נישט דאס האב איך געמיינט. מיר לאזן נישט קיין שום פארשונגען אויף מציצה בפה, ווייל עס איז דאך באשטעטיגט אז עס איז בסדר. ד"ר בערמאן האט עס באשטעטיגט. און ממילא איז אלסדינג רעליגיעז פרידאם, ווייל קיין סכנה איז דאך נישט דא.
טעראר מיטלען אינעם אינטערנעט מערכה
403 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2348
אין מאנסי איז לעצטענס די וויגעלע פון עקטרימיזם נאכדעם וואס עטליכע רבנים זענען ביזי מיט די טעכנאלאגיע בכל עת ובכל שעה
די קומענדיגע שבת (וואס צייכענט אפ נאך א יאר צו די ערב ר"ח סיון פון די כינוס כלל ישראל און מעמד הדר קבלוה)
גייט זיין א שבת גערופען 'לדורותם'
וואס די מעין איידיע איז צו ענדיגן מיט סמארטפאונ'ס אין פאבליק
יעדע שול גייט האבן א בעל דרשן וואס גייט אויפאדערען דעם ציבור נישט ארויסצונעמען א ס"פ ברבים.

דאס איז געהאנגען אין די שולען
און די צעטליך האט מען פאשפרייט אין אלע שולען דעם פארגאנגענע שבת
און יעצט זוכען זיי עסקנים
אוי רבש"ע. על מי נטשת הצאן האלה..
אהרן יוסל האט גע'יושב ראש'ט...
איך האף ער האט זיכער געמאכט צו אויסמעקן זיין צווייטע נאמבער פארדעם, ווייל ביז נישט לאנג צוריק פלעגט עס ארויסקומען אויף וואטאפפ און טעלעגראם..
איך האף ער האט זיכער געמאכט צו אויסמעקן זיין צווייטע נאמבער פארדעם, ווייל ביז נישט לאנג צוריק פלעגט עס ארויסקומען אויף וואטאפפ און טעלעגראם..
די קאמפיין זעט אויס מורא'דיג פרעמד נעמענדיג אין באטראכט דער גאנג וואס די אינטערנעט מערכה האט גענומען די לעצטערע יארן, אז די תשע"ב שפראך ארום די טעג פון כינוס כלל ישראל הערט זיך ווי א קאלטע רעפארמיסטישע שפראך...
ר' אהרן יוסל בערגער איז א יוד א נגיד אין ער איז פון די איינציגסטע פון די אנדערע דארטן וואס פארשטייט באמת פארוואס מ'דארף א סמארט פאון אין ווי ויכטיג ס'איז, די אנדערע דארטן וואס אסר'ן עס מיינען אז ס'איז נאר פאר אינטערהאלטונג אין זיי פארשטייען בכלל נישט די נסיון.
איינער באמערקט אז מאנסי איז דער קופץ בראש ווען ס'קומט צו די מערכה?
נאטינג Wראנג, איך מאך נאר אן אבזערוואציע
נאטינג Wראנג, איך מאך נאר אן אבזערוואציע
בן ישיר' אהרן יוסל בערגער איז א יוד א נגיד אין ער איז פון די איינציגסטע פון די אנדערע דארטן וואס פארשטייט באמת פארוואס מ'דארף א סמארט פאון אין ווי ויכטיג ס'איז, די אנדערע דארטן וואס אסר'ן עס מיינען אז ס'איז נאר פאר אינטערהאלטונג אין זיי פארשטייען בכלל נישט די נסיון.
הייסט ער איז א דאפלטער שגץ.. א בחינה פון יודע את בוראו ומכוון למרוד בו
גראדע אויף די צעטלעך וואס הענגען אין די שילען איז די לשון גאנץ איידל. ס'שטייט נישט קיין שום שלעכטע ווארט אויף סמארטפאונס, און ס'איז נאר אויף נישט עס ארויסצונעמען בפרהסיא. (די גליון שוין נישט...)
אוודאי, ווייל נארמאלע מענטשן האבן נישט קיין צייט צו דורך לייענען א גליון, נאר כולל אינגעלייט, מוחים און עסקנים.
בן ישיר' אהרן יוסל בערגער איז א יוד א נגיד אין ער איז פון די איינציגסטע פון די אנדערע דארטן וואס פארשטייט באמת פארוואס מ'דארף א סמארט פאון אין ווי ויכטיג ס'איז, די אנדערע דארטן וואס אסר'ן עס מיינען אז ס'איז נאר פאר אינטערהאלטונג אין זיי פארשטייען בכלל נישט די נסיון.
