מחלוקת היעב"ץ ורבי יהונתן אייבשיץ
127 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1828
ישר כח אנאנים פארן טשעלענדזשן מיין הנחה אלס א כלל, ווייל ווי געשיקט זיך, נישט יעדער רעוועלוציאנער איז אויפריכטיג און ערליך. אבער אלץ דער בחינה פון בייגן דעם ביימל אויף פארקערט, אין א זמן וואס דער הייסער פראבלעם איז נישט אזוי ווייט דער איש כל הישר בעיניו יעשה, נאר די שווערע דאמינירנדע מיינונגען אדער משתלטים על הציבור, וועלעכע שטערן בפועל דאס בליען פונעם מענטש און פון צו פארמיידן פראבלעמען און הפקרות, אין אזא זמן דארף ארויס געהויבן ווערן דער וואס האט נישט מורא ארויס צו טרעטן קעגן דער דאמאנירנדע מיינונגען. כאטש עס זענען צווישן אזעלעכע אויך פארהאן פאראזיטן און אנארכיסטן. (און אויב וועט דאס גורם זיין אז די שלעכטע וועלן רידערן קעגן דעם סיסטעם, וועט כאטשיג זיין פיזור רשעים נאה להם ונאה לעולם)
פונקט אזוי ווי אין די צאו לך בעקבי הצאן, און אין די קדושת ישראל געזעלשאפט, איז אנגענומען, אז ווען דער ברענעדיגער פראבלעם לפי שטתם איז אונטערנעט, וועט ווערן ארויס געהויבן יעדער וואס שטעלט זיך ארויס קעגן אינטערנעט בחרב ובחנית אן דעם וואס מען זאל בודק זיין צו ער מיינט עס ערנסט און צו ער איז מבחין בין טוב לרע. און דאס זעלבע איז געווען כלפי די מלחמה נגד המשכילים איז יעדער ליידיגייער טראבלמעיקער געווען דער העלדישער לוחם מלחמות ד', און דאס איז בעצם די טבע האנטשי ביי יעדער רעאקציאנערישער מצב. דאס זעלבע איז דא. לדעתי און לדעת כמה מחברי הקאווע שטיבל איז דער ברענעדיגסטער פראבלעם דער היימישער שטייפער סיטי האל מצב, וואס אפעקטירט א ברייטן טייל פונעם ציבור בכמה אופנים, אין אזא זמן דארף ארויס געהויבן ווערן דער רעוועלוציאנערישער גייסט, און טאמער האט מען אזא פערזאן פאר השראה ווי דער יעב"ץ וואס איז עכ"פ ביי אונז ווי א מוסטער פון איינער וואס האט עס יא געמיינט ערנסט, איז כדי זיך צו אידענטיפיצירן מיט אים.
[quote="moshav zekeinim"][quote="berlbalaguleh"][quote="mosha]
מושב זקנים: אמת אז דער יעב"ץ ז"ל איז געווען א שטארקער עדוואקעיט אז מ'זאלל האבן פילגשים בהיתר. אבער ער איז נישט געווען מיין פעיוואריט קאפ אוו טי...! ער האט זיין גאנץ לעבן געפיהרט מערכות מיט אלץ און אלעמען. און ער איז געווען אבסעסס'ד מיט זיין אנטאגאניזם צו כת ש"ץ און קבלה בכלל. ער האט אפילו געהאלטן אז דער ספר הזוהר איז נישט אויטענטיש. נאר געפעלשט...!
נאר דאס איז א שמועס אין אן אנדערן פארום...![/quote][/quote][/quote][/quote]
דער שטארקייט פון דעם יעב"ץ איז נישט דוקא זיינע צפעציפישע מיינונגען, און נישט מיט דעם דארפסטו זיך אידענטיפיצירן. זיין גרויסקייט מיט וואס מיר אלע דארפן זיך אידענטיפיצירן איז זיין דרייסטקייט צו טשעלענדזשן שטאטוס קווא, זיין ערנסקייט דערמיט, און זיין ולא תגירו בפני איש, איינמאל ער האט געהאלטן עפעס פאר ריכטוג אדער נישט, האט ער זיך נישט דערשראקן צו גיין קעגן די גאנצע וועלט.
צו ער איז טאקע געווען גערעכט מיטן זיך ארויס שטעלן אזוי שארף קעגן דעם ר"ר יונתן, איז שווער צו זאגן, אבער דער פאקט אז ער האט זיך דערמיט ארויס געשטעלט קעגן דעם גאנצן עסטעבלישמענט און אפילו קעגן די רעגירונג וועלעכע האט געשטיצט ר' יונתן, און געווען גרייט צו נעמען דעם וואנדער שטעקן דערפאר און ליידן רדיפות, ווייזט אויף א העלדישער און געהויבענער גייסט, צו וואס יעדער רעכדענקיגער מענטש דארף שטרעבן צוצוקומען.
דאס זעלבע איז מיט זיין ארויס גיין קעגן חלקים פונעם זהר, צו זיינע מיינונגען זענען ריכטוג מאכט נישט אויס, דער עצם פאקט אז ער האט זיך געוואגט צו טשעלענדזשן א זאך וואס איז געווען פארהייליגט ביי כלל ישראל און נאך דערצי ארויס גיין קעגן דעם בפומבי, כאטש עס האט אים קיין כבוד נישט געברענגט, דארף זיין פאר אונז א מוסטער.[/quote][/quote][/quote]
אבער ווען א צווייטער, למשל אינ'ם היינטיגן דור טוט עס אדער ענליכס, הייסט ער אן אפיקורס...און מ'פארשטיינערט איהם. און מ'פאריאגט איהם פון שטאט...!
ליטוואק פון בודאפעסטדיין הסתייגות איז נישט אזוי אין פלאץ. אז דו ווילסט קענען דער וואודרידזשער רב, גיי אריבער און רעדט מיט איהם, וועסטו קענען זיין נאטור און פארשטייען פון וואנעט ער קומט. אבער ר' יעקב עמדין איז דאך נישט מעגליך פאר דיר צו פארשטיין. פשוט ווייל ס'איז צו ווייט פון אונז. נישט נאר וועגען דעם אז ער איז פאררעכענט פאר איינער פון די גדולי הדורות, נאר פשוט וועגן די מאנגל פון קראנטע פאקטן אויף וואס זיך צו קענען פארלאזען.
ליטוואק פון בודאפעסט: ווער ביניך דען צו זאגן מבינות אדער קריטיק אויף דעם נשר הגדול דער יעב"ץ. אבער דאך. טראץ זיין גרויסקייט אין די מערסטע עניינים, ספעציעל אין הלכה ואגדה, האט ער דאך געהאט אן עקסטרעמיסטישע זייט. אז ער איז ארויסגעגאנגען באקעמפן אנדערע גדולי ישראל וועלכע זענען געווען אנערקענטע גדולי ישראל און צדיקים. אן געבן פלאץ פאר יענעם'ס מיינונג. אזוי האט ער ב"ה געטראפן מערכות איבער וואס צו קעמפן דעם גרעסטן טייל פון זיין לעבן. און ער איז געווען געיאגט פון איין קהילה צו די צווייטע...!
