☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » כ"ק אדמו"ר מ'מילק שעיק וועט נישט זיין חנוכה אין פאר-ראקעוועי

כ"ק אדמו"ר מ'מילק שעיק וועט נישט זיין חנוכה אין פאר-ראקעוועי

447 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2367
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9

געפילטע פיש » דאנערשטאג יולי 11, 2013 9:54 pm

· #132838
כ'בין יעצט אריין פאר א ישועה, מ'קען מיינען אז ס'נישט די 9 טעג יעצט, די רבי שמעקט ווי ער וואלט יעצט ארויסגעקומען פון די שויער. אה! ריח בשר הקודש, אזוי ווי צדיקים פלעגן זאגן, השתא בהמתן של צדיקים...

משה געציל » פרייטאג יולי 12, 2013 12:16 am

· #132876
אבל אבילתו ניכרת על פניו, וכפי שהגיד רבינו שליט"א לאחד ממקרביו בזה"ל; "גלייבטס מיר עס איז נישט דער סידור קידושין וואס שטערט".

אביגדור » דאנערשטאג יולי 18, 2013 12:58 pm

· #134541
זעקס בענדער. ראה כאן.

טעפל » דאנערשטאג יולי 18, 2013 1:34 pm

· #134548
כמסופר על המילקשעיקער צדיק שנסע עם אשתו לחופש ובלילה ישבו בשבת אחים גם יחד במרפסת ואז היא נאנחה בקול ואמרה "אוי הייליגע באשעפער" אמר האי צדיק בהאי לישנא" האב איך דיר נישט געזאגט אז ביים חופש קענסטו מיר רופען ביים נאמען?!

געפילטע פיש » דאנערשטאג יולי 18, 2013 1:35 pm

· #134549
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/133895">viewtopic.php?f=8&t=4289&p=133895&hilit=%D7%97%D7%A0%D7%A0%D7%90%D7%9C#p133895</a><!-- l -->

קעגן די נעט » דאנערשטאג יולי 18, 2013 3:03 pm

· #134583
מוצאי תשעה באב האט דער רבי ארימגערעדט פונעם ענין אז מ'זאל זיך האלטן מילכיג אזוי ווי די פארגאנגענע 9 טעג, ער האט געזאגט א שיינעם רמז פארוואס מ'עסט נישט פלייש וואס איז מרמז אויף מחלוקת וואס האט ציגעברענגט דעם חורבן הבית. אזויווי מ'זעהט אין דע ענגלישע שפראך זאגן מען "whats your beef with him" וואס דאס מיינט ''רייבעריי מחלוקה'', דאס איז די אפאזיט פון קהילת מילקשעיק ווי מ'זיכט נאר אחדות האט ער אויסגעפירט מיט פאטאס.

איחוד פעלד » פרייטאג יולי 19, 2013 12:11 am

· #134725
גראדע בין איך.געוועהן שלשידעס, און דער שמועס איז געוועהן דברים העומדים על הפרק, ער האט ארום גערעדט פין מיעוט הירח, אז ווייל דער לבנה האט געזאגט אז ער זאל זיין גרעסער, איז ער געווארען קלענער, און דער רבי האט מסביר געוועהן אז דער זון האט אויך געוואלט זיין גרעסער, נאר ער האט עס נישט געזאגט אליין.

דער עולם האט געמורמעלט אז ער מיינט דער ברודער.

קאווע טרינקער » זונטאג יולי 28, 2013 1:51 am

· #136660
די רבי האט זיך אויסגעדרוקט כמה פעמים במשך די וואך, אז ער וויל פירן מלוה מלכה די וואך. וכך הוה.
בתו"ד האט די רבי געזאגט: ס'איז א סימן מן השמים אז ביידע יארצייטן געפאלען אין איין וואך, אזוי ארום זיצן אלע חסידים ביי איין מלוה מלכה, ווייל באמת דאס האבן דאך די צדיקים געוואלט, אז ס'זאל זיין אחדות ביי אידן.

לאליפאפ » זונטאג יולי 28, 2013 2:59 am

· #136683
באלד וועלן נאך די אייזלעך בעטן בענדזשאמין זאל עפענען אן אשכול וועגן די מהות פון מילק שעיק...

