☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » ויז'ניץ מרכז צורעדט זיך ווידער

ויז'ניץ מרכז צורעדט זיך ווידער

911 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12377
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19

אדונינו » פרייטאג אוגוסט 9, 2019 2:52 pm

· #434614
חקרן
ס'דרייט זיך ארום א פרישע קליפ, פון ישיבה בחורים מיט א משגיח, ווי מען טאנצט די שיטה ניגון, זייער זיס. ווער קען עס אפירברענגען.?

און זיי ענדיגן צו דערנאך ״מתי אבוא ואראה פני אלוקים״, הדא הוא דאמרן אליהן מפיו דבעל שבט הלוי ז״ל: כופרים בשוגג, טפשים במזיד, וי״ל ע״י הטפשות (שהם מזידים אליהם) סופם בא לידי כופרות (הגם בשוגג). ונכון הוא.

אדונינו » פרייטאג אוגוסט 9, 2019 3:35 pm

· #434617
ליטוואק פון בודאפעסט
איסר האטלקי
הייסט זאגסטו אז ער האט אים שוין טובות געטון ביז היינט אויך?

טאמער די מעשה איז אמת, האט וויזניץ אויך פוטער אויפ'ן קאפ, און זיי דארפען זיך אליינס פארטיידיגען. דאס איז נישט קיין טובה פאר יענעם, נאר פאר זיך זעלבסט.

איך ווייס נישט וואס אזי דא געשען, די אינטרנט זאגט גאנץ ווייניג.

נישט נאר וויזניץ, נאר זיין שנור (אשת מהרח״מ) איז טיף אין די בלאטע דארט, איר מאן לויפט יעצט ארום אין ארץ ישראל אויפטרייבן געלט.

רביה''ק זי''ע » פרייטאג אוגוסט 9, 2019 3:59 pm

· #434618
אדונינו
כופרים בשוגג, טפשים במזיד, וי״ל ע״י הטפשות (שהם מזידים אליהם) סופם בא לידי כופרות (הגם בשוגג).

כפירה אין וואס?

אדונינו » פרייטאג אוגוסט 9, 2019 4:27 pm

· #434619
רביה''ק זי''ע
אדונינו
כופרים בשוגג, טפשים במזיד, וי״ל ע״י הטפשות (שהם מזידים אליהם) סופם בא לידי כופרות (הגם בשוגג).

כפירה אין וואס?

אין גאט ברוך הוא.

רביה''ק זי''ע » פרייטאג אוגוסט 9, 2019 5:14 pm

· #434620
יעדער זעהט וואס ער וויל זעהן...

אדונינו » פרייטאג אוגוסט 9, 2019 5:59 pm

· #434622
רביה''ק זי''ע
יעדער זעהט וואס ער וויל זעהן...

וואס זעהט איר?

חיים יואל » מאנטאג סעפטעמבער 2, 2019 5:57 pm

· #435659
כ״ק אדמו״ר הקוה״ט ממרכז ויזניץ שליט״א אינם האטעל אין מאלויא שווייץ, מעלדט נאך הבדלה מוצש״ק עקב,
אז ''יעצט גייט מען הערן גראמען פונם בדחן הר״ר ישראל שטערן צו אונטערהאלטן די עולם''
https://www.youtube.com/watch?v=n1aD2CrBVZo

חוקר ודורש » דאנערשטאג סעפטעמבער 5, 2019 5:13 pm

· #435822
Re: ויז'ניץ מרכז צורעדט זיך ווידער
📎 493ea813-b39e-4a43-9e97-71ea8e0e6fac.jpg

Sent from my iPhone using Tapatalk

חיים יואל » מאנטאג סעפטעמבער 9, 2019 1:09 pm

· #435986
ס'דרייט זיך א בילד פון כ״ק אדמו״ר הקוה״ט ממרכז ויזניץ שליט״א היינט צופרי אין Airport אין אוקריינע, ווי די Security Officials האבן געצווינגען די אדמו״ר אויסטוהן 'די הוט, בעקיטשע און טלית קטן'.
טאקע נישט קיין שיינע זאך צו טוהן. איך זעה נישט פארוואס דאס פעהלט אויס.

יישר כח באשעפער » מאנטאג סעפטעמבער 9, 2019 1:36 pm

· #435989
איך מיין עס איז א גרויסע חוצפה אפילו פון סתם א מענטש אזוי איז א עוולה ארומצושיקען איז כל שכן א רבי א מנהיג בישראל דער וואס האט גענימען די בילד אין די וואס שיקען עס ארום טיען א גרויסע עוולה

התם ומתמם עם תמימים » מאנטאג סעפטעמבער 9, 2019 2:35 pm

· #435994
די וואס האט ארום געשיקט די בילד עתיד ליתן את הדין,

אזוי אויך דרייט זיך א בילד פין די עלטערע ברידער די וויזניצער רבי, איז אויך די זעלבע זאך ווער עס האט געמאכט אין ארום געשיקט עתיד ליתן את הדין

לך לך » מאנטאג סעפטעמבער 9, 2019 4:21 pm

· #435997
וואס איז שוין ווייטער אין אוקריינא?
דער רבי פארט אדער קומט ?

