☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » פרשת בעלז תשמ"ב

פרשת בעלז תשמ"ב

269 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1247
בלאט: 1 2 3 4 5 6

רביה''ק זי''ע » זונטאג מאי 13, 2018 8:39 pm

· #402453
איסר האטלקי

ווער האט געהאלטן אז ס'נישט קיין פראבלעם?
אויסער סאטמארע רב און חב"ד, ברענג מיך נאך צוויי
איסר האטלקי
ס'איז א מחלוקת הראשונים ויש לחשוש.
וועלכע ראשונים?

איסר האטלקי
לערן אביסל היסטאריע.
וואו זאל איך קוקן?

איך אויך » זונטאג מאי 13, 2018 8:39 pm

· #402454
ביסודו ביסטו גערעכט אז 'קהילת סאטמאר' איז מעולם געפירט געווארן דורעך גאר נידריגע עלעמענטן און עקלהאפטיגע פעולות. אבער דאך איז דער הייליגער סאקמארער רב געווען מער ווי סתם א לץ, נאר ליידער געווען משוגע לאותו דבר און צאמגערעדט הויפענס שטותים וזיופים אויף אלע גדולי ישראל בכל הדורות.

רביה''ק זי''ע » זונטאג מאי 13, 2018 8:39 pm

· #402455
איסר האטלקי
אפשר רעדטסטו פון נאכן קריג. איידערן קריג האט קיינער נישט געשטיצט אזא רעיון.

דארפסט אביסל איבערחזרן ויואל משה, דו הייבסט אן צו פארגעסן.

איסר האטלקי » זונטאג מאי 13, 2018 8:45 pm

· #402458
פארן קריג מיין איך ביים ארויפברענגען דעם געדאנק פון ארץ ישראל. סוף תר''צ'ס. כ'געדענק נישט פונקטליך וועלכע יאר. ביז דאן האט מען עס נישט געשטיצט. ויואל משה האב איך נישט געלערנט. כ'האב געליינט גענוג ביכער פון יענע תקופות.

איך אויך » זונטאג מאי 13, 2018 8:47 pm

· #402459
תנועת חיבת ציון הייבט זיך אן ביי דיר סוף תרצ'ס און דו שיקסט דעם רבין לערנען היסטאריע??

רביה''ק זי''ע » זונטאג מאי 13, 2018 8:47 pm

· #402460
ביי די דריטע כנסייה פון אגודת ישראל האט מען מחליט געווען אז דער עולם דארף ארויפקומען אויף ארץ ישראל און מ'טאר נישט מוותר זיין אויף די גבולות הארץ. אזוי שטייט אין ויואל משה און אין וויקיפדיה.

איסר האטלקי » זונטאג מאי 13, 2018 8:48 pm

· #402461
איך אויך
ביסודו ביסטו גערעכט אז 'קהילת סאטמאר' איז מעולם געפירט געווארן דורעך גאר נידריגע עלעמענטן און עקלהאפטיגע פעולות. אבער דאך איז דער הייליגער סאקמארער רב געווען מער ווי סתם א לץ, נאר ליידער געווען משוגע לאותו דבר און צאמגערעדט הויפענס שטותים וזיופים אויף אלע גדולי ישראל בכל הדורות.

אלעס אמת, 'זיופים' האב איך נישט געטראפן.

רביה''ק זי''ע » זונטאג מאי 13, 2018 8:49 pm

· #402462
און איך האב יא געטראפן, ולא ראינו אינו ראיה.

איסר האטלקי » זונטאג מאי 13, 2018 8:49 pm

· #402463
רביה''ק זי''ע
ביי די דריטע כנסייה פון אגודת ישראל האט מען מחליט געווען אז דער עולם דארף ארויפקומען אויף ארץ ישראל און מ'טאר נישט מוותר זיין אויף די גבולות הארץ. אזוי שטייט אין ויואל משה און אין וויקיפדיה.

כמו שכתבתי לעיל.

נאכאלץ ווייט פון די צייטן פון מהרי''ד מבעלזא.

יין שרף » זונטאג מאי 13, 2018 8:51 pm

· #402464
איסר האטלקי

לגבי וואס מיינט אנטי ציוני, פריקת עול אדער שלש שבועות, דעמאלטס איז מען געווען קעגן דעם רעיון הציוני, נישט וואוסנדיג וואס דער פלאן וועט זיין. ס'געווען פארשידענע פלענער מיט איין ציל צו פארמאגן אן אייגן לאנד, בלויז פוריק עול האבן עס געשטיצט. קיין איין רב האט עס נישט געשטיצט

נישט אמת. די אם הבנים שמחה ברענגט א ליסטע פון וועלט בארימטע רבנים, וואס האבן יא אזוי געהאלטן. ווי אויך סתם אזוי מיטארבעטן מיט די פרייע לטובת ארץ ישראל, ווי די חובבי ציון.

איך אויך » זונטאג מאי 13, 2018 8:53 pm

· #402465
איסר האטלקי
איך אויך
ביסודו ביסטו גערעכט אז 'קהילת סאטמאר' איז מעולם געפירט געווארן דורעך גאר נידריגע עלעמענטן און עקלהאפטיגע פעולות. אבער דאך איז דער הייליגער סאקמארער רב געווען מער ווי סתם א לץ, נאר ליידער געווען משוגע לאותו דבר און צאמגערעדט הויפענס שטותים וזיופים אויף אלע גדולי ישראל בכל הדורות.

