פארוואס גלייבסטו?
205 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4049
@קול דודי
דו פרעגסט גאר גוט. אבער ווי איך האב שוין אויבן ערווענט, אמונה/גלייבן איז א פאקט. איך גלייב אזוי. יעצט קענסטו מיך אויף ווייזן אז איך גלייב אין א ראנג זאך און אויב וועל איך ווערן קאנווינסד אז דו ביזט גערעכט וועל איך דעמאלטס אויפהערן צו גלייבן. פונקט ווי איך האב געגלייבט אז א פארטיקל נעמט נישט אויף קיין פלאץ בוז מען האט מיר אויפגעוויזן פארקערט.
איך גלייב וואס איך גלייב. יעצט אז דו ווילסט פארשטיין פארוואס איך גלייב עס, דא בין איך מסביר ווי אזוי איך בין צוגעקומען צו ווערן א גלייבער, צו דורך אינטואישן אדער אנדערע הסברים. אויב אבער ווילסטו דיך טענה'ן אז מיין גלויבונג איז ראנג, וועסטו מיך מוזן קאנווינסן. און אויב וויל איך דיר אויפווייזן אז דו ביסט ראנג, דאן מוז איך דיר אויפווייזן.
@הוגה, טראכט גוט וואס דו זאגסט
הוגהפונקט ווי איך האב געגלייבט אז א פארטיקל נעמט נישט אויף קיין פלאץ בוז מען האט מיר אויפגעוויזן פארקערט.
דו האסט געגלייבט? אדער מ'האט דיר אויפגעוויזן?.. אוודאי אויפגעוויזן.
אויפווייזן דארף מען ווען די פאקט ווייזט ביז היינט - פארקערט.
אויב אבער איז עס נאר אז דו "גלייבסט" דאן ווער האט דיר איינגערעדט אז ביסט גערעכט אין די פערסט פלעיס?
------
כ'ווייס נישט פארוואס מ'דארף עס אזויפיהל מאל איבערחזר'ן. אבער מיין אינטועישן זאגט נאכאלץ כ'זאל עס ווידערהאלן.
ווער זאגט טאקע אז איך בין גערעכט? און ווער זאגט אז איך בין נישט גערעכט? למעשה גלייב איך אזוי. איך האב נישט מחליט געווען אזוי צו גלייבן, מען קען נישט מחליט זיין צו גלייבן. גלייבן איז א פאקט! און די איינציגסטע וועג ווי אזוי דו קענסט מיר מאכן אויף הערן צו גלייבן איז אויב דו וועסט מטיל ספק זיין אין מיין גלויבן. פאר דעם זאג איך אז די עול מיר צו קאנווינסן ליגט אויף דיר.
לאמיך דיר פרעגן עפעס.
ווען דו גלייבסט אז ס'באהאלט זיך אויס א דאָגי אין דיין קלאַזעט, איז עס א פאקט? ווילאנג מ'עפענט נישט דעם קלאזעט?
און אויב לייגט מען צו דעם אויער צום קלאזעט, און מ'הערט נישט ארויס קיין מוק, מ'ווארט אפאר טאג, און גארנישט שפרינגט נישט ארויס פון דארט. קען זיין, אז יעצט לייגט זיך מער אויפ'ן שכל אז ס'געפינט זיך נישט קיין דאגי דארט?
און דיין איינגערעדטע "פאקט" וועט אביסל פארלירן פאקטישקייט?
(איך שפיר מיך יעצט ווי א געהעריגע דאגי)
זייער שיין, הוגה, און א עקסטערע דאנק פאר'ן ברענגן פון
מורי ורבי, עטרת תפארת ישראל, ר' חיים שלום דייטש, האסט מיר דערווארעמט דאס הארץ...
איך דערמאן זיך יעצט ווי ער האט אמאל גערעדט בערך די נקודה פון לעיקוואד לגבי די צוזאמענארבעט פון שכל מיט אמונה - ווי זיי זענען נישט קיין סתירה, און אז די עיקר טענה אויפ'ן בעל התניא איז געווען אז עס וועט מגרע זיין אין אמונה, ולמעשה האבן חסידי חב"ד געהאט פון די גרעסטע דאזע'ס אין אמונה פשוטה וכו'.
ער אליין איז טאקע א חידוש אין די נקודה, מצד אחד גאר א שטארקער פסיכאלאג און גאנץ א פיינער פילאזאף, און פון די אנדערע זייט שפיץ אמונה און תמימות, זעהט אויס אז יש בו מדעת רבו השביעי...
טאמבל סאסלאמיך דיר פרעגן עפעס.
ווען דו גלייבסט אז ס'באהאלט זיך אויס א דאָגי אין דיין קלאַזעט, איז עס א פאקט? ווילאנג מ'עפענט נישט דעם קלאזעט?
און אויב לייגט מען צו דעם אויער צום קלאזעט, און מ'הערט נישט ארויס קיין מוק, מ'ווארט אפאר טאג, און גארנישט שפרינגט נישט ארויס פון דארט. קען זיין, אז יעצט לייגט זיך מער אויפ'ן שכל אז ס'געפינט זיך נישט קיין דאגי דארט?
און דיין איינגערעדטע "פאקט" וועט אביסל פארלירן פאקטישקייט?
(איך שפיר מיך יעצט ווי א געהעריגע דאגי)
אנטשולדיגט אבער קען זיין אז איך האב מיך נישט קלאר ערקלערט. איך האב געמיינט צו זאגן אז עס איז א פאקט אז איך גלייב אזוי, נישט אז עס איז א פאקט אז וואס איך גלייב איז אמת. יעצט פארשטייט איר מיך שוין בעסער?
קול דודיאסאך האבן דא ארויסגעברענגט אז זייער אמונה איז געבויט אויף געפיל, אדער אינטועשע"ן בלע"ז, עכ"פ למחצה לשליש ולרבוע. האב איך אזא קשיא:
זינט ווען איז אינטועשע"ן א פארלעסליכע עדות אויף וויאזוי די וועלט ארבעט? דער אינטועשען איז דאך א באוויסטע שקרן, א דבר שחותמו שקר וכל כולו הבל ורעות רוח ווען עס קומט צו דעם! וואס זאגט אינטועשען, וואס פאלט שנעלער, א שווערע זאך אדער א לייכטע זאך? וואס זאגט אינטועשען, קען זיין א פארטיקל וואס נעמט נישט אויף קיין פלאץ? וואס זאגט אינטועשען, קען עפעס זיין אויף צוויי פלעצער אוף איינמאל?
נו, אז דער חברה'מאן איז אזא ליגנער אויף דברים שעומדין להתגלות, כל שכן וכש"כ אז ס'איז א ליגנער אויף דברים העומדים ברומו של עולם! פון וואנעט דער טראסט אין אינטועשען??
וממקום שבאת. אזוי לאנג ווי מיר האבן נישט עקספערימענטירט און געזען אז א פארטיקל קען עקזיסטירן דא און דארט אין די זעלבע צייט האבן מיר דאס טאקע נישט געגלייבט, און דאס איז געווען די קלוגסטע זאך צו טון דעמאלט. דוכט זיך מיר אז דער מלך החכמים אלבערט איינשטיין האט אויך נישט געוואלט שלום מאכן דערמיט ביז דער אמת האט אים געפאטשט אין פנים. הוא הדין כאן, אויב מיר וואלטן געקענט עקספערימענטירן און זען אז גאט עקזיסטירט נישט אדער אז דער מענטש וואס האבן געשריבן די תורה איז נישט געווען אינספייערד פון געטליכע מקורות (אינטואישענס?), איז די נארמאלסטע זאך צו נאכגיין די אינטואישען. אויב דער שכל זאגט אז גאט שטייט אונטער די בריאה קענען מיר דאס אקצעפטירן אזוי לאנג ווי מיר האבן נישט קיין ראיה דמוכח אויף פארקערט.
