☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » עונש כרת בימינו

עונש כרת בימינו

64 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12929
בלאט: 1 2

רביה''ק זי''ע » זונטאג מאי 10, 2020 11:11 pm

· #448307
אז מ'רעדט שוין פון ציונים האב איך מיך דערמאנט א גוט ווארט וואס איז נוגע צו די אלע סארטן באוועגונגען למיניהם. ס'שטייט אין פסוק: "וַיַּעֲלוּ עֹלֹת וַיַּגִּשׁוּ שְׁלָמִים וַיֵּשֶׁב הָעָם לֶאֱכֹל וְשָׁתוֹ וַיָּקֻמוּ לְצַחֵק", דאס איז מרמז אויף דריי שטופעס פון א באוועגונג. די ערשטע דור זענען זיך מקריב פאר די שיטה בבחינת קרבן עולה, כליל תקטר, זיי געבן אלץ אויף פאר'ן שיטה. די צווייטע דור איז שוין נאר בבחינת קרבן שלמים, שהכל שלום בהן, א חלק גיבט מען אוועק פאר די שיטה און א חלק פאר די אייגענע באקוועמליכקייט, חציו להשם וחציו לכם. די דריטע דור אינטערעסירט שוין די גאנצע שיטה אין די לינקע פאה, וישב העם לאכול ושתו ויקומו לצחק...

אישתישבי » זונטאג מאי 10, 2020 11:50 pm

· #448318
די מיינסט צו זאגן אז פונקט ווי עס איז נישטא קיין ציונים איז נישטא קיין קנאים.

רביה''ק זי''ע » זונטאג מאי 10, 2020 11:53 pm

· #448319
קנאות איז קיינמאל נישט געווען אן אלגעמיינע באוועגונג, מסירות נפש פאר קנאות איז א דרך פאר יחידים, די איבעריגע זענען סתם נאכשלעפערס.

מי אני » מיטוואך יולי 29, 2020 4:02 pm

· #455481
מי אני
דער תפארת ישראל אין זיין באקאנטע דרוש אור החיים (וואו ער דערמאנט די פאסילס) (אות ב) פרעגט די קשיא אויף כרת (ווי אויך וואס איז אויב איינער טוהט מערערע מאל איסורי כריתות, צווישן אנדערע קשיות אויף די מושג). ער ענטפערט אז עס זענען דא צוויי מיני נפשות אינ׳ם מענטש. איינס איז די חלק אלוק וניצוץ ממעל וואס איז אומעגליך אז עס זאל נתאפס ווערן לכלום; דאס האט אן השארה אלעמאל און איז נצחי. דערנאך איז דא די נפש הבהמית (עס קען האבן פאראלעלן מיט׳ן נפש הבהמית וואס דער תניא דערמאנט), וואס איז פשוט באשאפן געווארן און אריינגעגעבן געווארן אינ׳ם מענטש כדי צו האלטן די נפש הנצחי, וואס איז כולו רוחני, מיט די גוף החמור, וואס איז איר דירעקטע אפאזיט; עס איז די מתווך און האלט זיי צוויי צוזאם.

די נפש הבהמית וואלט ווען געדארפט בטל ווערן לאחר המיתה ווען די חבילה צווישן זיי דריי [נפש הרוחני, נפש הבהמית, והגוף] ווערט נתפרד. אבער דורך מצות ומעש״ט קען מען מאכן אז די נפש הבהמית זאל אויך האבן א נצחיות.

יעצט (ווי אזוי איך פארשטיי זיין דרך), איינמאל מ׳גייט פון די וועלט איז כדי די נשמה/נפש הנצחי זאל נזדכך ווערן פון די חטאים פעהלט אויס אז עס זאל נאך זיין באהאפטן מיט׳ן נפש הבהמית (ווייל אזוי קען עס נאך פאלן אונטער די יצירה פון זמן וואס דורך דעם קענען די קינדער פונ׳ם מת וואס זענען נאך אויף די וועלט ותחת הזמן האבן נאך א שייכות צו אים/איר, און קענען איר ארויסהעלפן, מעלה זיין וכו׳, די ערשטע 12 חדשים (מער) יארצייט אא"וו). און איינמאל עס איז פערטיג דעמאלטס צוטיילן זיי זיך און די נפש הבהמית גייט צו איר (שכר) נצחי אויך.

