☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » כ"ק אדמו"ר מ'מילק שעיק וועט נישט זיין חנוכה אין פאר-ראקעוועי

כ"ק אדמו"ר מ'מילק שעיק וועט נישט זיין חנוכה אין פאר-ראקעוועי

447 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2367
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9

קאווע טרינקער » דינסטאג מאי 7, 2013 8:25 am

· #112591
יודעי דבר זאגן, אז די גאנצע ענין פון מילקשעין' אויף שבועות, האט אדמור הזקן, איינגעפירט. וממנו יסד וממנו פנה, בך בטחו בלא בלא בלא

קאווע טרינקער » מאנטאג מאי 13, 2013 1:03 am

· #114533
שוין לאנגע וואכן וואס תלמידי הישיבה, שיעור ה', - וואס זענען זוכה צו פריוואטע attention פון רבינו שליט"א, ווי רבינו שליט"א דרוקט זיך אויס כמה פעמים, "איך געדענק מיך אזוי...", מיינענדיג צו זאגן אז ער אליינס, ברוך שם כבוד וכו', איז נישט לאנג צוריק אויך אין אזא סארט מצב, און ברוך השם, ווי אלע ווייסען און זעהן, איז רבינו שליט"א עלה ונתעלה און שטייט גלייך אין שורה מיט אדמו"רי זמננו כידוע. - גרייטען זיך מיט גרויס פאך און מורא, אז זייערע מעשים טובים, די קרוינען פון רויזען און בלומען זאלן מוצא חן אינעם רבי'נס עיניו הבדלוחים. און און איינוועגס אויך לכבוד יום טוב שבועות. המשך יבוא... ס'גרוילט מיר שוין מאריך צו זיין...

קאווע טרינקער » מיטוואך מאי 22, 2013 10:16 pm

· #116978
פארוואס איז די רבי לעצטענס אזוי אנגעצויגען?

שמעקעדיג » דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:29 am

· #117103
ווייל דער "רואיגער יונגל צו שמועסן און פארברענגען" איז אויך געווארן אנגעצויגען לעצטענס 😈

קאווע טרינקער » דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:30 am

· #117105
אוקעי, כ'טויש מיין חתימה.

שמעקעדיג » דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:31 am

· #117106
ניין. ענדערש בארואיג זיך.

קאווע טרינקער » פרייטאג מאי 24, 2013 7:52 pm

· #117760
נישטא קיין טיש די וואך

זר זהב » פרייטאג מאי 24, 2013 7:56 pm

· #117761
שקר!! סדא א טיש געהעריג , הער אויף מיט דיין אייזלישע טעראר! לאזט ארויס שקרים און נאכדעם וועסטו קומען זאגן אז אונזער רבי האט נישט אן עולם הא?

קאווע טרינקער » פרייטאג מאי 24, 2013 8:00 pm

· #117762
די רביצין גייט דאך אין זיבעטען.

קאווע טרינקער » זונטאג מאי 26, 2013 2:23 am

· #117833
די מעשה וואס דער רבי שליט"א האט פארציילט די וואך ביי מלוה מלכה איז מיר געווען א חידוש!
איינער האט שוין אמאל געהערט די מעשה?

קאווע טרינקער » זונטאג מאי 26, 2013 2:33 am

· #117836
דר'עולם פרעגט אין אישי וואס די מעשה איז געווען.. כ'דענק נישט פונקטליך, אבער עפעס בערך אז בארדיטושבער רב האט געהאט א טשייניקלאזאט, און סוכות אינדערפרי האט ער אויסגעשאסן די גלאז פונעם טשייניקלאזאט..

למדן » זונטאג מאי 26, 2013 1:37 pm

· #117989
די חידוש פון די מעשה האט די רבי ארויסגעברענגט אז דעמאלטס איז נאכנישט געווען אזוי מצוי אז יעדער זאל האבן א טשיינעקלאזעט און דאך האט דער בארדיטשובער זיך געזען איינצוהאנדלען איינס צו האבן א גלאז

newkave » זונטאג מאי 26, 2013 1:47 pm

· #117994
ווער נאך האט געזען די געשלעג נאכן טיש פרייטאג צונאכטס צווישן די צוויי גבאים??

