☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » 'מגן דוד' איז הייליג צו פארבאטן?

'מגן דוד' איז הייליג צו פארבאטן?

130 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #472
בלאט: 1 2 3

משולם שטיינפעלד » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 12:51 am

· #153598
מנשה לוסטיג
אין סאטמאר ראדני, ליגן צוויי גרויסע מנורות, פון זיבן רערן

וואו?

מנשה לוסטיג » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 11:50 pm

· #153931
אונטערן קיה

I'm back » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 12:05 am

· #153938
מנשה לוסטיג
אונטערן קיה


טיפיקעל אייוועלט זשאוק!

אחד העם » זונטאג אקטאבער 6, 2013 11:31 am

· #154321
אז מען רעדט שוין פון די ססימבאל פון די מנורה איז אינטרעסאנט צו ויסען וויאזוי עס אנגעקומען צו דעם סימבאל והי לך לשון הוויקי:

סמל מדינת ישראל

סמל מדינת ישראלפרטיםתאריך אימוץי"א בשבט ה'תש"ט, 10 בפברואר 1949התקניםמגןכחול, מנורת שבעת הקנים בלבן, 2 ענפי זית בלבן, כיתוב: "ישראל"פרטים נוספיםשימושדרכונים, מסמכי ממשלה רשמיים, משרדי ממשלהקטע מתוך התבליט בשער טיטוס.בול משנת 1955 שהונפק לכבודיום העצמאות השביעי בעיצובו של ג. המוריסמל מדינת ישראל הוא מגן אשר במרכזו מנורת שבעת הקנים, משני צדיה ענפי זית ובתחתיתו הכיתוב "ישראל". יש שתי גרסאות של הסמל: באחת מופיעים המנורה, ענפי הזית והמילה "ישראל" בצבע זהוב על רקע כחול עמוק, ובאחרת הם מופיעים בצבע לבן או אפרפר-כסוף על רקע כחול. הגרסה הראשונה משמשת בדרך-כלל כשסמל המדינה מוצג כשלעצמו, בעוד הגרסה השנייה משמשת בנס הנשיא או כשהסמל מופיע על-גבי דגלונים. על-גבי מסמכים מוצג הסמל לעתים קרובות בשחור-לבן (המנורה ויתר האלמנטים לבנים על רקע שחור), ובמוסדות שונים מוצג הסמל כתבליט, בלי הבדל משמעותי בין צבע האלמנטים לצבע הרקע.את הסמל עיצבו האחים גבריאל ומקסים שמיר, והוא נבחר מבין הצעות רבות שהוגשו לוועדת הסמל והדגל שהקימהמועצת המדינה הזמנית. הוועדה פרסמה מכרז ובו קראה לתושבי המדינה להציע הצעות לסמל המדינה. במכרז פורטו המלצות לגבי האלמנטים שייכללו בסמל, אולם הוועדה התחייבה לדון בכל הצעה שתוגש. מאות הצעות הוגשו לוועדה, ובתהליך ארוך נבחרו שלוש הצעות. אלה הובאו בפני מועצת המדינה הזמנית. המועצה החליטה לבחור בהצעה שהגישו האחים שמיר, ביום י"א בשבטה'תש"ט, 10 בפברואר 1949.לוועדה פנו 164 אנשים שהגישו 450 הצעות. שלוש הצעות נבחרו ועלו לדיון: הצעתם של אוטה וליש וסטרוסקי, הצעתם של איתמר דוד ושכטר, והצעתם של האחים שמיר. הצעתם של וליש וסטרוסקי כללה מגן מחולק לשניים - בחלק הגדול התחתון מופיעה מנורת שבעת הקנים בעיצוב הדומה לתבליט על שער טיטוס ברומא, ובחלק העליון מופיעים שבעת הכוכבים של הרצל. הצעתם של דוד ושכטר התבססה על הפסיפס של בית הכנסת העתיק ביריחו. בפסיפס מופיעה מנורת שבעת הקנים ניצבת על שלוש רגליים (ולא על בסיס רחב כמו בשער טיטוס, ראו להלן), משני עבריה שופר ולולב ומתחתיה הכתובת "שלום על ישראל" (על-פי מזמור קכ"ה בתהילים). בהצעתם של דוד ושכטר המנורה מופיעה בעיצוב דומה לזה שבפסיפס בית הכנסת ביריחו, שבעת הכוכבים של הרצל מקיפים אותה משלושה עברים, ומתחתיה מופיעים ענף זית, אתרוג, לולב,שופר, והמוטו: "שלום על ישראל". הצעתם המקורית של האחים שמיר כללה מגן שבמרכזו מנורת שבעת הקנים בעיצוב סכמטי מודרני. בהצעתם, שבעת הכוכבים של הרצל מסודרים מעל המנורה בשורה, ומשני עבריה ענפי זית.ייתכן שמעצבי הסמל, האחים שמיר, הושפעו מקטע בנבואת הנביא זכריה (ספר זכריה, פרק ד) שבה מראה המלאך לנביא "מנורת זהב כולה וגֻלּה על ראשה ושבעה נרותיה עליה... ושנים זיתים עליה אחד מימין הגֻלּה ואחד על שמאלה". האחים שמיר עצמם לא הזכירו את הקטע מספר זכריה כהשראה לעיצוב, אף על-פי שהסבירו בפירוט את עבודתם בריאיו1ן שנתנו לעיתון מעריב ב-16 בפברואר 1949. לפיכך, אין לדעת אם מדובר בצירוף מקרים, או בדמיון מכוון.הוועדה החליטה כי הצעתם של האחים שמיר תשמש בסיס לסמל המדינה, אולם דרשו לערוך בה שינויים. עיצוב המנורה לא נראה הולם בעיני חברי הוועדה, והם העדיפו את העיצוב המופיע בתבליט שער טיטוס. התבליט המתאר תהלוכה של עבדים וחיילים השבים לרומא לאחר ניצחון הרומאים על יהודה והחרבת בית המקדש בירושלים בשנת 70 לספירה. השימוש בתבליט הרומי נועד לסמל את חזרת המנורה למקומה המקורי. השימוש בענפי זית מצא חן בעיני חברי הוועדה, והועדף על פני השימוש בסמלי הלולב, האתרוג והשופר, שכן הם ביקשו להימנע משימוש בסמלים בעלי אופי דתי מובהק. הוספת ענפי הזית כסמל לשלום נראתה עדיפה על-פני השימוש במוטו "שלום על ישראל", אולם בכל זאת, ביקשה הוועדה להוסיף את השם "ישראל" בעברית מתחת למנורה. שבעת הכוכבים של הרצל הושמטו בסופו של דבר מהעיצוב הסופי.מעמדו המשפטי והמדיני של סמל מדינת ישראל על פי החוק, נקבע ב"חוק הדגל, הסמל והמנון המדינה", תש"ט-1949