פון וואנעט ווייסטו אז אין זיין צייטען איז דער זהר געווען אזוי פארהייליגט? קאמעלאהר טענה'ט אז דער סבה וואס דער פנ''י איז געשטאנען קעגען דער רבי ר' יונתן איז ווייל ער האט נישט געוואלט אז קבלה זאל זיך פארשפרייטען. גיי ווייס וואס איז דעמאלס געווען. ס'איז א קטנות הדעת זיך איינצורעדען דער מציאות פון דעמאלס. נאר אויף וואס איז נוגע צו אונז און לגבי די השפעה פון זיי אויף אונז קען מען אפלערנען
אה"נ. איך ווייס טאקע נישט פונקטליך (אדער בכלל) וואס האט זיך אפגעשפילט אין יענע צייטן. אבער דער פאקט אז ער איז ארויס אקעגן דעם ספר הזוהר. און אומצוויידייטיג ערקלערט אז ס'איז נישט אויטענטיש. נאר פאלש, איז א זאך מיט וואס איך קען בשום פנים ואופן נישט מסכים זיין. און איך האב שוין געברענגט כמה ראיות צו דעם. כמו שאמרתי במקום אחר...!
0
דו שפרינגסט פון נושא צו נושא. קודם רעדסטו פון זיין דרייסטקייט, ווידער האלטסטו ביי דיין מיינונג צו דער זהר איז קראנט צו נישט.
berlbalagulehmoshav zekeinimאויף דעם זענען שוין די רבנים שולדיג, אז זיי גיבן נישט הלכה'דיגע אנווייזונגען וויאזוי נישט עובר צו זיין קיין כריתות, און ווי אויך אז מען שטעלט נישט צו א מציאות פון כשר'ע פניות.
אז עס זענען נישט פארהאן קיין רבנים מיט קאראזש צו זאגן על מותר מותר ועל אסור אסור, זענען די המון עם נישט שולדיג.
וואו איז דער רויטער ליניע? ביי אומוויכטיגע פרעס פארשטייט מען אז מען ברויך צושטעלן א הכשר אויף יעדער אומנויטיגע פראדוקט, "ווייל טאמער נישט, וועט דער עולם מוזן קויפן מפוקפק'דיגע פראדוקטן". אבער ליבע וואס איז א געהעריגער הכרח פאר א סך מענטשן, און קען דורך רבנישע אנווייזונגען אפהאלטן כריתות אדער סתם פאטאליטעטן, ווערט נאכגעלאזט.
אבער פארוואס דארף איך רעדן, אז כבר צווח ע"ז הגאון היעב"ץ ז"ל.
מושב זקנים: אמת אז דער יעב"ץ ז"ל איז געווען א שטארקער עדוואקעיט אז מ'זאלל האבן פילגשים בהיתר. אבער ער איז נישט געווען מיין פעיוואריט קאפ אוו טי...! ער האט זיין גאנץ לעבן געפיהרט מערכות מיט אלץ און אלעמען. און ער איז געווען אבסעסס'ד מיט זיין אנטאגאניזם צו כת ש"ץ און קבלה בכלל. ער האט אפילו געהאלטן אז דער ספר הזוהר איז נישט אויטענטיש. נאר געפעלשט...!
נאר דאס איז א שמועס אין אן אנדערן פארום...!
הריני מוחה בכל תוקף בכבודו של מרן אחד מיוחד מגדולי האחרונים הקדוש היעב"ץ זי"ע!! כמעט יעדער איינציגע מערכה וואס ער האט געפירט ווייסט מען היינט אז ער איז געווען גערעכט.
דרך אגב: דער יעב"ץ רעדט זיך אפ אסאך אויף טיי, ער האט געליטען געפערליכער פראבלעמען פון עס טרינקען.
[quote="moshav zekeinim"][quote="berlbalaguleh"][quote="mosha]
מושב זקנים: אמת אז דער יעב"ץ ז"ל איז געווען א שטארקער עדוואקעיט אז מ'זאלל האבן פילגשים בהיתר. אבער ער איז נישט געווען מיין פעיוואריט קאפ אוו טי...! ער האט זיין גאנץ לעבן געפיהרט מערכות מיט אלץ און אלעמען. און ער איז געווען אבסעסס'ד מיט זיין אנטאגאניזם צו כת ש"ץ און קבלה בכלל. ער האט אפילו געהאלטן אז דער ספר הזוהר איז נישט אויטענטיש. נאר געפעלשט...!
נאר דאס איז א שמועס אין אן אנדערן פארום...![/quote][/quote][/quote][/quote]
דער שטארקייט פון דעם יעב"ץ איז נישט דוקא זיינע צפעציפישע מיינונגען, און נישט מיט דעם דארפסטו זיך אידענטיפיצירן. זיין גרויסקייט מיט וואס מיר אלע דארפן זיך אידענטיפיצירן איז זיין דרייסטקייט צו טשעלענדזשן שטאטוס קווא, זיין ערנסקייט דערמיט, און זיין ולא תגירו בפני איש, איינמאל ער האט געהאלטן עפעס פאר ריכטוג אדער נישט, האט ער זיך נישט דערשראקן צו גיין קעגן די גאנצע וועלט.
צו ער איז טאקע געווען גערעכט מיטן זיך ארויס שטעלן אזוי שארף קעגן דעם ר"ר יונתן, איז שווער צו זאגן, אבער דער פאקט אז ער האט זיך דערמיט ארויס געשטעלט קעגן דעם גאנצן עסטעבלישמענט און אפילו קעגן די רעגירונג וועלעכע האט געשטיצט ר' יונתן, און געווען גרייט צו נעמען דעם וואנדער שטעקן דערפאר און ליידן רדיפות, ווייזט אויף א העלדישער און געהויבענער גייסט, צו וואס יעדער רעכדענקיגער מענטש דארף שטרעבן צוצוקומען.
דאס זעלבע איז מיט זיין ארויס גיין קעגן חלקים פונעם זהר, צו זיינע מיינונגען זענען ריכטוג מאכט נישט אויס, דער עצם פאקט אז ער האט זיך געוואגט צו טשעלענדזשן א זאך וואס איז געווען פארהייליגט ביי כלל ישראל און נאך דערצי ארויס גיין קעגן דעם בפומבי, כאטש עס האט אים קיין כבוד נישט געברענגט, דארף זיין פאר אונז א מוסטער.[/quote][/quote][/quote]
דער גדול הדור, דער פני יהושע איז געווען בעובי הקורה אין די מערכה קעגען רבי יונתן, און אזוי אויך רוב גדולי הדור, נאר די אלפי תלמידי רבי יונתן און די גר"א האבען עם באשיצט. עס איז כמעט א נס אז רבי יונתן איז אראפ אין הסטוריה דער נוצח און דער יעב"ץ הייסט דער אנטי אסטאבלישמענט. דרך אגב: מענטשען ווייסען נישט אז דער יעב"ץ איז געווען א גאון הגאונים און נישט א קליינע תלמיד חכם'ל וואס האט מקנא געווען קנאת ה' צבאות אין איינער א סאך גרעסער פון עם.
ליטוואק פון בודאפעסטאון ס'איז נאך אלס נישט קלאר. ווייל מ'ווייסט נישט דער רקע אין וואס ער האט געלעבט. איך האב געליינט דער מגילת ספר, און איך פארשטיי נאך אלס נישט. די אלע מענטשען אויף וועמען ער רעדט, וואס זענען זיי געווען באמת? וויאזוי האבען זיי געטראכט ביי זייערע מעשים?
און אגב, א בוך פון א מענטש אויף זיך איז אויך נישט דער גאנצע בילד.
