☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » ויז'ניץ מרכז צורעדט זיך ווידער

ויז'ניץ מרכז צורעדט זיך ווידער

911 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12377
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19

לך לך » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2018 11:51 am

· #419414
אדונינו
"כשאשת בעלת אכסניה הביטה בפני האדמו"ר עם החיוך הכובש, החליט האדמו"ר להישאר באכסניה עוד שבוע ימים לכבודה" !
בשמחת שבע ברכות בבית הנגידים שפירא דבלינגר שהתקיימה יום ראשון ח' טבת באולמי סיטי טאוער, פתח האדמו"ר ממרכז ויז'ניץ בדברים ברום מעלתם של בעל האכסניה בוינה היכן ששהה לאחרונה ושח בין הדברים, : 'הייתי אצל שמואל בנימין שפירא לאחרונה בוינה כזה הכנסת אורחים לא רואים בזמננו.' והוסיף האדמו"ר מלכתחילה הייתי אמור לחזור חזרה לארץ ביום ראשון, אלא שבראשון בבוקר אומרת לי אשתו של שמואל בנימין ותוך כדי שאומרת לי אני מסתכל לה בפנים ואני רואה כזה חיוך לבבי
הכובשת לבבות, ומתעניינת מדוע הרבי כבר נוסע אולי שהרבי ישאר איתנו עוד קצת ולכן נשארתי עד יום חמישי, לא הייתי יכול לסרב לה !!!C/P
#בערלאנד

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2018 12:39 pm

· #419419
דאס איז גראדע גוטע נייעס, ס'מיינט אז מ'גייט איהם נאך איינזעצן איין טאג, גאט זאל נאר שומר ומציל זיין וואס ער קען נאך אפטון ביז דאן.

שמחהלע קאפשטיק » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2018 1:02 pm

· #419420
קען איינער ברענגן די ריקארדינג ?

שמחהלע קאפשטיק » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2018 1:06 pm

· #419421
רביה''ק זי''ע
דאס איז גראדע גוטע נייעס, ס'מיינט אז מ'גייט איהם נאך איינזעצן איין טאג, גאט זאל נאר שומר ומציל זיין וואס ער קען נאך אפטון ביז דאן.

ס'איז דא א גוט ווארט: אין פרשת ויצא זאגט לבן פאר יעקב ויען לבן הצאן צאני והבנות בנות וכל אשר לך לי הוא, שטעלט זיך א פראגע פארוואס האט לבן נישט געקענט זאגן בקיצור טייערע יעקב "איך בין א רבי" אלעס באלאנגט פאר מיר ???
נאר, עקם הכתוב שמונה אותיות ולא הוציא דבר מגונה מפיו ....

חקרן » פרייטאג דעצעמבער 21, 2018 11:53 am

· #419497
אביסל האט ארויסגעליקט וואס האט זיך געטאן פאריגע וואך שבת אין מירון.

ערב שבת האט מען זיך געשטעלט צו מנחה איינס אזייגער. פאר מנחה האט ער אנגעזאגט פארן עולם, אז וואס מען רעדט דא דעם שבת, טאר נישט ארויסגיין אינדרויסן און קיינער טאר נישט וויסן דערפון.

ביי די צווייטע באטע - וואס האט זיך אנגעהויבן נאך דריי אזייגער און זיך געצויגן ביז נאך זעקסע - האט ער אנגעהויבן צו זאגן, אז ביים סדר נאכט זאגן די קינדער "טאטע לעבן, איך וויל דיך פיר קושיות פרעגן" (ער האט עס געזאגט מיטן ניגון הידוע), און נאכדעם זאגן זיי "טאטע לעבן, איך האב דיר געפרעגט פיר קושיות, יעצט זיי מוחל און ענטפער מיר א תירוץ און גיב מיר א נאש" (אלעס מיטן ניגון...), אבער דא וועל איך גיין פארקערט, איך וועל ענק פרעגן (עם הניגון), "קינדערליך לעבן, איך וויל ענק פיר קושיות פרעגן, די ערשטע קושיא איז, וואס מיינט א ויז'ניצע שוואנץ, די צווייטע קושיא איז, פארוואס האט מען אזוי פיינט ויז'ניץ אין די גאס, די דריטע קושיא איז, פארוואס יעדע צוואנציג יאר ווערט א מהפכה אין ויז'ניץ, די פערטע קושיא איז - איך געדענק שוין נישט (אנטשולדיגט)" - דאן האט ער צוגעענדיגט, "קינדערליך לעבן, איך האב אייך געפרעגט פיר קושיות, יעצט זייט מוחל און ענטפערט מיר א תירוץ, און איך וועל אייך געבן סוכריות...

זאגנדיג די ווערטער, איז געווארן א געלעכטער אין עזרת נשים, אלע פרויען האבן זיך גענומען לאכן... עס האט גענומען אפאר מינוט ביז מען האט זיי איינגעשטילט.

דאס איז בלויז וואס האט ארויסגעליקט קראנט, וואס דארט איז געווען. די אנדערע זאכן זענען בגדר שמועות, מען רעדט נישט און נישט אלעס ווייסט מען.

איסר האטלקי » פרייטאג דעצעמבער 21, 2018 1:07 pm

· #419501
רחמנא לצלן!! מנחה איינס אזייגער, פיר קשיות אינמיטן ווינטער, פרויען לאכן.... ער איז ערגער פון העלבראנץ.

