☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » נייעס אין סאטמאר (מהר"יי)

נייעס אין סאטמאר (מהר"יי)

750 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12038
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2018 11:10 am

· #411264
שמעון וואלף
טאקע א שיינע מעשה. אבער פארוואס דארף מען שרייבן פאר א יונגל אין לשון קודש מיט מליצות?

עס איז דען געשריבן געווארען צו א אינגעל?

לאקש » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2018 11:26 am

· #411266
ניין צו די אינגלס טאטע אין גן עדן.

signout » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2018 2:18 pm

· #411291
ליטוואק פון בודאפעסט
שמעון וואלף
טאקע א שיינע מעשה. אבער פארוואס דארף מען שרייבן פאר א יונגל אין לשון קודש מיט מליצות?

עס איז דען געשריבן געווארען צו א אינגעל?

דער אינגעל האט עס שוין געזעהן? די פיקטשער פון אינגעלס בריוו איז נאך פין קעמפ און די רבי'ס בריוו קומט גלייך פין קאמפיוטער.

לאקש » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2018 4:05 pm

· #411303
signout
די אינגעל האט עס שוין געזעהן? די פיקטשער פין אינגעלס בריוו איז נאך פין קעמפ אין די רבי'ס בריוו קומט גלייך פין קאמפיוטער

נעה קיינמאל נישט געוועזן אין פלאן צו ווייזן פאר דאס אינגל....

בת היענה אלערט....

איסר האטלקי » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2018 5:10 pm

· #411312
signout
די אינגעל האט עס שוין געזעהן? די פיקטשער פין אינגעלס בריוו איז נאך פין קעמפ אין די רבי'ס בריוו קומט גלייך פין קאמפיוטער

די בילד פון קינד'ס בריוו איז פון אויפן טיש אין זאל.

signout » פרייטאג אוגוסט 17, 2018 3:17 pm

· #411400
און די רבי'ס בריוו קומט גלייך פין רבי'נס שטוב צו בחדרי חרדים?

לחיים ולברכה » פרייטאג אוגוסט 17, 2018 5:15 pm

· #411414
עס איז קודם אדורך די היימישע וויקי ליעקס #שמעון לעבאוויטש!!!

לבי ובשרי » פרייטאג אוגוסט 17, 2018 5:22 pm

· #411415
ליטוואק פון בודאפעסט
שמעון וואלף
טאקע א שיינע מעשה. אבער פארוואס דארף מען שרייבן פאר א יונגל אין לשון קודש מיט מליצות?

עס איז דען געשריבן געווארען צו א אינגעל?

געשריבן געווארן צו די גארער וועלט, למען ישמעו ויראו אז מהרז"ל איז לאזט זיך אראפ צו די רחמניות'דיגע קטנים (וקטנות?).

calculator » פרייטאג אוגוסט 17, 2018 6:12 pm

· #411420
It's not his style to do this, Probably by the "Rebe Zy"u" was a story like that other then that he wouldn't knew to do it

calculator » זונטאג אוגוסט 19, 2018 5:14 am

· #411446
אין די היסטריה פין בעלזא אין סאטמאר אין די לעצטע 80 יאר זעהט מען אזוי, אז לערך 80 יאר צירוק זענען די בעלזא געווען די גרעסטע רוצחים אין רודפים פין די חסידישע קרייזען ווער עס האט געטראכט אנדערש פין זיי האט מען אנגעבויקערט, פארשטייט זיך לויט די דעלמאטס'דיגע מעגליכקייטן אלעס לשם שמים כבוד החסידות, אין נאכדעם בערך 50 יאר צירוק האט די אייבערשטער וואס איז מענש לעוברי רצונו איבער געדרייט די רעדל די בעלזא זענען געווארן נרדפים אין די סאטמארע זיי זענען געווארן רודפים (פארשטייט זיך מיט א לבוש פין אידישקייט) זיי האבן גערודפט די בעלזא אין אויך האבן זיי אראפגעברענגט אין געטרינקען דאס בלוט פין א יעדען ערליכע איד וואס איז געשטאנען אין וועג, אבער די קל ארך אפים לא ינום ולא יישן האט זיי אויך באצאלט, יארן זענען די בני יואל געווען די נרדפים, אין די ארונים זענען געווען די רודפים אין רוצחים, אין היינט האלט עס אז גאט ברוך הוא האט געפירט אז די ארונים זענען די נרדפים אין ווער זענען די רודפים? די "הייליגע זאליס" יא אמת לשם שמים אבער ווען איז עס נישט געווען לשם שמים? איז אויף ווארטן ענק אז די אייבערשטער זאל ענק אויך באשטראפן? די באשעפער איז מאריך אף אין ער וועט אויך אן קומען צו ענק.
גלייבן אינעם ויואל משה ווייס איך נאך נישט צי עס איז פין די יג' עיקרים אבער גלייבן אין שכר ועונש איז לית מאן דפליג עלייהו

calculator » זונטאג אוגוסט 19, 2018 8:06 am

· #411453
אגב קען מען זעהן אויך אז עס זענען דא מענטשן וואס די אייבישטער פירט זיי אז זיי זאלן זיין זייער גאנץ לעבן פין די רודפים ווי "משה טערעריסט פריעדמאן", יעקב שמשון גאלד ועוד. זיי האבן עפעס אן עקסטערע זכות אז די אייבערשטער איז אויף זיי זייער לאנג מאריך אף, עטס געדענקטס די ווערטער? "קשה לכעוס ונוח לרצות כי לא תחפץ במות המת, כי אם בשובו מדרכו וחיה, ועד יום מותו תחכה לו, אם ישוב מיד תקבלו". עס קיצעלט. הא?

לאקש » זונטאג אוגוסט 19, 2018 2:10 pm

· #411479
calculator
אין די היסטריה פין בעלזא אין סאטמאר אין די לעצטע 80 יאר זעהט מען אזוי, אז לערך 80 יאר צירוק זענען די בעלזא געווען די גרעסטע רוצחים אין רודפים פין די חסידישע קרייזען ווער עס האט געטראכט אנדערש פין זיי האט מען אנגעבויקערט, פארשטייט זיך לויט די דעלמאטס'דיגע מעגליכקייטן אלעס לשם שמים כבוד החסידות, אין נאכדעם בערך 50 יאר צירוק האט די אייבערשטער וואס איז מענש לעוברי רצונו איבער געדרייט די רעדל די בעלזא זענען געווארן נרדפים אין די סאטמארע זיי זענען געווארן רודפים (פארשטייט זיך מיט א לבוש פין אידישקייט) זיי האבן גערודפט די בעלזא אין אויך האבן זיי אראפגעברענגט אין געטרינקען דאס בלוט פין א יעדען ערליכע איד וואס איז געשטאנען אין וועג, אבער די קל ארך אפים לא ינום ולא יישן האט זיי אויך באצאלט, יארן זענען די בני יואל געווען די נרדפים, אין די ארונים זענען געווען די רודפים אין רוצחים, אין היינט האלט עס אז גאט ברוך הוא האט געפירט אז די ארונים זענען די נרדפים אין ווער זענען די רודפים? די "הייליגע זאליס" יא אמת לשם שמים אבער ווען איז עס נישט געווען לשם שמים? איז אויף ווארטן ענק אז די אייבערשטער זאל ענק אויך באשטראפן? די באשעפער איז מאריך אף אין ער וועט אויך אן קומען צו ענק.
גלייבן אינעם ויואל משה ווייס איך נאך נישט צי עס איז פין די יג' עיקרים אבער גלייבן אין שכר ועונש איז לית מאן דפליג עלייהו

די הייליגע זאליס זענען די רודפים? און די ארוינים זענען די נרדפים??

