☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » ויז'ניץ מרכז צורעדט זיך ווידער

ויז'ניץ מרכז צורעדט זיך ווידער

911 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12377
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19

שושן פורים » מאנטאג יאנואר 7, 2019 3:16 pm

· #421385
חיים יואל
יצא ההקלטה של חלק מהשיחה של מוצש״ק שמות.

''כל אחד מא״י ומחו״ל חייב לבוא לי״ב שבט, ראש השנה לחסידות, יותר מראש השנה''.
''איני מוותר אל אף אחד''.
''אנחנו עושים את המעמד באולם המפואר אווניו, בגלל שאבי זי״ע יבוא לפאר את המעמד''.

<a class="postlink" href="https://www.jumbomail.me/he/Downloads.aspx?sid=494C4B677663426B584D54464B3342347436653838673D3D">https://www.jumbomail.me/he/Downloads.a ... 3838673D3D</a>


מתוך דבריו הקדושים
"און פאר מיין הייליגן טאטן זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל, טאר נישט פעלן קיין לאבע


רבוש"ע, ווי נאך קען מען טרעפן בדורינו אזא צדיק אמת וואס שרעקט זיך נישט צו לאזן די שכינה ארויסרעדן פון זיין גארגל אזוינע טרעפליכע דברי אמת.

נעגעל וואסער » מאנטאג יאנואר 7, 2019 3:56 pm

· #421394
Re: ויז'ניץ מרכז צורעדט זיך ווידער
חיים יואל
לקראת יב' שבט

📎 ____מודעה מעמד הציון.jpg

באמערקט אויפן צעטיל פון אויבן, אנשטאט די געווענדליכן "בסייעתא דשמיא" אדער בס"ד, האבן זיי א נייעם ניסוח: ב"ה, מיט'ן הייליגן רבין'ס כח!

חיים יואל » דינסטאג יאנואר 8, 2019 10:24 am

· #421484
קוקו-ריקו-קו [כלשון קדשו]

חיים יואל » דאנערשטאג יאנואר 10, 2019 9:50 am

· #421788
חיים יואל
יצא ההקלטה של חלק מהשיחה של מוצש״ק שמות.

''כל אחד מא״י ומחו״ל חייב לבוא לי״ב שבט, ראש השנה לחסידות, יותר מראש השנה''.
''איני מוותר אל אף אחד''.
''אנחנו עושים את המעמד באולם המפואר אווניו, בגלל שאבי זי״ע יבוא לפאר את המעמד''.

<a class="postlink" href="https://www.jumbomail.me/he/Downloads.aspx?sid=494C4B677663426B584D54464B3342347436653838673D3D">https://www.jumbomail.me/he/Downloads.a ... 3838673D3D</a>

זיי גייען מסתמא נישט אריינלאזען קיין פרעמדע, ווייל די אדמו״ר גייט געבן א רעדע.

מיר דארפן מאכן זיכער אז איינער געבט ארויס א Recording.

חיים יואל » פרייטאג יאנואר 11, 2019 8:13 am

· #421895
copy paste

א יונגערמאן גאלדבערגער פון די שוואנצונים אין אלעד, האט היינט [ערב שבת סליחות] געהאט א יונגעל.
די ברית גייט זיין נעקסטע פרייטאג נאכמיטאג [גלייך נאך שחרית] ''י״ב שבט'' ראש השנה לחסידות.
ארומיגע זאגן אז ער זאל א נאמען געבן מענינא דיומא. ''שוואנץ'', ''זנב'' אדער ''Avenue''.

אדונינו » פרייטאג יאנואר 11, 2019 11:05 am

· #421918
לוח השנה לפי חשבון הזנבים:

שבת וארא - שבת סליחות
י״ב שבט - ראש השנה
כ״ב שבט - יום כיפור
כ״ז שבט - סוכות
כ״ד אייר - ראש השנה לחסידות.

איסר האטלקי » פרייטאג יאנואר 11, 2019 11:48 am

· #421924
חיים יואל
copy paste

א יונגערמאן גאלדבערגער פון די שוואנצונים אין אלעד, האט היינט [ערב שבת סליחות] געהאט א יונגעל.
די ברית גייט זיין נעקסטע פרייטאג נאכמיטאג [גלייך נאך שחרית] ''י״ב שבט'' ראש השנה לחסידות.
ארומיגע זאגן אז ער זאל א נאמען געבן מענינא דיומא. ''שוואנץ'', ''זנב'' אדער ''Avenue''.

פליעז לאז מיך וויסן וואס איז געווארן, ווי נאר דו ווערסט געוואויר.

אדמור מקרייניץ זצל » זונטאג יאנואר 13, 2019 4:15 pm

· #422061
אויף קול בחצרות קען מען הערן די דרשות פין די ראש השוואנצנים אין פין זיין טאטע דער הייליגן אבי אבות השוואנצנים בעצם יום ראש השנה י"ב שבט תשס"א

אדונינו » זונטאג יאנואר 13, 2019 5:18 pm

· #422069
אדמור מקרייניץ זצל
אויף קול בחצרות קען מען הערן די דרשות פין די ראש השוואנצנים אין פין זיין טאטע דער הייליגן אבי אבות השוואנצנים בעצם יום ראש השנה י"ב שבט תשס"א

ביטע ריף נישט זיין טאטע מיט דעם נאמען, ער איז גארנישט שילדיג. א דאנק.
אגב וואס איז די נומבער פון קול בחצרות?

