☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » וויסנשאפט » סיפורי צדיקים

סיפורי צדיקים

187 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11203
בלאט: 1 2 3 4

כרם זית » מוצ"ש יוני 25, 2022 11:04 pm

· #502970
Re: סיפורי צדיקים
ולמה נקרא שמו ארכי מידות? משום דהיה להוט כל כך במידות וחשבונות.

מי אני » מוצ"ש יוני 25, 2022 11:42 pm

· #502976
עס איז פארגעקומען א מאטעמאטישע פארמעסט אין וועלכעס יאָהאַן בּערנאָלי און זיין זוהן דניאל האבן אנטייל גענומען. דניאל איז ארויס דער געוואונער פון די פארמעסט. דאס האט באנג געטוהן יאָהאַן אזש אז ער האט ארויסגעווארפן דניאל פונדערהיים. (אפשר א ראיה צו די חולקים על ר׳ יוסי בר חוני בסנהדרין קה:).

יאָהאַן האט אויך געהאט פלאגיאירט פון זיין זוהן דניאל. ווי אויך האט ער זיך געהאט צוקריגט מיט זיין ברודער דער מאטעמאטיקער יעקב.

***

לעאנהערד אוילער איז מחמת א פיבער געווען בלינד אויף איין אויג (ווען יוסף לעגרענדזש האט איבערגענומען זיין פאזיציע האט ער געשריבן בחוזק אז די אוניווערסיטעט האט געטוישט אַן איין-אויג מאטעמאטיקער פאר א מאטעמאטיקער מיט צוויי). אויף די עלטער איז ער אינגאנצן בלינד געווארן אבער דאס האט אים נישט אפגעהאלטן פון ארבעטן ווייטער און ארויסגעבן נאך געפינסן. ער האט גע׳טענה׳ט אז דאס העלפט אים אין א וועג אז ער האט נישט קיינע דיסטרעקשאנס.

***

פּיער סימאן לאפּלאס איז געגאנגען קיין פאריז שטודירן מאטעמאטיקס. ער האט זיך געטראפן מיט זשאן בּאפּטיסט ד׳אַלעמבּערט ווילענדיג אז ער זאל אים לערנען. ד׳אַלעמבּערט האט נישט געהאט קיין נערוון פאר אים און אים געגעבן גאר א שווערע מאטעמאטיקס בוך דורכצוטוהן, גלייבענדיג אז ער איז נישט ביכולת דערצו. אפאר טעג שפעטער איז אבער לאפּלאס געקומען אים צוריצוגעבן דעם בוך זאגענדיג אז ער האט דאס פארענדיגט. ד׳אַלעמבּערט האט אים נישט געגלייבט אבער נאכ׳ן אים פארהערן דערויף זיך איבערצייגט.

ענליך האט פאסירט מיט סאָפיאַ קאָוואַלעווסקאַיאַ ווען זי האט זיך געטראפן מיט קארל וויערסטראס. (איר איינטריט צו מאטעמאטיקס איז געווען פון מאטעמאטישע צעטלעך וואס מ׳האט געקלעבט אויף די וואנט פון איר צימער אנשטאטס וואָלפּעיפּער נישט האבענדיג גענוג.)

סאָפי דזשערמעין פלעגט שרייבן צו מאטעמאטיקער מיט א מענערישע פסודענים, וועלענדיג זיי זאלן נעמען ערענסט וואס זי זאגט.

ווען מ׳האט געזאגט און פראטעסטירט פאר דוד הילבערט קעגן דאס געבן א פאזיציע פאר עמי נאָטער אין גאטינגען אוניווערזיטעט, טענה׳נדיג ״וואס וועלן סטודענטן טראכטן אז זיי דארפן לערנען ביי די פיס פון א פרוי?!״ האט ער גע׳ענטפערט, ״אונז זענען אַן אוניווערזיטעט; נישט קיין בית המרחץ!״

***

עוואריסט געלויס איז געווען א ראדיקאל אין אסאך ענינים. ווען ער איז געווען 20 האט ער זיך צוקריגט מיט איינעם וואס יענער האט אים געטשעלענדזשד צו א דיוּל. די נאכט פאר דעם, וויסענדיג אז די מצב איז ביטער, האט ער אפגעשריבן א לאנגע מאטעמאטישע אפהאנדלונג [געלויס טעאריע]. ער איז טאקע געשטארבן פון די וואונדן פון יענעם דיוּל. פאר ער איז געשטארבן האט ער געזאגט פאר זיין ברודער, ״וויין נישט! איך דארף האבן מיין קוראזש צו שטארבן ביי די 20.״

***

יוסף סילוועסטער, הגם ער האט גאר גוט געקענט ביים קעימבּרידזש מאטעמאטיקס פארמעסט אין די 1830׳ס, האט ער נישט געקענט באקומען א פאזיציע דארט וויבאלד זייענדיג א איד האט ער נישט געוואלט אקצעפטירן די 39 ארטיקלען פון די קירכע וואס ער האט געדארפט אויף צו באקומען די פאזיציע.

‏ער האט זיך גערופן דעם ״אדה״ר פון מאטעמאטיקס״ וויבאלד ער האט א נאמען געגעבן צו אסאך מושגים דערין בדורו.

