ויז'ניץ מרכז צורעדט זיך ווידער
911 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12377
פאר נישט צו לאנג צוריק האבן די זעלבע געטוהן ענליכעס צום באבוב'ער ישיבה וואס איז אויך גאנץ נאהנט צום מרכז אויך צוליב א ענליכע עבירה, און עס איז אויך פארהאן בילדער מיט קליפס, פאליציי זענען אויך געקומען צו גיין. דער באבוב'ער רב האט געמאכט זיכער מ'סטאפט אלע דזשארדזשעס און געהייסן מאכן א שווייג דערפון און ס'שנעל אראפ פון טיש.
די ליטווישע האבן אויך געמאכט א פראגראם אויף א חסידישע ישיבה אויך אין בני ברק - אויך אין דעם פאל זענען געווען קליפס, אבער די הנהלה דארט האט עס נישט געלאזט ארויסגעבן.
גור הערינג פרעסערס האבן געמאכט א איבערפאל אויף א בית המדרש אין ערד - אויך ביי דעם פאל זענען דא קעמרא'ס וואס האבן דאס אפגעכאפט, אבער דער אדמינסטרעיטאר האט נישט צוגלאזט עס זאל גיין וויירעל.
ר' משה'לע וויזניצער חסידים (יא די זעלבע אהבת ישראל אהבת שלום טיפ מענטשן) האבן אנגעזייעט א חורבן ווען ר' מאטעלע וויזניצ'ער האט געעפענט זיין בית מדרש אין בני ברק, איינער בשעתו האט גענומען א ווידיאו, עד היום הזה איז עס נישט ארויס (נאר דרייט זיך ביי יחידים) נאך דעם וואס ר' מאטעלע האט זיך דערוויסט פון דעם און עס 'אפגעקויפט' פון יענעם.
וכהנה וכהנה איך האב געשריבן עוד יש לדלות ולהשקות, זעהט אויס מען דארף א אשכול מיוחד פארדעם, אבער ביז צום קרעטשמע...
ליטוואק פון בודאפעסטאון דאס איז טומאת הפארטיי. ברגע די מחבלים זענען געווארען א פארטיי, איז געפלויגען לעבענ'ס. ברגע מ'גייט אריין אין פארטיי, פארלירט מען די גאנצע מענטשליכקייט. ווען מ'איז נישט אין א פארטיי, הגם מ'פארשעמט דיין רבי, קענסטו עס איינשלינגען. די וואך האט איינער געשאסען פאשקעווילען אויף מיין רבי'ן. ער האט עס געוואלט לאזען ברבים כדי מ'זאל זען ווי ווייניג שכל מענטשן האבען. עס איז נישט תופס מקום ווען עס איז נישט אין די ראמען פון א פארטיי.
כי בנפשנו הוא, מענדעלי וויזניצער איז נישט קיין אויסנאם, ער איז אונז אלע ווען מיר פאלען דארט אריין.
פארטייאישקייט<a class="postlink" href="https://www.google.com/search?q=pogrom&oq=pogrom&aqs=chrome..69i57j0l7.1870j0j7&sourceid=chrome&ie=UTF-8">https://www.google.com/search?q=pogrom& ... e&ie=UTF-8</a>
די בחור רייסט אראפ די מזוזה ביים הייליגען פוגרום
למען כבודו של כ״ק אדמו״ר ממרכז ויזניץ שליט״א
📎 IMG-20191203-WA0006.jpg📎 IMG-20191203-WA0155.jpg📎 IMG-20191203-WA0035.jpg📎 IMG-20191203-WA0029.jpg📎 פשקוויל נגד ויזניץ מרכז.jpg
חיים יואלדער בחור רייסט אראפ די מזוזה ביים הייליגן פוגרום
למען כבודו של כ"ק אדמו"ר ממרכז ויזניץ שליט"א
איינער זאל איבערגעבן די אלע בילדער פאר די כק מרן אדמור משוואנצאנעס. ער רעדט דאך אלץ אזוי קערינג און הארציג און מענטשליך.. "עס האט מיר געשמעקט" כלה"ק. לאמיר זעהן ווי עס וועט אים שמעקן און וויאזוי ער וועט רעאגירן צו די אלע בילדער דא.
