☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » האבן מוסדות א רעכט אויף די עלטערן פון די תלמידים?

האבן מוסדות א רעכט אויף די עלטערן פון די תלמידים?

42 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3701

שמעקעדיג » מאנטאג מאי 6, 2013 8:54 pm

· #112419
האבן מוסדות א רעכט אויף די עלטערן פון די תלמידים?
ווען א מוסד וואו מיין קינד לערנט פארלאנגט אז איך מוז געבן דינער געלט 500 דאלער, בין איך מחוייב צו געבן?
כ'האב קיינמאל נישט אונטערגעשריבן א שטר הסכם מיט זיי פאר אזא זאך. קענען זיי מיר מחייב זיין?

קען מיין קינד'ס מוסד מיר מחייב זיין צו גיין צו א כינוס? צווינגען די עלטערן?
כ'האב דען אמאל אונטערגעשריבן א צעטל אז זיי האבן באקומען א שליטה איבער מיר?

מיט וועלכע רעכט שיקן לעצטנס מוסדות באפעלן פאר די עלטערן וואס זיי זאלן טון?
קוים וואס פאר די קינדער איז מען מסכים מיט די אלע זאכן וואס זיי טוען ארויס פון יעדע נארמאלע גבול, אבער פאר די עלטערן??

דעת תורה » מאנטאג מאי 6, 2013 9:07 pm

· #112424
עס ווענדט זיך וועלכע סארט מוסד. אויב איז עס א יחיד וואס האט א מוסד, וואס ער האט אליין אויפגעבויט און ער ראנט עס ווי א ביזנעס האט ער אלע רעכטן צו זאגן אז ער פארלאנגט די תנאים. ער מעג אפשר נישט ארויסווארפן אינמיטן זמן, אבער סוף זמן מעג ער זיכער.

אויב איז עס א רבים, געבויט פון כספי ציבור, ברויך דער רבים האבן ערוועלטע פארשטייער וואס זאלן טון לויט וויאזוי דער ציבור פארלאנגט.

אויב איז עס געבויט פן כספי ציבור אבער דער ציבור האט עס געגעבן על דעת אז די מנהיגים זאלן - וועלן - זיין פולשטענדיג אין קאנטראל און זיך קנאפ רעכענען מיטן ציבור, קענען די מנהיגים טון וואס זיי ווילן.

להערת אגב, די אלע אינסטיטוציעס וואס עקזיסטירן היינט, כל זמן זיי פארלאנגען דאס מינדעסטע תנאים פון די עלטערן,האבן מיר נאך בכלל נישט מקיים געווען תקנת ר' יושע בן גמלא. און איך זע נישט וויאזוי דער ציבור קען זיך ארויסדרייען פון דעם חיוב און זאגן שלום עלי נפשי איך שיק מיינע קינדער אין א פריוואטע אינסטוטיציע וזהו. עס גייט נישט אזוי. עס איז דא א חיוב אויף בני העיר און יעדער איז מחויב צוזען אז יעדעס קינד זאל האבן וואו צו לערנען.

קאווע טרינקער » מאנטאג מאי 6, 2013 9:15 pm

· #112428
מצאתי לי חבר, כ'שריי שוין לאנג, טאקע ווי ר' אלעזר בן ערך בשעתו, א יחיד נגד הרבים, אז מוסדות התורה זענען אונטערן בעלות פון א יחיד, געווען דער גרעסטער בעל תאוה פון די בני החבורה.
און אויב ס'איז נישט ממש א יחיד, איז דאס על דעת יחיד.
ייש"כ דעת תורה. גוט ארויסגעברענגט.
אבער דאס:
אויב איז עס א רבים, געבויט פון כספי ציבור, ברויך דער רבים האבן ערוועלטע פארשטייער וואס זאלן טון לויט וויאזוי דער ציבור פארלאנגט.

איז לכאורה אן הילכתא למשיחא.


@שמעקעדיג, ביסט גערעכט. אויב מ'האט זיך נישט אויסגענומען אנהייב יאר, האבן זיי נישט די רעכט צו מוסיף זיין. אבער אטו ב"רעכט" עסקינן?
זייט ווען שפילט רעכט א ראלע?