און דא איז איינער מלא טענות אויף דעם סימבאל:

<a class="postlink" href="http://www.haaretz.co.il/mobile/1.1188294">http://www.haaretz.co.il/mobile/1.1188294</a>
דער רב הראשי הרב הרצוג איז אויך נישט געווען צופרידען מיט דעם:
לא טוב עושה ממשלתנו היום הזה, כשזכינו שוב לאורה של ציון המסומלת במנורה, שהיא מחקה דווקא את תמונת המנורה שבקשת טיטוס, אשר כנראה חחו בה ידי זרים ושאינה כלה על מלאכת הקודש, ולא זו בלבד אלא שהעיד לפני אדם מומחה בידיעת הקדמוניות (ארכולוג) שהמנורות המצוירות על הקברים בקטקומבות שברומי כולן בנות שלש רגלים וכן כל המנורות המצוירות בפספיסין של שרידי בתי הכנסת הנמצאים בארץ ישראל,
און ווי עס ליגט מיר און קאפ איז דא עפעס קריטיק אויפ'ן פאן אויכעט, אז די צוויי בלויע שטראכען האבן נישט קיין פשט, און עס שטאמט פון די רומים, כוועל עס נאכקוקען נאכאמאל
400px-Emblem_of_Israel.svg.png
emblem8.jpg
באמערק די חילוק פון די צוויי איינס מיט פיסלעך און איינס אן ולזה כיוון הרב הרצוג כנ"ל

נאר,,פרייליך » זונטאג אקטאבער 6, 2013 11:42 am

· #154324
מנשה לוסטיג
איינע פון די סיבות וואס כ'האב בכלל אנגעהויבן דעם נושא, איז טאקע דערפאר, כ'בין לעצטענס געפלעפט געווארן ווע כ'בין געוואויר געווארן, אז אסאך ווייסן בכלל נישט די היסטאריע און קדושה פון דעם סימבאל.
לאמיר אנהייבן מיט עטליכע פרטים, און ווער ס'ווייסט יא, זאל ביטע צולייגן, כדי מ'זאל וויסן וואס עס האנדעלט זיך דא.

אינעם הייליגן ספר רזיאל המלאך, וואס איז מקובל איז עס איז פון אדם הראשון [כ'האב נישט יעצט די מקור] און איז אלע יארן געווען א קבלה ספר וואס מ'האט געהאלטן פארן העכסטן שמירה און ממש ווייניג האבן פארשטאנען די סודות, שטייט קלאר בילדער פונעם זעקס עקיגער שטערן, וואס איז אלץ מרומז דערין.
אבער בכלל האבן די חסידישע ספרים, און בפרט די הייליגע טשערנאבליר צדיקים, און בפרט דער הייליגער טריסקער מגיד און דער הייליגער טאלנער מגיד נ''ע, מסביר געווען וואס איז נוגע פאר אונז.
אינעם מגן אברהם רופט ער דאס, די 'ששה קצוות' וואס איז מרמז אויף מידת היסוד, און די צוועלעף אלכסונין, דאס הייסט די צוועלעף ווינקעלעך אינעם שטערן, איז די יב' שבטי קה, וואס אלע האבן ממשיך געווען יודישע דורות אויף דעם גאנג, פון די זעקס הייליגע מידות הקדושות חג''ת נה''י און בעיקר פון אלעמען איז גאט ב''ה 'מלכות'.
אין טשערנאביל זענען די ריקודים שמחת תורה, אויפן שטייגער פונעם פארעם פון די 'ששה קצוות' די הייליגע זעקס מידות, און ביים זעקסטן איז ש' ד' י' און ביים זיבעטן איז א עיגול מלכות.
די ששה קצוות ווערט גענוצט אויכעט ביים שאקלען מיט די ארבע מינים, און אינמיטן איז דער 'יוד' דער יודעלע דעם אייבירשטנס הייליג אויסדערוועלט פאלק.
דער טיפת ה'יוד' איז מרומז אויף די ניצוץ קדוש וואס א יוד ווערט באשאפן פונעם טיפת זרע קודש וואס ווערט בקדושה וטהרה נמשך דורך יעדע פאר פאלק. און דערפאר איז דאס די 'יסוד' קדושת ישראל, וואס היטלער ימ''ש האט פאר יעדן פרייז געוואלט פארמעקן,און דאס איז נישט בחינם געווען די שאנדע צייכן אין זייער אויגן, און דאס הייליג סימבאל אין אלע דורות מאז היתה נשמת ה' באפיו של יציר כפיו, וואס איז געווען די יסוד און עיקר תכלית פונעם בריאה וואס איז באשאפן געווארן אויף דעם אופן פון ששה קצוות און עיגול, דער יוד און די מידות און דער מלך מלכי המלכים איבער אלעס.
און דאס הייסט 'מגן דוד' ווייל אויפן פאנצער פון דוד המלך איז געווען אויסגעקרוצט דעם סימבאל דאס איז געווען די רמז אז מיטן כח הקדושה איז מען מנצח אלע שונאים.
דער אלטער סקווערער רבי, האט שטארק געפייערט מ'זאל לייגן א מגן דוד'ל אויפן ארון הקודש, און נאך עטליכע זאכן וואס איז געווארן אין סאטמאר אסור, האט דער אלטער סקווערע רבי מסביר געווען פארן סאטמארער רב ר''ר יואל זצ''ל, מיט דעם לשון: אז זעי וועלן לעיגן תפילין וועלן מיר ניט לעיגן??
און דאס ניגון 'לשנה הבאה' וואס איז געווען פון די הקפה ניגונים אין אלט סקווער, איז פארכאפט געווארן דורך די ציונים און חובבי ציון, טאקע אויפן ווידיאו אין מונקאטש זעט מען דארט א טענצל פון תערובות, וואס שוין דארט איז די ניגון געווען איינגעבאקן.
ווי באוואוסט איז דער מנחת אלעזר געווען פון די שטארקע לוחמים, ווייל טאקע דארט איז געווען א נעסט פון ציונות אין גרויסן.
אויכעט אין שטאט סקווירא, האבן געוואוינט שטארקע חסידים וואס נעבעך זייערע דורות זענען געווארן פארפאלן אין שיטת הציונית, צווישן זיי דער באגאבטער שרייבער 'שלום עליכם' שלום ראבינאוויטש, און דער באקאנטע חזן 'פינטשיק' וואס דער אלטער סקווערע רבי האט עהם נאך געטראפן און עהם זייער שארף געזאגט, נאך וואס זיין טאטע ר' דוד'ל סקווערער האט שוין יונגע הייט געזאגט אויף עהם 'ווי א גרעסערע חאויזען א גרעסערע שעיגעץ..

