☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » הרב אברהם יצחק הכהן קוק

הרב אברהם יצחק הכהן קוק

378 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1183
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8

גאלד » דאנערשטאג יולי 26, 2012 2:57 pm

· #28927
פשוט-קאמפליצירט
ידען
פשוט קאמפליצירט האט געשריבן:

ווער עס האט געלערנט חסידישע ספרים, בפרט "מי השלוח" און "רבי צדוק", האט זיך שוין אנגעשטויסן אין אזעלכע "קאנטראווערסאלע" שטיקלעך. גענוג צו דערמאנען דעם איזביצער'ס אויסטייטש פון דער געשיכטע מיט זמרי, און רבי צדוק'ס זאג וואס א מענטש זאל טראכטן נאכ'ן נכשל ווערן אין אן עבירה.

איך האב ווייניג געלערענט. וואס שטייט דארט?


יאנקל האט צוגעברענגט דעם מי השלוח. רבי צדוק זאגט אז אויב א מענטש איז נכשל געווארן אין אן עבירה, דארף ער טראכטן אז דאס איז געווען דער רצון השם, ווייל אנדערש וואלט עס נישט געקענט געשען. דער געדאנק ווערט אויסגעדריקט אויף ענליכע אופנים פון נאך תלמידי הבעש"ט, אבער דאכט זיך אז רבי צדוק זאגט עס צום קלארסטן.

קיינער וועט נישט חושד זיין אז רבי צדוק האט עפעס געוואלט בייטן אין דער תורה. ווי מיין ארעמער שכל פארשטייט עס מיינט ער צו זאגן, אז הגם ער האט די עבירה נישט געטארט טאן, כמובן, און אויב איז ער נכשל געווארן דארף ער אוודאי תשובה טאן און זי מתקן זיין -- איז פארט דא אן עלעמענט פון אמונה אין השגחה פרטית. און די צוויי זאכן זענען נישט קיין סתירה, אפילו ס'איז שווער צו פארשטיין וויאזוי די צוויי גייען אינאיינעם.



איך האב שוין זייער לאנג נישט געזעהן דעם מי השלוח, אבער לויט ווי ס'ליגט מיר און זכרון, זאגט ער נישט סתם אויף יעדער עובר עבירה, ער זאגט אז, נאר אויב איינער באגעגנט זיך מיט א אויסערגעווענליכער גאר שווערע נסיון וואס מיטן מענטשליכן כח איז ער ממש נישט מעגליך עס עומד בנסיון זיין, דאן "מוז" זיין אז ס'איז בהשגחה און ס'האט געמוזט אזוי זיין, און מ'קען איהם מיט גארנישט מחייב זיין, און דאס האט פנחס נישט פארשטאנען

אלבערט » דאנערשטאג יולי 26, 2012 2:59 pm

· #28928
פשוט-קאמפליצירט
ידען
פשוט קאמפליצירט האט געשריבן:

ווער עס האט געלערנט חסידישע ספרים, בפרט "מי השלוח" און "רבי צדוק", האט זיך שוין אנגעשטויסן אין אזעלכע "קאנטראווערסאלע" שטיקלעך. גענוג צו דערמאנען דעם איזביצער'ס אויסטייטש פון דער געשיכטע מיט זמרי, און רבי צדוק'ס זאג וואס א מענטש זאל טראכטן נאכ'ן נכשל ווערן אין אן עבירה.

איך האב ווייניג געלערענט. וואס שטייט דארט?


יאנקל האט צוגעברענגט דעם מי השלוח. רבי צדוק זאגט אז אויב א מענטש איז נכשל געווארן אין אן עבירה, דארף ער טראכטן אז דאס איז געווען דער רצון השם, ווייל אנדערש וואלט עס נישט געקענט געשען. דער געדאנק ווערט אויסגעדריקט אויף ענליכע אופנים פון נאך תלמידי הבעש"ט, אבער דאכט זיך אז רבי צדוק זאגט עס צום קלארסטן.

קיינער וועט נישט חושד זיין אז רבי צדוק האט עפעס געוואלט בייטן אין דער תורה. ווי מיין ארעמער שכל פארשטייט עס מיינט ער צו זאגן, אז הגם ער האט די עבירה נישט געטארט טאן, כמובן, און אויב איז ער נכשל געווארן דארף ער אוודאי תשובה טאן און זי מתקן זיין -- איז פארט דא אן עלעמענט פון אמונה אין השגחה פרטית. און די צוויי זאכן זענען נישט קיין סתירה, אפילו ס'איז שווער צו פארשטיין וויאזוי די צוויי גייען אינאיינעם.


דעם ר' צדוק האב איך שוין אסאך מאל געהערט נאכזאגן אבער איך האב עס נישט געזען אינעווייניג. קען דאס איינער אנצייגן?

ידען » דאנערשטאג יולי 26, 2012 3:00 pm

· #28930
יואליש
הגם יעדער איז אויף מיטן מי השלוח'ס אויפטוה לגבי זימרי, בין איך מער נתפעל פונעם טיפן געדאנק לגבי פנחס. ווי ער ענדיגט צו: "ונמצא שפנחס הי' במעשה הזה כנער, היינו שלא הי' יודע עמקות הדבר רק ע"פ עיני שכל אנושי ולא יותר, ועאפ"כ הש"י אוהבו והסכים עמו, כי לפי שכלו עשה דבר גדול בקנאתו ומסר נפשו."

דאס איז זייער טיף און טאקע פאסיג לגבי די מערכה קעגן הרב א"י קוק, אז אפי' דער ראדני איד וואס איז נישט משיג גודל ערכו של הרב און רייסט אים אראפ כאחד הריקים, גלייכט גאט דעם וואנזיניגען קנאי און וועט אפי' זאגן אויף אים הנני נותן לו את בריתי שלום, ווייל דער קורצזיכטיגע איד מיינט עס אמת'דיג ווען ער שרייט ארויס פון טיפעניש פון הארצן "קוק ימ"ש." ער מיינט אז ער איז יודע דעת עליון און טיט דעם רצום השם.

קען מען דאס אויך זאגן לגבי דעם קנאותדיגע מאסלים? דער אראבער וואס הרגעט אלע מענטשן צוזאמען מיט איהם למען כבוד שמו יתברך??

קען זיין אז מע גיימער אריבער צו א אנדערע שמועס וואס טוהט זיך אויף יענע וועלט ווען מע מיינט עס ערענסט.

