☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » פרשת בעלז תשמ"ב

פרשת בעלז תשמ"ב

269 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1247
בלאט: 1 2 3 4 5 6

קלאר » מאנטאג יולי 30, 2012 3:52 pm

· #29887
משכיל
דאס טוט אזוי ביטער וויי, י

אז נאך די אלע זאכען איז דער בעלזער געווארען דער גרעסטער רבי אין דור, וואס אלע מוסדות בלי יוצא מן הכלל גייען קוקען זיין חינוך סיסטעם און מאכען איהם נאך, די גרעסטע רבנים קומען זיך שואל עצה זיין מיט איהם, און ער איז דער קלוגסטער פון אלע מנהיגים פון דור


עס איז נישט גיט צו חלומ'ן הויעך
ער האט שיינע אויפגעסטע מוסדות, ריזיגע הערליכע בילדינגס, אין כבוד בית בעלזא איז אריינגעפראגאמט צווישן די תרי''ג מצות
אבער,
משכיל
דער גרעסטער רבי אין דור,
וואס אלע מוסדות בלי יוצא מן הכלל גייען קוקען זיין חינוך סיסטעם און מאכען איהם נאך,
די גרעסטע רבנים קומען זיך שואל עצה זיין מיט איהם,
און ער איז דער קלוגסטער פון אלע מנהיגים פון דור

😂
מאכט מיך טראכטן אז די דמיונסט

איך אויך » מאנטאג יולי 30, 2012 3:58 pm

· #29890
קלאר בא לקלל ונמצא מברך...

ידען » מאנטאג יולי 30, 2012 5:57 pm

· #29916
כאב נאנישט געלייענט אלעס ביז דא, אבער דערווייל האבעך שוין די סידי און סיז א פילע mp3 און כעל זעהן פורסט הענד אביסל וואס דארט איז געווען,

די סידי איז פון די סאטמאר/סאכדעס זייט און אויך האבען זיי געלייגט די דרשה פונעם בעלזע רבין וואס איהם גיי איך הערן די ערשטע.

איך אויך » מאנטאג יולי 30, 2012 6:48 pm

· #29933
איך האב דיר שוין געזאגט אז זאלסט אויך פארשאפן א אויטענטישע טעיפ ווייל די סאטמערע האבן געפעלשט שטיקלך.

ידען » מאנטאג יולי 30, 2012 7:12 pm

· #29947
איך אויך
איך האב דיר שוין געזאגט אז זאלסט אויך פארשאפן א אויטענטישע טעיפ ווייל די סאטמערע האבן געפעלשט שטיקלך.

ווי קעמען פארשאפן?

איך וועל אראפברענגען שטיקלעך און אויב איינער וועט וויסן קלאר אז סע נישט אמת, וועט מען זיכער שרייבן.

שמיטה » דינסטאג יולי 31, 2012 1:13 am

· #30120
ס'נאריש צו זאגן אז כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א האט געהאלטן די דרשה כדי זיך אנצונעמן אויף זיין פעטערס כבוד - א מעשה פון כמעט 30 יאר פריער.

די דרשה איז געקומען נאך וואס די בעלזא קהלה האט זיך אנגעליטן פון די עדה-סאטמאר. זיי האבן זיך געשפירט אויסגעשלאסן. די עדה האט נישט געוואלט אריין נעמן זייערע אינגעלייט אלס דיינים וכדומה.

אז ס'טוט וויי, שרייט מען. האט דער בעלזא רב שליט"א אויסגענוצט די געלעגנהייט ביים שטייעדיגע תורה צו דערהייבן זיין עולם, און אויסדריקן זיין קעגנערשאפט אקעגן אזא אומאויסגעהאלטענע געפירעכטץ.

ער האט בדבריו הברורים וקולעים אל השערה אונטערגעריסן אזא הנהגה פון, אלעס איז מותר וויבאלד "איך האב א שיטה".

