☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » נייעס אין סאטמאר (מהר"יי)

נייעס אין סאטמאר (מהר"יי)

750 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12038
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15

לאקש » זונטאג יולי 1, 2018 4:53 pm

· #407681
אונטער חכם
האסט שוין אמאל געזעהן איינעם שרייבן אויף גאנצל אדער סיינאוט טראלל, רעדסט דיך טאקע איין אז עס איז פשוט ווייל מען האלט אנדערשט ווי דיר?

דער קאך לעפל איז א נידריגער שמיציגער ארוינישע קאלב, ניטאמאל איז אינטערעסאנט זיך צו משוגע מאכן מיט דעם סייקאנישן שוואנץ, זאל ער פלויזשענען ניבול פה וויפיל ער וויל, כדי צו אביסל בארויגן די געפילן, און צו פראבירן צו פארווישן זיין שמייליגע רבי׳ס מעשים מפורסמים נעבעך,
וד״ל...

קאך_לעפל » זונטאג יולי 1, 2018 5:20 pm

· #407684
לאקש
אונטער חכם
האסט שוין אמאל געזעהן איינעם שרייבן אויף גאנצל אדער סיינאוט טראלל, רעדסט דיך טאקע איין אז עס איז פשוט ווייל מען האלט אנדערשט ווי דיר?

דער קאך לעפל איז א נידריגער שמיציגער ארוינישע קאלב, ניטאמאל איז אינטערעסאנט זיך צו משוגע מאכן מיט דעם סייקאנישן שוואנץ, זאל ער פלויזשענען ניבול פה וויפיל ער וויל, כדי צו אביסל בארויגן די געפילן, און צו פראבירן צו פארווישן זיין שמייליגע רבי׳ס מעשים מפורסמים נעבעך,
וד״ל...

לאקש דאס איז נישט שיין! דאס איז נישט קיין נעימות המידות ווי דער סלאגאן פון חסידי רבינו ובנו הרה''ק מסיגוט שליט''א לויטעט.

איינער וואס פראבירט אזוי שטארק צו זיין דבוק אין רבינו, און צו פארשטיין די טעטיקייטן פון רבינו וועלכע זענען מרמז אויף הויכע זאכן רופסטו אן מיט אזאנע דזשיגאנע שפאט רייד? הזאת נעימות המידות? דאס האבן דען מיר מקבל געווען בבית מדרשו של רבינו?

און אז מ'רעד שוין ווי אזוי איז דער מצב דארט אין חלדודנא? איז רבינו שוין געגאנגען שווימען אין ים? אדער שבעה עשר בתמוז שווימט נישט רבינו? אפילו ווען ס'איז א נדחה... קום ביטע אריין מיט קלארע אינפארמאציע...

ידידך האוהב אתך בלב שלום

קאך.

איסר האטלקי » זונטאג יולי 1, 2018 5:53 pm

· #407694
קאק, נישט קאך

יין שרף » זונטאג יולי 1, 2018 5:55 pm

· #407695
צואה רותחת..

טוביה » זונטאג יולי 1, 2018 6:40 pm

· #407702
לאנשים שלא יודעים מה זה לאנדודנא אסביר יש מדינה קטנה יפה מאוד נקרא ויילס שתחת שלטון אנגליה ונוסעים שמה בקיץ לנופש ויש שם כפר הנקרא לאנדודנא יפה מאד .לאחרונה התחילו הרבה יהודים לקנות שם בתים לנופש

איסר האטלקי » זונטאג יולי 1, 2018 10:43 pm

· #407713
ועכשיו כולנו חכמים כולנו נבונים, כולנו יודעים מה זה לאנדודנא, ויש גורסים חלדודנא, ולכו''ע ארץ אכלת יושביה היא, זבת חלב ודבש, והיא תחת שולטן אנגליה השממה.

signout » מאנטאג יולי 2, 2018 1:52 pm

· #407745
שווערע מאסען ביים קבלת פנים פאר מהרז''ל אין מאנטשעסטער...
📎 e2091b20-e07d-4c01-95a9-d7bdccc979c9.jpg

signout » מאנטאג יולי 2, 2018 1:58 pm

· #407746
מאסיווע הכנות
📎 photo_2018-06-26_20-54-30.jpg

signout » מאנטאג יולי 2, 2018 1:59 pm

· #407748
נאך פונעם קרעטשעניפער קבלת פנים
📎 photo_2018-06-26_20-54-37.jpg

signout » מאנטאג יולי 2, 2018 2:03 pm

· #407749
גאנצל
לאקש
קהל יטב לב ומוסדות סאטמאר אין קרית יטב לב זענען מקבל פנים דעם רבין שליט"א וואס גייט פראווענען א שבת דארט בעז"ה.

