ויז'ניץ מרכז צורעדט זיך ווידער
911 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12377
Re: ויז'ניץ מרכז צורעדט זיך ווידער
קוקיאיינער האלט אינאיין בלאקירן די לינק אויף גוגל.
ווער קען עס געבן אז מ'זאל עס קענען הערן
https://drive.google.com/file/d/1GHEzOKaoNxBu1DEw80gM420SysYR6Us3/view?usp=drivesdk
אבו עלאאגב, פאפא רבי (או כלשונו של האהרוני, פאפא רב) איז אויך נישט שולדיג אז דער יוצר כל יצורים האט עם נישט באשאנקען מיט די גרויסע מתנה פון שכל.
כ'גלייב ער האט געטרייט צו קויפען די מתנה און גראסרי און נישט געטראפען פאר קיין געלט.
אויף אמזון איז דער אייטעם אויך נישט דא צו באקומען.
אבער פאר וועמע'ן אויף די וועלט שטערט ער?
איז ער א משחית וי אהרן ט"ב? פארמאגט ער אזא גרויסע מויל וי עם?
פלוידערט ער שטותים וי מנגעגלע האגער?
איז ער א טרוריסט וי בנצי הלברשטאם?
א קומוניסט וי דוד'ל טווערסקי?
טיילט ער פולען פאר זיינע בחורים, אדער זיי מסרס וי דער שטינקער יענקל אלתר?
האט מען עם אמאל געכאפט אויסטרונקען די נעגעל וואסער? און אויב יא איז וואס איז? שטערט דיר?
בנוגע די מנהיגי שקר וואס אונזער דור פארמאגט, לאזט זיך שווער גלייבען אז זיי זענען מבני אברהם יצחק ויעקב, אויך נישט פון די בני השפחות.
די גאנצע חאזעריי פון אונזער דור, זענען זיי.
@שמעון וואלף, דו הערסט וואס כ'רעד צו דיר?
@איש חזון, און @ליפא, כ'מיין דיך אויך.
איך עגרי מיט כמעט אלעס וואס די שרייבסט, די פראבלעם אבער איז וויאזוי די שרייבסט עס. און אגב, דאס וואס די ברענגסט פון ר' מאטל זילבער איז א גמרא אין מס' יומא - מפרסמין החנפים מפני חילול השם.
ווי @שמעקעדיג האט געשריבן אויבן, איז דא תקנות וואס און וויאזוי מ'מעג שרייבן. די תקנות זענען וויכטיג כדי די ניווא זאל נישט אראפגעשלעפט ווערן וואס אין רעאקציע וועט עס פארטרייבן אינטעלעגענטע שרייבער.
Re: ויז'ניץ מרכז צורעדט זיך ווידער
דער רבי איז ארויס פון חדר, יעי,
@געוואלדיג איז שוין נישטא אפאר וואכן, מ'קען שרייבן וואס מע וויל.
ס׳פאלט שטיקער פון אים סיי אין וואג און סיי אין חסידים. כהאב געהערט אז א גרופע חסידים פון ר׳ מענדלע אין לאנדאן האבן אים איבערגעלאזט און געדזשוינט זיין קאזין הרה״צ ר׳ דוד האגער מוויזניץ-מאנסי-לאנדאן. כהאב געזעהן א ליסטע פון 75 אינגעלייט וואס זענען אפעציעל אויפן ״שווארצע-ליסטע״ ה״י.
נעבעך.... א רחמנות אויף די חסידים. איך ווייס נישט וויאזוי זיי שעמען זיך נישט ארויסצוגיין אין גאס. זיי זענען געוועהן פארנומען יאהרן פאמפען אז ער איז ממש ״א הייליגער״ און אריינגעגעאסן מיליאנען אין זיינע מוסדות. דערווייל זענען זיי געוואר געווארן אז ער איז בכלל נישט ביים זינען. ער איז נישט ביי זוך. וואס העיליגער? ווען העיליגער? טוה מיר א טובה... ער איז משוגע ווי דער רוח... נעבעך! א ערענסטע איינשפריץ דרינגענד.
מענדליסטן: נישט פארגעסן, אז ענק זוכן א נייע וויזנצער רבין. איר קענט אלע ווערן איבער נאכט מיינע חסידים. איך זינג ווארימע וויזניצע מנחה ושמחה׳ס אז סגייט א רויעך. איך קען נאך עני טיים דרשנן אזעלכע קלוגע דרשות ווי ענקער רבין. איך נעם אבער נישט אן קיין סקווירער און קיין מענדליסטן. איך זוך נישט מענטשען וואס קומען פון א קולט. טאמער זוכן ענק טאקע א וויזניצער רבי גייט צו ר׳ ישראל.
מתח רב שורר בחב״ד לאור מצבו של אדמור הרבי מנדל מוזניץ חשד מאוד שיכריז על עצמו בשבת שהוא מלך המשיח
שלי שלךקוקיאיינער האלט אינאיין בלאקירן די לינק אויף גוגל.
ווער קען עס געבן אז מ'זאל עס קענען הערן
https://drive.google.com/file/d/1GHEzOKaoNxBu1DEw80gM420SysYR6Us3/view?usp=drivesdk
די לינק איז געבלאקט.
קען איינער, פליז, ארויפלייגען א לינק פון
די גאנצע צויי שעה'דיגה דרשה וואס ארבעט יא.
יישר כח.
Re: ויז'ניץ מרכז צורעדט זיך ווידער
אליעזר מארקסשלי שלךקוקיאיינער האלט אינאיין בלאקירן די לינק אויף גוגל.
ווער קען עס געבן אז מ'זאל עס קענען הערן
https://drive.google.com/file/d/1GHEzOKaoNxBu1DEw80gM420SysYR6Us3/view?usp=drivesdk
די לינק איז געבלאקט.
קען איינער, פליז, ארויפלייגען א לינק פון
די גאנצע צויי שעה'דיגה דרשה וואס ארבעט יא.
