☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » טיילט מיט אייערע אייגענארטיגע געדאנקען על דא ועל הא

טיילט מיט אייערע אייגענארטיגע געדאנקען על דא ועל הא

76 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14760
בלאט: 1 2

יתרו » מאנטאג אוגוסט 9, 2021 3:37 pm

· #479232
טיילט מיט אייערע אייגענארטיגע געדאנקען על דא ועל הא
סאיז צייט צו עפענען אן אשכול ווי דער עולם קען מיטטיילן גוטע אדער אייגענארטיגע געדאנקען וואס פאלט זיי איין בשעת'ן דרייווען, שאוער, געשלעכט, בית הכבוד, ווען מען זעצט ביים שווער'ס טיש אדער ביי א גוטע סייקעדעליק טריפ. צומאל שפירט מען עס איז א שאד נישט מיטצוטיילן מיט חברים לדעה און הערן פידבעק. נישט יעדער איז אזא דזשעני ווי מי אני וואס קען טרעפן א פאסיגע אשכול פאר יעדע מחשבה וואס פאלט אים ביי, איז דאס א פאסיגע אשכול.
אויב דער עולם וועט זיך צושטעלן זעה איך פאר גרויסע זאכן פאר דעם דאזיגן אשכול.

בענדזשאמין פרענקלין » מאנטאג אוגוסט 9, 2021 4:24 pm

· #479237
[ציטאט אראפגענומען]

ווער זאגט? ער געט א שיינע הצעה און די קענסט פונקט אזוי אנפאנגען ווי דער בעל המצאה, נישט אין יעדע מאמר החכם ליגט חכמה.

מי אני » מאנטאג אוגוסט 9, 2021 6:35 pm

· #479244
די ספעציפישע קוואָט איז לכאורה א וועריעישאן פון וואס גאַנדי האט געזאגט:
You must be the change you wish to see in the world
והיינו, א כעין קריינא דאיגרתא אין די קאנטעקסט.

ולגבי דעם אז נישט אין יעדע מאמר החכם ליגט חכמה, קען מען זאגן אז דאס אליין איז אויך חכמה. והיינו, כידוע האט מען אויפגעוואוזן אז גאר א גרויס חלק פון וואס אריסטו האט געהאלטן איז פאלש. (ועכ״כ אז עס זענען דא וואס האבן טענות אויף אריסטו (צב״ש דער פיזיקער דר. סטיִווען וויינבערג) אז ער האט גאר (אינדירעקט) צוריקגעהאלטן דאס פארשריט פון מדע, מיט דעם וואס די מיטל-אלטער סקאלעסטיקס זענען געווען אזוי אנגעוואנדן אין זיין אטאריטעט און אין דעם וואס ער זאגט און האלט.) למעשה אבער קען מען זאגן אז דאס׳ן אים שטודירן, אפגעזעהן פון אמיתת שיטותיו, האט צוגעגעבן צו חכמה. והיינו, אז וויבאלד זייענדיג א חכם האט מען זיך מתעמק געווען, נושא ונותן געווען, און אריין אין א דייעלעקטיק בדבריו, האט דאס אליין צוגעגעבן צו חכמה (צב״ש דעם אור ה׳ס קריטיִק עליו במאמר א).

דאס זעלבע קען מען אפשר זאגן אפילו בנוגע סתם מאמרי חכמים [כעין ״שיחת חולין״ שלהן], וואס זענען נישט ממש אויף נושאי חכמה ממש: קומענדיג פון א חכם טוהט מען דאס אנאליזירן און אפילו אויב מען פרעגט/ווארפט דאס אפ, האט מען דורך דעם אליין קונה געווען חכמה. דאס קען אפשר זיין א קעיס-אין-פּוינט: מ'קלערט אריין צי איז דאס טאקע אזוי אז מ'זאל זיין דער ערשטער וכו'? וממילא איז דער מימרא פון @בענדזשאמין פרענקלין אויך חכמה…

ונבנתה העיר » דינסטאג אוגוסט 10, 2021 4:00 pm

· #479333
היינט אין מקוה:
(א פיין, ווארעם בור. כ'הייב זיך ארויף פון די ערשטע טבילה, דאס וואסער-אפגאס לויפט אראפ די פאות – און דאס אלעס אין סלאו-מאושען אודאי.)

אה... פיין פיין.

ס'שפירט זיך באמת האולי. פיורעפייאינג. אינטערעסאנט סיי א הייסע מקוה און סיי א קאלטע, ביידע האבן דעם פילינג, הגם א ביסל אן אנדערע שניט ביי יעדן פון זיי.

כ'וואונדער מיך אויב וואלט א טהרה-צערעמאניע באשטאנען פון עסן פארברענטע קוילן, וואלט אויך געווען דער געפיל פון טהרה? אדער האט עס אפשר מיט די גשמיות'דיגע קלענזינג פראפערטיס.

יא יא, דער רמב"ם. שאין הטומאה טיט או צואה, שתעבור במים, אלא גזירת הכתוב היא.

כ'האב טאקע אמאל געשריבן אין קאווע שטיבל אז כ'פלאן צו מאכן א ליסטע פון אלע סארקאסטישע רמב"מס.

איז עס סארקאסטיש? צונג-אין-באק?

כ'ווייס נישט. וואס ווייס איך וויאזוי אכט-הונדערט-יעריגע אידן שרייבן.

אבער ס'איז דא אזא מהלך הכתיבה. רעדן גאנצע פאראגראפן פון לאנגע שטותים, זאכן וואס זענען אבוויעס. עס איז טאקע יא אזא צינישע מהלך.

ביי מארק טוועין זע איך עס אסאך. שטעלט אן א בלעכענע פנים, און רעדט טאנג-אין-טשיק פאר גאנצע בלעטער.

ס'מוז האבן עפעס אן אפיציעלער נאמען, דער מהלך, עפעס א טערמין.

(מענטל נאוט: מ'דארף עס שפעטער נאכקוקן.)

איז עס נישט אינטערעסאנט אז טערמין = לעגיטימאציע?

סיי וועלכע זאך, אויב האט עס א טערמין האט עס אן אטאמאטישע חשיבות און זכות קיום.

טאקע פונקט נעכטן האביך געזען דעם מושג אין געזעץ: Ignorantia juris non excusat. איגנאראנץ אין געזעץ, איז קיין תירוץ.

כ'האב מיך שוין לאנג געוואונדערט וואס דער געריכט-סיסטעם זאגט פאר איינעם וואס טענה'ט כ'האב נישט געוואוסט אז ס'איז אסור.

