☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » קדמות ספר הזוהר

קדמות ספר הזוהר

231 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4749
בלאט: 1 2 3 4 5

הקטן » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 7:01 pm

· #418885
גדליה
הקטן
דאס איז מער וואו א שינו לשון קצת, דאס איז שוין עפעס ניי אינגאנצען

אלא מאי?

זעצט דיך לערנען די חכמים הראשנוים
און אז דו האסט דארך געלערנט אלע חכמים הראשנוים אין נישט געטראפן קיין מקור, און דו זעסט דאס יא אין זוהר, וואס זאגט דאס דיר?

מיין עקספעקטעשן איז נישט אז א יעדער זאל פארשטיין, ווער ס'פארשטייט נישט קען מיך ראיג איגנערירען

גדליה » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 7:04 pm

· #418887
וואס זאגט עס? רעד קלאר, ברענג לשונות. וואס איז די מצוה פון רעדען מיט רמזים און רמזי רמזים.

גדליה » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 7:18 pm

· #418889
איך האב נישט עכט קיין געדולד צו פירען א טענה׳ריי אויף אזא אופן מיט פאני דיסקלעימערס אז ווער ס׳איז מחולק מיט אייך איז מחוייב אייך צו איגנארירען ווייל ער פארשטייט דאך נישט, און בכלל די גאות אז יעדער וואס האלט אנדערש ווי אייך פארשטייט אייך נישט. מען פארשטייט וואס איר זאגט נאר איר רעדט גרויסע שטותים במחילת כבודכם.
כדי שלא יאמרו מדשתקי רבנן וכו׳
ס׳איז דא צענדליגע אויב נישט הונדרעטער מאמרים אין רמב״ם וואס האבען נישט קיין מקור אין קיין שום ארט. אסאך פון זיי קומען פון פארלוירענע מדרשים און גמרות וכו׳, ווי למשל ירו׳ קדשים וואס האט מעגליך אמאל עקזיסטירט און איז פארלוירען געגאנגען.
אויב צוויי הונדערט יאר נאכ׳ן רמב״ם איז ערשינען א ספר וואס ברענגט א מאמר פון רמב״ם איבערגעזעצט אויף אראמיש, איז דאס בערך אזא גיטע ראיה ווי צו זאגען אז די ירושלמי המזוייף מוז זיין אמת ווייל דאס איז די איינציגסטע מקור פאר פילע מאמרים פון רמבם
די אמת איז אוודאי פארקערט, די ירושלמי המזוייף האט אריינגעשטעלט מאמרים פון איבעראל און די בעל הזוהר האט געקענט טוהן די זעלבע (כ׳זאג נישט אז ער האט, כ׳זאג אז ס׳איז נישט קיין ראיה).
אבער פאקטיש דארף מען אפילו נישט צוקומען צו דעם ווייל די רמבם ברענגט ארויס די תוכן פון די מאמר חזל און איז נישט מדייק אין די לשון, און אזוי אויך אין אנדערע ספרים זעהט מען אז זיי זענען מעתיק סתם, כל הכועס וכו׳ און זיי שרייבען נישט ארויס כל המשבר כלים בחמתו.
היינט איז מען זייער מקפיד נאכצושרייבען א לשון כהוגן, אבער אמאל איז דאס נישט געווען מעגליך. ס׳איז נישט געווען קיין ספרים שענק אנגעפילט מיט גמרות און ס׳האט געדויערט לאנג נאכצוזוכען, האט די רמבם פשוט נאכגעשריבען די תוכן, און אזוי אויך די זוהר האט נאכגעשריבען די תוכן המאמר והכל על מקומו יבא בשלום.
פון דא און ווייטער גיי איך אייך איגנארירען כפי בקשתכם.

הקטן » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 7:34 pm

· #418891
גדליה

די גאות אז יעדער וואס האלט אנדערש ווי אייך פארשטייט אייך נישט.
איך בין זיכער ס'דא וואס פארשטייען וואס איך זאג, און האלטן אנדערש פין מיר.

מען פארשטייט וואס איר זאגט נאר איר רעדט גרויסע שטותים במחילת כבודכם.
איך ווייס ס'איז דא וואס פארשטייען, צי איינער פארשטייט יא אדער נישט איז געוונדלעך מעגליך צי באמערקען אין יענמס תגיבה.

כדי שלא יאמרו מדשתקי רבנן ??? וכו׳
וואס מאכט אייך מיינען אז נאר איר באמערקט אז וואס איך שרייב איז "גרויסע שטותים".
מיר קיקט דאס אויס וואו עפעס א דל גאות'שאפט
איינער וואס האט די הרגשה אז ער איז שטיבלס חכם און דארף אפראטעווען די נישט אזוי פראגעשריטענע צווישען אינז
איינער מיט אן attitude פין א לולב היבש
וואס מיינט איר?

אבער פאקטיש דארף מען אפילו נישט צוקומען צו דעם ווייל די רמבם ברענגט ארויס די תוכן פון די מאמר חזל און איז נישט מדייק אין די לשון,
דאס איז נישט די תוכן, די תוכן רעדט ווען ער טוט א מעשה!
בכלל ברענגט די רמב"ם געוונדליך יא די לשון, און ווען נישט איז דא א סיבה

רבה"ק האט אויך ציגעבערנגט פין פירוש המשניות אבות פרק ב משנה י. וואו דער רמב"ם מאכט נאך אמאל די זעלבע גרייז!
דארט גייט שוין די רמב"ם ווייטער מיט זיינע נישט מדייק זיין און ברענגט אויך א פסוק - וסמכוהו לאמרו "לא יהיה בך אל זר ולא תשתחוה לאל נכר".
וואס אזא סארט צישטעל איז בכלל נישט דא און ערגעץ אויסער אין זוהר

און אזוי אויך אין אנדערע ספרים זעהט מען אז זיי זענען מעתיק סתם, כל הכועס וכו׳ און זיי שרייבען נישט ארויס כל המשבר כלים בחמתו.
זיכער אזוי!
זיי ברענגען דאס אדער פינעם רמב"ם אדער פין די זהר זעלבסט פין וואו די רמב"ם האט דאס גענימען.
די סיבה פארוואס זיי ברענגן דעם ממאר אין נישט פין בבלי ווייל דאס איז אסך שטרעקער! דא פעלט בכלל נישט אויס קיין מעשה

היינט איז מען זייער מקפיד נאכצושרייבען א לשון כהוגן, אבער אמאל איז דאס נישט געווען מעגליך. ס׳איז נישט געווען קיין ספרים שענק אנגעפילט מיט גמרות און ס׳האט געדויערט לאנג נאכצוזוכען, האט די רמבם פשוט נאכגעשריבען די תוכן
דא וועל איך לאזן א יעדעם פריוואט לאכן

פון דא און ווייטער גיי איך אייך איגנארירען כפי בקשתכם.
איטס עבאט טיים, יש"כ

מיין עקספעקטעשן איז נישט אז א יעדער זאל פארשטיין, ווער ס'פארשטייט נישט קען מיך ראיג איגנערירען

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 7:36 pm

· #418892
.