אלעס אמת, 'זיופים' האב איך נישט געטראפן.

עס זענען דא עטליכע ספרים וואס ווייזן אויף שקרים וזיופים ממש בלאט נאך בלאט.(אזש אז געוויסע האלטן היינט אז מען מוז זאגן די גאנצע ספר איז איין גרויסע האוקס און עס קען בשו''א נישט זיין אז דער רבי ז''ל זאל אזוינע שטותים שרייבן)

אבער כ'זעה דאך אז דו ביסט באמת א תינוק שנשבה וואס ווייסט נישט בחייכון וביומיכון די אמת'דיגע היסטארישע פאקטן.

איסר האטלקי » זונטאג מאי 13, 2018 8:55 pm

· #402466
ווער זענען די געווויסע וואס האלטן אזוי? אז ס'איז אמת'דיגע היסטארישע פאקטן ברענג זיי ארויף.

איסר האטלקי » זונטאג מאי 13, 2018 8:56 pm

· #402467
יין שרף
איסר האטלקי

לגבי וואס מיינט אנטי ציוני, פריקת עול אדער שלש שבועות, דעמאלטס איז מען געווען קעגן דעם רעיון הציוני, נישט וואוסנדיג וואס דער פלאן וועט זיין. ס'געווען פארשידענע פלענער מיט איין ציל צו פארמאגן אן אייגן לאנד, בלויז פוריק עול האבן עס געשטיצט. קיין איין רב האט עס נישט געשטיצט

נישט אמת. די אם הבנים שמחה ברענגט א ליסטע פון וועלט בארימטע רבנים, וואס האבן יא אזוי געהאלטן. ווי אויך סתם אזוי מיטארבעטן מיט די פרייע לטובת ארץ ישראל, ווי די חובבי ציון.

וועלט בארימטע רבנים? עירמאנט און בארשא זענען אויך וועלט בארימט. ברענג נעמען.

רביה''ק זי''ע » זונטאג מאי 13, 2018 8:57 pm

· #402468
איסר האטלקי

כמו שכתבתי לעיל.

נאכאלץ ווייט פון די צייטן פון מהרי''ד מבעלזא.[/quote]
דאס איז פארגעקומען אום י' באלול ה'תרצ"ז, עלף יאר פאר די מדינה.

רביה''ק זי''ע » זונטאג מאי 13, 2018 8:59 pm

· #402470
איסר האטלקי
ווער זענען די געווויסע וואס האלטן אזוי? אז ס'איז אמת'דיגע היסטארישע פאקטן ברענג זיי ארויף.

ר' בנימין מענדלזאהן, קוממיותע רב.

איסר האטלקי » זונטאג מאי 13, 2018 9:00 pm

· #402471
כמו שכתבתי לעיל, סוף שנות תר''צ.

למעשה, וואס האט סערט געזאגט אויף מהרי''ד מבעלזא?

רביה''ק זי''ע » זונטאג מאי 13, 2018 9:03 pm

· #402472
איסר האטלקי

וועלט בארימטע רבנים? עירמאנט און בארשא זענען אויך וועלט בארימט. ברענג נעמען.

קענסט אליין נאכקוקן אויב ס'אינטערעסירט דיך באמת. <a class="postlink" href="http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=53692&pgnum=1">http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 92&pgnum=1</a>

בד"ו, איך זעה נישט קיין שום סיבה פארוואס מ'זאל זיין קעגן דעם.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מאי 13, 2018 9:05 pm

· #402473
Re: פרשת בעלז תשמ"ב
די גאליציאנער האבען גערעדט זייער ברייט קעגען ישוב א"י, קעגען סיי וועלכע פרואוו צו מאכען א ישוב אין א"י. זיי האבען געשאלטען ׳קאלאניסטען׳ און גערעדט כל מיני שרעקליכע אויסדרוקען אויף א"י ׳ארץ איז דארט, ישראל איז דא׳, וכדו׳. זיי האבען אנגעקוקט אלע וואס האבען די מידנעסטע שייכות מיט דאס אויפבוי פון א"י אלס כופרים ופוקרים, און נישט פאנאנדערגעטיילט צווישען מענטשען.
איי, וועסטו פרעגען, וואס איז מיט רמבעה"נ? דאס קענסטו אליינס ענטפערען.....

די רוסישע רבנים און גדולים האבען כמעט אלע געשטיצט דער חבת ציון און דאס אויפבויען די לאנד אין א"י. נישט קעגען די גויישע רעגירונגען, פארשטייט זיך. אפילו הרב קוק האט דערמאנט אז מ׳זאל זיך נישט רייצען מיט די גוים. אבער זיי האבען גערעדט זייער פאזיטיוו דערוועגען. איך געדענק פון אפילו שפעטערע יארען, ווי ר׳ אלחנן וואסערמאן, דער גרויסע קנאי, רעדט פון דער געוואלדיגקייט פון בויען א אידישע לאנד. אבער נאר א אידישע, נישט מיט פרייע אידען און פרייע שטרעבונגען.

