יעצט נאך די רעזולטאטן זענען פארעפנטליכט געווארן און מ'זעט אז ס'נישט געווען קיין הערד מענטעליטי ווי יעדער האט געוועלט פאר די זעלבע פאר פאעמעס.
קאמענטארן אויף די פאעזיע פארמעסט, אדר-תשע"ג
296 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2933
דער אוסגאנג פארלאנגט א אנאליז פאר זיך. עס ווייזט מיין איך אז דער המון עם האט זיך נישט געקימערט מיט די עליטע אנאליזן נאר געוועלט פאר וואס זייער הארץ האט געצויגן און דאס איז ווערט אן אפלאדירונג. דאס אז די צוויי העכסטע רעדן פון דעם ווייטאג פון גיטין און ארום קען אנדייטן עס איז דא א הויכער פארפארץ דא אין שטיבל פון מענטשן וואס זענען דורך גיטין אדער עס איז הויך אויף זייער מחשבה.
יידליעצט נאך די רעזולטאטן זענען פארעפנטליכט געווארן און מ'זעט אז ס'נישט געווען קיין הערד מענטעליטי ווי יעדער האט געוועלט פאר די זעלבע פאר פאעמעס.
חכם לאחר המעשה.
געפילטע פישאיז דא א פשוטע עצה, מ'טאר נישט וואוטן פאר די אייגענע ווארע, ווייל אויב מעג מען יא שטייעל אלע סייווי גלייך.
און לגבי בייעס מיין איך נישט דוקא ביודעים, נאר בעיקר סאב-קאנשעסלי, איינער זעט א פיוט פון איינעם פאר וועם ער האט הערכה וועט ער אוטאמאטיש זען אין דעם טיפערע כוונות און שענערע לשונות, וכן להיפך. און יאנקל האט א פוינט מיט די פארמאכטע וואוטס, ס'דא אזא מושג ווי די Herd behavior.
איך מיין אז נאך א פאקטאר איז אז געוויסע האבן געוועלט פאר וואס זיי האבן געמיינט וועט זיין די אונטער-הונט.
ווען גייט מען מפרסם זיין עושי מצוה, מי ומי ההולכים?
איך וויל שוין וויסן ווער האט געשריבן וואס.
נאך איינער וויל שוין וויסן? איינער וויל נאך ווארטן? (אויב יא, פארוואס?)

[ציטאט אראפגענומען]
גם אני מצטרף
הערד מענטעליטי איך שעם זיך צו פרעגן אבער וואס מיינט דאס
[ציטאט אראפגענומען]
זיי נישט שלעכט, יענקל. (:
הערד מיינט סטאדע
,Herd mentality, or sheep mentality
Mob mentality
Monkey see, monkey do
אלעס מיינט אז מ'טוט וואס יעדער טוט. מ'קוקט זיך ארום און מ'טראכט מיט די אויגן.
סך הכל פון די שפעקולאציעס!
ווינטער נאכט-בן תמליון (יידל) יאנקל (זר זהב)
איך וויל מיין טאטן צוריק-בן תמליון, אנאנים (יאיר) שמעקעדיג נישט בן תמליון באזירט אויף שיר השירים(יידל)
זארגלאזער אמאל-משה געציל (יידל) ברסלבר (קאווע טרינקער) בן תמליון (חשבון)
פאסטקעסטל-מחבר דאס ערשטע מאל א פאעט אין שטיבל (יידל)
דאס הינער איי-יאיר, בענדזשאמין (יידל) ממישאמרו, יידל, געפילטע (ונבנתה העיר) לעיקוואד (קאוועטרינקער) יאנקל (חשבון) קופערניקוס (יתרו)בענדזשאמין (יאנקל)
דאס בלעטל מיין שפיגל-לעמאן דזשוס באזירט אויף גע'גלעט (יידל)
איך בין הייליג-אפשר קופערניקוס, אולי קאוועטרינקער (יידל) קאווע טרינקער (יאנקל)
איפכא מסתברא-פשוט קאמפליצירט (יידל, יואליש ביים שטריימל, יאנקל ביים שטריימל, יאיר, בענדזשאמין) הציץ ונפגע (יאיר)
צוזאמען-ברסלבער (יאיר)
מחה תמחה-
קינות גירושין-
צוריסענע בענקשאפט-יאנקל (יידל, כמעט זיכער, זר זהב מסופק)
יגיע כפיך כי תאכל-קאווע טרינקער (יידל, זר זהב,) א פרוי (געפילטע פיש)
ואיני יכול לנגוע בך-יידל (יאנקל)
שרייב שרייב-קופערניקוס (יידל) שהי פהי (יידל, וועגן די אונטערשריפט) יאנקל (געפילטע פיש אין אישי) משה געציל (יאנקל)

איז וויל מען די רעזולטאטן אדער ניין? יידל לאזט?!
