☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » "דארפן" מיר זיך פירן מאראליש ?

"דארפן" מיר זיך פירן מאראליש ?

117 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7293
בלאט: 1 2 3

רביה''ק זי''ע » זונטאג יולי 26, 2020 10:30 pm

· #455200
לאגיק מיינט ארויסלערנען איין זאך פונעם צווייטן, צ.ב. אויב מיין חבר האט געפירט זיין ביזנעס אויף א געוויסע מהלך און ער איז געגאנגען באנקראט קען איך אננעמען לויט לאגיק אז אויב איך וועל פירן מיין ביזנעס אויף דעם זעלבן מהלך וועל איך אויך גיין באנקראט. יעצט, איז מעגליך אז איינער זאל פירן א ביזנעס אויף אזא מין מהלך און ער זאל מצליח זיין? אוודאי געוויס, יעדע משוגעת קען צומאל געלונגען. וויבאלד אבער איך האב נישט קיין שום וועגן צו וואוסן צו ביי מיר וועט אפשר די משוגעת יא געלונגען דארף איך ע"פ לאגיק אננעמען אז נישט. אוודאי קען איך זאגן אז מ'קען קיינמאל נישט וואוסן און נעמען די געמבל, אדער קען איך זיין א פילאזאף און זאגן "ווער זאגט אז מיין ביזענס עקזיסטירט בכלל?", איך קען מיך אויך אריינלייגן אין בעט און לאזן גנבים אריינקומען און אויסליידיגן מיין הויז ווייל איך עקזיסטיר אפילו נישט און ס'אלץ נאר דמיונות (און בכלל, ווער זאגט אז דער מענטש דארט וואס ליידיגט אויס מיין טשיינע קלאזעט איז א גנב? אפשר ברענט א פייער און יענער קומט ראטעווען מיינע חפצים? אפשר גאר גייט יענער פארקויפן מיינע זילבערווארג, אינוועסטירן די געלט, און מיך עס צוריקגעבן ווען איך וועל דארפן חתונה מאכן די קינדער? כ'מיין דו ווייסט אז נישט?!), אבער אז מ'וויל יא עפעס קענען אננעמען מיט א געוויסע מאס זיכערהייט און נישט בלייבן קיין האומלעס איז נישט דא קיין אנדערע וועג אויסער לאגיק (ליין: ארויסלערנען פון פריערדיגע הנחות און עקספיריענסעס).

מי אני » דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 8:58 am

· #457700
ולעומת ניטשע האט סקראט, אין אפלטון׳ס גארגיאס, גע׳טענה׳ט אז נאר זיך אויפפירן מאראליש קען למעשה לאחרי ככלות הכל ברענגען אמת׳ע שמחה, סיפוק, ושלוות הנפש.

זשאן-זשאקעס ראסזשיאו האט געהאלטן אז מענטשן זענען נאטורליך באשאפן און אריינגעבויט מיט צוויי מאראלישע סענטימענטן: א ראציאנאלע דראנג פאר סעלף-פּרעזערוועישן וקיום, און א שוידער ורחמנות איבער דאס צער פון אנדערע. נאר ציווילאזציע והמסתעף ממנה טוהט קארופטירן דאס ערשטע סארט צו א דראנג פאר תאווה, כבוד, און מאכט וואס פון דעם קומט ארויס די אומאראלישע נטיות פונעם מענטשהייט.

דער בריטישער פילאזאף דר. דזשארדזש עדווארד מור האט געהאלטן ענליך אז מאראל וטוב איז א זאך וואס איז אריינגעבויט אינעם מענטשהייט; אונז ״פיהלן״ מיר דאס אז דאס איז ריכטיג, הגם מיר קענען עס (אפטמאל) נישט דעפינירן.