ווען מ׳טראכט אויבערפלעכליך, קען מען זאגען אז ׳אלע זענען געווען קעגען׳. אז מ׳זעט די פרטים פון די התנגדות, איז בכלל נישט געווען קיין פאראייניגטע שיטה.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

איסר האטלקי » זונטאג מאי 13, 2018 9:06 pm

· #402474
רביה''ק זי''ע
איסר האטלקי
ווער זענען די געווויסע וואס האלטן אזוי? אז ס'איז אמת'דיגע היסטארישע פאקטן ברענג זיי ארויף.

ר' בנימין מענדלזאהן, קוממיותע רב.

ער האט געהאט א תשובה צו ענטפערן אויף קלייניקייטן. ער האט זיך געפירט בשיטת הרב מסאטמאר אין יעדע ענין. מוסדות על טהרת הקודש. נישט געגאנגען צו בחירות - טראץ וואס ער איז געווען א גורער... ער האט געשיקט א בריוו מיט עטליכע קשיות אויף וואס דער ויואל משה האט שיין געענטפערט.

רביה''ק זי''ע » זונטאג מאי 13, 2018 9:07 pm

· #402475
ליטוואק פון בודאפעסט
די גאליציאנער האבען גערעדט זייער ברייט קעגען ישוב א"י, קעגען סיי וועלכע פרואוו צו מאכען א ישוב אין א"י.

און ווען בעלזע רב איז ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל האט ער כמה פעמים געזאגט אז 'מ'האט אונז פארנארט' און 'יעצט זעה איך אז אין ארץ ישראל זענען אויך דא ערליכע אידן'.

רביה''ק זי''ע » זונטאג מאי 13, 2018 9:08 pm

· #402476
איסר האטלקי

ר' בנימין מענדלזאהן, קוממיותע רב האט געהאט א תשובה צו ענטפערן אויף קלייניקייטן. ער האט זיך געפירט בשיטת הרב מסאטמאר אין יעדע ענין. מוסדות על טהרת הקודש. נישט געגאנגען צו בחירות - טראץ וואס ער איז געווען א גורער... ער האט געשיקט א בריוו מיט עטליכע קשיות אויף וואס דער ויואל משה האט שיין געענטפערט.
מקור.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מאי 13, 2018 9:13 pm

· #402477
Re: פרשת בעלז תשמ"ב
וואס קלייניקייטען? ער ווייזט אויף קליפ און קלאר אז מ׳מוז גייען אין בחירות. דער ויואל משה האט נישט פארענטפערט אויף זיין טענות כלל וכלל. ער ווייזט דארט אויף אז דוקא אן אונגארישער, מיט די אונגארישער מסורה, מוז זיין דער ערשטע צו גייען אין בחירות, אזוי ווי ביים קאנגרעס אין פעסט, ווי אלע זענען געגאנגען אין בחירות, וויסענדיג אז מ׳גייט זיצען מיט פוקרים.

מנהלים, מ׳קען אריבער פיהרען די תגובות צו ׳מהו ציונות׳ אשכול?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

שבת אחים » זונטאג מאי 13, 2018 9:15 pm

· #402479
newkave
שבת אחים
אינטערסאנט די סערטער איז דאך געוועהן א איידעם ביי הרה״ק ר׳ ישכר דב בעלזער וואס איז געוועהן א אויסגעשפראכענער אנטי-ציוני. זעהט אויס אז דאס קנאות האט זיך נישט אנגעקלעבט אין אים. בעלזא איז דאן געוועהן ווי סאטמאר איז היינט. פרום און כאניאקיש געשטימט. ר׳ יואליש אליינס האט זיך געהאלטן פאר א שטיקל בעלזער חסיד.

ווידער וויזניץ אינדערהיים איז געוועהן מעהר ענדליך צו די היינטיגע חב״ד ווי מהאט יעדעם אנגענומען.


דו האסט א גרויסן טעות.
בעלז אינדערהיים, איז געווען פרום, און אזוי אויך יעדער איינציגסטען חסידות, און פוילן, גאליציע, רוסלאנד, און אוקריינא.
אונגארן איז געווען מאדערן און בעיקר פראסטע מענטשן.

סאטמאר איז נישט פרום און חניאקיש.
דו קענסט אסאך סאטמארער וואס האבן מורא צו:

רעדן לשון הרע?
הערן און מקבל זיין לשון הרע?
רכילות?
גנבנ'ן?
און אזוי ווייטער?

דו שעמסט זיך נישט צוצוגלייכן די פארצייטישע ערליכע חסידים, צו די היינטיגע סאטמארער אויסווארפן?
וואלט רבי מרדכי חנא געטון אזא מעשה נבילה ווי דאס וואס דער נידריגע אונגארישע טירנויער האט געטון?!?!

מיינסטו טאקע אז סאטמאר איז פרום?

פארשטייט זיך אז ס'איז נישט זייער שולד אינגאנצן, היות זיי האבן געהאט א רעבא זיך צו לערנען פון, וויאזוי צו בא'עולה'ן מענטשן, צו'גאנבנ'ן רעביסטוועס, בארעדן מענטשן רעכטס און לינקס, בלויז צוליב דעם וואס דר' קאסטנער ז''ל האט עם געראטעוועט...