[ציטאט אראפגענומען]
און די איבריגע??
[ציטאט אראפגענומען]
צוזאמען ליגט ביי דיר אזוי נידעריג?
גיימיר?
.
רעזולטאטן...
אט זענען די נעמען פון די פאעזיע'ס מיט אירע שרייבער!
1) ווינטער נאכט......................שהי פהי...................12
2) איך וויל מיין טאטן צוריק........בן תמליון....................15
3) דער זארגלאזער אמאל...........ברסלבער....................14
4) מיין פאסט קעסטל...............אנאנים...................14
5) דאס הינער איי..................בענדזשאמין פרענקלין.......18 -געווינער
6) דאס בלעטל......................לעמאן דזשוס................11
7) איך בין הייליג...................משה געציל...................16
8) איפכא מסתברא.................פשוט קאמפליצירט...........9
9) צוזאמען.........................בן תמליון......................6
10) מחה תמחה....................הציץ ונפגע...................12
11) קינות גירושין...................קינות גירושין...............20 - געווינער
12) צוריסענע בענקשאפט...........יאנקל.......................20 - געווינער
13) יגיע כפיך כי תאכל..............קאווע טרינקער.............16
14) ואיני יכול לנגוע בך.............יידל..........................6
15) שרייב שרייב...................לעמאן דזשוס................17 - געווינער

איך האב געשטימט פאר פאסט קעסטל און מחה תמחה און פאר מיינע צוויי וואס איך האב נישט ערווארטעט אפילו קיין איין שטימע. איז מיר א גרויסע סורפרייז איינס האט 15 שטימען.
15 איז דער סורפרייז!!! לעמאן איר זענט איינס און איינציק!

קינות גירושין-קינות גירושין
לעמאן האקט, האסטמעך אויסגעכאפט.
ברעכעדיגע נייעס!
קרויס האט געקענסעלט די שטריימל סעיל.
לעמאן האקט, האסטמעך אויסגעכאפט.
ברעכעדיגע נייעס!
קרויס האט געקענסעלט די שטריימל סעיל.
וואס איז דאס שהי פהי? א נייע ניק דא?
בן תמליוןוואס איז דאס שהי פהי? א נייע ניק דא?
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/user/480">memberlist.php?mode=viewprofile&u=480</a><!-- l -->
דאס איז א חידוש , דער שיה פהי האט נישטאמאל געקענט וואטען פאר זיין אייגענעם פאעם!
איך פראטעסטיר
איך פראטעסטיר
ווער האט געשריבען צוויי?
[ציטאט אראפגענומען]
אמת, אבער פארוואס איז עס כמעט קיינעם נישט בייגעפאלן פון בעפאר?
ברסלב'ער'ס "אמאל" איז אין היינדסייט אזוי פשוט אז כ'פארשטיי נישט ווי מיין שכל איז געווען. אנאנים איז אן אמת'ן סורפרייז אבער ס'שטימט מיט מיין אנאליז אז דאס איז געשריבן דורך איינעם וואס שרייבט דאס ערשטע מאל פאעזיע. די צווייטע סורפרייז איז לעמאן דזשוס מיט זיין שרייב שרייב, דער פערטער געווינער. דאס אז איפכא מסתברא האט נאר באקומען 9 שטימען איז אויך א שטיקל סורפרייז אבער נישט ממש. און יידל איז דער געוואונער מיטן פארלירן, גענוי ווי זיין פאעמע זאגט פאר...
די נקודה פון מיין פאעזיע איז געבויעט אויף א תורה אין ליקוטי מוהר"ן (חלק א', ע"ח)
בן תמליוןוואס איז דאס שהי פהי? א נייע ניק דא?