קאווע טרינקער » זונטאג מאי 26, 2013 2:57 pm

· #118037
די רבי האט געבעטן מ'זאל נישט רעדן דערפון. מ'האט פארשיקט דעם הויז בחור, און דער רבי האט געווארענט אז אויב חלילה איינער וועט פארציילן פאר נחום'ן איבער דעם פרשה, איז ער נישט מוחל בבא ובזה.

Lexus » זונטאג מאי 26, 2013 3:03 pm

· #118044
איז די רבי פון די לג רבנים וואס האבן געחתמעט אקעגן נחום?

newkave » זונטאג מאי 26, 2013 5:39 pm

· #118107
Lexus
איז די רבי פון די לג רבנים וואס האבן געחתמעט אקעגן נחום?


ניין, ער איז פון די ל'ו וואס האבן נישט...

atmybest » מיטוואך מאי 29, 2013 12:46 pm

· #119250
לויט ווי איך הער וועט די מילקשעיקער מאכן א אינטערנעט אסיפה אלף בלק.
אין די זעלבע צייט ווערט געמאלדן אז זיין באמס פלאנען צו מאכן א קאונטער אסיפה אלף קורח ל'ע.

עס דערמאנט וואס די פריעדיגע רבי האט געזאגט:
עס וועט זיין א צייט וואס מילקשעיק וועט זיך גיסן אין די גאסן , און קיינער וועט זיך נישט קימערן.
כידוע האט די רבי ז'ל שטארק געהאלטן פון די אינטערנעט. עס הערשט א גרויס אויפברויז ביי די זקני הדורות אויף דעם.

פרטים יבואו...

עסן עסט'זיך » מיטוואך מאי 29, 2013 2:06 pm

· #119280
וואו, ס'ווערט הייס די אייזלען מאכין אויך אן אסיפה די זעלבי צייט די אייזלען שפילן פרומער זיי גייען אויך אסרן מייקראוועיווס און עירקאנדישנס און אלע טעכנאלאיגיע

Lexus » מיטוואך מאי 29, 2013 7:02 pm

· #119416
מען קען יעצט קויפן אויף איבעי א חלק גן עדן פון האדמור האמצעי לבית מילקשעיק.
כאפטס זכותים עס קומט שוין באלד אלול...

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יוני 6, 2013 8:43 pm

· #122590
די רבי האט נאך נישט ארויסגעדרוקט זיין קדשו'דיגע דעת איבער יא/ניין פראטעסטירן מיט אלע אנדערע רבנים פון גאנץ ארצות הברית און קאנאדע.

משה געציל » דאנערשטאג יוני 6, 2013 10:03 pm

· #122621
שמעתי דבר פלא מכ"ק מרן עה"פ "ויקח קרח בן יצהר בן קהת בן לוי", ואמר מרן שליט"א לפרש: "ויקח" אם אדם לוקח את עצמו "קרח בן יצהר" במטרה לטהר את עצמו ע"י תשובה, דקרח הוא מלשן שלג עדה"פ אם יהיו חטאיכם וכו' כשלג ילבנו ויצהר הוא לשון צהר בבחינת צהר תעשה לתיבה. אז "בן לוי" יכול להגיע למדריגת בן לוי. ודפח"ח, ודו"ק כי עמוק הוא.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יוני 6, 2013 10:24 pm

· #122623
משה געציל
שמעתי דבר פלא מכ"ק מרן עה"פ "ויקח קרח בן יצהר בן קהת בן לוי", ואמר מרן שליט"א לפרש: "ויקח" אם אדם לוקח את עצמו "קרח בן יצהר" במטרה לטהר את עצמו ע"י תשובה, דקרח הוא מלשן שלג עדה"פ אם יהיו חטאיכם וכו' כשלג ילבנו ויצהר הוא לשון צהר בבחינת צהר תעשה לתיבה. אז "בן לוי" יכול להגיע למדריגת בן לוי. ודפח"ח, ודו"ק כי עמוק הוא.