זיי זענען נישט פרום. זיי האבן געמאכט אן אייגענעם תורה ל''ע.
אונזערע רבי'ס פון אמאל האבן זיך נישט געזעטיגט די גשמיות'דיגע תאוות מיט ארויפציען שטרימפ אויף די האנט.

קען זיין ער איז געווען קלוג, און אפשר אויך א גוטע לץ, אבער זהו.
מאך נישט אוועק אונזערע רביס פון אמאל, דורכן צוגליייכן צום ארשיווע-קראלי -סאקמיר רעבי (ווי נאך האט ער ארויסגעשטופט רבנים?)


דו מאכסט א גרויסע קוגל פון אסאך זאכן.

כהאב נישט קיין נערווען צו ענטפערן אויף אלע נערישע גערעדאכץ. ווי למשל איך האב קיינמאל נישט צוגעגליכן הרה״צ ר׳ מרדכי חנא פוקס צו יענקל ברוך טירנויער.

וואס איך האב געזאגט איז אז בעלזא איז געוועהן די פרומע שוואנצ׳נישע חסידות אזויווי סאטמאר איז היינט. אמת! בעלזא האט אויך געהאט אזעלכע מעהר מאדערענע אונגארישע אויבערלענדער, אבער רובא דרובא- די סמעטענע פון בעלזא האט אויסגעקוקט (פון אינדורסען זיכער) ווי די היינטיגע סאטמאר.

איך בין גראדע א אייניקל פון בעלזער אויבערלאנדישע חסידים. מיין טאטעס מאמע׳ס משפחה קומען פון צעלדמעק א שטאט 10 מינוט פון פאפא זיי זענען געוועהן א רבנישע משפחה, אייניקלעך פון ר׳ שמעלקע סעלישער זצ״ל. מיין באבע ע״ה פלעגט פארציילן אז אויפן וועג קיין אושוויץ איז זי געוועהן אכצן יאהר אלט און זי האט געהאלטן אויף איר שויס איר ניכטע (איר שוועסטערס טאכטער) וואס איז געוועהן ניין יאהר אלט. די באן איז געוועהן אנגעשטאפט מיט אידן און מהאט קוים געקענט אטעמען. אינמיטן פרעגט די קליינע מיידלע פון מיין באבע ״איז עס נאכאלץ אמת אז די בעלזער רב איז די צדיק הדור?״ מיין באבע האט איר גענטפערט, זיכער! ווען מאיז אנגעקומען אויף די שורה צו ווערן פארמשפט, האט ד״ר מענגלע ימ״ש געפרעגט מיין באבע צו דאס איז איר קינד? האט זי גענטפערט אז סאיז איר שוועסטערס. האט ער געהייסן אז מזאל געבן דאס קינד פאר די מאמע, און ער האט זיי ליידער ביידע פארשיקט צו די גאז קאמערן. און מיין באבע מיט איין שוועסטער האבן דורכגעלעבט.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מאי 13, 2018 9:19 pm

· #402482
Re: פרשת בעלז תשמ"ב
ביסט ר׳ שמעלקע סעלישער׳ס אן אייניקעל? ער האט אן אייניקעל א באקאנטע אין א׳י, כידוע.

אין לעיקוואד איז פארהאנען א וועד נכדי ר׳ שמעלקא סעלישער, אפשר שרייבזשע זיך איין. (איך בין נישט קיין אייניקעל)

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

רביה''ק זי''ע » זונטאג מאי 13, 2018 9:23 pm

· #402483
איסר האטלקי
כמו שכתבתי לעיל, סוף שנות תר''צ.

למעשה, וואס האט סערט געזאגט אויף מהרי''ד מבעלזא?

פרעג שבת אחים וואו איז די סעיף וואו זיין ספר ליגט באהאלטן, אפשר קענסטו אהינגיין קיין חיפה כאפן א בליק.

שבת אחים » זונטאג מאי 13, 2018 9:24 pm

· #402484
ליטוואק פון בודאפעסט
ביסט ר׳ שמעלקע סעלישער׳ס אן אייניקעל? ער האט אן אייניקעל א באקאנטע אין א׳י, כידוע.

אין לעיקוואד איז פארהאנען א וועד נכדי ר׳ שמעלקא סעלישער, אפשר שרייבזשע זיך איין. (איך בין נישט קיין אייניקעל)

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


יא איך בין די זעקסטע דור.

א וועד פון וואס?

מיינסט מיין קאזין יאיר לפיד?

איך אויך » זונטאג מאי 13, 2018 9:32 pm

· #402485
ליטוויקל, איך ווער יעדעס מאל ערשטוינט פון דיין ע''הדיגע מנהג פון שיסן טראציגע ברייטע סטעיעטמענטס אין זאכן וואס דו האסט נישט קיין בלאסן אהנונג.

דו ווייסט וויפיל כבוד מען האט אפגעגעבן אין בעלזא, צאנז אדער טשארטקוב פאר א ארץ ישראלדיגע איד? וויפיל מען האט זיך געטשאשטקעט אין גאליציע מיט א ארץ ישראל אתרוג אדער שמן זית?