איסר האטלקי » מאנטאג סעפטעמבער 9, 2019 11:36 pm

· #436022
התם ומתמם עם תמימים
די וואס האט ארום געשיקט די בילד עתיד ליתן את הדין,

אזוי אויך דרייט זיך א בילד פין די עלטערע ברידער די וויזניצער רבי, איז אויך די זעלבע זאך ווער עס האט געמאכט אין ארום געשיקט עתיד ליתן את הדין

אזוי אויך א בילד פון האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק אין עירפארט און פון האדמו"ר מבאבוב אין בית הכבוד.

ווער עס האט געכאפט די בילדער זאלן וויסן אז זיי האבן מהנה געווען מער מענטשן פון וויפיל זיי האבן אפגעטון און זיי וועלן קריגן גן עדן.

פארוואס זענען זיי עתיד ליתן את הדין? וואס איז די בושה פון זען דעם רבי'נס טלית קטן? ס'איז א דאורייתא אדער דרבנן?

חיים יואל » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 12:40 pm

· #436081
לך לך
וואס איז שוין ווייטער אין אוקריינא?
דער רבי פארט אדער קומט ?

ער איז אהיימגעקומען דעם מאנטאג צו בני ברק נאך 7 וואכן אין אירופה.
ער האט געדארפט זיין יעצט אין ציריך פאר אפאר טעג ביז דאנערשטאג, אבער למעשה איז ער אהיימגעקועמן 3 טעג פריער.

יישר כח באשעפער » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 2:34 pm

· #436089
איסר האטלקי
התם ומתמם עם תמימים
די וואס האט ארום געשיקט די בילד עתיד ליתן את הדין,

אזוי אויך דרייט זיך א בילד פין די עלטערע ברידער די וויזניצער רבי, איז אויך די זעלבע זאך ווער עס האט געמאכט אין ארום געשיקט עתיד ליתן את הדין

אזוי אויך א בילד פון האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק אין עירפארט און פון האדמו"ר מבאבוב אין בית הכבוד.

ווער עס האט געכאפט די בילדער זאלן וויסן אז זיי האבן מהנה געווען מער מענטשן פון וויפיל זיי האבן אפגעטון און זיי וועלן קריגן גן עדן.

פארוואס זענען זיי עתיד ליתן את הדין? וואס איז די בושה פון זען דעם רבי'נס טלית קטן? ס'איז א דאורייתא אדער דרבנן?

איר פארשטייט נישט די חוצפה?? איר ווילט געקענט באשטיין אז א בילד ווי איר שלאפט זיך ארום פארן איבראל? אין אידן זאלן זיך אינטערהאלטן מיט דעם?
נעמען גדולי ישראל אין ארום שיקען איז א גרויסע זולזול

שושן פורים » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 3:39 am

· #436163
יישר כח באשעפער
איסר האטלקי
התם ומתמם עם תמימים
די וואס האט ארום געשיקט די בילד עתיד ליתן את הדין,

אזוי אויך דרייט זיך א בילד פין די עלטערע ברידער די וויזניצער רבי, איז אויך די זעלבע זאך ווער עס האט געמאכט אין ארום געשיקט עתיד ליתן את הדין

אזוי אויך א בילד פון האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק אין עירפארט און פון האדמו"ר מבאבוב אין בית הכבוד.

ווער עס האט געכאפט די בילדער זאלן וויסן אז זיי האבן מהנה געווען מער מענטשן פון וויפיל זיי האבן אפגעטון און זיי וועלן קריגן גן עדן.

פארוואס זענען זיי עתיד ליתן את הדין? וואס איז די בושה פון זען דעם רבי'נס טלית קטן? ס'איז א דאורייתא אדער דרבנן?

נעמען גדולי ישראל אין ארום שיקען איז א גרויסע זולזול

אויף גדולים מאכט מען אשר יצר

שושן פורים » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 4:26 pm

· #436238
צווישן אנדערע קומט אריין די נייעס אז די טאכטער פונעם הייליגער רבי'ן, מיסיס ראזענבוים האט זיך אפגע'גט.

א לויה טיש האט מען שוין מיגעהאלטן ביים קדוש, ווער ווייסט, אפשר יעצט קומט א גט טיש? ימים ידברו!

