וואספארא שאלה?! מיר האלטן דעם אטעם פארכאפט!
קאמענטארן אויף די פאעזיע פארמעסט, אדר-תשע"ג
296 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2933
איינער שטימט צו? דינגט זיך?!
אפשר דארף איך דאס טון נאך די אויסגאנג פון די וואלן???!
אפשר דארף איך דאס טון נאך די אויסגאנג פון די וואלן???!
ווי אויסגעקוועטשטע לעמאן
דאס פיש ער טוט פראזעווירן,
ווי אויסגעקוועטשטע לעמאן
דאס עסן ער טוט באצירן,
הערליך און שיין,
מלא חן,
איידל און ריין,
געשמאק און פיין,
לעמאן אתה יודך אחיך,
ער גיסט מאוצרו הטוב הערליך.
מיט א בהירות להפליא,
אנגענעם און געשמאק,
נעמט שטיקל ביי שטיקל און אכט.
דו א סימבאל פון געלונגענקייט,
זעה נאר ווייטער צו גיסן!
שטערן אונזער דו ביסט,
ווי א קאפיטאן די לייצעס פירן,
סמעטנע מבית גינזך טוה ווייטער פליסן!
דאס פיש ער טוט פראזעווירן,
ווי אויסגעקוועטשטע לעמאן
דאס עסן ער טוט באצירן,
הערליך און שיין,
מלא חן,
איידל און ריין,
געשמאק און פיין,
לעמאן אתה יודך אחיך,
ער גיסט מאוצרו הטוב הערליך.
מיט א בהירות להפליא,
אנגענעם און געשמאק,
נעמט שטיקל ביי שטיקל און אכט.
דו א סימבאל פון געלונגענקייט,
זעה נאר ווייטער צו גיסן!
שטערן אונזער דו ביסט,
ווי א קאפיטאן די לייצעס פירן,
סמעטנע מבית גינזך טוה ווייטער פליסן!
מיין אנאליז-איך בין הייליג!
איך בין הייליג! דער שרייבער איז מיר א קענטליכע שפראך, אבער דא לאזט ער זיך ארויס אין א לענגערע אפשאצונג, און קריטיקירט גאר שארף, שפיזיג, און בייסיג א אומרעכט, און בעיקר איז ער אויסגעדרייט מיט זיין שפיזיגן פעדער און צילעוועט עפעס א מאן דהוא וואס האקט אין טשייניק. אינעם מאמר קומט שטארק צום אויסדרוק דעם דברי חז"ל קשוט עצמך ואח"כ קשוט אחרים.....אויך קומט גאר שטארק אין געדאנק די באקאנטע מעשה אז ר' ישראל סאלאנטער האט באגעגנט א איד אנהייב אלו"ל מיט א פארלאזטן גערעגטן מינע, און אויף זיין פראגע פארוואס ער שפריצט טרויער אויף'ן גאנצן ארום-האט יענער חכם גע'ענטפערטט; ס'הייסט אלולללל, האט ר' ישרא' אים גע'ענטפערט "קיינער איז נישט שולדיג אז דו טוסט יעצט אין אלול".... דער שרייבער גיבט טאקע דעם שטיקל דעם נאמען "איך בין הייליג" וואס דאס דרוקט אויס דעם שטארקן גרויל און אפשיי פון די סארט וואס מיט זייערע מעשים דינען זיי נישט א ג-ט נאר באצוועקן זייער גאנצע ארום פאר זייער תאוה ארויפגעקוקט צו ווערן, זיי נוצן יענעם'ס חטאים אלס שפילצייג פאר זייערע אייגענע הולטייען פון זיין פרום...
דער שרייבער וועבט צוזאם הערליך ווי די יעניגע רעדן זיך אפ אויף יעדע ריר, אויפן בעל תפלה וואס יאגט זיך, אויפן בעל קורא גרייזיג,...און אזוי ווייטער. דערנאך וויזוי די יעניגע געוועלטיגן אויף זייערע צארטע קינדערלעך וואס ווייסן נישט וויזוי זינד זעהט אויס, און ער אינדעזוועקעט זיך אויף זיי מיט'ן הארבסטן און שרייבט,
מיין קינד זיי שטיל
דאווענען איך וויל,
עס איז נישט קיין שפיל
הייליג איך פיל.
און כמובן, אזא הנהגה כלפי דעם אומשולדיגן קינד, ברענגט דאס קינד זאל האסן און שטויסן דעם טאטע'נס וועג אין לעבן. דערנאך לאזט זיך דער שרייבער ארויס אויף'ן קאלענדער און מאלט אראפ די אלע הייליגע מצבים-וואס זענען באמת זייער הייליג-אבער פאר אונזער מהיעשה'ניק, בעלתשובה, ווערט עס גענוצט אויף אייגענע געברויכן פון סליחות אויפשטיי ביז די ספירת העומר קולות וברקים וואס דרך אגב האט ער אינזין ביי לטהרינו יעעעעדנס עוונות, "איעדער נאר נישט אייך"! אינמיטן בין איך גאר שאקירט געווארן פון די ווערטער,
זאל יעדער הערן
אביסל אריין קלערן,
פון מיר זיך לערנען
א חסיד'יש איד ווערן.
וואס דרוקט זייער שטארק אויס די תאוה גדולה אז יעדער מוז אים נאכטון און נאכטאנצן! די שיר טראגט אין זיך א שטארקע ווידער קול פון מיכא' שניצלער'ס ניגון וועגן די ארויסגעווארפענע בחורים, אזש עס קען זיך דאכטן אז דער זעלבער שרייבער האט ביידע פארפאסט!
