☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » קאמענטארן אויף די פאעזיע פארמעסט, אדר-תשע"ג

קאמענטארן אויף די פאעזיע פארמעסט, אדר-תשע"ג

296 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2933
בלאט: 1 2 3 4 5 6

זר זהב » זונטאג פעברואר 17, 2013 4:06 am

· #87567
דיין בלעטעל איז אייזן, א קלואס ראנער אפ. איך האב אבער געשטימט פאר א ווערייעטי...

במקוה להכנה

לעמאן דזשוס » זונטאג פעברואר 17, 2013 4:08 am

· #87568
כבין צופרידן מיטן ראננער אפ פלאץ, אפילו עס קומט נאך פיר, איזעס אבער פאר אנדערע צעהן!!!

און איך זעה אז טעפל פארשטייט דיין מקווה.

זר זהב » זונטאג פעברואר 17, 2013 4:10 am

· #87570
לעמאן דזשוס
כבין צופרידן מיטן ראננער אפ פלאץ, אפילו עס קומט נאך פיר, איזעס אבער פאר אנדערע צעהן!!!

און איך זעה אז טעפל פארשטייט דיין מקווה.

אט אזוי, ביזט א פאזיטיווער קוקער!

לעמאן דזשוס » זונטאג פעברואר 17, 2013 4:10 am

· #87571
האמיר שוין צוויי געשטימטע ניקס. זר, און טעפל...יאיר האסט שוין געשטימט?

זר זהב » זונטאג פעברואר 17, 2013 4:11 am

· #87572
אוי טאטי שרייבט ערגעץ וואו אז ער האט שוין אויך געשטימט אן א איידי, ווייסעך נישט צי ס'וואליד, דא איז נישט פענסילוועניע

נולד מאוחר » זונטאג פעברואר 17, 2013 4:14 am

· #87575
זר לאזט דיך נישט איבער רעדן, גארנישט האט זיך געטוישט זייט האסט אונז פארלאזט.

לעמאן דזשוס » זונטאג פעברואר 17, 2013 4:14 am

· #87576
איך זעה אז עבסענטי בעללאטס האבן זיי בשום אופן נישט געוואלט אננעמען, דבילה איז דא זר איז דא פערזענליך אפצוגעבן דעם שטימע...באלד האמיר דעם עי1בי2 מיסטער אויך

זר זהב » זונטאג פעברואר 17, 2013 4:14 am

· #87577
א גוטע נאכט, פון מארגן א וואך איז פורים

שמעקעדיג » זונטאג פעברואר 17, 2013 4:15 am

· #87578
געשטימט.
א גוטע נאכט/וואך/מארגן......

נולד מאוחר » זונטאג פעברואר 17, 2013 4:18 am

· #87579
איך שטים נישט. איך האלט אז סגייט אן אלע איסרים פונעם ויואל משה אויף די בחירות.

יאיר » זונטאג פעברואר 17, 2013 4:19 am

· #87580
לעמאן דזשוס
האמיר שוין צוויי געשטימטע ניקס. זר, און טעפל...יאיר האסט שוין געשטימט?

חלילה! דער עולם נעמט דא די וואוטס מיט אזא לייכטזיניקייט, פונקט ווי די אמעריקאנער באטראכטן די פרעזידענטליכע וואלן. מען כאפט א בליק אויף יעדן שטיקל, מען ליינט צוויי שורות, און געגאנגען! ס'איז עפעס א קלייניקייט צו וואוטן אויף פאעזיעס?! צדיקים פלעגן אריינלייגן אזעלכע כוחות ביי די יערליכע קאנטעסטים. מ'זאגט נאך פונ'ם הייליגן רבי'ן רבי רבינו סעכעליינו אז וואויל זענען די אויגן וואס האבן געזען אויגן וואס האבן געזען די מלאכים ושרפים וואס קומען אראפ ביים וועלן פאר פאעזיעס. איך וועל זאגן א לשם יחוד, אריינלייגן צדקה אין די פושקע, און בעת רעוא דרעוין וועל איך מאכן מיין החלטה מיט אויסגעוויינטע אויגן, און מתפלל זיין בדמעות שליש אז איך זאל מאכן די ריכטיגע החלטה און מעלה זיין די ניצוצות הקדושים ואס האבן זיך פארוואלגערט אין די זוהמא'דיגע שירי אהבה.

לעמאן דזשוס » זונטאג פעברואר 17, 2013 4:29 am

· #87581
יאיר
לעמאן דזשוס
האמיר שוין צוויי געשטימטע ניקס. זר, און טעפל...יאיר האסט שוין געשטימט?

חלילה! דער עולם נעמט דא די וואוטס מיט אזא לייכטזיניקייט, פונקט ווי די אמעריקאנער באטראכטן די פרעזידענטליכע וואלן. מען כאפט א בליק אויף יעדן שטיקל, מען ליינט צוויי שורות, און געגאנגען! ס'איז עפעס א קלייניקייט צו וואוטן אויף פאעזיעס?! צדיקים פלעגן אריינלייגן אזעלכע כוחות ביי די יערליכע קאנטעסטים. מ'זאגט נאך פונ'ם הייליגן רבי'ן רבי רבינו סעכעליינו אז וואויל זענען די אויגן וואס האבן געזען אויגן וואס האבן געזען די מלאכים ושרפים וואס קומען אראפ ביים וועלן פאר פאעזיעס. איך וועל זאגן א לשם יחוד, אריינלייגן צדקה אין די פושקע, און בעת רעוא דרעוין וועל איך מאכן מיין החלטה מיט אויסגעוויינטע אויגן, און מתפלל זיין בדמעות שליש אז איך זאל מאכן די ריכטיגע החלטה און מעלה זיין די ניצוצות הקדושים ואס האבן זיך פארוואלגערט אין די זוהמא'דיגע שירי אהבה.

משה געציל » זונטאג פעברואר 17, 2013 4:41 am

· #87583
ברעקינג: א געוויסע באריכט ווייסט צו פארציילן אז פרעזידענט באראק ח. אבאמא האט געשטימט פאר זיין קעגנער מיט ראמני, נאכן זיך איבערצייגן אז ראמני לויפט אויף א בעסערע פלאטפארמע ווי אים!


איר האט זיך באגעגענט מיט דעם העדליין? אוודאי נישט! עס איז דאך לא היה ולא נברא!

אבער בערך אזוי פיל איך יעצט ווען איך האב שטארק מורא אז איך גיי מוזן לייגן מיין גרויס כבוד אין בוידעם אויף אפאר מינוט, און א שטים טאן פאר פיר אנדערע. איינס בעסער פונעם צווייטן!

לעמאן דזשוס » זונטאג פעברואר 17, 2013 11:01 am

· #87620
אנאנים, דערפאר האב איך אנהייב דעם אשכול געבעטן ׳קריטיקירער׳ זאלן קומען צו גיין!

ווער ס׳האט מורא פון קריטיק, זאל ארויסזאגן און מ׳וועלמיר נישט פובליצירן זיין נאמען נאכן פארמעסט...

קאווע טרינקער » זונטאג פעברואר 17, 2013 11:17 am

· #87627
כ'בין דורך שווערע צוויי וואכן, אחת היא בקשתי פון מיין יוצר ובורא: גיב מיך מנוחה, ייש"כ.

במשך'ן שבת האב איך מיט א רוהיגקייט אנאלאיזרט די 15 פאעזיע שטיקלעך (וואס כ'האב מדפיס געווען צווישען די צוויי שבת פייפערס), וואס זענען ארויס געשטעלט געווארן דורך ידידנו המכונה מיץ-לימון, ה' ירום הודו, וימתיק מיצתו. האמת אגיד, איך וואלט איצט נישט געוואלט זיין אין זיין פאזיציע, ווארום עס ווארט אים נישט קיין לייכטע טעסק. צווישען די 15 שטיקלעך איז דא גאר פיינע סחורה, וואס זענען ראוי צו זיין "געווינערס", און מחליט צו זיין ווער THE געווינער איז, איז נישט עפעס וואס איך וואלט מיך אונטער גענומען אין די פארנומענע פורים-הכנות טעג.
אבער, א מיינונג האב איך, און די רעכט איר פארצושטעלען האב איך אויך. אלזא, לאמיר מסכים זיין ממה שבא לידינו, און מצמצם זיין א נומינירטע ליסטע. איז אזוי, איך, ווי דר'עולם האט מיך שוין קענען געלערנט, בין א טיפישע אינגערמאן, גארנישט ספעציעל אהער און גארנישט ספעציעל אהין. איך בין נישט קיין שדכן און נישט קיין בדחן. כ'פארשטיי נישט צו וויין, און כ'פארשטיי נישט צו חינוך. אפילו דאס ביסעלע טינט וואס כ'שפריץ ארויף אויף די בלעטער דא, זענען חידושים פעהלערדיג, כ'חזיר איבער אלטע סחורה. און ס'איז לייכט צו דערקענען אז א רייכע שפראך פארמאג איך נישט. כמעט וואס כ'לייק נישט יאנקל, ווייל 90% פון זיינע ווערטער פארשטיי איך נישט.