שמעקעדיג » דאנערשטאג יולי 26, 2012 3:04 pm

· #28934
יואליש
הגם יעדער איז אויף מיטן מי השלוח'ס אויפטוה לגבי זמרי, בין איך מער נתפעל פונעם טיפן געדאנק לגבי פנחס. ווי ער ענדיגט צו: "ונמצא שפנחס הי' במעשה הזה כנער, היינו שלא הי' יודע עמקות הדבר רק ע"פ עיני שכל אנושי ולא יותר, ועאפ"כ הש"י אוהבו והסכים עמו, כי לפי שכלו עשה דבר גדול בקנאתו ומסר נפשו."

דאס איז זייער טיף און טאקע פאסיג לגבי די מערכה קעגן הרב א"י קוק, אז אפי' דער ראדני איד וואס איז נישט משיג גודל ערכו של הרב און רייסט אים אראפ כאחד הריקים, גלייכט גאט דעם וואנזיניגען קנאי, און וועט אפי' זאגן אויף אים הנני נותן לו את בריתי שלום, ווייל דער קורצזיכטיגע איד מיינט עס אמת'דיג ווען ער שרייט ארויס פון טיפעניש פון הארצן "קוק ימ"ש." ער מיינט אז ער איז יודע דעת עליון און טוט דעם רצון השם.


דער חילוק וועט זיין, אויב דער קנאי איז שטענדיג א ערליכער צדיק, ער איז א קנאי פאר זיך זעלבסט, און ער ארבעט אויף זיינע אייגענע תאוות אויכעט, און אינווייניג ברענט אין אים אמת'דיגע אהבת ישראל, ער טוט עס נישט פון שנאה פאר יענעם, אט אזא איינער פארדינט טאקע צו באקומען בריתי שלום.

משא"כ די היינטיגע קנאים, וואס פרייען זיך אויף יעדע פירצה פונעם צד שכנגד כעל כל הון, מען שפרינגט ארויף מיט אזא שמחה ווי א קעצל אויפן מייזל, און אויב איז שטיל א לענגערע צייט טוט וויי אז ס'איז נישטא קיין "עקשאן", דאן.... וויל איך נישט זאגן ווייטער.

ס'איז באקאנט די משל פון ר' ישרא' סאלאנטער זצ"ל, דער חילוק פון די באלעבאסטע מיטן קעצל. יעדער וויל הרג'ענען דאס מייזל. אבער דער קעצל גלוסט פאר נאך, בשעת די באלעבאסטע וואונטשט זיך אז דאס זאל קיינמאל נישט געשעהן. הנמשל אז דער אמת'ער צדיק וויל נישט ס'זאל פאסירן די עוולות, ווי גליקליך וואלט ר' עמרם בלוי געווען אז ס'זאל נישט פארקומען קיין חילול שבת אין ירושלים, און ווי גליקליך וואלט פנחס בן אלעזר געווען ווען זמרי טוט נישט אזא נידערטרעכטיגע אקט, נאר דער שם ה' זאל נתקדש ווערן בכל העולמות; משא"כ די נידריגע קנאים, וואס פרעסן אין רעסטוראנט און מען דאווענט קוים א ווארט, און אין די אייגענע רייען איז מען קיינמאל נישט מוחה, מען פארענטפערט אלעס.... נאר ביי יענעם, ביים שונא, ווערט מען פלוצלינג א קנאי, דאן איז מען נאר א עקלדיגע קעצעלע מיט פארדארבענע מדות.

יואליש » דאנערשטאג יולי 26, 2012 3:33 pm

· #28946
משה געציל און שמעקעדיג, פשוט אזוי. כ'זאג בבחינת זו ואין צריך לומר זו.

berlbalaguleh » זונטאג יולי 29, 2012 6:11 pm

· #29499
פריינדליך
אינטערסאנט, דער זיידע פינעם גרויסען נפטר {הרב אלישב} - דער בעל לשם - איז געווען זייער אויסגעשפראכען קעגן קוק, אבער דאכט זיך אז דער נפטר האט געהאט א אנדערע מהלך, ניין?!

אבער ס'איז איראניש אז ער איז געווען סיי דער שדכן און מסדר קידושין ביי הרב אלישיב. זייענדיג שטארק בידידות מיט הרב ארי' לעווין, המכונה דער צדיק פון ירושלים, וואס איז געגאנגען אויף א ענליכן מהלך. ער האט געהאלפן יעדן וואס איז געווען אין א שווערן מצב. אפגעזעהן וואס האט איהם געברענגט אין דעם מצב. למשל, ער האט געשיקט פעקלעך מיט עסן פאר ארעסטאנטן )פון אצ"ל און לח"י(, וואס האבן זיך פארטשעפעט מיט די מאנדאט רעגירונג.

berlbalaguleh » זונטאג יולי 29, 2012 6:27 pm

· #29509
זר זהב
[ציטאט אראפגענומען]

כארז אויב איז ער א צדיק ווי א טענענבוים בלבנון זאל מען עם לייגן אויף די לבנה

זר, דער לעצטער פסוק, כארז בלבנון פאסט צו זאגן אויף די שפעטערע צדיקים וואס האבן זיך געפונען אין א געוויסן שטעטל. אנטשולדיגט: שטאט. וואס איבער זייער גאונות און צדקות, שיער פארגעסן "קנאות" קען מען מאכן א באזונדערן אשכול. 😂

berlbalaguleh » זונטאג יולי 29, 2012 6:39 pm

· #29512
גאלד
דער היסטאריקער ר' אלי' שטיינבערגער ז"ל, א סאטמארע קנאי'שער, האט געווידמעט איינע פון זיינע סעריע ביכער "ליכט שטראלן" איבער רב קוק'ן והמסתעף, ער באשולדיגט איהם דירעקט אויף דעם חברון פאגראם,

איך האב געליינט די "ליכט שטראלן" אלס אינגל. ס'איז זייער שיינע מעשיות פאר קינדער, אבער אלס היסטאריע איז עס כמעט גארנישט ווערד. חוץ מזה, האט ר' אלי' שטיינבערג, וואס איז נארוואס אריינגעקומען תחת כנפי השכינה, הכיר את בוראו. האט ער געשריבן פון פערספעקטיוו פון זיין נייעם סטאטוס.