דערפאר, שפראך-נישקשה'דיגע 4 און א האלב. געדאנק-גאנצע 5. משקל-3 נישט ווייל עס ליינט זיך נישט גרינג, נאר ווייל די חרוזים זענען נישט אלס אזוי אויסגעביגלט און פארפונקטליכט, לדעתי איז דער שרייבער אויפן שטארקן וועג העולה צו שיר. און ווי ערווענט א שטיק פאעזיע דארף נישט דוקא גראמען, אדער דוקא נישט גראמען. אבער וואסארא אופן דער מחבר האט אנגענומען דארף געהאלטן ווערן דורכאויס דעם גאנצן שיר, למשל אויב האט ער בוחר געווען אין גראם דארף עס געווענליך גראמען ביזן סוף.
וועגן מיטנעמען דעם געדאנק אויף ווייטער-5. כאטש טייל וואס ליינען עס דערזעהן א שטיקל געשריי אויף די 'סיסטעם' וויל איך בשום אויפן נישט אזוי דאס זעהן, נאר ליבערשט אלס א פריוואטע פארפוילקייט פון א עבריין וואס באשליסט תשובה צו טוהן אויף יעדנס חשבון, נישט חלילה אז ערליכע יודן ווערן דא צולייגט, כ'מיין דער מחבר וועט צו מיר צושטימען!

גיימיר צו אכט??!
אכט איז קלאר, זייער פאעטיש, און טיף, פון די פיליזאפישע דשאנרע פאעזיע. איך קען נישט געהעריג איצט אנאליזירן ווייל איך פארשטיי איר נישט ביזן סוף. איך בעט די וואס פארשטייען עס אינגאנצן זאלן עס ביטע פרובירן צו ערקלערן!!!

מיין אנאליז-צוזאמען
צוזאמען. דער שרייבער האט גאר אן איידעלען פעדער, און קוקט אויס געוועהן אונטערן רושם פון וואלאניינ'ס טאג, אדער גאר נאך א העפטיגע קריגעריי ביי זיך אין שטוב, און שיקט אן איבערבעטונג'ס בריוו'ל צום כנגדו..אזויווי יאנקל האט אויבן געשריבן רירט עס אן די שפיצן פון ראמאנס אין איר גראבקייט און היט זיין פעדער איידל און זויבער,
צוזאמען וועלן מיר מאכן הערליכע זאכן
גאנצע נעכט וועלן מיר שמייכלען און לאכן
צוזאמען קענען מיר אלעס אין די וועלט אויספירן
דער הימל איז דער גרעניץ שטערנס וועלן מיר רירן זענען לדעתי די שענסטע צוויי שורות, סארא שאד, דער שרייבער האט נישט מאריך געוועהן און געשריבן מער!
פילע דאנקן,
שפראך-שיין, אומפאעטיש. געדאנק-ראמאנטיש-פאעטיש. משקל-שטימט הערליך, מיטנעמען אויף ווייטער, יא אין פארעם פון א בריוו פארן אייגענעם עזר'ל

מיין אנאליז-מחה תמחה
מחה תמחה! איך ווייס נישט פונקט פארוואס דער שרייבער חלומ'ט דער חלום אין וויליאמסבורג אין נישט אין מאה שערים אדער אין סטעמפארד הילל, אבער שוין! איצט, דער חלום זעלבסט איז זייער שיין, ער חלומ'ט ווי משיח איז שוין געקומען און יודן זייענדיג שרוי על אדמתם זענען צוריק מצווה מיט'ן לא תחי' געבאט, און צו זייער פרייד האט זיך פארוואלגערט פון ערגעץ אט די חשובע מצוה, און כדרכם של יודן תלמידי חכמים, חסידישע יודן טוט מען א מצוה בדחילו ורחימו כדי אזוי ארום זאל עס פרחת זיין לעילא! און א העפטיגע טענעריי און הלכה'דיגע שאלות נעמען זיך פליען און עס ווערט א גאנצע סאמאטוכע כלשונו, ביז; דער גוי איז פון גרויס צוטומעלטקייט אליינס מקיים פסק בנפשו, און דא איז די עיקר חכמה פונעם שרייבער וואס איך ווער משוגע פון, גיט א קוק;
אזוי לאנג האט מען זיך געשלאגן
ביז דער גוי האט עס מער נישט פארטראגן
זיך גענומען דאס לעבן
זיך אליינס עולם הבא געגעבן
פארן מקיים זיין מיט זיך דעם מחה תמחה
א הערליכע הויכפונקט, אזש דער גוי כאפט עולם הבא, פארן מקיים זיין אליין דעם מחה תמחה!!! כ'טראכט איצט ווי שיין היטלער ימ"ש'ס פלאץ איז אין ג"ע, ער'ט אויך אליין זיך גענומען ס'לעבן צוזאמען מיט הימלער און אלע ימשמוניקעס.
אלזא, שפראך-הערליך שיין, נישט זייער פאעטיש. געדאנק-די טוירנינג פונקט איז געניאל און כאפענד! משקל-שטימט הערליך שיין, גראמען כדבעי למיהוי. א געדאנק מיטצונעמען אין טאש? א גוט שמייכל צו געבן!!

אנאליז-קינות גירושין
איינער איז נאך דא?
עלעף-קינות גירושין פאדערט א לענגערע אפהאנדלונג און א שטיקל פאעזיע, קען עס נישט דורכלאזן...בקרוב ממש גיימיר עס טון, מען דארף נאר ציייט!
נאר צום רעיטן איז אזוי...שפראך-נאנט צו פאעזיע, נאנט צו פראזע, ערגעץ אינמיטן...אבער סא הארץ שפראך, עס איז נישט געשריבן מיט טינט נאר קלאר מיט רויט בלוט!! זענט איר מסכים? דערפאר שטייגט עס איבער פאעזיע אין א געוויסע זין, ווייל צו ווי פאעזיע צילט-דארט איז דער שרייבער אין טיפסטן טראכט פון נפש!