יישר כח.
ווען איך האב עס ארויפגעלייגט האט עס נאך געארבעט.
ס'איז דא איינער וואס בלאקירט יעדע לינק וואס גייט ארויף אויפן שטיבל.
איינער וואס האט א לינק וואס ארבעט נאך, זאל עס נישט ארויפלייגן אהער, נאר מ'זאל עס שיקן פריוואט פאר די וואס דארפן עס.
דער העיליגער לרפ''ש האט איינגעשפאנט א גאנצער שטאב פון פראפעסענאלע איי. טי. טעכניקער וועלכע זאלן אויסשליסליך בלאקירן יעדע סארט אינטערנעט לינק פון די העיליגע רעדע.
וואס האט דער העיליגער מורא? וואס וויל דער העיליגער אזוי שטארק באהאלטן?
העיליגער בן לאה...וויסן זאלסטו אז אין אלגעמיין הערשט היינטיגע צייטן ליידער א שרעקליכער הסתרת פנים. דער צדיק ורע לו ורשע וטוב לו, איז א מגיפה וועלכע בושעוועט היינטיגע צייטן, און צום באדויערן רייסט דאס ליידער שטיקער פונעם כלל ישראל. דער לית דין ולית דיין סלאגאן איז ליידער היינט עובר לסוחר ביי א מערקווערדיגער טייל פונעם כלל ישראל.
ווארום אויף פייניגען א צווייטן, זעט מען נאך עטוואס יא א שטיקל התגלות, דאס קומט פיל מאל צוריק אהיים אויף א מאסנשטאבליכער פארנעם, און די קאנציקווענצן זענען גאר פאטאל.
די אינאיינעם מיט דיין מוטער די מרשעת, האבן ביטער געפייניגט, און בייזוויליג געצאפט דאס בלוט פון דיין ברודער רבי ישראל פאר לאנגע יארן. ער מיט זיין רעבעצין האבן נאכט נאך נאכט פארגאסן טייכן טרערן פון צער און ווייטאג און באנעצט זייער קישענס ביינאכט. און דיין שלעכט פארשטיינערט הארץ איז גארנישט גערירט געווארן. די האסט דיך באהאלטן אין א פאלטשער שלייער פון אנגעבליכע העיליקייט. א מדרגה וואס ניטאמאל דיין זיידע רבי חיים מאיר ז''ל האט פארמאגט...און די פראבירטס נאך ביז צום היינטיגן טאג איינצורעדן דיינע קעלבענדע נאכפאלגער אז די ביזט עפעס א סארסט העכערע פארזאן ארום גענומען מיט א פארבאגענער שלייער פון העיליקייט...
די עגל בן פרה, דער אלוזיע באלאן האט ענדליך געפלאצט. דער יד השם האט דיר ענדליך דערגרייכט מיט איר גאנצער שטארקייט. דער קול דמי אחיך צועק אלי מן האדמה איז ענדליך דערהערט געווארן אין די העכערע סעפערן... דער גרומצארן פון ג-ט האט דיך באטראפן ווי א שלאקס רעגן אין א קאלטער ווינטער טאג. דיינע בייזע אנגעצויגענע נערווען האבן ענדליך געפלאצט, און די לייגסט דיך ללעג ולקלס קבל עולם ומלואו. די קומסט ענדליך ארויס מיט דיינע ריכטיגע און ארגינעלע פארבן...
בעט זאפארט איבער דיין ברודער רבי ישראל ווי לאנג די ביזט נאך עטוואס ביי די קלארע געדאנקן. ווייל ווי ס'קוקט אויס גייסטו פילייכט אריינגעשעקט ווערן אין די העכערע שטאקן פון תל השומר אינאיינעם מיט דיינס גלייכן, וואו די וועסט ווארשיינליך אפפיסטעווען ביז צו דיין לעצטע טאג. און די אלע איי. טי. טעכניקער וועלכע די האסט איינגעשפאנט צו בלאקירן די לינקס פון דיין געמויזעכס, וועלן דיר גארנישט העלפן. ס'איז 2018 היינט צו טאגס, די רומעניער בהעימה וואס די ביזט...
און דאס וועט באשיינפערליך דינען אלס א לעקציע פאר אלערליי בייזוויליגע בלוט-זויגער, און מענטשן-פלייש פרעסער, אז אית דין ואית דיין. ס'איז פארהאן א גרויסער באשעפער, און אז מ'שעפעט א צווייטען, שיקט ג-ט זיינע שווארצע מלאכי חבלה וועלכע זייען טויט און כאאס אין די הייזער פון די טשעפנאקעס.
ק/פ
מעשה באישה מנדליסטית שהיתה בהריון. עברה ליד השטיבל בליקווד רצה לצאת. עברה ליד השטיבל במונטריאל רצה לצאת. הלכה לרבי, אמר לה שזה תאומים. אחד באטשי ואחד שוואנץ
אליעזר מארקסשלי שלךקוקיאיינער האלט אינאיין בלאקירן די לינק אויף גוגל.
ווער קען עס געבן אז מ'זאל עס קענען הערן
https://drive.google.com/file/d/1GHEzOKaoNxBu1DEw80gM420SysYR6Us3/view?usp=drivesdk
די לינק איז געבלאקט.
קען איינער, פליז, ארויפלייגען א לינק פון
די גאנצע צויי שעה'דיגה דרשה וואס ארבעט יא.
יישר כח.
