נייעס אין סאטמאר (מהר"יי)
750 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12038
לאקשיין שרףלאקשיהודי פשוטהרב לאקש איז ממש אונטער שטעליג...
רבינו הקדוש האט שוין כמעט נישט געטראפן וועמען צו באזוכן....
די ווייסט אויך וויפל די רבי האט באקומען פון עם?
למעשה וואס איז פשט פון די באזוך? פלעין געלט? וואס האבן זיי discussed?
געלט איז "פלעין"?
המממ..
וואס איז מיט כח הפועל בפיפעל??
דאס איז ווען ער נעמט ווען די געלט פאר זיך
פאר וועם גייט די געלט?
נישט פאר די סאטמאר'ע מוסדות
פאר וועם יא?
אויב די האסט באמערקט איך שרייב קיינמאל נישט קיין זאכן וואז איז נישט פאר די פאבליק למשל די מיטינגס וכדו'
דעס גייט אריין אין די קאטעגאריע
יישר כח פארן זאגן אז דו ווייסט נישט. כל טוב.
א גוטע נאכט
אינטערעסאנט צוצוצייכענען אז ר' יאשיהו פינטו האט א בן יחיד וואס הייסט יואל
א באנדע אפיקורסים דא...
חסידים ואנשי מעשה ווייסן שוין לאנגע יארן אז רבינו איז גאר שטארק פארקאכט אינעם הייליגן זוהר, אזש אז ס'קומט אן די געהויבן טעג איידער די יומא דהלולא קדישא פון התנא אלקי רבי שמעון איז רבינו ממש נישט בעלמא הדין, ער שוועבט אין די העכערע ספערן, ומראהו כמראה הקשת ביום ענן. ( בפרט איידערן טעגליכן פרישטאג מאלצייט) רבינו לערענט נאכאנאנד בדחילו ורחומו די הייליגע אידרות פון פרשת נשא און פון האזינו, וואו רבי שמעון איז מגלה גאר הייליגע סודות איבער די הייליגע ספירות פון אדם קדמון. וואס אין אלגעמיין טאר מען ניטאמאל רעדן דערפון, ווי רבי שמעון זעלבסט באטאנט דארט אל תלך בגדולות ובנפלאות ממך....
געהויבנע חסידים ואנשי מעשה ווייסן אפילו צו פארציילן בסודי סודות, פון א העלישע הימלישע פייער וועלעכע נעמט ארום בית רבינו, אין די דיזע הייליגע ליכטיגע נעכט ווען רבינו איז עוסק ברזין דרזין אין די דאזיגע הייליגע סודות התורה, גענוי ווי ס'האט זיך ווירקליך אפגעשפילט ביי רבי שמעון, ווען ער האט דאס מגלה געווען איידער זיין פטירה.
און ווען רבינו שטאלפערט זיך אין אומפארשטענדליכע זאצן אינעם זוהר, פרעגט אן דאס פשט דערפון פון הרה''ק המקובל אלקי רבי יודא צבי וויינשטאק שליט''א, וואס שמ'ט אין דער גאנצער וועלט פאר א צדיק נסתר און אלס א בקי נפלא אין די קליינע פארבאגענע אותיות. און ווען הקדוש רבי יודא צבי פארשטייט אויך נישט עברי, פרעגט רבינו אן דעם משיג נ' שערי בינה בדורינו זעלבסט, הרה''ק המקובל רבי יצחק כוכב שליט''א ( המכונה בשם קדשו רבי יצחק שטערן שליט''א)
אצינד האט זיך געמאכט א זעלטענעם אויסנאם פאל, נעמליך, רבינו האט זיך פארהאנקערט אין גאר שווערע עברי אינעם זוהר, און אפילו די אויבענדערמאנטע הייליגע מקובלים רבי יודא צבי מיט חכם הכוכבי האט דאס נישט געקענט באשיידן, ותתפעם ריחו של רבינו (מיט צוויי ת' ווארום דער חלום זעלבסט איז ווארשיינליך אויך פארגעסן געווארן, גנוי ווי ביי נבוכנצר דער גרויזאמער) אלזא מ'האט איינשטימיג באשלאסן זיך צו ווענדן צו חכם יאשיהו אז ער זאל באשיידן דעם פארגעסליכן חלום.
