☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » ויז'ניץ מרכז צורעדט זיך ווידער

ויז'ניץ מרכז צורעדט זיך ווידער

911 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12377
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19

חיים יואל » מאנטאג יולי 8, 2019 1:25 pm

· #432825
יא.
און דעם שבת אויפרוף האט מען געווארט אפאר שעה אויף כ״ק מרן אדמו״ר ממרכז ויזניץ שליט״א צו אנהייבן שחרית.
מען האט צום סוף אנגעהויבען שחרית 11.30am.
אויך די מחותנים / געסט / עלטער פעטערס וכו׳, האבן געווארט.

התם ומתמם עם תמימים » מאנטאג יולי 8, 2019 7:50 pm

· #432844
די דאווענען האט אפציעל געהייסן 11:00 דער באגלייטן איז שוין געוועהן בערך 11:20 אין די געגענט...
האט מען נישט געווארט אזוי לאנג מאך נישט מער ווי עס איז

קיינער האט נישט אזוי לאנג געווארט ווייל דער עולם איז אויך אויפגעשטאנען גענוג שפעט נאך אזא לאנגע טיש אין גענדיגט שפעט

חיים יואל » דינסטאג יולי 9, 2019 9:51 am

· #432872
התם ומתמם עם תמימים
די דאווענען האט אפציעל געהייסן 11:00 דער באגלייטן איז שוין געוועהן בערך 11:20 אין די געגענט...
האט מען נישט געווארט אזוי לאנג מאך נישט מער ווי עס איז

קיינער האט נישט אזוי לאנג געווארט ווייל דער עולם איז אויך אויפגעשטאנען גענוג שפעט נאך אזא לאנגע טיש אין גענדיגט שפעט

דאווענען האט נישט געהייסן 11:00, און די מחותנים / געסט / עלטער פעטערס וכו׳ זענען פארדראסען אז ער האט זיי געלאזט ווארטן זייער לאנג ביז 11.30.

אדונינו » דינסטאג יולי 9, 2019 10:40 am

· #432876
מען קען דאס זייער גרינג מברר זיין, ברענגט ביטע די צעטל מיט די זמנים.

חיים יואל » דינסטאג יולי 9, 2019 10:43 am

· #432877
Copy paste

ווי באקאנט, בהוראת קדשו פון כ״ק אדמו״ר ממרכז ויזניץ שליט״א, זינגט מען ביי אלע חופות ביי מרכז ויזניץ, די ניגון 'וכולם מקבלים / דהיינו שוואנצוננעס'.
אויב כ״ק אדמו״ר מבעלזא שליט״א חדב״נ הרה״ק הישועת משה מויזניץ זי״ע וועט זיין ביים חופה, וועט מען נישט זינגען די ניגון וכולם מקבלים / דהיינו שוואנצוננעס,
אבער מען וועט זינגען די פשוטע וכולם מקבלים,
אויב אדמו״ר מבעלזא וועט נישט זיין, איז נישט קלאר צו מען וועט זינגען דהיינו שוואנצוננעס.

התם ומתמם עם תמימים » דינסטאג יולי 9, 2019 1:50 pm

· #432895
וואס פארא שייכות האט דאס מיט די בעלזער רבי, צו ער קומט יא אדער נישט, וואס איז תלוי אין דעם?

איסר האטלקי » דינסטאג יולי 9, 2019 4:25 pm

· #432903
חיים יואל
התם ומתמם עם תמימים
די דאווענען האט אפציעל געהייסן 11:00 דער באגלייטן איז שוין געוועהן בערך 11:20 אין די געגענט...
האט מען נישט געווארט אזוי לאנג מאך נישט מער ווי עס איז

קיינער האט נישט אזוי לאנג געווארט ווייל דער עולם איז אויך אויפגעשטאנען גענוג שפעט נאך אזא לאנגע טיש אין גענדיגט שפעט

דאווענען האט נישט געהייסן 11:00, און די מחותנים / געסט / עלטער פעטערס וכו׳ זענען פארדראסען אז ער האט זיי געלאזט ווארטן זייער לאנג ביז 11.30.

געב א נאמען, ווער איז אויפגגערעגט?

ער האט יעדעם אזוי שיין מכבד געווען מיטן פולסטן כבוד, אז יעדער האט אים שוין מוחל געווען...

קיין איין רבי נעמט נישט אזוי שיין אויף זיינע מחותנים ווי ער.

