☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » קאמענטארן אויף די פאעזיע פארמעסט, אדר-תשע"ג

קאמענטארן אויף די פאעזיע פארמעסט, אדר-תשע"ג

296 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2933
בלאט: 1 2 3 4 5 6

לעמאן דזשוס » מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:47 pm

· #86727
קאמענטארן אויף די פאעזיע פארמעסט, אדר-תשע"ג
דא קענט איר קאמענטירן, דעבאטירן, שפעקולירן איבער די ארטיקלען וואס זענען אריינגעקומען צום פארמעסט! די שטים בודקעס וועלן נאכפאלגן.

די שטיקלעך אינעם פארמעסט

אכטונג דינסטאג נאכט אפדעיט; מיר האבן די פיר געווינער...קוקט דא
📎 Poetry contest Feb 13.pdf

לעמאן דזשוס » מיטוואך פעברואר 13, 2013 9:21 pm

· #86747
נא, חברה קריטיקירער געגאנגען!!!!!!!!!!

לעמאן דזשוס » מיטוואך פעברואר 13, 2013 9:25 pm

· #86751
יאנקללללל,

ביטע!!!!!

כעוורע, סנישט קיין וויץ, וויפיל יודן גיסן אריין יעצט די לעצטער רגע העעעעערליכע שטיקלעך, איך יאג נישט אן מיט די ארבייט!! איך לויף.

הציץ ונפגע » מיטוואך פעברואר 13, 2013 9:28 pm

· #86753
איז דא א נאמען פאר קונסט-איבערסטימולאציע? עס איז נישט צום גלייבן, אזעלכע געוואלדיגע שטיקער!

ברסלבער » מיטוואך פעברואר 13, 2013 9:29 pm

· #86754
לעמאן דזשוס
נא, חברה קריטיקירער געגאנגען!!!!!!!!!!

נאר קריטיג???
דארף מען מאכן אן עקסטערן אשכול פאר קאמפלימענט'ס?
דערווייל זעהן אלע אויס גוט, איינ'ס בעסער פונעם צווייטן.

פשוט-קאמפליצירט » מיטוואך פעברואר 13, 2013 9:31 pm

· #86755
[ציטאט אראפגענומען]


(ג"א מצטרף, ולמעט דעם "באבנ'ס באבן" חלק. 😃

חשבון » מיטוואך פעברואר 13, 2013 9:35 pm

· #86756
מיין אנאליז דערווייל.

די ערשטע איז הערליך שטיקל. דער שרייבער איז געווען אין א ראמאנטישע גיסטע.

די צווייטער איז זייער הארציג. דער שרייבער איז געווען היבש צובראכן ביים שרייבן.

דער דריטער האט דערווייל מיין וואוט. הערליך הערליך. מיין געס איז אז עס איז בן תמליון

געפילטע פיש » מיטוואך פעברואר 13, 2013 10:54 pm

· #86779
גענוי ווי חשבון, אפילו איך בין נישט קיין מבין אויף פאעזיע אבער איך בין דאך א איד, און דעות קען איך טיילן.

די ערשטע איז א שיין שטיקל אבער האט מיך נישט איבערגענומען, אפשר ווען איך לייען עס ווען בשעת ס'שנייט אינדרויסן וואלט איך זיך געקענט בעסער אידענטיפיצירן דערמיט.
די דריטע לדעתי איז די שענסטע אין מבנה, קינצליכקייט אין גראם, און איך האב זיך געטראפן ציווישן די שורות, לייענענדיג די אייגענע געפיעלען.
די צווייטע איז אויך הערליך, באט סאו פאר איז עס מוסיף והולך, #3 די בעסטע, דערנאך #2 און צום לעצט #1, וואס איז אויך הערליש, אבער קומט נישט צו צום דריטן.

