☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע

הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע

399 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4371
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8

בן אדם » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 1:33 pm

· #344255
ליטוואק פון בודאפעסט
פרעגט'ס איהם אפ, טאמער איהר קענט. אטאקיר נישט דער מענטש

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

רב שך איז געווען א פראסטער שחצן און בעל גאוה און מלא תאוות.
יעצט פרעג מעך אפ...

געוואלדיג » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 1:34 pm

· #344256
ליטוואק פון בודאפעסט
פרעגט'ס איהם אפ, טאמער איהר קענט. אטאקיר נישט דער מענטש

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk


איך וואלט איהם גערן אפגעפרעגט ווען ער שרייבט עפעס מער ספעציפיש.

תורה ומדע » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 1:38 pm

· #344257
נהורא נפישא
רבי אהרן מבעלזא, ווען ער וואלט ווען געווארן אינטערגעזוכט דורך א ספעציעליסט וואלט ער בלי ספק דיאגנאזירט געווארן מיט א געוויסע פארם פון אוטיזעם, וואוילער איד געווען, נישט געטשעפט פערזענליך קיין פליג אויף די וואנט, אבער וואס איז זיין דעה אזוי וויכטיג, זיין טאטע א גרויסע רבי, דער זון, אויסגעטאן פון די וועלט, די חסידים געווען סטאק מיט אים, אדער גאר האט די מיסטיריע גאר צוגעשפילט אלס א מעלה, פארפעלט בעיסיק סאציאלע און קומיוניקאציע סקילס, ניטאמאל געכאפט אז ער דאווענט נישט, ניטאמאל געכאפט אז ער איז נישט מקיים קיין איין מצוה כהלכה, נאר מקפיד געווען אויף צוואת רי"ח און אויף שדים ורוחות און מנהגי בעלזא.

פון אייערער ווערטער איז ניכר אז עס פעהלט אייך די בעיסיקס פונעם בעלזער רב'ס ביאגראפיע און לעבענס געשיכטע.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 1:59 pm

· #344259
מלאכה שאין צריכה לגופה

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 2:00 pm

· #344260
בן אדם
ליטוואק פון בודאפעסט
פרעגט'ס איהם אפ, טאמער איהר קענט. אטאקיר נישט דער מענטש

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

רב שך איז געווען א פראסטער שחצן און בעל גאוה און מלא תאוות.
יעצט פרעג מעך אפ...


דו דערמאנסט מיר א מעשה וואס איך האב געהאט אלס קליין אינגעל. איך בין געווען אין דער כתה וואס אין אמעריקא הייסט כתה ד' (9-10) און דער מלמד איז געווען א כלומר'שט חסידישע איד (סערעט וויזניץ). איך האב געהאט געקוקט אין א ספר ביים דאווענען (דעמאלס האט מען נישט געדאווענט אין חדר, נאר מיט די טאטע אין ביהמ"ד) און איך האב געזען א רמב"ן עה"ת. דער מלמד האט דערציילט א ווערטעל און נאכגעזאגט פונ'ם אוה"ח. איך האב געשריגען הויך אז ס'איז שטותים ווייל איך האב געהאט געזען א רמב"ן. דער מלמד האט מיר ארויסגעשיקט, און שפעטער איז ער צוגעקומען צו מיר און מיר אריינגעגעבען. וואס איז געווען זיין טענה צו מיר? ווען איך וואלט אזוי געזאגט אויף הרב שך, וואלסטו געקענט סובל זיין?
אינטרעסאנט, ער האט קיין בעסערע טענה נישט געקענט טרעפען......

בן אדם » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 2:04 pm

· #344261
אוודאי פאר דיר האט ער נישט געהאט קיין בעסערע טענה, ער האט גערעדט צו דיר דיין שפראך...

איך אויך » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 2:47 pm

· #344272
די ברייטע פלייצעס פון געוויסע פערדישע טפשים איז שטוינענד.

נהורא נפישא » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 3:14 pm

· #344273
א דאנק צו אלע מגיבים, ובפרט די וואס האבן געשריבן שטראף רייד.
צום ערשט וויל איך קלארשטעלן אז איך גיב זיך נישט אן אלס א מומחה אויף בעלזא אדער אויפן רב, איך בין ווייט פון דעם, איך שרייב נאר מפיהם ומפי כתבם און לויט מיין אויפפאסונג.
מיין נישט-ענדגילטיגע פסיכאנאליז האב איך נישט געשריבן בכוונה אז דאס זאל זיין די לעצטע ווארט, אדרבה כ'האב געוואלט מער קלארער ווערן דורכ'ן זען די פארשידענע ערליי אפענטפערונגען.
איך האב גאנץ גוט געוויסט אז די נושא איז זייער סענסעטייוו ביי א טייל, איך גלויב אז ס'איז גענוג רגיש אז מאנכע וועלן מיר אפילו חושד זיין אז איך וויל ציען אביסל אויפמערקזאמקייט דורכ'ן זיין מאדנע אויפגעקלערט, אבער דאס פארשטיין פארוואס דער ענין איז טאקע אזוי רגיש מאכט אוועק במחי יד די אלע סארט אפענטפערונגען וואס איז נישט באזירט אויף פרובירן נאך צוגיין די פאקטן, נאר מ'וויל זיך ליבערשט מבטל זיין אינגאנצען און זען די מיסטיריעס און העכערקייטן אין וואס דער געשטאלט פון רב איז איינגעהילט.
איז דאס וואס זיי שרייבן אליין די מאדנע סדר החיים פון רב אויסגעזויגן פון פינגער ?
לויט ווי איך געדענק, ואדרבה זייט מיר מעורר אויף מיינע טעותים, האט דער רב זיך געפירט מיט זייער א מאדנעם סדר החיים, לאמיר אראפברענגן טייל דערפין.
דער רב איז אין ארץ ישראל קיינמאל נישט געגאנגן אין מקוה אדער אין מרחץ, ווי אויך קיינמאל נישט געשניטן זיינע נעגל.
דאס דאווענען איז מפורסם אז ס'האט גענומען כמה רגעים
ער האט נישט מקפיד געווען אז די תפילין של ראש זאל ליגן במקום השערות
די תקיעת שופר איז נישט נאכגעקומען קיין ארטאדאקסישן סטאנדארט
ער האט נישט געמאכט קיין נענועים ביי נטילת לולב
ער האט נישט מקפיד געווען צו עסן שבת ג' סעודות
ער האט געקענט אפליגן אין בעט פאר גאנצעטע טעג און וואכן
ער האט געהאט מאדנע קפידות אויף יעדן ריר.
פארשטייט זיך אז די אקוראטקייט פון די דערמאנטע פאקטן דארף זיין מער באגרינדעט, אבער טאמער איך זאל למשל שרייבן אז די רב איז געווען א גאון הגאונים, געשריבן לומדישע הערות אויפן קצות, חכם מחוכם, איש השלם, מדקדק בהלכה, א כעריזמאטישער מענטש וכו' ברויך איך צו דעם נישט קיין שום ראיה, הלא דבר הוא.
דאס אז טשעבינער רב איז געווען א אויסטערלישער מעריץ פון רב איז א גוטע הערה (ולהעיר אז טשיבינער רב איז נישט געווארן א בעלזער חסיד ביי מהר"א) אבער ווייט פון גענוג צו פארענטפערן דעם מאדנעם סדר החיים פון רב.