בעלזער רב שליט"א האט טאקע גערעדט אקעגן סאטמאר, אבער ווייט פון אזוי שטארק ווי מ'האט עס געשילדערט אין סאטמאר. ווא'זשע דען, וויבאלד ס'איז געווען די ערשטע מאל אין היסטאריע וואס איינער האט זיך דערוואגט ארויסצוזאגן זיין מיינונג אקעגן די ביז דאן פארהייליגטע סאטמאר, ממילא האט עס אויפגעשורעמט די געמיטער פון די וועלכע האבן פאר קיין שום פרייז נישט פארגינען פאר בעלזא צו ווערן אן אומאפהענגיגע פארטיי.

דאכצעך (שוין געהערט די טעיפ יארן צוריק) אז בעלזער רב שליט"א האט אויך געזאגט, אז ער האט אין זיין באזיץ א גאנצע קונטרס, וועלכע פרעגט אפ די שיטה, און ער האפט עס אי"ה ארויסצוגעבן. (אויב האב איך א טעות אין דעם פרט ביטע מיר פאררעכטן)

אוודאי היינט ווען [ר' מנשה פילאפף] מ'דערציילט פאר די דור חדש די היסטאריע פון די מחלוקה, לייגט מען צו א גאנצע ליסטע פון עבירות (בעניני ציונות) וואס בעלזא האט געטוהן איידער ער האט גערעדט אקעגן סאטמאר.

שמיטה » דינסטאג יולי 31, 2012 1:17 am

· #30121
אגב, פאר די אלע וואס ווייסן נישט, אדער פאר די אלע וואס זענען פון קינדווייז אן ערצויגן געווארן מיט די פערצענטע "אני מאמין" אז בעלזער רב איז אלעמאל געווען א שג...:

ווען האדמו"ר מבעלזא שליט"א איז אלס אינגערמאן געקומען אויף וויליאמסבורג בעפאר די מחלוקת, זענען אלע זקני הרבנים מדור הקודם געקומען צו זיין טיש, און געזעסן כעבדא קמיה מריה. הדרה דלא אפשר למפרט בשפותא.

שרייבער » דינסטאג יולי 31, 2012 8:34 am

· #30165
איך גיי נישט אריינגיין אין זיין פערזענליכקייט, און דאס אז מען איז געקומען צו זיין טיש מיינט גארנישט, מען איז געקומען אלס כבוד בית בעלזא נישט פאר זיין פערזענליכקייט

נאר סתם להערה בעלמא, דו גלייבסט נאך די שטותים ער האט אין באזיץ א קונטרס אםצופרעגן די שיטה, נו פארוואס געסטו עס נישט ארויס? איז דען נישט א גרעסערע אננעמאכץ פאר זיין פעטער ווי דעם? ער שוינט עפעס כבוד סאטמאר?

אבער ער האט!

משכיל » דינסטאג יולי 31, 2012 11:09 am

· #30231
זעה די 50 ארטיקלען אין די מחנה החרדי אין די מ' יאהרן, לייג עס צוזאם האסטו א שיין ספר, אבער דער בעלזער רב האט קיינמאל נישט געזאגט אז ער האט א ספר, דאס וואלט געווען קינדעריש, ווען ער סטראשעט נאר,י

בד"ו דער ערלויער רב האט געשריבען א חיבור קעגען די שיטה, אויך ר' יואל כהן פון ליובאוויטש

טעלעפאן » דינסטאג יולי 31, 2012 8:52 pm

· #30444
וואלט איינער געקענט מסביר זיין אין קורצן, וואס איז בעלזער רבי׳נס עבירה?

ידען » דינסטאג יולי 31, 2012 9:24 pm

· #30460
ווי קעמען זען די ארטיקלעך פון מחנה חרדי?

ידען » דינסטאג יולי 31, 2012 9:43 pm

· #30477
געטוישט צו תשמ״ב ווייל אויפן סידי שטייט אזוי.

איך האב אנגעהויבן הערן בעלזער רבי. דערווייל הער איך אביסל חיזוק.

זר זהב » דינסטאג יולי 31, 2012 9:46 pm

· #30479
וויאזוי האסטע געטוישט אן איבערלאזן סימנים אונטער'ן תגובה אז ס'פארראכטן געווארן?

ידען » דינסטאג יולי 31, 2012 10:18 pm

· #30483
זר זהב
וויאזוי האסטע געטוישט אן איבערלאזן סימנים אונטער'ן תגובה אז ס'פארראכטן געווארן?