בענדזשאמין פרענקלין » מיטוואך פעברואר 13, 2013 11:19 pm

· #86784
לדעתי איז ביז דערווייל דער ערשטער א קלארע געווינער און נישט סתם א געווינער נאר מיט א שמיץ אריבער. הגם דער דריטער איז בכלל נישט אוועק צומאכן, בפרט אין הינזיכט פון מבנה, וואס מיט דעם שטייגט ער לכאורה איבער דעם ערשטן, איז ער אבער אין שפראך און געדאנק נישט קיין פארמעסט מיטן ערשטן, דער ערשטער באשרייבט דעם פראסטיגן ווינטער נאכט מיט א פאעטישן שפראך ער קלייד אן מחשבות אויף ביימער און גראזן, זייער בענקשאפט צום זומער, ער מאלט אפ דעם הימל, ווינט, שאטנס, ער ענדיגט צו מיט די הערליכע פאלענדע שניי, ער ניצט גאר ארגינעלע מעטעפארס, ברענגט ארויס פארבארגענע געפילן פון דאס גאנצע יקום. איך געב עם מיין שטימע [ביז דערווייל], איך מיין כ'וויס ווער דער מחבר איז, לכאורה איז דאס דער וואס טרעפט זיך אפט מיט בלעםן.

משה געציל » מיטוואך פעברואר 13, 2013 11:25 pm

· #86787
אויסגעכאפט מיינע ווערטער בענדזשי!
ווען עס קומט צו שפראך האט דער ערשטער א קלארע אויבערהאנט! ווי אויך איז עס געשריבן זייער פאעטיש וואס צווישן די שורות שטייט אסאך מער ווי די געשריבענע.
מיין וואט דערווייל איז #1 #3 #2

בענדזשאמין פרענקלין » מיטוואך פעברואר 13, 2013 11:29 pm

· #86788
וואס עס איז נוגע מיין שטיקל זעה איך אז דאס ווייב איז כשר גערעכט.
האלאו לעמאן דשאוס, שיק מיר צוריק מיין ארטיקל און מאך מיר נישט קיין בזיונות.

חשבון » מיטוואך פעברואר 13, 2013 11:38 pm

· #86792
בענדזשעמין האט א פוינט. ווען נומער איינס זאל ליגן די דריטע וואלט ער אפשר געקריגן מיין וואוט. איך גיי ניסלעך פאר אזאנע פאעזיעס וואס לאזן די מחשבות לויפן אונעם האריזאנט און זינגען מיט מיט די שאקעלדיגע בלעטלעך צום טאקט. אבער וואס זאל איך טון אז דער דריטער האט געלאזט א גוטע טעם ביי מיר

לעמאן דזשוס » מיטוואך פעברואר 13, 2013 11:39 pm

· #86793
איצט ארויף נאך איינס! ליינט און האט הנאה, אדער האט נישט הנאה, וויזוי איר ווילט.

לעמאן דזשוס » מיטוואך פעברואר 13, 2013 11:40 pm

· #86794
הרב ברסלבר, איך שרייב קריטיקירער, נישט חלילה אז מען זאל בלויז זאגן קריטיק, נאר דאס איז די וועג וואס מען באציט זיך צו די סארט ענינים!

לעמאן דזשוס » מיטוואך פעברואר 13, 2013 11:43 pm

· #86797
איך האב נעכטן דא געשריבן אביסל די וואגשאל און די עיקר יסודות מיט וואס א פאעזיע שטיק דארף געמאסטן ווערן!

טייל חברה דא, גיבן אפ פיינע ריוויוס

משה געציל » מיטוואך פעברואר 13, 2013 11:46 pm

· #86800
דער פערטער איז דער ערשטער וואס האט אריינגעבלענד אביסל הומאר אין זיין שטיקל.

בענדזשאמין פרענקלין » מיטוואך פעברואר 13, 2013 11:52 pm

· #86802
משה געציל
אויסגעכאפט מיינע ווערטער בענדזשי!