דער מגילת ספר איז איינער פון די גרעסטער ראיות צו דער יעב"ץ'ס אמת'קייט, ערליכקייט, און גדלות. איך פארשטיי נישט בכלל וואס באדערט מענטשען דערמיט. דער איינציגע זאך וואס שטערט מיר און וואס איך פארשטיי נישט איז וואס ער שרייבט אויף דער כנסת יחזקאל. איך וויל אמאל שטאדירן דער זאך. אויב איינער האט עפעס צו ערקלערען דעריבער בין איך זייער אינטערסירט.
berlbalagulehליטוואק פון בודאפעסטדיין הסתייגות איז נישט אזוי אין פלאץ. אז דו ווילסט קענען דער וואודרידזשער רב, גיי אריבער און רעדט מיט איהם, וועסטו קענען זיין נאטור און פארשטייען פון וואנעט ער קומט. אבער ר' יעקב עמדין איז דאך נישט מעגליך פאר דיר צו פארשטיין. פשוט ווייל ס'איז צו ווייט פון אונז. נישט נאר וועגען דעם אז ער איז פאררעכענט פאר איינער פון די גדולי הדורות, נאר פשוט וועגן די מאנגל פון קראנטע פאקטן אויף וואס זיך צו קענען פארלאזען.
ליטוואק פון בודאפעסט: ווער ביניך דען צו זאגן מבינות אדער קריטיק אויף דעם נשר הגדול דער יעב"ץ. אבער דאך. טראץ זיין גרויסקייט אין די מערסטע עניינים, ספעציעל אין הלכה ואגדה, האט ער דאך געהאט אן עקסטרעמיסטישע זייט. אז ער איז ארויסגעגאנגען באקעמפן אנדערע גדולי ישראל וועלכע זענען געווען אנערקענטע גדולי ישראל און צדיקים. אן געבן פלאץ פאר יענעם'ס מיינונג. אזוי האט ער ב"ה געטראפן מערכות איבער וואס צו קעמפן דעם גרעסטן טייל פון זיין לעבן. און ער איז געווען געיאגט פון איין קהילה צו די צווייטע...!
ער איז געווען געיאגט פון איין קהילה צו א צווייטער? מקור??
ליטוואק פון בודאפעסטפון וואנעט ווייסטו אז אין זיין צייטען איז דער זהר געווען אזוי פארהייליגט? קאמעלאהר טענה'ט אז דער סבה וואס דער פנ''י איז געשטאנען קעגען דער רבי ר' יונתן איז ווייל ער האט נישט געוואלט אז קבלה זאל זיך פארשפרייטען. גיי ווייס וואס איז דעמאלס געווען. ס'איז א קטנות הדעת זיך איינצורעדען דער מציאות פון דעמאלס. נאר אויף וואס איז נוגע צו אונז און לגבי די השפעה פון זיי אויף אונז קען מען אפלערנען
דער זוהר איז געווען זייער געהייליגט אין אלע קרייזען. דער פני יהושע האט זיך קעגען געשטעלט צו רבי יונתן ווייל עס איז געווען זיכער אז רבי יונתן איז געווען פון כת ש"ץ ותו לא מידי.
אויבערלענדער חכםדער איינציגע זאך וואס שטערט מיר און וואס איך פארשטיי נישט איז וואס ער שרייבט אויף דער כנסת יחזקאל
עי'
כאן, וכמובן שזה רק בגדר השערה אבל מ''מ פותח שער לתוך עמקי נפשו הסבוכה של הגר''י עמדין ז''ל
מיימוןאויבערלענדער חכםדער איינציגע זאך וואס שטערט מיר און וואס איך פארשטיי נישט איז וואס ער שרייבט אויף דער כנסת יחזקאל
עי'
כאן, וכמובן שזה רק בגדר השערה אבל מ''מ פותח שער לתוך עמקי נפשו הסבוכה של הגר''י עמדין ז''ל
אין הדברים מתקבלים על הלב כלל וכלל.
[ציטאט אראפגענומען]
הנידון היה בדורו של היעב"ץ, והחתם סופר ובעל שו"ת מאהבה באו אחריו וכבר נשפעו ממנו. דער נודע ביהודה האט זיך אליינס געביטן במשך זיין לעבען [עיין במאמרו של פרופסר מעוז כהנא שמראה באצבע שעמדתו של הנודע ביהודה כלפי הזוהר וכתבי האר"י הושפע במישורין ע"י היעב"ץ - ודחה בשתי ידיים דברי גברת פלאטו (כ"ץ)]. קאפח'ניקים מאן דכר שמיה בדור דעה ההוא.
[ציטאט אראפגענומען]
אויב איר קומט עפעס מסביר זיין וועגען די זאכען וואס דער יעב"ץ שרייבט קעגען דער כנסת יחזקאל, ביטע זיי אביסל מער מסביר.
[ציטאט אראפגענומען]
אפילו אויב זיין מערכה קעגען דער חמדת הימים איז געווען אומריכטיג [עדיין רוב דעות בצדו], אבער קיינער וועט נישט זאגען אז ער האט נישט געהאט א שטארקע סיבה חושד זיין. עס איז דאך געווען געדרוקט צוזאמען מיט עפעס פון נתן העזתי [נביא השקר]. אויב איינער פירט א מערכה וואס לפי מראות עיניו איז ריכטיג, קען מען עם נישט אוועק מאכען.
דרך אגב: אינטערסאנט אז רבי חיים וואלאזינער'ס תלמידים האבען אלע מקבל געווען דער חמדת הימים, און חסידים האבען עס חושד געווען.
מ'האט נאך אלס נישט געברענגט קיין ראיה וואס מ'האט געהאלטען פונ'ם זהר בדורו של היעב"צ. און דאס איז אפילו ביי די וואס האבען געהאלטען פונ'ם חכמת הקבלה, נאר דער זהר קען זיין ביי זיי נישט קראנט. פארשטייט זיך אז נאך דעם וואס היינט זענען אלע גדולי הדורות בעד און זיי לערנען דערפון כאחד מספרי ישראל (אפילו מיט דעם אז דער חת"ס ודעימיה האבען געהאלטען אז 'חלקים' זענען פון פרעמדע פלעצער) האט עס א פלאץ במסורת ישראל. אוודאי נישט ווי דער משנה און גמרא ווייל ס'איז פארט א מדרש, א דעת יחיד, און נישט פון די ספרים וואס מ'איז געשטאנען למנין דערויף. אבער די אלע זאכען נעמען צייט. און וויבאלד אין די טעג פונ'ם יעב"ץ איז קבלה נאך געווען א חידוש, אסאך האבען בכלל נישט געהאלטען דערפון, און ביי די מאסען איז דאס בעיקר געווען מטעם כת ש"צ, איז נישט אזוי שווער צו זאגען אז די עסטאבלישמענ"ט איז נאך נישט געווען אזוי ווי היינט.
און
@אויבערלענדער חכם, טאמער דו ווייסט אז קאמעלאהר איז נישט גערעכט, ווייז אויף. ביזדערווייל דוכט זיך אז מ'האט נישט קיין קלארע מקורות אויף די התנגדות פונ'ם פנ"י אויף ר' יונתן, נאר פון די זאכען וואס ר' יונתן שרייבט אין
לוחות עדות, און דארט שטייט נישט קיין פשט. פארוואס וועסטו זאגען אן א ראיה אז דער פנ"י האט געהאט אן אנדערע סבה פאר זיין התנגדות.
