☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » כ"ק אדמו"ר מ'מילק שעיק וועט נישט זיין חנוכה אין פאר-ראקעוועי

כ"ק אדמו"ר מ'מילק שעיק וועט נישט זיין חנוכה אין פאר-ראקעוועי

447 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2367
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9

לעמיל » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 3:41 pm

· #103885
רחמנה ליצלן זר איז געווארען א אייזעל ער לאכט בעת די גרויסע לוויה
תורה תורה חגרו שק

זר זהב » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 3:42 pm

· #103886
ווער איז מספיד יעצט? כ'דערקען נישט זיין שטימע

זר זהב » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 3:43 pm

· #103887
אה דאס איז דער רב פון סנעפל מאנסי

לעמיל » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 3:45 pm

· #103890
ששששששששששששששששששש זיי שוין שטיל עס איז צייט פאר חשבון הנפש

זר זהב » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 3:47 pm

· #103892
דער אייזלער רבי איז נישט געקומען צום לויה ער האט געשיקט זיין גבאי, דער גבאי איז זיך אנגעקומען צום לויה מיט א שטריימל בעקיטשע, מ'האט אים אנגעבריקעוועט אזוי ווי ס'באדארף צו זיין און קריטיש פארוואונדעט.

לעמיל » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm

· #103920
האט מען איינעם מכתיר געוועין ביי די לוויה?

newkave » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 4:37 pm

· #103924
מען האט מכתיר געווען די צווייטער זון. באלד נאכן לוי' האט מען עם געטראפן טויט נאכן געשטאכן ווערן אונטערן ביהמ'ד אינעם חצר.

למדן » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 4:41 pm

· #103927
ס' נאר א רומער פון די אייזלען, ער איז פארשפארט אביסל (יא וועגו סעקיוריטי ריזענס) ער'ט שפעטער ארויסקומען

לעמיל » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 5:56 pm

· #103957
ווער גלייבט מ'לאזט שוין אראפ די רבי און קבר נישטא קיין טרוקען אויג

ענן כבד » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 9:07 pm

· #104036
מ'ווישט זיך די טרערן בלי גוזמה! כ'טשאוק מיך!

קאווע טרינקער » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 11:00 pm

· #104073
שוין דא צוויי פערטיגע נוסחאות פאר די מצבה.
די רביצין פאר'עקשנ'ט זיך מ'זאל נישט שרייבן "הקדוש" מפני טעם הכמוס אצלה.

געפילטע פיש » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 11:14 pm

· #104078
זי וויל מ'זאל שרייבן הַקָדֵש.

atmybest » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 11:14 pm

· #104079
בעצם וואלט אונז נישט אנגעגאנגען גארנישט וויבאלד ער ליגט נישט צוזאמען מיט זיין טאטע ז'ל, אבער איך הער אז די ווילדע חברה ביי אונז פלאנען עם אויפצוגראבן און אויסשפרייטן זיין נבילה איבערן וואסער! ימח שמו וזכרו ואכמ'ל וד'ל וכו'

שמעקעדיג » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 11:17 pm

· #104081
דרינגענד, ווער קען מיר דא העלפן?
כ'דארף בארגן צייט. ביטע, זייט אייך מרחם!

newkave » פרייטאג אפריל 12, 2013 10:45 am

· #104145
אגב, פארוואס טאקע איז די שנאה אזוי גרויס??

למדן » פרייטאג אפריל 12, 2013 10:47 am

· #104146
שנאת עם הארץ לת"ח

atmybest » פרייטאג אפריל 12, 2013 10:56 am

· #104149
איך האב זיך פרובירט איינצוהאלטן, אבער היות איך וויל די קומענדיגע דור זאל וויסן וואס די מעשה איז געווען, וועל איך זאגן בקיצור נמרץ.

