☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אינטערנעט און אידישקייט » טעראר מיטלען אינעם אינטערנעט מערכה

טעראר מיטלען אינעם אינטערנעט מערכה

403 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2348
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9

נהורא נפישא » זונטאג סעפטעמבער 1, 2013 4:57 pm

· #147092
קופערניקעס איך בין נישט איינשטימיג מיט דיר אז הרב שטיינמאן שליט"א קען קלאסאפיצירט ווערן אלטץ נארמאל ער שטופט דעם נישט פראגמאטישן און מסוכנדיגע אנטי-תורה אידילאגיע פון אוועקמאכן דעם טוב תורה עם דרך ארץ און איז שרעקליך עקסטרעם אינעם באגריף פון ביטול תורה וואס איז דרך אגב שטארק אויפגעבלאזן געווארן נאך בזמן הגר"א און מיט דעם פירט ער דעם גאנצן ישוב אין באד אריין
יא ! ענוותנותיה דרב שטיינמאן מאכט חרוב און וועט חרוב מאכן אידישקייט.

לעיקוואד » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 12:29 pm

· #150189
לויט א באריכט פון טלי פרקש אין ynet האבען די רוצחים און מאלעסטער פון וועדת הרבני לעניני תקשורת געבלאקט די מעגכליכקייט צו קלינגען די נומערן פון ער"ן וואס דאס איז א סאיסייד האטליין און די האטליין פון די 'מרכז סיוע לפגעי תקיפה מינית', ווי מען קען אריינקלינגען אז מען ווערט סעקסואל אטאקירט.

לעיקוואד » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 7:23 am

· #153642
חיים שאולזון איז מפרסם רשימות פון די גערע וועד הממונה על הטעראר ווי מען האלט חשבון אויף יעדער איינער פונקטליך אויב האט ער א קאמפיטער און אויב האט ער אינטערנעט וכו' דאס איז א דוגמא פון אזא צעטל
ווי גייט נאר סאשי פיש'ס חתימה?

קלוג און יונג » פרייטאג אפריל 4, 2014 1:39 pm

· #194696
אויפטרעף: די מסור קעצי פראגראם!
האפענטליך וועט איראן נישט פיילען א copyright law suit
📎 IMG-20140404-WA0013.jpg

טיטאניק » זונטאג אפריל 6, 2014 8:40 am

· #194839
איינער ווייסט ווער דאס איז?
ווער שטייט אינטער דעם למען השם????????

איש עברי » זונטאג אפריל 6, 2014 9:00 am

· #194841
איז דאס געזעצליך? טאמער נישט ווער טראגט זיך אן עס אריינצוגעבן צו די אינסטאנצן?

טיטאניק » זונטאג אפריל 6, 2014 9:12 am

· #194843
קלאר אז נישט
דער האט א הלכה פון א רודף עס איז א מצוה צי מסרן אזאן איינעם אבער גאר שנעל

איש עברי » זונטאג אפריל 6, 2014 9:14 am

· #194844
קען מען עס אריינשיקן אנאנים צו די פאליציי?

בעל הבית » זונטאג אפריל 6, 2014 9:20 am

· #194845
פארוואס רופסטו עם רודף,? א בחור א בן ישיבה טאר נישט האבן א טריפנה טעלאפוין, ווען ער דרייט זיך מיט א שמוציגע מעגאזין וואלסטו זיכער יא געהאלטן עס מ'מעג איבערגעבען פאר זיין הנהלת הישיבה, אויב אזוי וואס איז א סעלפוין אנדרזש?

איש עברי » זונטאג אפריל 6, 2014 9:27 am

· #194846
דעת בעל הבית

טיטאניק » זונטאג אפריל 6, 2014 9:41 am

· #194850
זאל ער אפילו האבען אפילו א טריפהנעם מאגאזין!
סאיז נישט דיין ביזנעס!!!!!!
זאג, ווילסט אז איך זאל מסרן דיין ווייב ווען איך זע דיר טין עפעס?
און ווער זאגט אז די סמראט פאון האט נישט קיין פילטער?
ווער זאגט אז ער איז חולה סעקס ווי די עסקנים?
און אויב יא, וואס איז דאס דיין געשעפט?