לענינינו, די ניגון וואס זיי האבן ארויפגעלייגט אויף די ווערטער, הבה נגילה, איז געווען א הקפה ניגון אין סקווירא,און דער אלטע סקווערע רבי האט עס שוין נישט געקענט זינגען, האט מען עס געזינגען ביים טיש שמחת תורה נאכן בענטשן, ווי אלע האבן זיך אויפגעהויבן דאס גאנצע אויבנאן, און געטאנצן מיט נאסטאלגיע אויף דעם אוראלטן ליד וואס איז ליידער דערטרונקען געווארן, אבער מ'האט עס מער נישט געזינגען ביי די הקפות.
אגב, נאך היינט, אפאר יאר צוריק, ווען מיר זעמער געווען אין אלט סקווירא האט מען געהערט אין א 'באר' קרעטשמע.. ווי זיי זינגען די גוים דעם ליד. ווייל די ליד איז געווארן א שטאטס ניגון דארט נאך פון די אלטע צייטן ווען חסידים האבן דערויף געפייערט.

יעצט, אז מ'רעדט וועגן דעם מגן דוד, און מ'ווייסט וואס דאס איז, 'אביסל', איז די ווייטאג אז זיי ניצן דאס די מדינה, מער. אבער גלייכצייטיג אויכעט מיט פאראכטונג אז ס'נישט סתם א לעצטיגע סימבאל און גוט שבת. ווער ס'קען מוסיף זיין זאל ביטע מוסיף זיין. להנאת יושבי בית הקפה.. [קאן זיין אויך אין דעם קאווע שטיבל צעזינגט מען זיך..]


מה שנוגע דעם ניגון הבה נגילה

און קאוועלע דא בארימט זעך אז דער הייליגער בעלזער הויף האט דאס געזינגען ביום שמח''ת

נו! דאס איז דאך דעי הייליגע בעלזע ירושה ווי מער חנופה לציונים והנגררים אחריהם הרי''ז משובח בפרט א מ'קען עס טון אין די הייליגע טעג

קאווע טרינקער » דינסטאג אקטאבער 8, 2013 7:53 pm

· #155063
קאווע טרינקער

אין בעלזא האט מען היי יאר געזינגען הבה נגילה ביי די הקפות, להחזיר עטרה ליושנה.

נאדיר א קליפ
<a class="postlink" href="http://www.gruntig.net/2013/10/singing-hava-nagila-with-belzer-rebbe.html">http://www.gruntig.net/2013/10/singing- ... rebbe.html</a>

איך אויך » דינסטאג אקטאבער 8, 2013 8:09 pm

· #155065
נאר איין 'קליינע' חילוק נישט ביי די הקפות נאר מוצאי יו"ט נאך די שטייעדיגע תורה אזוי ווי אין סקווער. בעצם איז דאך דאס געווען איינע פון די הייליגע הקפה ניגונים אין בעלזא אינדערהיים ביז די ציונים האבען עס פארכאפט ,אבער היינט אז ציונות איז אין די אדמה קען מען מחזיר זיין ניגון לישנה.

א שוויצער » דינסטאג אקטאבער 8, 2013 9:29 pm

· #155099
איך אויך
נאר איין 'קליינע' חילוק נישט ביי די הקפות נאר מוצאי יו"ט נאך די שטייעדיגע תורה אזוי ווי אין סקווער. בעצם איז דאך דאס געווען איינע פון די הייליגע הקפה ניגונים אין בעלזא אינדערהיים ביז די ציונים האבען עס פארכאפט ,אבער היינט אז ציונות איז אין די אדמה קען מען מחזיר זיין ניגון לישנה.


די הייליגע רב האט היי יאר געזאגט אז זיי זענען כלבים
ווי טרויט זיך א טייערער בעלזער חסיד אזאנס צו שרייבען אז ס'איז אין די אדמה??
חצוף
רבן דקרו

קאווע טרינקער » דינסטאג אקטאבער 8, 2013 9:33 pm

· #155100
שוויצער, די נעקסטע מאל איך וויל ליינען אייערס אן הודעה וועל איך מוזן דרוקען א קנעפל מיוחד.

