כ"ק אדמו"ר מ'מילק שעיק וועט נישט זיין חנוכה אין פאר-ראקעוועי
447 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2367
נס קאוועוועלכע צייטונג/מאגאזין דעקט איהם יא?
די מעלות, געדענקסט שטייג העכער? אמאל קען זיין נאך היינט אויך איז געווען די ארטיקל ברוך און בערל, דאס זענען האחים הקדושים, האדמו"ר מאייז קרעם, והאדמו"ר ממילק שעיק. די שמועס דארט איז גאר א לאנגע שמועס, רזי דרזין שמובנים רק ליודעי ח"ן, לויט וואו די עלטערע חסידים געבן איבער, דארף מען גיין אין מקוה צוזאמען מיט די מעלות זיך טובלן ש"י טבילות, כדי שיתעלו הניצוצי דקדושי מהני אחין טמירין ונעלמין.
ברעיקינג: איינער ווייסט עפעס מער פרטים איבער די דין תורה וואס קומט יעצט ארויס איבער די גרויסע מילקע מחלוקה וואס ציעט זיך שוין איבער זיבעציג יאר...
יעצט באקום איך א מעלדונג אז איינע פון די טוענים'ס טאטע איז אוועק, שוין עמיר ווארטען נאך 70 יאר!!!
ברעיקינג: מען האט נארוואס ארעסטירט דער באוואוסטע מאלעסטער פון מילק שעיק.
וואו האט מען געזעצט דעם רבין כ"א כסלו אין די ארמארי
אין די פאר ראקאוועי ארמארי
א מודעה געהאנגען אין מילק שעיקע ביהמ"ד אין פראספעקט פארק. איך האב נישט די ארגינעלע בריוו אבער איך וועל שרייבן לויט מיין זכרון.
די עולם ווערט געבעטן מתפלל צו זיין פאר די ברודער פון רבינו שליט"א (האדמו"ר מאייז קריעם שליט"א), וואס בשעת'ן ארומגיין אין א פאבריק געבן זיין הכשר, איז ער אריינגעפאלן אין א גרויסע טאפ חומוס, ער האט אנגעהויבן זינקען. די גבאי וועלכע האט זיך נישט פארלוירן, האט גלייך גענומען א שטעקן ספעציעל געאייגענט צו כאפן פיש, און אריינגעווארפן אין די חומוס, ארויסצושלעפן די רבי'ס ברודער, וויבאלד די שטעקן האט געהאט א שפיציגע הוק מיט א ברויט, האט רבינו'ס ברודער געכאפט די הוק אין מויל אריין, און געכאפט א מיאוסע שניט אין די צינג. בחסדי השם איז ער ארויסגעראטעוועט געווארן, אבער איז זקוק לרחמי שמים מרובים, די עולם ווערט געבעטן מתפלל זיין ברוך בן גענענדל. עד כאן לשונו הטהור בערך.
כ'האב געהערט אז דער מילק שעיקע רבי זכרונו לברכה איז געווען ביהיינד די got milk קאמפיין, און ווען נישט ער ווער ווייסט וויפיל אידן וואלטן היינט געטרונגען מילק שעיק אין אמעריקע. ווייסט איינער מער פרטים?
די רבי'ס בארד פון די רעכטע זייט האט זיך נעכטן פארברענט ביי די מנורה.
מיט גרויס פרייד ווערט אויפגענומען די גוטע בשורה, אז כ"ק אדמו"ר ממילק שעיק שליט"א גייט פארן אויף קברי אבות, צום בעפארשטייענדע חתונה פון די עלסטע זון. די חתונה קומט פאר ל' טבת 29 פעברואר למס'.
די רבי שליט"א וועט פארן אויף אונגארן, צו די ציון פון די הייליגע עלטער זיידע, מייסד השושלת הזהב וועמענס יארצייט פאלט אויס א וואך נאך חנוכה. די רבי שליט"א וועט וויילן די ערשטע שבת, אין די שטעטל טיסא-מילק שעיק, ששם חלקת מחוקק ספון.
