נייעס אין סאטמאר (מהר"יי)
750 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12038
פרייטאג שמיני א' ערב פסח:
נעכטן פאר מעריב איז די רבי געגאנגען שעפן מים שלנו ביי די פעקטארי פון הנגידים ר' משה לעווי אין ר' יצחק פריינד אויף קענט עוועניו, דערנאך איז די רבי אריין אין די אפיסעס פון די נגידים.
היינט אום 11:00 איז די רבי געגאנגען צו שריפת חמץ.
אום 1:00 איז די רבי געגאנגען זיך אומקוקן אויף די ארבעט אין די בית האופה ד'קהילתינו אין בנין התלמוד תורה בנין בית רחל אויף העיווארד וואס איז ספעציעל פאר ערב פסח נאכדעם וואס מען קען נישט צושטעלן פאר יעדן איינעם צילוב די ריבו העם בליע"ה, דערנאך איז די רבי געגאנגען באקן מצות אין די בית האופה ד'קהילתינו אויף בראדוועי.
מערכת סאטמאר טוט וואונטשן פאר יעדן איינעם א כשר'ן און פרייליכן פסח.
מאנטאג יום א' דחול המועד:
דאנערשטאג ליל בדיקת חמץ נאך מנחה איז די רבי אריבער צו מים שלנו אין די פעקטארי פון הנגידים השותפים ר' משה לעווי אין ר' יצחק פריינד,
ערב יום טוב אום אכט אזייגער איז די רבי אריינגעקומען צו שחרית, צום עמוד איז צוגעגאנגען ר' הערשל לויפער,
ארום 11 אזייגער איז די רבי אריבער צו שריפת חמץ אויף ראס קאר ווייט עוו. דערנאך איז די רבי געגאנגען אין מקוה אין אריבער צום מצה בעקערי צו אפיות המצות.
אום פערטל צו אכט איז די רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הג' אין צוגעגאנגען צום עמוד צו מנחה אין אנגעהויבן הודו, נאך מנחה האט די רבי זיך אראפגעזעצט צו זאגן די פסוקים פון הקרבת קרבן פסח אין די סדר העבודה פונעם הייליגן יעב"ץ,
צו קבלת שבת אין מעריב איז נתכבד געווארן האברך ר' יואל ב"ר יודל שטויבער
נאך ויכולו איז די רבי צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל בהתרוממות הנפש,
נאכן דאווענען איז די רבי אריינגעקומען איו ביהמ"ד ברך משה צום עריכת הסדר מעוטף מיטן טלית אין קיטל, די רבי האט אנגעהויבן שלום עליכם אין געזינגען די זמירות ווי יעדן שבת שחל בו יום טוב,
די אייניקליך האבן געזאגט די סימנים, הגה"צ רבי אהרן האט אנגעגאסן די כוס צו קידוש,
במשך די סדר האט די רבי עטליכע מאל געזאגט תורה אין א געהויבענע פארנעם, ביי שלחן עורך האט די רבי זיך געיאגט כדי צו קענען עסן די אפיקומן פאר חצות, מען האט געענדיגט די סדר ארום 3:30.
יום טוב אינדעפרי אום האלב 11 איז די רבי אריינגעקומען צו שחרית אין פארגעזאגט ברכות, מיט פסוקי דזמרא איז נתכבד געווארן הרה"ח ר' ירמי טייטלבוים חבר הנהלת מוסדות יטב לב, די רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית אין הלל, לכבוד יום טוב האט מען געזינגען די מזמורים פון תתברך אין ממקומך, ביי הלל האט מען געזינגען די אלטע פתחי לי וואס מען האט געזינגען ביי רביה"ק זי"ע,
ביי קריאת התורה זענען נתכבד מיט הוצאה והכנסה דעם רבינ'ס אייניקלעך הרב חיים הערש ראזענבערגער, הרב יחיאל מנחם מייזליש,
כהן האט עולה געווען הרה"ג זושא כץ מורה צדק דקהלתינו
אנאנים: הבחור ב"ר אלעזר ארי יונגרייז
שלישי: די חבר הבית דין צדק הגה"צ ר' זלמן לייב פילאף
רביעי: הרה"ח ר' ירמי' טייטלבוים
שישי: האט די רבי עולה געווען
שביעי: הרה"ח ר' לייבוש טייטלבוים
הגבה: הרה"ח ליפא קרויס
גלילה: הרה"ח מנחם מארקאוויטש
מפטיר: הרה"ח ר' מנחם טייטלבוים
נאכן צוריקלייגן די ספר תורה אין היכל איז די רבי ארויס אין שטיבל, נאך א קורצע הפסקה איז די רבי אריינגעקומען צו טל בענשטן מעוטף מיטן קיטל אין בעקישע פון ריבה"ק זי"ע און טלית פון רביה''ק בעל ברך משה זי''ע, די רבי געזאגט הננו העני אין האט אנגעהויבן קדיש מיטן ניגון פון טל אין פארגעזאגט די פיוטים מיט גרויס התעוררות,
פתיחה צו טל אין נתכבד געווארן: הרבני הנגיד ר' יודא לייב פערלמוטער
ביי די יום טוב סעודה בביתו נאוה קודש, נאך די צוויבל אייער האט די רבי אנגעהויבן חי השם כנהוג ווי יעדן שבת, ברוך השם האט די רבי מכבד געווען די אייניקל הרב ליפא ראזענבערגער, ברוך קל עליון נכדו הבחור מנחם אפרים, די רבי האט געגעסן א שטיקל פלייש אין געבענטשט, ברכת המזון האט די רבי מכבד געווען הגה"צ אב"ד ירושלים שליט''א,