גדליה » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 7:59 pm

· #418895
הקטן וואס איז טאקע פשט אז די רמבם איז מכריע ווי די זוהר קעגען די גמרא?
אויך וואס איז פשט אז איר האט ציטירט נאר א האלבע תגובה פון מיך?

(סארי כ'האב מיך נישט געקענט איינהאלטן אויב די פראגעס מאכט דיך אומבאקוועם שפירט פריי צו איגנארירען)

הקטן » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 10:27 pm

· #418932
געווען אמאל א איד וואס האט געוואלט ארויסגעבן א ספר און פארקויפן אז דאס איז אן אלט ספר, פארוואס נישט, וואס האט ער געטון?

וואו באקאנט ברענגט דאך די רמב"ם פילע מאל, בשם "חכמים הראשנוים", ממארים וואס האבען נישט קיין מקור אין קיין שום ארט.

צענדליגע אויב נישט הונדרעטער אזאלעכע מאמרים איז דא אין רמב״ם, זיי האבען נישט קיין מקור, און די רמב"ם ברענגט דאס גלאטיג בשם "חכמים הראשנוים"
קיינער טרייט אפילה נישט נאך ציזוכען די מקור, אדער פרעגן אויף די רמב"ם, ווייל די רמב"ם, וואו באקאנט, נישט אזוי וואו היינט, האט בכלל נישט מדייק געווען.
ס׳איז נישט געווען קיין ספרים שענק אנגעפילט מיט גמרות און ס׳האט געדויערט לאנג נאכצוזוכען.

מארק שפירא שרייבט דאס אויך בפירוש, הגם ער רעד פין פסוקים, נו, ווער זאגט מארק שפירא האט מדייק געווען, געמיינט האט ער אויך ציזאגן לשונות פין חז"ל, אדער צישטעלן פסוקים צי לשונת פין חז"ל

דא איז דער איד אויפגעקימען אויף א המצאה, ער וועט דאס אריינשטעלן אין זיין ספר, און אלע וועלן פארשטיין אז די רמב"ם האט דאס געזען אין דעם אלטען ספר.
די אלע אנדערע צענדליגע הינדרעטע מאל וואס די רמב"ם ברענגט אן קיין מקור האט ער פאר א סיבה נישט געוואלט אראנשטעלן, איינס צוויי שטיקלעך איז פינקט געניג, האט ער צי זיך געטראכט.

די שטיקעל האט געהאט ביי אים א ספעציעל חשיבות ווייל די רמב"ם אויף א צווייט פלאץ, אויף זיין פירוש אויף משניות, לייגט דארט די רמב"ם צי אז חז"ל נעמען דאס פין א פסוק! וועט ער טאקע דארט אויך אריין שטעלן טאקע די פסוק!

ענד-לא-ענד-ביהאלד די טריק איז געלאנגען, הקטן אויף קאווע שטיבל איז געפאלען דערפאר

טייל ווילען זאגן, אז די רמב"ם האט געהאט פארשידענע פארלוירענע מדרשים און גמרות, א שטייגער וואס איז היינט באקאנט אלס דער "זוהר", "רעיא מהימנא", "זוהר חדש", "סתרי אותיות", וואס האט אמאל עקזיסטירט און איז פארלוירען געגאנגען, און סשטימט א מחי ווייל דאס וואס דער רמב"ם שרייבט שטייט דאך טאקע ממש אינעם זוהר, וואס איז געווען פארלוירן.

אבער די מער געריבענע זאגן וואס פארלוירן ווען פארלוירן! עקזיסטירט און איז פארלוירען געגאנגען?!? קען נישט זיין!
דאס איז א קאנספעראציע! אפשר כדי צי אסרען הצז"ל, וואו די קריסטען!

וואס בלייבט איבער איז - וואס איז מער plausible?

מיין עקספעקטעשן איז נישט אז א יעדער זאל פארשטיין, ווער ס'פארשטייט נישט קען מיך ראיג איגנערירען,
וועם סקוועשעט נאך אלץ האט אויך די option צי האקן אין קאפ אין שרייבן שלא כענין

גדליה » פרייטאג דעצעמבער 14, 2018 3:17 pm

· #418969
השקפת מרא דאתרא קדישא גאב"ד ירושלים זצוק"ל על חכמת הקבלה
פד - אמונת הקבלה והבינה הפנימית
בראשית הצעדים של תלמוד רזי תורה, כשרואים איך הפרטים מתקשרים זה בזה, ומכל מקום אין מבינים את התוכן היסודי שבהם, צריכים לצייר יפה, איך שכל אלה הדעות והציורים באו מתוך הופעה רוחנית, גדולה ומפוארה, של רוח הקודש, על ידי השרידים אשר ד' קורא. והשלשלת הולכת היא ונמשכת בקדושה, עד שמתאחדת בהלכה למשה מסיני. ואז זורח, על ידי כח אמונה קדושה זו והשערתה, אור גדול לישרים, והבינה הפנימית הולכת היא ומתרחבת. כי ד' יתן חכמה מפיו דעת ותבונה.

פה - הקבלה וההשערה הפנימית
עמקי הסודות האלהיים פשוט הוא שאין להבינם בבירורם בשכל האנושי, אלא על פי הקבלה , מאנשים מופלאים, שהאור האלהי חדר לתוך נשמתם. וכשלומדים את דבריהם, בהכנה הראויה, באה ההשערה הפנימית,ומישבת את הענינים על הלב. עד שהם דומים למושגים בשכל הטבעי הפשוט. ולעולם צריכים לצרף אל המדע הזה את כח האמת של הקבלה,ואז נעשים הדברים מאירים ושמחים כנתינתם מסיני, לכל חד וחד לפום דרגיה.

פו - ודאות הקבלה והשערותיה
החכמה האלהית, ברום טהרתה, תוכל לחולל מחשבות השעריות בלב כל נבון, אבל הודאות שלה היא מסורת נקיה, וזאת היא תהלתה. ההבדל שבין המשוער ובין הודאי, אפילו באותה ידיעה עצמה, הוא עמוק מכל תהומות. וקל וחומר שהודאיות יש לה תנאים אחרים,והתילדות מציאותית כזאת,שאין להשערה העיונית שום חלק בה. והמסתכל הטהור לעולם הוא שט בהשערותיו, הנאדרות בקודש, וחי, בעצם קישור הויתו, באמונת הקבלה. מנאמן לנאמן, עד ראש צורים, חכמים, סופרים, זקנים, נביאים, יהושע ומשה, אבות העולם.וראשון אדם. כולם נתנו מרועה אחד, מפי אדון כל המעשים, ברוך הוא. העוסק בתורה לשמה נעשה כמעין הנובע וכנהר שאינו פוסק, על ידי מה שעולות החדשות ההשעריות, במלא חייהן, אל מרום המסורת האלהית העליונה. ומחיבור שני יסודות הללו פורחות נשמות, משפעות מחיים קדושים ורעננים, המרימים את הערך של כל העולם כולו למדרגה עליונה ומוארה, המגיהה כל מחשכים.