מיט די גוטע קאנעקקשענס און ״ידיעות״ קעמען אלעס באווייזן

טעפל » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 4:39 am

· #30607
טעלעפאן
וואלט איינער געקענט מסביר זיין אין קורצן, וואס איז בעלזער רבי׳נס עבירה?

ער האט זיך "דערוואגט" צו זאגען אנדערש ווי סאטמער.....
דאס איז אין קורצען...

איך אויך » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 7:35 am

· #30612
דער פרשה האט זיך פארצויגן פון תש"ם ביז בערך תשמ"ד סאו ביידע קעפלך זענן ריכטיג.

אז דו ווילסט הערן די שטייעדיגע תורות הייב אן ביי תשמ"א ביז תשמ"ד. אבער נאכאמאל נאר די אוטענטישע בעלזר טעיפס.

שעפטל » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 6:29 pm

· #34842
די שטייענדיגע תורה וואס האט געמאכט די עיקר איבערקערעניש

די שאלה איז נאר ווער ס'האט דעס מפרסים געווען... וד"ל
📎 4.jpg 📎 3.jpg 📎 2.jpg 📎 1.jpg

שעפטל » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 6:30 pm

· #34844
המשך
📎 5.jpg

שעפטל » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 6:33 pm

· #34850
און דער ענטפער איז געווען דעס (און נאך...)
📎 קול קורא ח''ב.png 📎 קול קורא ח''א.png

chasid » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 6:35 pm

· #34853
ס'איז אינטערסאנט אז אויף "קול בעלז" קען מען נאר הערן די שטייעדיגע תורה'ס פון תשמ"ה און ווייטער

איך אויך » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 7:08 pm

· #34882
שעפטל, בעלז וואלט נישט געשריבן "מדברי האדמו"ר מבעלזא" דאס איז כמובן די פאלטשע סאטמערע גירסה וואס זיי האבן ארויסגעגעבן צו גיין צוזאמן מיט די פאלטשע טעיפ.

שמעקעדיג » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 7:14 pm

· #34891
האבן די בעלזא חסידים אויך געהאט די זעלבע סאטמארע טייפרייטערס?

שמיטה » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 7:37 pm

· #34900
chasid
ס'איז אינטערסאנט אז אויף "קול בעלז" קען מען נאר הערן די שטייעדיגע תורה'ס פון תשמ"ה און ווייטער

זיי האבן מער שכל ווי סתם אנצוהאלטן די מחלוקה על לא דבר

אוהב ספרים » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 12:03 am

· #34972
די פרטים און דאטומ'ס בקיצור:

תשל"ז = הייבט בעלזא אהן צו נעמען געלט
מען הייבט אהן לערן ענגליש אין בית מלכה בירושלים
תש"מ = שטייענדיגע תורה
תש"מ = הקמת בית דין דקהל מחזיקי הדת
תש"מ = נחתם הסכם שלום בין בעלזא להעדה החרדית בחתימת הגאב"ד בעל מנחת יצחק והאדמו"ר מבעלזא
תש"מ = ההסכם נקרע בהוראת האדמו"ר בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע
תש"מ = ו' שבט, אדמו"ר בעל ברך משה האלט שארפע דרשה בהילולת אביו העצי חיים נדפס במהר"ם טב עה"ת
תשמ"ב = שטייענדיגע תורה הידוע
תשמ"ב = כינוס בפראט אינסטוט

די בעלז'ע האבן געהאט [גערעכטע טענות] אנטקעגן נישט אהננעמען זייערע מו"צים בבית דין העדה החרדית, מיט שוואכע תירוצים בתגובה לזה האט מען אנגעהויבען נעמען געלט פון די מדינה. ביז דעמאלטס האט האדמו"ר מבעזלא נישט גע'חתמ'ט לטובת בחירות וכו', און זיך געהאלטן גאנץ נאנט מיט די עדה [בדרך אגב, אין די למ"ד יארן איז אויכעט געווען א פרשה מיט תו"א וואס האט געסטראשעט אז זיי גייען זיך טיילן בתגובה לזה האט מען אויפגענומען ראש ישיבת תו"א הרב בנימין רבינוביץ כחבר הביד"צ, ואכמ"ל להאריך בזה].