מי אני » מוצ"ש סעפטעמבער 12, 2020 10:37 pm

· #458722
דוד הום האט טאקע געהאלטן פון א סארט סענטימענטאליזם דערביי: אז מאראליטעט איז מער מכח ״געשפירט״ ווי אלס עפעס וואס מ׳קען דן זיין דערויף. עס קומט צושטאנד פון א סארט מיטל-וועג צווישן די אביעקטיוו און די סאביעקטיוו; וואס ווערט גערופן אינטערסאָבּדזשעקטיוויטי. דהיינו, אז מענטשן פילן א מיטגעפיהל מיט דאס צער פון אנדערע. יעצט, דאס וואס האט די מערסטע השוואה פון אן אייניגע מיטגעפיהל וכדומה, וואס מען קוקט אן און מען באטראכט אלס שלעכט, ביי מענטשן אינעם געזעלשאפט, דאס איז וואס ווערט נקבע (ביי זיי (טאקע א פארעם פון מאראלישע רעלאטעוויזם)) אלס ״מאראליש״ [די השוואה טוהט ״צורעכטן״ די מאראלישע סענטימענט פונעם אינדיווידואלן מענטש].

מי אני » זונטאג נאוועמבער 1, 2020 10:36 am

· #461804
עס איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען אז די פילאזאף דר. סוסען וואלף טענה'ט אז דאס שטרעבן צו זיין מאראליש פערפעקט און לעבן לשם מאראל, וואס זי רופט א "מאראלישע קדוש", קען זיין דאס נישט עטישע זאך צו טוהן. דאס איז ווייל דאס טוהט אונטערמינעווען די רייכקייט פונעם מענטש'נס כאראקטער, וממילא דאס שלימות פון זיין און זיינע ארומיגעס לעבן. ‏אן ענליכע טענה איז געזאגט געווארן קעגן די עקסטרעמע אסעטעסיזם פון דזשעיניזם; אז עס פארמערט צער לגביהם אליין.

מי אני » דינסטאג נאוועמבער 17, 2020 8:26 pm

· #462704
הקטן
מי אני
נהורא נפישא
יאיר, ארויפצוברענגן ספיקות איבער די חשיבות פון לאגיק מיט "לאגישע ארגומענטן" איז אבסורד.

דער רוימישער סטאָאיק פילאזאף עפּיקטיטוס האט דאס געזאגט: אז די וואס ווילן זיך טענה׳ן קעגן די שטארקייט פון לאגיק וועלן זיך דארפן באנוצן מיט לאגיק אליין דאס אויפצוווייזן.

ווייל נאר דאס וויל די מקבל הערן

דער בּודהיסט פילאזאף נאַגאַרדזשוּנאַ האט געהאט געגעבן אן ענליכן דעפענס בנוגע זיין ״ליידיגקייט״/סוּניאַטאַ פילאזאפיע. דאס איז אז ער האט געהאלטן (בקיצור) אז זאכן/ענטיטיס [״סוואַבּהאַוואַ״] האבן נישט קיין אינטרינסיק אָנטיק רעאליטעט ״פאר זיך״ (וואס איז נישט אינטערדעפענדענט מיט, און רעלאטיוו צו, עפעס אנדערש); דאס ״רעאליטעט״ פאר זיך איז בעצם ״ליידיג״.

מ׳האט געפרעגט אויף אים אז לפי״ז איז דאך יעדע סטעיטמענט בעצם פונקט אזוי ״ליידיג״, איז דאך זיין טעזע אויך ״ליידיג״. איינע פון זיינע תירוצים דערויף איז אז איה״נ, נאר מ׳קען טאקע נוצן א ״ליידיגע״ סטעיטמענט אויף צו ווייזן אויף די ״ליידיגקייט״ פון [פילאזאפישע] סטעיטמענטס בכלל; עס נעמט נישט אוועק פון דאס ריכטיגקייט דערפון. ער האט דאס צוגעגליכן צו איינער וואס זאגט ״ס׳איז שטיל דא״ אין א שטילע צימער. דאדורך טוהט ער דאך ברעכן אט דאס שטילקייט וואס ער וויל ווייזן צו, אבער למעשה, הגם ער קען עס נישט עקספרעסן אָן מהרס זיין דערין, איז עס בעצם אמת.