איז אמת אז דער בערגער דרייווט א לעקסוס? וואס איז טאקע פשט אז ער איז יושב ראש פון אלע רבנים אין שטאט? מה טיבו?
יעקב מענטשאיינער באמערקט אז מאנסי איז דער קופץ בראש ווען ס'קומט צו די מערכה?
נאטינג Wראנג, איך מאך נאר אן אבזערוואציע
יעפ איך האב אויך באמערקט. לייבעלע שרייבט עס אויכעט, ראה לעיל.
כ'האב געהערט די סיבה, וויבאלד אסאך מענטשן האבן פרובירט אויסצונוצן די פרייהייט פון מאנסי, האבן זיך די רבנים צוזאמענגענומען אנצוהאלטן מיט א שטייפקייט די פרומע רוח אין שטאט.
שמעקעדיגבן ישיר' אהרן יוסל בערגער איז א יוד א נגיד אין ער איז פון די איינציגסטע פון די אנדערע דארטן וואס פארשטייט באמת פארוואס מ'דארף א סמארט פאון אין ווי ויכטיג ס'איז, די אנדערע דארטן וואס אסר'ן עס מיינען אז ס'איז נאר פאר אינטערהאלטונג אין זיי פארשטייען בכלל נישט די נסיון.
איז אמת אז דער בערגער דרייווט א לעקסוס? וואס איז טאקע פשט אז ער איז יושב ראש פון אלע רבנים אין שטאט? מה טיבו?
נעוואדע, מרן ראש ישיבת זכרון ישעי' שליט"א זאל דרייון עפעס וויניגער ווי א זילבערנע לעקסוס? עפער א פארד צו האנדע איד'ל איז ער?
ער איז איינע פון די באדאנסקי איידעמער, א גביר אדיר. און אז פאר געלט קען מען דאך זיין א תלמוד חכם אויך, האט ער גע'עפענט א ישיבה פאר בחורים. בחורים האט ער כמעט נישט געהאט, האט ער צוגעלייגט א כולל צו די ישיבה עס אויפצובויען. למעשה האט ער נישט קיין איין בחור, נאר אינגעלייט אין כולל, אבער מען מוז עם רופן ראש ישיבה, ווייל וואס הייסט? ס'איז דאך באמת א ישיבה...
ער איז די "ראש המדברים" פאר אלע כינוסי הרבנים אין מאנסי.
שמעקעדיגיעקב מענטשאיינער באמערקט אז מאנסי איז דער קופץ בראש ווען ס'קומט צו די מערכה?
נאטינג Wראנג, איך מאך נאר אן אבזערוואציע
יעפ איך האב אויך באמערקט. לייבעלע שרייבט עס אויכעט, ראה לעיל.
כ'האב געהערט די סיבה, וויבאלד אסאך מענטשן האבן פרובירט אויסצונוצן די פרייהייט פון מאנסי, האבן זיך די רבנים צוזאמענגענומען אנצוהאלטן מיט א שטייפקייט די פרומע רוח אין שטאט.
או כלך לדרך זה. די פרייהייט פון מאנסי לאזט צו אז אלע ליידיגייערס האבען א גרעסערע ארט. אין נארמאלע אומשטענדען, גיבט מען זיי א שטויס ארויס און מ'לאזט זיי מוחה זיין אין גאס אויף נייע רעסטוראנטען.
יין שרףשמעקעדיגבן ישיר' אהרן יוסל בערגער איז א יוד א נגיד אין ער איז פון די איינציגסטע פון די אנדערע דארטן וואס פארשטייט באמת פארוואס מ'דארף א סמארט פאון אין ווי ויכטיג ס'איז, די אנדערע דארטן וואס אסר'ן עס מיינען אז ס'איז נאר פאר אינטערהאלטונג אין זיי פארשטייען בכלל נישט די נסיון.
איז אמת אז דער בערגער דרייווט א לעקסוס? וואס איז טאקע פשט אז ער איז יושב ראש פון אלע רבנים אין שטאט? מה טיבו?
נעוואדע, מרן ראש ישיבת זכרון ישעי' שליט"א זאל דרייון עפעס וויניגער ווי א זילבערנע לעקסוס? עפער א פארד צו האנדע איד'ל איז ער?