שמעון וואלף » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 11:21 pm

· #436255
שושן פורים
צווישן אנדערע קומט אריין די נייעס אז די טאכטער פונעם הייליגער רבי'ן, מיסיס ראזענבוים האט זיך אפגע'גט.

א לויה טיש האט מען שוין מיגעהאלטן ביים קדוש, ווער ווייסט, אפשר יעצט קומט א גט טיש? ימים ידברו!

נישט שיין צו לאכן פון יענעמס צרות, יהיה מי שיהיה

נחום הסופר » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 6:28 pm

· #436272
אוי וויי - וואס גייט פאר?

שוין לעצטענס געזעהן אויף די בילדער פון חצה"ק וויזשניץ אז מ'זעהט נישט דעם איידעם (ער איז א זון פון פרימישלאנער רבי ב"ב)

חוקר ודורש » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 6:55 pm

· #436273
Re: ויז'ניץ מרכז צורעדט זיך ווידער
נחום הסופר
אוי וויי - וואס גייט פאר?

שוין לעצטענס געזעהן אויף די בילדער פון חצה"ק וויזשניץ אז מ'זעהט נישט דעם איידעם (ער איז א זון פון פרימישלאנער רבי ב"ב)

געווען א גרויסע Gambler

Sent from my iPhone using Tapatalk

חוקר ודורש » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 7:41 pm

· #436276
ויז'ניץ מרכז צורעדט זיך ווידער
און אנדערע נייעס, האט די רבי לעצטענס געזאגט אז די סיבה לדעתו פארוואס די חתם סופר איז אויפגעוואקסן רשכבה״ג, איז צוליב זיין גרויסע מסירת נפש (שוואנצאנית) צו זיין רבי ר׳ נתן אדלער, האט ער מסביר געווען ווי זעהט מען זיין גרויסע מסירת נפש, דאס איז געווען ווען ר׳ נתן אדלער איז אנטלאפען פון פראנקפורט קיין באסקוביץ צוליב די חרם וואס מ׳האט ארויפגעלייגט אויף אים, האט זיין תלמיד די חת״ס אים נאכגעלאפן צוויי שעה נישט וועלענדיג אים אפלאזען, דא קען מען עס הערן:

http://cloud.tapatalk.com/s/5d801f4c9aec6/AUDIO-2019-09-02-19-39-15.mp3

האבן שוין זיין חסידים א הוראה מפורשת אז מברויך נאכלויפן דעם רבי׳ן..

Sent from my iPhone using Tapatalk

אדונינו » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 7:58 pm

· #436278
חוקר ודורש
נחום הסופר
אוי וויי - וואס גייט פאר?

שוין לעצטענס געזעהן אויף די בילדער פון חצה"ק וויזשניץ אז מ'זעהט נישט דעם איידעם (ער איז א זון פון פרימישלאנער רבי ב"ב)

געווען א גרויסע Gambler

Sent from my iPhone using Tapatalk

זיין גרעסטע gamble איז לכאורה געווען זיין חתונה, לאמיר זעהן וויאזוי די אנדערע צוויי וועלן זיך אויסקאכן.

חיים יואל » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 1:35 pm

· #436329
כ״ק אדמו״ר ממרכז ויזניץ שליט״א נעכטן ביים campaign headquarters פון ג' אין בני ברק
📎 ויזניץ דלה מצביע.jpg

חיים יואל » מיטוואך אקטאבער 2, 2019 5:35 pm

· #436890
ימי ראש השנה תש״פ, ביי כ״ק אדמו״ר ממרכז ויזניץ שליט״א.
אלע בילדער פארשטיי איך, אבער וואס איז פשט אז זיי פארשפרייטן די דריטער בילד?
📎 dsc5149-620x414.jpg📎 ראש-השנה-תשפ-134.jpg📎 112.jpg

חיים יואל » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2019 7:17 pm

· #436951
כ״ק אדמו״ר ממרכז ויזניץ שליט״א איז מסביר פארוואס זיינע נאכפאלגער מיזן זינגען די ניגון השוואנצאנעס
https://www.youtube.com/watch?v=W2H6bkwhN34

חיים יואל » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2019 6:58 pm

· #437267
פערל ווערטער יוצא מפי כ״ק אדמו״ר ממרכז ויזניץ שליט״א פורים תשע״ט וועגן זיין 'שיטת השוואנצאנעס'
https://www.youtube.com/watch?v=RTCsqho-VCg

יהודי פשוט » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2019 8:44 pm

· #437271
Re: ויז'ניץ מרכז צורעדט זיך ווידער
חיים יואל
פערל ווערטער יוצא מפי כ״ק אדמו״ר ממרכז ויזניץ שליט״א פורים תשע״ט וועגן זיין 'שיטת השוואנצאנעס'
https://www.youtube.com/watch?v=XZYvrRCYLLg
ס'הערט זיך בכלל נישט ווי מרכז וויזניץ...

