כ"ק אדמו"ר מ'מילק שעיק וועט נישט זיין חנוכה אין פאר-ראקעוועי
447 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2367
געפילטע פישעוד מישהו(פארוואס מ'רופט אים מיטן צו נאמען כהן גדול ווייס איך נישט)
מ'זאגט אז דאס איז וויבאלד, אזויווי די כהן גדול, האט ער אלעמאל אנגעגרייט " אשה אחרת מתקינין לו".
נישט געוואוסט דאס, איך האב אייביג געמיינט אז מ'רופט אים אזוי, ווייל ער איז אייביג מקטיר קטורת סמים (דראגס בלע"ז). איך האב נישט געוואלט שרייבן די סיבה, ווייל איך בין נישט געווען זיכער אז וועגן דעם האט ער זוכה געווען צו די צונאמען.
ליסען, אזוי שמועסט מען, כ'ווייס נישט וועלכע איז אמת. ס'דא אנדערע וואס זאגן אז די רבי האט זייער ליב די דיזיין פון זיין העמעד, ער רופט עס די כתונת תשבץ, אין אן אנדערע שמועס האב איך געהערט חסידים אריינלערנען אז וויבאלד ער קומט כמעט יעדע שבת אין בעסמעדרעש מיט א מעיל, ווייל די וועטער האט געזאגט אז נאכמיטאג גייט רעגענען. אנדערע זאגן אז ער איז א שטיקל "משזר", ומי יעמוד בסוד קדושים.
milk-shake shutdown
עס איז נארוואס ארויסגעקומען אן אפיציעלע סטעיטמענט פון די ווארטזאגער פונעם הויף, אז צוליב דינא דמלכותא דינא איז די מילקשעיקער קהילה אויף שאטדאון.
מען האט אויסגעלאשן די לעקטער אין די שול און מוסדות. עס הענגט א מודעה אז די טוילעטס וועלן יא זיין אויפן פארן ברייטן באנוץ, און ווי זאנוויל דרוקער ענדיגט צו מיט א מליצה:
יאכלו ענבים וישבעו.. .
מילקשעיק בתפארתו!!
די גאס איז אין שאק נאך די אויפדעקונג היינט, אז די רבי איז גאר א טרענסעקסואל!!
ניקך נאה לתגובתך..
זייט אנפאנג וואך האט זיך שוין אנגעהויבען די הכנות פארען געהויבענעם שבת וירא לסדר ויקח חמאה וחלב,
מען האט אויסגעליידיגט די בית המדרש פון אלע בענק און טישען און מען האט אריינגעברענגט די 40 שטאקיגע פארענטשעס רמז ל' מ ד'מילק,
די גאנצע שבת איז געווען עפעס נישט פלעין די דערהויבענקייט מיט די ווארעמקייט מיט די תורה,
ביי שלש סעודות איז געווען די הויכפונקט פונעם גאנצען שבת די רבי איז אריינגעקומען מוראדיג פארקאכט קודם האט מען געזונגען די זמירות און נאכדעם האט די רבי אנגעהויבען צו זאגען תורה קודם האט ער מסביר געווען די גרויסגייט פוו שבת וירא און וואספארא שיכות עס האט מיט מילק שעיק וזה לשון קדשו אין די וואכענדיגע סדרה איז מרומז און געבויעט די גאנצע מילקע חסידות ווי עס שטייט אין פסוק ויקח חמאה וחלב וואס דאס איז די יסודות פאר א מילק שעיק און אינמיטען האט זיך די רבי צופלאמט און איז געווארען פארחאלישט די עולם האט גלייך פארשטאנען אז דאס איז נישט פשוט נאר אן עלית נשמה און די עולם איז געבליבען זיצען אויף די פלעצער צוגענאגעלט און אינמיטען האט די רבי געפענט זיין הייליג מויל און געזאגט איך גיי יעצט דערציילען וואס מען האט מיך יעצט מגלה געווען אויפען אין הימעל און די רבי האט אויסגעשריגען
חמאה קיינער האט אבער נישט פארשטאנען וואס די רבי מייינט האט די רבי נאכאמאל אויסגעשריגען!!!
חמאה איז ראשי תבות
חסידים
מילקשעיק
איז
היילג!!