הדבר יצא מפי המלך... רָצִים בַּסּוּסִים... די רֹכְבֵי הָרֶכֶשׁ הָאֲחַשְׁתְּרָנִים בְּנֵי הרמכים... יוצאים מבוהלים ומדחפים.... די שווארצע מאכטפולע שרעק-אנווארפנדע יוקאנס, האט זיך מיט אן אויסטערלישער געאיילעניש, און שרייענדע סירנעס אנגעהויבן צו שמייסן מיט א געאיילעניש צום וויליאמסבורג בריק, די בריק וועלכע איז שוין פילייכט נתקדש געווארן בקדשתו של רבינו הקדוש זי''ע, דורך די הייליגן תשליך וואס רבינו הקדוש זי''ע האט מידי שנה בשנה געזאגט אויף דיזע הייליגער בריק...און פון דארט האט מען גענומען דעם מערב-זייט-שאסיי ביז די מייעסטעטישע מאטערקאדע, ואל צבאם דער קרוין פון אונזער קאפ, רבינו. איז ענדליך ערשינען צום קעניגליכן פאלאץ פון חכם יאשיהו אינעם סאמען טבור פונעם מאנהעטטן אינזעל....
ווען איר וועט אנעלעזירן די הייליגע בילדער ( פעך, פוי, טמא, ארונים, רשעים... וכו, וועלכע זענען מאוס און משוקץ בעיני רבינו. גענוי ווי די במות פאר גאט.) וועט זיך באשיינפערליך אנטפלעקן פאר אייך, המראה אשר חזה יחזקאל בן בוזי הכהן על נהר כבר, דעם גענויען כראנאלאגישע סדר פונעם דאזיגען הייליגען פארצדיגער געשעניש.....
רבינו יסוד העולם... גילה מדרש הנעלם... יכול לפטור העולם אדונינו בר משהניו....
@קאךלעפל .איך ווייס נישט פינקטליך וואס דיין פראבלעים איז. באט קוקט אויס עפעס באדערט דיך זייער שטארק.
<a class="postlink" href="https://drive.google.com/open?id=1MROMPtGoVljtpDM-XL5mpVIDOEU1qFxG">https://drive.google.com/open?id=1MROMP ... IDOEU1qFxG</a>
<a class="postlink" href="https://drive.google.com/open?id=1xvrY15yh3jQx7DYUIJhwO4xjGHFFfFH4">https://drive.google.com/open?id=1xvrY1 ... xjGHFFfFH4</a>
Re: נייעס אין סאטמאר (מהר"יי)
געווענדליך שרייב איך נישט אנליין, אבער.........
וואס איז די מעשה מיט די קאסקעטלעך זייערע? אפשר קענען מיר אלע איבערטוישען צו יענער סארט.
דער עיקר שאלה איז, וועלכע שפראך האבען זיי גערעדט צוזאמען אן א דאלמעטש? אונגאריש?
צוגרייטונגען צום מעמד יציקת הבורות קימענדיגע זונטאג אין בלומינגראוו
📎 1.jpg 📎 2.jpg 📎 3.jpg
אמת ויציב ונכון@קאךלעפל .איך ווייס נישט פינקטליך וואס דיין פראבלעים איז. באט קוקט אויס עפעס באדערט דיך זייער שטארק.
זיכער באדערט מיך עפעס...
דער עולם אנערקענט נישט די ריכטיגע גדלות פון רבינו... מ'זאגט אז רבינו מיט זיינע לעלוס זענען געפארן באזוכן חכם פינטו פאר גשמיותדיגע אורזאכן ווי געלט, בילדער אד''ג....