מען מאכט שוין חוזק פאר לאנגע יארן אז די מילקשעיקער זעט אויס גענוי ווי תנחום. (הראשון) גבאי ביים פריעדיגע רבי. די אמת איז אז די אלטע רעבעצין איז נישט געווען אזוי איי איי איי. איך וויל נישט ווייטער זאגן. דער וואס פארשטייט פארשטייט.

shem-tov » פרייטאג אפריל 12, 2013 11:11 am

· #104158
ליצי ליצנות... וואס איז די מטרה דא... עטץ נעמטס מיך ארויס פון די כלים. האלטס אז די ספייסי פרייס חברה גיבן א פלייען זאפטיגען פוטער סטעיק אדער מאשרום פיצא פיי פאר די אלע שטותים דא. ביי די די קליין קעפיגע או. יו. די. פרעסער איז דאס נאך א מצוה פון ככל אשר יורוך. ביי זיי האט יעדע דאנקען דאנאט א הכשר ווייל ואגלה לן טעמא פונעם גרויסען די. ווען זיי זעהען נאר א דרייוו טרו ווערן זיי שוין זאט. די רעדסט דא פון נאאיווע חברה. ווער ווייסט וואו מזיצט כ'וויל נאר זעהן די לינזען מיט יאפטשיק פארציעס דארטן. די ספייסיס צוקייען ניטאמאל די פרייס זיי פושען עס פשוט אראפ, פופצן שטיק אויף אמאל. גיי ווייס זייערע טעמים

איחוד פעלד » פרייטאג אפריל 12, 2013 11:43 am

· #104171
די אלע מודעות דא זענען וואס פארשידינע אויף ביידע זייטען זאגען וואס זיי ווילען זאל זיין.

למעשה אין אמת'ן ווארט דער עולם געשפאנט אז דער ידיד נאמן וואס פלעגט שלאפען מיטן רבין אין איין בעט בנערותו, זאל קומען און איבערגעבען די צוואה בכתב.

בנוגע דער ידיד, אייסשעיק, וווייסען פארשידענע אז פילע מאל האט דער רבי זיך אויסגעדרעקט אז ווען נישט אים, ווער ווייסט, און די ווייסערס האבען געויסט אנצוווייזען אז דער רבי האט געוויזען 'ווער' אויף די אנדערע זייט כלומר אז די יצר הרע ווייסט שוין אלעס.

עס איז דא וואס זענען חושד אז דער ידיד גייט ליינען אין די צוואה אז איבערנעמן זאל נישט א זוהן נישט א איידעם נאר גאר א טאכטער. דער עולם קאכט און קאכט. עס איז דא וואס זאגען אז דער רבי האט געהאט גאר טיפע כוונות, אנדערע זאגען אז דער טאכטער האט דער רבי ליב באקומען ווען זי האט געטוישט די ווינדלען סוף ימיו.

קאווע טרינקער » פרייטאג אפריל 12, 2013 4:43 pm

· #104319
פאר-ראקעוועי איז איבערגעפילט מיט חסידים ואנשי מעשה וואס קענען זיך נישט מנחם זיין פון דעם גרויסען פארלוסט, אבער קוקען ארויס פאר די ערשטע "טיש" פון בנו חביבו (נישט בכורו) כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א.
זקני חסידים, נאך פון די צייטען פון די קוה זעלבסט (פאר ס'געווארן דערפון מילק-שעיק) וועלן זיצען אויף די ערשטע רייע, בחורים דארפען שטיין, עסקנים וועלן מאכן שטיל ביים תורה.

און ווייטענדיגע באריכט איבער דעם ערשטען שבת בצל קאק-מעראן-עדמער-שעליטה, ווערט יעצט איבערגעבען אז דער רבי האט פירט איין נייע תקנות בתוככי החסידות, מערערע פרטים וועלן נאכפאלגן.

