נייעס אין סאטמאר (מהר"יי)
750 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12038
יין שרףלאקש
הגבהת הכוס צו קידוש, הרה"צ רבי אהרן
אינטרעסאנט..
וואס איז אינטערעסאנט
לאקש? רבינו איז איינגעשלאפן? מיט ווארטן מיט אומגעדולד אויף א רעפאטאזש וואו און ווען רבינו איז געגאנגן הכנות....
דאנערשטאג שמיני:
יומא דהילולא קדישא פון רבינו הק' זי"ע בעל ברך משה:
די רבי איז אריינגעקומען צו מערב דינסטאג 9:15 אין ביהמ''ד הג' די רבי האט געצינדן ליכט און צוגעגאנגען צום עמוד, נאך מערב האט זיך די רבי געוואשן צו די סעודת הילולא, מיט מכתם לדוד האט די רבי מכבד געווען הרה"ג ר' אהרן מייזליש בן הגה''צ אב''ד ד'קהילתינו מאנטריאל שליט''א נכד בעל הילולא, דערנאך האט די רבי געזאגט דברות קודש, דערנאך האט מען געזינגען אני מאמין אין די באקאנטע חמול ניגון וואס מען האט געזינגען ביים בעל הילולא, מיט בענטשן האט די רבי מכבד געווען אחיו הגה''צ אב''ד זענטא שליט''א.
מיטוואך צופרי פאר שחרית איז פארגעקומען א סדר לימוד רבתי פאר אברכי הכולל ולבחורי הישיבה בהשתתפות רבינו, די רבי האט געמאכט א סיום משניות אין געזאגט קדיש.
אום 8:15 איז די רבי אריינגעקומען צו שחרית פאר'ן דאווענען האט די רבי געלייגט תפילין פאר הבחור בן הרבני הנגיד ר' שמואל ישעי' פריעדמאן פון מאנסי און פאר הבחור בן ר' יעקב אליעזר כ"ץ, די רבי האט געצינדן ליכט און צוגעגאנגען צום עמוד.
אום 11:30 איז די רבי ארויף צום ציון אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבת אברכים אין בעלי בתים, בעל תפילה ביי תהילים איז געווען הרה"ח ר' מרדכי דוד ווידער משב"ק ביים בעל הילולא מען האט געזאגט פון קאפיטל צ' ביז ק"ז אין געזאגט קדיש, דערנאך האט די רבי פארגעלערנט משניות פרק ז' מס' מקוואות אין געזאגט קדיש אין זיך משתתח געווען אויפן ציון אין געליינט קוויטלעך א לענגערע צייט.
נאכ'ן עלי' לציון האט די רבי מנחם אבל געווען אין מאנסי הרה"ח ר' הערש אלימלך ווערצבערגער ראה"ק ד'קהילתינו אין מאנסי על פטירת אשתו, דערנאך האט די רבי מנחם אבל געווען די משפחה פון מרת יהודית אשת ר' דוד הויער ע"ה.
אום 7:30 האט די רבי געדאווענט מנחה אין ביהמ''ד ברך משה שע"י ביתו נאווה קודש די רבי האט געצינדן ליכט און צוגעגאנגען צום עמוד,
תיקף נאך מנחה איז פארגעקומען א סעודת הילולא דורך די קהילת ברך משה זענטא בהשתתפות רבינו עס האבן אויפגעטרעטן הגה''צ אב''ד זענטא שליט''א אין הגה''צ אב''ד ירושלים שליט''א.
אויפדערנאכט האט באזוכט ביי רבינו שליט''א אדמו''ר מ'וויזניץ מאנסי.
די משניות האט רבינו פארגעלערנט מיט ברטנורא אדער מיט פירוש המשניות פון רמב''ם?
קאך_לעפלדי משניות האט רבינו פארגעלערנט מיט ברטנורא אדער מיט פירוש המשניות פון רמב''ם?
מהרי"י האט געלערנט מיט פירוש המשניות, מהר"א האט פארגעלערנט סוגיא דמתוך, ווען אין די זייט איז געלעגן א גלעזל עפל סיידער.