----
הגה: איך זע אז הוגה זאגט שוין די זעלבע נקודה.
איך זע אז מען נוצט דא אסאך מאל אינטואישען און געפילן אלס עקסטשעינדזשעבל טערמינען. איך מיין אז דאס זענען צוויי גענצליך באזונדערע סוגיות. א געפיל איז אמת בלויז אין דעם סאביעקטיוון זין, נישט ווייל עס זאגט עפעס אן אמת'ע אביעקטיווע פאקט. למשל, אויב איך שפיר אז קול דודי האט מיך יעצט שרעקליך בא'עולה'ט פאר'ן זאגן אז מיין אינטואישען קען מיר פארפירן, איז דאס נאר לעגיטים אין מיין סאביעקטיווע ווינקל, איך שפיר בא'עולה'ט. דאס מיינט אבער נישט אז וואס קול דודי האט געטון איז אן אמת'ע עולה פון אן אביעקטיוון שטאנדפונקט. אדרבה, רוב מאל זענען געפילן זייער אומלאגיש און אומראציאנעל און נישט אביעקטיוולי רעאליסטיש.
אינטואישען, פון די צווייטע זייט, איז א געוויסע הבנה וואס דער שכל זאגט. למשל, אינטואישען זאגט מיר אז עס זענען דא חוקי הטבע, כאטש וואס ווי ווייט איך ווייס האט נאך קיינער נישט געזען די חוקי הטבע און עס געהאלטן אין זיין האנט. נאר פון אזויפיל זען אז די בריאה ביהעיווט אין א געוויסע סדר קענען מיר רואיג אננעמען אז ס'איז דא געזעצן אין די טבע. דאס איז זייער א שטארקע אינטואישען וואס כמעט קיינער איז נישט מסופק דערין אויסער אן עקסטרעמער סקעפטיק. עס זענען אבער אויך דא שוואכערע אינטואישענס וואס טראגן אויך א געוויכט ביי ראציאנעלע מענטשן. איינער פון זיי איז דער אינטואישען פון שפירן געטליכקייט אין די בריאה. איך זע נישט פארוואס דאס זאל נישט זיין א לעגיטימע וועג פון וויסן דעם אביעקטיוון אמת.
און צו די אלע וואס קענען נישט פארשטיין פארוואס מענטשן טראסטן זייער אינטואישען, וועל איך ציטירן א שטיקל וואס כ'האב נעכטן געליינט אין די
ניו יארק טיימס, גענומען פון א נייע פאפולער סייענס בוך:
“More than 20 percent of Einstein’s original papers contain mistakes of some sort,” Livio writes. “In several cases, even though he made mistakes along the way, the final result is still correct. This is often the hallmark of great theorists: They are guided by intuition more than by formalism.”
יאיר איינער פון זיי איז דער אינטואישען פון שפירן געטליכקייט אין די בריאה. איך זע נישט פארוואס דאס זאל נישט זיין א לעגיטימע וועג פון וויסן דעם אביעקטיוון אמת.
ווען איינער האט א "אינטואישן" אז זיין רבי איז די גרעסטע צדיק, הייבסטו הענט? איז וואר?
איינשטיין האט געהאט די בעסטע אינטאישען קאאינסידענטלי האט ער די בעסטע פארשטאנן די נושא.
די אינטאישן נעמט זיך פון אסאך לאגיק און שכל.
אזוי ווי א ביזניס מאן זאגט דיר די דיעל שמעק מיר נישט. ווייל ער האט שוין געזען אסאך דיעלס במילא כאפט ער גוט וואס טוט זיך אפי' ער קען דיר נישט אנווייזען פונקטלעך וואס טויג נישט.
כנולד ועוד,
צו פארגלייכן איינשטיינס אינטואישן און די מסקנה אז עס איז דא חוקי הטבע מיט פילן געטליכקייט, איז ממש SAD.
ממרום שלח אשיאיר איינער פון זיי איז דער אינטואישען פון שפירן געטליכקייט אין די בריאה. איך זע נישט פארוואס דאס זאל נישט זיין א לעגיטימע וועג פון וויסן דעם אביעקטיוון אמת.
ווען איינער האט א "אינטואישן" אז זיין רבי איז די גרעסטע צדיק, הייבסטו הענט? איז וואר?
איך וועל נישט הייבן הענט, איך וועל אים פרעגן וואו גענוי ער שפירט דאס, און דערנאך וועל איך אים פרעגן אן עקזעמפל וואס מאכט אים טראכטן אז זיין רבי איז דער גרעסטער צדיק. אויב זיין ענטפער וועט זיין אז ווייל ער נעמט קוויטלעך און ער פאטשט מיט די הענט, דאן וועל איך אים פרעגן אויב ער האט די זעלבע אינטואישען ביי אנדערע רבי'ס וואס נעמען אויך קוויטלעך. אויב נישט, דעמאלט וועל איך אים זאגן אז איך האב א ראיה חותכת אז זיין אינטואישען פארפירט אים, און ער זאל בעסער גלייבן זיין לאגיק ווי זיין אינטואישען במקום וואס די צוויי זענען זיך סותר.
נולד מאוחראיינשטיין האט געהאט די בעסטע אינטאישען קאאינסידענטלי האט ער די בעסטע פארשטאנן די נושא.
די אינטאישן נעמט זיך פון אסאך לאגיק און שכל.
אזוי ווי א ביזניס מאן זאגט דיר די דיעל שמעק מיר נישט. ווייל ער האט שוין געזען אסאך דיעלס במילא כאפט ער גוט וואס טוט זיך אפי' ער קען דיר נישט אנווייזען פונקטלעך וואס טויג נישט.
איז וואס איז דיין טענה, אז די גאנצע וועלט זאל יעצט אנהייבן טראסטן איינשטיין'ס אינטואישען ווייל ער האט געהאט די בעסטע אינטואישען?
ממרום שלח אשכנולד ועוד,
צו פארגלייכן איינשטיינס אינטואישן און די מסקנה אז עס איז דא חוקי הטבע מיט פילן געטליכקייט, איז ממש SAD.
קודם כל, איך האב נישט פארגליכן, איך האב עס נאר געשריבן בכלליות אויף אינטואישען אז עס קען טאקע פארפירן אבער עס קען אויך גאר גוט צוטרעפן צו אמת'ע מסקנות. צווייטנס, עס ווענדט זיך וואס דו רופסט 'פילן געטליכקייט'. ביי מיר איז דאס אליין אז איך שפיר אז ס'איז ראנג צו הרג'ענען א מענטש גענוג אויף צו זען געטליכקייט.
האסט עפעס וואס מאך דיר טראכטן אז דיין הרגשה נישט צי הרגנן א צוויטען איז עפעס מער ווי חינוך?
ווי'אס האט דאס מיט גאטלעכקייט. ווען די וואקסט אויף רין א פלאץ ווי מהרגט וואלסטו געשפיערט פארקערט.
יאירנולד מאוחראיינשטיין האט געהאט די בעסטע אינטאישען קאאינסידענטלי האט ער די בעסטע פארשטאנן די נושא.