עס איז נישט געווען קיין איין טרוקען אויג אין בית המדרש מרוב שמחה אז די רבי האט מגלה געווען וואס מען האט אים מגלה געווען פון די מילקשעיק הייכל אויבען אין הימעל.
ביי הבדלה האט די רבי כמנהג אבתיוו געמאכט הבדלה אויף א כוס מילקשעיק פאר בשמים האט ער גענוצט א באטעל זויערע מילך שריחו נודף!!
די שבת וועט בלייבען איינגעקריצט ביי חסידי מילק שעיק אויף אייביג אלס א שבת וואס מען האט מגלה געווען די גרויסגייט פון די מילקשעיקע חסידות!!
חסידים מילקשעיק איז היילג!!
יעצט פאר איך אריבער ביתו נאוה קודש פון אדמו"ר שליט"א, זעה איך מ'האט אוועק געשטעלט שומרים ביים טיר.
ווייסט איינער וואס פשט?
מ'האט מורא אז איינער וועט אויפשאקלן די מילק.
דאס קומט צוליב דעם וואס נאך הבדלה האט דער רבי געגאנגען מיטן פיאקער פאר א אויל טשעינדזש , און מיטגענומען מיט זיך דעם דיין , ראש הכולל און דער ראש הקהל , און אויפן וועג האט זיי דער רבי מגלה געווען אז אין הימל האט מען אויך געזאגט אז חמאה וחלב איז ראשי תיבות ח'סידים מ'יינען א'ייזקרעם ה'ייליג , באציענדיג זיך אויפן ברידער , אבער דער רבוש"ע איז ח'ונן ל'אדם ב'ינה , מילא ווער עס איז זוכה פארשטייט אז ח'סידי מ'ילקשעיק א'יז ה'ייליג , דער רבי האט דאן געזאגט אז ביי שלש סעודות האט ער עס נישט געוואלט זאגן מפני דרכי שלום , אנקומענדיג אהיים האט עס דער רבי אפגעטייפט און געאימעילט צו אלע מילקשעיקער דיינים איבער די וועלט , אבער דאן האבן זיך די אייזלען ארינגעכאפט בקודש פנימה ,סהייסט געהעקט דעם רבינס פריוואטע דזשי מעיל אקאונט , און עס איז אנטשטאנען א מהומה , האט מען געמוזט שטעלן שומרים ביים רבינס הויז
אלס תוצאה פון דעם איז ארויס היינט א קריאת הקודש פון רבין אז פון היינט און וויטער זאלן מילקשעיקער חסידים זיך אויפהערן צו באנוצען מיט דזשי מעיל .
לויט ווי יאהו גיבט איבער האט זייער סיסטעם שוין צוויי מאל געקראכט צוליב דעם איבערפלוס פון מילקשעיקער וואס גייען אריבער פון גוגל צו יאהו
מ'זעהט ווי דער רבי קאכט שוין, ס'קומט חנוכה.
אורח הכבוד ביים ערשטען לעכטעל וועט זיין
@זר זהבatmybestאיך האב זיך פרובירט איינצוהאלטן, אבער היות איך וויל די קומענדיגע דור זאל וויסן וואס די מעשה איז געווען, וועל איך זאגן בקיצור נמרץ.
מען מאכט שוין חוזק פאר לאנגע יארן אז די מילקשעיקער זעט אויס גענוי ווי תנחום. (הראשון) גבאי ביים פריעדיגע רבי. די אמת איז אז די אלטע רעבעצין איז נישט געווען אזוי איי איי איי. איך וויל נישט ווייטער זאגן. דער וואס פארשטייט פארשטייט.
אפשר טאקע וועגן דעם איז דער רבי נישט אריינגעקומען חנוכה, צוליב די דרשת סמיכות פון די ר' תנחומ'ס, והמבין יבין.
קברים אין בית שמש
היות די סיקריקים און די נטורי חרתא, הערן נישט אויף צו רודפן כ"ק רבינו שליט"א וועגן די קברים אין בית שמש.
האט היינט די הייליגע רבי מפרסם געווען דעתו ברבים, ביים עין יעקב שיעור פאר די "כולל בעלי בתים". אכטונג אלע טויזנטע חסידים, וואס האבן געקויפט ביי די שטח המריבה אין בית שמש, מיטן ציל צו קענען בויען זייערע הייזער און לעבן על מי מנוחות.