אביגדור » מאנטאג מאי 6, 2013 9:26 pm

· #112436
דעת תורה
עס ווענדט זיך וועלכע סארט מוסד וכו'


יש נפק"מ להלכה בין מוסד חסידי למוסד קהילתי למוסד פרטי.

דעת תורה » מאנטאג מאי 6, 2013 9:33 pm

· #112441
לזה דעתי נוטה.

אביגדור

יש נפק"מ...


אם כי במקור - הגמרא במגילה ועוד (אולי בבא בתרא?) רב אשי ומתא מחסיא כמדומני - מיירי באופן שהציבור באמת החשיבו את היחיד והסכימו לזה שהלה יעשה כבתוך שלו משא"כ בנידון דידן, מכל מקום אויסענווענדיג נראה לי דלא בעינן דוקא הסכמת הציבור ודי בידיעתם.

אביגדור » מאנטאג מאי 6, 2013 9:37 pm

· #112443
יא.

לעיקוואד » מאנטאג מאי 6, 2013 10:30 pm

· #112464
העלא, אפשר קומט איר צו אייערע סענסעס? דא איז נישט קיין שאלה פון חושן משפט וואס מדארף דן זיין לפי עפעס א מחלוקת קצות מיט נתיבות איבער נכסי ציבור וכו'. דאס איז נישט עפעס א חקירה אין הלכות עשאאי"ל, דא רעדט מען פון די סאמע לעבן פון אונז און אונזערע קינדער. פון די סאמע יידושקייט וואס מיר האבען. פון די סאמע מערסט יסודתדיגסטער מציאות פון א מענטש, את"ל רעליגיע, די חוב וואס א מענטש האט אויף זיך און זיינע קינדער זיך צו פירען כפי התורה שהוא מאמין בה, את"ל סעקולער די יסודותגידער פרייהייט פון א מענטש. אויב איז דא א זאך וואס איז אן עוולה, וועט קיין שום "רעכט" און קיין שום פשעטל נישט העלפן דאס איבערווישען. אפילו אז דער רבי/רב/ראש ישיבה/מנהל/משגיח/ceo האט איבערגעשריבען קלאר אין אלע לעגאלע פעיפערס אונז מיט אונזערע קינדער און קינדס קינדער מיט אלע בנינים און אלע נכסים אויף זיין פריוואטע נאמען.

וועקטס ענק אויף, דא פירט זיך א סיסטעם וואס פאדערט א מרידה, איינצעלנע מענטשען זענען זיך משתלט על הציבור בתואנות שונות ומשונות און פירען אונז אראפ פון שכל און יידושקייט. איר האט אמאל געזעהן ווי א מרידה זעהט אויס? נישט סקומען זיך צאם פיליאספער און לויערס און זענען דן צו די פאלאץ פון דיקטאטאר באלאנגט טאקע פאר עם אדער סאיז נכסי ציבור אדער מדארף מאכען וואלן פאר וועם סבאלאנגט, נאר יעדער איינער כאפט זיך אן זיין גאן, מגנב'ט ארויס אפאר טאנקען פון מיליטער, און משטעלט זיך אוועק אנטקעגן די פאלאץ און מפאנגט אן צו שיסען.

דעת תורה » מאנטאג מאי 6, 2013 10:40 pm

· #112467
איך ווייס נישט צי דו האסט געכאפט, אבער כמדומה אז א גרויסער עולם דא אינטערעסירט יא וואס די תורה האט צו זאגן בכל נושא שיהיה. שמעקעדיג האט געעפנט דעם אשכול ברוח זה.

און דו ביסט גראדע אויך גערעכט - אפשר - אז עס פאדערט זיך א מרידה, און אפילו על פי תורה איז נישטא קיין שום חיוב זיך משעבד צו זיין צו די כפייה דתית פון די מנהלי המוסדות. און מען האט אלע רעכטן זיך צו גיין מאכן שבת פאר זיך און עפענען אייגענע מוסדות, מי יתן והיה. (נישט ווייל איך וואלט דוקא געוואלט אהין שיקן, אבער אזוי וועלן די איצטיגע מנהלי המוסדות פארלירן זייער שטעקן).