שוין מ'גייט זיך מחזק זיין מיט סעקשאן 8 איינוואוינער אינעם פראקלאמירטן מלפנים און יעצט האפענטליך צו אויסארבעטן יטב לב בלומינבורג
די רבי גייט געבן הויפענעס חיזוק פאר די געשלאגענע
מאסען ביי די ש''ש פין די גרויסע שבת אין בלומינבורג....
📎 IMG_1070_preview.jpeg

ליפא » מאנטאג יולי 2, 2018 2:08 pm

· #407752
וואס ביזטו אזוי ביזי מיט דיין רבינ'ס ברודער...

נקודת-אמת » מאנטאג יולי 2, 2018 2:57 pm

· #407762
איינער זאגט מיר די וואך:
ווען איינער מאכט חוזק פון אונזער רבי'ן (אדער אונזער רבי'נס ברודער לפי כמה גירסאות) ר' זלמן לייב שליט"א
איז ער פאקטיש געווארן זיין חסיד,
כדין הזורק אבן למרקוליס
דעבודתו בכך.

ודפח"ח.
😂 😛 😈

טוביה » מאנטאג יולי 2, 2018 4:23 pm

· #407765
היות וגזרת החינוך בענגלאנד חזק מאד ובבלגיה כבר לומדים עם הילדים כפירה ממש על כן הרבה עוזבים את אנגליה

גראף » מאנטאג יולי 2, 2018 5:29 pm

· #407771
טוביה
היות וגזרת החינוך בענגלאנד חזק מאד ובבלגיה כבר לומדים עם הילדים כפירה ממש על כן הרבה עוזבים את אנגליה

וויפיל אידן האבן טאקע גענומען אויף זיך צו גיין גלות ליידן צוליב דער ''כפירה ממש''?
א נומבער ביטע.

לאקש » מאנטאג יולי 2, 2018 7:52 pm

· #407788
שבת קודש פרשת בלק בצל הקודש פון רבינו שליט''א אין חלדודנא ענגלאנד אינאיינעם מיט פילע אנשי שלומינו תשובי אייראפא:

ערב שבת האבן זיך שוין אנגעזען הונדרעטער געסט אנשי שלומינו פון לאנדאן, קרעווען איילענד, מאנטשעסטער, אנטווערפן,
ערב שבת ביים זמן הדלקת הנירות האט די רבי געמאכט אן עירובי חצירות פארן האטעל,
ווי אוך האט די רבי מכבד געווען הרה"ג ר' שלמה הערש שטויבער פון לאנדאן מיט הדלקת הנירות,
ארום 10 א זייגער איז די רבי אריינגעקומען צו מנחה אין איז צוגעגאנגען צום עמוד,
מיט קבלת שבת איז מתכבד געווארן הרה"ח געציל ב"ר משה גראס פון לאנדאן,
נאכן דאווענען איז מען אריבער גוט שבת זאגן,
ארום 10 נאך 12 איז די רבי אריינגעקומען צום טיש אין אנגעהויבן די זמירות שבת
הגה"צ רבי יואל האט אויפגעהויבן די כוס צו קידוש,
ביים טיש האט די גבאי ר' שמואל געשטעלט וויין פאר אלע געסט,
מיט די זמירות שבת האט די רבי מכבד געווען, כל מקדש די דיין הרה"ג משה פאלאק פון לאנדאן,
מנוחה ושמחה הרה"ח ר' בעריש ווייס פון מאנטשעסטער,
קה אכסוף די דיין הרה"ג הערשל שנעק פון לאנדאן,
קה רבון די דיין הרה"ג מרדכי מעללער פון מאנטשעסטער,
לקל אשר שבת די דיין הרה"ג משה יצחק לונצער  פון לאנדאן,
פארן בענטשען האט די רבי געגעבן וויין פאר הרה"ח חיים ידידי' גליק אין פאר הרה"ח ר' בנציון פיש פון לאנדאן, לכבוד די שלום זכרים פון אייניקליך,
מיטן בענשטן האט די רבי מכבד געווען הגה"צ לאנדאנע רב,
נאכן בענטשן האט די רבי געטיילט פירות, אין מכבד געוווען מיט אז ביום הרה"ח אברהם שלום קרויס פון אנטווערפן, די רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן אנכאפנדיג מצידו, הגה"צ לאנדאנע רב אין הגה"צ ר' יואל,
מען האט גענדיגט דעם טיש ארום האלב 4,
דערנאך האט מען אהיים באגלייט דעם רבין צום בית האכסניא צום שטוב פון הרה"ח ר' חיים ווייס,
שבת צופרי ארום 10 נאך 10 איז די רבי אריינגעקומען צו שחרית, צו פסוקי דזמרא איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' הערשל גרינפעלד פון לאנדאן,
די רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית
ביים ליינען זענעם נתכבד געווארן הוצאה והכנסה די דיין הרה"ג ר' מענדל לעמבערגער פון אנטוערפן,
בעל קורא האט געדינט הרב מיכאל בער שווארץ פון מאנטשעסער,
כהן האט עולה געווען הרה"ח יעקב שלום פריעד פון לאנדאן,
לוי די דיין הרה"ג ר' הערשל שנעק פון לאנדאן,
שלישי הגה"צ לאנדאנע רב,
רביעי הגה"צ רבי יואל,
חמישי הרה"ח ר' בעריש ווייס פון מאנטשעסטער,
שביעי הרבני הנגיד ר' אליעזר פרענקל פון גאלדעס גרין,
הוספת הרה"ח ר' חיים ווייס ראה"ק אין מאנטשעסטער,
הרה"ח ר' שמואל בנימין בערגער מראה"ק פון לאנדאן,
הרבני הנגיד ר' יושע חיים שטערנליכט פון לאנדאן,
הרה"ח ר' בעריש גראס פון לאנדאן,
הרה"ח חיים ידיד' גליק פון לאנדאן,
הרה"ח יחזקאל בערגער פון לאנדאן,
הרה"ח יעקב משה פעקעטע פון לאנדאן,
דעם רבינ'ס אייניקל הרב יחיאל מנחם מייזליש,
אחרון הרה"ח ר' בנימין לעברעכט פון מאנטשעסטער,
מפטיר הרה"ח יחזקאל שרייבער פון לאנדאן,
נאכן ליינען האט הרב מרדכי שטויבער מנהל בית רחל אין אנטווערפן גומל געבענטשט אין אין מוצא געוען דעם עולם,
הגבה הרה"ח דוד שמעון בערגער פון לאנדאן,
גלילה הרה"ח יעקב שרייבער פון לאנדאן,
די רבי האט געדאווענט מוסף פארן עמוד לקראת די יארצייט פון די מאמע הרבנית הצדיקת פעסל לאה ע"ה אשת חבר פון רביה"ק זי"ע בעל ברך משה וועלעכע געפאלט די וואך פרייטאג,
פתיחה צו אנעים זמירות הרה"ח חיים שמעול לעברעכט פון מאנטשעסטער,
מען האט גענדיגע דאווענען אום 10 נאך 2,
נאך א קורצע הפסקה איז די רבי אריינגעקומען צום מיטאג טיש,
ביי די זמירות שבת האט די רבי אנגעהויבן חי' ד',
מיט ברוך ד' יום יום האט די רבי מכבד געווען הרה"ח ר' אהרן דוד עסטרייכער פון לאנדאן,
ברוך קל עליון הרה"ח שמואל משה גפן פון לאנדאן,
דערנאך האט די רבי געזאגט תורה אויף פרשת השבוע,
מיטן בענטשן האט די רבי מכבד געווען הרה"ח ר' יחזקאל שרייבער,
מע האט גענדיגט דעם טיש ארום 4 אזייגער,
דערנאך איז די רבי אריבער צום בית האכסניא צום שטוב פון הרה"ח ר' יחזקאל שרייבער
ארום 10 אזייגער איז די רבי אריינגעקומען צו מנחה, צום עומד איז צוגעאנגען הרה"ג ר' מרדכי שטויבער מנהל בית רחל פון אנטווערפן,
הוצאה והכסה איז מכובד געווארן הרה"ח יואל משה אפטער פון אנטווערפן,
כהן האט עולה געווען הרה"ח הערשל דרעזנער פון אנטווערפן,
לוי הרב יחיאל שנעק מנהל התאחדות אברכים אין מאנטשעסטער,
שלישי די דיין הרה"ג ר' משה פאלאק פון לאנדאן,
גלילה ר' יוסף גרינהויט פון מאנטשסטער,
ביי של"ש האט די  גבאי ר' שמואל געטיילט די י"ב חלות פאר די נגידים,
מיט די זמירות האט די רבי מכבד געווען מיט אודה די דיין הרה"ג שלום ווייס פון לאנדאן,
שיר המעלות הרה"ח שלמה הערש שטויבער פון לאנדאן, ארום 10 אזייגער איז די רבי אריינגעקומען צו מנחה, צום עומד איז צוגעאנגען הרה"ג ר' מרדכי שטויבער מנהל בית רחל פון אנטווערפן,