ווער רעדט נאך פון פאעזיע, וואס איך בין בכלל נישט קיין מאן דאמר. און דאס איז דאס ערשטע טעות וואס קופערניקוס האט געהאט, וואס האט אפגע'הרג'ט די געפלאנטע יארצייט סעודה, מיט דעם וואס ער האט געהאנגען מיין נאמען אונטער "פאעזיע פאנעל", א פאזיצע וואס וואלט געפאסט פאר משה געציל. אז איך הייב אן צו זינגען א שטיקל פאעזיע און איך כאפ נישט וואס ער רעדט, וואו ער שטייט, וכו', ווער איך צומישט, מיין CPU שטרענגט זיך איבער, אזאך וואס כ'קען נישט פארנעמען, און דער פיוט פארלירט מיין געטריישאפט.

מיום עמדי על דעתי האב איך סך הכל צוויי פיוטים מחבר געווען "דער טונקעלע מארגען" און "א hit פון ביבער". וואו געזאגט, זענען זיי נתחבר געווען בעמק הבכה, ווען אנגעזעצטקייט איז געווען אויפן העכסטען שטאפל, און ווער ווייסט צו די חידושים וואלטן נתגלה געווארן פאר'ן ציבור, ווען נישט אונזער קאווע שטיבל? – ייש"כ טייערע גבאים. עכ"פ ווען דו באטראכסט די צוויי דערמאנטע פיוטים, זעהסטו מער דער געדאנק ווי דער שפראך, איך נוץ נישט קיין נישט-באנוצטע ווערטער. ביי מיר איז דער רעיון דער יסוד פונעם חיבור.

מיט דעם הקדמה וועט איר פארשטיין פארוואס איך בין א פורש מן הציבור, און איך ווער נישט פארגאפט פון שטיקל נומער 1. ס'איז הערליך געשריבן, און מסתמא לויט די יסודות פון פעאזיע איז דאס א שטארקע קאנדיטאט, אבער די מעסעדזש איז נישט עפעס שטעכעדיג. – די ערשטע 4 שורות האב איך נאך מיטגעהאלטן, אבער די קומענדיגע 4 זענען צו הויעך פאר אזא לא-יוצלח ווי מיר. "ס'שטרייטן גייסטער אפנים" איז ריכטיגע אלט-יידישע אויסדריק פון אידיש מיט יוד. אבער א שיין שטיקל איז עס. צו באמערקען, אז נאר יעדע זעקסטע זיבעטע ווארט גראמט, משא"כ 3 4 און 5 ועוד, זענען מער גראמען פיל.

שטיקל 2. איך האב שטארק מיטלייד מיט אים. אבער אלץ א געווינער איז נישט שייך אים צו באשטימען, צוליב דעם וואס שטיקל 3 שטייגט אים איבער. וואס יא, די זכות פון אזויפיל ליינער וואס האבן מיטגעוויינט ליינענדיג זיינע בענקשאפט-צום-טאטען שורות, זאלן ארויפגיין פארן כסא הכבוד, און פועל'ן א רוח והצלה, אמן. און אויב איז ער מצליח מיט דעם, איז ער טאקע דער געווינער.
שטיקל 3, ווי שוין מרמז געווען, איז א פיין שטיקל סחורה מהחל ועד כלה. ס'ליינט זיך לייכט, און געשריבן אויף זייער א קונצלעכדיגע אופן וויאזוי די שורות ווערען קרובות. ס'שמעקט פון משה געציל, אבער די מסקנה, אז מ'גייט צו באשעפער פון הימל, און מ'וויינט זיך אויס פאר אים וכו' וכו', שמעקט מער כמעשה ידי ידידינו החביב ברסלבער. שטיקל 3 האט אבער נישט מצליח געווען מיר צו מאכן לאכן ווי שטיקל 4.

שטיקל 4. דאס איז עס. אע"פ וואס די מסקנה איז הוילע שטותים, קיינער דארף דיך טאקע נישט, נישט דיך און נישט מיך, מ'דארף דיין געלט. אבער ווען איך דערמאן זיך פון די ערשטע בריוועלעך וואס איך האב געפונען אין מיין פאסט קעסטל נאך מיין חתונה, קען איך נישט לייקענען, אז יא, ס'פיהלט גאנץ גוט (פאר די יונגע ליינער: אין מיינע צייטן האבן בחורים נאך נישט געהאט קיין POB). – דער וועג וויאזוי ער לייגט דאס אראפ, און די סארט בריווען וואס ער טרעפט איז א מחיה צו ליינען, כ'האב דאס טאקע איבערגליינט מער ווי איינמאל. ס'האט א מעסעדזש, פון די ערשטע שורה האלט איך מיט וואס ער טוט, ער באגלייט דיך די גאנצע וועג ביז ער ווייזט דיך די לעכטיגע ענדע. גראדע, שטיקל 3 טוט דאס אויך, אבער ווי געזאגט, שטיקל 4 איז מער מחודש, און שמייכלדיג.

איך וואלט שוין מכריז געווען שטיקל אלץ געווינער, אבער וואס זאל איך טוען אז דער מחבר פון שטיקל 5 (לעיקוואוד?) האט גענומען אן איי, און געמאכט פון איר א קאשטקע. דאס איז א געזונטע מחודש'דיגע שטיקל. ס'גראמט זיך לייכט, און ס'איז געשמאק. איך האב געמוזט ארויסנעמען אן עירובין גמרא צו פארשטיין וואס ער מיינט מיט די מעשה פון ר' עקיבא. די פראזע "א שיעור מדאורייתא צו קענען בענטשען" איז לכאורה א טעות, ווייל לפי זכרוני איז ברכת המזון מן התורה נאר אם אכל ושבע, ושיעור כביצה איז נאר מדרבנן. ס'וואלט געפאסט צו מאריך זיין בשבחו פונעם שטיקל, אבער, ס'רעד פון זיך אליינס. אין קורצען: א געווינער קאנדידאט.

שטיקל 6, כמדומה אז דעם שטיקל האב איך שוין באגעגענט אין שטיבל, געשריבן דורך דעם הויעכגעשעצטער בעל הפארמעסט אליין, ממילא איז נישט שייך צו נעמען א שטעלונג. דעם שטיקל, אזוי שטיקל 1, זענען פאעזיע לשם פאעזיע: ביימער, בלעטלעך, שטיל שווייגעניש, זון שטריילען, לבנה שיין, בערג, טאלען, קאלט, הייס, ווינטען, מתים און נשמות. – אנדערע וועלען פאר אים שטימען, דאך, מיין מיינונג מעג איך זיך אונטערברומען.

שטיקל 7. ריכטיג קונסט. נישט סתם. על אף ס'האט מיר גענומען א רגע צו כאפן וואס זיין מהלך, ציעל איז, אבער Once איך האב געכאפט די כוונה, האב איך באוואונדערט זיין ווערק. ס'איז קורץ און שארף. ס'גראמט, ס'רעדט, ס'שרייט, ס'גוט. דא האבן מיר נאך א געווינער קאנדידאט. איך וואלט מייחס געווען דעם שטיקל פאר מיכאל שניצלער, לבי אומר לי. עכ"פ דער מחבר האט זיכער אסאך געהערט זיינע טעיפס. – אויב דער ריכטיגע מחבר פילט זיך געטראפן פון מיין השערה, דאן קען איך אים נישט העלפן. סארי.

שטיקל 8, - כ'הייב אן צוטראכטען אז פאעזיע שרייט כלך לך אל צומעס וסומאטאכותיהם, ווייל צו פאעזיע פארשטייסטו נישט. מתים, סיביר'ע קעלט, געיאמער, טרערן, רוחות, וכו'. און ס'איז מסתב"ר אזוי, ווייל דער איפכא מסתבר"א איז זיכער נישט קיין פשוטע מחבר, מ'זעהט ער פארשטייט עפעס, ער זאגט עפעס, ער מיינט עפעס. פון די אנדערע זייט, דער טייערע מחבר, ס'זאל פאר אים זיין מסתבר, אז ס'איז איפכא, נישט יעדער איז א מומחה. אבער נניח אז דער שופט כל השטיקלעך וועט בוחר זיין אין פאעזיע לשם פאעזיע, דאן וועט שטיקל 1 און 6 זיין א שטארקע קאנקורענץ.