ברטנורא
ב''ה... רבינו פארשיינט אונז מיט די הייליגע תורה... יחי המלך לעולם ועד....
קאך_לעפלדי משניות האט רבינו פארגעלערנט מיט ברטנורא אדער מיט פירוש המשניות פון רמב''ם?
און דו ווילסט אז ער זאל נאך שרייבן ווייל דו ווילסט האקען ליצנות פון אים????
סקרןקאך_לעפלדי משניות האט רבינו פארגעלערנט מיט ברטנורא אדער מיט פירוש המשניות פון רמב''ם?
און דו ווילסט אז ער זאל נאך שרייבן ווייל דו ווילסט האקען ליצנות פון אים????
אדרבה עפען פון מהר"א עס וועט זיין אסאך מער שטותים צו שרייבן
Re: נייעס אין סאטמאר (מהר"יי)
א פלא וויאזוי דער לאקש האט נאך געדולד צו שרייבן ווען דער איינציגסטער וואס ליינט דורך זיינע געשרייבעכצער איז קאך לעפל.
דאנערשטאג שמיני:
תלמידי ישיבה קטנה קרית יואל האבן אריינגעברענגט צום רבי'ן א גרױסע סכום פאר מפעל קרן ויואל משה, יעדע בחור איז אריין עקסטער צו געבן די סכום די רבי האט געגעבן פאר יעדע בחור א ספר על הגאולה אין געגעבן ברכת הקודש.
אויפדערנאכט איז די רבי געווען ביי די מסיבה לטובת מוסדות יטב לב בבית ר' יואל פעלדמאן.
הגה''צ אב''ד ירושלים שליט''א ביי די מסיבה
📎 photo_2018-04-13_01-00-51.jpg
אונטער חכםא פלא וויאזוי דער לאקש האט נאך געדולד צו שרייבן ווען דער איינציגסטער וואס ליינט דורך זיינע געשרייבעכצער איז קאך לעפל.
ס'איז דא וואס באדאנקען זיך אין אישי (אבער איך טו עס אן דעם אויך)
Re: נייעס אין סאטמאר (מהר"יי)
לאקשהגה''צ אב''ד ירושלים שליט''א ביי די מסיבה
צדיק
לאקשאונטער חכםא פלא וויאזוי דער לאקש האט נאך געדולד צו שרייבן ווען דער איינציגסטער וואס ליינט דורך זיינע געשרייבעכצער איז קאך לעפל.
ס'איז דא וואס באדאנקען זיך אין אישי (אבער איך טו עס אן דעם אויך)
שכוח רבי לאקש. מ'זעט אין חוש אז דער שטן פארלייגט זיך, און וויל פארשטערן פאר די מיליאנען קאווע שטיבל ליינער דעם אויסטרלישער הנאה-רוחני פון מיטצוהאלטן דעם צדיק מה פעל. דער קרירות וואס די היינטיגע יוגענטליכע האבן צו צדיקי אמת איז צום באדויערן א גראנדיעזער.
רבי לאקש אל תירא ואל תיחת השם עמך. גיי אן ווייטער מיט די הייליגע ארבייט, פארצייל אונז נאכאנאנד וואס רבינו עסט און טיט אין לויף פונעם גלות-לאנגן טאג, און ווי אויך די העפטיגע אקטיוועטעטן בחצרות קדשינו. זאלן די שונאים פלאצן.
לעבן זאל דער רעבע! לעבן זאל דער סיגוטער רב שליט''א, לעבן זאל די רעוועלוציע....
Re: נייעס אין סאטמאר (מהר"יי)
לאקשאונטער חכםא פלא וויאזוי דער לאקש האט נאך געדולד צו שרייבן ווען דער איינציגסטער וואס ליינט דורך זיינע געשרייבעכצער איז קאך לעפל.
