☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » פרשת בעלז תשמ"ב

פרשת בעלז תשמ"ב

269 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1247
בלאט: 1 2 3 4 5 6

פלעין יודיש » מאנטאג אפריל 28, 2014 4:18 pm

· #197789
איך פארשטיי בכלל נישט די סתירה
מיט אגודה טרעפט מען זיך אויך, און מ'קען האקן אויף זיי, ס'צוויי עקסטערע זאכן
אטע דאס האט ר' אהרן געמיינט
דער וואס פארשטייט פארשטייט

עפל סיידער » מאנטאג אפריל 28, 2014 8:56 pm

· #197849
בעל הבית
ביי וועלכע קנעפלעך קענען מען דאס הערן

אר''י אפדעיטס נומער 220

צענטער » מאנטאג יוני 16, 2014 12:30 am

· #206186
פראפעסאר שפירא


-טאהשער רבי האט נישט געחתמ'ט, זיי האבען געניצט זיין חתימה אן רשות, אין ארויס קומען מיט א צעטעל אז ער האט נישט געחתמ'ט דאס האט ער שוין נישט געוואלט..

שקר מיסודו! הוילע בעלזע פראפעגאנגע! איך געדענק ווען דער בעלזער איז געקומען קיין מאנטריאל דאכט זיך מיר בסוף שנות הנו"ן אנדרייענדיג א מעכטיגע פראפעגאנדע, טאהשער רבי איז דאן אנטלאפן כדי זי נישט צו דארפן טרעפן מיטן בעלזער.

צענטער » מאנטאג יוני 16, 2014 12:48 am

· #206190
שלמה המלך
טאהש'ע רבי האט קלאר נישט אינטערגעשריבן ווי ער האט געהאט בצוואה פון זיין זיידען זיך קיינמאל נישט מישען אין מחלוקת, נאר נאך די פרעשער פון סאטמאר האט ער געשריבען א פערזענלעכע בריוו די גרויסקייט פון הרה"ק מ'סאטמאר זצ"ל

די סאטמורים האבען אים אינטערגעשריבען בלי רשות און די טאהשער האבן טאקע אריינגעלייגט אן ארטיקעל דערנאך אינעם אלגעמיינער דזשורנאל א אפלייקענונג אויפן חתימה...
...

שקקר מיסודו כנ"ל אדרבה ניתי ספר ונחזי. אגב ווען דו וואלסט געוויסט ווי אלט טאהשער רבי איז געווען דאס לעצטע מאל ווען זיין זיידע האט טים געזעהן וואלסטו זיך געשעמט צו שרייבן אזאנע שטותים.

עפל סיידער » דאנערשטאג יוני 26, 2014 1:24 am

· #208152
ביי די לעצטע חתונה, ביים שמחה פינעם צווייטען אייניקעל'ס חתונה פון די רבי מ'בעלז, האט זיך ארויסגעשטעלט קלאר, אז די אפישעלי עדה החרדית פירערשאפט וויל זיך נישט דערווייל צושטעלן און רייכען די האנט פאר אים.

אסאך דרוק און פרעשור און אומגעהויערע שוחד באצאלונגען מטעם בעלז איז אנגעגאנגען אין די לעצטע תקופה פאר די באי ביתם ביי די גרויסע מיינסטרים קהילות אין די עדה, ווי תולדות אהרן און דושינסקיא און נאך, די ארבעט איז געאנגען אן אויפהער ביזען לעצטען טאג פון שבע ברכות ועד בכלל, די רביים האבען אבער דערווייל נישט געוואלט דערפון הערן ווילאנג די רב פון די עדה מיט אירע מנהיגים באקומען דעם הרגשה אז די הנהגת בעלזא בעט זיך באמת איבער און איז חוזר פון איר אלטע גאנג.
איינע פון די הויפט טענות און שולד וואס האט געברענגט דערצו אז זיי האבען נישט מצליח געווען צו ברעכן די גרעסערע קהילות ועדות החונים על דגל העדה, איז געווען איבער די טענות אז דער איינציגער וואס שטערט די החלטה צו אפהאקען מיט די מיליטער לגמרי איז נאר זייער פירער וואס שטופט די גאנג פינעם ליטווישער מרן רב שטיינמאן, און ביי די עדה החרדית איז זייער הארב די קאלאבערטירער מיט די עצת השלטון.

איז דערווייל זענען זיי אוועק בפחי נפש נאך די ביטער שווערע הארעוואניע, לאמיר נאר האפען אז די טשעקס פון די שוחד זאלען נישט קראכען, סוכ''ס האבען זיי פרובירט דאס בעסטע וואס זיי האבען געקענט.

איך אויך » דאנערשטאג יוני 26, 2014 1:33 am

· #208153
נעבעך ס''ח בלייבט ס''ח.