אדמור מקרייניץ זצל » מוצ"ש דעצעמבער 22, 2018 3:52 pm

· #419513
קרישקע'ס משבת פ' ויגש במירון
📎 ede6f2d7-0004-4ecb-a517-5e7abe9572a9 (1).mp3

אדמור מקרייניץ זצל » זונטאג דעצעמבער 23, 2018 7:58 am

· #419591
הרבי מויז'ניץ מרכז שבת במירון
📎 432bf4a3-e925-41b3-9cb3-4fc785a5627f.jpg

חיים יואל » זונטאג דעצעמבער 23, 2018 8:26 am

· #419596
עוד
מהרבי מויז'ניץ מרכז במירון
שבת פ' ויגש
-

די שבת איז געוועהן נאר פאר די מענטשן וואס האבן געגעבן 13,000 שקל פאר די ריזיגע הוצאות פונם הערליכע עלעגאנטע מעמד חיזוק י״ב שבט אינם Avenue זאל אין לוד

📎 IMG-20181221-WA0014.jpg📎 IMG-20181221-WA0011.jpg📎 IMG-20181221-WA0007.jpg📎 IMG-20181221-WA0005.jpg

רביה''ק זי''ע » זונטאג דעצעמבער 23, 2018 9:01 am

· #419602
ווען קייסער ווילהעלם האט באזוכט אין ירושלים, איז ער אדורכגעגאנגען די קארלינע שול. הערנדיג די קולות, האט ער זיך אנגערופן, "די אידן זענען א קלוג פאלק, זיי האבן גענומען אלע משוגעים, און געמאכט פאר זיין אן עקסטערן שול". ודפח"ח. וכמאמר החכם "ס'איז א בירור..."

חיים יואל » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 8:47 am

· #419767
דערווייל גייט זיך נישט אינגאנצן צושפארן ת״ת ויז'ניץ מרכז אין מאנטריאל, אבער זיי גייען אהיימגיין פרי.

📎 IMG-20181222-WA0001.jpg

למדן » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 10:49 pm

· #419947
רביה''ק זי''ע
ווען קייסער ווילהעלם האט באזוכט אין ירושלים, איז ער אדורכגעגאנגען די קארלינע שול. הערנדיג די קולות, האט ער זיך אנגערופן, "די אידן זענען א קלוג פאלק, זיי האבן גענומען אלע משוגעים, און געמאכט פאר זיין אן עקסטערן שול". ודפח"ח. וכמאמר החכם "ס'איז א בירור..."

ס'איז נישט ממש, ס'דא דארט א עולם וואס איז פארלוירן און וועט מיט די צייט מסתמא קאלט ווערן.

אדמור מקרייניץ זצל » דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 8:02 am

· #419971
רשימה פין אוועק געגאנגענע
📎 2018-12-24.png

חיים יואל » דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 8:30 am

· #419973
אדמור מקרייניץ זצל
רשימה פין אוועק געגאנגענע

דעהר רשימה איז רשימת הבאטשים פון תמוז תשע״ח.
סדארף זיין ערגעץ א פרישערע upto date רשימה.

חיים יואל » דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 8:54 am

· #419974
איך האב יעצט באקומען די רשימה פון חשון תשע״ט,
פון די יודן וואס האבן געהאט די שטארקייט און אפגעלאזט 'מרכז ויזניץ'.

א חלק פון זיי האבן גרינגערהייט אפגעלאזט, אבער רוב פון זיי [בעיקר אין ארץ ישראל] האבן עס געהאט זייער שווער.
בפרט אז זיי האבן געדארפט ארויסנעמען די יונגלעך פון די מוסדות, און גיין זוכן נייע מוסדות וכדו׳.
בנוסף צו דעם, זענען זיי אריבער רדיפות ברבים וביחיד, ווייל מרכז ויזניץ שעמן זיך זייער, אז אסאך לאזן זיי אפ.
-----

ווי איך הער איז דא אינם דאזיגע רשימה 3-4 נעמען פון יודן וואס האבן נאכנישט באמת אפגעלאזט מרכז ויזניץ.
פון די אנדערע זייט, האבן זיי אויסגעלאזט נאך 30-40 יודן פון אמעריקע און מאנטריאל, וואס האלטן Zero [אדער נאך ווייניגער] פונם אדמו״ר ממרכז ויזניץ, אבער זיי דאווענען נאך אינם בתי מדרשים פון מרכז ויזניץ.

📎 IMG-20181016-WA0073.jpg

איסר האטלקי » דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 8:28 pm

· #420091
דאס איז ווידער א ליסטע פון באטשיס וואס זינגען נישט וכולם מקבלים פאר קידוש. רוב פון די ליסטע זענען נאכאלץ אנ"ש און פארן קיין מרכז (ליידער).

חקרן » דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 11:56 pm

· #420111
א נייע דרשה.

היינט ביינאכט אין אשדוד, האט דער רבי געגעבן א דרשה, הכנה צו ראש-השנה לחסידות "יב שבט", און אויסגערופן א נייע מושג פון "ז' ימי חומטין", דאס זענען די זיבן טעג פון ו' שבט ביז י"ב שבט, וואס די טעג זענען מיוחד אויף התקשרות און פאר די שיטה הק'. ער האט געזאגט אז ביים ענדע פון די ז' ימי חומטין קומט "ליל חומטין" - דאס איז די נאכט פון י"ב שבט - ראש השנה לחסידות.