חיים יואל » מאנטאג אקטאבער 28, 2019 11:17 am

· #437564
עס איז געוועהן פורים אין די וואכען יעצט שמחת תורה אין מרכז ויזניץ.
הושענא רבא איז ער אריינגעקומען שפעט צו שחרית און פליצלינג פאר קריאת התורה האט ער געגעבן א דרשה פון 6 מינוט, זאגענדיג:
''איך קען נישט האבן א עול. איך קען נישט זיך איילען. ווען איך בין גרייט, וועל איך קומען צום דאווענען. איך בין געגאנגן שלאפען נעכטן נאכט זייער שפעט. שמחת תורה וועל איך מעגליך מאכן עטליכע הפסקות. איך בין פארנומען פועלען ישועות''.
וכך הוה.
שמחת תורה נאכן פיפטע הקפה איז געוועהן א לאנגע הפסקה פאר סעודת יו״ט ועוד. נאכדעם איז געוועהן מוסף און מנחה. די איבריגע הקפות איז געוועהן מוצאי יו״ט.
אגב. ביי זיין טאטע און זיידע זי״ע האט מען יא געפועלט ישועות, און מהאט געלעבט מיט סדר, און האבן ענדערש מוותר געוועהן אויפן לאנגע טיפע שלאף און סעודות וכו׳.
דא האסטו א באריכט פון שמחת תורה אין מרכז ויזניץ:
האדמו״ר לא יצא למעריב בליל שמחת תורה. אבל נכנס להקפות בשעה מאוחר במשך הלילה.
שחרית שמחת תורה התחיל מאוחר מאוד, ואחרי ההקפה החמישית יצא האדמו״ר להפסקה ארוכה לסעודת יו״ט ועוד.
במשך אחה״צ הוכרז בביהמ״ד שבעוד עשרים דקות ייכנס האדמו״ר למוסף עם תפילת גשם ומנחה, אבל שאר ההקפות יתקיימו רק במוצאי יו״ט.
במוצאי יו״ט נכנס האדמו״ר לההקפה השישית והשביעית.
במוצאי יו״ט בשעות הלילה נכנס האדמו״ר לטיש נעילת החג שמשך לכמה שעות במשך הלילה.

חיים יואל » פרייטאג נאוועמבער 22, 2019 9:06 am

· #438933
חיים יואל
ליטוואק פון בודאפעסט
איסר האטלקי
הייסט זאגסטו אז ער האט אים שוין טובות געטון ביז היינט אויך?

טאמער די מעשה איז אמת, האט וויזניץ אויך פוטער אויפ'ן קאפ, און זיי דארפען זיך אליינס פארטיידיגען. דאס איז נישט קיין טובה פאר יענעם, נאר פאר זיך זעלבסט.

איך ווייס נישט וואס אזי דא געשען, די אינטרנט זאגט גאנץ ווייניג.

עס שטייט איבעראל אז ער האט געשיקט אפאר מיליון דאללער צו Em Kol Chai.
Em Kol Chai איז א charity פון מרכז ויזניץ, זעה די דאקומענטען.

📎 4million sent.JPG📎 em kol chai.JPG

כ״ק אדמו״ר ממרכז ויזניץ שליט״א וועלכע האט געוויילט אין ערד יצ״ו אויף מנוחת הנפש, איז אנגעקומען פרשת וירא קיין ציריך שווייץ, ווי ער האט געוויילט איין וואך צו שאפן געלט פאר אחד מראשי אנ״ש וממעמידי קהילת מרכז-ויזניץ ברחבי תבל, ווערט דארף אריבערגיין א שווערע משפט אין די קומענדיגע וואכן.
דעהר וואך דינסטאג איז ער געפארען פון שווייץ קיין ניו יארק, פאר א קורצע באזוך צו שאפן געלט פארן קאמפיין הנ״ל.
נעכטן דאנערשטאג איז ער צוריק אנגעקומען קיין א״י, און גלייך געפארן קיין ערד יצ״ו אויף מנוחת הנפש.
📎 דלי במטוס3.jpg📎 דלי במטוס.jpg📎 מנדלי במטוס2.jpg📎 דלי בשדה התעופה5.jpg📎 מנדלי בשדה התעופה3.jpg

איסר האטלקי » פרייטאג נאוועמבער 22, 2019 11:56 am

· #438943
אויפן פליגער פון ניו יארק קיין ארץ ישראל זענען געפארן צענדליגער סאטמארער חסידים און ער האט ביי זיי געשאפט א מיליאן טאלער לצורך פדיון שבויים.

moneyminded » מוצ"ש נאוועמבער 23, 2019 9:49 pm

· #438963
וואס איז די מעשה מיט פדיון שבוים?

