☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » נייעס אין סאטמאר (מהר"יי)

נייעס אין סאטמאר (מהר"יי)

750 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12038
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15

גאנצל » דינסטאג פעברואר 13, 2018 12:47 am

· #395518
סאו האסטו דאך גראד געקענט זאגן אז דו ווייסט נישט און שוין

סאו למעשה זעיט אויס לויט דיר אז באמת האט חיים הערש געדארפט ערשיינען נאר צוליב דעם וואס ער האט די וואך געמוזט פארן קיין ירושלים איז מען געגאנגען צום צווייטן אפשען און גענומען דעם סיגוטע רב

יישר כח פאר די אינפאו הצלחה

לאקש » דינסטאג פעברואר 13, 2018 12:50 am

· #395519
לכאורה.
איך האף מארגן צו באשטעטיגען אויף 100%
א גוטע נאכט

שמעון וואלף » דינסטאג פעברואר 13, 2018 1:51 am

· #395524
גאנצל
סאו האסטו דאך גראד געקענט זאגן אז דו ווייסט נישט און שוין

סאו למעשה זעיט אויס לויט דיר אז באמת האט חיים הערש געדארפט ערשיינען נאר צוליב דעם וואס ער האט די וואך געמוזט פארן קיין ירושלים איז מען געגאנגען צום צווייטן אפשען און גענומען דעם סיגוטע רב

יישר כח פאר די אינפאו הצלחה


די מעשה איז אן אריכות אבער אויפ'ן שפיץ גאפל איז אזוי: משה גבאי האט אנגעריפן צום ירושלימ'ער רב אין שטוב אז טאמער האלט ער נישט רח"צ אין ירושלים ביז נאך שבת וועט ער מאכן פון אים דאס וואס ער האט געטון מיט'ן געוועזענעם קרית יואל'ע רב. ר' חיים הערש'ס מענטשן זענען נישט שטיל געבליבן און געווארנט משה גבאי אז טאמער הערט ער נישט אויף טערעראזירן גייט מאיר ראטה מיט קיטשי וואלי אנהייבן דאווענען אין הופפער און יעקב שמשון גייט פארקויפן די חמץ ביי מענדעלע. לעיזר קעסטענבוים האט צוריק געענטפערט אז למעשה איז ער בעל הבית אין קרית ויואל משה און טאמער וועט מען זיך ווייטער מתחצף זיין פאר משה גבאי, שרייבט ער איבער קרית ויוא"מ פאר יעקב בער. ווי נאר בעריש בערגער האט דאס געהערט, האט ער מחליט געווען צו זיין די פארמיטלער און אלס די ערשטע שריט פאר שלום, האט ער געלאנדעט יעקב בער אויף שבת.

אוי, ליהודים היתה אורה...

לאקש » דינסטאג פעברואר 13, 2018 10:45 am

· #395533
שמעון וואלף
גאנצל
סאו האסטו דאך גראד געקענט זאגן אז דו ווייסט נישט און שוין

סאו למעשה זעיט אויס לויט דיר אז באמת האט חיים הערש געדארפט ערשיינען נאר צוליב דעם וואס ער האט די וואך געמוזט פארן קיין ירושלים איז מען געגאנגען צום צווייטן אפשען און גענומען דעם סיגוטע רב

יישר כח פאר די אינפאו הצלחה


די מעשה איז אן אריכות אבער אויפ'ן שפיץ גאפל איז אזוי: משה גבאי האט אנגעריפן צום ירושלימ'ער רב אין שטוב אז טאמער האלט ער נישט רח"צ אין ירושלים ביז נאך שבת וועט ער מאכן פון אים דאס וואס ער האט געטון מיט'ן געוועזענעם קרית יואל'ע רב. ר' חיים הערש'ס מענטשן זענען נישט שטיל געבליבן און געווארנט משה גבאי אז טאמער הערט ער נישט אויף טערעראזירן גייט מאיר ראטה מיט קיטשי וואלי אנהייבן דאווענען אין הופפער און יעקב שמשון גייט פארקויפן די חמץ ביי מענדעלע. לעיזר קעסטענבוים האט צוריק געענטפערט אז למעשה איז ער בעל הבית אין קרית ויואל משה און טאמער וועט מען זיך ווייטער מתחצף זיין פאר משה גבאי, שרייבט ער איבער קרית ויוא"מ פאר יעקב בער. ווי נאר בעריש בערגער האט דאס געהערט, האט ער מחליט געווען צו זיין די פארמיטלער און אלס די ערשטע שריט פאר שלום, האט ער געלאנדעט יעקב בער אויף שבת.

אוי, ליהודים היתה אורה...