ס'איז דא וואס באדאנקען זיך אין אישי (אבער איך טו עס אן דעם אויך)
איך ווייס נישט וועלכע ניקים עס באדאנקען זיך אבער שטארק מסתבר אז זיי געוויסע האבן בעיקר הנאה פון קאך לעפלס ווערטלעך, אזויווי מיר.
כ'בין מוחה... כ'מיין עס אמת'דיג....
אונטער חכםא פלא וויאזוי דער לאקש האט נאך געדולד צו שרייבן ווען דער איינציגסטער וואס ליינט דורך זיינע געשרייבעכצער איז קאך לעפל.
פארוואס פאלט דיר ביי אז נאר ער ליינט דאס? אבי גערעדט.
אינטערסאנטעראונטער חכםא פלא וויאזוי דער לאקש האט נאך געדולד צו שרייבן ווען דער איינציגסטער וואס ליינט דורך זיינע געשרייבעכצער איז קאך לעפל.
פארוואס פאלט דיר ביי אז נאר ער ליינט דאס? אבי גערעדט.
איך זעה אז די ליינסט עס אויך אין נאך מגיהים!
לאקש!
אפשר ברענגסטו אהער דיין רבינס שלש סעודות תורה פון דעי וואך?!?
פאר די וואס ווייסן נישט - האט אונזער מן הארץ פון מעלעך עלארעיך געזאגט א פייערדיגע תורה די וואך ביי שלש סעודות אויפן פסוק וואס מען זאגט יעדן טאג ביי קר"ש למען תזכרו ועשיתם וזכרתם את כל מצותי, וד"ל
סתם לידיעה בעלמא, ביים טאטן דער ברך האט מען געזען דעם זעלבן עם הארצות יעדעס מאל ער האט נאכגעזאגט א פסוק, כאטש וואס ער איז געווען א בארימטער גאון. איך געדענק איין שלש סעודות ויהי בשלח פרעה ולא נחם העם את אלוקים..... פרעג די אידן וואס פלעגן גיין צום טיש.
אסור לבזות שוכני עפר
לחיים ולברכהלאקש!
אפשר ברענגסטו אהער דיין רבינס שלש סעודות תורה פון דעי וואך?!?
פאר די וואס ווייסן נישט - האט אונזער מן הארץ פון מעלעך עלארעיך געזאגט א פייערדיגע תורה די וואך ביי שלש סעודות אויפן פסוק וואס מען זאגט יעדן טאג ביי קר"ש למען תזכרו ועשיתם וזכרתם את כל מצותי, וד"ל
איך וועל עס פרובירן אהער צוברענגען בעז''ה
(איך געדענק נישט די רבי זאל האבן גערעהט פון דעם פסוק)
די תורה איז 24.5 MB מ'קען עס נישט דא ארויפלייגן
Gimpelאסור לבזות שוכני עפר
קיין שום בושה נישט. א טבע פון א מענטש.
Re: נייעס אין סאטמאר (מהר"יי)
לאקשדי תורה איז 24.5 MB מ'קען עס נישט דא ארויפלייגן
לייג עס אויף דראפבאקס אדער גוגל דרייוו
איסר האטלקיסתם לידיעה בעלמא, ביים טאטן דער ברך האט מען געזען דעם זעלבן עם הארצות יעדעס מאל ער האט נאכגעזאגט א פסוק, כאטש וואס ער איז געווען א בארימטער גאון. איך געדענק איין שלש סעודות ויהי בשלח פרעה ולא נחם העם את אלוקים..... פרעג די אידן וואס פלעגן גיין צום טיש.
דער קלויזענבורג'ער רב ז"ל (וואס אויף עם קענסטו נישט זאגן אז ער איז געווען אן עם הארץ) פלעגט אויך אסאך מאל זאגן פסוקים מיט ווערטער נישט גוט מדוקדק, און מ'קען עס מערקן אסאך מאל היינט ביי זיינע קינדער אויך, ס'דא וואס לייגן עס אן אויף דעם אז אינדערהיים פאר'ן קריג פלעגט מען נישט אויסלערנען געהריג קיין עברי.