איך ווייס אז כהאב שוואכע שאנסן צו באקומען א נארמאל ענטפער פון דיר, ווייל אויף דיין קאלקיטלעיטער איז איינס פלאס איינס א חלה דעקל, אבער טרייען קאסט נישט קיין געלט!

נו אויב אזוי; אפשר זאגסטו מיר ווי די זאליס זענען די רודפים און די ארוינים זענען נרדפים? פארצייל א מעשה, עפעס, ברענג א ראיה לדבריך, ברענג עפעס באוייזן, נישט גיי קאפ אין וואנט אזוי ווי דיין דרך הסלולה לך פון די הימלישע צייטן פונעם אלמעכטיגן ווידער זעכרוינעלעבראכע

לאקש » זונטאג אוגוסט 19, 2018 2:17 pm

· #411480

אגב קען מען זעהן אויך אז עס זענען דא מענטשען וואס די אייבישטער פירט זיי אז זיי זאלן זיין זייער גאנץ לעבן פין די רודפים ווי "משה טערעריסט פריעדמאן", יעקב שמשון גאלד ועוד. זיי האבן עפעס אן עקסטערע זכות אז די אייבערשטער איז אויף זיי זייער לאנג מאריך אף, עטס געדענקטס די ווערטער? "קשה לכעוס ונוח לרצות כי לא תחפץ במות המת, כי אם בשובו מדרכו וחיה, ועד יום מותו תחכה לו, אם ישוב מיד תקבלו". עס קיצעלט. הא?

יאפ ממש שטוינענד ווי דער אייבערשטער פירט זיך זיין וועלטל...

דער פארשאלטענער טעראריסט משה בן פראדל זאל נידערן אונעם טיפן גיהנום איז א טערעריסט געוועזן זיין גאנץ לעבן און וועט אייביג בלייבן ביז דער פון אויבן וועט זיך אפגעבן מיטים מיט דם ואש ותמרות עשן, צוזאמען מיט זיין נאצישער חבר פון שפטיווקא, וואס כמה פעמים איז שוין געשטאנען אין בלאט די שוידערליכע אומרעכטן וואס ער טוט... אזוי סשטייט שוין אים פסוק והוקע אותם לעיני השמש, אט אזוי דארף מען טון פאר די רשעים און מארטירער פונעם פאראייניגטן פערטן רייך וואס וועט זיך נישט לאזן פון די ארכי טערעארעסטן ווי בן פראדל און דער שפטיווקער!
מיר אלע שטייען פאראיינגט צוזאמען מיט הרב קאליקולעיטער נישט צו לאזן די רשעים אנקומען אין גן עדן! אלע אין גיהנום!

signout » זונטאג אוגוסט 19, 2018 3:20 pm

· #411482
פין די באריכטן וואס לאקש לויזט געווענליך אויס <a class="postlink" href="https://www.kikar.co.il/abroad/288105.html">https://www.kikar.co.il/abroad/288105.html</a>

signout » זונטאג אוגוסט 19, 2018 3:24 pm

· #411483
די משגיח רופט פאליציי צו ארעסטירן דעם בחור וואס האט געשפריצט אויף אים <a class="postlink" href="https://twitter.com/hasidic_1/status/1031168128506576896">https://twitter.com/hasidic_1/status/10 ... 8506576896</a>

לאקש » זונטאג אוגוסט 19, 2018 4:16 pm

· #411485
signout
פין די באריכטן וואס לאקש לויזט געווענליך אויס <a class="postlink" href="https://www.kikar.co.il/abroad/288105.html">https://www.kikar.co.il/abroad/288105.html</a>

אלץ והיתם נקים מהשם ומישראל, גיי איך יעצט איינמאל קלאר מאכן די מעשה, און מער גיי איך מיך נישט באציען מו דעם,

יעדער וואס האט קרובים אין קווינס זאל עס דאבל טשעקן!

א בחור וואס איז געפלויגן פון ישיבה פאר א סמארטפאון, אזאך וואס יעדער פארשטייט אז אזוי טוט מען, איז געקומען און אנגעשפריצט די מנהל מיט פעפער ספרעי, א גוי האט געזעהן און געריפן די מענעדזשער, מהאט אים געזאגט גיי ארויס פון קעמפ, האט עס געזאגט כהאלט נישט דערביי, האט אים ליבערמאן אנגעכאפט און אריינגעלייגט אין זיין קאר, און אים געוואלט ארויס פירן פון קעמפ, האט דער סופר געקאלט פליס, אז מהאט אים פארכאפט, האט פליס געפרעגט וואס איז די מעשה, האט מען אים געזאגט אז דער אינגאטש האט געשפריצט פעפערספרעי! האט מען אים געקייטעלט און אפגעפירט פון שטח, דעטס איט!!!

יעצט; ווער סוויל קען שרייען ליגענר שקרן כזבן בלאפער, און ווער סוויל זאל עס נאכגיין…
והדברים ידועים וברורים לכל!

לאקש » זונטאג אוגוסט 19, 2018 4:18 pm

· #411486
signout
די משגיח רופט פאליציי צו ארעסטירן דעם בחור וואס האט געשפריצט אויף אים <a class="postlink" href="https://twitter.com/hasidic_1/status/1031168128506576896">https://twitter.com/hasidic_1/status/10 ... 8506576896</a>

א ראיה ברורה פונעם בלאט הויפטקווארטיר׳ס טוויטער אקאונט!!