שמעקעדיג » מאנטאג יולי 30, 2012 5:29 pm

· #29908
berlbalaguleh
גאלד
דער היסטאריקער ר' אלי' שטיינבערגער ז"ל, א סאטמארע קנאי'שער, האט געווידמעט איינע פון זיינע סעריע ביכער "ליכט שטראלן" איבער רב קוק'ן והמסתעף, ער באשולדיגט איהם דירעקט אויף דעם חברון פאגראם

חוץ מזה, האט ר' אלי' שטיינבערג, וואס איז נארוואס אריינגעקומען תחת כנפי השכינה, הכיר את בוראו. האט ער געשריבן פון פערספעקטיוו פון זיין נייעם סטאטוס.


קיינמאל נישט געהערט דערפון! איז ער א גר? ער איז דאך געווען א אויסטערלישער עובד ה', נערץ ביי אלע גדולי הדור, ווי סאטמארער רבי זצ"ל און תו"א (וועלכע חבורה ער האט באלאנגט) און נאך אנדערע.

א אינטרעסאנטע קשיא.
איינער דא האט שוין געליינט דעם בוכל "געבליבן אינדרויסן"?
ס'איז ארויסגעקומען לעצטע יאר, און לייגט אראפ די משכילים און ציונים מיט א געפערליכן שווארצן ליכט, ובתוכם די היסטאריע פון הרב קוק.
איך בין נישט זייער באקאנט אין היסטארי. אבער אויב איז אמת וואס דארט שטייט איז דאך ממש א פחד.

שמואל הלוי » מאנטאג יולי 30, 2012 6:40 pm

· #29930
פון הערשל ציג'ס בלאג
<a class="postlink" href="http://theantitzemach.blogspot.com/2011/09/does-this-count-for-white-russiachabad.html">http://theantitzemach.blogspot.com/2011 ... habad.html</a>

יידל » מאנטאג יולי 30, 2012 7:04 pm

· #29940
דער בוך "געבליבן אינדרויסן" איז נישט אביעקטיוו. זייער נישט אביעקטיוו.

שמעקעדיג » מאנטאג יולי 30, 2012 7:09 pm

· #29944
יידל
דער בוך "געבליבן אינדרויסן" איז נישט אביעקטיוו. זייער נישט אביעקטיוו.


מיינסט צו זאגן זייער איינזייטיג?
ווייל אפילו אויב א חלק וואס דארט שטייט איז אמת איז אויך ביטער!

ידען » מאנטאג יולי 30, 2012 7:10 pm

· #29945
וואסערע בוך איז ״געבליבן אינדרויסן״?

ווער האט עס געשריבן? ווי קעמען עס קויפן?

יידל » מאנטאג יולי 30, 2012 7:11 pm

· #29946
עס איז צו באקומען אין אלע ספרים געשעפטן אין וויליאמסבורג, בארא פארק אין מאנסי. זע דעם אשכול אין אייוועלט איבער דעם בוך.

berlbalaguleh » מאנטאג יולי 30, 2012 9:58 pm

· #30034
איך אויך
שמואל הלוי
געהערט אלס קינד "ולא תתורו אחרי לבבכם" נאך הערצ"ל, "ואחרי עיניכם" נאך קו"ק

שפעטער האט מען צוגעלייגט "ולא תתורו אחרי" נישט נאכגיין רב אונטערמן.

און וועלכן פסוק אדער צוגעפאסטן מאמר חז"ל האט מען געטראפן אויף זיינע נאכפאלגערס הרב שלמה גורן און הרב ישראל מאיר לאו און הרב יונה מצגר?!

berlbalaguleh » מאנטאג יולי 30, 2012 10:05 pm

· #30036
אן ענטפער צו שמעקעדיג הי"ו
שמעקעדיג
קיינמאל נישט געהערט דערפון! איז ער א גר? ער איז דאך געווען א אויסטערלישער עובד ה', נערץ ביי אלע גדולי הדור, ווי סאטמארער רבי זצ"ל און תו"א (וועלכע חבורה ער האט באלאנגט) און נאך אנדערע.


דער מיין (פירוש) פון "תחת כנפי השכינה הכיר את בוראו" איז אז ער קומט פון א חילוני'שע שטוב, און ער איז געווארן א בעל תשובה. נאכדעם וואס ער האט אנגעטון דעם ספאדיק און די אנדערע שמונה בגדים האט זיך נישט דערקענט אויף איהם פון וואו ער איז געקומען.

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 3:02 pm

· #38546
א דאנק.
איצט פארשטיי איך פארוואס ער איז נישט באשריבן געווארן אינעם איד מער פון וויפיל ס'האט אויסגעפעלט.

קאווע טרינקער » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 1:41 pm

· #42537
נייע ספר "אורות התשובה" איבערגעדריקט מיט א ביאור אויף ענגליש (נעכטען געזעהן אין אייכלערס)
דורך ר' משה וויינבערגער,

א מאדערענע רבי מיט א שטריימל!
דבוק בספרי חובת התלמידים

קווה לה' » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 3:20 pm

· #42612
שמואל הלוי
איך האב דעם גאנצן בריוו פון ראגאטשוואווער, אויב איז איינער אינטערסירט קען איך עס ארויפשטעלן דא.


פאר אייער אינפורמציע: אלע בריווען אין ספר "דובב שפתי ישנים" סיינען געפעלטשט דורך דעם מחבר חיים בלאך, א באקאנטער פעלשער (זע לדוגמא זיין ספר "תשובתי להוואטיקן").

טאמער ווילט איר באמת וויסען פארוואס אומזערע גדולים ז"ל האבען מורא געהאט פאר זיינע (נייע) השקפות, איז כדאי פאר אייך צו ליינען מארק שפירא'ס ארטיקעל <a class="postlink" href="http://seforim.blogspot.com/2010/10/marc-b-shapiro-new-writings-from-r-kook.html">http://seforim.blogspot.com/2010/10/mar ... -kook.html</a>

קווה לה' » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 3:31 pm

· #42633
יואליש
הגם יעדער איז אויף מיטן מי השלוח'ס אויפטוה לגבי זימרי, בין איך מער נתפעל פונעם טיפן געדאנק לגבי פנחס. ווי ער ענדיגט צו: "ונמצא שפנחס הי' במעשה הזה כנער, היינו שלא הי' יודע עמקות הדבר רק ע"פ עיני שכל אנושי ולא יותר, ועאפ"כ הש"י אוהבו והסכים עמו, כי לפי שכלו עשה דבר גדול בקנאתו ומסר נפשו."

