פרשת בעלז תשמ"ב
269 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1247
רביה''ק זי''עאיסר האטלקי
לאנג פאר די צייטן פון בעלזער רב. דו ביזט מיר שולדיג הוכחות אז מהרי''ד מבעלזא איז געווען פרא ציונות.
איך מיין אז זיין איידעם דער סערעטער און זיין זוהן בעלזע רב זי"ע האבן איהם געקענט בעסער פון דיר, און אויב זיי האבן אזוי געזאגט און זיך אזוי געפירט למעשה איז נישט שייך קיין גרעסער מקור ווי דעם, אזוי זאגט מיר מיין נארישע דשעלי.
נו אפשר ברענגסטו שוין א מקור אז זיי האבן עס געזאגט??
איסר האטלקי
נו אפשר ברענגסטו שוין א מקור אז זיי האבן עס געזאגט??
עיין לעיל ותמצא נחת.
Gimpelהמהריד היה מקור הקנאות
די בילגורייא רב שרייבט אין א בריוו אז זיין ברודער האט איהם געזאגט "איך ווייס נישט וואס זיי רעדן וועגן קנאות, כ'האב עס נישט געזען ביים טאטן און נישט ביים זיידן".
מקור ביטע
בעלזא האט קיינמאל נישט געהאט קיין שיטה פון קנאות.
דאס איז איינע פון די זאכן וואס די סאטמערע פראבירן איבער צו שרייבן די היסטאריע כדאי האבן מיט וואס זיך פארענטפערן זייער שיטה, און מיט וואס צו האקן אויף בעלזא.
בעלזא האט אלס געהאט איין זאך וואס זיי האבן געשטרעבט צו דינען, און דאס איז דער באשעפער.
קנאות איז קיינמאל נישט געווען א געטישק ביי זיי.
אזוי ווי דער 'שר שלום' האט שוין געזאגט: "בעלזא וועט זיין א ווינקל פאר תורה און יר"ש בי משיח וועט קומען."
יא קנאות נישט קנאות, דאס איז קיינמאל נישט געווען א 'שיטה' אדער א גאנג וואס אויף נאר אויף דעם האט מען זיך אנגעוויזן.
ס'איז טאקע געווען רב'ס וואס זענען געווען מער קנאיש, אדער וויניגער, אלס לויט די עיקר שטרעבונג- פון א ווינקל פאר תורה און יר"ש, און וויאזוי ס'האט זיך געפאדערט און יענע צייטן. נישט אלס א 'שיטה הקדושה' אדער אלס א 'דרך און חסידות'.
נעמען א חסידות וואס עס איז נישט פארהאן דארט קיין תורה אדער יר"ש, נאר קנאות אלס א 'דרך' און יידישקייט.
און פראבירן צו צוגלייכן צו א חסידות וואס איז געוועהן באווסט אלס מלא וגדוש תורה ויר"ש, אסאך פאר ווען מ'רעדט פון קנאות,
איז נישט מער ווי א חוכא ואיטטלולא.
(נישט אומזיסט האט דער רב געזאגט פארשטאפטע גענז, דאס האט אין זיך א טאפלטע משמעות. א חסידות וואס איז זיך מחמיר נהנה זיין פון אלע תאוות העוה"ז, זאלן נישט קומען אויסלערנען קנאות פאר ווער עס זייפט זיך איין און תורה און יר"ש)
ולהאיר אז אקוראט דאס האט בעלזער רב שליט''א ארויסגעברענגט ביי די באקאנטע שטייעדיגע תורות. און דערפאר האבען זיך די מאפיאנערישע שפלים ארויפגעווארפן עם צו פארציקן היל''ת. נאר פאר די נארישע אונגארישע קיען האט מען געמוזט באקן א עלילת דם ספין און איבערדרייען די וועלט אז ער האט ח''ו פוגע געווען בכבוד פונעם הייליגן חתם סופר.
רביה''ק זי''עאיך בין אלץ אויפגעוואקסן וויסנדיג אז אין בעלזא פלעגט מען באהאלטן די מסכתא פון דף היומי. כ'האב אמאל געפרעגט א מאכנובקער דערוועגן, זאגט ער מיר אז ער האט קיינמאל נישט געהערט דערפון. ס'איז מיר געווען א פלא, ווייל אויב אין בעלזא ווייסט מען נישט פון אזעלכע זאכן מיינט עס אז בפשטות איז עס נישט אמת, אבער ס'לייגט זיך נישט אויפ'ן שכל אז די סאטמארע זאלן סתם אויפבאקן אזעלכע מעשיות. ביז איינער האט מיר מסביר געווען אז די סיבה פארוואס די בעלזע יושבים זענען געווען קעגן די אגודה איז פשוט געווען אלץ שווענצערישקייט, זיי האבן נישט פארגינט אז אנדערע פירן אן א ווערטשאפט און זיי בלייבן פונדרויסן. עיין ערך סיטיפילד, בארקלעיס, ועוד, ואכמ"ל. איז עס געבליבן אזויווי אסאך אנדערע זאכן וואס די בעלזע יושבים האבן געטון און קיינער ווייסט נישט דערפון ווייל מ'שעמט זיך דערמיט.