מי יגלה עפר מעיניך ווידער זעכרוינעלעבראכע!
דיינע שאָף גייען אין דיינע וועגן!
טאקע נישט ווי די האסט געקענט, אבער אז מען פראבירט איז שוין עפעס!

calculator » זונטאג אוגוסט 19, 2018 4:43 pm

· #411491
לאקש
calculator
אין די היסטריה פין בעלזא אין סאטמאר אין די לעצטע 80 יאר זעהט מען אזוי, אז לערך 80 יאר צירוק זענען די בעלזא געווען די גרעסטע רוצחים אין רודפים פין די חסידישע קרייזען ווער עס האט געטראכט אנדערש פין זיי האט מען אנגעבויקערט, פארשטייט זיך לויט די דעלמאטס'דיגע מעגליכקייטן אלעס לשם שמים כבוד החסידות, אין נאכדעם בערך 50 יאר צירוק האט די אייבערשטער וואס איז מענש לעוברי רצונו איבער געדרייט די רעדל די בעלזא זענען געווארן נרדפים אין די סאטמארע זיי זענען געווארן רודפים (פארשטייט זיך מיט א לבוש פין אידישקייט) זיי האבן גערודפט די בעלזא אין אויך האבן זיי אראפגעברענגט אין געטרינקען דאס בלוט פין א יעדען ערליכע איד וואס איז געשטאנען אין וועג, אבער די קל ארך אפים לא ינום ולא יישן האט זיי אויך באצאלט, יארן זענען די בני יואל געווען די נרדפים, אין די ארונים זענען געווען די רודפים אין רוצחים, אין היינט האלט עס אז גאט ברוך הוא האט געפירט אז די ארונים זענען די נרדפים אין ווער זענען די רודפים? די "הייליגע זאליס" יא אמת לשם שמים אבער ווען איז עס נישט געווען לשם שמים? איז אויף ווארטן ענק אז די אייבערשטער זאל ענק אויך באשטראפן? די באשעפער איז מאריך אף אין ער וועט אויך אן קומען צו ענק.
גלייבן אינעם ויואל משה ווייס איך נאך נישט צי עס איז פין די יג' עיקרים אבער גלייבן אין שכר ועונש איז לית מאן דפליג עלייהו

די הייליגע זאליס זענען די רודפים? און די ארוינים זענען די נרדפים??

איך ווייס אז כהאב שוואכע שאנסן צו באקומען א נארמאל ענטפער פון דיר, ווייל אויף דיין קאלקיטלעיטער איז איינס פלאס איינס א חלה דעקל, אבער טרייען קאסט נישט קיין געלט!

נו אויב אזוי; אפשר זאגסטו מיר ווי די זאליס זענען די רודפים און די ארוינים זענען נרדפים? פארצייל א מעשה, עפעס, ברענג א ראיה לדבריך, ברענג עפעס באוייזן, נישט גיי קאפ אין וואנט אזוי ווי דיין דרך הסלולה לך פון די הימלישע צייטן פונעם אלמעכטיגן ווידער זעכרוינעלעבראכע

ווער קען ענטפערן פאר ידידי לאקש ווען די "זאליס" האבן גערודפט די "ארונים" אין די לעצטע 19 יאר?

נ.ב נישט יעדער וואס טראכט אנדערש ווי די זאליס איז פשט אז ער האט געליינט די "בלאט".

לאקש » זונטאג אוגוסט 19, 2018 8:30 pm

· #411502
calculator
לאקש
calculator

איך ווייס אז כהאב שוואכע שאנסן צו באקומען א נארמאל ענטפער פון דיר, ווייל אויף דיין קאלקיטלעיטער איז איינס פלאס איינס א חלה דעקל,

ווער קען ענטפערן פאר ידידי לאקש ווען די "זאליס" האבן גערודפט די "ארונים" אין די לעצטע 19 יאר?

נ.ב נישט יעדער וואס טראכט אנדערש ווי די זאליס איז פשט אז ער האט געליינט די "בלאט".

אט אזוי! הדא הוא דכתיב מיינע ווערטער וועגן באקומען א נארמאלע תשובה

אונטער חכם » זונטאג אוגוסט 19, 2018 10:29 pm

· #411515
Re: נייעס אין סאטמאר (מהר"יי)
לאקש
לאקש
א גאר הערליכע מעשה האט זיך אפגעשפילט, ווען ביי די דינער פון מחנה רב טוב איז דא א פראגראם פאר אלע קינדער אז מען שרייבט א בריוו פאר די עלטערן און די עלטערן נעמען עס אפ ביים דינער, איז געוועזן א אונגל נעבעך א יתום, וואס האט שטארק געוואלט אריינגיין אונעם גורל, האט ער געשאיבן א בריוו, צו ווער עס טרעפט עס, דער אינגערמאן וואס האט סארטירט די בריוון האט עס אפגעפונען, זייענדיג אזוי מרוגש, האט ער עס איבערגעגבן פאר כ״ק מרן רבינו שליט״א, און אין א איבעראשענדע אקט האט די אבי שליט״א צירוק געשריבן א גאר ווארימע בריוו פאר דעם קינד.

ווי האט די רבי זכרונו לברכה געזאגט, "אז די רבנים ווערן פאליטישאנס, ווערן די פאליטישאנס רבנים.

signout » מאנטאג אוגוסט 20, 2018 2:55 pm

· #411554
לאקש דארף באקומען א מעדאל פארן אזוי שיין פארווישן די ארעסטן אין קווינס קעמפ, אין מאכען יענע טוויטער אקאונט אלס ברענטש פין בלאט אפיס...

קאך_לעפל » מאנטאג אוגוסט 20, 2018 3:33 pm

· #411555
.

לאקש » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2018 5:32 pm

· #411743
שבת קודש פרשת שופטים בצל הקודש פון רבינו שליט''א אין מחנה דברי יואל:
 
ערב שבת אום 10 נאך 8 איז דער רבי אריינגעקומען און ביהמ"ד, און צוגעגאנגען צו מנחה,
 
מיט קבלת שבת איז נתכבד געווארן ר' יואל פעלדמאן, ר"מ בישיבה,
 
דערנאך איז מען אריבער גוט שבת זאגן,
 
נאך א הפסקה פון עטליכע מינוט, איז דער רבי אריינגעקומען צום טיש, צוזאמען מיט די תלמידי הישיבה, אין אוהל אלטא פיגא,
 
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען נכדו הב' מנחם אפרים טייטלבוים, זון פון הגה"צ ירושלימער רב,
 
הגה"צ רבי יואל, האט אויפגעהויבן די כוס צו קידוש,
 
פאר די פיש האט די רבי געטיילט י"ב חלות פאר די בחורים וועלעכע האבן ארויס געהאלפן במשך די שבתים,
 