דאס איז זייער טיף און טאקע פאסיג לגבי די מערכה קעגן הרב א"י קוק, אז אפי' דער ראדני איד וואס איז נישט משיג גודל ערכו של הרב און רייסט אים אראפ כאחד הריקים, גלייכט גאט דעם וואנזיניגען קנאי און וועט אפי' זאגן אויף אים הנני נותן לו את בריתי שלום, ווייל דער קורצזיכטיגע איד מיינט עס אמת'דיג ווען ער שרייט ארויס פון טיפעניש פון הארצן "קוק ימ"ש." ער מיינט אז ער איז יודע דעת עליון און טיט דעם רצום השם.


זייער גוט געזוגט, רבי יואליש! אוודאי איז דאס דער שפיטץ פון דעם הייליגען אישביצער: מע קען זיין א מאסען מערדער אבער אויב מיינט מען דאס מיט אן אמת זאגט גאט ברוך הוא "לכן הנני נותן לו את בריתי שלום"!

קאווע טרינקער » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 3:32 pm

· #42634
שלום עליכם קוה' לה', ברוכים הבאים

געפילטע פיש » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 12:08 am

· #42924
קאווע טרינקער
שלום עליכם קוה' לה', ברוכים הבאים

שלום עליכם, דאס הייסט א קריעטיוו נאמען פאר א ניק.

איך לאך » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 8:52 pm

· #43344
איך האב יעצט נישט קיין צייט צו שרייבן אבען איין זאך מיז איך זאגען אז די אלע וועס נעמען זיך דא אן פאר הרב קוק קענען נישט קיין היסטערי

יידל » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 8:53 pm

· #43345
איך שטיי און איך לאך. 😃

איך אויך » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 9:01 pm

· #43349
עס קאסט נישט מער צו זיצן.

משה געציל » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 10:45 pm

· #43375
איך לאך
איך האב יעצט נישט קיין צייט צו שרייבן אבען איין זאך מיז איך זאגען אז די אלע וועס נעמען זיך דא אן פאר הרב קוק קענען נישט קיין היסטערי

דאס איז איינער פון די עלסטע טאקטיקן ווען מען האט נישט עפעס זאכליך צו ענטפערן, מען שיסט ארויס א סטעיטמענט ווי: יעדער ווייסט, פרעג דיך נאר אביסל נאך, ליין אביסל היסטאריע, און יאלא געגאנגן ווייטער... נעקסט... אה דער שטיינמאן??? ניטאמאל ווערט צו דוסקעסירן...

איך לאך » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 9:03 pm

· #43800
עס שטיי אין דברי חיים (איך געדענק נישט יעצט ווי) אז די שכל ווערט געפירט לויט דעם רצון, סא עס א שאד זיך צו טענען.
איך וויל נאר דא ארויס ברענגען דא אפאר פאקטן
1)דעם הרב קוק האט מען ארויס געווארפן פון ישיבה ווייל ער האט געליינט ספרי מינות
2) ער שרייבט אז חז"ל האבן זיך טועה געווען און דעם אותו האיש
3) ער גלייכט צו דעם אותו האיש צון הייליגן בעל שם טוב
איך האב נאך צו שרייבן אבער איך וועל עס לאזן פאר א צווייט מאל

יידל » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 9:16 pm

· #43807
איך לאך
עס שטיי אין דברי חיים (איך געדענק נישט יעצט ווי) אז די שכל ווערט געפירט לויט דעם רצון, סא עס א שאד זיך צו טענען.
איך וויל נאר דא ארויס ברענגען דא אפאר פאקטן
1)דעם הרב קוק האט מען ארויס געווארפן פון ישיבה ווייל ער האט געליינט ספרי מינות
2) ער שרייבט אז חז"ל האבן זיך טועה געווען און דעם אותו האיש
3) ער גלייכט צו דעם אותו האיש צון הייליגן בעל שם טוב
איך האב נאך צו שרייבן אבער איך וועל עס לאזן פאר א צווייט מאל

1 איז שקר וכזב. פאר 2 און 3 קענסטו דאך געבן מראי מקום, ניתי ספר וניחזי.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 11:26 am

· #43907
איך לאך
עס שטיי אין דברי חיים (איך געדענק נישט יעצט ווי) אז די שכל ווערט געפירט לויט דעם רצון, סא עס א שאד זיך צו טענען.
איך וויל נאר דא ארויס ברענגען דא אפאר פאקטן
1)דעם הרב קוק האט מען ארויס געווארפן פון ישיבה ווייל ער האט געליינט ספרי מינות
2) ער שרייבט אז חז"ל האבן זיך טועה געווען און דעם אותו האיש
3) ער גלייכט צו דעם אותו האיש צון הייליגן בעל שם טוב
איך האב נאך צו שרייבן אבער איך וועל עס לאזן פאר א צווייט מאל

איך לאך...
עס שטייט אין דברי חיים (איך געדענק יא וואו, אין פרשת ויקהל) אז רוב רבנים זענען פון די עירוב-רב! דאס איז שוין דעמאלטס!
1) ווער זאגט די ישיבה איז געווען גערעכט. אלע ראשונים האבן געקענט די אנדערע סייד סטארי
2) פון אדם הראשון ביז דעם רבי'ן זי"ע, האבן די רעכט זיך טועה זיין אין א מענטש (אדם הראשון האט זיך טועה געווען אין זיין ווייב, ער האט איר געגלייבט) און אפילו בנגוע משיחית, איז דאך באקאנט אויף רבי עקיבא וכו'.
3) גלייכט זיי צו מיט וואס?

