☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אינטערנעט און אידישקייט » טעראר מיטלען אינעם אינטערנעט מערכה

טעראר מיטלען אינעם אינטערנעט מערכה

403 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2348
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9

ונבנתה העיר » דאנערשטאג מאי 23, 2013 1:45 am

· #117070
משה געציל
ווער איז נישט קיין כלי קודש היינט? א סופר, מוהל, הן ותולדותיהן ותולדות תולדותיהן איז דאך פשוט א כלי קודש.

דער אמשינוב'ער רבי האט אמאל אנגעטראגן פאר א תמים ער זאל ווערן א כלי קודש, למשל א שטריימל-מאכער, א דרייווער פון א מהדרין באס וכדו'...

לעיקוואד » דאנערשטאג מאי 23, 2013 6:25 am

· #117090
איחוד פעלד
איז עס אן עוולה צו שרייבען הוילע ליגענט אויף דער אפליקאציע?

איז עס אסור אלץ שקר? לא תונו?

איז עס עטיקלי אויסגעהאלטען?

עס איז א חיוב צו זאגען ליגנט.
סיי על פי תורה, און סיי על פי עטישקייט. וואסארא מין חוצפה האט דער מוסד זיך אריינצומישען אין מיינע פריוואטע ענינים? און אז ער וועט ארויסשיקן א צעטל וויפיל מאל א וואך איך טוה עפעס א פריוואטער זאך איז עפעס א הוה אמינא סדא א ענין צו זאגען אמת? אדרבה, צניעות און פרייועסי דיקטאטירט אז ממוז זאגען ליגנט. (וכמבואר בגמרא בג' דברים צריכים לשנות).
ווער עס זאגט אמת איז משתף פעולה מיט די טעראריסטען העומדים עלינו לכלותינו.

טאמבל סאס » דאנערשטאג מאי 23, 2013 6:33 am

· #117093
איך האב געוואוסט אז אויב וואלט איך געשריבן די אמת, וואלט געווארן א גאנצע פייט. זיי וואלטן ארויסגעווארפן מיינע קינדער, איך וואלט געווארן אויפגערעגט און זיי געגאנגען בארעדן,
האב איך מפני דרכי שלום געשריבן אלעס - ליגנט.

דעת תורה » דאנערשטאג מאי 23, 2013 9:17 am

· #117126
וואס טוט זיך מיט גניבת דעת?

(ביי די ג' דברים איז נישטא קיין גניבת דעת ווייל עס איז ממש נישט נוגע פאר יענעם און יענער שטעלט דיר נישט צו קיין סערוויסעס בעיסד אויף דעם ענטפער). און ביי די פראגרעם'ס ווייס איך נישט צי עס איז א פראבלעם, איז גניבת דעת אסור ביי א גוי? אדער אז די רעגירונג איז נישט קיין יחיד איז עס נישט שייך?

בכל אופן, איינער זאל עמערזשענסי שאפן א היתר. אז נישט איז דא א חשש אז דער עולם וועט עס טון באיסור...

שמעקעדיג » דאנערשטאג מאי 23, 2013 9:21 am

· #117131
מותר לשנות מפני דרכי שלום איז נישט גענוג א היתר?

לעיקוואד » דאנערשטאג מאי 23, 2013 9:23 am

· #117135
וואסארא גניבת דעת? עס איז נישט זייער ביזנעס אויך נישט צו וויסען.

א פסוק איז דיר א גוטע מקור? עם עיקש תתפתל, אחיו אני ברמאות.

דעת תורה » דאנערשטאג מאי 23, 2013 9:25 am

· #117138
שמעקעדיג, ניין, ווייל דרכי שלום איז נישט דער עכטער היתר. (אז איינער איז משנה מפניו דרכי מחלוקת האט ער נישט געטון קיין ערגערע עבירה אין באצוג צו שקר / גניבת דעת). די נקודה איז אז שקר מדאורייתא איז אסור נאר ביי בית דין. גניבת דעת איז אסור ווען דו מאכסט יענעם מיינען אז דו האסט געטאן עפעס וואס ער איז צופרידן פון, (און דאדורך וועט ער דיר מחזיק טובה זיין אפילו בעתיד, און כל שכן ביי א מאמענטאלע זאך).