זמירות שבת האבן די בחורים אנגעהויבן, מ'האט אויך געזינגען ניגוני התעוררות,

די רבי האט אנגעהויבן די תורה מיטן פסוק צדק צדק תרדוף למען תחיה וירשת את הארץ, פירש"י ז"ל כדאי הוא מינוי הדיינין הכשרים להחיות את ישראל ולהושיבן אל אדמתן, - שפעטער אין די פרשה פון די ציווי צו שרייבן א ספר תורה פארן מלך שטייט, וקרא בו כל ימי חייו למען ילמד ליראה את ה' אלוקיו לשמור וכו' ולבלתי רום לבבו מאחיו וכו' ולמען יאריך ימים על ממלכתו הוא ובניו,
די רבי האט שטארק מאריך געווען מיט'ן ייטב לב אויפן פלאץ, בהקדם דער מאור עינים אויף די גמ' "לעולם יעסוק אדם בתורה שלא לשמה שמתוך שלא לשמה בא לשמה", אז די צדיקים פסל'ן אייביג די עבודה פון נעכטן ממילא איז ביי זיי שייך "לעולם" ווייל אפילו ער איז שוין משיג לשמה זענען זיי אייביג מוסיף אויף די עבודה פון פארדעם מיט העכערע מדריגות, טייטשט דער הייליגער ייטב לב "וקרא בו כל ימי חייו" אז די הלכה ביי לימוד התורה איז אז אויף מקרא מעג מען לערנען פאר שכר, משא"כ ביי משנה און תלמוד, זאגט ער וקרא בו, ס'דארף אייביג זיין די בחינה פון שלא לשמה למען ילמד צוציקומען צום לשמה דורך די אנדערע לימודים, ליראה את ה' אלוקיו וועט עס ברענגען די ריכטיגע לשמה,
דער ייטב לב זאגט אבער, אז א צדיק וואס איז אין די מדרגה פון לשמה איז נישט שייך אז ער זאל זיך קענען ריכטיג אפגעבן מיט אידישע קינדער – איז אברהם אבינו וואס ער האט עוסק געווען צו מכניס זיין אידן תחת כנפי השכינה האט געמוזט אוועקגעבן פון זיין עבודה, איז וקרא בו כל ימי חייו אז כאטש ער קען אנקומען צום לשמה, דאך איז ער א גאנץ לעבן א בחינה פון שלא לשמה למעןילמד ,פאר אנדערע אידן איז עס מיט א תנאי לבלתי רום לבבו מאחיו, ווייל טאמער איז ער העכער קען ער זיך נישט מטפל זיין מיט אידן, ולמען יאריך ימים הוא ובניו צו לערנען די דורות הבאים,
דער רבי האט משלב געווען די גאנצע תורה פונעם הייליגן זיידן דער ייטב לב וואס זיין גאנץ לעבן האט ער פון זיך אוועקגעגעבן אלעס צו עוסק זיין און ארויסהעלפן אידישע קינדער,
דער רבי האט אויך צוגעשטעלט די טייטש פון ספה"ק אז א ערליכע איד ווערט אנגערופן א אדם כשר, ווייל אין יו"ד ווערט געפסקנט אז כשר ביי א  בהמה איז נאר שייך אויב ער קען דורך לעבן אלע תקופות השנה פון די י"ב חודש, די זעלבע זאך אויב איז געווען אויף דער וועלט און זיך נישט דערשראקן פונעם זרם העולם איז ער א אדם כשר,
דער רבי האט ממשיך געווען די רש"יכדאי הוא מינוי הדיינין הכשריןאז דער רבי זי"ע האט געזאגט אז די אלע מדריגות פונעם ייטב לב איז געקומען פון די אלע שווערע זמנים וואס ער האט מיטגעמאכט דאס האט אים משלים געווען צו די בחינה פון דיינין הכשרין.
אזוי אויך האט דער רבי אויסגעפירט מיט א מעשה פונעם הייליגן ייטב לב בעניני שידוכין, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן די תלמידים להפקד בכל טוב סלה, און דער רבי האט ממשיך געווען מיט לענגערע סיפורי קודש פונעם הייליגן ייטב לב.
 
ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען חתנא דבי נשיאה הגה"צ ר' אלטר גלאנץ,
 
נאכן בענטשן האט דער רבי פארטיילט פירות, אין מ'האט געטאנצן אז ביום,
 
אויפן וועג אהיים האט די רבי פארציילט איבערן הייליגן יטב לב, ובפרט אויף די סגל החבורה פונעם היליגן צאנזע רב, די ייטב לב אין ר' שמעון יערוסלאבער, ווי אויף איבער די נסיעות פונעם ייטב לב צו "ר אשר'ל ראפשיצער אין צום עטרת צבי פון זידיטשוב אין צום הייליגן רוזונער אין צום ערשטע בעלזא רב זכותם יגן עלינו,
שבת אינדערפרי אום 9:45 איז דער רבי אריינגעקומען צו שחרית,
 
צו פסוקי דזמרא איז צוגעגאנגען הב' ב"ר שרגא בלומענבערג,
 
שחרית: דעם רבינס אייניקל הרב שלום ראטענבערג, איידעם פון הגה"צ סיגוטע רב,
 
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן
 
הוצאה והכנסה: ר' יוסף לייב ווערצבערגער,
 
כהן: ר' מאיר הלל ליבערמאן,
 
אנאנים: הבה"ח בן הרה"ח ר' שמעון משה טירנויער,
 
שלישי: ר' אליעזר יצחק שטיינמעץ ר"מ בישיבה,
 
רביעי: הרב זלמן לייב ב"ר פייוויש טייטלבוים, אייניקל פון רביה''ק זי"ע די ברך משה,

חמישי: הבה"ח בן הרב הערשל פיש,
 
שביעי: הבה"ח  בן הרה"ח ר' חיים דניאל ווייס,

הוספות הבה"ח ב"ר פסח זיגעלמאן, הבה"ח ב"ר יוסף יודא ארי' גוטמאן, הבה"ח ב"ר אליעזר מאיר לעפקאוויטש,
 
אחרון: הרה"ג ר' שלום שטערן ר"מ בישיבה,
 
מפטיר: הרב בנימים צבי מאליק אב"ד סאמבור,
 
הגבה: הרה"ח ר' אייזיק דאסקאל,
 
גלילה: הב' ב"ר ישראל מאיר ראזענבערג,
 
מוסף האט געדאווענט פארן עמוד הרה"ח ר' אליעזר מאיר לעפקאוויטש,
 
פתיחה אנעים זמירות: ר' הערשל לעפקאוויטש,

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א קידוש פאר די געסט, בביתו נאוה קודש,
הגה"צ ירושלימער רב, האט אויפגעהויבן די כוס צו קידוש,
 
דער רבי האט געטיילט שיריים, און ס'איז פארפירט געווארן א הערליכע שמועס, איבערן היליגן יטב לב, איבער די הייליגע טשערקאסע רב וואס די וואך געפאלט די יארצייט, אין איבערן הייליגן ר' מאטעלע מ'הארנסטייפל,