אין דער צייט ווען מיר די ריכטיגע חסידים פון רבינו ווייסן דער ווירקליכער אורזאך......
קאך_לעפלאמת ויציב ונכון@קאךלעפל .איך ווייס נישט פינקטליך וואס דיין פראבלעים איז. באט קוקט אויס עפעס באדערט דיך זייער שטארק.
זיכער באדערט מיך עפעס...
דער עולם אנערקענט נישט די ריכטיגע גדלות פון רבינו... מ'זאגט אז רבינו מיט זיינע לעלוס זענען געפארן באזוכן חכם פינטו פאר גשמיותדיגע אורזאכן ווי געלט, בילגער אד''ג....
אין דער צייט ווען מיר די ריכטיגע חסידים פון רבינו ווייסן דער ווירקליכער אורזאך......
משוגע געשמאק
אויסער געווענדליךגעווענדליך שרייב איך נישט אנליין, אבער.........
וואס איז די מעשה מיט די קאסקעטלעך זייערע? אפשר קענען מיר אלע איבערטוישען צו יענער סארט.
דער עיקר שאלה איז, וועלכע שפראך האבען זיי גערעדט צוזאמען אן א דאלמעטש? אונגאריש?
אמת ויציב ונכוןאויסער געווענדליךגעווענדליך שרייב איך נישט אנליין, אבער.........
וואס איז די מעשה מיט די קאסקעטלעך זייערע? אפשר קענען מיר אלע איבערטוישען צו יענער סארט.
דער עיקר שאלה איז, וועלכע שפראך האבען זיי גערעדט צוזאמען אן א דאלמעטש? אונגאריש?
שוין העכסט צייט. גראדע נישט געוויסט אז סאיז דא א עדה אידן דא לאקאל וואס גייען אזוי
קונטרס חידושי תורה שנאמרו
ע"י כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א.
פרשת תזריע מצורע שנת תשע"ח.
פרשת אח"ק שנת תשס"ח, תשע"ב, תשע"ז.
<a class="postlink" href="https://drive.google.com/open?id=1qiZD2R5eUlovmcnerijssypahS4Af4tB">https://drive.google.com/open?id=1qiZD2 ... pahS4Af4tB</a>
📎 photo_2018-04-27_11-52-37.jpg
לאקשקונטרס חידושי תורה שנאמרו
ע"י כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א.
פרשת תזריע מצורע שנת תשע"ח.
פרשת אח"ק שנת תשס"ח, תשע"ב, תשע"ז.
<a class="postlink" href="https://drive.google.com/open?id=1qiZD2R5eUlovmcnerijssypahS4Af4tB">https://drive.google.com/open?id=1qiZD2 ... pahS4Af4tB</a>
רזין דרזין, רבינו זאג דאך אזוי געשמאק....
אשרינו....
קאך_לעפללאקשקונטרס חידושי תורה שנאמרו
ע"י כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א.
פרשת תזריע מצורע שנת תשע"ח.
פרשת אח"ק שנת תשס"ח, תשע"ב, תשע"ז.
<a class="postlink" href="https://drive.google.com/open?id=1qiZD2R5eUlovmcnerijssypahS4Af4tB">https://drive.google.com/open?id=1qiZD2 ... pahS4Af4tB</a>
רזין דרזין, רבינו זאג דאך אזוי געשמאק....
אשרינו....
דאס מיז שוין זיין די רבי פון די אנדערע פארטיי אליינס...... ממש סזאל אזוי שטארק וויי טוען יעדע זאך פונעם ברודער?!?!?
וועלקאם @אמת וואס איז אהער געקומען אפשלאגן @קאך לעפל'ס ווארימע דיבורים.....
טו עס כאטש אויף זיין וועג
עס איז פיל געשמאקער
גאנצלוועלקאם @אמת וואס איז אהער געקומען אפשלאגן @קאך לעפל'ס ווארימע דיבורים.....