ליטוואק פון בודאפעסט@אויבערלענדער חכם, טאמער דו ווייסט אז קאמעלאהר איז נישט גערעכט, ווייז אויף. ביזדערווייל דוכט זיך אז מ'האט נישט קיין קלארע מקורות אויף די התנגדות פונ'ם פנ"י אויף ר' יונתן, נאר פון די זאכען וואס ר' יונתן שרייבט אין
לוחות עדות, און דארט שטייט נישט קיין פשט. פארוואס וועסטו זאגען אן א ראיה אז דער פנ"י האט געהאט אן אנדערע סבה פאר זיין התנגדות.
עוד חזון למועד, אבל לעת עתה קוק
דא אין #105
דאס אליינס אז אברענגט נישט פון לוחות עדות איז א חשש אויף זיין מחקר. אבער ער לייגט אייגענע פשטים אריין אין די מעשה'ס כאילו אזוי איז די פאקט. ער לאזט אויס גאנצע וויכטיגע חלקים פון די מענטשען דארט, כגון די מחלוקת'ן צווישען דער כנסת יחזקאל און דער יעב"ץ ועוד. ס'איז א פיינער מעשה זיינער, אבער עלט צו פיל צו זיין גלויבבאר.
בערעלע, כ'האף די זיקנה איז נישט געוועהן קופצת אויף דיר, אזוי שמוציק מאכען דאס אלטען פיסקעל און צו רעדען אויף א מלאך אלוקים וקדוש ישראל פון אפאהר הונדערט יאהר צוריק, ס'פאסט נישט פאר אזא חשובען אנגעזעהנע בעל עגלה, מיין טייערער ידיד ר' בערעל, חזור בך!
פי. עס. סאררי אויב כ'אב גערעדט נישט אזוי בכבוד'יק צו אייך, מוחל מי פליז.
דוכט זיך אז אחוץ חב''ד און קאמארנא האבען חסידים אויך נישט געלערנט קבלה גרונטליך מיט מענטשען וואס זענען נישט ראוי. ס'האט נישט מיט די ליטאים. אויך זענען דא חרמים פונ'ם וועד ארבע ארצות דערויף. אין כתבי אריז''ל ווערט שטארק פארדאמט דאס לערנען קבלה אז מ'האלט נישט ביי הויכע מדרגות. אזוי איז דער פשטות המסורה. און מ'האט טאקע גארנישט גערעדט צו געמיינט דער זהר, נאר דאס גאנצע חכמת הקבלה.
כאטש איך האלט ווי דעת הגר''י קאפח זי''ע לגבי דעם זוהר, מיין איך אבער אז עס איז נישט ריכטיג צו זאגן אז עס איז געווען א אנגענומענע מהלך בימים ההם קעגן זוהר, אין יענע יארן איז קבלת האר''י געווען מפורסם איבעראל און איז אפילו אריין אין הלכה דורך דעם מגן אברהם און דאכט זיך אז עס איז נישט דא קיין איין פוסק אויסער דעם תשובה מאהבה וואס רעכנט זיך נישט מיט'ן זוהר, אריינגערעכנט דעם יעב''ץ אליין אין די תשובות און אין סידור, דער מלחמה אנטקעגן לימוד הקבלה איז צוגעגאנגען אויף א פונקט פארקערטן מהלך אז מרוב קדושתו איז נישט מעגליך פאר אנשים פשוטים וכו' וכו', כאטש עס זענען זיכער געווען אזעלכע רבנים וואס האבן זיך נוהג געווען מיט'ן סיסטעם פון שקרים קדושים אבער צו זאגן אפענערהייט איז נישט געווען בנמצא אין אשכנז און פולין, און אפילו אין איטליה וואו עס זענען געווען גרעסערע דענקער איז דער ארי נוהם געווען א שטארקע חידוש, און ווען נישט זיין הויכע פאזיציע וואלט עס נישט מעגליך געווען.
ספרים אנטקעגן ארי נוהם איז דא דער אימת מפגיע על הארי פון ר' אליהו אמוזג, און עס איז אנגענומען אז דער חוקר ומקובל פון רמח''ל איז אויך געשריבן געווארן קעגן דעם ארי נוהם, כאטש אנדערע זענען מפקפק דערין.
Kool manבערעלע, כ'האף די זיקנה איז נישט געוועהן קופצת אויף דיר, אזוי שמוציק מאכען דאס אלטען פיסקעל און צו רעדען אויף א מלאך אלוקים וקדוש ישראל פון אפאהר הונדערט יאהר צוריק, ס'פאסט נישט פאר אזא חשובען אנגעזעהנע בעל עגלה, מיין טייערער ידיד ר' בערעל, חזור בך!
פי. עס. סאררי אויב כ'אב גערעדט נישט אזוי בכבוד'יק צו אייך, מוחל מי פליז.
איי עם מאויכל יו. באט איי דאנ'ט קנאו ווהאט יור סין וואס. פליעס רימיינד מי. וויטה גרעיט אפפריעשיעישן...!
מיימוןכאטש איך האלט ווי דעת הגר''י קאפח זי''ע לגבי דעם זוהר, מיין איך אבער אז עס איז נישט ריכטיג צו זאגן אז עס איז געווען א אנגענומענע מהלך בימים ההם קעגן זוהר, אין יענע יארן איז קבלת האר''י געווען מפורסם איבעראל און איז אפילו אריין אין הלכה דורך דעם מגן אברהם און דאכט זיך אז עס איז נישט דא קיין איין פוסק אויסער דעם תשובה מאהבה וואס רעכנט זיך נישט מיט'ן זוהר, אריינגערעכנט דעם יעב''ץ אליין אין די תשובות און אין סידור, דער מלחמה אנטקעגן לימוד הקבלה איז צוגעגאנגען אויף א פונקט פארקערטן מהלך אז מרוב קדושתו איז נישט מעגליך פאר אנשים פשוטים וכו' וכו', כאטש עס זענען זיכער געווען אזעלכע רבנים וואס האבן זיך נוהג געווען מיט'ן סיסטעם פון שקרים קדושים אבער צו זאגן אפענערהייט איז נישט געווען בנמצא אין אשכנז און פולין, און אפילו אין איטליה וואו עס זענען געווען גרעסערע דענקער איז דער ארי נוהם געווען א שטארקע חידוש, און ווען נישט זיין הויכע פאזיציע וואלט עס נישט מעגליך געווען.
ספרים אנטקעגן ארי נוהם איז דא דער אימת מפגיע על הארי פון ר' אליהו אמוזג, און עס איז אנגענומען אז דער חוקר ומקובל פון רמח''ל איז אויך געשריבן געווארן קעגן דעם ארי נוהם, כאטש אנדערע זענען מפקפק דערין.
הן הן הדברים אשר דברתי עם תוספת ביאור. דער נקודת השאלה איז געווען אויב דער יעב"ץ איז געווען א חידוש בדורו. אויף דעם האב איך געשריבען אז בדורו איז דער זוהר געווען אנגענומען ביי אלעמאן. דאס אז דער נודע ביהודה און דער תשובה מאהבה האבען מפקפק געווען, און דער חתם סופר אויך, איז דייקא בעקבות דער יעב"ץ נישט בנוסף אליו.