וואס האט עס מיט די פרייע קאלאניסטן? דו ווייסט אפשר וויפיל פולישע רבנים און גדולים האבען געשטיצט די פרומע קאלאניסטן? אדער וויפיל עפרות זהב אלע בעלזער, און אלע גליציאנער רביס האבען געשיקט קיין ארץ ישראל (גארנישט מיט רמבעה''נ צוטוהן).

נאר ווי האט דער הייליגער מהר''א מבעלזא געענטפערט פאר די מזרחי פארשטייער ווען זיי זענען געקומען עם 'אויסמוסערן' פארוואס ער האט נישט געהייסן זיינע חסידים עולה זיין? ''ווי האב איך געקענט הייסן מיינע יונגעלייט ארויף פארען ווען איך האב געזעהן די שליחים וואס עטץ האטץ אהין געשיקט''. אבער פרומע ערליכע אידן אין א''י האט מען זיכער געשטיצט מיט וואס מען האט נאר געקענט.

newkave » זונטאג מאי 13, 2018 9:35 pm

· #402486
@שבת אחים, רוב סאטמארער טראגן א טשאלנט טאפ, וואס איז נישט קיין חסידיש לבוש (מעיקרא).

דער סאקמירער האבן די צייטונגען, און נאכן אריינבאכן אז פארצן מיינט זיין חניאקיש, רעדסטו זיך איין אז אזוי איז עס.

פרעג זיך נאך וואס אמת'ע פרומע און חניאקיש מיינט.

רביה''ק זי''ע » זונטאג מאי 13, 2018 9:46 pm

· #402487
newkave
רוב סאטמארער טראגן א טשאלנט טאפ, וואס איז נישט קיין חסידיש לבוש (מעיקרא).

דערמאנסט מיך, כ'האב געליינט רעבעצין העסא'ס בוך וואו זי לייגט אראפ עפעס א חתונה פון איר משפחה. שטייט דארט אז ס'געקומען אלע סארטן אידן, אויך מאדערנע אידן מיט שטאפענע הוטן. ס'געווען איינע פון די סופרייזעס פון מיין לעבן.

שבת אחים » זונטאג מאי 13, 2018 10:14 pm

· #402489
newkave
@שבת אחים, רוב סאטמארער טראגן א טשאלנט טאפ, וואס איז נישט קיין חסידיש לבוש (מעיקרא).

דער סאקמירער האבן די צייטונגען, און נאכן אריינבאכן אז פארצן מיינט זיין חניאקיש, רעדסטו זיך איין אז אזוי איז עס.

פרעג זיך נאך וואס אמת'ע פרומע און חניאקיש מיינט.


גערעכט סאטמאר באשטייט פון צוויי מינים. די מעהר עקסטרעימע ׳ברייטע הוטן׳ און די בעלאבאטישע ׳שטאפן בוטן׳ איך רעדט פון די מעהר פרומערע. אמאל האט זיך אזא איינער געטראפן דאס פלאץ אין בעלזא, היינט (זינט די צווייטע וועלט קריג) וועט אזא איינער גייען ענדערש קיין סאטמאר. דאס מיינט נאכנישט אז די ״גאנצע חסידות״ איז געוועהן חאניאקיש. נאר אז א חאניאק האט אמאל באלאנגט אין בעלזא און היינט באלאנגט ער אין סאטמאר. שטייצעך אז סיי היינטיגע סאטמאר און סיי אמאליגע בעלזא זענען געוועהן ״פארשידנע גרינצייגן״ די פארפרומטע חאניאקישע יושבים זענען נישט געקומען קיין וויזניץ אדער צו אן אנדערן חסידות נאר א פרומאק האט געקלעבט צו בעלזא.

שבת אחים » זונטאג מאי 13, 2018 10:24 pm

· #402491
רביה''ק זי''ע
איסר האטלקי
כמו שכתבתי לעיל, סוף שנות תר''צ.

למעשה, וואס האט סערט געזאגט אויף מהרי''ד מבעלזא?

פרעג שבת אחים וואו איז די סעיף וואו זיין ספר ליגט באהאלטן, אפשר קענסטו אהינגיין קיין חיפה כאפן א בליק.


איך האב קיינמאל נישט געהערט אז דער סערטער זצ״ל זאל קלעימען אז זיין ערשטע שווער הרה״ק ר׳ ישכר דב בעלזער זאל נישט זיין קיין אנטי-ציוני. סקען זיין אז ער האט עס טאקע געזאגט. איך ווייס נישט דערפון און איך גלייב עס נאכנישט אזוי שנעל. סאיז ידוע לכל אז אלע פרומע רבנים אינדערהיים זענען שטארק געוועהן קעגן די רעיון הציוני, ספעציעל ר׳ ישכר דב בעלזער. דער אהבת ישראל מיט די אמרי חיים זענען אויך געוועהן קעגן די ציונים אפילו זיי זענען געוועהן אגודיסטן. זיי האבן אינטערגעשריבן צוזאמען מיט סאטמארער רב אויף אלע קול קורא׳ס קעגן די ציונים און זיינע שטיצער. נאר וואס דען איינמאל די מדינה איז שוין געשטאנען האט הרה״ק ר׳ חיים מאיר׳ל געהאלטן אז די בעסטע וועג פאר די פרומע אידן איז צוהאבן אייגענע מאנדאטן אין כנסת און פרובירן די בעסטע וואס זיי קענען ארויסנעמען פאר די פרומע געמיינדע ווי איידער שרייען פון אינדורסען ווי די סאטמארע שיטה. אבער קיין ציוניסט איז ר׳ חיים מאירל נישט געוועהן. ווידער דער מקור ברוך זעהט זיך אויס אז יא. ר׳ יואליש האט דאך גוט מבחין געוועהן צווישן די צוויי איינער א אגודיסט און איינער א ציוניסט...