טו עס כאטש אויף זיין וועג
עס איז פיל געשמאקער
איך שלאג נישט אפ זיינע ווערטער.איך טריי נאר צו זעהן וואס ליגט אונטער דעי דברי כיבושין
אקעי בעסער....
עס ליגט לכוארה גאנץ פשוט ער טוט דאס פאר אונטערהאלטונג..... און אטע דא האט ער געטראפן א פלאץ געאייגענט דערפאר
גאנצלאקעי בעסער....
עס ליגט לכוארה גאנץ פשוט ער טוט דאס פאר אונטערהאלטונג..... און אטע דא האט ער געטראפן א פלאץ געאייגענט דערפאר
איך פארשטיי אבער נישט וואס סהאט מיט נייעס און סאטמאר. גיימיר עפענען א אשכול אונטערהאלטונג ביים קאך לעפל......
מ'דארף נישט עפענען קיין נייע ס'איז שוין פארהאן.......
קומעדיגע זונטאג אמור פסח שני, וועט פארקומען א מעמד יציקת הבורות להמקוה שע"י בית מדרשינו החדש אין בלומינגראוו 4:00 בשטח בנין בית מדרשינו החדש, בהשתתפות רבני ודייני קהילתינו הק' ובראשם כ"ק רבינו שליט''א
📎 photo_2018-04-27_16-43-55.jpg
וויכטיגע אנווייזונגען אין בעפארגרייטונג צום מעמד יציקת הבורות אין בלומינגראוו קומעדיגע זונטאג בהשתתפות רבינו שליט''א.
📎 photo_2018-04-27_19-10-42.jpg
פרייטאג ערש"ק אחרי קדושים:
די רבי האט געלייגט תפילין היינט פאר הבחור בן ר' חיים וואלף היימאן.
די רבי וועט אריינקומען צום טיש 11:30 אין ביהמ''ד הג'.
א גוט שבת.
<a class="postlink" href="https://drive.google.com/open?id=1nKREfNrMHQGMi9xJUMjMS9cP13Q4YLzt">https://drive.google.com/open?id=1nKREf ... cP13Q4YLzt</a>
איך קען נישט כאפן אויב א זאלי אדער ארויני האט צאמגעשטעלט דעם ניגון מיטן קליפ... מסתמא א פינטאי...
לאקשקונטרס חידושי תורה שנאמרו
ע"י כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א.
פרשת תזריע מצורע שנת תשע"ח.
פרשת אח"ק שנת תשס"ח, תשע"ב, תשע"ז.
<a class="postlink" href="https://drive.google.com/open?id=1qiZD2R5eUlovmcnerijssypahS4Af4tB">https://drive.google.com/open?id=1qiZD2 ... pahS4Af4tB</a>
חבר היקר לאקש
מיר ווארטן בכליון עינים אויף די פלאמפייערדיגע שלשסעודות תורה פון די וואך (נאר אויב עס מעג געהערט ווערן)
לאקש
פין "לאקש" זעהט מען אז אין זלמן לייב'ס שטוב דרייעט זיך איינער וואס האט נישט די הייליגע פילטער "משומר"
אמת ויציב ונכוןאויסער געווענדליךגעווענדליך שרייב איך נישט אנליין, אבער.........
שוין העכסט צייט
ריכטיג, שוין העכסט צייט אז הרב 'אויסערגעווענליך' זאל יא אנהייבן שרייבן אנליין רעגלמעסיג!
calculatorפין "לאקש" זעהט מען אז אין זלמן לייב'ס שטוב דרייעט זיך איינער וואס האט נישט די הייליגע פילטער "משומר"
נישט מוכרח, זיי האבן דארטן מערערע "שבת גויים" מיט וועמען מען באנוצט זיך אין אזעלכע וויכטיגע צייטן, ווי מעלדן וועמען דער רבי האט מנחם אבל געווען און וועמען דער רבי האט געלייגט תפלין וכדו'.