אבער ביי עוברי איסורי כריתות ווערט עס דערנאך בטל לאפס, און וויפיל מער מ׳האט עובר געווען פון די מיני איסורים, אלס לענגער דויערט די זיכוך און דאס באהאפטענקייט פונ׳ם נפש הנצחי צום נפש הבהמית וואס דארף בטל ווערן, וואס דאס איז א צער (for lack of a better term) פאר׳ן נפש הנצחי. ועוד, אז תחיית המתים איז נאר שייך אויב די נפש הבהמית האט אן השארה, ווייל אזוי וועט די נפש הנצחי זיך קענען צוריק באהעפטן צום גוף, משא״כ ביי עונש כרת וואו דאס ווערט נתאפס גייט ער נישט קענען אויפשטיין, ע״ש באריכות.

‏איך פארשטיי אז מידי אפאלאגעטיקס לא יצאנו, און דאס לאט נאך איבער היפש פון די פסוקים איבער דעם וואס זענען נישט משמע צו דעם מהלך.

מענין לענין באותו ענין קען זיין אינטרעסאנט צו באמערקן אז דער גריכישער-רוימישער פילאזאף פּלוטארך האט געהאלטן (און געמאכט א השוואה בדברי אפלטון) אז עס זענען דא צוויי סארט נפשות ממש בתוך דעם מענטש: אן איראציאנאלע נפש וואס איז צוזאמען מיט דעם חומר קדמון וואס אפלטון האט געהאלטן פון [א סארט נפש בהמיות], צוזאמען מיט דאס ראציאנאלן נפש וואס ג-ט האט באשאפן. (הגם אז אין די פארמולאציע איז גאר די נפש הבהמית מער נצחי, עכ״פ מעיקרא, ווי די אנדערע נפש.)
‏(ולהבדיל, עיין בפ״א משמונה פרקים להרמב״ם בענין חלקי ומיני ״נפש״.)

דוראק » זונטאג אוגוסט 9, 2020 12:47 pm

· #456111
בנוגע דער שאלה פון דעם אשכול זעט תניא ח״ג (אגרת התשובה) פרק ד-ה-ו.

מי אני » דינסטאג פעברואר 2, 2021 4:35 pm

· #466379
📎 DEC78B86-548A-47E7-A8E7-FDF9554C926A.jpeg מספר על האדם (פ״א).

מי אני » דאנערשטאג מאי 13, 2021 4:42 pm

· #473096
בענין עונש כרת זאגט דער אפודי [ר' יצחק בן ר' משה פרופייט דורן] אין אן אגרת צו ר' מאיר קרשרש (געדרוקט אין סוף מעשה אפוד) אז "שאילו יניח אחד סותר זאת ההנחה, רצוני שאין שם כרת ועונש נצחי, אין ראוי לפי אמונתינו שיחשב זה לו למינות."

מי אני » זונטאג פעברואר 20, 2022 8:13 am

· #495425
דער ר"ן ממרסיי, אין זיין מעשה נסים (פ"י), געבט דאס א נאטורליכע הסבר אז די סארט עוונות צייגן אז דער מענטש האט בתוכו מדות וכו' וואס גייען אים גורם זיין למות קודם זמנו עפ"י טבע.
📎 מעשה נסים.jpg

מי אני » דינסטאג אפריל 19, 2022 3:57 pm

· #498352
📎 3E18F5C5-621C-4091-A5EA-DE1F57065A10.jpeg
הרב דר. מיכאל אברהם.

מי אני » דינסטאג יוני 7, 2022 1:06 pm

· #501652
📎 3C4C390D-41E7-4926-83BF-C7BD333BDA09.jpeg פונעם המפתח אין די רמב״ם מהדורת פרנקל על הל׳ תשובה פ״ח ה״א. דער תפארת ישראל דארט שרייבט נישט ממש דאס.

מי אני » מאנטאג נאוועמבער 21, 2022 8:11 am

· #512426
דער רמב"ן שרייבט בשער הגמול (וואו ער נעמט זיך יא אָן פאר א ליטעראלע כרת אף בעוה"ז):
אף על פי שיש בחטאים אלו כרת בגוף בעולם הזה, וכרת בנפש לעולם הבא, יש כופר בעיקר שמאריכין לו ואוכל חיי העולם הזה. ואם תאמר: והיאך תולין לו על כרת שבגופו, אם בשביל זכות שעשה, אין לכופר בעיקר זכות, לפי שהוא עושה לשם כפרנותו ולא לשמו שלהקדוש ברוך הוא יתברך? זו אינה קושיא, שיש בדרכיו של בעל הרחמים לרחם על מי שעושה טובה ומעשה הגון בעולם הזה, אפילו עשאו לשם עבודה זרה. כגון מה שאמרנו באומות העולם, וכן בדברי הנביאים, מקצת אומות שנגזר עליהם גלות בשביל מה שהרעו לישראל, ושאר אומות לא הרעו להם, לא נגזר עליהם גלות. וכן הכתוב מזהירנו "לא תתעב אדומי כי אחיך הוא".