די צווייטע שבת וועט די רבי וויילן אין די שטאט נעדזשאייז קריעם, וואו די רבי'ס זיידע ליגט. חסידים וועלכע ווילן מיטפארן צו די געהויבענע נסיעה, אדער איבערגעבן קוויטלעך, מיט וואס די רבי וועט שפילן אינאיינעם מיט גדולי וזקני החסידים, ווערן געבעטן זיך איינצומעלדן צו די וועדה המכינה. אדער רופן די ספעציעלע נומער 1877 קארס פאר קידס דאנעיט יור קאר טודעי. פרטים יבואו
נעכטן איז ארויסגעקומען די טעסט פאזאטיוו. ע"כ וועט די רבי נישט פארלאזן די רביצין, און די נסיעה איז אפגעשטיפט
ווייסט איינער וואו כ"ק אדמור ממילק שעיק וועט פיהרן לכבוד פורים
(אדער וואס ער שטיצט אדער שטיצט נישט...)
מילק שעיק'ר רבי האט נארוואס געליטן א מאסיווין סטראוק, ביטע איינרייסן לרפואתו השלימה רפאל יקיב קהת בן עלקא שלאמצע.
א גאר אינטערעסאנטער קא-אינסידענט. היינט איז ארויס דער פערטער באנד "אכילת גלידה" אויף הל' ריבית, ווי באקאנט האט דער רבי ז"ל דער בעל אכילת גלידה באויפטראגט רבינו שליט"א צו דרוקן זיינע ספרים, חסידים זעהן דערין א הימלישע צייכן ווארטענדיג אויף א נס.
ווי פארשטענדליך האבן די אייזלען אויפגעלעבט, אין זייערע שולן טאנצט מען און מ'ווארט אויפן ערגסטן, -- ליידער.
זר זהב
ווי פארשטענדליך האבן די אייזלען אויפגעלעבט, אין זייערע שולן טאנצט מען און מ'ווארט אויפן ערגסטן, -- ליידער.
😂 😂 😂
זר קוקסט אויס בארד היינט
איך? איינער אנדערש. לצנית אין א זייט, נעם א תהילמעל.
זר מאך א מנין דא און שטיבל רוק די קעסיל אביסעל און הייב אן תהלים
ס'ווייט נישט קיין וויץ, דאקטוירים זענען פעסימיסטיש. דער רבינ'ס זוהן, דער דיין אין קהילת סעסימי טשיקן איז יעצט אויפן וועג אריין פון אנטארטיקא.
זר האסט א אופדעיט פון די מצב?
אינמיטן די נאכט איז בעסער געווארן, יעצט אביסעלע צוריקגעפאלן. אין א שטוינענדע דעוועלעפמאנט האט רבינו'ס ברודער האדמו"ר מ'אייז קריעם געבעטן זיינע חסידים די אייזלען נישט צו טאנצן און ארויסווייזן עני סארט פרייליכקייט. ער האט געזאגט: "איך בעט נישט קיינעם צו זאגן תהילים, אדער אדער זיין בשמחה בנפול אוביך איז שוין נישט מן הנימוס".
ברוך דיין האמת און די מינוטן קומט אן די ביטערע בשורה אז נוצחו אראלים את המצוקים און די רבי שליט"א איך מיין זצ"ל האט אויסגעהויכט די נשמה
פרטים איבער די לוויה וועט נאך פאלגען
קול מבשר האט געקראכט פון אזויפיל רופערס
זר זהב זאגט עס איז נישט אמת איז צו איך צוריק איך לאז די תגובה פאר ווען די צייט ווען קומען און מ'וועט עס דארפען
אנטשולדיגט! ס'ליגענט! וואס די אייזלען האבן ארויסגעלאזט. סטאפ
ביסט זיכער עס איז נישט אמת?
100%, און מעק אויס דיין תגובה ביטע. שעם דיר
געטוישט לכבודך
שכח
עני טיים
זר וואס גייט פאר? עפעס א צעטל זע איך און מיין שיל !!
מפני הרעה נאסף הצדיק !!
יאפ לעמיל, ליידער ליידער פריער אויסגעהויעט די נשמה. אפשר קענסטע ארויפלייגן די מודעה?
איך זע נישט קיין צעטלעך. די מתנגדים האבן שוין אראפגעריסן?
וועלכע צודרייטמאן גייט איבערנעמען?
כ'בין אין שפיטאל יעצט. ס'זיך נישט פארצושטעלן, דאקטוירים מיט דאקטוירית'ן אלע וויינען, ס'נישט צום באשרייבן. ס'אויס וועלט! וואס וועט דא זיין?