די רבי האט געזאגט אז צווישן שמחת תורה און אסרו חג מיט צוויי חדשים צוריק, זענען אריין מנכבדי העדה מיט ציל צו וואוסן כדת מה לעשות, נאכן נישט וואוסן וואס צו ענטפערן כדרכו בקודש, האט ענדליך מאור עינינו מקלי אזנינו מברשת שינינו היינט געגעבן זיין ענדגילטיגע ענטפער.
די רבי האט דערציילט אז ער האט געהאט געבעטן פון דעמאלסט ביז היינט וואס צו ענטפערן לצאן מרעיתו, נעכטן אינדערפרי ביי די שיעור כללי אין ישיבתינו הקדושה, וואס די רבי געט יעדע מאנטאג אין חוק לישראל פאר די בחורי חמד, האט ער געהאט א חלום בהקיץ, אין זיין חלום האט ער געזען וואו זיין טאטע מאכט א ירידת נשמה און זאגט אים קליפ און קלאר, די קברים זענען נישט קיין קברים, "ווייל די איינציגסטע זאך וואס מ'האט באגראבן טיף אין דר'ערד אין יענע געגנט איז אתרא קדישא".
ויהי לפלא. במופלא ממך בל תדרוש. ואין לנו רשות להרהר אחריו. היות דאס איז די פסק פון די רבי זצוקללההנעלננע"ע וואס די רבי האט זיך געחלומט אז ער חלומט בהקיץ, בין איך דאס גלייך מפרסם.
(זצוקלהה וכו' פאר ווער עס ווייסט נישט איז ר"ת זצוק"ל לחיי העולם הבא נשמתו עדן לנצח נצחים עדי עד. ביי די רעיס ווער ס'קען האבן די לענגסטע טיטל פאר א געשטארבענע מענטש, האט מילק שעיק גענומען סיי די גינעס רעקארד, און סיי געוואונען ביי די אלימפיקס פאר די לענגסטע ר"ת וואס א מענטש האט געזאגט אן אטעמען.)
יעצט קומט אן די הארץ דערפרייענדע נייעס, אז דאס יאר וועט דער רבי שליט"א זיין אויף שבת חנוכה אין פאר ראקאוועי, כדי משלים צו זיין די פאריעריגע פלוצימע צוריקצו פון דאס חנוכה וויילן בתוככי יהדות פאר ראקאוועי, ווער ס'הערט מער פרטים זאל אפדעיטן באצייטנס!
די רבי'ס דאונאטס קומען נישט צו צום רבי'ן ז"ל'עס.
#ירידתהדורות
די לאטקעס קומען יא צו?
#לאטקעס #אחרוןחביב
@זר זהב איז נישט אין קאווע שטיבל די לעצטע 6 וואכן, ער איז געפערליך ביזי צוגרייטן די גרויסע הכנות, ער וויל נישט אזא פלאפ ווי לעצטע יאר. מיר האפן ער וועט זיין צוריק אין קאווע שטיבל תיכף נאכ'ן רעבינס נסיעה.
@רויטע וואנצעס ווי אזוי איז געווען שבת חנוכה בחצר מילקשעיק?
איך האב געווארט צו פרעגען ביז דאנערשטאג ווייל איך האב געמיינט אז די איד/בלאט וועט עס באשרייבען.....
....
די הודעה נתנדב על ידי הרוצה בעילום שמו לעילו נשמת אונזער אומפארגעסליכע חבר הפותח האשכול
@זר זהב ואני תפילה שיחזיר בתשובה שלימה וכפולה און דערהייבען די גאנצע שטיבעל, אמן כן יהי רצון.
איך בין ספיטשליס.
@יואב איז אויך געווען דארט אויף שבת, איך מיין ער קען טוען א פיל בעסערע דזשאב איבערצוגעבן א באריכט, להשוטים בצמא את דמיהם פונעם רעבין שליט"א.
@זר זהב איז נאך ביזי אויפקלינען די חאזעריי פון שבת, ער זאגט ער וועט זיין צוריק תיכף נאכן רעבינס מיט-ווינטער וועקעישען אין די דריי עק פון בורמואדע. אלעס אויב, און א גרויסע אויב ס'איז נישט דא, א פרישע וועקעישען זונה סקאנדל ווי פאריאר.
