☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » הרב אברהם יצחק הכהן קוק

הרב אברהם יצחק הכהן קוק

378 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1183
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 4:11 pm

· #384554
Re: הרב אברהם יצחק הכהן קוק
הרב יעקב משה חרל"פ האט שוין געדינט ברבנות פאר מרכז הרב האט זיך גע׳עפענט.

דאס אז רבנים קומען פון דארט איז מעגליך, אבער דאס איז פונקט ווי ראש ישיבות קומען פון פאנאוויעז און רבנים פון חברון. פון ערגעץ דארפען זיי גאך קומען. די שאלה איז צו ס׳איז אזא חידוש אין די זין פון ישיבות.
דאהי אין אמעריקא קומען פיהל רבנים פון yu. ס׳דוכט זיך אז אין דאס ווארט ׳ישיבה׳ איז yu גארנישט אזא חידוש.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

מפוזרי » דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 9:00 pm

· #384583
עד שאתה מתמה על הישיבה, קענסטו פרעגן וועגן זיין הלכה ברורה פראיעקט, וואס ער האט אוועקגעגעבן פאר דעם זיינע לעצטע כוחות און זיך אויסגעדרוקט דערויף אז דאס וועט זיין בנין התורה לדורות, ולא נהיה מזה כלום.

אבער אן אדם גדול איז מען נישט דן פון איינצעלנע פעולות נאר מיט זיין כלליות'דיגן מהלך. און אין דעם איז ער שוין איינמאל געווען סוקסעספול. וכפי שהביא @איש חזון, איז ער געווען דער איינציגסטער וואס איז געווען באוואוסטזיניג צו די חידושים שמתחדשים כל יום בישיבה של מעלה, שלפיהם מנהיג הקב"ה את עולמו, און ממילא איז ער געווען דער איינציגסטער וואס האט געקענט ריכטיג אפשאצן און אנערקענען די וויכטיגסטע געשעעניש אין דער היסטאריע פון אידן בפרט און דער וועלט בכלל.

און פון דעם הינזיכט ווערט ער אלץ מער רעאל און רעלעוואנט.

דער גאלדענער אדלער » דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 10:17 pm

· #384585
מפוזרי; פיין ארויסגעברענגט, צום פינטעל!

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 3:38 pm

· #384999
איך בין נישט געקומען מעסטען דעם גאנצן מענטש, נאר די נקודה וואס מ'זאגט אויף איהם אז ער איז געווען א בעל דמיון.

איך וואלט געוואלט וויסען וועגן דער מסע התשובה. יעדער באשרייבונג אויף איהם מוז מאכען א ריזיגע טאראראם דערוועגן. וויל איך וויסן, האט עס אויפגעטוהן? אין די יארן נאך דעם, האט זיך געבויעט אידישקייט אין די מושבות? זענען געווען דעמאלס ווייניגער מחללי שבת? האט מען עפעס אוועקגעשטעלט למען יעמוד לימים רבים?

אין איינע פון די מושבות האט מען זיך געשלאגען, ווייל פרופ' קלויזנר האט עס געוואלט געבען א נאמען מגדיאל, וואס מגדיאל זו רומי. הרב קוק האט פארפיהרט אנטקעגן, און געוואלט געבען א נאמען 'תרומיה' ע"ש די תרומות ומעשרות וואס מ'גייט פון היינט און ווייטער מפריש זיין. ס'דוכט זיך מיר אז מגדיאל האט געזיגט.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 4:45 pm

· #385093
איך וויל עפעס דא צולייגען.

ווען א מענטש איז נאר זיין קאנטראווערסיאלע צד, האט ער אדער פארברענטע חסידים אדער פארברענטע מתנגדים. אויפריכטיגע מענטשען דארפן קענען מעסטן א גרויסע איד מיט שכל, נישט ווערן עקסטרעם פון סיי וועלכע צד. אונז חרדים זענען נישט אזוי געבענטשט מיט דער טאלאנט, ליידער.

הרב קוק האט געהאט פיהלע מעלות, און מעלות וואס מ'טרעפט זעלטען ביי אונז. דאס נעמט נישט צו פון דער רעכט, און פליכט, אויסצושמועסן זיין אלע מדות און נטיות, און קריטיקירען ווען ס'פאסט.

איך האף אז מיר שטייען שוין אין א מצב וועגען דער ירושלימ'ער רב אז מ'קען איהם ארום שמועסן אן מורא. קריטיק מיינט נישט אפגעפרעגט און שבח מיינט נישט אז ער איז משה רבינו. יעדער זאך דבר דבור על אופנו.

גאלד » מיטוואך סעפטעמבער 20, 2017 4:47 pm

· #385157
אז סשוין יא אזוי אפשר קען מען טאקע אויך שיין און אביעקטיוו אויסשמועסן די מעלות און חסרונות פון ישו בן מרים.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך סעפטעמבער 20, 2017 5:14 pm

· #385158
א פלא והפלא, אז אפאר שעה פאר ר"ה קען מען זיך אזוי פארשמוצען די קאמפיוטער אויף א ת"ח.

דער גאלדענער אדלער » מיטוואך סעפטעמבער 20, 2017 5:22 pm

· #385159
גאלד, הזהר בגחלתן! געב אבאכט פאר בזוין ת"ח

גאלד » מיטוואך סעפטעמבער 20, 2017 5:23 pm

· #385160
כנעם עס מיט צום נייעם יאר פאר א מליץ יושר

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך סעפטעמבער 20, 2017 6:04 pm

· #385161
דער תורה וואס זאגט אונז וועגען דער יום הדין, ווארענט אונז פון בזיון ת"ח.
טאמער ס'איז דא א צווייטע דין, וואס האט נישט מיט די תורה, בין איך נישט אינטרעסירט.

אני מאמין באמונה שלמה שזאת התורה לא תהא מוחלפת.....

דער אמת איז, מ'דארף קלערן א שאלה. מיטנעמען מצוות אלץ מליץ יושר איז א סכנה, מ'דארף צוגיין אלץ דלים ורשים, ווי מבקשים תחנונים.
וואס איז די הלכה וועגען עבירות? דאס מעג מען יא מיטנעמען?