קאווע טרינקער » מוצ"ש אוגוסט 3, 2013 11:29 pm

· #138119
די רבי האט די וואך שטארק ארום גערעדט וועגן זיך טרעפן מיט די אבות אין גן עדן... מ'האט געזעהן בחוש ווי די רבי וויל זיך דערשטיקען צום טויט, אבער ס'איז נישט געלינגען.

עוד מישהו » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 11:11 pm

· #139171
"חסדי השם כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו"

א גרויס פרייד און עקסטאז האט אנגעכאפט די צענדליגע הונדערטע טויזענטע חסידים איבער דער גארער וועלט, ווען עס איז נתפרסם געווארן די פרייליכע נייעס, אז די יום הצלה פון רבינו זצוקללההלננע"ע, וועט געפייערט ווערן ברוב פאר והדר אין די פרעש קילס פארק אין סטעטן אינזל אין שטאט ניו יארק.

וואו באוואוסט איז רבינו זצוקללהלננע"ע געראטעוועט געווארן פון די רשעים, דורך אונטערקויפן מיט א מילק שעיק, די ראש הקלגסים פון די רשעים אייניקל פון עמלק ימ"ש, פון א זיכערן טויט, ביי איינע פון די הפגנות לכבוד השבת אין די פלטרין של מלך אין עיה"ק הרצלי' על שמה וזכרה פון הערצל'ס ווייב.

לויט וואו די עסקנים געבן איבער וועט די סעודת הודאה פארקומען 7:00 נאכמיטאג, גאר "פונקטליך" לויטן חסידישן זייגער.

I'm back » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 11:28 pm

· #139176
נו, ווי זענען די מתנגדים וואס האבן געזאגט אז ביז עטליכע חדשים וועט ער אונטערגיין? ??

Lexus » זונטאג אוגוסט 11, 2013 4:59 pm

· #140582
ברעיקינג!!! יעצט קאנפירמעד אז די רבי שליט"א וועט וויילען אויף ראש השנה אין אומאן!!!
זאלן די אייזלען פלאצן....

איך אויך » זונטאג אוגוסט 11, 2013 5:24 pm

· #140589
נישט אין מאראקאש?

טעפל » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 2:33 am

· #140909
לעקסעס, יעצט רעדענדיג מיט'ן גרויסן גבאי (גבאי שני) זאגט ער אז ס'איז גארנישט אזוי זיכער ווייל הרב בערלאנד לייגט מעשוגענע דרוק אז די רבי זאל קומען קיין מאראקאש, אז נחיה ונראה ונירש ירושה טובה..

I'm back » מאנטאג אוגוסט 19, 2013 11:05 pm

· #143274
אז מען רעדט שוין (ווער רעדט?), ווען איז די יום הצלה?

בעל הבית » מאנטאג אוגוסט 19, 2013 11:07 pm

· #143276
די רבי איז נאך נישט באפרייט געווארן

רויטע וואנצעס » מאנטאג אוגוסט 19, 2013 11:13 pm

· #143278
געהערט האב איך פון קראנטע קוועלער, אז היי יאר וועט עס זיין אין וואודסטאק, ניו יארק. מ'האט געזוכט א פלאץ לאקאל, אבער מ'קען נישט טרעפן א גענוג גרויסען זאל פאר די טויזענטער שעיהקערס.

I'm back » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 12:03 pm

· #144600
כידוע, האט מען שטארק מקפיד געווען אין מילקשעיקער הויף אז די ערשטע טאג ראש השנה זאל אויספאלן אין שבת. צוליב דעם האלט מען שבת צוויי וואכן פריער שוין, וואס איז געווען נעכטן.

ביי שלש סעודות נעכטן האט די רבי געברעטשעט וועגן דברים העומדים על הפרק, און ער האט מעורר געווען די עולם צו תשובה. וויבאלד עס זענען געווען אסאך ענגליש רעדנטע אידן,האט די רבי'ס עלטסטע זון, הרה'צ ר' ירוחם משה נחמן עזרא שלום יואל עזריאל יוסף נחום סג'ל הכהן איבערגעטייטשט אלעס אויף ענגליש, בשעת א האלבע עולם איז געלעגן אויפן ערד, און די פרומערער האבן געשאלטן און געשימפט פאר גרויס צארן, אזש די אויגן גלעזער זענען אראפגעשפרונגען פון די אויערן.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 2:26 am

· #146297
ליידער האבן די מקורבים מעמיד געווען צלם בהיכל.
די משב"ק דרייט זיך מיט א אייפון אין רביןס שטוב!!
חוצפה גדולה.