סבלנות פונעם רבי
איך זע אז מהאט נאכנישט אויסגעשמועסט דא און שטיבל וועגן די איבערקערעניש ביי די מעמד שריפת הפתילות.
איך וועל פרובירן צו שילדערן ווי ווייט מעגליך וואס איך געדענק.
דער פרייטאג צונאכטס, סוף טיש, איז כמנהג רבותינו ממילקשעיק נ'ע פארגעקומען די מעמד שריפת הפתילות. דאס איז די איינציגסטע שבת אין יאר וואס די רבי איז מחלל שבת בפרהסיא. ואכמ'ל ודו'ק.
באלד ווי די רבי האט אריינגעווארפן די קנויטן אין די פייער, האט זיך מיטאמאל געהערט א געשריי פון די אנדערע עק טיש, און שטריימעלעך זענען געפלויגן. מיטאמאל האט א אלטע שטריימל געלאנדעד הארט נעבן מיר. אזא ריח וואס איז געגאנגען פון דעם, האט מען שוין נישט געשמעקט זייט די באקאנטע נפיחה פון די מיטעלע רבי ז'ל.
עס איז געווען דורכגעווייקט פון שוויץ, פיש זאפט, און מי רגלים בענעזאם.
איך האב שפעטער געהערט זיין נאמען, אבער היות ער שרייבט דא, וויל איך נישט פורט בשמו זיין. איך וועל בלויז זאגן, גיי ערגעץ אנדערש מוחה זיין אויף די בית שמש חפירות!! לאז אונז אפ!!! קיינער מיינט נישט אז די ביסט אלעמאל נאר פרייליך! !
דאס איז שוין אן אלטע טענה וואס די משכילים פארשפרייטן כסדר אויף רבותינו הקדושים נבג"ם, ווי כאילו זיי זענען מחלל שבת קודש.
ס'איז אן אפענע מדרש אז ביום השמיני "עושים מדורה", נישט קיין חילוק ווען דער יום השמיני געפאלט אויס.
אז מ'רעדט שוין, איינע פון די ארויפגעקוקע רבנים פון פריערדיגען דור, א שטיקל אויפגעקלערטער (ליידער, זיינע אייניקלעך, גייען נישט קיין שטריימל שושן פורים) האט אמאל מוחה געווען אויף דעם מיטלען רבי'ן, הערענדיג איבער דעם מעמד שריפת הפתילות, זאגענדיג "דאס איז א חילול השם ברבים"!, האט דער מיטעלער רבי זיך ארויסגעדרוקט בהאי לישנא חביבא "וואס שטערט אים? דער שבת אדער דער "ברבים" כ"י בליעה"ר?
ודברי פי שוטה, פתי ישק.
אפדעיט פון די רבי'ס באזוך אין סאוט אפריקא
די רבי איז היינט צופרי אפגעפלויגן קיין סאוט אפריקא זיך צו באטייליגן ביי די לוי' פון זיין פעטער נעלסאן מענדאלע. (די רבי'ס דריטע זון, די ראש חבורה אין מצה בעקערי, ר' ניסן מענדל, הייסט נאך די זעלבע זיידע.
א פולע באריכט וועט נאכפאלגן מארגן בעזר השם.
הקדמה: איך האב באקומען אין אישי הונדערטער מעסעדזשעס פון חסידים פרעגנדיג ווי די באריכט איז. איך האב נישט געשריבן קיין באריכט וויבאלד מען קען עס לייענען אויף אלע נייעס וועבזייטליך.
אבער, פטור בלא כלום אי אפשר, וועל איך שרייבן בקיצור וואס איך האב באקומען פון די חסידות קארעספאנדעט מיילעך שוטה.
איך געב עם דא איבער די ווארט - שא!!!
ברעכענדיג! עס קומט אן באריכטן אז די אלוועלטליכע מידיא איז אויף מיט די סקאנדאל וואס האט זיך אפגעשפילט ביי די לוי' פון די רבינ'ס פעטער, ר' ניסן מענדאלע. ווי באריכטעט איז די רבי געפארן אויף סאוט אפריקא פאריגע וואך זיך צו באטייליגן ביים לוי'. די רבי איז ארויסגעפארן א טאג פריער כדי זיך משטתח זיין אויף קברי אבות, פון די זיידעס וואס ליגן דארט. (אגב, אן אינטערעסאנטע עפיזאד האט זיך אפגעשפילט ווען די רבי האט געהייסן זיך אפשטעלן צוויי מינוט פארן אנקומען צום בית הקברות, צוליב דעם וואס ער האט געדארפט דיין קטן'ן. עס איז אינטערסאנט אז די רבי האט משנה געווען פון זיין מנהג דאס צו טון אויף זיין עלטערען'ס קברים) .