פשוט-קאמפליצירט » דאנערשטאג מאי 23, 2013 11:06 am

· #117179
ס'איז דא א שטיקל עצה. מען קען ענטפערן די מוסדות דורך אימעיל. כ'מיין אז ס'הייסט נישט עכט שרייבן. (כ'האב געהערט אז עס זענען דא מתירים צו שרייבן אימעילס חוה"מ אויף עפעס אזא סמך.) במילא איז עס שוין נישט בכלל "שרייבן שקר".

דאס איינציגע פלאץ וואו "גניבת דעת" ווערט בפירוש דערמאנט אין דער תורה איז ביי יעקב אבינו, ווען ער איז אנטלאפן פון לבן. לבן האט דערקלערט: "למה נחבאת לברוח ותגנב אותי" און רש"י זאגט דערויף: "גנבת את דעתי." נו, מעשה אבות סימן לבנים.

דער איסור פון שקר ווערט לכאורה נדחה צו דער מצוה פון "תלמוד תורה". היות זאגן דעם אמת מיינט אהיימשיקן די קינדער פון חדר און זיי מבטל זיין פון לערנען, מוז מען באין ברירה זאגן ליגנט.

מען אפשר מוסיף זיין אז דאס זאגן ליגנט לטובת לימוד התורה פון די תשב"ר קען מתקן זיין דעם ביטול תורה וואס איז געווען דורך די פארלאפענע אסיפות. עס וועט אויך זיין א שטיקל תיקון פאר די רעדנערס-ראשי ישיבות, וועלכע האבן שוין מבטל תורה געווען ביי מערערע געלעגנהייטן דורך נישט אננעמען אדער ארויסווארפן בחורים פון ישיבות.

(דעם לשון פאר די פסוקים און מאמרי חז"ל האב איך גענומען פונעם אינטערנעט, ותשח"ל.)

איחוד פעלד » דאנערשטאג מאי 23, 2013 11:34 am

· #117191
דער ריכטיגער היתר איז אזוי.

עס איז נישטא קיין איסור צו זאגען סתם דברי שקר, דער וואס וויל קען נאך קוקען אין די פוסקים.

עס איז דא אן איסור פין לא תונו איש את עמיתו, דאס הייסט אויסנארען דורך זאגען שקר למשל, און דאס איז אסור, נישט ווייל מען זאגט ליגענט, נאר ווייל מען נארט יענעם אויס.

מדבר שקר תרחק גייט נישט ארויף דעם, עס רעדט אין בי"ד וכו'. (עס איז דא וואס פרעגען פין די גמרא אין כתובות לגבי זאגען פאלשער שבחים אויף א כלה פין מדבר שקר תרחק, און די תירוצים זענען נישט נוגע, דער עיקר איז אז שקר אהן א ציל פין יענעם אויסנארען לגבי א דבר שבממון איז נישט אסור).

און דער איסור איז נאר נוגע ביי דברים שבממון, מען נארט איינעם אויס כדי ער זאל עפעס קויפען וכדומה.\

סתם זאכען, למשל פארציילען פאלשער מופתים פין רבין (אפשר איז עס יא נוגע ממון) אדער פארציילען פאלשער נייעס, און סתם דברי גוזמא, איז נישט אסור אלץ שקר, פארשטייט זיך אז עס איז נישט קיין שיינע מדה וכו'.

דא ביי דער מוסדות צעטל, האבען זיי נישט קיין שום רעכט צו פארלאנגען צו וויסען, און ממילא איז עס נישט קיין דבר שבממון, מעג מען שרייבען און אונטערשרייבען וואס מען וויל.

דבילה » דאנערשטאג מאי 23, 2013 1:28 pm

· #117281
גנדי
אויב איר וואלט געווען די טאטע וואס האט בקומען אזא בריוו מיט אייער 3 יעריג אינגל קומענדיג אהיים פון חדר - וואס וואלט איר געטוהן?

וואס זענט איר מייעץ פאר די יונגעלייט וואס האבן באקומען די בריוו?