פז - יסוד ההשערה הרזית
גם השערת רזי תורה גדולת ערך היא. כי הכל מיוסד על היכולת העליונה, שאין לה קץ ותכלית.וכל מה שהוא נאה ונפלא, הרי הוא גילוי הופעה, שבצורה זו או אחרת אור חיי כל החיים שורים שם. עדתיך נאמנו מאד לביתך נאוה קדש, ד' לארך ימים. אמנם מתעלים הדברים ביותר לפי רוממות קדושת החכמה, העצה, הגבורה הרוחנית, והקדושה המעשית והמחשבית, עד ההארה של הופעת הדמיון, המאיר באור כל הרוחניות, האיתנה, שלמעלה ממנו. בהיכלו כלו אמר כבוד.

נלקח מספה"ק אורות הקודש, ותן לחכם ויחכם עוד

הקטן » מוצ"ש דעצעמבער 15, 2018 10:10 pm

· #418995
רבי אלעזר אומר לא יהיה בך אל זר, שלא תהא נוח לכעוס, שכל הכועס כאלו עובד עבודת אלילים.

זהר חדש (פר' נח דף לו ע"א)

אמרו חכמים הראשונים כל הכועס כאילו עובד עבודת כוכבים

רמב"ם הלכות דעות פרק ב' הלכה ג'

וכבר הפליגו לגנות הכעס והרגזנות והחזק שבדבריהם אמרם כל מי שכועס כאילו עובד עבודת כוכבים וסמכוהו לאמרו לא יהיה בך אל זר ולא תשתחוה לאל נכר. ר"ל ששני הדברים אחד.

פירוש המשניות להרמב"ם אבות פרק ב - קרעדיט רביה"ק

berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 16, 2018 4:13 am

· #419016
פרעגט תוספות: מאי קמשמע לן...וואס לאזט ער/זי מיך דא העעערן...?!

וואס האט דאס צו טון מיט די אויפווייז איבער די אויטענטישקייט פון זוהר...?

רביה''ק זי''ע » זונטאג דעצעמבער 16, 2018 11:56 pm

· #419109
שטייט אין ספר מי מנוחות אזוי: וכאשר בפירוש שמעתי כן מפה קדוש אדומ"ו גאון ישראל קדוש ד' מכובד מוהר"ר משה סופר זצוק"ל אב"ד ור"מ דק"ק פרעשבורג שאמר בפני רבים מתלמידיו, אלו היה יכולת ביד אדם להעמיד מדרשי רשב"י על טהרתן לבררם מתוך מה שנתחבר אליהם מחכמי הדורות שאחריו לא יהיה כולו רק ספר קטן הכמות מאוד מחזיק דפים מעוטים:

לויט דעם הייבט זיך נישט אן די גאנצע קשיא. די מאמרים וואו די זוה"ק דרש'נט שפאנישע ווערטער, איז טאקע פון א מקובל פון שפאניע, און די מאמר פון כל הכועס, איז אפשר טאקע פון די איינצעלנע מאמרים פון רשב"י (און אפשר טאקע גאר פונעם רמב"ם זעלבסט...).

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 17, 2018 9:22 pm

· #419209
רביה"ק זי"ע: און וואס וועסטו זאגן איבער די פרעדיקשנס וואס דער זוהר מאכט איבער דעם גרויסן עשירות פון די אראבער פאר ביאת המשיח. אלס שכר בעוה"ז פאר די מצוה פון מילה...! און כלשון הזוהר...ס'וועט זיין א שטר פרוע. א קענסעלט טשעק...!

אויך די פרעדיקשן אז אין יאר ת"ר לאלף הששי וועט אראפקומען גרויס חכמה אויף די וועלט... אין דעם יאר ת"ר/1840 איז געווען דער גאלד ראש צו קאליפארניע. אויך האבן זיך די מערסטע טעכנאלאגישע אנטיקלונגען אנגעהויבן נאך דעם יאר 1840...!

Buddy » מיטוואך יאנואר 30, 2019 11:46 am

· #423535
הרב דוד בר חיים בשם הרב קוק

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:06 am

· #423639
זיין עברית איז אזוי גוט ווי זיין ענגליש. ער קריכט פשוט אויף די נערוון...! איך שטרענג מיך אן צו כאפן זיין נקודה. סיי אין זיינע ענגלישע מאמרים. און סיי אין עברית. מיין שאלה איז וועלכע שפראך איז זיין נאטורליכע...?!
זיין ערשטן אסינינ'ער מאמר האביך געהערט איבער די פיטסבורג שחיטה...!

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 7:40 am

· #423646
די גאנצע שאלה איבער'ן מחבר פון דעם ספר הזוהר איז ריין טעארעטיש, אפילו מ'זאל זיך איינרעדן אז די פארפאסער פונעם זוה"ק איז געוען ר' שמעון וחבריו, קען מען זיך נישט פארלאזן אויף די פסקים און הלכות פון דארט. כדאמרינן בעלמא, כל מתניתא דלא תניא בי רבי חייא ובי רבי אושעיא משבשתא היא, ולא תותבו מינה בי מדרשא (חולין קמא.).

אישתישבי » דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 8:07 am

· #423647
אויב איז אמת די רייד פין די וואס פארשפעטיגען דער זמן החיבור, איז ער פין די בתראה, און הלכה כמותו.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 8:25 am

· #423648
לץ איינער!!! 😂 😂 😂

איש חזון » דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 10:50 am

· #423655
רביה''ק זי''ע
די גאנצע שאלה איבער'ן מחבר פון דעם ספר הזוהר איז ריין טעארעטיש, אפילו מ'זאל זיך איינרעדן אז די פארפאסער פונעם זוה"ק איז געוען ר' שמעון וחבריו, קען מען זיך נישט פארלאזן אויף די פסקים און הלכות פון דארט. כדאמרינן בעלמא, כל מתניתא דלא תניא בי רבי חייא ובי רבי אושעיא משבשתא היא, ולא תותבו מינה בי מדרשא (חולין קמא.).

פארשטייט זיך אבער אז דער נידון איז נישט איבער פסקי הלכות

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 4:39 pm

· #423673
נאר וואס דען?

מי אני » מיטוואך פעברואר 20, 2019 5:54 pm

· #424871
Re: קדמות ספר הזוהר
דאס וואס מ׳וויל ניצן דאס לשון, אויסשטעל, אינהאלט וכו׳ פונ׳ם זוהר (און אין אנדערע אשכולות בנוגע תנ״ך בכלל) אויף אויפצוווייזן איר אטענטישקייט, וואס קען אויסזען אין אנדערע ווערטער אז די טענה איז אז מ׳קען דאס נישט סתם אזוי נאכמאכן וכו׳ (הגם איך בין בעצם מסכים צו זייער הייליגקייט, אינהאלט, און אזוי אויך פאעטישקייט וכו׳), קומט מיר פאר ענליך (להבדיל) צום ״אי׳דזשאז״ פרינציפ וואס די מוסלעמענער ניצן לגבי דעם קאראן. דאס, לכשלעצמו, איז נישט אזא שטארקע מאסגעבנדע ראיה. (איך פארשטיי אז מ׳האט געברענגט אנדערע ראיות לכאן ולכאן. איך שרייב דאס נאר סתם אלס הערה בעלמא.)