חיים יואל » זונטאג יאנואר 13, 2019 7:07 pm

· #422079
די האטליין פון די מענדעליסטן מעלדט היינט, אז די אדמו״ר האט געשיקט שליחים צום בעל שם טוב זי״ע אים צו לאדאנען צום 'יוד-בייס-שוואט' פייערונג!
זיי ברענגן א Recording, ווי מען הערט ווי די שליח לאדענט די בעל שם טוב זי״ע!

מאנטאג צופרי גייען די שליחים אנקומען צום שטעטל ויזניץ, צו לאדאנען צום 'יוד-בייס-שוואט' פייערונג!

איש חזון » זונטאג יאנואר 13, 2019 8:21 pm

· #422081
כ'הייב אהן צו פארשטיין פארוואס ביי משה 'לא ידע איש את קבורתו'

יהודי פשוט » זונטאג יאנואר 13, 2019 9:35 pm

· #422085
Re: ויז'ניץ מרכז צורעדט זיך ווידער
הער איך יעצט פון איינעם וואס איז אנוועזנד געוועהן בשעת'ן לאדענען דעם בעש"ט, אז אלעקסי דעם בעש"ט'ס דרייווער האט פארלאנגט א פריוואטע העליקאפטער פאר'ן רבי'ן צו קענען צו פארן צום לופטפעלד שנעלערהייט, ווי אויך א פריוואטע פליגער שטייצעך...

אינעווייניגסטע קוועלער אינערהאלב דעם בעש"ט'ס שטוב געבן איבער אז ס'קען זיין אז די רבי וועט שוין ארויספארן אזוי פרי ווי מארגן - מאנטאג- צו קענען מיטהאלטן ט' שבט אין בעלז, אויב איז דאס אמת וועט בעלז דארפן ביישטייערן צו די הוצאות פונעם העליקאפטער און פריוואטן פליגער...

mevakesh » מאנטאג יאנואר 14, 2019 7:08 am

· #422110
Re: ויז'ניץ מרכז צורעדט זיך ווידער
[/quote]
ביטע ריף נישט זיין טאטע מיט דעם נאמען, ער איז גארנישט שילדיג. א דאנק[/quote]

גארנישט? ווי עס שיינט קענסטו נישט די היסטאריע דארט

Sent from my XT1060 using Tapatalk

אדמור מקרייניץ זצל » מאנטאג יאנואר 14, 2019 7:48 am

· #422111
אדונינו
אדמור מקרייניץ זצל
אויף קול בחצרות קען מען הערן די דרשות פין די ראש השוואנצנים אין פין זיין טאטע דער הייליגן אבי אבות השוואנצנים בעצם יום ראש השנה י"ב שבט תשס"א

ביטע ריף נישט זיין טאטע מיט דעם נאמען, ער איז גארנישט שילדיג. א דאנק.
אגב וואס איז די נומבער פון קול בחצרות?

אז די וועסט הערן זיין דרשה וועסטו שוין נישט האבן קיין טענות

אדונינו » מאנטאג יאנואר 14, 2019 10:45 am

· #422126
ק/פ
וואס איז דאס די נייע חגא 'יב שבט' וואס די שווענץ פייערן?
פאר בערך 18 יאר צוריק, ווען זיין פאטער איז נאך געווען באזוך, האט מענדעלע אנגעהויבן באלבאטעווען אביסל צופיל, און אנגעהויבן זאמלען שונאים רעכטס און לינקס.
ער איז בטבע פּערענויד און דאס האט איהם געמאכט דימיונ'ען אז אט אט ווערט ער אויס קאפעליטש מאכער. האט ער געהייסן מאכן אן אסיפה דחופה אין אולם ויזניץ און באצווינגן גאנץ וויזניץ צו באטייליגן.
מ'האט אראפ געשלעפט זיין אלט'ן טאטען ער זאל זאגן 'ידו כידי' אז מיין זוהן מענדעלע איז אין טשארדזש און מ'ברויך איהם פאלגן. ער האט עס אבער געזאגט ממש ככפאו שד בקיצור נמרץ און זיך געוואלט באגראבן פאר בושה.
נאכדעם האט מענדעלע געזאגט א דרשה ווי ער האט גערעדט ווי ווילדער צורודערטער, אז די אלע דערביי האבן קוים געקענט פארשטיין האלב וואס ער רעדט.
קלאמפיש האט גערעדט פון זיין 'אמתדיגע חסידים' פונעם טאטע'ן, און פאלגן אלעס וואס 'דער טאטע הייסט' כאטש מ'פארשטייט נישט אדער סע געפעלט נישט. נאר פערצופאל איז דאס 'וואס דער טאטע הייסט' געווען פונקט אז מ'דארף איהם - מענדעלע - פאלגן אן קיין שום פיקפוק...
פאר אלע חסידים פונעם ישועות משה איז די דרשה געווען א שאָק און א בושה.
די חוצפה און עזות וויאזוי ער האט ער גערעדט פארענט זיין טאטע, און די עקלהאפטיגער גאות און כעס מיט וואס ער האט זיך דעמאלטס ארויס געשטעלט, האט אנפלעקט פארן עולם וואס ער איז איז ס'איז נישט גוט געווארן פארן עולם.
צום מזל איז נאך נישט געווען קיין וואטסעפפ און סמארטפאונס, ממילא איז דאס נישט געווען אזוי געפערליך, אבער טעיפס - קאסעטעס איז יא געווען, און ויזניצע חסידים און די וועלט האבן זיך נישט געוואוסט ווי אהין צו טוהן פון גרויס בושה.
מיט די יארן, האבן מענטשן פארגעסן פון די שמועס, אבער מענדעלע איז נאר געווארן ערגער פון טאג צו טאג. ביז ווען ער האט שוין געמאכט גענוג חורבן, און אנגעזאמעלט גענוג שונאים, אז מ'האט געמוזט ראטעווען ויזניץ פון זיינע הענט.
צום סוף ווייסט יעדער אז מ'האט סרולטשע צוריק געברענגט (וואס אגב אסאך ויזניצע חסידים איז נישט אזוי געפאלן, אבער מענדעלע איז געווען אזוי געפערליך, אז ס'נישט געווען קיין שום אויסוועג).
הכלל, ס'איז אריבער א שיינע פאר יאר, און ווען מענדעלע האט זיך געפירט ווי א מצורע, האט אנגעהויבן שפילן ווי צדיק און א נייס גיי. ס'האט איהם געהאלפן און צוביסלעך האט זיך געבויט א שטיקל שיינע חסידות.
(ווען נישט ער איז אזוי צודרייט פאר כבוד און מאכט, וואלט ער נאך יעצט געהאט אלעס)
עטליכע יאר צוריק, האבן א קליינע גרופע מענדעליסן מחליט געווען צוריק אויפצופרישן די דרשה, ווייל זיי האבן געטענה'ט אז דעמאלט האט זיין טאטע אים מכתיר געווען און 'מסכים' געווען מיט זיין 'שיט'ה.
פון אנהייב האט קיינער נישט מיט געהאלטן, אבער ווי איז די שטייגער מיט די משוגעת'ן אז זיי וואקסן אויף הייוון. יעדעס יאר איז די משוגעת געווארן מער צודרייט ביז איין ראש חברה האט געזאגט אז ס'איז ראש השנה לחסידות!
מענדעלע אליין האט בכלל נישט מיט-געטאנצן מיט די משוגעת, דעמאלט האט ער נאך געשפילט נארמאל.
איין יאר האבן אינגעלייט געמאכט יו"ט אין שול, און געלייגט ווייסע טישטעכער. איז געקומען א ציווי פונעם רבי'נס גבאי, מ'זאל שוין אראפנעמען די טישטעכער.