ביטע העלפט ארויס...


טרעפ א נייע חדר. נישט ווייל ער לאזט דיר נישט האבן אינטערנעט, נאר ווייל דו טייערע טאטע ביזט ביי דעם רבי'ן מיט די מנהלים א שטיקעלע דרעק.

דולה ומשקה » דאנערשטאג מאי 23, 2013 1:34 pm

· #117285
ער האט מיר דערציילט א איינער פון די אנגעשטעלטע פון זיין זוהן'ס ישיבה האט איהם געגעבען א פרעג, פתאום שלא בעונתו, "כ'קען זעהן דיין סעלפאהן"?

דער סיפור הדברים האט מיר געגעבן א טרייסעל, דאס קען דאך געשעהן צו מיר, וואס טוט מען דא?
אומר ועושה, געגאנגען קויפן דער פרי-פעיד סעלפאהן, פאר $25, א איינמאליגע אינוועסטמענט, אז אויב ח"ו זאל דאס געשעהן צו מיר סיי ווען, שלעפ איך דאס ארויס, אין דאס ווייז איך פאר דער נייגעריגע פערשוין.

איז דאס גניבת דעת? ניין

אוי וויי, דער סקולענער רבי'ס זוהן איז דאך דא א אפטער גאסט (אולי אויך א שרייבער)...

שמעקעדיג » דאנערשטאג מאי 23, 2013 1:47 pm

· #117292
און ואס טוסטו ווען יענער זאגט, איך גיי דיר אריינקאלן?...

ברסלבער » דאנערשטאג מאי 23, 2013 2:13 pm

· #117302
דעת תורה
בכל אופן, איינער זאל עמערזשענסי שאפן א היתר. אז נישט איז דא א חשש אז דער עולם וועט עס טון באיסור...

השקר אינו אלא בפיו אבל לא בכתב - ספר המדות למוהר"ן מברסלב אות אמת סימן נ':
דער מהרש"א זאגט אויף די גמרא (ב"ב טו.) אפשר משה מת וכתב וימת שם משה? אלא עד כאן הקב''ה אומר ומשה אומר וכותב, מכאן ואילך הקב''ה אומר ומשה כותב בדמע. זאגט דער מהרש"א אז ביז דא האט משה אויך געזאגט די ווערטער בשעת'ן שרייבן, און פון דא און ווייטער האט ער נאר געשריבן און דערפאר הייסט עס נישט געזאגט ליגנט.
ועיין עוד שו"ת נודע ביהודה (קמא יו"ד סימן ס"ו) ווי ער איז דן אין דעם אז כתיבה אינה כדיבור לגבי כמה ענינים.

דעת תורה » דאנערשטאג מאי 23, 2013 2:22 pm

· #117304
איחוד פעלד


דא ביי דער מוסדות צעטל, האבען זיי נישט קיין שום רעכט צו פארלאנגען צו וויסען, און ממילא איז עס נישט קיין דבר שבממון, מעג מען שרייבען און אונטערשרייבען וואס מען וויל.


פארוואס האבן זיי נישט קיין רעכט? ראובן זאגט פאר שמעון, איך פארקויף דיר מיין פעלד נאר בתנאי אז דו הערסט אויף רייכערן, אזא שגעון איז אים אריין אין קאפ. ווילסט נישט, מוזטו נישט קויפן מיין פעלד. איך פארקויף עס אבער נאר אדעתא דהכי. יעצט, ער האט נישט גענוצט קיין תנאי כפול, סאו די מכירה ווערט טאקע נישט בטל. אבער צו האט נישט שמעון עובר געווען אויף גנבת דעת ווען ער האט אים איינגערעדט אז ער הערט אויף צו רייכערן?

לגבי דעם ענין בפני עצמו, צי די מוסדות האבן א רעכט זיך אויסצונעמען תנאים, אדער ניין, זיי זענען מחוייב צוצושטעלן זייער סערוויס בכל אופן, אעתיק מה שכתבתי במקום אחר:


דעת תורה
עס ווענדט זיך וועלכע סארט מוסד. אויב איז עס א יחיד וואס האט א מוסד, וואס ער האט אליין אויפגעבויט און ער ראנט עס ווי א ביזנעס האט ער אלע רעכטן צו זאגן אז ער פארלאנגט די תנאים. ער מעג אפשר נישט ארויסווארפן אינמיטן זמן, אבער סוף זמן מעג ער זיכער.