***

דער מאטעמאטיקער גאדפרי העראלד האַרדי איז געווארן שוואך סוף ימיו און דערפאר געווארן דעפּרעסט. ער האט פרובירט צו באגיין זעלבסטמארד דורכ׳ן נעמען אַן אָווערדאָס אבער עס איז נישט געלונגען און אים פשוט געמאכט נאך מער קראנק ונפל למטה. ווען חברים זענען אים געגאנגען באזוכן האט ער געזאגט, ״איך וואלט ווען נאכאמאל באגאנגען זעלבסטמארד אבער איך טויג נישט דערצו.״

***

דורך דעם וואס מ׳האט אפגעזאגט דעם מאטעמאטיקס לעהרער פון ניִלס הענריק אבּעל, וויבאלד א סטודענט וואס ער האט געשלאגן איז געשטארבן אכט טעג שפעטער, האט מען אויפגענומען אלס לעהרער תחתיו בּערנט האָלמבּאָ. ער האט שטארק געמוטיגט אבּעל צו גיין ווייטער אין זיינע שטודיעס און דאדורך איז ער געשטיגן. ער איז דער וואס האט געוואוזן אז מ׳קען נישט סאַלוון א קווינטיק, א פּאלינאמיעל וואס די העכסטע דעגרי/עקספּאָנענט דערין איז 5, אזוי ווי מ׳קען צב״ש סאַלוון א קוואַדרעטיק, וואס איר העכסטע עקספּאָנענט איז נאר 2. וע״ע כאן.

מי אני » דינסטאג יולי 5, 2022 10:01 pm

· #503695
מי אני
מי אני
מ׳פארציילט אז סקראט׳ס ווייב, קזענטיפּי, האט זיך אמאל אזוי אויפגערעגט אויף אים אז זי האט אויסגעגאסן אויף אים א גרף של רעי. ער האט דאס מקבל געווען און געזאגט, ״נאכ׳ן דונערן קומט די רעגן״.

אפלטון פארציילט אין זיין פיִדאָ אז פאר מ׳האט הינגעריכטעט סקראט איז קזענטיפּי דארט געווען מיט אים אין תפיסה האלטענדיג זייער אינגסטע קינד און געוויינט. האט ער געבעהטן מ׳זאל איר אהיים נעמען ווייל ער וויל נישט זעהן די הרגשים פון א פרוי און ער וויל ענדערשער האבן א פילאזאפישן שמועס מיט זיינע תלמידים/חברים. דערנאך ווען זיי זענען געווען צובראכן האט ער זיך געבייזערט אויף זיי אז זיי פיהרן זיך אויף ווי פרויען.

מ׳זאגט נאך משמיה: ״מ׳זאל חתונה האבן ממ״נ. אויב האט מען א גוטע ווייב וועט מען ווערן צופרידן. אויב נישט, וועט מען ווערן א פילאזאף״. ‏אפשר קען מען מיט דעם אביסל טייטשן (שבת יא.) כל רעה ולא אשה רעה, און (ביצה לב:) מי שאשתו מושלת עליו חייו אינם חיים, ווייל אז ער האט אן אשה רעה איז ער א פילאזאף וואס איז זיך מתבונן אין די פיוּטילטי וכו׳ פון החיים און מהו ״הרעות״. ווי אויך דאס וואס די גמרא זאגט (עירובין מא:) מי שיש לו אשה רעה אינו רואה פני גיהנם, ווייל א פילאזאף איז נישט אזוי שנעל מודה אין גיהנם.
📎 Nietzsche.jpg Friedrich Nietzsche
דאס זענען נאטיצן וואס טשארלס דארווין האט געשריבן איבער די פארדינסטן און פארלוסטן פון הייראטן בעפאר ער האט געהייראט זיין קאזין עממאַ וועדזשוואָד:
This is the Question:
Marry
Children—(if it Please God)
Constant companion, (& friend in old age) who will feel interested in one,
object to be beloved & played with - better than a  dog anyhow
Home, & someone to take care of house
Charms of music & female chit-chat
These things [are] good for one’s health - but terrible loss of time
My God, it is intolerable to think of spending one’s whole life, like a neuter bee, working, working, & nothing after all.— No, no won’t do.— Imagine living all one’s day solitarily in smoky dirty London House
Only picture to yourself a nice soft wife on a sofa with good fire, & books & music perhaps — Compare this
vision with the dingy reality of Grt. Marlbro’ St.

Marry—Marry—Marry Q.E.D.,

Not Marry
Freedom to go where one liked
choice of Society & little of it
Conversation of clever men at clubs
Not forced to visit relatives, & to bend in every trifle
[not] to have the expense & anxiety of children
perhaps quarelling
Loss of time
cannot read in the Evenings
fatness & idleness
Anxiety & responsibility
less money for books &c
if many children forced to gain one’s bread.— (But then it is very bad for ones health to work too much)
Perhaps my wife won’t like London;

then the sentence is banishment & degradation into indolent, idle fool—

It being proved necessary to Marry
📎 BCDCF7C3-1695-4566-A348-1CD5FB248066.jpeg

מצפצף » מיטוואך יולי 6, 2022 12:32 am

· #503701
If it passes God.
דארווין איז געווען א מאמין?