דער גאנצע נוסח "וואס ווייסען מיר?" "ווער קען וויסען?" איז א אופן פון הפצת שקרים וכזבים. מיר ווייסען גאנץ גוט פארוואס די גאוני הדור פון דער רבי רבי יונתן האבען זיך קעגען געשטעלט, אבער פון פריער א הקדמה קצרה.
איינער האט אמאל געזאגט צו רבי חיים וואלאזינער א פשט אין וואס מיר זאגען "ועיר האלהים מושפלת עד שאול תחתיה" אז "עיר" איז מלשון "התעוררות" און דער פיוט מיינט צו זאגען "ועיר האלהים" דער "התעוררות צום גאט" איז "מושפלת עד שאול תחתיה".
האט רבי חיים עם געזאגט: בשלמא אויב ירושלים וואלט אויפגעבויט געווען אין מאסקאווא (Moscow) וואלט חרב געווען, דארף מען אזוי טייטשען, אבער אויב ירושלים איז חרב און מאסקאווא שטייט פארוואס קען מען נישט טייטשען: ועיר אלהים - און דער שטאט פון גאט - מושפלת עד שאול תחתיה?!
דאס זעלבע איז מיט'ן רבי רבי יונתן. עס איז קלאר כשמש בצהריים אז די גדולי הדור האבען זיך קעגען געשטעלט צוליב די סיבה וואס זיי האבען קלאר ארויס געזאגט פון מויל - זיי האבען געהאלטען אז ער האט געגלייבט אין שבתי צבי ותו לא מידי. פארוואס מוז מען זוכען "פשטים" ווען קיין קשיא איז נישט פארהאן. דער איינציגסטע פראבלעם איז אז דער רבי רבי יונתן איז דאך געווען א רבן של כל בני הגולה און עד היום הזה כל בית ישראל נשען עליו. ענדרעש ענטפערען אויף דעם "תשבי יתרץ קושיות ואיבעיות" ווי באקען מעשיות שלא היו ולא נבראו. דער פני יהושע האט קלאר ארויס געזאגט וואס ער האלט. דער נודע ביהודה האט נישט געוואלט מספיד זיין רבי יונתן און ער האט עם נישט אריין געלאזט אין פראג ווען רבי יונתן האט געוואלט אוועק לויפען פון אלטונה צוליב די רדיפות. רבי יעקב עמדין און זיין שוואגער דער אמסטערדאמער רב האבען עם געהאלטען פאר א שבתי צבי'ניק. קוים מיט צרות האט רבי יונתן געקענט טרעפען איין גדול - דער גר"א - ממדינה רחוקה וואס האט עם געשטיצט. חוץ פונעם גר"א האבען נאר זיין תלמידים עם געשיצט.
קוק
דא # 82 דברים נפלאים אז אפשר האט דער גאון עם אויך נישט געשיצט. קוק אויך דארט # 48 לגבי דער שיטה פונעם נודע ביהודה, און אויך #53 לגבי די נוסח פון די מצבה פון עלקעלע אייבשיץ (אשת הכרתי ופלתי) און אויך #119 די בריעף פונעם נודע ביהודה.
איינער האט דא פריער מפלפל געווען מיט ליימאן'ס השערות. מען דארף וויסען אז ליימאן איז אן ערליכער און ער היט זיך דער פענע און מויל ווען ער רעדט וועגען רבי יונתן, אבער ער שרייבט דברים כהווייתן. קוק אוך #95 וואו מען קען זעהן די נוסח פון די קמיעות וירא העם וישפוט אויב מען דארף זוכען "פשטים" פאר דער פני יהושע'ס התנגדות.
איך מיין די צווייטע האלב אשכול קען ווערן אפגעטיילט אין אריינגיין מלפני אשאד אזעלעכע רייכע שמועסן זאלן מוזען זיי מאחורי.
אכטונג גבאים
ניין ער שרייבט נישט דברים כהווייתן. מיין השערה איז אז ער האט נישט קיין אגענד''ע, נאר צו האבען א מהלך אין די גאנצע זאך. ער פילט אן לעכער מיט השערות. דאס נישט ברענגען דער לוחות עדות איז איין ראיה. און דער גר''א איז נישט דער איינציגסטער. דער בעל הפרדס איז גארנישט קיין קטלא קניא
smartאיך מיין די צווייטע האלב אשכול קען ווערן אפגעטיילט אין אריינגיין מלפני אשאד אזעלעכע רייכע שמועסן זאלן מוזען זיי מאחורי.
אכטונג גבאים
great and "smart" minds think alike. You are certainly right about that
ליטוואק פון בודאפעסטניין ער שרייבט נישט דברים כהווייתן. מיין השערה איז אז ער האט נישט קיין אגענד''ע, נאר צו האבען א מהלך אין די גאנצע זאך. ער פילט אן לעכער מיט השערות. דאס נישט ברענגען דער לוחות עדות איז איין ראיה. און דער גר''א איז נישט דער איינציגסטער. דער בעל הפרדס איז גארנישט קיין קטלא קניא
איך וויל אייך ענטפערען כשיהיה הזמן גרמא לכך. אפשר קענט איר ביזדערווייל ווייזען מער צפיציפיש וועלכע נקודות וואס ער זאגט איז נישט געבויט אין פאקט. ייש"כ וסליחה שקצרתי במקום שאמרו להאריך מפני כבודו של העיר הבירה בודאפעסט למרות שהוספת לו שם לווי לגנאי:)
נאכ'ן ליינען די אשכול נאכ'ן אריבערפיהרען (כולל די התחלות פון איחוד פעלד און זיין קעגענער), זעט מען אז ס'הערשט א סאך אי ידיעות אויפ'ן ענין בכלל ובפרט. איך האב נישט גרונטליך שטודירט קיין היסטוריה, אבער פון אלס וואס איך האב געליינט זעט מיר אויס אזוי.
דער ש"צ איז געווען עפעס אינטרעסאנט און ער האט געגרינדעט א באוועגונג ענדליך צו חסידות, וואס האט געצויגען פשוט'ער מענטשען און דערהויבענע מענטשען אויף צוויי אופנים. דער כת איז נישט געווען דער עיקר, נאר די הנהגות און גלויבונגען. פשוט'ער מענטשען האבען עס אנגעזעהן אלס א משיח וואס וועט זיי אויסלייזען פון זייערע חובות צום קרעדי"ט קאר"ד וכדו', און דערהויבענע מענטשען האבען געשמעקט א נייער עבודה און א וועג צו קומען צו שלימות און קורבה לה'. דוכט זיך אז ס'איז געווען א ביסל ענדליך צום מי השילוח און ר' צדוק וכדו' וועגען די גוט'ס פון שלעכט'ס, אז די עבירה איז אויך א חלק פון פלאן וכדו'. מסתמא זענען געווען אנדערע זאכען אויך, איך קען נישט די קליינע אותיות, אבער עכ"פ ס'איז נישט געווען פשוט און גלאטער כפירה, און גדולי עולם זענען אריינגעפאלען, און נתן העזתי האט פארפאסט פיינער חיבורים וואס מ'קען אין דעם אריינפאלען.
