נביא בא לעיר! בואו בהמוניכם!
43 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5908
נביא בא לעיר! בואו בהמוניכם!
שלום עליכם טייערע אידן.
איך בין ניי דא אין שטיבל, און הגם וואס איך ליין שוין א לענגערע צייט, האב איך ביז היינט גארנישט געשריבען. כ'בין נבהל ונשתומם פון די מאס ידיעות און ברייטע קענטינישן וואס היימישע אינגעלייט האבן אין אזוי פיל ברייט פארצווייגטע נושאים און טאפיקס.
די זאך איז נאר אזוי: ס'זענען טאקע דא פארשער אין מדע, לייבן אין מאטאמאטיק, מומחים אין מוזיק, פילאזאפן אין חקירה און עקספערטן אין ליצנות-- אבער נביאים? דאס פילייכט נישט.
טאקע דערפאר בין איך דא.
אמאל מאכט זיך איינער האט א פראגע בדברים העומדים ברומו של עולם, איינער גייט דורך שווערע תקופות און זעהט נישט קיין וועג ארויס; איינער ווארט א קינד און וויל וויסן הזכר הוא אם נקבה; איינעם באדערט עפעס בעניני אישית און ברויך אן עצה פון א חכם/נביא אא"וו.
איצט, לא אלמן ישראל. ס'איז ב"ה דא א אויסוואל פון כמה וכמה ארגענאזציעס וואס ספעצעליזירן זיך אין הילף. אין דעם רעכענט זיך אריין תהילים כולל, כולל חצות, קופת העיר און שפרעכען די בליי א.ד.ג.
אבער אן אמת'ע ערליכע קליגע נביא? דאס איז שוין נישט לייכט צו טרעפן.
דערפאר קום איך הער מיט איין ציל: העלפן מיינע ברידער אין נויט.
רבותי, פארפאסט נישט דעם געלעגנהייט ווייל באלד פאר איך צוריק קיין צפת.
אקעי וואס זענען דע ציפערן פאר'ן קומענדיגן לאטערי פאערבאל. ביטע ענטפערן אין אישי
די מלאכים אין הימל זענען קראנק געווארן פון Sylvia Browne. מ'האט איר צוריק געשיקט צו אונז!!!
פארוואס רופסט דיך נישט "נביא עדיף מחכם"?
די פיקטיווע נביא געשיכטע פאסט זיך מער פאר די יושבי חושך, מיר גלייבן נישט עקסטער אין די זאכן.
גיס אויס די קאווע, אדער טרינק עס ווי יעדן איינעם.
וויפיל טשארדזשסט דו?
שלום עליכם. בואכם לשלום וצאתכם לשלום. ר' נביא: איך האב געהאט בדעה דיך צו פרעיגן וואס די געווינענדע נאמבערס (מספרים) פון די פאוערבאלל לאטערי זענען. נאר איך זעה אז דער פינטל איד האט מיר שוין אויסגעכאפט. (איך וויל דיר אנטראגן (מציע) א געשעפט. בסוד. אבער פארצייל עס נישט פאר קיינעם ספעציעל נישט פאר'ן פינטל. איך גיי דיר געיבן גרעסערע פראצענט (אחוזים) בני לדר, אויב די נומער וואס דו זאגסט מיר וועט געווינען. מיין סעל נומער איז: --- --- ----. נו. דו ביסט דאך א נביא. קענסט דו עס זיכער ליינען. 😕 😎 😂 😃 😉 😮
פיין. גוט צו וויסן ווער מיין קלייענטעל איז.
פינטעל איד שוין ב"ה א געהאלפענער;
רויטע וואנצעס פארשטיי איך נישט פונקטליך וואס וויל; קאווע טרינקער פארשטייט אליינס נישט וואס ער וויל;
לאליפאפ שפילט זיך מיט פייער;
און הוגה- איטס פרי אוף טשארדז;
בעל עגלה- פינטעל האט שוין געוואנען. מעיבי נעקסטיים.
הוגהוויפיל טשארדזשסט דו?
מסתמא 250 ביטקאינס א שעה.
חכם עדיף מנביא
לאליפאפ שפילט זיך מיט פייער;
העי, נביא שקר.. איך שויער מיך יעצט
חכם עדיף מנביאפיין. גוט צו וויסן ווער מיין קלייענטעל איז.
פינטעל איד שוין ב"ה א געהאלפענער;
רויטע וואנצעס פארשטיי איך נישט פונקטליך וואס וויל; קאווע טרינקער פארשטייט אליינס נישט וואס ער וויל;
לאליפאפ שפילט זיך מיט פייער;
און הוגה- איטס פרי אוף טשארדז;
בעל עגלה- פינטעל האט שוין געוואנען. מעיבי נעקסטיים.