Re: נייעס אין סאטמאר (מהר"יי)
לצורך פרנסה האט מען אים מתיר געווען קאווע שטיבל.
אונטער חכםלצורך פרנסה האט מען אים מתיר געווען קאווע שטיבל.
זעט אויס אז דאס איז זיין דזאב!
טייערע ידיד רבי לאקש.
אל תיפול רוחך, ואל תסתיר פניך, מפני הני אנשי דלא מעלי, שמציקים אותך.
צום באדויערן זענען די היינטיגע גענעראציעס וועלכע לעבן אצינד בעקבתא דמשיחא, א ווירקליכע דור עקש ופתלתל, אין פולן זינען ווארט. אזש מאנכע יונגאטשען נערים המנערים מאמונת צדיקים, טרויען זיך מיט א אויסנאמליכען פרעכהייט אפצולאכן און אפצוחוזק'ן מכל הקודש לנו, הויפזעכליך פון רוח אפינו משיח השם אשר אמרנו בצילו נחיה בגוים, רבינו שליט''א. אוי ואבו... במסתרים תבכה נפשינו, אזש ס'לאזט זיך גאר נישט טרייסטן.
אבער מיר די שרידים אשר ה׳ קורא, די געציילטע אודים המוצלים מאש הליצנות של צדיקי אמת וואס בושעוועט היינט אין די טמאנע גאס ווי א שטירן-אפפאל זאווערוכע , האלטן זיך ווייטער פעלזן פעסט מיט רבינו. מיר שרעקן זיך נישט פאר די בני חושך וועלכע האבן זיך נאכנישט געפענט די אויגן און געהאט די זכיה איינצוזען די אויסטערלישע הייליקייט און ליכטיקייט פון רבינו ומשפחתו השם ירום קרנם בכבוד במהרה. ובפרט פון הוד קדושת הגאון מסיגוט שליט''א.
מיר קלאמערן זיך ווייטער מיט ציין אין נעגל צו פארבלייבן דבוק אין רבינו ובנו ההקדוש מסיגוט, כיתד אשר לו תימוט מעולם ועד עולם.
דעריבער אל תירא ואל תחת השם עמנו ויקתואל עבדו עמנו. אל תמנע טוב מהמאמינים ברבינו באמת ובתמים, וחפצים לראות ולשמוע מהנעשה ונשמע בחצרות קדשינו ותפארתינו. דיינע הייליגע ראפאטאזשן און נאכאנאנדע באריכטען איבער די געשענענישן בבית רבינו שהוא בית חיינו, זענען ביי אונז מאמינים ברבינו ובנו, ווי באלזאם אויף אן אפענעם וואונד, דעריבער במטותא ממך לאז נישט נאך און זיי ממשיך ביתר שאת וביתר עוז.
זאלן די שונאים פון רבינו פלאטצן ליינענדיג ווי די פארציילסט וועכנטליך מיט אזא אויסטערלישער התרגשות דקדושה, ווי אזוי דער בנש''ק רבי יעקל שמשון איז געגאנגען הגבה, און ווי הרה''ח רבי משה וואלף קליין שליט''א האט אויפגעהויבן די בעכער פאר רבינו....
שב"ק פרשת אח"ק בצל הקודש:
ערב שבת איז די רבי אריינגעקומען צו מנחה אום 8:15 אין צוגעגאנגען צום עמוד.
צו קבלת שבת אין צוגעגאנגען הרה"ג ר' יעקב חנון פון ירושלים.
צום טיש איז די רבי אריינגעקומען אום 11:30, מיט אשת חיל האט די רבי מכבד געווען נכדו הב' יעקב בער ראזענבערגער בן הגה''צ ר' יצחק שליט''א חדב"ן,
הגה''צ ר' אהרן שליט''א האט אויסגעהויבן די כוס צו קידוש.
מיט זמירות האט די רבי מכבד געווען,
כל מקדש: הרה''ג ר' יואל שווארץ ראש כוללני אין אנטווערפן.