שלש סעודות תורה
<a class="postlink" href="https://drive.google.com/open?id=1C4yiTq8Pze0ImBUrA7DS2YNqZNDwu6Go">https://drive.google.com/open?id=1C4yiT ... NqZNDwu6Go</a>
אצינד פארענדיגט הערן דעם קול חוצב להבות אש. טייכן טרערן זענען מיר זיך געפלוסן פון די אויגן.
כ'האב גארנישט געוויסט אז וויליאמסבורג פארמאגט אזא פארבאגענער ליכטיקייט. נישט אומזיסט ווערט רבינו אנגערופן א נחבא אל הכלים.
מ'קען פילייכט זאגן מיט א פילן געוויסן אז זינטן טריסקער מגיד זי''ע האט מען נאך א הייליגע ש''ס תורה נישט געהערט. רבינו ווארפט צוזאם א גיוואלד... ס'איז קיין ספק נישט אז די יודעי חריין האבן אויפגעכאפט די הייליגע פארבאגענע רמזים וואס רבינו האט ציטירט אין די דאזיגע וואונדערבארער דרוש. א ביישפיל ווי דער סיגוטער רב שליט''א ואחיו בדומה לו הקדוש רבי ליפא שליט''א.
יחי רבינו לעולם ועד....
ביי די וועי נאכן הערן דעי תורה איך מוז זאגן אז ער רעדן פיין, די זאליס האבן זיך נישט וואס צו שעמען מיט די תורה, איך הייב הענט פאר אים!! נישט נאר אין צרפת נאר אויך אין ראדני זאגט ער פיין (איך קלער אנצוהייבן אהין גייין צו הערן יעדע וואך- אדער אפשר רב לאקש דעליווער עס אונז יעדע וואך!)
קלונימוסאיסר האטלקיסתם לידיעה בעלמא, ביים טאטן דער ברך האט מען געזען דעם זעלבן עם הארצות יעדעס מאל ער האט נאכגעזאגט א פסוק, כאטש וואס ער איז געווען א בארימטער גאון. איך געדענק איין שלש סעודות ויהי בשלח פרעה ולא נחם העם את אלוקים..... פרעג די אידן וואס פלעגן גיין צום טיש.
דער קלויזענבורג'ער רב ז"ל (וואס אויף עם קענסטו נישט זאגן אז ער איז געווען אן עם הארץ) פלעגט אויך אסאך מאל זאגן פסוקים מיט ווערטער נישט גוט מדוקדק, און מ'קען עס מערקן אסאך מאל היינט ביי זיינע קינדער אויך, ס'דא וואס לייגן עס אן אויף דעם אז אינדערהיים פאר'ן קריג פלעגט מען נישט אויסלערנען געהריג קיין עברי.
אמאליגע אויטענטישע מענטשן האבן געהאט בעסערס וואס צו טון ווי גיין נאכקוקן און זיך גוט איינחזרן פונקטליך די לשונות פון די פסוקים פאר'ן עס נאכזאגן. מ'קען דאך אין די צייט מער צופוצן און פארשענערן די תוכן הדרשה. זיי האבן נישט געדארפט ווייזן פאר יעדעם "קוק וואסערע ת"ח איך בין, איך קען נאכזאגן גאנצעטע פסוקים פון אויסעווייניג!" איי יענער וועט לאכן? זאל ער לאכן!
לגבי די ברך משה, קען זיין אז ס'אויך געלעגן אונטער דעם אזא מין ענווה שפיל, און קען זיין אז זלמן לייב מאכט עס נאך... אבער ס'נאר מיינע נארישע השערות.
איסר האטלקיסתם לידיעה בעלמא, ביים טאטן דער ברך האט מען געזען דעם זעלבן עם הארצות יעדעס מאל ער האט נאכגעזאגט א פסוק, כאטש וואס ער איז געווען א בארימטער גאון. איך געדענק איין שלש סעודות ויהי בשלח פרעה ולא נחם העם את אלוקים..... פרעג די אידן וואס פלעגן גיין צום טיש.
