שיעורים אקעגן עוואלושן פון החכם הרב אביגדור מיללער ז"ל
120 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7589
ער פאנגט אן מיט א עוועלאשענערי הסבר וואו אזוי ס'קימט צי אינז די Endogenous Retroviruses
טיפקעל "סירקעלער ריזענינג....
דאס אז די Endogenous Retroviruses האט צי טון מיט תקופות דאס זעלבסט איז אן ערפינדאנג פין די "מאמיני עוועלאשען".
ס'גוט אז ער ברעגנגט אנפאנג זיין פראף אויף דעם
בקיצר א באס קימט, און האט איוואלד, פין א מאטער סייקעל ווייל ביידע האבן א מאפלער...
שטערקער פין דעם, ביידע סיי די באס און סיי די מאטער-סייקעל האבן טאקע די מאפלער אין BACK אויף די לינקע זייט
איך זעה אז מ'האט נישט פארשטאנען (אדער האט מען נישט געוואלט פארשטיין) די ווידיאו.
דאס אז מענטשן און טשימפס האבן אכט און ניינציג פראצענט פון די זעלבע דנ"א קען מען אפשר ענטפערן בדוחק אז די אויבערשטער ווען ער האט ענדזשענירט די מענטש און די טשימפ האט ער געניצט די זעלבע מאטריאל פאר זיי ביידע, ס'איז דאך א שאד צו מאכן א גאנצע נייע דעזיין ווען מ'קען שוין איבערניצן א אלטע דעזיין.
אבער ביי ווירוסען איז עס נישט עפעס וואס מ'ווערט באשאפן מיט, ס'איז עפעס וואס קומט שפעטער צו. ד"ה, ווען מ'קוקט אויף די דנ"א און מ'זעהט א retrovirus מיינט עס אז איינער פון די אור עלטערן האבן געהאט די ווירוס. ד"ה מ'קען פונקטלעך זעהן די היסטאריע פון די אור עלטערן, וועלכע ווירוסען זיי האבן באקומען און אין וועלכע פלאץ. און וואונדער איבער וואונדער, אז מענטשן און טשימפס האבן פונקט די זעלבע היסטאריע!
א ווירוס ווען ער אטאקירט א סעל האט ער איבער צען מיליאן פלעצער וואו צו אטאקירן, און איעדע מאל אטאקירט ער ראנדאמלי איינער פון די צען מיליאן פלעצער. איז אויב צוויי מענטשן באקומען א ווירוס, איז דא ווייניגער פון איינס אין א צען מיליאן טשאנס אז זיי ביידע האבן עס אויף פונקטלעך די זעלבע פלאץ. איז אויב דו זעהסט צוויי מענטשן וואס האבן די זעלבע endogenous retrovirus און אויף פינקטלעך די זעלבע פלאץ, איז זייער מסתבר צו זאגן אז ביידע קומען בעצם פון איין מענטש.
און דא רעדסטו פון טויזנט ווירוסען וואס זענען די זעלבע, וואס דעס אליינס אז זיי האבן פונקט די זעלבע קאמבינאציע פון ווירוסען וואלט געווען גענוג צו ווייזן אז זיי זענען ביידע פון די זעלבע אור עלטערן. אבער נישט נאר וואס זיי זענען די זעלבע, נאר זיי זענען פינקטלעך אויפ'ן זעלבע פלאץ, וואס אויב מ'טוט די מאטעמאטיק קומט עס אויס איינס פון 1000^10000000, וואס דאס איז 70000^10, וואס דאס איז איינס מיט זיבן טויזנט זיראוס נאכדעם!
ס'איז אזויווי צוויי מענטשן וואס האבן זייערע פונקטליכע יחוס פון איעדע זיידע און באבע ביז צוואנציג דורות צוריק, וואס דעס וואקסט עקספאנענשאלי ווייל איעדער דור ווערט עס דאפלט, סאו אויב האבן זיי ביז צוואנציג דורות צוריק קומט עס אויס אז זיי האבן 20^2, וואס דאס איז איבער מיליאן מענטשן. און די צוויי מענטשן קוקן אויף זייער יחוס און זעהן אז פון א פאר דורות צוריק האבן זיי ביידע פונקטליך די זעלבע יחוס. איעדע נאמען וואס ווערט דערמאנט אויף זיין יחוס בריוו פון אפאר דורות צוריק איז אויך אויף די אנדערע, און זיי זענענן אויך אויף די זעלבע פלאץ אינעם יחוס בוים.
איך וואלט געזאגט אז די צוויי זענען קרובים. אבער מ'קען נישט וואוסן, קען זיין אז די אויבערשטער וואס האט געמאכט איין יחוס האט געמאכט די אנדערע יחוס, איז נישט קיין וואונדער אז די צוויי זענען פוקטלעך די זעלבע.
כדי צי מאכן דעם בנין דארפסטו האבן צוויי הנחות:
א. די אטאקע פין די ווייראס איז רענדעם, גארנישט שלעפט דעם ווייראס דוקא דארט וואו ער באזעצט זיך.
ב. ס'האט נישט קיין פאנקשען - ס'איז junk.
זאל זיך אויסשטעלן אז די ווייראס איז זייער וויכטיג פאר די ארגעניזעם, ווייזט דאס פינקט אזוי אויף קאמען דיזיין וואו אויף קאמען דיסענט.
וואו @אנאנים האט געשריבן
אבער דאס אז ס'איז א שפעטערדיגע "אינסערט", און אפילה די גלייביגע און עוועלאשען קענען נישט ניצען ריינערהייט די פראסעס פין עוועלאשען
צייגט דאס אויף נישט נאר אז ס'איז דא א בורא אויך איז דא א מנהיג וואס פירט דעם ווייראס אויף די ריכטיגער פלאץ... פאר א קאמען אינטערעסע!