צענטער » דאנערשטאג יוני 26, 2014 1:48 am

· #208157
לפי ידיעתי האט די עדה געשטעלט 2 תנאים און דערווייל איז דער בעלזער נישט אויסגעהינגערט פאר שלום. 1 ער זאל מפייס זיין דעם מנחת יצחק און 2 אויפהערן פארקויפן בעלזא פלייש אין ירושלים מטעם שחוטי חוץ.

petergrifin » דאנערשטאג יוני 26, 2014 1:54 am

· #208158
װאס שחוטי חוץ? מײן מנהל אין ישיבה פלעגט שרײען אז דער מנין שני איז אסור אזוי װי שחוטי חוץ. ס׳איז
נישט א קלײן שטעטל װי ס׳מעג נאר זײן אײן מנין.

צענטער » דאנערשטאג יוני 26, 2014 3:19 am

· #208163
petergrifin
װאס שחוטי חוץ? מײן מנהל אין ישיבה פלעגט שרײען אז דער מנין שני איז אסור אזוי װי שחוטי חוץ. ס׳איז
נישט א קלײן שטעטל װי ס׳מעג נאר זײן אײן מנין.

Size does not matter

א שטאט וואס פארמאגט א בי"ד האט א פראבלעם מיט שחוטי חוץ

ווילסט זאגן אז די עדה'ס בי"ד איז נישט די שטאט'ס בי"ד? זכותך אבער דו דארפס פארשטיין אז די עדה מעג קריגן מיט דיר און פאדערן דאס וואס זיי שפירן פאר ריכטיג.

פלעין יודיש » דאנערשטאג יוני 26, 2014 6:39 am

· #208164
בעלזא הכשר פארקויפט שוין נישט קיין פלייש פאר די לעצטע פינעף יאר, אויב נישט מער

עפל סיידער » דאנערשטאג יוני 26, 2014 7:39 am

· #208166
פלעין יודיש
בעלזא הכשר פארקויפט שוין נישט קיין פלייש פאר די לעצטע פינעף יאר, אויב נישט מער

וואס האט פאסירט?
ווי זענען זייערע שוחטים, און פון ווי עסן זיי פלייש.

לבי במזרח » דאנערשטאג יוני 26, 2014 8:47 am

· #208172
פלעין יודיש
בעלזא הכשר פארקויפט שוין נישט קיין פלייש פאר די לעצטע פינעף יאר, אויב נישט מער

אבי גערעדט.

פלעין יודיש » דאנערשטאג יוני 26, 2014 2:47 pm

· #208212
גארנישט אבי גערעדט
פרעג דיך בעסער נאך בעלז האט שוין פארמאכט זייער שחיטה שוין איבער פינעף יאר צירוק,
זיי האבן זיך דאן ציזאם געשטעלט מיט א נייע השגחה וואס האט זיך דאן געגרינדעט מיטן נאמען התאחדות וואס איז געווען א קדירה דבי שותפי פון אסאך קהילות ציזאמען, צוויי יאר שפעטער האט זיך דער הכשר אויך פארמאכט
היינט זענען זיי אפציעיל א חלק פונעם הכשר וואס ריפט זיך קהלות

פאר מער ליין דא

אדרבה טרעף מיר א שטיקעל פלייש מיטן בעלזע חתימה דערויף

הירשל ציג » דאנערשטאג יוני 26, 2014 3:06 pm

· #208215
פלעין יודיש


אדרבה טרעף מיר א שטיקעל פלייש מיטן בעלזע חתימה דערויף


יעדע וואך אין מאנסי זעה איך בעלזא בהמה פלייש

עפל סיידער » דאנערשטאג יוני 26, 2014 3:12 pm

· #208216
עס איז קרית יואל'ער פלייש ווי די שוחטי בעלז גייען, און די רבני מחזיקי הדת געבן די הכשר, אבער ס'רעגולער פלייש וואס אלע עסן.

פלעין יודיש » דאנערשטאג יוני 26, 2014 3:14 pm

· #208217
מ'רעדט דא פון בעלזע שחיטה אין א''י וואס די עדה החרדית האט עס אנגענומען פאר א פגיעה קעגן זיי
אין חו''ל קענסטו טון וואס דו ווילסט, יעדער בנשק''ל וואס האט צען מענטשען אינטער זיך האט שוין א אייגן הכשר

עפל סיידער » דאנערשטאג יוני 26, 2014 3:16 pm

· #208219
אין אמעריקא קענסטו האבען אפילו זיבען א האלב מגולחים צו האבען א הכשר.

צענטער » דאנערשטאג יוני 26, 2014 4:39 pm

· #208225
רבונו של עולם ווי איז מאנרא און מאנסי א מחותן דא? מרעדט דאך פון ירושלים!

בעלזא פארמאגט אין ירושלים א בוטשער ווי עס ווערט פארקויפט פלייש. ביז צום פירוד האט בעלזא געניצט עדה פלייש. איינע פון די ערשטע זאכן וואס בעלזא האט פראדעצירט אינטער זייער השגחה איז געווען פלייש. (די ערשטע איז געווען יין "ישן נושן" מיטן "הכשר החדש" א ביטערע ליצנות וואס אכמל"ב).