חיים יואלדער בחור רייסט אראפ די מזוזה ביים הייליגן פוגרום
למען כבודו של כ"ק אדמו"ר ממרכז ויזניץ שליט"א
להבדיל דער הייליגער בארדיטשובער האט אויך ארויסגעריסן די מנורה פונעם שאכטל בהתלהבות אל המצוה...
דעם מוצש״ק האט זיך כ״ק אדמו״ר ממרכז ויזניץ שליט״א ארויסגעלאזט צו אמעריקע צום חתונה פונם אייניקעל, וואס קומט פאר היינט דינסטאג אין בארא פארק.
ער וועט וויילען ארום צוויי וואכן אין ניו יארק צו די שמחה, און אויך צו שאפן נאך געלט פאר זיינע מוסדות וועלכע איז אין זייער א שווערע צושטאנד.
אפאר הונדערט חסידים זענען מיטגעקומען פון א״י קיין אמעריקע לויט זיין געבעט, צו באשיינען די 'מאסא האמאלכית'.
מוצש״ק אין עירפארט האט די אדמו״ר געפירט א 'עירפארט טיש'.
נו. האמיר שוין געהאט א 'ציגערעטיל טיש', א 'לוויה טיש', און יעצט א 'עירפארט טיש'.
📎 bvizqzvm__w968h645q95,1.jpg📎 2r8cmjyw__w968h645q9522.jpg📎 scdxtpor__w968h645q95.jpg📎 srh6iz03__w968h645q95..4.jpg
חיים יואלנו. האמיר שוין געהאט א 'ציגערעטיל טיש', א 'לוויה טיש', און יעצט א 'עירפארט טיש'.
א עירפארט טיש. 😂 🙄 🙄 👍 😃 😃 😂 ''חלום חלמתי''
כ״ק אדמו״ר ממרכז ויזניץ שליט״א
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=XHpgRYX_LoY">https://www.youtube.com/watch?v=XHpgRYX_LoY</a>
כ״ק אדמו״ר ממרכז ויזניץ שליט״א וועלכע וויילט יעצט אין אמעריקע, וועט היינט מיטוואך פירן א יא״צ טיש צום יא״צ פון הרה״ק האמרי ברוך מויזניץ זי״ע,
בבית מדרשו אין וויליאמסבורג, אויף ראסס סטריט, 9.20pm.
מעריב איז 9.00pm.
כ״ק אדמו״ר ממרכז ויזניץ שליט״א נעכטן ביים מנחם אבל זיין מרת. דייטש אין וויליאמסבורג, על פטירת בנה הי״ד
Video
<a class="postlink" href="https://drive.google.com/file/d/1EXDgh5NpzVRPFtrSdIeOflzT51Urp_Zd/view">https://drive.google.com/file/d/1EXDgh5 ... rp_Zd/view</a>
שוין שטיל דא פאר 4 טעג, איך ציטער ער איז צוריק געווארן נארמאל.
מ'גרייט זיך צום בר מצוה פון בנו בכורו פון הרב דוד רוזנבוים שליט״א
בן כ״ק אדמו״ר מפרעמישלאן שליט״א וחתן כ״ק אדמו״ר ממרכז ויזניץ שליט״א
📎 g5.JPG
אז חיים יואל שרייבט אז יא, איז מסתם דער אמת אז נישט...
חיים יואלמ'גרייט זיך צום בר מצוה פון בנו בכורו פון הרב דוד רוזנבוים שליט״א
בן כ״ק אדמו״ר מפרעמישלאן שליט״א וחתן כ״ק אדמו״ר ממרכז ויזניץ שליט״א
📎 g5.JPG
די בר מצוה איז קומענדיגע דאנערשטאג אור לו׳ טבת, אין פרעמישלאן
📎 בר מצוה בפרמישלאן.jpgדעם זונטאג יום ז׳ דחנוכה, איז פארגעקומען אין מרכז ויזניץ, א מסיבת חנוכה פאר ילדי אנ״ש פון ארה״ק,
צוזאמען מיט א לחיים לכבוד די בר מצוה פונם הב׳ חיים רוזנבוים, אייניקל פון כ״ק אדמו״ר ממרכז ויזניץ שליט״א.