גאלד » מוצ"ש סעפטעמבער 23, 2017 10:40 pm

· #385168
כקלער ביסט אפשר גירעכט. נאכאלעם איז ער טאקע גיוועזן א תלמיד חכם מופלג. כמיין צו זיין א תלמיד פון ר יהושע בן פרחיה איז עפעס א קלייניקייט

diff » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 3:18 am

· #385174
גאלד
כנעם עס מיט צום נייעם יאר פאר א מליץ יושר

צו האבן א קהילה וואס ווערט אנגעפירט דורך ליידיגייער פון מיאמי ביאטש

געוואלדיג » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 1:51 pm

· #385201
מי יגלה עפר מעינך רבינו הק', פון מסית ומדיח איז געווארן צוגעשטעלט צו יאשקע.

#כשהן_יורדין

גאלד » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 2:56 pm

· #385207
דאסי היני הך. בגמ' סנהדרין, אותו האיש נהרג בשביל שהי' מסית ומדיח.

אגב רבינו ז"ל בא'טיטול'ט רב קוק בדרך מליצה (לפנים) 'אותו האיש'.

diff » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 3:03 pm

· #385208
ישו אידאך געבוירן ביי סאק-מאר

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 4:03 pm

· #385217
Re: הרב אברהם יצחק הכהן קוק
רבינו ז"ל באטיטלט איהם אלץ ׳גדול מאד בתורה׳. אן אנדערע רבינו ז"ל באטיטלט איהם אלץ ׳הכהן הגדול מאחיו׳. און זיי האבען איהם געקענט, נישט נאר געהאט געהערט א פאר לשון הרע׳לעך.

ווען דער נידון איז הרב קוק זעלבסט, וואלט עס טאקע גארנישט געמיינט. מענטשען זענען מעלה גרה אומוויסענדע נאנסענס וואס מ׳האט זיי געפרעדיגט מיט די שטרוי פון אלץ קינד. אבער וואס ס׳ליגט אונטער דעם איז גאר די פראבלעם. איינער וואס כל מעשיו איז לש"ש, כפי הנראה, וואס הארעוועט אין לערנען און איז סליק שמעתתיה אליבא דהלכתא, וואס העלפט אנדערע אידען כפי יכלתו, וואס קאכט אין יראת שמים ועבודת הבורא ית׳, דארף מען מיט א פשטות אננעמען לטוב. ווען זיין שיטות שטימען נישט מיט מיינס, האט עס גארנישט מיט זיין מהות. רבא איז נישט געווען קיין גנב פאר׳ן האלטען אז יאוש שלא מדעת הויא יאוש.

נאר ביי געוויסע זענען די אלע זאכען נישט וויכטיג. נאר ׳איז ער מיינס אדער יענעמ׳ס?׳ ווען די שאלה איז פארענטפערט, קען מען זיך נעמען רעדען וועגען אנדערע מעלות, וואס זענען נאר אן אחיזת עינים, אומוויכטיג פאר די עצם זאך.

ועל זה ידוו כל הדווים

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 5:38 pm

· #385234
אבער די שיטה גייט דאך אז קודם מאכט מען יענעם פאר א גוי גמור. א מסית ומדיח, ח"ו. נאכדעים איז שוין דמו הותר. היינו טעמא ד'חב"ד. והיינו טעמא ד'קלויזנבורג. נאר ס'קומט נאך א ***** יודל וואס מ'האלט איהם פאר א רבי (או.קעי. ר'איז א מסירות נפש יוד. וואלט ער געדארפט ווייטער זיצן אין זיינע ד' אמות של יראת שמים, וואלט די וועלט איהם שטארק רעספעקטירט) און הערט ווי מ'איז מבזה א חלק פון כלל ישראל. און מ'מאכט זיי פאר גויים' רח"ל. און ער איז נישט מוחה. נאר שמייכלט מיט אויף די פיקטשערס...! ווען ער איז א מענטש מיט א רוקנביין וואלט ער געדארפט זאגן פאר זיינע (געצווינגענע) שותפים. אויב עטץ רעדטץ אזוי איבער א גרויסן חלק פון כלל ישראל קען איך נישט ווייטער ארבעטן מיט ענק צוזאמען. דער לאקאלער רב/אדמו"ר וואלט איהם זיכער פארשאפט א קאר אהיימצופאהרן. אט דאס וואלט געווען א געוואלדיגער קידוש השם. און ס'וואלט געהויבן זיין פרעסטיזש אלף פעמים. מער ווי די אלע פאלשע פראפאגאנדע וואס זיינע קינדער פרובירן איהם אריינצושלעפן אין מצבים וועלכע זענען נישט פאר איהם...!

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 5:56 pm

· #385235
איך האב נישט קיין אהנונג אויף וועמען דו צילסט דא, אבער מיר רעדען פון א תלמיד חכם, נישט א 'חלק פון כלל ישראל'.

בכל אופן, הרב קוק קען מען ווייטער אויסשמועסען. מפוזרי האט ארויסגעברענגט אז זיין מיינונג ווערט מער און מער אקטועל. לכאורה מיינט ער אז הרב קוק האט געהאלטען אז די ציונות וועט שפעטער אויף פלאקערן די פינטעלע איד, און פון דעם וועלען זיי צוריקקומען צו א אידישקייט נאך שטערקער ווי פאר די אידישע אויפוועקונג פון ציונות. איך זעה עס נאך נישט. די בעלי תשובה באוועגונג איז דאך בעיקר ספרדים וואס זייער ווערען פריי האט נישט געהאט מיט ציונות נאר ציונים האבען עס פונקט געטוהן צו זיי. אפשר ווען כלל ישראל וואלט זיך מיטגעשטעלט וואלטען זיי געהאט א השפעה. אבער דאס איז דאך געווען די מחלוקת, עי' הקדמת קונטרס ומעין. ביזדערווייל האט מען נאך נישט באוויזען אז ציונות זאל אויפטוהן מער ווי צוריקהאלטען אסימילאציע, וואס איז אליינס א גרויסע זאך. דער תחיה הלאומית האט נאך נישט פאראורזאכט א תחיה דתית.

ונזכה ונחיה ונראה.....

וואלווי » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 6:08 pm

· #385236
ערשט פון אזא @גאלד האט מען געמאכט אן עגל הזהב און מדבר.

נישט פון דעם "אזוי גערופענעם גייסטישע פירער פון די רעגעליעזער פרייער ערב רב וואס האט געשטופט דעם עגל הזהב" וכו' וכו' וכו'.

אזוי ווי ליטוואק שרייבט, ס'קען זיין אז נישט א יעדע זאך וואס ער האט געהאפט איז אויסגעפירט געווארן, אבער ער איז געווען א גברא רבה עד מאד וואס די גרויסע מבינים בימיו וואס זענען געווען פון זיינע גרויסע שטיצערס און חסידים האבן איבער געלאזט צאצאים רבים דוגמת די אוירבאך'ס אלישיב'ס קנייעווסקי'ס ואס פאררעכענען זיך אלס די מנהיגים פונ'ם ליטווישען חדר.

berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 9:21 pm

· #385248
ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב נישט קיין אהנונג אויף וועמען דו צילסט דא, אבער מיר רעדען פון א תלמיד חכם, נישט א 'חלק פון כלל ישראל'.