ער איז איינע פון די באדאנסקי איידעמער, א גביר אדיר. און אז פאר געלט קען מען דאך זיין א תלמוד חכם אויך, האט ער גע'עפענט א ישיבה פאר בחורים. בחורים האט ער כמעט נישט געהאט, האט ער צוגעלייגט א כולל צו די ישיבה עס אויפצובויען. למעשה האט ער נישט קיין איין בחור, נאר אינגעלייט אין כולל, אבער מען מוז עם רופן ראש ישיבה, ווייל וואס הייסט? ס'איז דאך באמת א ישיבה...
ער איז די "ראש המדברים" פאר אלע כינוסי הרבנים אין מאנסי.
איך פארשטיי נישט וואס די באוואשסט עם אזוי.
ער איז א באדאנסקי איידעם אין ס'ידוע אז באדאנסקי האט זיך גענימען (געקויפט) פיינע איידעמער תלמידי חכמים. שפעטער ווען ער איז אוועק איז צוגעקומען גדולה צו די תורה פון די איידעמער.
יא ער האט א פיינע כולל מיט אפאר עלטערע פיינע בחורים (ווענט זיך ווי א זמן).
א נייע שטאפל.....
איך האב מורא אז נעקסט קומט ווער עס גייט נישט שבת קיין שטיוול קען נישט דאווענען פאר'ן עמוד..
.
איך האב מורא אז נעקסט קומט ווער עס גייט נישט שבת קיין שטיוול קען נישט דאווענען פאר'ן עמוד..
.
Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה
און אז א חיוב שטעלט זיך יא צו האט נישט קיין סמארטפון, היט זיך די בארד, קוועטשט אויף "קעיץ" ביי קדיש, און שרייט ברוך יאמרו, דאס אלץ בשעת די גארטל רייסט שטיקער פונעם רעקל, אבער איז אויפגעשטאנען שפעט און פארפאסט א מקוה???
Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה
אויסצוג פונעם אנטי אינטערנעט גליון, וואו זיי פרובירן מיט אלע כוחות אראפצומאלן א נארמאלע לעבנסשטייגער פון סוקסעספולע יונגערמאן ממש ווי א לעבן מלא עבירות חמורות.
די אקסן זענען ביזי מיט מיט שרעקליכע עבירות ווי 'פרינדזשעס אויף די ציצית' און 'זיך פארהערן הלכות שבת'. ה"י.

די אקסן זענען ביזי מיט מיט שרעקליכע עבירות ווי 'פרינדזשעס אויף די ציצית' און 'זיך פארהערן הלכות שבת'. ה"י.

און דאס איז ווייזט אויס די אלטערנעטיוו? דאס איז וואס די תורה פארלאנגט?
די חברה זענען אזעלכע בהמות אז נח וואלט זיי אויך נישט געהאלטן אינעם תיבה!...

די חברה זענען אזעלכע בהמות אז נח וואלט זיי אויך נישט געהאלטן אינעם תיבה!...

שמעקעדיגא נייע שטאפל.....
איך האב מורא אז נעקסט קומט ווער עס גייט נישט שבת קיין שטיוול קען נישט דאווענען פאר'ן עמוד.
די תקנות ווערן שטרענג אינפארסירט.
.
און דאס אלעס האט זיך אנגעהויבן ווייל אינדערהעים אין שטעטל איז געווען א בלאטע. (גראמט מיט טאאטע.)
מאך זיכעראנבעליוועבל!
עס איז דאך אזוי זינלאז און נאריש און מען קען דאך זען די היפאקריטיע קלאר... ווען דער רבי איז געפארן מיט נגידים אין פרעשבורג האט ער אויך געקוקט אויף די פילטערס פון זייערע סמארטפאונס?
איך בין געווען זייער נאנט צום סקולענער רבי'ן זצ"ל, ער וואלט אזאנס קיינמאל אין זיין לעבן נישט צוגעלאזט! ער האט ליב געהאט יעדן איד נישט קיין חילוק וואס פארא פילטער ער האט געהאט.
וואס חושטע ארום ?
וואס האט געלט מיט צוגיין צום עמוד ?
און וואס האט סקולען מיט סקווירא איינגעשטויסן ?
ער מוז אים עפעס אלעס נאכטוהן ?