כ'האב א פילינג אז דאס איז א נקבה, און איר נאמען איז שיפי (מלשון שפרה), לפי"ז נמצינו למידין אז מיר האבן שוין אין שטיבל א סך הכל פון לכה"פ דריי נקבות, 1. קאווע טרינקער (כפי שהעיד עליה געפילטע פיש, וי"א געפילטערטע), 2. ש(ה)יפ(ה)י (כפי שהשם מעיד עליה, וגם הפיוט), והאחרון הכביר קופערניקוס (כפי שמעידה על עצמה באשכול אחרת, שעדיין היא מתאוששת מהחבלי לידה של ילדה האחרונה).
באריסטא היקר (אפשר אויך א פרוי ?) עס איז שוין העכסט צייט צו עפענען א עזרת נשים אין שטיבל.
אינטערעסאנט אז מיר האט מען באשמירט מיט קאווע טרינקער און מיט מיכאל שניצלער צוויי מאל...
מילא קאווע טרינקער, אבער מיכאל "ווער האט דיך געפרעגט"? (קרעדיט: יאנקל, איך געדענק שוין נישט וואו...)

איך האב נישט קיין ווערטער צו שילדערן מיינע געפילן נאך אזא מעמד, ווען מען איז זיך צוזאמענגעקומען, אידן פון אלע שיכטן און קרייזן, לשמוע את דבר ה', צו הערן די אמת'ע טיפע רייד וואס דער חלק אלוק ממעל פון אונז האט צו פארקויפן. אידישע קינדער וועלכע זענען אויפגעוואקסן אז געפילן לייגט מען אריין אין באר מים חיים, און פאעזיע באלאנגט ביים זאגן אקדמות, העכסטנס לערנען א שטיקל אומפארשטענדליכע 'אנסיכה מלכי' פונ'ם קליר, האבן יעצט אנטדעקט זייערע באהאלטענע כשרונות און עס ארויסגעגעבן. עס איז צו ערווארטן אז פון היינט און ווייטער וועלן די פאעזיעס וואקסן ווי שוועמלעך נאך א רעגן, מיר וועלן עסן פאעזיע, טרינקען פאעזיע (צוזאמען מיט די קאווע) און אטעמען פאעזיע, אזוי אז ביים נעקסטן פארמעסט וועט איפכא מסתברא נתהפך ווערן און ארויפקומען צום ערשטן שטאפל. עה, אבי גערעדט. אלע שטיקלעך וועלן זיין אזוי מייסטערהאפטיג, אז מען וועט מוזן געבן די אפציע צו קענען וואוטן אויף אלע פופצן, און מיר וועלן האבן פופצן געווינער.
לאמיר זען וואס זענען די סורפרייזעס פון אווענט. קודם זענען מיר געוואויר געווארן אז אנאנים דקהילתינו איז דעספערעיט פאר א שטיקל פאסט ווי פאר נאך א וועבערמאן לינק. ס'איז באמת א חידוש אז אלס ראש הקהל קומט אים נישט אן גענוג פאסט און אימעילס. בכל אופן וועט זיך דער עולם זיכער משתתף זיין און אריינשיקן א בריוועלע איינמאל א חודש. אפילו א אישי פון צייט צו צייט איז אויך גענוג.
ערנסט גערעדט, מיין איך אז דאס איז איינע פון די גרעסטע סורפרייזעס, מיר האבן גארנישט געוואוסט וואספארא אנאנים מיר האבן, יעצט וועלן מיר אים שוין נישט לאזן מנוחה, מען וועט שיקן א צווייטן ברענגען די נייעס, און אנאנים וועט זיך מוזן זעצן שרייבן סחורה!
דער נעקסטער סורפרייז איז געווען שהי' פהי'. המן האט שוין געוואוסט אז דער גאנצער כח פון אידן ליגט אינעם שהי' פהי', און יעצט האט זיך דאס נאכאמאל ארויסגעוויזן. אלזא מיר ווייסן נישט קיין סאך איבער אים, אזויפיל ווייסט מען אז ער לערנט זיך היסטאריע און ער איז א מייסטער פאעט.
געדענקט, איך האב עס שוין פאראויסגעזען ווען ער איז נאך געווען א שרייבער אויף קאווע שטיבל. יעצט כאפט אים אן ביים קארג און לאזט אים נישט ארויס, דעם שהי' פהי'נען. ער זאל דא אפ'שהי'ען אין באבנ'ס באבן אריין, און אונז דעליווערן סחורה אזוינס און אזעלכעס, מיט'ן טייוויל, לילית, רוחות, שדים, לויתן, עכבר שחציו בן אדם וחציו בן חורין, אלע בייזע רוחות זאל ער שיקן צום קאווע שטיבל, און מיר וועלן זיי מתקן זיין און מעלה זיין די ניצוצות.
