☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » פאעזיע אנקעטע - די רעזולטאטן!

פאעזיע אנקעטע - די רעזולטאטן!

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2962

לעמאן דזשוס » מוצ"ש פעברואר 16, 2013 10:35 pm

· #87405
פאעזיע אנקעטע - די רעזולטאטן!
די פאעזיע פארמעסט איז ב"ה געווען א געוואלדיגע הצלחה, ארייברענגענדיג 15 הערליכע פאעמעס, יעדע איינס א בריליאנט מלא כשרון. דער עולם האט שוין אויך געהאט א געלעגנהייט צו שרייבן, קריטיקירן און קאמפלימענטירן, און יעצט איז די צייט אפצוגעבן די שטימע. (דא האב איך אביסל געשריבן וויאזוי מ'קען אפשאצן די פאעזיע שטיקלעך.)

די רעזולטאטן וועלן פארעפנטליכט ווערן בלויז נאכדעם וואס די אנקעטע ווערט געשפארט, דינסטאג נאכט.

יודן, נאט אייך א הערליכע פידיעף, מעשי ידי חבירינו היקר ברסלבער. דרוקט עס, ליינט עס, שטימט, און האט הנאה!
📎 Poetry contest Feb 13.pdf

טעפל » זונטאג פעברואר 17, 2013 3:04 am

· #87511
שוין געוועהלט!
כ'האף כ'האב נישט געמאכט צו א שנעלע החלטה..ס'איז איינס בעסער פונעם צווייטען!!!!
א ריזען ישר כוח פאר ר' לעמענען פאר גוטען פארמעסט!!!

שמעקעדיג » זונטאג פעברואר 17, 2013 4:01 am

· #87561
מ'וואלט געדארפט העכערן עד 5 אפשרויות.
כ'קען נישט דעסיידען אויף מיין פערטע!

אוי טאטי » זונטאג פעברואר 17, 2013 4:02 am

· #87562
אפגעגעבן די שטימע!
(אינטערסאנט מ׳האט נישט געבעטן פאטא-איידי, אפי׳ עס איז דאס ערשטע מאל וואס איך שטים דא אין שטיבל, שוין פארדעם איז דאך ׳ק׳ש׳ א פריי פלאץ, ווי עס הערשט דעמאקראטיע..)

און כ׳טעפל ועוד, א גרויסן ישר כח פאר אלע וואס האבן א טייל גענומען, און איבערהויפט פאר לעמאן דזשוס, פארן זיך אזוי געטריי אוועקגעבן פארן פארמעסט!!

לאדיך אפ » זונטאג פעברואר 17, 2013 1:54 pm

· #87730
איינמאל מ'וואוט קען מען מער נישט טוישן? כהאב בטעות נאר געוואוט פאר 3 שטאטס 4

קאווע טרינקער » זונטאג פעברואר 17, 2013 2:01 pm

· #87735
לאדיך אפ
איינמאל מ'וואוט קען מען מער נישט טוישן? כהאב בטעות נאר געוואוט פאר 3 שטאטס 4


דארפסט נישט צוליב דעם זיך אזוי שטארק קראצען דעם קאפ..
איך האב אויך א טעות געהאט, נישט וואוסענדיג אז מ'קען שטימען פאר 4. איך האב נאר געשטימט פאר איינס.
כדי נישט אויסצוקוקען ווי א חוזק, גיב איך נישט ארויס פארוועם כ'האב געשטימט.

קאמפיאטער » זונטאג פעברואר 17, 2013 2:27 pm

· #87745
פינעם גבאי'ן באקימען אן אישי.
שוין געמיינט אז עפעס איז פישי.
אבער סך הכל צי קימען.
אין אפגעבען די וויכטיגע שטימען.

ווער פין די פיפצען גייט באקימען מיין הסכמה?
האב איך אפגעמאכט; דער וואס וועט ארויסנעמען מיין נשמה.
איך טי צי דער זאך.
אין די אשכול פין פאזיע'ס איך געב א אויף מאך.

אן קיין סדר איך נעם מיר ליינען.
איך טראכט צי מיר מען קען שוין מיינען.
אבער ניין 'קאמפיאטער ניין.
עס לוינט נישט אוועק צי גיין.

זיצענדיג פארטיפט נישט כאפענדיג.
פיל איך ווי אן קיין שום פריעדיגע ווארענונג.
טיען זיך אויף מיין פנים פארמערן.
ווארעמע אידשע טרערן.

איך האלט עס נישט אויס.
פין דיין הארץ ארויס.
דיין ווייטאג געטיען מיטטיילן.
זאל דיין ישעוה די באשעפער צי איילן.

יאפ נאמבער "11" די האסט מיין הארץ צישפיעלט.

דולה ומשקה » זונטאג פעברואר 17, 2013 3:16 pm

· #87793
לעמאן דזשוס אזא זכי' ספעציעל לכבוד אייך געעפענט א נייע אפטיילונג.
לאו בכל יומי איתרחיש ליה ניסא כזו, תהא מזלו לברכה!
דיין טאלאנטפולע ארבעט איז שטארק אנערקענט דורך די טרינקער, תודה רבה פאר מנדב זיין די צוקער פאר די קאווע...

לעמיל » דינסטאג פעברואר 19, 2013 5:38 pm

· #88847
שוין געוועילט

לעמאן דזשוס » מיטוואך פעברואר 20, 2013 12:25 am

· #88984
.