, ווען זיין מויל מירמעלט ער ארויס תפילות אין קרעכצן, נאך א שיינע שטיק צייט האט ער פלוצלונג געגעבן א שטעל אפ אויף א שטארקע אופן אין זיך שטארק צוקרעכטץ אין געגעבן א זאג עס איז פארפאלן איך האב געמיינט אז איך האב אויפגעטוהן.. אין פארקלאפט ביידע הענט מיט א מורא'דיגע צובראכנקייט...
האט דער יושב געזאגט פאר די נאראלער רב אז ממילא האב איך געזעהן אין פארשטאנען אז עס גייט קלאר יא קומען א מלחמה וכו'.......
אין דער לעצטע יאר בעפאר די מלחמה האט ער אויך עפעס אויס געדריקט אז ביי די ערשטע וועלט מלחמה איז נאך געוועהן ווי צו אנטלויפן קיין אונגארן אבער ווי וועט מען יעצט קענען אנטלויפן..

מסתמא איז דא נאך אזעלכע זאכן פין די בעלזער רב, אבער איך האב דא געברענגט פין א מקור'יגע מקור דער נאראלער רב זצ''ל א סיפר וואס זאגט אסאך ..

זייטס מיר אלע געזונט...

berlbalaguleh » פרייטאג אקטאבער 28, 2016 2:24 am

· #353067
התם ומתמם עם תמימים: איך האב דאך אויסדרוקליך געזאגט אז איך שרייב נישט קיין נעמען. ס'זענען דאך געווען אנדערע גדולי ישראל...פארוואס האבן זיי נישט קלאר ארויסגעזאגט פאר זייער עולם אז ס'גייען קומען שרעקליכע צרות והשמדות אויף כלל ישראל...?!
אן ענליכע מעשה וואס דו פארציילסט האב איך געהערט אויפ'ן חפץ חיים. אז ער האט זיך אמאל פארשפארט אין זיין שטוב פאר לאנגע שעות. ווען ער איז ארויסגעקומען צו עולם, האט ער געזאגט בערך אזוי...פארפאלן. איך האב פרובירט, אבער ס'נישט געגאנגען...!
אויך אויפ'ן שינאווער רב ווערט פארציילט אן ענליכע מעשה. אז אמאל אין א ליל ששי נאך חצות, ווען דער עולם איז געשטאנען אין ביהמ"ד און געשמועסט אין די וועלט אריין. איז ער ארויסגעקומען פון זיין צימער און ר'האט געזאגט...רבותי. זאגטס תהילים, ווייל ס'איז יעצט געבוירן געווארן א גרויסער רשע וואס אויב ער וועט בלייבן לעבן וועט ח"ו זיין גרויסע גזירות אויף כלל ישראל...!
אבער איך האב גערעדט פון מנהיגי ישראל וועלכע האבן געלעבט בשעת די צרות און מלחמות האבן זיך שוין אנגעהויבן אין פוילן און אנדערע פלעצער. און זיי האבן אליינס מיטגעלעבט די אלע שווערע גזירות, האבן זיי נישט געגעבן קיין קלארע הדרכה פאר זייערע קהילות...!

תורה ומדע » פרייטאג אקטאבער 28, 2016 10:42 am

· #353082
אנשולדיגטס מיר ר' בערל , אבער איהר רעדט הוילער נער'ישקייטען. ווי געשריבען פריער האבען די רבנים נישט געזעהן אן עצה בדרך הטבע פאר די מאסען עולם. קיין פאליטישע קראפט האבען זיי נישט פארמאגט, געלדט אוודאי נישט, מיטלען צו אנטלויפען אויך נישט. עס איז נישט געווען קיין עצה אדער תבונה נגד דער געפערליכער נאצישע שטן וואס איבער גענומען די וועלט.
וואס יא, מיר מוזען געבען קרעדיט און אסאך הכרת הטוב פאר די גדולים וואס נאכן קריג האבען זיי צובראכענערהייט צוריק אויף געשטעלט א געזעלשאפט פון גארנישט און נאך ארגער.