די סעודה שבת אינדערפרי האט דער רבי געפירט מיט תלמידי חלק ב',
 
די רבי האט אנגעהויבן חי' ד',
 
נאך די זמירות שבת האט די רבי געזאגט תורה זיך שטעלדיג אויפן פסוק שופטים ושוטרים תתן לב בכל שעריך אשר ד' אלקיך נותן לך וגו'
די רבי האט מדייק געווען עטליכע דייקים אין צווישן דעם די סתירה את ה' אלקיך אז עס איז חסד מיט דין, די בעל הטורים איז משלב די צוויי סדרות פרשת ראה ענדיג זיך איש כמתנת ידו כברכת ה' אלקיך אשר נותן לך,
די רבי האט מקידם געווען די ווארט פון בעל שם טוב הקדוש קל נקמות ד' אז די רבש"ע איז אמאל מעניש דורכן מטיב זיין אין געבן השפעות טובות אין דורך דעם איז ער זיך מתבונן אין מען טראכט אריין אין מען שעמט זיך פונעם אייבשטען, אין מען קומט צו צי תשובה דורך די מידת ה' פון רחמים,
דערנאך האט די רבי נאכגעזאט די ווארט פון מגיד משוך חסדיך ליודעך קל קנא ונוקם, אין די ווארט פונעם ייטב לב אויף תהילים קל נושא היית להם ונוקם על עלילותם, אין ווי עס ווערט מבואר אין ספרים הקדושים אז דורך התנשאות קומט מען צו צי התבוננות אויף תשובה,
לפי"ז האט די רבי געטייטשט איש כמנת ידו כברכת ה' אלקיך אשר נתן לך, וואס די סגולה איז אז שופטים ושטרים תתן לך אז א מענטש לעבט מיט א חשבון הנפש צי ער איז אמת'דיג ראוי מקבל צו זיין די השפעות פונעם אייבישטען,,, דאס איז די ה' אלקי וואס די מידת הדין קומט פון די מדת הרחמים.
די רבי האט דערנאך אויסגעפירט מיט דברי הכנה אין הדרכה אויף חודש אלול, אז די אייבישטער געבט אונז טאקע אלע השפעות אין מיר דארפן מאכן די ריכטיגן חשבון הנפש אויף די הייליגע טעג,

ברכת המזון האט די רבי מכבד געווען הרה"ג ר' אלישע רובין מנהל בישיבה אייניקל פון רביה''ק זי''ע די ברך משה,
 
אויפן וועג אהיים האט די רבי ארום גערעדט איבער די אהבה וואס מען האט געזעהן ביים ייטב לב צו זיינע תלמידים, אין איבער וואס די ייטב לב האט אמאל געזאגט פאר א בעל הבית אז די וועסט אפזאגען טעג פון מיינע בחורים וועט מען ח"ו מן השמים אפזאגן דיינע טעג, אין נאך ענינים איבערן העמיד תלמידים הגונים,
 
שבת נאכמיטאג האט הגה"צ ירושלימע רב פארגעלערנט פרקי אבות מיט דברי הדרכה והכנה אויף די הייליגע טעג הבאים לקראתינו

צו מנחה איז דער רבי אריינגעקומען אום 8:25,
 
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' אברהם וואלף שטויבער, מנהל בישיבה,
 
כהן האט עולה געווען דעם רבינס אייניקל הב' ליפא גלאנץ,
 
לוי הב' בן הרה"ח משה הערש רייזמאן,
 
שלישי הרה"ח ר' חיים אליעזר שטויבער, פון קרית יואל,
 
גלילה הבה"ח בן הרה"ח ר' יודל עפשטיין,
 
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען,
מיט אודה הרבני הנגיד ר' משה שמואל זופניק,
 
שיר המעלות הרה"ח ר' וואלף לעפקאוויטש פון קרית יואל,
 
ידיד נפש, משב"ק הרה"ח ר' מרדכי דוד ווידער,
 
מעריב האט געדאווענט פארן עמוד הרב בנימין צבי מאליק אב"ד סאמבור.

קאך_לעפל » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2018 5:53 pm

· #411745
בקיצור מ'האט פארציילט מעשות... און געגעסן און געטרונקען... און דאן איז מ'געגאנגן שלאפן.....

א גוטע וואך! און גוטע וואך!

יחי אדונינו טדיי דיי דייי

התם ומתמם עם תמימים » מאנטאג אוגוסט 27, 2018 8:20 pm

· #411936
ביי די רבי זי''ע איז אויך אזוי אנגעגאנגען בערך מער ווייניגער, געגעסן אין געטרונקען אין געשלאפן געזאגט תורה דערציילט מעשיות.......

וואס מאכסטו אוועק יענעם,

calculator » מאנטאג אוגוסט 27, 2018 8:22 pm

· #411937
.

calculator » מאנטאג אוגוסט 27, 2018 8:23 pm

· #411938
התם ומתמם עם תמימים
ביי די רבי זי''ע איז אויך אזוי אנגעגאנגען בערך מער ווייניגער, געגעסן אין געטרונקען אין געשלאפן געזאגט תורה דערציילט מעשיות.......

וואס מאכסטו אוועק יענעם,

מיין איינציגסטע לימוד זכות אויף דיר איז
התם ומתמם עם תמימים

לאקש » זונטאג סעפטעמבער 2, 2018 3:15 pm

· #412270
calculator
התם ומתמם עם תמימים
ביי די רבי זי''ע איז אויך אזוי אנגעגאנגען בערך מער ווייניגער, געגעסן אין געטרונקען אין געשלאפן געזאגט תורה דערציילט מעשיות.......

וואס מאכסטו אוועק יענעם,

מיין איינציגסטע לימוד זכות אויף דיר איז
התם ומתמם עם תמימים

און מיין איינציגסטע לימוד זכות אויף דיר איז...

אויף דיין קאלקיולעיטער איז איינס פלאס איינס א חלה דעקל!

קאך_לעפל » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2018 12:45 pm

· #412320
לאקש, רבינו האט געזאגט סליחות?

שמעון וואלף » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2018 11:56 pm

· #412372
ווארט צו
מ'דארף נאך מברר זיין ווער ס'האט אויפגעמישט די סליחות און ווער ס'האט דערלאנגט די טלית. ווי נאר אלע פרטים וועלן אריינקומען וועט עס געמאלדן ווערן.

יין שרף » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2018 12:55 am

· #412377
ווער זאגט? אפשר האט די רבי פלעין נישט געזינדיגט די יאר?

לאקש » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2018 8:23 pm

· #413262
*יום הקדוש בצל הקודש:*

ערב יום הקדוש אום פערטל צו 5 איז די רבי אריינגעקומען צו מנחה, פאר מנחה האט די רבי געצינגען די געזנוטע ליכט, צום עמוד איז צוגעגאנגען הרב שמעון ב"ר יוסף הערש לויפער,

אום פערטל צו 8 איז די רבי אריינגעקעומן אין ביהמ"ד צו די דרשה אנגעטון בבגדם של צדיקים, מיטן טלית בעקיטשע אין קיטל פון רביה"ק זי"ע, מיט די גארטל פון רביה"ק זי"ע בעל ברך משה,
די רבי איז ארויף אויפן ארון קודש געזאגט א תפילה קצרה, דערנאך אנגעהויבן די דרשה בקול דממה דקה, מיטן פסוק *כי ביום הזה יכפר עליכם לטהר אתכם מכל חטותיכם, אין די משנה אמר רבי עקיבא אשריכם ישראל לפני מי אתם מטהרים ומי מטהר אתכם,*
במשך די דרשה האט די רבי מעורר געווען אויף די צניעות ביי די נשים, אז די אחריות ליגט אויף יעדע טאטע אכטונג צו געבן, אין עס איז א חלק פון די מצוה פון ואהבת לרעך כמוך,
דערנאך האט די רבי מעורר געווען אויף די צדיקים וועלעכע זענען אועק גענומען פון אונז דעי יאר, הגה"צ די שארמאשע רב זצ"ל, כק אדמו"ר מ'וויזניץ מאנסי זצ"ל, הגה"צ דושינסקי רב זצ"ל,