אויב איז נאך דא איינער וואס האט א ספק אין דעם...
הקטןכדי צי מאכן דעם בנין דארפסטו האבן צוויי הנחות:
א. די אטאקע פין די ווייראס איז רענדעם, גארנישט שלעפט דעם ווייראס דוקא דארט וואו ער באזעצט זיך.
ב. ס'האט נישט קיין פאנקשען - ס'איז junk.
זאל זיך אויסשטעלן אז די ווייראס איז זייער וויכטיג פאר די ארגעניזעם, ווייזט דאס פינקט אזוי אויף קאמען דיזיין וואו אויף קאמען דיסענט.
וואו @אנאנים האט געשריבן
אבער דאס אז ס'איז א שפעטערדיגע "אינסערט", און אפילה די גלייביגע און עוועלאשען קענען נישט ניצען ריינערהייט די פראסעס פין עוועלאשען
צייגט דאס אויף נישט נאר אז ס'איז דא א בורא אויך איז דא א מנהיג וואס פירט דעם ווייראס אויף די ריכטיגער פלאץ... פאר א קאמען אינטערעסע!
אויב איז נאך דא איינער וואס האט א ספק אין דעם...
עוועלאשן איז כלל נישט קיין סתירה מיט א בורא אדער מנהיג.. ס'איז א סתירה מיט "אונזער" בורא ומנהיג.
ס׳הערשט א גרויסע miscommunication ווען מ׳רעדט מיט רעליגיעזע פונדאמענטאליסטן, ביי זיי דרייט זיך אלס ארום השקפה, יעדע זאך וואס מ׳זאגט פרובירט זיי פארשטיין וואסערע השקפה מ׳וויל ארויסברענגען דערמיט, ס׳פאלט זיי ניטאמאל ביי אז מ׳וויל פשוט ארויסברענגען טרוקענע פאקטן, ס׳גייט זיי נישט אריין אין קאפ אז ס׳דא מענטשן וואס זענען בכלל אינטערעסירט אין פאקטן. ווען דו זאגסט ״עוואלושן״ מיינט ער אז דו ווילסט ארויסברענגען א געוויסע השקפה, זיין קאפ פארט גלייך צו די חקירות פון גאט און צו מענטשן זענען אויף די זעלבע מדריגה (וואטעווער דעט מיענס) ווי מאנקיס, ער כאפט נישט אז דו האלטסט נאך אינמיטן אויסקלארן די פאקטן און דו ביזט נאכנישט אנגקומען צו (צו ס׳אינטערעסירט דיר נישט) זיינע קאמפלעקסעס און השקפות. אפשר קען
@מי אני מער מרחיב בדיבור זיין..
ווי עס זעהט אויס איז גאר שווער צו גלייבן בראשית ערשטע פאר פרקים כפשוטו, ווי אויך פרשת נח. פין לך לך און ווייטער איז יא שייך צו גלייבען כפשוטו?
ווי אויך, איז אזוי וויכטיג דער גיין מיט קאפ אין וואנט און זאגן אז עוואלוציע איז א טעות וכו' צו קענען ווייטער אנגיין מיט אידישקייט? אדער איז שייך צו זיין א מודה בעוולוציע און נאכאלץ זיין א שומר תורה ומצוות?
פארוואס האט דער ליבאוויטשער, וואס האט געלערנט אין קאלעדזש און לכאורה געוויסט דער אמת, געמוזט גיין מיט דער שווערע מהלך פין אנלייקענען עוועלאציע?
אויב מ׳וויל זייער שטארק קען מען גלייבן אין די גאנצע תורה כפשוטו, מ׳דארף נאר וועלן, ואין לך דבר שעומד בפני הרצון.
רביה''ק זי''עאויב מ׳וויל זייער שטארק קען מען גלייבן אין די גאנצע תורה כפשוטו, מ׳דארף נאר וועלן, ואין לך דבר שעומד בפני הרצון.
והראי' עס איז דא פלענטי וואס טוהן עס.
אבער משום סיבה ווערען זיי אלע זייער געקארנערט ווען מען הייבט אהן רעדען פין עוואלוציע אסאך מער ווי רעדן וועגן רבינו תם זמן
געקארנערט אהער געקארנערט אהין, למעשה גלייבן זיי מיט׳ן זיין געקארנערט. און ווען דער רמב״ן האט געקארנערט כריסטיאני אין ברצלונה האט עס איהם מיט עפעס געהאלפן? זאלסט קיינמאל נישט אונטערשאצן די כח פון רצון.
אפילו אז דארווין איז אפגעשלאגן מכל וכל איז נאך אלץ נישט קיין ראיה צו מעשה בראשית וואס האט נאך ווייניגער סברא און עווידענס. ממילא אז דו גלייבסט גלייב ווייטער און לאז דארווין געמאך.
ווייטער פאר דעם וואס וויל שוואך מאכן דיין אמונה, קענסטו ענטפערן ווי איך האב אמאל אונטערגעהערט פון צוויי מענטשן וואס האבן זיך גע'טענה'ט איבער עוואלושן. זאגט דער מאמין צו דעם אנדערן, "איך קען דיר נישט ענטפערן אבער איך וועל רופן מיין שוואגער, ער וועט דיך שוין אויפווייזן...
אישתישביווי עס זעהט אויס איז גאר שווער צו גלייבן בראשית ערשטע פאר פרקים כפשוטו, ווי אויך פרשת נח. פין לך לך און ווייטער איז יא שייך צו גלייבען כפשוטו?