שיר המעלות הרה"ח שלמה הערש שטויבער פון לאנדאן,
ביי די תורה האט די רבי ארום גערעדט אויף די ברכת בלעם, ווי מען נעמט ארויס דערפון די ריכטיגע דרכים אויף עבודת השם,  צום סוף האט די רבי ארויסגעברענגט וואס בלק האט געזאגט פאר בלעם אפס קצהו תראה אז מען נעמט ארויס דערפון אז יעדער זאל זיך אומקוקן אויף די ארומיגע זיכער צו מאכן אז יעדער האט די יכולת צו דינען דעם אייבשטען
דערנאך האט די רבי ארום גערעדעט איבער די מצב אין ארץ ישראל אין אז מען וויל ח"ו מאכן פשרות אויף די קצה העם אפילו נאר אויף שוואכערע טאר מען גארנישט נאכגעבן,
ווי אויך האט די רבי ארום גערערט איבער די גזירות החינוך אין ענגלאנד אז מען זאל נישט חלילה נאכגעבן אין משנה זיין ממטבע שטבעו חכמים פונעם דרך וואס די פריעדיגע גדולי הדורות האבן לוחם געוען אין אוועקגעשטעלט די סדר הלימודים,
ידיד נפש האט די רבי מכבד געווען הרה"ח שלום ציג מנכ"ל מוסודתינו לאנדאן,
די רבי איז צוגעגאנגען צו מעריב מוצאי שבת לקראת די יארצייט פון די רביצין ע"ה, נאך מעריב האט די רבי געמאכט הבדלה,
נאך הבדלה איז אריין אל הקודש פנימה הרה"ח חיים משה פעלדמאן פון לאנדאן.

signout » מאנטאג יולי 2, 2018 8:24 pm

· #407792
די מאסיווע באגלייטן אין בלומינבורג...
📎 photo_2018-06-26_13-26-21.jpg

signout » מאנטאג יולי 2, 2018 8:25 pm

· #407793
די עסקארט ביים צאתכם לשלום אין בלומינבורג
📎 image1_preview.jpeg

לחיים ולברכה » מאנטאג יולי 2, 2018 10:32 pm

· #407805
לאקש
שבת קודש פרשת בלק בצל הקודש פון רבינו שליט''א אין חלדודנא ענגלאנד אינאיינעם מיט פילע אנשי שלומינו תשובי אייראפא:

ארום 10 אזייגער איז די רבי אריינגעקומען צו מנחה, צום עומד איז צוגעאנגען הרה"ג ר' מרדכי שטויבער מנהל בית רחל פון אנטווערפן,
הוצאה והכסה איז מכובד געווארן הרה"ח יואל משה אפטער פון אנטווערפן,
כהן האט עולה געווען הרה"ח הערשל דרעזנער פון אנטווערפן,
לוי הרב יחיאל שנעק מנהל התאחדות אברכים אין מאנטשעסטער,
שלישי די דיין הרה"ג ר' משה פאלאק פון לאנדאן,
גלילה ר' יוסף גרינהויט פון מאנטשסטער,
ביי של"ש האט די  גבאי ר' שמואל געטיילט די י"ב חלות פאר די נגידים,
מיט די זמירות האט די רבי מכבד געווען מיט אודה די דיין הרה"ג שלום ווייס פון לאנדאן,
שיר המעלות הרה"ח שלמה הערש שטויבער פון לאנדאן, ארום 10 אזייגער איז די רבי אריינגעקומען צו מנחה, צום עומד איז צוגעאנגען הרה"ג ר' מרדכי שטויבער מנהל בית רחל פון אנטווערפן,
הוצאה והכסה איז מכובד געווארן הרה"ח יואל משה אפטער פון אנטווערפן,
כהן האט עולה געווען הרה"ח הערשל דרעזנער פון אנטווערפן,
לוי הרב יחיאל שנעק מנהל התאחדות אברכים אין מאנטשעסטער,
שלישי די דיין הרה"ג ר' משה פאלאק פון לאנדאן,
גלילה ר' יוסף גרינהויט פון מאנטשסטער,
ביי של"ש האט די  גבאי ר' שמואל געטיילט די י"ב חלות פאר די נגידים,
מיט די זמירות האט די רבי מכבד געווען מיט אודה די דיין הרה"ג שלום ווייס פון לאנדאן,
שיר המעלות הרה"ח שלמה הערש שטויבער פון לאנדאן,
ביי די תורה האט די רבי ארום גערעדט אויף די ברכת בלעם, ווי מען נעמט ארויס דערפון די ריכטיגע דרכים אויף עבודת השם,  צום סוף האט די רבי ארויסגעברענגט וואס בלק האט געזאגט פאר בלעם אפס קצהו תראה אז מען נעמט ארויס דערפון אז יעדער זאל זיך אומקוקן אויף די ארומיגע זיכער צו מאכן אז יעדער האט די יכולת צו דינען דעם אייבשטען
דערנאך האט די רבי ארום גערעדעט איבער די מצב אין ארץ ישראל אין אז מען וויל ח"ו מאכן פשרות אויף די קצה העם אפילו נאר אויף שוואכערע טאר מען גארנישט נאכגעבן,
ווי אויך האט די רבי ארום גערערט איבער די גזירות החינוך אין ענגלאנד אז מען זאל נישט חלילה נאכגעבן אין משנה זיין ממטבע שטבעו חכמים פונעם דרך וואס די פריעדיגע גדולי הדורות האבן לוחם געוען אין אוועקגעשטעלט די סדר הלימודים,
ידיד נפש האט די רבי מכבד געווען הרה"ח שלום ציג מנכ"ל מוסודתינו לאנדאן,
די רבי איז צוגעגאנגען צו מעריב מוצאי שבת לקראת די יארצייט פון די רביצין ע"ה, נאך מעריב האט די רבי געמאכט הבדלה,
נאך הבדלה איז אריין אל הקודש פנימה הרה"ח חיים משה פעלדמאן פון לאנדאן.

וואס עפעס האט מען געדאווענט נאכאמאל מנחה אינמיטן של"ש?
די רבי האט זיך דערמאנט אז ער האט נישט אינזין געהאט ביי די ערשטע ברכה?

לחיים ולברכה » מאנטאג יולי 2, 2018 10:33 pm

· #407806
לאקש
גליון בצל תומר,
הנעשה והנשמע בצלו של כ״ק מרן רבינו עט״ר שליט״א.

קאמפעטישן פאר מלכות סאטמאר?
אדער ענק ווילן זיכער מאכן אז די רבי האט וואס צו רעדן פורים ביים טיש?

טוביה » דינסטאג יולי 3, 2018 5:24 am

· #407842
גראף בגירוש ספרד גם רבבות נשארו

קאך_לעפל » דינסטאג יולי 3, 2018 9:25 am

· #407853
שיין! שיין! אשרינו שיש לנו רבי כזה... אפילו ער קומט שווימען ביים בארטן פונעם ים... מאכט ער נאך אלס קידוש, הבדלה אד''ג, און הגה''צ רבי יואל דער מייסטערהאפטיגער פראפעסענאלע בעכער-הייבער, גייט ווייטער אן מיט זין אויפגאבע מיטן אונטערהייבן דאס בעכער וויין פארן פאטער...

לעבן זאל דער רעדל רעבע....

סקרן » דינסטאג יולי 3, 2018 10:12 am

· #407862
איז סיגוטער רב נישט געווען?
וואס איז מיט משה פריעדמאן ער איז יא געווען?

התם ומתמם עם תמימים » דינסטאג יולי 3, 2018 2:28 pm

· #407909
פארוואס דערמאנט מען נישט דער דערהויבענע באזוך פין רבינו שליט''א מיט מרן אדמ"ר רבי ישראל מוויזניץ בני ברק שליט"א

ווייסט איינער פרטים אום דער באזוכן?

לאקש » דינסטאג יולי 3, 2018 3:23 pm

· #407916
סקרן
איז סיגוטער רב נישט געווען?
וואס איז מיט משה פריעדמאן ער איז יא געווען?

ניין זיי ביידע זענען נישט דארט געוועזן אויף שבת, משה פריערמאן איז יעצט שוין דארט.

קאך_לעפל » דינסטאג יולי 3, 2018 3:40 pm

· #407920
לאקש
סקרן
איז סיגוטער רב נישט געווען?
וואס איז מיט משה פריעדמאן ער איז יא געווען?

ניין זיי ביידע זענען נישט דארט געוועזן אויף שבת, משה פריערמאן איז יעצט שוין דארט.