<a class="postlink" href="https://cvws.icloud-content.com/B/Af3xnNSyt2fyprZEQVcJvJd4So_tAfzHic7SbOBqaUkv4zUy4skTx5nU/AUDIO-2018-06-13-13-49-11.m4a?o=An7Bl3hije5YnT6njsx_JVMk5z9uteBFnhyyYermK8zP&v=1&x=3&a=B8M_G-0735q0fRUn376H67cN5BRSA1d7RAEACAHIAP9_vS4UA5fSQw&e=1531585357&k=ouHsSvSM9LwdX2PYaSf8xA&fl=&r=275E5948-B3BB-4B6F-8A6D-78C6E8BCD3D9-1&ckc=com.apple.largeattachment&ckz=D5ED9028-96AE-47BA-9473-A71A2DB567E8&p=45&s=d4pSxGKjecnqRsXC1XlE5id1rtc&teh=2">https://cvws.icloud-content.com/B/Af3xn ... 1rtc&teh=2</a>
כהאב יעצט געהערט די גאנצע קליפ. אזאנס!?... ער איז קלאר מענטאלי ריטארדעט... ער דארף א גיטן דאקטער. איין קשיא האב איך נאר: וויאזוי האט ער נאך מנין? (נישט אז איך פארגין אים נישט. איך פארשטיי עס פשוט נישט) מילא דאס אז ער אליינס איז גייסטיש-צורודערט, איז דאך מעשים בכל יום אז מענטשען פארלירן זייער דעת. די ״משוגעים הייזער״ זענען דאך ליידער נישט ליידיג. און סאיז דא נאך אפאר מיליאן מענטשען אויפן וועלט וואס אפילו זיי דרייען זיך צווישן די נארמאלע וואלטן מען זיי אויך געדארפט אהינפירן ווי אומשנעלסטן. די גרויסער חידוש איז דא, וויאזוי איז ער ״נאכאלץ״ געבליבן מיט אזויפיל חסידים??? נאכדעם וואס דער מענטש האט אין זיין לעבן צאמגעפלאפעלט אזויפיל נאנסענץ, שטותים מיט הבלים, ממש נישט צום גלייבן אז נאך אזא דרשה האט מען אים נישט תיכף אויפן פלאץ אריינגעפירט מיט א אמבאלאונס אין ״משוגעים הויז״ אריין... קען מיר איינער ״פותר חולם״ וויאזוי אזוי אידיאט ווי אים אן קיין טראפ שכל און מענטשליכקייט האט נאך אלץ אזויפיל שוואנצן/קעלבלעך? וואס פארקויפט ער שוין? לייטשע אין א בעיקטשע? ווען איך בין וועין זיין חסיד וואלט איך מסתמא זיך יעצט באהאלטן אין ״קאשויער שטעטל״...
אזעלכע משוגעים...
שלי שלך
ס'איז דא איינער וואס בלאקירט יעדע לינק וואס גייט ארויף אויפן שטיבל.
איינער וואס האט א לינק וואס ארבעט נאך, זאל עס נישט ארויפלייגן אהער, נאר מ'זאל עס שיקן פריוואט פאר די וואס דארפן עס.
ווער עס וועט עס מיר קענען שיקען פריוואט, וועל איך עהם זייער מכיר טובה זיין.
א גרויסען דאנק.
אז די שיקסט מיר א נומבער קען איך עס שיקן אויף WhatsApp
Re: ויז'ניץ מרכז צורעדט זיך ווידער
אליעזר מארקסשלי שלךקוקיאיינער האלט אינאיין בלאקירן די לינק אויף גוגל.
ווער קען עס געבן אז מ'זאל עס קענען הערן
https://drive.google.com/file/d/1GHEzOKaoNxBu1DEw80gM420SysYR6Us3/view?usp=drivesdk
די לינק איז געבלאקט.
קען איינער, פליז, ארויפלייגען א לינק פון
די גאנצע צויי שעה'דיגה דרשה וואס ארבעט יא.
יישר כח.
אויב האסטו אן אייגענעם גוגל דרייוו אקאונט קענסטו עפענען דעם לינק און דריקן אויפן רעכטן זייט אויבן add to drive, נאכדעם קענסטו עפענען דיין דרייוו , טרעף דעם פייל , קליקט דערויף , און וועל אויס make a copy, דעם קאפי וועסטו קענען געהעריג הערן אדער דאונלאודן.
איך הער עס איז געווען הוסיף נופך ביי שלוש סעודות קען איינער אפירברענגען די נייע נפיח........
איך הער אפעס אז די גאנצע צולאזעניש אויף חיים מאיר קומט נאך וואס ס'איז געווען לעצטענס אזא אויסברוך (נישט אזוי אבער אויף דעם מהלך) דא אין אמעריקא
און די עולם דא האט גערודערט וועגו דעם און חיים מאיר האט זיי געזאגט מ'זאל נישט רעדן פון דעם ס'וועט אריבערגיין
די פאר שוואנצאנים זענען אריין צום רעבין מסר'ן ר' חיים מאיר און הקצף יצא מלפני המלך על בן המלך (כלשונו חיים מאיר איז א בן מלך)
😛
📎 Picture0617181209_1.jpg
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=136238">http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=136238</a>
א רפואה שלימה בקרוב במהרה.
איך האלט ערענסט אז מ'טאר נישט חוזק מאכן פון אים, ער איז נישט זיך.
אגב, ווייסט איינער וואס באטשי מיינט?
שוואנץ מיינט א וויידל. אבער באטשי האב איך געוואוסט מיינט א פעטער, ווי קומט 'פעטער' אריין דא?.
הא איינער א קליפ ווי מ'טאנצט אין די וויזניצע שוהלן? איך גלויב נישט אז די חסידים טרויען זיך אנצוהייבן מיט די עף בי איי...
וואס ער מיינט לכאורה מיט באטשי. א באקוועמע אונגארישער- פארקערט פון א חאניאק און א שוואנץ.
עס איז כדאי צו דערמאנען וואס הרה״ק ר׳ מאטלע זצ״ל האט געזאגט מיט אפאר יאהר צוריק נאך א ענדליכע אויסברוך פון ר׳ מענדל. ווען מ׳האט פארציילט פאר ר׳ מאטעלע וואס פארא שטותים דער האט צאמגערעדט. האט ר׳ מאטעלע געזאגט ״קיין גרויסער חכם איז ער נישט, און קיין דעת תורה האט ער זיכער נישט״...