דערנאך האט די רבי געדאווענט תפילת מנחה, בעל תפילה איז געווען הרב ליפא ראנבערגער, בעל קורא אין ראשון האט עולה געווען הגה"צ אב"ד ירושלים שליט''א, שני, הגה"צ ר' אלחנן חיים פילאף חדב"נ, שלישי, הגה"צ רבי אהרן, די רבי איז געגאנגען הגבה, גלילה הרה"ח יודל וויינשטאק,
נאך מנחה האט די רבי זיך געוואשן צו די צווייטע סעודה – שלש סעודות נאך די טשולענט האט די רבי אנגעהויבן די זמירות פון שלש סעודות, די רבי האט געזאגט דברי תורה בעניני דיומא ברכת המזון האט די רבי מכבד געווען הגה"צ רבי אהרן,
מיטל נאכט יום טוב אום 8:35 איז די רבי אריינגעקומן צו מעריב, צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יענקל אונגאר, נאך מעריב איז מען אריבער זאגן גוט יום טוב
נאך א קורצע הפסקה איז די רבי אריינגעקומען צום סדר, כמעשיהו בראשונה כך מעשיהו בשני', די סדר איז אריבער אויף גאר א געהויבנע פארנעם, נאכן פערטן כוס, האט מען געזינגען אדיר הוא יבנה מיט א גרויס התעוררות ארום 4 אזייגער איז די רבי אריבער אין ביהמ"ד הגדול צו ספירה ציילן, די רבי האט אנגעהויבן לשם יוחד אן פארגעזאגט די ברכה אין די ספירה בקול חוצב להבות אש, נאך זאגן די תפילות האט די רבי זיך געזעצט צום טיש אין אנגעהויבן אחד מי יודע אין חד גדיא, דערנאך האט מען אהיים באגלייט דעם רבין,
אום 10:30 איז די רבי אריינגעקומען צו שחרית, צו ברכות אין פסוקי דזמרא איז נתכבד געווארן ר' משה בעריש לויפער משמש בית מדרשינו הגדול אין מאנטריאל, צו שחרית איז צוגעגאנגען הגה"צ אב"ד ירושלים שליט''א, די רבי איז צוגעגאנגען צו הלל,
ביי קריאת התורה זענען נתכבד מיט הוצאה והכנסה הרה"ח יואל ב"ר נפתלי ווייס, הרה"ח זושא זעליג מהנהלת חבורת זכרו תורת משה,
כהן האט עולה געווען הרה"ח מיכל סאנדער
אנאנים: הרה"ח ישעי מרדכי אינזליכט
שלישי: די ראש הקהל ר' שאול פערלשטיין
רביעי: די גבאי ר' שמואל טייטלבוים
די רבי האט עולה געווען חמישי
מפטיר: הרהח ר' ישראל גאלדבערעגער פון קרית יאול
הגבה: הרה"ח משה שמילאוויטש
צו מוסף איז צוגעגאנגען הגה"צ ר' יואל,
נאך א קורצע הפסקה האט איז די רבי אריינגעקומען צום טיש, סעודה אסתר בביתו נאוה קודש,
מיטן פיוט האט די רבי מכבד געווען הרה"ח מיכל שלעזינגער, דערנאך האט די רבי געזאגט תורה אויפן פיוט אשר הניא, ווי די רבי האט מאריך געווען איבער די ענין פון קובע זיין א יום טוב ווען מען זעט באבידת הרשעים,
אום 8 אזייגער איז די רבי אריינגעקומןע צו מנחה צום עמוד איז צוגעגאנגען הרב אברהם לויפער דאראגע רב,
מעריב מוצאי יום טוב האט געדאווענט פארן עמוד הרה"ח ר' ירמי' טייטלבוים, נאך מעריב איז די רבי צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה ציילן,
נאך ספירה איז מען אדורך זאגן א גוטן מועד.
היינט אינדערפרי איז די רבי אריינגעקומן צו שחרית ארום 9:45, צום עמוד איז צוגעגאנגען ר' הערשל לויפער, הוצאה והכנסה איז מכובד געווארן ר' משה מאיר שווארץ, ר' דוד אהרן בראדי,
כהן: הרה"ח יחזקאל גליק,
אנאנים: ר' שמואל בנימין שישא
שלישי: הרה"ח חיים פסח גאלדשטיין
הגבה: הגה"צ ר' יואל
גלילה דעם רבינס אייניקל הבחור נתן נטע זון פון הגה"צ אב"ד ירושלים שליט''א,
די רבי האט עולה געווען מפטיר
הגבה אויפן צווייטן ספר הרה"ג נחמן שטויבער מנהל דישיבה גדולה
גלילה: האברך סענדר אשר ראזענבערגער פון קרית יואל
מוסף האט געדאווענט פארן עמוד הרה"ח סיני אייזיקאוויטש, נאכ'ן דאווענען איז מען אדורך זאגן א גוטען מועד.
די נייע נטילת ידים סעט פון רבינו שליט''א
📎 photo_2018-04-02_17-31-58.jpg
די מלכות'דיגע סדר טיש פון רבינו שליט''א
📎 photo_2018-04-02_17-09-19.jpg
Re: נייעס אין סאטמאר (מהר"יי)
לאקשדי נייע נטילת ידים סעט פון רבינו שליט''א
געווענדליך שרייב איך נישט אנליין, אבער.........
וואס איז געווען שלעכט מיט די אלטע סט? איך קען עס באקומען טאמער ער דארף עס נישט?
און נאך שאלות האב איך. פארוואס האט מען אזוי געכיפערט חמישי אויף די ערשטע טאג יו"ט? אין מיין מחזור דברי יואל ווערט די מנהג נישט דערמאנט.
טאמער דו קענסט אונז זאגען וויפיל געלט האט געקאסט יעדער עליה, ווער האט פראבירט און נישט מצליח געווען צו קויפען עליות, וואלט איך געווען זייער דאנקבאר.