צווישן אנדערע האט ער געזאגט אויף דעם טאג, אז דאס איז א העכערע טאג, און אז ער בעט אז ווער עס קען זאל קומען צו פארן, אפילו פון חוץ-לארץ. ער האט צוגעלייגט אז "יב שבט" איז נוטריקון "שבי", עס איז מרומז אין די פסוק, "עלית למרום שבית שבי".

איסר האטלקי » מיטוואך דעצעמבער 26, 2018 12:14 am

· #420114
והוסיף רבינו אז ס'איז אויך מרומז אין פסוק וראית בשבי"ה אשת יפת תואר, ע"כ המנהג לקיים מה שנאמר ולקחת אשת יפת תואר בליל חומטין.

חקרן » מיטוואך דעצעמבער 26, 2018 12:22 am

· #420115
פרישע ווארע...
📎 ז' ימי חומטין.pdf

או אינו » מיטוואך דעצעמבער 26, 2018 12:48 am

· #420116
Re: ויז'ניץ מרכז צורעדט זיך ווידער
ווי אזוי פארשטעל איך זיך ווי די אנטלאפענע שוואצאנים כדי מיטציהאלטן ץדי מעמד? אדער זענען זיין מקבל גרים?

אדונינו » מיטוואך דעצעמבער 26, 2018 4:56 am

· #420122
טראכט איך צו מיר:

איך בין א בחור אין די הייליגע ישיבה פון שוואנצי בני ברק, איך וועק מיך אויף מיטוואך צופרי, און איך זעה דעם הייליגן צעטל הענגן, ״טייערער שוואנץ, וויאזוי גרייטסטו זיך? און איך מאך מיר א שטיקל חשבון הנפש, און עס ווערט מיר שלעכט פאר די אויגן, אמת איך לערן פלייסיג, איך דאווען פיין אויך, אבער עפעס טיפערס מאנט די רבי, עפעס העכערס (ח״ו), מיין גאנצע תורה ותפילה איז לכאורה עצת היצר, עס פעלט מיר נאך אסאך חומטין ל״ע, און מיט א צובראכן הארץ, לויף איך צו צום שאנק און כאפ א ליקוטי ישועות משה, ליקוטי זנבות מנחם, ולדבקה בו, מיט נאך אפאר ספרים וואס די איז לעצטנס ארויפגעשווימען, און מיט א פלייסיגקייט מיש איך בלעטער, בשעת איך זינג מיך אונטער: א שוואנץ צו זיין איז טייער, א שוואנץ צו זיין איז גוט... אבער די געוויסן פייניגט מיר אביסל, אדער אפילו מער פון אביסל, הערשט נעכטן האב איך פארלוירן מיין חברותא, אזא פיינער און איידעלער געווען, עפעס זאגט מען אז זיין טאטע האט ספיקות אין אמונה, אזוי האט מיר מיין ראש חברה מסביר געווען נאך די פייערדיגע שהחיינו טאנץ אין שטיבל, און גוט אז די שלעכטע גייען אליין, אבער ב״ה אז אונז זעמער שטארק און גייען אויפן הייליגן וועג, איך הער אז ער גייט לערנען אין א פיינע ישיבה ווי מען לערנט גמרא תוס׳ בעיון, איך בין אים אזוי מקנא, הלואי ווען איך קען נוצן מיינע כשרונות אביסל און זיך מפלפל זיין מיט מיין מגיד שיעור אביסל, ווי איידער רעדן א גאנצע צייט צו מיין ראש חברה, וואס קעקעצט ארויס האלבע תשובות אויף מיינע תמימות׳דיגע הייליגע פראגעס, אבער איך שטיפ באלד אוועק די מאדנע מחשבות וואס באנעמן מיין נשמה, ווייל די רבי האט דאך קלאר געזאגט אז זיי גייען ליידן מיט אלע פראבלעמען... און ער גייט זיי אפילו נישט העלפן, צו וועם וועלן זיי גיין? ווער וועט אויסוואשן זייער נשמה ברוחניות ובגשמיות? און אזוי אינגאנצן צומישט, לייג איך אראפ מיין קאפ אויף די אפענע הייליגע ספרים, און איך כאפ א דרימל, וואס ווילט זיך מיר - עס זאל זיך ציען פאר אייביג.

חקרן » מיטוואך דעצעמבער 26, 2018 3:15 pm

· #420173
דאס האט היינט געהאנגען.
📎 ליל חומטין.pdf

שושן פורים » מיטוואך דעצעמבער 26, 2018 10:40 pm

· #420194
חקרן
דאס האט היינט געהאנגען.