קאווע טרינקער » פרייטאג אפריל 12, 2013 7:21 pm

· #104369
די זכות פון די ערשטע קוויטעל איז יעצט פארקויפט געווארן פאר 4 דאללער. זוכה געווען האט הרב החסיד שר הרמאים רצונינו בעילום שמו.
למעשה האט די רבי שליט''א מרמז געווען אז ער גייט פאר גרין און אלע קוויטעלך זאלן געשיקט ווערן דורך אימייל און פעי-פאל

קאווע טרינקער » מוצ"ש אפריל 13, 2013 9:57 pm

· #104372
קיין טרוקען אויג יעצט ביי שלשאשידות תורה. ער פאדערט תיקון המעשים אין אלע אינזיכטען לאור די גרויסע חלל געשאפן מיט די פטירה הגדולה

עוד מישהו » מוצ"ש אפריל 13, 2013 11:14 pm

· #104390
איך מיין עס וואלט כדאי געווען פאר די מענטשן וואס האבן מיטגעהאלטן די לווי' פון אותו צדיק, זאלן פארשרייבן פארן דור אחרון, די הארצרייסענדע הספדים און דרשות התעוררות פון די לווי', ובזה החילותי.
כ"ק ראב"ד דפיצא פעפעראוני שליט"א האט אנגעהויבן מיט די פסוק וצוה הכהן וחלצו את האבנים אשר בהן הנגע והשליכו אתהן אל מחוץ לעיראל מקום טמא, האט ער גאר שיין מססביר געווען אז ווען א צדיק שטארבט איז עס וואו א נגע, וויבאלד די גוף אפילו עס איז נישט טמא ומטמא, דאך באגראבט מען עס מחוץ למחנה.
בקיצור נמרץ כדרכם של הצדיקים רבני דורנו ביי זייערע דרשות, איין ווארט האט נישט געקלעבט מיטן צווייטן, אבער די בכיות ויללות פון די טרייע חסידים האט דערגרייכט ביזן כיסא הכבוד.
זאל דער הייליגער רבי זיין א מליץ יושר פאר אלער אידן, און ער זאל אויסלערנען פאר רבנים וואו אזוי צו רעדן.

זר זהב » מוצ"ש אפריל 13, 2013 11:16 pm

· #104391
שלום עליכם עוד מישהו.. כ'מיין אז דזשאסט דיר צוריקצוזעהן דא האט זיך געלוינט דעם הייליגנ'ס רבינ'ס פטירה. זאל ער זיין א לץ יושר פאר אונדז אלע!

זר זהב » מוצ"ש אפריל 13, 2013 11:26 pm

· #104393
א רומער אז שלמה גבאי האט רעזיגנירט.

עוד מישהו » מוצ"ש אפריל 13, 2013 11:39 pm

· #104397
אמת איך שרייב כמעט נישט מער, אבער וואו קען מען זיין שטיל נאך אזא פראסק, אגב איך ליין נאך וואס מ'שרייבט, נאר איך האב נישט אייביג צייט צו מגיב זיין.

אבי גערעדט » זונטאג אפריל 14, 2013 12:04 am

· #104402
משפחה מאגאזין האט יעצט אנגערופן אז זיי זענען מסכים צו דעדיקעיטן דעם שבועות אויסגאבע פארן נייעם רבי'ן פאר א ספעשל פרייז, דער רבי האט גענטפערט דערויף אז קויפט אפ דעם זכות תיכף ומיד

newkave » זונטאג אפריל 14, 2013 2:36 am

· #104432
[ציטאט אראפגענומען]


די רבי האט זיך מגלה געווען?

atmybest » מאנטאג אפריל 15, 2013 2:57 pm

· #105013
newkave
[ציטאט אראפגענומען]


די רבי האט זיך מגלה געווען?


טיפיקעל. ער איז געווען קלוגער פון יעדעם. אפילו פון זיין אייגענעם טאטע. אונז געדענק מיר ווען זיין טאטע האט געוואלט אז זיין חופה זאל זיין מבעוד יום און דער זון האט דוקא געווארט ביז עס ווערט נאכט. ואכמ'ל...

Lexus » מאנטאג אפריל 15, 2013 11:41 pm

· #105213
Not confirmed.
I heard that the new milk shake rabbi was wounded by the maraton in boston...

טעפל » דינסטאג אפריל 16, 2013 6:49 pm

· #105549
Lexus
Not confirmed.
I heard that the new milk shake rabbi was wounded by the maraton in boston...

פלעינע פראסטע רומערס, שטותים אין טאטמאטעס זאפט!