טייערע ברודער » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 3:39 pm

· #344276
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
איך האב יעצט אדורך געליינט אלע 220 תגובות פון דעם אשכול און איין זאך האב איך צו זאגען: ווי גרויס דער בעלזער רב ז"ל איז געווען אדער מיט וואסצער איז געווען גרויס קען איך נישט מעסטען. איך וועל מיך פארלאזען אויפ׳ם טשעבינער רב און קלוז"ב רב וואס האבען גענומען זיין פסק הלכה ווי תורה שלמה אא"ו.
איך וועל מיך מכניע זיין צום פוסקים און מנהיגים וואס האבען איינגעזען זאכען וואס איך קען נישט.

Sent from my LG-H525n using Tapatalk

טייערע ברודער » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 3:43 pm

· #344277
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
איך מיין אויך, אז ס׳איז שווער צו זאגען אויף א צדיק אז א יעדער צוזאג זיינער איז מקויים געווארען.
1. ס׳איז נישט מסתבר.
2. דער בחירה וואלט פארלוירען געוואר׳ן.
3. דער שינאווער רב האט געזאגט אז ער קען ארויס געבען א בוך פון צוויי בענדער פון מופתים פון זיין טאטע וואס זענען נישט געלונגען.

איינער וואס פארלירט זיין אמונת חכמים פון א פלאפ פון א צוזאג, דארף איבער טראכטען זיין גאנצע אמונה.

Sent from my LG-H525n using Tapatalk

קל וחומר » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 4:35 pm

· #344280
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
קודם כל איז טשובינער רב נישט געווען קיין אפיציעלע בעלזא חסיד ער איז געווען א חסיד פונעם הוסיאטינער.
ער איז געווען מער מעריץ ווי חסיד.

בנוגע די מאדנע זאכן, קען איך דיר ברענגן רשימות פון ימי חז"ל (און אפשר פריער אויך) עד צדיקי ימינו וואס האבן געהאט מאדנע זאכן און הנהגות און (כמעט) קיינער האט נישט געטרויעט צו זאגן אז זיי זענען געווען סתם אוטיסטן וכדו' (און טאמער האט איינער יא געטרויעט האט ער עכ"פ געדארפט ווייזן זיין לייסענס אז ער פארשטייט בכלל אין די נושא און ווייסט וויזוי מ'מעסט די זאכן).

און צום לעצט וויל איך ברענגן אן אנדערען קראנקהייט וואס געוויסע האבן, נעמליך זיי זענען געקומען צום הכרה אז ברוב עמקות שכלם מוז זיין אז זיי פארשטייען צו אלעם און קענען אלעס אפטייטשן לפי עשירות דעתם.
נעמט א דוגמה בחינם:
דאס אז טשובינער רב (וכן כל גדולי דורו שהכירהו) האט אים שטארק מעריץ געווען איז א צ"ע.
אבער א ק"ש שרייבער וואס האט גאנץ א קנאפע השגה אין קדושה און ניטאמאל קען ער די מהות פונעם מדובר ער ווייסט שוין פונקטליך וואס וואו ווען. גיוו מי עה ברעיק.

(להבהרה בעלמא: איך האב גארנישט מיט בעלזא איינגעשטויסן, לא מיניה ולא מקצתיה)

מור וקציעה » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 5:42 pm

· #344284
נהורא נפישא
א דאנק צו אלע מגיבים, ובפרט די וואס האבן געשריבן שטראף רייד.
צום ערשט וויל איך קלארשטעלן אז איך גיב זיך נישט אן אלס א מומחה אויף בעלזא אדער אויפן רב, איך בין ווייט פון דעם, איך שרייב נאר מפיהם ומפי כתבם און לויט מיין אויפפאסונג.
מיין נישט-ענדגילטיגע פסיכאנאליז האב איך נישט געשריבן בכוונה אז דאס זאל זיין די לעצטע ווארט, אדרבה כ'האב געוואלט מער קלארער ווערן דורכ'ן זען די פארשידענע ערליי אפענטפערונגען.
איך האב גאנץ גוט געוויסט אז די נושא איז זייער סענסעטייוו ביי א טייל, איך גלויב אז ס'איז גענוג רגיש אז מאנכע וועלן מיר אפילו חושד זיין אז איך וויל ציען אביסל אויפמערקזאמקייט דורכ'ן זיין מאדנע אויפגעקלערט, אבער דאס פארשטיין פארוואס דער ענין איז טאקע אזוי רגיש מאכט אוועק במחי יד די אלע סארט אפענטפערונגען וואס איז נישט באזירט אויף פרובירן נאך צוגיין די פאקטן, נאר מ'וויל זיך ליבערשט מבטל זיין אינגאנצען און זען די מיסטיריעס און העכערקייטן אין וואס דער געשטאלט פון רב איז איינגעהילט.
איז דאס וואס זיי שרייבן אליין די מאדנע סדר החיים פון רב אויסגעזויגן פון פינגער ?
לויט ווי איך געדענק, ואדרבה זייט מיר מעורר אויף מיינע טעותים, האט דער רב זיך געפירט מיט זייער א מאדנעם סדר החיים, לאמיר אראפברענגן טייל דערפין.
דער רב איז אין ארץ ישראל קיינמאל נישט געגאנגן אין מקוה אדער אין מרחץ, ווי אויך קיינמאל נישט געשניטן זיינע נעגל.
דאס דאווענען איז מפורסם אז ס'האט גענומען כמה רגעים
ער האט נישט מקפיד געווען אז די תפילין של ראש זאל ליגן במקום השערות
די תקיעת שופר איז נישט נאכגעקומען קיין ארטאדאקסישן סטאנדארט
ער האט נישט געמאכט קיין נענועים ביי נטילת לולב
ער האט נישט מקפיד געווען צו עסן שבת ג' סעודות
ער האט געקענט אפליגן אין בעט פאר גאנצעטע טעג און וואכן
ער האט געהאט מאדנע קפידות אויף יעדן ריר.
פארשטייט זיך אז די אקוראטקייט פון די דערמאנטע פאקטן דארף זיין מער באגרינדעט, אבער טאמער איך זאל למשל שרייבן אז די רב איז געווען א גאון הגאונים, געשריבן לומדישע הערות אויפן קצות, חכם מחוכם, איש השלם, מדקדק בהלכה, א כעריזמאטישער מענטש וכו' ברויך איך צו דעם נישט קיין שום ראיה, הלא דבר הוא.
דאס אז טשעבינער רב איז געווען א אויסטערלישער מעריץ פון רב איז א גוטע הערה (ולהעיר אז טשיבינער רב איז נישט געווארן א בעלזער חסיד ביי מהר"א) אבער ווייט פון גענוג צו פארענטפערן דעם מאדנעם סדר החיים פון רב.