האלאו משה געציל, אביסל דרך ארץ! כ'בין עפעס דיין עידש, אז דו ערלויבסט דיך מיר צו רופן בענדזשי ? קענסט מיך רופן הרב פרענקלין, ר' בענדשעמין, אדער אפילו אן א ר' פלעין בענדשעמין.
אבער בענדזשי ? אזוי אן א קאפל ? ביזט אויפן קאפ געפאלן. מיינע בענדזשעלע און בענדזשי יארן זענען שוין לאנג פארביי, היינט בין איך אן איש מכובד מיט א שניפסל אין לאנגע גרויע ווייסע האר. כ'מיין נישט אזוי ווייט מיין כבוד ווי איך מיין דיר משה געציל, פאר דיין טובה וועגן, דו דארפסט דיך איינמאל פאר אלעמאל אויסלערנען ווי אזוי מען רעדט צו אן עלטערן איד. ס'איז טאקע אדר אבער אלעס האט גבול.
ומכאן הקריאה יוצאת לכל השטיבל גוט אכטונג אויף מיין כבוד יאך בין סוף כל סוף דער פרעזידענט, און מלך שמחל על כבודו אין כבודו מחל, [און איך בעט אייך, קומטס מיר נישט מיט קיין לומדות'ער אז א פרעזידענט איז נישט קיין מלך און נאך אזעלעכע פירכות אין קולות, זייט'ס מיר נישט אויפגעקלערט אין אזעלכע האקעלע ענינים].

נולד מאוחר » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 12:28 am

· #86810
איך האלט מזאל פארשפארן די אשכול. יעדער זאל פארמירען זייער אייגענע מיינונג דאן גיין שטימען. דערנאך קען מען דיסקאסען.
איך ליין שוין יעצט מיט פריקאנסיועד אינפוי ויייל כהאב געליינט דא קודם.

משה געציל » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 12:48 am

· #86813
בענדזשאמין פרענקלין
משה געציל
אויסגעכאפט מיינע ווערטער בענדזשי!

האלאו משה געציל, אביסל דרך ארץ! כ'בין עפעס דיין עידש, אז דו ערלויבסט דיך מיר צו רופן בענדזשי ? קענסט מיך רופן הרב פרענקלין, ר' בענדשעמין, אדער אפילו אן א ר' פלעין בענדשעמין.
אבער בענדזשי ? אזוי אן א קאפל ? ביזט אויפן קאפ געפאלן. מיינע בענדזשעלע און בענדזשי יארן זענען שוין לאנג פארביי, היינט בין איך אן איש מכובד מיט א שניפסל אין לאנגע גרויע ווייסע האר. כ'מיין נישט אזוי ווייט מיין כבוד ווי איך מיין דיר משה געציל, פאר דיין טובה וועגן, דו דארפסט דיך איינמאל פאר אלעמאל אויסלערנען ווי אזוי מען רעדט צו אן עלטערן איד. ס'איז טאקע אדר אבער אלעס האט גבול.
ומכאן הקריאה יוצאת לכל השטיבל גוט אכטונג אויף מיין כבוד יאך בין סוף כל סוף דער פרעזידענט, און מלך שמחל על כבודו אין כבודו מחל, [און איך בעט אייך, קומטס מיר נישט מיט קיין לומדות'ער אז א פרעזידענט איז נישט קיין מלך און נאך אזעלעכע פירכות אין קולות, זייט'ס מיר נישט אויפגעקלערט אין אזעלכע האקעלע ענינים].

כא כא די אלטע שרייען... ס׳איז געלונגען...

ווי אזוי זינגט נאר ר׳ יו״ט ערליך;
מיר גיבן אפ כבוד פאר די יוגענט אליין,
און די עלטערן גענוג איז פאר זיי,
די יו״ט מאדערס דעי...

זאגט נאר, איר האט לעצטענס א בליק געטאן אינעם קאלענדער? לאמיר אייך מגלה סוד זיין; מיין קאלענדער האלט ביי יארע-צוויי טויזענט און דרייצן.
אויב איר ווייסט נישט פונקטליך וואס דאס מיינט לאמיר אייך ערקלערן; איר דארפט אייך מער נישט ארומדרייען מיטן דיקן אויבער-ראק א גאנצען טאג. איר קענט זיצן אינעם ווייסן הויז מיט די פיס ארויף און די ארבעל ארויף געקאטשעט. אייער שניפסל איז שוין פון לאנג קיין ארטיקל נישט, די עיקר איז אז איר קענט שפילן בעיסבאל מיטן בעט פאר די פרעסע. פארשטאנת?! איך מיין בעיקר אייער כבוד, איך וויל נישט איר זאלט אויסקוקען ווי דער אלטער מקוה איד וואס איז צו נאר און צו שפאט מיט זיינע כסדרדיג׳ע געפעכטן מיט די יונגווארג, ווען עס דאכט זיך אים אז מען האט מען האט בטעות געזאגט ״תכתב״ אנשטאט ״תכתבו״ ביי די ר״ה געווינטשעריין.