תוהו ובוהו » מיטוואך יולי 6, 2022 1:05 am

· #503704
מצפצף
If it passes God.
דארווין איז געווען א מאמין?
ער האט זיך געהאלטן אגנאסטיק. מאנכע זאגן צוליב די ווייב זיינע וואס איז געווען שטארק רעליגיעז (נאך א חסרון פון מערידזש 🙂 ). דאכצעך ער פלעגט אפילו גיין אין קירכע צוליב איר.

לעצם הענין, מיין איך אז ס'איז מער א אויסדרוק אויף א אומזיכערע זאך, און טראגט לאו דוקא א טעאלאגישע משמעות. ענליך צו 'ברוך השם' היינט.

כרם זית » מיטוואך יולי 6, 2022 2:19 pm

· #503728
Re: סיפורי צדיקים
ער שרייבט בעסער ווי א הינטל.
געב עס אפאר יאר דארווין, און די הינטל איז א מענטש...

מי אני » מיטוואך יולי 6, 2022 2:49 pm

· #503730
מיט דעם קען מען טייטשן די גמרא בר״ה ד. אמר רב יוסף ואיתימא רבי יצחק מנלן דאחמיץ [דריוש בן אחשורוש] מהכא (נחמיה ב ו) ויאמר לי המלך והשגל יושבת אצלו מאי שגל אמר רבה בר לימא משמיה דרב כלבתא ע״ש. והיינו, ווי ״שגל״ קען מיינען סיי מלכה און די ״ווייב״ פונעם מלך און סיי כלבה. און פון דעם זעה׳מיר אז ער איז ״נחמץ״ געווארן וואס חמץ ווענדט זיך אין דעם אז עס וואַרט און איז זיך יא מתמהמה אויף צייט, וממילא איז ״שגל״ דא געווען ביידע…

כרם זית » מיטוואך יולי 6, 2022 3:27 pm

· #503734
Re: סיפורי צדיקים
אזוי פארשטייט מען ווי אזוי אתרחשתתא איז פון עטליכע יומענ'ס דעוועלעפט געווארן אין איינס...

מי אני » דינסטאג אוגוסט 16, 2022 8:06 pm

· #506530
📎 1.jpg בּערנארד דע פאנטענעל.

***
📎 4C140693-E1C3-4F98-9E71-6711E0B69AB2.jpeg סאָרען קירקעגארד. ועיין לעיל. 📎 1B0AB85D-74BE-4FDC-A440-4324AD51D928.jpeg ***

דער פראנצויזישער מאטעמאטיקער געסטאן דזשוּליא האט ל״ע געהאט פארלוירן זיין נאז אינעם ערשטן וועלט מלחמה, און האט דעריבער א געהאט א strap העכער זיין נאז. ביים צווייטן וועלט מלחמה האט ער קאלאבארירט מיט די נאציס ווען זיי האבן איינגענומען פראנקרייך לגבי דרוקן מאטעמאטיקס וכדומה. נאכ׳ן מלחמה האט מען אים נישט באשטראפט דערפאר (אחוץ אים סוספענדירן פאר אפאר וואכן) מכח זיין וואונד אויפ׳ן פנים.

מי אני » זונטאג אוגוסט 28, 2022 9:53 am

· #507476
פרענסיס גאָלטאן האט געשריבן אויף זיך אז ווען ער איז געווען 4 יאר אלט האט ער שוין געקענט ליינען עני ענגלישע בוך און ליינען לאטייניש און פראנצויזיש. ער האט געקענט עדדן עני סומע און מאָלטיפּלייען עני נומער ביי אן איִווען נומער ביז 10.

ווען ער איז געגאנגען באזוכן אפריקע האט אים די הויפט פון איינע פון די שבטים אים געגעבן א פרינצעסן פאר א ווייב פאר די נאכט. זי איז געווען אינגאנצן באשמירט מיט פוטער און רויטע קלעי כמנהגם. ער איז געווארן פארעקעלט פון איר זיין שמוציג און איר ארויסגעווארפן פון זיין געצעלט בפני המלך.

***

סוף ימיו פון קורט גאָדעל האט ער נאר געוואלט רעדן צו אנדערע מענטשן דורך א טעלעפאן, אפילו וואו זיי זענען געווען אפאר פיס אוועק פון אים.

***
📎 4E1B1CF6-A760-4F06-B075-68D8639FC128.jpeg דר. בּענויט מאַנדעלבּראט.

***

וואס דער מאטעמאטיקער דר. גבריאל דיראק האט געשריבן אויפ׳ן מאטעמאטיקער פּערסי העיוואָד: 📎 258DF2DC-0F50-4237-9DD5-1283F91830E4.jpeg מ׳האט אים גערופן מיט׳ן כינוי ״פּוּסי״ אנשטאט ״פּערסי״ על שם זיינע שנאלצן וואס האבן אויסגעזעהן אזוי ווי די וויסקערס פון א פּוּסי-קאץ. 📎 F2BB0B26-B1AC-42C7-B02D-9A587AE8B7F4.jpeg ***
📎 1.jpg אַפּוּלעיאוּס.