📎 1.jpg📎 2.jpg📎 3.jpg📎 4.jpg📎 5.jpg
היינט איז געוועהן א פאניק בקרב עסקני ק״ק מרכז ויזניץ, זעענדיג אז די פאפולערע וועבזייטל 'בחדרי חרדים' האט געמאכט א שרייעדיגע headline מיט די ווערטער ''הרבי רק עם הנכד חתן הבר המצווה''.
בחדרי חרדים האט געטענה׳ט, אז עס איז בלויז א טעות, זיי האבן געשריבן 'רק' אשטאטס 'רקד'.
עס האט נישט גענומען לאנג און בחדרי האט עס טאקע געטוישט צו 'רקד'.
הרבי רק עם הנכד
📎 41189.JPG
הרבי רקד עם הנכד
📎 7112.JPG
און אפשר איז עס א פלעינע טעות מיט נאך א פלעינ'ערע תיקון-טעות?
ביי אונז זאגט מען: ודי למבין
ביי זיי מוז יעדער איינער אלעס מיטהאלטן! ווי האבן זיי כוח צו טאנצן יעדע טאג אויף א צווייטע חתונה בר מצוה, ברית, סיום הש״ס, עירפארט טיש, וויאזוי האבן זיי אזויפיל צייט?
יעדען איינציגען טאג דארפן זיי פליען פון בני ברק קיין מאנטריאל, שווייץ, שיקאגוי, טראנטא, פתח תקוה, אהער אהין. אלעס מיטהאלטן זיך שאקלן ווי א שוואנץ נאכלויפן דעם קאלב ווי ער גייט נאר און דינען די ע״ז?
כפארשטיי נישט פון וואו זיי נעמען די געלט און די כח פאר די משוגעתן.
נארמאל א רבי מאכט חתונה צוויי דריי מאל א יאהר און מ׳גייט פאר איין שעה, צוויי שעה מילא אבער ביי זיי מוז יעדער קומען צו די אויפרוף, ארימע חתונה, די חתונה אליינס נעמט 10 שעה, נאכדעם שבע ברכות יעדע נאכט, שבת שבע ברכות, באזוכן ביי אדמורים פאר די חתונה, גיין צום כותל און קברים. באשעפער אין הימל באהיט אונז פון אלעם בייזן...
📎 ויזניץ-פרמישלאן-בר-מצוה-טבת-תשפ-44.jpg📎 ויזניץ-פרמישלאן-בר-מצוה-טבת-תשפ-11.jpg📎 ויזניץ-פרמישלאן-בר-מצוה-טבת-תשפ-27.jpg
אויב איז אמת וואס חיים יואל האט געשריבן, דאך האט ער זיך באטייליגט און געטאנצן מיט זיין געוועזענע איידעם, דאן קומט אים א מעדאל.
איסר האטלקיאויב איז אמת וואס חיים יואל האט געשריבן, דאך האט ער זיך באטייליגט און געטאנצן מיט זיין געוועזענע איידעם, דאן קומט אים א מעדאל.
צו ס'איז שוין געווען א גט ווייס איך נישט אבער אז זיי זענען
געווען צוטיילט ווייס איך אויף זיכער
כ״ק אדמו״ר ממרכז ויזניץ שליט״א האט געוויילט שבת וארא, שבת פאר י״ב שבט [שבת הגדול] אויף אפרוה אין די 'קענט' געגנט נעבן לאנדאן,
מיט עטליכע פריינט פון גאלדערס גרין לאנדאן.
📎 f571.JPG
כ״ק אדמו״ר ממרכז ויזניץ שליט״א איז היינט פארטאגס געפארן צו אילת,
און פון דארט אריבער קיין מצרים, אויף א נסיעה מיט די יונגערלייט וואס געבן אים גרויסע סכומים געלט.