מי אני » דינסטאג יאנואר 26, 2021 5:18 pm

· #466111
בנוגע די פראבלעם פון אינדאָקשען איז עפ״י קאנט׳ס חילוק אין עפיסטעמאלאגיע צווישן קאנסטיטוטיוו וויסן און רעגיולעטיוו וויסן האט ער דאס פארענטפערט אז די סארט עמפירישע עי פּאסטעריארי מדע איז בעצם טאקע נאר רעגיולעטיוו וויסן, והא ראיה והטעם פארוואס זיי ווערן אין אלגעמיין סוּפּערסיִדעד דורך אנדערע טעאריעס/געזעצן וכו׳.

מי אני » מוצ"ש פעברואר 6, 2021 11:27 pm

· #466462
אן ענליכן געדאנק צו הום'ס פראבלעם פון אינדאקשען איז לודוויג וויטגענשטיין'ס רוּל-פאַלאָאיִנג פאראדאקס וואס לויטעט אז קיין שום אקציע/מהלך קען נישט ווערן דעפינירט אז דאס גייט אין איינקלאנג מיט/לויט א געוויסע רוּל, וויבאלד עני אקציע קען מען מאכן שטימען דערמיט. דער לאגיקער און פילאזאף דר. שאול קריפּקע איז דאס מסביר מיט אזא משל: לא'מיר זאגן אז דו האסט נאך קיינמאל נישט צאמגעעעד נומערן העכער 57. יעצט בעהט מען דיר צו מברר זיין די סומע פון 68 + 7. סתם אזוי פארשטייט מען אז דו 'עסט טוהן אזוי ווי פלעגסט אלס טוהן [עדישאן מיט נומערן אונטער 57] און דאס דזשענערעלייזן צוצוקומען ביי דעם צו 75. אבער איינער קען זיך טענה'ן און זאגן אז די הלכות פון עדישאן וואס דו האסט אלס געטוהן, דאס פּלאָס אפעראציע, איז אונטער/בתוך א גרעסערן אפעראציע פון "קוואָס". והיינו (למשל) אז דאס [געהעריגע] פּלאָס אפעראציע ארבעט נאר מיט נומערן אונטער 57, איינמאל אבער מ'קומט אן אז איינע פון די נומערן איז מער ווי דעם דעמאלטס איז די ענטפער אלס 5. דאס וואס דו האסט געטוהן ביז יעצט שטימט גענוי מיט'ן "רוּל" פון "קוואָס". וממילא פאר די נומערן אונטער 57 וויאזוי ווייסטו צו דו טוהסט "פּלאָס" צי "קוואָס"? די משל טוהט צייגן אז עני, למשל, סארט מאטעמאטישע אקציע וואס מ'טוהט מיינענדיג אז מ'טוהט א געוויסע אקציע עפ"י א געוויסע "רוּל", איז אפשר טוהט מען גאר עפעס אנדערש; אן אנדערן "רוּל"?

איי אז איך גיי צוריקטענה'ן אז די פירוש פון "פּלאָס" אליין איז שוין כולל אלעס, איז דאך דאס אליין אויך א "רוּל" און אויף דעם העכערן לעוועל וועל איך דאס ווייטער קענען פרעגן און מפרש זיין אנדערש און ברייטער [די רוּלס וואס שטעלן צאם די חלקים אינעם דעפינישאן], וכן הלאה. אין אנדערע ווערטער, די פירוש פון א ווארט איז פונקט אזוי אין די לופטן ווי די ווארט וואס עס איז מפרש. אין קריפּקע'ס משל איז די פראגע ווי אזוי קענען מיר אויפווייזן אז דאס ווארט "פּלאָס" מיינט דאס מאטעמאטישע "+".

מ'איז נישט ממש מסכים אז דאס איז וואס וויטגענשטיין האט געמיינט וממילא רופט מען דעם געדאנק "קריפּקענשטיין".