***
📎 9AF2A1CB-B017-483D-BD3E-6A0ABD59D589.jpeg

מי אני » זונטאג סעפטעמבער 4, 2022 12:13 am

· #508153
דער מאטעמאטיקער הענרי פּוֺינקארעי האט געזאגט אויף זיך אז זיין זכרון ״איז נישט שלעכט״. אבער מ׳האט געזאגט אויף אים אז ער האט געהאט א בעסערע זכרון ווי דער מאטעמאטיקער לעאנהארד אוילער, וואס אוילער האט געקענט נאכזאגן בע״פ ווירדזשיל׳ס פיוט עיניִד וואס באשטייט פון כמעט 10,000 שורות. פּוֺינקארעי האט געקענט געדענקן פונקטליך וואו עפעס שטייט אין א בוך צום בלאט און שורה. ער האט נישט געקענט גוט זעהן אבער האט געקענט מיטהאלטן און געדענקן שיעורים אלס קינד און בחור אָן נעמען נאטיצן.

***
📎 AA2EF3B6-469F-474B-B8B0-D4F8BEE20D35.jpeg ***
📎 4103C744-EE7B-48B8-A65E-62D40E366BA6.jpeg אלכסנדר גראָטענדיעק.

ער פלעגט איבערגעבן זיינע נאטיצן וואס ער האט געשריבן א גאנצע נאכט פאר זיין קאלעגע זשאַן דיאודאן, און ער פלעגט דאס פּרעזענטירן פאר׳ן ״בּוּרבּאַקי״ גרופע. 📎 13E78FDC-A164-47FC-AC11-685B6E2F0F4F.jpeg 📎 2.jpg ***
📎 1.jpg

מי אני » דאנערשטאג אקטאבער 27, 2022 1:35 pm

· #510755
ווי צוגעברענגט דא איז בּיהעיוויאריזם א פאָנקשענאל סייענס וואס לייגט נישט קיין שום געוויכט אויף די מחשבה וכו׳ פונעם מענטש: אויב זעה איך אז א געוויסע סטימיולוס וואס געשעהט (גראד) נאך א רעספּאַנס, הייבט די שאנסן אז די סארט רעספּאַנס קלאס זאל פאסירן ביים מענטש, דאן איז דאס א ריענפאָרסער דערפאר, און איך ווייס אז איך קען דאס נוצן יעצט צו הייבן די שאנסן פאר די סארט רעספּאַנס קלאס בהעתיד (ווען עס איז דא די זעלבע מעיקרא׳דיגע סטימיולוס קלאס בעפאר די רעספּאַנס). דער מענטש דארף בכלל נישט זיין באוואוסטזיניג דערצו.

בּוּרהוּס פרעדעריק סקינער, דער פאטער פון בּיהעיוויאריזם, פארציילט אז ער איז איינמאל געווען ביי א קאנפערענץ וואו דער פסיכאלאג דר. עריך פראַם האט זיך שטארק מתווכח געווען קעגן דעם אוועקוקן לגמרי אויפ׳ן גאנצן מחשבה ובחירה פונעם מענטש מכל וכל ביחס צו זיין התנהגות, זאגענדיג אז ״מענטשן זענען נישט קיינע פייגלעך״. האט סקינער געשריבן א צעטל און דאס שטילעקהייט ארומגעשיקט צו זיינע קאלעגעס דארט ביים קאנפערענץ. ער האט געשריבן: ״באמערקטס פראַם׳ס לינקע האנט. איך גיי מאכן אז צוביסלעך זאל ער מאכן דערמיט א chopping motion.״ פראַם האט בעיקר גערעדט/געקוקט צו סקינער זייענדיג אז ער איז (בעצם) דער מייסד פונעם מהלך וואס איז אים נישט געפאלן. סקינער האט זיך אביסל אוועקגעדרייט פון אים און אים נאר אָנגעקוקט פונעם עק פונעם אויג. פראַם האט ״גערעדט מיט זיינע הענט אסאך״. יעדעס מאל וואס פראַם האט אויפגעהויבן די לינקע האנט האט זיך סקינער אויסגעדרייט צו אים פנים אל פנים. און ווען פראַם האט דאס אראפגעלייגט האט סקינער געשאקעלט מיט׳ן קאפ און געשמייכעלט. נאך 5 מינוט דערפון האט פראַם געהאלטן אין איין ארויף און אראפ לייגן די לינקע האנט.

מי אני » דאנערשטאג אקטאבער 27, 2022 6:48 pm

· #510772
די שאלה איז צי די קשת איז די ענטיסיִדענט פונעם דערמאנט ווערן איבער׳ן העדר הבאת מבול לעולם, וממילא איז דאס א קאנדישאנד סטימיולוס וואס ברענגט דעם קאנדישאנד רעספּאַנס, ועפ״י רעספּאַנדענט/קלאסישע/פּאַוולאָוויען קאנדישאנינג. אבער עס קען זיין ביידע ועפ״י טשעינינג: די קאנסעקווענץ פון איין בּיהעיוויאר/רעספּאַנס (ועפ״י סקינעריען/אַפּעראנט קאנדישאנינג) איז די ענטיסיִדענט/סטימיולוס ממש פאר׳ן נעקסטן.