ב''ה אז ער איז שוין דארטן...

דער עיקר איז אז הגה''צ רבי יואל שליט''א איז דארטן געווען, אויפצוהייבן דאס וויין גלעזעל פארן פאטער.

לאקש » מיטוואך יולי 4, 2018 12:10 am

· #407987
קאך_לעפל
לאקש
סקרן
איז סיגוטער רב נישט געווען?
וואס איז מיט משה פריעדמאן ער איז יא געווען?

ניין זיי ביידע זענען נישט דארט געוועזן אויף שבת, משה פריערמאן איז יעצט שוין דארט.

ב''ה אז ער איז שוין דארטן...

דער עיקר איז אז הגה''צ רבי יואל שליט''א איז דארטן געווען, אויפצוהייבן דאס וויין גלעזעל פארן פאטער.

תיקון טעות: לאנדענע רב שליט״א האט אויפגעהויבן די כוס, נישט הרה״צ ר׳ יואל שליט״א.

לחיים ולברכה » מיטוואך יולי 4, 2018 9:58 am

· #408015
לאנדאנע רב דארט געווען? ער איז שוין ארויס פון שפיטאל?

קאך_לעפל » מיטוואך יולי 4, 2018 10:32 am

· #408018
לאקש
תיקון טעות: לאנדענע רב שליט"א האט אויפגעהויבן די כוס, נישט הרה"צ ר' יואל שליט"א.

אזוי גאר? רבי נתן יוסף ז''ל זעלבסט איז טאקע געקומען פון גן עדן (גיהינום) אונטערצוהייבן דאס גלעזעל וויין פאר רבינו? דאס איז דאך ממש וואונדערבאר.....

לעבן זאל דאס אונטערגעהויבענעם גלעזעל וויין.... לעבן זאל רבינו אונזער רעדל רעבע....

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יולי 4, 2018 11:15 am

· #408024
לאנדאנער רב הייסט הרב משה חיים אפרים פאדווא, און ער האט קיין כוס נישט אויפגעהויבען

לאקש » מיטוואך יולי 4, 2018 1:58 pm

· #408053
ליטוואק פון בודאפעסט
לאנדאנער רב הייסט הרב משה חיים אפרים פאדווא, און ער האט קיין כוס נישט אויפגעהויבען

אנטשולדיגט רבי ליטפאק אבער אין דעם אשכול ווען מען רעדט פון לאנדאנע רב מיינט מען דעם סאטמארן רב פון לאנדאן!

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יולי 4, 2018 2:19 pm

· #408057
ווער איז דער 'מען'? וויאזוי האט דער 'מען' די רעכט איבערצונעמען א שטאט?

איסר האטלקי » מיטוואך יולי 4, 2018 2:54 pm

· #408062
קאך_לעפל

אזוי גאר? רבי נתן יוסף ז''ל זעלבסט איז טאקע געקומען פון גן עדן (גיהינום) אונטערצוהייבן דאס גלעזעל וויין פאר רבינו? דאס איז דאך ממש וואונדערבאר.....

לעבן זאל דאס אונטערגעהויבענעם גלעזעל וויין.... לעבן זאל רבינו אונזער רעדל רעבע....

אפשר האט ער זיך פארמישט מיטן אמאליגן אנטווערפענער רב, כהיום בוויליאמסבורג.

קיפעלע » מיטוואך יולי 4, 2018 7:28 pm

· #408088
ליטוואק פון בודאפעסט
ווער איז דער 'מען'? וויאזוי האט דער 'מען' די רעכט איבערצונעמען א שטאט?

וואס פארשטייסטו נישט? ווען מ'זאגט אין סאטמאר לאנדאנע רב, מיינט עס סאטמארע רב פון לאנדאן,
אפשר האסטו פארזעהן די קעפל פון די אשכול?

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יולי 4, 2018 8:04 pm

· #408094
אין בעלזא, הייסט הרב באבאד דער לאנדאנער רב?
אין באבוב, הייסט הרב הלברשטם אנטווערפענער רב?
אין ראכמסטריווקא, הייסט הרב לאווי דער לעיקוואדער רב?

סארא חוצפה האבען די סאטמוירים פורש זיין פון די ציבור!

קיפעלע » מיטוואך יולי 4, 2018 8:43 pm

· #408095
סאטמאר איז אייביג געווען אנדערש ווי יעדעם

לאקש » מיטוואך יולי 4, 2018 9:32 pm

· #408097
ליטוואק פון בודאפעסט
ווער איז דער 'מען'? וויאזוי האט דער 'מען' די רעכט איבערצונעמען א שטאט?