לעמאן דזשוס » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 1:19 am

· #86829
יודן, מיר האבן היינט נאכט ארויפגעלייט זעקס שטיקער!

מיר פרובירן צו ארבעטן וואס שנעלער, כדי אלע זאלן קריגן דעם זעלבן מאס אנערקענונג. דערווייל אויף היינט בלייבט דאס.

יאיר » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 3:29 am

· #86873
ממש ריזיג, איינס ביי איינס, איך קען גארנישט גלייבן וואספארא קונסטלער באהאלטן זיך דא אין קאווע שטיבל. איך האב נאכנישט דורכגעטון יעדן שטיקל בעיון, אבער דערווייל מיין איך אז ס'ערשטע איז דאס בעסטע לגבי פאעזיע, עס נוצט פאעטישע ווערטער צו שילדערן דעם מצב. עס איז נאר א שאד אז עס פעלט אביסל פונ'ם תוכן, עס האט נישט גענוג צוזאמענארבעט. דער פאסטקעסטל איז אויך גאר גוט, די גראמען זענען געוואלדיג, און דער געדאנק געפעלט מיר. אזוי אויך כגמול עלי אמו איז גאר אן אריגינעלע געדאנק, לעבעדיג אפגעטייטשט דעם פסוק, מיט טיפע רעיונות און משלים, פון די טיפענישן פון הארץ, און איך מיין אז יעדער קען רילעיטן צו דעם. קאמענטארן אויף די איבריגע וועלן שפעטער נאכפאלגן.

יואליש » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 9:37 am

· #86900
איי איי איי. פינעף באקומט דעם אגודל פאר אן אריגינעלע טעמע און פיין פאראידישט דעם איי.

בן תמליון » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 9:46 am

· #86903
איך רייב מיר די אויגן וואס טאלאנט איז געווארן אויפגעגראבן ביי אונז אין בעקיארד. עם ישראל חי!

מיר געפעלט זייער דער הינער איי שטיקל עס איז ארגינאל און ווארפט צוזאם בקיאות מיט לומדות אויך זייער שיין. איין קליינע הערה " אין תורה שבכתב טוט ער נישט עקזעסטירן"? כִּי יִקָּרֵא קַן צִפּוֹר לְפָנֶיךָ אֶפְרֹחִים אוֹ בֵיצִים אין פרשת כי תצא. אויך אין תנ"ך זאגט ישעיה הנביא "וַתִּמְצָא כַקֵּן יָדִי לְחֵיל הָעַמִּים וְכֶאֱסֹף בֵּיצִים עֲזֻבוֹת כָּל הָאָרֶץ" נו שוין מען מוז דאך האבן קריטיק אויך. דער פאסט קעסטל איז הערליך גוט און זיכער דער בלעטל פון אונזער לעמאן איז איינס אין דער וועלט וואס דער עולם האט שוין באוונדערט פריער.

לעמאן וויפיל גייט זיין אלעס צוזאמען?

לעמאן דזשוס » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 10:07 am

· #86909
@בןתמליון, כ׳מיין אז פופצן!!! כאב פארלוירן חשבון. שששש. מיר ווילן פרובירן זייער שטארק אלעס ארויצולייגן נאך פאר שב״ק.

בן תמליון » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 10:22 am

· #86911
לעמאן דזשוס
@בןתמליון, כ׳מיין אז פופצן!!! כאב פארלוירן חשבון. שששש. מיר ווילן פרובירן זייער שטארק אלעס ארויצולייגן נאך פאר שב״ק.


מאכסט א JOKE!