געדאנק-אכט שטערנדלעך. משקל-נישט קיין רעיט! מיטנעמען אויף ווייטער-אבער נאך ווי...מער אין נאנטן געלעגנהייט!
צעריסענע בענקשאפט. וועל איך קודם ברענגן וואס ידידינו היקר יאנקל האט אויבן געשריבן און עפעס מוסיף נופך זיין
איך וויל נאר מוסיף זיין שטערקער קוועטשן די טוירנינג פונקט נאכדעם וואס דער מאן שרייבט אזוי גרונטליך אפ זיינע בענקעדיגע געפילן צו איר, און ווי זיין הארץ טיאכעט נאך, און שמעקט נאך און צוגיסט נאך ווי שעוה און אזוי ווייטער, גייט ער אויס פאר רחמנות פאר איר! כאטש זי האט אים איבערגעלאזט וועגן זיין ווילדע פיראכץ, האלט דער מאן אז ער איז נאך בעסער און קען נישט אויפהערן איר שוינען. און ענדיגט גאר רירנד מיט אט די ווערטער;
'כווייס אז כ'וועל דיר נישט פארמאגן, טו זאגן, אים אפטראגן,
כ'קען מער נישט דיין שיקזאל צוקוקן.
אז נישט פאר מיר כאטש פאר דיר, פאר מיר, פאר דיר,
כאטש אין הארצן די הערצער צודרוקן.
דהיינו, זיין רחמנות אויף איר איז קומט נישט פון ריין עגאאיזם און זעלבסט-דינעריי, אפילו ער ווייסט אז ער גייט איר שוין נישט האבן, גייט זיין הארץ אויס פאר איר, און וויל זי זאל פארשטיין וואס זיין הארץ ווינקט פאר איר הארץ, "כאטש אין הארצן די הערצער צודריקן" שובה אלי-ואשובה אליכם. לא תקראו עוד אישי אלא בעלי, כי בועליך אלוקיך!!
אלזא, שפראך-5 געדאנק 5 משקל 5 מיטנעמען אויף ווייטער, איך כשלעצמי זעה דערין א שיר וואס דער רבונו של עולם זינגט אויף כלל ישראל אין גלות...ער זאגט ביזט מיט די אומות-דיין מויל שטינקט פון ביר-נעבעך אויף דיר! ווילאנג ביזט נאך דארט, דרוק כאטש דיין הארץ צו, צו מיר...און אזוי מאך צוביסלעך די וועג צוריק

עכ"ל יאנקל דף 5.נומער 12, "צעריסענע בענקשאפט", צערייסט די אברים פון אינעווייניג. רעדן רעדט זיך עס, אפנים, פון א פרוי וואס האט פארלאזט איר מאן, אבער דער מאן איז נאך איבערגענומען מיט ליבשאפט צו איר, און קען נישט צוקוקן ווי זי האט זיך אנגעטראפן א מאן א שיכור, פון וועמען עס "גייט א ריח פון ביר." די גראמען זענען אריינגעפלאכטן אינערליך אין יעדער צווייטער שורה, און דער ווערטער-אוצר גיט גוט איבער די רוישיגע געפילן פון אהבה וואס פלאקערט.
איך וויל נאר מוסיף זיין שטערקער קוועטשן די טוירנינג פונקט נאכדעם וואס דער מאן שרייבט אזוי גרונטליך אפ זיינע בענקעדיגע געפילן צו איר, און ווי זיין הארץ טיאכעט נאך, און שמעקט נאך און צוגיסט נאך ווי שעוה און אזוי ווייטער, גייט ער אויס פאר רחמנות פאר איר! כאטש זי האט אים איבערגעלאזט וועגן זיין ווילדע פיראכץ, האלט דער מאן אז ער איז נאך בעסער און קען נישט אויפהערן איר שוינען. און ענדיגט גאר רירנד מיט אט די ווערטער;
'כווייס אז כ'וועל דיר נישט פארמאגן, טו זאגן, אים אפטראגן,
כ'קען מער נישט דיין שיקזאל צוקוקן.
אז נישט פאר מיר כאטש פאר דיר, פאר מיר, פאר דיר,
כאטש אין הארצן די הערצער צודרוקן.
דהיינו, זיין רחמנות אויף איר איז קומט נישט פון ריין עגאאיזם און זעלבסט-דינעריי, אפילו ער ווייסט אז ער גייט איר שוין נישט האבן, גייט זיין הארץ אויס פאר איר, און וויל זי זאל פארשטיין וואס זיין הארץ ווינקט פאר איר הארץ, "כאטש אין הארצן די הערצער צודריקן" שובה אלי-ואשובה אליכם. לא תקראו עוד אישי אלא בעלי, כי בועליך אלוקיך!!
אלזא, שפראך-5 געדאנק 5 משקל 5 מיטנעמען אויף ווייטער, איך כשלעצמי זעה דערין א שיר וואס דער רבונו של עולם זינגט אויף כלל ישראל אין גלות...ער זאגט ביזט מיט די אומות-דיין מויל שטינקט פון ביר-נעבעך אויף דיר! ווילאנג ביזט נאך דארט, דרוק כאטש דיין הארץ צו, צו מיר...און אזוי מאך צוביסלעך די וועג צוריק
לעמאן דזשוסגיימיר צו אכט??!
אכט איז קלאר, זייער פאעטיש, און טיף, פון די פיליזאפישע דשאנרע פאעזיע. איך קען נישט געהעריג איצט אנאליזירן ווייל איך פארשטיי איר נישט ביזן סוף. איך בעט די וואס פארשטייען עס אינגאנצן זאלן עס ביטע פרובירן צו ערקלערן!!!
מיין פיק אויפן אכטן איז מר. קופערניקוס
לעמאן, דו ביסט א געזונטער מבין!
אויסער שרייבן פאעזיע, דארף מען דאס קענען מסביר זיין,
וכן יאיר, וואנדערבארע תגובה!