אודות תשט"ז, ידוע מה שהעידו בזה הגרמ"א פריינד במכתבו, כמדומני לגעציל בערגער, וכן בספרו של ר' ליפא שווארץ וכו', שהדברי יואל מעולם לא אמר מה שייחסו אליו בפני האדמו"ר מהר"א מבעלזא, אבער די בעלזא האבן געהאט א סיבה פארוואס צו אנדרייען די מחלוקה, זיי האבן מורא געהאט וואס וועט זיין נאך פטירת מהר"א, אז סטמאר וועט כאפן גרויסע חלקים וכו' וד"ל, וגם זה אין מקומו באשכול זו]

משכיל » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 12:21 am

· #34977
יעדער איינער ווייסט קען נישט זיין ליגענט, הלא יעדער איינער ווייסט, און דאס דארף אינגאנצען נישט קיין ראיה ווייל יעדער איינער ווייסט, עס האט די קראפט פון טויזענט עדים, ווייל יעדער איינער ווייסט, גיי ווענד עס אפ, איט מאסט בי ווייל יעדער איינער ווייסט וכו' וכו' וכו' ..

שעפטל » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 5:25 pm

· #35296
איך אויך
שעפטל, בעלז וואלט נישט געשריבן "מדברי האדמו"ר מבעלזא" דאס איז כמובן די פאלטשע סאטמערע גירסה וואס זיי האבן ארויסגעגעבן צו גיין צוזאמן מיט די פאלטשע טעיפ.

פאלש מיינסטו צוגעלייגטע שטיקלעך נאכגעמאכט די קול? אדרבה אהער מיט די אמת'ע

שעפטל » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 5:57 pm

· #35315
אוהב ספרים
די פרטים אין דאטומ'ס בקיצור

תשל"ז הייבט בעלזא אהן צו נעמען געלט
מען הייבט אהן לערן ענגליש אין בית מלכה בירושלים

קוק שפעטער סיעף ג' פונעם הסכם און אויך די מחאה
📎 נעמען געלט.jpg

שעפטל » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 6:02 pm

· #35316
אוהב ספרים
די פרטים און דאטומ'ס בקיצור:


תש"מ = שטייענדיגע תורה

האב איך נישט
אוהב ספרים
תש"מ = הקמת בית דין דקהל מחזיקי הדת

קוק די רעאקציע
📎 שחיטה3.jpg 📎 שחיטה2.jpg 📎 שחיטה.jpg 📎 בי''ד.jpg

שעפטל » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 6:13 pm

· #35323
אוהב ספרים
די פרטים און דאטומ'ס בקיצור:

תש"מ = נחתם הסכם שלום בין בעלזא להעדה החרדית בחתימת הגאב"ד בעל מנחת יצחק והאדמו"ר מבעלזא

פעלט די פאלגענדע
סעיף ג. בת"ת של מחזיקי הדת בירושלים וכן בית החינוך לבנות בית מלכה בירושלים לא יקבלו כספים מתקציבי משרד החינוך דרך איזה צינור שהוא.
סעיף ה. "השוחטים מטעם קהל מחזיקי הדת יועמדו גם תחת פיקוחם והשגחתם של ביד"ץ העדה, ואם רוצים יכולים למכור בחניות המיוחדות שלהם".
סעיף ו' בנספח להסכם " להאמור בסעיף ה. בהסכם לא יהיה על החנות שלט של שום השגחה"
און נאך
📎 לחיים.jpg 📎 הסכם1.jpg

שעפטל » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 6:14 pm

· #35324
אוהב ספרים
די פרטים און דאטומ'ס בקיצור:

תש"מ = ההסכם נקרע בהוראת האדמו"ר בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע
📎 בטל.jpg

על המחיה » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 7:59 am

· #39945
שעפטל
אוהב ספרים
די פרטים און דאטומ'ס בקיצור:

תש"מ = נחתם הסכם שלום בין בעלזא להעדה החרדית בחתימת הגאב"ד בעל מנחת יצחק והאדמו"ר מבעלזא