שטיקל 9. איך גלייב אז דער מחבר האט נישט געוואוסט וואס ס'ווארט אים אפ דא, לענגערע שטיקלעך פון גרויסע לייבן. עכ"פ איך שמעק אז ער איז ביכולת מאריך צו זיין כהנה, און ער האט יד ושם אין פאעזיע, והראיה, ער רעדט פון בערג, טרערען, און שטערנס.

שטיקל 10 גארנישט אזא בייזער חלום, ס'איז היבש זיס. כ'וואלט געראטען דעם מחבר צוצולייגען אן אויספיר, על פי דרכו:
נישט גע'דאגה'ט אידן!
ס'וועט שוין באלד קיין חלום מער נישט זיין!
דער גוי ביי אונז געבליבן!
מ'וועט מחה תמחה מיט אים מקיים זיין!
וכו',

שטיקל 11 קען נישט בטל ווערען, צוליב וואס ער איז א חתיכה הראוי להתכבד. מ'קען אויף יעדע שורה מאכן א שיר פאר זיך. א שיר?! א קינה! דער שטיקל איז תובע אידיש בלוט. ס'רייסט. כ'וואלט געבעטן שמעקעדיג (וואס טוט אין שלום בית, וויפיל מאל דארף ער דאס זאגן?..) זאל מאכן אן אשכול אויף דעם קינה. א אשכול?! א סומאטאכע! אין כאן מקומו להאריך. יקויים בך (וואס מ'זאגט שבת אינדערפרי ביים דאווענען – שטייט אויך אין תהילים): שמחנו כימות ענתנו, שנות ראינו רעה.

שטיקל 12 איז א שטיקל, דער אופן הכתיבה איז זייער קונצלעך. אביסעל קורץ לעומת די אנדערע קאנדיטאטען, אבער ס'איז ראוי להצטרף בהאי פור הוא הגורל לפני לעמאן.

שטיקל 13, דער מעסעדזש איז בייסיגער (און ברעקלעך טינוף) און געט מער וואג ווי דער עצם פאעזיע. ס'ליינט זיך גרינג, מ'פארשטייט וואו אהין דער מחבר טראגט אייך.
להוי ידוע, אז משה געציל האט מייחס געווען דעם שטיקל צו מיר. אבער ס'גלייבט זיך שווער, צוליב דעם וואס איך בין נישט קיין פרוי, אע"פ ווען מ'פרעגט מיך בשעת הזרעה וואלט איך בוחר געווען אזוי (אין 2000 והלאה, זענען פרויען אייביג גערעכט.) און קיין בעל גאוה בין איך אויך נישט, ווייל איך אליינס האב פ"ס. עכ"פ דער שטיקל איז בלי שום ספק א געוינער קאנדידאט.

שטיקל 14. א געווינער נומער צוויי. ס'הייסט, ער שפאצירט אריין אין קאווע שטיבל, ער שרייבט אפ 16 שורות פאעזיע, און שעפט פון דעם נחת, ובכל זאת, איז ער מחליט ער לאזט אלעס אפ, און זעצט זיך צוריק אין בית המדרש. כמותך ירבו בישראל.

שטיקל 15, שוין ווייטער מיט בערג, ביימער, קושן, טאנצען. דאס איז פאעזיע. ער פירט ארום די ליינער מויערען און טורעמען. אפגעזעהן צו דעם שטיקל איז דער געווינער, איז דער מחבר זיכער א מומחה אין דעם געביט. איך בין זיכער אז ער האט געשריבען און וועט שרייבן נאך.

לעמאן דזשוס » זונטאג פעברואר 17, 2013 11:26 am

· #87630
קאווע טרינקער, דו ביזטאס? אוודאי ווער דען?! דאס הייסט א ריכטיגע ריוויו, און קריטיק, דאס איז די ציהל פונעם פארמעסט!!!

מיר ווארטן אויף קופערניקוס. בענדזשאמין. יאנקל. יידל. יאיר. און נאאאאך נאכער קענען מיר גיין שטימען רואיג!

יידל » זונטאג פעברואר 17, 2013 11:29 am

· #87632
מיין אנאליז קומט 10 מינוט פאר די רעזולטאטן וועל פארעפנטליכט ווערן דינסטאג.

לעמאן דזשוס » זונטאג פעברואר 17, 2013 11:30 am

· #87633
יידל
מיין אנאליז קומט 10 מינוט פאר די רעזולטאטן וועל פארעפנטליכט ווערן דינסטאג.


למה?!

קאווע טרינקער » זונטאג פעברואר 17, 2013 11:37 am

· #87638
לעמאן דזשוס
קאווע טרינקער, דו ביזטאס? אוודאי ווער דען?! דאס הייסט א ריכטיגע ריוויו, און קריטיק, דאס איז די ציהל פונעם פארמעסט!!!

לאו דוקא, יעצט זעה איך אז כמעט אלע האבן א רעכט צו שטימען (איך מיין מ'זאל מאכן אן אויסנאם פאר לולקע-ציבעך, אדער זאל שרייבן נאך אפאר הודעות). ממילא איז מיין גאנצע שפריצעריי צוויי מאהל גאהרנישט, ווייל אז דער עולם מאכט אפ, קען דאך אובאמא אויך געווינען.

פשוט-קאמפליצירט » זונטאג פעברואר 17, 2013 12:35 pm

· #87666
[ציטאט אראפגענומען]


כדרכך האסטו, יאנקל, געמאכט א סופער דזשאב. גרינטליך, אנאליטיש, קריטיש, און צוגלייך, פארשטענדליך. איך טייל דיין מיינונג, מער ווייניגער. יעדעס איינס פון די שטיקלעך איז אייגנארטיג פאר זיך. ווי מיט יעדער קאמפאזיציע, האבן אלע זיך זייערע מעלות און חסרונות. פארגלייכן זיי איינס צום אנדערן האט נישט קיין פשט, ווייל זיי זענען זייער פארשידנארטיג.

פאלגנד איז וואס איז די ערשטע רעאקציע וואס איז מיר אויפגעקומען אין געדאנק ביים לייענען די פאעמעס.

1. דער שרייבער איז אן אמת'ער פאעט.
אפשר נישטא קיין סך אריגינעלע געדאנקען; איז די פאעמע שיין געשריבן. לייק.

2. שיין. סענטימענטאל. אפשר נישט אזוי פאעטיש ווי אנדערע שטיקלעך; אבער פארט, שיין ארויסגעברענגט די הרגשים.

3. שיין און פארט געשמירט. לאזט געווענליך, פשוט'ע געשעענישן אין לעבן דורכלויפן א פאעטישער פריזמע. מאכט א גוטן דזשאב דערמיט.

4. דער עיקר קונץ דערמיט איז דאס נעמען א געדאנק וואס אין אן ארטיקל וואלט נישט געהאט קיין סך "עקסייטמענט", און פארוואנדלט אים אין א ביג דיל דורך אים צעלייגן אין א פאעמע.

5. הומאריסטיש און קיצלדיג. איך מיין אבער אז דער חידוש שבו האט נישט מיט פאעזיע. דאס שטיקל וואלט פונקט אזוי גוט געווען אויב געשריבן אין פראזע.

6. ענליך צו נומער 1. נומער 1 איז מער פאעטיש; דער געדאנק אין נומער זעקס איז מער אריגינעל.

7. איך וואלט אויף דעם געזאגט דאס זעלבע וואס אויף נומער 4.

8. ניש'קשה. גאנץ א לייטיש שטיקל; איך האב ליב די סטיל, הגם כ'מיין אז עס זאגט נישט גענוג קלאר וואס עס וויל ארויסברענגען.

9. קלאסיש היפער-ראמאנטיש שטיקל. פשוט פאעזיע. רעפלעקטירט עפעס וואס עקזיסטירט אין חלומות.

10. שיין און קיצלדיג. איך מיין אבער אז די געדאנקען אין דעם שטיקל האט מער מעגליכקייטן ווען געשריבן בנוסח פראזע.

11. רירנד און הארצרייסנד. ס'איז אבער מער דער מעסעדזש ווי דעם אופן ווי ער ווערט איבערגעגעבן.

12. תוכן הדברים איז קלאסיש און לייכט ראמאנטיש. דער עיקר חידוש איז דער קאנטראסט אין סטיל ביי יעדן שטיקל, וואס לויפט פון קורצע גראמען (ווען איך האב דיר געזען, אויפ'ן טרעין, נעבן אים) ביז דער פאלגנדער שורה (מיט די פארלאשענע אויגן). אין אלגעמיין האב איך בעסער ליב פרייהייט און שעפערישקייט און א הפקרות מיט דער סטיל. דער מחבר האט אבער דא אריינגעברענגט א חידוש מיט'ן אויפבויען א שפאנונג אין איין שורה, און דאן ווי אויסאטעמען דעם אויספיר אין איין שאס. לייק.