איני יודע אם אכן הטמינו גמרות וכולי, אבל שמעתי מהרב (-) ששמע מזקינו שהיה על חג השבועות בבעלזא ממש לפני המלחמה ושמע איך שלפני הטיש אמר מהר''א להרב הנקרא ''פעטריווע דיין'' ממונקאטש שלא יגיד שיעור בדף היומי, ואמר שאגודת ישראל הוא אכן דבר טוב בפולין ובקונגרס פולין, אבל אצלינו לא צריכים את זה.
רביה''ק זי''עער איז נישט אריין אין אגודה ווייל ער האט געהאלטן אז ס'דארף זיין איינער פונדרויסן. אויב געדענק איך גוט שרייבט ר' איטשע מאיר אליין אז מהרי"ד האט איהם אזוי געזאגט.
בטח כוונתך למכתב האמרי אמת, בו כתב ששמע כן בשם מהרי''ד.
און די אלע וואס גייען קומען נאך א מינוט און פאדערן א מקור,
וויל איך מקדים זיין,
אז א מוציא מחברו עליו הראיה,
דאס אז סאטמערער רב'ה האט געהאלטן קנאות אלס אן עיקר בדת, קען יעדער איינער זעהן און זיין ספר, און אין זיינע תורות,
טאמער וויל איינער קומען טענה'ן אז בעלזא האט אמאל געהאלטן אז קנאות איז איינס פון תרי"ג מצוות,
זאל ער ברענגען כאטש איין בעלזא תורה וואס רעדט וועגן די חשיבות פון קנאות...
אלע בעלזא תורות רעדן וועגן תורה, יר"ש, עבודת המידות, תפילה, קיום המצוות, אא"ו
דאס איז אייביג געווען די מאטא, און דאס איז היינט אויך די מאטא.
ווער עס האט געטוישט און פאדרייט זיין דרך פון פאר די קריג, איז גאר איינער אנדערש.
Re: פרשת בעלז תשמ"ב
און די פארטיי ספין איז שוין צוריק. מ׳שטעלט די נושא כאילו ׳עס איז פון די תרי"ג מצוות׳ און דערנאך פאדערט מען א ראיה. מ׳רעדט פון פשוט עקסטרעמיזם און דער מהלך פון אני ואפסי עוד.
יא, אין בעלזא האט מען גערעדט עקסטרעם קעגען ערשיינונגען וואס דער תורה האט נישט פארווערט. דאס איז נישט עקסטרעמיזם? יא, אין בעלזא האט מען גערודפ׳ט די וואס גייען נישט אין שפאן. דאס איז נישט עקסטרעמיזם?
שוואנצאנות איז נישט קיין סאטמארער חידוש. יעדער באשרייבונג פון בעלזא אינדערהיים, כולל וואס בעלזא אליינס דרוקען, איז פול דערמיט.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
(ביטע איגנארירן דעם טראל).
מצפה, איך וואלט אביסל מער מרחיב און מבאר געווען. אין בעלזא איז מען אייביג געווען פארנימען מיט זיך, מה חובת יהודי בעולמו לערנען תורה דינען דעם אייבערשטען און טוהן פאר אידנס וועגן. איי עס זענען אויפגעשטאנען נייע אידיען וואס האבען אונז געשטערט פון טוהן דעם רצון הבורא האט מען לוחם געווען בחרב ובחנית פאר אונזערע רעכטן און ברשות הקיר''ה זיך אפגעטיילט ווי ווייט מעגליך אז מען זאל קענען טוהן אונזער עבודת הבורא, און פון די אנדערע זייט ממליץ געווען כלפי שמיא בבחינת יתמו חטאים ולא חוטאים און געזעהן גוטס ביי אידן.
ווידער דער אונגארישער מונקאטשער און סאטמארער דרך איז אייביג געווען צו זיכען ביי יענעם כל מיני עבירות, בארעדן און באזידלן מיט די גרעבסטע לשונות ווער ער האלט נישט ווי דיר כולל אלע גדולי ישראל. ווידער ביי זיך דארף מען נישט מאריך זיין וויפיל מען האט פראטעקטעד שוחד, גנבים, נואפים, מאלעסטערס, אומריינע געלט וכו וכו.
אויך איז ביי זיי געווען דער דרך צו טיילן ימח שמו'ס מיט גאר א ברייטע האנט, מקטרג זיין און זאגאר שעלטן אויף אידן ווען אימער.