די עדה האט אנגענומען די פלייש אלס שחוטי חוץ, בעלזא איז געווען די ערשטע היימישע בוטשער וואס האט פארקויפט אין ירושלים פלייש פארן חרדישן ציבור אן די כשר העדה.

די עדה פאדערט אז א סולחה רעכנט אריין אויפהערן פארקויפן די שחוטי חוץ און צוריק גיין צו עדה פלייש אבער דער בעלזער האלט נישט דערביי, כנראה אז שלום איז מן השפה ולחוץ און האלט נישט באמת דערביי.

לסבר את אוזן, פארוואס די עדה האלט נישט ביים מוותר זיין איז ווייל דאס פארקויפן פרעמדע פלייש אין ירושלים איז א מלחמה אקט! אין בני ברק האט בעלזא קיי מאל נישט פארקויפט און פארקויפן נאך היינט נישט פלייש נאר פון הרב לאנדאוס השגחה. ווייל הרב לאנדאוס בי"ד איז די אפיציעלע בי"ד. ועוד אפילו גער (מיט אסאך מער מעמבערס ווי בעלזא) פארקויפט נאך עד היום נישט קיין פרעמדע פלייש.

עפל סיידער » מיטוואך יולי 30, 2014 6:49 pm

· #214606
ר' שלמה פאפענהיים אין בעלז, ער איז פון די געלט פירער אין די עדה החרדית, פון די וואס האבען לצטענס געפייט פאר ר' מ. שטרנבוך ראב''ד מעגליך נעקסטיים שלעפט ער מיט די ראב''ד אויך
📎 orig_64223895e66b484690dc61f4daaf79d8.jpeg

outspoken » מיטוואך יולי 30, 2014 6:57 pm

· #214610
אלץ וואס איז ער געגאנגען?

עפל סיידער » מיטוואך יולי 30, 2014 8:09 pm

· #214642
וויאזוי ווייטער צו פירן די קריג

מילכיג » דאנערשטאג יולי 31, 2014 1:16 pm

· #214804
פאר נישט לאנג צוריק איז אדמו"ר מהרי"י מסאטמאר געפארן קיין מונטריאל [חתונת בת הגרד"ד מייזליש], אויפ'ן פליגער איז געווען שמעון וואלף קליין, במהלך השמועס שהיה ביניהם האט שמעון וואלף אים געפרעגט וועגן קומען באזוכן בעלזער רב האט מהרי"י געזאגט אז ער וויל שוין לאנג נאר ער האט [שווערע] מענטשן וואס לאזן אים נישט.

שעפטל » דאנערשטאג יולי 31, 2014 2:05 pm

· #214826
למען האמת: א איד א נגיד האט יעצט געגעבן א האלב מיליאן דאלער פאר בית הפליטות, און געבעטן אז ר' שלמה זאל גיין זאגן פארן בעלזא רב.

כ'האב געהערט (נישט קאנפירמט) אז ר' שלמה האט אנגעפרעגט רבי יצחק טובי' ווייס, גאב"ד ירושלים, און דער רב האט אים געזאגט אז ער זאל גיין

יין שרף » זונטאג אוגוסט 3, 2014 7:58 pm

· #215253

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אוגוסט 4, 2014 11:04 am

· #215346
איך האב געליינט די ווערטער פון דער בעלז-בילגארייא רעבע אין די שטייעדיגע תורה און איך האב אפאר הערות.
ער רעדט גוט לגבי פארוואס דארף מען גייען אין בחירות און פארוואס מ'מעג נעמען געלט און טאקע אזוי האבען רוב מנין ובניןי של גדולי ישראל געהאלטען, און דער דעה פארקערט איז דער תמהוני, וכמובן לכל מי שיש לו מח בקדקדו. אבער די שטאכעס און די זידעלעריי וואס ער טוט פאר'ן סאטמארער רב איז טאקע אביסל איבערגעטריבען. ס'מיינט נישט קיין סאך, ער איז א שארפער און פאר אזא שארפער איז דאס גאנץ צוריק געהאלטען, און פונקט ווי דער קלויזענבורגער רבי האט גערעדט שארף מער אלס נאטור ווי עכט געגלויבט, און יעדער בעל דעת פארשטייט אז ער איז נישט קיין אפגעפרעגטער פאר זיין דיבורים, איז אזוי אויך דער בעלז-בילגערייער רעבע, הגם ער איז געווען א יונגערמאן, מ"מ מ'קען איהם מוחל זיין פאר דעם. ס'איז נישט עק וועלט.
אבער די רייד ווען ער ברענגט זיין באבע'ס און זיידע'ס, דאס איז געמיינע רייד. וועמען גייט עס אן וואס דיין עלטער באבע האט געטוהן אינדערהיים? דאס בארעכטיגט דיר צו נישט? און ווי קומט געשטאפטע גענץ דא אריין? דער קנאות איז סתם א קולטור פון פרומקייט, און די חניאקעס האבען נישט געגעסען קיין געשטאפטע גענץ, ממילא מעג דער וואס עסט עס יא נישט זאגען קיין דעה אין הלכות דעות? פון ווי קומט אזא מין נערישקייט?
איך פארשטיי אויך נישט וואס ער מאכט א פערזענליכע קעמף דערפון. לויט וואס איך האב געהערט און פארשטאנען, דער בעלזער רב האט נישט געוואלט פסקנ'ען אזעלכע זאכען. ער האט נאר געוואלט זען גוט'ס ביי אידען און ער האט עס געלאזט פאר די גדולי ישראל פונ'ם דור. ער האט זיך נאר באליידיגט ווען דער סאטמארער רב איז געקומען צו איהם ווייל ער האט איהם געצווינגען צו טראכטען וועגען דעם און אריינגייען אין די שלעכט'ס פון די רעגירונג, א זאך וואס ער האט זיך געשטעלט אלס אן עבודה דאס נישט צו טוהן.
בעלז מעג נעמען צוריק נעמען זייערע שטייער געלט פונ'ם רעגירונג, אבער מאך עס נישט פאר קיין שיטה הקדושה פון דער פעטער זי"ע.