13. מער על או על ווי סיי וואס אנדערש. אבער די פאעזיע איז אויך ניש'קשה.

14. זיס. דווקא נישט קיין שלעכט שטיקל פאעזיע.

15. שיינע חידושים. איך וואלט דעם שטיקל איבערגעשריבן אויפ'ן שניט פון נומער 8. איך מיין אז די בילדער און געדאנקען פון דעם שטיקל בעטן זיך פאר א מער אבסראקטן און לויזן שניט ווי גראמען.

לעמאן דזשוס » זונטאג פעברואר 17, 2013 12:42 pm

· #87670
אנאנים, פשוט -קאמפליצירט, א מחי׳ צו ליינען אייערע אנאליזן!

געפילטע פיש, לאז אונז נישט ווארטן אויף דיין אנאליז!

קאווע טרינקער » זונטאג פעברואר 17, 2013 1:06 pm

· #87679
להוסיף עוד נקודה, איין טעות האט דער נומער 13 געהאט, אז דער קעפל זאגט שוין אויס דעם סוף פסוק. דאס איז טעות. איך וואלט געראטן אזא קעפל: "יגיע כפיך כי תאכל, אשריך".

לעמאן דזשוס » זונטאג פעברואר 17, 2013 1:16 pm

· #87692
קאווע טרינקער
להוסיף עוד נקודה, איין טעות האט דער נומער 13 געהאט, אז דער קעפל זאגט שוין אויס דעם סוף פסוק. דאס איז טעות. איך וואלט געראטן אזא קעפל: "יגיע כפיך כי תאכל, אשריך".


איר האט רעכט, האמת אגיד די שטיקל איז אריינגעקומען נאכן צווייטן פייף, און אן א קעפל. האב איך אליין געשריבן דעם קעפל! איצט אז איר שלאגט פאר אנאנדער קעפל, האבן מיר עס געטוישט.

לעמאן דזשוס » זונטאג פעברואר 17, 2013 1:18 pm

· #87694
כעוורע שטימט נישט שנעל! עס קומען נאך פיינע אנאליזן פון נאך גוטע קריטיקער!

יואליש, לעיקוואד, מחשליט, נא!

קאווע טרינקער » זונטאג פעברואר 17, 2013 1:19 pm

· #87697
יעצט זעהסטו דעם ווייטן בליק און יודע-הכל, יידל.
ער ווארט אויף די לעצטע מינוט, ווען אלע טעותים וועלן זיין מתוקן.

קאווע טרינקער » זונטאג פעברואר 17, 2013 1:59 pm

· #87732
זר זהב
איך האב געשטימט.

וויאזוי האסטו געקענט שטימען? דו האסט שוין געשריבן מער ווי 50 הודעות (היי יאר)?

קאמפיאטער » זונטאג פעברואר 17, 2013 2:28 pm

· #87746
פינעם גבאי'ן באקימען אן אישי.
שוין געמיינט אז עפעס איז פישי.
אבער סך הכל צי קימען.
אין אפגעבען די וויכטיגע שטימען.

ווער פין די פיפצען גייט באקימען מיין הסכמה?
האב איך אפגעמאכט; דער וואס וועט ארויסנעמען מיין נשמה.
איך טי צי דער זאך.
אין די אשכול פין פאזיע'ס איך געב א אויף מאך.

אן קיין סדר איך נעם מיר ליינען.
איך טראכט צי מיר מען קען שוין מיינען.
אבער ניין 'קאמפיאטער ניין.
עס לוינט נישט אוועק צי גיין.

זיצענדיג פארטיפט נישט כאפענדיג.
פיל איך ווי אן קיין שום פריעדיגע ווארענונג.
טיען זיך אויף מיין פנים פארמערן.
ווארעמע אידשע טרערן.

איך האלט עס נישט אויס.
פין דיין הארץ ארויס.
דיין ווייטאג געטיען מיטטיילן.
זאל דיין ישעוה די באשעפער צי איילן.

יאפ נאמבער "11" די האסט מיין הארץ צישפיעלט.

שמעקעדיג » זונטאג פעברואר 17, 2013 2:37 pm

· #87751
די פאעזיע פארמעסט שלעפט ארויס די באהאלטענע און פארבארגענע און באגראבענע טאלאנטן פון אזויפיל ניקס!
אילו לא באנו אלא בשביל זה, דיינו!

לעמאן דזשוס » זונטאג פעברואר 17, 2013 2:44 pm

· #87761
מיין אנאליז אויף די הערליכע שטיקלעך
איצט כאפ איך אפאר מינוט אפצושרייבן מיין קורצזיכטיגע אנאליז, לויט ווי דעתי העני' טוט אפשאצן, כאמור, שאץ איך א שטיקל פאעזיע מער-ווייניגער מיט דריי יסודות'דיגע פאקטורן א' שפראך, ב' טיפקייט און ארגינעלקייט פון געדאנק, ג' משקל-דהיינו וויאזוי די עצם שטיקל זינגט זיך! איצט וויל איך צולייגן נאך גאר א שטארקע פאקטאר וואס איז בעצם עולה על כולם אין א געוויסע זין; וויפיל מאל קען איך איבערליינען דעם שטיקל-דהיינו-גיי איך אוועקלייגן דעם שטיקל און ארויסנעמען אין א צייט פון נויט אפצוליינען און דערקוויקן מיין הארץ!!! פארשטייט זיך אז די אויבנדיגע דריי פאקטארן שפילן א וויכטיגע ראלע אין דעם לעצטן, כמובן, אבער עס קוקט זיך פון א פארקערטן קוק ווינקל.

פאר איך הייב אן, וויל איך מעלדן, איך גיי קריטיקירן אנאליזירן מיט צוגעמאכטע אויגן, דהיינו, כאילו איך ליין זיי אין א ביכל-נישט פון ניקס דא. אויב איינער שפורט באליידיגט א' זאל ער קומענדיגע מאל נישט אריינגעבן א שטיקל. ב' קען מיר מעלדן און מען וועט נישט ארויסגעבן זיין נאמען....אבער איך נעם אן אז די שרייבער פארשטייען געוויס אז די הויפט געדאנק און אויפטוה פון אזא פארמעסט איז טאקע קריטיק און בעסער ווערן!! כדרכם של קונטס-קריטיק למיניהם!

אלזא, איך וועל עס פרובירן צו מאכן קורץ און צום פונקט.

ווינטער נאכט. דער שרייבער שטעלט אראפ א פראסטיגע ווינטער נאכט, ער הייבט אן מיט די אימה'דיגע קולות פון גאס, די הינט בילן דערציילן אים אז שדים האבן זיך געדרייט אינעם פארלאזטן חושך'ן גאס, ער זעהט די ווייסע לבנה וואס קוקט אים אויס ווי זיי זענען בלאס פאר פחד פונעם שווערן ווינטער. די קורצע ביימער שטייען נאקעט-אן בלעטער און קוקן אויס פיל העכער ווי זיי זענען באמת, די ביימער בענקן נאכ'ן פארלאפענעם זומער און די זיסע בינען וואס זומען ליבליך-זיי געפעלן אים מער ווי די הינט'ישע בילן! דערנאך הערט ער גערודער פון א הימלדיגן שטורעם וואס זאגן אים אן אז א שניי גרייט זיך אנצוקומען, מאכנדיג איר וועג אראפ אויפ'ן קאלטן ערד, ער-דער שרייבער-דערזעהט אויף די פרישע שניי פיצינקע פיס-טריטן פון א קעצל וואס שטייט אין ווינקל פון גאס און פרייד זיך צו זעהן ווי הערליך די שניי האט צוגעדעקט איר צואה!

א ברעקל, א ברעקל,
פון סחורה, פיין און גלאט,
מיט ערשטע רונדע טריטלעך,
פון א קעצל, נישט ווייט.

מיט שארפע אויגן גרינע,
וואס קוקן ברוגז זיך פאר.
פארדעקט איר מיסט ס'האט,
דער ערשטער שניי אין יאר!


די צוויי בתים, זענען לדעתי די שענסטע, און פארטיגט גאר הערליך אויס דעם נארוואס געמאלעוועט בילד! די צוויי בתים קען איך איבערליינען איינמאל און נאכאמאל און דערהערן פון פריש דאס גאנצע ווינטער נאכט....

איצט צום פונקט, שפראך-העכסטע ראטע-פינעף שטערדלעך, געדאנק-געמאלן א בילד פונעם ווינטער-צוויי און א האלב שטערנדלעך, משקל-פינעף שטערנדלעך. איבערליינען-די לעצטע צוויי בתים!