שנעל מישן צו לעצטע יאר. מענדעלע איז אריבער צוויי מעידזשער סורגעריעס. איינס אויף די בויך פאר דייעט און אויפן רוקן. דאס האט איהם געמאכט מורא'דיג דעפרעסט. ער האט אנגעהויבן ווערן אין כעס אויף יעדע זאך און זיך אויפפירן צודרייט.
פון דעם האט אויסגעבראכן די גאנצע 'שוואנצאָנעס' וכדו' ווי ער האט מחליט געווען צו מבזה זיין עולם עד עפר כדי צו בארואיגן זיין תאוות הכבוד.
און היות מ'איז ממילא אינגאנצן משוגע, אם כבר אז כבר, האט ער מחליט געווען דאס יאר, צו מיטשפילן מיט'ן כלומרישער יו"ט.
שוין וואכן וואס ער זאגט של"ס תורה אז 'ס'קומט יב שבט וואס איז א גרויסער טאג'.... רח"ל.
קודם האט ער מרמז געווען ער וואלט געוואלט מאכן א ספעציעלע 'פייערונג' דאס יאר יב שבט און ער 'קען באשטיין' מ'זאל קומען פון חוץ לארץ.
צוביסלעך, ווען ער האט געזען קיינער קומט נישט, האט מען אנגעהויבן שיקן שליחים משכנע זיין דער עולם פון אמעריקע צו קומען.
ער האט אנגעהויבן אליין צו רופן מענטשן, און אויך סטראשן ער האקט אפ קשר מיט ווער ס'קומט נישט'.
איך וויל נישט אריין אין די אלע לחץ וויאזוי מ'האט באצווינגן ארימע מענטשן צו קויפן טיקעטס און פארן, איך האב נאר געוואלט דיר געבן אביסל צו פארשטיין וואס גייט פאר.
מענדעלע האט גענומען אן עפיזאד וואס איז געווען א בושה פאר ויזניץ - אזוי ווייט אז ער אליין האט זיך געשעמט מיט דעם - און געמאכט דערפון אן עבודה זרה.
גלייב מיר איך האב ווייניג גערעדט און יותר ממה שכתבתי קורה כאן ועוד חזון.

דולה ומשקה » מאנטאג יאנואר 14, 2019 10:52 am

· #422127
רבי משה'לע האט ארויסגעשליידערט זיין סרלטשע ווי א הונט, ווייל ער האט אים פיינט געהאט בתכלית השנאה, לא זכרו ולא פקדו, ער האט נישט געוואלט האבן דעם מינדיסטע שייכות מיט אים, און ניט אמאל געקירמעט ווען דער סרולטשע האט געמאכט סיי וועלעכע שמחה, דאס אלעס איז ווען ער איז נאך געווען אין פולן דעת. ווייט פון ככפאו שד.

פאקט.

סרולטשע איז געווארן א עני ואביות מגוזלו, ועניית מטרפת דעתו של אדם, מיט וואס ער איז געבליבן עד היום הזה. פינטל. ווען מ'זאל נאר ווען מלקט זיין טיפשות און שטותים די וואס איז אלס געווארען ארויסגעשיט פון זיין מויל וואלט מען אויך ווען געקענט מאכען היבשט א דיק בוך גארנישט ווייניגער ווי פון זיין ברודער.