אויסער שרייבן פאעזיע, דארף מען דאס קענען מסביר זיין,
וכן יאיר, וואנדערבארע תגובה!
לעמאן דזשוסאיך בין הייליג! דער שרייבער איז מיר א קענטליכע שפראך, אבער דא לאזט ער זיך ארויס אין א לענגערע אפשאצונג, און קריטיקירט גאר שארף, שפיזיג, און בייסיג א אומרעכט, און בעיקר איז ער אויסגעדרייט מיט זיין שפיזיגן פעדער און צילעוועט עפעס א מאן דהוא וואס האקט אין טשייניק. אינעם מאמר קומט שטארק צום אויסדרוק דעם דברי חז"ל קשוט עצמך ואח"כ קשוט אחרים.....אויך קומט גאר שטארק אין געדאנק די באקאנטע מעשה אז ר' ישראל סאלאנטער האט באגעגנט א איד אנהייב אלו"ל מיט א פארלאזטן גערעגטן מינע, און אויף זיין פראגע פארוואס ער שפריצט טרויער אויף'ן גאנצן ארום-האט יענער חכם גע'ענטפערטט; ס'הייסט אלולללל, האט ר' ישרא' אים גע'ענטפערט "קיינער איז נישט שולדיג אז דו טוסט יעצט אין אלול".... דער שרייבער גיבט טאקע דעם שטיקל דעם נאמען "איך בין הייליג" וואס דאס דרוקט אויס דעם שטארקן גרויל און אפשיי פון די סארט וואס מיט זייערע מעשים דינען זיי נישט א ג-ט נאר באצוועקן זייער גאנצע ארום פאר זייער תאוה ארויפגעקוקט צו ווערן, זיי נוצן יענעם'ס חטאים אלס שפילצייג פאר זייערע אייגענע הולטייען פון זיין פרום...
דער שרייבער וועבט צוזאם הערליך ווי די יעניגע רעדן זיך אפ אויף יעדע ריר, אויפן בעל תפלה וואס יאגט זיך, אויפן בעל קורא גרייזיג,...און אזוי ווייטער. דערנאך וויזוי די יעניגע געוועלטיגן אויף זייערע צארטע קינדערלעך וואס ווייסן נישט וויזוי זינד זעהט אויס, און ער אינדעזוועקעט זיך אויף זיי מיט'ן הארבסטן...
איך מיין לעמאן אז דו האסט אפשר נישט ארויס די עומק הכוונה פונעם פייטן, ער האט נישט געמיינט בלויז פרומאקעס אויף יענעמ'ס חשבון, נאר די עלטערע אידן וועלכע זענען זיך פלוצים מוחל זייערע עבירות, און הייבן אן פייניגן דעם יונגערן דור, און הייבן זיך אן פירן מיט פארפרומטע מנהגים. ווי אונזער באליבטער ידען האט שוין באשריבן אין א אשכול.
מיינסט כ'האב א נקודה קטנה?
מיין אנאליז-13, 14, 15
יגיע כפיך כי תאכל! די שרייבער א מייסטערהאפטיגע סטארי טעללער, ער שפיצט אן אלע זיינע חושים צו דערטאפן דעם יעניגן יונגערמאן, ער דערזעהט אים, זיין ווייב, זיין יונגט, זיין געלט, און זיין האב און גוטס...עריז אים מקנא ביז גאאאר! דער שרייבער האלט מיר געשפאנט ביז ממש צום סוף, איך האב קיין אהנונג נישט קיין ווי ער ציהלט, און דערנאך גיבט ער מיר אזא פליק-ממש די פליק וואס ער האט געכאפט ביים זעהן דאס סאמע ארגסטע דאס פייסמך קארטל!!
אסאך בינינו שפיגלען זיך אינעם שרייבער, אסאך אינעם שיינעם יונגערמאן! אבער וויפיל האבן שוין דעם דיגרי???! אומפארענטפערטע פראגע!!
דא וועל איך מיך אויך באנוצן מיט די ווערטער פון חברינו יאנקל וואס שרייבט אויבן
אלזא, שפראך-ריזיג, נישט פאעטיש, דערפאר 3 און א האלב. געדאנק-ריזיג, 5. משקל-ריזיג 5, מיטנעמען אויף ווייטער-יא, אויפהענגן אין פודסטעמפס אפיס. אדער אין די באגעבו סטאר!
ואיני יכול לנגוע בך. זייער קלאר אפגעשריבן וואס ער וויל, כאטש עס איז ווייט פון אמת אזויווי די שטיקל באווייזט. ער לאכט זיך און די גאנצע פארמעסט אין פנים, און לויפט צוריק אין שול אריין. אין תוך גענומען קען זיין דער מחבר איז מרמז עפעס טיפער'ס (עלמיר אים לאזן זאגן יא אדער ניין) נעמליך, ער חוזק'ט אפ פון געוויסע שטרעמונגען וואס פארשטומען א גייסט פון קונסט, אויב מאכט זיך א יונגערמאן וואס גארט צו שרייבן אדער מאלעווען כאפט ער זיך גלייך אין אנהייב ביים קאפ אין "ער לויפט צוריק אין שול" און לאזט אפ די נארישקייטן!!! אזוי האב איך עס אפגעלערנט, גוט?!
אלזא, שפראך-הערליך שיין, נישט פאעטיש 3 און א האלב. געדאנק-אויב מיינט ער וואס איך טראכט דאן 4. משקל- 4 און א האלב....