לאמיר פארשטייין, וואס גייסטי אויפטיען מיטען מסרן פאר זיין ראש ישיבה?
איין זאך, ער גייט פליען פון ישיבה אויפען פלאץ, אפגערעעדט פון א נארמאלייער שידוך, און מער קיין טשענס וועט ער נישט האבען און אזוי האט מען אימגעברענגט נאך א נפש! און פשוט ווייל אין איין בין הזמנים האט זיך עם פארגליסט צי זען וואס איז שוין דער "געפערליכער סמארט פאון" (וואס אלע רבנים רעדען דערפין טאג אין נאכט, מן הסתם איז עס גאר אינטערסאנט ווייל זיי האקען אויף אלע גיטע זאכען!) און פאר דעם איינמאל פון טראגען א סעל פאון קימט עם שוין מיתה פארען לעבען??? ביסטי פון זינען אראפ?

וואס? די פאלסט נישט אדארעך אמאל? ווייל ער איז א בחור מעג ער נישט טועם זיין טעם חטא? נאר א יונגערמאן מעג פארען קיין וועגעס אדער קיין אמאן?
ווער האט באשלאסען אז א בחור איז ווי א מאנקי איינגעשפארט אין א שטייג, און א יוגנערמאן מעג לאכען מיט זיין סעקערטארעשע כאטש זי איז א אשת איש?
ווילסט אז יעדע מאל וואס די לאכסט ארים מיט א ווארק-מעיד זאל מען דאס מעלדען דיין ווייב? אדער ווען אימער די קריכסט אויף נישט אויסגעהאלטענע סייטס זאל מען דאס מעלדען דיין אלטע טאטע אדער שווער? ווילסט אז יעדעס מאל וואס די קיקסט אויף א פרוי אין גאס זאל מען כאפען א בילד דערפין און עס הענגען אין שיל?

אוואדי טאר דער בחור נישט האבען א סעל, אבער אויב ער מעג נישט מעגסטי פינקט אזוי נישט, ער איז א דער זעלבער איד\מענטש ווי די אפילו ער האט נאך נישט קיין טלית און א ווייב

בכלל פארשטיי איך נישט
דער מאלעסטאר מעג מען נישט מסרן! ממש א נייע עשרת הדיברות, יעדער מנובל מעג טין וואס ער וויל מיט נפשות טהורות מישראל,
אבער דער בחור'ל וואס זיין מאמע האט עם געגעבען א סעלפאון כדי צי קענען האבען קאנטעקט מיט עםפ ווי ער געפינט זיך, אה אזאן בחור קימט זיך ד' מיתות בית דין! טאקע א פארברעך

העלא, קיפ יא אן ביזנעס, לאז זיינע עלטערען עם מחנך זיין, קיק אריין אין דייין טעלער, פארעכט דיר אליינס, קיק וויינגער אויף פרויען, דאווען ערליכער, און לאז יעדעם לעבען
געדענק, די מציאות ווייזט אז די אלע וואס זענען "גאט פארזארגערס" און זענען ביזי צי העלפען גאט צי פירען זיין וועלט, די אלע זענען די גרעסטע מושחתים ומנובלים, נישטא ערגער פון דעם, זייער גילטי פילינג פון אלע זייערע עבירות וואס זיי האבען געטין קיצעלט זיי יומם ולילה און דאס שטיפט זיי זיך צי קרוינען אלץ גאטס פאליציי און מיטען רוידעפען אנדערע שטילען זיי זייער גיעלטי פילינג
ממש ווי דער הלבערשטאם פון די עצרת היודוע ליודעי חן

לאז יעדעם טין וואס ער וויל, די טיסט דאך אויך וואס די ווילסט, ווען די טיסט די עבירות וואס "דיר שמעקט" צי טין ווילסטי אויך נישט אז איך זאל דיר זאגען "העי שגץ!"
גיי פיקס דיר און נאכאמאל דיר און לאז יעדעם לעבען

עפל סיידער » זונטאג אפריל 6, 2014 6:31 pm

· #194938
איך האב געליינט אין די יוגנט יארען, אז בימי @טיטאניק איז געווען שווערע קאמפ'ן צווישען די ערליכע גדולי ישראל און די כת ה'מענדלזאהן ותלמידיו איבער פארשידענע יודישקייט נושאים,
ייש''כ @טיטאניק פאר'ן אראפברענגען איין צד פון יענע תקופה.