חיים יואל » דינסטאג יולי 9, 2019 6:57 pm

· #432909
למעשה היינט ביים גרויסע חופה ביי מרכז ויזניץ, האט מען נישט געזינגען די ניגון 'וכולם מקבלים / דהיינו שוואנצוננעס'. מען האט געזינגען די פשוטע וכולם מקבלים.
אבער פון זיינע נאכפאלגער פאדערט ער צו זינגען דהיינו שוואנצוננעס ביי יעדע חופה אין ארץ ישראל.

חיים יואל » דינסטאג יולי 9, 2019 7:00 pm

· #432910
האחים היינט ביים חתונה ביי מרכז ויזניץ.
קיין קלארער בילדער האב איך נישט.
📎 D_EUu6KX4AIGJZE.jpg

התם ומתמם עם תמימים » דינסטאג יולי 9, 2019 7:57 pm

· #432918
חתונה וויזניץ

אדמורי''ם מגריבוב, וויזניץ, וויזניץ, גלאגוב ועוד
📎 שמחת וויזניץ.jpg

שמעון וואלף » מיטוואך יולי 10, 2019 1:25 am

· #432944
התם ומתמם עם תמימים
חתונה וויזניץ

אדמורי''ם מגריבוב, וויזניץ, וויזניץ, גלאגוב ועוד


פאר וואס באקומט בעלזע רב א קליין בענקל? האט ער דאס פארלאנגט?
גראדע שטייט עס אויס פון אים, ווי צו זאגן מאך מיך נישט קיין קאמפעטישאן פאר'ן גריבובער

יהודי פשוט » מיטוואך יולי 10, 2019 2:52 pm

· #432977
Re: ויז'ניץ מרכז צורעדט זיך ווידער
שמעון וואלף
פאר וואס באקומט בעלזע רב א קליין בענקל? האט ער דאס פארלאנגט?
גראדע שטייט עס אויס פון אים, ווי צו זאגן מאך מיך נישט קיין קאמפעטישאן פאר'ן גריבובער


ס'קוקט אויס ווי די זעלבע בענקל וואס ער ניצט אייביג, זיי האבן דאס נאכגעמאכט אין מאנטריאל ווען ער איז אהין געגאנגען באזוכן, זעהט אויס אז זיי שלעפן עס מיט ווי ער גייט

חיים יואל » דאנערשטאג יולי 11, 2019 6:28 pm

· #433044
הר״ר יושע פרוכטער, די פערזענדליכע Photographer פון כ״ק מרן אדמו״ר ממרכז ויזניץ שליט״א,
פראבירט צו מאכן א גוטן בילד נאכן חופה.
📎 k2.jpg

איסר האטלקי » זונטאג יולי 14, 2019 8:22 am

· #433118
א איד וואס האט פאריגע זוכה געווען צום ערשטן קינד 26 יאר נאך די חתונה, איז געקומען אפנעמען זיין מזל טוב פון האדמו"ר מויזניץ מרכז, וועלכער האט אים א יאר צוריק מבטיח געווען צו האבן א קינד.

נעכטן מוצאי שבת שבע ברכות פון רבי'נס ערשטע אייניקל, ווען דער איד איז אנגעקומען פון אשדוד האט האדמו"ר מויזניץ זיך אויפגעשטעלט טאנצן מיט אים 'הטוב כי לא כלו רחמיך'.
📎 _dsc3999.jpg 📎 _dsc3970.jpg

חיים יואל » זונטאג יולי 14, 2019 11:16 am

· #433123
איסר האטלקי
א איד וואס האט פאריגע זוכה געווען צום ערשטן קינד 26 יאר נאך די חתונה, איז געקומען אפנעמען זיין מזל טוב פון האדמו"ר מויזניץ מרכז, וועלכער האט אים א יאר צוריק מבטיח געווען צו האבן א קינד.

נעכטן מוצאי שבת שבע ברכות פון רבי'נס ערשטע אייניקל, ווען דער איד איז אנגעקומען פון אשדוד האט האדמו"ר מויזניץ זיך אויפגעשטעלט טאנצן מיט אים 'הטוב כי לא כלו רחמיך'.