ביים לוי' איז די רבי געשטאנען הארט נעבן די פאדיום פונעם רעדנערס. די רבי האט לכתחילה געדארפט צו געבן א הספד, אבער היות ער האט נישט געקענט קומען צום ווארט, האט ער פשוט פרובירט איבערצוטייטשן די הספדים אויף שטום לשון. אט דאס, האט אנגעצונדען די פייער.
די אמת איז, די גאנצע טענה אז די רבי האט נישט איבערגעטייטשט ריכטיג, קומט פון די אייזלען. זיי האבן אנגעהויבן ארומרופן אלע נייעס סטאנציעס, צו מאכן א סקאנדאל. די רבי איז פארשטייט זיך באלד ארויסגעפארן פון לאנד מיט א שיף, לקיים מה שנאמר וזכרת את המקום מרחוק.
עס איז נישט קלאר דערווייל צו מען וועט ארייננעמען די רבי אויף אויספארשונגען, אבער דאס איז די נייעס בקיצור.
---------------------------
אין אנדערע נייעס בחצרותינו, כמנהגינו וועט מארגן פארקומען די 'שמוציגע טיש', וואס כמנהג רבותינו קומט עס פאר יעדער יאר ווען עס פאלט אויס. דאס יאר האט דער טיש א באזונדערע באדייט, וויבאלד מען פייערט אויך די שמחה צו דעם וואס די רבי האט דערגרייכט די 50'סטע לעוועל אויף קענדי קראש.
פרטים וועגן די מעמד וועט נאכפאלגן.
ע'כ דברי מיילעך שוטה...
ביטע נישט גורם זיין אז דער אשכול זאל אנקומען אין צימעס.
ואתכם הסליחה.
@שמעקעדיג און
@קאווע טרינקער האבן מיר געשיקט אין אישי אז זיי האבן געהערט א אנדערע ווערסיע, אבער איך שרייב וואס איך האב געהערט.
אז זיי ווילן, קענען זיי שרייבן זייערע ווערסיע.
@יואב זאגט אז ער האט יא געהערט מיין ווערסיע, אבער מיט איין קליינע שינוי, אז די רבי האט נישט געדארפט בלויז קטנ'ן, נאר גדולים.
הודעה בנוגע נסיעת האדמורי'ם מא'י לארה'ב
אזוי ווי איך הער, הייסט עס אז די רבי גייט נישט מיטפארן קיין אמעריקא מיט אלע אנדערע רבי'ס וואס פארן. איך פרוביר נאך אויסצוגעפונען די סיבה.
Stay tuned
עצרת מועצת
בעולמם של חרדים שרייבט:
אין זה סוד שראשי גור לוחצים ועושים כל מאמץ לשתף עוד ועוד חוגים וקהילות, זה חשוב מכל הבחינות ובמיוחד להצלחת הכינוס, ולכן הם נזכרו שחסידות קרלין עדיין חיה וקיימת וכי יש להם לפחות מנין של חסידים ופנו אל העסקנים ביקשו מהם לבא ולשתף פעולה, והם כחסידים נאמנים שאלו את הרבי שלהם ואלו היו דבריו: 'קיינער פון אונזער עולם זאלען גיין און מען זאל נישט האבען קיין שייכות מיט דעם' בתרגום ללשון הקודש אף אחד מאנשינו לא יילך ושלא תהיה לנו כל שייכות עם זה
ובאשר להשתתפות, כאן הרבי אמר כי הוא יחליט מאוחר יותר הכוונה ככל הנראה לרגע האחרון
מה שברור שכל עוד הרבי מקרלין לא משוכנע כי הכוונה לשם שמים הוא לא רוצה להיות חלק מן הענין הזה, הרושם הוא שיש כאן מטרות אחרות שאינם קשורות כלל לגיוס בני הישיבות, לכן הוא לא רוצה חלק בפוליטיקה הזו
עוד אדמורי"ם התבטאו נגד הכינוס הם אמרו כי משהו מסתתר ולא אומרים ולכן אינם רוצים להיות מופתעים, זה מריח לא טוב
לויט קראנטע מקורות, מיינט ער מיט "עוד אדמורי"ם, אונזער הייליגען רבין, ממשיך שלשלת מילקשעיק.
