קאמענטארן אויף די פאעזיע פארמעסט, אדר-תשע"ג
296 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2933
בענדזשאמין פרענקליןגלות יוד9 זעט מיר אויס פרויעריש געשריבן און 11 איז טאקע זייער שיין אבער קיין פאעטרי איז עס נישט עס איז א מעשה מיט גראמען, איך מיין אז פון 6 ביז 11 ועד בכלל איז 7 די מערסטע אויסגעשטעלט ווי פאעטרי און אויך א גוטע פאוינט, דערווייל האלט איך נאך אלץ אז 5 איז די בעסטע
11 מוז זיין זייער פיין געשריבן, אז נאכן דורך ליינען די גאנצע מגילה זאלסטו נישט כאפן אז עס גראמט נישט. [וואס איז נישט קיין פעלער ביי פאעטרי ווי שוין ערווענט כמה פעמים דורך די חכמי השטיבל יאנקל און יידל].
איך האב טאקע געכאפט נאכן שרייבן
וואס זאל איך טוהן אז איך פארשטיי נישט נומער 8? זאל איך מאכן א שאלת חלום?
לעמאן האט יעצט ארויף געלייגט נומער 13, ס'געפעלט מיר, יעדער קען דעם יונגערמאן, אבער דער שרייבער איז אדער א פרוי, אדער א בעל "גאוה".
#12 איז לכאורה די קונסטליכסטע אין דער געבוי פונעם משקל פון אלע ביז אהער! ווי אויך זייער רייך אין שפראך!
#13 האט מיר געקאסט א שמייכל בעיקר מיט דיינע אויסדרוקן...
13 דערמאנט מיר ליפא שמעלצער סטייל.
רבותי, מיר האלטן ביי פופצן!!!
ליינט און האט הנאה!
13 קוקט מיר אויס ווי קאווע טרינקער.
יידעלעך, איר האט מיר נישט געגלויבט, הא?! פופצן הערליכע שטיקער, גייט'ס צונעמטס זיי אלע, די איינגערעדטע פאעטיקער
מורי ורבותי, איך מיין אז דאס איז עס פאר די איצטיגע פארמעסט! אויב כאב איינעם'ס שטיקל נישט ארויפגעלייגט, ביטע שטורעמט מיר אריין אין אישי, קען זיין כאב פארזעהן, ביטע זייט מודיע.
לעמאן דזשוסגייט'ס צונעמטס זיי אלע, די איינגערעדטע פאעטיקער
אפשר הערסטו מיר אויף טשעפענען?
משה געציל אז דו וואלסט עפעס געשיקט וואלט איך חלילה נישט אזוי געשריבן, ביזטאך געוועהן אין גלות די פאר טעג, נא! אונזער פארלוסט
זאל מען ארויסגעבן א ליסטע פון באטייליגטער שרייבער?
אדער ניין?!
גוטע איידיע
מען זאל פראבירן צוזאמצושטעלן די שרייבער מיט די פאעזיעס!
יעצט גענדיגט ליינען סדא גאר גוטע אויך שוואכערע יאנקלל האט געמאכט א פיינער ס״ה איך אגרי צו אים כמעט אויף אלעס.נישט וואס צוצילייגן
מיין בעסטער ליין פון אלע שטיקעלעך איז פון הרב אייער שליטא
ביעי ביי די פרומע און """"ביצה ביי די קילע""""( ?am I the only one here)וד״ל
לעמאן וויינט זיך פאר קריטיק העל איכ׳ם נאך גיבן
טעקניקלי דער שיעור הוצאה איז כגרוגרת נישט כביצה אויך דער שיעור בישול עצים איז כגרוגרת של ביצה קלה (עיין מסקנת גמרא שם)נישט כשיעור ביצה קלה ממש
בענדזשאמין פרענקליןבן תמליוןאיך רייב מיר די אויגן וואס טאלאנט איז געווארן אויפגעגראבן ביי אונז אין בעקיארד. עם ישראל חי!
מיר געפעלט זייער דער הינער איי שטיקל עס איז ארגינאל און ווארפט צוזאם בקיאות מיט לומדות אויך זייער שיין. איין קליינע הערה " אין תורה שבכתב טוט ער נישט עקזעסטירן"? כִּי יִקָּרֵא קַן צִפּוֹר לְפָנֶיךָ אֶפְרֹחִים אוֹ בֵיצִים אין פרשת כי תצא. אויך אין תנ"ך זאגט ישעיה הנביא "וַתִּמְצָא כַקֵּן יָדִי לְחֵיל הָעַמִּים וְכֶאֱסֹף בֵּיצִים עֲזֻבוֹת כָּל הָאָרֶץ" נו שוין מען מוז דאך האבן קריטיק אויך.