אבער למעשה אזוי זענען מיר ב"ה, מיר ווילן וויסן דעם דעת תורה על כל צעד ושעל. ביי אונז פארעמט זיך נישט די תורה לויט ווי מיר פארשטייען על פי שכל האנושי הדל אז מיר וואלטן געוואלט די תורה זאל זאגן, נאר לויט ווי עס זאגט די שכל התורה.

דעת תורה » מאנטאג מאי 6, 2013 10:43 pm

· #112469
לענין דיין מרידה, עס איז דא א פשוט'ע עצה עס דורך צו פירן, עס ברויך זיך יאווען אפאר אינגעלייט מיט פארבינדונגען צו עפעס א ראטשילד וואס זאל עפענען א טריפה'נע גע'אסר'טע "שקאלע", און אפאר פורצי גדר וואס זאלן אהין שיקן. דאן וועט איר זען ווי דער גאנצער סיסטעם וועט קריכן אויף אלע פיר צו אקאמאדירן יעדן איינעם, אבי נאר אין שקאלע זאל מען נישט גיין.

לעיקוואד » מאנטאג מאי 6, 2013 10:50 pm

· #112473
איר האט געזעהן עפעס אין מיין תגובה וואס איז נישט אין איינקלאנג מיט די תורה? אדער וואס איז בכלל מרמז אויף עפעס אין דער ריכטונג? דו רופס זיך טאקע דעת תורה, אבער פארגעס נישט אז לעיקוואד איז עיר התורה...

אפשר ווילסטו איך זאל אנשרייבען א תשובה על פי תורה איבער די Right of revolution? מיר איז פשוט אז סאיז דא אזא זכות וחובה על פי התורה.

היימישער ליטוואק » מאנטאג מאי 6, 2013 10:51 pm

· #112474
איך פארשטיי נישט. "מרידה"? "חוב וואס א מענטש האט אויף זיך און זיינע קינדער זיך צו פירען כפי התורה שהוא מאמין בה"?
עס איז דא א זאך וואס הייסט תקנת הציבור.
היינט ווערט דאס איינגעפירט דורך אזא מאדנע סיסטעם רב-עסקן-ציבור-צייטונג-גרויסע ציבור-השתלטות = תקנה. אבער דער פאקט בלייבט אז די רבנים און ראשי ישיבה רעפרזענטירן דעם ציבור. על אף וואס איך פערזענליך האלט אז דער ציבור איז א באנדע קעלבער. איי געס ווען די תקנה וואלט גמאכט געווארן דורך א וואוט פון די קעלבער וואלט עס אויך גפעססד און איך וועלט אויך זיי געהאלטן פאר קעלבערליך.

שמעקעדיג » מאנטאג מאי 6, 2013 10:54 pm

· #112475
איר מישט צוויי זאכן. א מנהיג האט מסתמא יא רעכט, מיין רב אין ביהמ"ד אפשר יא, אבער נישט פון דעם רעד איך.
לאמיר זאגן איך בין א צעהלימ'ער חסיד שוין 6 דורות. יעצט שיק איך מיינע קינדער אין שאפראן'ע ת"ת מאיזה סיבה שהוא. קען מיר שאפראן מחייב זיין? קענען זיי זאגן אז איך מוז גיין צו א געוויסע פלאץ? איך ווער אויך זייערס א אייגענטום איבער וועלכע זיי האבן א בעלות, און דער קנין איז משיכה ע"י תינוק שהכישו במקל?

דעת תורה » מאנטאג מאי 6, 2013 10:58 pm

· #112478
היימישער ליטוואק
איך פארשטיי נישט. "מרידה"? "חוב וואס א מענטש האט אויף זיך און זיינע קינדער זיך צו פירען כפי התורה שהוא מאמין בה"?
עס איז דא א זאך וואס הייסט תקנת הציבור.
היינט ווערט דאס איינגעפירט דורך אזא מאדנע סיסטעם רב-עסקן-ציבור-צייטונג-גרויסע ציבור-השתלטות = תקנה. אבער דער פאקט בלייבט אז די רבנים און ראשי ישיבה רעפרזענטירן דעם ציבור. על אף וואס איך פערזענליך האלט אז דער ציבור איז א באנדע קעלבער. איי געס ווען די תקנה וואלט גמאכט געווארן דורך א וואוט פון די קעלבער וואלט עס אויך גפעססד און איך וועלט אויך זיי געהאלטן פאר קעלבערליך.