און אז מ׳רעדט שוין יא וועגן הרה״ק ר׳ מאטלע׳ס שטאנדפונקט אויף די ׳מענדליסטן׳ איז אינטערסאנט צו באצייכענען אז ווען מ׳פלעגט רעדן פון הרה״צ ר׳ ישראל׳ס פראקציע פלעגט ער עס רופן ״אונז״ און ווען מ׳פלעגט רעדן פון ר׳ מענדל׳ס פראקציע פלעגט ער עס רופן ״זיי״. צום ביישפיל ווען די ישראליסטן אין מאנסי זענען אריין צו הרה״ק ר׳ מאטלע זיך דורכרעדן וועגן די געפעכט אין קאורט מיט די מענדעליסטן איבער די מאנסיער שול. האט ער געפרעגט ״וויפל מענטשען האבן אונז און וויפל מענטשען האבן זיי״ און יעדעס מאל ווען מ׳האט גערעדט פון די מענדליסטן האט ער עס גערופן ״זיי״... דאס הייסט אז ער האט אפעציעל זיך אידענטיפיצירט אלץ ישראליסט. למעשה איז דעס א גרויסער חידוש ווייל ער איז דאך געוועהן ״מאנסי וויזניץ״ און ר׳ ישראל איז ״וויזניץ״ (וויזניץ-בני ברק)- א צווייטע חסידות אינגאנצן כאטש פון די זעלבע משפחה...
Re: ויז'ניץ מרכז צורעדט זיך ווידער
איך בין נאר נייגעריג צו ווקער ווערט ווען וויזשניצער רבי וואלט ער אויך געווען אזוי משוגע, אדער קומט די שגעון אלס רעזולטאט פון פארלירן די גרויסע רעביסטעווע?
סקרןאיך הער אפעס אז די גאנצע צולאזעניש אויף חיים מאיר קומט נאך וואס ס'איז געווען לעצטענס אזא אויסברוך (נישט אזוי אבער אויף דעם מהלך) דא אין אמעריקא
און די עולם דא האט גערודערט וועגו דעם און חיים מאיר האט זיי געזאגט מ'זאל נישט רעדן פון דעם ס'וועט אריבערגיין
די פאר שוואנצאנים זענען אריין צום רעבין מסר'ן ר' חיים מאיר און הקצף יצא מלפני המלך על בן המלך (כלשונו חיים מאיר איז א בן מלך)
האסט געהערט די דרשה? קוקט נישט אויס.
ער רעדט זייער שיין פון ר'חיים מאיר. ער רעגט זיך אויף די אידן וואס פרעגן קשיות פון אים אנשטאט גיין צום רבי'ן. עס הערט זיך נישט ווי ער רעגט זיך אויף אים.
און אגב, דער אויברוך איז געווען אין אמעריקע. לעצטע מאל איז געווען אין ארץ ישראל. דעמאלטס איז חיים מאיר אהינגעפארן בארואיגן די מצב.
שבת אחיםדאס הייסט אז ער האט אפעציעל זיך אידענטיפיצירט אלץ ישראליסט.
איך ווייס נישט צי ער האט זיך אידענטיפיצירט אלס שרוליסט, אבער ר' ישראלטשע האלט זיך אלס זיינס א חסיד.
איסר האטלקיסקרןאיך הער אפעס אז די גאנצע צולאזעניש אויף חיים מאיר קומט נאך וואס ס'איז געווען לעצטענס אזא אויסברוך (נישט אזוי אבער אויף דעם מהלך) דא אין אמעריקא
און די עולם דא האט גערודערט וועגו דעם און חיים מאיר האט זיי געזאגט מ'זאל נישט רעדן פון דעם ס'וועט אריבערגיין
די פאר שוואנצאנים זענען אריין צום רעבין מסר'ן ר' חיים מאיר און הקצף יצא מלפני המלך על בן המלך (כלשונו חיים מאיר איז א בן מלך)
האסט געהערט די דרשה? קוקט נישט אויס.
ער רעדט זייער שיין פון ר'חיים מאיר. ער רעגט זיך אויף די אידן וואס פרעגן קשיות פון אים אנשטאט גיין צום רבי'ן. עס הערט זיך נישט ווי ער רעגט זיך אויף אים.
און אגב, דער אויברוך איז געווען אין אמעריקע. לעצטע מאל איז געווען אין ארץ ישראל. דעמאלטס איז חיים מאיר אהינגעפארן בארואיגן די מצב.
טוה מיר א טובה. דער מענטש רעדט צאם אזויפיל שטותים מיט הבלים אז סאיז א בושה פאר וויזניץ... ער ווייסט ממש נישט וואס טוט זיך מיט זיך... און יא זיכער האט ער מורא פון ר׳ חיים מאיר. מזעהט עס קלאר. מ׳הערט עס קלאר.
זיין טאטע האט אויך גערעדט אסאך שטותים כיודע אבער סאיז געוועהן כאטש געמישט מיט דברי תורה און ערענסטקייט. ווי נישט ווי איז זיין טאטע כאטש וואס קיין טראפ שכל האט ער נישט פארמאגט איז דאך געוועהן א מענטש וואס איז געזיצן און געהארעוועט אויף תורה טאג און נאכט זיין גאנץ לעבן. ער איז כאטש געוועהן א עובד טראץ די אלע אנדערע גרויסע חסרונות וואס ער האט געהאט, און די אלע קשיות וואס מקען פרעגן אויף אים וועגן די רשעות וואס ער האט געטוהן מיט זיין זוהן און זיינע אייניקלעך. קען מען אים אינגאנצן נישט אוועקמאכן. ער האט עס געמיינט אמתדיג. אבער דער ר׳ מענדלע אז דו וועסט אריינשניידן אין זיינע אדערן וועט ארויסקומען א פיסטע ליידאק! א גארנישט מיט א נישט... נישט קיין תורה, נישט קיין יראה, נישט קיין חכמה, נישט קיין אהבת ישראל, נישט קיין אמת, ניטאמאל אהבת השי״ת.... נאר ״אהבת מענדלע״ פאמפען פון זיך און פון זיין גרויסקייט... גארנישט אנדערש ווי עני צודרייטע ״קולט פירער״...