די אינטאישן נעמט זיך פון אסאך לאגיק און שכל.
אזוי ווי א ביזניס מאן זאגט דיר די דיעל שמעק מיר נישט. ווייל ער האט שוין געזען אסאך דיעלס במילא כאפט ער גוט וואס טוט זיך אפי' ער קען דיר נישט אנווייזען פונקטלעך וואס טויג נישט.
איז וואס איז דיין טענה, אז די גאנצע וועלט זאל יעצט אנהייבן טראסטן איינשטיין'ס אינטואישען ווייל ער האט געהאט די בעסטע אינטואישען?
סארי כווייס אליינס נישט פונקטלעך.
נולד מאוחרהאסט עפעס וואס מאך דיר טראכטן אז דיין הרגשה נישט צי הרגנן א צוויטען איז עפעס מער ווי חינוך?
יא, איך האב עטליכע סיבות אזוי צו טראכטן. ערשטנס, ווייל איך האב שוין היבש פון מיין חינוך ב"ה אויסגעראטן, און דאס נישט וועלן הרג'ענען מענטשן איז מיר עפעס נישט געלונגען אויסצוראטן. אדרבה, איך מיין אז איך בין געווארן מער מאראליש מיט די יארן. צווייטנס, איך זע אז דאס איז א יוניווערסיאלע חינוך, פאר סאם ריזאן גלייבן אלע ראציאנעלע מענטשן אז מ'טאר נישט הרג'ענען א צווייטן, צוליב סיי וואספארא סיבה. און אפילו די וואס הרג'ענען יא, וועלן דאס כמעט אייביג בארעכטיגן צוליב עפעס א פארדרייטע סיבה. זיי וועלן נישט זאגן אז זיי זעען פשוט נישט קיין שום סיבה נישט צו הרג'ענען. דאס מאכט מיר טראכטן אז ס'איז יש דברים בגו. דריטנס, ס'איז נישט נאר הרג'ענען מענטשן, ס'איז דא א כלליות'דיגע מאראל וואס הערשט אין די בריאה, וואו מענטשן ווילן בדרך כלל אויפטון גוטס אנשטאט שלעכטס, דאס צייגט אויף עפעס אן איינגעבויטע סיסטעם אין די בריאה וואס נייגט צו גוטס מער ווי צו שלעכטס. איך רוף דעם סיסטעם: 'גאט'.
אפי' אויב די סיבה פארוואס סהערשט א מאראלישע סיסטים אויף די וועלט איז ווייל יעדער האט מורא פון די תוצאות פון די לעבען אן א מאראלישע סיסטעם. סהייסט אז די האמענס האבן שכלדיג אויסגערעכנט אז קיינער הרגט נישט קיינעם איז בעסט פאר מיך.
וואלסט עס נאך אלץ גערופען גאט?
דרך אגב וואס איז דיחן הרגשה אויף הרגנן א פליג און א הערש?
ווען מאראל וואלט געווען פשוט וויייל ס'לוינט זיך מיר, דעמאלט וואלט איך עס נישט אנגערופן גאט. אבער איך זע נישט ווי אזוי דער טעאריע שטימט מיט דער מציאות. גיי פרעג יעדן נארמאלן מענטש אויב ער קען באשטיין צו הרג'ענען א מענטש און צו'גנב'ען זיינע הונדערט דאלער אין א פאל וואס ער וועט זיכער נישט שאדן האבן דערפון.
דיין צווייטע שאלה פארשטיי איך נישט.
נולד מאוחריאירנולד מאוחראיינשטיין האט געהאט די בעסטע אינטאישען קאאינסידענטלי האט ער די בעסטע פארשטאנן די נושא.
די אינטאישן נעמט זיך פון אסאך לאגיק און שכל.
אזוי ווי א ביזניס מאן זאגט דיר די דיעל שמעק מיר נישט. ווייל ער האט שוין געזען אסאך דיעלס במילא כאפט ער גוט וואס טוט זיך אפי' ער קען דיר נישט אנווייזען פונקטלעך וואס טויג נישט.
איז וואס איז דיין טענה, אז די גאנצע וועלט זאל יעצט אנהייבן טראסטן איינשטיין'ס אינטואישען ווייל ער האט געהאט די בעסטע אינטואישען?
סארי כווייס אליינס נישט פונקטלעך.
העי, העי, נולד, איך האב דיר געגעבן א לייק, האסט גוט אנגעהויבן, פארוואס טשיקענסטו ארויס דערנאך?
דו האסט געהאט דא גאר א גוטע אינטואישן, דיין פוינט איז גוט, אבער די קענסט נישט געהעריג ווייטער פארמיולירן די המשך, וועל איך גיין ווייטער דערמיט.
יאיר, קיינער זאגט נישט אז מען זאל טראסטן איינשטיין, אדרבא, מען האט אים נישט געטראסט ביז מען האט אלעס געפראווד, ווייל "אינטואישן" "גלייבט" מען נישט.
נולד זאגט א צווייטע זאך, דאס אז איינשטיינס אינטואישן האט זיך לסוף אויסגעשטעלט ריכטיג, האט א סיבה, ווייל אז מען איז באהאווענט שטארק אין א נושא, האט מען אמאל א אינטואישן וואס מען קען נישט פונקטליך מסביר זיין, און אפטמאל איז די אינטואישן גערעכט. נישט ווייל א מענטש קען וויסן זאכן אן לאגיק, נאר די מח שטעלט צוזאם א בילד באזירט אויף שטיקלעך אינפארמאציע, אפילו עס איז פעלערהאפטיג, עס איז נאכנישט דא אלע שטיקלעך, הייבט מען אן צו באקןמען א בילד צו זען די ריכטונג וויאזוי די זאך פארט, און דאס איז אמאל גענוג אז די מסקנה זאל זיין אמת.
אבער ביים שפירן געטליכקייט איז בכלל נישט שייך די גאנצע זאך, עס איז נישט קיין זאך וואס האט מיט לאגיק, ממילא איז עס בלויז פילינגס, ופשוט הוא.
און נאכאמאל, קיינער האט נישט "געגלייבט" איינשטיין, ווייל אינטואישענס גלייבט מען נישט. עס איז בלויז געלונגען אז די אינטואישן האט זיך אויסגעשטעלט ריכטיג!
מיין צווייטע שאלה, מענטשען הרג'נען קליינע שרצים אבער ווען ס'קומט צי א גרויסע הערש פילט מען שלעכט.
שכל'דיג זעה איך נישט קיין גרויסע חילוק. אלא מאי סאיז געוואוינהייט. מוריטשקעס האסטו געזען דיין טאטן הרג'נען, שפירסטו נישט אז עפעס איז ראנג. הערשן בערן לייבן מענטשען האט דיין טאטע קיינמאל נישט גע'הרג'ט, שפירסט אז ס'איז אן עוולה. כ'געדענק כ'האב אמאל גע'הרג'ט א קאץ, אוי האב איך געפילט גילטי. א מאסקיטא, מהכי תיתי.
ממרום האקט 2:15 באנאכט.
ממרום די סיבה פארוואס איך האב ציריק געצויגען איז ווייל אויבן האבן חברה געשריבן אז די אינטאישן תורה הייבט זיך טאקע אן מיט שכל. סא איז דאס טאקע ממש אזוי איינשטיין משל .