אבער די רגע כ'האב געזען אז ס'איז אן אפיציעלע מושג, ס'האט א טערמין, און נאך אויף לאטייניש - צו אלע געטשקעס, איז עס שוין ביי מיר פשוט אפגעלייגט אז אזוי איז עס.

כ'מיין, ס'איז דאך א בפירוש'ער פסוק: איגנאראנץ איז נישט קיין תירוץ. גיי דינג זיך מיט א גאנצע וויקי פעידזש.

אבער יעצט אז כ'טראכט שוין, קען מען לכאורה קלערן אין דעם זאפטיגע לומדות'ן לכאן ולכאן.

איז ער 'באמת' חייב? כ'ווייס, צי ווייל א בירגער איז אין טעאריע מחויב צו קענען דאס געזעץ. אדער ווייל א געזעץ מצד עצמו איז מחייב, און דיין חיוב תשלומין איז נישט אויפן מזלזל זיין, נאר אויפן עובר זיין.

אפשר איז ער 'באמת' פטור. אבער ס'איז א סאושל קאנטרעקט. די געזעלשאפט האט מסכים געווען צו באצאלן אפי' ווען מ'האט נישט געוואוסט, דאל"כ לא שבקת חיי, יעדער וועט זאגן כ'האב נישט געוואוסט.

נו, אויב אזוי לצד ב', אויב כ'קען אויפווייזן ביאנד ריזענעבל וכו' אז כ'האב באמת נישט געוואוסט, דארף איך זיך לכאורה יא קענען פטר'ן. פארוואס פעלט אויס פאר'ן סאושעל קאנטראקט צו גיין ווייטער פון דעם?

אויך דארף מען וויסן צי אין געזעץ לאזט זיך בכלל זאגן אז ס'איז 'בעצם' מחייב. אפשר קען מען עס נאר זאגן אין געטליכע געזעץ. ביי מענטשליכע געזעץ איז אפשר דער גאנצער גדר החיוב געוואנדן צי ער דארף למעשה צאלן, און ס'לאזט זיך אינגאנצן נישט שמועסן אז ער איז 'באמת' פטור אבער למעשה איז מען אים מחייב צו צאלן.

למשל אז איינער האט געמאכט אן איליגעל טורן און מ'האט אים נישט באמערקט, איז ער 'באמת' חייב הונדערט דאלער קנס, נאר 'למעשה' דארף ער נישט צאלן?

אפשר יא. ער האט דאך א סאושל קאנטרעקט.

(אוי... די פילטער איז אנגעגאנגען.)

קאך_לעפל » דינסטאג אוגוסט 10, 2021 4:16 pm

· #479335
נאך אזא תגיבה... כ'שפיר זיך ווי מיין ווייב האט אריינגעלייגט מיינע הויזן אין וואש מאשין, און זי האט בטעות (לייען: בייזוויליג) נישט אינאכט גענומען אז איך בין נאך דעראינען, און זי האט עס נישט מער געדאכט אנגעצינדן אויפן העכסטן גראד...

יתרו » דינסטאג אוגוסט 10, 2021 6:19 pm

· #479351
ונבנתה׳ס חקירה ווערט די וועלט פון law אנגערופען Retributive vs. Deterrence Punishment א גוטע סטודענט קען מאכן גוטע ארגומנט אויף ביידע זייטן.

מי אני » דינסטאג אוגוסט 10, 2021 6:58 pm

· #479362
פון די וויקיפּידיע פּעידזש טאקע איז משמע אז מ׳נעמט אָן צד ב׳: אז די שטאטוט פון אימפּיוּטעישאן נעמט מען אָן כדי צו ראטעווען פון א ״ווילפול בּליינדנעס״ אמתלא - יעדער וועט זיך דאך קענען ארויסדרייען אז ער האט דאס נישט געוואוסט.

מ׳קען קלערן אז בנוגע געטליכע געזעץ איז גרינגער יא צו מאכן א חילוק צווישן איינער וואס האט נישט געוואוסט פונעם געזעץ/איסור [שוגג (כבריש פ׳ כלל גדול בשבת)] און דער וואס האט יא געוואוסט [מזיד] - עכ״פ ביי די סארט געטליכע געזעצן וואס זענען ״תורות השמעיות״ און נישט די ״מצות שכליות ומפורסמות״ (ועיין בפ״ו מהח׳ פרקים להרמב״ם).

מאטי » דינסטאג אוגוסט 10, 2021 7:08 pm

· #479363
ביים עולם התיקון גייט מען צוריקומען צו אלע אומפארענדיגטע געדאנקען/דרשות וואס מ'וואלט נאך ווען געקענט פיל מאריך זיין אבער די צייט האט נישט ערלויבט?

מי אני » דינסטאג אוגוסט 10, 2021 7:13 pm

· #479365
אויב די געדאנק פון "עולם התיקון" איז די אמעגא פונקט, וואס די געדאנק דערין איז אינפיניט קאמפּיוטעישאנס, דאן לכאורה...

סעגאל » דינסטאג אוגוסט 10, 2021 8:56 pm

· #479381
קאך_לעפל
נאך אזא תגיבה... כ'שפיר זיך ווי מיין ווייב האט אריינגעלייגט מיינע הויזן אין וואש מאשין, און זי האט בטעות (לייען: בייזוויליג) נישט אינאכט גענומען אז איך בין נאך דעראינען, און זי האט עס נישט מער געדאכט אנגעצינדן אויפן העכסטן גראד...

די האסט דאס אויך געטראכט אין מקוה.

בענדזשאמין פרענקלין » דינסטאג אוגוסט 10, 2021 10:32 pm

· #479399
אן אינטערעסאנטע מחשבה וואס איז מיר דורכגעלאפן ביי מיין לעצטע דזשוינט.

אין דער עולם הטראמא, געווענליך ווען מען קוקט אויף די עצם איבעלעבעניש פון א יעדע טראטמא (פון א רעלעטיווע אבזשעקטיוו קוק ווינקעל) איז עס אן איבעלעבענישט וואס איז נישט גוט. למשל טראמא פון אן עקסידענט קען מען זאגן אבזשעקטיוולי אז דער איבעלעבענישט איז געווען פיינפול, די זעלבע איז מיט פיזיקעל אביוז, דער עצם אקט פון פיזיקעל אביוז איז א פיינפולע עס איז נישטא קיין וועג צו עקספיריענסן פיזיקעל אביוז אויף א אנגענעמע אופן.