קוקט נישט אויס ווי א אפיציעלע צעטל מטעמם, הגם די אינהאלט שטימט, געווענליך אינוועסטירן זיי מער אין גראפיקס

ימים ידברו » דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2018 2:41 pm

· #420253
לדעתי עני' וויפול איך האב מקבל געווען מזקני הדור הקדום זייענדיג בהאווענט און ענדליכע פעלער! עס איז א חוב קדוש להתנתק מהם אפצוהאקען מיט זיי מטאר מיט זיי נישט האבען,
וועט איר פרעגען פארוואס? ומהיכן דנתנו?
די תירוץ איז פשוט, ווען די טיילונג איז געווען און אונגארען און די שטאטסקווא האט זיך נישט געטיילט האבען די תלמידי תלמידי ח"ס גפסקנט דינם כמו הנעלאגען, על אחת כמה וכמה, ווען די אדמור איזא פיסטע עם הארץ, לא קרא ולא שנה ולא שימש ת"ח, מאכט א טפל שבטפלים פאר א עיקר שבעיקרים, און מאכט זיך פאר א עבודה זרה און טוט דבירם מוזרים מאוד, טיילט שריים לנשים, און עסט אחר עלות השחר נגד הלכה, יארן נישט געווען און ביהמ"ד ביי קריאת התורה,
און פאברצירט א תורא וואס איז נגד התורה הק' למשל מדארף גלייבען ער איז הייליג, אפי' ער איז א פיסטע שטריק מלשונו ביי די ציגראטעיל טיש,
בכלל ליסטעס צו מאכען, דאס איז געווען דרך הצדיקים? מקלל זיין מענטשען איז געווען דרך האדמורים? מאכען א שיטה וואס זאגט אייןווארט ממוז מיך דינען ממיז מיך גלייבען דאס איז א שיטה של אחשורורש ועמלק דאס איז נישט הצנע לכת עם ד' אלקיך דאס איז נישט עניוות ושפלות רוח,
וועט איר פרעגען זיין טאטע? דאס איז אויך כולו שקר מעום האט מען נישט גהערט פון זיין טאטע דער שפראך, יא זיין טאטע האט געגלייבט און כבוד וויזנץ אבער לא הרי זה כהרי זה זיין טאטע האט געדאווענט און גלערינט און גהארוועט, מיט א קליין ביסעל קאמפלעקס אז יעדער מאכט מרידות, אבער ער נישט גלערינט נישט געדאווענט נאר געטראסקעט מענטשען צוגענימען פרנסות געמאכט טפילות פון לערנין טאטיס תורה פאר א עיקר וכדומה
סנישטא קיין ברירה ווייל עס אף נאו האט יעדער געהאט שדי ברירה צו פארלאזען די פלאץ ממוז זיך אפהאקען, אויב ווילט איר נאך גלייבען און אויבערשטען און בעל שם הק' ותלמידין איין עצה מאכטס אים פאר א יוזעל פאנדראק וועט מען קענען דינען ווייטער גאט אויב חלילה מוועט דאס דורכלאזען וועט זיין א עק וועלט רחמנה ליצלן כאפט אייך באצייטענס

אדמור מקרייניץ זצל » דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2018 3:59 pm

· #420258
קוק ווי שנעל מפאלגט דיר!!!
ימים ידברו

באמבעדיגע נייעס !!!
כבין זייער נייגעריג וואס וועט נאכפאלגן
📎 2018-12-27.jpg

איש חזון » דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2018 4:33 pm

· #420263
עס ווערט שטרענגער פון מינוט צו מינוט... למעשה מיין איך אז ס'איז אביסל צו עקסטרעם

חיים יואל » דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2018 6:16 pm

· #420268
די אדמו״ר מיט הר״ר הערשל כץ.

איז דאס טאקע א בילד פונם באקאנטע עפיזאדע פינקטלעך 17 יאר צוריק?
[פרשת שמות תשס״ב, לסדר 'רשע למה תכה רעך']

📎 image.png

חקרן » פרייטאג דעצעמבער 28, 2018 9:32 am

· #420332
ברידער טייערע, הערט גוט אויס:

איך בין נישט קיין חסיד פון דעם אדמו"ר הרמ"מ, אבער איך בין אויך נישט קיין חסיד פון קיין הגזמות אדער שקרים, וואס איז גרינג ארויפצולייגן אויף א מענטש וואס געפינט זיך אין אזא מצב, בשעת קיינער האט נישט קיין געפיל אין די יעצטיגע אומשטענדן צו אים. למען האמת, עס איז דא גענוג שטאף אויף אים, אז מען זאל נישט דארפן פאבריצירן קיין שקרים.

איך האב געהערט פון אן איש מהימן, וואס איז געווען דארט אויף שבת. איך וועל איבערגעבן דברים כהוויתן, אן קיין שקרים און הגזמות.
מנחה האט מען זיך געשטעלט 3:20, מיט א חשבון צו כאפן דעם פלג המנחה של רבי אלעזר (עפעס אזוי... כ'בין נישט אזוי גוט אין הלכה...) דאווענען איז געווען נארמאל (ניין, ער איז נישט אריין צו די פרויען ביי לכה דודי - מען האט געדאוונט אין מערה ביינאכט און איך מיין אז ס'איז נישט שייך אריינצוגיין דארט צו די פרויען, אויסער אויב מען גייט פונדרויסן. כ'בין נישט זיכער, אבער אין יעדן פאל איז ער נישט אריין דעמאלס צו די פרויען). די דאווענען איז געפירט געווארן זייער נארמאל - כ'מיין, וואס איז נארמאל יעדע וואך דארט.