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 9:11 pm

· #236136
ליטווואק פון בודאפעסט: ס'איז זה לעומת זה. אויב סאטמאר'ער רב מעיג האבן א שיטה פון התבדלות. מעיג דער היינטיגער בעלזער רב האבן א שיטה פון דווקא יא האבן א שייכות מיט די רעגירונג געלטער פון שטייערן וואס ערליכע אידן צאלן איין. לויט ווי ער (האדמו"ר מבעלזא) טענה'ט אז מ'נעמט נאר אפ די אייגענע געלט וואס ערליכע אידן צאלן אין שטיייערן. און א יעדע דאללאר וואס גייט פאר תורה שטאטס פאר די גוי'שע זאכן איז א מצוה בפני עצמו......!

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 10:23 am

· #236275
ס'איז א שיטה צו נעמען געלט וואס דו האלטסט ס'קומט זיך דיר? מ'מעג עס נעמען, אבער קיין שיטה ווערט עס נישט, און קיינער האט נישט געמאכט קיין שיט דערפון. כפי מיטב ידיעתי, האבען אלע געוואלט זיך אפשאקעלען, נאר למעשה קען מען נישט, און ס'איז אומ'אחריות'דיג מוותר זיין אויף געלט פאר א חומרא. אבער ווי ווערט עס א שיטה?

אברעימל » דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 5:36 pm

· #359644
יעצט פארקויפט געווארן היסטארישע קול קורא בכת"י פון דער ביד"ץ עדה החרדית נגד האדמו"ר מבעלז אונטערגע'חתמ'עט דורך : רבי משה ארי' פריינד , רבי ישראל משה דושינסקי, רבי ישראל יעקב פישר, רבי בנימין ראבינואוויץ, רבי אברהם דוד הורוויץ, האדמו"ר מתולדות אהרן און בעל מנחת יצחק זצ"ל, פאר פערצן טויזנט דאלער.

ייש"כ פאר @חוקר וסקרן פאר'ן ברענגען די נייעס.

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 9:00 pm

· #359654
ס'ווענדט זיך ביי וועם דאס האט א שוויות. ביי מיר האט עס נישט קיין ווערט אפילו לצור פי צלחת. דאס איז שוין גערעדט בלשון נקיה...! ווייל אפילו אויף אשר יצר פאפיר איז עס ביי מיר אויכעט נישט ווערד. ניטאמאל איינפאקן די פיש דערין...!

שמעון וואלף » זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 12:55 am

· #384859
ארטיקל פון תשמ"א אין נ. י. טיימס
The Grand Rabbi of Belz is expected to arrive in New York from Israel this morning amid heavy police security following threats of violence by a rival Hasidic sect in Brooklyn over religious issues.

The ultra-Orthodox rabbi, Yisucher Dov Rokeach, is coming to lead a Belz convocation in Brooklyn and to ''strengthen the morale'' of his followers, according to Rabbi Michael Halberstam, an aide to the grand rabbi.

Preparations were being made at the Belz headquarters on 16th Avenue in Borough Park yesterday to greet the grand rabbi and several hundred of his followers. 'Slander and Physical Attacks'

Rabbi Halberstam said that the reinforcement of the morale of Rabbi Rokeach's followers was necessary because of ''harassment, slander and physical attacks'' made against the followers, known as the Belz Hasidim, by the rival faction, the Satmar Hasidim. The most recent incident occurred Sunday night when more than 500 Satmar followers hurled rocks and chanted slogans in front of a Belz synagogue in the Williamsburg section of Brooklyn.