יהודי פשוט » מאנטאג יאנואר 14, 2019 10:56 am

· #422129
Re: ויז'ניץ מרכז צורעדט זיך ווידער
דולה ומשקה
רבי משה'לע האט ארויסגעשליידערט זיין סרלטשע ווי א הונט, ווייל ער האט אים פיינט געהאט בתכלית השנאה, לא זכרו ולא פקדו, ער האט נישט געוואלט האבן דעם מינדיסטע שחייכות מיט אים, און ניט אמאל געקירמעט ווען דער סרולטשע האט געמאכט סיי וועלעכע שמחה, דאס אלעס איז ווען ער איז נאלך געווען אין פולן דעת. ווייט פון ככפאו שד.

פאקט.

סרולטשע איז געווארן א עני ואביות מגוזלו, ועניית מטרפת דעתו של אדם, מיט וואס ער איז געבליבן עד היום הזה. פינטל. ווען מ'זאל נאר ווען מלקט זיין טיפשות און שטותים וואס איז אלס געווארען ארויסגעשיט פון זיין מויל וואלט מען אוך ווען געקענט מאכען היבשט א דיק בוך גארנישט ווייניגער ווי פון זיין ברודער.
שכל איז כמעט קיינמאל נישט געוועהן קיין גוט גייענדיג ארטיקל אין ויז'ניץ

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יאנואר 14, 2019 11:25 am

· #422135
Re: ויז'ניץ מרכז צורעדט זיך ווידער
זייער גוט. פון רוב טפשות האט ישראלט׳שע זיך גענומן דרשנ׳ן בגודל מעלת עצמו? ער האט אנגעהויבן רעדן קעגן מענטשן? יא,נער האט אן עטרה בראשו פון מלכות, וואס אין אן אמת׳ן וועלט וואלט נאר געווען ביד חכמים, אבער קיין נתגלה העטרה האט מען נאך נישט געזען אויף אים. א פלעינע מענטש, אן קיין גרויסע פראבלעמן.

משא"כ אחיו ההייליגער.................. ווען ער וואלט געווען קלוג, וואלט ער געהאט א מנשה רייזמאן צו דרשנ׳ן ברבים וועגן ראש בני ישראל, אויסצופירן זיין געמיינע מדות. יעצט טוט ער עס אליינס. די טפשות און מדות זענן צוויי ערליי זאכן, נישט אויסצומישן.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

רביה''ק זי''ע » מאנטאג יאנואר 14, 2019 12:50 pm

· #422141
דולה ומשקה
רבי משה'לע האט ארויסגעשליידערט זיין סרלטשע ווי א הונט, ווייל ער האט אים פיינט געהאט בתכלית השנאה, לא זכרו ולא פקדו, ער האט נישט געוואלט האבן דעם מינדיסטע שייכות מיט אים, און ניט אמאל געקירמעט ווען דער סרולטשע האט געמאכט סיי וועלעכע שמחה, דאס אלעס איז ווען ער איז נאך געווען אין פולן דעת. ווייט פון ככפאו שד.

וואו קומט דאס אריין דא? איינער האט געזאגט אז נישט?

איסר האטלקי » מאנטאג יאנואר 14, 2019 1:51 pm

· #422143
ווען דער פאטער איז געווען באזוך איז נישט געווען קיין הו"א אז א צווייטער חוץ פון מענדל וועט איבערנעמען. 18 יאר צוריק איז ער שוין נישט געווען פולקאם ביים דעת.

אדמור מקרייניץ זצל » מאנטאג יאנואר 14, 2019 3:20 pm

· #422151
כפאו שד????
שטותים און לאקשן!!
מקען הערן די רעקארדירונג פין זיין פייערדיגע דרשה ווי מיט די גרעסטע שטארקייט באקרוינט ער זיין זוהן אלס העיליגע רב
מהערט קלאר ווי ער זאגט עס מרצונו הטוב.
נישט אז איך האלט אז מענדעלע איז נארמאל נאר פשוט די עפל פאלט נישט ווייט פון בוים...

חיים יואל » מאנטאג יאנואר 14, 2019 5:29 pm

· #422184
חיים יואל
די האטליין פון די מענדעליסטן מעלדט היינט, אז די אדמו״ר האט געשיקט שליחים צום בעל שם טוב זי״ע אים צו לאדאנען צום 'יוד-בייס-שוואט' פייערונג!
זיי ברענגן א Recording, ווי מען הערט ווי די שליח לאדענט די בעל שם טוב זי״ע!

מאנטאג צופרי גייען די שליחים אנקומען צום שטעטל ויזניץ, צו לאדאנען צום 'יוד-בייס-שוואט' פייערונג!


די Recording, ווי מען הערט ווי די שליח לאדענט די בעל שם טוב זי״ע!
<a class="postlink" href="https://www.jumbomail.me/he/Downloads.aspx?sid=622B4C6F4D536A4C64306A464B3342347436653838673D3D">https://www.jumbomail.me/he/Downloads.a ... 3838673D3D</a>

יין שרף » מאנטאג יאנואר 14, 2019 7:36 pm

· #422222
מערקווידיגע נייעס פון חצרות הקודש!