אדער ניין, אדער נישט.
וועם פונקטליך גלייבסטו אז דעהר באבא מעשה האט אמאל פאסירט?
יא, קען זיין ער האט אים געוואונטשען פאריאר, און גראדע האט ער בעזהי״ת געהאט א קינד.
ער האט אין זיין קהילה עטליכע יודן וואס ווארטן לאנגע יארן, ער האט זיי שוין אסאך מאל געוואונטשען, אבער ליידער האבן נישט קיין קינדער.
די ווילסט מיר זאגן אז האדמו"ר מויזניץ מרכז קען ברענגן ישועות?

איסר האטלקי » זונטאג יולי 14, 2019 12:35 pm

· #433125
שוואכערע פון אים האבן שוין זוכה געווען צו מאכן מופתים און גרעסערע פון אים זענען שוין דורכגעפאלן. שלינג עס אראפ און גיי ווייטער.

יין שרף » זונטאג יולי 14, 2019 12:51 pm

· #433127
חיים יואל
איסר האטלקי
א איד וואס האט פאריגע זוכה געווען צום ערשטן קינד 26 יאר נאך די חתונה, איז געקומען אפנעמען זיין מזל טוב פון האדמו"ר מויזניץ מרכז, וועלכער האט אים א יאר צוריק מבטיח געווען צו האבן א קינד.

נעכטן מוצאי שבת שבע ברכות פון רבי'נס ערשטע אייניקל, ווען דער איד איז אנגעקומען פון אשדוד האט האדמו"ר מויזניץ זיך אויפגעשטעלט טאנצן מיט אים 'הטוב כי לא כלו רחמיך'.

אדער ניין, אדער נישט.
וועם פונקטליך גלייבסטו אז דעהר באבא מעשה האט אמאל פאסירט?
יא, קען זיין ער האט אים געוואונטשען פאריאר, און גראדע האט ער בעזהי״ת געהאט א קינד.
ער האט אין זיין קהילה עטליכע יודן וואס ווארטן לאנגע יארן, ער האט זיי שוין אסאך מאל געוואונטשען, אבער ליידער האבן נישט קיין קינדער.
די ווילסט מיר זאגן אז האדמו"ר מויזניץ מרכז קען ברענגן ישועות?

פארוואס נישט?

חקרן » זונטאג יולי 14, 2019 4:00 pm

· #433130
אינטערעסאנט איז, אז פונקט ביי אים געשעהען די סארט מעשיות. איר געדענקט נאך ראש-השנה ווען א פרענק איז געקומען דאווענען דארט, נאך א חלום וואס ער האט געהאט פון זיין טאטע, אז ער זאל גיין דארט דאווענען, ווייל זיי שטאמען פון ויז'ניץ? - זיי זעהען דארט חזיונות מיט חלומות... דעם ערשטן שבת האט מען מפרסם געווען, אז מען האט געזען דעם ישועות משה איבערגעבן דעם בעכער פאר קידוש פאר זיין זוהן... דער רבי אליין האט עס מאשר געווען און געזאגט אז ער מאכט נישט קידוש פאר ער זעהט זיין טאטע דארט...

ער אליין האט יעדן טאג חזיונות פון זיין טאטע, ער שמועסט זיך דורך מיט זיין טאטע בעניני השיט הקדושה. קוקט אויס אז נישט יעדער איז קוואליפיצירט צו זיין דארט...

איין זאך קען איך אייך זאגן: אויב האט מען נישט צו פארקויפן עפעס זאכליך, מוז מען קומען מיט חזיונות; אויב קען מען נישט פארקויפן קיין תורה, מוז מען מאכן א שיטה; און אויב איז נישטא קיין עבודת-השם וואס מען קען זען, מוז מען שרייען "העכערס".

ברוך אלקינו שהבדלנו מן הטועים!

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יולי 15, 2019 10:19 am

· #433151
Re: ויז'ניץ מרכז צורעדט זיך ווידער
און ווען שטעלט זיך עס אפ? ווען מעגסטו זאגען ׳העכערס׳?

אדער דארף איך אריין קומען מיט מיין חסידישען ניק צו פרעגן די סארט שאלה?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

חיים יואל » דינסטאג יולי 16, 2019 1:03 pm

· #433245
נפלה עטרת ראשינו.
ביים חתונה אין מרכז ויזניץ, איז אראפגעפאלען די 'הייליגע שטריימעל' און די 'הייליגע קאפעל'
פון כ״ק אדמו״ר הקוה״ט ממרכז ויזניץ שליט״א.
Video
<a class="postlink" href="https://www.jumbomail.me/he/Downloads.aspx?sid=5454774D7A344E63474633464B3342347436653838673D3D">https://www.jumbomail.me/he/Downloads.a ... 3838673D3D</a>

איסר האטלקי » דינסטאג יולי 16, 2019 1:58 pm

· #433250
דראמאטישע סקאנדאל!! די חסידים פארלאנגען א באלדיגע רעזיגנאציע!