א שוויצער » דינסטאג אקטאבער 8, 2013 10:01 pm

· #155111
קאווע טרינקער
שוויצער, די נעקסטע מאל איך וויל ליינען אייערס אן הודעה וועל איך מוזן דרוקען א קנעפל מיוחד.


כ'בעט דיר ביטע נישט סטראשענען, פרוביר קודם מיט שיינעם

בשבילי! » דינסטאג אקטאבער 8, 2013 10:04 pm

· #155113
קאווע טרינקער
קאווע טרינקער

אין בעלזא האט מען היי יאר געזינגען הבה נגילה ביי די הקפות, להחזיר עטרה ליושנה.

נאדיר א קליפ
<a class="postlink" href="http://www.gruntig.net/2013/10/singing-hava-nagila-with-belzer-rebbe.html">http://www.gruntig.net/2013/10/singing- ... rebbe.html</a>

איז ער אלעמאל אזוי שווער דיקלעך געווען ?

איך אויך » דינסטאג אקטאבער 8, 2013 10:08 pm

· #155116
געווען אמאל מער ,ער איז אויף א מייזעלס דייעט און פארלירט צוביסלעך.

קאווע טרינקער » דינסטאג אקטאבער 8, 2013 10:15 pm

· #155117
ליצנות אויף א איד?!
פארוואס?

בשבילי! » דינסטאג אקטאבער 8, 2013 10:16 pm

· #155118
איר מיינט מיר ? איר זענט מיר בחינם חושד

לבי ובשרי » מיטוואך אקטאבער 2, 2019 12:16 am

· #436863
איז די מעשה אזוי,

זמיר כהן טענה'ט אז אינעם צורת המגן דוד ליגט באהאלטן רמזים, סודות און עצות פאר יעדע מענטש אין יעדע מצב אין לעבן. די לעזונג אויף יעדע זאך און פראבלעם ליגט באהאלטן אינעם מגן דוד.

טענה'ט אבער יאסל מזרחי אז דאס איז שקר וכזב, און נישט נאר וויבאלד מיר געפינען נחשט דערוועגן אין חז"ל, נאר איבער'ן מגן דוד בכלל טרעפט מען אין ערגעץ נישט דערמאנען וועגן דעם מגן דוד.

נאך זאגט זמיר, אז דער מגן דוד איז געווען ארויפגעקריצט אויפון פאנצער פון דוד המלך ווען ער איז געגאנגען מלחמה האלטן אויפן פראנט, און דאס האט אים באשיצט פון אלעם בייזן.

טענה'ט אבעק יאסל ווייטער דאס זעלביגע: מען טרעפט נישט קיין זכר, מקור און מראי מקום דערצו נישט אין חז"ל און נישט שפעטער אין רמב"ם.

<a class="postlink" href="https://blog.hasifot.com/2019/09/29-09-2019.html">https://blog.hasifot.com/2019/09/29-09-2019.html</a>

מי אני » מיטוואך אקטאבער 2, 2019 1:53 pm

· #436881
די בני יששכר (מאמרי חדשי כסליו-טבת, מאמר ב אות מ) זאגט אז אויפ׳ן פאנצער פון דוד המלך ע״ה איז געווען די צורה פון א מנורה.

*

אגב, פאר אינטרעסאנטקייט, מ׳קען אפשר זאגן אז די מגן דוד ווייזט אויף אינפיניטי. דהיינו, אין פרעקטעלס איז א קאטש סנויפלעיק א טרייענגעל וואס נאכדעם יעדע (גראדע) זייט צוטייל איך אין דריי און איך לייג צו נאך א חלק א דריטל, און איך בייג ארויף די מיטעלסטע צוויי חלקים. איך טוה דאס נאכדעם איבער און איבער (זעה בילד אין לינק). עס וועט אויסקומען אז די שעיפ, א סנויפלעיק, וועט האבן א פיניט עריע אבער אן אינפיניט פערימעטער.

די ערשטע מאל וואס מ׳טוהט די פראצעדור צו א טרייענגעל ווערט דאס א מגן דוד.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך אקטאבער 2, 2019 2:20 pm

· #436882
איך האב א צווייטע פראגע, איז "כל נדרי" א אידישע זאך?

ס'איז ממש שטוינענד צו זעהן ווי ווייט מענטשן קענען גיין צו בארעכטיגן א פאליטישע שיטה, פלוצלונג דערמאנען זיי זיך אז ס'דא אידישע מנהגים וועלכע קומען פון מקורות חיצוניים, אויפאמאל ווייסן זיי צו זאגן אז די ספר רזיאל המלאך איז א שפעטערדיגע ארבעט, אזש מ'קען באלד מיינען אז דא רעדט מען פון אפאר פרייע כופרים וואס ווייסן אויך צוזאגן אז ר"ה איז א גילגול פון די akitu festival, ס'זעהט שוין באלד אויס ווי די נעקסטע תגובה וועט זיין אז די שירת הים איז פלאגירט פון עפעס א כנעניש'ע איך ווייס וואס און שפן הסופר האט געשריבן די ספר דברים.

נאך אלע מעשיות איז די מגן דוד א אידישע סימבאל שוין פאר די לעצטע טויזענט יאר, ס'נישט ווייניגער אידיש ווי א קאפל, מאה קולות ראש השנה, צוויי טעג ראש השנה אין א"י, טונקען עפל אין האניג, יוצרות און פיוטים, ואטו כי רוכלא. אז די ווילסט דעפינירן אלס "אידיש" נאר הלכות למשה מסיני ווייס איך אפילו נישט צו דעם הר סיני וועט נאך איבערבלייבן.