הנה ימים באים אין וויזניץ
חסידי וויזניץ גרייטן זיך בדחילו ורחימו אויף די געהויבענע ימי שמחה ויום טוב ווען עס וועט געפראוועט ווערן דער גרויסער טאג ״י"ב שבט״ וואס איז אין וויזניץ נקבע געווארן אלס ראש השנה לחסידות, וואס אין דעם טאג מיט 18 יאר צוריק האט דער רבי שליט״א פון פריש אנגעהויבן בויען דעם חצר ע״פ דרכו בקודש.
היי יאר וועט דער טאג געפראוועט ווערן אויף גאר א דערהויבענע און פרייליכע פארנעם נאכדעם וואס עס וועט קאמבינירט ווערן אינאיינעם מיט א סעודת הודאה לרגל די ערהוילונג פון רבי׳ן שליט״א נאכן אריבערגיין א שווערע אפעראציע פארגאנגענעם ווינטער בהצלחה ב״ה.
די ערשטע רינגעלע אינעם קייט פון דערהויבענע מעמדים וועט זיין מארגן דינסטאג, ווען דער רבי שליט״א וועט אינאיינעם מיט חסידיו ארויפגיין צום ציון הק׳ פון אביו הרה״ק בעל ישועות משה מוויזניץ זצ״ל און דארטן אויסזאגן פרשת המן, ווי עס איז מקובל פון הרה״ק רבי מענדל מרימנוב זי״ע אלס גרויסע סגולה לפרנסה עס צו זאגען אום ג׳ בשלח.
דערנאך וועט אויף קומענדיגע שב״ק פרשת בשלח, שבת שירה, געפראוועט ווערן א שבת התאחדות פון כלל חסידי וויזניץ פון איבער די וועלט וואס וועלן קומען צו פארן קיין חצה״ק וויזניץ אין בני ברק אלס הכנה צום גרויסן מעמד.
מוצש״ק וועט געפראוועט ווערן די גראנדיעזע מעמד אינעם מלכות'דיגן עוועניו זאל אין לוד אויף א פראכטפולע פארנעם.
זונטאג נאכט וועט דער רבי שליט״א אפרעכטן שולחנו הטהור לרגל ט״ו בשבט, מיט די השתתפות פון חסידי וויזניץ מכל רחבי תבל וואס זענען געקומען צו פארן לרגל די ימי אורה, און מיט דעם וועלן זיך שליסן די געהויבענע טעג און דער ציבור וועט אהיימגיין מלא וגדוש מיט השפעות טובות.
די גרויסע התרגשות פון דעם רבי'ן שליט״א צום גרויסן מעמד זעט זיך שוין אן אין די לעצטע חדשים, ווען דער רבי שליט״א טוהט כסדר ארומרעדן איבער דעם גרויסן מעמד און איבער די ערנסטקייט צום ״שיטה הקדושה״ וואס דער רבי שליט״א טוהט איינפלאנצן אין חסידיו, געבויט אויף התקשרות און התבטלות צו צדיקים. ביי איינע פון די דרשות האט דער רבי שליט״א זיך אויסגעדרוקט אז כל הון דעלמא וועט אים נישט אפשטעלן פון ווייטער איינפלאנצן די שיטה ע״פ דרכו פון אביו הרה״ק בעל הישועות משה זצ״ל.
ע״פ רצון קדשו פון רבי׳ן שליט״א, אלס הכנה צו די גרויסע טעג, טוען די אינגעלייט און בחורים אין ארה״ק און בכל רחבי תבל וואס קומען צו פארן צום גרויסן מעמד אויפן פערזענליכן בקשה פון רבי׳ן שליט״א, זיך צוזאמנעמען ביי ספעציעלע כינוסי הכנה און זיצ׳ן וואו מען פארברענגט ביז די פריע פארטאגס שעות מעלה צו זיין זכרונות פון דעם עבר און מען מאכט זיך גרייט אויף די גרויסע טעג.
אינטערעסאנט אנצומערקן אז ווען עס איז געפרעגט געווארן פון רבי׳ן שליט״א צי מען קען אפהאלטן כינוסי הכנה אום ליל ניטל, איז געקומען דער ענטפער אז נישט נאר זאל מען נישט אפהאלטן קיין כינוסים דעמאלטס, נאר מען זאל בכלל נישט זיין פארנומען מיט קיין שום טעכנישע הכנות צום מעמד, ווייל דער מעמד איז כל כולו קודש.

c/p
IMG_20190114_193620_437.jpg IMG_20190114_193617_614.jpg

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יאנואר 14, 2019 7:43 pm

· #422223
Re: ויז'ניץ מרכז צורעדט זיך ווידער
לדעתי, דארף מען מאכען א יום תפלה, אז די זאכן זאלן בטל ווערן, ללא שום נזק לשום יהודי

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

רביה''ק זי''ע » מאנטאג יאנואר 14, 2019 8:03 pm

· #422226
יין שרף
...סעודת הודאה לרגל די ערהוילונג פון רבי׳ן שליט״א נאכן אריבערגיין א שווערע אפעראציע פארגאנגענעם ווינטער בהצלחה ב״ה.

זעהט נישט אויס אזוי...

חיים יואל » דינסטאג יאנואר 15, 2019 8:38 am

· #422289
חיים יואל
חיים יואל
די האטליין פון די מענדעליסטן מעלדט היינט, אז די אדמו״ר האט געשיקט שליחים צום בעל שם טוב זי״ע אים צו לאדאנען צום 'יוד-בייס-שוואט' פייערונג!
זיי ברענגן א Recording, ווי מען הערט ווי די שליח לאדענט די בעל שם טוב זי״ע!

מאנטאג צופרי גייען די שליחים אנקומען צום שטעטל ויזניץ, צו לאדאנען צום 'יוד-בייס-שוואט' פייערונג!