נולד מאוחר » פרייטאג סעפטעמבער 7, 2012 1:14 am

· #44321
איך לאך
עס שטיי אין דברי חיים (איך געדענק נישט יעצט ווי) אז די שכל ווערט געפירט לויט דעם רצון, סא עס א שאד זיך צו טענען.
איך וויל נאר דא ארויס ברענגען דא אפאר פאקטן
1)דעם הרב קוק האט מען ארויס געווארפן פון ישיבה ווייל ער האט געליינט ספרי מינות
2) ער שרייבט אז חז"ל האבן זיך טועה געווען און דעם אותו האיש
3) ער גלייכט צו דעם אותו האיש צון הייליגן בעל שם טוב
איך האב נאך צו שרייבן אבער איך וועל עס לאזן פאר א צווייט מאל

יעדער עכטער פארשטיעער טיפער טראכטער איז אפגעפרעגט ביי אונדז.

berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 9, 2012 2:10 am

· #44597
גאלד
דער היסטאריקער ר' אלי' שטיינבערגער ז"ל, א סאטמארע קנאי'שער, האט געווידמעט איינע פון זיינע סעריע ביכער "ליכט שטראלן" איבער רב קוק'ן והמסתעף, ער באשולדיגט איהם דירעקט אויף דעם חברון פאגראם,

דער "היסטאריקער" ר' אלי' שטיינבערג ע"ה איז געקומען פון א חילונישע משפחה און געווארן רעליגיעז און קנאיש. ממילא האט ער נישט געהאט דעם היסטארישן פערספעקטיוו און האט אלעס געשריבן לפי רוח המקןם והזמן. דהיינו. דער מארקעט פאר זיינע ביכער איז געווען אין די קנאישע קרייזן אין ארץ ישראל און וויליאמסבורג. פארשטייט זיך אז אויב ער באשרייבט הרב קוק אין שלעכטע פארבן וועלן זיינע ביכלעך זיך בעסער פארקויפן.

berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 9, 2012 2:37 am

· #44600
קווה לה'
שמואל הלוי
איך האב דעם גאנצן בריוו פון ראגאטשוואווער, אויב איז איינער אינטערסירט קען איך עס ארויפשטעלן דא.


פאר אייער אינפורמציע: אלע בריווען אין ספר "דובב שפתי ישנים" סיינען געפעלטשט דורך דעם מחבר חיים בלאך, א באקאנטער פעלשער (זע לדוגמא זיין ספר "תשובתי להוואטיקן").

טאמער ווילט איר באמת וויסען פארוואס אומזערע גדולים ז"ל האבען מורא געהאט פאר זיינע (נייע) השקפות, איז כדאי פאר אייך צו ליינען מארק שפירא'ס ארטיקעל <a class="postlink" href="http://seforim.blogspot.com/2010/10/marc-b-shapiro-new-writings-from-r-kook.html">http://seforim.blogspot.com/2010/10/mar ... -kook.html</a>

אז די אלע אזוי גערופענע מכתבים אין "ספר" דובב שפתי ישנים זענען געפעלשט איז מען מודה אפיל אין "דער איד". אויב דער זיכרון דינט מיר, געדענק איך אז א שרייבער אין "דער איד" האט געשריבן איבער דעם נושא. און קומט צו דער מסקנא אז אלע "מכתבים" פון גדולי ישראל אין יענעם ביכל זענען פאלש, 😳

קווה לה' » זונטאג סעפטעמבער 9, 2012 1:55 pm

· #44672
berlbalaguleh
קווה לה'
שמואל הלוי
אז די אלע אזוי גערופענע מכתבים אין "ספר" דובב שפתי ישנים זענען געפעלשט איז מען מודה אפיל אין "דער איד". אויב דער זיכרון דינט מיר, געדענק איך אז א שרייבער אין "דער איד" האט געשריבן איבער דעם נושא. און קומט צו דער מסקנא אז אלע "מכתבים" פון גדולי ישראל אין יענעם ביכל זענען פאלש, 😳


דוכט'סעך אז איז איך האב אמאל געזעהן א ספר'ל פון אברהם יערי וואס ער צונעמט דעם דובב אויף שטיקאלאך. סע, וואלט געווען כדאי עס נאכזעהן: סע'איז פשוט געשמאק!

אוהב דעת » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 3:11 pm

· #53090
<a class="postlink" href="http://www.scribd.com/doc/2368277/%D7%A2%D7%95%D7%AA%D7%A7-%D7%93%D7%A2%D7%AA-%D7%97%D7%9B%D7%9E%D7%99-%D7%99%D7%A9%D7%A8%D7%90%D7%9C">http://www.scribd.com/doc/2368277/%D7%A ... 7%90%D7%9C</a>

יאיר » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 10:06 pm

· #53223
איך האב יעצט צום ערשטן מאל באמערקט דעם אשכול, וועל איך צולייגן מיינע ארימע מיינונגען. אבער קודם וויל איך ברענגען עפעס וואס איך האב פונקט לעצטנס געליינט. הרב גערשטנקארן, דער מייסד פון בני ברק און א מקורב ביים חזון איש און הרב קוק, שרייבט אז ווען הרב קוק איז געגאנגען באזוכן דעם חזון איש איז ער אים אנטקעגן געקומען מיט בגדי שבת!
לגבי דעם עצם ענין. באמת בין איך שוין לאנג אביסל צומישט איבער זיין פערזענליכקייט, אפשר וועלן מיר די שרייבער דא קענען ארויסהעלפן. הרב קוק איז געווען א מח נפלא און א געוואלדיגער מענטש, אבער אביסל.... כ'ווייס אליין נישט וואס. חיבוב הארץ ביז אן עקסטרעמען מאס איז איין זאך. אהבת ישראל ביז אן עקסטרעמען מאס האט מען אודאי געזען ביי נאך גדולים. אבער דער וועג ווי אזוי ער האט געזאגט זיינע געדאנקען זענען געווען עפעס אזוי מאדנע. מאנכע האבן עס דא פארגליכן צו די ווילדע געדאנקען וואס מען קען אפטמאל טרעפן אין חסידישע ספרים. לדעתי איז דאס בכלל נישט קיין צושטעל. ווען א גדול בתורה שרייבט א פארשטופטע תורה אין זיין ספר, וואס ווערט דערטרונקען אין א ים פון געווענליכע תורה'ס איז נישט געפערליך. יעדער ווייסט די כללים פון אין משיבין על הדרוש, ע' פנים לתורה, וכדו'. דער איזשביצער איז דאך גארנישט שולדיג אז מען האט אפירגעקראצט זיין תורה און יעדער חדר אינגל וואס האט נישט קיין אנונג איבער די טיפקייט פון דעם איזשביצער'ס מהלך (נישט אז איך האב יא) זאגט עס נאך. משא"כ הרב קוק, ער האט דאך דאס געפרעדיגט, דאס האט ער געאטעמט און פון דעם האט ער געלעבט. ער האט זיך נישט ארויסגעכאפט ביי א דרשה מיט א קאנטראווערסיעלע מימרא. און דאס איז שוין א קשיא.
איך וואלט געזאגט אז ער געווען צו א שטארקער בעל הרגש, און ועל כולם, ער האט זיך צו שטארק געלאזט פירן פון זיינע הרגשים.