נאך א סורפרייז איז געווען אז פרענקלין האט געקענט לערנען, און נישט סתם. אלס שכר איז געשען א נס, און דער קאמפיוטער האט אים אויסגעשפיגן אלע ביצים פון גאנץ תלמוד בבלי, ספעציעל פאר ר' בנימין'ען זיך צו באלעקן די פינגער. ער האט געמאכט אן אמעלעט, א לעטשאו, א פעטסאו, און וואס נישט, צו דעם אלעם איז געגאנגען זאפטיגע גראמען איינצוטינקען די ביצים בשעת'ן טועם זיין, און ווען מען האט געגעסן די ביצה מיט די גראמען און צוגעטרונקען א קאווע, זענען אלע שונאי ישראל אויסגעשטארבן.
און די וואס זענען נישט געשטארבן האבן זיך גענומען דאס לעבן אליין. ר' הציץ האט אים צוגעברענגט דאס פילעכל, און אונזער עמלקי האט דאס איינגענומען און פארשווינדן פון די מאפע, איבערלאזנדיג גאנץ כלל ישראל ווי סוכות אן אן אתרוג, ראש השנה אן א מחזור, און אחרון של פסח אן געבראקטס. נעבעך, אן אמת'ער יחסן זאל אזוי מיטמאכן, ער שטאמט דאך פון די גרעסטע מצוקי ארץ, א נייניקל בן אחר בן פון זרש, אחשתרנא, המן'ען, ביז ארויף צום זיידן עמלק, מ'זאגט אז ער האט קאזינס וואס זענען חשוב'ע בני תעירע אין בני ברק.
בן תמליון האט אונז צוגעשטעלט אן איידעלער פיוט, פון קאפלס וואס טוען נאר ערליכע און איידעלע זאכן, מען מאכט ארטס און קרעפטס, מען שפילט ראמי (אודאי נאר ווען מ'איז ריין), און מ'פרעגט איינער דעם צווייטן ווי אזוי דער טאג איז געווען. אזוי, אן קיין ברוסטן, אן קיין קושן, די אמת'ע אהבה וואס ברויך נישט די אלע היינטיגע מאדערענע מושגים. א וואונדער אז דר'עולם האט נישט געכאפט אז ס'איז ער?
ברסלב'ער האט זיך אריינגעשלייכט אינצווישן אזוי נישט מיר נישט דיר, און אראפגעלייגט א פיוט וואס צוגייט אין די ביינער, א משל מיט א נמשל, א קשיא און א תירוץ מיט א הקדמה, אן ערשטע סצענע, א צווייטע סצענע, מלא תוכן, לייכט צו ליינען, געשמאק צו זען, ממש ווי די מעשה מיט די בן מלך און די בת שפחה. און די געפילן גיסן זיך פון אלע זייטן. קודם האב איך אים מתעטף געווען בטלית של איש ואשה שאינו שלו, מיט'ן "צוזאמען" וויסנדיג אז אין ברסלב האט מען מקפיד געווען זיך צו האלטן נאנט מיט די ווייבער (אויסער ראש השנה, פארשטייט זיך). אבער ערשט שפעטער האב איך יורד געווען לעומקה של דבר און מתוך אימה ויראה ורתת וזיעה האב איך עס מייחס געווען צום ריכטיגן בעל המעשה. נישט צום גלייבן ווי ווייט מיינע אויגן זעען.
לעמאן דזשוס'ן קומט זיך גוטע פעטש, פאר'ן אויסנארן כל הקהל הקודש און אונז לאזן פירן ווי שאף צו די שחיטה. איינגערעדטערהייט אז, לעמאן דזשוס? נע, ער האט נישט קיין צייט. שיינע עניוות פראוועט ער מיר דא. איך האב זיבן מאל איבערגעטראכט אז אזא שטיקל איז דאך ממש ריינע אויסגעקוועטשטע לעמאן דזשוס, אבער לעמאן זאגט נישט קיין ליגנט. אזוי האב איך געמיינט. פון יעצט על'איך שוין וויסן מער נישט צו גלייבן. אבער איך האב למעשה הנאה דערפון, ווייל איך האב דאס געשטעלט אויף מיין ערשטע ארט, און יעצט ווייס איך אז איך נאר זיך נישט אין לעמאנ'ען, it's the juice, stupid.