נו וואס וויל איז זאגן ? זאג שוין דארט , דריי נישט די ביצים ! עניוועי, נייגט צו אן אויער, מוועט עס מאכן בקיצור: איז אזוי, די אקט פון סעקס קען זיין די מאסט עמעזינג עקספיריענס פאר א פרוי ,און די זעלבע אקט אויב איז עס שלא ברשותה קען עס טראמאטזירן פאר א לייף טיים. און דאס איז שוין איינמאל א חידוש!

פארוואס איז עס א חידוש ? העל איך אייך זאגן, הגע בעצמך, דער זעלבער בחור ווען ער טרעפט חמשה עשר באב א מיידל און א באר אדער א קלוב , ער קויפט איר א דרינק און זאגט איר ווי שיין איר האר איז, און מען טרעפט זיך אין בעט ביי ענדע נאכט, קען עס זיין פאר איר אן ארגאזעמיק עקספיריענס. והנה דער זעלבער בחור, יא דער זעלבע בחור, אויב פארפאסט ער חמשה עשרבאב און טרעפט זיך זייער הארני טז באב און באלעסטיגט די זעלבע מיידל, נאכאמאל די זעלעבע מיידל, וועט איר עס נאכלויפן א לייף טיים און עס וועט זייך די טראמא פון איר לעבן. דאס טייטש די זעלבע בחור און מיידל די זעלבע אקט אויב טוישט מען די סעטינג און קאנטעקסט טוישט זיך עס מקצה אל הקצה.

נאכמער, פלעגט די רבי זאגן, אז מען טראכט אריין איז דאך עס מרפסין איגרא! פארוואס ווען איינער באצווינגט דיר אדער מיר מיט א שטיקעל סטעיק און ער הייסט דיר עס ארפשלינגן געצווינגענרהייט ווערט מען נישט טראמטאזירט משא"כ מיט סעקס וואס איז לכאורה פונקט אזא תאוה ווי אכילה ווערט די מענטש א הרוג בנפשו.

אלא מאי? וואס איז די שאלה וועט איר פרעגן ,די שאלה איז פארוואס ווערט מען טאקע טראמאטזירט פון באצווינגענע סעקס מער ווי באצווינגענע אכילה???

דער ענטפער וואס איך וויל פארשלאגן איז איטס אלל אבאוט די מיינדסעטס, מיר האבן באשאפן א מיינדסעט וואס סעקס באדייט, און וואס איר מיינוג איז, און וואס עס באדייט ווען איינער באצווינגט איינעם און דאס טראמטאזירט דעם עולם.

לפי זה קען זייך בדרך אפשר , אז איינע פון די רפאות קען זיין (עכ"פ פאר די געליטענע) : טוישט דעם מיינדסעט, סעקס איז גארנישט מער ווי אכילה. וואס האלט דער עולם איז דאס מעגליך ? אדער איז דאס צו טיף אין אונזער ביליאגשע זשענעס אז סעקס מיינט גאר פערסינאל פאר א מענטש.

מי אני » דינסטאג אוגוסט 10, 2021 11:04 pm

· #479411
מ'קען זאגן אז די געדאנק איז די הילפלאזע מצב אין וואס זי געפינט זיך און די עקסטענט דערפון, וואס איז טאקע די קאנטעקסט מכח איר נאַן-קאָנסענט. און דאס אלעס איז אונטער די רקע פון דאס פּאטריארכישע אלגעמיינע "והוא ימשול בך" וואס איז אלס דא און שווימט דאדורך ארויף צום אויבערפלאך. דאס איז איינע פון די געדאנקען פון די פעמיניסט פּאַראַדיים פון "רעיפּ קולטור".

אבער איה"נ אז דאס אלס אליין איז אויך נאר מכח די סאציאלע אויסשטעל און די מיִניִנג/קאָנאָטעישאנס וכו' וואס ליגן דארונטער.

דאס איז אלס בנוגע סעקשועל עסאָלט פון א מאן-צו-א-פרוי דייקא (ואולי ג"כ פרוי-צו-א-פרוי). די שאלה בלייבט נאך אלס ווי אזוי דאס באציהט זיך בנוגע מאן-צו-א-מאן אדער פרוי-צו-א-מאן סעקשועל עסאָלט/מאלעסטעישאן. אפשר אלס'ן געדאנק פון תשש כחו כנקיבה [א סארט מענטאל אימעסקיוּלעישאן], וויבאלד דאס איז אזוי אריינגעגעסן אלס די הילפסלאזיקייט פונעם פרויערישן מין וככל הנ"ל.

שארפןקאפ » מיטוואך אוגוסט 11, 2021 9:35 am

· #479454
Re: טיילט מיט אייערע אייגענארטיגע געדאנקען על דא ועל הא
@בענדזעמין פרענקלין שאלה יפה שאלת


לאמיך דיר פרעגן ווען מען צווינגט איינעם צו עסן פארשימלטע סטעק פאר א מענטש וואלט ער נישט געווען טראמעטייזיד? כאטש וואס ווען ער עסט א גוטע סטעק האט ער עס ליב? כאטש וואס נאר נעכטן פאר עס איז פארשימלטע געווארן וואלסטו אריין געביסן דערין!ניין?

נאר די חולק פון צווינגען איינעם צו עסן סטעק אין צווינגען צו עסן פארשימלטע סטעק איז אז אינעם פאל פון גוטע סטעק, די סטעק האט ער ליב, נאר דאס עקפיריענס פון ווערן געצווונגען איז וואס קען טראמעטיזירען, משא"כ ווען ווען די צווינגט איינעם צו עסן פארשימלטע סטעק נישט נאר וואס די צווינגסט אים נאר די צווינגסט אים עפעס וואס ער האט פיינט

דיסקלעמיר: איך קום מיט א הנחה אז רוב פרויען זייערע אטראקציע צו מענער איז בעיקר פון א אימאציאנאלע שטאנדפונקט נישט פון פיזיקלע אויסזען

אויב נעמסטו אן מיין הנחה איז עס זעלבס פארשטענדלעך פארוואס נעכטן ט"ו אב ווען זי האט מסכים געווען איז זי געווען אטרעקטיד צו אים איז עס געווען ווי א גוטע שטיקל סטעק וואס זי האט בוחר געווען צו עסן, משא"כ ט"ז ווען דער בחור צווינגט איר איז דאס שטיקל סטעק פארשימלטע געווארן.....

איז זעלבסט פארשטענדלעך פון ווי די טראמע קימט!!!

