☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » נייעס אין סאטמאר (מהר"יי)

נייעס אין סאטמאר (מהר"יי)

750 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12038
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15

לאקש » מיטוואך אוגוסט 8, 2018 9:10 pm

· #410731
מאן דאמר
זעה איך אין די נייעס אז שמואל ווידער׳ס מצבה איז אנידערגעפאלן היינט

ווי קלאר געמאכט דורך די פאבליק סעיפטי, און ווי די קעמרעס אויפן ארט צייגן איז עס געוועזן שלא בכוונה צילוב די געדרענג.

לאקש » מיטוואך אוגוסט 8, 2018 9:12 pm

· #410732
שב"ק פרשת עקב-שבת מברכים אלול, בצל הקודש אין מחנה דברי יואל:
 
 ערב שבת אום 8:30 איז דער רבי אריינגעקומען און ביהמ"ד, און צוגעגאנגען צו מנחה,
 
מיט קבלת שבת איז נתכבד געווארן הרה"ג ר' זלמן לייב גראס, סעליש'ער רב.
 
דערנאך איז מען אריבער גוט שבת זאגן.
 
נאך א הפסקה פון עטליכע מינוט, איז דער רבי אריינגעקומען צום טיש, צוזאמען מיט די תלמידי הישיבה, אין אוהל אלטא פיגא,
 
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען נכדו הב' מנחם אפרים טייטלבוים, זון פון הגה"צ ירושלימער רב,
 
משב"ק הרב ר' שמואל טייטלבוים, האט אויפגעהויבן די כוס צו קידוש,
 
זמירות שבת האבן די בחורים אנגעהויבן. מ'האט אויך געזינגען ניגוני התעוררות וניגוני שבת.
 
דער רבי האט געזאגט תורה אויף די פסוק 'כי לא על הלחם לבדו יחיה האדם, כי על כל מוצא פי ה' יחיה האדם'.
דער רבי האט מרחיב געווען א שמועס, נאכזאגענדיג דעם באקאנטן חת"ס, אז דורך די דיבורים פון א מענטש ווערט א ליחות וואס פון דעם ווערט עננים, און די השפעה פון די רעגן וואס קומען פון די עננים, איז געוואנדן וויאזוי די דיבורים זענען געווען, אויב די דיבורים זענען דיבורים של קדושה און תורה הקדושה, ברענגט דאס גוטע השפעות, און אויב חלילה פארקערט טויג נישט.
אויך האט דער רבי נאכגעזאגט דעם חת"ס וואס טייטש ביי אליהו בהר הכרמל, 'חי ה' שלא ירד הגשם אלא על פי דיבורי', טייטשט ער אז עפ"י דיבורי מיינט דורך דברים שבקדושה,
האט דער רבי געטייטשט וואס ס'שטייט ביי פרשת המן 'ילקטו דבר יום ביומו', דורך די דיבורים של תורה וואס מ'רעדט דאס ברענגט די מן, האט דער רבי מיט דעם געטייטשט דעם פסוק 'כי על כל מוצא פי ה'. און די מדרש דערויף השותה מים לצמאו מאי מברך, אז דורך דעם וואס מ'זאגט דיבורים של קדושה ווערט נמשך די ריכטיגע השפעות.
ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הרבני הנגיד ר' ישראל גאלדבערגער, פון קרית יואל.
 
נאכן בענטשן האט דער רבי פארטיילט פירות, אין מ'האט געטאנצן אז ביום,
 
 אויפן וועג אהיים האט מען ארומגערעדט איבער די ישמח משה פ' עקב, "ולדבקה בו" אז צו דביקות ה' קען מען נאר צוקומען נאר אויב מ'איז מקושר צו צדיקים, און די חובת הלבבות אין די הקדמה, אז א חלק פון אהבת ה' איז צו ליב האבן ערליכע אידן און ממאס זיין רשעים.

שבת אינדערפרי אום 9:45 איז דער רבי אריינגעקומען צו שחרית
צו פסוקי דזמרא איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' לייבוש טייטלבוים מנהל בישיבה,
 
שחרית: הרה"ח ר' שאול פערלמוטער, פון קרית יואל,
 
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן
 
הוצאה והכנסה: האברך ר' יואל בהר"ר גבריאל סרוגא,
 
כהן: הרה"ג ר' זלמן לייב גראס, סעליש'ער רב,
 
אנאנים: הבה"ח בן הרה"ח ר' צבי ארי' פראזונסקי,
 
שלישי: הרה"ג ר' אלישע רובין, מנהל בישיבה,
 
רביעי: הרה"ג ר' יוסף ברוך יאזאפאוויטש, ר"מ בישיבה,
 
חמישי: הרבני הנגיד ר' משה שמואל זופניק,
 
שביעי: הב' הבר מצוה בן הרה"ח ר' משה חיים שטערן,
 
הוספות: הרה"ח ר' אפרים אביגדור היימאן, פון קרית יואל,
 
הבה"ח בן הרה"ח ר' חיים יוסף נידערמאן,
 
אחרון: הרה"ח ר' פנחס שמעי' שווימער,
 
מפטיר: הרבני הנגיד ר' ישראל גאלדבערגער, פון קרית יואל,
 
הגבה: האברך ר' אהרן דוד רייך,
 
גלילה: האברך ר' ישראל סאקס,
 
דערנאך האט דער רבי געבענטשט ראש חודש אלול,
 
מוסף האט געדאווענט פארן עמוד דער רבי זאל זיין געזונט, לרגל די הילולא קדישא פון רביה"ק זי"ע.
 
פתיחה אנעים זמירות: האברך ר' יוסף יודא גאלדבערגער,
 
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א קידוש פאר די געסט, בביתו נאוה קודש
הגה"צ ירושלימער רב רבי חיים הערש, האט אויפגעהויבן די כוס צו קידוש,
 
דער רבי האט געטיילט שיריים, און ס'איז פארפירט געווארן א הערליכע שמועס, זכרונות מימי קדם ביים רבי'ן זי"ע.
די סעודה שבת אינדערפרי האט דער רבי געפירט מיט תלמידי חלק ג',
 
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וְהָיָה אִם שָׁכֹחַ תִּשְׁכַּח אֶת ה' אֱלֹהֶיךָ, אָבֹוד תֹּֽאבֵדֽוּן, כַּגּוֹיִם אֲשֶׁר ה' מַֽאֲבִיד מִפְּנֵיכֶם', בהקדם די דריי פשטים פון שכחה וואס דער רבי האט געטייטשט פארגיגע וואך – און דער רבי האט ממשיך געווען די בחינה פונעם ישמח משה, אז די איינציגסטע לימוד זכות אויף א איד ווען ער טוט אן  עבירה איז וויבאלד אין אדם חוטא אלא אם כן נכנס בו רוח שטות – יערות דבש – קען נאך נאכדעם וועלן טון אן עבירה, איז חלילה דער אייבערשטער מסיר די השגחה און שטעלט אים אריין אין די דרך הטבע, האט דער רבי צוגעשטעלט אז אויב ס'איז דא שכחת התורה איז חלילה דער עונש 'אָבֹוד תֹּֽאבֵדֽוּן, כַּגּוֹיִם אֲשֶׁר ה' מַֽאֲבִיד מִפְּנֵיכֶם' און זענען אין די טבע.
 
ברכת המזון, הרה"ח ר' אפרים אביגדור היימאן, פון קרית יואל,
 
שבת נאכמיטאג האט אויפגעטרעטן מיט א שיעור אין פרקי אבות, דעם רבי'נס זון הגה"צ ר' יואל, וועלכער האט בתוך דבריו שטארק ארומגערעדט איבער די יומא דהילולא קדישא, און ארויסגעברענגט אז די איינציגסטע וועג וויאזוי מיר קענען זיך האלטן על דרך התורה אין די היינטיגע זמנים, איז נאר מיט'ן זיך האלטן מקושר באילנא דחיי, אויפן דרך פון הייליגן רבי'ן זי"ע, און נאר אזוי וועט מען קענען ממשיך זיין די המשכת הדורות אויפן ריכטיגן דרך המסורה.