אבי גערעדט, דער רעבענס נאנטע גבאי, וואס איז מיטגעקומען פין הייליגען טאטען ז"ל, איז געוועהן ביים אסיפה, און האט ארויסגעהאלפען מיט די שווערע החלטות וואס מען האט דארט דן געוועהן בכובד ראש, דער רבי האט בפירוש געזאגט, שלח נא ביד תשלח, טאמער וועט ער נישט גיין, גייט דער זוהן זיכער, נישט וויסענדיג ווי די כחות וועלען האלטען יענעם טאג, ווארום לעצטענס פילט זיך דער רבי גאר שוואך אזוי ווי דער נאכמיטאג שעה'ן קומען אהן, בפרט אויף דינסטאג יום שנכפל בו כי טוב, ווייל דינסטאג איז א טאג וואס איז רעזעווירט פאר פריוואטע ענינים עוד מימי אבות הקדושים.
איך ווייס נישט פון ווי די רשעות נעמט זיך, צופארשפרייטן אזעלעכע ליגענטס אויפן רעבין.
לאמיר קלאר מאכן אפאר נקודות. א) די רבי שטיצט בפירוש די נסיעה. ב) די רבי וויל פארען. ג) די חסידים ווילן ער זאל קומען. נאר וואס דען? די רבי וויל א זיץ אין קאוטש קלאס, און ס'איז מער נישט דא, זינט גאר גרויסע גדולי ישראל פארנעמען שוין דעם ארט וד"ל. והשנית די רבי וויל א קאנעקטשון פלייט אפצושטאטן אין זשעמעקע פאר א טאג צוויי צו באזוכן באקאנטע (וד"ל די זונ..), אבער די אנדערע אדמורים זענען נישט מסכים דערצו.
געהערט פון קראנקע מקורות אז דער רבי איז געווען פון די אדמורי"ם וואס האבן געוואלט אז דער עצרת מוחאה זאל דווקא איצט פארקומען הארט אין די גוישע חגאות. משום טעם כמוס עפעס מיט די לעקטערלעך וואס מען שטעלט אזוי ארויס אין די גאסן . וואס לדרכו טענהט דער רבי אז אויב וועט א ערליכער יוד ווי ער, אויך הנאה האבן פון די שיינע לעקטערליך וועט די חרון אף נישט זיין אזוי גרויס. ושגיאות מי יבין
אויך דרייט זיך ארום א שרעקליכע מעשה נבלה אויפן רבינס עלטסטע זוהן, וואס כידוע איז ער אביסל חמצדיג, כמיין אויב די גלייבסט די שונאים. וואס לויט ערענסטע זאך-קענער קען די מעשה סאבאטשירן דעם רבינס נסיעה. בקיצור ער איז געפארן ערגעץ אין די מיד וועסט ערגעץ ווי א יוד איז נישט בנמצא, דע יצה"ר האט אנגעהויבן צו פלאקערן און צוגערעדט אז אפשר דאך גייט מען פרובירן א גיט שטיקל דבר אחר. רח"ל. ער האט זיך אריינגעריקט אין האטעל רעסטוראנט פארשטייט זיך גוט פארשטעלט, מיט א קעפ און א נעקטיי. ויש אומרים א שייטעל. ער באשטעלט זיך דעם חזיר און ער זיצט דארטן און ווארט. פלוצלונג באאאם. א יודל שפאנצירט אריין און קוקט און קוקט און גיט א זאג שלום אלייכעם וואס טוט דא דער רב הצעיר בלא בלא בלא. און אזוי פון איין מינןט אויף די צווייטע מארשירט דער וועיטערער אריין מיטן טאץ דבר אחר בהוד יפי' אינגאנצן ליגט ער אויף א זילבערנער טאץ און אין פיסק ליגט אריינגעפלאנצט אן עפעל. וכאשר הרב רעה כי כלתה אליו הרעה גיבט ער זיך א קלויב צאם. און ווערטליך קען ער דאך גיט. סאיז אין די בלוט און ער זאגט. וואס גייט דא פאר מען באשטעלט אן עפעלע און די חברה ברענגען דערמיט א גאנצער דבר אחר. די חסידים שווערען נקמה איבער די בלבול.
