☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אינטערנעט און אידישקייט » טעראר מיטלען אינעם אינטערנעט מערכה

טעראר מיטלען אינעם אינטערנעט מערכה

403 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2348
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9

ירח בן יומו » מיטוואך יאנואר 21, 2015 9:31 pm

· #249339
הלואי וואלט אלע קינדער פאר צען יאר צוריק געהערט די ווערטער

געוואלדיג » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 3:47 pm

· #249502
צען יאר צוריק ביסטו נאך געווען א קינד?

פרייוויליג » מיטוואך פעברואר 25, 2015 10:42 am

· #255808
איך קען נישט משיג זיין וויאזוי טאטעס קענען ווייטער שיקן זייערע קינדער אין אזא נארט קאריע ווערטשאפט, עס איז שרעקליך. איך וויל אבער וויסן, זענען אלע אנדערע מוסדות פונקט אזוי ווי סאטמאר?
און בכלל זע איך נישט פארוואס דער אינגערמאן קען נישט געבן א צווייטען פאון פאר די סעק אוו איט.

מאטי » מיטוואך פעברואר 25, 2015 11:09 am

· #255812
ער'ט געגעבן די צווייטע, זיי דארפן אבער די ערשטע....

כ'מיין אז זיי מאכן אן די שוועריגקייטן - גערעכט צו אומגערעכט - בלויז אויב זיי האבן אויך אנדערע פראבלעמען מיטן אינגערמאן אדער ווייב. אויב וואלטן זיי אהיימגעשיקט יעדן מאן דהוא וואס רוהט איין אין אנדערע ענינים און פארמאגט א פסול'ע פאון, וואלטן זיי געדארפט אהיימשיקן א האלבן ת"ת.

פרייוויליג » מיטוואך פעברואר 25, 2015 11:19 am

· #255814
מאטי
ער'ט געגעבן די צווייטע, זיי דארפן אבער די ערשטע....

כ'מיין אז זיי מאכן אן די שוועריגקייטן - גערעכט צו אומגערעכט - בלויז אויב זיי האבן אויך אנדערע פראבלעמען מיטן אינגערמאן אדער ווייב. אויב וואלטן זיי אהיימגעשיקט יעדן מאן דהוא וואס רוהט איין אין אנדערע ענינים און פארמאגט א פסול'ע פאון, וואלטן זיי געדארפט אהיימשיקן א האלבן ת"ת.

פון וואנעט ווייסן זיי וואס ער האט? זיי ווייסן אויך וואספארא גאטשעס ער טראגט?

שמעקעדיג » מיטוואך פעברואר 25, 2015 12:16 pm

· #255831
יא! יו וויל בי סורפרייזט וואס מוסדות ווייסן אלץ איבער די עלטערן.

שמעון וואלף » מיטוואך פעברואר 25, 2015 2:00 pm

· #255858
די וועד משמרת טשעקט מיט משומר אויב ער האט די פילטער.

די באדעם ליין איז אז ווילאנג די מוסדות זענען געהייזשעקט דורך שמאל קעפיגע עקסטרימעסטס, איז נישטא קיין ברירה נאר זיך צושטעלן צו די תקנות. ע"פ יושר וואלט ווען געדארפט זיין א הנהלה ערוועלט דורך די עלטערן, און זיי זאלן מחליט זיין די תקנות המוסד. ס'קוקט אבער נישט אויס אז דאס זאל פאסירן אזוי שנעל, בלייבט נאר איבער די צווי ברירות כנ"ל.

היסטאריקער » מיטוואך פעברואר 25, 2015 2:13 pm

· #255863
די נאמען אויף די צעטל ווייסט יעדער, עס דרייט זיך אויף וואטסאפ

עס קומט זיך זיי קרעדיט פאר מקיים זיין לא תגורו פון איינעם פון זייערע גרעסטע עסקנים/שוויצערס

פרייוויליג » מיטוואך פעברואר 25, 2015 6:24 pm

· #255929
סאטמאר סעמינאר אין לאנדאן האט אנגעקלינגען קים דזשאנג אן פאר לידער רעפרענס
📎 image.jpg

איך אויך » מיטוואך פעברואר 25, 2015 10:29 pm

· #256004
וואסי שלעכט דערמיט?