טעפל » דינסטאג אפריל 16, 2013 6:52 pm

· #105551
איך זעה כ'האב פארפאסט א ריזען לויה אין מיין אפווענהייט, יהא זכרו לנצח יהא להון ולכון.......
דערציילט מיר יעצט א חסיד פונעם נייען רבין שליט"א (מק"פ) אז ווען ער האט אריינגעטראגען דעם ערשטען קוויטל מיט קליינע אותיות האט דער רבי שליט"א פראבירט גרעסער מאכען די אותיות מיט זיינע פינגער כדרכו באייפונו הקדוש!!!

עוד מישהו » דינסטאג אפריל 16, 2013 8:23 pm

· #105593
קוואד קעדושעס אדמער שעליטע, וועט פראווענען יו"ט שני של גלויות פסח שני ט"ז אייר, א גרויסע סדר פאר אלע חסידים און טויזנטע געסט פון די וועלט.
מיר ווילן דערמאנען אלע חסידים און מעריצים, אז פסח שני ביי די רבי איז וואו געהעריג פסח און מ'עסט נישט קיין חמץ.
אחרון של פסח שני וועט די פראווען א גרויסע נעילת החג טיש און א בעש"ט סעודה.

געפילטע פיש » דינסטאג אפריל 16, 2013 11:21 pm

· #105678
א חבר מיינער איז אריין געגאנגען מזכיר זיין א מקשה לילד, האט עם די רבי שליט"א געפרעגט וועלכע קערידזש ער האט געקויפט, וד"ל, ומי יעמוד בסוד קדושים.

Lexus » מיטוואך אפריל 17, 2013 2:14 pm

· #105900
Nuchem R. Now on his hotline that the milkshake rabbi is a ...

עסן עסט'זיך » מיטוואך אפריל 17, 2013 6:03 pm

· #105973
פאר מיר איז די פטורה פון מילקשעיקר רבי אן אבל יחיד איך האב געהאט פון אים א גרויסע מופת יארין צוריק. כבין געגאנגען פרעגין צו איך זאל טוהן א געוויסע געשעפט און דער רבי האט בכחמתו געזאגט "די געשעפט געלונג אמאל יא און אמאל נישט" און כך הווה

עוד מישהו » מיטוואך אפריל 17, 2013 8:00 pm

· #106029
עסן עסט'זיך
פאר מיר איז די פטורה פון מילקשעיקר רבי אן אבל יחיד איך האב געהאט פון אים א גרויסע מופת יארין צוריק. כבין געגאנגען פרעגין צו איך זאל טוהן א געוויסע געשעפט און דער רבי האט בכחמתו געזאגט "די געשעפט געלונג אמאל יא און אמאל נישט" און כך הווה


די רבי זי"ע זאל זיין נשמה רוען אין לעכטיגן גן עדן, האט שוין ממנה געווען בערל הערשענזאהן און הערשל בערענאוויטש, זאלן צאמשטעלן א בוך מיט אלע אלע ניסים ונפלאות אותות ומופתים, וואס מענטשן האבן בייגעוואינט אין טאג טעגליכע לעבן ביים רבין זצ"ל.
בפקודתו הקדושה הייסט די ספר "מושיען של יודא", דאס איז וויבאלד די רבי זי"ע האט זיך זייער קעגנגעשטעלט די נאמען ישראל, וויבאלד די ציונים האבן זיך באנוצט מיט די ווארט פאר א טריפה'נע זאך, וואס מחמת הרחק מן הכיעור האט די רבי זי"ע נישט געלאזט זאגן וואס דאס איז.

זר זהב » מיטוואך אפריל 17, 2013 9:47 pm

· #106085
ס'היינט פארגעקומען די הקמת המציבה, און שוין זעהט מען שטראמען מענטשן פון אלע שיכטן און קרייזן זיך אויסצובעהטן בדבר ישועה ורחמים. דא איז א בילד פונעם הייליגן מציבה, און איך גלייב אז איך דארף נישט צתולייגן קיינע ווערטער, מ'זעהט וואס די אייזלען טוען, זייערע אייער ווארפעריי האט נישט קיין לימיט. דער בילד כאפער האט עספיעט צו נעמען דעם בילד בעפאר מ'האט עס ריין געמאכט, למען יעמדו ימים רבים.