יעצט ווען די 2 דרכים האבען זיך צאמגעשטויסן איז מובן אז עס איז געווארן א קאטעסראפע. אויב אינדערהיים אז כאטשיק געווען עטוואס א מורא של מלכות איז אין די אנגעפאשעטע אמעריקע דאס אויך נישט געווען. וכמעט שלא השאיר לנו שם ושארית לפאפא, וויזשניץ, סקווער, בעלזא, קלאזענבארג וכו. עד שקם הארי החי און אויסגעריפן קבל תבל ומלואה אז מיר האבען ב''ה אויך געהאט גרויסע זיידעס וואס מיר גייען אין זייערע דרכים און קיינער וועט אונז נישט איינטיילן וואס מיר זאלן טוהן.
.
.
Re: פרשת בעלז תשמ"ב
האמיר דא איך אויך וואס זאגט אז פראטעקטן מאלעסטערס איז א מונקאטשער און סאטמארער דרך, קעגן מונקאטשער רב וואס דערציילט אונז אז יסע לבעלז ויותר הכל, און אויב רעדסטו פון נאכן קריג איז שוין אויף בעלז אויך דא פונקט אזויפיל שמוץ.
מצפה לישועהבעלזא האט קיינמאל נישט געהאט קיין שיטה פון קנאות.
דאס איז איינע פון די זאכן וואס די סאטמערע פראבירן איבער צו שרייבן די היסטאריע כדאי האבן מיט וואס זיך פארענטפערן זייער שיטה, און מיט וואס צו האקן אויף בעלזא.
בעלזא האט אלס געהאט איין זאך וואס זיי האבן געשטרעבט צו דינען, און דאס איז דער באשעפער.
קנאות איז קיינמאל נישט געווען א געטישק ביי זיי.
אזוי ווי דער 'שר שלום' האט שוין געזאגט: "בעלזא וועט זיין א ווינקל פאר תורה און יר"ש בי משיח וועט קומען."
יא קנאות נישט קנאות, דאס איז קיינמאל נישט געווען א 'שיטה' אדער א גאנג וואס אויף נאר אויף דעם האט מען זיך אנגעוויזן.
ס'איז טאקע געווען רב'ס וואס זענען געווען מער קנאיש, אדער וויניגער, אלס לויט די עיקר שטרעבונג- פון א ווינקל פאר תורה און יר"ש, און וויאזוי ס'האט זיך געפאדערט און יענע צייטן. נישט אלס א 'שיטה הקדושה' אדער אלס א 'דרך און חסידות'.
נעמען א חסידות וואס עס איז נישט פארהאן דארט קיין תורה אדער יר"ש, נאר קנאות אלס א 'דרך' און יידישקייט.
און פראבירן צו צוגלייכן צו א חסידות וואס איז געוועהן באווסט אלס מלא וגדוש תורה ויר"ש, אסאך פאר ווען מ'רעדט פון קנאות,
איז נישט מער ווי א חוכא ואיטטלולא.
(נישט אומזיסט האט דער רב געזאגט פארשטאפטע גענז, דאס האט אין זיך א טאפלטע משמעות. א חסידות וואס איז זיך מחמיר נהנה זיין פון אלע תאוות העוה"ז, זאלן נישט קומען אויסלערנען קנאות פאר ווער עס זייפט זיך איין און תורה און יר"ש)
קען זיין אז בעלזא איז טאקע נישט באשטאנען פון ׳קנאות׳ זעלבסט אזויווי סאטמאר. וואס איך האב געזאגט איז אז די מעהר פארפרומטע און פארחאניאקטער קנאים האבן זיך געטראפן דאס פלאץ אין בעלזא. בעלזא איז געוועהן די טייפ חסידות אמאל. היינט איז עס מעהר סאטמאר.
צווייטענס בעלזא איז טאקע אפשר נישט געוועהן קנאותדיג געשטימט אויף די זעלבע מדריגה ווי סאטמאר דאך זענען זיי געוועהן אנטי-ציונים. מהאט נישט געדארפט זיין קיין קנאי פארדעם. וויזניץ און נאך צענדליגער חסידותן פאר די קריג זענען געוועהן ווייט פון קנאות דאך זענען זיי געוועהן שארף קעגן די רעיון הציוני. יא צי ניין?
Gimpelמקור ביטע
מפי השמועה ממה ששמעתי בדיבוק חברים עם חסידישע אידן, ואח"כ מצאתי שנדפס בקונטרס 'פרשת גדולת מדרכי'.
שבת אחים. וויזניץ און נאך צענדליגער חסידותן פאר די קריג זענען געוועהן ווייט פון קנאות דאך זענען זיי געוועהן שארף קעגן די רעיון הציוני. יא צי ניין?
ווענדט זיך וואס דו רופסט אן 'רעיון הציווני', כמו שהערתי למעלה כ"פ.
ועי' מה שרשמתי לעיל כמ''פ, ותמצא נחת לכל קושיותיך, והכל על מקומו יבא בשלום.