לערך 10 נאך 8 האט די רבי אנגעוהיבן די ווידי, דערנאך האט ר' משה די גבאי געגאנגען פתיחה אין איבערגעגען פארן רבין די ספר תורה פונעם הייליגן צאנזע רב, די רבי האט מעורר געווען נאכזאגנדיג פון צדיקים אז ווען די שלטון איז גוזר א גזירה איז עס א סימן אז מען איז נכשל אין די זאך, האט די רבי געזאגט אז מען זעט אז די ממשלה איז גוזר גזירות אויפן חינוך איז א סימן אז אונז האבן מיר א חסרון אין לימוד התורה,
דערנאך האט די רבי געזאגט 3 מאל אור זרוע אין פלגי מים אויפן ארון קודש דערנאך אנגעהויבן ארום צו גיין דעם ביהמ"ד, וואס צוליב די געדרענג האט עס גענונען קרוב צו א האלבע שעה, איבער זאגנדיג די פסוקים אור זרוע אין פלגי מים כמנהג,
נאכדעם האט מען מכבד געווען די דיין הגה"צ ר' לייבוש פרידמאן אין הגה"צ רבי נתן דוד ראזענבערגער אב"ד גמזו וחבר הבית דין צדק התאחדות הרבנים, מיטן האלטן די ספרי תורות ביי כל נדרי,
צו תהלים איז צוגעגאנגען ר' מרדכי דוד ווידער משב"ק, מיט שיר היוחד זענען מכובד געווארן די רבינס איניקליך, הרב חיים הערש ראזנבערגער, הרב יואל ראזנבערכער, הרב יחיאל מנחם מייזליש, הרב יואל גלאנץ, הרב ליפא ראזנבערגער, הרב שמואל מאיר גלאנץ, מיט אז ביום ר' אהרן פריעדמאן אין מען האט געזינגן מיטן ניגון פון שבת,
נאכן דאווענען איז די רבי אריין אין שטיבל ביים ביהמ"ד ווי די רבי האט געבענטשט דעם עולם,

די רבי איז אריינגעקומען צו שחרית אום 20 צו 9, צו פסוקי דזמרא איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' יודל פאזען מנהל ישיבה גדולה, שחרית, הגה"צ די ראש בית דין שליט''א,
פתיחות ביי שמו"ע זענען געגאנגען ר' ירמי טייטלבוים, ר' יקותאל משה שניצלער, ר' גדלי טייטלבוים,
הוצאה והכנסה איז מכובד געווארן ר' אהרן דוד עסטרייכער פון לאנדאן, ר' יוסף פנחס סטראלאווישט פון קרית יואל,
כהן האט עולה געווען ר' הערש אלימלך כהנא,
אנאנים: ר' יעקב עקיבא הירש,
שלישי: ר' חנני שמילאוויטש,
רביעי: ר' יוסף פנחס סטראלאוויטש חבר הנהלת המוסדות קרית יואל,
חמישי: ר' משה די גבאי,
די רבי האט עולה געווען שישי,
הגבה אויפן ערשטן ספר: ר' משה חיים ווערצבערגער פון מאנטריאל,
גלילה: ר' שמואל ישעי פרידמאן פון מאנסי,
מפטיר האט עולה געווען הרה"ג ר' שמעי' גרינבוים,
הגבה: אויפן צוויטן ספר: הרה"ח ר' יודא לייב פרידמאן סגן ראש הקהל,

אום פערטל נאך 2 איז די רבי אריינגעקועמן צו יזכור, די גבאי ר' מאיר שניצלער האט געמאכט די מי שברך,
נאך יזכור איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל האברך ר' ישראל ב"ר אהרן הערש כ"ץ,
דערנאך איז די רבי צוגעגאנגען צו מוסף,
צו מנחה איז צוגעגאנגען ר' יושע הענדלער,
כהן האט עולה געווען: ר' יונה כץ, לוי: ר' משה הערש רייזמאן,
מפטיר יונה האט די רבי עולה געווען געקויפט דורך ר' אברהם בער יאקאבאוויטש סגן ראש הקהל,
הגבה איז געגאנגען ר' אברהם בער יאקאבאוויטש סגן ראש הקהל, גלילה: ר' יודל פרענקל פון בארא פארק,
מהאט אנגעהויבן נעילה אום 5 צו 7 פתיחה הארון איז געגאנעגן ר' יודא לייב פערלמוטטער,
די רבי האט פארגעזאגט אבינו מלכינו פסוק בפסוק בהתעוררות רב כנהוג, אין דערנאך געזאגט די פסוקי יוחד,
מעריב האט געדאווענט פארן עמוד ר' יחזקאל שרגא רייזמאן,
נאך מעריב האט די רבי געמאכט קידוש לבנה, אין מען האט אהיים באגלייט דעם רבין בשירה ובזמרא,

אום פערטל צו 12 איז די רבי אריינגעקומען אין היכל ביהמ"ד הגדול צום טיש,
מיטן פיוט המבדיל האט די רבי מכבד געווען ר' הערשל גלאנצער פון ב"פ, דערנאך האט די רבי געזאגט תורה אויפן פייט ויום טוב היה עושה בצאתו בשלום מן הקודש אשרי העם שככה לו,
נאך די תורה אט מען ממשיך געוען מיט ניגונים לכבוד היום,
ברכת המזון האט די רבי מכבד געווען הרב חיים יושע גאלד
*ויום טוב היה עושה בצאתו בשלום מן הקודש, אשרי העם שככה לו!*

נקודת-אמת » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2018 11:54 pm

· #413273
לאקש
דערנאך האט די רבי מעורר געווען אויף די צדיקים וועלעכע זענען אועק גענומען פון אונז דעי יאר, הגה"צ די שארמאשע רב זצ"ל, כק אדמו"ר מ'וויזניץ מאנסי זצ"ל, הגה"צ דושינסקי רב זצ"ל,

ווי קען זיין אז דער רבי האט פארזעהן דעם הייליגן אותו גדול וצדיק לוחם מלחמות ה'
שנספד כהלכה ה"ה הגה"צ ר' שמואל אווערבאך זצוקללה"ה?
אתמהה.

קאך_לעפל » מיטוואך אקטאבער 3, 2018 10:24 am

· #413567
גאר א הייליגער און דערהויבענער יום טוב איז פאראיבער בצל רבינו.

הו''ר האט רבינו געקלאפט מיט נישט ווייניגער פון 5 ערבות כמנהג סיגוט. און ס'האט זיך געהערט א רעש אין בית המדרש.