פעלט די פאלגענדע
סעיף ג. בת"ת של מחזיקי הדת בירושלים וכן בית החינוך לבנות בית מלכה בירושלים לא יקבלו כספים מתקציבי משרד החינוך דרך איזה צינור שהוא.
סעיף ה. "השוחטים מטעם קהל מחזיקי הדת יועמדו גם תחת פיקוחם והשגחתם של ביד"ץ העדה, ואם רוצים יכולים למכור בחניות המיוחדות שלהם".
סעיף ו' בנספח להסכם " להאמור בסעיף ה. בהסכם לא יהיה על החנות שלט של שום השגחה"
און נאך


דא האט איר די הסכם נישט צענזורירט
📎 BAID - Copy.jpg

על המחיה » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 8:02 am

· #39946
נספח להסכם
📎 nispach.jpg

משכיל » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 7:12 pm

· #40195
איך האב געמיינט אז דער בעלזער רב האט גערעדט אויף די גאוני קמאי, ווי מאכן זיי א שלום אהן דערמאנען וואס די תשובה איז וועגן דעם?

איך אויך » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 7:21 pm

· #40198
יענס איז געוון תשמ"ב און דאס איז תש"ם, ואגב זעהט מען בעלז האט מסכים געוון מוותר צו זיין אויף כמעט אלעס למען השלום נאר די ווילי רשעים ארורים האבן מורא געהאט זיי גייען פארלירן זייער פאוער האבן זיי געזיכט לעכערליכע אויסריידן מבטל צו זיין די הסכם.

על המחיה » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 12:17 pm

· #40394
איך אויך
קלאר
איך אויך
[ציטאט אראפגענומען]

די סיבה ווייסטו אויך?

וואס זאל זיין די סיבה?

אז דו פרעגסט איז משמע דו קענסט נישט די היסטאריע, איז קודם לאמיר אביסל מישן א בלעטל היסטאריע.

אזוי ווי שיטה מקובצת האט שוין דערמאנט האט ר' לייביש נישט געוואלט סאטמאר רב אלס מסדר, אין ווילי וואוינט א חשובע יוד הרה"ח ר' בנציון אויסטרליץ שליט"א (ווער עס קען עם ווייסט דער יוד איז נישט מסוגל צו זאגן ליגנט) פארציילט ער אז ער איז געווען דערביי ווען ר' לייביש איז געקומן אין דעם ווילי בעלזר שטיבל דאווענן מעריב נאך זייער וויזיט ביים רבין (כידוע האט ער געכאפט א פראסק פון זיין טאטע פארן נישט וועלן מכבד זיין דעם רבין מיט סידור קידושין) האט ער זיך געגרויסט בזה"ל "איך בין מיטגעגנגן מיט מיין טאטע אבער כ'האב עם נישט געקוקט אין פרצוף אריין!"

בקיצור ער איז געווען עוורי'דג בעלזר שוואנץ, די וואס געדענקן עם פן יענע יארן פארציילן אז ער איז געווען א בעלזר חאניאק וואס פלעגט דאווענן שפעט מיט בעלזר רב, נארוואדען? ר לייביש האט זיך געשמעקט א פאסטן און ווען ר' חיים ליב כ"ץ איז ארויס פון זיין סאטמער ראש הכוללשאפט כדי צו ווערען אב"ד בעלזא בווילי האט דאס ר' לייביש זייער פארדראסן פארוואס מען האט עם נישט גענומן, אפאר יאר שפעטר ביי די בעלזר מחלוקת מצא בעל חוב הזדמנות לגבות את חובו און ווי געשריבן איז ער געווען דער עיקר אנדרייער ביים טאטען מיט א שטארקע האס.



די מיינסט טאקע אז די סיבת ההתנגדות פונ'ם פשעווארסקע רבי אקעגען בעלז איז וועגען א דיינות פאסטען אין א שטיבל אין וויליאמסבורג??

רבי לייבוש האט געקענט זיין ברומו של עולם, פון די גרעסטע אנגעזעהנסטע רבי'ס אין די וועלט, אויב ער וואלט נאר געוואלט, ער האלט פשוט נישט דערביי אין איז ווייט פון דעם כרחוק מזרח ממערב
גייסט מיר זאגען אז ער קען עד היום הזה נישט מוחל זיין דעם בעלזער רבי פאר'ן נישט געבען א דיינות פאסטען פאר מעהר ווי 30 יאהר צוריק??