יעצט דאס איז נישט צו זאגן אז עס וועט צו טוישן דאס נמיינד סעט, אבער דאס קענסטו זאגען פאר אלע טראמע






Sent from my SM-N986U using Tapatalk

יתרו » מיטוואך אוגוסט 11, 2021 1:12 pm

· #479475
איך מיין אז דו פארפאסט בענזשעמינ'ס פוינט, פארשימלטע פלייש איז אן אבשזעקטיוולי פיינפולע דורכגאנג, משא"כ באצווינגענע סעקס. דאס וואס דו זאגסט אז ביי א פרוי איז סעקס ווי פארשימעלטע פלייש ווייל זי מוז האבן די עמאשינעלי אונטערגרונד איז נישט ריכטיג ווייל א פרוי קען דיסיידן זיך צו פארקויפן פארן שעה, און אסאך טוען טאקע אזוי, און עס איז נישטא קיין שום טראמא, אל עף וואס עס נישטא קיין שום עמאשינעל קאננעקשן. לאמיך אביסל צולייגן פעפער צו בענדזשמינס ארגומענט, א פראסטיטוט איז די זעלבע פרוי ווי דיין ווייב, די חילוק איז אינגאנצן איבער די מיינדסעט, די מיינדסעט פון א פראסיטוט איז סך הכל אז סעקס איז נישט אזוי הייליג ווי מען מאכט עס.

איינער זאגט מיר אז אין אוקריינא און אין טשיינע וואקסן מען אויף אז סעקס איז נישט מער ווי נאך א מין תאוה און עס האט נישט קיין גרויסע מיינוג פארן מענטש, וועגן דעם זעט מען אזא גרויסע פרעצענט פון פראסטיטוטס זענען אוקריינישע און טשייניס, ווייס איך נישט, אבער ווער עס קען זאל עס באשטעטיגן.

שארפןקאפ » מיטוואך אוגוסט 11, 2021 3:02 pm

· #479503
Re: טיילט מיט אייערע אייגענארטיגע געדאנקען על דא ועל הא
א רבי יתרו

די פארפאסט מיין עיקר פוינט, לאמיר פראבירן עס ארויס צו ברענגען שטארקער

איך ווייס עס זענען דא מענטשן וואס האבן ליב פארשימלטע פלייש, מיינט דאס אז איך זאל יעצט מסביר זיין פאר איינעם וואס איז טראמעטיזיט אז, נעה טויש דיין מיינד סעט?

יא מען קען אפשר טוישן די מיינד סעט אבער מען קען דאס אויך טון צו אלע מינע טראמע(למשל איינער האט טראמע ווייל זיין טאטע איז געשטארבן, אויב וואלט דער זעלבער מענטש פיינט געהאט זיין טאטע וואלט ער נישט געווען טראמעטייזיד, אין יא די קענסט אים קאנווינצען אז ער האט נישט ליב זיין טאטע אבער אינז אלע פארשטייען אז דאס איז נישט דער מהלך )

אין רעפען א טשייניזע פרוי לאזט איר איבער מיט די זעלבע (אפשר נישט די זעלבע אבער מיט געניג) טראמע אפילו וואס זיי וואלטן זיך פארקויפט פאר געלט

Sent from my SM-N986U using Tapatalk

יתרו » מיטוואך אוגוסט 11, 2021 3:24 pm

· #479504
איך קען נישט איינער וואס האט ליב פארשימעלטע פלייש, און עס האט נישט צו טוען מיט קיין מיינדסעט. דאס הייסט אז פארשימלעטע פלייש איז וויניגער תלוי אין די מיינדסעט ווי סעקס.

שארפןקאפ » מיטוואך אוגוסט 11, 2021 3:45 pm

· #479506
Re: טיילט מיט אייערע אייגענארטיגע געדאנקען על דא ועל הא
יתרו
איך קען נישט איינער וואס האט ליב פארשימעלטע פלייש, און עס האט נישט צו טוען מיט קיין מיינדסעט. דאס הייסט אז פארשימלעטע פלייש איז וויניגער תלוי אין די מיינדסעט ווי סעקס.
איך קען זיי נישט פּערזענלעך אבער איך ווייס פון זיי

איך קען אויך נישט, איינער וואס האט ליב צו האבן געצווונגע סעקס


אפשר ווייניגער אבער עס האט נאך אלטס צוטאן מיטן מיינד סעט

מיין פוינט איז אלע טראמע האט צוטאן מיט מיינד סעט עס איז אבער נישט עפעס וואס מען קען טוישן

Sent from my SM-N986U using Tapatalk

יתרו » מיטוואך אוגוסט 11, 2021 7:27 pm

· #479521
שוין איך געב אויף, קוקט נישט אויס אז די ביסט דא דורכצוטוען די נושא, אדער ביסטו נישט ביכולת צו דערהערן די חילוק, די זאגסט איבער די זעלבע זאך אן זיך צו מתייחס צו די נקודה, נעקסט.

יאסל ראקאווער » מיטוואך אוגוסט 11, 2021 11:04 pm

· #479530
ס'איז ווינדערט מיר שטארק אז ס'איז נישט דא קיין "יום הולדת שמחת" (העפי בירדעי) ניגון און אידיש. היימיש אידיש celebrate נישט birthdays. אפילו די ווארט celebration איז נישט א געניצטע ווארט. מ'פייערט א זיג אבער מ'סעלעבאטירט נישט גארנישט.

וואלווי » דאנערשטאג אוגוסט 12, 2021 2:04 am

· #479540
יאסל ראקאווער
ס'איז ווינדערט מיר שטארק אז ס'איז נישט דא קיין "יום הולדת שמחת" (העפי בירדעי) ניגון און אידיש. היימיש אידיש celebrate נישט birthdays. אפילו די ווארט celebration איז נישט א געניצטע ווארט. מ'פייערט א זיג אבער מ'סעלעבאטירט נישט גארנישט.


א יעדע יו"ט איז א סעלעברעישאן. א יארצייט איז אויך א סעלעברעישאן. סעלעברעישאן מיינט א פעולה וואס מ'טוט צווישען מענטשן וכדו' וואס צייכענט אפ א מאורע. דאס האבן מיר יודען אויך. ס'האט גארנישט מיט יודישקייט, ס'איז נאר אן אויסדרוק פון א קאמאן פעולה אזוי ווי די ווארט "פייערן" א זוג.

פידלער » דאנערשטאג אוגוסט 12, 2021 1:53 pm

· #479570
@בענדזשאמין פרענקלין

"איטס אלל אבאוט די מיינדסעטס, מיר האבן באשאפן א מיינדסעט וואס סעקס באדייט"

I've had the same thought for years regarding extramarital sex. If not for the symbolic attributes we've attached to sex, many couples would have no problem deciding mutually to each have sex with other people. If sex is just sex -- a physical pleasure, animalistic -- why not enjoy the novelty of new partners? Or partners who happen to press just the right buttons for you physically? But because we (society) have attached so much weight to sex (It's love! It's commitment!), doing it with other partners is considered the ultimate betrayal.