ס'האט אן המשך, "ואון", אויב מ'איז ליידער נכשל מיט חטא הידוע, "בן פלס" ער איז מוסיף והולך ("+" בלע"ז), בני ראובן, קוק נאר וואספארא קינדער ער וועט נאך האבן, אויב אבער "ויקומו", מ'שטייט אויף סליחות, דהיינו מ'טוט תשובה, "לפני משה" , נאך פאר די חטאים ווערן פארוואסערט (מלשון כי מן המים משיתוהו) ואנשים, ווערט מען חשוב (כל אנשים שבמקרא לשון חשיבות).

קאווע טרינקער » זונטאג יוני 9, 2013 4:28 pm

· #123202
קאווע טרינקער
די רבי האט נאך נישט ארויסגעדרוקט זיין קדשו'דיגע דעת איבער יא/ניין פראטעסטירן מיט אלע אנדערע רבנים פון גאנץ ארצות הברית און קאנאדע.

נאך א קורצע חקירה און בדיקה, שטעלט זיך ארויס אז דער רבי איז ביים פילן דעת, אז יעדער, סיי אינגעלייט און סיי בחורים, זאלן זיך משתתף זיין. זעה דא

היימישער ליטוואק » זונטאג יוני 9, 2013 4:46 pm

· #123221
קאווע טרינקער
משה געציל
שמעתי דבר פלא מכ"ק מרן עה"פ "ויקח קרח בן יצהר בן קהת בן לוי", ואמר מרן שליט"א לפרש: "ויקח" אם אדם לוקח את עצמו "קרח בן יצהר" במטרה לטהר את עצמו ע"י תשובה, דקרח הוא מלשן שלג עדה"פ אם יהיו חטאיכם וכו' כשלג ילבנו ויצהר הוא לשון צהר בבחינת צהר תעשה לתיבה. אז "בן לוי" יכול להגיע למדריגת בן לוי. ודפח"ח, ודו"ק כי עמוק הוא.

ס'האט אן המשך, "ואון", אויב מ'איז ליידער נכשל מיט חטא הידוע, "בן פלס" ער איז מוסיף והולך ("+" בלע"ז), בני ראובן, קוק נאר וואספארא קינדער ער וועט נאך האבן, אויב אבער "ויקומו", מ'שטייט אויף סליחות, דהיינו מ'טוט תשובה, "לפני משה" , נאך פאר די חטאים ווערן פארוואסערט (מלשון כי מן המים משיתוהו) ואנשים, ווערט מען חשוב (כל אנשים שבמקרא לשון חשיבות).


איז דאס נישט חירוף וגידוף פון פסוקים פון די תורה?

זר זהב » זונטאג יוני 9, 2013 4:48 pm

· #123223
זיכער יא. אומזוסט מיינסטע זענען דא "אייזלען"?

קאווע טרינקער » זונטאג יוני 9, 2013 4:50 pm

· #123224
היימישער ליטוואק

איז דאס נישט חירוף וגידוף פון פסוקים פון די תורה?

זעהט אויס, אז אלץ ליטוואק, זענט איר נישט רגיל אין חסידישע ספרים, דערפאר הייבט איר אויגן ברעמען.

קאווע טרינקער » זונטאג יוני 9, 2013 4:52 pm

· #123225
זר זהב
זיכער יא. אומזוסט מיינסטע זענען דא "אייזלען"?

זר, דו מישט אויס, אלו הצאן במה חטאו? פארוואס רופטסו זיי אייזלען?
📎 אייזלען.jpg

זר זהב » זונטאג יוני 9, 2013 4:56 pm

· #123229
ניין, כ'רעד פון די מתנגדים די אייזלען חסידי אדמו"ר מ'אייז קריעם.