חיים יואל » מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 1:00 pm

· #439082
נייע ניגון אין מרכז ויז׳ניץ?
📎 וואן-משיח-סאטמאר.jpg

חיים יואל » מאנטאג דעצעמבער 2, 2019 6:43 pm

· #439448
80 בחורים שוואנצאנים פון 'ישיבת מרכז ויזניץ' אין ב״ב, האבן יעצט מאנטאג נאכט געמאכט א פוגרום אינם דערנעבנדיגע ספרדישע ישיבה, זאגנדיג אז בחורים פון יענער ישיבה האבן יעצט געטשעפעט זייער רבי.
ביז די לאקאלע פאליציי איז געקומען מאכן סדר
אזוי זעהט אויס זייער חינוך נעבעך.
זיי האבן מזיק געוועהן די רכוש פון צענדליגע בחורים און די רכוש פונם ישיבה.
זיי האבן געשריגען 'די הייליגע רבי קומט פאר די תורה'.

http://actualic.co.il/%D7%97%D7%99%D7%9 ... %90%D7%93/
http://www.ch10.co.il/news/553939/#.XeWefpj7SUk

בילדער
📎 whatsapp-image-2019-12-02-at-21-52-07-620x310.jpeg📎 whatsapp-image-2019-12-02-at-21-52-16-620x310.jpeg📎 whatsapp-image-2019-12-02-at-222648-1.jpeg

חיים יואל » דינסטאג דעצעמבער 3, 2019 10:31 am

· #439477
CCTV פונם פוגרום פון בחורי 'מרכז ויזניץ' אין ב״ב, דעהר נאכט.
https://www.youtube.com/watch?v=qk4HnKqNtNE
https://www.youtube.com/watch?v=4EDmmYINNAU&t=42s

שבת אחים » דינסטאג דעצעמבער 3, 2019 1:16 pm

· #439481
א בושה און חרפה פאר וויזניץ. א חסידות וואס זייער יסוד איז געוועהן אהבת שלום און אהבת ישראל. זיך נישט קריגן מיט קיינעם דער אהבת ישראל און זיינע קינדער זענען ארויס פון זייער וועג צולעבן מיט יעדעם איינעם בשלום. די תולדות אברהם יצחק רבי רעדט אייביג פון דעם ווי ער האט געזעהן ווי דער אמרי חיים האט מיט זיין חכמה געטוהן פארמיידן מחלוקות צווישן מענטשען און משפחות.

די אהבת ישראל איז געקומען קייו גרויסווארדיין איז געווארן א שטיקל מחלוקה. די אידן דארט האבן נישט געוואלט א חסידישע רבי זאל זיך באזעצן אין זייער שטאט. זיי האבן אינטערגעשטעלט פיסלעך און געמאכט אלע מיני שטיקלעך. די אהבת ישראל האט געשיקט איינע פון די וויזניצער ראזענבערג׳ס זאל פרובירן זיך צו פארגלייכן און שלום מאכן. זיי האבן פארלאנגט אסאך זאכן ווי למשל אז דער אהבת ישראל זאל נישט האבן קיין ישבה אין גרויסווארדיין. און אזוי איז טאקע געוועהן. סאיז נאר געוועהן א ישיבה אין שטאט וויזניץ און אין ווישעווע. די אהבת ישראל מיט זיינע גאלדנע מידות און חכמה האט צוביסלעך זיי איבער געוואונען און אסאך וויזניצער חסידים היינט צוטאגס שטאמען פון די אידן וואס זענען לכתחילה געוועהן קעגן אים.
זיי האבן איינגעזעהן אז ער מיינע עס אמתדיג.

סאיז באוואוסט די מחלוקות פון די רמבעה״נ פוקשעס אין די יונגערע יאהרן פונעם אהב״י ווי געוויסע רבנים האבן גאר חושד געוועהן אז ער איז א גנב! (שפעטער אין די עלטערע יאהרן האט יעדער איינגעזעהן אז סאיז געוועהן א גראבע טעות...)
אינמיטן די גרויסע קריגעריי האט זיך אמאל די אהבת ישראל פונקט געטראפן מיט איינע פון די גרעסטע קעגענער (דאכצעך אין קארלסבאד) די נאסאדער רב וואס האט חושד געוועהן די אהבת ישראל אלץ א פשוטע גנב. די אהבת ישראל איז צוגעגאנגען צו אים און אויסגעשטרעקט די הענט און אים געגעבן שלום, אבער נאסאדער רב האט אים נישט געוואלט געבן קיין שלום און איז זיך אוועק געגעאנגען.