Sent from my iPhone using Tapatalk

רביה''ק זי''ע » מוצ"ש אוגוסט 24, 2019 11:10 pm

· #435253
לעצטנס בין אין געקומען צום מסקנא, אז די מחברי הזוה"ק האבן בכלל נישט גע'חלומ'ט אז ס'וועט איינעם בייפאלן אז די ספר איז טאקע פון רשב"י, ווער ס'לערנט דערין אפאר בלעטער זעהט גלייך אז ס'האט נישט גארנישט איינגעשטויסן מיט'ן מציאות. קוק נאר אן אזא שטיקל "קמו כלהו תנאין ואמוראין לגביה, ואמרו כלהו בקלא חדא, אנת הוא רעיא מהימנא, דאית לך רשו למעבד כל דא..." (חלק ג כט:) 😂 😂 😂 😂 😂 , קען מיר איינער אפשר מסביר זיין וואו אלע תנאים און אמוראים האבן זיך צאמגעטראפן? אפשר אין גן עדן אדער אין איינעמ'ס דמיון...

berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 25, 2019 12:17 am

· #435260
רביה"ק זי"ע: דאס איז גארנישט קיין ספק אז די גאנצע ספר הזוהר איז נישט אויטענטיש פון רשב"י. די פראבלעם איז אבער אז ס'איז נישט גרינג עס אוועקצומאכן. ווייל ס'איז דאך דארט פארהאן זייער הארציגע תפילות. למשל, אזוי ווי די תפילה פון בריך שמיה (זוהר פ' ויקהל). אויך איז דארט דא פארשידענע פרעדיקשנס וועלכע א טייל זענען שוין מקויים געווארן. אבער פון די אנדערע זייט איז דארט פארהאן מאמרים וועלכע שטימען נישט מיט'ן מציאות. אדער זענען אפן אקעיגן די הלכה...!

א טייל חוקרים האלטן (אזוי ווי ר' יעקב עמדין) אז אין תמצית זענען דא מאמרים פון רשב"י. אבער ס'איז אריינגעמישט א סאך אנדערע סטעיטמענטס. א טייל אפילו גאנץ פאלשע. אויסער די קאלעקשן פון תפילות. וואס זענען אויכעט נישט אלע בלויז פון רשב"י. ס'איז אויך מעגליך אז משה די ליאון האט די מערסטע געפעלשט. און אריינגעמישט צווישן די מאמרים פון רשב"י און אנדערע תנאים זאכן פון אנדערע מקורות. און א ביסל אייגנס אויך...!

עכ"פ. ס'איז נאאיוו צו גלייבן אז דער ספר הזוהר וואס אונז האמיר איז בלויז די מאמרים פון רשב"י וחבריו...!

berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 25, 2019 4:14 am

· #435273
גדליה
דער רמבם און אנדערע ראשונים ברענגען כסדר נאך מאמרים חזל מיט א שינוי קצת.
מארק שפירא האט א גאנצע חיבור ווי ער ווייזט צענדליגער פסוקים וואס רמבם ברענגט שלא כלשונם בקרא.

אגב ס'איז אויך דא אסאך מקורות צום רמבם אין ירושלמי המזוייף.

גדליה: ס'איז אבער דאך א חילוק. ווייל דער רמב"ם (דער אויטענטישער) האט נישט אייביג מקפיד געווען (אזוי ווי די גמ') אראפצוברענגען פונקטליך דעם פסוק מיט'ן לשון. ווילאנג דער לימוד פונ'ם פסוק איז פארשטאנען. משא"כ דער זייפן און פלאגירער פונ'ם תלמוד ירושלמי אויף קדשים האט געקענט אראפברענגען פסוקים, און הלכות פונ'ם רמב"ם מיט'ן פונקטליכן לשון. ווייל דאס האט עס געמאכט אויסזעהן מער אויטענעטיש...!

רביה''ק זי''ע » זונטאג אוגוסט 25, 2019 10:04 pm

· #435343
berlbalaguleh
עכ"פ. ס'איז נאאיוו צו גלייבן אז דער ספר הזוהר וואס אונז האמיר איז בלויז די מאמרים פון רשב"י וחבריו...!

איך האף נאר אז ווען די אייניקלעך קומען ארויף רעדסטו גאר אנדערע דיבורים...

מי אני » מיטוואך פעברואר 26, 2020 2:09 pm

· #443423
Re: קדמות ספר הזוהר
מי אני
צום ״אי׳דזשאז״ פרינציפ וואס די מוסלעמענער ניצן לגבי דעם קאראן. דאס, לכשלעצמו, איז נישט אזא שטארקע מאסגעבנדע ראיה.

ועיין מזה בכוזרי (מאמר א סוף אות ה ואות ו).

cictim » מאנטאג יוני 1, 2020 12:30 am

· #450065
צוויי שיינע מאמרים בענין קדמות הזוהר
<a class="postlink" href="http://forum.otzar.org/viewtopic.php?p=106758&sid=a6b8cafb9707f6ceb90d5beccd9709a0#p106758">http://forum.otzar.org/viewtopic.php?p= ... a0#p106758</a>

מי אני » זונטאג אוגוסט 1, 2021 12:49 am

· #478681
📎 966D9972-E3C9-4915-9623-C8DF3B344BAA.jpeg
אינטרעסאנט (און ער צייכענט אויך צו מעטיוּ פונעם ברית החדשה). הרב אליהו בן אמוזג ז״ל אין זיין אם למקרא על בראשית.

berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 1, 2021 4:59 am

· #478684
מי אני: ווייל ביי אונז אידן, נישט אזוי ווי אין די קאטוילישע קירכע איז ..."אבסטינענס"... נישט קיין מעלה. פארקערט. ס'איז דאך אקעגן א בפירוש'ן פסוק אין די תורה. אויסער די היפאקריטישקייט פון דעם סיסטעם ביי די גלחים און נאנעס. ואכמ"ל...!

נאר לויט ווי טייל מפרשים האלטן אז די באדינערס אין קעניגליכן פאלאץ זענען יא געווען עכטע ..."סריסים"...מסורס. וועגן פארשידענע זעלבסט אינטרעסן פון דעם קעניג. איינס פון די טעמים פארוואס זיי זענען געווען מסורס איז אז זיי זאללן נישט האבן קיין אייגענע משפחות. און דורכדעם וועללן זיי געטריי דינען דעם קעניג.

נאך א מעגליכע סיבה פארוואס די באדינערס זענען געווען ..."סריסים"... איז ווייל אלס טייל פון זייערע אויפגאבעס איז געווען צו באהאנדלען די פיעל פרויען וועלכע האבן זיך געדרייט ארום דעם פאלאץ פונ'ם קעניג. און דער קעניג האט געוואלט זיין זיכער אז ס'אנטוויקלט זיך נישט קיין פראבלעמען. והמבין יבין. אזוי ווי ביי אסתר המלכה שטייט אין די מגילה אז מ'האט זיי איבערגעגעבן ביד הסריסים. זיי זענען געווען ממונה אויף דעם פאלאץ וואו די פרויען וועלכע זענען געווען מעגליכע קאנדידאטן צו זיין די צוקונפטיגע קעניגן האבן זיך געפונען

מי אני » זונטאג אוגוסט 22, 2021 2:31 pm

· #480270
רבי דוד לוריא טענה׳ט אז די גאונים ברענגען שוין אראפ מאמרים פונעם זוהר בשם ״מדרש הנעלם״.