הנוי והנצח » פרייטאג אקטאבער 4, 2019 3:34 pm

· #437007
Re: 'מגן דוד' איז הייליג צו פארבאטן?
וואס מען דארף קלאר מאכן וועגן דעם "מגן דוד", אמת ס'איז אמאל געווען א פארהייליגטע סימבאל אין כלל ישראל בכל הדורות, אבער צדיקים האבן אויף דעם געזאגט, אז איינמאל די ציונים און פורקי עול האבן דאס אויסגעקליבן פאר זייער סמל הטמאה, איז שוין נישטא אין דעם קיין קדושה, ווייל די סט"א האט דאס פארכאפט. דאס האט נישט מיט סאטמאר צוטון, דאס איז אן אנגענומענע זאך ביי די היימישע ערליכע קרייזן.

מען פארציילט אויפן ערשטן באבובער רב זצוק"ל, אז בשעת דער תנועה הציונות האט זיך געגרינדעט, און זיי האבן אוועקגעשטעלט דעם מגן דוד אלץ זייער פאן טרעגער, האט הרה"ק מבאבוב געהייסן גיין אין ביהמ"ד און אראפרייסן דעם מגן דוד פון ארון קודש! זאגנדיג אז אויב די רשעים האבן דאס גענומען פאר זייער ע"ז האט עס מיט אונז נישט קיין שייכות! אפילו ביז יעצט איז עס געווען אין אלע שולן פארהייליגט, איז עס פארכאפט געווארן צום צד הטומאה, ונשתנו העיתים.

מען זעהט דעם מושג ביי אנדערע ענינים אויך, למשל ס'איז געווען א ניגון וואס הרה"ק בעל קדושת ציון מבאבוב זי"ע הי"ד האט געהאט מחבר געווען, און יעדער פארשטייט אז די ניגונים זענען נתחבר געווארן בקדושה וטהרה, אבער ווען מען האט אים געזאגט אז דער פוילישער ארמיי האט גענומען די תנועה פאר זייער אנטע"ם, האט דער קדו"צ תיכף ומיד געהייסן אז מען זאל מער נישט זינגען דעם ניגון, ווייל אויב די טומאה האט עפעס א שייכות מיט דעם, איז דאס מער נישט ביי אונז. זעהט מען אז אפילו א זאך וואס איז געווען הייליג, קען מיט דער צייט ווערן פארמיאו'סט אויב די כוחות הטומאה האבן דאס גענומען צו זיך.

Sent from my SM-G930P using Tapatalk

רביה''ק זי''ע » פרייטאג אקטאבער 4, 2019 3:44 pm

· #437011
הנוי והנצח
וואס מען דארף קלאר מאכן וועגן דעם "מגן דוד", אמת ס'איז אמאל געווען א פארהייליגטע סימבאל אין כלל ישראל בכל הדורות, אבער צדיקים האבן אויף דעם געזאגט, אז איינמאל די ציונים און פורקי עול האבן דאס אויסגעקליבן פאר זייער סמל הטמאה, איז שוין נישטא אין דעם קיין קדושה, ווייל די סט"א האט דאס פארכאפט.

און אנדערע צדיקים האבן געזאגט פארקערט, די שאלה איז נאר למאי נ"מ אז די סט"א האט עס פארכאפט, אויב איך דארף כאפן א מנחה און די איינציגסטע צוויי שולן וואו איך קען נאך אנקומען זענען א באבוב-45 שטיבל און א שול וואס האט א מגן דוד אויפ'ן ארון קודש, צו וועלכע זאל איך גיין? אדער זאל איך ענדערש דאווענען ביחידות...

הנוי והנצח » פרייטאג אקטאבער 4, 2019 3:51 pm

· #437012
איך זעה דו פרובירסט צו פארדרייען דעם שמועס, כיטערע יונגל. דו פארשטייסט אליינס אז ס'איז נישט קיין עבירה צו דאווענען אין א ביהמ"ד מיט א מגן דוד, אפילו דער סמל באלאנגט צום צד הטומאה. קיין איין גדול האט נישט גע'אסר'ט צו דאווענען אין אזא שול, ווי אויך נישט אין באבוב 45. די תשובה איז, קענסט דאווענען ביי ביידע רואוגערהייט.

אגב, אלץ מכלומפרש'טע סאטמארער חסיד פון רביה"ק זי"ע וואלסטו געדארפט זיך אננעמען פאר אים. וואס הייסט צדיקים האבן געזאגט אנדערש, די רבי זי"ע איז דאך געווען רשכבה"ג, וואס גייט מיר אהן אנדערע גדולים?

רביה''ק זי''ע » פרייטאג אקטאבער 4, 2019 3:58 pm

· #437014
הנוי והנצח
אגב, אלץ מכלומפרש'טע סאטמארער חסיד פון רביה"ק זי"ע וואלסטו געדארפט זיך אננעמען פאר אים. וואס הייסט צדיקים האבן געזאגט אנדערש, די רבי זי"ע איז דאך געווען רשכבה"ג, וואס גייט מיר אהן אנדערע גדולים?

וואס הייסט זיך אננעמען? איך זאל ברענגען א ראיה פון גמרא אדער רמב"ם אז מגן דוד איז פוי? ביזדערווייל האב איך נאכנישט געטראפן, אדרבה אפשר קענסטו מיר צוצייכענען אפאר מראי מקומות.

דיך דארף נישט אנגיין וואס אנדערע גדולים האבן געהאלטן, אבער דו קענסט נישט שרייבן אז ס'איז טמא און איגנארירן די אנדערע דעה אן קיין שטארקע ראיה צו דיין צד, און דאס אז דיין רבי האט אזוי געהאלטן איז נישט קיין ראיה אז ער איז גערעכט געווען.

למעשה גערעדט וויל איך באמת וואוסן צו די גאנצע שמועס האט עפעס השלכות אויף למעשה, אדער ס'איז אלץ דאמירן בעלמא אויף צו פילאזאפירן ווען מ'איז לאנגווייליג.