עס איז מעגליך אז רביה"ק ז"ל האט אמאל בטעות געזאגט אנדערש א פסוק אבער מאכן אויפ'ן טעות א גאנצע תורה אדער אזא גראבע טעות ווי שנים אוחזין דאס האט מען נאר געהערט ביי רזל
קלונימוסאיסר האטלקיסתם לידיעה בעלמא, ביים טאטן דער ברך האט מען געזען דעם זעלבן עם הארצות יעדעס מאל ער האט נאכגעזאגט א פסוק, כאטש וואס ער איז געווען א בארימטער גאון. איך געדענק איין שלש סעודות ויהי בשלח פרעה ולא נחם העם את אלוקים..... פרעג די אידן וואס פלעגן גיין צום טיש.
דער קלויזענבורג'ער רב ז"ל (וואס אויף עם קענסטו נישט זאגן אז ער איז געווען אן עם הארץ) פלעגט אויך אסאך מאל זאגן פסוקים מיט ווערטער נישט גוט מדוקדק, און מ'קען עס מערקן אסאך מאל היינט ביי זיינע קינדער אויך, ס'דא וואס לייגן עס אן אויף דעם אז אינדערהיים פאר'ן קריג פלעגט מען נישט אויסלערנען געהריג קיין עברי.
קיקט שוין באלד אויס, אז ווי מער טעותים מ'מאכט אגרעסערער ת"ח איז מען
זינטאג תזריע מצורע:
פארגאנגענע ערש"ק שמיני האט די רבי מנחם אבל געווען די משפחה פון הרה"ח שמחה בונם קליין ע"ה.
היינט אינדערפרי האט די רבי געלייגט תפילין פאר הבחור בן ר' יצחק בלומענפעלד.
א באריכט פון שבת וועט נאכפאלגן.
לאקשזינטאג תזריע מצורע:
פארגאנגענע ערש"ק שמיני האט די רבי מנחם אבל געווען די משפחה פון הרה"ח שמחה בונם קליין ע"ה.
היינט אינדערפרי האט די רבי געלייגט תפילין פאר הבחור בן ר' יצחק בלומענפעלד.
א באריכט פון שבת וועט נאכפאלגן.
די משפחה גיבט איבער אז נאך די ווארימע און נאבעלע טרייסט ווערטער פון רבינו, האבן זיי כמעט פארגעסן אפילו אז זיי האבן בכלל געהאט אמאל א פאטער....
לעבן זאל דער רעבע אונזער טרייסטער און באשיצער, לעולם ועד.
קאך_לעפללאקשזינטאג תזריע מצורע:

די האסט גערעדט צו די משפחה?
ניין, לאקש האט...
היינט וועט פארקומען אין מאנסי א מסיבת סעודת ראש חודש דורך התאחדות אברכים ד'קהילתינו אין מאנסי, אין עטרת חי' שרה בהשתתפות רבינו שליט''א.
📎 photo_2018-04-16_17-19-52.jpg
בזמן שהצדיק בעיר הוא הודה, הוא הדרה, הוא זיוה.
צהלי ורוני יושבת מאנסי כי גדול בקרבך קדוש ישראל.
מארגן עמערצע שעם. וועט לאקשן באריכטן איבער די מאסיווע רושם וואס רבינו ווען האבן אונטערגעלאזט אין שטאט.
לעבען זאל דער רעבע... לאנג לעבן זאל ער...
דאס איז א מעמד וואס קיינער טאר נישט פארפאסן. ווארום ביידע קאקמעראנען גייען אויפטרעטן סיי די גאבעדישע און סיי זאלידישע.
ס'איז נישט צובאגרייפן דער רושם וועלכע ס'וועט ארונטערבלייבן.
יחי הגאב''ד...יחי הזאב''ד...
קאך_לעפלדאס איז א מעמד וואס קיינער טאר נישט פארפאסן. ווארום ביידע קאקמעראנען גייען אויפטרעטן סיי די גאבעדישע און סיי זאלידישע.