די גאנצע מעשה שטימט הערליך,
אבער... רעדאגיר עס באצייטענס ווייל יעקב בער גייט נישט דארט זיין אויף שבת,
אזוי וועט אפשר @גאנצל גלייבן די איבריגע חלק...

signout » דינסטאג פעברואר 13, 2018 11:24 am

· #395534
לאקש
signout
לאקש
דער ריזן ציבור משתתפים ביים זיך צוהערן צו די דברי אלקים חיים פונעם ראש גולת אריאל כ"ק מרן אדמו"ר עט"ר שליט"א פארגאגענע מוצש"ק ביים דינער לטובת מוסדותינו הק' אין ב"פ אין די זאלן פון תפארת רבקה
פין וואס דארף מען נתפעל ווערן פין די 'ריזן ציבר'... אדער פונעם 'ראש גולת אריאל' וואס זיצט אויף זיין פלאץ ביי זיין דא''ח בשעת א צווייטער רעדט אויפן מייק?

גראדע רעדט ער זיצעדיג
סוי פארוואס ברענגט די מאקסימום פיקטשער נאר ווען יאזשעף רעדט, ווען מהרז''ל האט גערעדט איז געווען נאך ערגער? מהרז''ל האט נישט אין ב''פ קיין דריי הינדרעט שטריימליך?

גאנצל » דינסטאג פעברואר 13, 2018 12:50 pm

· #395537
לאקש
לכאורה.
איך האף מארגן צו באשטעטיגען אויף 100%
א גוטע נאכט


וואס טוט זיך שוין עפעס באשטעטיגט ?

לאקש » דינסטאג פעברואר 13, 2018 2:05 pm

· #395547
על פי פקודת הקודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א וועט מארגן ערב ראש חודש אדר פארקומען א יום תפלה אין ליכט פון די שרעקליכע גזירות אין ארה"ק.
📎 photo_2018-02-13_14-04-37.jpg

גאנצל » דינסטאג פעברואר 13, 2018 2:12 pm

· #395548
ווי עס גייט ערשיינען א גבאי אן א רבי.......

לאקש » דינסטאג פעברואר 13, 2018 2:54 pm

· #395552
גאנצל
ווי עס גייט ערשיינען א גבאי אן א רבי.......

אויב ס'איז מעגליך ביטע זיי מסביר די דזאוק

לאקש » דינסטאג פעברואר 13, 2018 2:57 pm

· #395553
הגה"צ אב"ד סיגוט בן רבינו שליט"א וואס איז צוגאסט אין לאנדאן פאר די דינער לטובת מוסדות יטב לב, באזוכט ביי הנגיד ר' בעריש בערגער ראה"ק ד'קהילתינו, אין בײ הנגיד ר' אליש ענגלענדער.
📎 photo_2018-02-13_14-56-49.jpg 📎 photo_2018-02-13_14-57-59.jpg 📎 photo_2018-02-13_14-57-54.jpg 📎 photo_2018-02-13_14-57-48.jpg

לאקש » דינסטאג פעברואר 13, 2018 3:00 pm

· #395554
הגה"צ אב"ד סיגוט בן רבינו שליט"א באזוכט ביי אב"ד ליעזש אין לאנדאן.
📎 photo_2018-02-13_14-59-41.jpg

לאקש » דינסטאג פעברואר 13, 2018 3:00 pm

· #395555
הגה"צ אב"ד סיגוט בן רבינו שליט"א באזוכט ביי גאב"ד לאנדאן.
📎 photo_2018-02-13_15-00-23.jpg

לאקש » דינסטאג פעברואר 13, 2018 3:01 pm

· #395556
הגה"צ אב"ד סיגוט בן רבינו שליט"א באזוכט ביי אב"ד ד'קהילתינו לאנדאן.
📎 photo_2018-02-13_15-01-20.jpg

לאקש » דינסטאג פעברואר 13, 2018 3:02 pm

· #395557
הגה"צ אב"ד סיגוט בן רבינו שליט"א באזוכט ביי הנגיד ר' אליעזר פרענקל.
📎 photo_2018-02-13_15-02-08.jpg

לאקש » דינסטאג פעברואר 13, 2018 3:03 pm

· #395558
הגה"צ אב"ד סיגוט בן רבינו שליט"א באזוכט אין ישיבה קטנה אין לאנדאן.
📎 photo_2018-02-13_15-02-52.jpg 📎 photo_2018-02-13_15-02-57.jpg

לאקש » דינסטאג פעברואר 13, 2018 3:06 pm

· #395559
הגה"צ אב"ד סיגוט בן רבינו שליט"א באזוכט אין די נייע בנין וואס מען האט געקויפט פאר מוסדותינו הק'.
📎 photo_2018-02-13_15-04-46.jpg