איך ווייס נישט פארוואס דו מיינסט אז איך האב קשיות, אלעס וואס איך ווייס שטימט הערליך שיין. דו ביזט דער וואס איז די גאנצע צייט פארנומען פרעגן קשיות.
גערעכט. ווען איינער רעדט אומפארשטענדליכע דיבורים איז עס מעורר קשיות פאר איינער וואס וויל פארשטיין.
וואס ווילסטו פארשטיין?
עי' לעיל ותמצא נחת
איך פראביר נאר דיך צו העלפן פארשטיין, אז דו ווילסט נישט איז נישט.
איך האב פרובירט צו פארשטיין, אז דו קענסט נישט איז נישט.
איש חזוןרביה''ק זי''עער איז נישט אריין אין אגודה ווייל ער האט געהאלטן אז ס'דארף זיין איינער פונדרויסן. אויב געדענק איך גוט שרייבט ר' איטשע מאיר אליין אז מהרי"ד האט איהם אזוי געזאגט.
בטח כוונתך למכתב האמרי אמת, בו כתב ששמע כן בשם מהרי''ד.
קען זיין. אויב קענסטו אהערברענגען דער בריוו וועל איך זען צי ס'איז טאקע דאס.
רביה''ק זי''עשבת אחים. וויזניץ און נאך צענדליגער חסידותן פאר די קריג זענען געוועהן ווייט פון קנאות דאך זענען זיי געוועהן שארף קעגן די רעיון הציוני. יא צי ניין?
ווענדט זיך וואס דו רופסט אן 'רעיון הציווני', כמו שהערתי למעלה כ"פ.
כפארשטיי נישט וואס דו רעדסט! די רעיון הציוני מיינט פשוט וישוט אז אידן דארפן האבן א אייגען לאנד. וואס איז אזוי שווער צופארשטיין?
קיין איין חסידישע פרומע רבי אדער ראש ישיבה וואס איך האב געהערט האט געשטיצט די רעיון פאר די קריג. אדרבה לאמיר הערן ווער? לאמיר קלוגער ווערן. כקען באשטיין.
גראדע איז דער ערשטער רב/רבי/ראש ישיבה אין דער וועלט וואס האט געשריבן קעגן ציונות נאך אין די 1800 יאהרן איז געוועהן מיין זיידע הרה״ק ר׳ שמעלקע סעלישער בעל צרור החיים (פון די הויפט רבנים אין אונגארן) די סאטמארער רב האט קיינמאל נישט געוואוסט פון דעם בריוו פון ר׳ שמעלקע הערשט נאכן פארענדיגן שרייבן דעם ״ויואל משה״ איז ער געוואר געווארן פון די בריוו. ער האט זיך דאן ערנסט געישובט איבערצודריקן די ספר און אריינלייגן ר׳ שמעלקע סעלישער בריוו.
די דעמאלטסדיגע ציונים פאר די קריג זענען אלע כמעט געוועהן פרייע. מיין עלטער זיידע האט געהאט א טאכטער וואס איז ארויפגעפארן פון רומעניע קיין אר״י מיט די ציוניסטישע עולים ערגעץ אין אנהייב פון די 1900. מיין עלטער זיידע א וויזניצער חסיד מיט שטריימל און ווייסע זאקן (יענע צייטן איז נישט אלע וויזנצער חסידים געגאנגען אזוי-רוב נישט) האט זיך געזעצט שבעה נאך זיין טאכטער. למעשה איז זי ארויפגעקומען קיין אר״י און לכבוד דעם איבערגעלעבט די קריג. מיין זיידע האט איר גלייך אויפגעזוכט ווען ער איז ארויפגעקומען קיין ישראל נאכן קריג. זי האט חתונה געהאט מיט א מזרחיסט און געוואוינט אין פתח תקוה. ווען איך האב איר איינמאל באזוכט אלץ בחור האב איך איר אויסגעפערגט פארשידנע קשיות וועגן אינדערהיים, (וויזניצער מנהגים וכו׳) האט זי זיך געגעבן אזא רוף אן אביסל אויפגערעגטערהייט ״וואס א חילוק מיט וועלכע קאליר זאקן מאיז געגאנגען אינדערהעים דער עיקר איז אז מ׳איז א ציוניסט״, און אז אונז אידן האבן אויפגעשטעלט א אייגען לאנד...
שבת אחיםרביה''ק זי''עשבת אחים. וויזניץ און נאך צענדליגער חסידותן פאר די קריג זענען געוועהן ווייט פון קנאות דאך זענען זיי געוועהן שארף קעגן די רעיון הציוני. יא צי ניין?
ווענדט זיך וואס דו רופסט אן 'רעיון הציווני', כמו שהערתי למעלה כ"פ.