פשוט קאמפליצירט האט ליידער נישט באוויזן צו באהאלטן זיין אידענטיטעט און ס'איז געווען א סוד פאר גאנץ בראד אז ער איז דער חברה'מאן וועלכער האט באוויזן צו כאפן א שמועס מיט'ן געלעכטער, אינטערוויוען דאס קליין וויינעדיג בעיבי, און ערנסט פארהאנדלען מיט'ן געוויין אז ער זאל זיך אפטראגן און גיין צו די שווארצע פעפער.
משה געציל האט אונז געמאכט צו שאנד און צו שפאט, יעדער איז געווען זיכער אז ער איז נישט דער הייליגער. משה געציל, עה! איך קען אים דאך, ער טרינקט קאוקא קאלע פונקט ווי מיר, ער דאווענט נישט שפעט, ער שמייסט נישט מיט די ציצית מיט אן אכזריות אויף אלע ארומיגע. שטעלט זיך ארויס אז ער איז שוין איינמאל הייליג, א קדוש מרחם אמו.
קאווע טרינקער האט אונז אויך געפערליך בא'עולה'ט, אריינגעלייגט גוי'אישע ווערטער כדי מען זאל נישט כאפן ווער ס'איז. נו נו, לעיקוואוד וועט זיך נאך אפרעכענען מיט אים, נעקסטע פארמעסט וועט ער שרייבן אין פראנצויזיש, העמער זען צו ער'ט כאפן ווער ס'איז. אבער דו ווייסט וואס, איך האב געהאט א פילינג אז ס'איז ער, איך קען אזא געביגלטער פיי-סמך יונגערמאן, און ער האט א חבר וואס טרינקט קאווע, האב איך צאמגעשטעלט.. שוין, לאמיר נישט רעדן ווייטער, מ'קען ווערן נכשל אין גילוי.
הרוצה בעילום שמו וויל דאך נישט מ'זאל רעדן פון אים, אבער שטילערהייט וועל איך מגלה זיין אז ער האט גערירט די הערצער ביי אסאך אידישע קינדער, און ער האט מעגליך געברענגט א שינוי לטובה אין דעם גאנצן געביט. איך מיין ס'איז דאס ערשטע מאל וואס איינער וואס גייט אדורך אזא איבערלעבעניש זאל האבן די קוראזש צו פובליצירן זיינע געפילן.
יידל האט געמיינט אז ער וועט שרייבן אז ער קען נישט פאעזיע, עט יעדער טראכטן, "דאס? נע, זיכער נישט יידל, אויב ער ווייסט וויפיל שטערנ'ס ס'איז דא, קען ער דאך זיכער שרייבן פאעזיע." ער האט שוין קוים געקענט ווארטן יעדער זאל שרייבן, "ואיני יכול לנגוע - זיכער נישט יידל, אוממעגליך!!" בין איך, יאיר, געקומען אלס הולך רכיל ומגלה סוד, און מגלה געווען פאר'ן גאנצן עולם אז יא, יידל קען נישט קיין פאעזיע. גלייב עס אדער נישט. דערנאך, איינמאל דער באבל וואס הייסט "יידל" האט געפלאצט, און קיינער האט מער נישט מורא געהאט פון אים, איז דער גאנצער עולם ארויפגעשפרינגען דערויף און צוגעשטימט אז יא, כ'האב שוין לאנג געטראכט אז יידל איז גארנישט עפעס ווייסעכוואס, סתם מאכט זיך ווי אן אלץ ווייסער.
אבער דו ווייסט וואס, יידל? נאר צו פאראידישן דעם ווארט "טרענץ" האט זיך שוין געלוינט אלע בושות.
יאנקל האט צעריסן דאס בענקשאפט, און עס האט זיך געוואלגערט ברעקלעך בענקשאפט אויף די גאסן, ווער עס האט געוואלט האט געקענט אויפהייבן. איך האב אויפגעהויבן אביסל, טועם געווען, און געשמעקט א ריח פון ביר. כ'האב עס איבערגעלאזט.
עה, ס'איז סתם א ווערטל. איך האב אויפגעהויבן אלע צוריסענע שטיקלעך, עס באטראכט, זיך משתעשע געווען דערמיט, אנגעקוקט, איבערגעליינט, מיטגעפילט, און געגעבן א קוש און פארזיכטיג געלייגט אין שמות.