 צו מנחה איז דער רבי אריינגעקומען אום 8:40,
 
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' אברהם וואלף שטויבער, מנהל בישיבה,
 
כהן האט עולה געווען האברך ר' אליעזר אבא שטראסער,
 
לוי הב' בן הרה"ח צבי ארי' פלאם ע"ה,
 
שלישי הרה"ח ר' שאול פערלמוטער, פון קרית יואל,
 
גלילה הבה"ח בן הרה"ח ר' שרגא בלומענבערג,
 
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען,
מיט אודה הרבני הנגיד ר' משה שמואל זופניק,
 
שיר המעלות הרה"ח ר' וואלף לעפקאוויטש,
 
ידיד נפש, משב"ק הרה"ח ר' מרדכי דוד ווידער,
 
מעריב האט דער רבי געדאווענט, לרגל די הילולא קדישא פון רבי'ן זי"ע.

לאקש » מיטוואך אוגוסט 8, 2018 10:11 pm

· #410737
יומא דהילולא קדישא פון מרן רביה"ק זי"ע, ביי ממלא מקומו וממשיך דרכו כ"ק מרן רבינו שליט''א:

מאנטאג נאכט אור ליום כ"ו אב ארום ניין פערציג איז דער רבי אריינגעקומען אין היכל ביהמ"ד הג' אין מחנה דברי יואל און געצינדן לעכט און איז צוגעגאנגען צון עמוד לרגל יומא דהילולא קדישא,

נאך מעריב איז ווי יאר יערליך פארגעקומען די מסיבת לחיים פאר די תלמידי הישיבה בראשות כ"ק מרן רבינו שליט''א,
די רבי האט זיך געזצט צום לחיים און אנגעוואונטשן די תלמידים אז אין זכות וואס מאיז דבוק אינעם רבי'ן איז תלמידים קרוין בנים וועט רבינו הק' אלץ א טאטע פאר אונז קינדער מעורר רחמים זיין,
במשך די מסיבה האט מען געזינגען ניגוני התעוררות  ונגינים מבית מדרשו פון רבינו הק' דערנאך האט מען געהערט דברות קודש פון רבי'ן ווי אויך האט דער רבי פארציילט סיפורים פונעם בעל ההילולא זי"ע,
נאך די דברות קודש האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה הרה"ג ר' נפתלי בלומענפעלד מנה"ר אין ישיבה,

דינסטאג אינדערפרי יומא דהילולא ארום האלב צען איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הג' אין מחנה דברי יואל, די רבי נאט געצינדן ליכט און איז צוגעגאנגען צום עמוד לרגל יומא דהילולא קדישא,

ארום צען נאך פינעף נאכמיטאג איז דער רבי ארויפגעגאנגען צום ציון הק' אינאיינעם מיט אלפי תלמידי הישבות הקדושות, דער רבי איז צוגעגאנגען צום ציון הק' און געצינדן לעכט און אנגעהויבן די תפילה פונעם הייליגן ישמח משה זי"ע, דערנאך האט מען אנגעהויבן תהלים פון קאפיטל צ' ביז קאפיטל קז' אלץ שליח ציבור האט געדינט הרה"ח ר' מרדכי דוד ווידער משב"ק רבותינו הק',
נאך קדיש פון תהלים האט דער רבי געלערנט משנית מקוואות און געזאגט קדיש דרבנן, און דער רבי האט געליינט קוויטלעך א לענגערע צייט,

דערנאך איז דער רבי צוגעפארן צום שטוב פון הרבני הנגיד ר' מעדל שווימער ראה"ק דקהילתינו אין קרית יואל, ווי ס'איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט א ענגע צאל מקורבים, דער רבי האט אנגעוואונטשן לחיים און אנגעוואונטשט פאר'ן ציבור הנאספים אז מ'זאל האבן אויסגעפויעלט אלעס גוטס,
נאכן לחיים האט דער רבי געצינדן לעכט און מען האט זיך געשטעלט דאווענען מנחה אין שטוב פונעם ראה"ק ווי דער רבי האט געדאוונט פארן עמוד,

אום האלב ניין איז דער רבי ערשינען צום צענטראלן יארצייט סעודה אינעם שאטער וואס איז געווארן אויפגעשטעלט ביים בנין הבית רחל, צום ערשט האט דער רבי געמאכט דעם סיום און געזאגט דעם הדרן און געזאגט קדיש,
במשך דעם יארצייט טיש האט מען געזינגען ווארעמע ניגונים,
מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען גיסו הגה"צ ר' מאיר שפיץ ביסטריצע רב,
צום ערשט האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה הרה"ח ר אלימלך שטערן, און הגה"צ מאנטריאלע דיין, דערנאך האט מען געהאט די זכי' צו הערן דברות קודש ודברים העומדים על הפרק פון רבי'ן זאל זיין געזונט,
נאך די דברות קודש איז דער ציבור דורכגעגאנגען וואונטשן לחיים פאר'ן רבין,
דערנאך האט דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס.

לאקש » דאנערשטאג אוגוסט 9, 2018 9:59 am

· #410757
ועל בשירות טובות אומרים ברוך הטוב והמטיב.
אלטער בית החיים אין אוהעל צוריק אונטער'ן בעלות פון חברה קדישא דקהל יטב לב ד'סאטמאר
מיט גרויס פרייד און התרגשות איז דעם מיטוואך פ' ראה אויפגענומען געווארן די בשורה טובה ומרנינה, אז דער בית החיים הישן אין אוהעל, אונגארן — וואו ס'איז מקום מנוחת קדשו פון מרן רבינו הגה"ק משה איש האלקים, בעל ישמח משה זי"ע, דער "ראש שושילתא קדישא" פון די משפחת התמרים לבית סיגעט סאטמאר, און דערנעבן דער ציון הק' פון הרה"ק רבי סענדר'ל מקאמארנא זי"ע, וואס די פאריגע וואך איז אויסגעפאלן די 200'טע יארצייט זינט זיין הסתלקות אין אוהעל כ"א אב תקע"ח — דער שטח און אלע ארומיגע בנינים איז צוריק אונטער'ן אייגנטימערשאפט פון דער חברה קדישא שע"י קהל יטב לב דסאטמאר.
צו דער געלעגנהייט פונעם צוריקשרייבן דעם בית החיים אויפ'ן נאמען פון דער חברה קדישא שע"י קהל יטב לב, איז ספעציעל אראפגעפארן א חשוב'ע דעלעגאציע פון ניו יארק קיין אוהעל, אונגארן אין שפיץ פון די חברי הנהלת החברא קדישא והנהלת קהל יטב לב, ה"ה הרה"ח ר' יעקב שמשון הלוי גאלד הי"ו פון די הנהלת החברא קדישא און אייניקל פון מרן הישמח משה זי"ע, הרה"ח ר' זלמן לייב פעלדמאן הי"ו משמש הקהילה, צוזאמען מיט הרה"ח ר' יודא אליעזר יאקאבאוויטש הי"ו, מזכיר הקהילה, וואו מ'האט אינאיינעם מיט די שטאטראט דורכגעפירט דעם ענין און עס פארענדיגט כתוב וחתום על צד היותר טוב.
מיט דעם ווערט פארענדיגט א היסטארישער קאפיטל פון לאנגע יארן קעמפן און אנווענדן פעולות חובקות זרועות עולם מציל צו זיין דעם בית החיים אין אוהעל, נאכדעם וואס ס'האט געשוועבט אויפ'ן אוהעלער בית החיים א סכנה פון ווערן פארניכטעט, וואס גייט צוריק צו א תקופה פון נאענט צו פופציג יאר, זינט מ'האט על פי פקודת מרן רבינו הקדוש מסאטמאר זי"ע אנגעהויבן טון פעולות צו ראטעווען דעם בית החיים פון חרוב גיין, און שפעטער צו באקומען די פולשטענדיגע פארוואלטונג און ווירטשאפט אויפ'ן בית החיים אין אוהעל, ביז מ'האט יעצט זוכה געווען דערצו מיט גרויס סייעתא דשמיא, וחפץ ה' בידינו הצליח!

קאך_לעפל » דאנערשטאג אוגוסט 9, 2018 10:52 am

· #410762
לאקש
מאן דאמר
זעה איך אין די נייעס אז שמואל ווידער׳ס מצבה איז אנידערגעפאלן היינט

ווי קלאר געמאכט דורך די פאבליק סעיפטי, און ווי די קעמרעס אויפן ארט צייגן איז עס געוועזן שלא בכוונה צילוב די געדרענג.