אויב איז עס א רבים, געבויט פון כספי ציבור, ברויך דער רבים האבן ערוועלטע פארשטייער וואס זאלן טון לויט וויאזוי דער ציבור פארלאנגט.

אויב איז עס געבויט פן כספי ציבור אבער דער ציבור האט עס געגעבן על דעת אז די מנהיגים זאלן - וועלן - זיין פולשטענדיג אין קאנטראל און זיך קנאפ רעכענען מיטן ציבור, קענען די מנהיגים טון וואס זיי ווילן.

להערת אגב, די אלע אינסטיטוציעס וואס עקזיסטירן היינט, כל זמן זיי פארלאנגען דאס מינדעסטע תנאים פון די עלטערן,האבן מיר נאך בכלל נישט מקיים געווען תקנת ר' יושע בן גמלא. און איך זע נישט וויאזוי דער ציבור קען זיך ארויסדרייען פון דעם חיוב און זאגן שלום עלי נפשי איך שיק מיינע קינדער אין א פריוואטע אינסטוטיציע וזהו. עס גייט נישט אזוי. עס איז דא א חיוב אויף בני העיר און יעדער איז מחויב צוזען אז יעדעס קינד זאל האבן וואו צו לערנען.

דעת תורה » דאנערשטאג מאי 23, 2013 2:26 pm

· #117306
@ברסלבר, גאנץ גוט. איך האב געהערט חסידים ואנשי מעשה פארלאזן זיך אויף א ענליכער היתר - און עס קען ארבעטן דא אויך - ביים אונטערשרייבן פאר די... , אז מען שרייבט קודם אונטער דעם צעטל ווען סאיז ליידיג, און נאכדעם פילט מען אריין די אינפארמאציע.

דבילה » דאנערשטאג מאי 23, 2013 4:33 pm

· #117344
דעת תורה
איחוד פעלד


דא ביי דער מוסדות צעטל, האבען זיי נישט קיין שום רעכט צו פארלאנגען צו וויסען, און ממילא איז עס נישט קיין דבר שבממון, מעג מען שרייבען און אונטערשרייבען וואס מען וויל.


פארוואס האבן זיי נישט קיין רעכט? ראובן זאגט פאר שמעון, איך פארקויף דיר מיין פעלד נאר בתנאי אז דו הערסט אויף רייכערן, אזא שגעון איז אים אריין אין קאפ. ווילסט נישט, מוזטו נישט קויפן מיין פעלד. איך פארקויף עס אבער נאר אדעתא דהכי. יעצט, ער האט נישט גענוצט קיין תנאי כפול, סאו די מכירה ווערט טאקע נישט בטל. אבער צו האט נישט שמעון עובר געווען אויף גנבת דעת ווען ער האט אים איינגערעדט אז ער הערט אויף צו רייכערן?

לגבי דעם ענין בפני עצמו, צי די מוסדות האבן א רעכט זיך אויסצונעמען תנאים, אדער ניין, זיי זענען מחוייב צוצושטעלן זייער סערוויס בכל אופן, אעתיק מה שכתבתי במקום אחר:


דעת תורה
עס ווענדט זיך וועלכע סארט מוסד. אויב איז עס א יחיד וואס האט א מוסד, וואס ער האט אליין אויפגעבויט און ער ראנט עס ווי א ביזנעס האט ער אלע רעכטן צו זאגן אז ער פארלאנגט די תנאים. ער מעג אפשר נישט ארויסווארפן אינמיטן זמן, אבער סוף זמן מעג ער זיכער.

אויב איז עס א רבים, געבויט פון כספי ציבור, ברויך דער רבים האבן ערוועלטע פארשטייער וואס זאלן טון לויט וויאזוי דער ציבור פארלאנגט.