''Not since Nazi Germany have the streets been splattered with such hate against Jews,'' Rabbi Halberstam said in an interview yesterday, as young children with long sidecurls peeked into his office window.

Officials of the Satmar organization were not available for comment, but referred calls to the public relations firm of Howard J. Rubenstein Associates. The firm issued a statement by Rabbi Leibisch Lewkovitz, president of the international Satmar community, that condemned violence.

''Despite our philosophical differences,'' the statement read, ''we believe it is everyone's right to visit our city in a peaceful manner.''

The eruption over Rabbi Rokeach's visit provided a glimpse into the normally private world of the darkly clad Hasidic Jews, their backgrounds, their differences and their political influence in New York. Satmar Leaders Called to Gracie

Beginning last week and continuing over the weekend, leaders of the Belz community met with representatives of Mayor Koch and of Police Commissioner Robert J. McGuire to plan security for the rabbi's visit. Yesterday morning, leaders of the Satmar community were summoned to Gracie Mansion and, according to one participant, were ordered by the angry Mayor to control their followers.

Mayor Koch's office refused to confirm these meetings. An aide said privately that the Mayor did not want to show preference for one group over another. According to one City Hall source, Belz influence in City Hall has grown at the expense of the Satmars since Mayor Koch took office. On his recent visit to Israel, Mayor Koch visited the grand Belz rabbi.

The Mayor's office became involved in the dispute after derogatory material about the Belz rabbi began to appear and calls were made to newspaper offices threatening the rabbi's safety.

Leaflets and graffiti against the rabbi have been evident in recent days in several Brooklyn Jewish communities and in Manhattan's diamond district on 47th Street, where many Hasidic Jews work. Among the items were balloons with a picture of the 33-year-old grand rabbi labeled ''Zionist,'' and saying ''Bust me.''

The disputes stem from sharp differences between the groups over Israel. The Satmar are vigorously oppose Zionism. They maintain a community in Israel but do not cooperate with the secular government or take money from it. The Belz enjoy good relations with the Israeli Government and accept funds for their schools and institutions.

Tensions between the groups have increased in recent years, as the Belz in Israel set up a religious court and kosher slaughterhouse separate from the long-established Satmar-run institutions.

Each Hasidic sect claims to have 100,000 adherents around the world, although the numbers are believed to be greatly exaggerated. What is clear is that the Satmar are in the majority in New York, and the Belz the majority in Israel.

Although the two sects have been warring in recent years, they both stem from a common European tradition that emphasizes mysticism, ecstasy and a strong loyalty to their grand rabbi. The groups took the names of their European cities and, in coming to the United States after World War II, took the traditions of black dress and privacy as well.

The Belz sect dates back 180 years to the Western Russian town of Belz. The Satmar sect is named for the Rumanian town of Satu-Mare. Considered a 'Miracle'

The grand rabbi, or rebbe, of the Belz sect is its fifth head and a descendant of its founder. His adherents consider his ascension to the post a ''miracle.'' The last grand rabbi, Ahron Rokeach, lost all his children during the Holocaust, but survived and moved to Israel with his brother, Mordechai, after the war. The two brothers took new wives in Israel, but only Mordechai fathered a child in his old age. This child later became the current grand rabbi.

Rabbi Rokeach will be whisked from Kennedy International Airport this morning in a police-led motorcade and taken to private meetings around the city. Tonight at 7:30, he will greet his followers in the auditorium of Public School 180, at 16th Avenue and 57th Street in Brooklyn. During his weeklong visit, he is scheduled to meet with several city and state officials, including Senator Alfonse M. D'Amato and Mayor Koch.

''Despite all our troubles this is a moment of great joy,'' said Rabbi Halberstam.

<a class="postlink" href="http://www.nytimes.com/1981/03/03/nyregion/guard-set-for-belz-rabbi-as-hasidic-tension-grows.html">http://www.nytimes.com/1981/03/03/nyreg ... grows.html</a>

רביה''ק זי''ע » זונטאג מאי 13, 2018 1:29 am

· #402354
שרייבער
נאר סתם להערה בעלמא, דו גלייבסט נאך די שטותים ער האט אין באזיץ א קונטרס אםצופרעגן די שיטה, נו פארוואס געסטו עס נישט ארויס?

דו האלטסט טאקע אז ס'נישט מעגליך אפצופרעגן די שיטה?! יא'ל בי סופרייזד.
די סערעטער האט געשריבן א ספר אפצופרעגן די שיטה (וואס איז בכלל נישט קיין שווערע זאך) אבער ס'נישט אויסגעקומען עס ארויסצוגעבן. געהערט האב איך זאגן אז די בעלזער האט אויף עפעס אן אופן באוויזן צו לייגן א האנט דערויף, אבער צום סוף האט ער עס נישט ארויסגעגעבן וועגן שלום.