דאס הייסט, אז איך דארף ליידן ווייל דו ביזט געווען פויל איבערצולייענען מיין שטיקל מער מאל און אביסל פריער! נישט קיין יושר, ר' יאנקל!
לעמען דזשוס האט געמאכט די זאך דא! נישט נארמאל וואס מ'ווארפט דא צוזאם
@אנאנים @יאיר, אנטשולדיגט מיינע שקרים! נישט פלוראל נאר איין שקר! און די סיבה כאב נישט געוואלט קיינעם באלעסטיגן מיט מוזן שטימען פאר מיר....
אדער פארקערט, כאב געוואלט העלפן די בייעס כעוורע
@פשוט קאמפליצירט, איך ליין איבער דיין שטיקל און ווי דו קענסט זעהן אין מיין עפילאג, הייב איך אן צו פארשטיין. אויב קענסטו ערקלערן מער וואלסטו מיר פארשפארט איבערליינען און אזוי אויך וואלט איך געקענט נוצן א רייב אין מיין בליי צו קאנען א פיצקעלע פון דעם מופשט׳דיגן מהלך

@יאיר, דיין אפהאנדלונג פריער און יעצט איז צום קושן, יעדעס ווארט פערל! אזויווי איינער האט שוין געשריבן; די אפהאנדלונג און עיון אין די שטיקלעך און ארום איז באלד מער ווערד ווי ס׳גאנצע פאעזיע סאמאטוכע...
יאיר ביזט משוגה גוט. רבותי דא קומט פאר א רעוואלוצע פאר אונזערע אויגן.
בן תמליוןיאיר ביזט משוגה גוט.רבותי דא קומט פאר א רעוואלוצע פאר אונזערע אויגן.
יאירבן תמליוןיאיר ביזט משוגה גוט.רבותי דא קומט פאר א רעוואלוצע פאר אונזערע אויגן.
סארא חוצפה און עולם הפוך דא.....דער יאיר איז נוחל שני עולמות פארשפרעכט ער גייט פארשרייבן עפעס א זאפטיגס וועגן משפטים, פלאגיאירן ג׳ט אליין! למעשה קיין פיפס! קומט און גיסט אויס זיינע מיינונגען אויף יענעםס ארבעט, עס רינט אנאליטישע חכמה און פקחות ווי א פראפעסאר אויף עקאנאמיקס וואס האט קיינמאל א דאללאר נישט אינוועסטירט! און נעמט נאך קרעדיט פאר זיינע כמעט-צוטרעפונגען.....
דאס איז שוין איינמאל א א רעוואלוציע.
דו ביסט אליין שולדיג, האסט נישט געלאזט נוצן לשון הקודש.
יאירדו ביסט אליין שולדיג, האסט נישט געלאזט נוצן לשון הקודש.
עכשיו מתכונן קופערניקוס לקראת התחרות בלשון הקדש, ונראה אם תקח אותה ברצינות.
[ציטאט אראפגענומען]
יעצט אז דו ווייסט שוין וואספארא פאעטיקער דו ביסט, ראשקאל איז שוין העכסט צייט, זאלסט דיך טוישן דיין אוואטאר -מיט די אראפגעלאזטע אויגן, [דו זעסט דארט אויס ווי איינער וואס איז נארוואס מאלעסטעד געווארען] , האסטו דיך נישט וואס צו שעמען פון קיינעם, הייב דיר אויף דיין אראפ-געלאזטע אויגן, און קוק אריין מענטשן אין פנים.
בד"וו ראשקאל כ'האב ליב דיין אונטערשריפט.
ניין, איך האב זייער ליב דעם אנאנים'ס אוועטער, א מיטליעריגער איידעלער איד, מיט אזא ליבליכער בליק און עלעגאנטער געשטעל. זייער גוט, זאל מען וויסן אז דער ראש הקהל פון קאווע שטיבל איז דער אידעאל פון א ראש הקהל. עפעס אלע ראשי קהילה מוזן זיין אזוינע גראבע בייכער, געשוואלענע עמי הארצים, און עזות פנים'ער?
גלייב מיר, אז ווען מ'קומט אין דיזע יארן, לעכצט מען אז איינער זאל דיר מאלעסטן...
איך בין שוין נישט דא געווען 23 שעה. מיין קאפ האקט מיר, כ'קען נישט ליינער מער דריי שורות אויף אמאל.