גאר אן אינטערעסאנטער פאסירונג מיט'ן נוסח המציבה, דער רבי איז געקומען צו איינעם פון די חסידים אין חלום. אי"ה אין א 2'ט געלעגענהייט וועלן מיר עס דערציילן.
שטיין.jpg

newkave » מיטוואך אפריל 17, 2013 11:00 pm

· #106107
איך האב גארנישט געוויסט אז די מתנגדים האבן עם געהארגעט?

atmybest » מיטוואך אפריל 17, 2013 11:02 pm

· #106108
עס איז מוראדיג וואס זיי טוען אלס פאר אויפמערקזאמקייט... זיי ווילן אז די וועלט זאל מיינען אז אונז האבן געווארפן די אייער, האבן זיי נישט באגראבן זיין אייער, נאר ארויפגעלייגט אויפן מצבה. משוגעים!

atmybest » מיטוואך אפריל 17, 2013 11:05 pm

· #106110
מען דארף פרעגן 'בעל הבית', אפשר האט ער א פאני זשאוק צוצולייגן...

Lexus » מיטוואך אפריל 24, 2013 1:31 pm

· #108362
Where wil the milkshake rabbi make the big fire on lag buomer?

בעל הבית » מיטוואך אפריל 24, 2013 1:35 pm

· #108363
TRYING VERY HARD TO GET THE PERMITS ,MEANWHILE DOESN'T LOOK LIKE WILL WORK OUT

Lexus » מיטוואך אפריל 24, 2013 1:45 pm

· #108365
The fire last year with the holy milkshake rabbi, lekoved hatane... Rabbi shimon...
New by ner mitzvah!! Lekoved hatane elokei.jpg

בעל הבית » מיטוואך אפריל 24, 2013 1:49 pm

· #108366
.

למדן » מיטוואך אפריל 24, 2013 5:35 pm

· #108447
דאס איז דער אייזלער רבי (בלשון חיבה... א פארקורצערטער נאמען) אונז האמער געהאט באלד א דאפלטן עולם פון דעם.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג מאי 2, 2013 1:20 am

· #111082
ייש"כ זר פאר די מצבה נוסח. כ'האב ליידער פארפסט די מעמד הקמת המצבה.
עכ"פ אויפן בילד זעהט מען קלאר די גרויסע השפעה פונעם רבי'ן ז"ל, אפילו אידן אנע בערד קומען שופך שיח זיין על ציון הר הקודש.

משה געציל » דאנערשטאג מאי 2, 2013 1:54 am

· #111091
געפילטע פיש
א חבר מיינער איז אריין געגאנגען מזכיר זיין א מקשה לילד, האט עם די רבי שליט"א געפרעגט וועלכע קערידזש ער האט געקויפט, וד"ל, ומי יעמוד בסוד קדושים.

בסוד שיח קודש עם גבאי נאמן דמרן תפארתינו שליט"א, הגיד לי שמרן אדמו"ר הוסיף בלשון גניחה בזה"ל; "ווען וועלען זיי שוין פארשטיין אז מיטן באגאבא יכולים לבגבג כל הצרות! מען מיינט מען קארגט אפאר דאלער, מען שפילט זיך מיט פייער", ויהי לפלא.

Lexus » דאנערשטאג מאי 2, 2013 2:41 am

· #111105
And the rabbi started to sing ben bagbag ben bagbag, with "groys kavone"

Lexus » מאנטאג מאי 6, 2013 7:20 pm

· #112392
שבועות אצל כ"ק אדמו"ר ממילקשעיק שליט"א. דע רבי וועט כדרכו בקודש טועם זיין מכמה מיני טשיז קעיק לרגל האושפיזא קדישא, דער רבי וועט מאכן קידוש כדרכו בקודש אויף א בריסקע כוס מילקשעיק און דע חסידים וועלן כאפן שיריים...
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9