לעמאן דזשוס » זונטאג פעברואר 17, 2013 2:46 pm

· #87762
קאמפיוטער, עס זענען דערפאר פארהאנען 4 שטים רעכטן!!!

chaims » זונטאג פעברואר 17, 2013 2:51 pm

· #87769
עס ווילט זיך מיר לויפן
און דעם וועלט דעם גרויסן
אוועק פון מיינע ליידן
עגמת נפש צו פארמיידן
לאזט מיר ארויס וויל זיך פון מיר שרייען
עס בלייבט מיר איבער די ווערטער צו פארדיייען
צומאל קוקט מיר אויס
אז אזוי וועט גיין ביז פונעם וועלט ארויס
אבער דען טהו איך מיר דערמאנען
אז מען איז שוין ערגער געשטאנען
אבער מיט די צייט
איז געווארען גרינגער די לייד
און עס קומט א צייט
ווען מען ווערט צוריק פיהל מיט פרייד
קוק נאר אהן דיר וואו די שטייסט
עס איז שוין געווארען גרינגער אויפן גייסט
ווען די מארגן וועט אויפשיינען
וועלן מיר זיך שוין צוזאמען פרייען

לעמאן דזשוס » זונטאג פעברואר 17, 2013 2:54 pm

· #87775
מיין אנאליז אויף איך וויל מיין טאטן
איך וויל מיין טאטן צוריק. זייער זייער א ווארעמע שטיקל, ספעציעל נעמענדיג אין באטראכט די נארוואס פארלאפענע סאמאטוכע בפרט, און אזוי אויך די אנדערע היימישע יושבי חשך וצלמות! דער שרייבער לייגט זיך אריין טיף טיף אינעם קליין הערצעלע פונעם קליין קינד פונעם צום-תפיסה-פאראורטיילטן. דאס קינד רעד כלומרשט צום טאטן און בעט זיך ער דארף נישט קיינע הסבירים, קיינע בריוו, קיינע בארואיגונגס-ער וויל זיין טאטע זאל אים אפווישן די טרערן וואס ער גיסט אויף'ן טאטע'נס אפוועזהייט!!

איך פרעג פארוואס, ער זאגט איך בין קליין צו פארשטיין,
אבער איך דארף מיין טאטע, איך בין נאך זייער קליין


די צוויי שורות, איז לדעתי דאס טיפסטע, דאס קינד פרעגט פארוואס, דער טאטע ענטפערט, ביזט צו קליין! ענטפערט דאס קינד, טאקע דערפאר דארף איך דיך אזוי וויכטיג...

עס פירט אויס, דאס קינד זעהט אז דער טאטע איז פארגאנגען ווענד ער זיך דערפאר צום טאטען אין הימל און פרובירט דארט זיין גליק!!

אלזא, שפראך-זיס און שיין, צוויי און א האלב שטערנס, געדאנק-הערליך, אידיש הארץ-רירנד, דריי און א האלב שטערנדלעך, משקל-דריי שטערנס, מיטנעמען און ליינען שפעטער-פינעף שטערנדלעך....ווען איך גיי מיר דערמאנען פון א יושב כלא, וועל איך אפליינען דעם שטיקל! שקויעך שרייבער.

דרך אגב, עס איז גאנץ קלאר, אז דער שרייבער האט נישט געצילט צו א נומער איינס אינעם פארמעסט, בלויז געשריבן וואס איז אים געליגן אויףן הארץ!

לעמאן דזשוס » זונטאג פעברואר 17, 2013 3:02 pm

· #87782
גיי מיר ווייטער? ווער האלט מיט?

קאווע טרינקער » זונטאג פעברואר 17, 2013 3:04 pm

· #87785

לעמאן דזשוס » זונטאג פעברואר 17, 2013 3:16 pm

· #87795
מיין אנאליז-דער זארגלאזער אמאל.
דער זארגלאזער אמאל. דער שרייבער, דערציילט גייסטרייכיג זיין מצב-און אלע זיסע קינדערלעך'ס מצב-אלס קליין קינד. ער הייבט אן אלס גאר פיצל ווען די עסן און ארויסגיין איז נישט זיין אייגענע דאגה, דאס שלאפן און אויפשטיין, גארנישט גארנישט-איין קליינע דאגה, וואס אויך דאס דארף ער נישט לעזן און דאס איז; זיין נאנט צו זיין מאמע, און אויך אויף דעם זארגט די מאמע אזוי שטארק און ברענגט עס הערליך ארויס מיט אט די זאץ,


דאס לעבן אזוי פיין
בעסער קען נישט זיין
נישטא קיין פראבלעמען צו לעזן
צרות קיין איין
איך בין נישט אליין
די מאמע מיין גאנצע וועזן
נישטא קיין פראבלעמען צו לעזן!!! דערנאך, ער טרעפט זיך אונטער די חופה מיט א אשת חיל וואס ער האט געפינען, קורץ דערנאך דערזעהט ער זיך מיט די לעבנ-פראבלעם, פון פרנסה ביז גוטע קינדער און אלעס אינדערצווישן-ער זוכט ווי זיך צו ווענדן, און טרעפט נישט....ער ווייסט פון אזא זאך באשעפער, אבער ער ציטערט זיך צו אים צו ווענדן, ווייל ער איז מיט פוטער אויפן קאפ!! און האט מורא צו באווייזן א פנים און נאך דערצו מיט א בקשה'לע ממש א חוצפה. און זאגט עס אין איין ווארט צרות מער ווי איך מיין, איך בין אינגאנצן אליין! נאטורליך נעמט ער א תהלים'ל אין פארצווייפלונג און אט טרעפט ער א שורה וואס ליינט "כגמול עלי אמו" הייסט עס אז ג-ט איז די מאמע פאר די גרויסע מענטשן פון די וועלט! די מאמע ווישט צואה, באשעפער ווישט עוונות....פשי, ער האלזט און קושט דעם תהלימ'ל און דא שפילט ער זיך ארום מיט זיין פריערדיגע ווערטער, און טוישט עס אויף צרות מער ווי איין, אבער איך האב צו וועם צו גיין!

אלזא, שפראך-זיס, שיין, אידיש-דריי שטערנדלעך, געדאנק-פינעף שטערנס, משקל-פינעף שטערנס, מיטנעמען אויף ווייטער איבערליינען פינעף שטערנס, אפשר זעקס בפרט די שורות,
עס איז שוין צוריק גוט
אין יעדן געביט
אוי ווי געשמאק איז דאס געוועזן
מיט א רוהיג געמיט
דער באשעפער מיר היט
איך לעב גאר אויף זיינע שפּעזן

דאס לעבן אזוי פיין
בעסער קען נישט זיין
אלע פראבלעמען קען מען לעזן
צרות מער ווי איין
אבער איך האב צו וועם צו גיין
דער באשעפער מיין גאנצע וועזן!

בן תמליון » זונטאג פעברואר 17, 2013 3:27 pm

· #87797
[ציטאט אראפגענומען]

לעמאן דזשוס » זונטאג פעברואר 17, 2013 3:29 pm

· #87798
מיין אנאליז-מיין פאסטקעסטל מיין טרייסט
מיין פאסטקעסטל מיין טרייסט. גאר גאר א געלונגענע, ארגינעלע שטיקל! הומאר, חוזק'ט אפ פון זיך, און טרייסט זיך מיט א זינלאזע טרייסט אויף א ערנסטע פראבלעם! און שרייבט דערוועגן א שיר!

עס איז זייער קלאר אפגעשריבן און ארויסגעברענגט, כאב כמעט נישט וואס צוצוגעבן בפרוטרוט, דער שרייבער טרייבט שפאס פון זיך און אלע זיינס ענליך, און ווי קאווע טרינגער האט אויבן אנגעמערקט שפורן זיך רוב שנהראשונה יונגעלייט אין די שוך בעת זיי עפענען דעם כמעט ליידיגן פאסטקעסטל און דערזעהן א שנאר בריוועלע, דאס זעלבסטווירדע טראסקעט ארויף למעלה, און גיבט צו חשק ווייטער אנצוגיין מיטן טאג טעגליך!! עס איז געשריבן בלשון מדוברת און כדבר איש אל רעהו, לדעתי איז דאס די שטערקסטע שורות

אפילו ווען איך בין איינזאם אליין
מיט קיינעם קיין פארקער,
מיין געמיט איז צובראכן און קליין
שלעכטע מחשבות איך קלער.