איך האב דורך געליינט אלע בענדער פון ביתו נאוה קודש פון פולאק (א איינקעל פון זיין דריטע ווייב) בצילא דמהימנותא פון ר' חיים שלמה פרידמן און נאך בעלזא ליטעראטור פון קלפהולץ און אנדערע, מה נאמר ומה נדבר, וואס נהורא זאגט איז די איינציגסטע לימוד זכות אויף דעם צעבראכענעם יוד וואס האט אזוי טראגיש פארלוירען זיינע קינדער (וואס זענען לכל הדיעות נישט געווען געזונט)
אה''נ אז ער האט שוין פארן קריג אויך געליטען פון שרעקליכע או סי די סימפטאמס ווי למשל זיך איבער וואשען צענדליגע מאל וכדומה האט אבער די שרעקליכע קריג גורם געווען אז ער איז נעבעך מער נישט געווען אויף די ריאלע וועלט נאר בגוף

פון טשעבינע רב זצ''ל איז גאר א קליינע קשיא, אזוי איז געווען במשך כל הדורות פון חסידות אז די רבי איז למעלה מהשגתינו וזהו, געב א קוק וואס טוט זיך יעצט אין שובו בנים ווי אידען כדוגמת ר' שלום ארוש זענען פארגלייבט עד הסוף וכש''כ בנידן דידן ווען מרעדט פון אזא ברענד נעים ווי ''בעלזא''


און דע אידען וואס זענען נישט אויפגעצויגען געווארען מיט פארטיישע חסידות האבען טאקע באוויינט די חורבן בשעתו,
איך האב געהערט פון עטליכע תלמידי הגרי''ץ דישונסקי זצ''ל אז ער האט בשו''א נישט געלאזט די בחורים גיין קיין קטמון אדער ת''א זאגענדיג אז ס'איז גארנישט דא דארט וואס צו זעהן
אזוי אויך האט פאסירט צו איינע פון מיינע זיידעס וואס האט אמאל אלס יונגערמאן געזאגט פאר ר' יוסף צבי אז ער גייט נעמען א ברכה פון בעלזא רב, האט ער אים געזאגט ס'איז א שאד אויף די צייט [שטייצעך ער איז סייווי געגאנגען]

לגבי די גרויסע אכזבה פון סאטמר רב אין בעלז איז וויכטיג צו געדענקען אז סאטמר רב האט זיך דעמאלטס באטראכט ווי א ברענטש פון בעלזא, ער פלעגט אלס זאגען אז מהרי''ד רוקח איז זיין וועג ווייזער אין הנהגה [אגב, אין די הספד אויף מהרי''ד האט ער געזאגט צום סוף איבער בנו מהר''א ''הניח בן גדול כמותו'' עס איז אפילו געווען געדרוקט אין חדו''ת וואס מהאט געדרוקט אין די י' יארן אבער מהאט עס שפעטער ארויסגענומען פון דברי יואל]
סאטמר רב פלעגט האבען אין יענע יארען אסאך בעלזא חסידים וואס פלעגען קומען צו זיינע טישען, דאכט זיך אז ווען די יעצטיגע רבי האט געוואוינט ביי משפחת גליק איז ער געגאנגען אין סאטמר חדר [אם טעיתי נא להעיר]

עכ''פ זיי אליין ברענגען אז מהר''א זאל האבען געזאגט אז א אות קטן אין צוואת ר''י החסיד איז ביי אים וויכטיגער ווי די עשרת הדברות צוליב חמירא סכנתא,
און ווען ער וואלט זיך ווען נאר געהאלטען ביזי מיט צוואת ר''י החסיד החרשתי, אבער ער האט נעבעך געמאכט א תורה שלימה וחדשה פון דמיונות ורוחות, ווען ממעג שטיין אדער זיצען, נישט געלאזט עפענען קיין פענצטערס, געמישט קאווע און זופ פאר שעות, נישט געלאזט וואקען אין זיין הויז נאר אויף דע פלעצער ווי די שדים געפונען זיך נישט, פון די אלע בענדער אויף קצות איז נאר געבליבען זיינע חידושים גג על גג אוף הלכות זוגות

לסיום: די אלע תרי''ג מצוות [ווי ברכת המזון שופר מגילה וכו'] וואס א יעדע איד איז מקפיד האט ער נישט גורס געווען, און אנשטאט דעם געהאט א תורה חדשה פון זוגות ושדים אויף וואס ער האט זיך מוסר נפש געווען, איינער האט א בעסערע תירוץ?


ברענג מיר נישט קיין חסידים וואס האבען אים געמאכט פאר א מלאך, ברענג מיר א רבי זעליג ראובן אדער א חזו''א וכדומה וואס קומען נישט פונם חסידישען בעקגראונד ווי בעלז האט געמיינט גאט, וואס האבען זיך גערעכנט מיט אים אדער געוואלט וויסען דעת קדשו אויף עניני ציבור ווי גיוס בנות וכדומה

נאך א מזל די היינטיגע רבי האט געכאפט די מצב און תיכף געדראפט די אבסעסיע פון שדים ורוחות, ווען נישט וואלט סקווער היינט געווען פון די לינקע אויפגעקלערטע קעגען בעלז

נהורא נפישא » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 6:00 pm

· #344285
ק"ו, דיין קנאות צו פארטיידיגן די מיסטריעזע דמות פון רב איז מורא'דיג מאדנע, דו גלויבסט מיטן גרעסטען תמימות אז דו ביזט דא מעמיד צו זיין דברים על דיוקם, ממש ס'גייט דיר בנפשך, עד כדי כך ווער ס'איז מהרהר אויף די גייסטישע צושטאנד פון רב איז גאר קראנק.
לאמיר אויסשמועסן.
ביטע ברענגט מקורות פון גדולי ישראל וואס האבן אים פערזענליך געקענט און צוגעזען זיין ווירטשאפט, און וואספארא מעלות האבן זיי געזאגט אויף אים, די מקור איז דוקא אינטערסאנט אויב ס'קומט פון די חדר פונעם גדול און נישט וואס בעלז פארקויפט.
אויב די מעלות באציט זיך אין די געביט פון פרישות דאן איז דאס זיך גארנישט סותר מיט זיין גייסטישן צושטאנד, און דאס איז טאקע מפורסם אז דער איד איז געווען א פרוש.
די עיקר הבחנה וואס איך מאך צעווישן אנדערע רביים און דער רב, וואס כאטש מ'געפינט ביי אנדערע רביים הנהגות שלא אליבא דהשולחן ערוך, לכה"פ רעדט מען פון רביים וואס מ'קען פון זיי נאכזאגן הויעכע געדאנקן און טיעפע השגות, אבער היות פון מהר"א קען מען נישט נאכזאגן קיין שום דבר חכמה אדער השגות עמוקות, ווי איידער צו זאגן אז מיטן דאווענען זאל ער חלילה האבן געווען א בועט ביהדות, וועל איך ענדרעש זאגן אז ער איז נישט געווען מיט אלעמען. ובפרט אז זיין סאציאלע התנהגות איז אויך געווען מאדנע, ווי אויך זענען זיינע מאדנע אבסעסיעס מוכיח.
און בכלל איז דען די הערצה פון די גדולי ישראל צום רב געווען מער ווי די הערצה פון היינטיגע מנהיגים אינעם חרדישן קרייז כלפי דער סקולענער רבי וואס איז א שטילע וואוילע תמימות'דיגע ערליכע איד וואס האט זיך טאקע מוסר נפש געווען אינטער די קומעניסטן, אבער צו דארף מען צולייגן אז דער סקולענער רבי שוועבט אין די הימלן , א גאון הגאונים, א חכם מחוכם, א בעל השגה, א הוגה דעות, צו וואס ברויך מען סתם אלעס איינוויקלן אין מיסטריעזיקייטן.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 6:11 pm