היסטאריע » מוצ"ש אקטאבער 29, 2022 8:56 pm

· #510832
פארדעם שטייט כי יצר לב האדם רע מנעוריו ביי די קשת, ארויסצוברענגען אז ער איז ווי א דאגי (פייגעל) וואס שלעפט זיך נאך, און מען דארף דן עס נעמען אין באטראכט און נישט חרוב מאכן.

ווי אויך דער קשיא אז דער קשת איז דאך א טבע, איז ווי אזוי קען דאס זיין א סימן (דבריַ יחזקאל), איז טאקע דאס, דער קשת סימבאליזירט אז עס איז א טבע, פונקט ווי ווען א מענטש זינדיגט.

מי אני » דינסטאג מערץ 14, 2023 12:44 pm

· #518606
דער ראציאנאלער כינעזער פילאזאף ווענג טשאַנג (געלעבט אין די תקופה פון חורבן בית שני) איז געווען ארים כל ימיו. ער האט שטודירט און געלערענט ביים שטיין ביי ספרים געשעפטן און דארטן ליינען די ביכער.

***
📎 5A132E86-C4EA-49D7-AF32-BB25E5616318.jpeg דר. דערעק פּאַרפיט.

מי אני » דאנערשטאג אפריל 20, 2023 8:50 pm

· #522000
📎 IMG_4511.jpeg דר. דערעק פּאַרפיט.

מתבודד » דאנערשטאג אפריל 20, 2023 9:21 pm

· #522007
😂
וויפיל מאל א טאג פלעגט ער בראשן?

מי אני » מאנטאג יוני 12, 2023 7:47 pm

· #528094
מי אני
מ׳פארציילט אז סקראט׳ס ווייב, קזענטיפּי, האט זיך אמאל אזוי אויפגערעגט אויף אים אז זי האט אויסגעגאסן אויף אים א גרף של רעי. ער האט דאס מקבל געווען און געזאגט, ״נאכ׳ן דונערן קומט די רעגן״.

אפלטון פארציילט אין זיין פיִדאָ אז פאר מ׳האט הינגעריכטעט סקראט איז קזענטיפּי דארט געווען מיט אים אין תפיסה האלטענדיג זייער אינגסטע קינד און געוויינט. האט ער געבעהטן מ׳זאל איר אהיים נעמען ווייל ער וויל נישט זעהן די הרגשים פון א פרוי און ער וויל ענדערשער האבן א פילאזאפישן שמועס מיט זיינע תלמידים/חברים. דערנאך ווען זיי זענען געווען צובראכן האט ער זיך געבייזערט אויף זיי אז זיי פיהרן זיך אויף ווי פרויען.

מ׳זאגט נאך משמיה: ״מ׳זאל חתונה האבן ממ״נ. אויב האט מען א גוטע ווייב וועט מען ווערן צופרידן. אויב נישט, וועט מען ווערן א פילאזאף״. ‏אפשר קען מען מיט דעם אביסל טייטשן (שבת יא.) כל רעה ולא אשה רעה, און (ביצה לב:) מי שאשתו מושלת עליו חייו אינם חיים, ווייל אז ער האט אן אשה רעה איז ער א פילאזאף וואס איז זיך מתבונן אין די פיוּטילטי וכו׳ פון החיים און מהו ״הרעות״. ווי אויך דאס וואס די גמרא זאגט (עירובין מא:) מי שיש לו אשה רעה אינו רואה פני גיהנם, ווייל א פילאזאף איז נישט אזוי שנעל מודה אין גיהנם. 📎 Nietzsche.jpgNietzsche.jpg Friedrich Nietzsche
ס'איז אינטרעסאנט אז ר' יוסף אבן כספי שרייבט אין זיין פירוש על משלי (ג ב):
וכבר סופר על סוקראט שראה שלפי טבעו שלא ראוי לחיות רק עשרים שנה, ונשמר מאשה כל ימיו וחיה ארבעים שנה.

חדשים » מאנטאג יוני 12, 2023 8:09 pm

· #528101
ער האט געהאט א ווייב אדער נישט?

מי אני » מאנטאג יוני 12, 2023 8:53 pm

· #528111
אפלטון און קזענאפאן דערמאנען אז ער האט געהאט א ווייב, אַן אשה קשה, וואס האט געהייסן קזענטיפּי (און זיי האבן צוזאמען געהאט דריי קינדער). ס'איז יתכן אז זי איז געווען כמעט "40" יאר אינגער ווי ער - אזויפיל ווי אבן כספי זאגט אז ער האט געלעבט זיין לעבן לענגער וועגן דעם וואס ער האט נישט חתונה געהאט. קזענאפאן שרייבט אז סקראט האט איר געוואלט פאר א ווייב דייקא ווייל זי איז שווער, וויבאלד דאס וועט אים אויסלערנען וויאזוי זיך אומצוגיין און רעדן מיט מענטשן און זיך טענה'ן מיט זיי. און עס איז גאר יתכן, עפ"י א מקור וואס איז אפשר פון אריסטו, אז סקראט איז געווען א בּיגאמיסט און האט געהאט א צווייטע ווייב אויך, וואס האט געהייסן מירטאָ.