ווי אויך, איז אזוי וויכטיג דער גיין מיט קאפ אין וואנט און זאגן אז עוואלוציע איז א טעות וכו' צו קענען ווייטער אנגיין מיט אידישקייט? אדער איז שייך צו זיין א מודה בעוולוציע און נאכאלץ זיין א שומר תורה ומצוות?
פארוואס האט דער ליבאוויטשער, וואס האט געלערנט אין קאלעדזש און לכאורה געוויסט דער אמת, געמוזט גיין מיט דער שווערע מהלך פין אנלייקענען עוועלאציע?
ווייל די רעכט צו זאגן אז פסוקים זענען נישט כפשוטו האט זיך געסטאפט בערך 1400 יאר צוריק... (די סיבה פארוואס ס'האט זיך געסטאפט איז למעלה מהשגתינו)
Re: שיעורים אקעגן עוואלושן פון החכם הרב אביגדור מיללער ז"ל
קען איינער מיר מסבר זיין די סתירה צווישן עוולשין אין די תורה פארוואס קען מען נישט איינזעצן אז דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט אין איין רגע(ווייל ער איז דאך למעלה מן הזמן) מיט ביליאנען יאר אויף עוולציא
Sent from my SM-N986U using Tapatalk
צפור בודדווייטער פאר דעם וואס וויל שוואך מאכן דיין אמונה, קענסטו ענטפערן ווי איך האב אמאל אונטערגעהערט פון צוויי מענטשן וואס האבן זיך גע'טענה'ט איבער עוואלושן. זאגט דער מאמין צו דעם אנדערן, "איך קען דיר נישט ענטפערן אבער איך וועל רופן מיין שוואגער, ער וועט דיך שוין אויפווייזן...
די דשאוק איז נאר אז געווענליך איז דער ״שוואגער״ פונקט אזא ״כופר״ נאר שפילט מיט די געים (גאנץ מעגליך אז רבי אביגדור איז אויך געווען פון די...) וויפיל חברים האב איך וואס צווישן זיך רעדט מען צאם די גרעסטע כפירה און אפיקורסת און מ׳לאכט זיך אויס פון אלעם אבער למעשה שפילט מען ווייטער דעם געים, איך קען מיך נאר פארשטעלן וויפיל מענטשן נוצן מיר אלס אן הוכחה אז מ׳קען זיין קלוג און גלייבן אין creationism (זיי ווייסן זעלבסטפארשטענדליך נישט פון מיינע פריוואטע שמועסן מיט like- minded חברים און קאווע שטיבל געשרייבעכץ, זיי זעהען נאר ווי איך שאקל מיך ביי תקיעת שופר פונקט ווי זיי מיינען זיי שוין אז איך האב אויך פונקט די זעלבע אמונות ווי זיי), און איך פארגין עס זיי מיט׳ן גאנצן הארץ 😂 <!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/369523">viewtopic.php?p=369523#p369523</a><!-- l -->
שארפןקאפקען איינער מיר מסבר זיין די סתירה צווישן עוולשין אין די תורה פארוואס קען מען נישט איינזעצן אז דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט אין איין רגע(ווייל ער איז דאך למעלה מן הזמן) מיט ביליאנען יאר אויף עוולציא
Sent from my SM-N986U using Tapatalk
ווייל אין די תורה שטייט אז די בהמות חיות און מענטשן זענען באשעפענישן פאר זיך.
(בנוגע די כלליות'דיגע באשאפונג פון די Universe, איז גראדע די פשוטו של מקרא אין די ערשטע 2 פסוקים אז ס'איז געשעהן פיל פריער ווי די באשאפונג פון די לעבעדיגע באשעפענישן)
דער תירוץ איז: הרב מיללער איז געווען א חכם און א סייענטיסט מיט זיינע אייגענע רעכטן. האט ער געמעגט איבערזאגן די זעלבע שיטות און מיינונגען וועלכע די קריסטליכע סייענטיסטן און גלחים האבן אויך געזאגט...!
berlbalagulehדער תירוץ איז: הרב מיללער איז געווען א חכם און א סייענטיסט מיט זיינע אייגענע רעכטן. האט ער געמעגט איבערזאגן די זעלבע שיטות און מיינונגען וועלכע די קריסטליכע סייענטיסטן און גלחים האבן אויך געזאגט...!
ער מעג אלעס, אבער ער האט זיך פארקויפט אלץ א רמבם'יסט, האט ער געקענט זאגן אז אלעס איז שלא כפשוטו. וואס איז געוועהן זיין הכרח?
אישתישביער מעג אלעס, אבער ער האט זיך פארקויפט אלץ א רמבם'יסט, האט ער געקענט זאגן אז אלעס איז שלא כפשוטו. וואס איז געוועהן זיין הכרח?
דער רמב״ם האט זיך אויך געהאט זיינע זאכן אויף וואס ער האט זיך גע׳עקשנ׳ט, צ.ב. אויף די ענין אז גאט האט באשאפן די וועלט יש מאין (נישט יש מיש) עקשנ׳ט ער זיך טראץ דעם וואס פון די פסוקים האט ער נישט קיין הכרח ווייל ״הנה היא סותרת הדת מעיקרה ומכזבת לכל אות בהכרח ומבטלת כל מה שתיחל בו התורה או תפחיד ממנו - האלוקים״ (מורה נבוכים ח״ב פכ״ה). איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס די ווערטער דארפן צו מיינען, זעהט אויס אז ער האט פארשטאנען אז אויב די גאנצע וואס גאט האט צו פארקויפן איז א בריאת יש מיש וועט עס האבן יענע פנים האט ער זיך געדארפט עקשנ׳ען דערויף. דאס איז אין מיין מיינונג דער זעלבער סיבה פארוואס חרדים עקשנ׳ען זיך קעגן אבולוציה, יא מ׳קען אלעס פארענטפערן, אבער דאן וועט שוין די גאנצע זאך זיין א האלבע לצנות...