· #344286
איך וויל נאר מעורר זיין אז הגם מ'וועט מיר מעגליך לייגען אין איין שורה מיט נהורא נפישא, שטיי איך אין אן אנדערע פלאץ ווי איהם.

דאס הכנעה פאר א צדיק און חשיבות פאר א צדיק, איז געבויט אויף א למעשה'דיגע גאנג פון זיך אפלערנען פון צדיקים און פראבירען זיי נאבצומאכען. מ'דארף אויך ווייזען חשיבות פאר א צדיק און פראבירען אויסצוהעלפען א צדיק, וויבאלד מיט דעם ווייזט מען ערע פאר זיין מצוות און עבודות.

ווען די מערסטע פארברענטע בעלזער חסידים האבען נישט מער צו זאגען אויף איהם ווי נערישקייטען, הייסט'ס די חשיבות פאר איהם איז א חשיבות פאר נערישקייטען. טאמער די חשיבות פאר איהם איז צוליעב דער טשעבינער רב'ס מיינונג, הייסט'ס נישט מער ווי חשיבות פאר'ן טשעבינער רב, נישט בעלעזר רב.

בקיצור, בעלזער חסידים, טאמער איהר ווילט מ'זאל גלויבען גוט'ס אויפ'ן רב, זאג'זשע עפעס גוט. זאג נישט טשעבינער רב, און נישט קלויזענבורגער רבי און נישט קטמונ'ער רב. זאג א מעשה ווי ער האט עפעס אוועק געגעבען פאר א צווייטען, זאג א מעשה פון זיין הכנעה צום באשעפער. שווענד נישט די צייט אויף וויפיהל שעות ער איז געליגען אן זיך צו רירען.

נהורא נפישא » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 6:18 pm

· #344287
ליטוואק האט מורא צו שטיין אין איין שורה מיט נהורא.
איך ווייס אז איך האב יסודות'דיג דיפערענצן בכלליות, ווי אבער זענען מיר אנדרעש דא ביים בעלזער רב ?

בן אדם » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 6:32 pm

· #344288
וואס אלס האסטו געזאגט אזוי ווי ליטוואק?

איך אויך » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 6:34 pm

· #344289
סארא נארישע שקרים צו שרייבן מען גיבט א באק אפ א שקר און לייגט צו אייגענע פרשנות און האמיר פארטיגע 'היסטאריע'. אבער וואס קען מען טוהן אז מרוב סאטמארע סילופים דארף מען ספענדן צייט אפצווענדן נארישע פאנטאזיעס.

הרב דושינסקי האט כמובן שטארק געהאלטן פונעם הייליגן בעלזער רב. ידוע אז פאר מען האט געגרינדעט די בעלזער ישיבה זענען די בחורים יוצאי פולין עפי''ר געגאנגן צו ישיבת שפת אמת און די אונגארישע בחורים עפי''ר צו הרב דושינסקי אזוי אז א שיינע פאר בעלזער בחורים האבען דארט געלערנט.

איינע פון זיינע סאמע נאנסטע תלמידים איז געווען הרה''ג ר' שמען יצחק רעכניצער ע''ה (אוועק נישט לאנג צוריק ,געווען א שטארקע דייקן ואיש נאמן) אן ער האט פארציילט א גאנץ אנדערע מעשה.


הן אמת ,אז הרב דושינסקי זייענדיג א אויבערלענדער רב און ר''י האט געפירט א טייט שיפ און האט קודם נישט געהאלטן פון חסידישע מעשיות .לדוגמה אנקומען צוריק פון ת''א מאנטיג צופרי ווייל די טיש האט זיך דאן געענדיגט. זענען די בחורים די מלחמה איבערלעבער געגאנגן זיך אפרעדן צום בילגערייער רב זצ''ל און ער האט זיי געזאגט אז ער וועט מסביר זיין פאר הרב דושינסקי ווי וויכטיג עס איז פאר די צובראכענע בחורים.

דער ר''י האט מסכים געווען לדבריו נאר האט געבעטן אז די בחורים זאלן נישט ארומפעניען נאר גלייך נאך שבת צוריק אין ישיבה פון קטמון אדער ת''א. ער פלעגט אפילו געבן געלט פאר ר' שמעון יצחק זאל קענען פארען צו ת''א.


אינטרעסאנט אז פון אלע גדולים כאפסטו פונקט אן ר' זעליג ראובן (כ'מיין אז די באקאנטע ווארט אויף ובשופר גדול יתקע קומט פון עם) און דער חזון איש וואס זענען ביידע געווען שטארקע מעריצים פונעם מלאך אלקים.

איך אויך » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 6:59 pm

· #344290
סתם פאר אינטרעסאנטקייט ,ר' הערשעלע קרעטשניפער איז אויך געווען א תלמיד פון הרב דושינסקי און איך גלויב אז דו ווייסט אז ער האט זיך גענוג געדרייט אין בעלזא.

קל וחומר » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 7:09 pm

· #344291
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
נהורא טייערער,
פון דיין רעדן קוקט אויס ווי די האסט שוין געליינט אלעס וואס מ'שרייבט אויף אים און בלית ברירה ביסטו צוגעקומען צו דיינע מסקנות.

אינעם בוך 'במחיצתם' פון שלמה לורינץ ברענגט ער בשם טשובינער רב אז ער האט געזאגט אז די מהרי"ד האט באהאלטן זיין קדושה אין זיין תורה און די מהר"א האט באהאלטן זיין תורה אין זיין קדושה.
ער ברענגט דארט אויך פון הגאון ר' מאיר קרליץ האט געהערט פונעם טשובינער רב איבערן מהר"א "איך בין מעיד אז איך האב גערעדט מיט אים אין זיינע יונגע יארן אין לערנען, און ער איז געווען בקי אין גאנץ ש"ס וד' חלקי שו"ע און האט שולט געווען דערין".