דער האלאנדישער ארטיסט פון 400 יאר צוריק רעיער וואַן בּלאמענדאל האט געמאלן ווי מירטאָ פרובירט אים מפתה צו זיין, זייענדיג אז ער איז אזוי פארטיפט במחשבתו, און קזענטיפּי באגיסט אים מיט וואסער (אנשטאטס דעם גרף של רעי). 📎 Socrates.jpg איך האב געמעקט די אפענע בריסטן אלס דעם אז מ'איז דא מער חושש אויף צניעות. הגם דאפשר לצדד אז דאס איז נישט דייקא עראטיש און עס איז אַרט, און עס איז מער דומה צו דאס וואס מ'ברענגט צו אין די אשכול. ועיין כאן. דא קען מען זעהן די פּעינטינג מיט אינפארמאציע דערוועגן.

עכ"פ אונז זעהן אז ראשונים ברענגען נישט אלס אראפ אזוי קראנט איבער חיי הפילוסופים היוונים.

חדשים » מאנטאג יוני 12, 2023 9:45 pm

· #528116
וויאזוי ווייסט מען וואס איז מער קראנט?

מי אני » מאנטאג יוני 12, 2023 9:50 pm

· #528118
קזענאפאן (וועלכער האט סתם אזוי פארשריבן היסטאריע) און אפלטון האבן געלעבט אין די צייטן פון סקראט און אים פערזענליך געקענט. משא"כ ר' יוסף אבן כספי וואס איז 2,000 יאר שפעטער (ער צייכענט נישט צו קיין מקור).

ולגבי די סיפור פון אריסטו, וואס ווערט אויך נאר צוגעברענגט צום ערשטן מאל היבש לאחר ימיו (בערך 1,000 יאר אויב איז די מספר רב האי גאון; נאך שפעטער אויב איז דער אריגינעלער מספר רבינו שלמה פטיט הצרפתי), שרייב איך דארט פארוואס עס איז לכאורה שווער (הגם טאקע מעגליך).

מי אני » דינסטאג יולי 4, 2023 5:19 pm

· #530399
מי אני
מ׳פארציילט אז סקראט׳ס ווייב, קזענטיפּי, האט זיך אמאל אזוי אויפגערעגט אויף אים אז זי האט אויסגעגאסן אויף אים א גרף של רעי. ער האט דאס מקבל געווען און געזאגט, ״נאכ׳ן דונערן קומט די רעגן״.

אפלטון פארציילט אין זיין פיִדאָ אז פאר מ׳האט הינגעריכטעט סקראט איז קזענטיפּי דארט געווען מיט אים אין תפיסה האלטענדיג זייער אינגסטע קינד און געוויינט. האט ער געבעהטן מ׳זאל איר אהיים נעמען ווייל ער וויל נישט זעהן די הרגשים פון א פרוי און ער וויל ענדערשער האבן א פילאזאפישן שמועס מיט זיינע תלמידים/חברים. דערנאך ווען זיי זענען געווען צובראכן האט ער זיך געבייזערט אויף זיי אז זיי פיהרן זיך אויף ווי פרויען.

מ׳זאגט נאך משמיה: ״מ׳זאל חתונה האבן ממ״נ. אויב האט מען א גוטע ווייב וועט מען ווערן צופרידן. אויב נישט, וועט מען ווערן א פילאזאף״. ‏אפשר קען מען מיט דעם אביסל טייטשן (שבת יא.) כל רעה ולא אשה רעה, און (ביצה לב:) מי שאשתו מושלת עליו חייו אינם חיים, ווייל אז ער האט אן אשה רעה איז ער א פילאזאף וואס איז זיך מתבונן אין די פיוּטילטי וכו׳ פון החיים און מהו ״הרעות״. ווי אויך דאס וואס די גמרא זאגט (עירובין מא:) מי שיש לו אשה רעה אינו רואה פני גיהנם, ווייל א פילאזאף איז נישט אזוי שנעל מודה אין גיהנם. 📎 Nietzsche.jpgNietzsche.jpg Friedrich Nietzsche
ר' יוסף אבן כספי איז מפרש בקהלת עה"פ (ז כו) ומוצא אני מר ממות את האשה וגו':
והכוונה בזה אמר שלמה, הנה נמצא מום רע מרוב החכמה, כי אף המופלג בה אפשר שיפול בחלקו אשה רעה או כעורה או בעלת מום רע. ומה הועילה לו הפלגת חכמתו והמושכלת שיבוא לתכלית, והוא הנביא השלם לא יפול בזה, וטוב לפני האלקים ימלט ממנה.
ער זאגט אז דאס איז לגבי חכמת המונית ולאסוף קנינים. משא"כ לגבי א חכם בעיונית שרייבט ער בסוף קהלת:
אין לבעל זאת החכמה נופל בחברת אשה רעה וכעורה, כי על פי ה' יעשה כל עניניו.