טעפל » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 2:35 am

· #146298
איך האב עס פעסט געשטעלט ס'איז אמת, ער דארף עס בסך הכל ווייל איינמאהל א שעה אפדעיט ער דעם רבין מה הנעשה בעולם, און ער געבט איבער אז אוי-בהמה דער פרעזעדענט פון די שטאטון רופט בערך איינמאהל א פערטל שעה, כן יאבדו וכו'..

atmybest » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 7:19 pm

· #146515
נארוואס געווען א פייט צווישן די רבי מיט זיין 2 יעריג אייניקל.

I'm back » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 12:38 am

· #149313
די רבי קומט אריין צום זיג טיש אין א האלבע שעה.

די רבי איז יעצט איינגעשפארט אין א צימער מיט ווינער, שפיצער, און קווין.
ומי 'יעמוד' בסוד קדושים. (מלשון 'יסוד')

רויטע וואנצעס » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 12:58 am

· #149332
I'm back
די רבי קומט אריין צום זיג טיש אין א האלבע שעה.

די רבי איז יעצט איינגעשפארט אין א צימער מיט ווינער, שפיצער, און קווין.
ומי 'יעמוד' בסוד קדושים. (מלשון 'יסוד')


כ'מיין ס'דא א ו' מיותר. ומי 'יעמוד' בסוד קדשים. לכאורה.

קאווע טרינקער » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 10:18 am

· #149418
נישט געזאגט תחנון.
איינע פון די גרויסע חסידים געפרעגט
רבי מרמז געווען מיט אצבעותיו 9 11

טעפל » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 11:06 am

· #149437
קאווע טרינקער
נישט געזאגט תחנון.
איינע פון די גרויסע חסידים געפרעגט
רבי מרמז געווען מיט אצבעותיו 9 11

ווי באוואוסט האט די רבי פארלוירען איינער פון די גרעסטע שטיצערס ביי די אקטאקעס די רבי האט אפילו דערמאנט זיין נאמען, כ'מיין סאיז געוועהן "פרענסיס בן אליזעביט, משהו כזה..

רויטע וואנצעס » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 11:18 am

· #149442
כ'האב געהערט פון א מקור ראשון, אז די ערשטע יאר נאך די אטאקעס, האט די רבי בהסכמת די איידים די דיין, איינגעפירט צו האלטן די סוף זמן קריאת שמע יעדן טאג בשעה 9:11 לזכר די אטאקעס.

קאווע טרינקער » מוצ"ש סעפטעמבער 14, 2013 10:07 pm

· #150069
דער רבי שליט"א איז ארויס פאר מנחה און צוריקגעקומען מיט א גרויס פרישקייט צו נעילה.

ואין אתנו יודע עד מה.

I'm back » מוצ"ש סעפטעמבער 14, 2013 10:15 pm

· #150070
אפשר צו פארמישן די שטן?

יואב » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 10:23 am

· #150157
קאווע טרינקער
דער רבי שליט"א איז ארויס פאר מנחה און צוריקגעקומען מיט א גרויס פרישקייט צו נעילה.

ואין אתנו יודע עד מה.


@קאווע טרינקער שוין לאנג וואס כ'בין חושד איר זענט א מילקשעיקער מתנגד. כ'האב געליינט דיין תגובה וואו מ'קען זעהן צווישן די שורות דו פראבירסט חוזק מאכן. האב איך אנגערופן א חבר מיינער וועלעכע איז א טויסט פארברענטער מילקשעיקער חסיד און איז געוועזן ביים רבי'ן דעם יום הקדוש, כ'האב באקריגן א פונקטליכער בילד וואס ס'איז פארגעגאנגן. ס'איז נישט געוועזן פאר מנחה נאר נאך כהן, און די רבי האט פארשטיין געגעבן פאר נעילה וואסי פשט. דו האסט אדער נישט געהערט דעם מעשה, אדער נישט געוואלט הערן.