פרייוויליג » דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 8:38 pm

· #256169
ווען וועלט איז ווען וועלט פארפאס איך ווען א ספר איבער די שעדליכקייט פון די פאסטער ״אל תגעו במשיחו״ וואס איינער האט געפאסט דא אויבן. דער פאסטער רופט צו קינדער אז מען זאל אריינפייפען אויף עלטערן אויב מען צייגט זיי ווידיאו. עס איז דער ערגסטער זאך וואס האט נאר געקענט ארויסקומען פון ווידיאו. רופן קינדער צו בויקאטן אין עלטערן? עס איז איבריג מסביר צו זיין די טשטוש המוח וואס דער קינד באקומט דא.

גנדי » דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 10:54 pm

· #256186
פרייוויליג
ווען וועלט איז ווען וועלט פארפאס איך ווען א ספר איבער די שעדליכקייט פון די פאסטער ״אל תגעו במשיחו״ וואס איינער האט געפאסט דא אויבן. דער פאסטער רופט צו קינדער אז מען זאל אריינפייפען אויף עלטערן אויב מען צייגט זיי ווידיאו. עס איז דער ערגסטער זאך וואס האט נאר געקענט ארויסקומען פון ווידיאו. רופן קינדער צו בויקאטן אין עלטערן? עס איז איבריג מסביר צו זיין די טשטוש המוח וואס דער קינד באקומט דא.


די מנהלים און מחנכים זאגן אייביג. אפילו עלטערן זענען נישט מסכים מיט די מלמד. דארף מען אייביג רעדן צו די קינדער מיט די זעלבע טאן ווי די מלמד. חלילה צו זאגן פאר קינדער קעגן די מלמד. ווייל ח״ו צו צומישען די קינדער.

ווי אזוי קענען יעצט די מלמדים הייסן די קינדער קעגן די עלטערן?

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג פעברואר 27, 2015 11:10 am

· #256228
פארוואס זאל א מענטש זיך אריינלאזען אינ'ם ארבעט פון עפענען א חדר? וואס טרייבט א מענטש צו אזעלכע בזיונות, מיה און פלאג, אחריות, חובות און נאך?
נאר ווייל דער תאווה משתלט צו זיין אויף מענטשען איז אזוי גרויס!
קומט איינער פרעגען וויאזוי טארען זיי נוצען די קינדער קעגען די עלטערען?! דאס גופא איז דער גאנצע סבה פאר'ן עקזיסטענץ פונ'ם מוסד. כדי משתלט צו זיין אויף די עלטער'ן.
און שאקעל נישט מיט'ן נאז כאילו ס'איז סתם א קאנסיפארסי טע'ארי"ע. דער סאטמארער רבי האט גע'עפענט מיידלעך שולע'ס ווען ער האט געזען אז מ'גייט קיין בית יעקב, ניין? וואס איז שלעכט מיט בית יעקב? נאר ווייל אן אן אייגענע מוסד האלט זיך נישט די גאנצע זאך. בקיצור איינצוהאלטען די עלטער'ן מאכט מען מוסדות פאר די קינדער.
אויב ס'איז דא אן עצה דערצו איז עס נאר מיט מאכען מוסדות לשם שמים. טאמער איינער וועט עפענען א מוסד מיט איין ציל: מחנך זיין אידישע קינדער, און מיינען טאקע לש"ש שלא לשם פניות כלל, וועט ער מער אויפטוהן ווי אלע שרייען אויף ק"ש.

חסיד » פרייטאג פעברואר 27, 2015 12:19 pm

· #256236
ליטוואק פון בודאפעסט
פארוואס זאל א מענטש זיך אריינלאזען אינ'ם ארבעט פון עפענען א חדר? וואס טרייבט א מענטש צו אזעלכע בזיונות, מיה און פלאג, אחריות, חובות און נאך?
נאר ווייל דער תאווה משתלט צו זיין אויף מענטשען איז אזוי גרויס!
קומט איינער פרעגען וויאזוי טארען זיי נוצען די קינדער קעגען די עלטערען?! דאס גופא איז דער גאנצע סבה פאר'ן עקזיסטענץ פונ'ם מוסד. כדי משתלט צו זיין אויף די עלטער'ן.
און שאקעל נישט מיט'ן נאז כאילו ס'איז סתם א קאנסיפארסי טע'ארי"ע. דער סאטמארער רבי האט גע'עפענט מיידלעך שולע'ס ווען ער האט געזען אז מ'גייט קיין בית יעקב, ניין? וואס איז שלעכט מיט בית יעקב? נאר ווייל אן אן אייגענע מוסד האלט זיך נישט די גאנצע זאך. בקיצור איינצוהאלטען די עלטער'ן מאכט מען מוסדות פאר די קינדער.
אויב ס'איז דא אן עצה דערצו איז עס נאר מיט מאכען מוסדות לשם שמים. טאמער איינער וועט עפענען א מוסד מיט איין ציל: מחנך זיין אידישע קינדער, און מיינען טאקע לש"ש שלא לשם פניות כלל, וועט ער מער אויפטוהן ווי אלע שרייען אויף ק"ש.