לאקש » דינסטאג פעברואר 13, 2018 3:55 pm

· #395562
הגה"צ סיגוטע רב איז היינט אנגעקומען קיין לאנדאן צו באשיינען די דינער השנתי לטובת מוסדות יטב לב באה"ק,
די רב איז געפארן אינאיינעם מיט די חברי הנהלה הרה"ח מיכל שלעזינגער, הרה"ח ירמי טייטלבוים, הרה"ח יחזקאל שווימער, אין עיר פארט האבן אפגעווארט די ראה"ק פון לאנדאן ר' בעריש בערגער, אין הרה"ח ר' מענדל וואלערשטיין מנהל המוסדות אין ירושלים
די רב איז געפארן דאוענען אין ביהמ"ד אין די גאדעס גרין געגנט, נאך שחרית אי מען ארויף צום מסיבת פת שחרית בבית הרבני הנגיד ר' אליעזר פרענקל,
שפעטער אין טאג איז די רב געווען באזוכן אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' עליש ענגלענדער,
אין ביי הגה"צ רב דקהלתינו אין לאנדאן אין ביי הגה"צ גאב"ד לאנדאן, ביי הגה"צ ליעזשע רב, וויאויך איז פארגעקומען אן אסיפה מיט די הנהלה אין שטוב פונעם ראה"ק הרה"ח רבי בעריש בערגער, דערנאך איז די רב געגאנגען באזוכן די נייע בנין המוסדות
מנחה איז די רב געגאנגען דאווענען אין ישיבה קטנה נאך מנחה האט די רב אויפגעטרעטן מיט א דרשה פאר די בחורים מיט דברי הדרכה אין מוסר נאך די דרשה זענען די בחורים אריבער שלום נעמען

גאנצל » דינסטאג פעברואר 13, 2018 4:08 pm

· #395563
לאקש
גאנצל
ווי עס גייט ערשיינען א גבאי אן א רבי.......

אויב ס'איז מעגליך ביטע זיי מסביר די דזאוק


וועלכע זשאוק ? פון די אלע בילדער ?......

ניין איך קען דיר דעס נישט מסביר זיין פאר קיין געלט

זשאסט קידינג שיינע בילדער

לאקש » מיטוואך פעברואר 14, 2018 12:15 pm

· #395623
די נייע ביהמ''ד אויף חברון אין ק''י
📎 photo_2018-02-14_12-11-52.jpg 📎 photo_2018-02-14_12-11-58.jpg

לאקש » מיטוואך פעברואר 14, 2018 12:20 pm

· #395624
לאקש
קול רנה וישועה באהלי צדיקים:

אנשי שלומינו תלמידי וחסידי סאטמאר גרייטן זיך צום גרויסן חתונה פון נכד כ"ק מרן רבינו שליט"א החתן חנני' יו"ט ליפא בן הרה"ג ר' יצחק ראזענבערגער שליט"א חדב"ן ורב דביהמ"ד דקהלתינו קיט"ל ליע גארדענס ור"מ בישיבתינו הק', מיט הכלה בת הרה"ג ר' אלכסנדר חיים אשכנזי שליט"א ר"י בישיבתינו הק' בן הגה"צ ר' אנשיל שליט"א ר"מ בישיבתינו הק' ורב דקהל חוות דעת, וחתן הגה"צ אב"ד סוליצא שליט"א. דעם קומענדיגן מיטוואך פרשת תצוה אין עטרת אברהם אין וויליאמסבורג.
📎 photo_2018-02-14_12-08-17.jpg

לאקש » מיטוואך פעברואר 14, 2018 1:49 pm

· #395629
הגה"צ אב״ד סיגוט בן רבינו שליט״א בבית העסקן המפורסם געציל בערגער אין לאנדאן.
📎 photo_2018-02-14_13-48-16.jpg

לאקש » מיטוואך פעברואר 14, 2018 7:32 pm

· #395646
מעכטיגער *"תל תלפיות"* קאמפיין לטובת דעם ביהמ"ד החדש גייט אריין אין שוואונג
אינאיינעם וועלן מיר בעזהשי"ת בויען דעם בית המקדש מעט
זייט א חלק!!
📎 photo_2018-02-14_19-31-03.jpg

לאקש » מיטוואך פעברואר 14, 2018 9:14 pm

· #395652
"תל תלפיות" קאמפיין
📎 photo_2018-02-14_21-13-21.jpg

לאקש » דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 6:53 pm

· #395688
דעם שבת קומט פאר די באווארפן פון אן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר שליט"א,

החתן בן לחתנו הגה"צ ר' יצחק ראזענבערגער שליט"א רב ביהמ"ד סאטמאר ליע גארדענס ור"מ ישיבת סאטמאר בן הגה"צ ר' יהושע ראזענבערגער שליט"א גאב"ד קרית רמ"א וחבר ביד"ץ עדה החרדית עב"ג הכלה בת הרה"ג ר' אלכסנדר חייים אשכנזי שליט"א ר"מ בישיבת סאטמאר, בן הגה"צ אב"ד חוות דעת שליט"א וחתן האדמו"ר מסוליצא שליט"א.