איך אויך » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 10:11 pm

· #53227
ר' יאיר איר האט גוט ארויס די זאך, שאלת חכם חצי תשובה.

פרומאק » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 10:14 pm

· #53230
דעס אז ער האט געגעבען די האנט פאר פרויען איז גענוג אים ארויסצושליסען פין אונזערע גדולים, מען דארף וויסען אז ווען מען איז מקיל אין גילוי עריות, ווי גרויס מען זאל נישט זיין, איז מען א קל.

לאדיך אפ » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 10:22 pm

· #53233
ר' חיים בערלין איז מתיר געבן די האנט פאר פרויען.

יאיר » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 10:52 pm

· #53257
פרומאק
דעס אז ער האט געגעבען די האנט פאר פרויען איז גענוג אים ארויסצושליסען פין אונזערע גדולים, מען דארף וויסען אז ווען מען איז מקיל אין גילוי עריות, ווי גרויס מען זאל נישט זיין, איז מען א קל.

דו דערמאנסט מיר פון הרב מנשה פילאפ וואס האט געשריבן אין "דער אוצר" אז אין הרב לאו'ס ביך זענען דא בילדער ווי ער גיבט זיך די האנט מיט פרויען. איי, איך האב דעם בוך ביי מיר אינדערהיים און לא דובים ולא יער? מוז מען ענטפערן ווי קופערניקוס זאגט, אגב חורפייה לא דק.

יאיר » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 10:56 pm

· #53258
לאדיך אפ
ר' חיים בערלין איז מתיר געבן די האנט פאר פרויען.

דו מיינסט אפשר זיין זון? אויב נישט וואלט איך געוואלט זען א מקור. און אז איר ווילט דוקא א היתר פון איינעם וואס פאררופט זיך אלס רב, נאט אייך

יאיר » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 11:07 pm

· #53266
אוהב דעת:

א הארציגן יישר כח אייך!
נאכ'ן דאס ליינען פארגייט דער אפעטיט פון רעדן אויף הרב קוק.

לאדיך אפ » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 11:15 pm

· #53272
יאיר
לאדיך אפ
ר' חיים בערלין איז מתיר געבן די האנט פאר פרויען.

דו מיינסט אפשר זיין זון? אויב נישט וואלט איך געוואלט זען א מקור. און אז איר ווילט דוקא א היתר פון איינעם וואס פאררופט זיך אלס רב, [url=נאט אייך[/url]

ניין כמייןאים,ער שרייבט עס אין זיין תשובה ספר נשמת חיים סימן קלה אות ו

יאיר » פרייטאג אקטאבער 19, 2012 12:47 am

· #53309
לאדיך אפ
יאיר
לאדיך אפ
ר' חיים בערלין איז מתיר געבן די האנט פאר פרויען.

דו מיינסט אפשר זיין זון? אויב נישט וואלט איך געוואלט זען א מקור. און אז איר ווילט דוקא א היתר פון איינעם וואס פאררופט זיך אלס רב, [url=נאט אייך[/url]

ניין כמייןאים,ער שרייבט עס אין זיין תשובה ספר נשמת חיים סימן קלה אות ו

איך האב נישט דעם ספר און נישט קיין צוטריט דערצו, וועל איך זיך מוזן פארלאזן אויף דיין נאמנות. כאטש איך וואלט זייער געוואלט זען זיין בירור להיתר. אויב עס איז שייך ארויפצוברענגען א תמצית וועל איך דיר דאנקבאר זיין.
אגב, א שנעלער זוך אין וויקיפידיע ווייזט אז דער ספר איז געווארן מלוקט פון זיינע כתבים נאך זיין פטירה. איך גלייב נישט אז דער גאון וצדיק וואלט אזוינס געדרוקט.

ידען » פרייטאג אקטאבער 19, 2012 7:35 am

· #53333
לאדיך אפ
יאיר
לאדיך אפ
ר' חיים בערלין איז מתיר געבן די האנט פאר פרויען.

דו מיינסט אפשר זיין זון? אויב נישט וואלט איך געוואלט זען א מקור. און אז איר ווילט דוקא א היתר פון איינעם וואס פאררופט זיך אלס רב, [url=נאט אייך[/url]

ניין כמייןאים,ער שרייבט עס אין זיין תשובה ספר נשמת חיים סימן קלה אות ו

אויב סע נישט שווער, קאפי אהער פון די ספר.

diff » פרייטאג אקטאבער 19, 2012 9:59 am

· #53360
איך אויך
שמואל הלוי
געהערט אלס קינד "ולא תתורו אחרי לבבכם" נאך הערצ"ל, "ואחרי עיניכם" נאך קו"ק

שפעטער האט מען צוגעלייגט "ולא תתורו אחרי" נישט נאכגיין רב אונטערמן.


How can you put these 3 toghether challila
The munkacher vort goes. levavchem= Rabbi hertzog, Achreihem= Rabbi unterman

יידל » פרייטאג אקטאבער 19, 2012 10:16 am

· #53367
יאיר


ידען


איך האב שוין געברענגט דעם תשובה וואס לאדיך אפ צייכנט צו דא, איך ברענג דא די פולע לשון פונעם תשובה ווייל די אנדערע 5 חלקים פונעם תשובה זענען אויך איבער אינטערסאנטע שאלות.

די ערשטע שאלה איז איבער דריי מיידלעך וואס מ'טראגט אן פארן שואל און הגר"ח עצה'ט אים אז ער זאל נעמען די 20 יעריגע אויב זי איז געזונט, און אויב זי איז נישט אזוי געזונט זאל ער נעמען די 35 יעריגע ווייל זי איז רייך און זי וועט אים קענען אויסהאלטן. איי זי איז שוין צו אלט צו האבן אסאך קינדער? שרייבט הגר"ח אז היינט צו טאגס (בערך 100 יאר צוריק) איז בכלל נישט אזא מציאה צו האבן אסאך קינדער ווייל ווער ווייסט וויפיל פון זיי וועלן בלייבן פרום, איז בעסער ווייניג קינדער אזוי וועט מען זיך קענען בעסער אפגעבן מיט זייער חינוך.

די צווייטע אות זאגט ער אז ענדערש נעמען פאר מסדר קידושין אן ערליכער איד וואו א תלמיד חכם.