גוט שבת זאגן, איז דער גאנצער עולם דורך - נישט די פרויען. עס זענען געווען דארט אן ערך פון זעכציג אידן, תומכים, בעיקר יונגעלייט, אבער עס האט זיך אנגעזען פון אלע עלטערן.

דער וועג צוריק האט גענומען זייער לאנג, מען איז געגאנגען שטייט, בשעת דער רבי האט זיך עטליכע מאל אפגעשטעלט אינמיטן וועג, זיך אוועקגעזעצט. אויפן וועג האט מען געשמועסט איבער... שוואנצאנעס. דער וועג האט גענומען בערך א שעה. נאך אנקומענדיג דארט, האט מען נאך ממשיך געווען דער שמועס.

פאר קידוש איז דער עולם אריינגעגאנגען, איש ואשתו. דער רבי האט יעדן אויפגענומען, געבענשט די מענער "ישמך אלקים כאפרים וכמנשה". ער האט זיך אויך אויסגעדרייט צו די ווייבער און געוואונטשן "ישימך אלקים כשרה רבקה רחל ולאה".

עס איז שוין געווען בערך זיבענע צייט ווען מען האט געמאכט קידוש. מען האט אויסגערופן אז אלע וועלן מוציא זיין פונעם רבי'ן און קיינער דארף נישט איבערמאכן קידוש. נאך קידוש האט מען געזאגט אז מען וועט אריינקומען עלעווע צייט צו די סעודה. דער רבי האט געגעסן די סעודה מיטן עולם. למעשה איז דער רבי אריינגעקומען איינסע צייט. דאס זענען גאנץ נארמאלע זאכן דארט, דער זייגער ווערט אפטמאל פארדרייט דארט.

די סעודה - טיש, איז געווען זייער נארמאל, אזוי ווי יעדע וואך, דערהויבן און התרוממות'דיג, אן קיינע חידושים (ניין, מען האט נישט געשיקט שיריים פאר פרויען...) ביים צווייטן באטע, וואס האט זיך אנגעהויבן אביסל נאך דרייע, איז געווען אן אינצעדענט, בשעת ער האט געמאכט א נארישע דזשויק איבער די פיר קושיות וואס די קינדער פרעגן ביים סדר (מיטן ניגון הידוע), און די פרויען האבן אויסגעפלאצט לאכן... מען האט שטיל געמאכט און אלעס איז געווען געהעריג נאכדעם. מען האט געענדיגט די באטע נאך 6:00 (מען האט נישט געגעסן נאכן עלות...)

שחרית האט מען זיך געשטעלט נאך 1:00 - פון די נארמאלע זאכן דארט.

די מעשה מיט די גמרות איז געווען א גוטע דזשאוק, א שוואנצאנעסדיגע דזשאוק, אבער מען האט עס נישט געמיינט ערנסט - מענטשן האבן ליב אויפצובלאזן זאכן.

די מעשה מיט די עליות האב איך נישט קאמפערמט.

ימים ידברו » פרייטאג דעצעמבער 28, 2018 11:16 am

· #420344
חקרן וואס הייסט נארמאל זיך צושטעלען איינסע זייגער? וואסערע סיבה איז געווען הכנות? אדער פאפעריי? אז מגייט שלאפען 6 אינדעפריה אוודאי פאפט מען דורך זמני קריאת שמע ותפלה דאסאיז נגד התורה הק' ענטשלודיגט דאס איז נגד הלכה, איי אלע רביס האבען געדאווענט נאך זמן תפךה אבער די סיבה איז געווען וועגען העכער זאכעןנישט וועגען פאפען !

איסר האטלקי » פרייטאג דעצעמבער 28, 2018 12:36 pm

· #420353
דער מרכז רבי איז א פארשלעפטער פונקט ווי אסאך אנדערע רבי'ס און אויך פלעינע מענטשן. יעדע זאך ביי אים נעמט צייט און ער יאגט זיך נישט אין ערגעץ. נישט הייליג און נישט טמא...

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג דעצעמבער 28, 2018 2:10 pm

· #420358
Re: ויז'ניץ מרכז צורעדט זיך ווידער
איך ווייס נישט פונקט וואס טמא מיינט ביי דיר,אבער אפיציעל אנפייפען די תורה איז אומריכטיג. וואס איז פונקט דא געשען ווייס איך נישט, אבער ׳נאטור׳ איז נישט קיין תירוץ. ער קען נוצען די נאטור פאר תורה אויך, דורכ׳ן זיין צו פארשלעפט צו כאפען זיין רביסטיווע וכדו׳.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג דעצעמבער 28, 2018 2:12 pm

· #420359
Re: ויז'ניץ מרכז צורעדט זיך ווידער
איך ווייס נישט פונקט וואס טמא מיינט ביי דיר,אבער אפיציעל אנפייפען די תורה איז אומריכטיג. וואס איז פונקט דא געשען ווייס איך נישט, אבער ׳נאטור׳ איז נישט קיין תירוץ. ער קען נוצען די נאטור פאר תורה אויך, דורכ׳ן זיין צו פארשלעפט צו כאפען זיין רביסטיווע וכדו׳.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