דו האלטסט טאקע אז דער ציבור - ערוואקסענע מענער בעלי בחירה משלמי מס - וואלטן געפעססט א תקנה וואס אסר'ט ענדרויד'ס ווייל משומר האט נאכנישט קיין פילטער דערפאר? אדער וואלטן בכלל מסכים געווען צו די דרגא פילטער וואס זי צווינגט ארויף?

לעיקוואד » מאנטאג מאי 6, 2013 10:59 pm

· #112479
@היימישער
שוין וייטער מיט די לעגאלע פשעטלאך. דאס האב איך פראבירט דא מסביר זיין, אז עס איז דא א מצב וואס די אלע פשעטלאך, רוף עס וויאזוי דו ווילסט, זענען נישט מכסה בשום אופן אויף די עוולות וואס זענען דא, אין אזא פאל איז דער וואס פארשטייט בארעכטיגט אנצוכאפען א מאשין גאן און שיסען אין יעדער ריכטונג, בבחינת הוראת שעה ותקנת הציבור, און מרעכנט זיך נישט מיט די אלע פשעטלאך. ווי גערעכט זיי זאלען נאר זיין.

"רעפרעזענטירען דער ציבור"? פון וועלכע לבנה ביסטו געפאלען? אפשר באותו מידה וואס לואי דער זעכצענסטער האט רעפרעזענטירט דער ציבור.

היימישער ליטוואק » מאנטאג מאי 6, 2013 11:01 pm

· #112480
@שמעקדיג, איך ווייס נישט צו דיין פראגע איז געוואנדן צו מיר. בכל אופן, שאפראנע ישיבה קען מאכן א תקנה אויף תלמידים פון איר ישיבה, און אויך א תקנה אויף עלטערן און עלטער זיידעס פון אירע תלמידים. אויב עס גיפעלט אייך נישט קענט איר צוריקגיין קיין צעלים.

היימישער ליטוואק » מאנטאג מאי 6, 2013 11:02 pm

· #112482
@לעקוואד, וואס פאר אן עולה? א תקנה וואס דו (און איך...) האלט נישט דערפון? איך האלט אויך נישט פון אסאך אנדערע תקנות, סאו וואט! וויאזוי ווערט א תקנה אן עוולה?

לעיקוואד » מאנטאג מאי 6, 2013 11:06 pm

· #112484
@היימישער
ארויפצווויגנען זינלאזע תקנות (און דאס איז נישט די ערשטע און נישט די לעצטע) אויף א ציבור בדרכים אלימים איז די עוולה. נישט די עצם תקנה איז די עוולה, נאר די וועגן וויאזוי די גאנצע זאך ווערט געפירט.

היימישער ליטוואק » מאנטאג מאי 6, 2013 11:25 pm

· #112488
@אנאנים, "ערוואקסנע" - נישט, אבער רוב בעלי בחירה זענען איממעטשור, לייכטזיניגע, צייטונגס-באאיינפלוסטע, פראפגאנדע געפאלנע מענטשן. און - ליידער - ווערן די תקנות געשטיצט דורך דעם רוב הציבור.

גנדי » מאנטאג מאי 6, 2013 11:30 pm

· #112489
לעיקוואד
העלא, אפשר קומט איר צו אייערע סענסעס? דא איז נישט קיין שאלה פון חושן משפט וואס מדארף דן זיין לפי עפעס א מחלוקת קצות מיט נתיבות איבער נכסי ציבור וכו'. דאס איז נישט עפעס א חקירה אין הלכות עשאאי"ל, דא רעדט מען פון די סאמע לעבן פון אונז און אונזערע קינדער. פון די סאמע יידושקייט וואס מיר האבען. פון די סאמע מערסט יסודתדיגסטער מציאות פון א מענטש, את"ל רעליגיע, די חוב וואס א מענטש האט אויף זיך און זיינע קינדער זיך צו פירען כפי התורה שהוא מאמין בה, את"ל סעקולער די יסודותגידער פרייהייט פון א מענטש. אויב איז דא א זאך וואס איז אן עוולה, וועט קיין שום "רעכט" און קיין שום פשעטל נישט העלפן דאס איבערווישען. אפילו אז דער רבי/רב/ראש ישיבה/מנהל/משגיח/ceo האט איבערגעשריבען קלאר אין אלע לעגאלע פעיפערס אונז מיט אונזערע קינדער און קינדס קינדער מיט אלע בנינים און אלע נכסים אויף זיין פריוואטע נאמען.