יא! וואס ס'איז ווירקליך אינטערסאנט איז פארוואס וויגדור יאקאבאוויטשעס געדענקעניש שטיין האט נישט געטראסקעט צוליב דעם אויסטערלישער געדרענג. ווארשיינליך האט דער זכות פון רבינו ובנו הקדוש מסיגוט מיגן געווען...

גאנצל » דאנערשטאג אוגוסט 9, 2018 11:05 am

· #410770
קאך_לעפל
לאקש
מאן דאמר
זעה איך אין די נייעס אז שמואל ווידער׳ס מצבה איז אנידערגעפאלן היינט

ווי קלאר געמאכט דורך די פאבליק סעיפטי, און ווי די קעמרעס אויפן ארט צייגן איז עס געוועזן שלא בכוונה צילוב די געדרענג.

יא! וואס ס'איז ווירקליך אינטערסאנט איז פארוואס וויגדור יאקאבאוויטשעס געדענקעניש שטיין האט נישט געטראסקעט צוליב דעם אויסטערלישער געדרענג. ווארשיינליך האט דער זכות פון רבינו ובנו הקדוש מסיגוט מיגן געווען...

בכלל ווי אזוי קען מען גלייבן די פאבליק סעיפטי די חיות שקצים מחללי שבתות נואפים וויליזש פוי לא כרעו לבעל די ריכטיגע קעי זשי בי וכו' ווער האט נאך קללות..........

קעמערעס קענען דאך -ליידער בעונותינו הרבים - די חסידי סאטמאר/אויערבאך נישט זעין עס איז דאך יעצט ליידער נישט אונטער זייער בעלות דארף מען דאך ווייטער צוקומען צו די אפגעפרעגטע נאמנות פונעם ווילעעזש

אתמהא

signout » דאנערשטאג אוגוסט 9, 2018 8:29 pm

· #410812
קאך_לעפל
מאן דאמר
זעה איך אין די נייעס אז שמואל ווידער׳ס מצבה איז אנידערגעפאלן היינט

יאפ! חסידי רבינו האבן מיט שטאלץ באוויזן וואס זיי זענען אלס אומשטאנד צו טאן.

נידער מיט די שונאים! סיי די לעבעדיגע און סיי די טויטע! לעבן זאל רבינו! לעבן זאלן רבינו'ס העלדישע קברים שענדערער!
📎 zaly trow donw matzeia of sw.jpg

signout » דאנערשטאג אוגוסט 9, 2018 8:31 pm

· #410813
לאקש
ב
נאכמיטאג איז פארגעקומען א מעמד יציקת הבורות אין די נייע מקוה אין ביהמ''ד בית יהושע אין קרית יטב לב, בראשות רבינו שליט''א,
.
אלע קומען צולויפן לככבוד דעם גרויסן גאסט
📎 photo_2018-08-08_15-10-01.jpg

היסטאריקער » פרייטאג אוגוסט 10, 2018 11:00 am

· #410831
לאקש
ועל בשירות טובות אומרים ברוך הטוב והמטיב.
אלטער בית החיים אין אוהעל צוריק אונטער'ן בעלות פון חברה קדישא דקהל יטב לב ד'סאטמאר
מיט גרויס פרייד און התרגשות איז דעם מיטוואך פ' ראה אויפגענומען געווארן די בשורה טובה ומרנינה, אז דער בית החיים הישן אין אוהעל, אונגארן — וואו ס'איז מקום מנוחת קדשו פון מרן רבינו הגה"ק משה איש האלקים, בעל ישמח משה זי"ע, דער "ראש שושילתא קדישא" פון די משפחת התמרים לבית סיגעט סאטמאר, און דערנעבן דער ציון הק' פון הרה"ק רבי סענדר'ל מקאמארנא זי"ע, וואס די פאריגע וואך איז אויסגעפאלן די 200'טע יארצייט זינט זיין הסתלקות אין אוהעל כ"א אב תקע"ח — דער שטח און אלע ארומיגע בנינים איז צוריק אונטער'ן אייגנטימערשאפט פון דער חברה קדישא שע"י קהל יטב לב דסאטמאר.
צו דער געלעגנהייט פונעם צוריקשרייבן דעם בית החיים אויפ'ן נאמען פון דער חברה קדישא שע"י קהל יטב לב, איז ספעציעל אראפגעפארן א חשוב'ע דעלעגאציע פון ניו יארק קיין אוהעל, אונגארן אין שפיץ פון די חברי הנהלת החברא קדישא והנהלת קהל יטב לב, ה"ה הרה"ח ר' יעקב שמשון הלוי גאלד הי"ו פון די הנהלת החברא קדישא און אייניקל פון מרן הישמח משה זי"ע, הרה"ח ר' זלמן לייב פעלדמאן הי"ו משמש הקהילה, צוזאמען מיט הרה"ח ר' יודא אליעזר יאקאבאוויטש הי"ו, מזכיר הקהילה, וואו מ'האט אינאיינעם מיט די שטאטראט דורכגעפירט דעם ענין און עס פארענדיגט כתוב וחתום על צד היותר טוב.
מיט דעם ווערט פארענדיגט א היסטארישער קאפיטל פון לאנגע יארן קעמפן און אנווענדן פעולות חובקות זרועות עולם מציל צו זיין דעם בית החיים אין אוהעל, נאכדעם וואס ס'האט געשוועבט אויפ'ן אוהעלער בית החיים א סכנה פון ווערן פארניכטעט, וואס גייט צוריק צו א תקופה פון נאענט צו פופציג יאר, זינט מ'האט על פי פקודת מרן רבינו הקדוש מסאטמאר זי"ע אנגעהויבן טון פעולות צו ראטעווען דעם בית החיים פון חרוב גיין, און שפעטער צו באקומען די פולשטענדיגע פארוואלטונג און ווירטשאפט אויפ'ן בית החיים אין אוהעל, ביז מ'האט יעצט זוכה געווען דערצו מיט גרויס סייעתא דשמיא, וחפץ ה' בידינו הצליח!

@SatmarLive
2m2 minutes ago
More
BREAKING! L'Hatzil Ushik MiYad Oshkoi! Few days after shamefull Geneiva act on Beis HaChayim and Oihel HaKudesh of
Muren Yismach Moshe ZY

And Hachnusas Orchim Bldg, all rescued and rebuild in sum of Milions Dollars by Askunei-Nedivei Anash, got Back under Kehiluseiny HaKdoisha!

The locks got changed back, and Geneiva was turned back. Will stay Bez"h for coming years with Shmira Yeseira! Ki HaMukem Admas Koidesh Hi!

לאקש » פרייטאג אוגוסט 10, 2018 12:22 pm

· #410835
היסטאריקער

@SatmarLive
2m2 minutes ago
More
BREAKING! L'Hatzil Ushik MiYad Oshkoi! Few days after shamefull Geneiva act on Beis HaChayim and Oihel HaKudesh of
Muren Yismach Moshe ZY

And Hachnusas Orchim Bldg, all rescued and rebuild in sum of Milions Dollars by Askunei-Nedivei Anash, got Back under Kehiluseiny HaKdoisha!

The locks got changed back, and Geneiva was turned back. Will stay Bez"h for coming years with Shmira Yeseira! Ki HaMukem Admas Koidesh Hi!

תלמידי וחסידי סאטמאר האבן מיט פרייד אויפגענומען אין די לעצטערע טעג די בשורה מרנונה אז די בית החיים הישן אין אוהעל איז געראטעוועט געווארן מידי זרים,
אזוי ווי די צד שכנגד האט נישט געקענט אראפ שלינגען די געוואלדיגע סיעתה דשמיא וואס איז געזעהן געווארן אויף טריט און שריט, האבן זיי צום אלעם ערשט אויפגעוועקט די פארשלאפענע מוח וואשער און אנגעהויבן פארדרייען א קאפ פונעם ציבור, יא אמת, נישט אמת, אונז האמיר עס, אונז האמיר עס נישט, די עיקר איז אז סזאל הערשן א בילבול המוחות ביים ציבור, און מען זאל ח״ו נישט זיין צובראכן! עס דערמאנט די צייטן ווען סאיז געשטאנען אין שינד-בלאט וואך איין וואך אויס, מיר האבן געווינען די קארטס! מיר האבן ראדני! אין געציילטע טעג קומט אן מארשעלס מיט קארט ארדערס און די זאליס גייען פליען ווי הינט...! וכו׳ וכו׳ און די קעלבער ווארטן נאך אלץ אויף די מארשלס....

