☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » פרשת בעלז תשמ"ב

פרשת בעלז תשמ"ב

269 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1247
בלאט: 1 2 3 4 5 6

איך אויך » דינסטאג מאי 15, 2018 8:04 pm

· #402764
ופשוט הוא.

קפה נמס » דינסטאג מאי 15, 2018 8:09 pm

· #402767
Re: פרשת בעלז תשמ"ב
ס'הייסט אז די קנאים זענען אויך געווען בייז פארוואס בעלזער רב ז"ל איז נישט געקומען וואוינען אין ירושלים. ווי אויך אז ער האט גענוצט די שחיטה (און סידור קידושין) פון די ארטיגע רב פון רבנות אין תל אביב.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג מאי 15, 2018 8:15 pm

· #402768
פארוואס זאלן זיי זיין בייז אז ער וואוינט נישט אין ירושלים? און פארוואס פונקט אויף איהם? כמעט אלע רביס האבן דאן געוואוינט אין תל אביב

קפה נמס » דינסטאג מאי 15, 2018 8:28 pm

· #402770
Re: פרשת בעלז תשמ
די אנדערע רבי'ס זענען ליידער געווען פארכאפט אין ציונות 😉 .
אויף בעלזער רב ז"ל האבן זיי נאך געהאט האפענונג אז ער גייט ווערן משלהם. און מסתמא פארדעם האט ער טאקע נישט געוואלט גיין קיין ירושלים על אף מ'האט אים דארטן צוגעגרייט א שיינע דירה.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מאי 15, 2018 8:40 pm

· #402772
Re: פרשת בעלז תשמ"ב
רביה''ק זי''ע
פארוואס זאלן זיי זיין בייז אז ער וואוינט נישט אין ירושלים? און פארוואס פונקט אויף איהם? כמעט אלע רביס האבן דאן געוואוינט אין תל אביב
פאר סידור קידושין, ביידעס מאל, האט ער גענוצט הרב הרצוג, דוכט זיך. זיין צווייטע ווייב איז טאקע א ירושלימ׳ער געווען. די דריטע ווייס איך נישט. ווי האט זי געוואוינט פאר׳ן חתונה?
פאר׳ן גט האט ער אויך נישט גענוצט דער עדה"ח.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

קפה נמס » דינסטאג מאי 15, 2018 8:49 pm

· #402778
ווער איז געווען די צווייטע ווייב?

רביה''ק זי''ע » דינסטאג מאי 15, 2018 8:53 pm

· #402779
קפה נמס
ווער איז געווען די צווייטע ווייב?

<a class="postlink" href="https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%90%D7%94%D7%A8%D7%9F_%D7%A8%D7%95%D7%A7%D7%97#%D7%A7%D7%95%D7%A8%D7%95%D7%AA_%D7%97%D7%99%D7%99%D7%95">https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%90%D7 ... 7%99%D7%95</a>
ס'האט טאקע נישט אנגעהאלטן צי לאנג.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מאי 15, 2018 9:18 pm

· #402781
Re: פרשת בעלז תשמ"ב
קפה נמס
ווער איז געווען די צווייטע ווייב?
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=336225#p336225

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

שמעון וואלף » מיטוואך מאי 16, 2018 1:27 am

· #402810
ליטוואק פון בודאפעסט
קפה נמס
ווער איז געווען די צווייטע ווייב?
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=336225#p336225

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אט איז א לינק וואס ארבעט

www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=336225#p336225

Gimpel » מיטוואך מאי 16, 2018 1:53 am

· #402816
ליטוואק בעלזער רב האט געניצט רב אונטרמן פאר סידור קידושין

רביה''ק זי''ע » מיטוואך מאי 16, 2018 2:16 am

· #402819
ווייל ער האט נישט געוואלט זיינע קינדער זאלן זיין ממזרים...

עיין ערך מרא דאתרא קרית יואל.

Gimpel » מיטוואך מאי 16, 2018 2:23 am

· #402821
זייט די מעשה מיט מונקאטש און בעלזא פלעגט בעלזא רב שטענדיג מכבד זיין מרא דאתרא

רביה''ק זי''ע » מיטוואך מאי 16, 2018 5:47 am

· #402827
ס'דארף צו זיי א דשאוק, אדער ערנסט?