די שמחת הבאווארפן קומט פאר אין ביהמ"ד הגדול.
📎 photo_2018-02-15_18-51-41.jpg

לאקש » זונטאג פעברואר 18, 2018 11:33 am

· #395802
הרחיבו מקום אהליך

הנהלת ביהמ״ד דקהלתינו 18׳טע עוו. אין בארא פארק האבן געסיינט קאנטראקט אויף א גרויסן לאט נעבן די יעצטיגע ביהמ״ד אויפצובויען א גרויסע בנין ביהמ״ד צו אקאמאדירן די נאכאנאנדע וואוקס בליעה״ר.
די ביהמ״ד וועט אנהאלטן א גרויסן היכל ביהמ״ד, שטיבלעך, מקוה מפוארה, בית הוראה, און נאך.

בורא עולם בקנין השלם זה הבנין
גדול יהיה כבוד הבית הזה

כן ירבה וכן יפרוץ

לאקש » זונטאג פעברואר 18, 2018 3:22 pm

· #395811
בימים ההם (קרית יואל) בזמן הזה (בלומינגבורג)!

מכתב קודש פון כ״ק מרן רבינו שליט״א צו שטיצן די מוסדות אין בלומינגבורג ברענגט נאסטאלגיע צום מכתב קודש פון רביה״ק הויואל משה זיעועכי״א ביים אויפבוי פון קרית יואל בשנת תשל״ד.

שטיצט יעצט:
BloomingburgRaffle.com

לעשות רצון צדיק
📎 photo_2018-02-18_11-49-16.jpg

signout » זונטאג פעברואר 18, 2018 5:53 pm

· #395823
די חברה קדישא פין מהרז''ל ביים אראפנעמן די מציבה פין ר' חיים אביגדור קאהן כדי צו קענען צוקומען צו די קבר פין ר' וואלף יאקאבאוויטש
📎 2339c27e-ce2c-491e-b5af-314922be6b21.jpg 📎 7a5abbdc-ced3-4340-bb97-b854491114d4.jpg 📎 acfc8fb9-5b00-4d1c-a999-96dd6e1d640b.jpg

שושן פורים » זונטאג פעברואר 18, 2018 8:19 pm

· #395836
signout
די חברה קדישא פין מהרז''ל ביים אראפנעמן די מציבה פין ר' חיים אביגדור קאהן כדי צו קענען צוקומען צו די קבר פין ר' וואלף יאקאבאוויטש

וואס איז די מעשה?

לאקש » מאנטאג פעברואר 19, 2018 1:20 am

· #395855
היכל ביהמ"ד דקיט"ל סאטמאר לעיקוואוד
📎 photo_2018-02-19_01-19-42.jpg

לאקש » דינסטאג פעברואר 20, 2018 12:44 am

· #395991
ומשפע מצוות תפלין יתמשך עלי

יעצט אויפדערנאכט איז פארגעקומען די "שמחת הבר מצוה" פון א אייניקל פון כ"ק מרן רבינו שליט"א די זון פון חדב"ן הרה"ג ר' יצחק ראזענבערגער שליט"א אב"ד קיט"ל ליע גארדענס ור"מ בישיבה לצעירים תו"י אין די בית רחל זאלן אין וויליאמסבורג.

שמחת בית סאטמאר
שישו ושמחו בשמחת רבינו
קול רנה וישועה באהלי צדיקים

לאקש » דינסטאג פעברואר 20, 2018 9:25 pm

· #396043
דינער השנתי לטובת מוסדות יטב לב ירושלים אינעם פרדס וויזניץ זאל אין לאנדאן בהשתתפות הגה״צ אב״ד סיגוט שליט״א.
📎 photo_2018-02-20_21-21-34.jpg 📎 photo_2018-02-20_21-21-53.jpg 📎 photo_2018-02-20_21-21-45.jpg

לאקש » מיטוואך פעברואר 21, 2018 10:41 am

· #396062
קול רנה וישועה באהלי צדיקים

היינט אויפדערנאכט וועלן אלופי אלפי אנ״ש זיך מיטפרייען בשמחת רועינו כ״ק מרן רבינו עט״ר שליט״א ביי די שמחת החתונה הגדולה פון נכדו החתן הרב חנני׳ יו״ט ליפא שליט״א בן חדב״ן הרה״ג ר׳ יצחק ראזענבערגער שליט״א.