ער ברענגט דארט אויך אז ער איז געווען באקאנט אלס א גאר שטארקע מדקדק במצוות.
אין ספר בקודש פנימה האט ער א גאנצע שער איבער זיינע דקדוקי הלכה עיי"ש ותמצא נחת.

בקיצור, האסט גאנץ ווייניג נאכגעקוקט איבער דעם דמות, אבער גערעדט מיט אזא פעסטקייט כאילו די ליגסט שוין דערין יארן.

וואס אביסעלע נגיעות קענען אלס נישט.

תורה ומדע » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 7:14 pm

· #344292
שלשה תשובות בדבר
ר' איסר זלמן מלצר זצ"ל האט שטארק געהאלטען פועם בעלזער רב ז"ל כידוע.
לויט די יודעי דבר איז דער בילגרייער רב, א גרויסער חכם און נבון אין זיין אייגענער רעכט, געווען בהתבטלות פאר'ן ברודער. אויב עס איז אמת ווי איהר זאגט וואלט ער געקענט פארמאכען די ברודער'ס געשעפט און עפענען אן אייגענער ביזנעס מיטן נאמען בילגוריי.
די מופתים פונעם בעלזער רב ז"ל און די אפענע רוח הקודש זענען פעסטגעשטעלט פון הונדערטער מקורות און זענען אום-פארעלעלד בימינו. דאס פארשטייט זיך טרעפט זיך נישט ביי חולי נפש ל"ע

סמבטיון » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 7:17 pm

· #344293
עס געפעלט מיר ווי מאנכע פילן פאר וויכטיג קלארצושטעלן אז הרה"ק מהר"א מבעלזא איז בעצם יא נארמאל געווען. לאיפה היגענו?

נהורא נפישא » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 7:29 pm

· #344294
בן אדם, איך זעה נישט אז ליטוואק זאל זאגן ווי מיר, אבער אז ער זאגט אז ער איז נישט מסכים צו מיר, וויל איך וויסן מיט וואס.
איך אויך, בעלזא פראפעגאנדע איז נישט מוכיח אויף גארנישט, הגם ס'פארשטייט זיך אז ס'קען זיין אמת. און וואו קומט אריין סאטמאר דא ?
די אלע וואס ברענגען פון גדולים זאלן ביטע צוצייכענען צו די ספרי תולדות פונעם גדול ווי איידער א בעלזע מקור. פון וואס ס'איז אלס ידוע, בין איך נישט באקאנט.
ק"ו, איז נישט שלמה לורנץ געווען א פאפער תלמיד ? און אלס א גרויסע אגודיסטישע פראפאגאנדיסט בוודאי געווען א דייקן ונאמן.

קל וחומר » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 7:30 pm

· #344295
נהורא,
סתם פאר אינטערסאנטקייט, וואס האלטסטע אויף ר' שלמקע זוועהילער זצ"ל?
פאר יעדע מאדנע זאך וואס מהר"א זצ"ל האט געהאט האט ער געהאט צוויי.
(פון אים איז דא אסאך מופתים פון ליטווישע עדיות, כ'בעט דיר קוק נאך פאר די עפענסט א פיסק).

קל וחומר » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 7:33 pm

· #344296
ר' מאיר קרליץ איז אויך געווען א פאפא תלמיד?
חוץ מזה פארסטע זייער ווייט, מאכסט כאילו ס'האט געפעהלט גדולים אין אגודה עכ"כ אז מ'האט געדארפט באקן מעשיות בשם אנדערע גדולים פון אגודה...

נהורא נפישא » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 7:37 pm

· #344297
איך בין נישט אזוי באקאנט מיטן דמות פון רבי שלומ'קה, אבער איך ווייס נישט וויאזוי מאיז מוכיח גדלות פון איינער אויף צווייטן.
פון רבי שלומ'קה ווייס איך אז ער האט געלעבט אין גרויס דחקות און אעפ"כ געווען א שטארקע מכניס אורח במסירת נפש, זיין מדת הרחמנות געגעבן צו עסן פאר די קעץ, געקומען פון פולין וואס ער איז דארט געווען א רבי פון חסידים, קיין ארץ ישראל בהצנע לכת.
וואס זענען די אויסטערלישע מאדנע זאכן?

מור וקציעה » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 7:40 pm

· #344298
קל וחומר

ער ברענגט דארט אויך פון הגאון ר' מאיר קרליץ האט געהערט פונעם טשובינער רב איבערן מהר"א "איך בין מעיד אז איך האב גערעדט מיט אים אין זיינע יונגע יארן אין לערנען, און ער איז געווען בקי אין גאנץ ש"ס וד' חלקי שו"ע און האט שולט געווען דערין".

מורינו הגרא''ח שטיינווארצל רב דקהל מטה אפרים העיד כמה וכמה פעמים ברבים על גיסו כ''ק האדמו''ר מסטולין שליט''א שהינו בקיא בכל מכמני התורה בנגלה ובנסתר
ער זאגט אז ער האט נאך קיינמאל נישט עפעס מחדש געווען פאר אים ווייל ער ווייסט שוין אלעס

ובלשונו: אפילו א קנייטש אין א סברא פון ר' ראובן קענסטו אים שוין נישט מחדש זיין ווייל ער האט שוין אלעס געטראכט

דון מינה ואוקי באתרה

קל וחומר » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 7:43 pm

· #344299
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
נהורא נפישא
איך בין נישט אזוי באקאנט מיטן דמות פון רבי שלומ'קה, אבער איך ווייס נישט וויאזוי מאיז מוכיח גדלות פון איינער אויף צווייטן.
פון רבי שלומ'קה ווייס איך אז ער האט געלעבט אין גרויס דחקות און אעפ"כ געווען א שטארקע מכניס אורח במסירת נפש, זיין מדת הרחמנות געגעבן צו עסן פאר די קעץ, געקומען פון פולין וואס ער איז דארט געווען א רבי פון חסידים, קיין ארץ ישראל בהצנע לכת.
וואס זענען די אויסטערלישע מאדנע זאכן?

ארומגעלאפן די טיש, מאדנע זאכן אין מקוה וכו' קוק נאך.

נהורא נפישא » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 7:48 pm

· #344300
קל וחומר
ר' מאיר קרליץ איז אויך געווען א פאפא תלמיד?
חוץ מזה פארסטע זייער ווייט, מאכסט כאילו ס'האט געפעהלט גדולים אין אגודה עכ"כ אז מ'האט געדארפט באקן מעשיות בשם אנדערע גדולים פון אגודה...

כ'מיין נישט דוקא אגודה, נאר יעדע פראפאגאנדיסט פאר א געוויסע תנועה, צו הייסט ער שלמה יאנקל געלבמאן, סענדר דייטש, שמואל שלמה טעללער, מנחם פרוש, שלמה לורנץ, פנחס פרידמן, יעקב ב. פרידמן, יהודה קרינסקי, נתי גרוסמן, ישראל פרידמן, בני רבינוביץ, שייעה וויין. טאמער די פאקטן לייגן זיך נישט אויפן שכל איז עס מיר בכלל נישט קיין פלא.