אויב איז עס געבויט פן כספי ציבור אבער דער ציבור האט עס געגעבן על דעת אז די מנהיגים זאלן - וועלן - זיין פולשטענדיג אין קאנטראל און זיך קנאפ רעכענען מיטן ציבור, קענען די מנהיגים טון וואס זיי ווילן.

להערת אגב, די אלע אינסטיטוציעס וואס עקזיסטירן היינט, כל זמן זיי פארלאנגען דאס מינדעסטע תנאים פון די עלטערן,האבן מיר נאך בכלל נישט מקיים געווען תקנת ר' יושע בן גמלא. און איך זע נישט וויאזוי דער ציבור קען זיך ארויסדרייען פון דעם חיוב און זאגן שלום עלי נפשי איך שיק מיינע קינדער אין א פריוואטע אינסטוטיציע וזהו. עס גייט נישט אזוי. עס איז דא א חיוב אויף בני העיר און יעדער איז מחויב צוזען אז יעדעס קינד זאל האבן וואו צו לערנען.


שרייבסט דאך אליין פ"וו זיי האבן נישט א רעכט צו מאכן די סארט גזירות. זענען זיי עפעס ערוועלטע פארשטייער? זיי זענען פאלנער משתלטים על הציבור.

שמעקעדיג » דאנערשטאג מאי 23, 2013 4:39 pm

· #117347
כאיחוד ועוד, זיי זענען נישט ערוועלטע מענטשן וועלכן מיר האבן אויסגעקליבן אלס אונזערע פארטרעטער און פארזארגער.
איך האב עס געשריבן אין אן אנדערן אשכול, ווי פאלגענד:

שמעקעדיג
דער חילוק איז, איך קוק אן די מוסדות אלס א שליח פון די עלטערן, אן אונזערע קינדער קענען זיי אלע גיין בארן קלאפן! זיי דארפן אונז מער ווי אונז זיי, אין מלך בלא עם;
משא"כ דו (און מאנכע אנדערע) קוקן אן די זאך פארקערט, כאילו ס'איז דא עפעס א באלעבוס, א קאמפאני, און מיר עלטערן דארפן קומען זיך בעטן כעני בפתח אז זיי זאלן אונז טאן די טובה און אריינלאזן אונזערע קינדער.

יידל » דאנערשטאג מאי 23, 2013 6:15 pm

· #117383
אפנים איך בין געווארן דער פארטרעטער פון פאפא...
דאס האט מען געגעבן די וואך פאר די מיידלעך פון פאפא בארא פארק.
(דאס האט מיר א דריטער געשיקט אויף צו פאוסטן.)
📎 Pupa.JPG

לעמיל » דאנערשטאג מאי 23, 2013 6:18 pm

· #117385
פאפא על הגובה
זעיט אויס אז פאר יעדע צעטיל וואס מ'שיקט אהיים קומען צו מער קינדער

קאווע טרינקער » דאנערשטאג מאי 23, 2013 7:15 pm

· #117405
מיט בית יעקב אלו המיידלעך גייען זיי בלשון רכה.

בד"וו פארוואס איז פאפא מוסדות אין בארא פארק נאר א "סניף"?

דעת תורה » דאנערשטאג מאי 23, 2013 7:38 pm

· #117416
אויב איז דא א סיבה און א תועלת אין דעם שמריה ראזענבערג, איז עס מסתמא יעצט ווען ער האט אויפגעפיקט די פאפא בריוון. פון דארט איז א שפאן צו די אלגעמיינע צייטונגען, און אפשר וועלן די אינסטאנצן זיך ארויפכאפן דערויף.

און פון דא איז אויך א מוסר השכל ווי ווייט מען דארף נזהר זיין ווען מען פאוסט עפעס וואס קען גורם זיין שאדן פאר א איד.

יידל » דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:38 pm

· #117435
פון דא איז א מוסר השכל ווי ווייט מען דארף זיין נזהר ווען מען שיקט אהיים עפעס וואס קען גורם זיין שאדן.

דעת תורה » דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:50 pm

· #117439
ווייל נאכדעם קען קומען א אומפאראנטווארטליכער ייד און עס פארעפנטליכן.