תורה ומדע » פרייטאג אקטאבער 28, 2016 10:46 am

· #353083
זאת ועוד. אויב עס געפונט זיך נישט אן עצה. איז נישט כדאי איבער צושרעקען דעם עולם אז מען וועט זיי אלע רצח'נען קאלט בלוטיגערהייט אפילו ןןען עס איז 100% ברור דעם סוף. דא איז עס נישט געווען ברור ביז טיעף אריין אין 1943 כידוע.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אקטאבער 31, 2016 11:25 am

· #353239
יהושע חיים
ליטוואק פון בודאפעסט
היכחיש החי את החי? דער בילגורייא רב'ס דרשה פאר'ן אוועק פארען איז דאך געדרוקט געווארען און ברייט פארשפרייט אויפ'ן אינטערנעט. די בעלזער נגידים פראבירען אפצוקויפען יעדער אריגינעלע קאפי, אבער דער פי.די.ף. קען מען לייכט טרעפען. אין די לעצטע שטיק צייט האלטען די בעלזערס אז מ'קען שוין טוישען די היסטאריא און פארקויפען דער עולם אז דער בעלזער רב האט גאר געהייסען אנטלויפען. א שרד די פראפאגאנדא מאשין האט אזוי שטארק געארבעט, אז נאך פאר די דייטש איז אריין אין אונגארן האט מען שוין מזכה געווען דער עולם מיט דער הערליכע פשט אין וירא מנוחה כי טוב (מנוחה מיינט דער רואיגע לעבען אין אונגארן).

אדרבה ווי קען מען דאס שאפן


איך האב עס געזוכט אביסל און געטראפען צו קויפען דא. ס'איז שוין פארקויפט דארט פאר $1330 אבער מ'זעט וואס ס'טוט זיך. ווייטער טרעף איך עס נאך נישט. איך האב עס ערגעץ אויף מיין קאמפיוטער

אברך משי » מאנטאג אקטאבער 31, 2016 12:33 pm

· #353241
אנטשולדיגט מיר אז כ'בין אנגעקומען אביסל שפעט אין די דוסקאסיע, אבער לדעתי איז @אנאנים אינגאנצן נישט גערעכט מיט זיינע הוכחות און קשיות, און איז במחילת כבוד תורתו אביסל געשלאגן געווארן אין די נושא מיט א "דיעה קדומה" קעגן א צדיק וקדוש מאיזה סיבה שיהי' און ער קען נישט פטור דערפון, נאר אנשטאט דעם זעט ער אלעס מיט די טונקעלע ברילן זיינע.

בפרט די מעשה ווי דער בעלזער רב האט זיך אונטערגעבויגן אונטערן בעט צו זען אויב מ'הערט עם נישט אונטער, ווי כמה חברים האבן שוין דא ערווענט איז עס אינגאנצן נישט שווער. ואען ואוסיף אז כ'האב אמאל געהערט פון א עלטערע איד וואס האט געוואוסט אסאך, אז ס'דארט געווען היבש פאליטיק בנוגע צו ראטעווען די רעביצין, ס'קוקט אויס אז יעדער זיץ אויפן וואגן אדער אויפן באן איז געווען געמאסטן און געוואויגן דורך פארשידענע מענטשן מיט פארשידענע אינטערעסן, און זיי האבן פארשטאנען אז גבאים און/אדער די ברודערס קומען פריער איידער די רעביצין מיט אנדערע בני המשפחה. וממילא קשיא מעיקרא ליתא.

ועוד וואס כ'פארשטיי נישט, אז אן ערליכע איד ווערט אינגאנצן נישט געמאסטן לויט זיין 'אישיות' און זיין פערזענליכקייט. אפילו לטענת שש וכל הנלוים אליו, נעמט דאס אלעס נישט אוועק אפי' כמלא נימא פון אלע מדריגות און קדושה זיינע. פאקט בלייבט פאקט אז דער איד האט כמעט גארנישט געגעסן און געטרינקן, און איז כמעט נישט געשלאפן, האט געפירט מיט התנהגות פון א מלאך אלקים (אפי' נאכן אוועקשניידן פופציג פראצענט בתור גוזמאות, בלייבסטו נאך אלץ איבער מיט א ערנסטע פעקל קדושה און צדקות וואס ווייניג קענען זיך פארמעסטן מיט דעם אין די לעצטע צוויי הונדרעט יאר לכאורה) אין פאקט האט ער געוויזן מופתים און איז געווען א זעלטענע פועל ישועות, ליב געהאט יעדער איד מיט א רחמנות שאין לשער וכו' וכו' איך קען נישט אלע סיפורים, כ'בין שוואך אין די נושא. און אלע זייטיגע גשמיות'דיגע און אישיות'דיגע חסרונות מאכן נישט אויס אפילו איין טראפ אין דעם. לשיטתך, מיינסטו דען אז אמשינאווער רבי אין אר"י האט נישט געוויסע אישית'דיגע חסרונות, ווען ער וואלט געווען טויזנט פראעצנט מסודר ווי נארמאלע מענטשן וואלט ער דען געפירט אזא סדר היום? אלא מאי, די קלייניקייטן מאכן נישט אויס ווען מ'רעדט פון אזא אדם השלם און א אדם גדול א צדיק און עובד ה'.