אבער מיין פאסט קעסטל א ישועה
עס זאגט מיר, יא איך עקזיסטיר,
ביי איינעם האב איך די זכיה
ער האט געטראכט פון מיר.
עס ליינט זיך גאר געשמאק און זייער אפען די געדאנק. אלזא,

שפראך-לשון מדוברת דריי שטערנס, געדאנק-נישט טיף, אבער קלאר און שפיזיג ארויסגעשריבן, און מיט הומער פיר שטערנדלעך. משקל-מער גראמען סטיל צוויי און א האלב שטערנס. איבערליינען שפעטער, יא, ס'אלעמאל גוט אפחוזקן פון זיך זעלבסט!!! בפרט די בתים;

זעסטו, איך בין נישט סתם איינער
מיין פאסט קעסטעל ממש א נס,
איך בין גארנישט אזא קליינער
מ'שיקט בריווען צו מיין אדרעס!

קאווע טרינקער » זונטאג פעברואר 17, 2013 3:30 pm

· #87801
בן תמליון
[ציטאט אראפגענומען]

איך בין נאך דא. כ'ווייס נישט פאר ווי לאנג, דאס איז א שווערע סוגיא.
אין שיעור עיון, בין איך נישט קיין מציון.

לעמאן דזשוס » זונטאג פעברואר 17, 2013 3:31 pm

· #87804
אוקעי, נומער פינעף דאס הינער איי, בין איך מכבד א צווייטען ווייל איך דארף איצט גייייין, ביטע נעמט איבער

שמעקעדיג » זונטאג פעברואר 17, 2013 3:37 pm

· #87806
[ציטאט אראפגענומען]

גם אני. קיפ גאואינג.

יואליש » זונטאג פעברואר 17, 2013 4:29 pm

· #87840
עשיתי ככל אשר צויתני,
געמאכט א שהחינו,
נאכן באקומען א ריף פונעם גבאי שני,
אז נאך פאר אשר הניא,
זאל איך שטימען פאר פיר משלנו.



כ'גלייב אז כ'בין נישט דער איינציגסטער וואס האט זיך געזעהן אין די פראבלעם פון אויסוועלן פון אזויפיל קריעיטיוו שטיקער צו שטימען. כ'האב געמיזט אויפקומען מיט א קרייטעריע. כ'האב באשלאסן אז כ'וועלן שטימען פאר די וועלכע האבן קאנעקטעט מיט מיר פערזענליך, בכלל נישט פון א ליטעראטורישע שטאנדפונקט. וויבאלד כ'האב נאר געהאט פיר שטים רעכטן האט מיר באנק געטוהן אז כ'האב נישט געקענט שטימען פאר נומבער 7, כ'בין הייליג, וואס איך האלט איז זייער תוכן'דיג און פאסיג. כ'קלער אפי' אז כ'בין געווען צו האסטיג און אויב כ'וואלט היצט געהאט די ברירה וואלט איך געוועלט פאר איר.

אלזא מיין אויסוואל איז געווען:

5 און 10 פאר אריגינעלקייט. נומבער 12 ווייל כ'האב עס געליינט און איבערגעליינט ביז כ'בין אנטשלאפן געווארן מיט א נאסן געזיכט בשעת די טאבלעט פאלט פון די האנט צו די זייט פון מיר. נומבער 13, צו לאזן הערן אז קאנטעמפארערי קונסט איז אויך קונסט.
.

לעמאן דזשוס » זונטאג פעברואר 17, 2013 7:27 pm

· #87907
דא, האבן מיר ארויפגעלייגט א הערליכע פידיעף פון אלע שטיקלעך באדיבות הרב ברסלבער

משה געציל » זונטאג פעברואר 17, 2013 7:50 pm

· #87910
נא לעמאן, מיר ווארטן מיט שפאנונג אויף די איבריגע...

לעמאן דזשוס » זונטאג פעברואר 17, 2013 8:05 pm

· #87916
איך האב מכבד געוועהן אנדערע, איך ווארט אויף צייט

געפילטע פיש » זונטאג פעברואר 17, 2013 8:16 pm

· #87919
קאווע טרינקער
יעצט זעהסטו דעם ווייטן בליק און יודע-הכל, יידל.
ער ווארט אויף די לעצטע מינוט, ווען אלע טעותים וועלן זיין מתוקן.

אויב איז ער טאקע א יודע הכול ווייסט ער דאך וואס מ'גייט מתקן זיין.

יאיר » זונטאג פעברואר 17, 2013 8:30 pm

· #87921
צוגייענדיג בדחילו ורחימו צו די עבודת הקודש פון אויסוועלן די פיוטים שנתחברו ע"י רבותינו מאורי הגולה שותי הקפה, איז מיר צוגעפאלן אן אומעט, טראכנדיג אזוי צו מיר אין הארץ, ווער בין איך, שפל ונבזה, דל גאה, עני מדעת, צו צוטרעטן צו דעם חוב קדוש פון אויסוועלן די סאמע בעסטע פון די הייליגע פיוטים וואס מלאכים פון פייער צינגען האבן ארומגעטאנצט בשעת מען האט זיי מחבר געווען, אויסער אויב מען האט חלילה ארויפגעדרייט די ערמל. איך קום דאך נישט צו לקרסולי רגליהם, מה אני, מה חיי, צו קומען זאגן א דעה אין אזעלכע הייליגע סודות, וואס מלאכים און שרפים ווארטן שוין טויזנטער יארן צו קענען כאפן א בליק אויף א צענטל פון א שורה פון דעם שוואכסטן פיוט. פונדעסטוועגן האב איך זיך מחזק געווען, תמכתי יתדותי בחמש עשרה פיוטים, איך האב אנגעטון דאס גארטל, און מיט א תפילה אויף די ליפן שלא אכשל בלשוני ולא אנקש בשינוני האב איך זיך ארויפגעשארצט די ארבל און זיך גענומען צו די עבודה.

אזוי ווי ס'שטייט אין די ספרים הק' אז איידער מען איז מקיים א מצוה דארף מען מקיים זיין דעם שואלין ודורשין און דורכלערנען די הלכות, האב איך זיך געזעצט מעיין זיין אין די ספרי הלכה וחסידות איבער וואס גענוי איז דאס פאעזיע, המכונה בלע"ז פאעטרי. האב איך געטראפן אין אן אלטן ספר וואס רופט זיך "ספר המילון" (והוא לחד מן קמאי, שיטה שלא נודע למי, אשר נמצא בדרך הפלא ופלא, ונעתק מכתב יד ישן נושן, והוגה על פי דפוסים ראשונים), שטייט דארט כהאי לישנא:

1.Literary work in which special intensity is given to the expression of feelings and ideas by the use of distinctive style and rhythm

אזוי ווי אין די צייטן פון דעם בעל המילון האט מען זיך געפירט צו שרייבן בשפת העמים, וועל איך דאס איבערטייטשן אויף אידיש כדי שיהא מובן גם לעמי הארצים ונשים ותינוקות:

"פאעזיע איז געשריבענע ווערק אין וועלכע עס ווערט געלייגט א ספעציעלע דגוש ביים אויסדרוקן די געפילן און געדאנקען, דורכ'ן נוצן א באזונדערע סטיל און ריטם ווי געווענליך."

די מפרשים אויפ'ן פלאץ (בעל יאיר למילון, ועוד) זאגן פשט, אז לויט שיטת בעל המילון איז די הלכה אז פאעזיע מוז נישט גראמען, עס מוז נישט זאגן א גאר אריגינעלע געדאנק, און עס קען זיין סתם שרייב ארבעט. דער יחוס פון פאעזיע איז דער דגוש וואס ווערט געלייגט אויף די געפילן, וואס ווערן אויסגעדריקט אויף אן אייגנארטיגע אופן, דהיינו, אויף אן אופן וואס מען וואלט נישט געקענט עס ארויסברענגען סתם דורך עס אפשרייבן אזוי ווי די אמעריקאנער קאנסטיטוציע אדער די דיקע געזעץ ביכער, נאר דוקא דורך דעם דאזיגן סטיל ברענגט מען עס ארויס.

די ווערטער זענען געווען נר לרגלי ביים אויסקלויבן די געווינער. כאטש אלע פון זיי זענען אויסנאם הארציג און שיין, האב איך געגעבן זכות קדימה פאר די וואס האבן גענוצט פאעזיע כמו שכתוב, צו אנרירן די סטרונעס פון הארץ, דארט וואו דער קאלטער פעדער מיט אירע טונקעלע טינט און טרוקענע ווערטער האט נאך קיינמאל נישט באוויזן אריינצודרינגען.