די קבלת פנים וועט זיין 5:30 אין ביהמ״ד הג׳, מעמד החופה 6:30 אויף ראדני סט. פארנט פון ביהמ״ד הג׳, סעודת החתונה אין עטרת אברהם.
מצוה טאנץ פון רבינו שליט״א 11:45.

שישו ושמחו בשמחת רבינו

שמחת בית סאטמאר
📎 photo_2018-02-21_10-39-04.jpg 📎 photo_2018-02-21_10-38-58.jpg 📎 photo_2018-02-21_10-38-50.jpg 📎 photo_2018-02-21_10-38-21.jpg

קאך_לעפל » מיטוואך פעברואר 21, 2018 11:47 am

· #396065
קול רנה וישועה באהלי צדיקים...דער רבי זאל לעבן א מזל טוב...אלע חסידים א מזל טוב....און...און...און ...א מזל טוב....

לאקש » מיטוואך פעברואר 21, 2018 9:07 pm

· #396117
קול רנה וישועה באהלי צדיקים:

יעצט אויפדערנאכט טוען זיך אלופי אלפי אנשי שלומינו תלמידי וחסידי סאטמאר באטייליגן און זיך מיטפרייען מיטן רבינ'ס שמחה ביי די גרויסע חתונה פון נכד עטרת ראשינו הוד כבוד קדושת מרן אדוננו מורינו ורבינו שליט"א בן חדב"ן הרה"ג רבי יצחק ראזענבערגער שליט"א רב בית מדרשינו קיט"ל ליע גארדענס.

די גרויסע חתונה האט זיך אנגעהויבן שוין 5:30 ביי די גרויסע קבלת פנים אין בית מדרשינו הגדול
דערנאך איז יעצט די דערהויבענע מעמד החופה אין פארנט פון בית מדרשינו הגדול אויף ראדני סטריט
דערנאך די סעודת החתונה אין די ריזיגע זאלן פון עטרת אברהם

רבינו שליט"א וועט אריינקומען צום חתונה אום 9:45 פונקטליך דערנאך וועלן די טויזענטע קענען דורכגיין וואונטשען לחיים פארן רבי'ן און אום 11:30 פונקטליך וועט זיין ברכת המזון.
אום 11:45 וועט זיין די הויכפונקט פונעם חתונה ווען דער ראש גולת אריאל הוד כבוד קדושת מרן אדוננו מורינו ורבינו עטרת ראשינו שליט"א וועט טאנצן די געהויבענע מצוה טאנץ לפני הכלה.

שמחת בית סאטמאר
שישו ושמחו בשמחת רבינו

ובכן צדיקים יראו וישמחו
קול רנה וישועה באהלי צדיקים
במקהלות רבבות עמך בית ישראל

לאקש » מיטוואך פעברואר 21, 2018 9:16 pm

· #396120
חופה באריכט:

סידור קידושין: כ"ק מרן רבינו שליט"א - זיידע פון די חתן
כתובה לייענען: אבד"ק שארית יהודא - עלטער זיידע פון די כלה
ערשטע 3 ברכות: אבד"ק חוות דעת - זיידע פון די כלה
צווייטע 2 ברכות: אבד"ק סוליצא - זיידע פון די כלה
ברכה אחריתא: אבד"ק קרית רמ"א וחבר בי"ד הגדול שבירושלים - זיידע פון די חתן


לייוו האק אפ פון די שמחת החתונה פון נכד רבינו שליט"א אין עטרת אברהם, אויף מערכת סאטמאר 718-831-7000 2-0

לאקש » מיטוואך פעברואר 21, 2018 9:22 pm

· #396121
העפטיגע בוי ארבעט ביי די נייע ביהמ"ד ד'קהילתינו אין בלומינג גראוו.
📎 photo_2018-02-21_21-20-39.jpg 📎 photo_2018-02-21_21-20-31.jpg 📎 photo_2018-02-21_21-20-27.jpg 📎 photo_2018-02-21_21-20-21.jpg 📎 photo_2018-02-21_21-20-12.jpg

גאנצל » דאנערשטאג פעברואר 22, 2018 3:00 am

· #396127
וואס הייסט מ'האט ניט אריין געלאזט ? ווער איז געווען דער ניט אריינלאזער און פ"וו האט מען ניט אריינגעלאזט א שוואגער צום שווער ? ווי איז געווען די נועם המדות ??????? ווי איז דעמאלט געווען די גאלדענע מדות ????????

און פ"וו דער ראפשיצער האט זיך משדך געווען מיט מהרא ווייסטו אויך ?