וועקטס ענק אויף, דא פירט זיך א סיסטעם וואס פאדערט א מרידה, איינצעלנע מענטשען זענען זיך משתלט על הציבור בתואנות שונות ומשונות און פירען אונז אראפ פון שכל און יידושקייט. איר האט אמאל געזעהן ווי א מרידה זעהט אויס? נישט סקומען זיך צאם פיליאספער און לויערס און זענען דן צו די פאלאץ פון דיקטאטאר באלאנגט טאקע פאר עם אדער סאיז נכסי ציבור אדער מדארף מאכען וואלן פאר וועם סבאלאנגט, נאר יעדער איינער כאפט זיך אן זיין גאן, מגנב'ט ארויס אפאר טאנקען פון מיליטער, און משטעלט זיך אוועק אנטקעגן די פאלאץ און מפאנגט אן צו שיסען.


איך האב דיר זייער געוואלט לייקן ביז די האסט געשריבען "גאן".

היינטיגע מרידות נעמט מען מיט די סעלפון, קאמערא, פעיסבוק און טוויטער...

איין מינוט...
פונקט די זאכן גייען זיי הייסן ארויס ווארפן ביים כינוס - אפשר האבן זיי טאקע מורא פאר א מרידה און ווילן דאס פארמיידן?

אביגדור » מאנטאג מאי 6, 2013 11:32 pm

· #112492
צדקה ממני.

גנדי » מאנטאג מאי 6, 2013 11:34 pm

· #112495
לעיקוואד
@היימישער
שוין וייטער מיט די לעגאלע פשעטלאך. דאס האב איך פראבירט דא מסביר זיין, אז עס איז דא א מצב וואס די אלע פשעטלאך, רוף עס וויאזוי דו ווילסט, זענען נישט מכסה בשום אופן אויף די עוולות וואס זענען דא, אין אזא פאל איז דער וואס פארשטייט בארעכטיגט אנצוכאפען א מאשין גאן און שיסען אין יעדער ריכטונג, בבחינת הוראת שעה ותקנת הציבור, און מרעכנט זיך נישט מיט די אלע פשעטלאך. ווי גערעכט זיי זאלען נאר זיין.

"רעפרעזענטירען דער ציבור"? פון וועלכע לבנה ביסטו געפאלען? אפשר באותו מידה וואס לואי דער זעכצענסטער האט רעפרעזענטירט דער ציבור.


Your signature: Martin Luther King - Preached Non Violence revolutions as his role model Gandhi did

היימישער ליטוואק » מאנטאג מאי 6, 2013 11:36 pm

· #112496
די צרה איז אז די משתלטים ווייסן פון פריערער אן ביז וואנעט מען קען שטופן, און פירן איין זייערע תקנות אקקארדינגלי. דיין עססיי איז שייך נאר אין פאל ווען א גרויס פרוצענט פון עולם איז באמת דערגעגן.

לעיקוואד » מאנטאג מאי 6, 2013 11:37 pm

· #112497
שטאפענע בענדדאון
וואס די משתלטים דארפן באמת, פארענטשעס פילערס, קול רנה קלאטשערס, גוט שבת זאגערס, שלשסעודות זינגערס, תנו שבח טאנצערס, שאלה פרעגערס, קוויטל געבערס, מלוה מלכה שטיצערס, ראפעל קויפערס, קעלבענע אויגן קוקערס, וכו' וכו',

👍

אביגדור » מאנטאג מאי 6, 2013 11:40 pm

· #112498
יא יא.