איך ציל דא אויף קיינעם נישט. די קאמענטאר איבער דעם רבי'לע וואס האט נישט מוחה געווען ווען מ'האט געזאגט אז חב"ד איז נישט א טייל פון כלל ישראל איז נאר געווען א בדרך אגב'דיגער קאמענט. די נקודה דא איז, אז דאס אפ'פסל'ען הרב קוק און מאכן איהם פאר א גוי, א מסית ומדיח איז די זעלבע סוגיא ווי ליובאוויטש און קלויזנבורג. ס'איז נישטא א יונגל וועלכער האט געלערנט אין סאטמאר וואס ווייסט נישט אז די ליובאוויטשער רבי איז א גוי. און אז די קלויזנבורגער רבי איז א שייגעץ...!

יחי המלך » מאנטאג אקטאבער 23, 2017 12:55 pm

· #387350
דער גאלדענער אדלער
ליטוואק: קודם מוז איך דיר באדאנקן פאר אזא שיינע ארבייט, הערליך אראפ געלייגט, כ'האב אייביג געהאפט צו זעהן דא אינעם וועקער אזא ארטיקל, אבער אז א ליטוואק זאל עס האבן געשריבן אויף דעם האב איך מיך נישט גערישט.

ס'איז דע ערשטע ארטיקל וואס כ'האב געליינט פון ווען כ'האב עס געקויפט, און כמה פעמים דורך געליינט.

קודם כל לאמיר גיין צום הקדמה, ווי דו שרייבסט אז אפילו ביי דע וואס זענען נישט אזוי סאטמאר געשטימט איז אויך הרב קוק'ס רעפוטאציע נישט אזוי געוואלדיג, און זיינע ספרים געפונען זיך ווייניג אין די בתי מדרשים וכו'. איז אביסעל איבער געטריבן, יא ס'איז אמת, און דו ביזט גערעכט אזוי איז טאקע געווען אינעם עבר, אבער די לעצטערע יארן האט זיך די וועלט געריקט פאראויס, און ס'הערשט א שטארקע דארשט צו דערגיין דעם אמת, טאקע ווייל מענטשן זעען ווי מ'האט אינז געפיטערט מיט שקרים וכזבים אבי צו זיין געטריי צום סיסטעם, און למעשה האט עס געווירקט אויף פארקערט, און אסאך מענטשן פון כל מיני' קרייזן האבן אנגעהויבן אריין צו קוקן סיי אין היסטאריע פון עם און סיי אין זיינע ספרים און זעהן גאנץ אן אנדערע בילד, איך האב פערזענליך געשמועסט מיט מענטשן פון פארשידענע קרייזן אריינגערעכנט סאטמערע, און פוהל אין צאל וואס זענען עוסק אין זיינע ספרים טעגליך,צו ווייל זיי זענען בעלי מחשבה וואס זוכן א נייעם פלעיוואר אין מחשבה צו ווייל זיי האבן סתם אזוי א געשמאק פאר זיינע הערליכע געדאנקן, און ווייטער לגבי זיינע ספרים וואס זענען ווייניג אויף די פאליציעס, איז פשוט פאר שרעק פון טעראר, פינקט ווי דו וועסט נישט געפונען א "תורה שלימה" און "התקופה הגדולה" אויף די שעלווס.

כ'געדענק אין מיינע בחורישע יארן ווען די באהערדע האט אפגעמאכט ארויס צו גיין בשווקים וברחובות אויסצושרייען אז סאקמער איז גרויס, פלעגט מען א טאג צוויי פריער ארויסשיקן דעם ארמיי פון בחורים צו גיין קלעבן סיינס, טאוולען, אנשמירן די גאסן, או צו ווארעמען דעם עולם למען הרבות כבוד המלכות. איז געווען אפגעשמועסט פון פריער וועלעכע גרופ גייט דעם געגענט אדער יענע געגענט, און וועלעכע "געשולטע" גרופ גייט אנקלעבן אדער אנשמירן האקענקרייצן אויף דע שולן וואס מ'האט זיך מיט זיי געדארפט אפרעכענען ווי למשל הרה"ג ר' מנשה קליין'ס שול אין ב.פ. אדער קלויזענבורג וכדומה, אדער אויב איז געווען א שול וואס האט געהאט ספרים אויף די פאליציעס וואס דער מחבר האט נישט געוואלט מקבל זיין אויף זיך דעם כתר מלוכה, איז געווען אך און וויי פאר יענעמס ספרים.

און נאך א נקודה וועל איך דיר מגלה זיין, אז לפענ"ד ווען די לייגסט די צוויי אויף א וואגשאל הרב קוק קעגן סאקמערער רב וועסטו זעהן אן אינטערעסאנטע זאך, אנדערש ווי די גאס שמועסט און אויך דו, אז הרב קוק איז בכלל נישט אנגענומען געווארן, אז ס'פינקט פארקערט, הרב קוק'ס מיינונגן איז סאך מער אנגענומען געווארן ווי סאקמערער רב, כ'וויל מיך נישט צוברייטערן דא אין דעם אשכול דערוועגן, א חוץ אויב דו גיבסט מיר רשות, היות ס'דיין אשכול געווידמעט פאר דיין ארטיקל.

און די דריטע שטיקל "די הינטערגרונד" ברענגסטו ארויס זייער א שיינע נקודה, די חילוק צווישען אמאל און היינט לגבי א רב.
אויך ברענגסטו צו א הערליכע לקוטי מהר"ן, וואסי מיר באמת א חידוש פאר א ליטוואק ווי דיר, באהאלטן דארט אין די לעיקוואדער באקס, זאלסט דיך אזוי אויסקענען אין א ברסלב'ר ספר, יעצט הייב איך שוין אן צו פארשטיין דיין ניק "ליטוואק פון בודאפעסט" כדי צו קענען גראבן און נאכזוכן, אין פרעמדע קוועלער און זיצן און פארברענגן מיט חסידים האסטו געמוזט זיין א קראס בריעד, א געמישטער צווישען א ליטאי מיט אן אונגערישער.
עניוועי דאס וואס דו ברענגסט דארט אז לכאורה איז הרב קוק געגאנגן אויפן זעלבען גאנג, כ'לערן זיינע ספרים און כ'האב מיך שוין אנגעטראפן מיט אזעלעכע געדאנקן, אביסעל אנדערש ארויסגעברענגט, כ'האב אפילו געכאפט סקרין שאטס, כ'האף אז כ'וועל עס קענען דא אריינברענגן.