יאסל ראקאווער » דאנערשטאג אוגוסט 12, 2021 2:25 pm

· #479574
וואלווי
יאסל ראקאווער
ס'איז ווינדערט מיר שטארק אז ס'איז נישט דא קיין "יום הולדת שמחת" (העפי בירדעי) ניגון און אידיש. היימיש אידיש celebrate נישט birthdays. אפילו די ווארט celebration איז נישט א געניצטע ווארט. מ'פייערט א זיג אבער מ'סעלעבאטירט נישט גארנישט.


א יעדע יו"ט איז א סעלעברעישאן. א יארצייט איז אויך א סעלעברעישאן. סעלעברעישאן מיינט א פעולה וואס מ'טוט צווישען מענטשן וכדו' וואס צייכענט אפ א מאורע. דאס האבן מיר יודען אויך. ס'האט גארנישט מיט יודישקייט, ס'איז נאר אן אויסדרוק פון א קאמאן פעולה אזוי ווי די ווארט "פייערן" א זוג.


די ווארט עקזיסטירט נישט. דאס אלעס.

א גוי ניצט לכאורה די ווארט אפאר טויזענט מאל א יאר. אבער אז א אפשערען, בר מצווה, יארצייט סעודה, כ"א כסליו איז א סעודה של מצווה און א בירטדעי פארטי איז נישטא, סעלברעיט מען טאקע נישט גארנישט. מ'איז מלאים כרימון מיט מצוות אבער ס'איז נישטא קיין individual celebration און אונזער לעקסיקאן.

די זעלבע צייט דארף ווען די גוי אדאפטירן די ווארט מזל טוב. Congratulations נעמט נישט איר פלאץ. לאמיר בייטן מיט זיי 😉 🙂

מזל טוב!

פידלער » דאנערשטאג אוגוסט 12, 2021 3:05 pm

· #479576
יאסל ראקאווער
ס'איז ווינדערט מיר שטארק אז ס'איז נישט דא קיין "יום הולדת שמחת" (העפי בירדעי) ניגון און אידיש. היימיש אידיש celebrate נישט birthdays. אפילו די ווארט celebration איז נישט א געניצטע ווארט. מ'פייערט א זיג אבער מ'סעלעבאטירט נישט גארנישט.


טאקע נישט היימיש אידיש, אבער פארט א העפי בירדעי ניגון אויף אידיש. עס הייבט זיך אן ביי ארום 1:05.

<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=VS3g56LhdZk">https://www.youtube.com/watch?v=VS3g56LhdZk</a>

מי אני » דאנערשטאג אוגוסט 12, 2021 4:04 pm

· #479579
פידלער
"איטס אלל אבאוט די מיינדסעטס, מיר האבן באשאפן א מיינדסעט וואס סעקס באדייט"

I've had the same thought for years regarding extramarital sex. If not for the symbolic attributes we've attached to sex, many couples would have no problem deciding mutually to each have sex with other people. If sex is just sex -- a physical pleasure, animalistic -- why not enjoy the novelty of new partners? Or partners who happen to press just the right buttons for you physically? But because we (society) have attached so much weight to sex (It's love! It's commitment!), doing it with other partners is considered the ultimate betrayal.

דר. עריק ענדערסאן זאגט ענליך.

וואלווי » דאנערשטאג אוגוסט 12, 2021 5:15 pm

· #479589
יאסל ראקאווער

די ווארט עקזיסטירט נישט. דאס אלעס.

א גוי ניצט לכאורה די ווארט אפאר טויזענט מאל א יאר. אבער אז א אפשערען, בר מצווה, יארצייט סעודה, כ"א כסליו איז א סעודה של מצווה און א בירטדעי פארטי איז נישטא, סעלברעיט מען טאקע נישט גארנישט. מ'איז מלאים כרימון מיט מצוות אבער ס'איז נישטא קיין individual celebration און אונזער לעקסיקאן.

די זעלבע צייט דארף ווען די גוי אדאפטירן די ווארט מזל טוב. Congratulations נעמט נישט איר פלאץ. לאמיר בייטן מיט זיי 😉 🙂

מזל טוב!


לויט ווי אזוי איך פארשטיי דיינע ווערטער, זאגסט אז "עקזיסטירט נישט" מיינט נישט דווקא די ווארט אלס א לשון, נאר א ווארט אלס א מציאות. אבער אפי' דו מיינסט דוקא די ווארט אלס אן אויסדרוק, איז אויך נישט אויסגעשלאסן, עכ"פ, אז די אויסדרוק איז דא אפי' אן די זעלבע ווארט.

ווערטער און לשונות זענען בדרך כלל נישט קובע א מציאות, ספעציעל ווען זיי קראסען פון איין שפראך צו צווייטען. סעלעברעישאן איז אן עקספעריענס כאילו. ווען איינער צינדט ביי זיך אינדערהיים א יארצייט ליכט "איז עס" א סעלעברעישאן פון א מאורע. די זעלבע זאך איז ביי יום הולדת, אז מ'מאכט א לחיים אינדערהיים וכדו' "ווערט" דאס א סעלעברעישאן. נאך מער, אז א חרדי'שע יוד איז מחליט נישט צו מאכן א בירדעי פארטי, און אנשטאט דעם זאגט ער תהלים, איז דאס א סעלעברעישאן דורך פרעיאר, וואס דאס איז אויך איינע פון די אפיציעלע דעפענישאנס פון סעלעברעישאן, דהיינו א ריטועל ע"ש א געשעהניש. ס'האט געארנישט מיט יודען און גוים, אדער יחיד ווס. רבים. ס'איז סך הכל אז מ'געבט אן איינדערקענונג דורך עפעס א פעולה באיזה אופן שהוא.

די זעלבע זאך איז מיט קאנגרעטיולעשאנס, וואס די אפיציעלע דעפענישאן איז וואונטשען אדער אויסרומען, דהיינו מזל טוב, וואס איז אויך בעסיקלי א וואונטש. ווערטער מאכט נישט אויס למעשה, ווייל אין א יעדע שפראך איז בכל אופן די דעפענישאן די זעלבע, און מ'נוצט די זעלבע געדאנק סיי ביי יודען און גוים, סיי ביי יחיד ורבים, סיי ביי סעלעברעישאן און פייערן, און סיי ביי מזל טוב און קאנגרעטיולעשאנס.

נ.ב. דאס איז אפיציעלע דעפענישאנס פון די דערמאנטע ווערטער.