שבת אחים » זונטאג מאי 13, 2018 3:13 am

· #402362
ער האט עס געהאט געענדיגט צו שרייבן און עס געוואלט ארויסגעבן לאור עולם. זיין עלטערע ברודער ר' חיים מאיר'ל זצוק"ל איז אראפגעפארן קיין חיפה און זיך איינגעבעטן ביי אים אז ער זאל עס נישט ארויסגעבן. און צום סוף האט ער אים געפאלגט ווייל ער איז געוועהן א ערליכער איד און איינגעהאלטן דעם לרבות את אחיך הגדול. די ספר ליגט איינגשפארט אין א סעיף עד היום הזה.

סאיז באוויסט אז ר' יואליש האט זיך אמאל איינגע'טענה'ט מיט'ן סערעטער און ס'איז געגעאנגען דארט קולות וברקים. ר' יואליש האט אמאל געזאגט, דער וויזניצער (אמרי חיים) איז א אגודיסט און דער סערעטער (מקור ברוך) איז א ציוניסט...

Gimpel » זונטאג מאי 13, 2018 2:19 pm

· #402402
איז אמת ר מאטעלע מויזניץ האט ארויסגעווארפן שעם סערעטר ציליב סאטמר רבס כבוד

רביה''ק זי''ע » זונטאג מאי 13, 2018 6:24 pm

· #402421
שבת אחים
סאיז באוויסט אז ר' יואליש האט זיך אמאל איינגע'טענה'ט מיט'ן סערעטער און ס'איז געגעאנגען דארט קולות וברקים.

אינטערעסאנט וואס דו זאגסט, ווייל דער סערעטער איז דאך געווען באוואוסט אלס אן אויסגעשפראכענער קעגנער פון סאטמארע רב. ער פלעגט רעדן ברבים קעגן איהם, אפילו אנדערע גדולים וואס האבן גערעדט קעגן סאטמארע רב האבן אבער נישט גערעדט ברבים. איז אינטערעסאנט אז סאטמערע רב האט געמיינט אז ער האט וואס צו זוכן ביי איהם.

שבת אחים » זונטאג מאי 13, 2018 6:31 pm

· #402422
Gimpel
איז אמת ר מאטעלע מויזניץ האט ארויסגעווארפן שעם סערעטר ציליב סאטמר רבס כבוד


נישט ממש וועגן סאטמארער רב אליינס.
ר׳ מאטעלע האט נישט געוואלט אז ער זאל רעדן אין זיין ביהמ״ד וועגן די גרויסקייט פון ארץ ישראל/מדנ״י און וועגן ציונת, און ער זאל נישט רעדן מיט גנאי אויף סאטמארער רב.

שבת אחים » זונטאג מאי 13, 2018 6:37 pm

· #402423
אינטערסאנט די סערטער איז דאך געוועהן א איידעם ביי הרה״ק ר׳ ישכר דב בעלזער וואס איז געוועהן א אויסגעשפראכענער אנטי-ציוני. זעהט אויס אז דאס קנאות האט זיך נישט אנגעקלעבט אין אים. בעלזא איז דאן געוועהן ווי סאטמאר איז היינט. פרום און כאניאקיש געשטימט. ר׳ יואליש אליינס האט זיך געהאלטן פאר א שטיקל בעלזער חסיד.

ווידער וויזניץ אינדערהיים איז געוועהן מעהר ענדליך צו די היינטיגע חב״ד ווי מהאט יעדעם אנגענומען.

רביה''ק זי''ע » זונטאג מאי 13, 2018 6:49 pm

· #402425
שבת אחים
אינטערסאנט די סערטער איז דאך געוועהן א איידעם ביי הרה״ק ר׳ ישכר דב בעלזער וואס איז געוועהן א אויסגעשפראכענער אנטי-ציוני. זעהט אויס אז דאס קנאות האט זיך נישט אנגעקלעבט אין אים. בעלזא איז דאן געוועהן ווי סאטמאר איז היינט. פרום און כאניאקיש געשטימט. ר׳ יואליש אליינס האט זיך געהאלטן פאר א שטיקל בעלזער חסיד.

דאס איז דאך געווען איינע פון דער סערעטערס עיקר טענות, אז סאטמארע רב גיבט זיך אן אלס ממשיך דרכו פון די לעצטע בעלזא רב, און דער אמת איז להד"ם, בעלזא רב איז קיינמאל קיין אנטי-ציוני נישט געווען. ער האט גע'טענה'ט אז סאטמארע רב האט בכלל נישט ארויס געהאט דעם בעלזא רב און מישט אויס די פרומקייט פון בעלזא מיט נאך אפאר זאכן מיט אנטי-ציונות און ער מאכט דערפון איין גרויסע קוגל.

און ער איז נישט געווען דער איינציגסטער. די בילגורייא רב שרייבט אין א בריוו אז זיין ברודער האט איהם געזאגט "איך ווייס נישט וואס זיי רעדן וועגן קנאות, כ'האב עס נישט געזען ביים טאטן און נישט ביים זיידן".