יא א קאנספיריסי במלא מובן המלא, וועלכער נארמאלער געלונגענער מענטש וואס האט די תכונות וכוחות הנפש צו פירן אן אינסטעטאציע וועט וועלן עפנען א ע''פ רוב (יש יוצא מן הכלל) באנקראטירט געשעפט דהיינו א מוסד?
ס'איז דא קאראפטירטע מענטשן? זיכער
זיכער זענען דא ראשי מוסדות וואס נעמען די שכר לימוד און ניצען דאס געלט צו דריקן חסידות פראפעגאנדע, אנשטאט באצאלן די סטעף וועלכער לעכצן פאר א דוללער!
אבער זאגן אז אלע וואס האבן געעפנט שולעס איז פאר עגא און טעראר איז שטארק נאריש און אפגעפרעגט

berlbalaguleh » פרייטאג פעברואר 27, 2015 4:37 pm

· #256277
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים: לויט ווי איך הער, די דייטשן זענען זייער וואוילע און פונקטליכע מענטשן. זיי זענען זייער העפליך. איך הער אז זיי מאכן א ישוב ערגעץ אין איידאהאו. אפשר שרייבסט דו זיך איין דארט. זיי וועלן זיכער מסכים זיין מיט דיר אז די אידן טויגן נישט... 🙄

דו פארשטייסט דאך אליינס אז איך מיין עס נישט ערנסט. ווייל די אידן, מיט אלע זייערע חסרונות זענען ביי מיר נאכאלץ בעסער ווי סיי וועלכע גוי'אישע סאסייעטי, מיט אלע זייערע מעלות...! ומי כעמך ישראל גוי אחד...!

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מערץ 1, 2015 9:58 am

· #256377
פון די מציאות פרעגסטו א קשיא אויף וואס וואלט געדארפט זיין?

איך קוק מיר אום, און איך זעה ווער ס'עפענט מוסדות. אדער פארטייען וואס זייער גאנצע ציל איז משתלט זיין אויף מענטשען, אדער פריוואטע מענטשען, ליידיגייער'ס, נידריגע יונגען כפשוטו ממש, וואס ווילען זיין וויכטיג, וואס לעכצען אז מ'זאל אויסהערען זייערע נעריש'ע מיינונג און ווילען קענען אנשרייען מענטשען און בלייבען שיינע איד. דאס האב איך געזען במו עיני. אפשר אין אנדערע שטעט פיהרט זיך אנדעריש, אבער אין לעיקוואוד איז דאס קלאר אזוי.
מ'רעדט פון מענטשען וואס נאמראלעהייט וואלט מען נישט גערעדט מיט זיי ווען מ'טרעפט זיי, מ'וואלט זיי נישט געטרויערט מיט דיין קאר פאר צען מינוט, און מיט די קינדער זענען מיר געצווינגען זיך צו פארלאזען אויף זיי.
איך האב פונקט יעצט געהערט פון מיין שוועסטער וואס האט צווילינג פון באלד אכט יאר, אז ווען זיי זענען געווען אין פריימאר"י, ד.ה. דריי יאר צוריק, האט איינער פון זיי געגנב'ט פון א חבר'ס נאש צו וואס. דער מלמד האט געשטראפ'ט אז דאס קינד דארף זיך דרייען א שטיק צייט מיט א טאוועל ארום די האלדז מיט גרויסע אותיות "איך בין א גנב". יא, אין יאר 2012 האט מען נאך געהאט אזעלכע ממזרים אין די ביזנעס. ווילסטו נאך גלויבען אז מ'קען זיך פארלאזען אויך די חברה.