יעצט נאכ'ן שמד'ן האבען די פשוטי עם זיך אפגעלאזט, פארשטייט זיך. אבער די השקפה האט מען נישט אזוי לייכט אויסגעראטען. ווען מ'האט באשולדיגט מענטשען אין שבתאות, איז דאס נישט א שטייגער ווי קלוגער היינט, אדער איינער פפון די וועלט'ס קולט'ן וואס מ'האט בסודיות באלאנגט צו א כת, מיט פארבארגענער הנהגות און א secret handshake. מ'האט גערעדט פון די גלויבונג וואז ש"צ האט מחדש געווען. יעצט טאמער דער רבי יונתן אייבישיץ האט געהאלטען אז נישט די גאנצע השקפה איז געפסל'ט, און אע"ג אז דער פיהרער האט זיך געשמד'ט, מיינט עס נישט אז אלס וואס ער האט געזאגט איז אפגעפרעגט, ווערט ער נישט קיין גלאטער אפיקורס דערפאר. איך זאג נישט אז ר' יונתן האט אזוי געגלייבט, ווייל איך ווייס נישט, אבער דער נושא איז נישט צו מ'מעג עס'ן תשעה באב וכדו', נאר די גלויבונגען און חידושים אין קבלה פון ש"צ. אוודאי דער פנ"י און דער יעב"צ האבען געהאלטען אז דאס וואס ער גלויבט איז כפירה, און דעריבער איז מען ארויס בקול רעש גדול. ווידער דער נוב"י האט ווייניגער געגלויבט אז ס'איז כפירה, אבער פראקטיש האט ער געהאלטען אז ס'איז בעסער זיך נישט אריינלייגען דארט. דערפאר האט ער געוואלט אזוי מפשר זיין און פארשווייגען די קמיעות אבער האלטען ר' יונתן אין זיין אמט. די מעשה פונ'ם נישט אריינלאזען ר' יונתן וואוינען אין פראג לדעתי האט נישט קיין שייכות מיט התנגדות. וועגען אט די מחלוקת האט זיך גאנץ פראנקפורט צוטיילט פאר אסאך יארען מיט א מחלוקת און א שלעגעריי צווישען די משפחת 'קאהן' און משפחת 'קולפא' וואס איז מאפיל אלע באבוב'ס און סאטמאר'ס און פאנאוויעז'ס אין איהר העצעריי. אין פראג איז געווען א שטארקע שטיצע צו ר' יונתן, נאך פון זיין יארען דארט, און ס'איז נישט שוווער משער צו זיין אז דאס קומען דארט וואוינען וואלט ערוועקט א שטארקע ווידערשטאנד, און קהלת פראג וואלט אסאך געליטען.
ס'האט קיינער נישט געמיינט אז ש"צ איז נאר א כאריזמאטי'שע מענטש און ר' יונתן האט געגלויבט אין איהם על אף זיין פאר פראבלעמען. מאך זיך נישט נעריש. דער נושא, אפילו פון די אפענע זאכען וואס מ'זעט איז קלאר געווען א טיפערע און דאס פשטות איז גוט פאר מעשה'ס אין פארזעצונג אין דער איד, אבער צו אמת האט עס נישט מער ווי א קליינער שייכות.
דאס גאנצער רעדען וועגען דער 'כת' און די פערזענליכע נערווען קראנקייטען פון ש"צ איז מער א פראדוקט פון היינטיגע פאליטיק ווי א מחלוקת הראויה לשמה פון גדולי עולם. און אז מ'ליינט די כתבים פון דער ליעמאן, וואס האט קיין שום פראבלעם נישט צו באשולדיגען גדולי עולם אין קאווע"ר אפ"ס פאר'ן פערזנעליכע כבוד (ער וויל זאגען אז דער נוב"י האט מורא געהאט פאר זיין פאסט'ן אין פראג, דעריבער האט ער געשטיצט ר' יונתן!), אן קיין עכטע ראיות (ווער קען וויסען וואס טוט זיך ביי יענעם אין הארצ'ן) איז נישט מיט די ריכטיגע בליק אויף מענטשען וואס אז מ'נעמט ארויס דער לש"ש בלייבט מען מיט גארנישט.
Re: מחלוקת היעב"ץ ורבי יהונתן אייבשיץ
דוכט זיך אז די מחלוקת צווישן די קאהן'ס און די קולף'ס האט זיך שוין אנגעהויבן נאך בעפאר די מחלוקה קעגן ר' יונתן.
Re: מחלוקת היעב"ץ ורבי יהונתן אייבשיץ
דעת תורהדוכט זיך אז די מחלוקת צווישן די קאהן'ס און די קולף'ס האט זיך שוין אנגעהויבן נאך בעפאר די מחלוקה קעגן ר' יונתן.
יא יא, פונקט ווי אסאך מחלוקת'ן וואס ס'שפאלט זיך אויפ'ן שוואכער פונקט, וואס ס'הייסט אויף ענגליש fault line. אבער ווי נישט ווי, ס'האט געהאט אן אחיזה און א קיום מיט דעם אז מ'האט עס געקענט איינוויקעלען אין א לשם שמים.
ליטוואק פון בודאפעסט
דאס גאנצער רעדען וועגען דער 'כת' און די פערזענליכע נערווען קראנקייטען פון ש"צ איז מער א פראדוקט פון היינטיגע פאליטיק ווי א מחלוקת הראויה לשמה פון גדולי עולם. און אז מ'ליינט די כתבים פון דער ליעמאן, וואס האט קיין שום פראבלעם נישט צו באשולדיגען גדולי עולם אין קאווע"ר אפ"ס פאר'ן פערזנעליכע כבוד (ער וויל זאגען אז דער נוב"י האט מורא געהאט פאר זיין פאסט'ן אין פראג, דעריבער האט ער געשטיצט ר' יונתן!), אן קיין עכטע ראיות (ווער קען וויסען וואס טוט זיך ביי יענעם אין הארצ'ן) איז נישט מיט די ריכטיגע בליק אויף מענטשען וואס אז מ'נעמט ארויס דער לש"ש בלייבט מען מיט גארנישט.
@ליטוואק פון בודאפעסט, דו מאכסט א טעות, דוקא הרב ליימאן (אין
דער ארטיקל) טענה'ט (מיט ראיות!) אז דער נו"ב האט אין דער אפן געשטיצט דער רבי ר' יהונתן צוליב טעמים פון חילול ה' וכבוד התורה, נאר צום סוף דערמאנט די וואס האבן אנדערש געהאלטן. זיין ראי' דארטן מיט דער הספד האב איך טאקע ניט פארשטאנען.
דברים מפליאים וחריגים בעניינו של ש"צ בשמם של הבעש"ט ור' חיים פלאג'י ראה
כאן בהע'עוד בענין הרבי רבי יונתן
<a class="postlink" href="http://seforim.blogspot.com/2015/07/artscroll-and-more.html">http://seforim.blogspot.com/2015/07/art ... -more.html</a>
ווי זיכער איז דאס אז ר' יהונתן האט מחבר געווען דעם 'ואבוא היום אל העין'?