ס'איז נישט צובאגרייפן דער רושם וועלכע ס'וועט ארונטערבלייבן.
יחי הגאב''ד...יחי הזאב''ד...
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלטן מיר אויך געהאט די געוועזענעם רב הצעיר דארט.
קאך_לעפלדאס איז א מעמד וואס קיינער טאר נישט פארפאסן. ווארום ביידע קאקמעראנען גייען אויפטרעטן סיי די גאבעדישע און סיי זאלידישע.
ס'איז נישט צובאגרייפן דער רושם וועלכע ס'וועט ארונטערבלייבן.
יחי הגאב''ד...יחי הזאב''ד...
שנים אוחזים בטלית ... זה אומר כולו שלי וזה אומר כולו שלי................
בין איך דער איינציגסטער וואס האט חשק אז קאך-לעפל זאלן ווערן אויסגעשפארט פון די אשכול?
מילא איינער וויל שרייבן א ליצנות אדער סתם נעגעטיוו, פאר דעם איז צימעס געמאכט. אבער סתם אויסגעבן די ברעכאץ דא? לך לעזאזל
Re: נייעס אין סאטמאר (מהר"יי)
איך קום גראדע נאר אריין דא וועגן קאך לעפלען.
כאטש אפט מאל איז עס טאקע נאריש איז עס עני טיים אינטערסאנטער ווי לאקשנס באריכטן.
שמעון וואלףבין איך דער איינציגסטער וואס האט חשק אז קאך-לעפל זאלן ווערן אויסגעשפארט פון די אשכול?
מילא איינער וויל שרייבן א ליצנות אדער סתם נעגעטיוו, פאר דעם איז צימעס געמאכט. אבער סתם אויסגעבן די ברעכאץ דא? לך לעזאזל
בשום אין אופן - מיר ברויכן אים האבן צו געבן כוח פאר לאקש אנצוגיין, וויזוי לאקש שרייבט איינמאל אין אישי "בבחינת א הינט בילד...."
גענוג געווען מיט די אלע שטותים....
לאקש מיר ווארטען אטעמלאזע אויף די אויספירליכע באריכטן פונעם ארונטערגעלאזטן רושם וואס רבינו האט נעכטען ארונטערגעלאזט אין מאנסי. קום אריין מיט די רבבות....
רצונינו לראות את הרושם....
שב"ק פרשת שמיני בצל הקודש:
ערב שבת אום פערטל צו 8, איז די רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד אין איז צוגעגאנגען צו מנחה,
נאך מנחה האט אויפגעטרעטן העסקן המפורסם הרה"ח ר' משה דוד נידערמאן מיט אן אפיעל לטובת די מוסד 'רב טוב', און ארומגערעדט איבער די לעצט געשאפענע 'פליטים קריזיס' וואס דער אמעריקאנער פרעזידענט האט געשאפן, וואס האט גאר שטארק פארשווערט דאס ארויסברענגן די איראנער אידן.
צו קבלת שבת איז צוגעגאנגען הרה"ח סענדר גאלדבערגער
צום טיש איז די רבי אריינגעקומען אום פערטל נאך 11
הגה"צ רבי אהרן האט אויפגעהויבן די כוס צו קידוש.
מיט זמירות שבת האט די רבי מכבד געווען מיט כל מקדש - הרה"ג שלמה קאהן שליט"א אב"ד תהלות ישראל.
מנחה ושמחה - הרה"ג יעקב ארי' לאבין מרביץ תורה במוסדותינו הק'.
תורה האט די רבי זיך געשטעלט אויפן מדרש 'זה הדבר, אותו יצה"ר תעבירו מלבבכם', בהקדם די ווארט פון הייליגן מיטעל'ן בעלזא רב זי"ע 'ועתה אם שמוע תשמעו בקולי', זאגט רש"י, 'אם מקבלים עתה אז יערב לכם מכאן ולהבא, כי כל התחלות קשות. אז די עצה פאר יעדע דבר שבקדושה עס זאל נישט זיין כל התחלות קשות, אז מען זאל קודם מאכן א מחשבה טובה, והקב"ה מצרף למעשה, וועט דאס זיין די ערשטע התחלה פון די דבר שבקדושה, וועט נישט זיין שפעטער ביי די מעשה בפועל קיין שוועריקייטן מצד כל התחלות קשות דאס זאגט רש"י 'ועתה' אם מקבלים אפילו נאר במחשבה, אז יערב לכם מכאן ולהבא, ווייל די התחלה פון די מצוה איז שוין געווען, כי כל התחלות קשות.