petergrifin » זונטאג מערץ 1, 2015 12:45 pm

· #256409
מלמדים איז א פארװײטאגטע נושא פאר זיך. זײ פירן נישט אדער עפענען נישט קײן מוסדות בדרך כלל. מנהלים זענען א נושא פאר זיך עז װעלל.
און אפילו די װאס האבן געפענט די מוסדות בערך זעכציג צו זיבעציג יאר צוריק האבן אויך נישט אלעמאל אזוי פארשטאנען אדער געטויגט צו חינוך, נאר זײ האבן עס געמײנט ערנסט לשם שמים.

moshav zekeinim » מיטוואך יוני 3, 2015 2:57 pm

· #280228
-

moshav zekeinim » מיטוואך יוני 3, 2015 3:44 pm

· #280246
moshav zekeinim
בערל בעל עגלה האט געשריבן:
"די אידן, מיט אלע זייערע חסרונות זענען ביי מיר נאכאלץ בעסער ווי סיי וועלכע גוי'אישע סאסייעטי, מיט אלע זייערע מעלות...! ומי כעמך ישראל גוי אחד...!


יא, אויך איך האלט אז די אידן, ספעציעל די היימישע, זענען בעסער ווי סיי וועלכע לשון ואומה, צוליב צוויי סיבות,

איינס, איך בין נישט באקאנט מיט רובא דרובא פון די טויזנטער שבעים אומות וואס זענען פאראן אויף די וועלט און ניטאמאל קען איך ווי געהעריג די אלגעמיינע מערב קולטור צו וויסן זייערע מעלות און חסרונות, אזוי אז איך קען מיר איינרעדן דאס וואס איך האב פון שטענדיג געהערט אז דער איד איז דאס בעסטע און איידלסטע מכל העמים, און טאמער איז פאראן ביי די גוים גוטס איז עס חסד לאומים חטאת.

צווייטנס, איך בין איינגעגלידערט צווישן די אידן, און דוקא היימישע, איך בין שוואך אין די גויאישע שפראכן, אין זייערע נימוסים, אין זייער זעלבסשטענדיגע דרך החיים וואו מ'שטייט אויף די אייגענע פיס, איז וואו איז דען פאראן א בעסער פאלק ווי די אידן פאר אני הקטן א איינגעפלאנצטער אינוואליד וואס דארף צוקומען מיט גוטן צו מיט בייזן צום חרדי'שער-חסיד'ישער רינג.

דעריבער שריי איך אויס, מי כעמך ישראל, דער ערגסטער היימישער איד איז בעסער ווי דאס בעסטער גוי! א ברירה האב איך דען, דא אטעם איך דאך, דא איז דאך פאקטיש מיין לעבן.

ראש הישיבה » דינסטאג יוני 23, 2015 7:19 pm

· #284695
געטראפן אין א גרויסע מנין צענטער.
📎 unnamed.jpg

chaims » דינסטאג יוני 23, 2015 9:36 pm

· #284735
Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה
Get a message that something went wrong

Sent from my DROID Pro using Tapatalk 2

פרייוויליג » מיטוואך יוני 24, 2015 9:28 am

· #284840
ראש הישיבה
געטראפן אין א גרויסע מנין צענטער.

די בהמות פון אזא צעטל איז גדול טפשתו מבהמתו. דאס טייטשט אז יעדעס מאל איינער לייגט אריין א רעקלאמע און עס איז דארט דא א "אימעיל אדרעס" דארף מען יענעם אויך אנקאלן ער זאל אראפנעמען די טרייפענע אינטערנעט אדרעס...

שמעקעדיג » דינסטאג אוגוסט 4, 2015 10:39 am

· #293720
..
📎 cell_Broke.jpg

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אוגוסט 4, 2015 11:18 am

· #293727
ווער איז ערגער, דער בהמה איונ'ם ווידיאו? אדער דער ווס פסקנ'ט אזעלכע עמהעראצישע פסקים.
ליהוי ידוע אז א מענטש האט א שטיקל חזיר ביי זיך אינדערהיים, טאר מען עס איהם נישט באגנבנ'ען, על אף אז ס'איז אסור בסחורה (דרך קבע), וכ"ש א סמארטפאון וואס איז מותר בסחורה אפילו פאר די וואס האבען ממציא געווען אן איסור השתמשות.
ובדרך פנימיות התורה. דער שאלאכץ פון א פרוכט איז געמאכט צו באשיצען דער פרוכט און ס'איז זייער ויכטיג דערצו. אבער מ'טאר זיך נישט אויסמישען צווישען דער שאלאכץ און דער פרוכט. אז מ'בייסט אריין אין א מאראנץ שאלאכץ האט מען געמאכט א גרייז. ס'איז ראטזאם פאר מענטשען זיך אויסצומיידען דער אינטערנעט וואס מער ווייל מ'קען זינדיגען דערויף, אבער דער אינטערנעט איז נישט דער איסור, דער אויסמיידען דער אינטערנעט איז א היכי תימצי פאר מאנכע אויסצומיידען געוויסע עבירות. די חברה וואס זענען פארכאפט אין קליפות ווייסען נישט קיין חילוק.