מסתם האט די שרייבער געהאלטן אינמיטן א היציגע דעבאטע אין האט נישט אויפגעכאפט
היינט נאכט קומט די פאר די יערליכע 'אסיפה כללית' בראשות כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א בשעה 7:30 בבית מדרשינו הגדול
📎 photo_2018-04-03_16-10-58.jpg
Re: נייעס אין סאטמאר (מהר"יי)
געווענדליך שרייב איך נישט אנליין, אבער..........
אויף וואס גייט מען מתאסף זיין? די הארבע פראגע, וואס איז געווארען מיט די פארשוואונדענע חמישי? דער קונה איז געווען בדרך רחוקה? און די שאלה פאסירט יעדעס יאר?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
אויסער געווענדליךגעווענדליך שרייב איך נישט אנליין, אבער..........
אויף וואס גייט מען מתאסף זיין? די הארבע פראגע, וואס איז געווארען מיט די פארשוואונדענע חמישי? דער קונה איז געווען בדרך רחוקה? און די שאלה פאסירט יעדעס יאר?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
חמישי: הרה''ח ר' ירמי' ט''ב
כ״ק רבינו שליט״א יעצט אין בית המדרש הגדול ביים יערליכן אסיפת כללי: אין וויליאמסבורג איז נישטא קיין עירוב.
📎 אספיה כללית.mp3
לאקשכ״ק רבינו שליט״א יעצט אין בית המדרש הגדול ביים יערליכן אסיפת כללי: אין וויליאמסבורג איז נישטא קיין עירוב.
הייסט לויט דעם ראזאל איז דער גאנצע ענין פון אן עירוב בלויז אראפצוווארפן דעם עול פון שבת.
א בושה אז אזא איינער איז אפיציעל א ''רעבע''.
כופר בתורת חז"ל, ובתקנת שלמה המלך.
newkaveלאקשכ״ק רבינו שליט״א יעצט אין בית המדרש הגדול ביים יערליכן אסיפת כללי: אין וויליאמסבורג איז נישטא קיין עירוב.
הייסט לויט דעם ראזאל איז דער גאנצע ענין פון אן עירוב בלויז אראפצוווארפן דעם עול פון שבת.
א בושה אז אזא איינער איז אפיציעל א ''רעבע''.
ער האט נישט געזאגט אז דער גאנצע ענין פון אן עירוב איז בלויז אראפצוווארפן דעם עול פון שבת,
ער האט געזאגט אז די "וויליאסבורגע" עירוב איז בלויז אראפצוווארפן דעם עול פון שבת
Re: נייעס אין סאטמאר (מהר"יי)
קיפעלע
ער האט נישט געזאגט אז דער גאנצע ענין פון אן עירוב איז בלויז אראפצוווארפן דעם עול פון שבת,
ער האט געזאגט אז די "וויליאסבורגע" עירוב איז בלויז אראפצוווארפן דעם עול פון שבת
איר קענט ביטע מסביר'ן די חילוק פאר די אומוויסענדע..
קפה נמסקיפעלע

קענסט אפשר זאגן ווי די עירוב געפינט זיך פאר די אומוויסנדע? (לדבריו)
מיטוואך חול המועד:
נעכטן דינסטאג די צווייטע טאג חול המועד איז צוגעגאנגען צו שחרית ר' הערשל לויפער, הוצאה והכנסה איז מכובד געווארן ר' מאיר בראדי אין ר' חיים הערש סופר,
כהן האט עולה געוון הרה"ח אלטר ברוך שעהנברוין
לוי הרה"ג משה ראובן איצקאוויטש ר"מ בישיבה גדולה
שלישי הרה"ג יעקב הערש פרידמאן זון פון הגאון הצדיק די ראש בית דין
הגבה הגה"צ ר' אהרן
גלילה דעם רבינס אייניקל הב' מנחם אפרים
די רבי האט עולה געווען רביעי
הגבה אויפן צווייטן ספר הרה"ג יעקב כץ ר"מ בישיבה קטנה
גלילה דעם רבינס אייניקל החתן יואל גלאנץ
מוסף איז צוגעגאנגען דעם רבינ'ס אייניקל הרב יואל ראזנבערגער.
פארמיטאג איז געווען פאר א באזוך ביים רבין אדמו''ר מ'וויזניץ.
נאך מעריב איז די רבי אריבער אין גרויסן ביהמ"ד ווי די רבי האט אויפגעטרעטן מיט דברי דרוש ופלפול אין צום סוף מאריך געווען מיט דברי מוסר והדכה אויף די זומער וואכן, ארום רעדנדיג איבער צניעות, קדושת שבת ויום טוב, אין נאך.
היינט אינדערפרי פאר שחרית האט די רבי געלייגט תפילין בביתו נאוה קודש פאר הב' ב"ר בנימין שטיינבערג, די רבי האט געהייסן מאכן א ברכה זייענדיג די ערשטע טאג פון תפילין לייגן אין זאגן די ד' פרשיות,
ביי שחרית איז צוגעגאנגען צום עמוד הרה"ח הערשל גאלדבערגער
הוצאה והכנסה איז מכובד געוארן הרה"ג משה ארי ווייס ר"מ בישבה קטנה הרה"ח אלכסנדר חיים פרידמאן
כהן האט עולה געווען הרה"ח אברהם יעקב גלאנצער ראש הקהל דקהל עצי חיים סיגוט אין בארא פארק
לוי הב' ב"ר בנימין שטיינבערג
שלישי הרה"ח ר' לייב קארפען
הגבה הרה"ח חיים יושע לעפקאוויטש
גלילה דעם רבינ'ס אייניקל הב' ליפא
די רבי האט עולה געווען רביעי
הגבה אויפן צוויטן ספר הרה"ג יודל פירטה מורה צדק בבית הוראה
גלילה הרה"ח אברהם חיים פרענקל.
לאקשהוצאה והכנסה איז מכובד געווארן ר' מאיר בראדי אין ר' חיים הערש סופר
ממש אזוי אין ביהמ''ד?