מנוחה ושמחה: ר' אלימלך ווערצבערגער.
קה אכסוף: ר' אלישע רובין מנהל בישיבה גדולה נכד רבינו הק' זי"ע בעל ברך משה.
קה רבון: ר' אליעזר וויזעל.
לקל אשר שבת: ר' שלמה ניסן דאמפ.
ברהמ"ז האט די רבי מכבד געווען חדב"ן הגה''צ ר' אלחנן חיים פילאפ שליט''א,
דערנאך האט די רבי געטיילט פירות אין געטאנצן 'אז ביום'.
שבת צופרי איז די רבי אריינגעקומען צו שחרית אום 9:45,
צו פסוקי דזמרא איז צוגעגאנגען ר' הערשל לויפער,
די רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית,
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן
הוצאה והכנסה: ר' חיים אליעזר שטויבער פון קרית יואל,
כהן: הרה''ג ר' יואל שווארץ ראש כוללני אין אנטווערפן,
אנאנים: ר' מרדכי זעליג מאנן,
שלישי: החתן ב"ר אהרן גבריאל הויער,
רביעי: ר' אביש וויינבערגער,
חמישי: ר' אהרן גבריאל הויער,
שביעי: ר' משה מאיר גראס,
הוספות: ר' אייזיק ראזענבערג,
ר' משה וואלף גליק לרגל הולדת הבת,
ר' יודל לערנער,
ר' משה יצחק שטויבער לרגל הולדת הבן,
ר' חיים ארי' פירטה,
אחרון: ר' אביגדור יודא ראזענבערג,
מפטיר: ר' וואלף פריעדמאן,
הגבה: ר' ליפא גראס פון קרית יואל,
גלילה: ר' טובי הויער פון קרית יואל,
צו מוסף איז צוגעגאנגען ר' וואלף פריעדמאן,
נאך מוסף איז די רבי אריין צו די קידושים אין פאליש.
צו מנחה איז צוגעגאנגען ר' ליפא קרויס,
כהן: די רבי'ס אייניקל הרב שמואל מאיר גלאנץ,
אנאנים: ר' יואל טירנויער,
שלישי: ר' מענדל וואלערשטיין
גלילה: ר' משה שמעון מאליק,
ביי שלש סעודות האט די רבי מכבד געווען מיט אודה: ר' שאול פערלשטיין ראה"ק ד'קהילתינו,
שיר המעלות: ר' חיים שלמה ווערטהיימער.
זונטאג אמור:
פארגאנגענע מיטוואך נאכט זענען אריין צום רבי'ן די גבאי קודש פונעם חבורה 'ירושת הצדיק' אין ישיבה לצעירים, לרגל התחלת ספה"ק ויואל משה. דער רבי האט אויסגעהערט אלע פרטים פונעם חבורה, און דערנאך אנגעוואונטשען ברכות הקודש.
היינט זונטאג אינדערפרי פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים, בן ר' יואל בער ברייער, און בן ר' אליעזר ברוך אייזענבערג, אדמיניסטראטער מוסדותינו הק' אין בלומינגבורג.
פארמיטאג אויפן וועג ארויס קיין בלומינגראוו האט דער רבי באזוכט אין קאלאמביע שפיטאל ווי דער רבי האט מבקר חולה געווען כ"ק דער ראש בית דין שליט"א אין נאך אנ"ש.
אום 6:00 איז די רבי אנגעקומען אין בלומינגראוו צום מעמד יציקת הבורות, צום ערשט האט די רבי געגאסן די יסוד, דערנאך האט געגאסן הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א, הרה"ג ר' ארי' ראזענפעלד שליט''א דומ"ץ ד'קהילתינו קרית יואל, הרה"ג ר' יצחק מרדכי מייזעלס אב"ד מאורות נתן, הרה''ג אב"ד סעליש ק"י, ר' אברהם בער יאקאבאוויטש סגן ראה"ק ד'קהילתינו, און נאך.