חשבון » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 10:33 am

· #86914
אויב מעסט מען אויף בקיעות און איידיע איז נומער פינעף דער געווינער. ער האט זיכער אריין געלייגט דאס מערסטע ארבעט דערווייל

שמעקעדיג » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 10:57 am

· #86918
איך בין נישט קיין גרויסער מבין אויף פאעזיע, נאר אויף אזויפיל אז אלע זענען זיי געוואלדיג, יעדע שטיקל כאפט מיר אויף אן אנדער אופן. ביי איינס זאג איך "או" און ביי די אנדערע "אה", איך בין פארלוירן און דערטראנקען צווישן אזויפיל הערליכע שטיקלעך.
וויאזוי קעמיר זיך באדאנקען פאר @לעמאן דזשוס?

גלות יוד » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 1:21 pm

· #86959
איך האלט אויכט אז 1 איז די בעסטע פאעטיש אבער מיין הארץ זאגט מיר אז עס איז נישט אייגנס און 3 זאגט זייער גוט אבער איך מיין אז 5 איז דערווייל די בעסטע סיי ווייל די בליץ פון נעמען א איי און עס אזוי צוברעכן תרתי משמע און סיי די בקיאות דארט

חשבון » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 2:26 pm

· #86970
5 איז יענקל. מיין שאצונג

לעמאן דזשוס » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 2:54 pm

· #86981
יודן, איר שלאפט! מיר רוקן ארויף נאך שטיקער, יעצט גיבטס א קוק

יתרו » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 3:10 pm

· #86988
גם אני מצטרף אז כאטשיג דער ערשטער איז דאס מערסטע פאעטיש איז עס אבער א אויסגעדראשענע נושא, יעדע גואישע טעקסט פאעטרי באאק קען מען טרעפן וועגו די זין אן דע ווינטען און שאטענעס. דריי איז אן הערליך שטיקל פאר א לחיים טעיפ עכט פארפעשינאל, אבער מיין וואוט געב איך פאר נומער פינעף ער איז דאס מערסטע ארגינעל הומעריסטיש און טאלאנטפול, דערצו זעט ער אויס צו זיין א יודע ספר אויך, הגם זיין שפראך איז צומאל גאנץ וואלגעריש לדוגמא דע שטיקל פון לעטשו אין פעטזצאו, (איך מיין ליפא שמעלצער וואלט זיך מחיה געווען מיט אזא פאעם אן דער תורהדיגע חלק, יעצט טראכט איך אז ליפא זאל געבן זיין נייע סידי א נאמן דאס הינער איי...) די איבערגע זענען אלע הערליך שיין אין ריזיג אבער די דריי שטיקלעך שטייען ארויס, איך מיין נישט אז עס איז יענקל איך טראכט אז עס קיפערניקס יענקל איז מער שטרעג דעס איז מער לייכט.
עס איז א כבוד צו באלאנגן צו אזא שטיבל מיט אזויפיל טאלאנטן און בעלי דעה

לעמאן דזשוס » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 3:13 pm

· #86990
גלות יוד
איך האלט אויכט אז 1 איז די בעסטע פאעטיש אבער מיין הארץ זאגט מיר אז עס איז נישט אייגנס און 3 זאגט זייער גוט אבער איך מיין אז 5 איז דערווייל די בעסטע סיי ווייל די בליץ פון נעמען א איי און עס אזוי צוברעכן תרתי משמע און סיי די בקיאות דארט


אדרבה, מיר האבן פרובירט עד כמה שידינו מגעת נאכצוקוקן צו דאס איז אוטענטיש אדער פלאגיאירט, אז איר אדער א צווייטער קען דאס איבערווייזן פליט עס ארויס פון פענסטער!!!

לעמאן דזשוס » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 3:17 pm

· #86992
חברה, מיר האלטן שוין ביי צעהן שטיק, אז איר וועט נישט אנהייבן געהעריג ליינען און קאמענטירן כדבעי', עלמיר ארויסשיסן נאך און נאך עד אשר יצא...