📎 9100.jpg📎 812.jpg📎 813.jpg📎 814.jpg📎 815.jpg
חיים יואלכ״ק אדמו״ר ממרכז ויזניץ שליט״א איז היינט פארטאגס געפארן צו אילת,
און פון דארט אריבער קיין מצרים, אויף א נסיעה מיט די יונגערלייט וואס געבן אים גרויסע סכומים געלט.
יעדער קען דארט אריין אין מצרים? וואס האט מען געטון דארט?
המבלי אין שוואנצאנים במצרים לקחתנו למות בצחוק?
חסידי מרכז וויזניץ פון אמעריקע גייען פראווען
י״ב שבט קומענדיגע מוצש״ק בשלח אין 'בית אסתר זאל' אין בארא פארק
📎 חוגגת ראש השנה לחסידות.jpg
הדסיםחיים יואלכ״ק אדמו״ר ממרכז ויזניץ שליט״א איז היינט פארטאגס געפארן צו אילת,
און פון דארט אריבער קיין מצרים, אויף א נסיעה מיט די יונגערלייט וואס געבן אים גרויסע סכומים געלט.
יעדער קען דארט אריין אין מצרים? וואס האט מען געטון דארט?
צו ענטפערן מיין שאלות איז דא אן אינטערוויו אויף קול מבשר מיט איינער וואס איז דארט געווען. מען קען נארמאל אריבער די גרעניץ קיין מצרים, מען איז געגאנגען זאגן שירה ביים ים סוף. (איך וויל גיין מיט די נסיעה ווען זיי וועלן גיין צו בעל פעור).
ערנסט גערעדט, פארוואס געבט קול מבשר א מייק צו רעדן פון די הייליגער רבי און י"ב שבט ווי עס וואלט געווען א נארמאלער זאך?
חיים יואלחסידי מרכז וויזניץ פון אמעריקע גייען פראווען י״ב שבט
קומענדיגע מוצש״ק בשלח אין 'בית אסתר זאל' אין בארא פארק
אין ארץ ישראל האבן זיי געפייערט י״ב שבט נדחה, נעכטן מוצש״ק אין א זאל אין נס ציונה.
הער די נייע ווערטער אופן ניגון "השבת נועם הנשמות" וואס זיי האבן געזינגען נעכטען אין מרכז וויזניץ ביים מלווה מלכה אין ארץ ישראל.
''הייליגע רבי, נפשי חולת אהבתך...''
''הייליגע רבי נפשות ישראל...'
'הייליגע רבי, נועם הנשמות...''
<a class="postlink" href="https://drive.google.com/file/d/1IErf_N7McYIO6a-fuWEO7zaOuB-DbaMh/view">https://drive.google.com/file/d/1IErf_N ... DbaMh/view</a>
חיים יואלכ״ק אדמו״ר ממרכז ויזניץ שליט״א איז היינט פארטאגס געפארן צו אילת,
און פון דארט אריבער קיין מצרים, אויף א נסיעה מיט די יונגערלייט וואס געבן אים גרויסע סכומים געלט.
[ent]
די עיקר איז אז זיי האבן מיטגעשלעפט זיין מלכות׳דיגן שטוהל און די שטענדער ביים מסע קודש אין אילת.
קיין מצרים ווייס איך נישט אויב די גרעניץ וועכטער האבן עס געלאזט מיטנעמען.
📎 -ים-סוף-32.jpg📎 -ים-סוף-16.jpg📎 -ים-סוף-10.jpgדי נסיעה איז געוועהן געאייגענט בלויז פאר די יעניגע, יחידי סגולה וואס האבן באשטייערט די סומע פון אכציג טויזנט שקלים און העכער. יעצט הער איך אז די אלע אנדערע חסידים וואס האבן גארנישט באשטייערט פארן קאמפיין פלאנט מען א מאסיווע ״מסע המלכות״ קיין מצרים בראש פונעם הייליגען בעל פעור אליינס, די ״מלך השוואנצנים״ וועט פירן אלע צאן ובקר צו די היסטארישע ״נילוס טייך״ ווי פרעה מלך מצרים בכבדו ובעצמו האט זיך יעדן צופרי אויסגע’קטנ׳ט...