אין מילקשעיק גייט דער עולם מיט קאלאטשן. קראקס גייט מען נישט ווייל די רבי האט פאראיאר געזאגט דאס איז די ווערטער "קרע-כס". ס'זאל זיך צורייסן דעם מילקשעיקער מלוכה.

פאפאטשן גייט מען אויך נישט, דאס איז ווייל די רבי האט געהייסן אפאר יאר צוריק פאר חזקל'ן דער שאפער "אראפ מיט די פאפאטשן". די רבי האט געזאגט אז אויף אקערס קאלערינג ביכל זעהט מען המן פארמאגט אויף די שיך (פאפאטשן) א פאמפאם, און "א פאמפאם דאס קען נאר זיין אויף פאפאטשן, אויף שיך לייגט מען נישט קיין פאמפאם" האט דער רבי גע'מוסר'ט שארף. דאס איז אבער נאר אום יום כ-פורים, תשעה באב הייסט די רבי יא גיין דווקא מיט פאפאטשן.

יעצט צו אונזער מעשה. יום הקדוש אינדערפריה האט זיך גארנישט אנגעזעהן פארדעכטיגט אויפן רבי'נס קאלאטשן. הערשט ביי מנחה ווען דער רבי איז ארויפגעגאנען עולה זיין כהן (הגם די רבי איז א ישראל), האט זיך געזעהן זיין פיס שווימען אין די קאלאטשן ווי פיש אין וואסער. זעליג דער גבאי האט זיך געהאלטן ביי זיינס אז ס'איז די סאמע זעלבע קאלאטשן די רבי האט אנגעטאהן אינדערפריה. א טומל און שושקעריי איז אנשטאנען אין בית מדרש, אלע אויגן ברעמען האבן ווי אויסגעבראכן אין א געמיינזאמער געשריי "וואסי פשט"? דער בעל קורא האט גענדיגט "וחי בהם, אני ה'", דער רבי האט אנגעהויבן זאגן די ברכה, און ביי די ווערטער "נטע בתוכינו" האט זיך דער רבי פאר'דביקות'ט, געקלאפט מיט די פיס, געפאכעט מיט די הענט. דער רבי האט איבערגעזאגט "נטע בתוכינו" 3 מאל, און דאן שטיין געבליבן און נישט גענדיגט דעם ברכה. מיטאמאל איז די רבי ארויסגעלאפן פון בית מדרש אריין צום חדר הפרטי, און זיך דארטן פארזוימט פאר עטליכע לענגערע מינוטן.

צו נעילה איז די רבי אריין געקומען מיט אויפגעבלאזענע קאלאטשן, און א ציכטיגער שמייכל איז געוועזן אויסגעגאסן אויף זיין געזיכט.
דער רבי האט געגעבן אנצוהערן די נייגעריגע חסידים וועלעכע האבן זיך געאמפערט צווישן זיך וואסי פשט. "הערט וואס ס'איז פארגעגאנגן" האט די רבי געזאגט.

ששששששששש, שאה! נא! האט זיך געהערט געשרייען און קלאפערייען צום עזרת נשים.

פאר מנחה האב איך געשפירט איך זעה נישט נטע דער מילקשעיקער פילאנטראפ פון פאר-ראקוועי. ביים זאגן די ווערטער "נטע בתוכינו" האב איך געזעהן ס'איז ליידער נגזר געווארן אויבן אין הימל אז דער "אייזקאפעטשינאוער" רבי זאל פארכאפן דעם עושר. האב איך איבער געזאגט "נטע בתוכינו" 3 מאל אים צו האלטן פאר חזקה דא. דערנאך בין איך ארויס און גע'פועלט אין הימל נטע זאל בלייבן ביינונז. "גלייבטס מיר ס'איז מיר נישט לייכט אנגעקומען" האט די רבי איידל פארקרייזלט זיינע פיאות.

"יעצט פארשטייט איר שוין פשט אין די קאלאטשן" האט דער רבי געזאגט מיט א שמייכל צוריקווארפענדיג דעם טלית אויפן געלן קאפל. שטייט אין משלי "ורוח נכאה תיבש גרם". פאר מנחה האב איך געזעהן דעם שלעכטן בשורה, מילא זענען מיינע פיס געשרינקן; איצט אז כ'האב גע'פועלט האבן זיך פאר שמחה מיינע פיס אויפגעבלאזן, ווי ס'שטייט "שמועה טובה תדשן עצם".