חיים יואל » פרייטאג יולי 19, 2019 9:25 am

· #433374
חיים יואל
הר״ר יושע פרוכטער, די פערזענדליכע Photographer פון כ״ק מרן אדמו״ר ממרכז ויזניץ שליט״א,
פראבירט צו מאכן א גוטן בילד נאכן חופה.

נאך
📎 שמחת_בית_ויזניץ_מרכז_5.jpg

חקרן » זונטאג יולי 21, 2019 10:14 pm

· #433459
קיינער האט נאכנישט דערציילט?

מרכז ויז'ניצע רבי, האט געמאלדן, אז ער פארט נישט וועקעישן (ער האט היינט געדארפט אפפארן קיין שווייץ אויף צוויי חדשים), ביז ווילאנג מען האט אויסגעצאלט די משכורת פון די מלמדים וואס מען איז זיי שולדיג.

נ.ב. איך האלט אז ער וואלט געדארפט טון פארקערט. פארן קיין שווייץ און מעלדן אז ער קומט נישט צוריק ביז ווילאנג עס איז אויסגעצאלט...

שמעון וואלף » מאנטאג יולי 22, 2019 12:26 am

· #433479
חקרן
קיינער האט נאכנישט דערציילט?

מרכז ויז'ניצע רבי, האט געמאלדן, אז ער פארט נישט וועקעישן (ער האט היינט געדארפט אפפארן קיין שווייץ אויף צוויי חדשים), ביז ווילאנג מען האט אויסגעצאלט די משכורת פון די מלמדים וואס מען איז זיי שולדיג.

נ.ב. איך האלט אז ער וואלט געדארפט טון פארקערט. פארן קיין שווייץ און מעלדן אז ער קומט נישט צוריק ביז ווילאנג עס איז אויסגעצאלט...

זעהט אויס ער פארשטייט אז דער עולם וויל אביסול מנוחה פון אים און קען באשטיין ער זאל גיין מתקן זיין די שווייצע ניצוצות.

איסר האטלקי » מאנטאג יולי 22, 2019 12:40 am

· #433480
חקרן
קיינער האט נאכנישט דערציילט?

אין ישיבה קטנה פון עלטערן ברודער האט מען עס נישט געזאגט ביים היינטיגן שיעור.

מארגן גייט חיים יואל צוריקקומען אין ישיבה מיטן חידוש.

חיים יואל » מיטוואך יולי 24, 2019 1:49 pm

· #433643
בשורה טובה.
היינט מיטוואך פארטאגס איז כ״ק אדמו״ר הקוה״ט ממרכז ויזניץ שליט״א ארויסגעפארען קיין שווייץ, ווי ער וועט וויילען פאר 7 וואכן למנוחת הנפש.
-
כ״ק אדמו״ר הקוה״ט ממרכז ויזניץ שליט״א היינט מיטוואך אין עירפארט אין תל אביב.
📎 2019724_18335920451_jpg.jpg

התם ומתמם עם תמימים » מיטוואך יולי 24, 2019 5:40 pm

· #433649
ממש אליינ'ס?
ווער באגלייט איהם?
ווי זענען די האנט באגאדזש?

דער שכן » דאנערשטאג יולי 25, 2019 12:25 pm

· #433697
התם ומתמם עם תמימים
ממש אליינ'ס?
ווער באגלייט איהם?
ווי זענען די האנט באגאדזש?


א דאקטאר גיט פארשידענע מעדיצינען. געוויסע טאר מען נישט נעמען נאר מיט פולע מאגן, און געוויסע מעדיצינען דארף זיין אויף א גאר ליידיגע מאגן.

התם ומתמם עם תמימים » דאנערשטאג יולי 25, 2019 4:39 pm

· #433730
דער שכן
התם ומתמם עם תמימים
ממש אליינ'ס?
ווער באגלייט איהם?
ווי זענען די האנט באגאדזש?