אוי טאטי » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 3:19 pm

· #86994
מיט אזא סטראשע, האבעך מורא וועט קיינער קאמענטירן..

בן תמליון » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 3:26 pm

· #86998
איך קען נישט אויפהערן לאכן אויף דעם מחה תמחה שטיקל עס איז ריזיק און ארגינאל. איפכא מסתברא איז שעפעריש און מיט חן. איך בין הייליק איז זייער גוט און שטעכעדיק. איך ווייס נישט וויאזוי מען קלויבט א געווינער פון אזאנע איינס נאך איינס הויך קוואליטעט ווערק.

יואליש » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 3:31 pm

· #87000
מחה תמחה איז וואויל. סאציאלע קריטיק אריינגעווישט אין מענינא דיומא.. די ימים טובים קאלענדער, איך בין הייליג, איז אריגינעל און האט פיינע אבזערוואציעס.

איפכא מסברא איז ווארשיינליך טיעף און איז ווערט צו לערנען. אבער ס'איז נישט קיין גרינגע ליין און כ'בין נישט אויסגעקאכט אין פאעזיע אז כ'זאל עס תיכף פארשטיין.

משה געציל » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 3:32 pm

· #87001
דער איפכא מסתברא שטיקל איז עפעס נורא נוראות!

בן תמליון » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 3:36 pm

· #87003
יואליש
10 איז וואויל. סאציאלע קריטיק אריינגעווישט אין מענינא דיומא.. די ימים טובים קאלענדער איז אריגינעל און האט פיינע אבזערוואציעס.


מיינסט צו זאגן 7?

לעמאן דזשוס » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 3:41 pm

· #87005
כעוורע, איך לייג יעצט ארויף א לאאאאנגע שטיקל, און די איבעריגע וועט נאכפאלגן ביינאכט, איך זאג אייך דעם אמת ווען איך האב ערהאלטן דעם שטיקל האט מיין האנט ארויסגעשפריצט א פאעמע אין ענגליש-נישט קיין מורא'דיגע הויכע ווערטער, אבער פארט עפעס, און איך האב ממש געווישט טרערן!

עס דארף א שטארקע באהאנדלונג, און וועט פארבלייבן נאכ'ן פארמעסט אלס אנהייב פון א לאנגע ארטיקל! וועגן די פאעזיע נאטור דערפון וועל איך לאזן דעם עולם באשליסן, און איך וועל אויך אריינווארפן מיינע פאר צענט...לייינט און האט הנאה!

לעמיל » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 3:50 pm

· #87010
#11 האט מיך ממש געמאכט וויינען דעיס קומט אב נישט אדר

שמעקעדיג » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 3:56 pm

· #87013
עס ענדיגט זיך מיט א שטיקל נחמה...

יואליש » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 3:56 pm

· #87014
כ'קלאג מיט זאלציגע טרערן, ליינענדיג קינות גירושין. רויע פיין.

שמעקעדיג » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 4:07 pm

· #87016
יא, עס איז הארצרייסענד.
איך כאפ נאך נישט צי דער שרייבער צילט צו די עצם סיסטעם, אדער צו די רשעות לגבי גירושין.
סיי ווי אזוי, איז עס א מעסטער-פיעס.

בן תמליון » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 4:32 pm

· #87023
מער א קינות ווי א פאעזיע. גיטין איז שמוציק און ווייטאקליך אוניווערסאל אונזער סיסטעם איז נישט ממש די נושא לגבי דעם. נא מיט אזא פעדער און געפיל מיין איך אז מען וועט רייסן די טירן ביי חתן דינן איינמאל דער ניק ווערט אויפגעדעקט.

גלות יוד » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 4:36 pm

· #87024
9 זעט מיר אויס פרויעריש געשריבן און 11 איז טאקע זייער שיין אבער קיין פאעטרי איז עס נישט עס איז א מעשה מיט גראמען, איך מיין אז פון 6 ביז 11 ועד בכלל איז 7 די מערסטע אויסגעשטעלט ווי פאעטרי און אויך א גוטע פאוינט, דערווייל האלט איך נאך אלץ אז 5 איז די בעסטע

אוי טאטי » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 4:40 pm

· #87026
11 רייסט שטיקער!!