דער ציבור האט אנגעפאנגן אשרי, אבער דער רבי האט נאכאמאל שטיל געמאכט און געזאגט.
"דעריבער זאל מען הייינט אויסלאזן ביי נעילה דעם שטיקל 'ספו וגם כלו יודעי פגיעה'. וד"ל.

קאווע טרינקער » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 1:46 pm

· #151308
נאכן מיטהאלטן די שמחת בית התועבה אין מישקאלץ פתח תקוה, בין איך געקומען צו די מסקנא אז דער אשכול זאל געטוישט ווערן פון מילקשעיק צו מישקאלץ, ער פאסט אריין דא.
אזא אפגעריסענער! ווער האט אים געבוירען?

חכם באשי » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 2:19 pm

· #151315
קאווע טרינקער
שמחת בית התועבה

👍 👍 👍

יואב » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 2:22 pm

· #151316
העי, נישט פאר'צימעס'ן דעם שמייכל אפטיילונג. בבקשה!

משה געציל » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 8:36 pm

· #151407
קאווע טרינקער
נאכן מיטהאלטן די שמחת בית התועבה אין מישקאלץ פתח תקוה, בין איך געקומען צו די מסקנא אז דער אשכול זאל געטוישט ווערן פון מילקשעיק צו מישקאלץ, ער פאסט אריין דא.
אזא אפגעריסענער! ווער האט אים געבוירען?

פארשטייסט א מעשה, אגאנצען טאג איז מען פארנומען האקן אויף רבנים אז זיי פארשטייען נישט צום היינטיגן דור, ענדליך האב מיר שוין א "טוויטער" סטייל רבי איז ער אויך אפגעפרעגט! נא קאפרענדא...

אגב, איך האב אנגעפרעגט ביי איינער פון די מקורבים אויף דיין לעצטן שאלה, ער טענה'ט אז זיין מאמע האט אים געבוירן.

יין שרף » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 10:48 pm

· #151455
איך האב נישט קיין כח צו שרייבן יעצט, אבער די מישקאלצער טוט אסאך און קירוב רחוקים וקרובים ובתוכם ביי פרייע חיילים און שוטרים.
פלאס די האסט נישט אריינגעטראכט קיין סעקונדע וואס פאר א נחת רוח די רבש"ע האט ווען א גאנצע קריה פון צענדליגע טויזענטע אידן! שרייען אויפאמאל שמע ישראל???

קאווע טרינקער » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 11:34 pm

· #151462
לאמיר נישט אויפרעגן יואב'ן.....
ביטע זיך האלטן געטרייי צו מילקשייק.

איך אויך » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 2:24 pm

· #151551
יין שרף
איך האב נישט קיין כח צו שרייבן יעצט, אבער די מישקאלצער טוט אסאך און קירוב רחוקים וקרובים ובתוכם ביי פרייע חיילים און שוטרים.
פלאס די האסט נישט אריינגעטראכט קיין סעקונדע וואס פאר א נחת רוח די רבש"ע האט ווען א גאנצע קריה פון צענדליגע טויזענטע אידן! שרייען אויפאמאל שמע ישראל???

וואס האט פסטיבל מישקלאץ צו טוהן מיט אידישקייט?

משה געציל » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 6:15 pm

· #151616
וואס זאגט דער עולם צום מיטאג טיש היינט? דער רבי האט צוזאם געווארפן חידושים נפלאים ע"פ דרך הפרד"ס, זיך באניצענדיג זיך בעיקר מיטן סמ"ך. אזוי ווייט, אז יחזקאל קוויטל שרייבער האט זיך געשוואוירן אז דער רבי האט אליינטס נישט געכאפט וואספארא סודות ער איז מגלה!