דערנאך האט זיך די רבי ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע טאנץ מיט די גאנצע ציבור פאר א לענגערע צייט,
דערנאך איז פארגעקומען די מסיבת לחיים בבית ר' מענדל ראזענבערג ווי די רבי האט אויפגעטרעטן מיט דברת קודש, דערנאך האט אויפגעטרעטן די בעל אכסניא ר' מענדל ראזענבערג.
די רבי האט געדאווענט מנחה אין די אכסניא בבית ר' מענדל ראזענבערג, בעל תפילה איז געווען ר' וואלף בער לעווי.
נאך מנחה זענען אריין פריוואט צום רבי'ן אלע אנ"ש תושבי בלומינגראוו, ווי יעדער האט אונטערגעשריבן שטרות צו געבן $10.000 פאר קרן הבנין.
דערנאך איז די רבי געגאנגען באזוכן הרה''ג ר' יצחק מרדכי מייזעלס אב"ד מאורות נתן, דערנאך איז די רבי געגאנגען באזוכן די ביהמ''ד מאורות נתן די רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די כשרות אין די מקוה,
אין ביהמ''ד מאורות נתן האט זיך די עולם געזעגנט פון די רבי, די רבי האט איבערגעלאזט הויפענעס חיזוק.
אויפדערנאכט האט די רבי באשיינט די דינער לטובת כולל שומרי החומות צדקת רבי מאיר בעל הנס, אין די זאלן פון עידען פעלעס.
דינסטאג אמור:
נעכטן מאנטאג איז די רבי געווען אין קרית יואל ביי די ברית לבן הנולד אצל ר' חיים יושע פליישמאן אין ביהמ''ד הג', אין ביי די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל כהנא בבית הרה"ח יודל כהנא, די רבי איז מכובד געווארן מיט סנדקאות אין ברכות.
נאך די ברית'ן איז די רבי געווען בבית ר' מענדל שווימער ראה"ק ד'קהילתינו קרית יואל ווי נגידים זענען אריין געבן געלט פאר מוסדותינו הק'.
היינט אינדערפרי האט די רבי געלייגט תפילין פאר הבחור בן ר' אברהם יושע פרענקל,
נאכ'ן דאווענען איז די רבי געווען אין קרית יואל ביי די ברית לבן הנולד אצל הרה"ג יקותיאל הערש יאקאבאוויטש מנהל רוחני במוסדותינו אין קרית יואל, די רבי איז מכובד געווארן מיט סנדקאות אין ברכות.
נאכמיטאג האט די רבי מנחם אבל געווען די משפחה פון הרה"ח הערשל פלאם ע"ה, אין די משפחה פון הרה"ח אברהם פנחס ברוך אייזדארפער ע"ה.
דערנאך האט באזוכט בײ רבינו שליט''א הגאון רבי חיים פלאהר ראש הכולל זכרון מנחם אין מאנסי.
אויפדערנאכט איז געווען ביי רבינו שליט''א די קאנדידאט שמחה אייכנשטיין וואס לויפט פאר אסעמבלימאן אין בארא פארק מיט העסקן ר' משה דוד נידערמאן, די רבי האט אים אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דערנאך האט באזוכט בײ רבינו שליט''א, אב"ד קוממיות פון ארץ ישראל.
וועד האש"ל דקהל יטב לב עפענט אירע טויערן פאר אנ"ש איבער די וועלט וועלעכע ווילן קומען מיטהאלטן די געהויבענע יום טוב שבועות, בצל הקודש פון כבוד קדושת מרן רבינו שליט"א,
צום בעפארשטייענדיגן יום טוב האט די וועד האש"ל, אהער געשטעלט א גאר סאסיפקעטאר סיסטעם צו פארמיטלן צווישן תושבי וויליאמסבורג וועלעכע קענען אריינעמען געסט אדער אוועקגעבן אדער פארדינגן דירות אין וויליאמסבורג,
מען קען אנקומען צום וועד האש"ל אפטיילונג דורכן רופן מערכת סאטמאר 718-831-7000 דערנאך דריקט 1-9.