מיינסט אונז זעמיר דא אלע בעלזע בחורים'לעך?
טוה מיר א טובה...

איך אויך » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 1:44 pm

· #40455
וואס איך מיין און וואס איך מיין נישט איז אירעלעווענט, דאס זענן די פאקטן און נעם דיר אריין אין קאפ אז נישט איבעראל איז סאטמער ווי מען פאלציפירט און טוישט טעגליך היסטאריע צו געפעלן די קאררענט מואד.

צו ר' לייביש וואלט געקענט זיין די גרעסטע רבי ווייס איך נישט אבער עכ"פ אין די תקופה פון וואס איך רעד איז ער געווען א אינגערמאנטשיקל א בנש"ק גארנישט אנדערש ווי הונדערטר אנדערע בנשקלך און עס זענן דא הונדערטר אידען וואס געדענקן אים אלס בעלזר שוואנץ , ד"א עס האט זיך נישט גערעדט פון א דיינות פאסטן נאר א אב"ד פאסטן, און טאקע זייט מען האט זיך אבגעבריט מיט רב כ"ץ (אכמ"ל) האט מען נישט אויפגענומן א צווייטן אלס אב"ד.

משכיל » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 1:53 pm

· #40461
עס איז אינטרעסאנט אז ר' לייביש איז דער איינציגער מענטש אויפן כדור הארץ וואס האט געוואוסט צו דערציילן און מפרסם צו זיין אז דער בעלזער רב ר' אהרן זצ"ל איז געווען נגד נעמען געלט פון די מדינה,

אויך איז ער געווען א גרויסער לוחם קעגן ר' מיכל לעבאוויטש שליט"א, אן א פארוואס, וואס איז דאס געווען זיינע געשעפטן, זעהט אויס אז ער איז בטבע א גוטער מענטש, און דאס איז די סיבה וואס ער וועט קיינמאל נישט זיין קיין גרויסע רבי.

על המחיה » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 2:21 pm

· #40469
תנוח דעתכם, קיינער איז נישט מסלף דא די היסטוריה

כולי עלמא מודה אז רבי לייביש איז געווען בימים ההם א פארביסענע בעלזע חסיד אין ער האט מיט סאטמער קיין שום שייכות נישט געהאט נאר להיפך, וכידוע לכל

די וועלט דערציילט אז ער איז געזעצען איינמאל א גאנצע נאכט ביים דברי יואל אין ער איז ארויס פון דארט א חסיד פונ'ם רבי'ן מיט'ן שיטה

אבער ער איז געבליבען א חסיד מובהק פונ'ם בעלזער רב זי"ע, ווען ער רעדט פון די רב זכרונו לברכה מיינט ער בעלז און ווען ער רעדט פון די רבי זכרונו לברכה מיינט ער סאטמער
ער פירט טיש כ"א און כ"ו אב וכדומה
און דאס איז געווען די גורם צי זיין דרשה תשמ"ב בעצרת למען העדה"ח אז די בעלזער רב האט נישט געלאזט נעמען קיין געלט (וואס אגב איך בין כמעט בטוח אז די יונגלעך דא האבען נישט קיין אהנונג וואס ער האט דארט געזאגט...) ווייל די קונפליקט פון די צוויי גרויסע רבי'ס זיינע האבען אים געברענגט צו דעם מסקנה...

דאס איז נישט די נושא אין 'דאס גאר' איז אומרעלעווענד

מיין הערה איז געווען אויף די לעכערליכע קינדערישע הנחה אז די סיבת ההתנגדות פון רבי לייבוש איז ווייל ער האט נישט באקומען א פאסטען אב"ד בעלזא וומס"ב, דע באבקעס קענט איר גיין פארקויפען פאר בעלזע בחורים'לעך נישט פאר געזעצטע מענטשען
רבי לייביש איז שוין בימים ההם געווען אסאך מעהר ווי סיי וועלכע בנש"ק, ער איז געווען א בן יחיד פונ'ם פשעווארסקע רבי זצ"ל אשר עתידו לפניו, אין איך וועל אפילו מסכים זיין מיט דיר אז עס האט אים געשטערט אז מען האט אים נישט געגעבען די אב"ד פאסטען, אבער פון דא ביז זאגען אז מעהר פון דרייסיג יאהרען קען ער נישט מוחל זיין אויף די פגיעה בכבודו, ווען במשך די יאהרען האבען אים אסאך מענטשען וויי געטוהן זה בכה וזה בכה יכפר עליהם ה', און ער האט נישט אויף זיי קיין פאריבל אדער שנאה (כידוע ליודעים), איז פארט מיר א גאנג