ספעציעל צום שטיבל:
פרישע נייעס פון אלטע מעלדונגען. די יערליכע קאמפיין פאר די ברייטפארצווייגטע מוסדות, איז אריין אין א דריטע פאזע, די גרויסארטיגע מלוה מלכה הדו שנתי וועט צוריק גערוקט ווערן מיט עטליכע טעג, אנשטאטס מוצש"ק פרשת משפטים ווא פון פאראויס געפלאנט, גייט עס זיין בע"ה דינסטאג משפטים בשעה טובה ומוצלחת, כמנהג רבינו שליט"א צו עסן יעדן טאג פון די וואך עפעס פון שבת.
וואו באוואוסט, מיט עטליכע וואכן צוריק האט די הייליגע רבי זיך מקבל געווען המנהג הקדוש סעודת דוד המלך דייקא דינסטאג, וזר לא יבין את זאת.
ביי די גרויסארטיגע מלוה מלכה איז ערווארטעט אז רבינו שליט"א זאל עפענען די יערליכע קאמפיין פון ועד שומרי מצות שביעית, וואו יעדער וואס איז מנדב $180, וועט אנגעבליך א בוים אן פירות איינגעפלאצט ווערן, וואס שמיטה וועט געהיטן ווערן במלוא מובן המילה.
גלייכצייטיג ווערט איבערגעגעבן, אז פון אזויפיל ביימער וואס זענען שוין איינגעפלאנצט געווארן, אין די לעצטע 100 יאר דורך די קאמפעטישן, קען מען שוין נישט זען די זון פון אזויפיל ביימער.)
נאך א חודש אפשניט צייט וואס מ'האט נישט געהערט פון רבי'ן, קומט יעצט א בשורה, אז מ'זאל חלילה נישט נתפעל ווערן פון נביאי שקר!
ערשט שפעטער האט מען זיך געכאפט, אז די רבי האט מכוון געווען לאותו שעה וואס
א ניק אין קאווע שטיבל האט זיך דערקלערט אלץ נביא.
ויהי לפלא.
צום ערשטען מאל נאך פסח, האט רבינו שליט"א טועם געווען - לכבוד ראש חודש - גרי"ל קע"ז כעין פיצה. נאך פרישטאג האט זיך רבינו שליט"א אועסגעדרוקט "גאנץ פיין געווען.... אבער צו די טעם פון די כזיתים קומט עס נישט צו!".
מצד אחר זאגט מען אז דער רבי איז געוועהן גאר אויפגעברויזט אויף די וואטסאפ גרופעס פאר אויסשפרייטען א סוס ורוכבו בילד פין זיין קאר.
ער האט געהייסען איבערגעבען די פאלגענדע
1. די אלע גרופעס וואס האבען פארשפרייט די מיאוסע בילד, זאלען זיין בבל יראה ובל ימצא.
2. די וואס האבען מוחה געעועהן פין בילד, עליהם תבא ברכת צדיק.
3. די וואס האבען בלויז הנאה געהאט, וועלען געשטראפט ווערען אז ווען משיח קומט וועלען זיי מוזען פארען א פערד און וואגען.
4. די וואס האבען געלאכט, זיי וועלען מוזען גיין צופיס.
נאך הוראות פין רעבין בהאי ענינא, גיבט מען נישט איבער מפני הכבוד.
כ'הער אז דער רבי שליט"א ווערט געזוכט דורך די FBI און די IRS!!!
נישט אמת! די אשר 'קרחה'ניקעס פון די רבין'ס ברודער'ס חסידים פון אייזקרים יע"א האבן ארויסגעלאזט די שמועה...
רבי שליט"א איז מעורר אז שבת דרך ארץ איז א ספעציעלע ענין, היפך פרישת דרך ארץ.
מילק שעיקער רבי ווערט ספעציעל אקטיוו בעפאר די מילכיגע ימים טובים, ווי שבועות און חנוכה.
עמיר זיכער מאכן צו קויפן מילק שעיק לכבוד די שבועות'דיגע סעודות.