פארוואס ליגט דאס נישט אין שמייכל, זאל דער עדה וואס דרייט זיך נישט און צימעס הנאה האבן
newkaveוועלכע צודרייטמאן גייט איבערנעמען?
אנטשולדיגט! אביסעל רעספעקט. מ'טרויערט נאך יעצט.
אז זיינע קינדער איידימער האבן נישט קיין סעלף רעספעקט און מ' רייסט זיך ביי די קעפ ווער ס' באקומט וואס און ווער עס נעמט איבער און ווער רעדט נאך פון די אייזקרימער חסידים (די אייזלען) וואס זיצן אויך נישט שטיל, וואס ווילסטו פון אפאר אומפארטייאישע אנאנים וואס ווילן פשוט וויסן די נייעס העומדים ברומו של עולם?
ווער פון די צודרייטמאנס גייען איבער נעמען?
מ'רעדט אז די איידעם ספייסי פרענטש פרייס'ער דיין גייט איבערנעמען. רוב חסידים ווילן אים
עס גייט זיין א לוי', אדער מען גייט פארברענען די נבילה?
מ'מאכט אן אוטאפסי, פאליציי סוספעקטירט אז די אייזלען האבן אים פאר'סם'ט
בחצרות מילק שעיק האט מען נישט מקפיד געווען אויף נתוחי מתים? איז נאך דא עפעס אידן וואס געדענקן נאך די פטירה פון גאר ערשטן מילקשעיקער באקאנט אלס דער שרף ממילקשעיק?
Wow!!
דער פערד האט אפגעפייגערט!! זאל ער שמאכטן אין גיהנום!!
טיפיקעל אייזל, שעים אן יו
ירא הקהל וישפוט !!
שומו שמים !!! וואו נעמט מען די ווערטער ?? פון וואו ?? רבותי !!! מ'דארף נאך עפעס צולייגן ?? אדרבה !! קוקסט ווי רשעים דערקייקלען זיך !! בושה תכסה פנינו !! איך וואלט עס נישט געגלייבן אויב זעה איך דאס נישט בעיני עצמותי. רבן דקרו !! עפרה לפומיה !! דאס הענגט אין די בתי מדרשים פון די צד שכנגד !! וויפיל רשעות און בלוט קען מען טרונקען ?!?!
איך האב גאר קראנטע אינפארמאציע אז די אייז'לען וועלכע "פרייען" זיך מיט'ן רבינ'ס פטירה האבן אונטערגעקויפט איינע פון די ק"ש מנהלים ער זאל אריינשטעלן די ביטערע נייעס אינעם שמייכל פארום, אזוי זאל יעדער לאכן דערפון און זיך מיטפרייען מיט זייערע חינגאות. הרשעים כים נגרש השקט לא יוכל.
זר זהבמ'רעדט אז די איידעם ספייסי פרענטש פרייס'ער דיין גייט איבערנעמען. רוב חסידים ווילן אים
כ'הער אז די רבי ז"ל שרייבט אין צואה אז ער וויל די רבנות זאל אריבער גיין צו זיין עלטסטע זון ראש ישיבת יאפטשיק, אבער רוב חסידים גלייכן מער דעם פרענטש פרייזער און זיי נעמען אים אויף.
איז אמת אז זיי זיצן עקסטער שבעה, אין די רבי'ס שוואגר קישקע רב איז נאר געגאנגן צום זוהן? און אז די פרענטשלעך שעלטן אוועק און ס'קען זיין ס'וועט זיך איבערשפילן די זעלבע הריגות וואס מ'האט מיטגעמאט מיט די אייזלעך יארן צירוק?
די לוי' איז נאך נישט געווען.
וועמען גייט אן וואס דער שגץ האט געשריבן?? געטס א קוק, ער איז שוין טויט עטליכע טעג, און מען האט עם נאכנישט באגראבן.
אנטשולדיגט כ'פארשטיי אז דיין טאטע האט נישט גהאלטן פון אים, אבער אביסעלע ריספעקט! ער איז נאך עניטיים איבערגעשטיגן דעם אייזקרימער און לערנען און האט אויפגעשטעלט א ריזיגע אימעפריע פון חסידים מיט זיינע אייגע צוויי הענט, און ווי באקאנט האבן זיך גדולי הדור אויסגעדירקט אז "ווען עס קומט צו הרב ממילשעיק הייב איך הענט און נעם עס איין אן קיין פראגעס"
ס'גוט! 😂 😂 😂