עס וואלט נישט געווען קיין ליצנות באמת, עכ"פ נישט מער ליצנות ווי עס איז שוין, עס נעמט פשוט צייט צו אקצעפטירן. פונקט ווי עס איז געווען שווער צו מקבל זיין אז דער וועלט איז נישט די צענטער פונעם יקום, און היינט שטימט עס שוין זייער גוט מיט די תורה.
געב עס נאך א דור צוויי, עוואלוציע וועט זיין געהעריג מסודר מיט ארטאדאקסישע אידנטום. ווער ווייסט מיט וועלכע שוועריקייטן אין אמונה יענע דור וועט זיך מוטשענען. 😂
יעקב מעקסוועלעס וואלט נישט געווען קיין ליצנות באמת, עכ"פ נישט מער ליצנות ווי עס איז שוין, עס נעמט פשוט צייט צו אקצעפטירן. פונקט ווי עס איז געווען שווער צו מקבל זיין אז דער וועלט איז נישט די צענטער פונעם יקום, און היינט שטימט עס שוין זייער גוט מיט די תורה.
געב עס נאך א דור צוויי, עוואלוציע וועט זיין געהעריג מסודר מיט ארטאדאקסישע אידנטום. ווער ווייסט מיט וועלכע שוועריקייטן אין אמונה יענע דור וועט זיך מוטשענען. 😂
זיי וועלן זיך לכאורה מוטשענען אז מען קען נישט טרעפן דעם סמבטיון... 😂
יעקב מעקסוועלעס וואלט נישט געווען קיין ליצנות באמת, עכ"פ נישט מער ליצנות ווי עס איז שוין, עס נעמט פשוט צייט צו אקצעפטירן. פונקט ווי עס איז געווען שווער צו מקבל זיין אז דער וועלט איז נישט די צענטער פונעם יקום, און היינט שטימט עס שוין זייער גוט מיט די תורה.
געב עס נאך א דור צוויי, עוואלוציע וועט זיין געהעריג מסודר מיט ארטאדאקסישע אידנטום. ווער ווייסט מיט וועלכע שוועריקייטן אין אמונה יענע דור וועט זיך מוטשענען. 😂
דעמאלטס וועלן די מחזירי בתשובה שוין טרעפן מאמרי חז"ל אז די גמרא האט שוין געוואוסט פון עוואלוציע סאך פארן סייענטיסטן...
רביה''ק זי''עאישתישביער מעג אלעס, אבער ער האט זיך פארקויפט אלץ א רמבם'יסט, האט ער געקענט זאגן אז אלעס איז שלא כפשוטו. וואס איז געוועהן זיין הכרח?
דער רמב״ם האט זיך אויך געהאט זיינע זאכן אויף וואס ער האט זיך גע׳עקשנ׳ט, צ.ב. אויף די ענין אז גאט האט באשאפן די וועלט יש מאין (נישט יש מיש) עקשנ׳ט ער זיך טראץ דעם וואס פון די פסוקים האט ער נישט קיין הכרח ווייל ״הנה היא סותרת הדת מעיקרה ומכזבת לכל אות בהכרח ומבטלת כל מה שתיחל בו התורה או תפחיד ממנו - האלוקים״ (מורה נבוכים ח״ב פכ״ה). איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס די ווערטער דארפן צו מיינען, זעהט אויס אז ער האט פארשטאנען אז אויב די גאנצע וואס גאט האט צו פארקויפן איז א בריאת יש מיש וועט עס האבן יענע פנים האט ער זיך געדארפט עקשנ׳ען דערויף. דאס איז אין מיין מיינונג דער זעלבער סיבה פארוואס חרדים עקשנ׳ען זיך קעגן אבולוציה, יא מ׳קען אלעס פארענטפערן, אבער דאן וועט שוין די גאנצע זאך זיין א האלבע לצנות...
ער זאגט עס גראדע נישט קעגן די שיטה פון בריאה יש מיש (השקפת אפלטון) נאר קעגן די שיטה פון קדמות העולם (השקפת אריסטו) וואס לויט דעם איז נישט שייך קיין נסים שלא כדרך הטבע. בנוגע די שיטה פון בריאת יש מיש, זאגט ער אז מ'וואלט געקענט אזוי זאגן, נאר ס'פעהלט נישט אויס.
צפור בודדאפילו אז דארווין איז אפגעשלאגן מכל וכל איז נאך אלץ נישט קיין ראיה צו מעשה בראשית וואס האט נאך ווייניגער סברא און עווידענס.
ווער רעדט פין מעשה בראשית?
אויף בראשית זאג כפשוטו זאג נישט כפשוטו...
די אשכול איז דן:
איז געווען א דיזיינער וואס האט אהער געשטעלט דיין קאפ וואס דו ניצט צי טראכטן און זאגן סברות אדער איז דאס פשוט א רענדאם אנלויפעניש, וואס מיינט גארנישט, און מען קען זיך מיט דעם נישט רעכענען ?!?
אויב וויירעסעס האבן זיך באזעצט פינקט דארט וואו זיי האבן זיך באזעצט רענדעמלי און זיי זענען פשוט JUNK אדער איז דא איינער וואס פירט זיי דארט מיט א חשבון...?!?