קאווע זאגסט דאך (אדער דער רבי זאגט) אזוי גוט. בפרט איידער די שלשת ימי הגבלה קומען צו גיין, איז די דרך ארץ גאר וויכטיג.
די "קרעפ"על תורה פון לעצטע יאר ווערט יעצט צודריקט, און ווען זיין צו באקומען און געציילטע טעג.
קען איינער פון די הייסע חסידים אראפשרייבן וואס איז דעם רבי'נס מעניו ביים מילכיגן טיש?
מ גפניקען איינער פון די הייסע חסידים אראפשרייבן וואס איז דעם רבי'נס מעניו ביים מילכיגן טיש?
וויבאלד מילכיגס ווערט געווענליך געסערווט קאלט, וואלט איך נישט געראטן צו הערן א באריכות פון די הייסע חסידים, די גאנצע טעם וועט אוועק גיין.
רבינו שליט"א האט געזאגט א מורא'דיגע חידוש פארוואס מעסט מילכיגס אום שבועות. איך ציטיר פון דא"ח.
"שטייט אין די וואכיגע סדרה, ובאו כולם בברית יחד, נעשה ונשמע אמרו כאחד ופתחו וענו ה' אחד ושמו אחד, ברוך הנותן ליעף כח.
לכאורה שטעלט זיך א שטארקע קשיא, צו וואס זאגט מען דאס יעדע וואך ביי שלש סעודות? נאכמער פון דעם וואס איז די קשר צווישן ובאו כולם מיט הנותן ליעף כח?
האט רבינו שליט"א באריכות מסביר געווען ביי ס"ג, פאריאר די ערשטע טאג שבועות, היות אז די מנהג איז ביי אונז אין מילקשעיק צו טרונקן א מילקשעיק על בסיס סטראבערי אויף שלש סעודות, כמנהג אבותינו וואס האלט אז מדארף דאס עסן מיט קריעם, עאכו"כ ווען סקומט די פרשה פון ובאו כולם בברית יחד איז אן אייניקל פון א קל וחומר אז מדארף עסן סטראבערי בעיסד מילקשעיק.
א נייע רבי וואס טרינקט מילק שייקס הגר"מ מוויזניץ
<a class="postlink" href="http://bshch.blogspot.com/2014/07/blog-post_3608.html">http://bshch.blogspot.com/2014/07/blog-post_3608.html</a>
ברעיקאינג!!!!!!!!!!!כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א איז באפוילען געווארן דורך משי-זהב צו נעמען א טייל אין די זיך-אנגיסען-מיט-קאלטע-וואסער אויסברוך צווישען די גרויסע-לייט!!!
הכונו למעמד שפיכת מים קרים.
די רבי שליט"א וועט נאכן מעמד מגלה זיין פארוועם ער גיבט איבער די הנהגה אז די קייט זאל זיך ווייטער ציען!
פאר מער אינפא היינט ביי שלשידות האט דער רבי געטייטש, בערב תאמר מי יתן בוקר, ס'דא אינגעלייט וואס זאגן נישט קיין סליחות, מ'פרעגט זיי וואו ביסטו געווען ביי סליחות ביינאכט, ענטפערן זיי אז זיי זאגן סליחות אינדערפרי. ובבוקר תאמר מי יתן ערב ודוק. ודפחח.
ביי די תקיעת שופר דרשה האט דער רבי זיך שטארק מתמרמר געווען בדמעות שליש אויף די היינטיגע רעבבעס, וועלכע מיינען אז זיי שטייען העכער פון גאט ב"ה, און זייערע חסידים דינען דעם רבי'ן, נישט דעם בורא כל עולמים, און דער אויסגאבע "כל העולם כולו" מיט די בילדער איז געווארן ממש אן עבודה זרה ביי די יוגנט, ואוי לעינים שכך רואות וכו', האט דער רבי געטייטשט, דאס בעטן מיר, "מלוך על כל העולם כולו בכבודך" ,ודפח"ח.
ביי מיטאג טיש האט דער רבי ממשיך געווען, אז "גם כל העולם כולו חל מפניך", אפילו די נידריגע כל-העולם-כולו צדיקים, ווען ס'קומט ראש השנה כאפן זיי, אפילו זיי, אויך א פחד מיום הדין.