עירוב איז א פראבלעם, אבער משכב זכר נישט? און דערצו אין א שול...
ברכת מזל טוב לכ"ק רבינו שליט''א לרגל די געבורט פון א אור אייניקל א מיידל ביי נכדו הרה"ג ר' שלום ראטענבערג חדב"ן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט''א
היינט נאכט קומט פאר די יערליכע עצרת רבתי למען כבוד השבת אין די זאלן פון ויואל משה
מען וועט הערן דרשות פון הרבנים הגאונים הצדיקים, הגה"צ ר' זלמן לייב פילאף חבר הבית דין צדק דקהלתינו, הרה"ג שמעון אלסטער רב דביהמ"ד תורה ותפילה אין פלעטבוש
הרה"ג דיזבוי רב פון בארא פארק, עס וועט איבער געבן דעת קדשו פון די וויזניצע רבי ז"ל איבערן עירוב הרה"ג משה קעסלער דומ"ץ במאנסי אין ראה"כ אמת ואמונה דחסידי וויזניץ
היינט נאכט אום 9 אזייגער אין זאל פון ויואל משה.
אז @לאקש האט נאכנישט גענומען דאס ווארט, וועל איך פראבירן פאנטאזירן ווי די צווייטע טעג יום טוב זענען פאראיבער בצל רבנו. לאמיר אנהייבן מיט שביעי של פסח.
ערב יום טוב נאכמיטאג איז די רבי זיך געגאנגן טובל'ן לכבוד יו"ט הבעל"ט. די גבאי האט געעפענט די טיר און געמאכט זיכער אז די מקוה איז ווארעם און זויבער.
שפעטער האט די הויז בחור צוגעגרייט א טעלער מיט טועמיה, פאטעיטא קיגל און אביסול פסח'דיגע טשולענט. דערנאך האט די רבי צוגעגרייט די ליכט פאר די רעבעצין צו צינדן לכבוד יום טוב.
א שעה נאכ'ן זמן איז די רבי ערשינען צו מנחה מעוטף בטליתו און גלייך אנגעהויבן הודו כמנהג סאטמאר. צו מערבית איז צוגעגאנגן הרבני הנגיד...... דערנאך איז דער עולם אריבער זאגן גוט יו"ט.
עלעף אזייגער איז די רבי אריינגעקומען צום טיש. מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן...... בן........ נכד רבינו. דערנאך האט די רבי זיך געוואשן אין געמאכט המוציא אויף לחם משנה. מיט'ן פיוט האט די רבי מכבד געווען ר'....... ראה"ק דקהלתינו בעיר...... דערנאך האט מען געבענשט און געזינגן די שירה ועוד נגונים לכבוד היום.
צו שחרית איז די רבי אריינגעקומען 10:30,פסוקי דזמרה האט פארגעדאווענט הרה"ג........ און מ'האט געזאגט די שירה פסוק בפסוק. שחרית האט די רבי געדאווענט פאר'ן עמוד און ביי ממקומך האט מען געזינגן די ניגון פון בעל התניא. דערנאך האט די רבי פארגעדאווענט הלל. ביי הללו האט מען געזינגן די הקפה ניגון פון תשכ"ו און פתחו לי האט מען געזינגן די ניגון פון אודה תשס"א.
די עליות זענען פארקויפט געווארן פאר גרויס געלט. מיט הוצאה והכנסה זענען מכובד געווארן....... פון אנטווערפן און...... פון מאנטריאל. כהן האט עולה געווען.... לוי..... און אזוי ווייטער. די מיטאג סעודה האט די רבי קודם געמאכט קידוש, דערנאך זיך געוואשן אויף לחם משנה, געגעסן פיש, פלייש און צוויי קיגלן.
און וויפיל אזייגער איז געווען די יחוד רבינו ושכנתיה די רעביצין תליט"א?
לאקש ביסט זיכער אז יעדער מענטש אדער בחור'ל וואס האט הגבה אדער גלילה איז מסכים זיין נאמען זאל דא ארויפגעשטעלט ווערן לעולמי עד? וואספארא משוגעת איז דאס צו פאוסטן פריוואטע נעמען פאר יעדע קלייניגקייט? נישט אז ס'איז א בושה, אדרבה, אבער לייגן נעמען פון פריוואטע מענטשן אויף א פובליק פארום דארף זייער הסכמה לענ"ד.
שמעון וואלף LOL
🙂 👍
שפעטער האט די הויז בחור צוגעגרייט א טעלער מיט טועמיה,
עירוב תבשילין ? מזכו זיין ווער עס האט פארגעסן מאכין א עירוב תבשילין
עירובי חצרות?
לאקש.
לאז דיך נישט פון די רשעים... גיי אן ווייטער מיט די הערליכע באריכטן פון רבינו.
ויתפולצצו כל פועלי און...
לאנג לעבן זאל דער רעבע... לאנג לעבן זאל דער סיגוטער רב.... לאנג לעבן זאל די רעוואלוציע...
זונטאג שמיני אסרו חג:
מיטוואך די דריטע טאג חול המועד נאכמיטאג האט באזוכט בײ רבינו שליט''א כ"ק אדמו''ר מ'וויען.
דאנערשטאג די פערטע טאג חול המועד ארום 10 אזייגער איז די רבי אריינגעקומען צו שחרית, צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח נחמי קרויס,
הוצאה והכנסה זענען מכובד געווארן ר' אברהם לייב בראך פון בלומינגבערג און ר' חיים יושע פריעדמאן פון בלומינגבערג,
כהן האט עולה געווען הר"ר ישעי' יעקב בירנבוים ר"מ בישיבה קטנה,
לוי הרה"ג שלום אונגאר,
שלישי אדמו''ר מקאלביסוב,
הגבה הר"ר אליעזר יצחק שטיינמעץ ר"מ בישיבה גדולה,
גלילה דעם רבינ'ס אייניקל הב' נפתלי שלום גלאנץ,
די רבי האט עולה געווען רביעי,
הגבה הרה"ח ר' אליעזר מנחם שווימער,
גלילה הרה"ח משה הערש גאלדשטיין,
צו מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח יוסף אלי שלעזינגער.