מי אני » זונטאג יאנואר 26, 2020 4:09 pm

· #442109
'מגן דוד' איז הייליג צו פארבאטן?
מי אני

אגב, פאר אינטרעסאנטקייט, מ׳קען אפשר זאגן אז די מגן דוד ווייזט אויף אינפיניטי. דהיינו, אין פרעקטעלס איז א קאטש סנויפלעיק א טרייענגעל וואס נאכדעם יעדע (גראדע) זייט צוטייל איך אין דריי און איך לייג צו נאך א חלק א דריטל, און איך בייג ארויף די מיטעלסטע צוויי חלקים. איך טוה דאס נאכדעם איבער און איבער (זעה בילד אין לינק). עס וועט אויסקומען אז די שעיפ, א סנויפלעיק, וועט האבן א פיניט עריע אבער אן אינפיניט פערימעטער.

די ערשטע מאל וואס מ׳טוהט די פראצעדור צו א טרייענגעל ווערט דאס א מגן דוד.

עס איז אינטרעסאנט אבער דר. פראנז [לוי] ראזענצווייג שטעלט צאם די רילעישענשיפס פון ג-ט צום וועלט [בריאה], ג-ט צום מענטש [התגלות], און מענטש צום וועלט [גאולה], וואס דאס נעמט אריין די בחינה פון צייט אין זיך [עבר, הוה, און עתיד], אינ׳ם פארעם פון א מגן דוד (ווי איידער א צירקל). א גרויס חלק פון זיין טעזע און מהלך איז דאס אריינברענגען די קאנצעפטן פון ג-ט, (די) וועלט, און (דעם) מענטש פון אינפיניטי אריין אין צו א פיניט קאנסעפטועליזעישן, וכעין וואס [דיפערענשל] קאלקולוס טוהט טוהן (אגב איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען וואס דער ארטאדאקסישער שרייבער הערמאן וואק זאגט נאך אז דער (אידישער) פיזיקער ריטשארד פיינמאן האט אים געזאגט, אז ״קאלקולוס איז די שפראך ג-ט רעדט [כביכול]״). דאס קען אויך זיין ענליך צום קאטש טרייענגעל (וואס אין אנהויב ווערט דאס א מגן דוד וכנ״ל); א פיניט עריע בתוך אן אינפיניט פערימעטער.

שמעון וואלף » מאנטאג יאנואר 27, 2020 12:25 am

· #442127
איינער האט מיר געוויזן אז יעדע איינזער דאללער ביל האט א מגן דוד. ער זאגט אז ס'איז דא א סטארי ביהיינד איט.

כ'האב גענישטערט אביסול און געזעהן מ'רעדט טאקע דערפון.
📎 download.jpeg

טראכטכמוני » מאנטאג יאנואר 27, 2020 1:02 am

· #442129
שמעון וואלף
איינער האט מיר געוויזן אז יעדע איינזער דאללער ביל האט א מגן דוד. ער זאגט אז ס'איז דא א סטארי ביהיינד איט.

כ'האב גענישטערט אביסול און געזעהן מ'רעדט טאקע דערפון.

אודאי די אידן קאנטראלען די וועלט האסט נישט געוואוסט?
פרעג המשפיע דוד דיוק וועט ער די פונקטליך מסביר'ן וואס דאס באדייט...

טראכטכמוני » מאנטאג יאנואר 27, 2020 1:17 am

· #442131
מי אני
מי אני

אגב, פאר אינטרעסאנטקייט, מ׳קען אפשר זאגן אז די מגן דוד ווייזט אויף אינפיניטי. דהיינו, אין פרעקטעלס איז א קאטש סנויפלעיק א טרייענגעל וואס נאכדעם יעדע (גראדע) זייט צוטייל איך אין דריי און איך לייג צו נאך א חלק א דריטל, און איך בייג ארויף די מיטעלסטע צוויי חלקים. איך טוה דאס נאכדעם איבער און איבער (זעה בילד אין לינק). עס וועט אויסקומען אז די שעיפ, א סנויפלעיק, וועט האבן א פיניט עריע אבער אן אינפיניט פערימעטער.

די ערשטע מאל וואס מ׳טוהט די פראצעדור צו א טרייענגעל ווערט דאס א מגן דוד.

עס איז אינטרעסאנט אבער דר. פראנז [לוי] ראזענצווייג שטעלט צאם די רילעישענשיפס פון ג-ט צום וועלט [בריאה], ג-ט צום מענטש [התגלות], און מענטש צום וועלט [גאולה], וואס דאס נעמט אריין די בחינה פון צייט אין זיך [עבר, הוה, און עתיד], אינ׳ם פארעם פון א מגן דוד (ווי איידער א צירקל). א גרויס חלק פון זיין טעזע און מהלך איז דאס אריינברענגען די קאנצעפטן פון ג-ט, (די) וועלט, און (דעם) מענטש פון אינפיניטי אריין אין צו א פיניט קאנסעפטועליזעישן, וכעין וואס [דיפערענשל] קאלקולוס טוהט טוהן (אגב איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען וואס דער ארטאדאקסישער שרייבער הערמאן וואק זאגט נאך אז דער (אידישער) פיזיקער ריטשארד פיינמאן האט אים געזאגט, אז ״קאלקולוס איז די שפראך ג-ט רעדט [כביכול]״). דאס קען אויך זיין ענליך צום קאטש טרייענגעל (וואס אין אנהויב ווערט דאס א מגן דוד וכנ״ל); א פיניט עריע בתוך אן אינפיניט פערימעטער.


הערליך, פראפ. ר' @מי אני, און א גרויסן ייש"כ פארן אריין קומען קלאר - עז יוזשועל - מיט א באמבע שאלעשידעס תורה פון גדולי חכמי הדור באצויבערט מיט קאנצעפטואלעזאציעס און לעקסיקאן וואס לאו כל מוחא סביל דא, פלוס א נופח משלו, וואס קען זיין בעסער!
איך וויס אז דער ראחמיסטריווקער רבי פון א"י פירט זיך אפטמאהל צו טאנצן בצורת מגן דוד פאר לענגערע צייטן אפשר טאקע איז דאס דער פשט (ער טאנצט דאך פאר אינפיניטי).