פאלגט נאך די ווייטערדיגע מודעות.
ראתה שפחה על הים...
ושם הנהר הרביעי הוא "פיש"ון, זה הנילוס
הכנות צום בר מצוה אין בני ברק,
פון א אייניקל ביי כ״ק אדמו״ר ממרכז ויזניץ שליט״א
📎 יתרו3.jpg📎 משפטים4.jpg📎 משפטים5.jpg
ביטע ארויפלייגן די חלום מיט די נייע ניגון.....
ישר כח
הדסים
צו ענטפערן מיין שאלות איז דא אן אינטערוויו אויף קול מבשר מיט איינער וואס איז דארט געווען. מען קען נארמאל אריבער די גרעניץ קיין מצרים, מען איז געגאנגען זאגן שירה ביים ים סוף. (איך וויל גיין מיט די נסיעה ווען זיי וועלן גיין צו בעל פעור).
ערנסט גערעדט, פארוואס געבט קול מבשר א מייק צו רעדן פון די הייליגער רבי און י"ב שבט ווי עס וואלט געווען א נארמאלע זאך?
זיי זענען בכלל נישט געקענט צו די געגענט פון קריעת ים סוף, ווער עס קען די מאפע ווייזט אז די ים סוף צוטיילט זיך אויף צוויי, איינס פון די צוויי קומט אן קיין אילת, ביי די שטיקל זענען זיי געגאנגען, די די אנדערע שטיקל איז א 7 שעה מהלך פון די גרעניץ.
שטעלט זיך די פראגע, אויב אזוי האט מען נישט געמוזט אריבער גיין די גרעניץ, מען האט שוין געקענט בלייבן אין אילת? מוז זיין מען האט עס געמוזט מאכן אינטערסאנט, כדי די קליינע קינדער זאלן נישט איינשלאפן..
ישן מלא חדשביטע ארויפלייגן די חלום מיט די נייע ניגון.....
ישר כח
Sent from my SM-T113 using Tapatalk
דא האסטו די נייע ניגון:
מסעודת ר״ח אדר של כ״ק אדמו״ר ממרכז ויזניץ שליט״א בבית חולים אצל הרה״ח ר׳ מיכאל שרייבר לרפו״ש.
בו שרו המקהלה השיר החדש ''
געלט מיט מנין, געלט מיט מנין, וועט דיר קיינמאל נישט פעלן''.
<a class="postlink" href="https://www.jumbomail.me/en/Downloads.aspx?sid=726946655A7647356F4462464B3342347436653838673D3D">https://www.jumbomail.me/en/Downloads.a ... 3838673D3D</a>
טאקע א הייליגער איד. איך וואלט ענדערש געוואלט עשירות מיט טויזנטער חסידים, ער דמיונ'ט נאר אויף א קארגע מנין און אביסל געלט...
וואס איז געווארן מיט די הבטחה פון עשירות ווער ס'געט אים געלט? ער האט געזאגט אז ס'איז א דאן דיל בלי שום ספק
כפתורוואס איז געווארן מיט די הבטחה פון עשירות ווער ס'געט אים געלט? ער האט געזאגט אז ס'איז א דאן דיל בלי שום ספק
יא. איבער א יאר צוריק האט די אדמו״ר געזאגט, אז ''יום ג׳ בשלח ביים ציון פונם טאטן לכבוד י״ב שבט'' גיי איך פועלען פאר ענק אלע אסאך געלט מיט עשירות,
אבער נעבעך גארנישט האט זיך אויסגעלאזט. נאר מער און מער עניות איז צוגעקומען ביי זיינע נאכפאלגערס.
כ״ק אדמו״ר ממרכז ויזניץ שליט״א ביים סעודת ר״ח אדר,
ביים יובל העשור פון קרן נצחי להחזקת מוסדותיו בארה״ק
📎 דינר-קרן-נצחי--11.jpg📎 דינר-קרן-נצחי--9.jpg📎 דינר-קרן-נצחי7.jpg
כ״ק אדמו״ר ממרכז ויזניץ שליט״א וויילט אין שפיטאל.