תוהו ובוהו » זונטאג אוגוסט 22, 2021 3:37 pm

· #480273
Re: קדמות ספר הזוהר
און די ראשונים ברענגן אראפ ירושלמי אויף קדשים..

הקטן » זונטאג אוגוסט 22, 2021 4:20 pm

· #480275
תוהו ובוהו
און די ראשונים ברענגן אראפ ירושלמי אויף קדשים..
וואס זאגט אינז קלאר, אז די ראשונים האבן געהאט מער וואו וואס מיר האבן היינט.

אן-עי-סייד-נאט
מיר געדענקט זיך, ווען גאונים רעדן אין עניני קבלה ווערט דאס אויך געריפן מדרש ירושלמי

תוהו ובוהו » זונטאג אוגוסט 22, 2021 4:41 pm

· #480279
Re: קדמות ספר הזוהר
און איז אויך א קלארע ראיה אויפן קדמות ירושלמי פרידלנדר..

הקטן » זונטאג אוגוסט 22, 2021 4:52 pm

· #480281
תוהו ובוהו
און איז אויך א קלארע ראיה אויפן קדמות ירושלמי פרידלנדר..
ס'איז א ראיה אויף א קדמות ירשלמי אויף קדשים

וואלט געווען ראשונים וואס איז נישט געווען באקאנט פאר פרידלנדר, געברענגט די זעלבע לשון פין "ירושלמי פרידלנדר" וואלט דאס זיכער געשפילט א ראלע און דן זיין די אטענטישקייט פין "ירושלמי פרידלנדר"

ודברת בם » דינסטאג פעברואר 22, 2022 7:47 pm

· #495568
הקטן
תוהו ובוהו
און איז אויך א קלארע ראיה אויפן קדמות ירושלמי פרידלנדר..
ס'איז א ראיה אויף א קדמות ירשלמי אויף קדשים

וואלט געווען ראשונים וואס איז נישט געווען באקאנט פאר פרידלנדר, געברענגט די זעלבע לשון פין "ירושלמי פרידלנדר" וואלט דאס זיכער געשפילט א ראלע און דן זיין די אטענטישקייט פין "ירושלמי פרידלנדר"

דער חז''א האט טאקע נישט געוואלט פארלאזען להלכה אויף אללע ראשונים וואס איז נתכלה געווארען לעצטע צייטען ווייל די ראשונים וטאס איז האבען פין פריער איז געלערנט געווארען פיל אללא גדולי עולם איז אוודאי מן השמים אפגעהיטען אין איז אמת משא"כ די וואס מען האט געטראפען לעצטענס, אין היינו דארעי להירושלמי דנשמרו כלל ישראל מזיופים וע''כ לא נתקבל

berlbalaguleh » דינסטאג פעברואר 22, 2022 9:04 pm

· #495572
תוהו ובוהו
און איז אויך א קלארע ראיה אויפן קדמות ירושלמי פרידלנדר..

תוהו ובוהו: דער עולם האט נישט געכאפט פריער ווען דו האסט געזאגט אז די גאונים האבן שוין געהאט א ירושלמי אויף קדשים. אויך יעצט ווען דו זאגסט עס ארויס ברחל בתך ה---. ווייל ס'איז (מסתמא) א חיסרון ידיעה. ווער פרידלנדר איז געווען. און וואס ער האט פארקויפט...!

קאצקע ציקער » זונטאג מאי 29, 2022 2:12 am

· #501127
מזל טוב כלל ישראל!! מען קען ליינען אין א געהעריגע היימישע מאגעזין די גאנצע נושא, א דעטאלירטע באריכט פון קדמות הזוהר. און אז די ספר הזוהר איז נישט געווען באקאנט פאר אכט הינדערט יאר ציריק, און סשטייט קלאר אז סאיז דא וואס האלטן אז ר' שמעון האט עס נישט געשריבן

שאקינג!

חוקר ודורש » זונטאג מאי 29, 2022 8:54 am

· #501135
Re: קדמות ספר הזוהר
קאצקע ציקער
מזל טוב כלל ישראל!! מען קען ליינען אין א געהעריגע היימישע מאגעזין די גאנצע נושא, א דעטאלירטע באריכט פון קדמות הזוהר. און אז די ספר הזוהר איז נישט געווען באקאנט פאר אכט הינדערט יאר ציריק, און סשטייט קלאר אז סאיז דא וואס האלטן אז ר' שמעון האט עס נישט געשריבן

שאקינג!
ווי?

Sent from my iPhone using Tapatalk

קאצקע ציקער » זונטאג מאי 29, 2022 11:06 am

· #501137
בליק

berlbalaguleh » זונטאג מאי 29, 2022 6:07 pm

· #501157
מי אני
רבי דוד לוריא טענה׳ט אז די גאונים ברענגען שוין אראפ מאמרים פונעם זוהר בשם ״מדרש הנעלם״.
מי אני: דאמאלס דארף די דעפינישן פון ÷.."מדרש הנעלם"... געטוישט ווערן. די אלגעמיינע טייטש איז אז דער מדרש איז דא פאר אונזערע אויגן. נאר דער פשט איז נעלם. אומפארשטענדליך. לויט דעם אנדער'ן טייטש מיינט עס אז דער מדרש איז נעלם פון די וועלט.

היסטאריע » זונטאג מאי 29, 2022 8:41 pm

· #501169
קאצקע ציקער
מזל טוב כלל ישראל!! מען קען ליינען אין א געהעריגע היימישע מאגעזין די גאנצע נושא, א דעטאלירטע באריכט פון קדמות הזוהר. און אז די ספר הזוהר איז נישט געווען באקאנט פאר אכט הינדערט יאר ציריק, און סשטייט קלאר אז סאיז דא וואס האלטן אז ר' שמעון האט עס נישט געשריבן

שאקינג!
מען האט שוין בעסערע דאגות

קאצקער » זונטאג אוגוסט 13, 2023 8:59 am

· #533380
שליח
ר' @יאיר, כ'וואלט נישט געגלייבט אז איר גלייבט דעם וויין-פעלשער. דער קשר פון קבלה צו גנאסטיקס איז פונקט אזוי שטארק (שוואך) ווי דער קשר פון סיי וועלכע מיסטישע תורה צו סיי וועלכע אנדערע. אז מ'וויל זיך ארויפכאפן איז זייער גרינג, מיסטיקה לאזט זיך בטבע זייער גרינג פארדרייען און צושטעלן, (איר ווייסט געוויס אז איוב און דניאל קען מען אויך זייער גרינג אפסטעמפלען אלס גנאסטיק). דאס איז שוין חוץ מזה אז ס'פרעגט גארנישט אפ. אה"נ, די זאכן וואס זענען די זעלבע אין גנאסטיקס ווי קבלה זענען טאקע אמת (עפ"י קבלה), בלעם האט אויך געזאגט אמת. ס'איז נישט שווער צו טרעפן קערנדלעך פון אמת און שטוינענדע ענליכקייטן אין די תורות פון די pagans, shamans, און אנדערע אזעלכע מיסטישע גרופעס, אריינגערעכנט אזעלכע וואס האבן בכלל נישט געהאט קיין השפעה איינס אויפן צווייטן (אינדיאנער אינעם אמאזאן וואלד מיט די Celts, למשל), דאס ווייזט נאר אויפן עירוב טו"ר ושכינתא בגלותא.