וזה החלי:
דער סאמע ערשטע ארט גיב איך פאר'ן לעצטן פיוט, 15-"שרייב און שרייב".דער שטיקל האט מיר אזוי באנומען ווען איך האב עס געליינט נעכטן פיר אזייגער פארטאגס, אז איך בין א גאנצן טאג געווען צושטורעמט דערפון. דער פארפאסער האט אנגערירט מיין נשמה ביז'ן לעצטן פינטל. ער זעט א גרויסער וועלט, וואונדערליך און שיין, אבער אים גלוסט זיך אריינצוקריכן דארט הינטער, מיטטאנצן מיט די נאטור אליין און פארברענגען מיט זיי. וואו ביסטו, קעניג דוד, קום און לאז אונז הערן דיינע זיסע קלאנגען פון דיין פידעלע: השמים מספרים כבוד אל, ומעשי ידיו מגיד הרקיע. די הימלען ווינקען צו אים, זיי ווילן אים עפעס דערציילן. יום ליום יביע אומר, ולילה ללילה יחוה דעת, די ליכטיגע טעג, די ליבליכע, שטומע נעכט, זיי שמועסן, זיי רעדן. אונזער פייטן וויל זיך אריינכאפן דארט אין זייער געצעלט, וואו עס איז ווארעם און היימליך, מיטהאלטן מיט זיי און פארברענגען צוזאם, דארט וואו צייט ענדיגט זיך נישט און עס איז קיינמאל פינסטער. אין אומר ואין דברים, מען דארף נישט קיין ווערטער, מען דארף נישט קיין שטימע.

עס ווילט זיך אים באגעגענען דעם ליבליכן זון, וואס שיקט אירע שטראלן צו אלעמען אייניג, ער באטראכט איר געלויף וואס איז ווי א חתן גייט אהיים פון די חופה, מיט זיין ליבלינג ביי די האנט, און ווי שמשון הגיבור וועלכער לויפט מיט א שטאלץ און שרעקט זיך נישט פון קיינעם. ער וויל מיט איר מיטלויפן, ער וויל זיך באהאלטן אין אירע ווארימע שטראלן, ערגעץ-וואו אין דעם גרויסן פייערדיגן באל, און ער וויל זען וואס זי זעט, טראכטן וואס זי טראכט, מיטהאלטן אירע רונדעס שפאן ביי שפאן, ווי א געטרייער קנעכט זיין האר פאלגט. ער וויל גיין הויך, הויך, העכער ווי סיי ווער האט נאר גע'חלומ'ט, דארט וואו עס איז שטענדיג שלום, און עס רוהט א גייסטרייכע העכערקייט, ווייט אוועק, פון די ערדישע תענוגים. ער וויל זיך טרעפן מיט די מלאכים'לעך, ווייס ווי שניי, מיט פליגלען זיי פאכען מיט א ריטם. ער וויל זען זייער שמייכל, זייער צופרידנקייט אויסגעגאסן אויף זייערע פנימ'ער, און מיט זיי זיך צוקישן. צום ענדע טרעפט דער פייטן זיין טרייסט צו זיין צעשטורעמטער זעהל וואס פלאקערט מיט א הייליג פייער אין דער פענע, אין די פאר שורות, די טרוקענע ווערטער, זיין באגער ערפילט, זיין נשמה דערקוויקט, און זיין דארשט געשטילט.....

דער נעקסטער פיוט וואס האט מיר צוגעטראטן צום הארץ, און דוקא אויפן פארקערטן אופן, איז נומער 12-צעריסענע בענקשאפט. טראצדעם וואס די ווערטער אויף עטליכע פלעצער דארפן א תיקון, האט דאס מיר אויך צוגערירט די נשמה, דאס בענקשאפט... די חרטה... די געגועים... איך האב ממש צוריקגעהאלטן מיינע טרערן.

דערנאך קומט נומער 1. דער פייטן שילדערט מיט אזעלכע לעבעדיגע געפילן דעם קאלטן ווינטער, דער ביטערער ווינט, די cruel פראסט וואס שוינט נישט קיינעם, אפילו נישט די שטארקע ביימער און דיקע צווייגן, וואס ליגן יעצט פארשמאכט אויף דער ערד, אן קיין האפענונג. דעם פייטן בענקט זיך נאך דער ליבליכער זומער, ווען זומער פייגעלעך זענען ארומגעפלויגן, און די גרינע גראז און לעבעדיגע בלומען האבן געגעבן א דופטיגע גערוך. ביז... עס קומט אן א ווייסער שניי, ברעקל נאך ברעקל פאלן זיי אראפ, ווי קליינע ווייסע מלאכים'לעך, און דער גאנצער נאטור ווערט איינגעהילט אין א היימליכע אטמאספערע. די קעלט לאזט נאך, מען פילט נישט די פרעסט, מען איז מוחל דעם ווינט, און מ'שטייט מיט צוגעקלעבטע אויגן צום פארהויכטן פענסטער און מען באטראכט די ווייסע ברעקעלעך וואס פליען זארגלאז ארום, פרייליכערהייט, און זינגען זיך אונטער א זיס ניגונ'דל, אומבאוויסטזיניג צו דעם דראסטישן שינוי וואס זיי ברענגען אויף די וועלט. יא, ס'איז טאקע נאר איין ברעקל צווישן צענדליגער מיליאן, אבער צוזאמען ווערט א הערליכער טעפיך, וואס פילט אן דעם אומעטיגן הארץ מיט פרייד און אפרישיעישאן צו גאט'ס נאטור.

דער פערטער קען איך נישט דעצידירן פאר וועמען עס זאל גיין, אדער פאר'ן 8 "איפכא מסתברא" אדער פאר'ן 6 "בלעטל מיין שפיגל" פון אונזער אלעמען באליבטן לעמאן דזשוס. אזוי ווי איפכא מסתברא איז דאך יש בו מן החדש קעגן דאס שפיגעלע פון לעמאן דזשוס, האב איך מחליט געווען אז דאס איז חביבא לי.

איך זע אז דער עולם מוטשעט זיך ארום צו פארשטיין וואס מען זעט אין "איפכא מסתברא", אדער גייט מען משוגע דערפאר, אדער פארשטייט מען נישט די גדולה. לאמיר אייך זאגן, דער פארפאסער דערפון מוז זיין א גאון אין פאעזיע, כאטש עס איז שווער מגדיר צו זיין וואו גענוי עס ליגט די גאונות. צו איז עס אין זיין אייגנארטיגער בליק, זיין פאר'שיכור'טן געדאנקענגאנג, זיין שוועבן העכער אלס און אלעמען, אדער אלע דריי. בכל אופן, זאגט עס גאר אסאך, עס דערציילט ווי אזוי דער פייטן קוקט אן די וועלט מיט אנדערע גלעזער ווי מיר זענען געוואוינט. ער וויל פארשטיין זאכן צו וואס מיר זענען שוין אזוי צוגעוואוינט אז מיר גיבן עס אפילו נישט קיין second thought. ער וויל כאפן א שמועס מיט דאס געלעכטער, פארשטיין ווער עס איז דער מאדנע עלעמענט וועלכער צווינגט ארויף א הילכיגער לאך אינמיטן א ויאמר אויף א דעפרעסטן מענטש וועלכער האט מעגליך נישט געהאט קיין גוטן טאג אין זיין לעבן, צו אויף א חשוב'ער ערנסטער רב מיט א לאנגע ווייסע בארד, וועלכער קען נישט באהערשן זיינע וויברירנדע ליפן און פארטרערטע אויגן פון געלעכטער, אדער אויף א שטייפער פראקוראר אינמיטן א געריכט. ער וויל פארשטיין ווי אזוי מיט געציילטע ווערטער האט "געלעכטער" באוויזן דאס אוממעגליכע, וואס איז זיין ציל מיט'ן פארדרייען דעם מענטש און בעל כרחו אים מאכן מסיח דעת זיין פון אלס און אלעמען און זיך אויפפירן ווי א רוח וואלט אריין אין אים.

דער פייטן וויל זיך אראפזעצן מיט דאס פריש געבוירענע קינד, אים אויספרעגן פארוואס ער וויינט, פון וואו נעמט ער די חוצפה זיך צו לאזן הערן פארנט פון עלטערע, אן פרעגן איינעמ'ס מיינונג. אים אינטערעסירט אויך פארוואס מענטשן דרייען זיך אין די גאסן אן קיין רוח חיים, שטייף, אן נאכלאזן א מוסקל, אנגעצויגן, אן א שמייכל, וואו איז דער פארעם וואס צווינגט זיי נישט צו רירן קיין אבר? ווער האלט זיי אן מיט אלע כוחות און לאזט זיי נישט נהנה זיין אביסל פון דעם הוה, אריינאטעמען א שמעק פון א בלום, פארזוכן דעם געשמאק פון א הערליכע סברא, זיך פארטראכטן אויף די גרויסע שטיקער וואטע אויבן אין הימל וואס רוקן זיך צוביסלעך אבער מיט א פעסטקייט, אן קיין ציל, זיך פארטון אין א מחשבה, אין א פילאזאפישער געדאנק? פארוואס אזוי שטום און טויט, אן קיין לעבנס-לוסט?