זע אין תשובות מהרי"ץ ח"א סי' קג, באריכות וועגן דעם ענין, וכה דבריו: ומה שיש לנו ללמוד ממחלוקת הגאונים זי"ע שלא ליתן פתחון פה חלילה לחיצונים, והאי תיגרא לבידקא דמיא דמי, תחילתו אנוס ע"י אהבת האמת וסופו רצון ע"י מעשה ולבוש האמת, וראוי ללמוד איך לא נשאו פנים אם היה נראה להם נגד האמת אם גם כארזים גבהו בוש לא יבושו וממש במסירות נפש, ולעומת זה נוכל ללמוד לקיים דברי חז"ל ויתד תהיה לך שלא לקבל שמועות, וכו', הוא הדבר אשר גרם גם בעת ההוא אשר הגאון היעב"ץ ז"ל ברוב קנאתו ולרוב אשר רצה לדמות לאביו הגאון ז"ל המקנא קנאת ה' באמסטרדם לגדור נגד כת הארורה ימ"ש, גם הוא רצה למצוא מקום לגבות לתלות ולהתגדר בו, וקיבל כל מה שנאמר לו בענין זה, הכל ועל הכל, ולא נשא פנים, וכשגגה מלפני השליט, וכו', ולעומת זה נוכל ללמוד איך הגאון ר"י ז"ל ברוב גאונו לא ענה דבר בענוות צדקו, ובכל ספריו אין רמז ואין רמיזא נגד שונאיו, ואף בהקדמת הפלתי ג"כ הטמין עט בלשון קל, ואף בספרו לוחות העדות לא בקול חירופין וגידופין יצא, והיינו יחוסו וזכותו כי האמת מדבר בעד עצמו. ולנו אין נפקותא תרוויהו צדיקי גמורי הוי ובוודאי שלמא עבדו בהדייהו בעולם האמת והשלום, ואין לנו רק ללמוד מוסר היצוא מזה, וכו'.
רוסישערווי זיכער איז דאס אז ר' יהונתן האט מחבר געווען דעם 'ואבוא היום אל העין'?
כמדומני שהוא מילתא דפשיטא
עס איז שוין געוועהן וועגן דעם געשפרעכן דא אין ק"ש.ַ
ווער עס קען זאל מלנקק זיין.
Re: מחלוקת ר' יעקב עמדין און ר' יהונתן אייבשיץ
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/1828">viewtopic.php?t=1828</a><!-- l -->
צוזאמגעשטעלט
אפגעזען וואס די טעם אין די מחלוקת צווישן די צוויי גדולי עולם זכותם יגן עלינו, איז געווען. איז אבער זיכער אז די דתן ואבירם'לעך פון יענעם דור האבן געשפילט א גרויסע ראלע דערין. איך האב בסייעתא דשמיא געטראפן אן אינטערסאנטן זאך אין די ענין, וואס איז לפע''ד כדאי אראפצוברענגן.
אין ספר ''שמוש'' פארפאסט דורכן יעב''ץ אנטקעגן כת ש''ץ, צום סוף פונעם ספר ברענגט ער אראפ א בריוו פון זיין ידיד
ליפמן כהן מהנובר וואו ער פארציילט אים די השתלשלות פון די מסירה און ויכוח מיט די פראנקיססטן. סוף פונעם בריוו שרייבט ער:
וכאן נמצא כאן היה ס' תפארת צבי על פשטים. ובפתיחה שו''ת לאותו רשע. והשיב מה שהשיב לו. וקודם סיום התשובה מסיים בזה''ל למרום שבתי יעלה ויבוא בנפש יהונתן. בודאי כונתו על האי רשע שחיק טמיא צבי שבור.
📎 Annotation 2020-05-24 235947.jpgאין אנדערע ווערטער דער בריוו שיקער ליפמן כהן דערציילט פארן יעב''ץ אז נישט מער און נישט ווייניגער נאר ר' יונתן שרייבט קלאר אין א תשובה אז ער אינדנטעפצירט זיך מיט ש''ץ, און איז גאר א גלגול פון אים.
לאמיר זיך נישט פוילן אן לאמיר אפירנעמען די ספר ''תפארת צבי''. יאפ! גלייך אנהייב איז טאקע דא א תשובה געשריבן דורכן ר' יונתן. אבער די ציטירטע באמבאסטישע ווערטער זענען בכלל נישט ווי ליפמן כהן האט ציטירט. אט ליינט:
ראיתי לפנות עצמי מעמלי להודיע לו דעתי בקצרה דברי שוחר טובתו. וה' ינחני בדרך אמת ושלום לכל ישראל ושלומו דמר יסגה וירבה ויחזירה למקום איתן מושבו במהרה ולמרום שבת יעלה ויבוא כחפץ אוהבו הטרוד יהונתן
📎 Annotation 2020-05-25 173344.jpgווי מיר זען איז טאקע דא א תשובה פון ר' יונתן. אבער די ווערטער וואס זענען געזאגט געווארן פארן יעב''ץ, אז ר' יונתן האט כלומפרשט געלאזט פאלן, איז נישט געשטויגן און געפלויגן. ס''ה איז עס א ברכה פון ר' יונתן פאר א רב אז ער זאל זיך שטארקן וכו' ווי עס איז איינגעפירט זיך צו ווינטשן. און איז במזיד פארדרייט געווארן דורך ליפמן כהן. זען מיר דאך קלאר ווי אזוי עס איז צוגעגאנגן די מחלוקת. דער יעב''ץ איז אנגעהעצט געווארן דורך געמיינע יונגן.
עס ווערט אבער נאך מער אינטרעסאנט ווייל ווארשיינדלך קען איך אייך פארציילן פארוואס טאקע דער ליפמן כהן פון הנובר האט געשפירט פאר וויכטיג אנצוהעצן א מחלוקת צווישן צוויי גרויסע.
א זוך אין ''אוצר החכמה'' דערציילט אז דער גאון ר' דוד אופנהיים זצ''ל איז געווען אן איידעם ביי... יאפ! ליפמן כהן מהנובר.
נא איז וואס?
אויב אזוי איז פארשטאנדיג פארוואס ליפמן כהן האט געטראגן א שנאה כלפי ר' יונתן (פארשטייט זיך בגדר השערה). ווי באקאנט איז צווישן די צוויי גדולים ר' דוד ור' יונתן גארנישט געווען אהבת דוד ויונתן. אויב אזוי קען מען גוט פארשטיין פארוואס ליפמן כהן, זאל וועלן צוגיסן אויל צום פייער און פיטערן דער יעב''ץ מיט ליגנטס, נישט לאזן די צוויי זייטן קומען צו א פארשטענדיגונג. ועל הכלל כלו יצא, ווער ווייסט וויפיל אזעלכע אנגעווייטוגטע שווערס און איידימער זענען געווען, ביי די מחלוקה און ביי יעדע אנדערע מחלוקה צווישן גדולי עולם.
שיינע פשט'ל, אבער שטימט נישט מיט די יארן.
תצ"ז איז ר' דוד אפנהיים אוועק, און ר' ר' יונתן איז געקומען צו אלטונא תק"י און דעמאלס האט זיך אנגעהויבן די מלחמה וועגן די קמיעות.
אישתישבישיינע פשט'ל, אבער שטימט נישט מיט די יארן.
תצ"ז איז ר' דוד אפנהיים אוועק, און ר' ר' יונתן איז געקומען צו אלטונא תק"י און דעמאלס האט זיך אנגעהויבן די מלחמה וועגן די קמיעות.
זעט אויס כהאב מיר נישט גענוג ארויסגעברענגט.
נישט קיין חילוק צי ר' דוד אפנהיים האט נאך געלעבט דעמאלטס, געט עס נאך אלס א שיין פארוואס דער ליפמן כהן איז געווען אנגעווייטאגט אויף ר' יונתן. נאך מער ר' דוד אופנהיים איז נאר געווען אן איידעם ביי אים א קורצע תקופה, ביז זיין רעביצן איז געשטארבן. מיט דעם אלעמעם קען מען זאגן אז ליפמן כהן איז געוארן אנגעווייטאגט אויפן ר' יונתן, וויבאלד סוף כל סוף האט ער געהאט א געפיל פאר זיין געוועזנעם איידעם.