די נאסאדער רב איז געוועהן א קליינע דארע יודל. האט זיך דער אהבת ישראל אנגערופן ״דער קליינער איד איז גאנץ א גוטער מבין אויף מיר״

אויף די זאץ קען מען שרייבן גאנצע ביכער!!!

דער אהבת ישראל איז געוועהן די גרעסטע רבי אין רומעניע מיט חסידים אין יעדע קליינע שטעטל אין בוקעווינע, מארמארוש און אפילו טראנסליוואניע.
דער נאסאדער רב איז געוועהן גארנישט קעגן אים. די נאסאדער רב האט אים באשולדיגט מיט עפעס וואס איז בכלל נישט געוועהן אמת. עכ״ז האט זיך דער אהבת ישראל מכניע געוועהן און אים געגעבן שלום. און נאכדעם וואס ער האט אים נישט געוואלט צוריקגעבן קיין שלום האט אים נאך די אהב״י געגעבן גערעכט. ״ער איז גאנץ א גוטער מבין אויף מיר״

וואו נעמט מען נאך אזעלכע אויסגעארבעטע מענטשען... אזעלכע וויואלע זיסע מענטשען...

יין שרף » דינסטאג דעצעמבער 3, 2019 4:16 pm

· #439493
וויאזוי האט יעדער איינער איינגעזעהן צום סוף אז ס'איז געוועהן א גראבע טעות?

אדונינו » דינסטאג דעצעמבער 3, 2019 4:53 pm

· #439494
יין שרף
וויאזוי האט יעדער איינער איינגעזעהן צום סוף אז ס'איז געוועהן א גראבע טעות?

ווייל פון נאסאדע רב איז גארנישט געבליבן, און דער אהבת ישראל האט איבער געלאזט א אימפעריע פון תורה וחסד, (ווי אויך נציגים דא אין שטיבל.)

יעקב מענטש » דינסטאג דעצעמבער 3, 2019 5:10 pm

· #439495
חיים יואל
CCTV פונם פוגרום פון בחורי 'מרכז ויזניץ' אין ב״ב, דעהר נאכט.
https://www.youtube.com/watch?v=qk4HnKqNtNE
https://www.youtube.com/watch?v=4EDmmYINNAU&t=42s

איך גלייך די פאקט אז זיי טוען דאס מיטן גארטל...

שבת אחים » דינסטאג דעצעמבער 3, 2019 10:40 pm

· #439506
יין שרף
וויאזוי האט יעדער איינער איינגעזעהן צום סוף אז ס'איז געוועהן א גראבע טעות?

יעדער מיין איך די רבנים וואס זענען געוועהן לכתחילה קעגן די אהבת ישראל.

דאס איז אבער קלאר ווען די אהבת ישראל איז עלטער געווארן האבן אלע רבנים געהאלטן פון אים. אלע!

סאיז נישט געוועהן קיין איין רבי אדער רב וואס האט נישט באוואונדערט זיין גרויסקייט אויף די עלטער. און אסאך האבן געהאלטן אז ער איז געוועהן די ״צדיק הדור״ א שטייגער ווי גאלאנטער רב, הרב דשונסקי, ר׳ אהרלע ראטה, מנחת אלעזר, הגה״ק ר׳ מאיר שפירא, קאסאן, באר מנחם מ׳קאלוב, סאלקא וכו׳

מ׳דארף שרייבן א לענגערע ארטיקל איבער די מחלוקת. כהאב שוין אפאר מאהל געוואלט שרייבן דערוועגן. אפשר איין טאג.

שבת אחים » דינסטאג דעצעמבער 3, 2019 10:50 pm

· #439507
אדונינו
יין שרף
וויאזוי האט יעדער איינער איינגעזעהן צום סוף אז ס'איז געוועהן א גראבע טעות?

ווייל פון נאסאדע רב איז גארנישט געבליבן, און דער אהבת ישראל האט איבער געלאזט א אימפעריע פון תורה וחסד, (ווי אויך נציגים דא אין שטיבל.)

נאסאדער רב איז געבליבן מיט גארנישט ווייל ער האט קיינמאל נישט געהאט גארנישט.

קען זיין אז ער איז געוועהן א וויואלע איד. איך האב אים נישט געקענט און קיינמאל נישט שטודירט געהריג זיין היסטאריע. אבער דאס איז זיכער ער איז געוועהן גארנישט קעגן די וויזניצער אימפעריע אינדערהיים.