כ'האב אויך געטראכט דערפון, אולי יש לומר אז דער בעל הפיוט רעדט פון הינער-איי, משא"כ די תורה רעדט פון פייגל- איי, כהאב נישט דורך געטוען יעצט שילוח הקן בעיון אבער איך מיין אז אויף הינער איי איז מען נישט מחיוב מיט שילוח הקן, [קען זיין אז איך מאך א טעות]. בנוגע מר. פשוט קאמפלצירט נעם איך אוועק פין עם שטיקל נומער איינס, און איך געב עם שטיקל נומער זיבן, עס איז העכסט קאמפלעצירט און פאעטיש.
כ'מיין מיט אזויפיל גוטע שטיקלעך וועט מען דארפן מאכן א פאר awards איינס פאר שפראך איינס פאר קריעטיוויטי, איינס פאר ארגינעלקייט, און איינס פאר טאלאנט.
ר' בנימין ס'איז א משנה מפורשת "אווזין ותרנגולין שקננו בפרדס חייב לשלח" אלזא וועל מיר מוזן ציווארטן פארן מחבר צו ערקלערן זיין כוונה.
דערווייל האט נאך קיין איינער נישט צוגעטראפן צו די ריכטיגע שרייבער!
שמעקעדיגיידלפאר סאם ריזען וואס כ'קען נישט ערקעלערן, גיי איך ניסעלעך פאר "איפכא מסתברא". עפעס משוגע צו ווערן.
אפשר קען מען מסביר זיין פאר די קליינקעפיגע (ווי מיר...) דער פשט פון דעם איפכא מסתברא?
עס קוקט אויס שיין געשריבן, איך כאפ אבער נישט דעם ציהל דערפון, און זעה נישט די "משוגע צו ווערן" חלק דערין.
ביטע ערקלערן!
גם אנוכי מצטרף
די פאקט אז קיינער דא קען עס נישט מסבר זיין ,זאגט עפעס מיין הארץ אז עפעס טויג נישט דא
מיין אנטווארט צו #11 ווען איך האב עס ערהאלטן.
כ׳בין דוקא נישט קיין גרויסע שרייבער אין ענגליש, אבער דאס האב איך ספאנטאניש אפגעשריבן און גע׳ענטפערט צו נומער #11 ווען כאב עס ערהאלטן פארן פארמעסט.
Oh vey, I'm in tears...
sobbing over lost years
A friend is looking for a new wife
He wants to start a new life.
it's heartbreaking to see
the pain he is bearing,
he cannot be free
without for his kids caring
he wants to feel a hug
from his children, joy,
his former wife a thug
she thinks he's a toy.
so he grabs his self esteem
to write his feelings so clear
he doesn't know any theme
but his hands write, he isn't there
his pen a flow of feeling
his paper feels along
the poem has a deep meaning
it makes him become strong!
15 איז עפעס געוואלדיג, איך ווער עפעס משוגה דערפאר
אין קורצן #1 האט מיין שטימע פאר שפראך און אויסלייג, נומער #8 א קאנקורענט דערפאר אבער איך וועל #1
אבער אין געדאנק איז #1 היבש ארעם כלפי #8. אזוי אויך איז דריי הערליך, איידל, נאבעל און אידיש
#2 איז רירנד און הארציג
פאסטקעסטל איז צוקער זיס
צוזאמען...א הערליך שטיקל פארן ווייב
שפעטער נאך.
נומבער 13 באלאנגט נישט אין פאבליק וד"ל
גלותיוד, ערקלער
לייען עס גיט איבער איך האלט נישט ביים מסביר זיין (נישט די פ"ס איז די פראבלעם)
געפילטע פישוואס זאל איך טוהן אז איך פארשטיי נישט נומער 8? זאל איך מאכן א שאלת חלום?
עס דערמאנט פון קטלא קניא'ס שטיקעל אויפן סדר.
מ׳קען נאך אריינשיקען פאעזיע ווערק? איך פרעג פאר א חבר.
כ'ליין די פאעזיעס
זר זהבכ'ליין די פאעזיעס
זהרלע איך זעה אז ביסט דא יעצט שלום עליכם..מאך זיך צוריק באקוועם!!!
נולד מאוחרגעפילטע פישוואס זאל איך טוהן אז איך פארשטיי נישט נומער 8? זאל איך מאכן א שאלת חלום?
עס דערמאנט פון קטלא קניא'ס שטיקעל אויפן סדר.
געטראכט אקוראט דאס זעלבע.