מי אני » מוצ"ש פעברואר 1, 2020 10:36 pm

· #442384
Re: 'מגן דוד' איז הייליג צו פארבאטן?
מי אני

עס איז אינטרעסאנט אבער דר. פראנז [לוי] ראזענצווייג שטעלט צאם די רילעישענשיפס פון ג-ט צום וועלט [בריאה], ג-ט צום מענטש [התגלות], און מענטש צום וועלט [גאולה], וואס דאס נעמט אריין די בחינה פון צייט אין זיך [עבר, הוה, און עתיד], אינ׳ם פארעם פון א מגן דוד (ווי איידער א צירקל). א גרויס חלק פון זיין טעזע און מהלך איז דאס אריינברענגען די קאנצעפטן פון ג-ט, (די) וועלט, און (דעם) מענטש פון אינפיניטי אריין אין צו א פיניט קאנסעפטועליזעישן, וכעין וואס [דיפערענשל] קאלקולוס טוהט טוהן (אגב איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען וואס דער ארטאדאקסישער שרייבער הערמאן וואק זאגט נאך אז דער (אידישער) פיזיקער ריטשארד פיינמאן האט אים געזאגט, אז ״קאלקולוס איז די שפראך ג-ט רעדט [כביכול]״).

מ׳קען אפשר זעהן א ביסל ענליך דערצו (פון אביסל א פארקערטן צד), אין תניא (פמ״ח). ער שרייבט דארט בנוגע דאס בחינה פון צימצום פון הקב״ה וואס איז מחיה די עולמות וכו׳ וז״ל:
‏
אך דרך כלל הן הם בחינת הסתר והעלם המשכת האור והחיות שלא יאיר ויומשך לתחתונים בבחינת גילוי להתלבש ולהשפיע בהן ולהחיותם להיות יש מאין כי אם מעט מזער אור וחיות בכדי שיהיו בבחינת גבול ותכלית שהיא הארה מועטת מאד וממש כלא חשיבי לגבי בחינת הארה בלי גבול ותכלית ואין ביניהם ערך ויחס כלל כנודע פירוש מילת ערך במספרים שאחד במספר יש לו ערך לגבי מספר אלף אלפים שהוא חלק אחד מני אלף אלפים אבל לגבי דבר שהוא בבחינת בלי גבול ומספר כלל אין כנגדו שום ערך במספרים שאפילו אלף אלפי אלפים וריבוא רבבות אינן אפילו כערך מספר אחד לגבי אלף אלפי אלפים ורבוא רבבות אלא כלא ממש חשיבי וככה ממש היא בחינת ההארה מועטת זו המתלבשת בעולמות עליונים ותחתונים להשפיע בהם להחיותם לגבי ערך אור הגנוז ונעלם שהוא בבחינת אין סוף ואינו מתלבש ומשפיע בעולמות בבחינת גילוי להחיותם אלא מקיף עליהם מלמעלה ונקרא סובב כל עלמין

דאס וואס ער זאגט איז ממש די (אביסל סימפליפייד) לימיט פון:
lim c→∞ x/c = 0

הגם ער רעדט נישט פון דאס ארויסהאבן אונזערע קאנצעפטן פון ״ג-ט״, (די) ״וועלט״, אדער (דאס) ״זעלבסט״ אזוי ווי (להבדיל) ראזענצווייג, נוצט ער א בחינה וואס מיר טרעפן ביי דיפערענשל קאלקולוס (וואס, כידוע, איז די דעריוועטיוו מיוסד אויף די לימיט פון די צוויי פוינטס פון די גרעף און טענדזשענט ווען עס קומט צו 0) מסביר צו זיין ווי אזוי דורך דאס צימצום קומען אונז ארויס פון ״גארנישט״, און אונז זענען דורך דעם נאך אלס ״גארנישט״, (הגם, פארשטייט זיך, אז ער מיינט נישט די ״פילאזאפישע״ ״גארנישט״ פון וואס ראזענצווייג רעדט), און אונזער שייכות צו אין סוף/אינפיניטי.

מי אני » מוצ"ש פעברואר 29, 2020 9:57 pm

· #443504
'מגן דוד' איז הייליג צו פארבאטן?
📎 IMG_6652.png
דאס איז דער קאניסזא טרייענגעל. עס איז אן אפטיקעל אילוזיע [אילוזארי קאנטאר] וואס מאכט די מח אריינפילן און ערגענצן דעם אנדערן/פעהלענדיגן טרייענגעל פונ׳ם מגן דוד.

ולפי הנ״ל (עפ״י דר. ראזענצווייג) אז די מגן דוד קען ווייזן אויף די רילעישענשיפס וכו׳ פון/צווישן די מושגים וואס זענען ארויס פונ׳ם פילאזאפישן ״גארנישט״, איז דאס א רמז טאקע צו דעם אז ביים מגן דוד אליין טרעפן מיר וואו מ׳קען דאס ערגענצן אין א בחינה פון ״יש מאין״...

מי אני » מוצ"ש אפריל 11, 2020 10:44 pm

· #445658
Re: 'מגן דוד' איז הייליג צו פארבאטן?
מ׳קען אפשר זאגן נאך מער אין דעם, ווייל ווי ערווענט דא האט ראזענצווייג געהאלטן אז ״זמן״ בנוגע אידן איז מער סירקולער משא״כ ביי נוצרים וואו עס איז ליניער. ער פארגלייכט דאס צו (ח״ג פ״ב) אז ביי אידן איז ״זמן״ ווי א פונקט און ביי נוצרים איז דאס א ליניע. ער זאגט אז צו צוקומען צום ריכטיגן שלימות דארף מען די ביידע צאמשטעלן. דאס גייט צוזאמען מיט זיין מהלך אין דעם כעין קאלקולוס וואס די (אפילו אינפיניט) ליניע קומט צו צו (כעין) א פונקט/לימיט.