קל וחומר » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 7:50 pm

· #344301
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
אהא, פאר דעי געלט זאג שוין אז טשובינער רב האט בכלל נישט געהאלטן פון אים ושלום על ישראל.

בן אדם » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 7:51 pm

· #344302
מור וקציעה

מורינו הגרא''ח שטיינווארצל רב דקהל מטה אפרים העיד כמה וכמה פעמים ברבים על גיסו כ''ק האדמו''ר מסטולין שליט''א שהינו בקיא בכל מכמני התורה בנגלה ובנסתר
ער זאגט אז ער האט נאך קיינמאל נישט עפעס מחדש געווען פאר אים ווייל ער ווייסט שוין אלעס

ובלשונו: אפילו א קנייטש אין א סברא פון ר' ראובן קענסטו אים שוין נישט מחדש זיין ווייל ער האט שוין אלעס געטראכט

דון מינה ואוקי באתרה

און ער גלייבט טאקע זיין שוואגער??

נהורא נפישא » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 7:52 pm

· #344303
ס'קען טאקע זיין, אבער איך מיין אז טשיבינער רב'ס תלמידים און שטוב מענטשען זענען אויך מודה דערצי
אגב, וואספארא נגיעות, קלערסטו איך האב ?

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 7:55 pm

· #344304
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
הרב איסר זלמן איז געווען א גרויסע פארגינער. אז ער האט געטראפען א תרגום אין קהלת צו באררעכטען דער רבי פון טויזענטער חסידים, האט ער עס אויסגעזאגט. דער חזו"א איז סתם א שקר. ער האט נישט געקענט בעלזער רב כלל וכלל. הרב בנגיס האט סך הכל געזאגט א מליצה, נו נו. דער טשעבינער רב, זאגסט דאך, רעדט פון בצעירותו. נהורא נפישא רעדט בזקנותו. וואס איז דער קשיא? שלמה לורינץ איז, במחכת"ה גאר א קליינער פארשטייער אין מענטשען, וכידוע וואס גוטע אידען האבען זיך אויסגעדרוקט אויף זיין בוך 'והנער לא ידע מאומה'

איך טייל זיך פון נהורא נפישא אין איין זאך. ער האט געצויגען א מסקנא פון זיין טענות, איך ווייס נישט.

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

קל וחומר » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 7:58 pm

· #344305
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
אז די וועלט טיילט זיך צווישן אגודיסטן און בעלי השיטה.

וואס טוט זיך מיט ר' מאיר קרליץ, איז ער אויך געווען א פראפאגאנדיסט?

נהורא נפישא » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 7:58 pm

· #344306
מיין מסקנא איז א לימוד זכות.

קל וחומר » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 8:01 pm

· #344307
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
ליטוואק פון בודאפעסט
הרב איסר זלמן איז געווען א גרויסע פארגינער. אז ער האט געטראפען א תרגום אין קהלת צו באררעכטען דער רבי פון טויזענטער חסידים, האט ער עס אויסגעזאגט. דער חזו"א איז סתם א שקר. ער האט נישט געקענט בעלזער רב כלל וכלל. דער טשעבינער רב, זאגסט דאך, רעדט פון בצעירותו. נהורא נפישא רעדט בזקנותו. וואס איז דער קשיא?

איך טייל זיך פון נהורא נפישא אין איין זאך. ער האט געצויגען א מסקנא פון זיין טענות, איך ווייס נישט.

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

אויף דעם האסטע די צווייטע מימרא אז ער האט באהאלטן זיין תורה אין זיין קדושה.

וואס טוט זיך מיטן מאמר חז"ל מתוך שחסידים הם תורתן משתמרת?
כל זמן שמזקינים וכו'.

נהורא נפישא » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 8:02 pm

· #344308
קל וחומר
אז די וועלט טיילט זיך צווישן אגודיסטן און בעלי השיטה.

וואס טוט זיך מיט ר' מאיר קרליץ, איז ער אויך געווען א פראפאגאנדיסט?

מיש מיך נישט אויס מיט שיטה הקדושה וכו' ביי מיר איז אלעס אייניג. איבער ר' מאיר קרליץ בין איך נישט באקאנט וואס ער האט יא געזאגט אדער נישט, צו פרעגן קשיות דארף מען נישט אויסווארטן יעדע מימרא'לע וואס מ'זאגט נאך.

נהורא נפישא » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 8:03 pm

· #344309
דאס הייסט אז מהרי"ד האט נישט באהאלטן זיין תורה, טאקע געווען א ת"ח, אבער נישט געווען מפורסם אלס אויסטערלישע גאון, אזא פנים האט די מימרא.

קל וחומר » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 8:04 pm

· #344310
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
נהורא נפישא
קל וחומר
אז די וועלט טיילט זיך צווישן אגודיסטן און בעלי השיטה.

וואס טוט זיך מיט ר' מאיר קרליץ, איז ער אויך געווען א פראפאגאנדיסט?

מיש מיך נישט אויס מיט שיטה הקדושה וכו' ביי מיר איז אלעס אייניג. איבער ר' מאיר קרליץ בין איך נישט באקאנט וואס ער האט יא געזאגט אדער נישט, צו פרעגן קשיות דארף מען נישט אויסווארטן יעדע מימרא'לע וואס מ'זאגט נאך.

כעניין שאמרו, ויש לדחוק ולהקשות.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 8:07 pm

· #344312
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
קל וחומר
ליטוואק פון בודאפעסט
הרב איסר זלמן איז געווען א גרויסע פארגינער. אז ער האט געטראפען א תרגום אין קהלת צו באררעכטען דער רבי פון טויזענטער חסידים, האט ער עס אויסגעזאגט. דער חזו"א איז סתם א שקר. ער האט נישט געקענט בעלזער רב כלל וכלל. דער טשעבינער רב, זאגסט דאך, רעדט פון בצעירותו. נהורא נפישא רעדט בזקנותו. וואס איז דער קשיא?

איך טייל זיך פון נהורא נפישא אין איין זאך. ער האט געצויגען א מסקנא פון זיין טענות, איך ווייס נישט.

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

אויף דעם האסטע די צווייטע מימרא אז ער האט באהאלטן זיין תורה אין זיין קדושה.

וואס טוט זיך מיטן מאמר חז"ל מתוך שחסידים הם תורתן משתמרת?
כל זמן שמזקינים וכו'.

איך דארף נישט פארטיידיגען נהורא נפישא, נאר די הבטחות מיינען נישט אז זיי וועלען נישט קראנק ווערען

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

קל וחומר » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 8:12 pm

· #344313
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
נהורא נפישא
דאס הייסט אז מהרי"ד האט נישט באהאלטן זיין תורה, טאקע געווען א ת"ח, אבער נישט געווען מפורסם אלס אויסטערלישע גאון, אזא פנים האט די מימרא.