אין קדמות הזוהר וועל איך נישט אריינגיין, אבער מעודי נתקשיתי וויאזוי איז שייך עס ארויפצולייגן אויף ר' משה די-ליאון, זיינע שיטות אין קבלה שטימען בכלל נישט מיטן זוהר, אסאך מאל ווען ער ברענגט נאך דעם זוהר (אין זיינע שפעטערדיגע ספרים) מאכט ער קלאר א טעות אין הבנה. מילא די גדולי אותו הדור וואס האבן אזוי חושד געווען, זיי האבן אפשר נישט דורכגעאקערט רמד"ל'ס ספרים, אבער וויאזוי קומט אזא טעות צו א חוקר הקבלה? עד שמצאתי את שאהבה נפשי, ר' מענדל קאשער האט געשריבן א גאנצע מאמר דערוועגן אינעם ספר היובל פון סיני, וואו ער צוטרענצלט גרשום'ס שיטה אויף פיצעלעך, ארויסברענגענדיג זיינע טעותים און פארדרייענישן, א טייל פון מיינע טענות שטייען אויך דארט.
איינער וואס קוקט אהן דעם ספר הזוהר מיט אויגן פון א חוקר וואלט געדארפט זעהן קלאר אז ס'איז נתחבר געווארן שטיקעלעך שטיקעלעך, אסאך מחברים אין אסאך תקופות (און א שיינע צאל חוקרים זענען טאקע געקומען צו די מסקנא). לכל היותר האט רמד"ל צוגעלייגט קטעים דא-דארט, אבער צו זאגן אז אלעס איז מעשי ידיו איז פשוט מופרך. אז שלום איז אנגעקומען צו די מסקנא ווייזט דאס אביסל ווי אביעקטיוו ער איז געווען, לייגט צו זיינע באוויסטע מערכות אז מער-ווייניגער יעדער גדול בישראל איז געווען מכת ש"ץ, מיט די אפענע אגענדא ארויסצוברענגען אז די אפיקורס'ישע שיטות זענען "אן אינטעגראלע חלק פון מחשבת ישראל", (און ליינט דערנאך ר' חיים ליבערמאן'ס מאמר "כיצד חוקרים חסידות בישראל"), ווערט דאס בילד ערגענצט.
לכאו' נישט שייך צו זאגן אז רמד"ל האט געקענט שרייבן אזא גאונישע חיבור אויסגעזויגן פון פינגער און נישט געקענט שרייבן א שיינע ארמיש, א שפראך וואס יעדער בר בי רב דחד יומא קען איר, שטארקע טענה, הא?!

קאצקער » זונטאג אוגוסט 13, 2023 9:09 am

· #533381
שליח
געפילטע פיש
אלץ איינער וואס איז קאמפלעט איגנאראנט אינעם ענין, אפשר קלערט איר מיר אויף וואס איר מיינט, וואס איז אזוי מורא'דיג מיטן ספר הזוהר? איך פרעג מחיסרון ידיעה, נישט לקנטר.
זייער א גוטע שאלה, און כ'פיל שלעכט אז כ'גיי אייך ענטפערן א boring תירוץ, כ'האב אבער נישט קיין ברירה.

ערשטענס, לענינינו איז גענוג אז אזעלכע ריזן ווי דער אריה"ק, ר' יהונתן אייבשיץ, רמח"ל, גר"א, רב אלישיב הראשון (בעל הלשם), ובעל הסולם (און נאך א גרויסע ליסטע) האבן אזוי געוויסט און משיג געווען. פונקט ווי א בלינדער וועט בכלל נישט זיין קלוג אויב וועט ער פרובירן אליינס צו דערגיין וועלכע פון צוויי בילדער זענען שענער מיט זיינע חושים וואס ארבעטן, ווייל פונקט דער חוש וואס פעלט אויס פארמאגט ער נישט, אזוי דארפן מיר פארשטיין אז די ריזן האבן געהאט דעם חוש פון משיג זיין קדושה, און איינער וואס פארמאגט עס נישט וועט אים נישט העלפן קיין שום התחכמות בעולם.
איך, למשל, פארשטיי בכלל נישט צו וויין (פיזישע וויין, נישט די סארט וואס ג"ש האט מחמיץ געווען...). אויב וויל איך דערגיין צו א פלעשל וויין איז ווערד איר פרייז, האב איך דריי וועגן אין וואס בוחר צו זיין: איינס, זיך איינרעדן אז כ'בין א חכם עתיק, נישט איינזעהן אז ס'פעלט מיר דעם חוש, און זיך נעמען אויספראבירן אויף אלע וועגן; שמעקן, לעקן, שלינגען, שפייען, און פארשטייט זיך ארויסקריכן מיט גארנישט. צוויי, כ'קען גיין צו איינעם וואס פארשטייט צו וויין, פרעגן צו ער רעקאמאנדירט דאס. דריי, כ'קען גאר טענה'ן אז די גאנצע אזויגערופענע וויין מומחיות איז סתם א בלאף, מענטשן מאכן זיך ווי זיי ווייסן וואס זיי רעדן בעת וואס ס'איז בכלל נישטא וואס צו וויסן. די ערשטע וועג איז זיכער נאריש, ווי געשמועסט, אבער וועלכע פון די אנדערע צוויי זענען מער שכל'דיג? פשוט, אויב זענען דא צווישן די וויין מומחים קלוגע און אויפריכטיגע מענטשן, מוז זיין אז יש דברים בגו, זיי וואלטן נישט גענארט זיך און די וועלט.
די אלע אויבנדערמאנטע גדולים זענען געווען ריזיגע מוחות און ברייטע קעפ, א גרויס חלק פון זיי אויך בקי אין פילאזאפיע ושאר חכמות העולם, זיי צו גלייבן אז זיי האבן באמת משיג געווען איז די מערסטע שכל'דיג.

אויב רעדט איר אבער פון מיר, כ'בין ליידער נישט אין די מדריגה משיג צו זיין און זעהן בעולמות העליונים די גרויסקייט פון א חיבור, פארט קען איך שפירן (מיט די נשמה, נישט מיט די הארץ) אז ס'איז נישט סתם אבי נאך א ספר. יעדעס ווארט שניידט אריין, ווי א מלאך וואלט עס אריינגעשעפשעט אין די אויערן פונעם נרנח"י. יעדע שטיקעלע טראגט וואג, ס'פלאמט מיט אמת. ווער רעדט נאך ווען מ'זעצט זיך לערנען מיט עיון, און מ'זעהט ווי אומבאגרייפליך טיעף, הויעך און אויסגערעכנט יעדעס ווארט איז. מיין כח הדמיון איז נישט גענוג שטארק אויף זיך אויסצו'משל'ן א מענטש וואס איז אזוי אויסטערליש קלוג, אזא מבהיל'דיג ריזיגער מוח, אזא נשמה נשגבה, און אזא קדוש אלקי, אויף צו זיין דער מחבר.