אין א צווייטן פריוו צו צירוק גאנבענען די בית החיים האבן זיי אראפ געשיקט א געוויסע מר׳ מזרחי מיט א פאלטשע דאקימענט וואס כאילו די בית החיים איז זייער, און אראפ גערופן די פאליציי אויפן ארט,
ווי נאר די פאליציי איז אנגעקומען אויפן ארט, און די שומר הבית החיים האט ארויסגענומען די פאפירן און דאקימענטן כתוב וחתום, מיט די אינטערשריפט פון די שטאטראט און פון די דארטיגע מעיער, אז די בית החיים באלאנגט נישט פאר די בריונים המשטלתים על הציבור, און עס האט זיך ארויסגעשטעלט שווארץ אויף ווייס אז די אנגעבליכע בריוו איז פאלטש האט די פאליציי אפגעקייטלט דעם מזרחי און אים אפגעפירט מיט בזיונות ווארענינדיג אז מער זאל אזאנס נישט פאסירן, שפעטער איז אריינגעקומען די מעלדונג פון איינע פון די צענדליגע אפיסעס פון מרכז עזרא ויעוץ איבער גאנץ יוראפ, אז אינטעסטיווע פארהאנדלונגען גייען אן מיט ספעציעלע פסכילאגן, נאך וואס מזרחי האט זיך פארפלאנטערט מיט שעדליכע פיתוים מיט די ארטיגע געזעץ, און פונעם בית המלכות איז געקומען א ספעציעלע הוראה אז עס איז א פראבלעם פון א יחיד און עס האט נישט די שם גזירה, און פון די הוגה דיעות ש״ש טעלער קומט יעצט די מעלדונג אין א בריוו פאר הרב שלעזינגער אז די גאנצע זאך איז בלויז געוועזן בדרך בדיחה והיינו טעמא דמאזעס והיינו טעמא דאוהעל, און סאיז קיינמאל גארנישט געוועזן און סוועט קיינמאל גארנישט זיין, און לאור דעם וועט מען נישט געבן קיין השקפה שיעור אויף קול טעלער זיך צו פארענטפערן פאר ברייטן המון עם....
יתר הספינס יתפרסמו כשהבלאט יופיע בעז״ה בשבוע הבא יום ה׳...

גאנצל » פרייטאג אוגוסט 10, 2018 12:45 pm

· #410837
אין אנדערע נייעס נאך די דורכגעפאלענע פראווו פון די באקאנטע גנבים ועושקים מתנגדי ומסרבי לדין תורה צו גנבענען די ביה"ח אין אוהעל דורך אן אנגעווייטיגטער שומר און מיט זייערע רוטינע געדרייטע שטיקלעך

עפנט מען צוריק אויף די שופלאד מיט כל מיני צומישטע קללות אנצוהאלטן די שמחה חי' שעה

יעצט ליינט מיט צופרידנהייט די ווערטער פון @לאקש

לאקש » פרייטאג אוגוסט 10, 2018 3:18 pm

· #410851
גאנצל
אין אנדערע נייעס נאך די דורכגעפאלענע פראווו פון די באקאנטע גנבים ועושקים מתנגדי ומסרבי לדין תורה צו גנבענען די ביה"ח אין אוהעל דורך אן אנגעווייטיגטער שומר און מיט זייערע רוטינע געדרייטע שטיקלעך

עפנט מען צוריק אויף די שופלאד מיט כל מיני צומישטע קללות אנצוהאלטן די שמחה חי' שעה

יעצט ליינט מיט צופרידנהייט די ווערטער פון @לאקש

אט האט איר א ריכטיגע סעמפל פון די פריערדיגע געשריבענע שירות, פון גערעגטע און צומישטע ארוינישע קעלבער ווטס זענען נעבעך שטארק אנגעווייטאגט...!
גאנצל איי פיל יאר פעין! שטארק דיך! סוועט נאך קומען גוטע צייטן, מיטן הילף פונעם אלמעכטיגן שש טעלער און זיינע אונטערלאנער!

signout » פרייטאג אוגוסט 10, 2018 3:35 pm

· #410857
ביי מהרז''ל האט מען פראגראמירט אזא מעסעזש אז שמואל ווידער וואשט די מוחות פין חסידי מהר''א אין פיטערד זיי מיט חיי שעה, ס'אינטערסאנט אז דוקא ביי חסידי מהרז''ל זעהט מען דעיס ממש וועכענטליך, ווי דער איד האלט אנשי מהרז''ל ביים חיות, קוקטס אן אזא פרשה ווי די אוהעל'ע ביה''ח, יעקב שמשון גאלד האט פראבירט מיט זלמן לייב פעלדמאן אין יודא א יאקבאוויטש צו טוישן די בעלות פין די אוהעל בית החיים, ביהמ''ד, מקוה אין די הכנסת אורחים, (טראץ וואס די צד מהר''א האט אריינגעלייגט דערון ריזיגע געלטער אין די הכנסות אורחים געביידע האבען זיי אפגעקויפט אפאר יאר צירוק, טראץ וואס מ'האט אייביג אויפגענומען מהרז''ל אין אוהעל מיטן שעסטען כבוד אין געלייגט אלע פאליטיק אין א זייט) מ'לייגט א קעפל אויף דעקל פין דער שפייז געבער / דער איד אין מ'שיקט ארום אפציעלע מעסעזש אין סאטמאר עיזש קיו, אין ס'דורך א טאג אין אלעס איז צירוק ביים אלטען מהר''א'ס שומר איז צירוק דארט אין צירוקגעלייגט די אלטע שלעסער אבער מהרז''ל גיבט נישט אויף ער קען עס נישט אראפשלינגען, ער פיטערד ווייטער זיין ציבור אז ער האט עס נאך.... אנבעליוובל

לאקש » פרייטאג אוגוסט 10, 2018 3:53 pm

· #410862
signout

מיט גרויס פאטאס טוען מיר אויסרופן אויף אייך די ברכה בשם ומלכות... ברוך חכם ארזים!!!
ספעלט דגמאות פון ארוינישע קעלבעריי און ספינס פון בלאט? יוכלו הזמן והם לא יכלו! איין קליינע דוגמה וועל איך דיר געבן פון די ארוינישע ספינעריי פארבריק, צוויי טעג צירוק האבן בחפץ השם די סאטמארע קהילה צירוק באקומען די אויסשליסליכע בעלות פון די בית החיים הישן אין אוהעל, און אט א טאג צוויי דערויף, די ארוינים זענען דא מיט פרישע מעשיות, יעדער שמויגער מיט א טוויטער קאנטע שיסט סטעיטמענטס, פון גרויס צומישעניש אין די הויפטקווארטיר, קומען ארויס האלבע דמיונות און גאנצע ליגענטס, מען זעהט ליידער קלאר ווי דער ואג ווי גרויס סאיז די אבידה שאין לה תמורה ווען מען האט נעבעך אזוי פריצייטיג אוועק גערעסן דעם ווידערן! און זיינע יארן וואלט אזאנס נישט לאסירט! עס וואלט קלאר אפגעמאכט געווארן וויאזוי מען גייט וואשן די מוחות! און נישט סוואלטן זיך געמערט בחורים ווי שויאמען נאך א רעגן און ארויס געשיקט צומישטע טוויטער מעסעדזשעס להגדיל הבילבול המוחות ולהדורה! נאופ רבי שמאול אונז קענען נישט וואס די האסט געקענט! די האסט געקענט מיט איין בלאט ארטיקל אפוועשן די גאנצע נצחון פון די זאליס! כהיום האבן מיר א גאנצע שטאב פון ארבעטערס וואס פרטבירן דאס בעסטע און סעגייט נישט!!!

signout » פרייטאג אוגוסט 10, 2018 4:27 pm

· #410863
פאקט, היינט איז עש''ק פרשת ראה די שומר פין מהרז''ל איז נישט דארט, די שומר פין מהר''א איז דארט נעמט קער, ווערט חושט ארום? ירא הקהל וישפוט <a class="postlink" href="https://twitter.com/Asachbesser/status/1027994751889559554">https://twitter.com/Asachbesser/status/ ... 1889559554</a>

signout » פרייטאג אוגוסט 10, 2018 4:28 pm

· #410864
לאקש, קוק נישט די קליפ ביטע... <a class="postlink" href="https://twitter.com/Asachbesser/status/1027994468585283584">https://twitter.com/Asachbesser/status/ ... 8585283584</a>

לאקש » פרייטאג אוגוסט 10, 2018 6:26 pm

· #410873
signout
לאקש, קוק נישט די קליפ ביטע... <a class="postlink" href="https://twitter.com/Asachbesser/status/1027994468585283584">https://twitter.com/Asachbesser/status/ ... 8585283584</a>

אזויווי עס גייט ארום געמישטע נייעס פון אנשי בליעל איבער די ביה״ח העתיק אין שטאט #אוהעל, וויל מען דא אויסקלארן די פרטים.