מיין טאטע פארציילט מיר אז די שטוב מענטשען ביי ר׳ מאטעלע האבן פארציילט אז ווען ער איז געליגן אין שפיטאל האט ער א גאנצן צייט געלערנט. אפילו אינמיטן שלאפן, אינמיטן א אפראציע איינגעשלעפטערהייט האט ער געמורמעלט גאנצע בלעטער גמרא מיט תוספות. ער איז קוים געוועהן ביי זיך און דאס איז אים געליגן אויפן צונג און אין זיין מחשבה אגאנצן צייט. דער זעלבער קען מען אויך זאגן אויף ר׳ מוישלע. ער איז געליגן ראשו ורבו אין לערנען. אבער דער ר׳ מענדלע ווייסט מען דאך ווי זיין קאפ ליגט. אין כבוד, אין דרעק, אין שטותים מיט הבלים, אין חשבונות מיט די גאנצע וועלט...קיין שום תוכן נישט... גארנישט! ווען זיין טאטע וואלט נישט געוועהן וויזנצער רבי וואלט ער געוועהן איינע פון די ׳ארחי פרחי׳ אין שומר שבת און געשטינקען פון פארדארבענע שטיגליץ הערינג און אלטע צוקוועטשטע פיצא ישן נושן שריים פון אמנון פון פאריגע וואך. פונקט האט דער משוגענער מזל אז זיין טאטע האט געהייסן האגער און איז געוועהן א רבי פאר טויזענטער חסידים. ווייל ער פארקויפט גארנישט, און קיין יחוס עצמו האט ער אויך ליידער נישט! גארנישט! זעראו!
שבת אחיםדער ר' מענדלע אז דו וועסט אריינשניידן אין זיינע אדערן וועט ארויסקומען א פוסטע ליידאק! א גארנישט מיט א נישט... נישט קיין תורה, נישט קיין יראה, נישט קיין חכמה, נישט קיין אהבת ישראל, נישט קיין אמת, ניטאמאל אהבת השי"ת...
גראדע האב איך געהערט 2 פירסט הענד געשיכטעס ווי ער האט זיך אוועקגעגעבן בלב ונפש פאר זיינע חסידים, געהאלפן חתונה מאכן מיט א געטריישאפט ממש ווי א טאטע פאר אן אייגן קינד.
איך זוך אים בכלל נישט צו פארענטפערן מיט זיינע זאכן, אבער איך האב ליב אקוראטע אינפארמאציע. צו זאגן אז ער האט נישט קיין אהבת ישראל איז נישט אינגאנצן ריכטיג.
שמעקעדיג, דאס האט גארנישט מיט אהבת ישראל.
גראדע איז ער (עכ"פ געווען ביז לעצטענס) גאר געטריי פאר זיינע חסידים. אונזין געהאט יתומים ביים טיש וכו', געשיקט געלט פאר ארימעלייט. אריינגעגאנגן מחזק זיין אלמנות ויתומים וכו'.
שמעקעדיגשבת אחיםדער ר' מענדלע אז דו וועסט אריינשניידן אין זיינע אדערן וועט ארויסקומען א פוסטע ליידאק! א גארנישט מיט א נישט... נישט קיין תורה, נישט קיין יראה, נישט קיין חכמה, נישט קיין אהבת ישראל, נישט קיין אמת, ניטאמאל אהבת השי"ת...
גראדע האב איך געהערט 2 פירסט הענד געשיכטעס ווי ער האט זיך אוועקגעגעבן בלב ונפש פאר זיינע חסידים, געהאלפן חתונה מאכן מיט א געטריישאפט ממש ווי א טאטע פאר אן אייגן קינד.
איך זוך אים בכלל נישט צו פארענטפערן מיט זיינע זאכן, אבער איך האב ליב אקוראטע אינפארמאציע. צו זאגן אז ער האט נישט קיין אהבת ישראל איז נישט אינגאנצן ריכטיג.
העלפן זיין ׳אייגענע׳ חסיד איז א שיינע זאך (סאיז דא רביס וואס טוען דאס אויך נישט) אבער איך ווייס נאכנישט צי מ׳ווערט וועגן דעם אן ״אוהב ישראל״. סאיז בערך ווי איך זאל זאגן אז איך האב ״אהבת ישראל״ ווייל איך גלייך שטארק ״מיין פאמילע״. עכטע אהבת ישראל מיינט איינער וואס העלפט א ״יעדע איד״ לפי יכלתו און נישט דוקא איינער פון זייער אינערליכע סירקול. ר׳ מאטלע פלעגט שיקן געלט בסוד פאר זיינע ברודערס חסידים און זיי האבן קיינמאל אפילו נישט געוואוסט ווער ס׳שיקט עס. דער אהבת ישראל האט געשיקט גרויס געלט פאר זיינע ״דעמאלטסדיגע״ קעגענער אין גרויסווארדיין (שפעטער זענען זיינע גרעסטע קעגענער געווארן זיינע גרעסטע חסידים כיודע) פאר זייערע צדקה צוועקן דאס מיינט אהבת ישראל. וואס ר׳ מענדלע טוט פאר זיינע חסידים-דאס איז דאך זיין דזשאב, ער טוט עס נאר פאר ״זיינע״ חסידים ווי סאיז דא פאטענציעל. לאמיר זעהן ער זאל עפעס טוהן פאר א ישראליסט, מאנסיער, סאטמארער, חבדסק״ר, ליטוואק, דעמאלטס קען מען זאגן ״אהבת ישראל״. דאס וואס ער טוט ביזדערווייל איז פשוט ״ריין ביזנעס״ זיין ברודער ר׳ ישראל איז א שטארקע קאמפעטישאן זיינער, און אז ער וועט טאקע נישט העלפן זיינע אינגעלייט וועט ער דאך בלייבן א חוזק מיט קוים א מנין.... דערווייל טוט ער נאר פאר זיך... און קיינער האט נאכנישט פארגעסן מיט וואס פארא רשעות ער האט זיך אויפגעפירט צו זיין אייגענע ברודער די אלע יאהרן. און וויאזוי ער האט זיך אויפגעפירט צו זיין אייגענע טאטע (ער האט מבזה געוועהן) און זיין פעטער. זיין טאטע האט יאהרן לאנג געזאגט צענדליגער מאל אז ער וויל שלום מאכן מיטן ברודער. ווער האט נישט צוגעלאזט? פארוואס האט ער אוועקגענומען דעם טאטען אויף וואקציע ווען ר׳ מאטעלע איז געקומען קיין אר״י, בשעת סהאט געהייסן זיי גייען זיך טרעפן? ווער האט טעראריזרט ר׳ ישראל און אלע מאנסיער חסידים אלע יאהרן? נאר ער! טוה מיר א טובה מיט זיין ״אהבת ישראל״. מהאט שוין געהערט אזאנס...