לעיקוואד » מאנטאג מאי 6, 2013 11:43 pm

· #112499
גנדי


Your signature: Martin Luther King - Preached Non Violence revolutions as his role model Gandhi did

א ריכטיגע הערה, מאטאמה גנדי.
איך האב נישט דווקא געמיינט צו שטיצען ווייאלענס, און איך גלייב נישט אז די רעוואלאציע פון וואס מיר רעדן פאדערט דאס בכלל, מרעדט דאך נישט דא באמת פון א מדינה וואס האט בכלל גאנס.
די גאנס און פייער פון מיינע תגובות זענען נאר מעטאפאריש, ארויסצוברענגען די נקודה אז ווען א מצב האלט ביי אזא שטאפל רעכנט מען זיך נישט מיט לעגאלע פשעטלעך ווי דער עולם רעדט דא צו וועם סבאלאנגט יא אדער נישט, דער moral outcry טראנסענדט די אלע פשעטלאך. אויך די פיספול סיוויל דיסאובידיענס פון גנדי און קינג זענען זאכען וואס זענען נישט באמת אויסגעהאלטען לויט כל אמות החושן משפט וכו' אין א נארמאלער מצב. דאס איז די עיקר פוינט וואס איך האב געוואלט מאכען מיט מיינע מאשין -גאנס.

היימישער ליטוואק » מאנטאג מאי 6, 2013 11:50 pm

· #112500
טוה דאס נישט נאכאמאל, דו קענסט נאך דארפן זוכן א נייע ישיבה.
@לעקוואד, ווען עס זאל זיין א אוט-קריי וואלטסטו שוין גארנישט מער געדארפט טוהן. די צרה איז אז רוב מענטשן זענען איינשטימיג. נאר זיך נישט אליינס אפ, מיר זענען אין די מינאריטעט, אזוי ווי די חרדים אין כנסת. טו בעד!

לעיקוואד » מאנטאג מאי 6, 2013 11:55 pm

· #112503
מיר זענען נישט אין די מיינאריטי. מיר זענען די סיילענט מעידזשאריטי.
ובעיקר: מיר זענען גערעכט.

אביגדור » דינסטאג מאי 7, 2013 12:05 am

· #112506
דאגה נישט...

שלשלת » דינסטאג מאי 7, 2013 6:32 am

· #112568
לעיקוואד

👍[/quote]

שמעקעדיג » דינסטאג מאי 7, 2013 6:16 pm

· #112813
עס קען זיין בדוחק גדול אז מען קען ע"פ תורה אפשר טרעפן א רעכט דערויף. אבער לאמיר רעדן מענטשליך. מיר זענען דא שותפים. איך גיב אריין מיינע קינדער זאלן ביי ענק שטייגן בתוי"ש, מיר זענען אויפן זעלבן מדריגה, אויב איז איינער העכער איז עס נאר איך, ווייל עס זענען מיינע קינדער. דער מוסד קען נישט זיין בשום אופן "ביג בראדער". נישט מיינע פאליציי. יא, ענק האבן א רעכט זיך נאכצופרעגן בעפאר דעם וואו איך דאווען, צי איך האב א שיעור, און צי איך שנייד די בארד און מיין רביצין דרייווט, און נאך אזעלכע 'וויכטיגע' תקנות. איינמאל איר האט מיר "עפראווד" און מיך מקבל געווען, דארפן מיר בלייבן אויפן זעלבן פעידזש, מיר זענען אייניגע שותפים, און קיינער קען נישט באלבאטעווען אויפן טאטן.

אויב עפעס, האט לכאורה דער טאטע ענדערש רעכט איינצוטיילן פארן מוסד וואס צו טון און ווי אזוי צו האנדלען און וועלכע מלמדים צו נעמען, ווי איידער דער מוסד האט אויפן טאטן. דער מוסד קען נישט גיין מחנך זיין דעם טאטן. און אויב פרובירן זיי, מוז זיי דער טאטע נישט פאלגן. נישטא קיין שום חיוב.