די Recording, ווי מען הערט ווי די שליח לאדענט די בעל שם טוב זי״ע!
<a class="postlink" href="https://www.jumbomail.me/he/Downloads.aspx?sid=622B4C6F4D536A4C64306A464B3342347436653838673D3D">https://www.jumbomail.me/he/Downloads.a ... 3838673D3D</a>

די שליח לאדענט די צמח צדיק, צום 'יוד-בייס-שוואט' פייערונג
<a class="postlink" href="https://www.jumbomail.me/he/Downloads.aspx?sid=684B4231562F525366344C464B3342347436653838673D3D">https://www.jumbomail.me/he/Downloads.a ... 3838673D3D</a>

חיים יואל » דינסטאג יאנואר 15, 2019 11:50 am

· #422310
חיים יואל
חיים יואל
די האטליין פון די מענדעליסטן מעלדט היינט, אז די אדמו״ר האט געשיקט שליחים צום בעל שם טוב זי״ע אים צו לאדאנען צום 'יוד-בייס-שוואט' פייערונג!
זיי ברענגן א Recording, ווי מען הערט ווי די שליח לאדענט די בעל שם טוב זי״ע!

מאנטאג צופרי גייען די שליחים אנקומען צום שטעטל ויזניץ, צו לאדאנען צום 'יוד-בייס-שוואט' פייערונג!


די Recording, ווי מען הערט ווי די שליח לאדענט די בעל שם טוב זי״ע!
<a class="postlink" href="https://www.jumbomail.me/he/Downloads.aspx?sid=622B4C6F4D536A4C64306A464B3342347436653838673D3D">https://www.jumbomail.me/he/Downloads.a ... 3838673D3D</a>


די בעל שם טוב זי״ע וועט וויילן אויף א בליץ באזוך אין בני ברק!

📎 הודעה מישראל מאיר גבאי.jpeg

אדמור מקרייניץ זצל » דינסטאג יאנואר 15, 2019 4:57 pm

· #422369
חסידי מרן אדמור מוויז'ניץ שליט"א נכנסי היום לההייליגע רבי שליט"א בשביל המצב של אחיו מרן אדמור מוויז'ניץ שליט"א
וההייליגע רבי שליט"א אמר
די הייליגע טאטע גרייט זיך צי קומען די וואך און איך וועל זיך אדאריך שמוסען מיט עם,
וועל איך אוואדי דערמאנען מיין הייליגע טאטע אז די ברודער האט נישט פארגעסען פון מיר און מיינע שווערע זמנים און שפיטאל,
די טאטע האט מיר זייער ליב געהאט וועט ער מכיר טובה זיין‎

אדמור מקרייניץ זצל » מיטוואך יאנואר 16, 2019 7:46 am

· #422468
זעזוע!!!! אמש בבית החיים שומרי שבת בבני ברק גילו הבוקר מתפללים שהגיעו למקום להתפלל בציון אדמו''רי ויזניץ!!!
📎 זעזוע.pdf 📎 IMG-20190116-WA0003.jpg 📎 IMG-20190116-WA0004.jpg 📎 IMG-20190116-WA0005.jpg

אדמור מקרייניץ זצל » מיטוואך יאנואר 16, 2019 7:47 am

· #422469
pdf
📎 זעזוע.pdf

איסר האטלקי » מיטוואך יאנואר 16, 2019 9:18 am

· #422476
וועמענס קברים און וואס האט עס מיט מרכז?

איסר האטלקי » מיטוואך יאנואר 16, 2019 9:22 am

· #422477
אויב זיי זענען געשטאנען דערויף, האט מען שוין געזען דאס זעלבע אין קרית יואל, ווען חסידי מהר"א האבן זיך אויפגעשטעלט אויף א קבר ביום כוא"ב אראפצונעמען א סיין לטובת קופת טוב וחסד (אין די ערשטע יארן, ווען ביידע האבן נאך געמעגט) און די מציבה האט געטראסקעט לשברי שברים.

אדונינו » מיטוואך יאנואר 16, 2019 9:27 am

· #422478
איסר האטלקי
אויב זיי זענען געשטאנען דערויף, האט מען שוין געזען דאס זעלבע אין קרית יואל, ווען חסידי מהר"א האבן זיך אויפגעשטעלט אויף א קבר ביום כוא"ב אראפצונעמען א סיין לטובת קופת טוב וחסד (אין די ערשטע יארן, ווען ביידע האבן נאך געמעגט) און די מציבה האט געטראסקעט לשברי שברים.

און דעמאלטס האסטו אויך געזאגט אז עס איז נארמאל?

חיים יואל » מיטוואך יאנואר 16, 2019 10:23 am

· #422480
איסר האטלקי
וועמענס קברים און וואס האט עס מיט מרכז?

📎 nebech.JPG

איסר האטלקי » מיטוואך יאנואר 16, 2019 10:28 am

· #422481
זיך אויפשטעלן צו קוקן אויף א רבי איז אנדערש ווי זיך אויפשטעלן אראפרייסן א סיין.

פאר 6 יאר צוריק בערך האבן חסידי בעלזא צובראכן דעם מציבה פון הגר"מ פיינשטיין זצ"ל, ווען זיי האבן זיך אויפגעשטעלט אויפ מציבה פונעם פוסק צו קוקן אויפן רב שליט"א.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יאנואר 16, 2019 10:29 am

· #422482
חיים יואל
חיים יואל
די האטליין פון די מענדעליסטן מעלדט היינט, אז די אדמו״ר האט געשיקט שליחים צום בעל שם טוב זי״ע אים צו לאדאנען צום 'יוד-בייס-שוואט' פייערונג!
זיי ברענגן א Recording, ווי מען הערט ווי די שליח לאדענט די בעל שם טוב זי״ע!