אן ענטפער אויף דעם איז ענליך צום [סקעפטישן] ענטפער צו הום'ס פראבלעם. והיינו, אז עס קען טאקע בעצם זיין אזוי אין פאקט אז עס איז נישט ממש "אמת" [אין א קארעספּאנדענס זין] אבער דאס וואס געבט די וואלידיטי צום דעפיניציע איז פשוט די קאנסענסוס פונעם מענטשהייט [ווייל עס איז בגדר הסכמיות]. מ'קען דאס באטראכטן אין אנדערע ווערטער אז דו קענסט דאס אננעמען ווייל עס איז למעשה דאס וואס איז די מערסטע נוצליך.

***

📎 33067160-1FF2-4719-946C-926CAA1B6AAC.jpeg עפ״י די געדאנק פון איר חבר סארטרע, און אז דאס ״פרייהייט״, וממילא דאס עקזיסטירענדע ״זעלבסט״, איז מקושר אינעם ״פרייהייט״ פון אנדערע.

מי אני » דינסטאג פעברואר 23, 2021 10:19 pm

· #467499
און ענליך במשנתו של קאנט: 📎 96B8E249-E073-4329-9C64-2A0707BEEBA0.jpeg
📎 900C8B5F-59C5-48E4-BA68-A4E4249FE2B6.jpeg

מי אני » מיטוואך מערץ 3, 2021 4:59 pm

· #467882
מי אני
נהורא נפישא
יאיר, ארויפצוברענגן ספיקות איבער די חשיבות פון לאגיק מיט "לאגישע ארגומענטן" איז אבסורד.

דער רוימישער סטאָאיק פילאזאף עפּיקטיטוס האט דאס געזאגט: אז די וואס ווילן זיך טענה׳ן קעגן די שטארקייט פון לאגיק וועלן זיך דארפן באנוצן מיט לאגיק אליין דאס אויפצוווייזן.
ענליך בנוגע פילאזאפיע בכלליות, פון אריסטו: 📎 11.jpeg

מי אני » מיטוואך אפריל 7, 2021 2:49 pm

· #469388
דער פראנצויזישער פילאזאף דעניס דידעראט האט געשריבן א נאַוועל וואס ער האט גערופן ״דאס איז נישט א מעשה״. דר. טשארלס וואלף לערענט דאס אפ אויך ווי דאס אז ער וויל צייגן אויף דעם אז ער וויל ווייזן אויף די אַבּסורדיטי פון א מעשה וואס נוצט דאס דערציילן פון א מעשה אויף אויפצוווייזן די אומעגליכקייט פון דערציילן א מעשה בשעת׳ן פארציילן די מעשה.

דאס איז נאכדערצו אז די נאַוועל איז איינגעטיילט אין צוויי מיט די צווייטע חלק הייסענדיג ״צווייטע מעשה״. (די טעמע/סאָבּטעקסט פון די נאַוועל איז טאקע אויף צו טענה׳ן אז א מענטש׳נס מעשים לשלעצמם זענען נישט מאראליש אדער אומאראליש; ״מאראליטעט״ איז נישט יוניווערסאל.)

ער זאגט אויך אז דאס ליגט אויך אלס א פשט אינעם פּעינטינג פון רענעי מארגריִט 📎 3AF13926-5771-4E00-9671-902AB569E42C.jpeg אונטן דערפון אויפ׳ן פּעינטינג גופא שטייט (אין פראנצויזיש): ״דאס איז נישט א לולקע״. והיינו, אז בו בעת וואס מען וויל טענה׳ן וואס דאס איז ״נישט״ באנוצט מען זיך מיט דעם זאך גופא וואס מ׳פארשטייט אז דאס איז עס ״יא״.

איר פּריימערי מעסעדזש איז בנוגע פּערעשפראך. והיינו, ווי אזוי מ׳פארשטייט שפראך און ווי אזוי עס ווערט באנוצט [קאנאטעישאן] לעומת וואס עס/די זאץ מיינט באמת [דענאטעישאן]. אין די קאנטעקסט איז עס טאקע נישט א לולקע; עס איז א רעפרעזענטאציע פון א לולקע.

מי אני » פרייטאג אוגוסט 6, 2021 11:00 am

· #479052
מי אני
נהורא נפישא
יאיר, ארויפצוברענגן ספיקות איבער די חשיבות פון לאגיק מיט "לאגישע ארגומענטן" איז אבסורד.