אנוועליביוועל ווי צוקאלישט די חברה זענען

signout » דאנערשטאג פעברואר 22, 2018 12:07 pm

· #396152
הייסט ביז די ערכעות האט מען אייביג אריינגאלאזט? ביי די בר מצוה פין די ערשטע אין דאפעלטע אייניקעל איז דאך נאכנישט געווען קיין קארט, אין וואס איז געווען מיט אלע אנדערע שמחות פאר די קארט? די ווייסט גארנישט, פינקט ווי די ווייסט נישט וואס ער מיינט מיטן ראפשיצער...

signout » דאנערשטאג פעברואר 22, 2018 12:08 pm

· #396153
קאך_לעפל
קול רנה וישועה באהלי צדיקים...דער רבי זאל לעבן א מזל טוב...אלע חסידים א מזל טוב....און...און...און ...א מזל טוב....
📎 cfb4a5c1-1eb4-4d5c-874b-dd0c8ea5c783.jpg

גאנצל » דאנערשטאג פעברואר 22, 2018 12:29 pm

· #396154
[ציטאט אראפגענומען]


זעיט נישטאויס אויף קיינעם אז איינער וויל צוריק דרייען די זייגער

אינטערסאנט ווען מ'האט צוגעלאזט קר"י רב צום רבי'ן ז"ל האט ער אים אויפגענומען מיט א הייליגע לעעכטיגע שיינענדיגע פנים עס איז געווען קרן אור משה ווער געדענקט נישט ביי די חתונה פונעם גאלדענע מדות תשעג ווען ק"י רב איז געקומען האבן אים די גאלדענע מדות געלאזט שיין ביז דער הייליגע רבי ז"ל האט זיך אויפגעשטעלט און נעבעך ברבים געכעסט און געזאגט אז ער וועט איבער געבן זיין בענקל נאר צו וואס זיך גיין טענהן מיט ליימענע חברה וואס ווילן מכחיש זיין שמש בצהרים

דער בן השני והשלישי וואס האבן אנגעפירט די געמיינסטע מחלוקה אין די אידישע היסטאריע האבן נאך געוואלט אז זייערע שוואגערס זאלן זיך אן נעמן פאר אים די מאנטראלע רעבעצן וואס ווערטיימער האט איר ארויסגעצויגן פון טאטנס שטוב ביים טיכל האט באקומען די גרעסטע חיזוק פון די סאו קאלד גאלדענע מדות מען

נאר בדרך צחות קען זיין אז ווען קר"י רב האט געזען ווי ברוב עם ווען מ'האט צוזאםגענומען רבבות צו מכתיר זיין דעם גאלדענע מדות פאר רב האט די רבי ז"ל גארנישט גערעדט דערפון -ביז דער שיק יונגעל און געטרייער סאלדאט פון משה פריעדמאן משב"ק רביה"ק זי"ע ר' עזריאל האט נישט באצוואונגען דעם רבי'ן ז"ל ברבים נאכצוזאגן עפעס פון א צעטיל מיט די גרעסטע בזיון און מערסט לייוו זעהנדיגע באצוואונגער אויף א אלטן איד אין די אידישע היסטאריע- דערפאר האט קר"י רב געעזן פון וואס מ'האנדלט דא...............

לאקש » דאנערשטאג פעברואר 22, 2018 11:12 pm

· #396207
די הערליכע קונטרס "בחצר המלך" וואס אנהאלט אין זיך א קובץ פון חידושי תורה און הלכה איז ערשינען דורך די תלמידי חלק ג' שע"י ישיבתינו הק' לכבוד די שמחה בבית רבינו.

שמחת בית סאטמאר
שישו ושמחו בשמחת רבינו
📎 photo_2018-02-22_23-11-35.jpg

לאקש » דאנערשטאג פעברואר 22, 2018 11:14 pm

· #396208
סדר שבת שבע ברכות בחצרות קדשינו נכד כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א

מלכות סאטמאר
שמחת בית סאטמאר
שישו ושמחו בשמחת רבינו

ובכן צדיקים יראו וישמחו
קול רנה וישועה באהלי צדיקים
במקהלות רבבות עמך בית ישראל
📎 photo_2018-02-22_23-13-09.jpg

לאקש » דאנערשטאג מערץ 8, 2018 7:10 pm

· #397125
דעם שב"ק וועט אי"ה פארקומען די קידוש פארן ניי געבוירענעם מיידעלע למזל טוב ביי הגה"צ אב"ד דקהלתינו ירושלים שליט"א בן לכ"ק מרן אדמו"ר עט"ר שליט"א אין בית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג.