מאנטאג צופרי גייען די שליחים אנקומען צום שטעטל ויזניץ, צו לאדאנען צום 'יוד-בייס-שוואט' פייערונג!


די Recording, ווי מען הערט ווי די שליח לאדענט די בעל שם טוב זי״ע!
<a class="postlink" href="https://www.jumbomail.me/he/Downloads.aspx?sid=622B4C6F4D536A4C64306A464B3342347436653838673D3D">https://www.jumbomail.me/he/Downloads.a ... 3838673D3D</a>

צו וועמן דאווענט ער דארט? יענער רעדט ווי א פאליטישען, וואס זאגט גאט און מיינט די צוהערערס. וואס פארא נוסח איז דאס? ווי איז די הייליגע מסורה דערויף?

איסר האטלקי » מיטוואך יאנואר 16, 2019 10:30 am

· #422483
איסר האטלקי
זיך אויפשטעלן צו קוקן אויף א רבי איז אנדערש ווי זיך אויפשטעלן אראפרייסן א סיין.

פאר 6 יאר צוריק בערך האבן חסידי בעלזא צובראכן דעם מציבה פון הגר"מ פיינשטיין זצ"ל, ווען זיי האבן זיך אויפגעשטעלט אויפ מציבה פונעם פוסק צו קוקן אויפן רב שליט"א.
📎 301.jpg

חיים יואל » מיטוואך יאנואר 16, 2019 10:59 am

· #422486
איינער האט דעהר נאכט ארויסגעגעבן א ''סדר ימי ראש השנה המשולש'' בחצר המרכז בבני ברק.
5-6 בלעטער,
גוט חוזק געמאכט פון ראש השנה המשולש בראשות כ״ק אדמו״ר הקוה״ט שליט״א.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יאנואר 16, 2019 11:01 am

· #422488
איסר האטלקי
זיך אויפשטעלן צו קוקן אויף א רבי איז אנדערש ווי זיך אויפשטעלן אראפרייסן א סיין.

פאר 6 יאר צוריק בערך האבן חסידי בעלזא צובראכן דעם מציבה פון הגר"מ פיינשטיין זצ"ל, ווען זיי האבן זיך אויפגעשטעלט אויפ מציבה פונעם פוסק צו קוקן אויפן רב שליט"א.

אז אפאר שווענץ האבען זיך געשטעט אויף די ערשטע זאך וואס זיי האבן געזען, מיינט גארנישט. דא האט איינרע געשלעפט ציגן, געשטעלט א כמו טיש און אריין געארבעט מעשים צו קענן נוצן יענעמ'ס מצבות אנצוקוקן די פרצוף פון דער קלאון.

לך לך » מיטוואך יאנואר 16, 2019 12:35 pm

· #422496
זאגן זיי סליחות די וואך?..
הכנה לר"ה

בן פרצי » מיטוואך יאנואר 16, 2019 2:29 pm

· #422513
איסר האטלקי
זיך אויפשטעלן צו קוקן אויף א רבי איז אנדערש ווי זיך אויפשטעלן אראפרייסן א סיין.

פאר 6 יאר צוריק בערך האבן חסידי בעלזא צובראכן דעם מציבה פון הגר"מ פיינשטיין זצ"ל, ווען זיי האבן זיך אויפגעשטעלט אויפ מציבה פונעם פוסק צו קוקן אויפן רב שליט"א.

נישט ריכטיג
איך בין געשטאנען אפאר פיס נעבן דעם ווען ס'איז געשען, קיינער האט זיך נישט אויפגעשטעלט אויפן מצבה, ס'איז פשוט געווען א גרויסע עולם און א גרויסע געדרענג, מרוב לחץ האט זיך די מצבה צאמגקוועטשט און צאמגעפאלן פון מענטשן וואס זענען געשטאנען ארום דעם.
און ס'איז כדאי צו מציין זיין אויך די ענדע פון די מעשה, ווען בעלזע רב איז איבערגעגאנגן שפעטער און געזען וואס איז געשען האט ער זיך אפגעשטעלט און מברר געווען וויאזוי ס'איז געשען און ער האט אליין באצאלט די שאדן.

איסר האטלקי » מיטוואך יאנואר 16, 2019 2:38 pm

· #422516
זייער שיין פונעם רב, אבער וויאזוי ווערט א מציבה צוקוועטשט ווען מ'שטופט זיך נעבן דעם? ס'איז נישט קיין אמעריקאנער שטייעדיגע מציבה.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יאנואר 16, 2019 3:44 pm

· #422525
Re: ויז'ניץ מרכז צורעדט זיך ווידער
בן פרצי
און ער האט אליין באצאלט די שאדן.


פון זיין שווער פארדינטע געלט? אדער פון זיין מצומצמ׳דיגע הוצאות הבית, וואס צוליעב דעם האט ער יענער נאכט נישט געגעסן קיין וועטשערע?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

חיים יואל » מיטוואך יאנואר 16, 2019 4:14 pm

· #422538
חיים יואל
איינער האט דעהר נאכט ארויסגעגעבן א ''סדר ימי ראש השנה המשולש'' בחצר המרכז בבני ברק.
5-6 בלעטער,
גוט חוזק געמאכט פון ראש השנה המשולש בראשות כ״ק אדמו״ר הקוה״ט שליט״א.

קען איינער ברענגן די ''סדר ימי ראש השנה המשולש''?