די כיבודים זענען מער ווייניגער געווען הגה''צ רבי יואל האט אויפגעהויבן דעם כוסע פארן פאטער, און ר' שמואל משב''ק איז געגאנגן הגבה ווי שטענדיג.

שמח''ת האט רבינו אפגעראכטן די הקפות כמנהג סיגוט. או דאס יאר האט מען געזונגן א נייע הקפה ניגון וואס האט אויסטערליש געהויבן דעם ציבור לאלפים.

דער קלימאקס פונעם היילגען יו''ט איז אן קיין שום צווייפל געווען דער הערליכע געשלעג ביים געהויבענעם נעילת החג טיש, וואס איז זיך פארלאפן צווישען הני תרי צנתרי דדהבא הרה''ח רבי יקותיאל יודא פעלדמאן דער ראש פון די חברה קדישא בקהלתינו הק' און הרב החסיד המפורסם רבי יוסף פריעד שליט''א, צילוב א פארבאטענעם סמארט פאון וועלכע איז אריינגעשמוגלט געווארן אינעם ראדני שול. דער עולם האט ב''ה גאר שטארק גענאסן פונעם העפטיגן געשלעג, כמנהג ראדני. און דערנאך האט רבינו געשליידערט מיט אימפעט רויטע עפל פאר די צושויער.

דאן איז פארגעקומען א מעכטיגע באגלייטונג מיט פראכטפולע אויטאמאבילן מיט בליצערלעך און סירנעס, פון וועלכע די תשב''ר האבן אויסטערליש נהנה געווען.

און דאן איז רבינו געגאנגן שלאפן.

ויו'''ט היה עושה בצאתו מן הקודש.

קאלעגע לאקש וועט שפעטער ווי זיין שטייגער צולייגן וואס כ'האב נישט אויפגעפאסט....

יהודי פשוט » מיטוואך אקטאבער 3, 2018 11:46 am

· #413571
ווי מאנכע יודעי דבר געבן איבער האט בערך אזוי אויך אויס געזעהן די הייליגע און דערהויבענע יו"ט בצל פונעם ברודער ר"א, ער האט אויך געקלאפט נישט מער און נישט ווייניגער ווי 5 ערבות, און די רעש האט זיך אויך שטארק געהערט כמעט אינעם גאנצן ביהמ"ד, און אזוי ווייטער די גאנצע יום טוב איז געוועהן כמעט די זעלבע, כנהוג.

לחיים ולברכה » מיטוואך אקטאבער 3, 2018 12:57 pm

· #413576
איינער קען אהער ברענגען די קליפ ווי מען טיילט קלעפ אין ראדני פאר איינער וואס האט ארויס גענומען א קעמרע?

איסר האטלקי » מיטוואך אקטאבער 3, 2018 2:13 pm

· #413578
נישט קיין קאמארא, נאר ארויסגענומען א סמארטפאן רח"ל צו קענען מעלדן נייעס אויפן סאטמאר עיזש- קיו טוויטער פלאטפארמע.

ימים ידברו » מיטוואך אקטאבער 3, 2018 4:10 pm

· #413584
שכוח ר' זלמן לייב פאר נישט אפשוינען דעם פריעד פון טוען אין מקום קדוש....

calculator » מיטוואך אקטאבער 3, 2018 6:46 pm

· #413600
לחיים ולברכה
איינער קען אהער ברענגען די קליפ ווי מען טיילט קלעפ אין ראדני פאר איינער וואס האט ארויס גענומען א קעמרע?

<a class="postlink" href="https://drive.google.com/file/d/1A4vwfdbcgvc13wiwKpE3LrFyjqJg9Lld/view?usp=sharing">https://drive.google.com/file/d/1A4vwfd ... sp=sharing</a>

שמעון וואלף » דאנערשטאג אקטאבער 4, 2018 12:56 am

· #413642
איינער א זאלי זאגט מיר אז דער פעלדמאן איז געווען בגילופין זייענדיג אנגעשאשקעט לכבוד שמחת תורה און די גאנצע געשלעג האט געדויערט 10 סעקונדעס

גיי ווייס

אדונינו » פרייטאג נאוועמבער 30, 2018 1:49 am

· #417625
דריי מיליאן דאללער קאמפיין כ״א כסלו תשע״ט
בשם רבבה לחצי תלמידי רבינו, ווילן מיר זיך באדאנקן פאר די עמודי התווך פונעם היי יעריגן קאמפיין, לשבחם יאמר האט זיך א וואך פון אנגסט און צווייפל, געענדיגט מיט א געוואלדיגע סייעתא דשמיא, ווען מיר האבן דערגרייכט דעם סכום וואס וועט דעקן די גאנצע לאך אינעם בודזעט!!

הלא המה, בראש וראשון הנגיד הנכבד מר. דוד פרידמאן פון שיקאגו וואס איז באוויסט מיט זיינע געוואלדיגע לייסטונגען לטובת נפשינו שוין איבער פערציג יאר, כולם שוים לטובה, נאך בימי הברך פלעגט ער צוענדיגן די לעצטע הונדערט טויזנט דאללער צום קאמפיין, בבחינת מים אחרונים, אשרי לו.

צום צווייטן ווילן מיר באגריסן דעם אלמעכטיגן ״טענענבוים פאנד״ בנשיאות האחים טענענבוים שתחי׳ חברי הנהלת התאחדות הרבנים (בזווי״ר) וואס ווארטן קיינמאל נישט אויף די לעצטע מינוט, נאר ווי נאר זיי הערן פון א קאמפיין, גיסן זיי אריין זייער גאנצן קאנטע (קנאפע 25 אלפים) דערינען, אשרי חלקם.

אצינדער מיז מען דערמאנען, ראש ראשי קהילתינו הק׳ רבות בשנים ר׳ D. ריינבאך הי״ו פארן צושטייערן א ״צוואנציגער״ כה לחי.

אן עקסטערן קאפיטל פארדינט ״בראנקסוויל האום לל״ס״ וואס חוץ פון זייער שטענדיגע שטיצע ווי זיי גיסן מיליאנען אויף די פרישע בנינים וואס מיר האבן נאך קיינמאל נישט געקויפט, האבן זיי מוסיף געווען חטא על פשע, און געשנדר׳ט הונדערט אלפים אין אן אויגנבליק, אשריכם.

אויך הרב R. Lab שליט״א
הגאון ש. ש. מ.
הנכבד Shteinmetz
והצדיק S A Corp.
פארן צוענדיגן די קאמפיין סוקסעספול.

אחרון שבאחרונים החביב, מו״ה מאיר פרידמאן נ״י, מאיר׳ל דיר קומט זיך פעטש!! דו האסט געהאט אין דיין באנק אקאונט פופצן אלפים, וואס האסט צום סוף מנדב געווען, וואס האסטו געווארט ביז 10:58?? ח״ו ווען דיין דעטע איז שטייט אין יענע קריטישע מינוט, וואלטן מיר דורך געפאלן מיטן קאמפיין, און מיר ווילן נישט טראכטן ח״ו רח״ל וכו׳ נעם דיר צוריק דיין געלט!! לא מקצתך ולא מנבקשתך!! דו ביזט א פאררעטער פאר אייביג...