א דאקטאר גיט פארשידענע מעדיצינען. געוויסע טאר מען נישט נעמען נאר מיט פולע מאגן, און געוויסע מעדיצינען דארף זיין אויף א גאר ליידיגע מאגן.


אוטש 🙄

חיים יואל » דינסטאג יולי 30, 2019 10:30 am

· #433971
חיים יואל
בשורה טובה.
היינט מיטוואך פארטאגס איז כ״ק אדמו״ר הקוה״ט ממרכז ויזניץ שליט״א ארויסגעפארען קיין שווייץ, ווי ער וועט וויילען פאר 7 וואכן למנוחת הנפש.
-
כ״ק אדמו״ר הקוה״ט ממרכז ויזניץ שליט״א היינט מיטוואך אין עירפארט אין תל אביב.
📎 2019724_18335920451_jpg.jpg

אנקומענדיג אין עירפארט אין ציריך שווייץ
📎 2019724_1835729049_jpg.jpg📎 הגיע לציריך.jpg

חיים יואל » מיטוואך יולי 31, 2019 1:27 pm

· #434051
נאך בילדער פון די חתונה ביי מרכז ויזניץ
📎 שמחת_בית_ויזניץ_מרכז_31.jpg📎 שמחת_בית_ויזניץ_מרכז_6.jpg📎 123c0694-103f-4981-8c53-c58ab646f2e1-1024x683.jpg

יעלה ויבא » דאנערשטאג אוגוסט 1, 2019 1:57 pm

· #434112
Re: ויז'ניץ מרכז צורעדט זיך ווידער
Taking it to the next level.

Sent from my LGLS991 using Tapatalk

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג אוגוסט 1, 2019 2:55 pm

· #434113
יעצט אז מ'האמיר שוין די ווערטער צום ליד קען מען שוין מיטזינגען...

<a class="postlink" href="https://youtu.be/C6Z5q4l9sNk">https://youtu.be/C6Z5q4l9sNk</a>

איש חזון » דאנערשטאג אוגוסט 1, 2019 7:40 pm

· #434132
ווער האט זיי געזאגט וויאזוי מ'פינטלט 'חומטון'?...

איך אויך » זונטאג אוגוסט 4, 2019 1:39 pm

· #434229
וואס מיינט עס טאקע?

חיים יואל » זונטאג אוגוסט 4, 2019 4:38 pm

· #434250
מרכז - ויזניץ:
כ״ק אדמו״ר הקוה״ט שליט״א וואס וויילט אין מאלויא שווייץ אויף אפרוה, קומט יעצט אהן צו לאנדאן פאר א באזוך פון 3 טעג,
צו שאפן געלט פאר אחד מראשי אנ״ש וממעמידי קהילת מרכז-ויזניץ ברחבי תבל, ווערט דארף אריבערגיין א שווערע משפט אין די קומענדיגע 6 וואכן.

איסר האטלקי » זונטאג אוגוסט 4, 2019 7:19 pm

· #434258
א שיינע זאך פון אים, קומט אים א מעדאל. א רבי רייסט איבער זיין וואקאציע צו העלפן איינער וואס האט אים געהאלפן.

אדונינו » זונטאג אוגוסט 4, 2019 7:52 pm

· #434268
"צִיּוֹן בְּמִשְׁפָּט תִּפָּדֶה וְשָׁבֶיהָ בִּצְדָקָה"

כ"ק מרן האדמו"ר הקוה"ט שליט"א יצא כעת (ערב שבת) בהודעה דרמטית בקו הפנימי של החסידות, בה הוא פונה לקהל חסידיו וכלל בית ישראל בפנייה נרגשת מהלב למען מצוות פדיון שבויים עבור אחד מחסידיו, יהודי עשיר מארצות הברית שהתהפך עליו הגלגל ומסובך קשות עם רשויות המס במדינתו ונמצא כעת לפני משפט מאוד קשה מול שלטונות המס בארצות הברית, ובמידה ולא יצליחו לגייס לפחות 5 מיליון דולר עד אמצע חודש אלול, עלול חס וחלילה להישלח לעשרות שנים לכלא,

בשיחה המפתיע אמר כ"ק רבינו שליט"א כי הוא קוטע את שהותו בשוויץ ויוצא למסע גיוס כספים עבור מצוות פדיון שבויים! בנוסף הודיע רבינו שליט"א כי בנו הרה"צ ר' חיים מאיר שליט"א יגיע בשבוע הבא לארה"ק לגייס ולפעול למען המצווה החשובה. בשיחתו התייחס האדמו"ר לימי בין המיצרים בהם אנו נמצאים ואמר כי תשובת המשקל לשנאת חינם שבעטיה נחרב ביהמ"ק היא להרבות באהבת חינם שמצוות פדיון שבויים נכללת בהידור תחת הגדרה זו.