📎 photo_2018-05-02_17-46-39.jpg
ל"ג בעומר: דאנערשטאג נאכמיטאג וועט פארקומען א סעודת הילולא רבתי לכבוד התנא רבי שמעון, באולם שטערן אין אתרא קדישא מירון, בראשות הגה''צ אב''ד ד'קהילתינו ירושלים שליט''א.
📎 photo_2018-05-02_17-49-03.jpg
ל"ג בעומר: אין קרית יואל וועט פארקומען מיטוואך נאכט א סעודת ל"ג בעומר אין ביהמ''ד הג' בראשות הגה''צ ר' יואל בן רבינו שליט''א.
📎 photo_2018-05-02_17-49-51.jpg
ל"ג בעומר: אין ירושלים וועט פארקומען מיטוואך נאכט א מעמד הדלקה לכבוד התנא האלוקי רשב"י זי"ע בראשות הגה''צ אב''ד ד'קהילתינו ירושלים שליט''א.
📎 photo_2018-05-02_17-51-00.jpg
ירושלים:
📎 photo_2018-05-02_17-46-24.jpg
ל"ג בעומר: אין ביהמ''ד ד'קהילתינו אין לעיקוואד קומט היינט נאכט פאר א סעודת ל"ג בעומר, בראשות הגה''צ ר' אלטר גלאנץ שליט''א חדב"ן.
📎 photo_2018-05-02_20-20-11.jpg
לאקשצום בעפארשטייענדיגן יום טוב האט די וועד האש"ל, אהער געשטעלט א גאר סאסיפקעטאר סיסטעם
א גאר וואס????
שבת צופרי איז די רבי אריינגעקומען צו שחרית אום 9:45,
צו פסוקי דזמרא איז צוגעגאנגען ר' הערשל לויפער,
די רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית,
וואס איז די מעשה פארוואס רבינו האט זיך אזוי פארשפעטיגט? איז רבינו געווען מחוסר הכנה? דאס איז די אורזאך פארוואס די ארומיגע האבן זיך עטוואס אפגערוקט מאחורי רבינו?
וועד האש"ל דקהל יטב לב עפענט אירע טויערן פאר אנ"ש איבער די וועלט וועלעכע ווילן קומען מיטהאלטן די געהויבענע יום טוב שבועות, בצל הקודש פון כבוד קדושת מרן רבינו שליט"א,
[b]
צום בעפארשטייענדיגן יום טוב האט די וועד האש"ל, אהער געשטעלט א גאר סאסיפקעטאר סיסטעם צו פארמיטלן צווישן תושבי וויליאמסבורג וועלעכע קענען אריינעמען געסט אדער אוועקגעבן אדער פארדינגן דירות אין וויליאמסבורג,
מען קען אנקומען צום וועד האש"ל אפטיילונג דורכן רופן מערכת סאטמאר 718-831-7000 דערנאך דריקט 1-9. [/b]
דער עולם גיבט איבער אז ס'איז ב''ה דא אן אבנארמאלע איבערפלוס פון דירות אין וומ''ס, דער עולם דארף זיך אינגאנצן נישט יאגן זיך איינצוהאנדלן א דירה. מאנכע שקצים הענגן דאס אן צוליב דעם וואס האלב וויליאסבורג פארט ארויס צו עפעס א שטעטל וואס געפונט זיך צופוסנס פון די מייעסטעטישע קעסקילס בערג.... רשעים ארורים.
זאלן אלע קללות פונעם אפגעוועשטן קאווע שטיבל בלעם, דער בעל הגלה, פאלן אויף זייער קעפ....
לאקש
צום טיש איז די רבי אריינגעקומען אום 11:30 מיט אשת חיל.