כ'ווייס, כ'האב למעשה גארנישט געענטפערט, אבער וואס קען איך טון? ס'איז פשוט א זאך וואס איז נישט געמאכט פאר ווערטער. וויאזוי שרייבט נאר 'דער איד'? הדרא דלא אפשר למפרט בשפוותא. אבער אין דעם פאל איז עס דורכאויס אמת. כ'קען אייך בלויז עצה'ן ווי געשריבן:
שליח
דאס איז פון די זאכן וואס מ'קען נישט אויפווייזן, מ'מוז אליינס דורכטון, און נישט דורך אזעלכע בורות נשברים ווי ג"ש וחביריו, נאר טאקע אליינס מיטן גאנצן נשמה (מערקט אז כ'שרייב נישט הארץ).
ככתוב, טעמו וראו כי טוב.

---

דאס אז חלקים זענען נישט פון רשב"י איז נישט קיין נייע זאך, ועי' במטפחות ספרים, אבער די סברא קען מען אויך זאגן אויף אלע ספרי חז"ל ועי' הגו"צ עוז והדר, וע"ע שד"ל על ספר קהלת כמדומה לי וואס שרייבט אזוי אויף ספרי נ"ך, לויט זיין חשבון אז נאר די חמושי חמשי תורה זענען געהיטן געווארן במלואם אלע דורות שטימט דאס זיכער מיטן ספר הזוהר, כנלע"ד ולק"מ

קאצקער » זונטאג אוגוסט 13, 2023 9:16 am

· #533382
נהורא נפישא
אויך נישט פארגעסן פון רב קאפח וואס שניידט שטיקער אז די זוהר איז פול מיט כפירה
אויף היברו בוקס איז דא א קונטרוס בריוון פון שי"ר צו שד"ל ביקר אויף ספר ישעה, ראב"ע און זוה"ק, דארטן ציטירט ער פילע 'שמיציגע' שטיקלעך אין זוה"ק, עפ"ל

קאצקער » זונטאג אוגוסט 13, 2023 9:29 am

· #533383
דעת תורה
היימישער, ווי יאיר האט דיר שוין געענטפערט, עס גייט פארקערט, קבלה איז עלטער ווי דער זוהר, דער רמב"ן איז געווען א מקובל ועוד מבני דורו, דער זוהר איז ערשט ערפינדן / נתגלה געווארן פיל שפעטער, און זאגט גארנישט אויף דער עצם אמיתית חכמת הקבלה והמקובלים, דאס ווענדט זיך אין דיר צי דו גלייבסט אין זייער הייליגקייט/ העכערקייט / יכולת בהשגה. איך פאר מיר, טאקע ווייל איך זעה אז דער אר"י הק' האט דאס אנגענומען (און אויך אז עס קומט באמת פון ר' שמעון) איז דאס פאר מיר גענוג אנצונעמען אז עטליעסט דער גרעין, די ענינים און גילויים וואס שטייען אין זוהר איז ממקור קדוש יהלכון. צי די ציורים, משלים און לבושים וויאזוי עס איז אראפגעשריבן האט טאקע פאסירט בפועל, און צי טאקע ממש א תלמיד פון ר"ש האט דאס געשריבן צי הערשט אפאר הונדערט יאר שפעטער, ווייס איך נישט צי מען קען עפעס ארויסנעמען און מכריע זיין פון זייערע ווערטער.
דא ברויך מען מחלק זיין צווישן דו משכילים און דער יעב"ץ, כ'וואונדער זיך שוין טאקע א לאנגע צייט מיט וואס רמ"ד וחביריו פאסמאקעווען זיך אזוי מיטן יעב"ץ ווען זיי לייקענען tין קבלה בכלל און דער יעב"ץ פארהייליגט איר נאר שרייבט סה"כ אז ס'איז פון א שפעטערע, איינער אפשר?!

סוף טוב הכל טוב » זונטאג אוגוסט 13, 2023 2:16 pm

· #533396
קאצקער
נהורא נפישא
אויך נישט פארגעסן פון רב קאפח וואס שניידט שטיקער אז די זוהר איז פול מיט כפירה
אויף היברו בוקס איז דא א קונטרוס בריוון פון שי"ר צו שד"ל ביקר אויף ספר ישעה, ראב"ע און זוה"ק, דארטן ציטירט ער פילע 'שמיציגע' שטיקלעך אין זוה"ק, עפ"ל
נאמען פון קונטרס??

קאצקער » זונטאג אוגוסט 13, 2023 3:13 pm

· #533397
סוף טוב הכל טוב
קאצקער
נהורא נפישא
אויך נישט פארגעסן פון רב קאפח וואס שניידט שטיקער אז די זוהר איז פול מיט כפירה
אויף היברו בוקס איז דא א קונטרוס בריוון פון שי"ר צו שד"ל ביקר אויף ספר ישעה, ראב"ע און זוה"ק, דארטן ציטירט ער פילע 'שמיציגע' שטיקלעך אין זוה"ק, עפ"ל
נאמען פון קונטרס??
https://beta.hebrewbooks.org/47046

berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 13, 2023 6:04 pm

· #533413
קאצקער
שליח
ר' @יאיר, כ'וואלט נישט געגלייבט אז איר גלייבט דעם וויין-פעלשער. דער קשר פון קבלה צו גנאסטיקס איז פונקט אזוי שטארק (שוואך) ווי דער קשר פון סיי וועלכע מיסטישע תורה צו סיי וועלכע אנדערע. אז מ'וויל זיך ארויפכאפן איז זייער גרינג, מיסטיקה לאזט זיך בטבע זייער גרינג פארדרייען און צושטעלן, (איר ווייסט געוויס אז איוב און דניאל קען מען אויך זייער גרינג אפסטעמפלען אלס גנאסטיק). דאס איז שוין חוץ מזה אז ס'פרעגט גארנישט אפ. אה"נ, די זאכן וואס זענען די זעלבע אין גנאסטיקס ווי קבלה זענען טאקע אמת (עפ"י קבלה), בלעם האט אויך געזאגט אמת. ס'איז נישט שווער צו טרעפן קערנדלעך פון אמת און שטוינענדע ענליכקייטן אין די תורות פון די pagans, shamans, און אנדערע אזעלכע מיסטישע גרופעס, אריינגערעכנט אזעלכע וואס האבן בכלל נישט געהאט קיין השפעה איינס אויפן צווייטן (אינדיאנער אינעם אמאזאן וואלד מיט די Celts, למשל), דאס ווייזט נאר אויפן עירוב טו"ר ושכינתא בגלותא.