יהושע חיים » דינסטאג אוגוסט 4, 2015 11:29 am

· #293730
קודם דארף מען זעהן זיין תשובה פארן זאגן אזוי
דער צעטיל איז געמאכט פאר עמך אידן וואס קענען נישט לערנען אבער אינז דא וואס אינז קענען ב"ה דורך לערנען א תשובה דארף מען עס אהער ברענגן און מפלפל זיין דערין

ירא שמים » דינסטאג אוגוסט 4, 2015 11:32 am

· #293731
ליטוואק וואו קומט צו דיר אזעלכע חסידישע תורות ?[emoji1]

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אוגוסט 4, 2015 11:39 am

· #293733
"איך האב געקוקט אין חידושי ר' חיים הלוי און אין אור שמח מיט משנה ברורה און איך האב נישט געטראפען דאס פאסיגע ווערטעל, האב איך געמוזט זוכען דארט" (קרעדיט: דער רעבע זחיסויגנייני)

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג אוגוסט 7, 2015 8:05 am

· #294334
וויכטיגע מעלדונג:

היות אז ס'איז נתברר אז אלע מכשולות פונ'ם וואט'ס-אפפ וואס פיהרט צו אינטערנעט וואס פיהרט צו.... קומט פון דרוקען די קנעפליך אופ'ן פאון און דער קאמפיוטע"ר, דעריבער טוהן מיר מעלדען אז דאס האבען פינגער'ס אויפ'ן האנט איז שטארק נישט ערלויבט ביי אונז. נאר איין מיטעלער פינגער אויפ'ן לינקען האנט פאר תפילין (און אמאל לעת הצורך אויף פטור צו ווערען פון א נודניק) מעג מען האלטען. פאר ווייבער איז בכלל נישט ערלויבט צו האבען פינגער'ס.
איינער וואס קעןן אויפווייזען א וויכטיגער נויט צו האבען פינגער'ס זאל קומען אין אפיס מיט זיין פינגער'ס און די רבנים הצדיקים שליט"א וועלען דן זיין בכובד ראש וואס צו טוהן.
א דאנק
הנהלת המוסדות
מיסודן של כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה זי"ע
בנשיאות בנו כ"ק אדמו"ר שליט"א

שמעון וואלף » פרייטאג אוגוסט 7, 2015 8:46 am

· #294343
איך וואלט ענדערש געהייסן אראפנעמען נאר די מיטעלסטע פינגער, כידוע ווערט עס גענוצט פאר זאכן שאין רוח חכמים נוחה

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג אוגוסט 7, 2015 9:18 am

· #294348
Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה
און וואס איז ווען דער גאנצע 'מענטש' איז איין שטיק מיטעלסטע פינגער?

diff » פרייטאג אוגוסט 7, 2015 6:53 pm

· #294480
נאך דיע דברי חכמה. וועט מען עם לאזן ווי ער איז אין דו ווי דו ביסט

מאטי » זונטאג אוגוסט 9, 2015 12:04 am

· #294509
היות די וועלט איז ליידער מלא זוהמא, ממש אין בית אשר אין שם חטא, דעריבער בהסכמת גדולי הפוסקים טוען מיר אפעלירן אן איסור אראפצוברענגן קינדער אין אזא מקום סכנה וואס רופט זיך "וועלט". א זכר ונקיבה לצורך מצות פו"ר זאל זיך יעדער דורכרעדן מיט זיין פריוואטן דיין.