בן פרצי » מיטוואך יאנואר 16, 2019 7:11 pm

· #422567
ליטוואק פון בודאפעסט
בן פרצי
און ער האט אליין באצאלט די שאדן.


פון זיין שווער פארדינטע געלט? אדער פון זיין מצומצמ׳דיגע הוצאות הבית, וואס צוליעב דעם האט ער יענער נאכט נישט געגעסן קיין וועטשערע?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

קודם כל צו ס'געפעלט דיך יא צו נישט, א רבי האט א שווערע שווערע ארבעט, אנגעפאנגן פון הערן צרות פון יודן א גאנצע טאג און געענדיגט ביים זיין משועבד צום עולם / עול פון מוסדות אא"וו (פארן בעלזער רב קענסטו מוסיף זיין אויך מוסדות פון בעלי תשובה כדוגמת ישיבת תורה ואמונה, ארגוני צוהר, הידברות, שורשים ועוד).
אבער סתם אזוי געפעלט מיר ווי דו אלס קאווע שטיבל שטיפער וואס פילט אן דעם טאג מיט פאליטיק און קינדערישע שטותים און נערישקייטן, פונקט דו שעמסט דיך נישט צו רעדן.

אגב, אז דו ווילסט רעדן פון זיינע הוצאות הבית, ס'איז נישט קיין קונץ צו קוקן אויף 10 יאר און פון דעם מאכן א ברייטל, יארן לאנג האט ער געוואוינט אין אפארמענט בילדינג א קליינע לעכל, אפילו א נארמאלע coat closet האט ער נישט געהאט דארט. אבער ס'איז א שאד זיך צו טענה'ן מיט דיר, שנאתך מקלקלת את השורה.

בן פרצי » מיטוואך יאנואר 16, 2019 7:13 pm

· #422568
איסר האטלקי
זייער שיין פונעם רב, אבער וויאזוי ווערט א מציבה צוקוועטשט ווען מ'שטופט זיך נעבן דעם? ס'איז נישט קיין אמעריקאנער שטייעדיגע מציבה.

ס'איז נישט אזוי ווי די אמערקאנער, אבער ס'איז אויך נישט אזויווי די געווענליכע אר"י'דיגע מצבות, די מצבות ביי די חלקת הרבנים אויף הר המנוחות איז ארומגענומען מיט 4 ווענט שטייעדיג.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יאנואר 16, 2019 7:18 pm

· #422571
בן פרצי

אגב, אז דו ווילסט רעדן פון זיינע הוצאות הבית, ס'איז נישט קיין קונץ צו קוקן אויף 10 יאר און פון דעם מאכן א ברייטל, יארן לאנג האט ער געוואוינט אין אפארמענט בילדינג א קליינע לעכל, אפילו א נארמאלע coat closet האט ער נישט געהאט דארט. אבער ס'איז א שאד זיך צו טענה'ן מיט דיר, שנאתך מקלקלת את השורה.

זייער שיין. וואס האט עס מיט די געלט וואס ער האט יעצט ארויס געגעבן? עס האט אים עפעס געקאסט? זיין קעשענע איז געווארן לייכטער צול6יעב דעם?

און דאס האט גארנישט מיט בעלזא. ווען איך הער פון דער ׳עמוד הצדקה׳ דער סאטמארער רב, זאג איך די זעלבע. קיין טאג נישט געארבעט און קיין דאללאר נישט געפעלט ביי אים, אבער ׳עמוד הצדקה׳? א יונגערמאן וואס גיבט און ממילא האט ער ווייניגער, דאס איז צדקה. דער סאנזער רב האט געלעבט בדחקות, הגם ער האט נישט פארטיילט זיין אייגענעם געלט. ער וואלט עס געקנט נוצן פאר זיך, און ער האט נישט. אבער סאטמאר? גארנישט. וכ"ה ביי נדבות לצדקה פון דער סקווערער רבי, ועוד.

בן פרצי » מיטוואך יאנואר 16, 2019 7:39 pm

· #422581
ווער האט געזאגט ס'האט צו טוהן, האסט פרובירט צומאכן ליצנות כאילו די רבנים זיצן אויפן קויטש און קייען פאפיטעס און ס'פליסט זיי געלט (ס'איז דא אזעלכע, אבער נישט קיין סאך), דאס איז די גאנצע.
און לגופו של ענין, רוב קהילות בישראל מוטשען זיך צו ענדיגן די באדזשעט פון זייער מוסדות, און יעדע דולר איז ביי זיי טייער.

אבער איך מיין אז דו האסט נישט פארשטאנען וואס איך האב געוואלט ארויסברענגן מיט די מעשה, כ'האב נישט גערעדט יעצט פון קיין עמודי צדקה בדורנו, מ'קען מיינען וויפיל קאסט צו פאררעכטן א מצבה, וואס איך האב געוואלט אנמערקן איז, אז בעלזער רב האט געשפירט אחריות אויף וואס ס'איז געשען, און מתוך מענטשליכקייט האט ער נישט ממשיך געווען ביז ער האט זיכער געמאכט אויסצוצאלן צו פאררעכטן די מצבה.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יאנואר 16, 2019 7:44 pm

· #422586
האסט קאמפלעקסן און דו האסט אריין געלייגט כוונות ביי מיר

איש חזון » מיטוואך יאנואר 16, 2019 9:04 pm

· #422608
בן פרצי
ליטוואק פון בודאפעסט

ס'איז א שאד זיך צו טענה'ן מיט דיר, שנאתך מקלקלת את השורה.

איך דינג זיך מיט דיר, לדעתי איז דער פראבלעם אסאך אסאך ערגער
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19