דעי קינדער אהא א נחת! גירא בעיני דשטנא!!

atmybest » דינסטאג יוני 11, 2013 11:14 am

· #123900
איך האב יעצט קאנפירמד, ממילא קען מען שרייבן...

עס איז באקאנט אז די מילקשעיקער האט איבערגעלאזט א צובראכענע אלמנה. זי לאזט זיך נישט טרייסטן, אויף אזוי ווייט,אז עס איז א סכנה דורכצוגיין איר הויז ווייל זי ווארפט כלים פון די פענסטער. מקובלים טענה'ן אז עס איז א דיבוק פון די רבי זי'ע.
די סיבה פארוואס די חסידים לאזן נישט רעדן דערוועגן, איז ווייל זיי ווילן די רבי זאל מגולגל ווערן דוקא אין א פיש.
יעצט קומט פאר מיטינגען וואס צו טון דערוועגן.

אונזער אייגענעם 'קאווע טרינקער ' איז דארט, און ער וועט ברענגען א באריכט וואס איז געווען דארט.

קאווע טרינקער » דינסטאג יוני 11, 2013 11:19 am

· #123904
שקר, ס'איז "די רביצין'ס מענטשן", כידוע..

טעפל » דינסטאג יוני 11, 2013 12:20 pm

· #123936
די רעביצן זאגט אז די וואך האט די סעלאמאן פיש נישט געהאט קיין טעם ווייל די רבי איז מגולגל אין דעם..

משה געציל » מאנטאג יוני 24, 2013 12:51 am

· #127403
וואס זאגט דער עולם צום רבי'נס של"ש תורה די וואך? די רבי האט שטארק געקאכט אינעם גרויסקייט פון פארן אין קאנטרי. בתוה"ד האט ער כדרכו בקודש הערליך שיין אויסגעטייטשט די פסוקים פונעם פרשה וואס א יעדעס ווארט איז ממש מרומז די גודל הנחיצות. איך האב נישט קיין צייט צו שרייבן די גאנצע, וואס וועט זעכער ערשיינען די קומענדיגע וואך אינעם "מעדני חלב" גליון, אבער פון וואס ליגט מיר יעצט אויפן זכרון האט ער זיך געשטעלט אויך די ווערטער; "וירא בלק בן ציפור" לכאורה איז שווער וואס האט ער געזען? ועוד, וכי בן ציפור היה?! נאר דא ליגט מרומז א מורא'דיגע יסוד;
דער בלק האט נישט געקענט פארנעמען די קדושה און מסירת נפש וואס מען זעט ביי כלל ישראל, אפילו אין די טמא'נע אדמת אמעריקא זענען נאך דא א הייפעלע אידן וואס הייבן זיך אויף יאר יערליך און מען לאזט זיך ארויס צו די בערג אלעס מיט'ן ריינעם ציל ח"ו נישט צו צוקומען צו קיין התבוללות! מען מיינט גארנישט זיך! און ישראל עם קדושים לאזן זיך קאסטן שווערע געלטער און מען איז מחמיר אז די דירה זאל זיין טאקע כראוי וכיאות! אט אט דאס האט בלק געזען "וירא בלק" וירא איז דאך א לשון פון זען און "בלק" איז א לשון פון בא-לקאנטרי, און אלעס מיטן בלויזן ציל נישט נשפע צו ווערן פון; "בן ציפור" פון יענע פויגלעך!
דער רבי האט דערנאך שיין משלב געווען די פרשה פון בלעמ'ס אייזל. ברענגענדיג פון א מדרש אז אויף די אייזל האט זיך געפונען אלע האב און גוטס פון בלעם. ער האט געוואלט מקטרג זיין אז נישט נאר כלל ישראל איז זיך אזוי מוסר נפש נאר ער אויך. אויף דעם האט דער מלאך גע'טענה'ט; "למה הכית את אתנך זה שלוש רגלים" דו מיינסט אז עס גייט עפעס פון איין מינוט צום צווייטן?! ישראל עם קדושים זענען פארנומען א גאנץ יאר מיט די קאנטרי! מען הייבט זיך נישט אויף אזוי איין אינדערפרי און מען ציט אפ!
כאמור, וועט זיכער ערשיינען די פילע טעקסט אינעם קומענדיגן גליון.