ממרום שלח אשיאיר, קיינער זאגט נישט אז מען זאל טראסטן איינשטיין, אדרבא, מען האט אים נישט געטראסט ביז מען האט אלעס געפראווד, ווייל "אינטואישן" "גלייבט" מען נישט.
נולד זאגט א צווייטע זאך, דאס אז איינשטיינס אינטואישן האט זיך לסוף אויסגעשטעלט ריכטיג, האט א סיבה, ווייל אז מען איז באהאווענט שטארק אין א נושא, האט מען אמאל א אינטואישן וואס מען קען נישט פונקטליך מסביר זיין, און אפטמאל איז די אינטואישן גערעכט. נישט ווייל א מענטש קען וויסן זאכן אן לאגיק, נאר די מח שטעלט צוזאם א בילד באזירט אויף שטיקלעך אינפארמאציע, אפילו עס איז פעלערהאפטיג, עס איז נאכנישט דא אלע שטיקלעך, הייבט מען אן צו באקןמען א געפיל צו זען די ריכטונג וויאזוי די זאך פארט, און דאס איז אמאל גענוג אז די מסקנה זאל זיין אמת.
אבער ביים שפירן געטליכקייט איז בכלל נישט שייך די גאנצע זאך, עס איז נישט קיין זאך וואס האט מיט לאגיק, ממילא איז עס בלויז פילינגס, ופשוט הוא.
און נאכאמאל, קיינער האט נישט "געגלייבט" איינשטיין, ווייל אינטואישענס גלייבט מען נישט. עס איז בלויז געלונגען אז די אינטואישן האט זיך אויסגעשטעלט ריכטיג!
האסט גוט ארויסגעברענגט ווי אזוי אינטואישען ארבעט. יעצט, טאמער איך זאג דיר אז איך האב געטון די זעלבע זאך לגבי גאט, איך האב דורכגעטון די צדדים לכאן ולכאן, איך האב גוט אריינגעטראכט אין די נושא, און למעשה שפיר איך אז מיין הארץ איז נוטה צו איין ריכטונג, כאטש איך האב נישט קיין סטריקטלי לאגישע ראיות, פארוואס זאל איך עס נישט אננעמען?
איך זוך נישט קיינעם צו קאנווינסן אז ער זאל גלייבן מיינע אינטואישענס, איך זאג נאר אז יעדער מענטש פאר זיך קען גלייבן זיינע אינטואישענס און עס טראסטן, אזוי ווי איינשטיין האט געגלייבט זיינע אינטואישענס און רוב מאל האט ער נישט חרטה געהאט.
נולד מאוחרמיין צווייטע שאלה, מענטשען הרג'נען קליינע שרצים אבער ווען ס'קומט צי א גרויסע הערש פילט מען שלעכט.
שכל'דיג זעה איך נישט קיין גרויסע חילוק. אלא מאי סאיז געוואוינהייט. מוריטשקעס האסטו געזען דיין טאטן הרג'נען, שפירסטו נישט אז עפעס איז ראנג. הערשן בערן לייבן מענטשען האט דיין טאטע קיינמאל נישט גע'הרג'ט, שפירסט אז ס'איז אן עוולה. כ'געדענק כ'האב אמאל גע'הרג'ט א קאץ, אוי האב איך געפילט גילטי. א מאסקיטא, מהכי תיתי.
ווייל אין א גרויסע הערש זעען מיר פיל לעבעדיגער די בריאה און עס ווערן ערוועקט אונזערע מאראלישע געפילן וואס מיר האבן צו די בריאה. איך וואלט געזאגט אז די סיבה פארוואס מענטשן שפירן גילטי ביים הרג'ענען רוב באשעפענישן אויסער געציילטע, איז וויבאלד ביי די געציילטע האבן זיי אויסגעריסן די געפילן, ווייל זיי זענען געוואוינט עס צו הרג'ענען ווען עס שטערט זיי (און מיט רעכט). אבער וואס דארפן מיר גיין אזוי ווייט, לאמיר דיר פרעגן בכלליות, איז בויען בעסער ווי צואווארפן? איז לעבן (בדרך כלל) בעסער ווי טויט? איז טון גוטס בעסער ווי טון שלעכטס? אויב דו ענטפערסט יא אויף די פראגעס, האסטו געפעסט די מאראל טעסט, און גאט ליגט ביי דיר אין הארץ, אויסער אויב דו גיבסט מיר א ריינע לאגישע סיבה פארוואס דו ענטפערסט יא.
כוועל דיר מודה זיין אז כהאב אויך די אינאטאישן אז לעבן איז בעסער ווי טויט און בויען איז בעסער ווי חרוב מאכן. שכלדיג זע איך סאיז בכלל נישט מוכרח אדער גאר פארקערט.
פון זיי געפילען נעמען זיך בין איך נישט קלאר. די זאגסט אז מיטן זיין אקעי ביים הרגנן א פליג האט מען אויסגעריסען די עכטע הרגישים און איך זאג אז די שלעכטע הרגשה ביים הרגנן א ציגעלע קומט פון חינוך.
באט איי געט יאר פוינט.
יאירלאמיר דיר פרעגן בכלליות, איז בויען בעסער ווי צואווארפן? איז לעבן (בדרך כלל) בעסער ווי טויט? איז טון גוטס בעסער ווי טון שלעכטס? אויב דו ענטפערסט יא אויף די פראגעס, האסטו געפעסט די מאראל טעסט, און גאט ליגט ביי דיר אין הארץ, אויסער אויב דו גיבסט מיר א ריינע לאגישע סיבה פארוואס דו ענטפערסט יא.
וואס זאגן די אטאיסטן
יאיר
האסט גוט ארויסגעברענגט ווי אזוי אינטואישען ארבעט. יעצט, טאמער איך זאג דיר אז איך האב געטון די זעלבע זאך לגבי גאט, איך האב דורכגעטון די צדדים לכאן ולכאן, איך האב גוט אריינגעטראכט אין די נושא, און למעשה שפיר איך אז מיין הארץ איז נוטה צו איין ריכטונג, כאטש איך האב נישט קיין סטריקטלי לאגישע ראיות, פארוואס זאל איך עס נישט אננעמען?
ווענדט זיך וואס, אז עס איז דא א גאט, פארשטיי איך דיין אינטואישן, ווייל עס האט מיט לאגיק. שפירן גטליכקייט, האט גארנישט מיט אינטואישן, ווייל עס איז א פילינג, גרעניצט זיך נישט מיט לאגיק בכלל.
יאיר
איך זוך נישט קיינעם צו קאנווינסן אז ער זאל גלייבן מיינע אינטואישענס, איך זאג נאר אז יעדער מענטש פאר זיך קען גלייבן זיינע אינטואישענס און עס טראסטן, אזוי ווי איינשטיין האט געגלייבט זיינע אינטואישענס און רוב מאל האט ער נישט חרטה געהאט.
איך ווייס פון עט ליסט איין פלאץ וואס איינשטיין האט חרטה געהאט פון זיין אינטואישן, און איין פלאץ ווי די גאנצע וועלט האט עס שטארק אוועקגעמאכט.
איינשטיין האט שטארק חרטה געהאט פון צולייגן א קאסמאלאגיקעל קאנסטענט צו גענעראל רעלאטיוויטי, נאכדעם וואס האבעל האט אים איבערגעצייגט אז די יוניווערס עקספענד זיך.