שמחת בית סאטמאר
שישו ושמחו בשמחת רבינו
📎 photo_2018-03-08_19-09-20.jpg 📎 photo_2018-03-08_19-09-31.jpg

לאקש » זונטאג מערץ 11, 2018 12:50 am

· #397243
<a class="postlink" href="https://www.rayze.it/satmarraffle/">https://www.rayze.it/satmarraffle/</a>

יעדער נעמט א חלק

.קוראזשפולע אינגעלייט האבן געטון דעם ריכטיגן שריט, און זיך אריבערגעצויגן אין דעם נייעם אידישן ישוב בלומינגבורג, אויספירנדיג זייער חלק בגוף ובנפש •
.העראאישע עסקנים, חברי הקהלה ומוסדות סאטמאר זענען אריינגעשפרינגען און מייסד געווען מוסדות פאר דעם קומענדיגן עיר ואם בישראל •
!תלמידי וחסידי סאטמאר און גאנץ כלל ישראל וועט אויספילן זייער חלק, און שטעלן א פעסטע רוקנביין פאר בלומינגבורג, דורכ'ן צושטעלן א מיליאן דאללאר •

לאקש » דינסטאג מערץ 20, 2018 12:12 am

· #397831
די טעגליגע באריכטן איז גענימען געווארן פון מערכת סאטמאר טשענעל

דינסטאג ויקרא:

די רבי האט געלייגט תפילין היינט פאר הבחורים:
לבן הרב ר' מענדל טייטלבוים,
לבן ר' חיים יחזקאל עפשטיין
לבן ר' יודא אליעזר גאלדבערגער.

נאכמיטאג איז די רבי געגאנגען אין מצה בעקעריי ד'קהילתינו להשגיח על כשרות והידור.

דערנאך איז די רבי געגאנגען מנחם אבל זיין די משפחה פון הרה"ח הישיש שרגא פייבוש ראזענבערג ע"ה, אין די משפחה פון הרה"ג חיים יודא רוטנער ז"ל מגיד שיעור בישיבתינו הק' אין אנטווערפן.

אויפדערנאכט האט באזוכט ביי רבינו שליט"א בעל מסירת נפש הגאון ר' יודא ראבי שליט''א וואס האט אויפגעטרעטן ביים כינוס הרבבות.

דערנאך האט זיך די רבי באטייליגט בײ די שמחת התנאים לבת אב"ד מאקאווע שליט''א, אין הילמאן זאל אין בארא פארק.

דערנאך האט די רבי מנחם אבל געווען די משפחה פון מרת רבקה פילאפ ע"ה אלמנת ר' דוד יודא פילאפ ע"ה

מיטוואך ויקרא:

די רבי האט געלייגט תפילין היינט פאר הבחור בן ר' אלכסנדר משה ווייס.

נאכמיטאג איז די רבי געווען אין ביהמ''ד ברך משה שע"י ביתו נאוה קודש ווי דייני קהילתינו האבן געקליבן ווייץ פאר די מצות.

אויפדערנאכט זענען אריין צום רבי'ן תלמידי ישיבה קטנה חלק ב' וואס האבן זיך פארהערט בעל פה מס' קידושין במסגרת חבורת זכרו תורת משה, די רבי האט געגעבן פאר די בחורים א מתנה א זילבערנע בעכער אויסגעקריצט די נאמען אין געוואונטשן ברכת קדשו.

דאנערשטאג ויקרא:

די רבי האט געדאווענט שחרית היינט אין ישיבה קטנה בהנהלת ר' יעקב מאיר וויזענפעלד, נאכ'ן דאווענען איז געווען א ברית לבן המגיד שיעור ר' יואל רייך, די רבי איז מכובד געווארן מיט סנדקאות, נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים אין די רבי האט געזאגט דברות קודש.

פארמיטאג איז די רבי געווען אין ישיבה גדולה ווי די רבי האט פארהערט תלמידי חלק א', דערנאך האט זיך די רבי ארומגעדרייט אין ביהמ"ד אין געשעפּט נחת ווי די תלמידים קרויים בנים פארהערן זיך די לעצטע טאג פון זמן.

נאכמיטאג האט די רבי מנחם אבל געווען אין מאנסי די משפחה פון מרת יענטא האלאנדער ע"ה.

אום 7:30 אויפדערנאכט איז די רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד הג' אין קרית יואל, דערנאך האט מען געזאגט תהילים פון קאפיטל צ' ביז קאפיטל ק"ז, דערנאך האט מען געזאגט אבינו מלכינו, דערנאך איז פארגעקומען א עצרת התעוררות לאור די לעצטיגע ביטערע טראגעדיעס, אין לאור די ביטערע גזירות אין ארצינו הקדושה, מסע המעמד דורך רבינו שליט"א דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' ישעי' ווייס מגיד משרים ד'קהילתינו הק' אין וויליאמסבורג.