וכל שכן שכבר רמזנו [סוד] שיש בו תיקון כל השאילות הללו, שהדין נותן להיתלות אפילו לעובד עבודה זרה להכעיס. ברוך שופט הצדק, שיסד הכל ברחמים.
דארט נעמט אויך אָן דער רמב"ן אז דער רמב"ם האט יא געהאלטן פון גיהנום במובן הפשוט.

היסטאריע » מאנטאג נאוועמבער 21, 2022 10:21 am

· #512435
דארט נעמט אויך אָן דער רמב"ן אז דער רמב"ם האט יא געהאלטן פון גיהנום במובן הפשוט.
ווי ווייט פשוט, בעדער פין פעך און סמאלע און שכבת זרע רותחת? אדער פשוט אז דער חלק הנצחי ווערט געפייניגט באופן רוחני, און מען קען עס נישט מסביר זיין נאר אויף דער אופן פין פעך און סמאלע.

מי אני » מאנטאג נאוועמבער 21, 2022 10:29 am

· #512436
איך מיין בנוגע מציאות הגיהנום לענין עונש ממשי ודוקא להנשמה לאחר המיתה (באיזה אופן, ולא רק ענייהעלעישאניזם של הנשמה לאַיִן). איך האב ארומגערעדט דערפון אין מיין אשכול (מאך דערין א סערטש פאר "גיהנום") און ווי איך האב געזאגט איז דאס די טעמע פונעם דריטן ארטיקל אינעם סעריע.

מי אני » דינסטאג יאנואר 10, 2023 12:34 pm

· #515302
דער רבינו יונה שרייבט אין שערי תשובה (שער ג):
והכרת שנכרת הוא וזרעו כענין שנאמר (ויקרא כ כ) חטאם ישאו ערירים ימותו.

ומי שנתחייב כרת פעמים שתאריך לו הזכות בעולם הזה שנים ושלשה דורות, ואיחור המות לרשעים לשלם שכרם בעולם הזה ולאבדם מן העולם הבא שנאמר (דברים ז י) ומשלם לשנאיו אל פניו להאבידו לא יאחר לשנאו אל פניו ישלם לו, ומפרש הדבר בדברי דוד המלך עליו השלום (תהלים צב ז-ח) איש בער לא ידע וכסיל לא יבין את זאת בפרח רשעים כמו עשב ויציצו כל פועלי און להשמדם עדי עד, וכן אמר אסף ע״ה (תהלים עג) כי קנאתי בהוללים שלום רשעים אראה כי אין חרצובות למותם וגו' עד אבוא אל מקדשי אל אבינה לאחריתם. פירושו - כי הנקמה ברשעים באחריתם כמו שנאמר (משלי כד כ) כי לא תהיה אחרית לרע נר רשעים ידעך.

וענין הכרת קיצור השנים כענין שנאמר (משלי י כז) ושנות רשעים תקצורנה. ויש בענין קיצור השנים הפרש בין מיתה לכרת, כי הכרת מות האדם קודם חמשים שנים, והמיתה קודם ששים כמתי מידבר. רצוני לומר כי מי שנגזר עליו לחיות שבעים או שמונים שנה ונתחייב מיתה ימות פחות מבן ששים. אבל יש צדיקים שמספר ימיהם פחות מששים כמו שאמרו בן חמשים ושתים זו היא מיתתו של שמואל הרמתי, ונאמר (במדבר ד חי) אל תכריתו את שבט משפחות הקהתי מתוך הלוים ודרשו רבותינו ז״ל מזה כי הכרת קודם חמשים שנה. פירוש המקרא אל תהי נסיבה מאתכם להכרית שבט הקהתי מתוך עבודת הלוים. כי אם לא תשמרו אותם שלא יבואו לראות כבלע את הקודש יכרתו מתוך עבודת הלוים, וימותו קודם חמשים שנה שנאמר (שם ח כה) ומבן חמשים שנה ישוב מצבא העבודה וגו'.
בלאט: 1 2