עפל סיידער » זונטאג אפריל 6, 2014 6:59 pm

· #194943
לדעת רימט אויס די אינטערנעמונג @טיטאניק גיי מאך ארדענונג פון די חברה.

פאלשע פיש » פרייטאג מאי 16, 2014 7:34 pm

· #200871
איך וויל מיטהאלטן ווי משה יוסל הירש צו יואל שטויבער גייט צו צו איינע פון די אלט געזעסענע ״קינגס טערעס״ אידן (אנע נעמען..) און פארלאנגט צו זעען די סמארט פאון זיכער מאכן אז ס׳איז כשר...

שמעקעדיג » זונטאג מאי 18, 2014 2:47 am

· #200889
דא רעדט מען נישט פון כשר, מען רעדט דווקא משומר. סטריקטלי ביזנעס.

עפל סיידער » זונטאג מאי 18, 2014 3:26 pm

· #200943
מען צילט אויף אייפאון'ס
📎 יורים-עם-חץ-וקשת-בסמארטפונים-מירון-לג-בעומר-תשעד26.jpg📎 יורים-עם-חץ-וקשת-בסמארטפונים-מירון-לג-בעומר-תשעד27.jpg

פישלע העררינג » זונטאג מאי 18, 2014 5:34 pm

· #200961
.

עפל סיידער » זונטאג מאי 18, 2014 5:38 pm

· #200962
פישעלע אין אר''י איז נאכנישט אזוי נהוג די אייפאון'ס ווי דאהי, עס איז נאך דא דארטען א היבשער קריג קעגן זיך דרייען בגלוי מיט די טאטע כלים.

טיטאניק » זונטאג מאי 18, 2014 5:49 pm

· #200963
🙄 🙄 🙄
מארגען גייען די קינדער זיך אויפרייסען מיט זעלבסטמאָרד וועסטלעך נעבען די טאטעס וואס האבען אייפאן'ס?

פישלע העררינג » זונטאג מאי 18, 2014 5:53 pm

· #200964
עפל סיידער
פישעלע אין אר''י איז נאכנישט אזוי נהוג די אייפאון'ס ווי דאהי, עס איז נאך דא דארטען א היבשער קריג קעגן זיך דרייען בגלוי מיט די טאטע כלים.

א נעכטיגע טאג.

שרייבער » זונטאג מאי 18, 2014 6:13 pm

· #200966
פישל'ע העררינג
עפל סיידער
פישעלע אין אר''י איז נאכנישט אזוי נהוג די אייפאון'ס ווי דאהי, עס איז נאך דא דארטען א היבשער קריג קעגן זיך דרייען בגלוי מיט די טאטע כלים.

א נעכטיגע טאג.

אלעס אמעריקאנער.....
וכבר אמרו, מקום יש בכיס לשני פלפונים

פארוואס? » זונטאג מאי 18, 2014 9:29 pm

· #200978
שרייבער
פישל'ע העררינג
עפל סיידער
פישעלע אין אר''י איז נאכנישט אזוי נהוג די אייפאון'ס ווי דאהי, עס איז נאך דא דארטען א היבשער קריג קעגן זיך דרייען בגלוי מיט די טאטע כלים.

א נעכטיגע טאג.

אלעס אמעריקאנער.....
וכבר אמרו, מקום יש בכיס לשני פלפונים

אחד כנגד למען ישמעו ואחד כנגד למען ייראו

פלעין יודיש » מאנטאג מאי 19, 2014 8:55 am

· #201023
עפל סיידער
📎 יורים-עם-חץ-וקשת-בסמארטפונים-מירון-לג-בעומר-תשעד26.jpg📎 יורים-עם-חץ-וקשת-בסמארטפונים-מירון-לג-בעומר-תשעד27.jpg

דער וואס צילט גיט, גייט אריין אין א גורל צו געווינען א אייפון...