ר' נביא: פרעיגט תוספות א קשיא?! וויאזוי האט ער געקענט געווינען היינט, ווען די לאטערי גייט ערשט שפילן מארגן?
איך גיי יעצט פרעיגן אן אפיקורסישע שאלה. איך האב מורא אז דער נביא שליט"א ווייסט נישט דעם עתיד. נאר אפילו דעם הווה אויכעט נישט. איך האף אז דעם רבי שליט"א'ס הקפדה וועט מיר נישט שאטן. 😎 😕 😂 😳 😢 😮
בעיקבתא דמשיחא חוצפה יסגי. נישט אז איך דארף ליינען פראוואקאטישע תגובות צו וויסן מי ומי ההולכים, ווייל איך ווייס דאך דברים שבלב אויכעט; נאר איך וויל אייך ווארענען באש וגפרית: הבדלו מתוך הניקס הרעים הללו.
דער לאליפאפ וועט מען צוקייען, און קיין שריד ופליט וועט נישט בלייבן. און דער בעל עגלה וועט נישט האבן קיין קונדען.
אלעס ביז חוצפה!
גראדע, פינטעל רעד פון די ישראל'ישע לוטו.
חכם עדיף מנביא
דער לאליפאפ וועט מען צוקייען, און קיין שריד ופליט וועט נישט בלייבן. און דער בעל עגלה וועט נישט האבן קיין קונדען.
אלעס ביז חוצפה!
@אנאנים פערזענליכע אטאקעס נישט ערלויבט!
דער הויכגעשעצטער פראפעט איז נאך ניי דא, עס איז דא תקנות.. (וואלטסט געמעגט וויסן בנביאות!)
סארקאזם פארנעמט א הויעך פלאץ אין היכל הנביאות. עניוועי, מסירה איז אויך נישט ערלויבט.
כאפ א טשיל, ביטע.
פארוואס האסטו געשיקט א ריסעט פעסווארד אימעיל ריקוועסט פריער ווען די האסט פארגעסען דיין נייע פעסווארד זיך איינשרייבן דא אין שטיבעל? נביאה ארבעט נישט אויף פעסווארדס?
חכם עדיף מנביאסארקאזם פארנעמט א הויעך פלאץ אין היכל הנביאות. עניוועי, מסירה איז אויך נישט ערלויבט.
כאפ א טשיל, ביטע.
סארקאסטישע נביאים פארנעמען נישט קיין צוויי וועגיגע הומאר?
איך גלייב אין נביאה און כבין גרייט צי הערן דבר ה' פון אייך.
וואס זענען די חטאים פונעם דור אויף וואס גאט צערענט?
אינטערנעט, נאום ה' אלוקים.
"סארקאסטישע נביא צוקייט א לאליפאפ" ווי איז
@סאשי פיש ווען מ'דארף א בילד פון דעם.
חכם עדיף מנביאאינטערנעט, נאום ה' אלוקים.
אוי וויי! די נארישסטע ענטפער וואס דו קענסט געבן יעצט בשעת'ן טרייען צו ווערן אויפגעפיקט! וואס ביסטו עדיף פון אלע נארישע רעבעלעך?
חכם עדיף מנביאבעיקבתא דמשיחא חוצפה יסגי. נישט אז איך דארף ליינען פראוואקאטישע תגובות צו וויסן מי ומי ההולכים, ווייל איך ווייס דאך דברים שבלב אויכעט; נאר איך וויל אייך ווארענען באש וגפרית: הבדלו מתוך הניקס הרעים הללו.
דער לאליפאפ וועט מען צוקייען, און קיין שריד ופליט וועט נישט בלייבן. און דער בעל עגלה וועט נישט האבן קיין קונדען.
אלעס ביז חוצפה!
גראדע, פינטעל רעד פון די ישראל'ישע לוטו.
איך וויל מקבל נזיפה זיין. איכ'ל בלי"נ אריינקומען אין ביהמ"ד דעם צווייטן טאג יו"ט אן שיך. אזוי ווי יענער לץ הידוע וועלכער האט געזאגט אויף אונזער רבי אז ר'איז אן עם הארץ. און דער גביר פון שטעיטל האט פונקט געדאוונט ביי רביה"ק שליט"א אין בית המדרש. האט דער גביר געשריגן אז מ'זאל איהם מעביר זיין. איז ער דעם צווייטן טאג יו"ט אריינגעקומען אין ביהמ"ד האלטנדיג זיינע שיכלעך אין די הענט. און ער איז ארויף אויף די בימה און ר'האט אויסגערופן, נישט באהאלטנדיג זיין ליצנות-שמייכל אז היות ר'האט 😂 😎 😕 😠 😛 אט געזאגט א' די רבי איז אן ע"ה, וויל ער איהם מפייס זיין.... 😎 😕 😠 😛 😳 😮
לאליפאפחכם עדיף מנביאאינטערנעט, נאום ה' אלוקים.