תרמב » פרייטאג אוגוסט 13, 2021 6:52 pm

· #479664
יתרו
סאיז צייט צו עפענען אן אשכול ווי דער עולם קען מיטטיילן גוטע אדער אייגענארטיגע געדאנקען וואס פאלט זיי איין בשעת'ן דרייווען, שאוער, געשלעכט, בית הכבוד, ווען מען זעצט ביים שווער'ס טיש אדער ביי א גוטע סייקעדעליק טריפ. צומאל שפירט מען עס איז א שאד נישט מיטצוטיילן מיט חברים לדעה און הערן פידבעק. נישט יעדער איז אזא דזשעני ווי מי אני וואס קען טרעפן א פאסיגע אשכול פאר יעדע מחשבה וואס פאלט אים ביי, איז דאס א פאסיגע אשכול.
אויב דער עולם וועט זיך צושטעלן זעה איך פאר גרויסע זאכן פאר דעם דאזיגן אשכול.

ביי געשלעכט דארף מען טראכטן פון רבין זאל זיין געזונט, ניין?

berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 15, 2021 2:15 am

· #479675
אין ויזניץ (שוואנצאנעס) מסתמא יא. נאר איך האב געזעהן א פיקטשער ווי די העיליגע רעבא שליט"א פאפט א פרקדן. נאר אפשר אין א עראפלאן מעג מען. אדער. די רעבא מעג. און די חסידים די שווענץ טארן נישט...!

וואלווי » זונטאג אוגוסט 15, 2021 3:54 am

· #479690
berlbalaguleh
אין ויזניץ (שוואנצאנעס) מסתמא יא. נאר איך האב געזעהן א פיקטשער ווי די העיליגע רעבא שליט"א פאפט א פרקדן. נאר אפשר אין א עראפלאן מעג מען. אדער. די רעבא מעג. און די חסידים די שווענץ טארן נישט...!


ווי אזוי קען מען ליגן פרקדן מיט א שוואנץ?
נאך דערצו א גרויסן שוואנץ...

טאמבל סאס » זונטאג אוגוסט 15, 2021 4:31 am

· #479693
Re: טיילט מיט אייערע אייגענארטיגע געדאנקען על דא ועל הא
אז מען שלאפט מיט א לייכטן אבער רעבישן טלית..

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

דער גאלדענער אדלער » זונטאג אוגוסט 15, 2021 12:37 pm

· #479709
Re: טיילט מיט אייערע אייגענארטיגע געדאנקען על דא ועל הא
טאמבל סאס
אז מען שלאפט מיט א לייכטן אבער רעבישן טלית..

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
דאן קען זיין א שאלה פון אהל, אויב ס'העכער א טפח

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 17, 2021 2:39 pm

· #479932
וואלווי
berlbalaguleh
אין ויזניץ (שוואנצאנעס) מסתמא יא. נאר איך האב געזעהן א פיקטשער ווי די העיליגע רעבא שליט"א פאפט א פרקדן. נאר אפשר אין א עראפלאן מעג מען. אדער. די רעבא מעג. און די חסידים די שווענץ טארן נישט...!


ווי אזוי קען מען ליגן פרקדן מיט א שוואנץ?
נאך דערצו א גרויסן שוואנץ...

וואלווי: נישט די רבי איז דער שוואנץ. די חסידים זענען די שווענץ...!

פאליטיקאנט » פרייטאג אוגוסט 20, 2021 3:37 am

· #480142
Re: טיילט מיט אייערע אייגענארטיגע געדאנקען על דא ועל הא
נישט מיין אייגענע געדאנק, אבער פארט אריגינאל.

קאמפאניס זאלן איינפירן אז בשעת מ'איז אויף האָלד זאל מען קענען רעדן און שמועסן צו אנדערע קונדן אויף האָלד, אזא שטיקל קלאבהאוז..... אנשטאט די נארישע און נערווירענדע מוזיק.

יתרו » מאנטאג אוגוסט 23, 2021 1:42 am

· #480313
זאגט מיר נעכטן א חסידישע אינגערמאן, א שטיקל אנטי וועקסער, אז בכלל האלט ער אז די וואקסין שאט HVP, וואס איז געמאכט אז ווען איינער זינדיגט זאל ער נישט באקומען יענע מחלה פון די אינפעקשן, פארשטייט ער בכלל נישט פארוואס א איד ברויך עס געבן פאר זיין קינד, "אז מיין זון זינדיגט, זאל ער שטארבען" זאגט ער .
במושכל ראשון האב איך אנגעקוקט די טאטע ווי אן אכזר, אבער נאכער הערן אז ער אליין וואלט אויך ליברשט געוואלט שטארבן ווי איידער זינדיגען, האב איך אים מער געהאלטן פאר א נעבעך.

וואלווי » מאנטאג אוגוסט 23, 2021 2:34 am

· #480316
יתרו
זאגט מיר נעכטן א חסידישע אינגערמאן, א שטיקל אנטי וועקסער, אז בכלל האלט ער אז די וואקסין שאט HVP, וואס איז געמאכט אז ווען איינער זינדיגט זאל ער נישט באקומען יענע מחלה פון די אינפעקשן, פארשטייט ער בכלל נישט פארוואס א איד ברויך עס געבן פאר זיין קינד, "אז מיין זון זינדיגט, זאל ער שטארבען" זאגט ער .
במושכל ראשון האב איך אנגעקוקט די טאטע ווי אן אכזר, אבער נאכער הערן אז ער אליין וואלט אויך ליברשט געוואלט שטארבן ווי איידער זינדיגען, האב איך אים מער געהאלטן פאר א נעבעך.


זיין מאמע האט נישט געוויסט פון abortions צו זאגען...?

מ'וואלט געקענט שפארן די זינד פון אב ובנו...

יואליש » מאנטאג אוגוסט 23, 2021 2:46 am

· #480318
יתרו
זאגט מיר נעכטן א חסידישע אינגערמאן, א שטיקל אנטי וועקסער, אז בכלל האלט ער אז די וואקסין שאט HVP, וואס איז געמאכט אז ווען איינער זינדיגט זאל ער נישט באקומען יענע מחלה פון די אינפעקשן, פארשטייט ער בכלל נישט פארוואס א איד ברויך עס געבן פאר זיין קינד, "אז מיין זון זינדיגט, זאל ער שטארבען" זאגט ער .
במושכל ראשון האב איך אנגעקוקט די טאטע ווי אן אכזר, אבער נאכער הערן אז ער אליין וואלט אויך ליברשט געוואלט שטארבן ווי איידער זינדיגען, האב איך אים מער געהאלטן פאר א נעבעך.