די בנינים מיטן בית החיים געהער צו די חברה קדישא דקהל יטב לב ד׳סאטמאר ליגאל איבער געשריבען און באשטעטיגט ביי די שטאט.

נאר וואס דען, די באקאנטע בעלי מחלוקת זענען געקומען מיט א פאלשן צעטעל אונטער געשריבען פון הרה״ח ר׳ יודא אליעזר יאקאבאוויטש מזכיר הקהילה, אז יא אמת דער בית החיים באלאנגט פאר קהלתינו, נאר זיי האבען אויף גענומען א קאמפעני צו קעיר נעמען פון בית החיים ווייל זיי קענען דעם בית החיים און פירען עס שוין אפאר יאר. ממילא זאלען די זיי ווייטער פירען דעם בית החיים.

הרה״ח ר׳ יודא אליעזר האט אריבער געפעקסט א צעטעל צום שטאט-ראט אז דאס צעטעל וואס די בעלי זרוע האבען געגעבען איז א פאלטש צעטעל.

האט די שטאט געזאגט אז דאס איז א פעקס. אין די אנדערע איז א ארגינאלע דאקומענט.
אשר על כן זאלען ביידע קענען אריין גיין אינעם בית החיים ביז מאנטאג ווען די הנהלת החברה קדישא דקהלתינו וועלען נאכאמאל זיין אין איהעל אין שרייבען קלארע דאקעמענטען אז נאר מר. שמואל איז בעל הבית. אין קיינער זאל גארנישט קענען טוישען.

#ברוך_שהבדילנו_מן_התועים
#וחפץ_ה_בידינו_הצליח

לאקש » פרייטאג אוגוסט 10, 2018 6:27 pm

· #410874
בשורה טובה ומרנינה - הרחיבי מקום אהלך!!

אין די מינוטן ערב שבת קודש ראה קומט אריין די מעלדונג אז הנהלת ״מוסדות סאטמאר לעיקוואד״ האט נארוואס געשלאסן קאנטראקט אויף א הערליכן גרויסן ״בנין רחבת ידים״ פאר׳ן תלמוד תורה ״תורה ויראה דרבינו יואל מסאטמאר לעיקוואוד״ וואס איז שוין אויסגעוואקסן דעם יעצטיגן לאקאל און פארשפרייט זיך מיט א דראסטישן וואוקס אויפ׳ן נייעם לערן יאר, נאכדעם וואס די הנהלת המוסדות האט מיט עטליכע וואכן צוריק געשלאסן א קאנטראקט פארן בית רחל.

ורוה״ק אומרת כן ירבה וכן יפרוץ!

לאקש » פרייטאג אוגוסט 10, 2018 6:32 pm

· #410875
signout
לאקש, קוק נישט די קליפ ביטע... <a class="postlink" href="https://twitter.com/Asachbesser/status/1027994468585283584">https://twitter.com/Asachbesser/status/ ... 8585283584</a>

טאקע געוואנען!!! איינער איז געגאנגען און אפגעכאפט א קליפ ווי מען זעהט אז די אלטע סיין הענגט יא!
מארגן כאפ איך אפ א קליפ און זאג דארט בפה מלא אז סבלאנגט פאר פאפא און ענק קעלבער גייען עס גלייבן באמונה שלימה... ברענג פאפירן! ברענג הארטע באווייז! נישט א קליפ ווי איינע שטייט דארט, אין א פלאץ וואס יעדער קען אריינגיין, און זאגט סמיינס!!!

און אנדערע נייעס איז יעצט געקומען די באריכט אז אונז האמיר באקומען דאס ווייסע בית המדרש, נאך וואס א געוויסע אינגערמאן האט באוויזן אפ צו כאפן א קליפ ווי מען הערט אז ער זאגט אז סאיז אונזער און מען זעהט א סיין אז איינער האט מנדב געוועזן קאווע....
וצדיקים ישמחו יעלזו לפני אלוקים! ווי גאו פאר שמולא!!

גאנצל » זונטאג אוגוסט 12, 2018 9:39 am

· #410916
א גאנצע מחלוקה ווער ס'וואשט מוחות............

@לאקש א שאד אוועק צו לייגן כוחות צו ספינען

גיי צוריק שרייבן דעם רבינס עבודה פרייטיג צו נאכט

לאקש » זונטאג אוגוסט 12, 2018 11:51 am

· #410922
גאנצל
א גאנצע מחלוקה ווער ס'וואשט מוחות............

@לאקש א שאד אוועק צו לייגן כוחות צו ספינען

גיי צוריק שרייבן דעם רבינס עבודה פרייטיג צו נאכט

אפגענטפערט ווי א ריכטיגע ארויני...!
נישטא וואס צו ענטפערן, פארדרייט מען די נושא...!

איך הער דיין בקשה.... וואס איז? סטוט וויי?

גאנצל » זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:54 pm

· #410943
אויב שרייבן דא מאכט די מציאות אנדערש דאן שרייב ווי מער...............

signout » זונטאג אוגוסט 12, 2018 7:23 pm

· #410945
דאס איז קלאר איז כהיום יום איז מהר''א בעה''ב אויפן פלאץ ווי בעפאר, אין די גאנצע בעלות פין מהרז''ל איז געווען בלויז דאנערשטוג - דער טאג וואס דער איד קומט ארויס..., כ'בין נייגעריג ביי וועלכע פוינט לאקש וועט מודה זיין / אויב בכלל אין מכיר זיין די מציאות

לאקש » זונטאג אוגוסט 12, 2018 7:30 pm

· #410946
signout
דאס איז קלאר איז כהיום יום איז מהר''א בעה''ב אויפן פלאץ ווי בעפאר, אין די גאנצע בעלות פין מהרז''ל איז געווען בלויז דאנערשטוג - דער טאג וואס דער איד קומט ארויס..., כ'בין נייגעריג ביי וועלכע פוינט לאקש וועט מודה זיין / אויב בכלל אין מכיר זיין די מציאות

מיט וועלכע רעכטן ביסטו מיר מחייב מודה צו זיין צו דיינע פריש ערצייגטע פאקטן? 😈

די פאקט איז; די אויסשליסליכע בעלי בתים זענען קהל יטב לב דסאטמאר!
יעצט אויפן מינוט ביז מאנטאג, האבן די ארוינים די מעגליכקייט אריינצוגיין דארט מעשה בעלי בית, דאס איז ערמעגליכט געווארן דורך די אלטע ארוינישע מיטל פון פעלטשן פאפירן, אבער מאנטאג וועט זיין נאך א זיצונג ווי מען וועט דאס קלאר אויסשליסן!!!

לאכן לאכט דער וואס לאכט די לעצטע!!
חי שעה פון פרייטאג ביז מאנטאג, איז אויך עפעס וואס איך פארגין דיר מיטן גאנצן הארץ!

נעגעל וואסער » זונטאג אוגוסט 12, 2018 8:13 pm

· #410947
Re: נייעס אין סאטמאר (מהר"יי)
איך רייב מיר די אויגן! אנביליוועבעל פאנאטיקער חברה דעס!
מילא אויף שיטות אין מערכות, זאל זיין גיוס צו קאטשקעס, מצות אדער אויערבאך קען איך דערהערן אז אלע פון איין זייט זאל האלטן פונקט ווי די פירער וויל, אזוי ארבעט א מענטש ער האט נגיעות צו איין צד, דאס מאכט זיין מיינונג אין השקפה זאל נוטה זיין צו אויך כלומרשט צו זיין צד, אבער רבונו של עולם, וואס איז שייך זיך צו שפארן אין מציאות?! איינער האט די בעלות דארט און איינער נישט. וואס שרייסטו פאקטן ווען די ווייסט נישט די מציאות הדברים? סך הכל זאגסטע אזוי ווייל דו וואונטשט זיך אזוי. איינער מאכט דאס גענאר פון זיך אליינס ברבים. אייגנטלעך ביידע.