און אויף די קשיא פארוואס ער האט נישט געהייסן אנטלויפן ביי די מלחמה, זע איך אפילו נישט פאר וויכטיג צו רעאגירן, און כ'פארשטיי נישט די מסקנה און די "אלא מאי" וואס מ'וויל בכלל ארויסדרינגן פון דעם.

mevakesh » מאנטאג אקטאבער 31, 2016 5:37 pm

· #353261
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
[ציטאט אראפגענומען]

שש איך בין גראדע נענטער צו דיין דיעה ווי צו אברךס אבער איך מיין אז מען קען זיך טענהן אויף מער א רעספעקירענדע טון

דולה ומשקה » דאנערשטאג מערץ 16, 2017 7:24 pm

· #365751
נאך דער פטירה פון בעלזא רב, איז געווארען אויף איהם ארויף געלייגט כאילו ער איז געוועהן "מלאך" א 'מלאך אלקים'...

דער בריסקע רב הגרי"ז זצ"ל וועלעכע האט נישט געקענט דערליידען קיין אויסגעלופטערטע גוזמאות צוליב זיין געוואלדיגע אמת, [בפרט אויף חסידישע רבי'ס...] האט רעאגירט: דו, איך און זיי האבן נישט קיין השגה וואס דאס איז א מלאך, אבער איין זאך איז הכל מודים אז א "אינו מן הברואים" איז ער זיכער געוועהן...

שארף!!

berlbalaguleh » דאנערשטאג מערץ 16, 2017 11:46 pm

· #365800
.

שמעון וואלף » פרייטאג מערץ 17, 2017 12:50 am

· #365816
ס'איז באקאנט די אלע מעשה'לעך ווי די בעלזע רב האט נישט געלאזט רעדן אויף קיין שום איד אפילו א מחלל שבת, נאר האט אלץ פראבירט צו מלמד זכות זיין. איך ווייס נישט צו פאר די מלחמה איז אויך אזוי געווען, (די מעשיות וואס מ'דערציילט איז ווען ער איז געווען אין א"י).
עכ"פ, אויף יעדן האט ער געקענט טרעפן א לימוד זכות, זאל זיין מחללי שבת, בועלי נידות צו אוכלי נבלות וטריפות אבער ווען סאטמאר רב האט געהאלטן די באקאנטע דרשה אין ירושלים וואס מאנכע האבן געזעהן ווי א פגיעה אין בעלזע רב, איז ער אינגאנצן ארויס פון די כלים און געהאט א הקפדה אויף יעדער וואס איז דארט געווען טאמער קומט מען אים נישט איבערבעטן.

היאך יתקיימו שניהם?

נאר וואס דען? ס'האבן זיך געדרייט ארום אים שקצים וואס האבן פארקויפט שקרים וכזבים און געארבעט אנצומאכן א שטינק און באשמוצן די סאטמאר רב פאר'ן חטא פון זיך נישט מכניע זיין פאר'ן בעלזער רב. האבן זיי קודם פארדרייט זיינע ווערטער און פארקויפט אז ער האט געזאגט אז ר' אהרעלע האט געמאכט די עגל. נאכדעם האבן זיי ארויסגעלאזט א שמועה אז ס'איז דא א גרויסע הקפדה און מ'מוז גיין איבערבעטן און פאר'ן בעלזער רב האבן זיי פארקויפט עפעס א באבע מעשה פארוואס דער עולם קומט איבערבעטן

berlbalaguleh » פרייטאג מערץ 17, 2017 3:02 am

· #365839
שמעון וואלף: קודם וויל איך קלאר מאכן א וועלט'ס טעות. לו יצוייר אז די סאטמאר'ע רב האט געזאגט דעם אויסדרוק אז..."אהרן האט אויך געמאכט דעם עגל"...האט ער בשום פנים ואופן נישט מכוון געווען אויף בעלזא'ער רב. כאטש ער הייסט אויך אהרן. ער האט נאר גענוצט דעם אויסדרוק צו ווייזן אז א מנהיג קען זיך אויך אמאל טועה זיין. און דאס איז גארנישט קובע אויף א געוויסן מענטש...!