שרייב שרייב און לעז שטיקלעך. האלט איך גענוי ווי יאיר שרייבט אויבן, איך דינג זיך שטארק מיט פ"ק אז עס דארף אויסקוקן ווי 8, און איך האלט ווי יאיר און יאנקל און געפילטע פיש (אין אישי) אז עס איז א מייסטערשטיקל. יאיר, שרייבט שוין אויבן זיינע הרגישים און די שלאפלאזע טאג וואס ער האט געהאט דערפון. איך וויל אויך צוגעבן א שטיקל מיין וואס דער שרייבער וויל;
ער הייבט אן שרייבן, ער זעהט א מענטש (יונגערמאן) זיצן פארטראכט אן לשון, אן שפראך, ער וויל זינגען א ניגון אבער ווייסט נישט קיין נאטן! ער מאכט אפ צו גיין צוריק ארבייטן ברענגן א גראשן, אבער ס'הארץ דערציילט אים-געלט איז נישט וואס דו זוכסט...ביזט פארדראשן, דיין זעהל גייט איין! און ער שרייבט;
וויל אפשטארבן,
נאר גייסט זאל לעבן,
ער וויל פארבן
א קונסט שטיק פארוועבן
ער גייט אויס צו קענען ארויסברענגן א געפיל פון זיין גייסט וואס איז באהאלטן אזוי טיף אין אים, דערנאך זעט דער שרייבער ווי דער מענטש באטראכט די הימל און וויל כאפן א פלי מיט די פויגל הויך ארויף העכער די וועלט-דהיינו-ער וויל זיך דערהייבן העכער זיין הגשמה! און ער שרייבט;
מיט'ן פויגל מיטן אדלער פליען
כאפן א רייזע הויעך,
וויל נישט איינרוען
וויל גיין אין די ספערן אויך
האלזן שלאנקע ביימער
קושן אירע בלעטער,
רעדן צו בערג מיט שטיינער
אויסלויפן די וועלט, וועט-ער
כאפן א בליק אונטער אלעם
דערט ווי נאטור שמועסט מיט ג-ט,
ער שטייט אין ווינקל, אט אט
וואו וויסנשאפט באהאלט איר סוד
ער וויל שמועסן מיט ג-ט און נאטור און דערזעהן ווי נישט סתירה'דיג עס איז, ער וויל זעהן ווי וויסנשאפט-טבע-באהאלט איר סוד דארט ביי די צוזאמטרעף פון ג-ט מיט נאטור.... דער מענטש זעהט פלוצלינג ווי די זייגער שטעלט זיך אפ, צייט איז נישט קיין שטער, ער ווערט אומשטארבליך, ווייל זיין גייסט געוועלטיגט אט איבער אים. נעמט ער זיך זוכן א פעדער אפצושרייבן וואס ער שפירט "ער וויל זיין הארץ אויסגיסן, זיין גייסט אויפשליסן" לויפט ער אריין אין א לייברערי צו זוכן עפעס פאר זיין דורשטיגע נשמה! און ער טרעפט אידישע שעיקספיר און להבדיל די גרויסע אבן עזרא און ר' יהודה הלוי, און ברעכט אויס אין א געיאמער "פארוואס, האט מען מיר נישט דערפון געזאגט" פארוואס דארף ער זיין אין זיינע ימי עמידה געוואיר צו ווערן אז א גייסט האט א אויסקוק און איז דארשטיגג און עס איז דא וויזוי אנצוטרינקן אים!
ער טרעפט זיך נאך א נאכט אין ביביליאטעק מיט הויפענס ביכער וואס רעדן גייסטרייך צו אים, ער איז בארואיגט, און ווערט א נייע מענטש, און וועט שוין קיינמאל קיינמאל נישט זיין די זעלבע; פון היינט אן זעהט ער ברוסטן אלס טורעמ'ס און נישט מיידלישע פארעם, ער זעהט לאקן שיינע האר אלס א געדאנק פאר א שיר! נישט מער די נידריגקייטן פון גוף און פליישיגע נידריגקייטן, ער קושט מלאכים די פוס און דערזעהט הויכע בערג שושקען זיך שטיל, ער פרובירט צו דערגיין זייער זאך! און ער לאזט זיין הארץ זיך אין א שיר צוגיסן!
און ענדיגט זיין פריידיגע ערפונדונג מיט;
שרייב, שרייב, שרייב,
גרייך ביז ענדע, סוף, און אויס
מיט'ן פעדער אין האנט פארבלייב
און אזוי, פון ענגשאפט ארויס!!
פאכע דעם גלות פרעך
מיט'ן פעדער און פעקל פאפיר,
שרייב און שרייב און לעהז שטיקעלעך
מאך זיך גרייט צום ושם נשיר!!!
ער באנוצט שוין זיינע שרייבערייען צו פאכען דעם גלות און נישט ווערן צוקוועטשט מער, ער לעבט ווייל זיין גייסט לעבט.
אלזא, שפראך-5 געדאנק 5 משקל 4 און א האלב און מיטנעמען אויף ווייטער-שרייב און שרייב ביז ענדע ביז סוף ביז אויס..ושם נשיר.

נומער 13, "ס'איז נאר די פאלשע Looks", הע! שטארקע ווערטער, א גוטער מוסר-השכל, און הומאריסטיש ביז גאר!

כ'וואלט געזאגט אז דעם איי'ס מראי מקומות געהערן צו יידל, עס קלעבט אבער נישט מיט'ן יידישיזם...
אפשר ממי שאמרו אדער געפילטע? [דער לעצטער האט אפשר געשריבן ערגעץ אז ער נעמט נישט אנטייל?].
אפשר ממי שאמרו אדער געפילטע? [דער לעצטער האט אפשר געשריבן ערגעץ אז ער נעמט נישט אנטייל?].