מי אני » דינסטאג יולי 18, 2023 11:28 am

· #531704
📎 IMG_5069.jpeg 📎 IMG_5070.jpeg

מי אני » דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 2:12 pm

· #533233
📎 IMG_5319.jpeg📎 IMG_5320.jpeg לודוויג וויטגענשטיין. (דאס דערמאנט אביסל פון גיטין לו. איבער ההוא מקרי דרדקי דאדריה רב אחא על דעת רבים דהוה פשע בינוקי ואהדריה רבינא דלא אישתכח דדייק כוותיה.)

מי אני » דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 5:47 pm

· #535041
📎 IMG_5836.jpeg

מי אני » דינסטאג סעפטעמבער 5, 2023 8:19 am

· #535376
📎 IMG_5851.jpeg דר. ניעלס בּאהר.

***

בענין עקזיסטענשעליזם און דער פילאזאף גילבּערט רייל:📎 IMG_5044.jpeg ***

בענין יוּטיליטעריעניזם ודר. דערעק פּאַרפיט:📎 IMG_4972.jpeg ***

ולגבי די פריער-דערמאנטע סיפור: 📎 IMG_5865.jpeg Obviously…

מי אני » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 6:30 pm

· #535984
דער מאטעמאטיקער דר. דזשעימס וואדעל אלכסנדר (דער צווייטער) פלעגט ליב האבן צו קריכן אויף בערג. ווען ער איז געווען א פראפעסאר אין פּרינסטאן, פלעגט ער לאזן אפען די פענסטערס פון זיין אפיס אויפ׳ן העכסטן שטאק, כדי צו קענען ארויפקריכן אויף די ווענט אינדרויסן צו אריינגיין אין זיין אפיס.

אונז טרעפן מיר בעירובין כא. ביי פסי ביראות בשבת (הצרין), אז דאס איז נאר א היתר פאר בהמות, אבער א מענטש איז מטפס ועולה מטפס ויורד ע״ש. און די פסוק זאגט דאך (קהלת ז כט) אשר עשה האלקים את האדם ישר והמה בקשו חשבנות רבים. והיינו, אז נאר דער מענטש קען חשבון. וממילא אז ער איז א מענטש א מאטעמאטיקער ובעל חשבון, מוז ער זיין א מטפס ועולה… 🙂

מי אני » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2023 11:11 pm

· #536649
דער פילאזאף אלפרעד דזשולס עיער:📎 עיער.jpg

מי אני » דינסטאג אקטאבער 3, 2023 9:33 pm

· #537031
דער פיזיקער דר. דימיטרי קריאקאוו האט אמאל געקריגן א $400 קנס טיקעט פון א פאליציי מאן אין קאליפארניא, פאר׳ן דורכגיין א סטאַפּ סיין. ער האט דאס געפייט אין קאָרט און אפגעשריבן א גאנצע אקאדעמישע פאפיר אז ער איז פטור. דאס איז וויבאלד, עפ״י פיזיקס, לפי וואו דער פאליציי מאן איז געשטאנען וואלט עס אויסגעזעהן ווי ער פארט דורך דעם סטאַפּ סיין, הגם ער האט זיך באמת יא אפגעשטעלט.

די טענה האט גע׳ארבעט ביים שופט און ער איז ארויס פטור.

(ער האט אריינגעגעבן די פאפיר צום דזשורנאל אום אפּריל דעם ערשטן 2012. וממילא איז יתכן אז דאס איז אַן ״עיפּריל פוּל׳ס וויץ״.)

***
📎 IMG_6020.jpeg

מי אני » מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 11:02 am

· #542545
נאך א לעקציע וואס די פילוסוף עליזאַבּעט ענסקאם האט געגעבן, האט מען איר ארויסגענומען עסן צו עפעס א רעסטאראנט. זי האט געהאט אָנגעטוהן הויזן און אָנקומענדיג אהין האט מען איר געזאגט אז פרויען קענען נישט אריינגיין מיט הויזן. האט זי זיך דארט אויסגעטוהן די הויזן און אזוי אריין, מיט די אונטערוועש, אינעם רעסטאראנט.

שעפטאל » מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 11:06 am

· #542547
Re:
מי אני #
נאך א לעקציע וואס די פילוסוף עליזאַבּעט ענסקאם האט געגעבן, האט מען איר ארויסגענומען עסן צו עפעס א רעסטאראנט. זי האט געהאט אָנגעטוהן הויזן און אָנקומענדיג אהין האט מען איר געזאגט אז פרויען קענען נישט אריינגיין מיט הויזן. האט זי זיך דארט אויסגעטוהן די הויזן און אזוי אריין, מיט די אונטערוועש, אינעם רעסטאראנט.
😂 😂 😂

נפה » מאנטאג אפריל 8, 2024 12:11 pm

· #558262
Re:
מי אני #
מ׳פארציילט אז סקראט׳ס ווייב, קזענטיפּי, האט זיך אמאל אזוי אויפגערעגט אויף אים אז זי האט אויסגעגאסן אויף אים א גרף של רעי. ער האט דאס מקבל געווען און געזאגט, ״נאכ׳ן דונערן קומט די רעגן״.