"ולמה נקרא שמה חסידה? שעושה חסד עם חברותיה" (חולין, ס"ג,א), נשאלת השאלה, אם היא כל כך טובה, מדוע נאסרה באכילה? הרמב"ן טוען שהעופות הטמאים אסורים באכילה בשל אכזריותם. מן הראוי, איפוא, שהחסידה העושה חסד עם חברותיה תהא כשרה? אמר הרי"מ, מאחר שהיא עושה חסד רק עם חברותיה, לכן נאסרה, כי בעניין מזונות אין להפלות בין זר לחבר. בימינו התברר, ש
דוקא החיות האכזריות תורמות מזון לחברותיהן.
קרעדיט.אבו עלא
עפעס טויגט נישט דא - לייג עס איבער
דאנקע שיין
אבו עלא
ווען האט ער פריש גערעדט?
אונטער חכםאיך בין נאר נייגעריג צו ווקער ווערט ווען וויזשניצער רבי וואלט ער אויך געווען אזוי משוגע, אדער קומט די שגעון אלס רעזולטאט פון פארלירן די גרויסע רעביסטעווע?
ער האט אייביג גערעדט אזוי. פארוואס מיינסטו האט ער פארלוירן די רביסטיווע?
רביה''ק זי''עשבת אחיםדאס הייסט אז ער האט אפעציעל זיך אידענטיפיצירט אלץ ישראליסט.
איך ווייס נישט צי ער האט זיך אידענטיפיצירט אלס שרוליסט, אבער ר' ישראלטשע האלט זיך אלס זיינס א חסיד.
זאג איך דיר אז איך ווייס אז יא. די לעצטע מאל דאכצעך ר׳ מאטעלע איז געגעאנגען צו א חתונה אין סקווירא (נישט זיין אייניקל) איז עס געוועהן ביי ר׳ ישראלטשע׳ס אייניקל. ער האט שוין פון לאנג געהאט אויפגעהערט צוגיין צוליב זיין געזונטשטאנד אבער ר׳ ישראלטשע איז דעמאלטס געקומען דא קיין אמעריקע זיך משתתף זיין ביי די שמחה און נאר לכבודו איז ר׳ מאטעלע געגעאנגען צו די חופה ממש די לעצטע 2-3 יאהר. ער האט זיך שוין נישט געקענט רירן. אבער ער איז געגאנגען. ר׳ מאטעלע האט אים זייער געשעצט. ר׳ ישראלטשע פלעגט אים אלעס פרעגן. ער פלעגט רופן קיין מאנסי פאר יעדער קלייניקייט. ווען ר׳ מוישלע איז אוועק. האט ר׳ מאטעלע אים געזאגט ביסטאך שוין אליינס א גרויסע רבי, דארפסט מיך מעהר נישט פרעגן. פסקנן דיר אליינס. (ביסט שוין אליינס א גרויסע-טאטע 🙂 )
יעקב מענטשא רפואה שלימה בקרוב במהרה.
איך האלט ערענסט אז מ'טאר נישט חוזק מאכן פון אים, ער איז נישט זיך.
אגב, ווייסט איינער וואס באטשי מיינט?
שוואנץ מיינט א וויידל. אבער באטשי האב איך געוואוסט מיינט א פעטער, ווי קומט 'פעטער' אריין דא?.
יעצט הער איך טאקע א נייע פירוש אין ״באטשי״. די אפטייטש פון באטשי איז דאך א פעטער- מיינענדיג זיין פעטער ר׳ מאטעלע זצ״ל. ווער עס איז נישט פון זיינע מענטשען- איז דאך אדער א ישראליסט אדער א מאנסיער, דאס מיינט אז זיי זענען פארכאפט אין די ״טמאת הבאטשי״ זיי האלטן פון די פעטער... ווייל ר׳ ישראל מיט זיינע מענטשען האבן דאך געהאלטן שטארק פונעם פעטער ר׳ מאטעלע. ווידער זיינע מענטשען זענען דאך געוועהן שונאים פאר מאנסי... אפשר דארף ער זאגן ברחל בתך הקטנה ״די פעטער לבן״... אזויווי...
איך בין נישט זיכער אז דאס ער האט ער געמיינט. איך בין נאכנישט אפילו זיכער צי ער אליינס ווייסט יא וואס ער האט געמיינט. אבער ס׳מאכט אסאך סענס.
קוק ווי מ׳האלט שוין אין 2018 מלערנט טיעף פשט אין ר׳ מענדלע׳ס בויך שמערצן... איז ער דאך יא גערעכט...