האט דער רבי צוגעלייגט, וועגן דעם האט אהרן ובניו הכהנים געמיזט זיין אין משכן זיבן טעג, ומפתח אוהל מועד לא תצאו שבעת ימים, הלא משה רבינו האט דאך די גאנצע צייט געטוהן די עבודה, נאר כדי עס זאל נישט זיין קיין כל התחלות קשות, האבן די כהנים געמוזט זיין אין ביהמ"ק, און טוהן די עבודה במחשבה, אזוי ארום וועט דאס זיין גערונגער.
דאס איז 'אותו יצה"ר תעבירו מלבבכם' פון כל התחלות קשות, וואס איז די עצה ותהיו ביראה אחת ובעצה אחת, מען זאל מאכן די מחשבה בעפאר די מצוה.
ק אכסוף, הרה"ג טובי' לערנער .
ק' רבון הרה"ג ר' יוסף לייב עסטרייכער ר"מ בישיבה גדולה.
לקל אשר שבת הרה"ח ר' חיים שמואל רייך פון מאנטריאל
ברהמ"ז הרה"צ רבי אהרן
נאכן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען הרבני הנגיד ר' בעריש קאהן נ"י צוטיילן 'כוס של ברכה'.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט פירות, אין מען האט געטאנצן 'אז ביום'.
שבת צופרי אום האלב 10 איז די רבי אריינגעקומען צו שחרית. צו פסוקי דזמרא איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' ליפא קרויס
די רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן
הוצאה והכנסה - הרה"ג ר' אהרן מארקאוויטש, מנהל מוסדות שאפראן
כהן ר' יחזקאל סאנדער פון ב"פ
לוי –הרה"ג משה יודל פרידעמאן מנהל ישיבה סניף לצערים
שלישי - הגה"צ ר' ליפא בן רבינו
רביעי – הרה"ח אביש פערלמוטער
חמישי - הרה"ח ר' ישראל שמעי ראזנער
שביעי הרה"ג חיים משה ווייסמאן רמ בישיבה קטנה
אחרון הרה"ג נחמן שטויבער מנהל ישיבה גדולה
מפטיר הרה"ח ליפא ברוין
הגבה הרה"ח משה יצחק פיש
מוסף האט געדאווענט פארן עמוד- הרה"ג נפתלי בלומנפעלד מנהל ישיבה גדולה
צו מנחה איז צוגעגאנגען הרה"ח הערשל גאלדבערגער
כהן האט עולה געווען הר"ר יואל בירנבוים
אנאנים, ר' חיים שלמה זלמן מאנן
שלישי הרה"ח שמואל בנימין בערגער מראשי קהילתינו הק' אין לאנדאן
גלילה הרה"ח שלמה אבראמאוויטש
ביי של"ש האט די רבי ארום גערעדט בקדושת ימי הספירה.
מעריב מוצאי שבת איז צוגעגאנגען הרה"ח אברהם יושע גראס
זונטאג ראש חודש אייר אינדערפרי פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר הב' ב"ר יצחק בלומענפעלד
צום עמוד איז צוגעגאנגען ר' זלמן לייב אבראהאם
כהן האט עולה געווען ר' מרדכי יואל ראלניצקי
אנאנים: ר' זכרי צימעט
שלישי הב' ב"ר יצחק בלומנפעלד
די רבי האט עולה געווען רביעי
הגבה ר' יצחק בלומנפעלד
גלילה ר' אברהם גלויבער
מוסף האט געדאווענט פארן הרב שמעון לויפער
נאכן דאווענען זענען אריין אל הקודש פנימה א קבוצה בחורים מתלמדי הישיבות מקבל זיין ברכת הקודש צום נייעם זמן.