עפל סיידער » דינסטאג מאי 20, 2014 11:23 am

· #201288
אין טברי' האט א רב אריינגעווארפען פילע טייערע אייפאונ'ס אין פייער פון די הדלקת ל''ג בעומר.
📎 5xdlrkq5__w400q90.jpeg 📎 00plxo3d__w400q90.jpeg

עפל סיידער » דינסטאג מאי 20, 2014 1:53 pm

· #201336
איינער וואס האט געמאכט א שמחה אין ביהמ"ד און גערעדט אויפען פאון האט דאס באקריגען באגלייט בברכת מזל טוב📎 נגד פלאפון.jpg


אתמול (שני) בבוקר חגגו שמחה....
אלא שלפני הברית, כאשר התפלל תפילת שחרית בבית כנסת ליטאי בשכונת רמות, ....... אברך ניגש אליו עם תום התפילה, מסר לו פתק – וברח.

אבי, מה קרה?

"כנראה שהוא הבחין בי מציץ במכשיר הטלפון בשעת התפילה".

ואיך ידע לאחל לך מזל טוב?

"לפני תחנון סימנתי לחזן, וגם קיבלתי עליה".

וכך כתב ...... בדף הפייסבוק שלו:

"תמיד קראתי על מקבלי הפתקים מאברכים אנונימיים. אמש, התגלגלתי בטעות לבית כנסת ליטאי וזכיתי אף אני לפתקא טבא. האברך החמוד לא שכח להוסיף לי ברכת מזל״ט לרגל השמחה. החידוש המפתיע בעיניי הוא דווקא האיסור גם על מכשיר כשר.

נ.ב. אם יש כאן ליטאים אשמח לדעת האם הוא התכוון להעליב אותי בכינוי 'אדון' ובכמה דרגות זה מתחת ר׳ איד".

עפל סיידער » פרייטאג מאי 23, 2014 3:33 am

· #202005
א ספעציעלער הלכה ספר ערשינען אויפען אינטערנעט באנוץ, און קעגן אומגעפילטערטע נעט.📎 דרך-האתרים-195x110.jpeg

שמעקעדיג » דינסטאג אקטאבער 7, 2014 12:16 pm

· #227971
אן ארטיקל אין "דער איד" לעצטע וואך, פארציילט איבער א נייעם שטאפל פון אומדערהערטע טעראר, וועלכע גייט זיך גרינדן אין שטאט "בית שמש".

עס איז פארגעקומען א קאאליציע פון יעדע איינציגע מוסד אין שטאט, וואס יחד כולם הודו ואמרו אז מען גייט זיך צושטעלן צו דעם נייעם טעראר פראגראם, דהיינו בלויז די עלטערן וועלכע זענען אנגעשלאסן אינעם פראגראם פון פארמאגן א תעודת "חבר", קענען זייערע קינדער ווערן אקצעפטירט אין די מוסדות, אזוי אז אויב די מוסדות פארשיקן איינעמ'ס קינדער וועט ער נישט קענען שיקן אין קיין שום אנדערע מוסד, זיי וועלן זיין געצווינגען צו פארבלייבן אינדערהיים ווי א צרוע מחוץ למחנה.

וואס איז דאס דער תעודת "חבר"? דער וועד איז ענליך צו די 'וועד האישור' פון מאנסי, א שטאב פון טעכניקער און עסקנים וועלן ארויסשיקן אפליקאציעס פאר יעדן איינציגן ראש המשפחה אין שטאט, וועלכע וועלן דארפן פולשטענדיג אויספילן אלע פראגעס פונעם פראגע בויגן. די הייליגע עסקנים וועלן אדורכגיין בכובד ראש יעדע אפליקאציע, און זיכער מאכן אז די שטאט איז ריין פון די טעכנאלאגישע איבלען.

די פאנטש ליין? יעדער 'חבר' שרייבט אונטער א דיסקלעימער, אז ער איז מסכים בכל עת מצוא מעג סיי וועלכער עסקן צוגיין צו אים און פארלאנגען זיין טעלעפאן, און מען וועט עס זאפארט איבערגעבן און לאזן אלעס אדורכקוקן!!!