דער רוימישער סטאָאיק פילאזאף עפּיקטיטוס האט דאס געזאגט: אז די וואס ווילן זיך טענה׳ן קעגן די שטארקייט פון לאגיק וועלן זיך דארפן באנוצן מיט לאגיק אליין דאס אויפצוווייזן.

פונעם הקדמת פי׳ אוצר חיים על אור ה׳: 📎 0C479704-22F2-4A31-8564-EBDBB68A0CB8.jpeg

מי אני » זונטאג אפריל 10, 2022 7:21 pm

· #497906
מי אני
נהורא נפישא
יאיר, ארויפצוברענגן ספיקות איבער די חשיבות פון לאגיק מיט "לאגישע ארגומענטן" איז אבסורד.

דער רוימישער סטאָאיק פילאזאף עפּיקטיטוס האט דאס געזאגט: אז די וואס ווילן זיך טענה׳ן קעגן די שטארקייט פון לאגיק וועלן זיך דארפן באנוצן מיט לאגיק אליין דאס אויפצוווייזן.

📎 BB1AC303-CAF5-4661-B5B9-9D46C8408C36.jpeg
היש״ר מגוריציאה שרייבט אין זיין התורה והפילוסופיא (מאמר ג פ״ב).

‏ועיין כאן.

מי אני » מוצ"ש יולי 9, 2022 11:21 pm

· #503909
יאיר
נהורא נפישא, לערן דאס דורך נאכדעם וועלן מיר רעדן. http://plato.stanford.edu/entries/induction-problem/
עס איז אינטרעסאנט ווי דער מקור חיים אויפ׳ן עקידה (פ׳ חוקת שער עט) רירט אָן אויף דעם פראבלעם פון אינדאָקשען:
ובשם [היקש ה]חיפוש ״אינדוקטיאָן״ יקרא משפט השכל הבנוי רק על הנסיון והדמיון לבד (עיין מזה גם מלות הגיון סוף שער ז) ד״מ אחרי אשר אכלנו הרבה פעמים מאכל שצורתו פת לחם ושבענו ממנו, נשפוט כל עת שיבוא לפנינו פת לחם שהוא משביע רעבים, יען כי הוא דומה בצורתו לשאר פתותי לחם שהשביע כבר אותנו לפנים, ועל אמתת משפט כזה יש עוד לעורר אחרי שאין עליה מופת, כי אם גם מאה פעמים שבענו האכלנו פת לחם כזה אפשר שבכל זאת עתה לא נשבע ממנו, אם בעבור שרעבון נפשינו גדול עתה יותר ממה שהיה לפנים או בעבור שפת זה ידמה רק בצורתו החיצונית לפת אחר שאכלנו לפנים אבל במהותו ואיכותו הפנימית לא ידמה לו יען כי לא נעשית מתבואה טובה כמוהו.

מי אני » דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 5:12 pm

· #509511
אין די לעקציע ברענגט דר. איִען שפירא צו פון טאמאס האַבּס אז ער האט געהאלטן אז אַרט, ובתוכה מאראל, איז ניתן להוכיח אויף אַן ענליכע מדריגה ווי מאטעמאטיקס, משא"כ ביי סייענס. דאס איז וויבאלד זיי ביידע הייבן זיך אָן מיט הנחות וואס דער מענטש האט קאַנסטראָקטעד [ביי מאטעמאטיקס איז דאס "אט די טרייענגעל" וכדומה] און פון דארט נעמט מען די השלכות און "עפעקטן" דערפון. משא"כ ביי סייענס וואו מ'הייבט אָן מיט די עפעקטן און מ'וויל געוואור ווערן צוריקצווועגס די סיבות דערצו.

ומענין לענין באותו ענין, אין די לעקציע זאגט ער אין פאליטישע פילאזאפיע/סייענס עפ"י קאַרל מאַרקס און דוד הום, אז מחלוקת'ן בפאליטיקס זענען אָלטימעטלי איבער חילוקי דיעות במאראל.