דער דאזיגער שבת קודש בצל רבינו וועט פארבלייבן אין די ביינער פון די מיטבאטייליגטע פאר לאנגע גענעראציעס. די אנוועזענדע וועלן פארציילן די דעטאלן פון דעם דאזיגען נאסטערלאגישער שבת קודש אונטער די שאטן פון רבינו פאר די קינדער און קינדס קינדער ביז דער סיגוטער רב שליט''א וועט אי''ה איבער נעמען די מחילה. הויפזעכליך דער ווארימער פסוקי דזימרה פון דעם ווארימער חסידישער בעך תפלה, הרה''ח הבנש''ק רבי ליפא בר''ש קרויס שליט''א, וואס שטייענדיג פארן עמוד איז באשיינפערליך געווען זיקוקין דנורא וביעורין דאשא יצא מפימיה בקדושה ובטהרה. אזש מה נורא היה המראה.
בצל כנפיך יחסיון....
קאך_לעפלדער דאזיגער שבת קודש בצל רבינו וועט פארבלייבן אין די ביינער פון די מיטבאטייליגטע פאר לאנגע גענעראציעס. די אנוועזענדע וועלן פארציילן די דעטאלן פון דעם דאזיגען נאסטערלאגישער שבת קודש אונטער די שאטן פון רבינו פאר די קינדער און קינדס קינדער ביז דער סיגוטער רב שליט''א וועט אי''ה איבער נעמען די מחילה. הויפזעכליך דער ווארימער פסוקי דזימרה פון דעם ווארימער חסידישער בעך תפלה, הרה''ח הבנש''ק רבי ליפא בר''ש קרויס שליט''א, וואס שטייענדיג פארן עמוד איז באשיינפערליך געווען זיקוקין דנורא וביעורין דאשא יצא מפימיה בקדושה ובטהרה. אזש מה נורא היה המראה.
בצל כנפיך יחסיון....
די ביזט דארט געווען ביים דאווענען?
דאנערשטאג תזריע מצורע:
פארגאנגענע מאנטאג איז די רבי געווען ביי די לוי' פון הרה"ח ברוך לעפקאוויטש ע"ה ביים ביהמ''ד הג'.
ארום 7:30 איז די רבי אנגעקומען קיין מאנסי ווי עס איז פארגעקומען א סעודת ראש חודש דורך התאחדות אברכים ד'קהילתינו אין מאנסי, אין עטרת חי' שרה, די רבי האט אויפגעטרעטן מיט דברת קודש.
דערנאך איז די רבי געווען ביי די שמחת התנאים בבית גיסו הרה"ג שמואל שלמה שפיץ.
דערנאך האט די רבי געמאכט שליח הקן אין מאנסי ביי די דירה פון ר' יואל שטערן.
דינסטאג האט די רבי געלייגט תפילין פאר הבחור בן ר' אברהם משה שישא, אין פאר הבחור בן ר' יקותיאל צבי וויינבערגער.
פארמיטאג איז די רבי געווען ביי די לוי' פון מרת ליבא מאטל באנדא ע"ה אלמנת יצחק מרדכי חיים באנדא ע"ה, אין ביי די לוי' פון הרה"ח יושע שלום ראטטער ע"ה ביים ביהמ''ד הג'.
אויפדערנאכט האט באזוכט ביי רבינו שליט''א הגה''צ ר' יושע ראזענבערגער שליט''א אב"ד קרית רמ"א וחבר הביד"צ בעדה החרדית.
נעכטן מיטוואך האט די רבי געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה, ארום 2:00 האט די רבי געזאגט דרשת פתיחת הזמן פאר די תלמידי הישיבה,
אויפדערנאכט איז די רבי געווען ביי א מסיבה לטובת מוסדות יטב לב בבית ר' מרדכי אילאוויטש.