עס האט מיר גענומען א גוטע 5 מינוט זיך צו רעקאווערן פון מיין שאק. דערנאך לייען איך ווייטער די אויספיר פונעם ארטיקל. נישט מער און נישט ווייניגער, אז דער גאנצער עולם האט זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ (!) פון גרויס שמחה אז די שטאט וועט בלייבן הייליג און אפגעהיטן, און דאן איז יעדער אהיים מיט "געהויבענע געפילן".

איר הערט רבותי וואס דא טוט זיך?? טאטע אין הימל, לאן הגענו!!!

פישלע העררינג » דינסטאג אקטאבער 7, 2014 12:59 pm

· #227988
.

berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 7, 2014 1:04 pm

· #227991
שמעקעדיג: ייש"כ פאר ברענגען דעם דערפרייענדן באריכט פון "דער איד". נאר, לפענ"ד, אויב מ'וועט פארשיקן די קינדער פון די היימישע מוסדות פאר אזעלכע שטותים. און מיט א זא טעראר, וועלן זיי גיין אין חינוך עצמאי מוסדות פון די אגודה, אדער. נאך ערגער אין די ממלכתי-דתי פון די מזרחי...!

לא להנאת גופי » זונטאג דעצעמבער 7, 2014 8:39 pm

· #239349
אין תולדות אהרון איז דא א גרופע אינגעלייט וואס באזוכען יעדען טאג אין הייזער, בודק צו זיין צו ס'איז דא א קאמפיוטער, כ'האב עס געהערט פון א נאמן פון דער קהלה, [טאמיר איינער ווייסט אז ס'איז שטיות זאל ער פארציילען, און כ'הער אז אין גער איז נאך ערגער]. ומעשה שהיה, אפאר וואכ'ען צירוק בעת זיי האבן בודק געווען ביי איינעם אינדערהיים האבן זיי באמערקט אין בעדרום א פראדאקט וואס פאסט נישט פאר א היימיש'ע איד, [טראכט אליין], און כ'ווייס נישט די פרטים, כ'ווייס נאר אז די קאפל איז יעצט סעפערעטיד. די עולם העט מסתמא מיינען אז איך חלום, אדרבה פרעגט'ס ענק נאך ביי עעני ארה'לע, כ'בין נייגעריג צו ס'איז אמת, כ'האב עס געהערט מוט א נאמען [וואס כמובן קען איך נישט שרייבען]. ניתא פאקטן וניחזי!

דריידל » זונטאג דעצעמבער 7, 2014 10:32 pm

· #239410
די רעאקציע דארף זיין אז מ'זאל צאמשטעלן א דאטע בעיס פון שמוץ וואס מ'ווייסט איבער משפחת אדמורי"ם וראשי המוסדות. גלייבטס מיר אז ס'איז דא געניג אין נאך. אויב נישט ביים רבין'ס זון דאן ביי זיין אייניקעל אדער ביי אן אנדערע קנאקער אין וועד החינוך. והיה, אויב וועט זיך איינער דערוואגן אנצוגיין מיט די שגץ שטיק און טערעראזירן די מענטשהייט, וועט מען אפיר נעמען די ווארע און מגלה זיין קלונו ברבים.

כפתור » זונטאג דעצעמבער 7, 2014 11:48 pm

· #239450
לא להנאת גופי
אין תולדות אהרון איז דא א גרופע אינגעלייט וואס באזוכען יעדען טאג אין הייזער!


נאך אביסל וועט מען מוזן אינטערשרייבן אז די מוסד מעג אריינשטעלן א ווידיא קאמערא און יעדע שטוב, זוכער צומאכן אז אלעס פירט זיך דארט על פי הלכה. (שטייצעך אז די טאטע וועט מוזן באצאלן פאר די סערוויס)