כפארשטיי נישט וואס דו רעדסט! די רעיון הציוני מיינט פשוט וישוט אז אידן דארפן האבן א אייגען לאנד. וואס איז אזוי שווער צופארשטיין? קיין איין חסידישע פרומע רבי אדער ראש ישיבה וואס איך האב געהערט האט געשטיצט די רעיון פאר די קריג. אדרבה לאמיר הערן ווער?
ביי די דריטע כנסייה הגדולה פון די אגודה האט מען באשלאסן אז מ'טאר נישט אויפגעבן אויף קיין איין שטיקל לאנד פון ארץ ישראל, און ווער ס'קען זאל פאקן פעק און ארויפקומען אויף ארץ ישראל.
ר' מאיר שמחה פון דווינסק שרייבט אז ס'נישט דא וואס צו מורא האבן פאר די שלש שבועות, אזויווי מ'זעהט אז עזרא הסופר האט נישט מורא געהאט.
ווען מ'האט צוריקגעגעבן סיני האט די בעלזע רב זי"ע געזאגט אז מ'האט עס נישט געדארפט צוריקגעבן ווייל כיבוש איז קונה. און ער האט געהאלטן אז אין אילת דארף מען נישט האלטן יו"ט שני מהאי טעמא.
ווילסט הערן נאך?
קוקט אויס ווי מ'האמיר שוין א בעלזע מנין דא אין שטיבל, דאס מאכט די קאווע געמיינדע מער קאלערפול. יהא בואכם לברכה.
איך האב א קשיא פאר די בעלזע חברים. וואס האט עטץ מורא צו זאגן אז היינטיגע בעלז איז אנדערש ווי פאר'ן קריג? יא ס'איז אנדערש און מ'דארף זיין אנדערש ווייל די גאנצע וועלט האט זיך געטוישט און א גדול בישראל קען מחליט זיין לפי הזמן צו טוישן - עת לעשות לה' הפרו תורתך.
נעם למשל שייטלעך. לכו"ע, בעלז אינדערהיים זענען נישט געגאנגן נאר מיט טיכלעך, אעפ"כ נאכ'ן קריג האט בעלזע רב עס נישט פארלאנגט ווייל ער האט פארשטאנען אז לפי המצב והזמן דארף מען נאכלאזן.
ק"ו וב"ב של ק"ו לגבי די מדינה, ווי ס'איז קיינמאל נישט געווען נוגע אזא שאלה צו מ'זאל גיין צו בחירות אדער נישט, איז אודאי נישט שייך צו זאגן אז מ'האט משנה געווען פון אמאל. קען זיין אמאל האט מען זיך געדארפט דערווייטערן און נישט האבן קיין שייכות מיט ציונים אבער איינמאל ס'איז געווארן א מדינה דארף מען דן זיין פון פריש וואס די צוגאנג זאל זיין.
יעצט איין בקשה צו מיינע בעלזע חברים. טראכטס נישט אז די בעלזע רבי'ס ווערן גרעסער ווייל ענק רעדן דברי זלזול אויף סאטמאר רב און מונקאטשע רב. אפילו טאמער לעניות דעתכם האבן זיי געמאכט טעותים, קען מען אבער נישט אוועק נעמען זייער גדלות. זיי זענען נישט געווען קיין מגושמים אדער פוסטע יונגן. אל תהי בז לכל אדם, טייטשט די שינאווע רב, טאמער זעסטי א פעלער ביי איינעם, מאך אים נישט אינגאנצן אוועק, זיינע מעלות זענען מעלות און חסרונות זענען חסרונות. בכלל וואלט געפאסט פאר איינער וואס דרייט זיך אויף ק"ש אביסול ארויסגיין פון די קינדערישע צמצום און מ'דארף נישט האלטן אז יעדער וואס שטימט נישט מיט מיין פארטיי דארף איך אראפקלאפן.
ס'איז נישט קיין שום שאלה אז בעלזא היינט איז אנדערש פון אמאל, ווי א מאכנובקער האט מיר עס אמאל מגדיר געווען, "ס'דא בעלזא פאר תרפ"ז, און ס'דא בעלזא נאך תרפ"ז", דאס זענען צוויי אנדערע עולמות. און די רב האט אליינס געזאגט נאך בחייו פון זיין טאטע אז לגבי די אגודה האלט ער אנדערש פון זיין טאטע. און ער האט אויך געטוישט נאכ'ן קומען קיין ארץ ישראל ווייל ער האט 'איינגעזען דעם אמת', כלשונו. אבער לגבי דער ענין פון קנאות האט די רב קלאר געזאגט אז ער האט עס נישט געזען ביים טאטן.
מען דארף מגדיר זיין דאס ווארט קנאות
איך געדענק נישט די קאנטעקסט וואו די רב האט עס געזאגט, איך דארף עס נאכאמאל נאכקוקן און זיך נאכפרעגן ביי די יודעי דבר.