אויך די היסטאריע פון די כוללים לייגסטו זייער גוט אראפ, זייער הנאה געהאט צו ליינען, געוויסע פרטים האב איך אפילו נישט געוויסט.
און וואס דו באשרייבסט וועגן דעם באקאנטן זייפן בלאך, איז אינטערעסאנט אנצומערקן, אז גלייך נאכן הצהרת בלפור איז ארויסגעקומען פארשידענע בריוון פון גדולי ישראל, צווישעו זיי דער דווינסק'ר רב דער משך חכמה, דער מלבי"ם מיט נאך אנדערע, וואס האבן זייער אויסגעלויבט דעם הצהרת בלפור, און איינער (כ'האב פארגעסן דעם נאמען פינעם מחבר) האט צוזאמען גענומען די אלע בריוון אין געמאכט א ספר דערפון מיטן נאמען שיבת ציון, כ'האב שוין געזעהן דעם ספר, און לויט ווי ס'האט מיר אויס געקוקט פונעם סטייל פון בלאך'ס ספר "דובב שפתי ישנים" האט ער געוואלט נאכמאכן די זעלבע אבער אויף פארקערט, כאילו די שיבת ציון איז געפעלשט, ס'הייסט ער האט גענומען נעמען דאכט זיך דער משך חכמה מיט אנדערע און געמאכט בריוון אויף פארקערט.

אינעם שטיקל פונעם "אויסרימען דעם אותו האיש" ברענגסטו גלייך דעם בריוו ווי הרב קוק פארענטפערט זיך און נישט די שטיקלעך וואס הרב קוק אליין שרייבט וועגן דעם, ער שרייבט עס אין מערערע פלעצער אין איבעראל איז עס קלאר וואס ער וויל ארויסברענגן דערמיט, געווענליך ווען ער שרייבט עס וויל ער ארויסברענגן וואספארא געמיינע מידה גאווה איז. וואלסט ווען געדארפט צוברענגן די ארגינעלע שטיקלעך אויך, כדי צו ווייזן אז ס'איז הוילע שקר וואס מ'האט זיך פארלייגט אויף עם.

דאס וואס דו שרייבסט דארט וועגן הרב אלישיב אז ער האט גערופן הרב קוק "דער רב" כ'מיין אז ס'געווען ר' שלמה זלמן אוירבאך זצ"ל, און אז מ'רעדט שוין פון הרב אלישיב איז כדי אראפ צו ברענגן א מעשה וואסי געדריקט געווארן אין "השקדן" וואסי געשריבן געווארן בחייו און מיטן הסכמה פון הרב אלישיב, כ'וועל צו ברענגן די מעשה אין לשה"ק אזוי ווי ס'שטייט דארט " הרב יוסף בוקסבוים מיסד ויו"ר "מכון ירושלים" סיפר על דין תורה שנתבע לפני הגרי"ש ע"י עורך במכון שפוטר על ידו בעקבות שהשמיט קטע מחידושי הרב קוק מתוך "אוצר מפרשי התלמוד", מפני שלדעתו "לא מתאים להכניס קטע של הרב קוק", הגרי"ש שמע את טענת העורך, והי' מזועזע. הוא אמר לו: וכי הכרת את הרב קוק?! דע לך - הוא היה קדוש! הוא לא היה שייך לתקופה שלנו, וכיום לא מבינים אותו היטב, ודאי שר' יוסף רשאי לפטר אותך, וגם אני הייתי עושה כמוהו.

די אינטערשטע שורה איז, אז דע ארטיקל איז א הערליכע ארבייט שיין מסודר, גוט ארויסגעברענגט די נקודות, און ביידע זייטן, הגם ס'נאר דא איין אמתדיגע זייט.

"סיפר על דין תורה שנתבע לפני הגרי"ש . "ודאי שר' יוסף רשאי לפטר אותך, "וגם אני הייתי עושה כמוהו." כבוד הרב נ"י איין זאך האסטי נישט געשריבען אז הרב הנ"ל איז געווען אין דיין ביי די רבנות הראשות. חוץ מזה עס זענען געווען אסאך תמימי לב וואס זענען עם נאגעלאפן וויל זיי האבן אעהם פערזענדלעך נישט געקענט מש"כ דער בריסקער רב זצ"ל וכדו, וואס זענען געקומען פין די שטעט פין ווי ער קימט אין עם געקענט פערזענטלעך האבן גאזאגט אויף עם אז ער איז געווען פארדארבן כופר מרחם אמו אין מינקאטש -סאטמאר האט מען עם גאשאלטען ימח שמו וזכרו

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אקטאבער 24, 2017 12:41 pm

· #387450
וואס האט דער בריסקער רב גענוי געזאגט? איך ווייס נישט קיין ווערטער פון איהם אויף הרב קוק פערזענליך.

דער גאלדענער אדלער » דינסטאג אקטאבער 24, 2017 1:17 pm

· #387455
Re: הרב אברהם יצחק הכהן קוק
ליטוואק פון בודאפעסט
וואס האט דער בריסקער רב גענוי געזאגט? איך ווייס נישט קיין ווערטער פון איהם אויף הרב קוק פערזענליך.
ס'אזוי ווי אלע זייערע מעשיות, עיין בליכט שטראלן, ובדובב שפתי ישנים, ובגבויית עדות על ר' מעכל לעבאוויטש, און אין "דער איד, בלאט, צייטונג

אישתישבי » דינסטאג אקטאבער 24, 2017 3:42 pm

· #387464

וואס זענען געקומען פין די שטעט פין ווי ער קימט אין עם געקענט פערזענטלעך האבן גאזאגט אויף עם אז ער איז געווען פארדארבן כופר מרחם אמו

דאס איז כפירה אזוי צו זאגן. אויב א מענטש האט א בחירה איז עס נישט שייך צו זיין א כופר מרחם. ווי אויך א קדוש מרחם. ווי אויך ווייזט עס אז מען האט אים פשוט נישט פארגינען צוליב זיינע זעלטענע געלונגענהייטען האט מען אויך אים געזאגט גוזמאות פין רשעות. אזוי ווי מען זעהט היינט וואס מען טוט אלץ פאר נישט פארגינען.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אקטאבער 24, 2017 4:35 pm

· #387469
Re: הרב אברהם יצחק הכהן קוק
דו באשולדיגסט מענטשען אין אומפארגינערשאפט, אויפ׳ן צד הספק אז זיי האבען עפעס געטוהן\געזאגט. למעשה, האט מען ביזדערווייל קיין עמטליכע ראיות נישט דערצו.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 24, 2017 9:49 pm

· #387493
יחי המלך: דאס אז מ'האט אין מונקאטש און סאטמאר געזאגט ..."ימח שמו"... אויף הרב קוק ז"ל איז נאך גאנץ א קליינע ראיה. דער מנחת אלעזר זצוק"ל האט געהאט שארפע אויסדרוקן אויף אנדערע צדיקים און מחברים וואס זייערע ספרים זענען אנגענומען אין די גאנצע וועלט. ואין אני רוצה לפורטם...! ומי יעמוד בסוד קדושים...! דער דרך איז אבער נישט פאר אונז פשוטי עם...!