איך עגרי נישט מיט זייערע גזירות און איך האלט נישט אז זיי גייען ערגעץ אנקומען מיט דעם , אבער סתם שיסן ליידיגע רעטאריק און די וועלט אריין האט נישט קיין פשט ... סארי
לחיים
שמעקעדיגשמעקעדיגא נייע שטאפל.....
איך האב מורא אז נעקסט קומט ווער עס גייט נישט שבת קיין שטיוול קען נישט דאווענען פאר'ן עמוד.
די תקנות ווערן שטרענג אינפארסירט.
האט בערך די זעלבע סמכות ווי ר' יואלי ראטה'ס שאלות ותשובות.... טריי עס אויס, באק א געזאלצענע געשיכטעלע און שיק עס אריין. און זיי וועלן עס קויפן אויף אלע פיר...
שמעקעדיגשמעקעדיגא נייע שטאפל.....
איך האב מורא אז נעקסט קומט ווער עס גייט נישט שבת קיין שטיוול קען נישט דאווענען פאר'ן עמוד.
די תקנות ווערן שטרענג אינפארסירט.
די מעשיות זענען אמת אזוי ווי אלע אנדערע מעשיות פון די אויסגאבע.
מה בכךהאט בערך די זעלבע סמכות ווי ר' יואלי ראטה'ס שאלות ותשובות.... טריי עס אויס, באק א געזאלצענע געשיכטעלע און שיק עס אריין. און זיי וועלן עס קויפן אויף אלע פיר...
דו גלייכסט צו הרב דודי טווערסקי צו הרב יואלי ראטה?
האסט נישט ליב רב ראטה ווייל אין סקווער האט מען דיר פארקויפט אז ברסלב טויג נישט? ארלעדיגט, מוזט נישט רעדן וועגן אים אבער ווען יא זאלסטו שרייבן מיט דרך ארץ לויט די תקנות.
וואס מישטע צוויבל מיט לאקשן? איך האב סך הכל געזאגט אז א שיין חלק פון דעם גליון איז פאבריצירט און האט זיך קיינמאל נישט אנגעפאנגען.
והשנית אין פאקט איז ער א רבי און א כזית מענטשליכקייט מעגסטע נאך האבן ...
והשנית אין פאקט איז ער א רבי און א כזית מענטשליכקייט מעגסטע נאך האבן ...
שמעון וואלף.זאלסטו שרייבן מיט דרך ארץ לויט די תקנות.
זאג מיר, האסט ארויס די קאנצעפט פון דיינע אייגענע ווערטער ?
צדיקים האבן געזאגט אז אמאל זעהט איינער אז מ'איז מתפלל און ס'גייט נישט זאל מען וויסען אז די תפילות גייען נישט לאיבוד נאר ס'ווערט געטוישט אויף אנדערע וויכטיקע צוועקן. אזויווי ס'איז לעצטענס באריכטעט געווארן אז פופציג פראצענט פון חרדים אין ארץ-ישראל זענען אויף די אינטערנעט (אין אמעריקע לכאורה 90 פראצענט) וויל איך מחזק זיין די הייליגע טעראריסטן אז זייער טעראר מיטלען איז נישט געגאנגען לאיבוד. די אינטערנעט אסיפה האט געברענגט רעזולטאטן.
Iran Is Crushing What’s Left of Internet Freedom
<a class="postlink" href="https://www.bloomberg.com/opinion/articles/2022-01-03/iran-is-crushing-what-s-left-of-internet-freedom">https://www.bloomberg.com/opinion/artic ... et-freedom</a>

כא’געהערט א גוט ווארט, ווי מען ווינטשט ביי א ברית אז "כשם שנכנס לברית כן יכנס לתורה לחופה ולמעשים טובים" - אז פונקט אזוי ווי ווען א איד מאכט א ברית פארלאנגט דער רבי פון די קהילה אז ער זאל מכובד ווערן מיט סנדקאות [און אין געוויסע פלעצער = אויב נישט איז אחת דתו...] און מען קוקט נישט נאך אויב דער טאטע פונעם רך הנמול האט א סמארטפאון אין זיין באזיץ, דאס זעלבע זאל געשעהן שפעטער אז כן יכנס לתורה אז מען זאל אנ-נעמען דאס קינד לתורה = אין מוסדות אויכעט אן קיין שום תנאים נישט קיין חילוק וואספארא כלי די טאטע מאמע פארמאגן....