לעמאן נאכען דורליינען אלע אנאליזען הייבט מען אהן טראכטען פון פריש..פאר וועם דארף איך שטימען..אוי כ'האב שוין געשטימט!!! שאד.. 😳
א קינד קוים טאג אכט
אין שול מיר אריינגענומען
צען אידן זיך אפגעפונען
א ברית דארט געמאכט
דער טאטע טוט שוין שפינען
בושות ס'טוט מיר ווארטן
למעשה האט ער געווינען
דער מוהל אים געפאלגט ווי א פארנארטן
מיינע קוויטשעס
על קרן הצבי
נישט מורא געהאט פון סטיטשעס
א שאד געווען די מיה
דער מעסער האלטער פרעגט באש להוב
ויקרא שמו בישראל
די טאטע שרייט "זר זהב"
מיינט ער איז COOL
געלעכטער הילכן אפ
מיין קוישעלע איך זוך
דאס גלעזעלע פאלט אראפ
דער מוהל איז נישט ביי זיך
-----
די מעשה איז געווען קיינמאל
מיר אויפגעצויגן אבער יא מיט דעם שניט
אייביג מיר געמאכט פאר א FOOL
מיר געטיילט בושות אויף טריט און שריט
מיין מיינונג קיינמאל געטון אויסהערן
איך בין דאך א טראטשאק
א שאד די צייט צו פארווערן
מיר צו דערנידערן אך ורק
מיין געדולד געפלאצט
חוצפה'דיג געווארן
נאך א שנעלער אפשאץ
זיך דערזעהן ביי גרויסע פראפעסארן
עפעס מיט מיר
זיכער ראנג מוז זיין
נאר מיר גענומען אפיר
מיט טאטי איז דאך אלעס פיין
אזוי פארגלייבט געווארן
קאמפלעקסן איך פארמירט
זיין מהלך נישט גערירט
פאלשן חינוך שטרענג פארסירט
זיך נאך דערמיט באצירט
אבי נישט זעהן צארן
וואו קען איך געפונען דעם רשע
טרעפן זאליך נאר דעם איינער
געמיינט ער איז געמאכט פאר לזווגן קשה
איך וועל אים אנברעכן די ביינער
אין שול מיר אריינגענומען
צען אידן זיך אפגעפונען
א ברית דארט געמאכט
דער טאטע טוט שוין שפינען
בושות ס'טוט מיר ווארטן
למעשה האט ער געווינען
דער מוהל אים געפאלגט ווי א פארנארטן
מיינע קוויטשעס
על קרן הצבי
נישט מורא געהאט פון סטיטשעס
א שאד געווען די מיה
דער מעסער האלטער פרעגט באש להוב
ויקרא שמו בישראל
די טאטע שרייט "זר זהב"
מיינט ער איז COOL
געלעכטער הילכן אפ
מיין קוישעלע איך זוך
דאס גלעזעלע פאלט אראפ
דער מוהל איז נישט ביי זיך
-----
די מעשה איז געווען קיינמאל
מיר אויפגעצויגן אבער יא מיט דעם שניט
אייביג מיר געמאכט פאר א FOOL
מיר געטיילט בושות אויף טריט און שריט
מיין מיינונג קיינמאל געטון אויסהערן
איך בין דאך א טראטשאק
א שאד די צייט צו פארווערן
מיר צו דערנידערן אך ורק
מיין געדולד געפלאצט
חוצפה'דיג געווארן
נאך א שנעלער אפשאץ
זיך דערזעהן ביי גרויסע פראפעסארן
עפעס מיט מיר
זיכער ראנג מוז זיין
נאר מיר גענומען אפיר
מיט טאטי איז דאך אלעס פיין
אזוי פארגלייבט געווארן
קאמפלעקסן איך פארמירט
זיין מהלך נישט גערירט
פאלשן חינוך שטרענג פארסירט
זיך נאך דערמיט באצירט
אבי נישט זעהן צארן
וואו קען איך געפונען דעם רשע
טרעפן זאליך נאר דעם איינער
געמיינט ער איז געמאכט פאר לזווגן קשה
איך וועל אים אנברעכן די ביינער
נו לעמאן דזשוס איך האב געטרייט עפעס פאר דיר....
זר יעצט האסט דיך דערמאנט? נאך וואס כ'האב שוין געשטימט???
שוין מ'וועט מוזען מאכן א ניסן פארמעסט..
שוין מ'וועט מוזען מאכן א ניסן פארמעסט..
לענ״ד וויבאלד רוב וואטערס פון ק״ש זענען נישט דווקא די מורדיגע מבינים אויף פראזע פאעיזע גראזע וכו׳, וועלען זיי ענדערשט שטימען אויף די שטיקעל וואס האט זיי די מערסטע ארויסגענומען פון די כלים, און דאס וועט זיין לכאורה נומבער 11
דאס איז מיין נביאות
דאס איז מיין נביאות
כ'האב יעצט באמערקט אז איך האב בטעות געשריבן 7 פאר פשוט-קאמפלעצירט, טעות לעולם חוזר כ'האב געמיינט 8.
און משה געציל ניין עס איז נישט קופערניקוס, ער איז נישט אזוי אבסטרעקט. [בד"וו איינער ווייסט ווי ער איז אהינגעקומען ?]
און משה געציל ניין עס איז נישט קופערניקוס, ער איז נישט אזוי אבסטרעקט. [בד"וו איינער ווייסט ווי ער איז אהינגעקומען ?]
געפילטע פישקאווע טרינקעריעצט זעהסטו דעם ווייטן בליק און יודע-הכל, יידל.
ער ווארט אויף די לעצטע מינוט, ווען אלע טעותים וועלן זיין מתוקן.
אויב איז ער טאקע א יודע הכול ווייסט ער דאך וואס מ'גייט מתקן זיין.
די גייסט אריין אין די קשיא פון ידיעה ובחירה, שגץ.
ס'זעהט מיר אויס ווי "זר זהב" ניק איז גע'העקט.................. 😂
אדער פארקויפט פאר גוט געלט???
אדער פארקויפט פאר גוט געלט???