קען מיר איינער זאגן צו איך בין א געווינער?
אויב יא, דאן גיי איך ווייטער צוזאמע"ן,
אויב ס'איז איפכ"א, דאן שרייב איך א קינו"ת גירושי"ן, און כ'מאך א מח"ה תמח"ה....

לעמאן דזשוס האט מיך גע'אישית'ט אז (און דא בארג איך א פראזע פון "קופערניקעס") כ'זאל מוחל זיין און צע'פשוט'ערן דעם קאמפליצירט שבאיפכא שבמסתברא. "גרויסער חכם וואס דו ביזט," האט לעמאן דזשוס מיך געגעבן אזוי אנצוהערן צווישן די שורות. "וואס איז די חכמה פון פירקלען רזיאל המלאך לחשים וואס קיינער, כולל כבודך, פארשטייט נישט? דו מיינסט," האט ער ממשיך געווען, "אז מיט דעם אליין וואס דאס שטיקל דיינס איז געשריבן מיט שווערע ווערטער וואס קלעבן ווי פאעזיע צו מאטעמאטיק וועט דער עולם עס אננעמען?" דערביי האט מיר לעמאן דזשוס געוויזן ווי עולם קאוועניקעס שטייט און קוקט אויף מיר און מיין פאעמע מיט ברייט-אויפגעריסענע אויגן און מיט א מינע פון רחמנות.
אוקעי. וועל איך אנשרייבן פירוש רש"י (און דווקא מיט אותיות מרובעות, כדי עפעס פונעם איפכא זאל פארט פארבלייבן אינעם מסתברא). דער יסוד פון דער פאעמע איז ארויסצוברענגען עפעס אומגעראכטן; אנצוקוקן די זאכן וואס ווערן דערמאנט פון אן אומדערווארטעטן, חידוש'דיגן פערספעקטיוו, אבער דערביי זיכער מאכן אז עס זאל פארט ווי-עס-איז שטימען -- אז דער משל מיט'ן נמשל זאלן האבן עפעס שייכות.
דער ערשטער טייל פון דער פאעמע רעדט צו טויטע מענטשן און פירט מיט זיי א שמועס וואס מען פירט געווענליך נישט מיט טויטע.
וואס ליגט איר,
טויטע גופים,
פארפאלן אין פוילקייט?
א מין קשיא צו א טויטן, פארוואס ער רירט זיך נישט פון פלאץ!
"פארפאלן אין פוילקייט": פארלוירן אין פוילקייט. "פוילקייט" איז נישט קיין פלאץ און מען קען דארט נישט פארלוירן ווערן. אבער איז דאס פאעזיע, און אין פאעזיע געשעען א סך מאל איבערנארטירליכע זאכן.
וואס שטעקט איר,
פארבייגייערס ארויס,
שטיין-קאלטע מציבות?
שטעקט ער דען, דער אומבאוועגליכער גוף? נאר א טויטער גוף אין בית עולם האט כמעט גארנישט וואס צו פארקויפן. די איינציגע זאכן וואס קענען מיט א טויטן גוף אסאציאירט ווערן איז דאס שטיקל ערד און די מציבה. דער אויסשטעל פון א קבר -- דער מת פלאך אונטן און די מציבה שטייענדיג אויבן -- לאזט א מקום פאר דער פאנטאזיע אנצוקוקן די מציבה ווי עפעס וואס דער טויטער שטעקט ארויס צו די לעבעדיגע פארבייגייערס.
גייט קיין סיביר,
אין ווארימע תכריכים.
און פאסט א סעודת שלמה.
א טויטן איז קאלט, און ווי דער פסוק זאגט: קאלט ווי א טויטער. תכריכים זענען די איינציגע קליידער וואס דער טויטער פארמאגט -- דהיינו, דער איינציגער מיטל זיך צו דערווארעמען.
א טויטער עסט נישט; במילא מוז ער פאסטן. אבער כדי דאס פאסטן זאל נישט זיין עפעס א נודנער פרט, מוז די סעודה, וואס ער וועט נישט קענען עסן, זיין א ברייטע און קעניגליכע.
וואס שרייט איר,
פיצלעך קינדער,
העכער אייער גוף-גרויס?
פון וואו די חוצפה,
צו באקלאגן זיך,
א רגע נאכ'ן אנקומען?