זר זהב » מאנטאג יוני 24, 2013 12:56 am

· #127404


יעצט פארשטייט איר פארוואס איך בין באנעם און נישט ביים פעטער... (אייזקריעם רבי)

קינות גירושין » מאנטאג יוני 24, 2013 8:28 am

· #127419
די הנהלה נעמט די שטעלונג אז די רעביסטעווע איז פאלש, און דעריבער איז עס נישט פאסיג פאר "קאווע שטיבל". מיר שפארן דעריבער צו דעם אשכול, און מיר וועלן עס גענצליך אוועקנעמען אין דער נאנטער צוקונפט

קאווע טרינקער » מאנטאג יוני 24, 2013 8:47 am

· #127421
וועלעכע רביסטעווע איז נישט פאלטש?

Lexus » מאנטאג יוני 24, 2013 2:38 pm

· #127472
שמעתי שהרבי דיבר השבוע בשלש סעודות אודות הענין שתיית מילק שעיק בשבעה עשר בתמוז והוסיף ואמר רמז נאה ש"שעיק" ראשי תיבות ש'בעה ע'שר י' ק'וסות...
מי יבין בסוד קדושים...

למדן » מאנטאג יוני 24, 2013 3:40 pm

· #127480
פאלש?????????
פאלש?????????
כ'האב נישט געוואוסט. רעד מיט די הנהלה כ'מיין אויך אז מ' דארף עס אראפ נעמען

אגב ווער האט דיר געזאגט אז די הנהלה נעמט א שטעלונג

יין שרף » מאנטאג יוני 24, 2013 5:44 pm

· #127507
און אנדערע נייעס האט אייז-קריעם'ע רעבע (אדמו"ד מגלידה בלע"ז) אויסגעפלאצט לאכן אינמיטן וויינען ביים שאלעשידעס תוירע, ווען די זקני החסידים (שוין צולאזטע אייס קריעם...) האבן געוויינט צו אים ילמדנו רבינו ולשמחה מה זה עושה, ותכחש רבינו בקרבו ובמעיו לאמור לא צחקתי כי ירא, ויאמרו לא חסידיו לא! כי צחקת, און נאך גרויס דרוק האט די רבי ארויסגעלאזט די סיבה פארוואס ער האט געלאכט, וזהו המעשה. די ערשטע שבת נאכן פטירה פונעם מילק שעיקער, האט ער געוויינט ביים בי"ד של מעלה מ'זאל עם צושיקן צום עמוד צו קבלת שבת און מ'האט פארשטייטזעך נישט! וואס הייסט די סקווירער האט א שוויגער באבע'ס שכינה'ס יארצייט! (און די צווייטע מנין האט די ברך משה געדאווענעט...) האט ער פראבירט צו מוסף אבער שוין געווען פארנומען די ברעטל, האט מען עם מכבד געווען מיט שאלעשידעס טוירע, ספאנטאן האט זיין ממלא מקום אויסגעפלאצט וויינען אויפן ביטערן צרה, אבער אזוי ווי ס'איז שבת האט האדמו"ר מ'אייזל' נאר געלאכט...

atmybest » פרייטאג יוני 28, 2013 12:09 pm

· #128857
דער וואך וועט נישט זיין קיין טיש צוליב דעם וואס די @געפילטע פיש האט זיך צוגעברענט.