שמעי' » מיטוואך דעצעמבער 4, 2019 1:45 am

· #439511
נאסויד'ע רב האט חושד געווען די אהבת ישראל אויף ציונות, און וועגן דעם נישט געוואלט געבן די האנט. ס'דא וואס טענה'ן אז ער האט געזאגט דעמאלטס "אל תסתכל בפני אדם רשע".

מפיל קינד » מיטוואך דעצעמבער 4, 2019 7:13 pm

· #439530
יעקב מענטש
חיים יואל
CCTV פונם פוגרום פון בחורי 'מרכז ויזניץ' אין ב״ב, דעהר נאכט.
https://www.youtube.com/watch?v=qk4HnKqNtNE
https://www.youtube.com/watch?v=4EDmmYINNAU&t=42s

איך גלייך די פאקט אז זיי טוען דאס מיטן גארטל...

מערקט אויפן ווידיאו ווי געוויסע בחורים קושן די מזוזה בשעת מעשה...

מפיל קינד » מיטוואך דעצעמבער 4, 2019 8:35 pm

· #439536
איך האלט נישט אז אין סקווירא, סאטמאר, באבוב, בעלזא, גור וכו' וואלט מען אנדערש רעאגירט פאר'ן שיסן אייער אויפן רבי'נס קאר.

נאר אויף זיי וואלט זיך קיינער נישט דערוואגט צו שיסן, האבן די מענדעליסטן געוואלט ווייזן אונז זעמער גארנישט אונטערשטעליג, אויף אונזער רבי טאר מען אויך נישט שיסן אייער.

אדונינו » מיטוואך דעצעמבער 4, 2019 10:56 pm

· #439542
אויב איז געפלויגן אייער, איז לכאורה דא א סיבה פארוואס אויך, די חברה זענען שוין מלומד בפוגרומים, ווער עס געדענקט נאך נישט לאנג צוריק אין באבוב׳ע ישיבה וכו'.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג דעצעמבער 5, 2019 6:07 am

· #439556
און דאס איז טומאת הפארטיי. ברגע די מחבלים זענען געווארען א פארטיי, איז געפלויגען לעבענ'ס. ברגע מ'גייט אריין אין פארטיי, פארלירט מען די גאנצע מענטשליכקייט. ווען מ'איז נישט אין א פארטיי, הגם מ'פארשעמט דיין רבי, קענסטו עס איינשלינגען. די וואך האט איינער געשאסען פאשקעווילען אויף מיין רבי'ן. ער האט עס געוואלט לאזען ברבים כדי מ'זאל זען ווי ווייניג שכל מענטשן האבען. עס איז נישט תופס מקום ווען עס איז נישט אין די ראמען פון א פארטיי.
כי בנפשנו הוא, מענדעלי וויזניצער איז נישט קיין אויסנאם, ער איז אונז אלע ווען מיר פאלען דארט אריין.

שבת אחים » דאנערשטאג דעצעמבער 5, 2019 11:13 am

· #439574
שמעי'
נאסויד'ע רב האט חושד געווען די אהבת ישראל אויף ציונות, און וועגן דעם נישט געוואלט געבען די האנט. ס'דא וואס טענה'ן אז ער האט געזאגט דעמאלטס "אל תסתכל בפני אדם רשע".

ר' מאטעלע פלעגט פארציילן די מעשה האט ער געזאגט סאיז געוועהן בנוגע די מחלוקות פון רמבעה"נ.

ס'איז נישט מסתבר אז ס'איז דעמאלטס געוועהן וועגן ציונות.

כ'האב קיינמאל נישט געהערט אז דער אהב"י איז געוועהן א ציוני. פארקערט גאר. ער פלעגט אלץ זאגן אז מ'זאל שטיין ווייט פון די ציונים ווייל זיי ווילן אויסרייסן אידישקייט. אגודיסט איז ער יא געוועהן. און דעמאלטס איז אגודה געוועהן אנדערש ווי היינט.

דער מנח"א און רבי ישכר דוב בעלזער זענען געוועהן גרויסע קנאים און האבן שטארק געהאלטן פון די אהב"י. דער בעלזער רב האט זיך משדך געוועהן מיט אים.

חיים יואל » דאנערשטאג דעצעמבער 5, 2019 1:11 pm

· #439584
חיים יואל
CCTV פונם פוגרום פון בחורי 'מרכז ויזניץ' אין ב״ב, דעהר נאכט.
https://www.youtube.com/watch?v=qk4HnKqNtNE
https://www.youtube.com/watch?v=4EDmmYINNAU&t=42s

די CCTV Footage פונם 'הייליגען פוגרום' אויף jumbomail
למען כבודו של בעל השיטה הקדושה כ״ק רבינו הק׳ שליט״א
https://www.jumbomail.me/he/Downloads.a ... 3838673D3D

הדסים » דאנערשטאג דעצעמבער 5, 2019 3:47 pm

· #439607
מפיל קינד
איך האלט נישט אז אין סקווירא, סאטמאר, באבוב, בעלזא, גור וכו' וואלט מען אנדערש רעאגירט פאר'ן שיסן אייער אויפן רבי'נס קאר.