מ'האט אמאל געפרעגט דעם חזו"א פארוואס די חפץ חיים איז געווען באקאנט מער אלץ צדיק ווי גאון הגם וואס ער איז געווען א גאון הגאונים, האט ער געענטפערט, אלס 'רצון יראיו יעשה'. איך האב נישט גערעדט אין לערנען מיטן מהרי"ד אבער איך גלייב אז אויב טשובינער רב האט זיך אזוי אויסגעדרוקט (זייענדיג א מעריץ פון בעלזא) מסתמא האט ער געהאט א ידיעה איבער זיין גדלות בתורה ודו"ק.

שמעון וואלף » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 8:13 pm

· #344314
בן אדם
איז פארוואס איז פאר'ן רבי'ן זי"ע געגיינגען אזוי בנפשו אז דער קראנקער תם האלט נישט אזוי ווי עם??


נישט אז איך בין מסכים מיט נהורא נפישא'ס ביליגע שפראך, אבער דיין טענה איז בכלל קיין טענה נישט, ווייל למעשה האט די בעלזער רב'ס מיינונג געהאט א גרויסע השפעה ביים המון עם

סמבטיון » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 8:30 pm

· #344316
אז מען רעד פון סאקמער רב און פון בעלזער רב זי"ע, איז כדי נאכצוזאגן א ממרא וואס איך האב געהערט פון מיין פעטער וואס האט עס געהערט פון ר' איציקעל פשעווארסקער אליין, (ענק מיזן נישט גלייבן) סע געוועהן ביי א מלוה מלכה וואס ר' איציקעל האט געהאלטן אינמיטן צו דערציילן סיפורי צדיקים פונעם הייליגן בעלזער רב ז"ל, האט זיך איינער אנגעריפן מיט עפעס א מעשה פון ר' יואל, האט זיך ר' איציקעל געגעבן א ריף אן, אונז רעד מיר דא יעצט פון מלאכים נישט פון צדיקים!, ודפ"חח.

מור וקציעה » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 9:25 pm

· #344328
תורה ומדע
שלשה תשובות בדבר
ר' איסר זלמן מלצר זצ"ל האט שטארק געהאלטען פועם בעלזער רב ז"ל כידוע.
איך ווייס נישט, נו לאמיר הערן

לויט די יודעי דבר איז דער בילגרייער רב, א גרויסער חכם און נבון אין זיין אייגענער רעכט, געווען בהתבטלות פאר'ן ברודער. אויב עס איז אמת ווי איהר זאגט וואלט ער געקענט פארמאכען די ברודער'ס געשעפט און עפענען אן אייגענער ביזנעס מיטן נאמען בילגוריי.
יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס ר' אהרן גרינוואלד איז געבליבען אין פאפא ביי זיין עלטערע ברודער ר' חזקי' און האט נישט גע'עפענט אן אייגענע שול אזוי ווי דער בארא פארקער ברודער, וואס האט זיך גראדע נישט ווייניג אנגעליטען צוליב דעם חוצפה פון עפענען א שול

הרב ר' מרדכי הי''ד האט זיך אפילו אזוי צאמגעליטען יסורי איוב פון די טעראריסטען



די מופתים פונעם בעלזער רב ז"ל און די אפענע רוח הקודש זענען פעסטגעשטעלט פון הונדערטער מקורות און זענען אום-פארעלעלד בימינו. דאס פארשטייט זיך טרעפט זיך נישט ביי חולי נפש ל"ע

איך האלט נאך אינמיטען ליינען די טויזענטער מופתים פון צדיקי דורינו אין ''משה היה רועה'' פון מרן קוה''ק בעל ברך משה זצוקללה''ה און אזוי אויך די מיליאנען מופתים פון הרה''ק מהרנ''צ מבאבוב זיעוכי''א אין שלומה של מלכות, ואי''ה עוד חזון

אנדערע דא אין שטיבעל האבען שוין באהאנדעלט פארשידענע אנדערע בעלזא מופתים, ווי למשל דאס קינד וואס האט געקענט ש''ס ופוסקים אויפן לשון,


איין מופת וואס איך האב גראדע יא מברר געווען איז פון מיין באבע ע''ה בעלת העובדא

וגופא דעובדא הכי הוה, מיין עלטער זיידע איז געווען א פארברענטע בעלזע חסיד און אפילו געהאט 2 זון יושבים, בצוק העיתים אין 1942 האט ער פאר גאר גרויס געלט און מיט אומגעהויערע שוועריגקייטן באוויזען צו פארשאפען סערטיפיקאטען און וויזעס קיין א''י פאר זיך אין זיינע קינדער אויך די חתונה געהאטע ,
ער האט זיך תיכף ארויסגעלאזט אויפן וועיג און געשיקט א טעלעגראם פאר א ברכה,
ווען ער איז שוין געווען אין טערקיי האט ער ערהאלטען א טעלעגראם אז א''י איז מסוכן ברוחניות ובגשמיות, און ער זאל נישט פארען, מיין באבע האט געזאגט פאר איר טאטע אז זי פארט ווייטער קיין א''י, זי איז די איינציגסטע וואס איז איבערגעבליבען פון די גאנצע משפחה, אלע אנדערע 27 נפשות זענען נעבעך צוריקגעפארען און פארברענט געווארען

ועיין עוד כאן וכאן ומזה תקיש אל השאר

<a class="postlink" href="http://www.haaretz.com/jewish/this-day-in-jewish-history/.premium-1.632664">http://www.haaretz.com/jewish/this-day- ... m-1.632664</a>

געוואלדיג » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 9:35 pm

· #344332
קלוג וואלט געווען ווען אנשטאט צו אנהייבן מיט א זינלאזע סטעיטמענט וואלסטו גלייך אנגעהויסבן מיט דיינע הערות און מען וואלט דאבס אויסגעשמועסט אחת לאחת, און ניין איך קען נישט מסביר זיין אלע זיינע הנהגות, ווייל איינער וואס איז אינדערהיים געווען א רב אין א שטאט, און איינער וואס די צדיקים פון זיין דור האבן נאכגעזגט מקודש מקודש קען איך נישט מסביר זיין און איך האב נישט קיין קשיות כאטש איך ווייס אז איך טאר נישט נאכמאכן דעם אפטער רב'ס אכילה, דעם קאצקער'ס הסתגרות, דעם ר"ר ברוך'לס דיבורים און דעם בעלזא'רס דאווענען. וכדו'
נהורא נפישא

איז דאס וואס זיי שרייבן אליין די מאדנע סדר החיים פון רב אויסגעזויגן פון פינגער ?
לויט ווי איך געדענק, ואדרבה זייט מיר מעורר אויף מיינע טעותים, האט דער רב זיך געפירט מיט זייער א מאדנעם סדר החיים, לאמיר אראפברענגן טייל דערפין.
דער רב איז אין ארץ ישראל קיינמאל נישט געגאנגן אין מקוה אדער אין מרחץ, ווי אויך קיינמאל נישט געשניטן זיינע נעגל.