קודם האט ער אנגעפאנגען ארומרעדן וועגן דעם גרויסקייט פון עסן האלאפטשעס אין שמח"ת. כדרכו בחוזק האט ער צוזאם געווארפן גאנצעטע ממירא'ס און פסוקים (מכאן ראיה לאלו שאומרים דאין רוה"ק מן התורה, דכידוע לא עסק רבינו מעולם בדברים כזו, דעיקר דרכו בעבודת ה' הוא דייקא בעבודת אכילה, ואעפ"כ לא פסק פימיה ולשוניה מלדרוש בענינים אלו. מ.ג.).
בין הדברים האט ער זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק "עם עיקש ותתפתל" לכאורה איז שווער צו פארשטיין, זענען מיר טאקע אזוי פארקרומט און פארדרייט? נאר, מען זעט ווי ישראל עם קדושים פראווענען אזאלכע געהויבענע טעג מען עסט און מען טרינקט ביז עס ווערט אים פארדרייט דאס גאנצער סיסטעם (מטעבעליזים בלע"ז) און אפ"ה נעמט מען זיך מיט א פרישקייט עסן די האלאפטשעס כאילו לא היה! עס איז דאך אוודאי עושה רושם למעלה בשמי מרומים צו ברענגען השפעות וכל מילי דמיטב!

נאכער איז דער רבי אריבער צום דרך דרוש ווי דער רבי זאל מאריך ימים זיין האט צוזאם געפלאכטן די האלאפטשעס האלאפטשעס מימי הפורים לשמח"ת באופן מבהיל! מה מצינו בפורים, שהמן הרשע כידוע הלך בשיטתו דהעומד לזרוק כזרוק דמי, (וכשתבין את זאת תבין את סוד עשרת אלפים ככר כסף) כמו"כ בעניננו, ופשוט הוא.

דערנאך האט דער רבי זיך צוקאכט ווי א אויסגעפליקטער הינדל, און אנגעפאנגען מגלה זיין סודות נפלאים, זאגענדיג אז דאס פלייש געוויקלט אין קרויט געמישט מיט רייז איז מרמז אויף סיטריה דאימיה מורכבים בגלגלי ארזא ועליהם כרבא מבושלין.

אה! אשרי עין ראתה כל אלו! לאנג לעבן זאל מילקשעיק און פלאצן זאלן אירע שונאים!

יואב » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 6:41 pm

· #151623
משה געטשקעלע. 👍

קאווע טרינקער » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 6:52 pm

· #151626
און די גרעסטע חידוש איז, לענית דעתי, אז דער רבי שליט"א האט געבויט רוב תורתו על מאכל בשרי, ולא על חלבי, הידוע כמאכל העיקרי בחצר חסידות זו.

יתכן, לכבוד שפיזא דמשה, שהאכיל שליו לישראל במדבר.

וצ"ע, כי השליו לא היה בשר ממש, כי נוצרו בדרך נס, ואולי אין דינם כבשר אלא כפרווה.

והגאון רבי שמשון פאראווער הקשה עוד, כי שליו הוא בשר עוף, ורבי עקיבא - שהיתה נשמת משה - סובר שבשר עוף מותר בחלב. א"כ צריך עיון איך יוצאים סעודתא דמשה שפיזא בבשר עוף?

משה געציל » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 9:24 pm

· #151656
שוין, איין זאך ווייס איך קלאר, קיין מילקשעיקער ביזטו נישט! ביי אונז אין מילקשעיק ווייסט מען אז ערד און הימל זאלן זיך צוזאמקושען וועט מען קשיות אויף רבי'ן נישט האבן.
מסתמא ביזטו געווען פון די ליצים וואס מען האט געדארפט פארטרייבן אינמיטן די תורה.

רויטע וואנצעס » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 9:36 pm

· #151659
קאווע טרינקער


והגאון רבי שמשון פאראווער הקשה עוד, כי שליו הוא בשר עוף, ורבי עקיבא - שהיתה נשמת משה - סובר שבשר עוף מותר בחלב. א"כ צריך עיון איך יוצאים סעודתא דמשה שפיזא בבשר עוף?


יתכן שהאכיל בשר עוף שהיה לה נשמת בהמה. ויצא בזה מטעם שליו ומטעם בשר.