נאר אויף זיי וואלט זיך קיינער נישט דערוואגט צו שיסן, האבן די מענדעליסטן געוואלט ווייזן אונז זעמער גארנישט אונטערשטעליג, אויף אונזער רבי טאר מען אויך נישט שיסן אייער.

איז דא בילדער פון די אייער? איינער קען ברענגן?

דולה ומשקה » דאנערשטאג דעצעמבער 5, 2019 8:21 pm

· #439617
חיים יואל
חיים יואל
CCTV פונם פוגרום פון בחורי 'מרכז ויזניץ' אין ב״ב, דעהר נאכט.
https://www.youtube.com/watch?v=qk4HnKqNtNE
https://www.youtube.com/watch?v=4EDmmYINNAU&t=42s

די CCTV Footage פונם 'הייליגען פוגרום' אויף jumbomail
למען כבודו של בעל השיטה הקדושה כ״ק רבינו הק׳ שליט״א
https://www.jumbomail.me/he/Downloads.a ... 3838673D3D

..."אזוי איז געוועהן אין ארשיווא, און אין קראלי, און אין סאטמאר, און וועל אייך זאגן אזוי איז געווען דא אין ברוקלין אויך"...

ווען די סאטמארע האבן דאס געטוהן (און נאך סאך ערגערס) אין קלויזענבורג'ער בית מדרש, האבן זיי געשריבן "לעילוי נשמת רבינו יואל בן חנניה יום טוב ליפא", גוטע צייטן געוועזען.

נאך א בית המדרש ווי עס איז געווען א פראגראם און אלע שויבן אויסגעהאקט איז געוועזען דער מכנובקא בית המדרש אין בני ברק - מעשי ידיו להתפאר פון די בעלזא ירושלים חברה.

נאך א בית המדרש וואס האט זוכה געווען צו א ענליכע פראגראם איז געוועזען דער שומר אמונים בית המדרש אויף מאה שערים - שלח ידו אל החור דורך חברי קהלת תולדות אהרן. יא די איידעלע שומרי חומתיך ישוב הישן... (פשוט וויבאלד דער שומר אמונים האט געווינען דער דין תורה.

סאטמאר חסידים האבן אריינגעווארפן שטיינער דורך אויסשיסן די פענסטער פונעם הויז פון באבוב'ער רב מהר"ש זצ"ל פשוט ווייל ער חוטא געוועזען מיט אויפנעמען דעם בעלזא רב.

חסידי ר' משה'לע וויזניצער האבן געמאכט א פראגראם אויף דער 'בית ברוך' שול' (אויף רחוב רש"י) דארט ווי זיין זוהן ר' סרולטשע פלעגט מאכן זיינע באטעס בליל שבת קודש אין די יארן וואס ער איז געוועזען ארויסגעשליידערט ווי א הונט פון זיין טאטע'ס הויז, דער טאטע האט נאך געקענט א זיידע זיינע וואס האט פארפאסט א ספר מיט אזא נאמען ווי 'אהבת ישראל' (א אייניקל פון אנדערן ספר מיט אזא קלינגעדיגן נאמען ווי 'אהבת שלום') go figure...

דער פראגראם וואס חסידי טאהש תחת הנהלת פונעם היינטיגן שרף האבן געמאכט תשס"ו אויף דער בית המדרש ומקוה פון דער התאחדות אברכים כולל רח"ל.

ועוד יש לדלות ולהשקות, ואי"ה

אדונינו » דאנערשטאג דעצעמבער 5, 2019 8:35 pm

· #439619
איך פארענטפער נישט קיינעם, אבער די חילוק פארשטייסטו אליין, די עוולה פון א פוגרום ווערט נישט קלענער, אבער אין יענע יארן האט מען אפגעטון א שטיקל, און געגאנגען ווייטער, היינט צוטאגס ווען אלעס גייט וויירעל אין מינוט׳ן, טראכט מען צוויי מאל, די אלע פוגרומען וואס דו האסט אויסגערעכנט, איז געווען פאר די אינטערנעט/סמארטפאון עפאכע, אבער היינט צוטאגס לייגט מען א גנב אין משוגעים הויז כמאמר הידוע, זייער עוולה איז משוגע, נישט גניבה, וד״ל

(וכמאמר הרב וואזנער ז״ל: כופרים בשוגג, טפשים במזיד...)
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19