גרויסע מענטשעלע » זונטאג אוגוסט 9, 2015 12:38 am

· #294515
Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה

נ נח » זונטאג אוגוסט 9, 2015 12:43 am

· #294516
נישט אזא אפגעפרעגטע טענה...
עי׳ גמ׳ בבא בתרא
״ומיום שפשטה מלכות הרשעה שגוזרת עלינו גזירות רעות וקשות ומבטלת ממנו תורה ומצות ואין מנחת אותנו ליכנס לשבוע הבן ואמרי לה לישוע הבן דין הוא שנגזור על עצמנו שלא לישא אשה ולהוליד בנים ונמצא זרעו של אברהם אבינו כלה מאליו אלא הנח להם לישראל מוטב שיהיו שוגגין ואל יהיו מזידין".

שמעקעדיג » פרייטאג אוגוסט 21, 2015 9:59 am

· #297125
מען טאר נישט נוצן א בעל תפלה מיט א סמארטפאון...
(לייען די קאמענטס, גאנץ אינטרעסאנט)

<a class="postlink" href="http://www.vosizneias.com/212849/2015/08/20/chief-rabbi-yosef-if-cantor-has-smartphone-find-another-prayer-service/">http://www.vosizneias.com/212849/2015/0 ... r-service/</a>

שעפטל » פרייטאג אוגוסט 28, 2015 1:17 pm

· #298302
📎 לטהרינו.jpg

בן אדם » פרייטאג אוגוסט 28, 2015 1:32 pm

· #298303
פארוואס איז ס'ווייבל בכלל ערלויבט צו האבן א פאון? פארוואס מיינסטו דארף זי עס שוין? ווייסט וואס זי קען אלץ טון מיט דעם? מ'דארף זיך שוין נעמען צו דעם.

petergrifin » פרייטאג אוגוסט 28, 2015 2:10 pm

· #298305
Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה
היתכן עס געפונט זיך אינטערנעט אין די מוסדות אפיס? כמעט איעדער חדר אדער סקול ווי איך גיי צו פאר סערוויס געפונען זיך דארט מיידלעך (רח''ל) אין אפיס און נעקסט דאאר האט די מענער אפטיילונג געפילטערטע אינטערנעט ל''ע.

שמעקעדיג » זונטאג אוגוסט 30, 2015 3:13 am

· #298432
בכבוד רב,
גע'חתמ'עט דורך די KJB (קרית יואל בריונים)

פליקער » זונטאג אוגוסט 30, 2015 8:01 am

· #298443
Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה
אזוי גייט זיין איבעראל, נישט נאר די ענקעוודא, אזוי פאסירט ווען מען לאזט צי איינעם שולט צי זיין אויף א צווייטען, ווען מין גיבט אויף פרייהייט אפילו א פיצי, האט עס ווייטע קאנצעקווענצען,

די פאקט איז אז די מענטשליכע נאטאר איז אזוי, ווען איינער פארקויפט מיר א אתרוג, אדער גיבט מיר ערב פסח מצה, אדער אפילו פארקויפט מיר א שאכטל מילך אין גראסערי, שפירט זיך אויף אמאל עפעס מער שטערקער פון מיר, נא איידיע פון ווי זיין קאנפידענץ נעמט זיך, אבער ער שפירט מער געלינגען, איך שטיי דאך פאר אים פארכטיג מיט דרך ארץ און א גראדע ליין, איי איך בין קליגער רייכער וכו' מער פון אים, דאס קומט אויף א מאל עפעס נישט אריין, ער איז שטאלץ מער פאורפול און אויב גייט עס אים אין קאפ אריין ווערט ער א געפאהר פאר די מענטשהיייט עד כדי כך אז מען קען פון אים נישט אויסהאלטן, על אחת כמה וכמה די מענטשהאפטיגער פראבלעים ווערט פיל פאכיג מער ווען איינער ברויך הילף ביי א צווייטען, דאן וועט ער אים אלע מאל גיבן א אלטעטוט, ווי למשל איך וויל ער זאל אן נעמען מיין בחור, אדער מיין זין'ס מלמד, אדער שואל עצה זיין מיט טיפול מיחוד, שלום בית, ווייזן א מראה פאר א רב, וכדומה, אפילו איך בין הינדערט מאל קליגער שענער רייכער, נישט נוגע, איצט איז ער שטערקער און ניצט עס אויס צי א מאקס,