רבי מענדל מ'וויזניץ גייט עד הסוף
אנדערע פאפן\ באהאלטן כאילו די גבאים טיען עס
רבי מענדל זאגט קלאר
ווער ס'זאגט אז דער טאטע בעל ישועות משה האט נישט גערעדט אזעלכע שטותים, אדער האט ער נישט קיין שייכות מיט וויזניץ, אדער איז ער אונטער די דרייסיג, אדער איז ער א ליגענער.
נאר וואס דען, אזוי ווי שבת זאגט, דער טאטע איז געווען איין שטיק תורה וחסידות, אן עובד ה', דורכגעווייקט מיט אהבת ישראל, ס'איז געווען וואס ס'זאל מכפר זיין. ער איז געבליבן בלויז מיט די שוואנצאנעס און א משהו קה ריבון עלם.
ובינתיים בסיום התפילה בביהכ"נ איצקוביץ עם כל גווני הקשת:
- יחי אדוננו מורינו ורבינו מלך המשיח
- נ נח נחמ נחמן מאומן
- שיטה הקדושה ישועות משה דהיינו השוואנצונע'ס
קדיש יתום,
עלינו לשבח
זייט מיר אללע מוחל פאר'ן זיך אריינמישען.
איך וויל נאר זאגען וואס איז מיין מיינונג.
דער ישועת משה איז גיווען א צדיק יסוד עולם, אן איטנעליגענטער מענטש, כל ימיו גיווען פארנומען מיט תורה, עבודת השי"ת און עכט'ע אהבת ישראל ללא כחל ושרק.
ריכטיג, ער האט זיך געקענט גוט אויפרעגען, בפרט נאך ואס זיינע גבאים האבען געוואוסט ויאזוי אים אונטער צו ציען, ריכטיג, ער איז גיווען פארטייעיש געשטימט, בדרך כלל, האט זיך גוט דערקענט אז ער איז נישט בהאוונט אין די ענינים און ער ווערט געפיטרט פון זיינע ארומיגע לויט זייערע אינטערעסען.
יעדע צושטעל צו דעם רועה בקר איז אינגאנצען נישט אויפ'ען פלאץ.
אמת, מענד'לה פלעגט זיך שטארק איבעגעבען פאר זיינע חסידים. ווי דערמאנט, איז דאס פשוט פארטייעישקייט (דהיינו: שוואנצנות), והא ראיה, לאמיר אים זעהן פארגינען פאר נישט זיינס א חסיד א גלאז וואסער.
צום לעטנס, קען מען נישט פארשווייגען, אז ווער ס'ויל זעהן אמת'דיגע אהבת ישראל, זאלל גיין צום ברודער ר' ישראל, אן אויסגעגאסנע הארץ פאר אידענס וועגען, וואס איז גרייט זיך אויסצוטהון זיין לעצטע העמד פאר אידען וואס האבען אויסגערודפ'ט אללע יארען (והרב יוקל ווייס ומשה לאבין בתוכם), והדברים ידועים ומבוררים.
איבער די נאנטשאפט פון ר' מוטל'ה מיט ר' סרולטשע קען מען שרייבען אסאך.ר' מוטל'ה האט געהאט א'ן עקסטרע שנאה צו מענדלה, פארוואס ער האט עהם נישט געלאזט זיך זעהן מיט'ן ברודער, ווען ער איז גיווען אין א"י, שבט תשס"א.
דער מקור פון די אויסדרוק "באטשי" קען מען נאר פארשטיין ווען מען איז זיך מתבודד אין א מקום מיוחד בשעת קריאת התורה מדי שבת בשבתו במשך א פאר יאר, כידוע לכל באי שער עמי, ודי בזה.
Re: ויז'ניץ מרכז צורעדט זיך ווידער
איהר קענט אונז אפשר מיטטיילען א מוסטער פון דער אינטעליגענץ? אדער איז עס פון די זאכען וואס ׳יעדער׳ ווייסט?
שוואנצאנות מיט אן אנדערע נאמען שמעקט די זעלבע
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
האט איינער די נייע דרשה?
אפשר די הגדרה "אצילות" איז פאסיגער ווי די ווארט "אינטעלגענץ" (וואס אין דעם ביסטו אפשר גערעכט, ער איז נישט גיווען אזוי שטארק איטעליגענט).
דער ישועת משה איז גיווען מלכות'דיג, זייער רעביש, און ווען מען איז געשטאנען אין זיין געגענווארט האט מען געזען פאר זיך א העכערע סארט מענטש.
און ניין, פארטייעישקייט מוז נישט זיין שוואנצאנות. (זייט ווען איז בכלל דא אזא מושג "שוואנצנות"?).
ס'איז נישט דא קיין שום שייכות צווישען דעם וואס דער ישועות משה האט געהאלטען אז ויז'ניץ האט א ווערט, און מען דארף זיין געטריי צו די פארטיי, (אן קיין שייכות צו אונז האלטען מיר מיט מיט איהם צו נישט) און צוישען וואס זיין בן יקיר פאבריצירט אז דאס איז א שיטה הקדושה, און מען דארף פאר אים אויסקערען אלע גאסען, וכו' וגו', און מען דארף זיך אפגעבען מיט די אללע נארישקייטען מער פון צעהן מינוט א יאר.
און ווען איך שרייב, אויף פארשידענע פאקטען אז זיי זענען גוט באקאנט, מיין איך, אז פאר די ויז'ניץ'ער וויסען זייער גוט פון וואס די רעדע איז, און פאר ווער עס ווייסט נישט, איז נישט די צייט איצטער, זיך אויסצושפרייטען אין דעם נושא, וויל ס'איז א'ן אריכות, און ס'איז off topic.
סקרןהאט איינער די נייע דרשה?
גם אני מצטרף לשאלת רבים.