גאנצל » זונטאג אוגוסט 12, 2018 9:13 pm

· #410953
כהיום איז דאך לאקש אויך מודה אז ס'ליגט אין די הענט פון סאטמאר ער טרייסט זיך נאר אז ס'גייט זיך טוישן מאנטאג נו וועל מיר צו ווארטן יעדער האט געדולד קיינער יאגט זיך נישט דא דוכט זיך............

אבער וואס עס ברענגט יא א געלעכטער איז אז ער אליין איז מודה אז דערווייל איז די גניבה א דורכפאל און גאנץ מעגליך אז מארגן וועט אויך מוזן בלייבן ביים האפן און נאכשרייבן ערליך וואס יודא א יאקאבאוויטש דמיונט הויך און ער שרייט נאך אויף די סאטמארע אידן חי' שעה............

חי' שעה ווער ?

לאקש » זונטאג אוגוסט 12, 2018 10:02 pm

· #410958

וויאזוי האט משה גבאי געזאגט? ונזכה! ונחיה! ונראה!

אגב, זענטער רב, יעקב שמשון גאלד,און יודא לעיזער יאקאבאוויטש, זענען שוין אויפן וועג.

לאקש » זונטאג אוגוסט 12, 2018 11:19 pm

· #410961
זונטאג שופטים:

נעכטן מוצאי שבת איז פארגעקומען א לחיים אין די אכסניא פון רבינו שליט''א אין קרית יואל בבית הנגיד ר' מענדל שווימער ראה"ק ד'קהילתינו ק"י, לרגל די שידוך פון א אייניקל פון ר' יודל וויינשטאק משב"ק,

דערנאך איז פארגעקומען א באנקעט "מיסדי הבית" לטובת בית מדרשינו הג' אין קרית יואל וואס מען האט יעצט אנגעהויבן צו ארויסבויען, בבית הנגיד ר' חיים יוסף נידערמאן, ווי אנ"ש תושבי קרית יואל האבן אינטערגעשריבן שטרות פאר גרויסע סכומים לטובת בית מדרשינו הג',

היינט אינדערפרי האט די רבי געדאווענט שחרית אין ת"ת אינאיינעם מיט תלמידי התלמוד תורה, נאכ'ן דאווענען איז די רבי געווען ביי די ברית לבן הנולד אצל ר' יושע הערש ב"ר עקיבא הירש אייניקל פון ר' משה פריעדמאן משב"ק אין הנגיד ר' שמואל חיים בראך, אין אחדות קאנטרי ווי די רבי איז מכובד געווארן מיט סנדקאות, דערנאך ביי די ברית לבן הנולד אצל ר' שלום ב"ר יושע יעקב טירנויער אין ביהמ''ד שארמאש ווי די רבי איז מכובד געווארן מיט סנדקאות,

דערנאך איז די רבי צירוק געגאנגען צום ת"ת ווי עס איז פארגעקומען א לחיים, ווי מען האט געהערט דברות קודש פון רבינו שליט''א,

שפעטער נאכמיטאג איז פארגעקומען די מעמד "חנוכת הבית" פאר נדיבים, פאר די נייע בנין התלמוד תורה בנין גאלדבערגער אין קרית יואל, בהשתתפות רבינו שליט''א, עס האט אויפגעטרעטן הגה''צ אב''ד ד'קהילתינו ירושלים שליט''א, דערנאך האט מען געהערט דברות קודש פון רבינו שליט''א.

לאקש » מיטוואך אוגוסט 15, 2018 11:37 am

· #411150
מחיל אל חיל!!

ביים "מעמד חנוכת הבית" נעכטן אויפדערנאכט פארן נייעם "בנין הקהלה - בנין גאלדבערגער" אין קרית יואל פאר די אברכים החשובים וואס האבן זיך משתתף געווען מיט שיינע סכומים בפקודת הקודש פונעם רבי'ן שליט"א, האט די הנהלת המוסדות פראקלאמירט די פרייליכע נייעס פאר אלפי אנ"ש תושבי קרית יואל אז אין די קומענדיגע וואכן גייט זיך בעז"ה אנפאנגען די העפטיגע בוי-ארבעט ביים נייעם "בנין בית רחל" וואס וועט ענהאלטן אין זיך 100,000 סקווער פיס פאר די טויזענטע קינדערלעך בליעה"ר וכ"י נאכדעם וואס עס איז ב"ה מסודר געווארן אלע לעגאלע פערמיטן.
ווי אויך איז פראקלאמירט געווארן מיט גרויס שמחה די נייעס איבערן ענדיגן די לעצטיגע פלענער און לעגאלע פערמיטן פאר א ריזן "שאפינג סענטער" ביי די קארנער פון עיקערס און בעיקארטאון וואס וועט ענהאלטן אין זיך א "בוטשער דקהלתינו הק" און נאך אסאך געשעפטן און אפיסעס אלס הכנסה פאר די קהלה און מוסדות.

ורוח הקודש אומרת כן ירבה וכן יפרוץ!!

לאקש » מיטוואך אוגוסט 15, 2018 11:38 am

· #411152
דינסטאג שופטים:

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה בהנהלת ר' יואל מארקאוויטש, נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים, אין מען האט געהערט דברות קודש פון רבינו שליט''א,

נאכמיטאג האט די רבי געשריבן א אות אין די ספר תורה לע"נ ארי' לייב וויינער ע"ה ר'"מ בישיבתינו קרית יואל,

אויפדערנאכט איז פארגעקומען די מעמד "חנוכת הבית" פאר אנ"ש וואס האבן געגעבן $1800, פאר די נייע בנין התלמוד תורה בנין גאלדבערגער, אין עטרת מייזעלס זאל, בהשתתפות רבינו שליט''א, דערנאך האט די רבי געקלאפט א מזוזה אויף די הויפט אריינגאנג,

דערנאך איז רבינו שליט''א צירוקגעפארן קיין מחנה דברי יואל.

לאקש » מיטוואך אוגוסט 15, 2018 11:48 am

· #411154
שב"ק פרשת ראה בצל הקודש, אין קרית יואל:

אום 8:35 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה, און צוגעגאנגען צום עמוד,
מיט קבלת שבת איז נתכבד געווארן הרה"ג ר' יחיאל ברוך געללער שליט"א דומ"ץ באבוב וומסב״ג, איידעם פון הגה"צ ביסטריצער רב,
דערנאך איז דער גאנצער ציבור אַריבער גוט-שבת זאָגן פאַר'ן רבי'ן, וואָס האָט געדויערט אַ לענגערע צייט,
אום 12:15 איז דער רבי ערשינען צום שלחן הטהור אין ביהמ"ד הגדול,
אשת חיל – נכדו הב' מנחם אפרים בן אב"ד ירושלים,
הגבהת הכוס – הגה"צ ירושלימ'ער רב,
כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' הערשל טויב שליט"א, אב"ד בעהוץ וראש כוללינו בוומ"ב,
מנוחה ושמחה - הרה"ג ר' אלטר פנחס מארגענשטערן שליט"א אבד"ק שארמאש,
ביי די תורה האט דער רבי גערעדט איבער די חיוב ערבות פון איין איד אויפן אנדערן, וואס אין דעם זכות זענען אידן ארויס פון מצרים. און אז פארן חטא העגל איז ר"ח געווען א געהעריגע יו"ט צוליב דעם ווייל אין מצרים האט דאך יעדער שבט געארבעט נאר איין חודש אבער וויבאלד עס איז געווען אזא שטארקע אחדות אין כלל ישראל האט יעדער מיטגעשפירט די צער פון יענם שבט, און ס'שטייט און ספרים אז די י"ב חדשים אין יאר איז קעגן די י"ב שבטים און ממילא פארן חטא העגל איז ר"ח געווען א געהעריגע יו"ט, אבער וויבאלד ביים חטא האגל העגל האט קיינער נישט מוחה געווען מיט'ן טענה "לי ציוויתי ולא להם" האט דאך געפעלט די ערבות אין כלל ישראל, און מיט דעם וואס אידן זענען באחדות וועט לעתיד לבוא ר"ח ווערן צוריק א יו"ט,