די דריטע אות שרייבט ער אז א פרוי איז נאמן צו זאגן אויב א מקוה איז כשר צו נישט.

די פערדע פסק'נט ער אז א פרוי דארף זיך נישט צודעקן מיט צוויי כיסויים און איין איז גענוג, בתנאי אז מ'קען נישט דורכזען די פרוי'ס האר.

די פיפטע איז איבער רעדן מיט די ווייב אויפן גאס. הג"ר חיים שרייבט זייער שארף אויף די וואס ווילן מחמיר זיין נישט צו רעדן, און זיי זענען בכלל נישט אויף די מדריגא, ער טענה'ט אז ס'איז ממש א חילול ה'.

די זעקסטע און לעצטע שרייבט איבער געבן די האנט פאר א פרוי און ער זאגט אז אודאי לכתחילה זאל מען נישט אויסשטרעקן די האנט צו א פרוי, אבער אויב זי שטרעקט אויס די האנט צו אים מעג מען אודאי צוריק געבן וויבאלד עס איז נישט לשם חיבה, און עס איז א חילול ה' און ער מאכט ערליכע אידן אויסזען ווי משוגעים און אומצויוויליזרטע מענטשן און עס גייט אנטקעגן וואס חז"ל זאגן אונז ואהבת את ה' שיהא שם שמים מתאהב על ידיך.

איך האב געמאכט באלד די אלע אינטערסאנטע שורות:

[quote="שו"ת נשמת חיים סימן קלה"]
בענין שידוכין וענינים באהע"ז

בעזהי"ת, ד' לסדר כי טוב הוא, ח"י טבת גם ברכות לפ"ק [תרע"א].
ברכות שמים מלא חפנים מציון וירושלים, לכבוד האי גברא יקירא המופלג השנון ירא וחרד לדבר ה', מצויין במעלות ומדות חמודות מ' שבתי ברוך שי' ברוך ומבורך יהא לאל עליון כל ימי חייו.

הגיעני מכתבו מן ב' וישלח בצירוף המוסגר, ונתתי שמחה בלבי על אשר סוף סוף נתרצה ונתפייס לבחור לו את הטוב כרצונו של הקב"ה ית"ש, שלא להיות שרוי בלא טובה, ולישא אשה להיות לו עזר לטובה, והמקום יהא בעזרו להמציאו אשה הגונה ולראות עמה חיים נעימים, חיים של טובה וברכה חיים של שלום ושלוה, ויהיו מאושרים בכל מיני אושר הזמני והנצחי כל ימי חייהם, והנני להשיבו על שאלותיו על ראשון ראשון.

א) משלשת הענינים המדוברים לפניו, יחקור מראש על השלישית בת עשרים שנה אם בריאותה בטוב היא דרך ישרה לפניו. ואם היא בת כהן, ואם תקבל עליה לנהוג בדת משה ויהודית מוטב שיתדבק בזרעו של אהרן. אך בתנאי מפורש אם אין שום חשש על בריאותה, אמנם אם היא חלושה בבריאות גופה ח"ו אינה כדאי לפניו, ואז יבחור בראשונה העשירה בת ל"ג או ל"ה שנה, ובשנים האלה היא נקראת עדיין בת בנים ויוכל לקיים בה מצות פו"ר להוליד לו בן ובת ויצא ידי חובתו. ובזה"ז דלא אכשיר דרי אין להדר להיות לו בנים מרובים שמי יודע אם ילכו בדרך התורה והמצוה, אך לקיים מצות פו"ר חובה עלינו למלאות חובתינו, כמו שאמר ישעי' הנביא לחזקיהו המלך בהדי כבשי דרחמנא למה לך מאי דמיפקדת איבעי לך למיעבד, ברכות י' א', ואך מאי דמיפקדת, ויוכל לקוות להוליד בן ובת ממנה, וגם שהיא עשירה ותכניס לו סכום הגון, ויוכל לשקוד יותר על למוד התורה, וכבר כתב הרמ"א באה"ע סי' ב' שמי שנושא אשה כשירה שאיננה פסולה ח"ו לא נקרא בזה נושא אשה לשם ממון, ויחזיק גם במסחרה להלוות ברבית לנכרים והוא מסחר שנושא פרי להצלחה.

כן הוא עצתי בקצור שאם הבת כהן בת עשרים שנה היא בריאה בלא שום חשש יבחור בה, ואם יש עליה חשש בריאות הגוף יבחור בראשונה העשירה בת ל"ג שנה ואיך שיהי' יתן ה' למזל טוב ולהצלחה, ובלי ספק יודיעני יום הנישואין למז"ט ואברכהו ממרחק, וברכת ה' אינה מוגדרת במקום ותגיע גם עד אפסי ארץ, ובלב מלא אהבה ורצון אשלח לו את ברכתי בכל לבי ונפשי שיראה טוב בהליכות עולמו ובו ישראל יתפאר ברצות ה', אמן כן יהי רצון.

ב) לרב ומסדר קידושין ודאי יקח את מי שירא את ה' ושומר מצוה, ומי שאינו שומר מצוה גם תורתו פסולה, ואפי' אם הוא בקי בכל התורה כולה אם יראת ה' היא אוצרו טוב, ואי לא לא.

ג) וע"ד נאמנות אשה על שמירת המקוה הוא דין מפורש ביו"ד סי' קכ"ז סעי' ג' בהגהת רמ"א שבכל דבר שהוא ודאי איסור ולא ספק איסור, וגם אין בו צדדים להקל, יש לאשה נאמנות באיסורין וא"כ אחרי שהיא שומרת מצוה ויודעת השיעור עד כמה צריכה המקוה להתמלאות במים כשרים, ותקבל על עצמה שתהא נזהרת בזה יש לסמוך עליה.

ד) ועל דבר כסוי ראש האשה במטפחת אחת, אם אין שערה נראין אין בזה שום איסור, ועדיף טובא מפיאה נכרית, ואין צריך כלל שני כסויין, ואם אך אין השער נראה בחוץ די בכסוי אחד אף ברשות הרבים, ורשאי גם לקרות ק"ש כנגדה, ואין להחמיר עוד בזמן הזה.