אויב איז דא א דיזיינער מאכט נישט קיין סענס זיך צי עקשענען אויף קאמען דיסענד ווען די קענסט פינקט אזוי זאגן קאמען דיזיין - דאס איז ווען מען רעדט פין פשוט DNA
ווען עס קימט אבער צו Endogenous Retroviruses וואס איז נישט א נאטירלעכע המשך פין די ארגענעלע ארגעניזעם, נאר איז א אינסערט פין אינדרויסן, און עס שטעלט זיך אויס ס'איז שוין גארנישט קיין JUNK ווערט שוין זייער שווער זיך צי קלאמערן אין די אמונה פין עוועלאשען.
...פארט אין דבר עומד בפני הרצון
עובדיהער זאגט עס גראדע נישט קעגן די שיטה פון בריאה יש מיש (השקפת אפלטון) נאר קעגן די שיטה פון קדמות העולם (השקפת אריסטו) וואס לויט דעם איז נישט שייך קיין נסים שלא כדרך הטבע. בנוגע די שיטה פון בריאת יש מיש, זאגט ער אז מ'וואלט געקענט אזוי זאגן, נאר ס'פעהלט נישט אויס.
איך בין דאך נישט קיין פילאזאף האב איך נישט געוואוסט די נאמען פון אריסטו׳ס שיטה 😳 אבער פון דעם האב איך גערעדט, אויף דעם זאגט דער רמב״ם דריי טעמים פארוואס ער שלאגט עס אפ (בנוסף צום טעם אז ס׳נישט מוכרח): 1) ווייל די עצם שיטה פון קדמות העולם איז א סתירה מיט רעליגיע. 2) ווייל לויט דעם קען נישט זיין קיין נסים. 3) ווייל ס׳נעמט אוועק די גאנצע חשיבות פון גאט, ד.ה. א גאט וואס האט נאר באשאפן זאכן אין אן עולם קדמון איז נישט ווערד מ׳זאל איהם פארכטן און דינען (אין ענגליש הייסט דאס circular reasoning). יעצט, ס׳איז מעגליך אז בעצם איז דאס איין גרויסע טעם, קדמות העולם איז א סתירה מיט רעליגיע ווייל לויט דעם קען נישט זיין קיין נסים און א גאט וואס קען נישט באווייזן קיין נסים איז ווערדלאז, בכל אופן זעהט מיר אויס אז די עיקר סיבה פארוואס חרדים זענען אזוי קעגן אבולוציה איז פאר דעם זעלבן (אדער ענליכן) טעם ווי דער רמב״ם׳ס קעגנערשאפט צו די שיטה פון עולם קדמון, און ס׳איז שטארק יתכן אז ווען דער רמב״ם לעבט ווען היינט וואלט ער אויך געלייקנט אין אבולוציה, ר׳ אביגדור עכ״פ האט מן הסתם אזוי געהאלטן. אין אנדערע ווערטער, ס׳איז נישט קיין מחלוקת אין פאקטן, ס׳איז א מחלוקת אין השקפה.
רביה''ק זי''ע
איך בין דאך נישט קיין פילאזאף האב איך נישט געוואוסט די נאמען פון אריסטו׳ס שיטה 😳
אבער פון דעם האב איך גערעדט, אויף דעם זאגט דער רמב״ם דריי טעמים פארוואס ער שלאגט עס אפ: 1) ווייל די עצם שיטה פון קדמות העולם איז א סתירה מיט רעליגיע. 2) ווייל לויט דעם קען נישט זיין קיין נסים. 3) ווייל ס׳נעמט אוועק די גאנצע חשיבות פון גאט, ד.ה. א גאט וואס האט נאר באשאפן זאכן אין אן עולם קדמון איז נישט ווערד מ׳זאל איהם פארכטן און דינען
(אין ענגליש הייסט דאס circular reasoning).
אויב די רמב"ם האט געגלייבט אין גאט ווייל ער האלט חידוש העולם און ער האלט ניטש פין קדמות העולם ווייל ער האלט פין גאט
וואלט דאס טאקע געווען א ריכטיגער circular reasoning
אויבערפלעכליך עס-יאזעלהקטן
אויב די רמב"ם האט געגלייבט אין גאט ווייל ער האלט חידוש העולם און ער האלט ניטש פין קדמות העולם ווייל ער האלט פין גאט
וואלט דאס טאקע געווען א ריכטיגער circular reasoning
אויבערפלעכליך עס-יאזעל
רחמנא ליצלן
אויבערפלעכליך אבל אמת...
רביה"ק
דיין תירוץ אז עס איז אזוי ווי קדמות העולם וואס דער רמב"ם האט נישט געוואלט טוישן, ווייל עס איז צו א גרויסער עיקר, איז נישט אזוי דומה צו עוואלוציע. מיט וואס איז בריאת העולם כפשוטו א עיקר?
לכאורה האט עס מער מיט דיין ערשטע מהלך, אז מען האט מורא צו טוישן אפילו א קלייניקייט, אפילו אויף דער חשבון פין זאגען אז מען גלייבט אין נארישקייטן.
אישתישבידיין תירוץ אז עס איז אזוי ווי קדמות העולם וואס דער רמב"ם האט נישט געוואלט טוישן, ווייל עס איז צו א גרויסער עיקר, איז נישט אזוי דומה צו עוואלוציע. מיט וואס איז בריאת העולם כפשוטו א עיקר?
ערשטנס. די פוינט איז נישט טוישן אדער נישט טוישן, קיינער האט נישט געבעטן צו טוישן עפעס, וואס מ׳וויל סך הכל איז אז מ׳זאל אויפגעבן די עקשנות און אויפהערן וואשן מוחות מיט איררעלעוואנטע דאגמעס און לאז יעדעם גלייבן וואס ס׳שמעקט איהם.