אוי וויי! די נארישסטע ענטפער וואס דו קענסט געבן יעצט בשעת'ן טרייען צו ווערן אויפגעפיקט! וואס ביסטו עדיף פון אלע נארישע רעבעלעך?
לאלי בוסט אזוי אנגעשטעקט.
איך האב פארשטאנן די נביאה ''אינטערנעט'' אז סדא מענטשען וואס שיידען זיך אפ און אסרן אינטערנעט.
קאווע טרינקערפארוואס רופסט דיך נישט "נביא עדיף מחכם"?
ווייל לוטן סדר איז "נביא עדיף משוטה,
רבותי, איר וועט נישט גלייבן! כ'האב געטראפן אן אור אלטער ספר פון אונזער נביא דידן צווישן די פארגעלטע מגילות ים המלח וואס איז ממש יעצט נתגלה געווארן נעבן לוט'ס ווייב, שמעו ותחי נפשכם:
הוי! שמעו דבר ה' כל שותי קפא, עטרת גאות שכורי חרדתא. יען מאסתם את דבר ה', ותלכו אחרי ההבל ותהבלו, ותמאנו משמוע אריטמאטיק, ושערי מדע נעלתם. בצימתא ובביצה כל מאכליכם, ובדברים מטפשים קמתם ושכבתם, ותמאסו בכל דבר חכמה, ולא תשמענה אזניכם מקרא משנה וגמרא. כי אם בפוליטיקה עיניכם, ובדברי און ומרמה שמתם מאווייכם. עד מתי תישנו במיטותיכם, ולא תקיצו מתרדימתכם! כי הנה בוא יום גדול ונורא, אשר לא יועיל כל הבליכם ביום עברה, כי חי אנכי נאום ה', נשבעתי בזרוע עוזי, אשר חפרו אמותיכם, יבושו אבותיכם, כי ימיכם ימלאו בריק והבל, ושנותיכם בבהלה. כי קיא צואה מלאה פניכם, וטינופת תסובבנה מכל עבריכם. ביום ההוא, אמר ה', לא יהיה עוד פוליטיקה ולשון הרע, ולא צימתא ולא קפתא, כי אם מלאה הארץ את ה', בדברי חכמה נשגבה מכם, ויאירו דברי מדע, שבעתים כאור הבוקר. הלא כה דברי נאום ה', האומר לחרס ויזרח ולירח ויאיר.
קומט א איד א נביא, מיט אזא עניוותדיגער נאמען, א נאמען וואס איז גאר משפיל די גרויסע מעלה זיינער, און דער עולם איז זיך מתחצף אנטקעגן אים... נישט שיין.
אדרבא ר' נביא, רעד צו אונז אביסל, איך בין פון דיינע חסידים. איך האב אלץ געוואוסט אז נבואה לעבט. איך לעכץ אליינס צו זיין א נביא. נישט אזוי ווייט כדי צו וויסען וואס די לאטטא וועט זיין מארגען, ווייל ווער עס קוקט אביסל פסוקים ווייסט אז נבואים ווייסן נישט עתידות סתם אזוי. מיין תשוקה צו נבואה איז צו האבן דעם געוואלדיגע עקספעריענס פון פארלירן אלע חושים און ווערן כל כולו איבערגענומען פון די התפרצות פון דעם צימצום וואס איך געפון זיך.
טייערער נביא, זאג מיר נישט דעם מארגענדיגע לאטטא, ליבערשט געב אונז דא א הרגש, א שמעק, פון א מצב נבואי.
זיי אביסל מסביר וואס דאס איז, זיי ממחיש וויאזוי מען שפירט, און אפשר אפשר געב אונז עטליכענע 'טיפס' וויאזוי מיר אליינס זאלען קענען זוכה זיין צו שפירן דעם טעם. prophecy 101
אזוי צו אזוי, א געניאלע איינפאל.
ברוך הבא פאר דיין נייע ניק, וויפיל האלט שוין דער נביא ביים דריטען ניק?
חכם עדיף מנביא@רויטע וואנצעס פארשטיי איך נישט פונקטליך וואס וויל
נו אויף דעם ארויף ביסטו טאקע חכם עדיף מנביא זאלסט יא קענען פארשטיין מבין דבר מתוך דבר מיט א זעלטענע און פונקטליכע בהירות.
איך האב שוין שבת ביים אבנארמאלן לאנגן הפטורה געפילט אז ס'מוז זיין אז דעי וואך קומט א נביא. ברוך הבא.