די 'מען' זענען די באניצער פון די אשכול, קיינער נעמט נישט איבער א שטאט, אבער אין סאטמאר ווען 'מען' רעדט פון לאנדאנע רב מיינט מען דער סאטמאר לאנדאנע רב, סארי... אולי האט איר אריינגעבלאנדזשעט אונעם נישט ריכטיגן אשכול...

לאקש » מיטוואך יולי 4, 2018 9:33 pm

· #408098
ליטוואק פון בודאפעסט
אין בעלזא, הייסט הרב באבאד דער לאנדאנער רב?
אין באבוב, הייסט הרב הלברשטם אנטווערפענער רב?
אין ראכמסטריווקא, הייסט הרב לאווי דער לעיקוואדער רב?

סארא חוצפה האבען די סאטמוירים פורש זיין פון די ציבור!

פורש מן הציבור????? וואט? איינער לייקנט הרב פאדוואס רבנות'שאפט אין לאנדאן?
אויב ווילסטו זוכן פראבלעמען טרעף עפעס בעסערס... נישט כאפ דיך ארויף אז מען האט רח"ל אנגערופן די סאטמארע רב פון לאנדאן מיטן טיטל לאנדאנע רב...

לאקש » מיטוואך יולי 4, 2018 9:34 pm

· #408099
איסר האטלקי
קאך_לעפל

אזוי גאר? רבי נתן יוסף ז''ל זעלבסט איז טאקע געקומען פון גן עדן (גיהינום) אונטערצוהייבן דאס גלעזעל וויין פאר רבינו? דאס איז דאך ממש וואונדערבאר.....

לעבן זאל דאס אונטערגעהויבענעם גלעזעל וויין.... לעבן זאל רבינו אונזער רעדל רעבע....

אפשר האט ער זיך פארמישט מיטן אמאליגן אנטווערפענער רב, כהיום בוויליאמסבורג.

מיינסט מן הסתם דער באקאנטער חסידא ופרושא מענדעלע אמסטערדאמער.... וד״ל

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יולי 4, 2018 9:45 pm

· #408101
די וויכטיגקייט דערפון איז ווייל אזוי נעמט מען איבער שטעט. אזוי האט דער א.ג. געוועזענער א.ג. קרית יואל'ער רב געכאפט קרית יואל, דורך זיך אויסרופן אלס רב. טו איהם עפעס.

איסר האטלקי » דאנערשטאג יולי 5, 2018 12:27 am

· #408108
ליטוואק פון בודאפעסט
אין בעלזא, הייסט הרב באבאד דער לאנדאנער רב?

יא!

אין באבוב, הייסט הרב הלברשטם אנטווערפענער רב?

יא!

אין ראכאמסטריווקא, הייסט הרב לאווי דער לעיקוואדער רב?

יא!

סארא חוצפה האבען די סאטמוירים פורש זיין פון די ציבור!

קאך_לעפל » דאנערשטאג יולי 5, 2018 9:17 am

· #408124
לאקש
איסר האטלקי
קאך_לעפל

אזוי גאר? רבי נתן יוסף ז''ל זעלבסט איז טאקע געקומען פון גן עדן (גיהינום) אונטערצוהייבן דאס גלעזעל וויין פאר רבינו? דאס איז דאך ממש וואונדערבאר.....

לעבן זאל דאס אונטערגעהויבענעם גלעזעל וויין.... לעבן זאל רבינו אונזער רעדל רעבע....

אפשר האט ער זיך פארמישט מיטן אמאליגן אנטווערפענער רב, כהיום בוויליאמסבורג.

מיינסט מן הסתם דער באקאנטער חסידא ופרושא מענדעלע אמסטערדאמער.... וד״ל

ניין! ניין! ניין! איך מיין נישט רבי יענקל פון וועניציע...כ'מיין טאקע רבי נתן יוסף זעלבסט דער אנגעבליכער רב פון לאנדאן זאל זיין א בעטער (נעכטן איז געווען דער יארצייט)

כידוע האט ער שטארק געהאלטן פון רבינו, אין וועם ער האט געזען די ענדע פון א גלארייכע סאטמאר וועלכע איז נישט געווען אונטער זיין איינפלוס. דערפאר איז מיר מיר געווען יתכן אז ער איז געקומען פון די העכערע סעפערן מעוטף בטליתו אונטערצוהייבן פאר רבינו דאס גלעזעלע וויין. אבער ידידינו רבי לאקש שווערט זיך ביים אות ברית קודש אז ס'איז נישט געווען רבי נתן יוסף. אלזא? ווער האט אונטער געהויבן פאר רבינו דעם גלעזעל וויין אין חלדודנא, איידער דעם גראנדיעזן שווים ביים בארטן פון ים?