רביה''ק זי''ע » פרייטאג דעצעמבער 28, 2018 3:23 pm

· #420363
אז מ'רעדט שוין פון די שיטה הקדושה פון די הייליגע ישועות משה, איז כדאי זיך טאקע איינצוחזרן די הייליגע מעשה. ס'געווען א הייליגע בחור אין די הייליגע ישועות משה'ס הייליגע ישיבה וואס פלעג צומאל הייליג פארשפעטיגן אביסל. ווען די הייליגע ישועות משה האט איהם הייליג פארגעהאלטן איינמאל, האט זיך דער הייליגע בחור הייליג פארענטפערט אז ער קען זיך נישט הייליג מצמצם זיין אלץ צו זיין הייליג פונקט אין צייט. האט איהם די הייליגע ישועות משה הייליג געפרעגט "זאג נאר, ס'מאכט זיך אויך ביי דיר צומאל אז דו קומסט אביסל פריער ווייל דו קענסט זיך נישט מצמצם זיין צו קומען פונקט אין צייט?" ודפח"ח.

.I don't see any holiness in here, what I see is one big HOLE

קלוגע יודל » פרייטאג דעצעמבער 28, 2018 3:40 pm

· #420364
Re: ויז'ניץ מרכז צורעדט זיך ווידער
אדמור מקרייניץ זצל
ימים ידברו
לדעתי עני' וויפול איך האב מקבל געווען מזקני הדור הקדום זייענדיג בהאווענט און ענדליכע פעלער! עס איז א חוב קדוש להתנתק מהם אפצוהאקען מיט זיי מטאר מיט זיי נישט האבען,
וועט איר פרעגען פארוואס? ומהיכן דנתנו?
די תירוץ איז פשוט, ווען די טיילונג איז געווען און אונגארען און די שטאטסקווא האט זיך נישט געטיילט האבען די תלמידי תלמידי ח"ס גפסקנט דינם כמו הנעלאגען, על אחת כמה וכמה, ווען די אדמור איזא פיסטע עם הארץ, לא קרא ולא שנה ולא שימש ת"ח, מאכט א טפל שבטפלים פאר א עיקר שבעיקרים, און מאכט זיך פאר א עבודה זרה און טוט דבירם מוזרים מאוד, טיילט שריים לנשים, און עסט אחר עלות השחר נגד הלכה, יארן נישט געווען און ביהמ"ד ביי קריאת התורה,
און פאברצירט א תורא וואס איז נגד התורה הק' למשל מדארף גלייבען ער איז הייליג, אפי' ער איז א פיסטע שטריק מלשונו ביי די ציגראטעיל טיש,
בכלל ליסטעס צו מאכען, דאס איז געווען דרך הצדיקים? מקלל זיין מענטשען איז געווען דרך האדמורים? מאכען א שיטה וואס זאגט אייןווארט ממוז מיך דינען ממיז מיך גלייבען דאס איז א שיטה של אחשורורש ועמלק דאס איז נישט הצנע לכת עם ד' אלקיך דאס איז נישט עניוות ושפלות רוח,
וועט איר פרעגען זיין טאטע? דאס איז אויך כולו שקר מעום האט מען נישט גהערט פון זיין טאטע דער שפראך, יא זיין טאטע האט געגלייבט און כבוד וויזנץ אבער לא הרי זה כהרי זה זיין טאטע האט געדאווענט און גלערינט און גהארוועט, מיט א קליין ביסעל קאמפלעקס אז יעדער מאכט מרידות, אבער ער נישט גלערינט נישט געדאווענט נאר געטראסקעט מענטשען צוגענימען פרנסות געמאכט טפילות פון לערנין טאטיס תורה פאר א עיקר וכדומה
סנישטא קיין ברירה ווייל עס אף נאו האט יעדער געהאט שדי ברירה צו פארלאזען די פלאץ ממוז זיך אפהאקען, אויב ווילט איר נאך גלייבען און אויבערשטען און בעל שם הק' ותלמידין איין עצה מאכטס אים פאר א יוזעל פאנדראק וועט מען קענען דינען ווייטער גאט אויב חלילה מוועט דאס דורכלאזען וועט זיין א עק וועלט רחמנה ליצלן כאפט אייך באצייטענס

באמבעדיגע נייעס !!!
כבין זייער נייגעריג וואס וועט נאכפאלגן
דער לץ וואס האט דאס געמאכט, האט דאך געוואלט באהאלטן א שטיקל לצנות, האט ער געשריבן אז ביי אב ברית זאל מען טוהן אזוי "לכן לנסות לבקש את תפקיד הקוואטער, ולבוא ולצאת עם הרך הנימול....."

Sent from my Moto E (4) using Tapatalk

אדונינו » מוצ"ש דעצעמבער 29, 2018 7:05 pm

· #420368
פנינים מובחרים מאת האדמו"ר ממרכז ויז'ניץ בדברי תורתו הערב בסעודה שלישית.

• רוצה אני לכתוב את כל ספה"ק ישועות משה על קלף מהודר כמו ספר תורה, ובגמר הכתיבה לעשות הכנסת ספר תורה ויכניסו להיכל, ובכל שבת יקראו קטע מדברי תורתו של אבי הק'!

• "כל זה שזוכרים ומעריכים את גדולותו של אבי הק' הישועות משה הוא בזכותי ובזכות שאני מדבר עליו השכם וערב ודואג שיזכרו אותו לטובה."