אבער אוי מה היה לנו, וואטעווער די סיבה איז, בעיקר צוליב נארישע קאמפעטישאן פון ווער ס'איז פרומער, האט מען זיך גענומען באלעבאטעווען און זיך איזדיעקעווען אויף די עלטערן כאילו מיר באלאנגען פאר די מוסדות. ס'איז שוין נישט גענוג די אלע שרעקעדיגע צעטלעך אויף די ווענט, די אלע איסורים אנטקעגן די אפיסעס/אייפאדס/טעלעוויזשאנס/שרעקעדיגע חיות וועלכע זענען שוין איבערגעדראשן אלפים ורבבות פעמים אין לוח המודעות אדער קול הציבור. שוין נישט גענוג אז מען שיקט אהיים צעטלעך פאר די עלטערן אויסצופילן, און אונטערשרייבן אז מען זאגט "בלויז דעם אמת". און איך שטרייך נאכאמאל אונטער - איך רעד נישט לגבי תקנות וועלכע זענען מחייב די קינדער. כ'פארשטיי אז דו לאזט נישט דיינע תלמידים האבן אינטערנעט - גייט מען א שטאפל ווייטער, מען צווינגט די עלטערן צו גיין צו די 'תקנת הדורות מאהבה' מסיבות, מען צייכענט אן צי די פרויען ערשיינען צו די תקנת הנשים דרשות, און פון חדר/סקול פארט מען בשמחה ובצהלה אנטייל נעמען אין דעם קידוש שם שמים.... אלעס צו מאכן א מרידה אנטקעגן די מענער/עלטערן וואס האלטן זיך נישט ביים אונטערווארפן מתוך אהבה.... איז דאס נארמאל?

מיט אזעלכע קידוש השם'ס, ווער דארף נאך א חילול ה'. אוי לעינים שכך רואות.

היימישער ליטוואק » מאנטאג מאי 13, 2013 3:37 pm

· #114685
[ציטאט אראפגענומען]

POINTLESS

אליצפן » מאנטאג מאי 20, 2013 1:35 am

· #115947
איך האלט אז ס'איז א עוולה גדולה הזועקת עד לב השמים! מיין ברודער זאגט מיך לעצטע וואך אז זיין קינד'ס מוסד האט אים געצווינגען אראפצוקומען אין אפיס און אריינגעבן זיין סעלפאן אויף בדיקה צו זעהן וואספארא סארט פילטער ער האט!
איך פארשטיי בשום אופן נישט אזא התנהגות, בשלמא אז דו פרעגסט איידעלערהייט קען איך נאך הערן אז מען מיינט טאקע לשם שמים, אבער צו טריטען א 45 יעריגער חשובער יונגערמאן וואס האט ניטאמאל א סמארטפאן ווי א פיס אף גארביזש, און מאכן אראפקומען און אפיס ווי א בעבי דאס איז שוין אריבער אלע גרעניצן!
די מוסדות זענען אוט אוף קאנטראל, מען מוז זיי סטאפן!

געפילטע פיש » מאנטאג מאי 20, 2013 2:07 am

· #115957
אפשר זענט איר מגלה וועלכע מוסד דאס איז?

אליצפן » מאנטאג מאי 20, 2013 2:36 am

· #115958
געפילטע פיש
אפשר זענט איר מגלה וועלכע מוסד דאס איז?

איךבין נישט זיכער, מיין ברודער שיקט זיינע קידער אין 5 אנדערע מוסדות משום איזה סיבה שיהיה.
כ'וועלל אים פרעגן ווען כ'האב א טשענס.

בדחן » מאנטאג מאי 20, 2013 1:15 pm

· #116049
פארוואס איז דיין ברידער אראפ געגאנגענן צו זיי? ער האט געקענט טוישן מוסד.
נניח אז ער וואינט אין ב״פ האט ער א אויסוואל פון צענדליגער מוסדות וואס פארלאנגען נישט אז מען זאל אראפ קימען: ער האט צווישען אנדערע באבוב 1/באבוב 2/סאטמער 1/סאטמער2/מונקאטש/קראסנע 1/קראסנע 2/ספינקע 1 2 3 4/קלוז״ב/ און נאך און נאך

שמעקעדיג » מאנטאג מאי 20, 2013 2:25 pm

· #116082
סארי בדחן, דיין תירוץ איז נישט צו דער זאך דא.
פארוואס האבן אונזערע זיידעס טענות אויף דייטשלאנד? זיי וואלטן געקענט גיין קיין מאראקא/רוסלאנד/אויסטראליע און נאך און נאך.