בחסידות פתחו בעזרת עסקנים מכל גווני הקשת בארצות הברית ובארץ בקמפיין ענק "פדיון שבויים" אשר בעזרתו ובעזרת נדיבי בית ישראל יצליחו בסייעתא דשמיא לגייס את הסכום ולהציל נפש מישראל.

בראש המגבית עומד רבינו הק' שליט"א שקוטע את ימי המנוחה בשוייץ ויוצא לרחבי אירופה לגיוס כספים, כמו"כ בנו הרה"צ ר' חיים מאיר שליט"א הגיע אדמו"רים מסאטמר ובאבוב, בארצות הברית אשר הבטיחו לעשות יותר מכפי יכולתם למען מצווה חשובה זו, וכן יגיע לביקור מיוחד בארץ בשבוע הקרוב להסתובב בבתי עסקנים ונדיבים בארץ הקודש.

חפ"ק מיוחד הוקם בארצות הברית על ידי עסקנים ונגידים אשר יעמדו בחוד החנית ויפעלו יחד עם האדמו"רים הרבנים והעסקנים להצלחת המבצע.

כעת בימי מצר וחורבן יירתמו כל בית ישראל למען מצווה חשובה זו, וכמו שמבטיח רבינו שליט"א בסוף דבריו לכל מי שיפתח את ליבו למען מטרה חשובה זו,
"שיזכו לשפע רב ותמיד להיות מצד הנותנים ולא חלילה מהצד השני ונזכה לביאת גוא"צ במהרה, אמן"

יישר כח באשעפער » דינסטאג אוגוסט 6, 2019 12:18 am

· #434354
גראדע איך מיין עס איז זייער א שיינע זאך וואס ער טוט קען איינער בכלל מסביר זיין וואס די מעשה פינקטלעך איז מיט הנגיד חיים שטערן

חיים יואל » דינסטאג אוגוסט 6, 2019 9:18 am

· #434374
יישר כח באשעפער
גראדע איך מיין עס איז זייער א שיינע זאך וואס ער טוט קען איינער בכלל מסביר זיין וואס די מעשה פינקטלעך איז מיט הנגיד חיים שטערן

דא זעהסטו וואס די מידיע שרייבט
<a class="postlink" href="https://www.google.com/search?source=hp&safe=active&ei=qn5JXfrYKob6U6_SmbAM&q=court+chaim+stern+nursing+home+to+em+kol+chai&oq=court+chaim+stern+nursing+home+to+em+kol+chai&gs_l=psy-ab.3...2136.2136..3224...0.0..0.257.257.2-1......1....2j1..gws-wiz.....0.cLMx6TLz8cg&ved=0ahUKEwj61aCIq-7jAhUG_RQKHS9pBsYQ4dUDCAc&uact=5">https://www.google.com/search?source=hp ... CAc&uact=5</a>

חיים יואל » דינסטאג אוגוסט 6, 2019 1:16 pm

· #434387
כ״ק אדמו״ר ממרכז ויזניץ שליט״א היינט ביים באזוך אין לאנדאן. נעבן די ביאלא מקוה
📎 bialalondon mikva.jpg

איך אויך » דינסטאג אוגוסט 6, 2019 4:41 pm

· #434405
די וויזניצע זאגן אז חיים שטערן האט געכשרט אסאך פון די געגנבעטע געלט (וואס ער געגזלט פון זיינע געטרייע ארבייטער) דורך מרכז מוסדות סאו געב נאכנישט קיין קרעדיט פאר ר' מענדלע לרפו''ש.

איסר האטלקי » דינסטאג אוגוסט 6, 2019 10:50 pm

· #434423
הייסט זאגסטו אז ער האט אים שוין טובות געטון ביז היינט אויך?