• "כל אלו שפרשו מאיתנו גם היו נאמנים למקום, כל אחד והנאמנות שלו אבל בסופו של דבר התברר שלנאמנות שלהם יש גבול והם התכוונו רק את עצמם ולא מוכנים להיות כנועים ולהתבטל טוטאלי לרבי".

• "בוודאי שמתם לב שבתקופה האחרונה אני לא חש בטוב, הכל נובע מהתרגשות הרבה שיש לי לקראת יב' שבט, זה מרגש אותי הרבה יותר מהשידוכים של הנכדים שלי."

• "כל חסיד מארץ ומחו"ל שלא ישתתף באירועי יב' שבט - ראש השנה לחסידות אני מסיר את האחריות ממנו ואין לו קשר איתי״

• "אני יודע שקשה שאין משכורות במוסדות והלוואי ויבוא עשיר גדול ויתן לי סכום כסף שאוכל לחלק לכולם את משכורתם אבל אני מבטיח עשירות לכל מי שישתתף באירועי יב' שבט. ביום שלישי פ' בשלח נלך כולם לציון של אבי הק' ונאמר יחד פרשת המן ואח"כ יהיה כוללת קוויטל לכל אלו שהיו באירוע הגדול של יב' שבט ותיהיו כולכם עשירים גדולים בממון."

ימים ידברו » מוצ"ש דעצעמבער 29, 2018 8:23 pm

· #420372
יעדע שירה פון די שלוש סכודה תורה שמעקט מיט כפירה ענדליך צו נוצרות רחמנא ליצלן וואס הייסט שרייבען תורה'ס ווי א ספר תורה וויפול עליות וועט זיין שבעה? ווען מוועט ליינען די טאטיס תורהס וועט מעןיא מעגען ארויס גיין ? רחמנא ליצלן מהאי מישגעהנער

חיים יואל » זונטאג דעצעמבער 30, 2018 8:52 am

· #420421
באקומען א Update

מוסדות מרכז חסידי ויזניץ:
פאריגע מיטוואך שמות תשע״ט איז געשיקט געווארען די געהאלט פון June 2018, אין בני ברק און אשדוד.
א טאג שפעטער [דאנערשטאג] איז געשיקט געווארען די געהאלט פון June 2018, אין אלעד.

די געהאלט פון July 2018 וועט געשיקט ווערן ארום ג׳ שבט הבעל״ט.

חיים יואל » זונטאג דעצעמבער 30, 2018 7:04 pm

· #420466
עס איז ארויס נייע Recording פון אדמו״ר ממרכז ויזניץ, ווי ער זאגט ״ווי הייסט ער דער משוגענער שמשון יודא גליק״
[שמשון יודא גליק פון מאנטריאל איז גראדע יא א שוואנץ.]

אויך איז ער מסביר די חילוק פון ר׳ דוד רוזנברג פון מאנטריאל, און זיין מחותן העסקן ר׳ חיים מאיר מארקאוויטש פון ב״פ, און זיין ווייב מרת. מארקאוויטש.
ווער איז מער א חסיד, און ביי וועם זענען קינדער פייערדיגע חסידים..

חיים יואל » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 8:05 am

· #420500
חיים יואל
עס איז ארויס נייע Recording פון אדמו״ר ממרכז ויזניץ, ווי ער זאגט ״ווי הייסט ער דער משוגענער שמשון יודא גליק״
[שמשון יודא גליק פון מאנטריאל איז גראדע יא א שוואנץ.]

אויך איז ער מסביר די חילוק פון ר׳ דוד רוזנברג פון מאנטריאל, און זיין מחותן העסקן ר׳ חיים מאיר מארקאוויטש פון ב״פ, און זיין ווייב מרת. מארקאוויטש.
ווער איז מער א חסיד, און ביי וועם זענען קינדער פייערדיגע חסידים..

די Recording
<a class="postlink" href="https://www.jumbomail.me/he/Downloads.aspx?sid=727078766F5A6C42727972464B3342347436653838673D3D">https://www.jumbomail.me/he/Downloads.a ... 3838673D3D</a>

אדמור מקרייניץ זצל » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 8:15 am

· #420502
📎 IMG-20181230-WA0023.jpg📎 IMG-20181230-WA0024.jpg
📎 IMG-20181230-WA0025.jpg 📎 IMG-20181230-WA0026.jpg 📎 IMG-20181230-WA0027.jpg

אדמור מקרייניץ זצל » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 12:53 pm

· #420534
באריכט מקורי בשב''ק פ' ויחי שבת 'שיטה הקדושה' באתרא קדישא מי
באריכט מקורי בשב''ק פ' ויחי שבת 'שיטה הקדושה' באתרא קדישא מירון
<a class="postlink" href="https://drive.google.com/file/d/1mzoO9dIQid_Y3JFwrmuSuLjdFt7OATWg/view?usp=sharing">https://drive.google.com/file/d/1mzoO9d ... sp=sharing</a>

חיים יואל » מיטוואך יאנואר 2, 2019 8:28 am

· #420919
שיחה מ''שלמה ו.'' [אחד מכת שיטה הקדושה] עם אחד מפורשי הכת, בו הוא מנבל את פיו ומקלל קללות נמרצות בשנאה יוקדת את כל מי שרק עולה ברוחו, ובראשם את אחד ממנהיגי הדור שליט"א.
וכל בחורי הישיבה עונים יחדיו בסופו של השיחה 'אמן'.
<a class="postlink" href="https://www.jumbomail.me/he/Downloads.aspx?sid=7171587044326135594E48464B3342347436653838673D3D">https://www.jumbomail.me/he/Downloads.a ... 3838673D3D</a>