א לענגערע באריכט פון די געהויבענע צווייטע טעג בצל הקודש וועט נאכפאלגן.
שמעקעדיגלאקש ביסט זיכער אז יעדער מענטש אדער בחור'ל וואס האט הגבה אדער גלילה איז מסכים זיין נאמען זאל דא ארויפגעשטעלט ווערן לעולמי עד? וואספארא משוגעת איז דאס צו פאוסטן פריוואטע נעמען פאר יעדע קלייניגקייט? נישט אז ס'איז א בושה, אדרבה, אבער לייגן נעמען פון פריוואטע מענטשן אויף א פובליק פארום דארף זייער הסכמה לענ"ד.
א כיבוד אין ראדני זעען מער מענטשן ווי קאווע שטיבל
האט איינער געזעהן די ארטיקל אין די ענגלישע משפחה אויף יעקב בער?
Re: נייעס אין סאטמאר (מהר"יי)
געווענדליך שרייב איך נישט אנליין, אבער........
לאקש, איך בין זייער שטאלץ מיט דיר. דו ארבעטסט ווי א חמור גרם, דו קוקסט נישט אויף גארנישט. יעדער לאכט און שפעט פון דיר וכיוצא בך, יעדער קוקט אן דיין זיין פארנומען מיט חצרישע שוואנצעריי אלס א קינדישקייט, יעדער מיינט אז די נושא ברענגט בלויז שלעכטס אויב נישט גארנישט מיט נישט, יעדער האט רחמנות אויף אן ערוואקסענע וואס גייט נאך פאמפערס, אלע ליינערס טראכטען אז די הגבהת הכוס מיט הגבהת הס"ת טייטעלבוים׳ס, מיט אלע ראש הקהל׳ס און נגידים וואס קויפען די אלערליי ׳כיבודים׳, צוזאמען מיט די באריכטערס, זענען נישט ווערט קיין רעטעך שאלאכץ.
אבער דו גייסט נאך אן מיט א קנאק, גארנישט שטעלט דיר נישט אפ! דער וועלט גייט וויסען, על אפם ועל חמתם, גענוי ווען דער כ"ק האט אריין געהגה"צ׳ט צום טיש די וואך! יעדער וועט זיין פונקטליך באהאווענט ביד מי איז אויפגעהויבען דער כוס ביים שוה"ט!
ער וועט זיך מבזה זיין צוליעב דעם עירוב, אבער דער באן וועט ווייטער פארען.
דיין מאמע שטאלצירט זיך זיכער מיט איהר תכשיט.
שמעון וואלףאז @לאקש האט נאכנישט גענומען דאס ווארט, וועל איך פראבירן פאנטאזירן ווי די צווייטע טעג יום טוב זענען פאראיבער בצל רבנו. לאמיר אנהייבן מיט שביעי של פסח.
ערב יום טוב נאכמיטאג איז די רבי זיך געגאנגן טובל'ן לכבוד יו"ט הבעל"ט. די גבאי האט געעפענט די טיר און געמאכט זיכער אז די מקוה איז ווארעם און זויבער.
שפעטער האט די הויז בחור צוגעגרייט א טעלער מיט טועמיה, פאטעיטא קיגל און אביסול פסח'דיגע טשולענט. דערנאך האט די רבי צוגעגרייט די ליכט פאר די רעבעצין צו צינדן לכבוד יום טוב.
א שעה נאכ'ן זמן איז די רבי ערשינען צו מנחה מעוטף בטליתו און גלייך אנגעהויבן הודו כמנהג סאטמאר. צו מערבית איז צוגעגאנגן הרבני הנגיד...... דערנאך איז דער עולם אריבער זאגן גוט יו"ט.
עלעף אזייגער איז די רבי אריינגעקומען צום טיש. מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן...... בן........ נכד רבינו. דערנאך האט די רבי זיך געוואשן אין געמאכט המוציא אויף לחם משנה. מיט'ן פיוט האט די רבי מכבד געווען ר'....... ראה"ק דקהלתינו בעיר...... דערנאך האט מען געבענשט און געזינגן די שירה ועוד נגונים לכבוד היום.
צו שחרית איז די רבי אריינגעקומען 10:30,פסוקי דזמרה האט פארגעדאווענט הרה"ג........ און מ'האט געזאגט די שירה פסוק בפסוק. שחרית האט די רבי געדאווענט פאר'ן עמוד און ביי ממקומך האט מען געזינגן די ניגון פון בעל התניא. דערנאך האט די רבי פארגעדאווענט הלל. ביי הללו האט מען געזינגן די הקפה ניגון פון תשכ"ו און פתחו לי האט מען געזינגן די ניגון פון אודה תשס"א.
די עליות זענען פארקויפט געווארן פאר גרויס געלט. מיט הוצאה והכנסה זענען מכובד געווארן....... פון אנטווערפן און...... פון מאנטריאל. כהן האט עולה געווען.... לוי..... און אזוי ווייטער. די מיטאג סעודה האט די רבי קודם געמאכט קידוש, דערנאך זיך געוואשן אויף לחם משנה, געגעסן פיש, פלייש און צוויי קיגלן.
באמערקט אז די אלע באריכטן איז נישטא די פערדערייען וואס די שרייבסט בלויז טרוקענע פארקן ווער עס האט באקומען וואס,
קיפעלעשמעקעדיגלאקש ביסט זיכער אז יעדער מענטש אדער בחור'ל וואס האט הגבה אדער גלילה איז מסכים זיין נאמען זאל דא ארויפגעשטעלט ווערן לעולמי עד? וואספארא משוגעת איז דאס צו פאוסטן פריוואטע נעמען פאר יעדע קלייניגקייט? נישט אז ס'איז א בושה, אדרבה, אבער לייגן נעמען פון פריוואטע מענטשן אויף א פובליק פארום דארף זייער הסכמה לענ"ד.