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 am

· #389423
א גאר באלערנטע מאמר אויף דער ספר האורות, קען מען זע'ען דא, ווי דער שרייבער, א תלמיד מובהק פון דער רידב"ז פון סלוצק און צפת, צונעמט די התנגדות צו דער ספר האורות. ער צייכענט אן דאס אז מ'איז צוגעוואוינט צו שטחיות, און ממילא אפילו ווען מ'ליינט עפעס טיף, ליינט מען עס שטחיות'דיג, און מ'זוכט נישט צו פארשטייען דער שפראך פון דער שרייבער.

דער גאלדענער אדלער » זונטאג נאוועמבער 19, 2017 11:38 am

· #389429
Re: הרב אברהם יצחק הכהן קוק
ליטוואק פון בודאפעסט
א גאר באלערנטע מאמר אויף דער ספר האורות, קען מען זע'ען דא, ווי דער שרייבער, א תלמיד מובהק פון דער רידב"ז פון סלוצק און צפת, צונעמט די התנגדות צו דער ספר האורות. ער צייכענט אן דאס אז מ'איז צוגעוואוינט צו שטחיות, און ממילא אפילו ווען מ'ליינט עפעס טיף, ליינט מען עס שטחיות'דיג, און מ'זוכט נישט צו פארשטייען דער שפראך פון דער שרייבער.
ליטוואק: ייש"כ פארן עס צוברענגן, ס'הערליכע בריוו, נאכנישט אפגעליינט מיטן גאנצן עומק, אבער אפילו אויבערפלעכליך קען מען זעהן וואספארא עמקות ס'ליגט דערין. ביטע ברענגן נאך, כ'בין זיכער אז איך בין נישט דער איינציגסטער דא אין שטיבל וואס לערענט און פארשט נאך מיט א שטארקע הנאה אלעס ארום דעם ירושלימ'ר רב זצ"ל.

Gimpel » זונטאג נאוועמבער 19, 2017 1:17 pm

· #389439
די גאון בעל שרידי אש שרייבט צ'י מהריד סאלאווייטשיק בענין ווערן רב הראשי נאך רב הרצוג הקנאים בירושלים הרגו הרב קוק וכן הרב הרצוג בכן אל תלך שם

ברוך שפינוזה » פרייטאג דעצעמבער 22, 2017 1:23 am

· #391882
שמעקעדיג
פשוט-קאמפליצירט

זייענדיג אין ארץ ישראל א צייט צוריק, איז מיר אונטערגעקומען א קונטרס, א ספר'ל, וואס הייסט "דת הציונות". דאס איז געשריבן דורך א איזראעלי, וואס איז געווען מיט ביידע פוס אין שאול תחתית, און האט פיינט געהאט די חרדים בתכלית השנאה. למשל, צווישן די מאדנע שיטות וואס ער שרייבט זיי האבן געהאלטן, איז אז די תורה איז געגעבן געווארן דורך משה רבינו כדי צו פייניגן די אידן (!) אלס נקמה אז מען האט אים נישט אריינגעלאזט אין ארץ ישראל. רח"ל. פארשטייט זיך ער האט געדינט אין צה"ל מיליטער, און געהאלטן אז די מדינה איז די ישועה פאר כלל ישראל.

מענטשן האבן פארגעהאלטן די מחבר פון די נארישע ביכל "דת הציונות" המכונה יואל אלחנן, היתכן ער שרייבט פרעכע ליגנס אויף הרב קוק, האט ער גענטפערט אז ער האט באקומען א היתר פון א רב צו שרייבן ליגן.

עיין עוד כאן. <a class="postlink" href="http://ravsherki.org/index.php?option=com_content&view=article&id=689:q-q-689689-689&catid=85&Itemid=100512">http://ravsherki.org/index.php?option=c ... mid=100512</a>

ברוך שפינוזה » פרייטאג דעצעמבער 22, 2017 1:37 am

· #391883
יואליש

דאס איז אלעמאל די קעיס: ס'ווערט א זעלבסט-פארפילטע נבואה. מ'דערביטערט איינעם דאס לעבן און נאכדעם זאגט מען: קוק, אלע וואס פארן אזוי זענען ביטער צום סוף. וק"ל.

דאס איז דאך אלץ געווען די טענה פון די קריסטן, "קוקטס נאר אידן מיט וויפיל שחיטות, בלוט בלבולים, פאגראמען ענק ליידן זיך צאם, דאס איז אלץ א שטראף פאר'ן אומברענגען יאשקע".

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג דעצעמבער 22, 2017 9:58 am

· #391888
Re: הרב אברהם יצחק הכהן קוק
ברוך שפינוזה
שמעקעדיג
פשוט-קאמפליצירט

זייענדיג אין ארץ ישראל א צייט צוריק, איז מיר אונטערגעקומען א קונטרס, א ספר'ל, וואס הייסט "דת הציונות". דאס איז געשריבן דורך א איזראעלי, וואס איז געווען מיט ביידע פוס אין שאול תחתית, און האט פיינט געהאט די חרדים בתכלית השנאה. למשל, צווישן די מאדנע שיטות וואס ער שרייבט זיי האבן געהאלטן, איז אז די תורה איז געגעבן געווארן דורך משה רבינו כדי צו פייניגן די אידן (!) אלס נקמה אז מען האט אים נישט אריינגעלאזט אין ארץ ישראל. רח"ל. פארשטייט זיך ער האט געדינט אין צה"ל מיליטער, און געהאלטן אז די מדינה איז די ישועה פאר כלל ישראל.