---

ווי געשריבן, ביי די ספעציפישע צעטל איז עס גראדע נישט אזא שלעכטע זאך. איך רעד בכלליות.

יידל » דאנערשטאג מאי 23, 2013 9:14 pm

· #117444
איך האב פארשטאנען. כ'האב נאר מעיר געווען אז די וואס מאכן די חומר וועלכע אנדערע וועלן ארויפלייגן אנליין האבן אויך אן אחריות, לכה"פ די זעלבע אחריות ווי די וואס לייגן עס ארויף.

דענקער » פרייטאג מאי 24, 2013 1:54 am

· #117533
עס איז גארנישט אזוי טעראריסטיש די מערכה.
גאט ברוך הוא פרובירט מיט שיינעם אויך.
📎 IMG-20130523-WA0068.jpg

שמעקעדיג » פרייטאג מאי 24, 2013 9:38 am

· #117570
מיין פרנסה איז דערווייל נישט פארמערט געווארן.
וועמענס יא?

קאווע טרינקער » פרייטאג מאי 24, 2013 9:40 am

· #117571
דענקער
עס איז גארנישט אזוי טעראריסטיש די מערכה.
גאט ברוך הוא פרובירט מיט שיינעם אויך.

פתקא משמיא? ווער האט דאס באקומען? Wow

יידל » פרייטאג מאי 24, 2013 10:09 am

· #117586
שמעקעדיג
מיין פרנסה איז דערווייל נישט פארמערט געווארן.
וועמענס יא?

דו ווייסט דאך נישט וויפיל פרנסה דו וואלסט ווען פארלוירן, ווען נישט די פילטער.

שמעקעדיג » פרייטאג מאי 24, 2013 10:26 am

· #117593
יידל, 😛 😉

געפילטע פיש » פרייטאג מאי 24, 2013 10:41 am

· #117594
שמעקעדיג
מיין פרנסה איז דערווייל נישט פארמערט געווארן.
וועמענס יא?

שטעל דיך פאר ווען דו לייגסט נישט קיין פילטער ווי שלעכט ס'וואלט געווען...


___________

אופס! כבר קדמני יידל, נישט באמערקט.

קאווע טרינקער » פרייטאג מאי 24, 2013 10:58 am

· #117600
יידל
שמעקעדיג
מיין פרנסה איז דערווייל נישט פארמערט געווארן.
וועמענס יא?

דו ווייסט דאך נישט וויפיל פרנסה דו וואלסט ווען פארלוירן, ווען נישט די פילטער.

יא, ריכטיג. א פילטער היט פון העקערס.

שמעקעדיג » פרייטאג מאי 24, 2013 11:21 am

· #117610
אזויפיל ווייסעך יא. אויב לייג איך א פילטער אויף קאווע שטיבל, וועט מיין פרנסה זיכער בעסער ווערן. בדוק מנוסה!

ידען » פרייטאג מאי 24, 2013 11:37 am

· #117617
שמעקעדיג
אזויפיל ווייסעך יא. אויב לייג איך א פילטער אויף קאווע שטיבל, וועט מיין פרנסה זיכער בעסער ווערן. בדוק מנוסה!

נישט מיין זשאב

שמעקעדיג » פרייטאג מאי 24, 2013 11:41 am

· #117622
וואסי? כעל פארלירן לייקס?

אביגדור » פרייטאג מאי 24, 2013 12:58 pm

· #117651
.

לעיקוואד » מאנטאג מאי 27, 2013 4:37 pm

· #118583


קרדיט: בעוש"ח.

קאווע טרינקער » מאנטאג מאי 27, 2013 4:39 pm

· #118585
זייט ווען איז דער "עובר לפני התיבה" א "שליח ציבור"?
ער איז נישט מוצא קיינעם, ער איז פשוט דער שלאק-שמש אויסצושרייען די סוף פסוק פון יעדע קאפיטל.
ע"כ נראה להלכה, שלא כדעת הגבאים.