איך ווייס אז אזוי האט מען איינגעבאקען און די קינדער און בעלזע חדר, אבער די ביזט שוין לכאורה געניג ערוואקסען איינציזעהן די געלעכטער וואס אזא הנחה ברענגט פאר יעדער וואס האט נאר די מינדעסטע פארקער מיט'ן פשעווארסק'ער רבי זז"ג

ולמשכיל ייאמר
איך גיי נישט דא אויספאקען מעלותיו וחסרונותיו של האי איש מורם מעם, יכלו הדיו והם לא יכלו, נאר בקצרה רבי לייבוש איז זיייער א'ן עקסטרעמע מענטש לטב ולמוטב, און דאס האט אים געברענגט צו טוהן פארשידענע זאכן במשך השנים, אבער צו ברענגען איין מעשה און אויף דעם בויען דרגת טוב לבו, קומט נישט פון גרויס חכמה, מחמת שני טעמים

א' אויף יעדע מעשה וואס די ברענגסט קען איך דיר ברענגען כהנה וכהנה ממדת טוב לבו הגדול

ב' אויב מען קען באסטעמפלען א מענטש מיט אפאר מעשה'לעך וואס מען האט געהערט און מקוה. דאן וואלט איך זייער נישט געוואלט זיין קיין בעלזע חסיד

ואידך פירושא הוא

משכיל » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 5:07 pm

· #40570
ער האט פשוט געוואלט זיין א העלד אין סאטמאר, עס איז די טבע פון מענטשן ווען איינער גייט אריבער פון איין פארטיי צו די געגנערס וויל ער ווייזן ווי געטריי ער איז צו די נייע רעליגיע זיינע, איך האב נישט קיין איין האר ספק אז דאס איז געווען די סיבה, ווייל דער עצם פאקט איז עס איז א גרויסע ווילדע שקר צו זאגן אז דער בעלזער רב זצ"ל האט נישט געלאזט נעמען קיין געלט פון די מדינה

בד"ו איך האב זייער נאנטע אינפארמאציע פון זיין עבר, איך רעד נישט נאך קיינע מעשה'לעך,

אויך מאכט ער ביי דיר א רושם ווי א ליבליכער מענטש?

אויך לאמיר זאגן א משל ווי איינער האט זיך מגייר געווען און זיינץ א ברודער א גוי האט געטשעפעט מיט א איד און די אידן זיינען געגאנגען אין איהם געכאפט און איהם אנגעזעצט די ביינער, קומט דער גר און ער שטעלט זיך אויך צו און גיט דעם גוי'שען ברודער זיינעם א גוטן זעץ אין קאפ, וואס מיינט איהר אז דאס איז שיין אדער מענטשליך,

ער איז דאך געווען א חסיד פון בעלזער רב וואס האט געהייסן גיין צו די בחירות און געזאגט אז מען דארף דאנקען דעם אייבערשטן אז עס איז דא א"י ווי א איד קען אוועק לייגן דעם קאפ, און גענומען רב אונטערמאן פאר מסדר קדושין, סא ווייל ער איז געווארען אן איידעם ביים לאנצוטער און ער האט געוואלט געפעלן שטעלט ער זיך זאגען שקרים, דאס איז ביי מיר א......

רויטע וואנצעס » זונטאג סעפטעמבער 1, 2013 2:55 am

· #146957
עפעס האב איך אמאל געהערט אז די סקולענער רבי איז ברוגז אויפן בעלזער רבי, ווייל ער האט זיך מתחצף געווען צום טאטן ר' אליעזר זוסיא זצ"ל. איינער ווייסט אויב ס'איז אמת, פרטים?