יין שרף » פרייטאג יוני 28, 2013 2:51 pm

· #128914
תנוקות של בית רבינו שנתחנכו מילדותן על טהרת הקודש...
5136480-six-year-old-boy-drinking-milk-shake-on-white-background.jpg i_drink_your_milkshake.jpg

יואב » זונטאג יוני 30, 2013 3:27 am

· #129188
די וואך ביים תורה האט רבינו שליט"א געדינערט אנקעגן די טריפה'נעם אמעריקאנער חינוך וועלעכע כאפט זיך אריין ביי אנ"ש.
מ'טאר נישט שלאגן, מ'דארף רעדן שיין, ווער, וואס מיינען זיי? מיר וועלן זיך לאזן? מיר וועלן זיך לערנען ביי די טמא'נע קעפ וויאזוי מחנך צו זיין אונזערע קינדער? אמעריקאנע יענקיס וועלן זיי אויסואקסן.
האט די רבי מיט זיין אייגנארטיגן גאנג אריינגעטייטש פשט אין פסוק.

פינחס "פן- חס" טאמער וועט איר שוינען, איר וועט רחמנות האבן "בן" אויף אייער זוהן, איר וועט איהם נישט צומזיקן, דאן "אלעזר" וועט ער אויסוואקסן א "לוזער". (צו ווייזן ער ווייסט גאנץ גוט וואס ס'טוהט זיך אויפן וועלט, האט רבינו געטריבן שפאס פון די רויטע פאפאטשען ודו"ק).
אויב אבער וויל ער "בן אהרן הכהן" זיין קינד זאל אויסוואקסן ווי אהרן הכהן טראץ די פארדארבענעם גוישן חינוך, דאן "השיב" (מלשון והשיב לב אבות על בנים) "את חמתי" זאל ער קערן "זיין" (כאדם התולה את קללתו על אחרים) צארן אויפן קינד, און איהם אנהאקן די ביינער אין יעדעס געלעגנהייט עד ביאת גואל במהרה.

זר זהב » זונטאג יוני 30, 2013 3:32 am

· #129189
😂 😂 😂 😂 😂

פייוו סטאר!!!

קאווע טרינקער » זונטאג יוני 30, 2013 8:55 am

· #129208
יואב, כ'האב הנאה צו הערן א גריס פון שבת ביים רבי'ן..
ביים רבי'ן ז"ל זענען די בין המצרים שבתים געווען מיט א ספעציעלע שמחה, על שם העתיד, ואין אתנו יודע עד מה

יואב » זונטאג יוני 30, 2013 9:01 am

· #129212
קאווע טרינקער
יואב, כ'האב הנאה צו הערן א גריס פון שבת ביים רבי'ן..
ביים רבי'ן ז"ל זענען די בין המצרים שבתים געווען מיט א ספעציעלע שמחה, על שם העתיד, ואין אתנו יודע עד מה

יא, אזוי ווי רבינו האט אריינגעטייטש "רב לך שבת" די רב לאכט אום שבת, ווען? "בעמק הבכה" טאקע אין די ימי המצרים ווען כלל ישראל איז איינגעהילט אין די טיפענישן פון וויינען.

אביגדור » זונטאג יוני 30, 2013 2:15 pm

· #129315
פרשת פנחס.

קאווע טרינקער » זונטאג יוני 30, 2013 2:21 pm

· #129318
נעה, איך זעה אז רבינו שליט"א האט עפעס א נייע סארט מהלך אין טייטשען פסוקים, די רבי ז"ל איז געגאנגען מער מיט די חתם-סופר מהלך.