זר זהב » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 9:07 pm

· #151873
יעצט געזען אין ביהמ"ד. וואסע פשט? ביטע נאר ריינע פאקטן נישט סתם גאסן שמועות

צןךל דישלק.jpg

זר זהב » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 9:11 pm

· #151875
יעצט געהערט א אייזל שימפן. ער טענה'ט אז דער רבי האט זיך נעכטן נאכט מיאוס אנגעטרונקן און איז נאך נישט געקומען צו זיך. כ'וויל נישט אינטערטעינען אזעלכע שמועות נאר ארויסברענגן די נידערטרעכטיקייט פון די אייזלען

רויטע וואנצעס » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 9:25 pm

· #151878
איך האף ס'איז נישט פאר די זעלבע סיבה די רבי זיליינו פלעגט אפארמאל נישט אריין קומען. ואין להאריך מפני כבוד השטיבל. (עיין או"ח הל' ביה"כ)

קאווע טרינקער » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 1:03 pm

· #152157
במשך ימים האחרונים של החג, איז דער רבי שליט"א געווען גאנץ אין די גוסטע.
אבער היינט אינדערפרי איז דער רבי שליט"א אריינגעפאלן אין א שטארקע דיפרעסיע.
אזש חסידים זאגן אז דער רבי שליט"א וועט היי יאר אויך נישט זיין חנוכה אין פאר-ראקעוועי.

שמעקעדיג » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 1:36 pm

· #152159
זייענדיג דאס ערשטע מאל בבית מילקשעיק אויף א יו"ט, און נאך דערצו אזא לעבעדיגן יו"ט פון שמח"ת, קען איך זיך נישט איינהאלטן, נאר אויסשרייען אשרי עין ראתה שמחת קהלתינו!

ווי נעמט מען די ווערטער, ווי ק"ט האט שוין געשריבן, דאס דערהויבנקייט איז געווען ביז גאר, בפרט ביי די זעקסטע הקפה ביי עוזר דלים, ווי דער עולם האפקעט אוועק, און די עירקאנדישאנס פארלעשן זיך ווייל עס איז א ענין צו שוויצן, און דער גאנצער מקום שמעקט פון הייסע פארדארבענע מילק שעיק.

עטליכע אויסערגעווענליכע זאכן האבן דא יאר פאסירט, כפי עדותם פון עטליכע געטרייע חסידים, און פאר מיר איז דאס געווען א חידוש, און איך וועל עס דא נאטירן.

ערשטנס, ביי עוזר דלים, וואס געווענליך פארקויפט זיך די זעקסטע הקפה פאר הויכע נומערן דורך די גבירים פון ביהמ"ד, איז היי יאר געווען אנדערש. דער רבי האט אויסגעקלאפט אויפן בימה און גע'טענה'ט אז ס'איז נישט יושר, אנשטאט וואס די ארימע אידן זאלן זוכה זיין אינעם עוזר דלים, קויפן זיך דאס די עשירים פאר זיך אליינס, און געלט גייט צו געלט. וואספארא פשט האט דאס. דערפאר האט דער רבי געפאדערט צו מאכן א שינוי דאס יאר, פונקט קאפויער! און אנהויבן מיט $3,000, און די ארימעלייט זאלן אראפרוקן דעם פרייז ווי מער מעגליך, און ווער עס האט די נידריגסטע סכום, זכה לו. צום סוף נאך א גוטע 20 מינוט, האט בערל קבצן (נישט באלעגאלע) זוכה געווען ווען ער האט עס געקויפן פאר א באלאנס פון -$1,000 אונטער זערא.

א מורא'דיגער עפיזאד האט זיך אפגעשפיט די צווייטע נאכט שמחת תורה, ווען הנגיד הרבני קלמן, דער זון פון ראשעקאעל, האט געקויפט "אתה הראת" פאר זיך אליינס און נישט געוואלט מכבד זיין דעם רבי'ן דערמיט. דער רבי איז געווען צוקאכט, וחמתו בערה בו. ער האט פארשאלטן קלמן מיט קללות, און זיך אויסגעדרוקט בל"ק, אז ער וועט אים "אונטערהאקן די פוס". שפעטער האט דער רבי שליט"א מסביר געווען, וואס איז דאס די פוס? דאס איז דאך די געלט, זה ממונו של אדם שמעמידו על רגליו, און אז מען וועט אים מאכן אויס עושר, האקט מען אים מיט דעם אונטער די פוס.