לא להנאת גופי » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 9:43 am

· #239520
איינער ווייסט מער וועגן די מעשה הנ''ל??
דער קעמרע געדאנק איז אייזן, איך האלט שטארק דערפון, האסט א אנונג וואסערע תיקון הדורות דאס וועט זיין? wow, what a life saver !! כפתור געב עס אריין, כ'זאג דיר ז'עלען שפרינגען פאר דער איידיע! אמ''ג כ'גיי ממש ווילד אויף דער איידיע, wow , ס'ממש געוואלדיג. just imagine it , ס'וועט טאקע זיין שווער פון אנהייב, מ'וועט דארפען גיין קודם בדרכי נועם בפה רך, מ'וועט מסביר זיין די עולם אז ס'איז גוט פאר גניבות, גויטעס, יוחד שאלות, א.א.וו. און אין אנהייב העט עס נאר זיין ביי עכטע תמימותדיגע, באט צוביסלעך קען מען עס מאכען פאר א נארמאלע 'ככל אשר יוריך' חיוב..
כפתור כ'האף נאר איין זאך, אז די רבנים קוקען נישט אויף קאווע שטובל.

ברסלבער » מאנטאג יאנואר 12, 2015 10:00 am

· #247522
ס'געפעלט מיר ווי די בני יואל האבן א 'שבת איד' וואס קריכט ארום ראשו ורובו אין אלע וועבזייטלעך און דעקט אויף ווער זענען די ניקים, און ער איז גאר דער וואס טוט אויף פאר אידישקייט...
פון די אנדערע זייט איז ווערט צו באגריסן זייער רעאליטיוו מענטשליכקייט. אנשטאט צו שיקן א צעטל גיי דיר לחיים ולשלום, פרובירן זיי צו ארבעטן אויף א נארמאלע וועג.

ברסלבער » מאנטאג יאנואר 12, 2015 10:07 am

· #247524
איך רעד אין פארגלייך צו די התנהגות פון אנדערע מוסדות.

שמעקעדיג » מאנטאג יאנואר 12, 2015 12:06 pm

· #247543
אין בני יואל איז "אחרי לבבכם" זו מינות א גרעסערע עבירה ווי "אחרי עיניכם" - (חוץ אפשר פון שובבי"ם וואס דאן האט דער רבי מער פארפירט אויף שמירת עינים...)

פישלע העררינג » מאנטאג יאנואר 12, 2015 12:29 pm

· #247546
.

berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 12, 2015 12:34 pm

· #247548
שמעקעדיג
אין בני יואל איז "אחרי לבבכם" זו מינות א גרעסערע עבירה ווי "אחרי עיניכם" - (חוץ אפשר פון שובבי"ם וואס דאן האט דער רבי מער פארפירט אויף שמירת עינים...)

שמעקעדיג: א היכי תמצא. וויאזוי קען א בני יואל מעמבער עובר זיין אויף ביידע איסורים (אחרי לבבכם ואחרי עיניכם) מיט איינמאל...? ...ווען ער קוקט ווען ר' אהרן גייט אין בית המדרש...!

berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 12, 2015 12:59 pm

· #247552
[ציטאט אראפגענומען]


אנאנים: איך האב דערהאלטן דעם פאלגנדן בריעף אין מיין דזשי-מעיל אינבאקס:

אל מע"כ ר' בערל בעל עגלה שליט"א: היות שנודע לנו ע"י אחד מעסקני הוועד למשמרת חומתינו שמע"כ מבקר בכל מיני מקומות באינטערנע"ט רח"ל. כגון מושב לצים אחד אשר מלא אפיקורסות וציונות שמלעיגין על דברי חכמינו שיחיו לאורך ימים ונשים, המכונה בשם קאווע שטיבל, רח"ל מהאי דעתא. וכבודו לא מתבייש לבקר שם לכה"פ תחת שם אחר. אלא בשמו המלא. וגם יש למע"כ פילטער של האנשים הרשעים, אנשי בליעל אנ"ש של אותו זקן ממרא בן אביו. שהם אינם הולכים בדר הסלולה לנו ע"י הרבנית הצדיקת כ"ק מרן אלטא פייגא שפירא/טייטלבוים זכותה יגון עלינו ועל כל ישמעאל, המכונה משומר. יותר נכון לקרותו בשם "משומד" רח"ל מהאי דעתא.