עס איז דא א מעשה די קנאים האבן געשיקט פארן רב א ווייסע קאפטן און ער פלעגט עס טראגן ביים מצות באקן איז משמע ער האט זיי מכבד גיוון
ער האט מכבד געווען יעדעם איינעם, ער איז געווען א שטיק גוטסקייט. בד"ו אויב געדענק איך גוט איז עס געווען א ירושלימע געלע קאפטן, און די טשאלמערס האבן איהם עס געברענגט און איהם געהייסן/געבעטן עס אנצוטון ווייל ס'איז די 'הייליגע ירושלימע לבוש'. האט די רב געזאגט אז ס'איז טאקע א הייליגע לבוש אבער איך האב עס נישט געזען ביים טאטן, אבער איין מאל א יאר האט ער עס אנגעטון אז די טשאלמערס זאלן זיך נישט פילן געטראפן אז ער מאכט זיי אינגאנצן אוועק.
עס איז גיוון א ווייסע קאפטן וואס די ירושלים ער גייען די ערשטע נאכט פסח און ימים נוראים
שמעון וואלף, טראכט אריין וויפיל אידיש בליט צרות יגון ואנחה עס האט געקאסט ביז מיר האבען זוכה געווען צו די 'נייס גיי' עפאכע ווי יעדער שעמט זיך מיט טערער, עכ''פ בגלוי. איך דארף דיר נישט פארציילן אז יארן לאנג איז אנגעגאנגן דעם 'סאטמאר איבער אלעם' טעראר אפאראט.
אלזא, זיכער אז לגבי די הייליגע רביס פערזענליך ווער זענען מיר יושבי ק''ש צו זאגן א ווארט דערקעגן. אבער לגבי זייערע מעשים פון שימפן,שעלטן און טעראראזירן הן כלפי שמיא והן כלפי ארעא יעדער וואס איז נישט מסכים לדעתם און גייט נישט אין שפאן, אבער נאך ווי דארפן מיר האמערן דערקעגן מיט אלע כוחות.
גימפל, מען האט דיר שוין געענפערט אז די ווייסע קאפטן אין מוצא איז נישט געווען קיין תמימות'דיגע מתנה נאר ענדערש א סטעיטמענט 'אין ירושלים זענען מיר בעה''ב און מיר האבען ביז יעצט יעדעם מצליח געווען מכניע צו זיין'. און טאקע דערפאר האט בעלזער רב בחכמתו עס נישט אנגעטוהן אבער כדי נישט צו באליידיגן א איד האט ער מסכים געווען איינמאל א יאר, וכך נוהג ממשיך דרכו האדמו''ר מבעלזא שליט''א.
איך פיהל אז איך מוז צולייגן: איך האב עטליכע מאל אליינס געהערט פון הרה''ח והדייקן ר' בערל שווארטץ הי''ו מוויליפעסט אז סאטמאר האט היבש פארדרייט דעם בילד וואס עס באמת פארגעגאנגען בחדרו פון הרה''ק מסאטמאר ז''ל.
ער האט זיך אין יענע יארן אסאך געדרייט דארטן און איז עטליכע יאר געווען א תורה שרייבער און זאגאר א קוויטל שרייבער ימים נוראים ווען יאסל האט געדארפט עקסטערע הילף.
יעצט, ער זאגט אז דער רבי איז אינעם טעגליכן הלוך ילך דייקא יא געווען א צוגלאזענע ווייכע מענטש, אויך ווייסט ער צו פארציילן אז ווען איינער האט גערעדט פערזענליך אקעגן דעם אמרי חיים לדוגמא האט דער רבי געקענט מאכן קולות אזש די ווענט האבען זיך געשאקלט.
אבער מה נא כי תלינו עלינו אז ר' בערל זאגט אז אין סאטמאר גופא לאזט מען עם נישט פארציילן דעם אמת. און אמאל ווען ער האט געשמיעסט מיט יונגעלייט אין ראדני היה כפסע בינו לבין מכות רצח כדרכם הטמאה.
Gimpelעס איז דא א מעשה די קנאים האבן געשיקט פארן רב א ווייסע קאפטן און ער פלעגט עס טראגן ביים מצות באקן איז משמע ער האט זיי מכבד גיוון
ידוע (איך וועל פראבירן טרעפן א מקור מוסמך)
אז ווען דער רב ז"ל איז אנגעקומען קיין ירושלים, האבן די נקיי הדעת ארויסגעקומען לקראתו און עם געזאגט
אז זיי ווילן זיך בייגן אונטערן מרות פון מרן-זצ"ל, אבער זיי האבן 2 תנאים,
1 ער זאל זיך אנטוהן די לבוש (וואס זיי האבן געהאט מיט געברענגט א מתנה פאר'ן רב)
2 ער זאל מיט גיין מיט די מערכה קעגן ציונים און די אגודה, ווי דער רוב אין עדה"ח האט באשלאסן,
דער רב האט גענומען די מתנה און האט זיי געענטפערט אז ער דארף קלערן וועגן דעם, און זיי זאלן צוריק-קומען שפעטער וועט ער זיי געבן א תשובה,
ווען זיי זענען צוריק צו איהם, האט ער זיי געפרעגט וואסארא-טעם האט אזא סארט מקבל-מרות-זיין ווען מ'פאדערט תנאים פונעם רב?