האט דער רבי אריינגעטייטשט זייער שיין, ווען מען נעמט דעם ווארט 'קלמן' און מען קוקט וועלכע איז דער פיסל אויף וואס דער ווארט שטייט, זעהט מען אז די לענגסטע פיסל קומט פונעם ן', אויב האקט מען אונטער דעם לאנגן פיסל בלייבט עס בלויז א פשוט'ער י' (א פשוט'ער איד? איט רינגס עי בעל), און אנשטאט קלמן ווערט עס "מילק"! נאך מער - האט דער מילקשעיקער ווייטער ממשיך געווען - מיר באשטייען דאך 2 ווערטער, מילק - שעיקער, מילק כדאמרן לעיל, און שעיקער לייענט זיך פונקט ווי 'שקר', און אויף שקר שטייט דאך שוין שקר אין לו רגלים, איז דאך אויך מרומז אז דארף מען אונטערהאלטן די פיסלעך פון ר' קלמן.

צום סוף האט קלמן זיך דערשראקן פון די הקפדה פונעם רבי'ן, און זיך איבערגעבעטן מיטן רבי'ן, און צוגעזאגט צו מנדב זיין די $1,000 וואס די קהלה האט אנגעוואוירן דורך בערל קבצנ'ס אראפהאנדלען עוזר דלים, און דאן האט דער רבי זיך ארויסגעלאזט מיט א טאנץ מיט קלמנ'ען, און ביי נעילת החג טיש האט ער אים געווארפן 3 עפלעך, און פון איינס האט זיך צובראכן קלמנ'ס טייערע ברילן מיט די שווארצע גראבע הענטלעך, און דער רבי האט געזאגט אז מיט דעם איז ער אפגעקומען די הקפדה.

שמחת תורה נאכן עולה זיין האט מען צוגעשטעלט א קידוש צום בריקעווען מיט כל מיני בראנפן און האלעפטצשעס אין די סוכה גדולה שע"י הביהמ"ד בחצר הקודש, שיכורים האבן זיך געוואלגערט אונטערן טיש לרחצה, און לאמיר בעסער נישט פארציילן וואס מען האט געטון מיטן חזן וואס האט געדאווענט מוסף דערנאך... ממש א פחד.

מי שלא ראה שמחת בית מילקשעיק לא ראה שמחה מימיו.

I'm back » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 4:09 pm

· #152585
עפעס האב איך געהערט שמועסן אז די רבי האט זיך צוגעלייגט א נאמען היינט ביים ליינען. באלד דערנאך האט די רבי געלאזט מודיע זיין אז פון היינט און ווייטער וויל ער צולייגן נעמען ביים ליינען, און מען קען זיך איינשרייבן ביי חנינא זרש'ס.

עני דיטעילס וועלכע נאמען די רבי האט באקומען?

עוד מישהו » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 9:09 am

· #152887
יעצט געהערט פון א קראנטע מקור, די רבי גייט פארן צו הרי אררט, פראווען שבת נח במקום מנוחת התיבה.
מוצ"ש גייט פארקומען א גרויסע מבול טיש כיאה וכיאות להאי גברא רבא כ"ק רבינו שליט"א.

נעילת החג טיש איז געווען עפעס מורא'דיג, ווער עס האט דאס בייגעוואינט האט געקענט טאפן די קדושה מיט די הענט.
שיע "כהן גדול" (פארוואס מ'רופט אים מיטן צו נאמען כהן גדול ווייס איך נישט, אבער צווישן די אנדערע חסידים, וועלן זיכער זיין אזעלכע וואס ווייסן יא), האט זיך אויפגעשטעלט אויפן בלעמער, די גאנצע עולם האט אים אנגעהויבן באווארפן מיט אתרוגים, זכר לאותו צדוקי כ"ג וואס מ'האט באווארפן אין ביהמ"ק. דערנאך האט מען אים אנגעגאסן מיט טעפלעך וואסער זכר לניסוך המים און כדי אים צו דערמינטערן.

געפילטע פיש » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 9:42 am

· #152891
עוד מישהו
(פארוואס מ'רופט אים מיטן צו נאמען כהן גדול ווייס איך נישט)

מ'זאגט אז דאס איז וויבאלד, אזויווי די כהן גדול, האט ער אלעמאל אנגעגרייט " אשה אחרת מתקינין לו".
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9