קה אכסוף- הרה"ג ר' חיים קלמן קליין, אב"ד סעליש,
קה רבון - הרה"ג ר' שמואל יעקב מייזעלס, מו"ץ בקהלתינו,
לק-ל אשר שבת - הרה"ג ר' יואל ברוין, דומ"ץ ביהמ"ד בית יעקב נחמי' דקהלתינו,
ברכת המזון - הגה"צ קרית יואל'ער דיין,
דערנאך האט דער רבי פארטיילט שיריים פון די פירות פארן גאנצן ציבור,

אויך האט מען געשטעלט באנדלעך לכבוד די שלום זכר ביי האברך ר' ישראל אברהם אלטר ב"ר בנציון לאנדא,
אז ביום בשביעי - הרה"ח ר' חיים משה פערל,

שבת אינדערפרי פארן דאווענען האָט דער רבי זיך משתתף געווען ביי די "חברת תהלים" מיט די הונדערטער תינוקות של בית רבן,
הר"ר יודא בעריש לויפער האט באַגריסט דעם רבי'ן, און ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פון אמירת תהלים, ובפרט יעצט און די טעג פון די יומא דהילולא פונעם רבי'ן זי"ע,
9:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו שחרית,
פסוקי דזמרה - האברך ר' וואלף בער לאווי,
שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען,
נאך הלל איז פארגעקומען די יערליכע אפיעל פאר קרן הצלה דורך הרה"ח ר' געציל פאלאטשעק גבאי ביהמ"ד,
פארן ליינען איז פארגעקומען די הכנסת ס"ת אריינגעגעבן דורך הרה"ח ר' יחזקאל גליק, ובנו הרה"ח ר' דוד צבי,
דער רבי האט אריינגעפירט די ס"ת אין ביהמ"ד, און געטאנצן מיט די ס"ת א לענגערע צייט.
דערנאך האבן געטאנצן מיטן ספר, הרה"ח ר' יחזקאל, ובנו ר' דוד הערש, און דערנאך דער דיין שליט"א,
מיטן זאגן לדוד מזמור האט רבינו שליט"א מכבד געווען ר' יחזקאל גליק,
הוצאה והכנסה, הרבני הנגיד ר' ישראל גאלדבערגער הי"ו,
און הרה"ח ר' אלימלך גליק,
הנגיד ר' ישראל גאלדבערגער האט פארגעזאגט די פסוקי יחוד,
 
כהן – החתן ב"ר שמעון כ"ץ,
לוי – האברך ר' וואלף בער לאווי,
שלישי - הגה"צ ירושלימ'ער רב,
רביעי - החתן בן הרה"ג ר' אהרן יודא שווארטץ,
חמישי - הרה"ח ר' יחזקאל גליק,
שביעי - הרה"ח ר' דוד צבי גליק,
הוספות - הרה"ח ר' חיים הערש ליימזידער,
הרה"ח ר' קלמן ווייס,
הרה"ח ר' יואל גרינהוט,
הרה"ח ר' יצחק הערש היימאן,
בעל שמחה הרה"ח ר' משה הערש בערקאוויטש,
הרה"ג ר' שמואל נתנאל יאזשעף,
בעל שמחה הרה"ג ר' אהרן יודא שווארץ, ר"מ בישיבה גדולה,
הרה"ח ר' ישראל נחמי' שווארץ פון וומ"ב,
בעל שמחה האברך ר' יצחק בן ר' אביגדור נחום שלעזינגער,
בעל שמחה ר' ישראל אברהם אלטר לאנדא,
הרבני הנגיד ר' מענדל שווימער, ראש הקהל, וועלכער האט מנדב געווען א גרויסן סכום פארן אויפבוי פונעם נייעם ביהמ"ד,
אחרון - דעם רבינ'ס זון הגה"צ רבי יואל,
הגבה - בעל שמחה הרה"ח ר' שמעון כ"ץ,
גלילה - הרה"ח ר' אביגדור נחום שלעזינגער, משמש דקהלתינו,
מפטיר - הגה"צ דער דיין,
הגבה - הרה"ח ר' ישראל חיים גרינהוט,
גלילה - האברך ר' יחזקאל ב"ר חיים הערש לעווי,
ביים ליינען האט מען מנדב געווען גרעסערע סכומים פארן אויפבוי פונעם נייעם ביהמ"ד,
מוסף - הגה"צ ירושלימער רב,

נאכן דאווענען איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרב ר' אברהם יודא פיש, זון פון סאלקער רב, און איידעם פון ווערפעלטער רב, ווי עס איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לו, ווי די רבי איז מכובד געווארן מיט סנדקאות, דערנאך האט דער רבי קידוש געמאכט און פארטיילט שריים און אנגעוואונטשן דער בעל שמחה און די זיידעס און די בני המשפחה, און דער רבי האט געוואונטשן לחיים פארן ציבור,

דערנאך איז די רבי אריבער צום קידושא רבא לכבודה של תורה, אין זאל פון שאפינג סענטער,
שבת אינדערפרי האט דער רבי געפירט טיש אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה קטנה חלק ב'
דער רבי האט אנגעהויבן חי ה' כנהוג, מיט ברוך ה' יום האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' יעקב יוסף קרויס ר"מ בישיבה קטנה,
ברוך ק-ל עליון הרה"ג ר' אליעזר פריעדמאן מנה"ר בישיבה קטנה,
מיט ברכי נפשי הרה"ח ר' אהרן הערש פריינד חבר הנהלת המוסדות בק"י,
ביי די תורה האט זיך דער רבי געשטעלט אויפן פסוק ראה אנוכי, שבעשרת הדברות
אויך האט דער רבי ארויסגעברענגט אז שטייענדיג יעצט בימי אלול זאל מען זען זיך צוציפלייסן און חזר'ן די לימודים פון א גאנץ יאר
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ ירושלימער רב,

אום 8:35 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה
פאר עמוד האט געדאווענט הרה"ח ר' הערשל מאנן,
כהן – הרה"ג ר' שמואל זאנוויל אקערמאן רב ביהמ"ד ליזענסק אין וומ"ב,
לוי – הרה"ח ר' ישראל חיים קרויס חבר ועד קרן הבנין,
שלישי - הרה"צ ר' ישעי' יעקב שטויבער שליט"א,
גלילה - הרה"ח ר' שרגא שמואל מיללער,
 
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה – הרה"ח ר' מענדל שווימער, ראה"ק

נאך מעריב און הבדלה, האט מען ארויסבאגלייט דעם רבי'ן בשירה וזמרה.

signout » מיטוואך אוגוסט 15, 2018 12:32 pm

· #411164
סתם פאר נייגעריגקייט, די באריכטן פין לאקש קוקען אויס צו זיין אפציעל פין די קאמפעני אויף א רעגעלמעסיגע שטייגער, שיקט מען עס דירעקט צו אינז אויף צימעס אדער מ'שיקט עס פאר סאשעל מידיע? אין לאקש איז אינז מזכה דערמיט?

יין שרף » מיטוואך אוגוסט 15, 2018 12:45 pm

· #411167
לאקש

ווי אויך איז פראקלאמירט געווארן מיט גרויס שמחה די נייעס איבערן ענדיגן די לעצטיגע פלענער און לעגאלע פערמיטן פאר א ריזן "שאפינג סענטער" ביי די קארנער פון עיקערס און בעיקארטאון וואס וועט ענהאלטן אין זיך א "בוטשער דקהלתינו הק" און נאך אסאך געשעפטן און אפיסעס אלס הכנסה פאר די קהלה און מוסדות.

ווער גיט די לעגאלע פערמיטס אין קרית יואל, די ווילידש? (דהיינו די ארונים) אדער די טאון אף מאנרא?

יין שרף » מיטוואך אוגוסט 15, 2018 12:48 pm

· #411168
לאקש

מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ ירושלימער רב

עפעס גייט פאר לעצטענס מיט די רבנות אין ירושלים? מען נעמט אויף א נייעם רב? די אלטע פוצט אפ?

היסטאריקער » מיטוואך אוגוסט 15, 2018 1:44 pm

· #411181
לאקש

דערנאך איז רבינו שליט''א צירוקגעפאקן ????????????קיין מחנה דברי יואל.