Gimpel » מיטוואך מאי 16, 2018 9:35 am

· #402839
מיינסטו די וויץ אז רב אונטרמן איז מרא דאתרא

ארי נוהם » זונטאג יולי 15, 2018 7:53 pm

· #408793
קפה נמס
נקודת-אמת

ידוע (איך וועל פראבירן טרעפן א מקור מוסמך) אז ווען דער רב ז"ל איז אנגעקומען קיין ירושלים, האבן די נקיי הדעת ארויסגעקומען לקראתו און עם געזאגט, אז זיי ווילן זיך בייגן אונטערן מרות פון מרן-זצ"ל, אבער זיי האבן 2 תנאים, 1 ער זאל זיך אנטוהן די לבוש (וואס זיי האבן געהאט מיט געברענגט א מתנה פאר'ן רב), 2 ער זאל מיט גיין מיט די מערכה קעגן ציונים און די אגודה, ווי דער רוב אין עדה"ח האט באשלאסן,
דער רב האט גענומען די מתנה און האט זיי געענטפערט אז ער דארף קלערן וועגן דעם, און זיי זאלן צוריק-קומען שפעטער וועט ער זיי געבן א תשובה, ווען זיי זענען צוריק צו איהם, האט ער זיי געפרעגט וואסארא-טעם האט אזא סארט מקבל-מרות-זיין ווען מ'פאדערט תנאים פונעם רב? און האט זיך עפעס אויסגעדרוקט אז ער (דער רב-ז"ל) האלט נאך נישט אינגאנצן ביים מקבל מרות זיין פון זיי (די-ירושלים'ע נקיים מדעת...)
די ווייסען קאפטן האבן זיי איבערגעלזט פאר'ן רב, און ס'איז טאקע דא עפעס א בילד וואו מ'זעהט דעם רב אנגעטוהן מיט'ן קאפטן (דאכט-זיך די בילד איז פון מצות באקן)

ענליך פארציילט מען אויף די בריסקער רב זצ"ל אז ער האט זיי געפרעגט פארוואס זיי ווילן אים אויפנעמען אלץ רב, האבן זיי געזאגט ווייל זיי דארפן א "דעת תורה". האט זיי בריסקער רב געזאגט מיין "דעת תורה" איז ענק נאר גוט ווילאנג ס'איז אין איינקלאנג מיט ענקער דעת, די רגע איך זאג איין זאך אנדערש ווי ענק איז אויס "דעת תורה"...

עד שיבוא הכתוב השלישי...

אין מחנה חרדי גליון 1802, איז דא א לענגערע שמועס מיט ר' מיכל הלברשטאם, פון די גרעסטע לעגענדארע עסקנים לבית בעלז, און איז היינט צוטאגס דער בעלזע נציג אין עיריית ירושלים. דער שמועס ציט זיך בעיקר איבער די בעלזע פרשה פון זיך אפרייסן פונם עדה, וואס די זאכן זענען היבש באקאנט.

וואס האט מיר געצויגען איז געווען די פאלגענדע אינטערעסאנטע אנעקדאט וואס האט פאסירט ווען ר' מיכל מיטן לעגאנדארן גבאי ר' שמעון וואלף קליין, זענען געווען אין מאנטריאל צו שאפן געלט פארן ריזן שול א.א.וו. און זיי האבן אנגעשטאט א באזוך ביים מאנטריאלער רב הגאון ר' פנחס הירשפרונג. דאן האט ר' פנחס דערציילט די פאלגענדע עדות'שאפט:

במהלך השיחה סיפר הגר"פ כי לאחר פטירתו של ראב"ד ירושלים רבי פנחס אפשטיין זצ"ל, נשלח אליו מזכיר 'העדה' הרב יוסף שיינברגר בשליחות האדמו"ר מסטמאר כדי לבקשו כי יעלה לארץ ישראל וימלא את תפקיד ראב"ד ירושלים".

במהלך השיחה נראה היה כי הרב שיינברגר יחל לתהות על קנקנו ולבחון את ידיעותיו במכמני התורה. 'ואז', סיפר הגר"פ, 'הניח הרב שיינברגר את השאלה הבאה על השולחן: כיצד יפסוק מע"כ בעניין ההליכה לבחירות. עניתי לו בפשטות: ה'טשעבינער רב' כבר הורה להשתתף בבחירות, אם כן אפסוק כי יש להשתתף בבחירות'.