און אין די לעקציע (ובנוגע אוימאנ׳ס עגרימענט טעארעם) זאגט ער לגבי די פאליטישע פילאזאפישע געדאנק פונעם האַבּסיען סאָשעל קאנטראקט, און וואס איז מסמיך פאליטישע אטאריטעט איז הסכמת הכלל, אז עס איז דא disagreement אין וואס באדייט agreement...

רביה''ק זי''ע » דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 8:15 pm

· #509522
אם תמצא לומר אז מיר דארפן זיך פירן מאראליש בלייבט נאכאלץ א ספק צו מיר דארפן טוהן וואס מיר דארפן, (ואת"ל אז יא ווער זאגט אז מיר דארפן טוהן וואס מיר דארפן וואס מיר דארפן...) בלייבט עס א ספק ספיקא, וספק ספיקא להקל.

מי אני » דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 8:38 pm

· #509529
דאס איז בעצם וואס טשאַרלס דאַדזשסאן (״לוּאיס קעראל״) טענה׳ט אין זיין וואס דער טשערופאכע האט געזאגט צו אקילוס אויף לאגיק בכלליות. ער ברענגט דארט ארויס אז טאמער איינער נעמט נישט אָן די געדאנק פון א סילאגיזם בכלל, והיינו ער נעמט נישט אָן אז אפילו וואו ער גייט אָננעמען די צוויי הנחות קדומות אז זיי זענען אמת, דאך זאגט ער נישט אז מחמת זה איז ע״כ ג׳ אויך אמת (אפילו וואו עס בעצם followed און איז נישט קיין non-sequitur), דאן קען מען אים נישט אויפווייזן אזא סארט לאגישע טענה קיינמאל. ווייל אפילו מ׳זאל די עצם זאך אליינס [״אויב הנחות א׳ און ב׳ זענען אמת דאן איז ע״כ ג׳ אויך אמת״] אריינלייגן אלס א דריטע הנחה וואס ער נעמט אָן, דאך וועט ער דאס נישט אָננעמען, וויבאלד מען מוז דאך יעצט דאס אליין ווייטער אריינלייגן אלס א פערטע הנחה, וואס דאס נעמט ער (נאך) נישט אָן. וועט מען די אלע פיר הנחות מוז׳ן אריינלייגן, וואס דאס ווערט יעצט א פיפטע הנחה וואס ער האט נאך נישט אָנגענומען, וכן הלאה והלאה צו אַן אינפיניט ריגרעס. ועיין לעיל.

מי אני » מיטוואך יאנואר 11, 2023 10:16 pm

· #515410
מי אני
נהורא נפישא
יאיר, ארויפצוברענגן ספיקות איבער די חשיבות פון לאגיק מיט "לאגישע ארגומענטן" איז אבסורד.
דער רוימישער סטאָאיק פילאזאף עפּיקטיטוס האט דאס געזאגט: אז די וואס ווילן זיך טענה׳ן קעגן די שטארקייט פון לאגיק וועלן זיך דארפן באנוצן מיט לאגיק אליין דאס אויפצוווייזן.
עס איז אינטרעסאנט ווי דער מדרש בילקו״ש (בהעלותך סימן תשלח; צוגעברענגט בראשית חכמה שער קדושה פי״א) זאגט אביסל ענליך לגבי מסביר זיין אז שתיקה איז בעסער ווי דיבור:
אמרו רבותינו שני דיקולוגין היו עומדין לפני אדריינוס היה אחד מהן מלמד על הדבור שהוא יפה ואחר מלמד על השתיקה שהיא יפה. א"ל האחד מרי אין טוב מן הדיבור, אלולי הדיבור היאך הכלות מתקלסות והיאך היה משא ומתן בעולם. מיד א"ל לאותו שהיה מלמד על השתיקה שהיה יפה, היאך אתה למד על השתיקה, מיד בא לדבר עמד אותו שהיה מלמד על הדבור וסטרו על פיו, א"ל המלך למה סטרת אותו, א"ל מרי אני למדתי מן הדבור על הדבור, וזה בא ללמד משלי על שלו.
בלאט: 1 2 3