רביה''ק זי''ע » זונטאג מאי 13, 2018 10:27 pm

· #402492
שבת אחים
סאיז ידוע לכל אז אלע פרומע רבנים אינדערהיים זענען שטארק געוועהן קעגן די רעיון הציוני

זיי זענען געווען קעגן פריקות עול התורה והמצוות, נישט קעגן ציונות בעצם. אדרבה די אגודת ישראל האט עס אפן געשטיצט.

רביה''ק זי''ע » זונטאג מאי 13, 2018 10:37 pm

· #402494
איסר האטלקי
פארן קריג מיין איך ביים ארויפברענגען דעם געדאנק פון ארץ ישראל. סוף תר''צ'ס. כ'געדענק נישט פונקטליך וועלכע יאר.

אה, סא מ'האט עס יא געשטיצט, אונז האלטן שוין אויף א וועג.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מאי 13, 2018 10:51 pm

· #402496
Re: פרשת בעלז תשמ"ב
הרב איך אויך, אז דו פארשטייסט נישט דער רמז, וועט מען דיר זאגען קלארער.

די עפרות תבל וואס מ׳האט צוזאם געשטעלט פאר קופת רמבעה"נ, זענען אריבער צענדליגע מעשרות איידער די שיריים זענען אנגעקומען קיין א"י. פאר דעם האט זיך אנגעהאלטען דער ביזנעס, און מ׳האט מכבד געווען דער ארץ ישראל׳דיגע איד וואס האט ערמעגליכט דער אפאראט. אבער מענטשען האט מען נישט געשיקט פון גאליציא קיין א"י. ווען א איד פון רוסלאנד\ליטא איז געפארען קיין א"י, האט גאנץ שטאט איהם באגלייט ביז צום נעקסטען שטאט. מ׳האט געלעבט מיט א שטרעבונג צו גייען וואוינען אין א"י. אין גאליציע האט מען דער מענטש פראבירט צוריק צו האלטען . עס האט גארנישט מיט פרייע קאלאניסטען, עס האט מיט עקסטרעמיזם אין דער געביט.

אגב, דער מימרא ׳דארט איז ארץ, דא איז ישראל׳, שטאמען פון שיניעווער רב.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

איך אויך » זונטאג מאי 13, 2018 11:06 pm

· #402498
זאגסטו אז אין בעלזא פלעגט מען מתפלל זיין ותחזינו עינינו בשובך לראמעניע ברחמים. אינטרעסאנט כ'האב קיינמאל נישט געהערט דערפון.

רביה''ק זי''ע » זונטאג מאי 13, 2018 11:41 pm

· #402504
איך בין אלץ אויפגעוואקסן וויסנדיג אז אין בעלזא פלעגט מען באהאלטן די מסכתא פון דף היומי. כ'האב אמאל געפרעגט א מאכנובקער דערוועגן, זאגט ער מיר אז ער האט קיינמאל נישט געהערט דערפון. ס'איז מיר געווען א פלא, ווייל אויב אין בעלזא ווייסט מען נישט פון אזעלכע זאכן מיינט עס אז בפשטות איז עס נישט אמת, אבער ס'לייגט זיך נישט אויפ'ן שכל אז די סאטמארע זאלן סתם אויפבאקן אזעלכע מעשיות. ביז איינער האט מיר מסביר געווען אז די סיבה פארוואס די בעלזע יושבים זענען געווען קעגן די אגודה איז פשוט געווען אלץ שווענצערישקייט, זיי האבן נישט פארגינט אז אנדערע פירן אן א ווערטשאפט און זיי בלייבן פונדרויסן. עיין ערך סיטיפילד, בארקלעיס, ועוד, ואכמ"ל. איז עס געבליבן אזויווי אסאך אנדערע זאכן וואס די בעלזע יושבים האבן געטון און קיינער ווייסט נישט דערפון ווייל מ'שעמט זיך דערמיט.