ליפא » זונטאג יולי 8, 2018 2:48 am

· #408289
התם ומתמם עם תמימים
פארוואס דערמאנט מען נישט דער דערהויבענע באזוך פין רבינו שליט''א מיט מרן אדמ"ר רבי ישראל מוויזניץ בני ברק שליט"א

ווייסט איינער פרטים אום דער באזוכן?

📎 IMG_20180708_024825.jpg

calculator » זונטאג יולי 8, 2018 11:38 am

· #408316
ליפא
התם ומתמם עם תמימים
פארוואס דערמאנט מען נישט דער דערהויבענע באזוך פין רבינו שליט''א מיט מרן אדמ"ר רבי ישראל מוויזניץ בני ברק שליט"א

ווייסט איינער פרטים אום דער באזוכן?

📎 IMG_20180708_024825.jpg

איך קען זאגן אויסעווייניג די פרטים וואס עס איז געווען דארטן
ר' ישראל. שלום עליכם
ר' זלמן לייב. עליכם שלום,
ר' ישראל. וואס מאכט מען?
ר' זלמן לייב. ב"ה די אייבערשטער זאל העלפן ווייטער.
ר' ישראל. ווען איז מען געקומען?
ר' זלמן לייב. פאריגע וואך
ר' ישראל. אהא, ווי לאנג איז מען דא?
ר' זלמן לייב. סוף וואך.
ר' זלמן לייב. עס קומט יעצט די זיידע די ישמח משה'ס יארצייט כח' תמוז
ר' ישראל. וועלעכע יאר איז ער אוועק?
ר' זלמן לייב. תר"א
ר' זלמן לייב. די אהבת ישראל האט אים נאך געקענט
ר' ישראל. ניי, ער האט אים שוין נישט געקענט קענען ער איז דאך געבוירן תר"כ
ר' זלמן לייב. נו. דער אייבערשטער זאל העלפען אז מען זאל קענען אויפטוען פאר אידישקייט אין זיך נישט אוועק רירן קיין זוז כל שהוא פין די מסורה..............
ר' ישראל. ביי ביי.

לאקש » מאנטאג יולי 9, 2018 11:30 am

· #408362
גראדע געוועזן א גאר שיינע שמועס מען קען עס הערן אויף די וויזניצע האטליין tel:7182890350.

calculator » מאנטאג יולי 9, 2018 6:50 pm

· #408392
קוקטס אהער די זאליס שטאלצירן מיט אזא שיחת קודש, איך בין געווען זיכער אז עס איז מלא מיט בקיאות בתורה ובגדולי ישראל.

Undercoverd » דינסטאג יולי 10, 2018 11:00 pm

· #408460
פארוואס האט נאך קיינער נישט געברענגט די נייעס אז די גרויסע מנהיג ישראל האט געלאזט וויסן פאר זיין הויז בחור אז נאך לאנדאן ווערט ער אפגעזאגט,

פארן גרויסן חטא פארן האבן א אומגעפילטערטע סמארט פאון!

איינער מיט מער פרטים אויב עס איז בכלל אמת

איסר האטלקי » דינסטאג יולי 10, 2018 11:36 pm

· #408464
ס'מיינט אז לאקש וועט מער נישט קענען שרייבן קיין דעטאלן פון אינסייד???

איסר האטלקי » דינסטאג יולי 10, 2018 11:38 pm

· #408465
אגב, שכוח הנהלה פארן אויסרייניגן אביסל די מטבח...

אסאך בעסער » מיטוואך יולי 11, 2018 1:53 am

· #408474
איסר האטלקי
ס'מיינט אז לאקש וועט מער נישט קענען שרייבן קיין דעטאלן פון אינסייד???

לאקש׳ס זאכן קומען פינעם טעלעגראם טשענעל

לחיים ולברכה » מיטוואך יולי 11, 2018 8:31 am

· #408478
אסאך בעסער
איסר האטלקי
ס'מיינט אז לאקש וועט מער נישט קענען שרייבן קיין דעטאלן פון אינסייד???

לאקש׳ס זאכן קומען פינעם טעלעגראם טשענעל

די שאלה אזי נאר ווער שיקט עס אויף די טעלעגרעם טשענעל?
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15