שמעקעדיג » מאנטאג מאי 27, 2013 6:13 pm

· #118612
וואס פאסירט טאמער גייט ער יא צו? ווערן אלע תפלות צוריקגעווארפן? אויך דעם רבינ'ס הייליגע קוויטל בקשות ווער נישט מקובל? אוי ואבוי.

זר זהב » דינסטאג מאי 28, 2013 11:44 am

· #118816
photo-4-470x626.jpg

דייטל » דאנערשטאג יוני 13, 2013 12:57 am

· #124550
איינער האט געשריבן וועגן שקר אז ס'איז נישט אסור נאר ביי ממון אדער ביי בית דין.
מדאורייתא איז טאקע אזוי און וועגן דעם איז טאקע מותר לשנות מפני השלום ולאו דוקא מפני השלום נאר ביי יעדע שטארקע צורך [ווער ווייסט דען נישט אז פאר חינוך זאגט מען ליגנט... און פאר הכנסת כלה פסק'נט שוין הלל כלה נאה וחסודה, אזוי אויך ביי די ג' דברים והדברים פשוטים וברורים כשמלה] , אבער עיין בשערי תשובה לרבינו יונה אז מדברי קבלה איז יא דא א איסור, קוק אריין דארט ער טיילט עס איין אין עטליכע קאטעגאריעס, ווי כת שקרנים מהד' כתות שאינם מקבלים פני השכינה. עיי"ש.

דאס וואס לעיקוואד יר"ה ברענגט אראפ פון באבוב'ע שול וועגן דאוונען פארן עמוד, איז נאך בחסד, סוכ"ס שטייט דאך אין שו"ע אז א ש"ץ דארף זיין א מיוחד.
אבער אין סקולענע שול אין באראפארק הענגט א צעטל אז אפילו א עליה טאר ער נישט באקומען, דאס פארשטיי איך שוין נישט, כאילו צו באקומען אן עליה דארף מען זיין א גברא רבא צי וואס, בשעת וואס אין רפב איז מבואר ברמ"א אז מ'מעג אויפרופן א עם הארץ א עושר אפילו פאר א תלמיד חכם און אדרבה דאס איז אן ענין פון כבוד התורה אז מ'רופט אויס א נכבד צי אן עושר, והתורה מתכבד באנשים גדולים. אזוי אויך א ממזר שטייט גיבט מען עליות און מ'זאל אים נישט ליינען פרשת לא יבוא ממזר שלא לביישו... איי ווי נעמט מען די אמאליגע פוסקים מיט אביסל אהבת ישראל?

@ברסלבר
דוכט זיך אז אדמו"ר מיינט צו זאגן אז בכתב זאגט א מענטש נישט ליגנט. האב איך רעכט?

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יוני 13, 2013 1:06 am

· #124556
דייטל, וואו קומט דא אריין שלחן ערוך?
סקולענע בית המדרש געהערט פאר א יחיד, ס'איז זיין דיינונג רום, ער האט אלע רעכטען צו מאכן וועלעכע תקנה ער וויל.
ער מוז נישט געבען פאר א כהן די ערשטע עליה.

געפילטע פיש » דאנערשטאג יוני 13, 2013 1:24 am

· #124563
וואס וועט זיין די הלכה מיט א בעל ברית וואס האט אינטערנעט? איז די הלכה פון נישט געבן קיין עליה דוחה די חיוב וואס ער האט עולה צו זיין? אדער אפשר וויבאלד אליהו זל"ט קומט אויפן ברית און איז מכפר אלע עבירות ווערט די עבירה פון אינטערנעט אויך מכופר? יש לדון, איך זוך א וואלענטיר זאל עס גיין פרעגן ביים דיין.

משה געציל » דאנערשטאג יוני 13, 2013 1:28 am

· #124565
שאלה גדולה שאלת, אבל מקודם יש לדון האם אליהו הנביא זל"ט בא בכלל לברית שנמצא שם מישהו בכלים לא טהורים, ואפשר דיש לדמותו להא דברית מילה דוחה צרעת, ודו"ק.

נולד מאוחר » דאנערשטאג יוני 13, 2013 1:54 am

· #124571
וואס איז עס אנדערש פון טובל ושרץ בידו.