רביה''ק זי''ע » מיטוואך יאנואר 2, 2019 10:21 am

· #420923
חיים יואל
שיחה מ''שלמה ו.'' [אחד מכת שיטה הקדושה] עם אחד מפורשי הכת, בו הוא מנבל את פיו ומקלל קללות נמרצות בשנאה יוקדת את כל מי שרק עולה ברוחו, ובראשם את אחד ממנהיגי הדור שליט"א.
וכל בחורי הישיבה עונים יחדיו בסופו של השיחה 'אמן'.
<a class="postlink" href="https://www.jumbomail.me/he/Downloads.aspx?sid=7171587044326135594E48464B3342347436653838673D3D">https://www.jumbomail.me/he/Downloads.a ... 3838673D3D</a>

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/12794">viewtopic.php?f=53&t=12794&start=25&hilit=%D7%AA%D7%9E%D7%99%D7%9E%D7%95%D7%AA</a><!-- l -->

קומזיץ » מיטוואך יאנואר 2, 2019 12:49 pm

· #420935

וואס איז די שייכות?? דאס איז כעס מיט א מושחת , בדרך כלל תמימות קומט מיט איידעלקייט

רביה''ק זי''ע » מיטוואך יאנואר 2, 2019 7:11 pm

· #420988
קומזיץ
בדרך כלל תמימות קומט מיט איידעלקייט

בדרך כלל, נישט אלעמאל.

חיים יואל » דאנערשטאג יאנואר 3, 2019 1:43 pm

· #421074
אדונינו
פנינים מובחרים מאת האדמו"ר ממרכז ויז'ניץ בדברי תורתו הערב בסעודה שלישית.

• רוצה אני לכתוב את כל ספה"ק ישועות משה על קלף מהודר כמו ספר תורה, ובגמר הכתיבה לעשות הכנסת ספר תורה ויכניסו להיכל, ובכל שבת יקראו קטע מדברי תורתו של אבי הק'!

• "כל זה שזוכרים ומעריכים את גדולותו של אבי הק' הישועות משה הוא בזכותי ובזכות שאני מדבר עליו השכם וערב ודואג שיזכרו אותו לטובה."

• "כל אלו שפרשו מאיתנו גם היו נאמנים למקום, כל אחד והנאמנות שלו אבל בסופו של דבר התברר שלנאמנות שלהם יש גבול והם התכוונו רק את עצמם ולא מוכנים להיות כנועים ולהתבטל טוטאלי לרבי".

• "בוודאי שמתם לב שבתקופה האחרונה אני לא חש בטוב, הכל נובע מהתרגשות הרבה שיש לי לקראת יב' שבט, זה מרגש אותי הרבה יותר מהשידוכים של הנכדים שלי."

• "כל חסיד מארץ ומחו"ל שלא ישתתף באירועי יב' שבט - ראש השנה לחסידות אני מסיר את האחריות ממנו ואין לו קשר איתי״

• "אני יודע שקשה שאין משכורות במוסדות והלוואי ויבוא עשיר גדול ויתן לי סכום כסף שאוכל לחלק לכולם את משכורתם אבל אני מבטיח עשירות לכל מי שישתתף באירועי יב' שבט. ביום שלישי פ' בשלח נלך כולם לציון של אבי הק' ונאמר יחד פרשת המן ואח"כ יהיה כוללת קוויטל לכל אלו שהיו באירוע הגדול של יב' שבט ותיהיו כולכם עשירים גדולים בממון."

עס איז דא צו באקומען א recording פון די דאזיגע רעדע?

קאצקע ציקער » מוצ"ש יאנואר 5, 2019 7:36 pm

· #421184
. איך

חיים יואל » זונטאג יאנואר 6, 2019 9:02 am

· #421208
יצא ההקלטה של חלק מהשיחה של מוצש״ק שמות.

''כל אחד מא״י ומחו״ל חייב לבוא לי״ב שבט, ראש השנה לחסידות, יותר מראש השנה''.
''איני מוותר אל אף אחד''.
''אנחנו עושים את המעמד באולם המפואר אווניו, בגלל שאבי זי״ע יבוא לפאר את המעמד''.

<a class="postlink" href="https://www.jumbomail.me/he/Downloads.aspx?sid=494C4B677663426B584D54464B3342347436653838673D3D">https://www.jumbomail.me/he/Downloads.a ... 3838673D3D</a>

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יאנואר 6, 2019 9:44 am

· #421212
ואני בעניי ווייס איך נישט, וואס איז דאס י"ב שבט(אין מגילת תענית שטייט גארנישט צווישען ב' שבט און כ"ב שבט)? איך דארף אויך אהין גיין? אפשר זאל יעדער קומן צו מיר? איך האב נישט גענוג פלאץ אין שטוב.

חיים יואל » זונטאג יאנואר 6, 2019 6:49 pm

· #421274
לקראת יב' שבט

📎 ____מודעה מעמד הציון.jpg
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19