שפעטער אויפדערנאכט איז די רבי געווען ביי די באנקעט לטובת מוסדות יטב לב, בבית ר' יעקב ליבערמאן. דערנאך בײ די באנקעט לטובת די כולל בבית ר' יעקב פרץ בלוישטיין.

פרייטאג ערש"ק פרשת ויקרא:

די רבי האט געלייגט תפילין היינט פאר הבחורים:
לבן ר' יואל פרנס.
לבן ר' בנציון גאטמאן.

אום 1:00 האט זיך די רבי באטייליגט בײ די לוי' פון זקן האדמורים כ"ק אדמו"ר מ'וויזניץ מאנסי זצוק"ל.

די רבי וועט אריינקומען צום עריכת השלחן היינט נאכט 11:00 אין ביהמ"ד הג'.


א גוט שבת.

זונטאג צו:

עס האט באזוכט היינט ביי רבינו שליט"א הגאון רבי עזריאל אויערבאך שליט''א וואס איז געקומען קיין אמעריקע צו צוזאמשטעלן געלט פאר די מוסדות פון הגאון הגדול רבי שמואל אויערבאך זצ"ל.

אויפדערנאכט האט די רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון החתן בן ר' יוסף פאלאטשעק מיט בת ר' אברהם יצחק לעפקאוויטש אין פרדס פיגא.

דערנאך איז די רבי געווען אין קרית יואל בײ די מסיבה לגמר הבנין מקוה טהרה.

דערנאך איז די רבי געווען אין מאנסי מנחם אבל זיין אדמורים מ'וויזניץ שליט''א.

דערנאך האט די רבי געדאווענט מערב אין ביהמ"ד הג' אין מאנסי.

מאנטאג צו:

די רבי האט געלייגט תפילין היינט פאר הבחור בן ר' יואל לאנדא.

נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת האפשערן לנכד רבינו שליט"א, הילד יואל בן הרה"ג ר' אלחנן חיים פילאפ שליט''א חדב"ן, בבית חדב"ן, דערנאך איז די רבי געווען אין בנין התלמוד תורה ויואל משה ווי עס איז געווען א לחיים פאר די תלמידי התלמוד תורה אין די רבי האט געוואונטשן ברכת קדשו. נאך די לחיים איז די רבי געווען אין די כיתה פון די יונגל .

אויפדערנאכט האט די רבי קובע מזוזה געווען בבית בנו הגה"צ ר' ליפא שליט''א.

דערנאך האט זיך די רבי באטייליגט בײ די שמחת הבר מצוה לנכד גיסט הגה"צ אב"ד ביסטריץ שליט''א.

דערנאך האט באזוכט ביי רבינו שליט"א כ"ק אדמו"ר מ'מבקשי אמונה שליט''א.

newkave » דינסטאג מערץ 20, 2018 2:21 pm

· #397874
@לאקש, ווי קען מען באקומען די תוכן פונעם שמועס מיט הרה''ק רבי יהודה ראבי שליט''א עמו''ש לח''ה ועכי''א?

קאך_לעפל » דינסטאג מערץ 20, 2018 2:33 pm

· #397875
יא לאקש שטעל אהער דעם שמיעס פאר די צמאים לדבר רבינו....
און אויב די קענסט גלייכצייטיג אהער שטעלן די הייליגע שמיעס פון רבינו מיט ר' זריעל אויערבאך שליט''א. וואלט דאס ווארשיינליך ווען געווען א גלייכע זאך....

ביטע דער עולם דארשט נאך עטוואס דערהויבנקייט....

לאקש » דינסטאג מערץ 20, 2018 11:46 pm

· #397902
דינסטאג צו:

די רבי האט קובע מזוזה געווען אין ניו דזשערסי אין די נייע אפיסעס פון הנגיד ר' יקותיאל ראזנער, די רבי האט זיך אומגעקוקט אין טייל פון זיינע 16 ריזיגע בנינים פון זיין פעקטארי, הנגיד ר' יקותיאל האט אינטערגעשריבן א שטר צו געבן א ריזיגע סכום פאר די מקוה טהרה אין בארא פארק.

איסר האטלקי » מיטוואך מערץ 21, 2018 10:15 am

· #397915
60 בנינים.

לאקש » מיטוואך מערץ 21, 2018 11:21 am

· #397920
איסר האטלקי
60 בנינים.

איך ווייס נישט וואס די האסט קעגן עם אבער איך האב געזעהן בילדער פון זיינע בנינים, ער האט עס אויף א מאסיוון שטח פון 25 עיקער.
די רבי איז ארום געפארן צווישן די בנינים מיטן קאר און אויך אריינגעפארן אין עטליכע בנינים
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15