ע"כ באנו להזהירו שאם לא יתקן מעשיו תיכף ומיד. ולא יתקשר להאפיס של מוסדותינו הק' במוקדם האפשרי ע"י אי מעיל על הכתובת כדלהלן:...vaadmishmeres choimoisinee.org...אז נהיה מוכרחים לנקוט צעדים מרחיקי לכת נגד מעלת כבודו. ולא יבא בשום טענות ומענות נגדנו. אנו נהיה מוכרחים לשלוח הביתה את בניו ואת בנותיו ממוסדותינו הק' תיכף ומיד. המצפים לתשובה ממע"כ תרתי משמע...! הק' משה בר' יואל צוויבלשניידער: יו"ט ליפא ב"ר חיים משה קנעפלדרייער החונים פה בעירנו הקדשה קר"י יצ"ו...!

דריידל » מאנטאג יאנואר 12, 2015 1:35 pm

· #247562
ס'שטימט מיר עפעס נישט פארוואס ער זאל מפרסם זיין די צעטלעך. ווי ס'קוקט אויס, האנדעלט די מוסד גאנץ נארמאל. חוץ אויב ער האלט שוין אזוי ווייט אז ער איז גרייט צו דראפן אלעס, ווערן אן ארוני, און שיקן די קינדער אהין.

לא להנאת גופי » מאנטאג יאנואר 12, 2015 2:26 pm

· #247568
איין זאך כאפ איך נישט.
ע''כ תביעתינו למע'כ שיחפש לו איזה מורה דרך..

וואו איז געהערט געווארען אזא זאך? מורה דרך? דאס איז עפעס אש התורה?

איך וואלט דעם אינגערמאן געזאגז זייער קלאר:
ע''כ לא נשאר לנו ברירה אלא להזהרך, שאם ח''ו לא תשנה דיעותך הרעים ושיטות שלך המטורפים תיקף ומיד.. אז...


און אז מ'רעדט שוין, העי, וואו בין איך? פארוואס קען איך נישט גיין צום אזוי גערופענע 'מורה דרך'? וועלכע מורה דרך רעדט מען דא וועגן?? איך זיך עם שוין 20 יאר!? האסט א מורה דרך?? ווער? וואו איז ער?? און וואס גייסטו טון טאמיר די מורה דרך ווייסט אויך נישט וויאזוי צי ענטפערן דעם אינגערמאן?? דעמאלסט העסטו עם אפ לאזען? אדער ס'איז מער ווייניגער אזויווי איך האב געזאגט, נאר אויף א שיינעם אופן..
בקיצור: גיי צו א מורה דרך. און טויש שנעל דיינע שיטות...

איך אויך » מאנטאג יאנואר 12, 2015 2:41 pm

· #247571
וויפיל ווערט זייער 'אינטערנעט יר''ש עסקן' באצאלט ,און נעמען זיי אן אפליקאציעס?
אבער ווי אנדערע האבען שוין באמערקט האנדלן זיי רעלאטיוו נארמאל.

איש את רעהו » מאנטאג יאנואר 12, 2015 5:51 pm

· #247590
אין שמעקעסוויל גייט מען צולאזען קינדער פון משפחות וואס די עלטערן דרייען זיך/שרייבען אויף אייוועלט ?

שמעקעדיג » מאנטאג יאנואר 12, 2015 6:23 pm

· #247601
אויב קומען זיי אהין וואוינען..... ס'ארא שאלה? זיכער אזוי.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יאנואר 13, 2015 12:44 pm

· #247700
ברסלבער
ס'געפעלט מיר ווי די בני יואל האבן א 'שבת איד' וואס קריכט ארום ראשו ורובו אין אלע וועבזייטלעך און דעקט אויף ווער זענען די ניקים, און ער איז גאר דער וואס טוט אויף פאר אידישקייט...
פון די אנדערע זייט איז ווערט צו באגריסן זייער רעאליטיוו מענטשליכקייט. אנשטאט צו שיקן א צעטל גיי דיר לחיים ולשלום, פרובירן זיי צו ארבעטן אויף א נארמאלע וועג.

דו פארשטייסט דען נישט פארוואס?
ס'איז אומעטאום דער זעלבע. ווען מוסדות דארפען קינדער, זענען זיי צדיקים וואס נעמען אלעמען אריין. ווען זיי דארפען שוין נישט ווערען זיי רשעים און ווארפען ארויס. קיינער איז קיינמאל נישט געווען קיין צדיק. מ'טוט נאר פאר נגיעות. פערצופאל האט זיך דער נגיעות געטוישט, ותו לא מידי.