מקוה איז נישט אמת, ער איז טאקע זעלטן געגאנגען אבער יא געגאנגען מפעם לפעם, וועגן די נעגל איז מעגליך אזוי ווי ביי אסאך עלטערע אידן אז עס האט כמעט נישט געוואקסן.


נהורא נפישא
דאס דאווענען איז מפורסם אז ס'האט גענומען כמה רגעים

עס ווענד זיך, עס האט געווענליך געדויערט ווי א געהעריגע דאווענען, צומאל האט דאס געקענט דויערן זייער זייער שנעל.
נהורא נפישא
ער האט נישט מקפיד געווען אז די תפילין של ראש זאל ליגן במקום השערות

לפי ידיעתי האט שוין זיין טאטע געגאנגען אזוי און עס איז דא א מעשה וועגן דעם מיטן שינאווער.
נהורא נפישא
די תקיעת שופר איז נישט נאכגעקומען קיין ארטאדאקסישן סטאנדארט
ער האט נישט געמאכט קיין נענועים ביי נטילת לולב

ווייס איך נישט וואס דו רעדסט
נהורא נפישא
ער האט נישט מקפיד געווען צו עסן שבת ג' סעודות

סתם שטותים, עס שטאמט פון וואו עס שטאמט דיין נעקסטע זאך, עס איז געווען איינמאל ביי מלחמת סיני ווען ער איז געווען בדבקות באלד דריי טעג אין א ציה אז ער האט זיך נישט געוואשן, אבער צוזאמען מיט דעם פארצייל די גאנצע מעשה אז יענע דריי טעג איז ער גלעגן מיט די קאפ אויפגעהויבן ווייל ער האט אנגעהאט די שטריימל און אזוי האט ער געלעגן, און גראדע האבן די גבאים אריינגעשיקט איינע פוון די גרויסע תלמידים צו רעדן צו איהם, איך וועל נאכקוקן די מעשה.
נהורא נפישא
ער האט געקענט אפליגן אין בעט פאר גאנצעטע טעג און וואכן

פאר די געלט קענסטו שוין זאגן יארן...., איינמאל געווען אפאר טעג, און יענע מין ליגן וואלט איך געוואונטשן פאר מיינע שונאים.
נהורא נפישא
ער האט געהאט מאדנע קפידות אויף יעדן ריר.

יעדע ריר האט געהאט א ענין און א סיבה און פאר זיך האט ער געהאט א געוואלד מיט קפידות, כאטש וואס פאר אנדערע פלעגט ער היבש מקיל זיין.
נהורא נפישא
פארשטייט זיך אז די אקוראטקייט פון די דערמאנטע פאקטן דארף זיין מער באגרינדעט, אבער טאמער איך זאל למשל שרייבן אז די רב איז געווען א גאון הגאונים, געשריבן לומדישע הערות אויפן קצות, חכם מחוכם, איש השלם, מדקדק בהלכה, א כעריזמאטישער מענטש וכו' ברויך איך צו דעם נישט קיין שום ראיה, הלא דבר הוא.
דאס אז טשעבינער רב איז געווען א אויסטערלישער מעריץ פון רב איז א גוטע הערה (ולהעיר אז טשיבינער רב איז נישט געווארן א בעלזער חסיד ביי מהר"א) אבער ווייט פון גענוג צו פארענטפערן דעם מאדנעם סדר החיים פון רב.


צו קלארער שטעלן, און צו ענטפערן די אנדערע דברי שטות פון מור וקציעה לאמיר ענטפערן אין קורצן, איך קעןו פערזענליך כמה וכמה תלמידים פון הרב דושינסקיא וואס זענען געפארן כסדר צום בעלזער רב און געווען חסידים און ער האט זיי מעודד געווען צו טוהן דאס און געהאלטן פון איהם זייער חשוב עס איז נישט ווייניגער פון שקר דאס וואס דו זאגסט נאך בשמו, די זעלבע איז מיט די שדים וחורות וואס דו האסט ממציא געווען אין דיין מוח, יא ער איז געגע=אנגען אין זיין הויז נאר וואו ער האט געדארפט אזוי אז עס איז אויסגעקומען אז אין רוב שטוב האט ער קיינמאל אריינגטראטן, אבער שדים ורוחות האסטו אליין מחדש געווען ווי דער סטאלינער שרף, ער האט געלאזט וואקן אין זיין הויז אין יעדע ווינקל נישט עפענען די פענסטערס האט ער שוין אין בעלזא אינדערבהיים געטוהן און האט אויך גארנישט געהאט מיט שדים דו מאכסט א ערנסטע קוגל נאר מיט א נישט גוטן טעם, מישן זופ פאר שעות איז אויך א חידוש פון דיין געלונגע מוח, און דיין סיום איז אזוי חשוב ווי דין פתיחה.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 9:38 pm

· #344334
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
ביסט א געוואלדיגע לץ. האסט באשטעטיגט יעדעס ווארט פון נהורא נפישא, מיט אן אנשטעל כאילו דו האלטסט אנדעריש פון איהם!

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

איך אויך » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 9:40 pm

· #344335
גיי פארשטיי א ליטווישע דרייקאפ.

געוואלדיג » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 9:40 pm

· #344336
מיט אזא באשטעטיגונג קענסטו זאגן אז הילרערי סופארט טראמפ פאר פרעזידענט

בן אדם » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 9:49 pm

· #344338
×

מור וקציעה » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 9:54 pm

· #344341
הער אויס ס'איז מיר נישט נוגע למעשה, איך טענה זיך נאר מיט מענטשען וואס נעמען נישט זאכען פערזענליך און איך זעה אז טייל חברים נעמען עס אביסעל צו ערענסט איז שטעל איך מיך אפ דא, וכאן עמד הקנה

נהורא נפישא » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 10:18 pm

· #344342
רבותי, כ'האב געוויסט אז ס'איז א סענסעטיווער נושא, כ'האב אבער נישט געוויסט ווי ווייט ס'טוט אפעקטירן אנדערע מענטשן'ס געוויסן אז ממש מ'גייט ארויס פון די כלים, כ'האב געברענגט קושיות, טייל זענען מודה אז ס'איז קושיות, נאר מ'טאר נישט פרעגן.
אהוביי וידידיי איך האב נישט קיין שום נגיעות אדער א תאוה פון נצחון, פון מיר אויס בין איך אייניג באקוועם אויב ס'וועט ווערן נארמעלאזירט זיין געשטאלט אין מיינע אויגן, אזוי צו אזוי טוט דאס נישט אפעקטירן כן כי הוא זה אין מיין פערזענליכן לעבן, פון די אנדערע זייט זע איך אז אנדערע האבן שוין אפגעמאכט זייער מיינונג בכל אופן, און ס'עסט זיי אויב איינער קלערט פון האלטן אנדרעש, מיין איך אז איך וועל זיך דא אפשטעלן.
איך בעט נאר אז קיינער זאל נישט צענזורירן, איך האב נישט געשריבן קיין שום פרעכע ליגענטס, כ'האב געהאלטן די דיסקוסיע ציוויל, ויראה הקהל וישפוט.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8