א כיבוד אין ראדני זעען מער מענטשן ווי קאווע שטיבל
לאו דוקא..
לקראת די יומא דהילולא פון רביה"ק זי"ע בעל ברך משה האט מען געעפנט א ספעציעלע אפטיילונג אויף מערכת סאטמאר ווי מען קען הערן דרשות פון די בעל הילולא, הספדים ביי די לוי', יארצייט סעודות פון די פארגאנגענע יארן, אין נאך פארשידענע דרשות.
718-831-7000 #1-8.
סקרןהאט איינער געזעהן די ארטיקל אין די ענגלישע משפחה אויף יעקב בער?
די ארטיקל מילא, אבער מיט וועמען זיי האבן אים אריינגעפאקט דארט, אייכלער, לאו, יוסף... אלע ציונים אינאיינעם.....
elter-zeideשפעטער האט די הויז בחור צוגעגרייט א טעלער מיט טועמיה,
עירוב תבשילין ? מזכו זיין ווער עס האט פארגעסן מאכין א עירוב תבשילין
עירובי חצרות?
דער רבי האט דאך געזאגט אז אן עירוב אין וויליאמסבורג איז ליצנות, וואס א חילוק עירוב תבשילין אדער חצרות וכל שם וחניכא דאית ליה.
זונטאג שמיני:
די רבי האט געלייגט תפילין היינט פאר הבחורים:
לבן ר' רפאל ארי' קרויס,
לבן ר' משה אהרן קארפן חבר הנהלת מוסדות יטב לב בני ברק,
לבן ר' יואל בלומענפעלד,
לבן ר' יואל גרינפעלד,
לבן ר' חיים גרשון ווייזער.
קיפעלעשמעקעדיגלאקש ביסט זיכער אז יעדער מענטש אדער בחור'ל וואס האט הגבה אדער גלילה איז מסכים זיין נאמען זאל דא ארויפגעשטעלט ווערן לעולמי עד? וואספארא משוגעת איז דאס צו פאוסטן פריוואטע נעמען פאר יעדע קלייניגקייט? נישט אז ס'איז א בושה, אדרבה, אבער לייגן נעמען פון פריוואטע מענטשן אויף א פובליק פארום דארף זייער הסכמה לענ"ד.
א כיבוד אין ראדני זעען מער מענטשן ווי קאווע שטיבל
נניח ס'איז ריכטיג, אבער די ראדני מענטשן געדענקען עס בלויז פאר קנאפע 2 מינוט, משא"כ דא פארבלייבט עס לנצח נצחים.
שמעקעדיגקיפעלעשמעקעדיגלאקש ביסט זיכער אז יעדער מענטש אדער בחור'ל וואס האט הגבה אדער גלילה איז מסכים זיין נאמען זאל דא ארויפגעשטעלט ווערן לעולמי עד? וואספארא משוגעת איז דאס צו פאוסטן פריוואטע נעמען פאר יעדע קלייניגקייט? נישט אז ס'איז א בושה, אדרבה, אבער לייגן נעמען פון פריוואטע מענטשן אויף א פובליק פארום דארף זייער הסכמה לענ"ד.
א כיבוד אין ראדני זעען מער מענטשן ווי קאווע שטיבל
נניח ס'איז ריכטיג, אבער די ראדני מענטשן געדענקען עס בלויז פאר קנאפע 2 מינוט, משא"כ דא פארבלייבט עס לנצח נצחים.
פארוואס אין די איד אדער זייער האטליין מעג עס יא אריינגיין?
סתם פאר אינטערעסאנטקייט ווען מיר שיקן ארום זאכן אויף סאשעל מידע איז יענער יא אייביג מסכים? זייט ווען גייט עס אונז אן אז יענער זאל מסכים זיין? עס איז געווען א זאך ברבים מען עס בלייבן ברבים לעלם ולעלמי עולמים
לאקשלקראת די יומא דהילולא פון רביה"ק זי"ע בעל ברך משה האט מען געעפנט א ספעציעלע אפטיילונג אויף מערכת סאטמאר ווי מען קען הערן דרשות פון די בעל הילולא, הספדים ביי די לוי', יארצייט סעודות פון די פארגאנגענע יארן, אין נאך פארשידענע דרשות.
718-831-7000 #1-8.
אה.. דאס איז פיינע נייעס....
חסדי השם כי לא תמנו.. כי לא כלו רחמיו....
אב"ד סיגוט שליט''א ביי שריפת חמץ ערב פסח אין בארא פארק.
📎 photo_2018-04-09_15-33-26.jpg
דער לאקש איז יעקב בער'ס
ניט ריכטיג מען ברויך דא אויפנעמען איינער וואס איז חיים הערשענס
@לאקשאב"ד סיגוט שליט''א ביי שריפת חמץ ערב פסח אין בארא פארק.
הייליג און ליכטיג.. מ'זעט אויף אים אז ער האט די גאנצע צירה פונעם הייליגן עצי חיים זי''ע. טשאדאש.....