און וואס טוט זיך אויב זיין קינד'ס מאן אדער ווייב זינדיגט, וויל ער אויך אז זיין אומוואקסינירטער קינד וקדוש מרחם זאל עס איבערכאפן אויף א כשר אופן ביים אונתה לא יגרע און אפשטארבן? וכן להיפך, אויב זיין קינד זינדיגט יא און איז לשטיתו נידון למיתה, לא מורידין ולא מעלין סטיל, וויל ער נישט עכ"פ אפראטעווען זיין שניר/איידעם שלא טעמו טעם חטא? וואס זענען זיי שולדיג אז ער ווארפט זיך אזוי מיט מיתה בי"ד שמים? אויף דעם חכם פרעגט דאך שוין די גמרא, טוביה חטא וזיגוד מינגד?

וואלווי » מאנטאג אוגוסט 23, 2021 3:00 am

· #480320
פאליטיקאנט
נישט מיין אייגענע געדאנק, אבער פארט אריגינאל.

קאמפאניס זאלן איינפירן אז בשעת מ'איז אויף האָלד זאל מען קענען רעדן און שמועסן צו אנדערע קונדן אויף האָלד, אזא שטיקל קלאבהאוז..... אנשטאט די נארישע און נערווירענדע מוזיק.


איך ווארט נישט מיין וואש מאשין זאל זיך צוברעכן. איך גיי לכתחילה אין דע ווילעדזש....

berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 23, 2021 4:55 am

· #480324
יתרו
זאגט מיר נעכטן א חסידישע אינגערמאן, א שטיקל אנטי וועקסער, אז בכלל האלט ער אז די וואקסין שאט HVP, וואס איז געמאכט אז ווען איינער זינדיגט זאל ער נישט באקומען יענע מחלה פון די אינפעקשן, פארשטייט ער בכלל נישט פארוואס א איד ברויך עס געבן פאר זיין קינד, "אז מיין זון זינדיגט, זאל ער שטארבען" זאגט ער .
במושכל ראשון האב איך אנגעקוקט די טאטע ווי אן אכזר, אבער נאכער הערן אז ער אליין וואלט אויך ליברשט געוואלט שטארבן ווי איידער זינדיגען, האב איך אים מער געהאלטן פאר א נעבעך.

יתרו: כ'האב דיר געוואלט געבן א לייק. אבער אזוי ווי דו האסט מיך עניוועי אין ד'רערד, מוזסטו ווארטן ביז איך קריך ארויס...!

berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 23, 2021 4:58 am

· #480325
וואלווי
פאליטיקאנט
נישט מיין אייגענע געדאנק, אבער פארט אריגינאל.

קאמפאניס זאלן איינפירן אז בשעת מ'איז אויף האָלד זאל מען קענען רעדן און שמועסן צו אנדערע קונדן אויף האָלד, אזא שטיקל קלאבהאוז..... אנשטאט די נארישע און נערווירענדע מוזיק.


איך ווארט נישט מיין וואש מאשין זאל זיך צוברעכן. איך גיי לכתחילה אין דע ווילעדזש....

וואלווי: דאס איז זייער אן עמקות'דיגע פשט'ל. דו דארפסט בעסער מסביר זיין כדי דער עולם זאלל לאכן...!

וואלווי » מאנטאג אוגוסט 23, 2021 5:49 am

· #480328
berlbalaguleh
וואלווי
פאליטיקאנט
נישט מיין אייגענע געדאנק, אבער פארט אריגינאל.

קאמפאניס זאלן איינפירן אז בשעת מ'איז אויף האָלד זאל מען קענען רעדן און שמועסן צו אנדערע קונדן אויף האָלד, אזא שטיקל קלאבהאוז..... אנשטאט די נארישע און נערווירענדע מוזיק.


איך ווארט נישט מיין וואש מאשין זאל זיך צוברעכן. איך גיי לכתחילה אין דע ווילעדזש....

וואלווי: דאס איז זייער אן עמקות'דיגע פשט'ל. דו דארפסט בעסער מסביר זיין כדי דער עולם זאלל לאכן...!


ווי אזוי האט אתריה דמר געזאגט? דער וואס פארשטייט...

יתרו » מיטוואך סעפטעמבער 29, 2021 10:26 pm

· #482151
איך האב געהערט א שיינע טייטש פונעם שווער דעם יום טוב, איך קען זיך עס אבער נישט דערמאנען, וה׳ הטוב יכפר.

וואלווי » דאנערשטאג סעפטעמבער 30, 2021 2:51 am

· #482169
יתרו
איך האב געהערט א שיינע טייטש פונעם שווער דעם יום טוב, איך קען זיך עס אבער נישט דערמאנען, וה׳ הטוב יכפר.

ביסט געבליבן מיט א שיינע שווער אן די טייטש...

בענדזשאמין פרענקלין » דאנערשטאג סעפטעמבער 30, 2021 9:21 pm

· #482211
יתרו
איך האב געהערט א שיינע טייטש פונעם שווער דעם יום טוב, איך קען זיך עס אבער נישט דערמאנען, וה׳ הטוב יכפר.


מיין שווער האט געזאגו אזא חידוש, ער האט געפרעגט, מען זאגט "והשיאנו ה' אליקנו" דאס טייטש אזוי: דער אייבישטער זאל אונז אנלאדענען, אויף דעם האט ער געפרעגט וואסארא מין גערעדאכטס איז דאס"אנלאדענען? וואס מיינט דאס ער זאל אונז אנלאדענען? זענען מיר אקסן צו וואס וואס מען לאדענט אן? נאר וואס דען האט ער געזאגט אזוי, זאגט ער זייער שיין, זאגט ער אזוי זאגט ער, יא יא ער זאל אונז אנלאדענען טאקע ממש ווי מען לאדענט אן א שטיר אן אקס ממש אזוי זאל ער אונז אנלאדנען מיט שמחה און ששון און כל מילי דמטיב. אז מען טראכט אריין ליגט אין דעם אסאך אמת.

berlbalaguleh » דאנערשטאג סעפטעמבער 30, 2021 9:52 pm

· #482214
בענדזשאמין פרענקלין: ס'איז א שיינער טייטש און א גוט ווערטל. און אויך א גוטער וואונטש. (כמעט רעביש).

אבער נישט דאס איז דער ריכטיגער טייטש פון דעם ווארט..."והשיאנו"...ס'איז ענדערש א בקשה צו השי"ת אז ער זאלל אונז דערהייבן אז אונז זאללן פארשטיין די גרויסקייט און וויכטיגקייט פון דעם יו"ט...!