מענטשן האבן פארגעהאלטן די מחבר פון די נארישע ביכל "דת הציונות" המכונה יואל אלחנן, היתכן ער שרייבט פרעכע ליגנס אויף הרב קוק, האט ער גענטפערט אז ער האט באקומען א היתר פון א רב צו שרייבן ליגן.

עיין עוד כאן. <a class="postlink" href="http://ravsherki.org/index.php?option=com_content&view=article&id=689:q-q-689689-689&catid=85&Itemid=100512">http://ravsherki.org/index.php?option=c ... mid=100512</a>
איך ווייס נישט צו איך גלויב יענע מימרא אז מ׳מעג זאגען שקר, עס איז מעגליך אויך ארויס גענומען פון קאנטעקסט. אבער דת הציונות איז א שטיק שקר און סילוף מהחל עד כלה.

מיר דארפען געדענקען אז די איזרעאליס האבען א כח אין שקר וואס אן אמעריקאנער האט קיינמאל נישט. לדעתי איז עס א השפעה פון די אראבער. זיי האבען צייטונג שרייבערס וואס ווייסען וויאזוי אויפצובויען איין מעשה, כדי די צווייטע זאל האבען הענט און פיס, אז מ׳קען אויף דעם בויען א מימרא פון א דריטען. און הכל באשר לכל איז שקר גמור. זיי ווייסען וויפיהל אמת אריין צו שטופען כדי מ׳זאל נישט קענען לייקענען די גאנצע זאך. זיי זענען מלומד בערמומיות, ממילא קען מען קיין ווארט נישט גלויבען פון דארט. אמעריקאנער שקרנים זאגען נאר איין שקר, דער איד האט נישט די געשליפענע חשבונות פון אויפבויען איין מענטש, כדי מ׳זאל איהם גלויבען אויף א צווייטען ווען יענער זאגט אז דער דריטע איז אן איש אמת, און ממילא איז יעדעס ווארט וואס קומט ארויס פון זיין מויל אמת לאמיתו, אפילו ווען ער האט נאר נאכגעזאגט פון א פערטען. זיי קענען נאר זאגען איין שקר, נישט קיין פארפלאנטערטע. די איזרעאלי שרייבערס קענען אסאך מער, עי׳ ערך הרב שטיינמן ווי מ׳האט געברענגט קיין אמעריקא הויפענעס שקרים אויף און פון איהם.

איין משל קען איך ברענגען פון דער דת הציונית. זיי האבען מקורות און מימרות פון דער חזו"א אנאקעגען הרב קוק. כמעט אלע מימרות זענען פון איין מענטש, א גרויסע ת"ח באקאנט אלס א ריזיגע קנאי (דער שטיף טאטע פון דער פריש באקרוינטע רשכבה"ג פון בני ברק, דוכט זיך), און די מימרות אליינס צייכענען זיך אויס אלס אן אייגענעם בליק, למשל ׳דער חזו"א האט איהם געהאלטען פאר גאר א קליינע מענטש׳. דאס האט ער פארשטאנען פון דער חזו"א, און ער איז טאקע אי געווען א קנאי אי נישט געפאלגט חזו"א אויף פיהל עניינים. דער חזו"א זעלבסט האט גארנישט אזוי גערעדט.

נאך אסאך אזעלכע סילופים זענען דארט פארהאנען, ווי אויך אריכות׳ן אין אראפ ווארפען מעשה׳ס, ווען בסה"כ ווייזט ער אויף אז ער האט נישט מצליח געווען צו דערגייען דער מקור דערצו. איך האב נאר דערמאנט דער ענין בקצרה אין דער וועקער, ווייל ער איז נישט דער נושא דארט. אבער עס איז וויכטיג דאס צו וויסען, ווייל מקופיא קען מען לייכט אריין פאלען אין יענער ספר.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ברוך שפינוזה » פרייטאג דעצעמבער 22, 2017 1:56 pm

· #391897
ליטוואק פון בודאפעסט

מיר דארפען געדענקען אז די איזרעאליס האבען א כח אין שקר וואס אן אמעריקאנער האט קיינמאל נישט. לדעתי איז עס א השפעה פון די אראבער. זיי האבען צייטונג שרייבערס וואס ווייסען וויאזוי אויפצובויען איין מעשה, כדי די צווייטע זאל האבען הענט און פיס, אז מ׳קען אויף דעם בויען א מימרא פון א דריטען. און הכל באשר לכל איז שקר גמור. זיי ווייסען וויפיהל אמת אריין צו שטופען כדי מ׳זאל נישט קענען לייקענען די גאנצע זאך. זיי זענען מלומד בערמומיות, ממילא קען מען קיין ווארט נישט גלויבען פון דארט. אמעריקאנער שקרנים זאגען נאר איין שקר, דער איד האט נישט די געשליפענע חשבונות פון אויפבויען איין מענטש, כדי מ׳זאל איהם גלויבען אויף א צווייטען ווען יענער זאגט אז דער דריטע איז אן איש אמת, און ממילא איז יעדעס ווארט וואס קומט ארויס פון זיין מויל אמת לאמיתו, אפילו ווען ער האט נאר נאכגעזאגט פון א פערטען. זיי קענען נאר זאגען איין שקר, נישט קיין פארפלאנטערטע. די איזרעאלי שרייבערס קענען אסאך מער, .
Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אוי האסטו גוט געזאגט 👍 👍 👍

נ נח » זונטאג דעצעמבער 24, 2017 12:11 pm

· #391945
📎 C1B903E5-0809-456E-94AC-45B38F8FCCBF.jpeg

ברוך שפינוזה » זונטאג דעצעמבער 24, 2017 1:29 pm

· #391947
ליטוואק פון בודאפעסט

בקיצור, די אלגעמיינע חרדישע בליק אויף איהם איז ׳א גרויסע ת"ח, אבער א שטיקל א בעל דמיון׳. איז עס אמת? אדער איז לעיקוואד גערעכט, אז ער האט מער געלעבט אין די עכטע וועלט ווי אסאך אנדערע בני דורו?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ס'איז נישט קיין סתירה. ס'איז קלאר אז ער איז געווען א בעל דמיון פון ערשטן קלאס, און זייער א געפילישע מענטש, די צוויי זאכן גייען צוזאמען. די בית ישראל האט געזאגט אויף זיין תלמיד הרב חרל"פ, "הנך אחד בכל דמיונות". און ער האט זייער גוט ארויסגעהאט די פשוטע המון עם, טאקע ווייל ער איז געווען אזוי געפיליש.