די צווייטע איז קוואנטאם פיזיקס, עס איז נישט ריכטיג וואס דו שרייבסט אז ער האט "שלום געמאכט ווען די אמת האט געפאטשט אין פנים", ער האט קיינמאל נישט שלום געמאכט דערמיט, ער האט פארברענגט רוב פון זיין לעבן צו שאפן א יוניפייאינג טעאריע. (איך באטראכט אים דערפאר ווי א גרויסע דורכפאל, פערציג יאר, רוב פון זיין לעבן האט ער זיך געמאטערט אויף גארנישט) אבער די וועלט האט אים געפראווד ראנג.
און איך בין זיכער אז במשך די יארן איז געווען נאך הונדערטער אינטואישענס וואס האבן זיך נישט אויסגעארבעט ביי אים. יעדע טעאריע און איידיע איז א אינטואישן.
הוא אשר דיברתי, עס איז גוט אויף א טעאריע, צו קענען ווייטער אינוועסטיגעיטן, נישט אויף צו "גלייבן".
נולד מאוחרכוועל דיר מודה זיין אז כהאב אויך די אינאטאישן אז לעבן איז בעסער ווי טויט און בויען איז בעסער ווי חרוב מאכן. שכלדיג זע איך סאיז בכלל נישט מוכרח אדער גאר פארקערט.
פון זיי געפילען נעמען זיך בין איך נישט קלאר. די זאגסט אז מיטן זיין אקעי ביים הרגנן א פליג האט מען אויסגעריסען די עכטע הרגישים און איך זאג אז די שלעכטע הרגשה ביים הרגנן א ציגעלע קומט פון חינוך.
דו זאגסט דאך אליין מיין הוכחה! אויב בכלליות ווילן מיר ענדערש לעבן ווי טויט, און דאס איז ווען עס קומט צו כמעט אלע באשעפענישן אויף די וועלט, און אפילו ביי א שיינער בוים אדער בלום, אויסער ביי געציילטע קריכעדיגע באשעפענישן, איז א פשוט'ע סברא אז ס'איז דא א סיבה פארוואס דער מיעוט איז ארויסגעפאלן פון אונזערע געווענליכע כללים פון מאראל ביי די רובא דרובא פון אנדערע ברואים.
זר, כמיין זיי גלייבן אויך אין יאירס גאט. יא יאיר?
יאיר האקט
ממרום שלח אשאיינשטיין האט שטארק חרטה געהאט פון צולייגן א קאסמאלאגיקעל קאנסטענט צו גענעראל רעלאטיוויטי, נאכדעם וואס האבעל האט אים איבערגעצייגט אז די יוניווערס עקספענד זיך.
די צווייטע איז קוואנטאם פיזיקס, עס איז נישט ריכטיג וואס דו שרייבסט אז ער האט "שלום געמאכט ווען די אמת האט געפאטשט אין פנים", ער האט קיינמאל נישט שלום געמאכט דערמיט, ער האט פארברענגט רוב פון זיין לעבן צו שאפן א יוניפייאינג טעאריע. (איך באטראכט אים דערפאר ווי א גרויסע דורכפאל, פערציג יאר, רוב פון זיין לעבן האט ער זיך געמאטערט אויף גארנישט) אבער די וועלט האט אים געפראווד ראנג.
עס איז מיר א חידוש אז דו ברענגסט אזעלכע ראיות. די סייענטיסטן האבן שפעטער געטראפן אז רוב פון עקזיסטענץ באשטיייט פון דארק ענערדזשי און דארק מעטער, וואס איז גאר ענליך צו איינשטיינס קאסמאלאזשיקעל קאנסטענטס, און די יוניפייאינג טעאריע וואס אלע האבן אויסגעלאכט בשעתו (אויף וואס ער האט געארבעט 30 יאר, נישט פערציג), איז היינט א צענטראלער דיסקאשאן אין פיזיקס, וואו הונדערטער סייענטיסטן ברעכן זיך קעפ צו געפינען דעם יוניפייאינג טעאריע.
יא, איך גלייך נישט צו איינשטיינ'ס אינטואישען אין פיזיקס צו מיינע אינטואישענס אין פילאזאפיע, אזוי ווי איך גלייך נישט צו איינשטיינס לאגישע ראיות אין פיזיקס צו מיינע לאגישע ראיות אין פילאזאפיע. מיין פוינט איז איין זאך: אינטואישען איז א לעגיטימע וועג צו נוצן ווען מען וויל דערגיין דעם אמת, בפרט ווען ס'איז נישטא קיין אלטערנאטיווע.
נולד מאוחרזר, כמיין זיי גלייבן אויך אין יאירס גאט. יא יאיר?
יאיר האקט
כ'קען נישט רעדן פאר די אטעאיסטן, אבער מיר דוכט זיך אז זיי האבן נישט קיין אביעקטיווע סיבה צו זיין מאראליש, זיי זאגן נאר די סברא וואס דו האסט פריער דערמאנט, אז מיר זענען מאראליש פשוט ווייל מיר האבן איינגעזען אז ס'לוינט זיך אונז.
פארוואס שפיערסטו ענדערש גאט און ביוען ווי אחן חרבן.
ווען מענטשען זאלן זיך ארום דרייען א גאנצען טאג חרוב מאכן מאכן זאכן אויף אן עקסטרימען אויפן וואלסטן אויך געזען דעראין א העגערע כוח?
נולד, מיינע אויגן קלעבן זיך שוין, ממילא וועל איך נאר ענטפערן אויב איך בין איבערצייגט אז גאט וועט מיר מכיר טובה זיין פאר'ן אים אזוי פארטיידיגן. וואס האלט דער עולם?
נולדס אויגן קלעבן אויך. קוק זיין ספעללינג ...
יאיר שכוח פארן מסביר ביז אהער. סברענט נישט פאר יעצט מיין אמונה איז גענוג פעסט פאר נאך אפאר יאר זיכער.
זר נולד'ס ספעלן האט מיט די אויגן קלעבן ביזט היינט געבוירען?
יאירממרום שלח אשאיינשטיין האט שטארק חרטה געהאט פון צולייגן א קאסמאלאגיקעל קאנסטענט צו גענעראל רעלאטיוויטי, נאכדעם וואס האבעל האט אים איבערגעצייגט אז די יוניווערס עקספענד זיך.
די צווייטע איז קוואנטאם פיזיקס, עס איז נישט ריכטיג וואס דו שרייבסט אז ער האט "שלום געמאכט ווען די אמת האט געפאטשט אין פנים", ער האט קיינמאל נישט שלום געמאכט דערמיט, ער האט פארברענגט רוב פון זיין לעבן צו שאפן א יוניפייאינג טעאריע. (איך באטראכט אים דערפאר ווי א גרויסע דורכפאל, פערציג יאר, רוב פון זיין לעבן האט ער זיך געמאטערט אויף גארנישט) אבער די וועלט האט אים געפראווד ראנג.
עס איז מיר א חידוש אז דו ברענגסט אזעלכע ראיות. די סייענטיסטן האבן שפעטער געטראפן אז רוב פון עקזיסטענץ באשטיייט פון דארק ענערדזשי און דארק מעטער, וואס איז גאר ענליך צו איינשטיינס קאסמאלאזשיקעל קאנסטענטס, און די יוניפייאינג טעאריע וואס אלע האבן אויסגעלאכט בשעתו (אויף וואס ער האט געארבעט 30 יאר, נישט פערציג), איז היינט א צענטראלער דיסקאשאן אין פיזיקס, וואו הונדערטער סייענטיסטן ברעכן זיך קעפ צו געפינען דעם יוניפייאינג טעאריע.