איך האב יעצט געענדיגט דורכטוהן אלע 15 שטיקלעך, כולם אהובים כולם ברורים, אלע זענען שיין און געשמאק, יעדער מיט זיין אייגנארטיגקייט, און ווען מען דארף אויסוועלן נאר 4, איז דאס אביסל א שווערע ארבעט.
האב איך געטראכט צו גיין לויט דעם תוכן, וועלכע שטיקלעך זענען די מערסטע תוכנ'דיג, און מען קען עפעס ארויס נעמען א מוסר השכל דערפון אויף למעשה, לעניית דעתי הקדושה.
לדעתי זענען זיי 3, 6, 7, 11.
3 – דער זארגלאזער אמאל, זייער א שיינע מוסר השכל אז דער אייבערשטער איז ווי א מאמע וואס זארגט זיך פארן קינד, און דער קינד דארף בכלל נישט זארגן, דער אייבערשטער וועט פון אלעס קער נעמען.
די גראמען, משקל, איז געוואלדיג שיין אויסגעשטעלט, עס ליינט זיך קלאר און געשמאק, און עס איז ווערט איבערצו'חזר'ן מער ווי איין מאל.
6 – דאס בלעטל מיין שפיגל, אויך זייער א שיינע מוסר השכל אז מען מיינט אז מען איז גליקליך ווען מען רייסט זיך אפ פון בוים, אבער נאכדעם בלייבט מען טויט, און מען איז מער גארנישט ווערט, ער שטעלט אוועק זיין מציבה אז אנדערע זאלן זיך אפלערנען דערפון, אבער באמת איז דער משל נישט ממש דומה לנמשל, ווייל ביים נמשל קען מען זיך נאך יא צוריק כאפן,
די גראמען זענען זייער שיין, עס ליינט זיך זייער געשמאק, און ס'ווערט צו איבערליינען מערערע מאל.
7 – איך בין הייליג, א שיינע מוסר השכל, ווילסט זיין פרום? אבער נישט אויף יענעמ'ס חשבון, ווער מיר נישט דעם באשעפער'ס פאליציי, זייער שיין ארויסגעברענגט, ווען דו ווערסט בעסער דארף נאכנישט יעדער ליידן.
די גראמען נישט די בעסט, אבער די שיינקייט ליגט אין די קורצע שארפע זאצן וואס מאכט עס געשמאק.
11 – קינות גירושין, האט א הארצרייסענדע מוסר השכל, אז עס לוינט זיך בכלל נישט צו געבן די צוועלף שורות, עס ברענגט אן א שיעור פראבלעמען און צרות (דאס איז וואס איך האב ארויס גענומען דערפון), ראה חיים עם האשה שבחר לך אביך ואמיך, פרוביר דיך צו מאכן באקוועם אין דיין מצב, מיט וואס דו האסט באקומען.
עס האט נישט קיין גראמען און נישט קיין פאעזיע, אבער זייער א רירנדע ארטיקל.

ברעסלובער לגבי קינות גירשין , אז א מענטש דארף זיך גטן זאל ער אוודאי יא אזוי טון , ח״ו צו לעבן און ליידען, מדארף נאר האבען שכל וויאזוי צו האנדלען מיט דעם
האסט א שטארקע פוינט.
אבער כ'האב מיר שוין אויסגעגארגעלט אויף דעם נושא אין עטליכע אנדערע אשכולות, עס איז נישט די פלאץ דא צו מאכן דערפון א סומאטאכע.
אבער כ'האב מיר שוין אויסגעגארגעלט אויף דעם נושא אין עטליכע אנדערע אשכולות, עס איז נישט די פלאץ דא צו מאכן דערפון א סומאטאכע.
קאווע טרינקערס'זעהט מיר אויס ווי "זר זהב" ניק איז גע'העקט.................. 😂
אדער פארקויפט פאר גוט געלט???
פארקויפט האבעך די קרוין 🙂
קאווע טרינקערגעפילטע פישקאווע טרינקעריעצט זעהסטו דעם ווייטן בליק און יודע-הכל, יידל.
ער ווארט אויף די לעצטע מינוט, ווען אלע טעותים וועלן זיין מתוקן.
אויב איז ער טאקע א יודע הכול ווייסט ער דאך וואס מ'גייט מתקן זיין.
די גייסט אריין אין די קשיא פון ידיעה ובחירה, שגץ.
געפילטער אויב יודל וועט זאגן ער גלייבט נישט אין גאט טוסטו אויס דאס קאפל? ווי ווייט גייסטו מיט דעם?
וואס האט גלייבן אין גאט צו טוהן מיט א קאפל?
ביסט גערעכט לגבי דעם קאפל ,ליבי אמר לי אז דו גייטס דיך שטעלן דערויף אבער
that's not the point here
יודל וויאזוי הייסט אזא twist ?
that's not the point here
יודל וויאזוי הייסט אזא twist ?
moti107ביסט גערעכט לגבי דעם קאפל ,ליבי אמר לי אז דו גייטס דיך שטעלן דערויף אבער
that's not the point here
יודל וויאזוי הייסט אזא twist ?
Red herring
סעים הער.
און מאטי הונדערט און זיבן, איך ווייס נישט פונקטליך וואס דיין פראבלעם איז, ביטע זיי מסביר.
און מאטי הונדערט און זיבן, איך ווייס נישט פונקטליך וואס דיין פראבלעם איז, ביטע זיי מסביר.
סאיז בסדר געפילטער let's go back to poetry
מאטי, להערה בעלמא: געפילטע האט נישט קיין ענדע-ר' ביים סוף פון זיין ניק נאמען.
מאטי 107, די וויץ מיט יודע הכל איז קאווע טרינקער'ס, נישט געפילטערטע פיש (אשכר דרא?). קאווע טרינקער האלט ווארשיינליך אז אויסטון די קאפל איז א סתירה מיט ידיעת הכל ודו"ק.