(דאקעגן הרה''ק מירושלים שליט''א. האט מער די איידעלע צירה פון די אויבערלענדישע רבנים לבית שפיטץ ולמבע''ק)
צווייטע טעג פסח בצל הקודש:
שביעי של פסח אום 5 צו 8 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו מנחה, אין צוגעגאנגען צום עמוד, און אנגעהויבן הודו,
צו מערב איז צוגעגאנגען הרה"ג יושע יואל לייטנער ר"מ בישיבה גדולה,
ארום 5 נאך 12 איז דער רבי אריינגעקומען צום טיש,
הגבהת הכוס צו קידוש, הרה"צ רבי אהרן,
מיט'ן פיוט האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ ר' נתן דוד ראזענבערגער גמזו'ער רב,
ביי די תורה האט דער רבי מאריך געווען אויף די פסוקים פון שירת היום, מיטן ווארט פונעם ישמח משה, אז די גזירה פון מכת בכורות איז אויך געווען אויף גאנץ כלל ישראל, ווייל זיי ווערן אנגערופן 'בני בכורי' ישראל. ווען עס איז געשעהן די נס, זענען די אידן געווארן 'קודש לה'. מיט דעם האט דער רבי פארענטפערט כמה דיוקים, ווי אזוי האבן די אידן געמעגט נעמען די רכוש מצרים, די הלכה איז דאך אז אין לוקה ומשלם, אבער ביי 'הקדש' איז יא לוקה ומשלם, וועגן דעם איז געווען די ציווי פון 'וישאלו איש מאת רעהו' אז די אידן זאלן נעמען די ביזת מצרים, דוקא נאך מכות בכורות, ווייל דעמאלטס האבן זיי שוין געהאט א דין 'הקדש'.
דערנאך האט מען געזינגען יום טוב'דיגע ניגונים
ארום פערטל נאך 1 האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן די שירה, זיך אנכאפנדיג מיט הגה"צ זענטא רב שליטא, און הגה"צ אב"ד דקהלתינו בירושלים שליט''א. און מהאט געטאנצן די שירה א לענגערע צייט.
מיט ברהמ"ז איז מכובד געווארן הגה"צ מזענטא.
יום טוב אינדעפרי אום האלב נאך 10 איז דער רבי אריינגעקומען צו שחרית, דער רבי איז צוגעגאנגען צו פסוקי דזמרא שחרית אין הלל,
דער רבי האט פארגעזאגט די פסוקים ד' מלך, אין הלל הגדול אין די שירה פסוק בפסוק,
ביי שחרית האט מען לכבוד יום טוב געזינגען די מזמורים פון תתברך, מכלכל חיים אין ממקומך
הוצאה והכנסה זענען מכובד געווארן, הרה"ח ר' ישראל גאלדבערגער פון קרית יואל , הרב נתן דוד בלום אייניקל פון רבין דער ברך משה,
ביידע טעג יום טוב האט מען געליינט אינעם ספר תורה פונעם הייליגן צאנזער רב זי"ע
כהן האט עולה געווען הרה"ח יונה כץ
לוי הרה"ח משה הערש רייזמאן
שלישי הרה"ח חיים יודא פערלשטיין
רביעי הרה''ח חנני' שמילאוויטש
דער רבי האט עולה געווען חמישי
הגבה הרה"ג ר' יושע באנדא,
מפטיר הרה"ח אברהם בער יאקאבאוויטש סגן ראה"ק
הגבה הרה"ח שלמה הערש וואלטער
גלילה ר' יואל מארקאוויטש פון מאנטריאל
מוסף האט געדאווענט הרה"ג משה פרידמאן מנהל במוסדותינו הק'
יום טוב נאכמיטאג אום 8 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו מנחה, צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח יחזקאל גליק פון קרית יואל
קבלת שבת אין מערב האט געדאווענט פארן עמוד הרה"ח ר' בנימין הירש.
אחרון של פסח ביינאכט ביים טיש האט דער רבי מכבד געווען מיטן פיוט: הרה"ח יוסף אלי' שלעזינגער
ברכת המזון הרה"ג קלעסאנע רב
יום טוב אינדעפרי אום פערטל נאך 10 איז דער רבי אריינגעקומען צו שחרית, צו פסוקי דזמרא איז צוגעגאנגען הרה"ח הירצקא פרידמאן
שחרית הגה"צ רבי אלטר גלאנץ חדב"נ
הוצאה והכנסה הרה"ח משה שמואל זופניק, און הרה"ח חיים הערש קלאגסבאלד
כהן האט עולה החתן ב"ר יעקב רובין
שלישי דער דיין הגה"צ רבי לייבוש פרידמאן
רביעי הגה"צ רבי אהרן
חמישי הרה"ח וואלף פרידמאן
שישי רבינו שליט''א
שביעי הגה"צ רבי אלעזר ט"ב חדב"נ
הגבה הרה"ח יוסף הערש לויפער
גלילה הרה"ח זרח פרידמאן
מפטיר הרה"ג אברהם חיים גליק ר"מ בישיבה גדולה
הגבה האברך ר' זונדל שווארץ פון קרית יואל
דער רבי האט געדאווענט מוסף פארן עמוד, לרגל די הילולא פון רבין דער ברך משה
מנחה האט געדאוווענט פארן עמוד הרה"ג אברהם חיים גליק
כהן: הרה"ח הערש אלימלך כהנא
אנאנים: הרה"ח אנשיל טירנויער
שלישי הרה"ח יחזקאל גליק פון קרית יואל
גלילה ר' הערשל לויפער
דערנאך איז פארגעקומען דער מעמד 'נעילת החג' און של"ס.
מיט אודה האט דער רבי מכבד געווען דער ראש הקהל הרה"ח ר' שאול פערלשטיין, מהאט געזינגען דעם 'אודה ניגון' וואס מען האט געזינגען ביים רבין ז"ל די ברך משה, וואס איז נתחבר געווארן בשנת תשס"ג
'שיר המעלות' הר"ר הערש אלימלך כהנא
ביי די תורה האט דער רבי מאריך געווען אין די פסוקי שירה, און איבער דעם טעם פארוואס מען זאגט 'שיר השירים' דוקא שבת.
נאכזאגנעדיג דעם של"ה הק', אז אידישע קינדער זינגען די שירה אויף לעתיד לבא, און דאס גייט ארויף אויף די גרויסע אמונה פון כלל ישראל, אז זיי זינגען שירה בעפאר עס געשעהט דעם נס, זייענדיג פארזיכערט באמונה שלימה אז דער אייבערשטער וועט טוהן ניסים פאר כלל ישראל.