איסר האטלקי » מיטוואך אוגוסט 15, 2018 2:10 pm

· #411183
יין שרף
לאקש

מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ ירושלימער רב

עפעס גייט פאר לעצטענס מיט די רבנות אין ירושלים? מען נעמט אויף א נייעם רב? די אלטע פוצט אפ?

ירושלימ'ער געפינט זיך דא אויף א יאר-צוויי אויף צרכי רפואה פון משפחתו.

לאקש » מיטוואך אוגוסט 15, 2018 3:00 pm

· #411189
היסטאריקער
לאקש

דערנאך איז רבינו שליט''א צירוקגעפאקן ????????????קיין מחנה דברי יואל.

שכח פארן אויפמערקן.

לאקש » מיטוואך אוגוסט 15, 2018 3:02 pm

· #411190
יין שרף
לאקש

מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ ירושלימער רב

עפעס גייט פאר לעצטענס מיט די רבנות אין ירושלים? מען נעמט אויף א נייעם רב? די אלטע פוצט אפ?

גארנישט גייט נישט פאר, אלעס בלייבט אזוי ווי ביז יעצט, די ירושלימע רב פארט כסדר אהין, און גייט בקרוב זיך צירוק אהין ציען, דערווייל איז ער דא פאר געוויסע סיבות.

לאקש » מיטוואך אוגוסט 15, 2018 3:02 pm

· #411191
איסר האטלקי
יין שרף
לאקש

מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ ירושלימער רב

עפעס גייט פאר לעצטענס מיט די רבנות אין ירושלים? מען נעמט אויף א נייעם רב? די אלטע פוצט אפ?

ירושלימ'ער געפינט זיך דא אויף א יאר-צוויי אויף צרכי רפואה פון משפחתו.

אזוי?

לאקש » מיטוואך אוגוסט 15, 2018 3:04 pm

· #411192
signout
סתם פאר נייגעריגקייט, די באריכטן פין לאקש קוקען אויס צו זיין אפציעל פין די קאמפעני אויף א רעגעלמעסיגע שטייגער, שיקט מען עס דירעקט צו אינז אויף צימעס אדער מ'שיקט עס פאר סאשעל מידיע? אין לאקש איז אינז מזכה דערמיט?

גאר א שטארקע שאלה געפרעגט.... מדארף עס איבער גיין מיט די ״״״״ אפציעלע קאמפעני״״״״״ מוועט דיך לאזן וויסן.

קאך_לעפל » מיטוואך אוגוסט 15, 2018 3:51 pm

· #411197
לאקש, די האלסט טאקע אז כ''ק גאב''ד ירושלים שליט''א וועט צירוקגעפאקן קיין ירושלים נאכן זיך צוגעוויינען צום באקוועמער אמעריקאנער לעבנסשטייגער? אתמה!

גאנצל » מיטוואך אוגוסט 15, 2018 3:53 pm

· #411198
ער וועט צוריק גיין קיין ירושלים ווען יואלי וועט גיין קיין קרית יואל נאכן אפצאלן אלע חובות פון די גוטגייענדע מוסד ויואל משה..........

יין שרף » מיטוואך אוגוסט 15, 2018 4:07 pm

· #411200
לאקש
יין שרף
לאקש

מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ ירושלימער רב

עפעס גייט פאר לעצטענס מיט די רבנות אין ירושלים? מען נעמט אויף א נייעם רב? די אלטע פוצט אפ?

גארנישט גייט נישט פאר, אלעס בלייבט אזוי ווי ביז יעצט, די ירושלימע רב פארט כסדר אהין, און גייט בקרוב זיך צירוק אהין ציען, דערווייל איז ער דא פאר געוויסע סיבות.

וואס איז די אפיציעלע אנגעגעבענע סיבה?

איסר האטלקי » מיטוואך אוגוסט 15, 2018 7:14 pm

· #411211
גאנצל
ער וועט צוריק גיין קיין ירושלים ווען יואלי וועט גיין קיין קרית יואל נאכן אפצאלן אלע חובות פון די גוטגייענדע מוסד ויואל משה..........

אמת, ביידע גייען זיין בקרוב אי''ה.

לאקש » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2018 12:43 am

· #411246
א גאר הערליכע מעשה האט זיך אפגעשפילט, ווען ביי די דינער פון מחנה רב טוב איז דא א פראגראם פאר אלע קינדער אז מען שרייבט א בריוו פאר די עלטערן און די עלטערן נעמען עס אפ ביים דינער, איז געוועזן א אונגל נעבעך א יתום, וואס האט שטארק געוואלט אריינגיין אונעם גורל, האט ער געשריבן א בריוו, צו ווער עס טרעפט עס, דער אינגערמאן וואס האט סארטירט די בריוון האט עס אפגעפונען, זייענדיג אזוי מרוגש, האט ער עס איבערגעגבן פאר כ״ק מרן רבינו שליט״א, און אין א איבעראשענדע אקט האט די רבי שליט״א צירוק געשריבן א גאר ווארימע בריוו פאר דעם קינד.

לאקש » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2018 12:44 am

· #411247
לאקש
א גאר הערליכע מעשה האט זיך אפגעשפילט, ווען ביי די דינער פון מחנה רב טוב איז דא א פראגראם פאר אלע קינדער אז מען שרייבט א בריוו פאר די עלטערן און די עלטערן נעמען עס אפ ביים דינער, איז געוועזן א אונגל נעבעך א יתום, וואס האט שטארק געוואלט אריינגיין אונעם גורל, האט ער געשאיבן א בריוו, צו ווער עס טרעפט עס, דער אינגערמאן וואס האט סארטירט די בריוון האט עס אפגעפונען, זייענדיג אזוי מרוגש, האט ער עס איבערגעגבן פאר כ״ק מרן רבינו שליט״א, און אין א איבעראשענדע אקט האט די אבי שליט״א צירוק געשריבן א גאר ווארימע בריוו פאר דעם קינד.
📎 D285EB01-9480-4BB5-AE16-C4128BDA25C7.jpeg

לאקש » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2018 12:45 am

· #411249
לאקש
א גאר הערליכע מעשה האט זיך אפגעשפילט, ווען ביי די דינער פון מחנה רב טוב איז דא א פראגראם פאר אלע קינדער אז מען שרייבט א בריוו פאר די עלטערן און די עלטערן נעמען עס אפ ביים דינער, איז געוועזן א אונגל נעבעך א יתום, וואס האט שטארק געוואלט אריינגיין אונעם גורל, האט ער געשאיבן א בריוו, צו ווער עס טרעפט עס, דער אינגערמאן וואס האט סארטירט די בריוון האט עס אפגעפונען, זייענדיג אזוי מרוגש, האט ער עס איבערגעגבן פאר כ״ק מרן רבינו שליט״א, און אין א איבעראשענדע אקט האט די אבי שליט״א צירוק געשריבן א גאר ווארימע בריוו פאר דעם קינד.
📎 EE4DB22C-5321-4798-8EA4-234FED998D9C.jpeg

לאקש » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2018 12:46 am

· #411250
לאקש
א גאר הערליכע מעשה האט זיך אפגעשפילט, ווען ביי די דינער פון מחנה רב טוב איז דא א פראגראם פאר אלע קינדער אז מען שרייבט א בריוו פאר די עלטערן און די עלטערן נעמען עס אפ ביים דינער, איז געוועזן א אונגל נעבעך א יתום, וואס האט שטארק געוואלט אריינגיין אונעם גורל, האט ער געשאיבן א בריוו, צו ווער עס טרעפט עס, דער אינגערמאן וואס האט סארטירט די בריוון האט עס אפגעפונען, זייענדיג אזוי מרוגש, האט ער עס איבערגעגבן פאר כ״ק מרן רבינו שליט״א, און אין א איבעראשענדע אקט האט די אבי שליט״א צירוק געשריבן א גאר ווארימע בריוו פאר דעם קינד.
📎 7725A4A5-D4B3-4B23-AA16-E9DF33B158AA.jpeg

שמעון וואלף » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2018 12:59 am

· #411253
טאקע א שיינע מעשה. אבער פארוואס דארף מען שרייבן פאר א יונגל אין לשון קודש מיט מליצות?

לאקש » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2018 1:03 am

· #411254
געווענליך א אינגל פון כיתה ח' פארשטייט לשון קודש, און אויב נישט גלייב איך אז זיין רבי וועט אים געבן צו פארשטיין די פינקטליכע טייטש דערפון.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15