בכבוד הראוי האהאהאהאהאהההנהלה.

ימים ידברו » פרייטאג נאוועמבער 30, 2018 8:49 am

· #417633
לויט אדונים איז די גאנצע מעשה א דזשויק? אקעי איז נישט דריי מיליאן מסכים

איסר האטלקי » פרייטאג נאוועמבער 30, 2018 9:36 am

· #417638
איך בין נישט קיין ארויני און איך האלט אויך אז ס'איז א דזשאוק.

נישט ממש, ווייל ס'איז זיכער נישט געווען געפלאנט אזוי, אבער אז דער קאסע פילט זיך נישט אן, מוז מען מאכן אזעלכע דזשאוקס...

בן תורה » זונטאג דעצעמבער 16, 2018 1:10 am

· #419009
ערנסטע בזיונות....
@ימים ידברו, וויאזוי האט אזאנס געקענט געשען?

קפ

*תמהוני, ציוני או סתם לא לנו*
תורת רבי צבי פסח פראנק בביהמ"ד סאטמאר-ראדני

בימים אלו כאשר כלל ישראל טרוד בבעיות כבדות בארץ ובגולה, ובין החצרות בסאטמר קיימת תחרות וקנאה להראות מי הוא הקנאי האמיתי, נפלו חסידי האדמו"ר רבי זלמן לייב - או טוב יותר - מתנגדי אחיו הגדול האדמו"ר רבי אהרן, בפח יוקשים שאין לבלוע ולא להקיא.

מדובר בכשלון סוחף שנחל מהרז"ל באחד מלילי חנוכה שעעל"ט. כנהוג בחצר סאטמאר מדליק הרבי הנרות בביהמ"ד ואח"כ מרצה בדברי תורה וחידושי אגדה בענינא דיומא.

האדמו"ר מהרז"ל לא ידוע כבעל דברים מצוין, ולא בא לו בניקל להכין ד"ת לשמונה לילות רציפות, ולכך נעזר בועדה וצוות מיוחדת ובראשם המשב"ק ר' שמואל ט"ב, להכין לו הדרך בחידושי אגדה ודברי תורה.

בין חסידיו עדיין הדברים תמוהים בשל מי הרעה הזאת, אבל באחד מלילי חנוכה בבית מדרשו בראדני סטריט השמיע האדמו"ר ד"ת ובתוך הדברים אמר *איך האב געזעהן צוברענגען פון רבי צבי פסח פראנק* והמשיך להביא חידוש מהגרצ"פ פראנק זצ"ל בעל מקראי קודש, תלמידו של הרב קוק ורבה הראשי של ירושלים מטעם הממשלה הציונית לשעבר.

החסידים שנכחו בעת אמירת התורה כבשו פניהם בקרקע וטחו עיניהם מראות, ולמשמע אזניהם דאבה נפשיהם, לא האמינו למו מה קרה פה, ומה פתאום נשתנה ברבם הקנאי, לצטט מלא אחר מהרב פראנק?!

הלימוד זכות היחיד שיש להם הוא, שמהרז"ל בעצמו אין לו שיג ושיח בתולדות הרבנות, ואינו יודע מי היה הרב פראנק ותפקידו בארה"ק, ולדמיונו חשב שמדובר באחד ששימש ברבנות בטאשנאד או שאראשפאטאק, או שמא היה בתקופת הקדמונים מחכמי צפת וגורי האריז"ל.

הבושה והכלימה הוא אין לשער, לא יודעים אם הרב הפיליפיני בעל פרשת הכסף ימחה הפעם על אחיו של 'המשכיל והציוני' מקרית יואל, או אולי מבית קרעמניץ יצא השלהבת, ואף אפשר יחצב קול להבת אש מבית יאווארזשנא, ואנו אנו באים.

בבית האדמו"ר משנים עכשיו כל ה'תורה שרייבער' ומכיני הדרשות, וחוקרים ודורשים מי התחצף להכשיל את הרבי בדבר מוזר כזה, ומה ראה על ככה.

האדמו"ר בעצמו עדיין לא עודכן על זיהוי הנכון של הרב פראנק עד לאחר השבת, ובמשך יום השבת יתקיים אסיפת חירום בביתו בין צוות המשבקים על איך ואיפה להודיע לו על הכשלון.

green sunday » מאנטאג סעפטעמבער 2, 2019 3:52 pm

· #435657
Zalis in exchange of the $1 donations to open them the beams

מאן דאמר » מאנטאג אפריל 13, 2020 11:08 am

· #445745
קלאנגען פארן ארום אז ר׳ זלמן לייב האט געקלונגען נעכטן ר׳ אהרן זיך נאכפרעגן אויפן רעביצין׳ס געזונט, און זיי האבן געשמועס וועגן ר׳ ליפא די ברודער זייערע אויך
ווייסט עמיצער צו דאס איז אמת?

שושן פורים » מאנטאג אפריל 13, 2020 11:14 am

· #445747
מאן דאמר
קלאנגען פארן ארום אז ר׳ זלמן לייב האט געקלונגען נעכטן ר׳ אהרן זיך נאכפרעגן אויפן רעביצין׳ס געזונט, און זיי האבן געשמועס וועגן ר׳ ליפא די ברודער זייערע אויך
ווייסט עמיצער צו דאס איז אמת?

עפעס אזוי, ווי אויך ווערט געמאלדן אז די שמועס האט געדויערט גאנצע 2 מינוט

שמעקעדיג » מיטוואך יוני 24, 2020 11:57 pm

· #452992
מאן דאמר
קלאנגען פארן ארום אז ר׳ זלמן לייב האט געקלונגען נעכטן ר׳ אהרן זיך נאכפרעגן אויפן רעביצין׳ס געזונט, און זיי האבן געשמועס וועגן ר׳ ליפא די ברודער זייערע אויך

וואס איז געווארן מיט די פרשה?

פאליטיקאנט » דאנערשטאג יוני 25, 2020 12:30 am

· #453001
Re: נייעס אין סאטמאר (מהר"יי)
גארנישט.
די ברודער אב"ד זענטא איז אויסגעהיילט געווארן....... עס פעלט שוין נישט אויס קיין שלום......

calculator » דאנערשטאג יוני 25, 2020 4:16 pm

· #453051
פאליטיקאנט
גארנישט.
די ברודער אב"ד זענטא איז אויסגעהיילט געווארן....... עס פעלט שוין נישט אויס קיין שלום......

ליפא האט חתונה געמאכט די וואך אנאייניקל אין וויליאמסבורג איך בין געווען זיכער אז די ברידער פון קרית יואל וועט קומען, איך בין אים דן אז ער איז נאך קוואראטין
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15