Kool man » מיטוואך יאנואר 14, 2015 12:49 pm

· #247878
דאן קוש צוזאמען יעדע גוי אויף די גאס, די גויים זענען דאך אזוי געשמאק, קיין ברעקעל פון די אלע סינדראמען וועסטו נישט טרעפען ביי זיי, קום אהער כ'על דיר שוין אהינגעבען מיין אפריקאנער דשעניטאר [וואס האט זיך לעצט געוואשען צוויי וואכען צוריק], 😎

לא להנאת גופי » מיטוואך יאנואר 14, 2015 1:16 pm

· #247886
אבער כ'בעט דיך שפיי נישט אויף מיר, איך בין אינגאנצען נישט שולדיג אז אפאר עסקנים האבן דיר געמאכט אויפגערעגט. טאמיר העסטו שפייען אויף מיר זאג איך דיר יעצט אז ס'קומט צירוק צוויי..

אגב, דער גאנצע 'בריוו' איז סך הכל א טריק פון עפעס א אויבער חכם וואס וויל נאר דערשרעקן אפאר קאווע שטיבל שרייבערס, און ס'איז ווינדערלעך ווי ס'האט אזוי פיין געארבעט. נישטא דא דאס מידנעסטע 'סעלף עסטים', די עולם ציטירט ווי ישיבה קטנה בחורים. די גרעסטע שרעק דא איז טאמיר מ'אנדעקט איינעם'ס עכטע נאמען. די עסקנים און כלל ישראל פארזארגער ארבעטען איבערמידלעך אינז צי כאפן, און אלס מער 'עטענשען' זיי באקומען, אלס מער ס'רייצט אן דאס אפעטיט.. מיר גראבן זיך דאס אייגענע גרוב!!
ס'האט א פנים ווי די 'מהמוד קארטאנס'... וואס גייט אן פאר א מוסד אז איינער מאכט חוזק אביסל פון באבובע רבי, צי לאמיר שוין זאגען פון בעל שם טוב אליינס!? [רחמנא יצילנו. (בלשון ערענסט, נישט ח''ו חוזק צי מאכען.) {זה אני מודיע להמשגיח שליט''א ממוסד של ילדים שלי} ]. וועמן עסט עס אויף די געזינט??
חוץ טאמיר די עולם האט מורה, אההא, אז ס'איז דא פון וואס מורה צי האבען זעהט מען אז ס'איז נישט בסדר...
ובזה אגמור את דברי היוצאים מעומק הלב. ואקווה שיסיר המכשול הזאת מבני קהילתינו.

המצפה לישועות ה' בקרוב ממש ממש.
לא להנאת גופי ח''ו.

יואליש » מיטוואך יאנואר 14, 2015 1:20 pm

· #247888
Kool man
קום אהער כ'על דיר שוין אהינגעבען מיין אפריקאנער דשעניטאר [וואס האט זיך לעצט געוואשען צוויי וואכען צוריק], 😎


ווען א חסיד באזירט זיין טיפזיניגע ראסיזים אין די סטעריאוטיייפ אז יענער מכלומר'ש שאוערט זיך נישט טעגליך גיט עס א זאפטיגע באדייט צום אויסשפראך "די טשייניק ריפט די טאפ שווארץ."

פידלער » מיטוואך יאנואר 14, 2015 3:07 pm

· #247917
יואליש
Kool man
קום אהער כ'על דיר שוין אהינגעבען מיין אפריקאנער דשעניטאר [וואס האט זיך לעצט געוואשען צוויי וואכען צוריק], 😎


ווען א חסיד באזירט זיין טיפזיניגע ראסיזים אין די סטעריאוטיייפ אז יענער מכלומר'ש שאוערט זיך נישט טעגליך גיט עס א זאפטיגע באדייט צום אויסשפראך "די טשייניק ריפט די טאפ שווארץ."


"די טאפ ריפט די טשייניק שווארץ." 🙂

הירץ אייכל גומפרץ » מיטוואך יאנואר 21, 2015 4:08 pm

· #249270
.
📎 IMG-20140808-WA0000.jpg
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9