בעל הבית » זונטאג סעפטעמבער 1, 2013 1:04 pm

· #147012
רויטע וואנצעס
עפעס האב איך אמאל געהערט אז די סקולענער רבי איז ברוגז אויפן בעלזער רבי, ווייל ער האט זיך מתחצף געווען צום טאטן ר' אליעזר זוסיא זצ"ל. איינער ווייסט אויב ס'איז אמת, פרטים?


בעלזע רב איז געווען בערך 22 אין סקלעון'נע רבי זצ"ל אן אלטע מסירות נפש איד
קוים געקענט זעין,האט עם בעלזא רב שליט"א גהייסן זינגען א סאנג

רויטע וואנצעס » זונטאג סעפטעמבער 1, 2013 1:07 pm

· #147017
א דאנק פאר די אינפא. איך הער די היינטיגע סקולענער רבי וויל זיך נישט טרעפן מיט עם און האט זיך נישט געטראפן מיט אים זייט דעמאלס.

פלעין יודיש » מיטוואך פעברואר 12, 2014 4:55 pm

· #183277
איז אמת די שמועה, אז היינט ביים הכנסת ס''ת אין ירושלים צום פשעווארסקער ביהמ''ד האט ר' לייביש נישט געוואלט טאנצען אינדרויסען אויפן גאס נאר געווארט אינדרויסען פון ביהמ''ד, ווייל די ס''ת איז ארויס פון א דירה אין קרית בעלזא-ירושלים און ס'איז דורכגעגאנגן די קריה,
ווייסט איינער פרטים???

טעפל » מיטוואך פעברואר 12, 2014 5:20 pm

· #183292
פליז מאך איהם נישט פאר אזוי נאריש..

פלעין יודיש » מיטוואך פעברואר 12, 2014 6:17 pm

· #183316
[ציטאט אראפגענומען]

מצא מין את מינו
סא פארוואס האט ער נאכאלס מורא אריינציגיין אין די בעלזער פאלאץ אין ירושלים
וועם טיט ער א טובה
זיינע חסידים האבן שוי געפעסד די פעקט

signout » מיטוואך פעברואר 12, 2014 6:33 pm

· #183321
פלעין יודיש
[ציטאט אראפגענומען]

מצא מין את מינו
סא פארוואס האט ער נאכאלס מורא אריינציגיין אין די בעלזער פאלאץ אין ירושלים
וועם טיט ער א טובה
זיינע חסידים האבן שוי געפעסד די פעקט

די רעדט ביטע נישט, קיינער האט נישט מצליח געווען צו צוברעכן די עדה החרדית פין אינעווייניג ווי מהרז''ל היינט אין ירושלים אין בית שמש, דער בעלזא קומט נישט צו זיינע שפיץ פינגער

פלעין יודיש » מיטוואך פעברואר 12, 2014 6:50 pm

· #183337
דאס איז טאקע מיין פראגע
סא פארוואס האט ער אזא גרויסע פראבלעם אריינציגיין אין בעלז
WHATS WRONG ABOUT THEM

שעפטל » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 2:17 pm

· #185165
זיס צו זעהן ווי מ'פארפירט דעם שמועס ווייטער צו רבי אהרן'ן...

נאר א ענטפער... זיי זענען געקומען קיין קרית יואל פאר א שבת התוועדות, גארנישט מיטן רבי'ן.

עפל סיידער » מאנטאג אפריל 28, 2014 3:59 pm

· #197781
אינטערסאנט עס האלט שוין נאך א סיעס פייער צווישען די שוואגער'ס מען איז שוין געווען אויף וויזיט'ס, שמחות, בחורים זענען שוין געווען אינעם שטעטל אויף שבת, די שוחטים קומען מדי שבוע בשבוע שעכטן ביי די סאטמארע פלייש,
אבער אויפען טעלעפאון ליין פון די אהרונים קנאקט מען שטיקער נעכטן אין בעלז פאר דעם

בעל הבית » מאנטאג אפריל 28, 2014 4:06 pm

· #197786
ביי וועלכע קנעפלעך קענען מען דאס הערן
בלאט: 1 2 3 4 5 6