מי אני » דאנערשטאג סעפטעמבער 30, 2021 9:55 pm

· #482215
בענדזשאמין פרענקלין
יתרו
איך האב געהערט א שיינע טייטש פונעם שווער דעם יום טוב, איך קען זיך עס אבער נישט דערמאנען, וה׳ הטוב יכפר.


מיין שווער האט געזאגו אזא חידוש, ער האט געפרעגט, מען זאגט "והשיאנו ה' אליקנו" דאס טייטש אזוי: דער אייבישטער זאל אונז אנלאדענען, אויף דעם האט ער געפרעגט וואסארא מין גערעדאכטס איז דאס"אנלאדענען? וואס מיינט דאס ער זאל אונז אנלאדענען? זענען מיר אקסן צו וואס וואס מען לאדענט אן? נאר וואס דען האט ער געזאגט אזוי, זאגט ער זייער שיין, זאגט ער אזוי זאגט ער, יא יא ער זאל אונז אנלאדענען טאקע ממש ווי מען לאדענט אן א שטיר אן אקס ממש אזוי זאל ער אונז אנלאדנען מיט שמחה און ששון און כל מילי דמטיב. אז מען טראכט אריין ליגט אין דעם אסאך אמת.

זאגסט, האסט עס געהערט פונעם ״ שווֶר״ וואס איז די לשון יחיד פון ״שוורים״… 😃

מצפצף » דאנערשטאג סעפטעמבער 30, 2021 10:25 pm

· #482219
berlbalaguleh
בענדזשאמין פרענקלין: ס'איז א שיינער טייטש און א גוט ווערטל. און אויך א גוטער וואונטש. (כמעט רעביש).

אבער נישט דאס איז דער ריכטיגער טייטש פון דעם ווארט..."והשיאנו"...ס'איז ענדערש א בקשה צו השי"ת אז ער זאלל אונז דערהייבן אז אונז זאללן פארשטיין די גרויסקייט און וויכטיגקייט פון דעם יו"ט...!

איר וועט אוודאי וויסן פונעם אלט אידיש ווערטל.
אתה בחרתנו, דו האסט אונדז געמאכט פאר בחורים. יעצט והשיאנו, מאך אונז חתונה...

הקטן » דאנערשטאג סעפטעמבער 30, 2021 11:19 pm

· #482225
מי אני
פידלער
"איטס אלל אבאוט די מיינדסעטס, מיר האבן באשאפן א מיינדסעט וואס סעקס באדייט"

I've had the same thought for years regarding extramarital sex. If not for the symbolic attributes we've attached to sex, many couples would have no problem deciding mutually to each have sex with other people. If sex is just sex -- a physical pleasure, animalistic -- why not enjoy the novelty of new partners? Or partners who happen to press just the right buttons for you physically?

ביסט גערעכט סעקס וועט דאן אויפהערן זיין "א" און וועט ווערן "ב"! (אמת ס'דא אויך וואס זענען אין א מאנאגענמס רילעשענשיפ און האבן נאר "ב")
אבער סארי, דו קענסט נישט האבן סיי "א" און סיי "ב" -סא יא דעסייד
ביאלעג'י לעכעטצט סיי די פיזיקעל (דאפעמין) און סיי די עמאשענאל קאנעקטשען (סערעטאנען)

מי אני » דאנערשטאג סעפטעמבער 30, 2021 11:24 pm

· #482226
על זה אנו דנין. די מיינדסעט האט צאמגעשטעלט דייקא די פיזיקאלע באציאונגען מיט די עמאשענאל קאנעקשאן. ואפילו אז יא איז אבער אז מ׳האט מיט א צווייטן דאן איז די פיזיקאלע באציאונג מיט די ערשטע אָן די עמאשען אא״וו.

הקטן » דאנערשטאג סעפטעמבער 30, 2021 11:26 pm

· #482227
בענדזשאמין פרענקלין

אלא מאי? וואס איז די שאלה וועט איר פרעגן ,די שאלה איז פארוואס ווערט מען טאקע טראמאטזירט פון באצווינגענע סעקס מער ווי באצווינגענע אכילה???

דער ענטפער וואס איך וויל פארשלאגן איז איטס אלל אבאוט די מיינדסעטס, מיר האבן באשאפן א מיינדסעט וואס סעקס באדייט, און וואס איר מיינוג איז, און וואס עס באדייט ווען איינער באצווינגט איינעם און דאס טראמטאזירט דעם עולם.

לפי זה קען זייך בדרך אפשר , אז איינע פון די רפאות קען זיין (עכ"פ פאר די געליטענע) : טוישט דעם מיינדסעט, סעקס איז גארנישט מער ווי אכילה. וואס האלט דער עולם איז דאס מעגליך ? אדער איז דאס צו טיף אין אונזער ביליאגשע זשענעס אז סעקס מיינט גאר פערסינאל פאר א מענטש.

הרב מאניס פרידמאן האט אמאל אנגעטראגן אזא רפואה - אוי האט ער באקימען פאש-בעק

הקטן » דאנערשטאג סעפטעמבער 30, 2021 11:29 pm

· #482228
מי אני
על זה אנו דנין. די מיינדסעט האט צאמגעשטעלט דייקא די פיזיקאלע באציאונגען מיט די עמאשענאל קאנעקשאן. ואפילו אז יא איז אבער אז מ׳האט מיט א צווייטן דאן איז די פיזיקאלע באציאונג מיט די ערשטע אָן די עמאשען אא״וו.

א חלק פין די עמאשענאל קאנעקשאן איז נאר דיר און קיינער אויסער דיר! (דאס מיינט נישט ס'קען נישט זיין קיין אנדער סארט עמאשען אדער שוואכערע קאנעקשען פין "אויך מיט דיר")


איז דאס טאקע נאר א סאשעל-קאנסטראקט?
איך מיין מיר טרעפען די זעלבע קאנסטראקט אויך אין די ענעמעל קינקדעם (טאקע נישט ביי אלע)

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג סעפטעמבער 30, 2021 11:42 pm

· #482231
דאס איז מיר איינגעפאלן ווען כ׳האב געעפנט דעם אשכול וואס די הוה אמינא דארט איז למעלה מהשגתי, האב איך געטראכט אז מ׳ווייסט דאך פון דעם שפריכווארט "Preaching to the choir" וואס מ׳זאגט ווען א מענטש פרובירט איבערצייגן אנדערע מענטשן אין א זאך אין וואס זיי זענען שוין איבערגעצייגט, האב איך געטראכט אז צומאל קען גאר די choir זיין דער preacher אליינס...
בלאט: 1 2