יידלפאר סאם ריזען וואס כ'קען נישט ערקעלערן, גיי איך ניסעלעך פאר "איפכא מסתברא". עפעס משוגע צו ווערן.
איך אויך, ממש איך קען נישט צו זיך קומען.
זר׳ל ביזטא? וואס ברענגט דיך אהער...ממש דעם קטלא שטיקל? אפשר גיבסטו טאקע א שטיקל ביאור דערין?
כ'קען עס נישט ערקלערן, ס'נישט אזוי פשוט.
15 איז אויך עפעס געוואלדיג!
געפילטע פישוואס זאל איך טוהן אז איך פארשטיי נישט נומער 8? זאל איך מאכן א שאלת חלום?
לעמאן האט יעצט ארויף געלייגט נומער 13, ס'געפעלט מיר, יעדער קען דעם יונגערמאן, אבער דער שרייבער איז אדער א פרוי, אדער א בעל "גאוה".
8 פארשטיי איך ממש נישט, און ביי 9 ווייס איך נישט אויף וועם ער ווארט..(איך האב געווארט און געווארט..) 12 איז זייער רירענד אראפגעלייגט..און 13 קען איך אסאך אזעלכע אין זייי זעהן מיר טאקע אלע אויס ווי בעלי גאווה ווי געפילטע האט מסביר געוועהן..
זר זהבכ'קען עס נישט ערקלערן, ס'נישט אזוי פשוט.
ביטע,....
איך דארף ארויסגיין שטימען און איך האב שוין געפאסט מיין באשלוס אויף צוויי, איך טראכט איצט ערענסט פון 8 און איך דארף א שטיקל ביאור
טעפלגעפילטע פישוואס זאל איך טוהן אז איך פארשטיי נישט נומער 8? זאל איך מאכן א שאלת חלום?
לעמאן האט יעצט ארויף געלייגט נומער 13, ס'געפעלט מיר, יעדער קען דעם יונגערמאן, אבער דער שרייבער איז אדער א פרוי, אדער א בעל "גאוה".
8 פארשטיי איך ממש נישט, און ביי 9 ווייס איך נישט אויף וועם ער ווארט..(איך האב געווארט און געווארט..) 12 איז זייער רירענד אראפגעלייגט..און 13 קען איך אסאך אזעלכע אין זייי זעהן מיר טאקע אלע אויס ווי בעלי גאווה ווי געפילטע האט מסביר געוועהן..
געפילטע האט געזאגט אויפן שרייבער אז ער איז א בעל גאוה. (לא זכיתי להבין כוונתו העמוקה מחמת קוצר המושג).
געפילטע היה לו כוונה עמוקה. רמז לדבר תמצא במילון ערך גאוה
זיי מסביר
עיין במילון עברי ערך גאוה
יאפס כאפטי... גוט....
וואס זאגסטו זר צו מיין שטיקל אינעם פארמעסט?
וויזוי ווייסיך וועכע ס'דיינס?
טוה דיר שנעל צוריק אן דיין קרוין! אזא מלך ווי דיר וואלט ווען אין די גוטע צייטן געברויכט אליינט׳ס קענען צוטרעפן...
איך בין נישט א מלך און נישט א בן מלך, זעהסטע שוין וויזוי איך טויג. אפשר מעגסטע מיר זאגן אין אישי.. איך האב שוין ממילא געשטימט
מ׳פריי מיר זיך מיט זר
זר זהבאיך בין נישט א מלך און נישט א בן מלך, זעהסטע שוין וויזוי איך טויג. אפשר מעגסטע מיר זאגן אין אישי.. איך האב שוין ממילא געשטימט
פארוועם האסטו געשטימט..א גאסט אויף א ווייל
מ'מעג זאגן?
דארף פרעגן די מנהלים...כאף אז אז האסט נישט געוועלט פאר דיין שטיקל.
מיינס האסטע בשו"א נישט געוואלט אריינלייגן, האסט גע'טענה'ט אז ס'באלאנגט אין צימעס
נישט מוחל
הערויף, קוק איבער....איינער זאגט אז דרייצן באלאנגט אין אחורי הפרגוד. אבער אין צימעס נעה. אפשר צוויי באלאנגט אין די סאמאטוכע...
איך האב געשטימט פאר 3 5 7 און 15
אלע אנדערע זענען בכלל נישט אוועקצומאכן.
מען זעהט אז האסט א פאעטישן לעבער אין דיר!
פאר מיין בלעטל האסטו נישט געשטימט!!! שטים איך נישט פאר דיין אכט׳ער
אחראים פירטס אריבער דעם שמועס