"הרב שיינברגר הופתע. 'עם פסיקה כזו לא יוכל מע"כ להתמנות לראב"ד ירושלים', אמר. הגר"פ לא התבלבל והשיב בזה הלשון: 'הסכת ושמע ר' יוסל, אתם יכולים להעניק שני דברים לרב העיר בירושלים: כאבי ראש והלוויה של 20 אלף איש. בשניהם אינני חפץ..."

קפה נמס » זונטאג יולי 15, 2018 9:41 pm

· #408804
Re: פרשת בעלז תשמ"ב
דאס איז א אלטע 'מחנה חרדי' אדער א היינטיגע? עס פאסט זיך עפעס נישט פאר די היינטיגע בעלז צו באשרייבן זייער מחלוקה אין א אפיציעלע צייטונג...

berlbalaguleh » זונטאג יולי 15, 2018 10:58 pm

· #408815
קפה נמס: וואסי...? זיי שעמען זיך...! איך געדענק גוט די גאנצע פרשה. די איבערקערעניש וואס ס'האטציך געטון דאמאלס אין גאנץ ניו יארק. אפשר איז עס געווען א ביסל איבערגעטריבן. אבער ס'איז געווען דברים בגו. ווייל סאטמאר, בימים ההם האט געוואלט איינטיילן פאר בעלז ווען צו קומען קיין ניו יארק. און ווען נישט צו קומען. ווייל די סאטמאר'ע געמיטער זענען לכאורה געווען צוהיצט ווייל בעלזא האט איבערגעלאזט די עדה החרדית. זיי האבן געמאכט אן אייגענע שחיטה און השגחה. ווייל די עדה האט זיי באהאנדלט ווי זיי וואלטן געוועהן זייערע שיק יונגלעך. און דער בעלזער רב זז"ג איז נאך דאמאלס געווען (לפי ערך) א יונגערמאן. און ער האטציך נישט געלאזט שפייען אין די קאשע. ר'האטציך נישט געלאזט זאגן קיין דיעות פון די סאטמאר'ע קהילה. האט ער זיי געוואלט ווייזן. אז דווקא וועט ער יא קומען ווען ער האלט אז ס'איז גוט פאר איהם...! און דער מעיאר בימים ההם איז געווען עד קאטש. וואס איז געווען גוט מיט יאנקל בראננער. ער האט אריינגערופן די ראשי הקהילה פון סאטמאר. ר' סענדער דייטש און אנדערע הויכע מענטשן. און זיי אנגעווארנט אויף די היימישע אידישע שפראך. אז אויב עפעס וועט געשעהן צו דעם בעלזער רב וועט ער זיך פערזענליך נעמען צו זייערע ביינער. און ער וועט אפשטעללן אלע זייערע פראגראמען...! אן תירוצים , כדרכם. אז ס'נישט געווען זיי . נאר א פאר נארישע, ווילדע בחורים...!