יא, איך גלייך נישט צו איינשטיינ'ס אינטואישען אין פיזיקס צו מיינע אינטואישענס אין פילאזאפיע, אזוי ווי איך גלייך נישט צו איינשטיינס לאגישע ראיות אhi פיזיקס צו מיינע לאגישע ראיות אין פילאזאפיע. מיין פוינט איז איין זאך: אינטואישען איז א לעגיטימע וועג צו נוצן ווען מען וויל דערגיין דעם אמת, בפרט ווען ס'איז נישטא קיין אלטערנאטיווע.
ניין, איינשטיין האט געמאכט א טעות מיט די קאסמאליגעל קאנסטענט, עס איז א שיינע תורה צו זאגן אז ער האט געמיינט וואס מען ווייסט היינט, ער האט אבער נישט. זע דא.
“Einstein’s Greatest Blunder” was REALLY a blunderזיין קעגנערשאפט צו קוואנטאם פיזיקס איז ראנג, מען זוכט טאקע א יוניפייאונג טעאריע, אבער דאס איז א צווייטע זאך. קוואנטאם פיזיקס איז קאי וקיימי, עס עקספלעינט און פרעדיקט אלעס, זיינע אינטואישענס אויף די סובזשעקט האבן זיך אויסגעלאדט מיט גארנישט. די סטרינג טעאריע קומט נישט פון אים.
והעיקר, עס איז לעגעטים אנצונעמען א אינטואישן אלץ טעאריע, אבער נישט אלץ אמונה, די קעפל אין די אשכול רעדט פון "גלייבן".נולד, געווענליך נישט. אבער קאמפערט צו דיין היינט נאכטיגע תגובות האט דאס לעצטע געהאט א שטארקער ירידה..
ביזט גערעכט. המפיל חבלי לידה ..
והעיקר, עס איז לעגעטים אנצונעמען א אינטואישן אלץ טעאריע, אבער נישט אלץ אמונה, די קעפל אין די אשכול רעדט פון "גלייבן".
עס ווענדט זיך וואס דו רופסט אמונה. אין מיינע אויגן מיינט אמונה א געוויסע טראסט, עס מיינט נישט א פולקאמע זיכערהייט. דהיינו, איך האף אז מיין אינטואישען פארפירט מיר נישט, ממילא איז דאס מיר גענוג זיך צו פירן לויט דעם. אין אנדערע ווערטער, אמונה איז נאר אן אמצעי צו היטן די תורה וואס איז אן אמצעי צו זיין א מאראלישער מענטש. עס איז מעגליך אז מיין אינטואישען איז נישט ריכטיג, עס איז אויך מעגליך אז דער ביזנעס דיעל וואס איך מאך וועט מיר ברענגען שאדן. למעשה לעת עתה קוקט מיר עס אויס צו זיין א גוטער געשעפט, און דערפאר פיר איך זיך לויט דעם. ס'איז דא זייער ווייניג זאכן וואס א מענטש קען זיין זיכער הונדערט פראצענט. און ס'איז מסתבר אז ממש גארנישט איז נישט הונדערט פראצענט זיכער, אריינגערעכנט אונזער עקזיסטענץ.
יאירוהעיקר, עס איז לעגעטים אנצונעמען א אינטואישן אלץ טעאריע, אבער נישט אלץ אמונה, די קעפל אין די אשכול רעדט פון "גלייבן".
עס ווענדט זיך וואס דו רופסט אמונה. אין מיינע אויגן מיינט אמונה א געוויסע טראסט, עס מיינט נישט א פולקאמע זיכערהייט. דהיינו, איך האף אז מיין אינטואישען פארפירט מיר נישט, ממילא איז דאס מיר גענוג זיך צו פירן לויט דעם. אין אנדערע ווערטער, אמונה איז נאר אן אמצעי צו היטן די תורה וואס איז אן אמצעי צו זיין א מאראלישער מענטש. עס איז מעגליך אז מיין אינטואישען איז נישט ריכטיג, עס איז אויך מעגליך אז דער ביזנעס דיעל וואס איך מאך וועט מיר ברענגען שאדן. למעשה לעת עתה קוקט מיר עס אויס צו זיין א גוטער געשעפט, און דערפאר פיר איך זיך לויט דעם. ס'איז דא זייער ווייניג זאכן וואס א מענטש קען זיין זיכער הונדערט פראצענט. און ס'איז מסתבר אז ממש גארנישט איז נישט הונדערט פראצענט זיכער, אריינגערעכנט אונזער עקזיסטענץ.
איי רעסט מיי קעיס, בקיצור, עטוואס זיכערער ווי פאסקאלס געוועט, אבער ווייט נישט קיין מאמין באמונה שלמה.
נאר דיין החלטה איז אנדערש אויף למעשה, רוב מענטשן אויף דיין שטאנד וואלטן זיך ערקלערט אלץ עגנאסטיק, דו - אלץ ספיריטיואלע מענטש- ביזט צופרידן זיך צוצוכאפן צום טעאריע וואס באגרינדעט דיין ווילן צו פירן - אדער אנהאלטן- דיין יעצטיגע לעבנס שטייגער און ווערדן.
מאמין באמונה שלמה וועט לויט יאיר מיינען א פולקאמער אינטואישען. וויבאלד יאיר פארמאגט א פולקאמער אינטואישען אז עס איז דא א בורא און אז די תורה איז פון גאט, איז ער דאך מאמין באמונה שלמה, נישט אזוי?
יידלמאמין באמונה שלמה וועט לויט יאיר מיינען א פולקאמער אינטואישען. וויבאלד יאיר פארמאגט א פולקאמער אינטואישען אז עס איז דא א בורא און אז די תורה איז פון גאט, איז ער דאך מאמין באמונה שלמה, נישט אזוי?
איך געדענק אז איינער האט נעכטן גערעדט די גודל הנחיצות פון ארויסגיין פונעם קעסטל... אינטואישענס קומט פון א קעסטל, עס שאפט זיך נישט אין קיין וואקיום...
ולגופו של ענין, א פולקאמע אינטואישן איז א פולקאמע טעאריע
אין ח"ג פון מורה נבוכים פכ"ג רעדט דער רמב"ם ארום ספר איוב, זאגט ער דארט לגבי די טענות וואס איוב האט געהאט:
אלא שהוא אמר כל מה שאמר כל עוד שלא היה לו חכמה, ולא ידע השם אלא בקבלה, כמו שידעוהו המון אנשי התורות, אבל כשידע השם ידיעה אמתית, הודה שההצלחה האמתית, אשר היא ידיעת השם, היא מוכנת בלא ספק לכל מי שידעה ממנו, ולא יערבבה על האדם צרה מאלו הצרות כולם. ואמנם היה איוב מדמה שאלו שיחשבו הצלחות הם התכלית, בבריאות והעושר והבנים, כל עוד שהיה יודע השם על דרך הגדה וספור לא על דרך עיון, ומפני זה היה במבוכות ההם ואמר המאמרים ההם.