אביגדור » זונטאג יוני 30, 2013 2:24 pm

· #129320
ניין, בלויז א העתקה.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יולי 11, 2013 12:02 pm

· #132613
שוין כמעט א וואך פאריבער זינט שבת. כ'בין געווען זיכער אז איינער וועט שוין ברענגען א באריכט פונעם געהויבענען שבת, אבער במקום שאין געפילטע איז קאווע אויך פיש. - אוי איז געווען א שבת. שווער צו אראפלייגן די הויכעקייט און אטמעספארע וואס האט זיך געשפירט, אנגעהויבן פון פרייטאג נאכמיטאג, ווען אין א "בלעדי" שמועס האט דער רבי זז"ג געגעבן א שמועס פאר די בחורים פון ישיבה קטנה מאנסי און לעיקוואד, לרגל די סיום אויף פרקי אבות מיט ברטנורא. רבינו שליט"א האט נאכגעזאגט פון ספרים הקדושים איבער דעם הויעכקייט פון די בין המצרים שבתים, אז ווען מ'גזעגנט זיך איז די אהבה גרויס, די רבי האט דערביי צוגעלייגט "ווען עטץ וועטס עלטער ווערן וועלן ענק פארשטיין".
פרייטאג צו נאכטס ביים תורה האט דער רבי זז"ג כדרכו מחדש געווען עפ"י דרוש בהקדם ספרי אבותיו הקדושים נ"ע, בענין די בנות צלפחד, אז לכאורה איז דאס געווען קול באשה, און וויאזוי האט משה געקענט זאגן "כן בנות צלפחד דוברות"? די רבי האט גע'ענטפערט בכמה אופנים מחלק צו זיין פון "נגינה" ביז "דוברות". ווי ס'האט זיך ארויסגעזעהן דעם רבי'ן כוח התורה וואס ער האט קונה געווען בבחרותו אין די ליטווישע ישיבות.

אינדערפרי נאכן דאווענען האט דער רבי געזאגט א תורה בדרך צחות, און דערביי מסביר געווען פארוואס די עליה וואס איז מחבר די צוויי פרשיות "מטות און מסעי" איז מסוגל פאר שידוכים, בתו"ד האט דער רבי מסביר געווען אז ס'איז מעורר חיבור, אזויווי ס'שטייט אין די תורה "שלישי שני כשהן מחוברים", דהיינו אז "שלישי" דורך א שדכן, ווערן "שני", צוויי מענטשען, בחור און מיידל, מחוברים.

דער קלימאקס פון דעם רבי'ן כוח הדרוש איז געווען ביי שאלאשידות, דער רבי האט אנגעהויבן בדרך קארני, אז אין די ניין טעג זענען אלע ערליכע אידן מילקשעיק חסידים, ווייל זיי עסען נאר מילכיג. פון דארט האט זיך געצויגען די שמועס אלעס ארום מילך און שעיק. ווען דער רבי האט ברמיזה מרמז געווען - לראשונה - פארוואס ער איז נישט געווען חנוכה אין פאר-ראקעוועי, ווייל באמת איז דאך חנוכה אויך א מילקשעיק יום טוב, כידוע, אבער היות ער האט דאן מסיים געווען א מסכתא, האט ער נישט געוואלט עסן א סעודת בשר און מחלל זיין מועדות, ע"כ האט ער גע'געסן פלייש בצנעה פאר 8 טעג ביז נאך חנוכה. מענין לענין האט דער רבי ממשיך געווען בנועם שיח פארוואס שבועות עסט מען מילקשעיק, וויבאלד ס'איז נאר "מתן תורה" אבער די סיום איז אין שמחת תורה, וואס דאן עסט מען טאקע לכבוד די סיום פליישיגע האלאפצעס.

מיט "דרור יקרא" האט דער רבי מכבד געווען קאמארנע רבי.
מיט "ידיד נפש" האט דער רבי מכבד געווען זיין חברותא נאך פון ישיבה, הרב החסיד, נשוא פנים, יפה עינים, פרי תואר, מו"ה ***** שליט"א.

atmybest » דאנערשטאג יולי 11, 2013 12:26 pm

· #132624
וואס איז פשט אז די רבי האט זיך געשוירן אין די דריי וואכן?

Lexus » דאנערשטאג יולי 11, 2013 2:13 pm

· #132672
הלכה מפורשת ש"מצורע" מותר לגלח בתוך שלוש שבועות
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9