אז דו וועסט זיך גוט ארומקוקן וועסטו זען, אז די אלע וואס האבן געהאקט אויף איהם, האבן איהם קיינמאל נישט געזען, און די וואס האבן איהם גוט געקענט האבן איהם געשטיצט אפילו זיי האבן נישט געהאלטן פון זיינע שיטות. און די סיבה איז זייער א פשוטע. ער האט גערעדט פון געפיל, און די וואס האבן קיינמאל נישט געזען אזא סארט מענטש האבן געמיינט אז אין ריעל לייף פירט ער זיך אויך אויף אזוי, און די וואס האבן איהם יא געקענט האבן פארשטאנען אז ער האט נאר געמיינט ארויסצוברענגען א געוויסע נקודה און גארנישט מער.

דער גאלדענער אדלער » זונטאג דעצעמבער 24, 2017 2:30 pm

· #391949

דע אלע וואס טענהנן אז ער איז געווען א בעל דמיון, פארשטייען זייער קנאפ און הייבן נישט אן צו וויסן זיינע שיטות, און האבן מן הסתם קיינמאל נישט געלערנט כאטשיג אפס קצהו פון זיינע ספרים, זענען מענטשן בעיקר וואס האבן זיך געקאכט אין זיינע מעשיות וואס זענען געדריקט פון זיינע שונאים און פון אפאר היסטאריקער וואס האבן עם נישט געקענט און נישט געלערענט זיינע ספרים.

א גוטע אפשאצונג קען נאר קומען ווען מ'לערנט זיינע ספרים, ווי למשל די אלע אורות סעריע אורות התשובה, תורה, הקודש, התחייה, הגאולה, הלמחמה, ישראל, ועוד.
עין איה אויף אגדות, אדער זיינע בריוון, אגרות הראי"ה, חזון הצמחונות, מוסר אביך, מידות הראי"ה ועוד ועוד.
אין זיינע ספרים קען מען זען ווי ער איז א בעל שיטה, אהנע פשרות ער האט פינקטליך געוויסט וואס ער שרייבט און אפילו זאכן וואס האט נישט פינקטלעך געשטימט לויט יענע צייט שטימט עס זייער גוט אינעם תקופה ווי אינז לעבן היינט.

פינקט האבעך די וואך שבת געלערנט אין איינע פון זיינע ספרים און ס'מיר געווען א פלא ווי ער האט געשריבן איבער א ענין וואס האט מיך געווינדערט, כ'האב עס נישט געקענט אנצייכענען, אבער ווען איינער אין יענע צייט וואלט עס געזעהן וואלט יענער זיכער געזאגט אויף אז ער איז א "בעל דמיון" אבער היינטצוטאגס אז מ'קוקט צוריק זעהט מען אז ער איז קיין בעל דמיון נישט געווען נאר א גרויסער צדיק און א בעל רוח הקודש

ברוך שפינוזה » זונטאג דעצעמבער 24, 2017 6:07 pm

· #391956
דער גאלדענער אדלער
דע אלע וואס טענהנן אז ער איז געווען א בעל דמיון, פארשטייען זייער קנאפ און הייבן נישט אן צו וויסן זיינע שיטות, און האבן מן הסתם קיינמאל נישט געלערנט כאטשיג אפס קצהו פון זיינע ספרים, זענען מענטשן בעיקר וואס האבן זיך געקאכט אין זיינע מעשיות וואס זענען געדריקט פון זיינע שונאים און פון אפאר היסטאריקער וואס האבן עם נישט געקענט און נישט געלערענט זיינע ספרים.

א גוטע אפשאצונג קען נאר קומען ווען מ'לערנט זיינע ספרים, ווי למשל די אלע אורות סעריע אורות התשובה, תורה, הקודש, התחייה, הגאולה, הלמחמה, ישראל, ועוד.
עין איה אויף אגדות, אדער זיינע בריוון, אגרות הראי"ה, חזון הצמחונות, מוסר אביך, מידות הראי"ה ועוד ועוד.
אין זיינע ספרים קען מען זען ווי ער איז א בעל שיטה, אהנע פשרות ער האט פינקטליך געוויסט וואס ער שרייבט און אפילו זאכן וואס האט נישט פינקטלעך געשטימט לויט יענע צייט שטימט עס זייער גוט אינעם תקופה ווי אינז לעבן היינט.

איך מיין אז מיין טייטש אויף בעל דמיון איז אנדערש ווי דיינער.

דער גאלדענער אדלער » זונטאג דעצעמבער 24, 2017 6:29 pm

· #391959

ביטע זיי מסביר

ברוך שפינוזה » זונטאג דעצעמבער 24, 2017 6:31 pm

· #391960
דער גאלדענער אדלער
ברוך שפינוזה
[
איך מיין אז מיין טייטש אויף בעל דמיון איז אנדערש ווי דיינער.
ביטע זיי מסביר

למשל, איינער וואס ווערט א נזיר, און ער גיבט א נאמען פאר זיין קינד "שאר ישוב".

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג דעצעמבער 25, 2017 9:51 am

· #391995
Re: הרב אברהם יצחק הכהן קוק
ער איז נישט געווען קיין נזיר, נאר מ׳האט איהם אזוי גערופען צוליעב זיין אויסזען.

פארוואס זאל ער נישט געבען א נאמען צום קינד לויט זיין געשמאק? און וואס האט עס מיט דמיון? אחוץ טאמער דמיון מיינט ביי דיר ׳גייט נישט אין שפאן׳.

ועוד והוא העיקר, דער נזיר, א.ק.א. הרב דוד כהן, פארטרעט קיינעם אחוץ זיך אליינס. הרב קוק האט נישט זיין דמיונות געהאט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ברוך שפינוזה » מאנטאג דעצעמבער 25, 2017 12:58 pm

· #392006
ליטוואק פון בודאפעסט
ער איז נישט געווען קיין נזיר, נאר מ׳האט איהם אזוי גערופען צוליעב זיין אויסזען.

קענסטו אפשר צוצייכענען א מקור?

ליטוואק פון בודאפעסט
פארוואס זאל ער נישט געבען א נאמען צום קינד לויט זיין געשמאק? און וואס האט עס מיט דמיון? אחוץ טאמער דמיון מיינט ביי דיר ׳גייט נישט אין שפאן׳.

איך האב נישט געזאגט אז ס'איז א שלעכטע זאך, (איך אליין בין אויך א שטיקל בעל דמיון) און איך מיין נישט די חלק פון נישט גיין אין שפאן, איך מיין עפעס טיפערס.