לערנט זיך פריער שמעקן,
הערן און גיין,
ביי די טויטע צייט-שכנים.
קינדער קוויטשן -- און מיטן גאנצן כוח. דער "גוף-גרויס" איז אזא שפילעוודיגער צושטעל פון "הויכע" קולות צו א "גרויסער" זאך. די קולות זענען "גרעסער" ווי דעם סייז פון קינד'ס קערפערל.
די "טויטע צייט-שכנים" זענען טויטע מענטשן, וואס האבן דאך שוין אפגעלעבט א לעבן אויף דער וועלט און האבן די נויטיגע דערפארונג איבער דעם מנהג המקום פון אונזער וועלט. די קינדער זענען נארוואס אראפגעקומען פון וואו די טויטע זענען געגאנגען. זענען דאך קינדער און טויטע שכנים אין זמן.
די אנדערע צוויי שטיקלעך, וועגן געלעכטער און געוויין, זענען שוין, דאכט זיך פשוט'ער. איך רעד צו "געלעכטער" אויף זיין שפראך, און פרואוו אים איבערצייגן אז ער זאל פרובירן עפעס ניי, און אנשטאט לאכן, זאל ער, דאס געלעכטער, פרואווען וויינען. דאס זעלבע איז מיט'ן געוויין, וואס איז, פונקט ווי געלעכטער, פאר'עקשנ'ט צו טאן יעדעס מאל די זעלבע זאך: וויינען. וואס קען ער נישט אמאל עקספערימענטירן מיט לאכן?
כ'האב זיך אביסל מסביר געווען?

פשוט-קאמפליצירט, שוין איינמאל האסטו דיך מסביר געוועהן!!
קיינמאל גע'חלומ'ט אז קענסט רעדן פשוט...איך האב א דיבאט, באלד.

ביי די אשכול פון די 15 פאעזיע שטיקלעך איז גוט אז מע זאל לייגען ווער סע האט געשריבען די פאעזיע און אויך ווער סע האט געווינען.
עס טוט זיך (האט זיך געטון) טישן און בענק מיט א פאזיע פארמעסט, אבער איך האב נישט קיין צייט/געדולד דורכצומישן אלע בלעטער דא, איז ווער קען מען מיר ביטע ווייזן וואו מ'קען זען ווער עס האט געשריבן וועלכע שטיקל, און וועלכע עס האבן געוואונען. און קען איך זיך נאך זעצן שרייבן עפעס און אריינשיקן, אדער בין איך דא ווי א הושענה נאך שמחת תורה און וועל דעריבער בלייבן אן אומגעקלאפטע?
שרגאעס טוט זיך (האט זיך געטון) טישן און בענק מיט א פאזיע פארמעסט, אבער איך האב נישט קיין צייט/געדולד דורכצומישן אלע בלעטער דא, איז ווער קען מען מיר ביטע ווייזן וואו מ'קען זען ווער עס האט געשריבן וועלכע שטיקל, און וועלכע עס האבן געוואונען. און קען איך נאך אריינשיקן עפעס, אדער איך קום אן ווי א הושענה נאך שמחת תורה און וועל דעריבער בלייבן אן אומגעקלאפטע?
ווילסט אלעס וויסן על רגל אחת?
איך בין ארויס א פארלירער.
זייט דעמאלסט בין איך נאר אין שטיבל על רגל אחת...
JUST KIDDING
קאווע טרינקערווילסט אלעס וויסן על רגל אחת?
איך בין ארויס א פארלירער.
זייט דעמאלסט בין איך נאר אין שטיבל על רגל אחת...
JUST KIDDING
ווער נישט צעבראכן, ווייל אוודאי, ווי טיפער די פאזיע אלץ ווייניגער קענען מענטשן משיג זיין איר עומקות (ווייסטעך אז מ'פסק'נט נישט ווי דעם גרויסן רבי מאיר ווייל מ'האט נישט געקענט יורד זיין לסוף דעתו). זעט אויס דיין שטיקל איז געווען ממש גאנץ אונטן (ביים אפגרונד)...
שרגא, פאעזיע נעמען מיר אייביג אן, אבער פון א געלע לאטע קענסטו פארגעסן.
צוריקוקענדיג יעצט 2020 היינסייט וואלט איינע פון מיינע שטימעס געגאנגען פאר #8 איפכא. כ'ווייס נאר נישט אויף וועמענס עקספענס...