berlbalaguleh » מאנטאג מאי 14, 2018 12:07 am

· #402511
רביה"ק זי"ע: איך האב גראדע געהערט אז אין בעלזא האט מען פארנייט די מסכתא פון דף היומי. וועגן א פשוט'ן טעם. ווייל די יושבים האבן זיך געהאלטן פאר העכערע מענטשן. און זיי זענען געווען די עליטע פון קנאות...! די מעשה איז דאך באקאנט אז א יושב איז אמאל אריינגעקומען אין ביהמ"ד מיט געפוצטע/געפאלישטע שטיוול. האט דער בעלזא'ער רב זצוק"ל איהם געזאגט מוסר. ווען ער האטציך פארענטפערט אז ס'מאכט נישט אויס וואס ער טוט האט איהם דער רב געזאגט פשט אין דעם פסוק יעקב חבל נחלתו. אז די אידישע פאלק איז אזוי ווי א שטריק. אויב א יושב אין בעלזא פוצט זיך די שטיוול. שמד'ט זיך א איד, רח"ל אין פאריז...!. ווייל מ'דארף פארשטיין וואס איז בעצם געווען די מהות פון די יושבים. דאס זענען בדרך כלל געווען מענטשן וועלכע זענען געווען סוחרים וואס האבן פארלוירן זייער פארמעגן. און אנדערע עלטערע אידן וועלכע האבן אויפגעגעבן זייער מזל אין די וועלט פון מסחר. און זיי האבן מקדיש געווען זייער לעבן פאר תורה ועבודה אין ביהמ"ד. און זיי האבן באקומען צו עסן פון דעם רב'ס קיך...! אזא מענטש דארפ נישט גיין אין ביזנעס און ער דארף נישט געפעללן פאר קיינעם. און אויב ער פוצט זיך די שטיוול איז עס א סימן אז ער איז געפאללן פון די מדריגות...!

מ'פארציילט די מעשה מיט פארשידענע נוסחאות. איינס פון זיי איז אז א יושב איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד מיט א העמעד וואס האט געהאט קנעפלעך. און נישט די בענדלעך. ווי אמאל. ס'קען זיין אז זיי אלע זענען אמת. אבער די מעשה מיט די שטיוול לייגט זיך די מערסטע אויפ'ן שכל...!

Gimpel » מאנטאג מאי 14, 2018 1:03 am

· #402521
אין שטאט סאטמאר פלעגט ארויסקימן א גליון בית ועד לחכמים פין א בעלזער חסיד אקעגן רב קוק מיט די גרעסטע קללות

berlbalaguleh » מאנטאג מאי 14, 2018 1:05 am

· #402523
Gimpel
אין שטאט סאטמאר פלעגט ארויסקימן א גליון בית ועד לחכמים פין א בעלזער חסיד אקעגן רב קוק מיט די גרעסטע קללות

גימפל: נו, איז ער דאך געווען אויפ'ן ריכטיגן פלאץ...!

שמעון וואלף » מאנטאג מאי 14, 2018 1:16 am

· #402527
Gimpel
אין שטאט סאטמאר פלעגט ארויסקימן א גליון בית ועד לחכמים פין א בעלזער חסיד אקעגן רב קוק מיט די גרעסטע קללות

אויך קעגן די מנחת אלעזר. כ'האב געזעהן אמאל דארט א ליסטע פון ספרים חצונים הטעונים גנוזה רעכענט ער אויס דארט ציוניסטישע ספרים און מונקאטשע רב'ס ספרים

berlbalaguleh » מאנטאג מאי 14, 2018 1:24 am

· #402531
שמעון וואלף:ייש"כ. איז דאך א ראיה אז אפילו איינער פרעדיגט קנאות אויפ'ן העכסטן שטאפל. האט ער אויך אן אגענדא. (פארשטייצעך אז דער ספה"ק ויואל משה גייט ח"ו נישט אריין אין די קאטעגאריע)...! ווייל אין ויואל משה שטייט נישט קיין קללות וזילזולים...!

נ.ב: געוויסע ניקס וועללן זיך נעמען טענה'ן אז יא. (אונז ווייס מיר ווער זיי זענען. זיי ווייסן עס אויך). ווילל איך אבער מיך נישט אריינלאזן אין קיין ויכוחים מיט זיי...!

איסר האטלקי » מאנטאג מאי 14, 2018 2:12 am

· #402540
רביה''ק זי''ע
איך בין אלץ אויפגעוואקסן וויסנדיג אז אין בעלזא פלעגט מען באהאלטן די מסכתא פון דף היומי. כ'האב אמאל געפרעגט א מאכנובקער דערוועגן, זאגט ער מיר אז ער האט קיינמאל נישט געהערט דערפון. ס'איז מיר געווען א פלא, ווייל אויב אין בעלזא ווייסט מען נישט פון אזעלכע זאכן מיינט עס אז בפשטות איז עס נישט אמת, אבער ס'לייגט זיך נישט אויפ'ן שכל אז די סאטמארע זאלן סתם אויפבאקן אזעלכע מעשיות. ביז איינער האט מיר מסביר געווען אז די סיבה פארוואס די בעלזע יושבים זענען געווען קעגן די אגודה איז פשוט געווען אלץ שווענצערישקייט, זיי האבן נישט פארגינט אז אנדערע פירן אן א ווערטשאפט און זיי בלייבן פונדרויסן. עיין ערך סיטיפילד, בארקלעיס, ועוד, ואכמ"ל. איז עס געבליבן אזויווי אסאך אנדערע זאכן וואס די בעלזע יושבים האבן געטון און קיינער ווייסט נישט דערפון ווייל מ'שעמט זיך דערמיט.

הייסט אז מ'איז יא געווען קעגן אגודה?