השתא עבדי, אז מען גיבט כוח פאר א וועד לעשות כרצונם, שפילן זיי זיך ארום מיט מיין רעגעסטראציע קארטל ווי א קאץ איבער א מייז, זיי וועלן אזא הנאה נישט אזוי שנעל אויף גיבן, ווער רעדט נאך ווען מען האט איינעם געכאפט, מען האט בארירט זייער כבוד, ער איז דאך גערעכט, דאן איז דאך מיין בליט לכתחילה הפקר, מען מעיג מיך פאר אזא גרויסע נבירה ווי ליגענט זאגן פאר אזא הייליגע וועד מארדן מיך מיט די קינדער, מען ברויך דעריבער אזא וועד וואס ווערט א בית וועד לרשעים, פשוט זיי קענען נישט עומד בנסיון זיין פון נישט ווערן היטלער'ס קאפא'ס, ווערן זיי נעבעך רשעים און פייניגן דעם ציבור אינטער די פאן פון צניעות פילטער שמילטער אדער סיי ווי זיי קענען איינעם א רביעית בליט אויסצאפן כאפט מען זיך צי ווי צי געבראטנעס.

טאמבל סאס » דאנערשטאג סעפטעמבער 3, 2015 4:40 am

· #299285
Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה
די ים פון פאטעטישע אויסדרוקן פון מיטלייד און עמאציע איז מבהיל הרעיון.

דריידל » דאנערשטאג סעפטעמבער 3, 2015 7:55 am

· #299290
נישט פארגעסן אז זיי ווילן טאקע מאכן זיכער אז מ'פארמאגט נישט קיין סמארטפאון אבער פון די אנדערע זייט ציטירען זיי טאמער די עלטערן וועלן ארויס נעמען די קינדער, מוזן זיי רעדן אזא שפראך

פרייוויליג » דינסטאג סעפטעמבער 8, 2015 10:46 pm

· #300205
.
📎 image.jpg

פרייוויליג » דינסטאג סעפטעמבער 8, 2015 10:47 pm

· #300206
S
📎 image.jpg

דריידל » דינסטאג סעפטעמבער 8, 2015 11:31 pm

· #300221
האט מען אים ארויסגעווארפן וועגן ער איז א באם אדער אלץ די סמארטפאון, אדער גאר וועגן ביידע צוזאמען?

ווי צודרייט די תקנה זאל נאר נישט זיין, איז פארפאלן און דאס איז עס. מ'קען פרובירן מבטל זיין די תקנה אבער ווילאנג ס'איז אין קראפט קען מען נישט זיין קיין אויבער חכם, זיך אנפייפן און נאכדעם וויינען אז מ'האט אים ארויסגעווארפן. ס'קומט מיר פאר אזויווי די קלירק וואס האט נישט געוואלט מאשר זיין געי מערידזש און יעצט זיצט זי אין חד גדיא.

איך שטעל מיך פאר אז דער בחור/יונגערמאן האט געוואלט ווייזן אז מ'וועט אים נישט איינטיילן וואס צו טון, איז געשען וואס איז געשען.

Milk shake » מיטוואך סעפטעמבער 9, 2015 5:11 pm

· #300354
זיי לאזן נישט קיין פאון "אפילו ס'איז מאושר"? וואטס פשט?

גנדי » מיטוואך סעפטעמבער 9, 2015 5:21 pm

· #300359
פארוואס משקה המשכר וואס ברענגט צו עריות (כמבואר בחז"ל) מעג מען ברענגן אין שול, און א סמארטפאון נישט?

פליקער » מיטוואך סעפטעמבער 9, 2015 5:55 pm

· #300371
איך בין געוועין געראכטן אויף די מאס רשעותדיגע תקנות וואס שפראצען ארויס, דער עולם מיז פארשטיין היות די ארוינים האבן מתקן געוועין אז פרויען טארן נישט האבן קיין סמארט פאון'ס, איז דאך א פשטת אז זלוינים ברויכן אויך אויפקוצען מיט א תקנה וואס די וועלט וועט מסכים זיין אז זיי זענען אויך "פרים", און איצט איז טאקע צי ערווארטן אז די ארוינים וועלן ברעכן קעפ ביז זיי גייען וויין פאר די וועלט אז זיי זענען די עכטע פריאקעס, אזוי פאלן מיר פערד צי יעדע שיגעון וואס זיי וועלן אויסטראכטן אויפ אינז לקיים.

שמעקעדיג » דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 2:18 pm

· #300509
WOW, ער איז דער פאסיגער מענטש צו שטרענג אינפארסירן די תקנות...

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 3:32 pm

· #300522
Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה
פארוואס איז מען פטור געווארען פונ'ם אלט'ן גבאי?
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9