אין קדמות הזוהר וועל איך נישט אריינגיין, אבער מעודי נתקשיתי וויאזוי איז שייך עס ארויפצולייגן אויף ר' משה די-ליאון, זיינע שיטות אין קבלה שטימען בכלל נישט מיטן זוהר, אסאך מאל ווען ער ברענגט נאך דעם זוהר (אין זיינע שפעטערדיגע ספרים) מאכט ער קלאר א טעות אין הבנה. מילא די גדולי אותו הדור וואס האבן אזוי חושד געווען, זיי האבן אפשר נישט דורכגעאקערט רמד"ל'ס ספרים, אבער וויאזוי קומט אזא טעות צו א חוקר הקבלה? עד שמצאתי את שאהבה נפשי, ר' מענדל קאשער האט געשריבן א גאנצע מאמר דערוועגן אינעם ספר היובל פון סיני, וואו ער צוטרענצלט גרשום'ס שיטה אויף פיצעלעך, ארויסברענגענדיג זיינע טעותים און פארדרייענישן, א טייל פון מיינע טענות שטייען אויך דארט.
איינער וואס קוקט אהן דעם ספר הזוהר מיט אויגן פון א חוקר וואלט געדארפט זעהן קלאר אז ס'איז נתחבר געווארן שטיקעלעך שטיקעלעך, אסאך מחברים אין אסאך תקופות (און א שיינע צאל חוקרים זענען טאקע געקומען צו די מסקנא). לכל היותר האט רמד"ל צוגעלייגט קטעים דא-דארט, אבער צו זאגן אז אלעס איז מעשי ידיו איז פשוט מופרך. אז שלום איז אנגעקומען צו די מסקנא ווייזט דאס אביסל ווי אביעקטיוו ער איז געווען, לייגט צו זיינע באוויסטע מערכות אז מער-ווייניגער יעדער גדול בישראל איז געווען מכת ש"ץ, מיט די אפענע אגענדא ארויסצוברענגען אז די אפיקורס'ישע שיטות זענען "אן אינטעגראלע חלק פון מחשבת ישראל", (און ליינט דערנאך ר' חיים ליבערמאן'ס מאמר "כיצד חוקרים חסידות בישראל"), ווערט דאס בילד ערגענצט.
לכאו' נישט שייך צו זאגן אז רמד"ל האט געקענט שרייבן אזא גאונישע חיבור אויסגעזויגן פון פינגער און נישט געקענט שרייבן א שיינע ארמיש, א שפראך וואס יעדער בר בי רב דחד יומא קען איר, שטארקע טענה, הא?!
אויסער דעם איז נאך דא סאך גאר שיינע תפילות אזוי ווי בריך שמיה און אנדערע. אויך איז דא פאראויסזאגונגען אין ספר הזוהר וועלכע זענען שוין מקויים געווארן. אזוי ווי די טעכנאלאגישע פארשריט אנגעהויבן פונ'ם יאר ת"ר (1840). (עה"פ "וארובות השמים נפתחו"...בשנת ת"ר (לאלף הששי) יתפתחון תרעין דחוכמתא...) וואס דאמאלס איז געווען דער "גאלד ראש" אין אמעריקע. און א יעדער איז געלאפן צו די מדבריות פון מערב. וואו מ'האט אנטדעקט גאלד. אויך. די מערסטע טעכנאלאגישע אויסטרעפונגען זענען געקומען נאכ'ן יאר ת"ר. און די פאראויס זאגונג אז די אראבערס וועללן פאר ביאת המשיח באקומען זייער גרויס עשירות. אלס שכר (בעוה"ז) פאר מצות מילה (זוהר פ' וירא).

ס'איז (כמעט) נישט מעגליך אז רמד"ל האט דאס אלעס אויסגעטראכט. אויסער אז ער האט פלאגיאירט פון א סאך אנדערע מקורות.

לאידך גיסא. די טענות אויף דעם אויטענטישקייט פונ'ם זוהר זענען אויך שטארקע טענות. לאלו הנוטים לשיטת ר"י עמדין...!

קאצקער » זונטאג אוגוסט 13, 2023 6:36 pm

· #533415

במחכ"ת קוקט אויס אז איר האט נישט אפגעלערנט דעם מטפחות ספרים, אויב מ'זאל מקבל זיין ווי דער יעב"ץ איז דער זוה"ק גאר א ליקוט מדברי אמוראים (ועיי"ש שא"א שספר המורה מדברי הר"מ) אויסער אויב איר מיינט די צווייטע האלב ספר ווי ער איז זיך אביסל סותר וצ"ע

מי אני » דינסטאג יאנואר 30, 2024 5:13 pm

· #547338
דר. דניאל מאַט (וועלכע האט מתרגם געווען דעם זוהר אויף ענגליש) נעמט אָן אז ר' משה די ליאון איז דער מחבר פונעם זוהר (באזירט אויף די אראמיש ועוד ראיות). אבער ער מאכט א שטיקל השוואה איבער איר חיבור ע"י רשב"י, עפ"י דעם געדאנק פון "אטאמאטישע שרייבן":
Heinrich Graetz in the 19th century basically calls the Zohar a forgery, but I think that's too simplistic. Any great creative artist would tell you, "I'm not really the ultimate source of what I'm creating." Rather, something is coming through the writer, or the dancer, or the musician, or the sculptor. The Greeks refer to this as the Muse - the muses who inspire the poet. It could be that Moshe de Leon really felt that he was conveying something beyond his normal consciousness, that he was actually in touch with ancient rabbis. There's also a possibility, I think a good possibility, that "Automatic Writing" contributed to the Zohar. There are examples of this in medieval times. It sounds strange but someone would meditate on a Divine name and go into a kind of trance and produce writing without being consciously aware of it. It sounds unbelievable to people who aren't familiar with that, but it is an actual phenomenon. The great poet William Butler Yates actually was involved in a long project of automatic writing; Carl Jung used that type of technique to plumb the depths of the subconscious - it's a complicated thing. A friend of mine in Israel, who is a very fine teacher of the Zohar, says that the more we know about the authorship of the Zohar, the more mysterious it is

כרם זית » זונטאג מערץ 31, 2024 7:46 pm

· #556969
Re: קדמות ספר הזוהר
אויף די פסוק (ויקרא ז, לז) זֹ֣את הַתּוֹרָ֗ה לָֽעֹלָה֙ לַמִּנְחָ֔ה וְלַֽחַטָּ֖את וְלָאָשָׁ֑ם וְלַ֨מִּלּוּאִ֔ים וּלְזֶ֖בַח הַשְּׁלָמִֽים זאגט רבא (מנחות קי.) האי לעולה למנחה? עולה ומנחה מיבעי ליה! אלא אמר רבא כל העוסק בתורה אינו צריך לא עולה (ולא חטאת) ולא מנחה ולא אשם. דהיינו אז די למ"ד פון לעולה וגו' ווערט געדרשנט כאילו עס וואלט געשטאנען "לא".

האב איך געטראכט אז דאס טאקע האבן די מדפיסים געמיינט ווען זיי האבן געשריבן "ספר הזוהר להרשב"י", וק"ל.
בלאט: 1 2 3 4 5