כספי » מאנטאג פעברואר 19, 2024 11:57 pm

· #550487
Re:
רביה''ק זי''ע #
ס'איז נישט קיין שום שאלה אז בעלזא היינט איז אנדערש פון אמאל, ווי א מאכנובקער האט מיר עס אמאל מגדיר געווען, "ס'דא בעלזא פאר תרפ"ז, און ס'דא בעלזא נאך תרפ"ז", דאס זענען צוויי אנדערע עולמות. און די רב האט אליינס געזאגט נאך בחייו פון זיין טאטע אז לגבי די אגודה האלט ער אנדערש פון זיין טאטע. און ער האט אויך געטוישט נאכ'ן קומען קיין ארץ ישראל ווייל ער האט 'איינגעזען דעם אמת', כלשונו. אבער לגבי דער ענין פון קנאות האט די רב קלאר געזאגט אז ער האט עס נישט געזען ביים טאטן.
דאס איז שוין א חידוש ווייל ווי איך פארשטיי פון דיין שרייבעריי אין דעם אשכול, און אזוי האב איך אויך פארשטאנען פון א מאחניווקער חסיד, איז נישטא קיין סאך מקורות אז דער פריערדיגער רב האט געהאלטן קעגן אגודה (אויסער סאטמער רב), נאר אזוי ווי דו ברענגסט פון איטשע מאיר אז איינער דארף זיין אינדרויסן, נאר די בעלזער יושבים וואס זענען געווען באוואוסט אין זייער פרומקייט און כאניאקישקייט, זיי האבן געפירט גאר א גרויסן מלחמה אקעגן די אגודה, זעענדיג אין דעם (און לכאו' בצדק) שפיץ מאדערנקייט, אנגעפאנגען ביי די געדאנק קומט פון דייטשע אידן, און בכלל א מסודר'דיגע ארגענעזאציע מיט פראטאקאלן וכו' (יענע צייט איז דאך געווען די צייט פון גרופס און אגודות, אנגעפאנגען ביי די גוים ווי קאמוניזם נאציזם וכו', און אזוי אויך ביי די אידן ציוניזם יישוביסטן וכדו', אז פרומע אידן זאלן אויך מאכן אזא אגודה איז פשוט נאכגעטאנצן די גאס, כמובן).

אבער דא זאגסטו אז דער רב האט אליין געזאגט נאך בחייו פונעם פריערדיגן רב אז ער האלט אנדערש פון זיין טאטע וועגן אגודה, סאו וואס האט ער געמיינט, די חלק פון שטיין אינדרויסן? נישט מסתבר, להזכירך ביזן קריג איז דער רב נישט אריין אין די אגודה (ס'דא וואס זאגן – אפי' בעלזער - אז נאכן קריג אויך נישט, נאר געהייסן שטימען, אבער נישט געווארן א חלק פון די אגודה).

פארשטייט זיך אז אין סאטמער איז יא דא מעשיות פונעם פריערדיגן רב אקעגן אגודה

כספי » דינסטאג פעברואר 20, 2024 12:03 am

· #550489
Re: פרשת בעלז תשמ
קפה נמס #
ס'הייסט אז די קנאים זענען אויך געווען בייז פארוואס בעלזער רב ז"ל איז נישט געקומען וואוינען אין ירושלים. ווי אויך אז ער האט גענוצט די שחיטה (און סידור קידושין) פון די ארטיגע רב פון רבנות אין תל אביב.
נישט געהערט, אבער אויב יא, איז עס א גרויסע מיסטעיק, וויבאלד ווען די אלע רבי'ס און רב'עלעך קומען נישט וואוינען אין ירושלים, וואלט היינט לכאו' כלל ישראל שענער אויסגעזען, כידוע וכמובן (און ווי אין מונקאטש) א רבי אין א שטאט ווי ס'איז דא א רב און א בי"ד איז א רעסעפי פאר א דיזעסטער, בפרט ווען דער רבי האלט זיך נישט ביים צושטעלן צו דער רב און זיין בי"ד, ווען די אלע רבי'ס וואלטן געגאנגען וואוינען אין א צווייטע שטאט, וואלט מען לכאו' געקענט איינשפארן גאר אסאך מחלוקת'ן ביי כלל ישראל די לעצטע אכציג יאר.

ובמאמר המוסגר: ווי שיין וואלט געווען היינטיגע צייטן ווען יעדער איד וואס דרייט זיך אין ירושלים שבת גייט מיטן הערליכן גאלדענעם קאפטן! ס'וואלט געווען געשעפטן צו פארדינגען קאפטענעס פאר שבת, פאר יעדער איד וואס קומט קיין ירושלים, אה! די ירושלימ'ער לבוש.

מענין לענין שלא באותו ענין (ס'האט גארנישט מיט די רבי'ס אין ירושלים), די זעלבע זאך שטעל דיך פאר ווען די ירושלימ'ער און די ארץ ישראל'דיגע רייסן ווען קריעה יעדע מאל (אדער יעדע דרייסיג טעג) זיי זעהן ירושלים אדער די מקום המקדש החרבה, כסדר וואלט מען געזען יודן מיט געריסענע רעקלעך זיך דרייען אין ירושלים, די אבילות וואלט ארויסגעשריגן פון יעדן ווינקל
בלאט: 1 2 3 4 5 6