און האט זיך עפעס אויסגעדרוקט אז ער (דער רב-ז"ל) האלט נאך נישט אינגאנצן ביים מקבל מרות זיין פון זיי (די-ירושלים'ע נקיים מדעת...)
די ווייסען קאפטן האבן זיי איבערגעלזט פאר'ן רב, און ס'איז טאקע דא עפעס א בילד וואו מ'זעהט דעם רב אנגעטוהן מיט'ן קאפטן
(דאכט-זיך די בילד איז פון מצות באקן)
נקודת-אמתGimpelעס איז דא א מעשה די קנאים האבן געשיקט פארן רב א ווייסע קאפטן און ער פלעגט עס טראגן ביים מצות באקן איז משמע ער האט זיי מכבד גיוון
ידוע (איך וועל פראבירן טרעפן א מקור מוסמך)
אז ווען דער רב ז"ל איז אנגעקומען קיין ירושלים, האבן די נקיי הדעת ארויסגעקומען לקראתו און עם געזאגט
אז זיי ווילן זיך בייגן אונטערן מרות פון מרן-זצ"ל, אבער זיי האבן 2 תנאים,
1 ער זאל זיך אנטוהן די לבוש (וואס זיי האבן געהאט מיט געברענגט א מתנה פאר'ן רב)
2 ער זאל מיט גיין מיט די מערכה קעגן ציונים און די אגודה, ווי דער רוב אין עדה"ח האט באשלאסן,
דער רב האט גענומען די מתנה און האט זיי געענטפערט אז ער דארף קלערן וועגן דעם, און זיי זאלן צוריק-קומען שפעטער וועט ער זיי געבן א תשובה,
ווען זיי זענען צוריק צו איהם, האט ער זיי געפרעגט וואסארא-טעם האט אזא סארט מקבל-מרות-זיין ווען מ'פאדערט תנאים פונעם רב?
און האט זיך עפעס אויסגעדרוקט אז ער (דער רב-ז"ל) האלט נאך נישט אינגאנצן ביים מקבל מרות זיין פון זיי (די-ירושלים'ע נקיים מדעת...)
די ווייסען קאפטן האבן זיי איבערגעלזט פאר'ן רב, און ס'איז טאקע דא עפעס א בילד וואו מ'זעהט דעם רב אנגעטוהן מיט'ן קאפטן
(דאכט-זיך די בילד איז פון מצות באקן)
איך מיין אז קיין בילד איז נישטא דערפון.
די קאפטן ליגט כיום ביי די מאכניווקע רבי, און נאך א ווייסע קאפטן א נייער וואס די בעלזע רב ז"ל האט געקויפט און די שפעטעריגע יאהרן ליגם ביים בעלזע רב.
דער שפעטערדיגע ווייסע קאפטן האט דער רב ז''ל געקויפט?? איינער איז געקומען צו אים מיט א רעוואלווער ביים קאפ ער זאל עס אנטון אז נישט שיסט מען אים, למעשה האט מען יענעם אומשעדליך געמאכט, אבער מפני כבודו האט דער רב נישט געוואלט צוריקשיקן דעם קאפטן.
(צו דען איז נישט געווען די מנהג אין בעלזא גופא צו גיין א ווייסע בעקיטשע ביי מצות באקן? דאכצעך מיך אז מהרי''ד איז געגאנגען דעמאלטס מיט א קאפטן פון ר''ר בער אדער משהו כזה)
רביה''ק זי''עאיש חזוןרביה''ק זי''עער איז נישט אריין אין אגודה ווייל ער האט געהאלטן אז ס'דארף זיין איינער פונדרויסן. אויב געדענק איך גוט שרייבט ר' איטשע מאיר אליין אז מהרי"ד האט איהם אזוי געזאגט.
בטח כוונתך למכתב האמרי אמת, בו כתב ששמע כן בשם מהרי''ד.
קען זיין. אויב קענסטו אהערברענגען דער בריוו וועל איך זען צי ס'איז טאקע דאס.
<a class="postlink" href="http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=43962&st=&pgnum=72">http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=72</a>
נקודת-אמת
2 ער זאל מיט גיין מיט די מערכה קעגן ציונים און די אגודה, ווי דער רוב אין עדה"ח האט באשלאסן,
העי, ווילסט אנהייבען א נייעם דין ודברים דא אין שטיבעל? דער רוב איז גארנישט באשטעטיגט. עס איז אזא רוב ווי אין קאמיוניסטישע לענדער, אדער אין סאטמאר, ווי מ'האט געפסל'ט לינקס און רעכטס די רעכטען פון מענטשען צו וויילען. די 'קנאים' אין די עדה"ח האבען משתלט געווען בכח, נישט מיט רוב.