חיים יואלכ״ק אדמו״ר ממרכז ויזניץ שליט״א וויילט אין שפיטאל.
Mental or dental?
כ"ק אדמו"ר ממרכז חסידי ויזניץ שליט"א וויילט אין די מעייני הישועה שפיטאל אין בני ברק, נאך לייכטע געזונהייט קאמפלעקאציעס.
דער רבי שליט"א וויילט אין שפיטאל זייט פרייטאג אינדערפרי.
אין ליכט פון די מצב הבריאות ביים רבי'ן, איז אפגערופן געווארן די געפלאנטע 'שמחת הבר מצוה' פון אן אייניקל בן לבנו הרה"צ ר' חיים מאיר שליט"א, וואס האט געדארפט פארקומען היינט זונטאג אין בני ברק.
דער ציבור איז מתפלל לרפואת מרן מנחם מענדל בן לאה אסתר לרפו"ש.
די בר מצוה איז אפגעשטופט צום צווייטן מאל פאר ביז נאך שבועות, צוליב די קאראנע געזעצן...
חיים יואלחקרן
נעכטן האט ער איבערגע'חזר'ט די דרשות וואס ער האט גערעדט אין ארץ-ישראל. ער האט ארויסגעוויזן אומצופרידנהייט פארוואס מען פרעגט אלעס זיין זוהן ר' חיים מאיר און פארוואס מען פרעגט נישט אים. ער האט צוגעלייגט אז ביי די יארצייט פון ר' ישעיה'לע קרעסטירער איז געווען א לחיים אין זיין בית-המדרש, ער האט ערווארטעט אז ר' חיים מאיר וועט נעמען דער געזעץ אין די הענט אריין און אראפשלעפן דעם טישטיך, אבער ער האט צער דערפון אז ער האט עס נישט געטאן.
ער האט געזאגט דארט פארשידענע אנדערע מאדנע זאכן. צווישן אנדערע אז מען טאר נישט אריינגיין צו די נייע ויז'ניצע רבי'ס, בני דודו ממאנסי (פעטער מאטל) זצ"ל. ער האט אויך געמאכט א נייער ניגון וואס ער האט דארט אויסגעלערנט, ס'גייט בערך אזוי... שיטה הקדושה, ישועות משה, מיר זענען בהמות וכו'...
ער האט געזאגט דארט נאך אנדערע זאכן, אבער איך האב נישט קאמפערמט וואס איז יא אמת און וואס נישט. איך בין זיכער אז ס'איז דא דא פון זיינע חסידים, זאל מען עס קומען מאשר זיין, לייקענען, צולייגן, אראפנעמען וכו' וכו' וכו'.
יעצט כ״ט סיון איז געווארען א יאר, זייט די 'שיטה הקדושה שוואנצוננעס' דרשה אין אמעריקע.
די גאנצע שיטה הקדושה שוואנצוננעס דרשה
<a class="postlink" href="https://drive.google.com/file/d/1AUnpLMjTLtfc9bxO0b-DWKFsbHl2YP2I/view">https://drive.google.com/file/d/1AUnpLM ... 2YP2I/view</a>
<a class="postlink" href="https://drive.google.com/file/d/1dOHD1w2QMo6aO0AaZTZved-ACn3f_4L8/view">https://drive.google.com/file/d/1dOHD1w ... f_4L8/view</a>
יעצט כ״ט סיון איז געווארען 2 יאר, זייט די 'שיטה הקדושה שוואנצוננעס' דרשה אין אמעריקע.
ועדיין צריך רפואה (אם זה אמת)

בשורה טובה!!
עס איז דא א רפואה פאר קאראנע!
די קלוגע ברודער הרב ישראל פון וויזניץ בני ברק האט געמאלדן אז דער וואס וועט פטור ווערן פון טעכנאלאגישע כלים וועט נישט באקומען קיין קאראנע.
וואס איז פשט אז די דאקטוירים רעדן נישט דערוועגן?
Re: ויז'ניץ מרכז צורעדט זיך ווידער
און וואס וועלן די וואס האבן קיינמאל נישט געהאט טוען?
זיי זענען שוין אימיונד?