☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אינטערנעט און אידישקייט » איבער 50 פראצענט חרדים אין א״י האבן סמארט פאונס!

איבער 50 פראצענט חרדים אין א״י האבן סמארט פאונס!

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14979

פלאנטעליי » פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 6:11 am

· #487777
איבער 50 פראצענט חרדים אין א״י האבן סמארט פאונס!
די טעלעפאן מיניסטער פון מדינת ישראל, ביי א צאמקום אפאר וואכן צוריק, קלערט אויף די רבנים אז דער עולם האט אינטערנעט.

"די חרדים האבן צוויי טעלעפאנען, א כשר'ע און א נישט כשר'ע. לויט אונזערע ציפערן זענען ווייניגסטענס 50% פון די חרדים אנליין. אויב ווילט איר זיך באגראבן די קעפ אין זאמד [ווי א בת היענה] איז דאס בסדר, אבער דאס זענען די ציפערן, דאס זענען די פאקטן, מ'קען עס נישט לייקענען. אויב ווילט איר צו דעם טרעפן א לעזונג איז נישט קיין פראבלעם."


איז אין אמעריקע העכער די פראצענט?
אין וואס גייען די רבנים טוהן?

📎 IMG_6270.jpg

היסטאריע » פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 7:55 am

· #487780
איך פארשטיי נישט, דער מיניסטער וויל א לעזונג אז הונדרעט פראצענט זאל האבן? איז פארוואס רעדט ער צו די רבנים?

פערינא » פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 8:00 am

· #487781
ער וויל זיין גוטע אגענדע טאקע, אבער ער איז א Snitch

פלאנטעליי » פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 9:17 am

· #487783
Re: איבער 50 פראצענט חרדים אין א״י האבן סמארט פאונס!
Here is the video

<a class="postlink" href="https://drive.google.com/file/d/1tHw-teX4iiMTvYQnlGZFmIY0ucdUhN1S/view?usp=sharing">https://drive.google.com/file/d/1tHw-te ... sp=sharing</a>


Sent from my iPad using Tapatalk

אונטער חכם » פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 10:39 am

· #487790
Re: איבער 50 פראצענט חרדים אין א״י האבן סמארט פאונס!
ער זאגט נישט אז פופציג פראצענט האבן סמארטפאונס, נאר אז פופציג פראצענט זענען אנליין, איך כאפ נישט די חידוש דא בכלל, ביי מיר איז נאר א חידוש אַז פופציג פראצענט זענען נישט אנליין.
אין אמעריקע איז מסתמא איבער אכציג פראצענט אנליין.