איין זאך האסטו זיכער אויפגעטון, פון היינט און ווייטער וועל איך מדייק זיין יעדעס ווארט וואס קומט ארויס פון מיין מויל בל׳נ. (נישט אז ביז יעצט פלעג ארום טראגן די גאנצע שטאט, נאר יעצט וועל איך מער אבאכט געבן.)

יידל » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 5:56 pm

· #87041
פאר סאם ריזען וואס כ'קען נישט ערקעלערן, גיי איך ניסעלעך פאר "איפכא מסתברא". עפעס משוגע צו ווערן.

בענדזשאמין פרענקלין » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 6:15 pm

· #87042
בן תמליון
איך רייב מיר די אויגן וואס טאלאנט איז געווארן אויפגעגראבן ביי אונז אין בעקיארד. עם ישראל חי!

מיר געפעלט זייער דער הינער איי שטיקל עס איז ארגינאל און ווארפט צוזאם בקיאות מיט לומדות אויך זייער שיין. איין קליינע הערה " אין תורה שבכתב טוט ער נישט עקזעסטירן"? כִּי יִקָּרֵא קַן צִפּוֹר לְפָנֶיךָ אֶפְרֹחִים אוֹ בֵיצִים אין פרשת כי תצא. אויך אין תנ"ך זאגט ישעיה הנביא "וַתִּמְצָא כַקֵּן יָדִי לְחֵיל הָעַמִּים וְכֶאֱסֹף בֵּיצִים עֲזֻבוֹת כָּל הָאָרֶץ" נו שוין מען מוז דאך האבן קריטיק אויך.

כ'האב אויך געטראכט דערפון, אולי יש לומר אז דער בעל הפיוט רעדט פון הינער-איי, משא"כ די תורה רעדט פון פייגל- איי, כהאב נישט דורך געטוען יעצט שילוח הקן בעיון אבער איך מיין אז אויף הינער איי איז מען נישט מחיוב מיט שילוח הקן, [קען זיין אז איך מאך א טעות]. בנוגע מר. פשוט קאמפלצירט נעם איך אוועק פין עם שטיקל נומער איינס, און איך געב עם שטיקל נומער זיבן, עס איז העכסט קאמפלעצירט און פאעטיש.
כ'מיין מיט אזויפיל גוטע שטיקלעך וועט מען דארפן מאכן א פאר awards איינס פאר שפראך איינס פאר קריעטיוויטי, איינס פאר ארגינעלקייט, און איינס פאר טאלאנט.

בענדזשאמין פרענקלין » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 6:22 pm

· #87043
גלות יוד
9 זעט מיר אויס פרויעריש געשריבן און 11 איז טאקע זייער שיין אבער קיין פאעטרי איז עס נישט עס איז א מעשה מיט גראמען, איך מיין אז פון 6 ביז 11 ועד בכלל איז 7 די מערסטע אויסגעשטעלט ווי פאעטרי און אויך א גוטע פאוינט, דערווייל האלט איך נאך אלץ אז 5 איז די בעסטע

11 מוז זיין זייער פיין געשריבן, אז נאכן דורך ליינען די גאנצע מגילה זאלסטו נישט כאפן אז עס גראמט נישט. [וואס איז נישט קיין פעלער ביי פאעטרי ווי שוין ערווענט כמה פעמים דורך די חכמי השטיבל יאנקל און יידל].

שמעקעדיג » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 7:24 pm

· #87065
יידל
פאר סאם ריזען וואס כ'קען נישט ערקעלערן, גיי איך ניסעלעך פאר "איפכא מסתברא". עפעס משוגע צו ווערן.


אפשר קען מען מסביר זיין פאר די קליינקעפיגע (ווי מיר...) דער פשט פון דעם איפכא מסתברא?
עס קוקט אויס שיין געשריבן, איך כאפ אבער נישט דעם ציהל דערפון, און זעה נישט די "משוגע צו ווערן" חלק דערין.
ביטע ערקלערן!
בלאט: 1 2 3 4 5 6