אפלטון פארציילט אין זיין פיִדאָ אז פאר מ׳האט הינגעריכטעט סקראט איז קזענטיפּי דארט געווען מיט אים אין תפיסה האלטענדיג זייער אינגסטע קינד און געוויינט. האט ער געבעהטן מ׳זאל איר אהיים נעמען ווייל ער וויל נישט זעהן די הרגשים פון א פרוי און ער וויל ענדערשער האבן א פילאזאפישן שמועס מיט זיינע תלמידים/חברים. דערנאך ווען זיי זענען געווען צובראכן האט ער זיך געבייזערט אויף זיי אז זיי פיהרן זיך אויף ווי פרויען.

מ׳זאגט נאך משמיה: ״מ׳זאל חתונה האבן ממ״נ. אויב האט מען א גוטע ווייב וועט מען ווערן צופרידן. אויב נישט, וועט מען ווערן א פילאזאף״. ‏אפשר קען מען מיט דעם אביסל טייטשן (שבת יא.) כל רעה ולא אשה רעה, און (ביצה לב:) מי שאשתו מושלת עליו חייו אינם חיים, ווייל אז ער האט אן אשה רעה איז ער א פילאזאף וואס איז זיך מתבונן אין די פיוּטילטי וכו׳ פון החיים און מהו ״הרעות״. ווי אויך דאס וואס די גמרא זאגט (עירובין מא:) מי שיש לו אשה רעה אינו רואה פני גיהנם, ווייל א פילאזאף איז נישט אזוי שנעל מודה אין גיהנם.
דער דער רמב"ן אין זיין הקדמה צו תורת האדם ברענגט סקראט אלס ביישפיל פון די "פילוספי היונים" וואס האבן מרחיק געווען טרויער געפילן, עי"ש.

מי אני » מאנטאג אפריל 8, 2024 12:34 pm

· #558269
דאס דערמאנט פונעם רדב״ז וואס איך האב צוגעברענגט (סימן תתקפה/ח״ג סימן תקנה) איבער א גדול וואס האט נישט געוויינט אחר מות בנו ל״ע, אז דאס איז ״מדרך הפילוסופים האומרים כי זה העולם הכל הוא מעשה תעתועים״ ע״ש.

moody » מאנטאג אפריל 8, 2024 1:08 pm

· #558275
Re: סיפורי צדיקים
פונק די שבת געטראכט אז פון דעם וואס בני אהרן האבן נישט געמעגט מאבל ביום הקמת המשכן, און א נזיר און כה"ג טארן קיינמאל נישט, זעה מיר דאך אז די אלטימעט אמת איז אז עס איז נישטא וואס צו מאבל זיין, נאר מדארף נאר אנקומען צו דעם מדרגה.
איך גלייב אז דאס איז איינע פון די נושאים אין "נחמה פאר א צובראכענע אבל" אשכול, ס'איז אויף מיין ליסט.

ראדני » מאנטאג אפריל 8, 2024 4:35 pm

· #558314
Re: סיפורי צדיקים
אלבערט איינשטיין האט אמאל פארן גיין ארבעטען האט עים ס׳ווייב געבעטען אז ער זאל זיך מסדר זיין אביסל (כידוע איז ער געוועהן א שלאך הגדול), האט ער איר גע׳ענטפערט אז יעדער קען מיך סייווי.
אן אנדרעס מאל פאר ער איז געגאנגען אויפטרעטן ערגעץ האט עים ס׳ווייב נאכאמאל געבעטען אז ער זאל זיך מסדר זיין, האט ער איר גע-ענטפערט אז קיינער קען מיך סייווי נישט.

נפה » דינסטאג אפריל 9, 2024 4:36 pm

· #558479
Re: סיפורי צדיקים
moody #
פונק די שבת געטראכט אז פון דעם וואס בני אהרן האבן נישט געמעגט מאבל ביום הקמת המשכן, און א נזיר און כה"ג טארן קיינמאל נישט, זעה מיר דאך אז די אלטימעט אמת איז אז עס איז נישטא וואס צו מאבל זיין, נאר מדארף נאר אנקומען צו דעם מדרגה.
איך גלייב אז דאס איז איינע פון די נושאים אין "נחמה פאר א צובראכענע אבל" אשכול, ס'איז אויף מיין ליסט.
בעצם זעט מען נישט אן איסור אבילות פאר א כה גדול און א נזיר נאר אן איסור טומאה, (ביי די בני אהרן זעט מען יא, אבער דארט איז געווען אינמיטן די חנוכת הבית אזוי ווי רש" ברענגט "אבל אתם אל תערבבו שמחתו של מקום" אדרבא עס איז דא דארט א חיוב אבילות פאר גאנץ כלל ישראל), די חינוך ברענגט אבער יא די אזא מין טעם ביי א נזיר און ביי א כה"ג,
עס קען זיין אז עס גייט לשטתם אזוי ווי דער חינוך איז מסביר אבילות אין מצוה רסג אלס דרכיה דרכי נועם און דער רבוש"ע האט נישט געוואלט מצער זיין מענטשן, עי"ש,
משא"כ דער רמב"ן איז דארט מסביר אז די צער אויף א מת איז א חלק פון עבודת השם און אויב מען איז זיך נישט מצטער איז מען מורד אין כביכול'ס הנהגה.
בלאט: 1 2 3 4