דער רבי האט ארויסגעברענגט, אז כלל ישראל האט צוויי מאל געזינגען שירה, איינמאל ווען מען איז אדורך דעם ים, אויף דעם גרויסן נס, און דאס צווייטע מאל, 'אחרון של פסח', ווען עס איז געוען 'ויסע משה את ישראל מים סוף ויצאו אל מדבר שׁוּר' האט מען נאכאמאל געזינגען שירה אויף די ניסים פון לעתיד לבא. אויף דעם קומ דער יו"ט פון אחרון של פסח, א יו"ט פון לעתיד לבא. מיט דעם האט דער רבי פארענטפערט די דאפעלטע לשונות ביי די שירה, וויבאלד ס'געווען צוויי באזונדערע שירות.
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט די זמירות פון שלש סעודות, אין דערנאך האט מען ממשיך געווען מיטן זינגען ניגוני יום טוב בהלל והודאה.
דער רבי האט מכבד געווען הרה"ח אלימלך ווערצבערגער פארצוזינגען 'מלך רחמן', וואס ער האט בחזקת אבותיו מדור דור ביי רבותינו הקדושים.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס. און דערנאך מען האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן 'חסל סידור פסח', נאכן טאנצן א לענגערע צייט מיט א התרגשות דקדושה, האט דער רבי פארגעזאגט 'לשנה הבאה בירושלים' בקול חוצב להבות אש.
מעריב מוצאי יום טוב האט דער רבי געדאווענט פארן עמוד, לקראת די הילולא פון רבין ז"ל דער ברך משה
נאך ספירה און הבדלה האבן די בחורים ארויסבאגלייט דעם רבי'ן בשירה ובזמרה ביז ביתו נאוה קודש, ווי דער רבי האט אנגעוואונטשען קורצע דברי ברכה פאר די בחורי חמד.
מאנטאג אינדערפרי פאר תפילת שחרית האט די רבי געלייגט תפילין פאר הבחור בן הרה"ג יואל בוכינגער ר"מ בישיבה גדולה,
נאכמיטאג איז די רבי אריבער אויף א באזוך ביי הגה"צ קאפישע רב לרפו"ש אין ביי הגה"צ אב"ד דושינסקי וויליאמסבורג.
לאקש
הגבהת הכוס צו קידוש, הרה"צ רבי אהרן
אינטרעסאנט..
לאקשצווייטע טעג פסח בצל הקודש:

אשרי עיין ראתה כל אלה... הלא למשמע אוזן דאבה נפשנו...
ס'איז ווירקליך נישט צובאגרייפן די הויפענעס קדישה און טהרה וואס די אומצאליגע צושויער האבן זיך איינגעהאנדלט אין די דיזע הייליגע מאמענטען. מ'האט ווירקליך מרגיש געווען די אויסטערלישע השראות השכינה וועלכע האט דאן געהערשט אין ראדני המעוטרה....
אשרינו אשרינו אשרינו שיש לנו רבי כזה.... עוד ינובין בשיבה......
הגה''צ אב''ד ד'קהילתינו ירושלים שליט''א ביים מאלן ווייץ.
📎 photo_2018-04-10_13-35-30.jpg 📎 photo_2018-04-10_13-35-22.jpg 📎 photo_2018-04-10_13-35-16.jpg
תאו והתכנשו בהילולא דרבי:
היינט אויפדערנאכט בעצם יומא דהילולא קדישא פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק בעל ברך משה זצוקללה"ה וועט פארקומען די גרויסע סעודת הילולא וסיום הש"ס אין בית המדרש הגדול אין וויליאמסבורג בראשות פון מ"מ הוד כבוד קדושת מרן אדמו"ר עטרת ראשינו שליט"א אום 9 אזייגער.
📎 photo_2018-04-10_13-42-16.jpg
מארגן פארטאגס בעצם יומא דהילולא קדישא פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק בעל ברך משה זצוקללה"ה וועט פארקומען א "סדר הלימוד רבתי" ברוב עם הדרת מלך מיט די באטיילונגונג פון אנ"ש בעלי בתים, אברכים, בחורי חמד אין שפיץ פון מרביצי תורה שליט"א פון 6:30 ביז 8:00 אין בית המדרש הגדול אין וויליאמסבורג, אום 8 אזייגער וועט מ"מ די רבי שליט"א זאגן א קדיש לע"נ רביהקוה"ט זצוקללה"ה, אום 8:15 וועט מען זיך שטעלן דאווענען שחרית צוזאמען מיטן רבי'ן שליט"א ווי די רבי וועט דאווענען פארן עמוד, תיכף נאכן דאווענען וועט פארקומען א "מסיבת לחיים" בראשות פונעם רבי'ן שליט"א, תיכף דערנאך וועלן זיך ארויסלאזן די צענדליגע באסעס (וואס וועלן זיין פארקירט אויף די הייוועי זייט פונעם ביהמ"ד) מיט די טויזענטע אנשי שלומינו צו קרית יואל ווי 10:45 פונקטליך וועט מען ארויפגיין צום ציון הק' פון רביה"ק זי"ע אין ביה"ח הישן בראשות פון מ"מ הוד כבוד קדושת מרן אדמו"ר עטרת ראשינו שליט"א.
פועלט אויס אלעס גוטס
📎 photo_2018-04-10_13-43-21.jpg
די בילדער פונעם רב שליט''א זענען דאך פארוקט צו ווערן.... מ'קען גיין ניסליך פאר זיין קומה הקדושה.... קענסט ארויסלייגן נאך בילדער פונעם רב? דער עולם וויל שעפן קדושה...
[ציטאט אראפגענומען]
וואס היייסט אלע יארן? עטליכע יאר איז געווען אין עטליכע נישט