איש חזון
<a class="postlink" href="http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=43962&st=&pgnum=72">http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=72</a>
זייער אינטערעסאנט, אבער ס'נישט דאס. איך רעד פון איינער דאכצעך מיר ר' איטשע מאיר אליין, וואס איז געווען ביים מהרי"ד און האט אויך גערעדט ביים זעלבן באזוך מיט מהר"א. פרלוב ברענגט אראפ שטיקלעך דערפון אין זיין בוך.
בנוגע די ווייסע בעקישע. די היינטיגע רב גייט ביים מצות באקן מיט א ווייסע בעקישע, נישט קיין ירושלימע קיטל. די מחנובקער גייט מיט א געלע בעקישע וואס זעט אויס אז ס'פלעגט אמאל זיין ווייס, קען זיין אז ס'איז די ירושה פונעם רב.
רביה''ק זי''עבנוגע די ווייסע בעקישע. די היינטיגע רב גייט ביים מצות באקן מיט א ווייסע בעקישע, נישט קיין ירושלימע קיטל. די מחנובקער גייט מיט א געלע בעקישע וואס זעט אויס אז ס'פלעגט אמאל זיין ווייס, קען זיין אז ס'איז די ירושה פונעם רב.
אזויווי איך האב געשריבן אויבן איז עס טאקע פונ'ם בעלזע רב ז"ל.
בעלזע רב שליט"א טוט אן א אייגענע ווייסע קאפטן, אבער בבית גנזיו ליגט אויך א ווייסע קאפטן פונ'ם בעלזע רב ז"ל חוץ פון די אנדערע בעקיטשע (אגב, עס איז שוין אויך געל גיווארן.)
יוסף יוזפארביה''ק זי''עבנוגע די ווייסע בעקישע. די היינטיגע רב גייט ביים מצות באקן מיט א ווייסע בעקישע, נישט קיין ירושלימע קיטל. די מחנובקער גייט מיט א געלע בעקישע וואס זעט אויס אז ס'פלעגט אמאל זיין ווייס, קען זיין אז ס'איז די ירושה פונעם רב.
אזויווי איך האב געשריבן אויבן איז עס טאקע פונ'ם בעלזע רב ז"ל.
ס'האט אבער גארנישט מיט די מעשה, ס'איז נישט קיין ירושלימע קיטל, נאר א פשוטע בעקישע.
די הלטסט נישט אז די מעשה מיט די קנאים איז ריכטיג
מסתמא איז עס אמת, ס'מאכט אסאך סענס, און איך זעה נישט פארוואס נישט.
Re: פרשת בעלז תשמ"ב
נקודת-אמת
ידוע (איך וועל פראבירן טרעפן א מקור מוסמך)
אז ווען דער רב ז"ל איז אנגעקומען קיין ירושלים, האבן די נקיי הדעת ארויסגעקומען לקראתו און עם געזאגט
אז זיי ווילן זיך בייגן אונטערן מרות פון מרן-זצ"ל, אבער זיי האבן 2 תנאים,
1 ער זאל זיך אנטוהן די לבוש (וואס זיי האבן געהאט מיט געברענגט א מתנה פאר'ן רב)
2 ער זאל מיט גיין מיט די מערכה קעגן ציונים און די אגודה, ווי דער רוב אין עדה"ח האט באשלאסן,
דער רב האט גענומען די מתנה און האט זיי געענטפערט אז ער דארף קלערן וועגן דעם, און זיי זאלן צוריק-קומען שפעטער וועט ער זיי געבן א תשובה,
ווען זיי זענען צוריק צו איהם, האט ער זיי געפרעגט וואסארא-טעם האט אזא סארט מקבל-מרות-זיין ווען מ'פאדערט תנאים פונעם רב?
און האט זיך עפעס אויסגעדרוקט אז ער (דער רב-ז"ל) האלט נאך נישט אינגאנצן ביים מקבל מרות זיין פון זיי (די-ירושלים'ע נקיים מדעת...)
די ווייסען קאפטן האבן זיי איבערגעלזט פאר'ן רב, און ס'איז טאקע דא עפעס א בילד וואו מ'זעהט דעם רב אנגעטוהן מיט'ן קאפטן
(דאכט-זיך די בילד איז פון מצות באקן)
ענליך פארציילט מען אויף די בריסקער רב זצ"ל אז ער האט זיי געפרעגט פארוואס זיי ווילן אים אויפנעמען אלץ רב, האבן זיי געזאגט ווייל זיי דארפן א "דעת תורה". האט זיי בריסקער רב געזאגט מיין "דעת תורה" איז ענק נאר גוט ווילאנג ס'איז אין איינקלאנג מיט ענקער דעת, די רגע איך זאג איין זאך אנדערש ווי ענק איז אויס "דעת תורה"...