מיט דעם האט יידל פארלוירען זיין אלקות.
ער זאגט אז ס'איז נאר א וויץ, און איך האב עס געמיינט אמת'דיג.
ער זאגט אז ס'איז נאר א וויץ, און איך האב עס געמיינט אמת'דיג.
קופערניקס, ביזטו אויסגערוהט......דיין הקדמה איז נעם נארמאליש, און ס׳געפעלט מיר ווי דו מאכסט מיר נאך און באזינגסטער דיין אייגן שטיק!! הארך אויס, פאעזיע מיט גאוה׳עזיע כאפן זיך אן און מארשירן האנט ביי האנט
נא קופערניקוס, מיר ווארטן מיט שפאנונג...
נאאאאאאאא.......
דארפסט א באסט? א היטש? א טרינק? א סנעק? האלט אן פליסן...
כעוורע, זאל ארויסגעלייגט ווערן די נעמען פון די שרייבער?
וואס האלט דער עולם ערב די אויסגאנג פון די וואלן?
נומער איינס' אויספיר איז מיר א פליאה. כ'האלט דער פייטן האט געוואלט עפעס זאגן דערמיט, אבער כ'האב נישט געזעהן קיינע פון די קריטיקירער דאס דערמאנען:
א ברעקל, א ברעקל,
פון סחורה, פיין און גלאט,
מיט ערשטע רונדע טריטלעך,
פון א קעצל, נישט ווייט.
מיט שארפע אויגן גרינע,
וואס קוקן ברוגז זיך פאר.
פארדעקט איר מיסט ס'האט,
דער ערשטער שניי אין יאר!
ונעלם ממנו.
א ברעקל, א ברעקל,
פון סחורה, פיין און גלאט,
מיט ערשטע רונדע טריטלעך,
פון א קעצל, נישט ווייט.
מיט שארפע אויגן גרינע,
וואס קוקן ברוגז זיך פאר.
פארדעקט איר מיסט ס'האט,
דער ערשטער שניי אין יאר!
ונעלם ממנו.
נו? ר' קופערניקוס!!! דער עולם ווארט מיט שפאנונג..
אידען מ'טאר הישט פארפעלען איין ווארט פון קופערען יעדעס אות איז גאונות!!
אידען מ'טאר הישט פארפעלען איין ווארט פון קופערען יעדעס אות איז גאונות!!
יואליש, מיר האבן עס דערמאנט אין אונזער אנאליז דף 6
ער-דער שרייבער-דערזעהט אויף די פרישע שניי פיצינקע פיס-טריטן פון א קעצל וואס שטייט אין ווינקל פון גאס און פרייד זיך צו זעהן ווי הערליך די שניי האט צוגעדעקט איר צואה!
א ברעקל, א ברעקל,
פון סחורה, פיין און גלאט,
מיט ערשטע רונדע טריטלעך,
פון א קעצל, נישט ווייט.
מיט שארפע אויגן גרינע,
וואס קוקן ברוגז זיך פאר.
פארדעקט איר מיסט ס'האט,
דער ערשטער שניי אין יאר
נו, איך ווארט שוין אויף די רעזאלטאטען. מיינע ארומיגע זענען זייער באזארגט אויף מיין וואויל זיין.
נא חברה, שוין אפגעשטומט? צייט לויפט, ווייניגער ווי אכט שטונדען פארבליבן צו שטימן! פוילט אייך נישט און נעמט די פאר סעקונדען וואס עס פארלאנגט זיך אפצוגעבן די שטימע און וועהלט זאפארט!
געציל, דערוילעם וויל נישט שטימען, פאר קופערניקוס ענדיגט נישט זיין אנאליז! פלאס מיר ווארטן אויף א אויספירליכע ביאור אויף נומער אכט....עס איז טיף, פאעטיש, און קונצליך
אויף וואס ווארט ער? ער וויל מען זאל נאכאמאל אונטערנעמען א זיך אקציע? ער ווארט אויף שלשת ימי הגבלה וואס דעמאלטס איז זיין קאפ בבחינת גדלות המוחין? קופערניקוס זיסער, איך ווארט און איך ווארט און איך ווארט... ביטע לאז דיך נישט ווארטן אזוי לאנג...
יידל,
מאך זיכער ארויפצושטעלן דיין אנאליז ביי 10:26 ווייל לויט ווי איך בין אינפארמירט פארמאכט זיך די שטים בודקעס 10:35 היינט נאכט!
מאך זיכער ארויפצושטעלן דיין אנאליז ביי 10:26 ווייל לויט ווי איך בין אינפארמירט פארמאכט זיך די שטים בודקעס 10:35 היינט נאכט!
ליסטע פון באטייליגטע אינעם פארמעסט, עפ"י סדר הא"ב
פאלגענד איז א ליסטע פון שרייבער וואס האבן זיך באטייליגט אינעם פארמעסט-כפי סדר הא"ב.
בן תמליון
בענדשאמין פרענקלין
ברסלבער
הציץ ונפגע
יאנקל
יידל
לעמאן דזשוס
משה געציל
פשוט-קאמפליצירט
קאווע טרינקער
אנאנים
רוצה בעילום שמו
שהי פהי
בן תמליון
בענדשאמין פרענקלין
ברסלבער
הציץ ונפגע
יאנקל
יידל
לעמאן דזשוס
משה געציל
פשוט-קאמפליצירט
קאווע טרינקער
אנאנים
רוצה בעילום שמו
שהי פהי
איך זעה 13 שרייבערס אויף 15 פאעמ'ס?
2 שרייבערס האבן געשריבן מער פון איינס?
2 שרייבערס האבן געשריבן מער פון איינס?
לעמאן דזשוספאלגענד איז א ליסטע פון שרייבער וואס האבן זיך באטייליגט אינעם פארמעסט-כפי סדר הא"ב.
שהי פהי
ווער איז דאס?