פריער זאגסטו אז בעלזא איז נישט געווען קעגן. כ'בין שוין צומישט.

איסר האטלקי » מאנטאג מאי 14, 2018 2:14 am

· #402541
רביה''ק זי''ע
איסר האטלקי
פארן קריג מיין איך ביים ארויפברענגען דעם געדאנק פון ארץ ישראל. סוף תר''צ'ס. כ'געדענק נישט פונקטליך וועלכע יאר.

אה, סא מ'האט עס יא געשטיצט, אונז האלטן שוין אויף א וועג.

לאנג פאר די צייטן פון בעלזער רב. דו ביזט מיר שולדיג הוכחות אז מהרי''ד מבעלזא איז געווען פרא ציונות.

Gimpel » מאנטאג מאי 14, 2018 3:39 am

· #402549
המהריד היה מקור הקנאות

newkave » מאנטאג מאי 14, 2018 9:36 am

· #402558
berlbalaguleh
שמעון וואלף:ייש"כ. איז דאך א ראיה אז אפילו איינער פרעדיגט קנאות אויפ'ן העכסטן שטאפל. האט ער אויך אן אגענדא. (פארשטייצעך אז דער ספה"ק ויואל משה גייט ח"ו נישט אריין אין די קאטעגאריע)...! ווייל אין ויואל משה שטייט נישט קיין קללות וזילזולים...!

נ.ב: געוויסע ניקס וועללן זיך נעמען טענה'ן אז יא. (אונז ווייס מיר ווער זיי זענען. זיי ווייסן עס אויך). ווילל איך אבער מיך נישט אריינלאזן אין קיין ויכוחים מיט זיי...!


שוין, אז דו אליין זאגסט אזוי, קען זיך איינער דינגען?

רביה''ק זי''ע » מאנטאג מאי 14, 2018 10:03 am

· #402569
איסר האטלקי

לאנג פאר די צייטן פון בעלזער רב. דו ביזט מיר שולדיג הוכחות אז מהרי''ד מבעלזא איז געווען פרא ציונות.

איך מיין אז זיין איידעם דער סערעטער און זיין זוהן בעלזע רב זי"ע האבן איהם געקענט בעסער פון דיר, און אויב זיי האבן אזוי געזאגט און זיך אזוי געפירט למעשה איז נישט שייך קיין גרעסער מקור ווי דעם, אזוי זאגט מיר מיין נארישע דשעלי.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מאי 14, 2018 10:04 am

· #402570
Re: פרשת בעלז תשמ"ב
שמעון וואלף
Gimpel
אין שטאט סאטמאר פלעגט ארויסקימן א גליון בית ועד לחכמים פין א בעלזער חסיד אקעגן רב קוק מיט די גרעסטע קללות

אויך קעגן די מנחת אלעזר. כ'האב געזעהן אמאל דארט א ליסטע פון ספרים חצונים הטעונים גנוזה רעכענט ער אויס דארט ציוניסטישע ספרים און מונקאטשע רב'ס ספרים
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=387184#p387184

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

רביה''ק זי''ע » מאנטאג מאי 14, 2018 10:05 am

· #402571
איסר האטלקי
רביה''ק זי''ע
איך בין אלץ אויפגעוואקסן וויסנדיג אז אין בעלזא פלעגט מען באהאלטן די מסכתא פון דף היומי. כ'האב אמאל געפרעגט א מאכנובקער דערוועגן, זאגט ער מיר אז ער האט קיינמאל נישט געהערט דערפון. ס'איז מיר געווען א פלא, ווייל אויב אין בעלזא ווייסט מען נישט פון אזעלכע זאכן מיינט עס אז בפשטות איז עס נישט אמת, אבער ס'לייגט זיך נישט אויפ'ן שכל אז די סאטמארע זאלן סתם אויפבאקן אזעלכע מעשיות. ביז איינער האט מיר מסביר געווען אז די סיבה פארוואס די בעלזע יושבים זענען געווען קעגן די אגודה איז פשוט געווען אלץ שווענצערישקייט, זיי האבן נישט פארגינט אז אנדערע פירן אן א ווערטשאפט און זיי בלייבן פונדרויסן. עיין ערך סיטיפילד, בארקלעיס, ועוד, ואכמ"ל. איז עס געבליבן אזויווי אסאך אנדערע זאכן וואס די בעלזע יושבים האבן געטון און קיינער ווייסט נישט דערפון ווייל מ'שעמט זיך דערמיט.

הייסט אז מ'איז יא געווען קעגן אגודה?

פריער זאגסטו אז בעלזא איז נישט געווען קעגן. כ'בין שוין צומישט.

איך פארשטיי אז דו ביזט צומישט, איך בין אבער בכלל נישט צומישט, אפשר ווען דו וועסט גוט איבערליינען וועט אלץ ווערן קלאר.

Gimpel » מאנטאג מאי 14, 2018 10:16 am

· #402573
רב ליטוואק מען קען ניט לינק ען

רביה''ק זי''ע » מאנטאג מאי 14, 2018 10:21 am

· #402575
Gimpel
רב ליטוואק מען קען ניט לינק ען

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/387184">viewtopic.php?p=387184#p387184</a><!-- l -->
בלאט: 1 2 3 4 5 6