צווייטנס. ערשט זיי מיר מסביר מיט וואס חידוש העולם איז אן עיקר וועל איך דיר מסביר זיין פארוואס creationism איז אן עיקר...
איך בין נישט אזוי אויסגעקאכט אין פילאזאפיע אבער די דריטע טעם קען מען זיכער זאגן אויף עוואלוציע, א גאט וואס די גאנצע אויף וואס ער טויג איז צו באשאפן זאכן וואס זאלן עוואלוון אין משך פון מילליאנען יארן איז פיל ווייניגער שרעקעדיג ווי א גאט וואס קען נאר באשאפן זאכן אין אן עולם קדמון. מעגסט זיך דינגען אבער אזוי קוקן עס חרדים אן.
איך וואלט געזאגט פארקערט, פון דעם אז דער רמב"ם האט נישט געהאט קיין פראבלעם צו זאגן אז דער אויבערשטער האט נישט באשאפען יש מאין, אויב וואלט ער געהאט עפעס א הכרח דערצו, און ער וואלט שוין מפרש געווען אז די פסוקים זאלען שטימען מיט דעם, איז אפשר ה"ה לגבי עוואלושן, וואלט ער עס אנגענומען, אויב וואלט ער געהאט א הכרח, און וואלט שוין מפרש געווען אז די פסוקים זאלן שטימען מיט דעם.
ווייל די שיטה פון אפלטון פון בריאת יש מיש איז נישט קעגן די עיקרי הדת און איז נישט קיין סתירה מיט מעשי נסים און מאכט נישט גאט ווייניגער מעכטיג, און אויב וואלט דער רמב״ם געהאלטן אז עוואלוציע איז קעגן די עיקרי הדת אדער א סתירה מיט מעשי נסים אדער ס׳מאכט גאט ווייניגער מעכטיג קען זיין וואלט ער געלייקנט דערין אויך.
באמת האט דער רמב"ם אויך געהאלטען אז בריאת יש מאין איז פון די עקרי הדת, ווי מ'זעהט אז ער רעכענט עס אפ' פון די יג' עיקרים, און פון די חמשה הנקראים מינים, נאכדעם וואס ס'איז נישט דא קיין הכרח משנה צו זיין פון די פשטות הפסוקים. די זעלבע שרייבט ער בנוגע תחיית המתים, אז מוואלט ווען געקענט מפרש זיין די פסוקים דלא כפשוטן, נאר ס'פעהלט נישט אויס, און דאך רעכענט ער עס למעשה פון די יג' עיקרים.
רביה''ק זי''ע
א גאט וואס די גאנצע אויף וואס ער טויג איז צו באשאפן זאכן וואס זאלן עוואלוון אין משך פון מילליאנען יארן איז פיל ווייניגער שרעקעדיג ווי א גאט וואס קען נאר באשאפן זאכן אין אן עולם קדמון. מעגסט זיך דינגען אבער אזוי קוקן עס חרדים אן.
באשאפען א סינגעל-סעל קליין מאשינקע, מיט א סיסטעם פין פיזישע געזעצען, וואס קען דערנאך אהער שטעלן א גאנצער וועלט, אין משך פון מילליאנען יארן
פין זיך אליין איז פיל מער שרעקעדיג
מעגסט זיך דינגען אבער אזוי קוק איך דאס אן.
הקטן
באשאפען א סינגעל-סעל קליין מאשינקע, מיט א סיסטעם פין פיזישע געזעצען, וואס קען דערנאך אהער שטעלן א גאנצער וועלט, אין משך פון מילליאנען יארן פין זיך אליין איז פיל מער שרעקעדיג אזוי קוק איך דאס אן.
איך אויך.
א גאט וואס די גאנצע אויף וואס ער טויג איז צו באשאפן זאכן וואס זאלן עוואלוון אין משך פון מילליאנען יארן איז פיל ווייניגער שרעקעדיג ווי א גאט וואס קען נאר באשאפן זאכן אין אן עולם קדמון.
ע"כ דברי רביה"ק, והקטן חולק.
לויט ווי איך פארשטיי מוז מען זאגן אז אונז דינען דער "איינער" גאט, נישט דער מערסטע שרעקעדיגע גאט, דאס איז טאקע דער יסוד פין דער תורה, ממילא דער רגע וואס די ביסט מודה אז די וועלט איז עלטער, אויב אזוי איז דער גאט שוין נישט ד' אחד. ווייל עפעס האט באשאפן דער עקזעסטירענדע וועלט.
דאס איז לכאורה דער טענה פין רמב"ם והדברים ידועים.
יעצט ווערט א שאלה, אז היינט אז פארשידענע עוולוציענירען טענה'ן אז עס געשעהן אליין, קען ווייטער זיין א איינציגער גאט אפילו אויב מען טענה'ט אז דער וועלט איז קודם.
אבער דאס קען נישט זיין, ווייל ווער זאגט אז עס בכלל דא א גאט אויב דער וועלט האט געקענט געשעהן אליין.
איך מיין אז אפילו סייענטיסטען וואס האלטען עוואלוציע פאר פאקט האלטען נישט אז עס איז מסביר די התחלה פין די גאנצע זאך, ועל זה יודו הכל אז אפילו מיט אלע הסברים איז די גאנצע וועלט, דער פאקט אז עס איז דא עוולוציע נאך אלץ א פלא, און דער עושה פלא איז דער סיבה ראשונה.