יעצט, ער האט געהאלטן אז מוזיק איז בבחינת ״זמן״. ולפי״ז קען מען אפשר זאגן אז וועגן דעם איז די פארעם פון א שטערן, וואס גייט מיט מהלכו, ווערט אנגערופען א ״מגן דוד״, ווייל דוד איז דאך דער נעים זמירות ישראל, און ביי די ענין פון ״זמן״, שהוא בענין זמר, טרעפן מיר (אויך) דעם גאנצן ענין פון די צאמשטעל פון א ליניע ופונקט ע״י קאלקולוס, וואס צו דעם איז מרמז די שטערן (וע״ע קאטש טרייענגעל) וכנ״ל.

berlbalaguleh » מוצ"ש אפריל 11, 2020 11:03 pm

· #445660
וואס האמיר פון די אלע דינגענישן און אריינטייטשן רמזים אין דעם מגן דויד. ס'איז א שיינער, אידישער סימבאל. אויך די מנורה. דאס זאגט אונז אזוי. ארץ ישראל וואס איז אנגעפיהרט דורך אידן ביז ביאת משיח צדקנו איז בעצם א מדינת ההלכה. דאס איז אין א גרויסן טייל צו פארדאנקען פאר די רבנים פונ'ם רבנות הראשית, וועלכע שטייען על המשמר אז די רעגירונג אפיציעל זאלל זיך פיהרן עפ"י התורה ווי ווייט מעגליך.

מי מעכב? שאור שבעיסה. דער שאור שבעיסה איז די בג"ץ. די איזראעלי סופריעם קאורט. וועלכע האט אזוי-גערופענע שופטים. וועלכע האבן אפילו נישט קיין אידישע אדער איידעלע מענטשליכע צורה. זיי געבן אן אויסדרוק פאר כל צרוע וכל זב. נאר נישט פאר דעם דרך ומצוות התורה. אבער לא אלמן ישראל. זיי האבן ב"ה נישט קיין שליטה. (זיי פרובירן נאר. מחשבתם הרעה מצטרפת למעשה. אבער לא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי...!

ס'איז אבער דא א האפענונג אז די אלע פרייע אידן וועללן נאך אמאל תשובה טון...! און ס'וועט מקויים ווערן דער פסוק ..."ומלאה הארץ דיעה את ה' כמים לים מכסים"...!

מי אני » מאנטאג פעברואר 22, 2021 5:19 pm

· #467400
אז מ׳האט דערמאנט דעם קאטש שנייפלעיק ביחס צו פרעקטעלס פון טרייענגעלס וואס גייען איבער זו בתוך זו, איז אינטרעסאנט צוצוברענגען דעם סיערפּינסקי טרייענגעל וואס האט אויך ענליכקייטן פון עקווילאטערעל טרייענגעלס זו בתוך זו.
📎 ADE8E249-6EA9-4347-97E5-4976BDEEC101.png
איינע פון די וועגן ווי אזוי דאס ווערט געשאפן איז דורכ׳ן צום ערשט האבן אן אנגעפולטן עקווילעטערעל טרייענגעל [וואו אלע דריי זייטן זענען די זעלבע לאנג]. דערנאך מאכט מען דערין דריי עקווילעטערעל טרייענגעלס און וואס עס בלייבט איבער [אינדערמיט] נעמט מען ארויס. דערנאך טוהט מען דאס איבער און איבער עד אין סוף. כזה: 📎 261A0C39-3218-4548-878E-BFEAFD8FB07C.png

אויב מאכט מען פּאַסקאַל׳ס טרייענגעל וואס גייט פארמאגן א פּאַוּער פון 2 צאל [א נומער וואס איך קען באקומען פון א בּעיס פון 2 וואס איך לייג צו דערצו א גאנצע נומער עקספּאָנענט] פון שורות, און איך קאליר שווארץ נאר די אַדד נומערן דערין, וועט עס אויסקומען בערך צו די סיערפּינסקי טרייענגעל. ווי מער שורות מ׳האט אזוי [מיינענדיג ווי העכער דעם עקספּאָנענט פאר 2 איז] אלס נענטער און נענטער קומט עס אן צו א סיערפּינסקי טרייענגעל מיט׳ן אריינקאלירן די אַדד נומערן.

*

און אז מ'רעדט שוין איז אויך דא דעם סיערפּינסקי קארפּעט, וואס איז ענליך נאר מיט א סקווער. דאס ארבעט אז איך הייב אן מיט א סקווער, איך צוטייל דאס אין צו 9 סקווערס וואס זענען די זעלבע גרויס, און איך נעם ארויס די מיטעלסטע. דערנאך טוה איך צו יעדע פון די 8 איבערגעבליבענע סקווערס דעם זעלבן פראצעדור - איך צוטייל יעדעס איינס אליין אין צו 9 סקווערס וואס זענען די זעלבע גרויס, און איך נעם ארויס די מיטעלסטע. וכן הלאה. כזה: 📎 קארפעט.jpg

א וועריעישאן דערפון איז דאס וואליס סיִוו. דאס איז דאס זעלבע וואו איך הייב אן דאס ערשטע מאל מיט'ן צוטיילן דעם סקווער אין צו 9 סקווערס וואס זענען די זעלבע גרויס, און איך נעם ארויס די מיטעלסטע. אבער דערנאך, ביי די מאל איך האלט, וועל איך דאס צוטיילן אין צו אזויפיל סקווערס [וואס זענען אלע די זעלבע גרויס] אזוי ווי איינס מער ווי צוויי מאל די מאל ווי איך האלט וואס דערנאך האב איך עס געסקווערט [און דערנאך נעם איך ארויס די מיטעלסטע כנ"ל].
בלאט: 1 2 3