איסר האטלקי » זונטאג מאי 13, 2018 7:53 pm

· #402436
בעלזא איז דאך געווען קעגן אגודה. קעגן ציונות איז דאן יעדער געווען. אפילו די אגודה.

רביה''ק זי''ע » זונטאג מאי 13, 2018 7:55 pm

· #402437
איסר האטלקי
בעלזא איז דאך געווען קעגן אגודה.
די בעלזע רב מהרי"ד איז נישט געווען קעגן די אגודה, ער איז נישט אריין אין אגודה ווייל ער האט געהאלטן אז ס'דארף זיין איינער פונדרויסן. אויב געדענק איך גוט שרייבט ר' איטשע מאיר אליין אז מהרי"ד האט איהם אזוי געזאגט.
איסר האטלקי
קעגן ציונות איז דאן יעדער געווען. אפילו די אגודה.
וואס מיינטסו צוזאגן מיט ציונות, פריקות עול התורה והמצוות אדער שלש שבועות וכדו'? פריקות עול התורה והמצוות איז דאך פשוט אז יעדע ערליכע איד איז געווען קעגן דעם. לגבי שלש שבועות, אויסער סאטמארע רב און חב"ד ווייס איך נישט פון נאך איינער וואס האט געהאלטן אז ס'איז א פראבלעם.

איך אויך » זונטאג מאי 13, 2018 7:55 pm

· #402438
.

איסר האטלקי » זונטאג מאי 13, 2018 8:00 pm

· #402439
דאס וואס רביה''ק שרייבט אז בעלזא איז נישט געווען אנטי-ציוני דארף א מקור. כפי ידיעתי איז נישט געווען קיין איין ארטאדאקסישער רב וואס איז נישט געווען אנטי-ציוני ביז די הקמת המדינה.

אויב בעלזא איז געווען אינדרויסן ווייל איינער דארף זיין אי דרויסן, קען מען אויך מעיין זיין, עס מאכט אבער נישט אויס ווייל יעדער וועט ממילא דרייען וויאזוי ער וויל.

רביה''ק זי''ע » זונטאג מאי 13, 2018 8:02 pm

· #402440
נאכאמאל, וואס רופסטו ציונות, פריקות עול התורה והמצוות, אדער שלש שבועות?

רביה''ק זי''ע » זונטאג מאי 13, 2018 8:10 pm

· #402443
איסר האטלקי
דאס וואס רביה''ק שרייבט אז בעלזא איז נישט געווען אנטי-ציוני דארף א מקור.

איך מיין אז זיין איידעם דער סערעטער און זיין זוהן בעלזע רב זי"ע האבן איהם געקענט בעסער פון דיר, און אויב זיי האבן אזוי געזאגט און זיך אזוי געפירט למעשה איז נישט שייך קיין גרעסער מקור ווי דעם, אזוי זאגט מיר מיין נארישע דשעלי.

newkave » זונטאג מאי 13, 2018 8:19 pm

· #402444
שבת אחים
אינטערסאנט די סערטער איז דאך געוועהן א איידעם ביי הרה״ק ר׳ ישכר דב בעלזער וואס איז געוועהן א אויסגעשפראכענער אנטי-ציוני. זעהט אויס אז דאס קנאות האט זיך נישט אנגעקלעבט אין אים. בעלזא איז דאן געוועהן ווי סאטמאר איז היינט. פרום און כאניאקיש געשטימט. ר׳ יואליש אליינס האט זיך געהאלטן פאר א שטיקל בעלזער חסיד.

ווידער וויזניץ אינדערהיים איז געוועהן מעהר ענדליך צו די היינטיגע חב״ד ווי מהאט יעדעם אנגענומען.


דו האסט א גרויסן טעות.
בעלז אינדערהיים, איז געווען פרום, און אזוי אויך יעדער איינציגסטען חסידות, און פוילן, גאליציע, רוסלאנד, און אוקריינא.
אונגארן איז געווען מאדערן און בעיקר פראסטע מענטשן.

סאטמאר איז נישט פרום און חניאקיש.
דו קענסט אסאך סאטמארער וואס האבן מורא צו:

רעדן לשון הרע?
הערן און מקבל זיין לשון הרע?
רכילות?
גנבנ'ן?
און אזוי ווייטער?

דו שעמסט זיך נישט צוצוגלייכן די פארצייטישע ערליכע חסידים, צו די היינטיגע סאטמארער אויסווארפן?
וואלט רבי מרדכי חנא געטון אזא מעשה נבילה ווי דאס וואס דער נידריגע אונגארישע טירנויער האט געטון?!?!

מיינסטו טאקע אז סאטמאר איז פרום?