יין שרף » דינסטאג אוגוסט 6, 2019 11:14 pm

· #434426
איך אויך
די וויזניצע זאגן אז חיים שטערן האט געכשרט אסאך פון די געגנבעטע געלט (וואס ער געגזלט פון זיינע געטרייע ארבייטער) דורך מרכז מוסדות סאו געב נאכנישט קיין קרעדיט פאר ר' מענדלע לרפו''ש.
לאו דוקא געבן קרעדיט, אבער גענוג אנדערע רבנים און ראשי המוסדות האבן אין אזא פאל יענעם געלאזט הענגן אין בעסטן פאל..

קענסט זאגן אז אין דעם ענין איז ער "ווייניגער שלעכט" ווי אנדערע..

yerushalmi » מיטוואך אוגוסט 7, 2019 9:47 am

· #434446
he called all the rabbis and he is making a big matzav to help him so by this point he is doing great dose not meter what stern did a yid is in a eis tzura u have to do anything to help him

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אוגוסט 7, 2019 12:29 pm

· #434460
איסר האטלקי
הייסט זאגסטו אז ער האט אים שוין טובות געטון ביז היינט אויך?

טאמער די מעשה איז אמת, האט וויזניץ אויך פוטער אויפ'ן קאפ, און זיי דארפען זיך אליינס פארטיידיגען. דאס איז נישט קיין טובה פאר יענעם, נאר פאר זיך זעלבסט.

איך ווייס נישט וואס אזי דא געשען, די אינטרנט זאגט גאנץ ווייניג.

חיים יואל » מיטוואך אוגוסט 7, 2019 1:23 pm

· #434463
ליטוואק פון בודאפעסט
איסר האטלקי
הייסט זאגסטו אז ער האט אים שוין טובות געטון ביז היינט אויך?

טאמער די מעשה איז אמת, האט וויזניץ אויך פוטער אויפ'ן קאפ, און זיי דארפען זיך אליינס פארטיידיגען. דאס איז נישט קיין טובה פאר יענעם, נאר פאר זיך זעלבסט.

איך ווייס נישט וואס אזי דא געשען, די אינטרנט זאגט גאנץ ווייניג.

עס שטייט איבעראל אז ער האט געשיקט אפאר מיליון דאללער צו Em Kol Chai.
Em Kol Chai איז א charity פון מרכז ויזניץ, זעה די דאקומענטען.
📎 4million sent.JPG📎 em kol chai.JPG

איך אויך » מיטוואך אוגוסט 7, 2019 2:14 pm

· #434467
כאנישט געוויסט אז דא דרייען זיך כיתה א יונגלעך אז מען זאל דארפן אלעס מסביר זיין ברחל בתך הקטנה.

בקיצור ר' מענדל און זיינע מוסדות זענען פונקט אזוי אין פעקל אן ער שאפט די געלט פאר זיך.

אגב, אנפאנג האט מען גערעדט פון זעקס מיליאן דאלער אבער תוך כדי טאג צוויי איז עס געשפרינגן צו אכט מיליאן אזוי נישט מיר נישט דיר.

ואגב דאגב, עס איז זעלטן וואס א קאמפיין פאר אזעלכע נאמבערס זאל נישט געבן דאס מינדערסטע רעפרענצן, ניטאמאל עפעס א אייגענע פאבריצירטער לויער בריוו. נאר מענדעלע האט געהערט עס איז צרות מיט די מוסדות, א שוואנצאנעס האטלייט האט געשאסן א נומער 6-8 מיליאן און אלע שוואנצאנעם דרייען זיך ארום זייער וויידל עס צו שאפן.

חיים יואל » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2019 2:12 pm

· #434529
איך אויך
די וויזניצע זאגן אז חיים שטערן האט געכשרט אסאך פון די געגנבעטע געלט (וואס ער געגזלט פון זיינע געטרייע ארבייטער) דורך מרכז מוסדות סאו געב נאכנישט קיין קרעדיט פאר ר' מענדלע לרפו''ש.

פאר דעהר וואס פרעגט ווער איז הר״ר חיים שטערן הי״ו, דא זעהט איהר אים אלס איבערטייטשער ביים באקאנטע זיסע קליפ:
''Frances בן Elizabeth'', גרויס הצלחה.
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=hGTfAKdqmCk">https://www.youtube.com/watch?v=hGTfAKdqmCk</a>

חקרן » פרייטאג אוגוסט 9, 2019 2:07 pm

· #434613
ס'דרייט זיך ארום א פרישע קליפ, פון ישיבה בחורים מיט א משגיח, ווי מען טאנצט די שיטה ניגון, זייער זיס. ווער קען עס אפירברענגען.?
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19