עס פארט ארום א בילד פון א צעטיל, וואס איינער האט געטראפן ארויפגעקלעבט אויף זיין טעסלא.
ווי באקאנט פירן די עקסטרעמיסטן אין די השומרים גליון א מערכה אנקעגן טעסלא קארס, היות עס האט אינטערנעט וואס מען קען נישט פילטערן.
ווי באקאנט פירן די עקסטרעמיסטן אין די השומרים גליון א מערכה אנקעגן טעסלא קארס, היות עס האט אינטערנעט וואס מען קען נישט פילטערן.
א נייע מערכה פון פרומע עלטערן אין קרית יואל. (אהרונים)
אונטערטעמונג?
שמן למאורראבינאוויטש איז געווען גערעכט ווען ער האט פאראויס געשאצט אז עס וועט קומען א טיילונג ביי די חרדים.א נייע מערכה פון פרומע עלטערן אין קרית יואל. (אהרונים)
שוין געווען אן אשכול דא אין קאווע שטיבל און דיסקוטירט צו די טיילונג אין אונגארן קען זיך איבער'חזר'ן. די מערהייט האבן געטענה'ט אז עס איז נאר געווען א געזעצליכע און לעגאלע טיילונג וואס האט אויסגעפעלט וועגן די נעאלאגן האבן געהאט אן השפעה אויף די מוסדות און שוהלן, וואס פעלט נישט אויס היינט אין די דעמאקראטישע אמעריקא.
קען מען לכאורה זאגן אז די יודישקייט איז געווארן מער ראדיקאליזירט.
איך גלייב נישט אז עס גייט זיין א טיילונג.
דעמאלט האט מען גערעדט צווישן ארטאדאקסן און נעאלאגן.
היינט וועט קיינער נישט זאגן אז אידן פון 5 טאונס אדער אנדערע מאדערנע פלעצער זענען נישט ארטאדאקסיש, טאקע מער מאדערן אבער נאכאלץ ארטאדאקסיש, און אפילו די מאדאקס.
אפשר וועט יא זיין א טיילונג צווישן אולטרא פרום און נארמאלע? חסידים.
עס קען אויך זיין אז עס וועט זיך עפענען מער מוסדות וואס ווילן אריינלאזן מענטשן מיט סמארטפאונס אקעגן די קהילות מוסדות וואס וועט זיין סמארטפאון פריי.
עס וועט נאך אמאל זיין א קאמפיין סלאגאן "סמארטפאון מאכט פריי".

האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק: מען דארף ארויסווארפן אידן וואס פארמאגן סמארטפאונס פון ביהמ"ד אפילו יום כיפור..!
https://www.bhol.co.il/news/1499222
https://www.bhol.co.il/news/1499222
א מין אמעראצישע דמיון!! גאונות פון אמיראצעס!
שמן למאורנישט געזארגט, ער עט זיך איבערבעטען. פין דעם אנגעצויגענע יום כיפור טעג ביז די שיינע "לעכטיגע תולדות אברהם יצחק'דיגע ווינטער שבתים", איז דא גענוג צייט אז די הייליגע רבי וועט זיך איבערבעטן און זיך לאזן ערהוילן אין די אינטערנעטיגע פאלאצן און פרייוועט דזשעטס, פון אמעריקאנע מגושם'דיגע אפגעגאלטע מאדערן ארטאדאקסישע יאנג איזריעל סמארטפאון יודענטום.האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק: מען דארף ארויסווארפן אידן וואס פארמאגן סמארטפאונס פון ביהמ"ד אפילו יום כיפור..!
https://www.bhol.co.il/news/1499222
אדער וועט ער געוואר ווערן וויפיל פון זיינע אייניקלעך זענען מחובר מיט די כלים, וועט ער שנעל טוישן די ניגון.
שמן למאורגוטע סעמפל פון רבנים.האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק: מען דארף ארויסווארפן אידן וואס פארמאגן סמארטפאונס פון ביהמ"ד אפילו יום כיפור..!
https://www.bhol.co.il/news/1499222
ער האט נישט קיין השגה וואס דאס איז א סמארטפאון, אבער איז שוין גרייט צו ווארפן אידן אין יום כיפור.