אביגדור » דאנערשטאג יוני 13, 2013 2:00 am

· #124572
א נקודה.

לעיקוואד » דאנערשטאג יוני 13, 2013 6:06 am

· #124584
קאווע טרינקער
דייטל, וואו קומט דא אריין שלחן ערוך?
סקולענע בית המדרש געהערט פאר א יחיד, ס'איז זיין דיינונג רום, ער האט אלע רעכטען צו מאכן וועלעכע תקנה ער וויל.
ער מוז נישט געבען פאר א כהן די ערשטע עליה.

ער מעג אפילו מאכן א תקנה אז ווער עס קומט אריין האט ער די רעכט אראפצוהאקען זיין קאפ אויב גייט ער א זעקס פארט קאפל, אבער אויב טוט ער אזוי איז ער א פשוטער רוצח. די זעלבע איז לגבי מבזה זיין מענטשען אדער מאכען אזעלכע תקנות.


למעשה, איז דערווייל נישטא וואס זיך צו זארגען ווייל אויף וויפיל איך ווייס זענען די אלע צעטלעך דאמירן בעלמא, אפילו דער וואס שרייבט זיי מיינט נישט ערנסט. אדרבה, פראבירט נאר גייט אריין אין באבוער סקולענער אדער וועלכער שול מיט א גרויסע סמארטפון ארויזסשטעקענדיג פון טאש און זעה אויב ס'פאלט אפילו איין פאר איינער נישט צו געבן או עליה אדער לאזן זיין בעל תפלה. איך מיין אז קיינער מיינט נישט ערנסט די צעטל איז סתם אזא נוסח להפחיד את הילדים.

לעיקוואד » דאנערשטאג יוני 13, 2013 6:54 am

· #124586
א פרישע גאונות. ווער עס איז מצליח מיטצוהאלטען מיט די גאנצער פשעטל מוז זיין ער האט שוין דורכגעלערנט לפחות אפאר הונדרעט בלאט פסקי תשובות און ווייסט אז אא"ז מביאלא זצ"ל האט געהאלטן כשיטת הט"ז ולחומרא מחמיר געווען אויף ביידע מאל.

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 13, 2013 8:20 am

· #124590
לעיקוואד
למעשה, איז דערווייל נישטא וואס זיך צו זארגען ווייל אויף וויפיל איך ווייס זענען די אלע צעטלעך דאמירן בעלמא, אפילו דער וואס שרייבט זיי מיינט נישט ערנסט. אדרבה, פראבירט נאר גייט אריין אין באבוער סקולענער אדער וועלכער שול מיט א גרויסע סמארטפון ארויזסשטעקענדיג פון טאש און זעה אויב ס'פאלט אפילו איין פאר איינער נישט צו געבן או עליה אדער לאזן זיין בעל תפלה. איך מיין אז קיינער מיינט נישט ערנסט די צעטל איז סתם אזא נוסח להפחיד את הילדים.

עובדא ידענא אז יונגערמאן איז געווען אין א ביהמ"ד מיט עפעס א סמארטפאון, איז געקומען א צווייטער צודרייטער, און עס פשוט ארויסגעכאפט פון זיינע הענט, און אנגעהויבן שרייען "וועלכע פילטער האט עס"?
רעד וועגן להפחיד הילדים.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יוני 13, 2013 9:20 am

· #124599
איך פארשטיי נישט אזוי קלאר די פסק פון פסקי תשובות.
אויב שאפט דער מענטש א "חציצה בין הדבקים", איז דאך דאס א פראבלעם אפילו ווען ס'דא מער ווי א מנין מצומצם, אויב שטייט ער צווישן דר'עולם, איז ס'איז נישטא מנין אויף יעדע זייט באזונדער.

געפילטע פיש » דאנערשטאג יוני 13, 2013 10:17 am

· #124605
די פיקחות וואס שפראצט ארויס פון די תשובות איז עפעס מוראדיג, איך הויב שוין אן ציטערן אז אפשר על כל הכלל כולו יצא חלילה. ווי קומט עס צו ערוואקסענע מענטשען זיך אזוי צו באנארישן?
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9