פארשטייט זיך אז ס'איז נישט זייער שולד אינגאנצן, היות זיי האבן געהאט א רעבא זיך צו לערנען פון, וויאזוי צו בא'עולה'ן מענטשן, צו'גאנבנ'ן רעביסטוועס, בארעדן מענטשן רעכטס און לינקס, בלויז צוליב דעם וואס דר' קאסטנער ז''ל האט עם געראטעוועט...

זיי זענען נישט פרום. זיי האבן געמאכט אן אייגענעם תורה ל''ע.
אונזערע רבי'ס פון אמאל האבן זיך נישט געזעטיגט די גשמיות'דיגע תאוות מיט ארויפציען שטרימפ אויף די האנט.

קען זיין ער איז געווען קלוג, און אפשר אויך א גוטע לץ, אבער זהו.
מאך נישט אוועק אונזערע רביס פון אמאל, דורכן צוגליייכן צום ארשיווע-קראלי -סאקמיר רעבי (ווי נאך האט ער ארויסגעשטופט רבנים?)

איסר האטלקי » זונטאג מאי 13, 2018 8:27 pm

· #402446
רביה''ק זי''ע
איסר האטלקי
דאס וואס רביה''ק שרייבט אז בעלזא איז נישט געווען אנטי-ציוני דארף א מקור.

איך מיין אז זיין איידעם דער סערעטער און זיין זוהן בעלזע רב זי"ע האבן איהם געקענט בעסער פון דיר, און אויב זיי האבן אזוי געזאגט און זיך אזוי געפירט למעשה איז נישט שייך קיין גרעסער מקור ווי דעם, אזוי זאגט מיר מיין נארישע דשעלי.

זיי האבן געזאגט אז ער איז נישט געווען אנטי-ציוני אדער נישט עקסטרעם קנאי? אנטי-ציונים זענען אלע געווען. ברענג זייערע וועטער. איך גלייב דעם סערעטער, אבער נישט דיר.....

לגבי וואס מיינט אנטי ציוני, פריקת עול אדער שלש שבועות, דעמאלטס איז מען געווען קעגן דעם רעיון הציוני, נישט וואוסנדיג וואס דער פלאן וועט זיין. ס'געווען פארשידענע פלענער מיט איין ציל צו פארמאגן אן אייגן לאנד, בלויז פוריק עול האבן עס געשטיצט. קיין איין רב האט עס נישט געשטיצט, בעלזער רב האט יא?!

איסר האטלקי » זונטאג מאי 13, 2018 8:31 pm

· #402447
רביה''ק זי''ע


לגבי שלש שבועות, אויסער סאטמארע רב און חב"ד ווייס איך נישט פון נאך איינער וואס האט געהאלטן אז ס'איז א פראבלעם.

ווער האט געהאלטן אז ס'נישט קיין פראבלעם? ס'איז א מחלוקת הראשונים ויש לחשוש. מ'האט געהאלטן אז ס'נישט אסור צו זיין אין כנסת כאטש וואס זיי האבן מעגליך עובר געווען. די רבנים האבן געהאלטן אז מען דארף פרובירן זיך אנצונעמען און אויסצונוצן די רעכטן וואס די חרדים האבן, אפילו זיי האבן מעגליך עובר געווען אויף די שלש שבועות.

לערן אביסל היסטאריע.

איך אויך » זונטאג מאי 13, 2018 8:31 pm

· #402448
נייקאווע, ברובו ביסטו גערעכט אבער דאך צו שארף.

newkave » זונטאג מאי 13, 2018 8:33 pm

· #402450
איך אויך
נייקאווע, ברובו ביסטו גערעכט אבער דאך צו שארף.


וואס איז צו שארף?
איך זוך נישט זיך צו שלאגן.
איך וועל פארמעקן טאמער איך האלט ווי דיר.

רביה''ק זי''ע » זונטאג מאי 13, 2018 8:36 pm

· #402451
איסר האטלקי
אנטי-ציונים זענען אלע געווען
מקור ביטע.

איסר האטלקי
לגבי וואס מיינט אנטי ציוני, פריקת עול אדער שלש שבועות, דעמאלטס איז מען געווען קעגן דעם רעיון הציוני, נישט וואוסנדיג וואס דער פלאן וועט זיין. ס'געווען פארשידענע פלענער מיט איין ציל צו פארמאגן אן אייגן לאנד, בלויז פוריק עול האבן עס געשטיצט. קיין איין רב האט עס נישט געשטיצט, בעלזער רב האט יא?!
אלע רבנים פון די אגודה האבן עס געשטיצט, סאטמארע רב ברענגט עס אליינס אין ויואל משה אין מאמר שלש שבועות סימן קמ- קמה איך געדענק נישט פונקטליך וואו

איסר האטלקי » זונטאג מאי 13, 2018 8:37 pm

· #402452
אפשר רעדטסטו פון נאכן קריג. איידערן קריג האט קיינער נישט געשטיצט אזא רעיון.
בלאט: 1 2 3 4 5 6