berlbalaguleh » פרייטאג מערץ 17, 2017 3:22 am

· #365842
[ציטאט אראפגענומען]

ריכטיג: דו זאגסט טאקע א פאר שטארקע נקודות. נאר די זאך וואס האט מיך ארויסגענומען פון די כלים איז, אז איך האב א סאך געליינט איבער די מסירת נפש ממש און די אומגעהויערע ייסורים וואס דער מהריי"ץ איז אדורכגעגאנגען אין קאמוניסטישן רוסלאנד כדי אויפצוהאלטן תלמודי תורה פאר אידישע קינדער און מקוואות טהרה. כאטש די יעווסעקעס, ימ"ש. די אידישע אפטיילונג פון די קאמוניסטישע פארטיי, וועלכע זענען געווען אויסגעשטאט און האבן געארבעט מיט איין ציעל. אונטערצוברענגען אידישקייט און אויסהרג'נען א יעדן איינעם וואס ארבעט לטובת קיום התורה והמצוות. זיי האבן איהם צו ערשט געווארנט מיט גוטן אז ער זאלל אויפהערן מיט זיינע פעולות. נאכדעם האבן זיי איהם ארעסטירט און געפייניגט. אויך געסטראשעט מיט'ן לעבן. און ער האט זיך גארנישט דערשראקן פון זיי. און ווען זיי האבן אים געפרעגט אויב ער גייט ווייטער אנגיין מיט זיינע פעולות האט ער זיי אפן געזאגט אז יא. און דער הויפט פון די לענינגראד'ער טשעקא/נ.ק.וו.ד. האט איהם אפן געסטראשעט מיט א ביקס אז ער גייט איהם שיסן. האט ער זיך בכלל נישט געמאכט צו טון פון איהם. ולא קם ולא זע ממנו. איז געקומען דער מלאך און האט איהם באוואשן (דא אין אמעריקע.) כאחד הרקים. דאס האט מיר זיייער שטארק וויי געטון. איינער וויל זיך אפטיילן פון א געויסן רבי'ן אדער חסידות, קען ער עס טון בדרך כבוד. נאר נישט מבטל זיין דעם גאנצן מענטש. כאילו ער איז א פראסטער יונג פון די גאס. אויך האט דער מהריי"ץ געהאט גרויס צער פון זיין טאכטער חי' מושקא. לעומת די אנדערע טאכטער חנה, וועלכע איז געווען אן ערליך מיידל. ווייל חי' מושקא איז געווען א סטודענטקע אין לענינגראד'ער אוניווערזיטעט. און זי האט זיך דארט באקענט מיט איהר שפעטעריגן מאן ר' מנחם מענדל שניאורסאן. און דער מהריי"ץ איז געווען זיייער שטארק צופרידן מיט דעם מצב. ווייל ער האט זי געראטעוועט פון פארפאללן ווערן אין שאול תחתית. וד"ל. זי האט אפילו אונטער איהר חופה גערייכערט ציגארעטלעך...! אויך איז זי נאך די חתונה נישט געגאנגען צוגעדעקט די האר ווי אן ערליכע אידישע טאכטער דארף צו גיין. ס'איז דא פיקטשערס ווי אפילו אויף איהר עלטער גייט זי מיט א האלב אויפגעדעקטן קאפ...!

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג מערץ 17, 2017 6:11 am

· #365853
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
וואס פעלט יעצט אויס צו באוואשען חיה מושקא? זי האט אויך געהאלפען דער מלאך אין זיין טעטען?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

בן אדם » פרייטאג מערץ 17, 2017 8:56 am

· #365859
ר' בערל, פריי דיך אז דו האסט נישט געוואוינט אין דעם זעלבן לאנד און דער זעלבער צייט פון חיה מושקא'ן ווייל דו ווייסט נישט צו וואלסט געווען אזוי ווי איר אדער נאך ערגער.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8