ליטוואק פון בודאפעסט
ועוד והוא העיקר, דער נזיר, א.ק.א. הרב דוד כהן, פארטרעט קיינעם אחוץ זיך אליינס. הרב קוק האט נישט זיין דמיונות געהאט.

ס'איז נאר אינטרעסאנט, אז אפאר פון זיינע תלמידים זענען אזוי געווען, ס'איז דאך זיינע פירות. און גראדע ווייס איך אויך אז הרב קוק פלעגט האבן אקעגן איבער זיין בעט אין
ישיבת וואלאז'ין א טאוול אויף וואס ס'איז געשטאנען די שם הוי"ה, און פלעגט איינשלאפן אזוי קוקנדיג אויף דעם.
קען זיין אז בעל דמיון איז נישט די ריכטיגע ווארט. אדרבה אויב דו האסט א בעסערע ווארט בין איך גרייט עס אנצונעמען.
אויסער דעם וואס די בית ישראל האט זיך שוין אזוי אויסגעדרוקט אויף זיינס א תלמיד, כמבואר לעיל.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג דעצעמבער 25, 2017 1:06 pm

· #392007
Re: הרב אברהם יצחק הכהן קוק
האסט איגנארירט דער עיקר נקודה. וואס האט עס מיט דמיון? פארוואס איז א מאדנע נאמען ׳דמיון׳? מה ענין שמיטה אצל הר סיני? וכן נמי לענין שם הוי"ה, וואס האט עס מיט דמיון?

אז דו ווילסט זאגען אז ער האט זיך געדמיונ׳ט אז די פרייער אידען ווילען הערען תורה, אז משיח׳ס צייטען הייבען זיך אן מיט א זעלבסשטענדיגע פאליטישע ווערטשאפט, אז ער קען עפענען א ישיבה וואס וועט נישט האבען קיין שום חסרונות, אז ער וועט קענען לעזען אלע הלכה׳דיגע שאלות מיט זיין פראייעקט, ממילא. אבער דיין משלים זענען בכלל נישט בקשר מיט דמיון.

און די אלע זאכען וואס איך האב געשריבען קען מען דן זיין צו ס׳איז געווען דמיון צו פראפעטיש. ווען יעדער האט געמיינט אז די ציוניזם שמד׳ט אידען, איז עס היינט די גרעסטע מקשר פון אידען צום תורה, ווי כמעט יעדער איד האט א בעסערע רוחניות׳דיגע צושטאנד אין א"י ווי אין חו"ל, פון דער חילוני צו דער מסורתי צום דתי צום חרדי. מ׳קען נאכאלס שטארק דן זיין, אבער דער בית ישראל האט זיך בכלל נישט אויפגעוויזען ווי א פראפעטישע מנהיג, וואס קען פאראויס זאגען וואס קומט באלד, אז מ׳זאל איהם אננעמען אין דער ענין.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ברוך שפינוזה » מאנטאג דעצעמבער 25, 2017 1:13 pm

· #392009

אונז ביידע האלטן די זעלבע זאך, אונז האבן נאר אנדערע ווערטער פאר די זעלבע זאך, איך רוף עס דמיון, וויאזוי רופסטו עס?
און ניין די אלע זאכן וואס דו האסט אויסגערעכנט רוף איך נישט דמיון, אויב עפעס איז עס א טעות נישט דמיון.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג דעצעמבער 25, 2017 1:27 pm

· #392010
Re: הרב אברהם יצחק הכהן קוק
בלייבט נאר איבער צו וויסען וויאזוי האט דער בית ישראל געטייטשט די ווארט דמיון.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

דער גאלדענער אדלער » מאנטאג דעצעמבער 25, 2017 1:41 pm

· #392011
Re: הרב אברהם יצחק הכהן קוק
ליטוואק פון בודאפעסט
בלייבט נאר איבער צו וויסען וויאזוי האט דער בית ישראל געטייטשט די ווארט דמיון.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
אדער האט ער עס נישט ממש אזוי אויסגעדריקט ווי פון יעדע מעשה'לע וואקסט ארויס א לאנגע בארד, און נאך אלע מעשה'ס איז עס נאר א מעשה

ברוך שפינוזה » מאנטאג דעצעמבער 25, 2017 6:10 pm

· #392025
דער גאלדענער אדלער
ליטוואק פון בודאפעסט
בלייבט נאר איבער צו וויסען וויאזוי האט דער בית ישראל געטייטשט די ווארט דמיון.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
אדער האט ער עס נישט ממש אזוי אויסגעדריקט ווי פון יעדע מעשה'לע וואקסט ארויס א לאנגע בארד, און נאך אלע מעשה'ס איז עס נאר א מעשה

ער האט געמיינט די סארט התתנהגות פון כאפן מלאכים. דאכצעך מיר אז דאס איז געווען די חילוק צווישן קאצק און גור. אין קאצק איז מען געווען פארנומען מיט הויכע ענינים, כאפן מלאכים, דאווענען שפעט וכו', משא"כ אין גור האט מען זיך געהאלטן מער אין די ראמען, נישט פארברענגט קיין צייט, געדאוונט פרי, נישט כאפן קיין מלאכים, און די בית ישראל ווי משוגע ער איז נאר געווען האט ער אבער געהאט די סארט נארמאלקייט, און ער האט נישט געקענט ליידן די סארט התנהגות.
די מעשה האב איך געהערט פון איינער וואס האט זיך אסאך געדרייט אין גור.

מפוזרי » זונטאג דעצעמבער 31, 2017 6:19 pm

· #392487
Re: הרב אברהם יצחק הכהן קוק
דמיון=אימעדזשינעישן=וויזשען

ברוך שפינוזה » זונטאג דעצעמבער 31, 2017 7:09 pm

· #392490
מפוזרי
דמיון=אימעדזשינעישן=וויזשען

וואס דארף דאס צו זיין? א קשיא, א תירוץ, אן איבעיא, א פירכא, ביטע מער מסביר זיין

מפוזרי » זונטאג דעצעמבער 31, 2017 7:32 pm

· #392491
Re: הרב אברהם יצחק הכהן קוק
א פרואוו מסביר צו זיין דאס וואס 'דו' מיינסט מיט דמיון. (וגם אני מסכים עם זה)

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג דעצעמבער 31, 2017 8:39 pm

· #392495
Re: הרב אברהם יצחק הכהן קוק
אימעדזשינעישען קען מיינען עפעס וואס שטימט דוקא נישט מיט די מציאות. וויזשען מיינט א בליק אויף א מציאות וואס גייט קומען. הרב קוק האט געהאט איינער פון זיי, מיר ווייסען נאר נישט וועלכע.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8