☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » פריוואטע הודעות: אריינקומענדער פאסט -דער פאלדער איז 100% פיל

פריוואטע הודעות: אריינקומענדער פאסט -דער פאלדער איז 100% פיל

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2660

יידל » דינסטאג יאנואר 1, 2013 11:42 pm

· #74607
פריוואטע הודעות: אריינקומענדער פאסט -דער פאלדער איז 100% פיל
וואס טוט מען ווען מ'איז אנגעקומען צום קלימאקס פון 399 אישית'לעך און פריוואטער פאסטקעסטל? איך וויל נישט אויסמעקן די אלטע הודעות, ווידעראום קען איך נישט באקומען קיין נייע אן אויסמעקן אלטע. יעדע מאל עס קומט אריין א פרישע אישית הייב איך פריש אן זוכן וועלכע אישית אויסצומעקן צו מאכן פלאץ פארן נייען. אלזא איז מיין פראגע צו אייך: וואס טוט מען?

לעמאן דזשוס » דינסטאג יאנואר 1, 2013 11:43 pm

· #74608
יידל, ליין נאך מיין נארוואס געשיקטן....

בדחן » דינסטאג יאנואר 1, 2013 11:53 pm

· #74614
מען מאכט א נייע ניק, אין מען פארווערד אהין אלע אישית,

געפילטע פיש » מיטוואך יאנואר 2, 2013 12:00 am

· #74618
גוטע עצה בדחן, נישט געטראכט דערפון.

יידל, דו קענסט דאונלאודען אלע אישיות צו א פייל אויף דיין קאמפיוטער, ווי אויך קענסטו אסאך מעקן און גארנישט פארלירן, למשל יעדע שמועס וואס גייט פינף זעקס מאל אהין און צוריק, איז אין די לעצטע מעסעדזש נכלל אלע פריערדיגע אינעם שמועס, אזוי קענסטו מעקן אלע חוץ די לעצטע.

אפשר וואלט געווען א עצה די הנהלה זאל פארקויפן מער ספעיס פאר אפאר גרייצער, (איך ווייס נישט אויב ס'מעגליך) אזוי וועט זיין זה נהנה וזה נהנה, און דאס מקום וועט האבן פון ווי צו שעפן אביסל חיונה, ס'האלטסטו? אן עצה?

יידל » מיטוואך יאנואר 2, 2013 12:05 am

· #74619
בדחן'ס עצה געפעלט מיר...

געפילטע'ס עצה איבער די לעצטע מעסעדזש אין א שמועס איז אויך געוואלדיג אבער נאר א צייטווייליגער לעזונג.

DotCom » מיטוואך יאנואר 2, 2013 12:12 am

· #74620
וואס איז דאס אישית געשיקעכץ? האסט עפעס צו זאגן לייג עס דא ארויף, לאמיר זעהן גאטס.

בדחן » מיטוואך יאנואר 2, 2013 12:14 am

· #74622
די נייע ניק זאלסטע א נאמען געבן ויקיפדיה, עפעס הכרת הטוב מעגסטע ארויס ווייזען.. ניין?

לעמאן דזשוס » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 5:45 pm

· #89678
יידל, וואס האסטו למעשה געטון?!

יידל » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 5:46 pm

· #89680
דערווייל גארנישט. עד היום הזה פלאג איך זיך יעדע מאל וואס כ'באקום אן אישית.

לעמאן דזשוס » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 5:50 pm

· #89684
איך האב אין מיין המתנה א פינעף שטיק,.

מען קען בעטן באריסטא פאר מער פלאץ? אפשר שיק מיר א פעטיציע אדער אפאר רבנים קיין באריסטא?

לעמיל » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 5:52 pm

· #89685
האט מען עס נישט איין מאל גרעסער געמאכט? עפעס ליגט מיר און קאפ

שמעקעדיג » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 6:01 pm

· #89690
אנאנים, ביטע מאך א נייע פאום פאר די ניקס וועלכע שטייען 3 מאל יעדן טאג בכליון עינים ביים אישי קעסטל און ווארטן הונגעריגערהייט פאר אביסל רעקאגנישאן און סעלף עסטיעם...

די עכטע עצה וואס מען טוט, וישן מפני חדש תוציאו.

גיי מיר לויפן דאווענען מנחה, און אויספאסטן, אה........

---
גבאי האקט!!

גבאי, העם אתך! טאמבס אפ!! שקויעך!!!!!!

לעמאן דזשוס » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 8:19 pm

· #89705
גבאי,

פילע דאנקען!