רוב פרומע טראכטערס וועלען זאגען אז עוואלוציע איז פאלש אזוי ווי ר' אביגדור, און אנדערע ווי ר' אברהם יהושע טווערסקי פלעגט זאגן אז עוואלוציע פארענטפערט נאר א קליינע פראצענט, און זייענדיג א פיזיקיסט האט ער געוויזן ווי די הסברים האבן לעכער.
העשל גייט בעסער פין דעם, ער זאגט אז דער גאנצע בריאה איז א פלא, דער גאנצע מענטש איז א פלא, און וואס מער מען קוקט טרעפט מען נאך פלאים. ער רופט עס דער נסתר וואס יעדער ענין פארמאגט, וואס מען זוכט אייביג צו פארשטיין, דער אינעפיבעל.
עוולוציע (און ביג-בענק) איז שולל קדמות העולם
אישתישבי
א גאט וואס די גאנצע אויף וואס ער טויג איז צו באשאפן זאכן וואס זאלן עוואלוון אין משך פון מילליאנען יארן איז פיל ווייניגער שרעקעדיג ווי א גאט וואס קען נאר באשאפן זאכן אין אן עולם קדמון.
ע"כ דברי רביה"ק, והקטן חולק.
תיקון טעות: ע״כ דברי החרדים, והקטן חולק, ורביה״ק אין לו דעה בענין.
איך מיין אז יעדע מאל עס פאסירט דא א שמועס פון עוואלוציע, איז עס נישט קיין דעבאטע פון צוויי זייטן, נאר צוויי גרופעס וואס רעדן זיך נישט צוזאם. מען קען אנקוקן יעדע זאך וואס מען זעט פון א אידישע פערספעקטיוו, פארוואס איז די בלעטל אראפגעפאלן פון בוים? ווייל דער באשעפער האט געוואלט באשיצן דעם ווערימעל. אדער קען מען עס אנקוקן פון א וויסנשאפטליכער פערספעקטיוו, פארוואס איז די בלעטל אראפגעפאלן פון בוים? ווייל די ערד האט א כח המושך.
די צוויי וועגן וואס מען קוקט עס אן איז נישט קיין קשיא איינס אויפן צווייטן, און נישט קיין ראי' איינס פארן צווייטן. עס קען זיין דער באשעפער מאכט די כח המושך, קען זיין אז נישט. אויב קומט איינער און פרעגט א קשיא אויף יו"ט ערליך, דו זינגסט אזוי שיין אז די בלעטל איז אראפגעפאלן ווייל דער בורא בכבודו ובעצמו האט אזוי געוואלט, איך ווייס דאך אז עס ארבעט מיט גראוויטי? ער רעדט דאך נישט צום דבר, קיינער רעדט נישט יעצט וויאזוי עס ארבעט, מען רעדט אז דער באשעפער פירט אזוי זיין וועלטעל. און אויב גייט איינער אריין צו א שיעור אין גראוויטי און פרעגט, פארוואס איז ענק אזוי שווער פארוואס די בלעטל פאלט אראפ, אזוי האט דער באשעפער געוואלט. ער רעדט דאך אויך נישט צום דבר, מען פראבירט יעצט צו פארשטיין וויאזוי עס ארבעט, נישט וואס די רצון ה' איז.
גארנישט אנדערש ווען עס קומט צום וועלטס היסטאריע. ווען איינער רעדט פון א אידישער פערספעקטיוו, און ער גלייבט אין בריאת העולם ווי עס שטייט אין בראשית, מאכט נישט קיין סענס צו זאגן אז א מענטש זעט אויס ווי א מאנקי און וועגן דעם מוז ער זיין זיין אייניקעל. דער באשעפער האט רואיג געקענט אזוי באשאפן דער וועלט, לייגן א וויירוס דארט ווי ער וויל, און יעדע זאך וואס שמעקט אים. (פארשטייט זיך איך מיין שמעקן אזויווי דער רמב"ם איז מסביר דעם באשעפער'ס פיזישע באגריפן).
פון די אנדערע זייט, ווען איינער פראבירט צו פארשטיין די וועלטס היסטאריע פון א וויסנשאפטליכער פערספעקטיוו, און ער פראבירט צו פארשטיין וואס איז געווען פארדעם אז עס איז געווארן וואס אונז זען יעצט, מאכט נישט קיין סענס צו זאגן אז דער באשעפער האט עס באשאפן. ער פארשטייט גארנישט מער מיט די אינפארמאציע וואס דו געבסט אים, נישט נאר ער ווייסט נישט וויאזוי דער וועלט איז געווארן, יעצט ווייסט ער אויך נישט וויאזוי דער באשעפער ארבעט.
הקטןעוולוציע (און ביג-בענק) איז שולל קדמות העולם.
קדמות העולם מיינט נישט אז אלעס איז אייביג געווען אזויווי יעצט, קדמות העולם מיינט אז אלעס פירט זיך א גאנצע צייט ע"פ טבע, יעדע סיבה האט א מסובב, פונקט ווי די ביג בענג טעאריע.
Re: שיעורים אקעגן עוואלושן פון החכם הרב אביגדור מיללער ז"ל
@ יעקב מעקסוועל אבער נאך ווי גיט געזאגט
Sent from my SM-N986U using Tapatalk
יעקב מעקסוועלהקטןעוולוציע (און ביג-בענק) איז שולל קדמות העולם.
קדמות העולם מיינט נישט אז אלעס איז אייביג געווען אזויווי יעצט, קדמות העולם מיינט אז אלעס פירט זיך א גאנצע צייט ע"פ טבע, יעדע סיבה האט א מסובב, פונקט ווי די ביג בענג טעאריע.
איז דאס שיטות אריסטו אדער זאל שוין זיין אופלטון ?!?