גראדע סוף פון יענעם פרק זאגט ער שטארקע ווערטער, פון דארט קען מען לכאורה זעהן אביסל וואס מיינט יא אמונה, ער איז מסביר ווי אליהוא לייגט אראפ פאר איוב ווי מענטשן הייבן נישט אהן צו פארשטיין אפי' אונזער וועלט דא, דער עולם ההויה וההפסד, און ער פיהרט אויס:
ואיך נשתדל שתהיה הנהגתו יתעלה והשגחתו בהם דומה להנהגתנו מה שננהיג או השגחתנו במה שנשגיח בו? אבל הראוי לעמוד אצל זה השיעור ולהאמין שהוא ית׳ לא תעלם ממנו תעלומה, כמו שאומר אליהוא שם, כי עיניו על דרכי איש וכל צעדיו יראה, אין חשך ואין צלמות להסתר שם פועלי און, אמנם אין ענין השגחתו כענין השגחתנו, ולא ענין הנהגתו לברואיו כענין הנהגתנו למה שננהיג, ולא יקבצם גדר אחד כמו שיחשוב כל נבוך, ואין ביניהם שתוף כי אם בשם לבד, כמו שלא תדמה פעולתנו לפעולתו ולא יקבצם גדר אחד, וכהבדלות הפעולות הטבעיות מן הפעולות המלאכותיות, כן הוא הבדל ההנהגה והשגחה והכונה האלהית לענינים ההם הטבעיים, מהנהגתנו והשגחתנו וכונתנו האנושית למה שננהיג אותו ונשגיח עליו ונכוין אליו.
זאת היתה כונת ספר איוב כלו, ר״ל לתת זאת הפינה באמונה, ולהעיר שילמדו הראיה מן הענינים הטבעיים, עד שלא תטעה ותבקש בדמיונך שתהיה ידיעתו כידיעתנו, או כונתו והשגחתו והנהגתו ככונתנו והשגחתנו והנהגתנו, וכשידע האדם זה יקל עליו כל מקרה ולא יוסיפו לו המקרים ספקות על השם, ואם ידע או לא ידע, ואם ישגיח או יעזוב, אבל יוסיף עליו אהבה, כמו שאמר בסוף זאת הנבואה על כן אמאס ונחמתי על עפר ואפר, וכמ״ש ז"ל עושין מאהבה ושמחים ביסורין.
[הערסט
@שמעקעדיג?]
ווי עס שטייט אין די ספרים, אמונה פשוטה איז א א נטורליכע זאך וואס א מענטש ווערט געבוירען (אדער באקריגט עס אין פארלירט עס דורך זיינע מעשים וכו'). דאס ריפט זיך אין ענגליש "god gene". אזוי א מענשט ווערט געבוירען מיט א GENE פין חסד, אין ער קען עס שטארקען אדער פארלירען דורך זיינע מעשים.
וועגן דעם זעט מען אז קינדער פין 1 שטיב, די זעלבע חינוך, די זעלבע חברים, די זעלבע נאטורען, איינר איז ערליך איינער נישט. (וועגן דעם איז דא בעלי תשובות אין גרים). אויך זעט מען די וואס פארלאזען די אמונה, איינער איז COOL דערמיט אין איינער ציפט דאס הארץ א גאנץ לעבן.
נאכדעם איז שוין דא קבלת האבות (היסטאריע), נבואה (וואס מ'זעט אין די ספרים), אין חקירה (ערשטע סבה, אין קאמפלעקס וועלט).
הוגה , יאיר , אזוי ווי די אשכול איז ארויפגעקומען האב איך געהאט א געלעגענהייט אדורך ליינען איירע געדאנקן אין וואלט אייך זייער גיוואלט בעטן אויב איר קענט מיט מיר טיילן אייער הבנה , אין די זאך,
וויל איך גלייך זייער צי פארשטיין אנדערע מיינונגען , אפילו ווען איך בין חולק דערויף ,
איר פרובירט מסביר זיין אז אייער אמונה איז געבויט אויף א געפיל , אין געפיל איז א פאקט ,
אין מ׳קען עס נישט אף פרעגן, ווי פארשטענדליך. אין מ׳קען ע נישט מסביר זיין אפילו , אזוי ווי מ׳קען נישט מסביר זיין א טעם אין א מאכל ,וואס איך וואלט גיוואלט פארשטיין, איך גלויב אז איר אלע וועט מודה זיין, אז אויב זאל א אידע׳לע אריינקומען אין שול אין זאגן אז ער האט א געפיל אז דרייסיג וייסע מלאכים טוען עים באגלייטן , אוודאי וועט נישט זיין שייך דעים איד אפווענדן וויל ער זאגט זיין געפיל , אין דאס קען מען נישט מוכיח זיין פארקערט אווי ווי פריער דערמאנט,
אבער געוויס וועט איר אלע מודה אז דער איד איז נישט אין ארדענונג,
אין איז נישט מיט אלעמען , ווי אזוי זענט איר מסביר די חילוק פין דעים איד׳ל צי אייך?
אגב האט שוין קול דודי אויך געשטעלט גאנץ שטארקע הערות,
אין אויב איר קענט בחדא מחתא דאס אויך מפרש זיין,
איך גיי פרעגן א פאני קשיא מסתמא איז שוין דאס אויסגעשמועסט געווארן ערגעץ אין דעם שטיבל טאמער יא ווייזטס מיר אן שכוח
מיין פאני קשיא איז וואס מיינט גלייבן וואס איז די אפטייטש פון די ווארט גלייבן וואס געשעט ווען איך גלייב?
דהיינו דעס אז איך דריק יעצט באטטענס אויפ'ן קאמפיוטער איז א פאקט דא קומט אריין די ווארט גלייבן ?ס'איז דען שייך יא צו גלייבן נישט צו גלייבן ס'איז א פאקט
יעצט ווען איך קאל יעצט אן מיין ברודער העניך און איך זאג אים איך דריק יעצט באטטענס אויפ'ן קאמפיוטער יעצט איז אזוי טאמער האב איך ביי אים א חזקת אמתער מענטש וועט ער מיר גלייבן און טאמער נישט וועט ער מיר נישט גלייבן יעצט איז אזוי טאמער גלייבט ער מיר נישט טוישט זיך דאך נישט די מציאות ווייל איך דריק דאל יעצט יא באטטענס נאר ער גלייבט מיר נישט
יעצט ווען איך שיק אים די פעיפער און ער זעהט אויף די פאפיר אז ס'איז געפרינט געווארן היינט 2:26 יעצט האב איך אים שוין אויפגעוויזן יעצט איז ביי אים געווארן א פאקט אז איך האב יא יעצט געפרינט איז וואס קומט דא אריין די ווארט גלייבן ס'איז דאך געווען א מציאות פארדעם נאר יעצט האט ער איינעקענט אינעם מציאות ?
איך האף איר האט פארשטאנען ווייל איך בין נישט א גוטע שרייבער איך קען נישט גוט ארויסברענגען אויפ'ן אופן הכתיבה מיינע געדאנקען
לאמיר זאגן אז איך קען אים אויפווייזן אז איך האב עס געשריבן און ער נעמט עס אן
וואס איז יעצט געשען אן הכרת אמת ער איז געוויר געווארן אז ס'איז אמת איך האב אים אויפגעוויזן אז ס'איז אמת ווי קומט אבער אריין די מציאות און די ווארט גלייבן צו ער גלייבט יא צו ער גלייבט נישט איז עס אמת און א פאקט ער קען אפשר מעלים עין זיין ער קען פארלייקענען א פאקט ער קען דיך איינרעדן אז ער האלט אז ס'איז נישט אמת אבער די פראסעס פון גלייבן זעי איך נאך נישט ווי ס'קומט דא אריין אפשר אן הכרה א איינזעעניש אינעם פאקט אבער מיין שאלה איז ווען ווערט באנוצט די פראסעס פון גלייבן ?