וואס נאך » מאנטאג מאי 20, 2013 3:19 pm

· #116095
בדחן
פארוואס איז דיין ברידער אראפ געגאנגענן צו זיי? ער האט געקענט טוישן מוסד.
נניח אז ער וואינט אין ב״פ האט ער א אויסוואל פון צענדליגער מוסדות וואס פארלאנגען נישט אז מען זאל אראפ קימען: ער האט צווישען אנדערע באבוב 1/באבוב 2/סאטמער 1/סאטמער2/מונקאטש/קראסנע 1/קראסנע 2/ספינקע 1 2 3 4/קלוז״ב/ און נאך און נאך

... וויזניץ 1/ וויזניץ 2/ סקווירא 1/ סקווירא 2....

היימישער ליטוואק » מאנטאג מאי 20, 2013 4:39 pm

· #116114
ביטער דער מצב ווי עס איז, זענען די מוסדות למעשה גרעכט. איך מיין מצד זייער בעלות אויף די מוסדות מעגן זיי פארלאנגן וואס זיי ווילט זיך. איר האט א ברירה - עפנט אליינס א מוסד!
נ.ב. איך בין מסכים אז דער מצב איז אומדערטרעגליך

אליצפן » דינסטאג מאי 21, 2013 12:43 am

· #116263
בדחן
פארוואס איז דיין ברידער אראפ געגאנגענן צו זיי? ער האט געקענט טוישן מוסד.
נניח אז ער וואינט אין ב״פ האט ער א אויסוואל פון צענדליגער מוסדות וואס פארלאנגען נישט אז מען זאל אראפ קימען: ער האט צווישען אנדערע באבוב 1/באבוב 2/סאטמער 1/סאטמער2/מונקאטש/קראסנע 1/קראסנע 2/ספינקע 1 2 3 4/קלוז״ב/ און נאך און נאך

ער וואוינט גראדע נישטאין בארא פארק, אבער אפילו יא וואס מיינסטו סאיז עפעס אזוי גרינג צו טוישן מוסדות?
פאר א עלטערע קינד קען דאס ממש זיין א טראמא דורכגאנג, און ספעציעל נישט צוליב אזא נארישקייט.
אויך גראדע איז מיין.ברודער זייער א פרומער און סהאט אים בכלל נישט געארט דער גאנצע זאך.
ער האט עס נאר פארציילט אזוי דרך אגב'דיג.

אביגדור » דינסטאג מאי 21, 2013 12:50 am

· #116267
אהא.

אליצפן » דינסטאג מאי 21, 2013 4:43 pm

· #116483
ניין, די געהעריגע סאטמאר האט עס אנגעפאנגען צו טון ערשט און יענע סקול האט זיי נאכגעטאנצן.

שמעקעדיג » דינסטאג מאי 21, 2013 5:28 pm

· #116521
היימישער ליטוואק
ביטער דער מצב ווי עס איז, זענען די מוסדות למעשה גרעכט. איך מיין מצד זייער בעלות אויף די מוסדות מעגן זיי פארלאנגן וואס זיי ווילט זיך. איר האט א ברירה - עפנט אליינס א מוסד!
נ.ב. איך בין מסכים אז דער מצב איז אומדערטרעגליך


איך ענטפער דיר דעם זעלבן תירוץ ווי אויבן:

שמעקעדיג
סארי בדחן, דיין תירוץ איז נישט צו דער זאך דא.
פארוואס האבן אונזערע זיידעס טענות אויף דייטשלאנד? זיי וואלטן געקענט גיין קיין מאראקא/רוסלאנד/אויסטראליע און נאך און נאך.


מען טאר נישט לייגן קיין אימה יתירה על הציבור.
העי, פארוואס טאר מען נישט? זאלן דער ציבור גיין ערגעץ אנדערש...

דער חילוק איז, איך קוק אן די מוסדות אלס א שליח פון די עלטערן, אן אונזערע קינדער קענען זיי אלע גיין בארן קלאפן! זיי דארפן אונז מער ווי אונז זיי, אין מלך בלא עם;
משא"כ דו (און מאנכע אנדערע) קוקן אן די זאך פארקערט, כאילו ס'איז דא עפעס א באלעבוס, א קאמפאני, און מיר עלטערן דארפן קומען זיך בעטן כעני בפתח אז זיי זאלן אונז טאן די טובה און אריינלאזן אונזערע קינדער.