און צום לעצט, מוטשעט ער דעם געוויין, פארוואס ער באזעצט זיך אויף מענטשנ'ס געזיכטער, לאזט נישט קיין מנוחה, פארוואס קומט ער אן אומגערופן, אן פרעגן ביי קיינעם, פארוואס ער רעדט זיך נישט דורך מיט זיין בעל הבית, זיין מכניס אורח, דער וואס נעמט אים אויף זיין פנים'ל און לאזט אים עוסק זיין כבשלו, פארוואס ער וויל נישט פארשטיין אז ער איז אן אומגעווינטשענער גאסט, פארוואס ער קען נישט איינמאל פאר אלעמאל פארלאזן אונזער לעבן, און שיקן דעם שמחה און זאל אנפילן אונזערע הערצער און פנימ'ער אנשטאט אים.

===

ביז דא האב איך געשריבן אויף די פאעזיעס וואס איך האב אויסגעקליבן, איך האף צו שרייבן מיינע קאמענטארן אויך אויף די איבריגע פיוטים.

לעמאן דזשוס » זונטאג פעברואר 17, 2013 9:09 pm

· #87926
יאיר זיסער, שוין איינמאל ווי דו פארשטייסט צו פאעזיע.... פון דיין אויסוואל דערקענט זיך א שטארקע נייגונג צו פאעזיע אזויווי אין מילון-נישט גראמען! און פון דיין הערכה-אנאליז דערקענט זיך אז נאך אביסל דו ליינסט וועט דיין שטיקל זיך ציילן העכער ווי די העכסטע..

לעמאן דזשוס » זונטאג פעברואר 17, 2013 9:55 pm

· #87967
מיין אנאליז, דאס הינער איי
דאס הינער איי. דער שרייבער האט אין זיך פון די כשרון וואס די בעלי מסכת פורים, מסכת המן, ספר יואל, און נטעי ההרים האבן! דהיינו, ער בארעדט א זאך ווי א תלמיד חכם און יודע ספר, ער ווארפ צונויף מראי מקומות און א שטארקע אויסוואל פון פלעצער ווי חז"ל האבן באנוצט דעם איי, נאר נאך ער ברענגט שטארק ארויס ווי דער המון באנוצט דעם איי אויף פשוטע גשמיות'דיגע געברויכן-און פונקט ווי אוויף צום עסן איז זי באנוצט אין קאלירפולע אופנים ווי שפייס, שפיגל, תנור, כיריים, פרישטאג, מיטאג אאו"ו-צייגט ער- ווי חז"ל נוצן זיך מיט איר אויף כלערליי אספעקטן פון כביצה ביים בענטשן ביז'ן סוטה און יציאת השבת!!! געוואלדיג שטארק!! הערליך און א שיינע אפטייטש פונעם איי! שוין אויבן אינעם אשכול דא איז פארגאנגען א וויכיח צו אין תורה שטייט יא, צו נאר אין בעל פה ווי דער מחבר שרייבט...

דער מחבר הערט נישט אויף ווארפן נאך טאג טעגליכע באנוצן פונעם איי, שמייליג ביי גוים, כלים פארן דשאגלער, חסידים אויף מתנגדים....און אפילו צו באלאנסירן א טארט, און פארגלאנצן א חלה!! און מאכט א ריזיגע אוצר פונעם פשוט'ן אייעלע, אונזער פריינט!

אלזא, באזינגען א טאג טעגליכן פשוטען הינער איי, און באוויזן די קאלירפולקייט און שטארק באנוצטקייט דערפון אויף א געקונצעלטע וועג!

שפראך, שטארקע לשון מדוברת, פשוט'ע מאמע לשון, און תלמיד חכם שפראך! 4 שטערנדלעך, געדאנק, 5 שטערנס. משקל 3 און א האלב. מיטנעמען אויף ווייטער א מדריך לחיים....ממממ נישט עכט! גוט פאר א שמייכל

איך גלייך פאעזיע!

לעמאן דזשוס » זונטאג פעברואר 17, 2013 10:10 pm

· #87977
מיין אנאליז-דאס בלעטל מיין שפיגל
דאס בלעטל מיין שפיגל דער שרייבער איז קלאר געוועהן אין זייער זייער א דערדרוקענדע לאגע, און וויינט ארויס א פארצווייפלטע פארקלעמטע געשריי! ער טרעפט אן אראפגעפאלענע בלעטל אין טיפן הארבסט, ער קוקט אויפן בוים, און צוריק צום בלעטל און דערזעהט זיך ווי אין שפיגל! און הייבט אן צו זינגען וואס ער זעהט אין שפיגל. די שרייבער זינגט וועגן דעם בלעטל'ס גוטע צייטן אויפן בוים ווען זי איז געשפרונגען און געזונגען צוזאמען מיט אירע קאלעגעס בלעטלעך-אז ירננו עצי היער! ער זינגט וועגן די צייטן ווען די בלעטל האט געהאט א נוצן-מאכנדיג א שאטן-פאר די וועלט מענטשן, און היינט נאכן אראפפאלן איז זי אלס א טעפיך אויפן ערד צוטרעטן פון פילע פארבייגייער וואס שענקן אפילו נישט א בליק אויף איר....דער שרייבער זעהט ווי דער בלעטל זיצט אינמיטן וועג, אבער קיינער באמערקט נישט אז זי שטארבט אפ אן א וואסער צום טרינקען, דא ווערט די בלעטל זייער אויפגעבראכט און צופיצלט און רייסט ארויס א געשריי,

איך שריי, מיט א דערשטיקטע קול
קיינער קערט נישט קיין אויער,
פארוואס זיך אפשטעלן איינער זאל
און באמערקן מיין איינזאמע טרויער.

פרוביר צו טון א באוועגונג
כ'קען אבער נישט רירן קיין אבר,
מיין גאנצע וועזן א פארלעמונג
אט דא, האב איך געטראפן מיין קבר.


און קוקט ארויף צום בוים, און זינגט ווייטער, דו בוים וועסט נאך געבוירן פילע נייע בלעטער, איך-בלעטל-אויף אייביג פארלוירן...דאס בלעטל וויינט אז זי האט זיך געלאזט פארפירן פון די ווינטן און מיטגעטאנצן און אזוי ארום געטראפן פריצייטיג איר קבר!!

דא קומט דער שרייבער צום סאמע טיפע דערדרוקעניש פון הארץ און מיט א קאלאסאלע ייאוש דערזעהט ער זיין שיר אלס א נוסח מציבה-און האפט אז די ליינער-עוברי דרך-וועלן כאטש ליינען און לערנען א לעקציע, און דאס גיבט אים צום סוף א שטיקל טרייסט, בדיעבד!!

שפראך-פאעטיש, כאטש נישט אזוי הויעך באשפריצט 4 שטערנס... געדאנק-הארצרייסענד 4 שטערנדלעך. משקל -5 שטערנס. מיטנעמען און ליינען ווייטער פינעף שטערנס בפרט די שורות;

איך בין געלאפן צו מיין גליק
אזוי האב איך געקלערט,
דערווייל האבעך געכאפט א רוק
און מיין טויט אליין דערקלערט.

איך באזינג מיין אייגענעם שיקזאל
כ'זאג מיין אייגענעם הספד אליין,
איך נוץ נאר דעם בלעטל אלס משל
אלס גרינגער צו באוויינען יענעם׳ס געביין.

מיין מציבה ווערטער טוה איך איצט קריצן
איך דארף קיינעם׳ס ליגענט געשריבן,
מיין טראגעדיע קען איינעם אפשר נוצן
וועט כאטש זיין עפעס פון מיר פארבליבן.


פאר די וואס ווינדערן זיך, וויזוי איך קען מיר אליינס רעיטן, להוי ידוע כי לא מ'....שאלת זאת א שיר נאכן געשריבן ווערן, בפרט ווען עס ווערט געשריבן אין א געוויסע מצב, איז א ברי' א בנין, און ווערט דערנאך באטראכט אפילו דורך די שרייבער ווי א ווילד פרעמדע זאך...כמובן. און אזוי האבן זיך דא כמה חבירים געפירט, בפרט אז איך בין נישט אויסן דא זיך צו רימען, פשוט אביסל פארטייטשן די שטיקלעך, כדרך איך טוה ביי אנדערע כמה שידי מגעת! בתקוה להבנה

לעמאן דזשוס » זונטאג פעברואר 17, 2013 10:11 pm

· #87978
גיימיר ווייטער, יודן? גיימיר צו זיבן, איינער איז דא?
בלאט: 1 2 3 4 5 6