בדרך אגב, איך וויל צולייגן בילדער צו מיין ארטיקל (נישט פון די נעט נאר פון מיין קאמפיוטער,) אבער איך ווייס נישט ווי אזוי. קען מיר איינער העלפן?
יישר כח ריכיטיג פארן ארויסהעלפן.
כרם זיתאישתישבישיינע פשט'ל, אבער שטימט נישט מיט די יארן.
תצ"ז איז ר' דוד אפנהיים אוועק, און ר' ר' יונתן איז געקומען צו אלטונא תק"י און דעמאלס האט זיך אנגעהויבן די מלחמה וועגן די קמיעות.
זעט אויס כהאב מיר נישט געאנוג ארויסגעברענגט.
נישט קיין חילוק צי ר' דוד אפנהיים האט נאך געלעבט דעמאלטס, געט עס נאך אלס א שיין פארוואס דער ליפמן כהן איז געווען אנגעווייטאגט אויף ר' יונתן. נאך מער ר' דוד אופנהיים איז נאר געווען אן איידעם ביי אים א קורצע תקופה, ביז זיין רעביצן איז געשטארבן. מיט דעם אלעמעם קען מען זאגן אז ליפמן כהן איז געוארן אנגעווייטאגט אויפן ר' יונתן, וויבאלד סוף כל סוף האט ער געהאט א געפיל פאר זיין געוועזנעם איידעם.
בדרך אגב, איך וויל צולייגן בילדער צו מיין ארטיקל (נישט פון די נעט נאר פון מיין קאמפיוטער,) אבער איך ווייס נישט ווי אזוי. קען מיר איינער העלפן?
עס דארף אביסעל מער ארבעט, דער ספר תפארת צבי ווען איז עס געדרוקט?
איך זעה אז רד"א האט חתונה געהאט אין תמ"א מיט זיין טאכטער, איז פשט אז ער איז געווען היבש עלטער פין יעב"ץ, און ער רופט אים ידידי, נישט געפערלעך אבער דאך.
אישתישביכרם זיתאישתישבישיינע פשט'ל, אבער שטימט נישט מיט די יארן.
תצ"ז איז ר' דוד אפנהיים אוועק, און ר' ר' יונתן איז געקומען צו אלטונא תק"י און דעמאלס האט זיך אנגעהויבן די מלחמה וועגן די קמיעות.
זעט אויס כהאב מיר נישט געאנוג ארויסגעברענגט.
נישט קיין חילוק צי ר' דוד אפנהיים האט נאך געלעבט דעמאלטס, געט עס נאך אלס א שיין פארוואס דער ליפמן כהן איז געווען אנגעווייטאגט אויף ר' יונתן. נאך מער ר' דוד אופנהיים איז נאר געווען אן איידעם ביי אים א קורצע תקופה, ביז זיין רעביצן איז געשטארבן. מיט דעם אלעמעם קען מען זאגן אז ליפמן כהן איז געוארן אנגעווייטאגט אויפן ר' יונתן, וויבאלד סוף כל סוף האט ער געהאט א געפיל פאר זיין געוועזנעם איידעם.
בדרך אגב, איך וויל צולייגן בילדער צו מיין ארטיקל (נישט פון די נעט נאר פון מיין קאמפיוטער,) אבער איך ווייס נישט ווי אזוי. קען מיר איינער העלפן?
עס דארף אביסעל מער ארבעט, דער ספר תפארת צבי ווען איז עס געדרוקט?
איך זעה אז רד"א האט חתונה געהאט אין תמ"א מיט זיין טאכטער, איז פשט אז ער איז געווען היבש עלטער פין יעב"ץ, און ער רופט אים ידידי, נישט געפערלעך אבער דאך.
די ספר תפארת צבי איז געדרוקט געווארן בשנת למען ת
היה לבני ישראל ל
תפארת
צב
י.אין אנדערע ווערטער בשנת תקט''ו - 1755.
אין בנוגע דיין אנדערע שאלה האב איך נישט פארשטאנען ווער ריפט וועם ידידי, זיי דיך מער מסביר.
📎 Annotation 2020-05-26 174725.jpg
סא פרעג איך אייך, קען דען זיין אז דער זעלבער מענטש וואס זיין טאכטער האט חתונה געהאט תמ"א, האט נאך תקט"ו געשריבען א בריוו צו דער יעב"ץ? עס קען זיין, עס קומט אויס ער איז געוועהן פינף און ניינציג בערך. אין יענע צייטן א פינף און ניינציגער יעריגער איד זאל שרייבן בריוו, וואלט מען געהערט אז ליפמאן כהן פין הנובר האט מאריך ימים געוועהן גאר לאנג.
מחלוקת היעב"ץ ורבי יהונתן אייבשיץ
אישתישביסא פרעג איך אייך, קען דען זיין אז דער זעלבער מענטש וואס זיין טאכטער האט חתונה געהאט תמ"א, האט נאך תקט"ו געשריבען א בריוו צו דער יעב"ץ? עס קען זיין, עס קומט אויס ער איז געוועהן פינף און ניינציג בערך. אין יענע צייטן א פינף און ניינציגער יעריגער איד זאל שרייבן בריוו, וואלט מען געהערט אז ליפמאן כהן פין הנובר האט מאריך ימים געוועהן גאר לאנג.
לכאורה ביזטו גערעכט בפרט אז ליפמן כהן שרייבט זיך אונטער אלס ''תלמידו'', איז משמע אז ער איז געווען יונגער פונעם יעב''ץ (הגם דאס אליין וואלט מען נאך געקענט פארענטפערן). איך וועל בעזרת ה' מעיין זיין מער בספר ''שמוש'' (עס איז אן אלטע דרוק ממילא דארף איך האבן די נערווען דערפאר,) און דא מעלדן אויב איך האב עפעס נייעס בענין זה.
דער פולמוס איבער די מצבה
שניאור ז. ליימאנס באשרייבונג איבער די מציבה פון הרבנית עלקלי אייבשיץ - אשת רבי יונתן - איז מבהיל הרעיון.
אינטרעסאנט אז קיינער האט עס נישט נישט צוגעברענגט. אין מיינע אויגן ווארפט די מצבה א ליכט אויף די גאנצע פרשה.
מ׳האט געמאכט א פאבריקאציע אז די מצבה איז אויסגעשטעלט אויף די אקראסטיק פון שבתי צבי!
ווען יעדער האט געקענט זעהן אז לא דובים ולא יער!
מצבה
📎 8FFB3A41-A669-4F3B-97D0-F2C6891B7C4B.jpegדע פיקטשע פון די מצבה
📎 8FFB3A41-A669-4F3B-97D0-F2C6891B7C4B.jpeg📎 A8F11180-0CFB-4521-A000-24B7EA3FCFB3.jpeg
<a class="postlink" href="http://leimanlibrary.com/texts_of_publications/53.%20Mrs.%20Jonathan%20Eibeschuetz%20Epitaph%20A%20Grave%20Matter%20Indeed.pdf">http://leimanlibrary.com/texts_of_publi ... Indeed.pdf</a>