[ציטאט אראפגענומען]
איך פארשטיי איז גלייבן א באגריף אבער גלייבן קען נאר זיין געבעיסט אויף א זאך וואס מ'קען גלייבן
אין איין ווארט ווען איינער הערט אז אבאמא איז א שפיאן איז אזוי קודם זאגט ער איך גלייב נישט פארוואס ווייל ס'קוקט ענדערש אויס ווי א ווילדע פאנטאזיע
אויב אבער גייט ער עס נאך און ער זעהט אז ס'איז אמת יעצט גלייבט ער עס שוין אבער נישט נאר אויף אבאמא ער וועט עס שוין פון יעצט און ווייטער גלייבן אויף אלע פרעזידענטן וויבאלד ס'איז שוין געווען במציאות אזא זאך מ'קען שוין נישט אוועקמאכן מיט פאנטאזיע קען מען עס יעצט שוין גלייבן
האו עווער איך האלט איך זאג עפעס איך ווייס נישט צו דו פארשטייסט וואס איך מיין די פוינט וואס איך וויל צוקומען איז אז צו גלייבן א זאך וואס איך קען נישט נאכגיין אדער איך פארשטיי עס נישט איז נישט מעגליך. ס'איז נישט שייך צו גלייבן נאר טאמער איך בעיס עס אויף עפעס זוי ווי די אבאמע שפיאן סקאנדאל
לעניננו איז אזוי איך פארשטיי אז ס'איז געווען אויף די וועלט גרויסע מענטשן אדער העכערע וואס צוליב דעם וואס זיי האבן זיך אסאך באהאפטן מיט די תורה און זיי האבן זיך אויפגעפירט גאר ערליך און ריין האט זייער ריינקייט און הייליגקייט זיי געברענגט צו דעם אז זיי האבן געזען און פארשטאנען מער וואס איך זעי און פארשטיי און אויף זיי בעיס איך מיין גלייבן
גאנצל, קודם וויל איל דיר זאגן אז די האסט דא עטליכע שותפים , אין דעים געביט פין נישט קענען ארויסברענגען זאכן בכתב אין איינע פין דעי,איז דער וואס שרייבט די שורות דא.
לענינו, אין קורצן פרעגסטו ווס מיינט גלייבן,די מציאות הדברים ווערט נישט נשתנה מיט מיין יא אדער נישט גלייבן זייער שיין, אבער דער אמת איז , אז דאס איז אוועק פין מסביר זיין וואס דער מענטש האלט אינעם מציאות , דאס מיינט אויב איר קענט אייער ברידער אין איר האט טראסט אין עים אין איר האלט טאקע אז ווי באלד ער זאגט אז ער טייפט, איז דאס טאקע דער מציאות , די זעלבע איז מיט אמונה אין בורא , נאך א משל וועל איך פרובירן מסביר זיין אזוי ווי אין קארט ווען מ׳ברכנגט געוויסע ראיות קעגן איינעם אז ער איז באגאנגן די קריים , געוויסע וועלן אננעמן אז דאס איז טאקע א ראיה אז די מציאות איז טאקע אזוי גיווען אין געוויסע פין די jurors וועלן האלטן אז עס איז נישט קיין ראיה אין אויף אזא פאל ניצט מען די ווארט איך גלויב, ס׳איז דאך סוף כל סוף נישט קיין זאך וואס מ׳זעעט מיט די אויגן אין קורצן וועל מ׳וויל זאגן אויף א געוויסע זאך וואס מ׳קען נישט זעען מיט די אויגן אז די מציאות עקזעסטירט ניצט מען די ווארט גלויבן,אין איר קענט טאקע מחולק זיין צי עס איז גענוג גוטע עווידענס אין דאס איז שמועס פאר זיך אבער ווי איך פארשטיי פרעגט איר נישט וואס זענען די באוויזן אז עס איז דא גאט ממילא דארפט איר אביסל מער מסביר זיין וואס איר פרעגט איך האף איך העלף אייך עפעס ארויס דא .
סודניהוגה , יאיר , אזוי ווי די אשכול איז ארויפגעקומען האב איך געהאט א געלעגענהייט אדורך ליינען איירע געדאנקן און וואלט אייך זייער גיוואלט בעטן אויב איר קענט מיט מיר טיילן אייער הבנה אין די זאך,
וויל איך גלייך זייער צי פארשטיין אנדערע מיינונגען , אפילו ווען איך בין חולק דערויף ,
איר פרובירט מסביר זיין אז אייער אמונה איז געבויט אויף א געפיל, און געפיל איז א פאקט,
און מ'קען עס נישט אפפרעגן, ווי פארשטענדליך. און מ'קען עס נישט מסביר זיין אפילו, אזוי ווי מ'קען נישט מסביר זיין א טעם אין א מאכל, וואס איך וואלט גיוואלט פארשטיין, איך גלויב אז איר אלע וועט מודה זיין, אז אויב זאל א אידעלע אריינקומען אין שול אין זאגן אז ער האט א געפיל אז דרייסיג ווייסע מלאכים טוען אים באגלייטן, אוודאי וועט נישט זיין שייך דעם איד אפווענדן ווייל ער זאגט זיין געפיל, און דאס קען מען נישט מוכיח זיין פארקערט אווי פריער דערמאנט,
אבער געוויס וועט איר אלע מודה אז דער איד איז נישט אין ארדענונג, און איז נישט מיט אלעמען, ווי אזוי זענט איר מסביר די חילוק פין דעם איד'ל צי אייך?
אגב האט שוין קול דודי אויך געשטעלט גאנץ שטארקע הערות,
אין אויב איר קענט בחדא מחתא דאס אויך מפרש זיין,
מלאכים, זאגן מיר דאך אלע אז זיי באגלייטן אונז, א יעדן פרייטיג צונאכטס, ווען מ'טוט א מצוה, אידן וואס האבן איבערגעלעבט דעם חורבן, מצות זאלן נישט ווערן חמץ.
אבל אי קשיא הכי קשיא. ווען א מענטש קומט אריין אין שול און זאגט אז "איך האב א געפיל אז דרייסיג שחורים שטייען יעצט ארום מיר" דאן דארף ער זיך באזוכן פאר סקיצאפרעניע. וואס איז די נפק"מ ? ווייל מיר ווייסן ווי אזוי שחורים קוקן אויס, און די איינציגע פרוף וואס מיר האבן אז ס'איז נישט דא קיין שחורים איז געוויס, אז מיר זעען נישט קיין שחורים. אויב די פשוט'ע הנחה פאלט אוועק, דאן פאלט אוועק אלע פשוט'ע וועלטליכע הנחות. ווי למשל: אז ס'איז בעסער צו גיין אין גן עדן ווי צו גיין אין גיהנם.
משא"כ גאט אדער מלאכים איז אבער העכער א מענטשליכע באגריף, איינמאל מיר ווייסן ווי אזוי גאט קוקט אויס, דארפן מיר פרעגן "און ווער האט באשאפן און מצמצם געווען זיין אויסקוק". אבער ווילאנג גאט בלייבט העכער אונזער השגה, דאן איז געפיל לעגיטים צו מחליט זיין און גלייבן אין זיין הכרה.
נ. ב. "ווילאנג" איז א געבארגט לשון, ווייל אויב גאטס אי-השגה איז מוגבל צו א ווילאנג, און אן ענדע, דאן דארף מען ווייטער פרעגן ווער איז דער מגביל.