אין דיין קדמות
העולם איז געווען מקום אדער זמן, וואס טוט זיך וועגן שטערנעס, איז בכלל געווען חומר?
בנוגע וואס דו שרייבסט וועגן פרעספעקטיוו האב איך שוין אמאל געשריבן באריכותשיטת אריסטו. די נקודה איז איז אז יעדע תנועה האט א תנועה פון פארדעם, אלע חומר קומט פון חומר פון פארדעם.
ובכלל איז די בּיג בּענג נישט בעצם שולל קדמות - עס איז נישט שולל סייקליק מאדעלן (מכל וכל).
די ביג בענג איז נאר די נקודה אין צייט וואו ס׳האט זיך פארמירט די היינטיגע געזעצן פון פיזיקס (גראוויטי צ.ב.) וואס ס׳איז געווען פארדעם האבן אונז נאכנישט די כלים צו פארשן ווייל אונז זענען סטאק אין אונזערע פיזיקס, עפעס אזוי.
מי אניובכלל איז די בּיג בּענג נישט בעצם שולל קדמות - עס איז נישט שולל סייקליק מאדעלן (מכל וכל).
מען קען זיך דינגען אויב דאס הייסט קדמות - זיכער נישט אריסטו'ס קדמות
יא יא.
מען קען אפשר זאגן אז עפ״י די ערשטע, צווייטע, און פערטע דרכים וואס דער רמב״ם ברענגט אראפ אין מו״נ ח״ב פי״ד במה שהכריח אריסטו לזה קען עס בעצם אפשר מעמיס זיין אפילו בדבריו. והיינו, בדרך א׳ אז עס קען נישט זיין אז תנועה וזמן זאלן נתחדש ווערן לגמרי בלי תנועה וזמן הגורמים לה, ובדרך ב׳ אז אויף חומר איז בעצם די זעלבע פראבלעם. עפ״י די צוויי קען מען בעצם מעמיס זיין סייקליק מאדעלן בדבריו אז דאס הייסט נאך אלס זיין קדמות ווייל אויף עפעס א לעוועל איז דאך תנועה זמן וחומר אלס דא שמהם נתהוה די נעקסטע סייקל. ענליך איז לגבי די פערטע דרך פון נמנע, אפשרי, ומחוייב ע״ש. אולי.
די דריטע דרך זיינער לגבי תנועת הגלגלים שאין להם היפך וממילא הפסד, שטימט פארשטייט זיך נישט מיט זיין געדאנק פון קדמות לגבי די גלגלים. אבער מיט די פטאלעמישע קאסמאלאגישע מאדעל איז ער בסתם אזוי מופרך, בלי הדיון בקדמות.
יא, אין א רמב״ם קען מען מעמיס זיין בדבריו וואס דו ווילסט, וואס האט דען די רמב"ם פארשטאנען צי א שטיקל רמב"ם?
וואו אלט איז בכלל די סייקליק מאדעל טערי?
און וויפל סייענטיסטען האלטן היינט אזוי ?
איז דאס נאר פין איינשטיין אדער איז שוין דא אנדער פין פריער (אויסער די רמב"ם און אריסטו ) וואס ברענגען אזא טעאריע?
נאר דו מעגסט מעמיס זיין אינעם רמב״ם?
איך בין מעמיס בדברי אריסטו וואס דער רמב״ם ציטירט/פּערעפרעיזט. יחי ההבדל.
מיינענדיג, אז עפ״י אריסטו׳ס פארמולאציע על קדמות בעצם/גרידא (אָן זיין גרייזיגע קאסמאלאגישע מאדעל פון גלגלים וואס איז מופרך בלא זה) וואלט ער געקענט מסכים זיין מיט די סייקליק מאדעלן.
מי אניאיך בין מעמיס בדברי אריסטו וואס דער רמב״ם ציטירט/פּערעפרעיזט. יחי ההבדל.
פארשטייט זיך, און דאס זעלבסט איז אדער יא אדער ניין
יעקב מעקסוועל האט אויך א מהלך וואס ער איז מעמיס אין אריסטו, נו שוין
מה נעשה, איך קען נאר דעם אריסטו וואס דער רמב"ם פּערעפרעיזט - אדער גאר
ציטירטמיין שאלה: איז באקאנט אזאלעכע וואס האבן מעמיס געווען א "בורא עולמות ומחריבן" טעאריע איידער איינשטיין?
עס איז נישט קיין נפק"מ צי יא צי ניין. דו האסט געזאגט (טאקע אין איינגערינגעלט) אז "בּיג בּענג איז שולל קדמות העולם". אויף דעם איז די אנטווארט אז ס'איז נישט מוכרח אז דאס איז עס שולל [אפילו לפי אריסטו, טאמער נעמט מען ארויס זיין קאסמאלאגישע מאדעל וואס איז שוין ממילא מופרך געווען ע"י קאפּערניקוס ועוד נאך אסאך פאר'ן אויפקום פונעם בּיג בּענג טעאריע].
וממילא איז עוואלוציע טעקניקעלי אויך נישט קיין סתירה לזה - אין די סייקל זענען די פאראמעטערן, געזעצן, קאנדישאנס וכו' דערפון געווען אויסגעשטעלט אויף עיבּיאודזשענעסיס און עוואלוציע (אויף עכ"פ איינע פון די פלאנעטן).
בּיג בּענג האט געטוישט די קאנסענסעס איבער קדמות העולם, עס-וואו-נא-איט!
הקטןבּיג בּענג האט געטוישט די קאנסענסעס איבער קדמות העולם, עס-וואו-נא-איט!
פארוואס?
פאר דער ביג בענג איז דאך אויך עפעס געוועהן.