שפרינגען וויל איך פון דעם גלות המר, ווי קען איך צוזעהן דעם בורא דער האר, שרייט קלני מראשי און איז מלא צער, ווייל זיינע קינדער ליידן טאקע דערפאר, זיי מאכן נעבעך מיט אין לשער;
אבער הערט גוט צו מיין טייערע עם, גאט זיצט אויבן מיט זיין פמליה צוזאם, ווי א מענטש וואס איז געשטראנדעט אין א טיפן אגם, און וויינט ווי א קינד אבער נישט סתם, ווייל ער זיכט זיינע קינדער זיין אייגענע שטאם;
איז ליבע אידן ענק הייליגע סטאדע, עטס וואונדערטס אייך זיכער און פליאות'טס אייך אוודאי, מ'זעהט נישט קיין סוף ס'איז חרב חדה, וואס וויל השם אמור מעתה, פארוואס נישט חסדים פארוואס נישט גענאדע, פארוואס עפעס צרות א גאנצען טאג גראדע?
אבער מיין קינד מיין קינד דיין קשיא נישט געשטויגן, ווייל דו זיצט דא אונטען נישט דארט אויבן, קום נישט מיט קיין גאנצע פראגע בויגן, ווייל דאס איז נישט גערעכט און טוט נישט טויגן, עפן דיר אביסל דיינע פליישיגע אויגן, און זעה אז דער אלמעכטיגער האט אלס אויסגעזויגן, און פירט זיך זיין וועלטעל מיט חשבונות פארצויגן.
@קאווע טרינקער איז גערעכט.
@חכם עדיף מנביא טייטשט אז דו ביזט א חכם, און דו האלסט דיך פאר א ראנג העכער פון א נביא. וואלסטו זיך געדארפט אהערשטעלן ווי א חכם מחוכם וואס ווייסט אויסצוחשבון'ען דער פאויער באלל נאמבער (אויב
@פארוואס? האט עס נאכנישט געחשבון'ט), דערווייל קומסטו אבער גאר צו גיין ווי א נידעריג ראנגיגע נביא! אדער איז עס עניוות בתפארתה. גיי ווייס. איך בין נישט קיין נביא...
ביים געזאלבט ווערן פארן פאסטן העדיף מנביא, האב איך פארשטאנען אז איך קריג אויכעט די חלק הנביאות- נאר אפילו מער ווי דעם-- דהיינו חכמה צוגאב.
זאגסט אז נישט? וועל איך ברויכן איבערפרעגן מיינע אויבערהארן אין עמוקה. אדערווייל וועל איך ווייטער זאגן עתידות און רזי עולם.
אל כבוד החכם העדיף מנביא
מיט גרויס יראת הכבוד וויל איך בעטן דעם הויכגעשפריצטן נביא שליט"א זאל אונז ביטע אנטפלעקן ווי זענען נעלם געווארן אונזערע לייבן די אלע געלונגענע שרייבערס וואס פלעגן דא טרונקען און אונז פרייליך מאכן מיט זייערע זיסע ווערטער
זיי זענען מגולגל געווארן אין אנדערע ניקס, אמר ה'.
חכם עדיף מנביאזיי זענען מגולגל געווארן אין אנדערע ניקס, אמר ה'.
ואלה שמותם?
חכם עדיף מנביאזיי זענען מגולגל געווארן אין אנדערע ניקס, אמר ה'.
צו דעם דארפסטו נישט זיין קיין נביא און נישט קיין חכם. דאס איז אייגענע עקספריענס...
׳ך זיך א שידוך צו וועם זאל איך זיך ווענדען? כהאב שוין געטרייט צו זאגען תילעם ביי חצות מיטן כולל אין שוין אויך געגעבן געלט פאר הגר״ח קיינבסקי פושקע , גיי איך אמאל בכלל געהאלפן ווערען אדער כזאל שלום מאכען מיטן מצב?
דריי נישט קיין קאפ. דו האסט שוין נאכאמאל חתונה געהאט, אמר ה'.
יא די האסט געמאכט די טעסט, (האסט כאטש שכל געהאט צו ליינען מיינע לעצטע פאר תגובת) זאג נאר מיין עקס איז אויך שוין חתונה געהאט אדער נישט?
יעצט עביוזטו שוין דער סיסטעם. נישט מער ווי איין פראגע פער טאג ביטע, אמר ה'.
פאר געלט קען מען פרעגן מער ווי איין פראגע פער טאג?
אוודאי, אמר ה'.
יעצט האסטו מיר שוין גענפערט אויף מיין 2טע קשיא היינט, אוי וויי די היינטיגע נביאים פארלירען זיך פאר אפאר טאלער
ווייסט איינער אויב מהאט ליידער געהארגט די נביא ד ?
חכמים האבן נישט קיין ברויט, און נביאים האבן נישט קיין מזל. ער איז אריין אין די צוויי שוואכע ליינס.