אינטערעסאנט, איך האב געדרוקט אויפן לינק צום ארטיקל און עס קומט ארויף דעם קעפל אז ער מיט וויז'ניצע רבי האבן געליטן גיהנום, אבער פאר א איד מיט א סמארטפאון מעג מען טוהן די זעלבע.
שמעקעדיג@שמעקעדיג אינז ווארט מיר פאר א אפדעיט....חוץ מזה וואס איך גלייב נישט אז מען גייט עס גענצליך אסר'ן, מסיבות שונות (און בכלל איז שווער צו אסר'ן א זאך וואס האט שוין יארן לאנג א "היתר"), וועט עס נישט העלפן אויך נישט. ווייל לכאורה וואלט דאך געדארפט זיין א תיקון השלם, מען האט דאך געלייגט א טעראר אויף אלע היימישע אידן דורך די רבנים, עסקנים און מוסדות, טא וואלט דאך געדארפט זיין ממש א הערליכע וועלט, בל יראה ובל ימצא ביי אונז סיי וועלכע דעווייס וואס איז נישט 100% אפראווד ביי די וועד משמרת לוויזויהייסטעס, און בכלל האט מען דאך גע'אסר'ט וואטסעפפ און טעלעגראם, און פרויען איז דאך מאן דכר שמי', וועלכע פרוי עס האט נאר 4 אינטשעס אונטער די קני טאר דאך נישט פארמאגן א סמארטפאון ח"ו רח"ל, און דערווייל? די היימישע טשענעלס האבן טויזענטער סובסקרייבער און ליינער, און ווי דער שרייבער אליין איז מעיד אז אין די ישיבות איז דער מצב געפערליך, בבחי' עלובה עיסה שנחתומה מעיד עליה, ד.ה. אז די גאנצע מערכה האט גאנץ קנאפ געהאלפן - גענוי ווי עקספעקטעט ווען מ'גייט מיט טעראר - די אראבישע פרילינג איז אין פולן שוואונג, פאר יעדן כשר'ער טעלעפאן וואס איינער האנדלט זיך איין קומט אויף 10 נייע סמארטפאונ'ס, ממש כאשר יענו אותו כן ירבה וכן יפרוץ, און אנשטאט די רבנים ועסקנים זאלן איינזעהן אז די מערכה איז פארלוירן, גייט מען ווייטער אין קאפ אריין, און מען גייט פרובירן "אינגאנצן" אסר'ן.....
נו נו. העמיר רעדן אין 5 יאר ארום.
מדארף קענען מחלק זיין צווישן נארמאלע פארשטאנדיגע תקנות און צווישן זינלאזע נארישע תקנות.
א תקנה וואס קומט מיט פארשטאנד צו די מציאות וואס גייט פאר אויף די וועלט אז עס איז 2023 און אז עס איז דא אינטערנעט און לכאורה " היר טא סטעי", אבער פראבירט צו מאכן סדר וואס און ווי און וויאזוי איז לכאורה א בארעכטיגע. מה שאין כן ווען די אזוי געריפינע "לידערס" מיט די מערסטע פארגעשריטינע כלים (פארשטייט זיך לצורך... ) קומען מאכן תקנות ווען כי פלעינע מענטשן מעגן אויך האבן/קוקן וכו' איז עס......

שארף... מיט פונקטליכע אנווייזונגען...
די גרעסטע רחמנות איז די אשה החשובה פאר וועם די צעטל איז לזכותה..
שמן למאורנישט אזוי פינקטליך ווייל ס'שטייט נישט וואס מ'דארף טון מיט דער וואס זאגט mind your own business. דארף מען אים בלויז אנשרייען, אדער זאגאר ארויסשטיפן? ואת"ל אז מ'דארף אים ארויסשטיפן, וואס טיט זיך מיט דער וואס שטייט פון די זייט און העלפט נישט צו?שארף... מיט פונקטליכע אנווייזונגען...
בקיצור, איך בין יעצט מער צימישט ווי פריער. איינער האט די נאמבער פון וועד החינוך הכללי?
שמן למאור״אדער שמועסט צווישן זיך״שארף... מיט פונקטליכע אנווייזונגען...
סמיינט לאו דווקא א סעלפאון, אפילו סתם שמועסן?
Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה
די טעראר גייט ווייטער און ווייטער, בעיקר אויף כולל יונגעלייט און מאמעס, איי געס דארט איז א גרינג פעלד צו אסר'ן...
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=4777415#p4777415
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=4777415#p4777415