ה) ולדבר עם אשה בשוק לא נאסר אלא לתלמיד חכם ולא למי שאינו מוחזק בתלמיד חכם, וכשם שתלמיד חכם המדבר עם אשה בשוק גורם בזה חלול השם כן מי שאינו מוחזק לתלמיד חכם הנזהר בזה שלא לדבר עם אשתו לעיני הבריות הוא מיחזי כיוהרא, ויש בזה גם כן חלול השם, וכבר אמרו חז"ל יומא פ"ו א' ואהבת את ה' אלקיך שיהא שם שמים מתאהב על ידך, ולעולם תהא דעתו של אדם מעורבת עם הבריות כתובות י"ז א', ובפרט שהכל יודעים את כבודו שרחוק הוא משום שמץ הרהור שאינו הגון ח"ו וכל מעשיו לשם שמים, ועליו להזהר שלא לגרום לעג השאננים על ירא ה' וחרד על דברו, וכל השם אורחותיו זוכה ורואה בישועתו של הקב"ה שנאמר ושם דרך אראנו בישע אלקים, מו"ק ה' א'.

ו) ואשר שאל על דבר נתינת ידו לרשעים או לנכרית, הנה ליתן יד לפושעים אין שום איסור בזה אם אין בזה הודאה וחיזוק להנהגותיהם בשרירות לבם. ולתת יד לאשה לשון הש"ס הוא ברכות ס"א א' המרצה מעות לאשה מידו לידה כדי להסתכל בה, מבואר דאם אינו מכוין לשום דבר וכש"כ שאינו עושה כדי להסתכל בה כמו מעלתו שכל מעשיו לשם שמים אין איסור בזה לרצות מעות מידו לידה. ודאי אם יוכל להזהר בזה מה טוב, אבל אם אי אפשר לו להנצל מזה כגון אם הנכרית הקדימה והושיט לו את ידה ואין דעתו לשום הרהור ח"ו אין להחמיר בזה, ודרכיה דרכי נועם, ואהבת את ה' אלקיך אמרו חכמים יומא פ"ו א' שיהא שם שמים מתאהב על ידך, ולא יאמרו על יראי ה' שהם משוגעים ואינם בעלי דרך ארץ.

והנה השיבותי לו על שאלותיו, והנני מלא שמחה מאשר הודיעני כי יוכל היות שיזמין לו ה' זיווג הגון לפי מעשיו ויהי' למזל טוב ובהצלחה, ויראה עמה חיים נעימים ויזכה לזרעא חייא וקיימא, ויפיקו רצון מהאל הטוב בכל מילי דמיטב, ואם יוגמר אצלו ברצות ה' למז"ט יודיע נא יום המוגבל ואברכהו באהבה.
ושלום וברכה וכל טוב סלה יהא לו עד העולם כברכת ידידו המוקירו ומכבדו, ולא זז מחבבו המצפה לישועה, חיים ברלין
[/quote]

שמעקעדיג » פרייטאג אקטאבער 19, 2012 2:31 pm

· #53485
[ציטאט אראפגענומען]


דאס דארף א באזונדערע אשכול, אפשר קענסטו צולייגן אויף צו די "אגב חורפייהו" אלע מאמרי חז"ל, פון כל הכועס כאילו עובד ע"ז, און נאך הונדערטער אזעלכע?
ס'איז געווענליך נישט פשוט פשט, און ווי שוין געשמועסט אין שטיבל אין אנדערע מקומות, איז עס אפט צו אנשרעקן ווי הארב די עבירה איז. אין זוה"ק שטייט (צווישן פילע אנדערע) אז ווער עס רעדט ביי קריאת התורה איז אן אפיקורס ואין לו חלק באלוקי ישראל.

לגבי דעם רעדן עברית איז ערגער ווי בוקן צום צלם פון סאטמאר רב ז"ל, איז קודם כל האט ער דאס נישט געזאגט אויף א ווארט עברית, נאר כלפי זיך "גיין לערנען" די שפראך וואס איז (לכה"פ אין זיינע תורה'דיגע אויגן) שטיצן און מחזק זיין מינות, און חז"ל זאגן דאך קלאר אז אפיקורסות איז ערגער ווי א צלם. ס'איז נישט אזוי שווער צו פארשטיין, און גארנישט איינגעלייגט מיט חורפייהו.

יאיר » פרייטאג אקטאבער 19, 2012 3:49 pm

· #53498
דער היתר פון רבי חיים בערלין איז זייער מאדנע, ווייל די גמרא מרצה מיד ליד רעדט לכאורה נישט דוקא פון זיך אנרירן, און אודאי נישט פון זיך דריקן די האנט ווי צוויי פריינט.
אבער זעט נאר וואס דא שטייט:
גם הרב אונטרמן שהיה הרב הראשי לישראל, לחץ יד לאישה שהושיטה לו ידה לשלום. ואמר שאינו מקל בנגיעה, אלא מחמיר בכבוד הבריות!
גם בקהילות ספרד התקיים מנהג דומה, והוא מנהג הנשים לנשק את גב ידו של החכם בצאתן מתפילת ליל שבת, כפי שעושים הגברים. הבן-איש-חי הצדיק מנהג זה כיון שעושות כן לכבודה של תורה וכוונתן למצוה, כמו נשיקה שנושקות לספר תורה. וכיוון שמתכוונות לשם שמים, אין בזה חשש.

איך אויך » מוצ"ש אקטאבער 20, 2012 10:28 pm

· #53540
diff
איך אויך
שמואל הלוי
געהערט אלס קינד "ולא תתורו אחרי לבבכם" נאך הערצ"ל, "ואחרי עיניכם" נאך קו"ק

שפעטער האט מען צוגעלייגט "ולא תתורו אחרי" נישט נאכגיין רב אונטערמן.


How can you put these 3 toghether challila
The munkacher vort goes. levavchem= Rabbi hertzog, Achreihem= Rabbi unterman

you obviously have no clue about history.

יאיר » מוצ"ש אקטאבער 20, 2012 11:46 pm

· #53583
איך אויך
diff
איך אויך
שמואל הלוי
געהערט אלס קינד "ולא תתורו אחרי לבבכם" נאך הערצ"ל, "ואחרי עיניכם" נאך קו"ק

שפעטער האט מען צוגעלייגט "ולא תתורו אחרי" נישט נאכגיין רב אונטערמן.


How can you put these 3 toghether challila
The munkacher vort goes. levavchem= Rabbi hertzog, Achreihem= Rabbi unterman

you obviously have no clue about history.

you obviously have no clue about how to refute an argument
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8