אליעזר מארקסזייט מיר אללע מוחל פאר'ן זיך אריינמישען.
איך וויל נאר זאגען וואס איז מיין מיינונג.
דער ישועת משה איז גיווען א צדיק יסוד עולם, אן איטנעליגענטער מענטש, כל ימיו גיווען פארנומען מיט תורה, עבודת השי"ת און עכט'ע אהבת ישראל ללא כחל ושרק.
.
יישר כח. כהאב הנאה פון דיינע תגובות. איך בין אבער נישט ממש מסכים צו אלעס וואס דו שרייבסט.
א צדיק יסוד עולם??? איך וואלט אפשר געזאגט א צדיק, יסוד עולם? נישט ממש...
אן איטנעליגענטער מענטש??? אבסולאטלי נישט...
כל ימיו גיווען פארנומען מיט תורה, עבודת השי"ת- אמת ויציב.
עכטע אהבת ישראל? המממ... נישט ממש... זיין אהבת ישראל האט זיך אסאך געוואנדען צי מאיז געוועהן פון זיין פארטיי און געקנויטן פון די זעלבע טייג. אז א מאנסיער חסיד איז אריין צו אים און ער האט געפרעגט ווי לערנען די ״לעכטיגע קינדערלעך״ און אז מ׳האט געזאגט אין מאנסי-וויזניץ. האט זיך דארט גענדיגט קוויטל... איך ווייס פון פול ערשט האנטיגע מעשיות. דער סערטער זצ״ל האט ער פארגעהאלטן פארוואס ער עפענט א ת״ת אין ב״ב כאילו סאיז עפעס זיין שטאט, און אלע מענטשען אין גאנץ בני ברק מוזן שיקן אין זיין מוסדות. חוץ מזה דער ישיעת משה האט איבערגעלאזט אסאך מעהר ״רעדלעך״ ווי זיין מחותן דער ׳ברך צוויבל׳- ער איז די איינציגסטער וויזניצער רבי אין די היסטאריע וואס איז געשטארבן מיט אסאך אסאך געלט אין די באנק בשעת אלע אנדערע ווינזיצער רביס זענען געשטארבן בלוטיגע ארימלייט גרויסע בעלי חוב.... און בשעת ער האט זיך געבאדן אין געלט האט ער ניטאמאל פארגינט אפאר שיך פאר זיינע אייגענע אייניקלעך... און פאר אנדערע פון זיין משפחה למשל ר׳ יודלע זצ״ל איז אים בכלל קיינמאל נישט איינגעפאלן צו שיקן אפאר דאללער... ער האט בכלל נישט געהאט די השגות... ווען מהאט גערעדט פון געלט האט ער האט קיינמאל נישט געוואוסט וואס מ׳וויל פון אים האבן, ער האט נישט פארשטאנען צו די גשמיות׳דיגע זאכן...
שוין... וואס קען מען טאהן?
א עובד ה' נפלא אלע יארן געווען, און א ריזן תלמוד חכם און בעל מוסר, געקענט ש"ס און חובת הלבבות אויסענווענדיג. פון אלס אינגע בחור ביז'ן ווערן רבי האט ער עוסק געווען שעות ארוכות בלימוד תורה.
גאר גאר ווייניג שכל געהאט און גאר גאר אסאך רגש (די זעלבע רגש וואס ער האט געקאכט אין שבת האט געקאכט אין אים פאר זיינע "לעכטיגע קינדערלעך" (חסידים בלע"ז).
די זעלבע רגש ווען ער האט עס גענוצט אקעגן סיי ווער, איז געווען מיט די זעלבע impact ווי אוי וויי וויי שאwawaבעס קוידעש..
און ווען ער האט גערעדט, איז עס געווען מיט די גאנצע רגש, ממילא ווען ער האט געזאגט טוירע, איז געווען צו זעהן און הערן, און ווען ער האט גערעדט פאליטיק צו באשמוצט סיי ווער איז אויך געווען צו זיך באלעקן...
געלט האט ער זייער ליב געהאט, אבער בכלל נישט געוואוסט וואס צו טוהן דערמיט, עאץר פאר זיך האט בכלל נישט געלעבט ברייט, ומהאי טעמא האט ער נישט פארשטאנען צו שיקן צו א צווייטן
איך קען איינע פון די גרויסע נגידים פון ר' מענדל (מ'זעהט אים אויף איינע פון די בילדער), זייער א נארמאלער אינגערמאן, איך האב קיין מושג ניט וויאזוי ער עסט דאס אויף. איך רעד פון איינעם וואס לאזט זיך קאסטן מיליאנען פארן העיליגן רבין
ר׳ מאטעלע האט אבער יא פארשטאנען צו געלט. און צושיקן פאר אנדערע, אפילו ער פאר זיך האט זיך געקארגט אויף די לעקטער און קיינמאל נישט געפארן אויף קיין דאטשע- נאכדערצו מיט א פריוואטע פליגער. ער פלעגט אינזין האבן אסאך מענטשן. פלעגט שיקן פאר זיינע קרובים, א צעהנער דא א פינעפער דארט. ר׳ מוישעלע האט אבער נישט פארשטאנען צו די זאכן.
יעקב מענטשאיך קען איינע פון די גרויסע נגידים פון ר' מענדל (מ'זעהט אים אויף איינע פון די בילדער), זייער א נארמאלער אינגערמאן, איך האב קיין מושג ניט וויאזוי ער עסט דאס אויף. איך רעד פון איינעם וואס לאזט זיך קאסטן מיליאנען פארן העיליגן רבין
איך פארשטיי עס אויך נישט. ס׳מוז זיין אזא איינגעבאקענע שנאה פון קינדווייז אן צו ר׳ ישראל און צו מאנסי-וויזניץ. זיי קענען עס נישט אויסהאלטן אז ר׳ ישראל איז צוריק און איז גרעסער ווי ר׳ מענדל.